שואל כענין - קושיות ותמיהות
789 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #356
ווי דער עולם זאגט, עס איז שוין אפגעקאכט.
איך דערמאן זיך, אין די רידזשענסי האום אין ב"פ האט דער רב פארגעלערנט קיצור שו"ע ביי מנחה מעריב, האט ער געזאגט אז א גוי מעג נישט קאכן, נאר א איד, כעס'ט זיך אן אלטער איד: אפשר שבת אויך?! עס איז נישטא אזא זאך, ווער עס וויל קאכט...
זקני ת"ח.
אפטעמיסטאיבער ווארעמען הייסט נישט קיין בישול עכו"ם. ס'איז אבער יא פארהאן מאנכע וואס זענען מחמיר נישט צו טרינקן קאווע אויפ'ן עראפלאן משום בישול עכו"ם, הגם וואס ס'ווערט גע'פסק'נט אז ביי א זאך וואס איז נאכל כמות שהוא חי איז נישט דא קיין איסור.
דאס האט נישט מיט בישול ,נאר ווייל מען רייניגט די כלים מיט הייס וואסער/פארע צוזאמען מיט טריפה'נע כלים ,וכך אני נוהג.
ס'זענען יא דא וואס זענען מחמיר צוליב בישול. כ'האב אמאל געזעהן א תשובה פון ר' עובדיה דערוועגן.
פרשת מסעי זענען דא וואס ליינען די מ"ב מסעות מיט די ניגון פון די שירה. פון ווי שטאמט די מנהג? ווער פירט זיך יא אזוי און ווער נישט?
אויב ווייסט איינער ווי דאס איז אויסגעשמועסט, ביטע אנצייכענען.
כ'בין מסופק אויב מ'מעג איינעם לייקן אום תשעה באב. אין שו"ע שטייט אז תשעה באב טאר מען זיך נישט גריסן. וואלט געווען מסתבר אז לייקן, וואס איז א קאמפלעמענט, איז נאך הארבער ווי גריסן. פון די אנדערע זייט אבער, קען מען טעהנען אז גריסן ווען צוויי מענטשן טרעפן זיך טאר מען טאקע נישט אבער לייקן איז דאך א ספק אויב דער גע'לייק'טער וועט עס זעהן אום תשעה באב.
בכלל ליינען ק"ש אין ת"ב דארף נישט זיין א פראבלעם ווייל ס'איז פול מיט ארטיקלען וואס באוויינען די חורבן פון די "סיסטעם" מיט אונזערע מנהיגים.
פרעג די רבנים, קאווע שטיבל איז די חורבן אליינס! אוודאי מעג מען.
איך האב געטראפן דעם סיפור אין "דער איד" די וואך, און די מעשה מאכט מיך וואונדערן, מעג מען געבן א טיפ פאר א גוי? אז איך גיי צום געז סטעישאן און גיב דער ארבייטער א דאלער, איז עס א שאלה פון לא תחנם?
.
📎 לא תחנם.jpg
די גאנצע פראבלעם פון לא תחנם איז נאר ביי "מכירו", אבער ביי "שכנו או אוהבו" איז נישט דא קיין לא תחנם, דאס איז חוץ וואס מפני דרכי שלום איז אייביג מותר. בכלל ווערט קלאר גע'פסק'נט אז אויב האט דער איד א טובת הנאה פונעם גוי, דהיינו אויב ער ארבעט פארן איד, איז אויך נישט דא קיין לא תחנם.
ערבי ימים נוראים,
מי בקצו ומי לא בקצו – וואס מיינט ומי לא בקצו? יעדער מענטש האט דאך אנגעשריבן פון אויבן ווילאנג ער דארף לעבן, און דאס איז יענעמ'ס ריכטיגע "קצו", אפילו ער שטארבט ח"ו יונג ווערט עס נישט דאדורך "לא בקצו"!
איי וועסטו טענה'ן שמא החטא גורם, און דעריבער שטארבט מען יא פריער? איז די שאלה, דו זאגסט דאך ווייטער "ועד יום מותו תחכה לו, אם ישוב מיד תקבלו", איז דאך משמע אז מען שטארבט נישט פריער צוליב די זינד, נאר דער ארך אפים ווארט מיט געדולד ביזן לעצטן טאג!
בקצו קען מיינען די געווענדליכע צייט וואס רוב מענטשן לעבן.
איך הער, אבער מי לא בקצו קוקט אויס ווי עפעס א שרעקעדיגע זאך אויף וואס מען רייסט איין, בשעת עס איז בכלל נישט שייך צו איינרייסן לכאורה לפי הנ"ל.
אויב מיינסטו אז ס'איז נישט שייך, וועגן דעם "עד יום מותו תחכה לו," קען זיין אז עד יום מותו... מיינט; אז ס'איז פשוט נישט שייך קאליע צו מאכן אויף אזוי ווייט נישט צו קענען תשובה טון, אפילו ס'איז ח"ו נגזר געווארן טויט.
שמעקעדיגערבי ימים נוראים,
מי בקצו ומי לא בקצו – וואס מיינט ומי לא בקצו? יעדער מענטש האט דאך אנגעשריבן פון אויבן ווילאנג ער דארף לעבן, און דאס איז יענעמ'ס ריכטיגע "קצו", אפילו ער שטארבט ח"ו יונג ווערט עס נישט דאדורך "לא בקצו"!
איי וועסטו טענה'ן שמא החטא גורם, און דעריבער שטארבט מען יא פריער? איז די שאלה, דו זאגסט דאך ווייטער "ועד יום מותו תחכה לו, אם ישוב מיד תקבלו", איז דאך משמע אז מען שטארבט נישט פריער צוליב די זינד, נאר דער ארך אפים ווארט מיט געדולד ביזן לעצטן טאג!
@שמעקעדיג אשריך!! מ'זעהט אז די ווערט ח"ו נישט נכשל מיט די טריפה'נע דף...
ווער קען מיר העלפן מיט א פראקטישע היתר צו גיין אין שויער יום טוב? יעצט ווען ס'קומען די 3-טעג-יום טוב'ס איז עס מיר קריטיש וויכטיג.
אין א שויער מײן איך מעגסטו גײן. פאר שעמפו בעט אן ישראלי זאל דיך אן גיסן..
צו וואס פעלט דיר אויס א היתר ווען ס'איז מתחילה נישט אסור בזמננו וואס נעמען א שויער יעדן טאג איז א דבר השוה לכל נפש? מער מענטשען נעמען שויערס יעדן טאג ווי מענטשען וואס רויכערן, אבער אונזער קליינע ביצים'דיגע פוסקים קענען נאר אפדעיטן די "שוה לכל נפש" קאטעגאריע לחומרא.
אונזערע הייסע וואסער איז מים שהוחמו בהיתר, קודם כל איז עס קוים א גרמא דגרמא אז מיטן ארויסנעמען וואסער פונעם בוילער מישט זיך אריין אביסל קאלטע וואסער, צווייטענס איז די וואסער וואס מ'נוצט ביים שויער א תוצאה פון די וואסער וואס מ'האט אויפגעקאכט ווען מ'האט גענוצט די ווארעם וואסער בהיתר צו וואשן דישעס וכדו'. דריטענס פאר די וואס וואוינען מיט גוים אין איין הויז קען מען תולה זיין אין דעם אויך. פערטענס, א מצטער, אזויווי רוב פון אונז וואס קענען נישט פארטראגן צו גיין דריי טאג אן א שויער, איז מותר זיך צו וואשן אפילו אום שבת.
וכך הוה.
איך האב געהערט אז נישט אייביג מעג מען אנצינדען הייס וואסער יו"ט, ס'ווענד זיך וואספארא באילער מ'האט. אויב איז דא א hot water tank מעג מען אויב נישט דעמאלטס איז מותר נאר אויב ס'איז דא א pilot.
לגבי זיך וואשן די גוף מעג מען נאר אבר אבר אבער נישט איגאנצן אויף איין מאל
כתבתי להלכה, ולמעשה יעשה שאלת חכם
ס'איז מיר איבערגעבליבן פון לעצטען שבת חריין, ס'האט וויניגער, מעג איך עסן ראש השנה כדי נישט עובר זיין אויף בל תשחית?
דריידלאיך האב געהערט...
...כתבתי להלכה
איך הער...
קאווע טרינקערס'איז מיר איבערגעבליבן פון לעצטען שבת חריין, ס'האט וויניגער, מעג איך עסן ראש השנה כדי נישט עובר זיין אויף בל תשחית?
קאווע, איך בעט דיך זאלסט עס נישט טון. לעצטעס יאר האסטי דיך בע'נער'ישט און קוק אן וואסערע זויערע פנים דיין אוואטער האט.
זאלסט האבן א זיס פרייליך יאר!
מעג מען זיך באדען אדער שויערען shower יו''ט?
אויב יא נאר פניו ידיו ורגליו, אבר אבר, אדער די גאנצע גוף?
איז דאס לכתילה מותר אדער נאר א איסתיניס מעג?
איז דאס אנגענימען אין הלכה אז היינט הייסט רחיצת כל הגוף א דבר השוה לכל נפש, אנדערש ווי סשטייט אין שלחון ערוך?
ס'איז טאקע אינטערסאנט אז רייכנען הייסט מער שוה לכל נפש פון רחיצה, ווען די פאקט איז פונקט פארקערט.
גרויס מיז נישט מיינען אין סייז.
יו"כ איז א גרויסע טאג מיינט אז סהאט מער ווי 24 שעה?
דרושים תקוע בכסא באחד כמו אחד בירכותיהם, פארשטייסטו שוין פארוואס סייז מאכט אויס?
פארוואס נישט? ס'ווערט געברענגט אז שופר איז מכוון כנגד מילה, און די קול זך איז זיכוך מידת יסוד וכו'.
גערעכט גערעכט. ביי תקיעת שופר איז מיר געווען גאר שווער זיך צו שלאגן מיט די שלעכטע מחשבות, און פרעג נאר נישט וואס ס'שפילט זיך אפ ביי מיר אין קאפ יעדע מאל איך זאג לשם יחוד... מ'ברויך מבטל זיין די זאכן.
פארוואס זאגט מען על חטא ערב יוכ"פ ביי מנחה?
וועלכע איד פאלט ביי זוך אנצישאשקנען ערב יו"כ
קידש
פארוואס זאגט מען "זכר ליציאת מצרים " ר"ה אין יו"כ?
שבת און יו"ט פארשטייסטע יא? ס'א גמרא אין ערבי פסחים,
פארוואס?
באמת א גרויסע י"כח אבער ער נישט פין יו"כ?
ברוך שאמרפארוואס?
באמת א גרויסע י"כח אבער ער נישט פין יו"כ?
זעה
דא.
תוס' אין ערבי פסחים זאגט דער טעם ווייל אין מצרים האבן די אידן געארבעט די ל"ט מלאכות, "בפרך" בא"ת ב"ש בגימ' ל"ט,
לפי"ז יעדער טאג וואס איז אסור במלאכה איז גילטיג דער טעם
כנלפע"ד
די וואך אין די פרשה, די 3 מלאכים זענען געקומען צו אברהם פארשטעלט, קבלתי מרבותי אז איינער פון זיי האט זיך פארשטעלט ווי אן אראבער. מיין תמיהה איז, ישמעאל איז קוים אלט געווארן 13 יאר, אזא זאך ווי אן אראבער האט נאך לכאורה נישט עקזיסטירט דאן?
נו וועגן דעם איז ער נאר געווען פארשטעלט... זאג, שיפס קאפיטאנען זענען שוין יא געווען?
שמעקעדיגדי וואך אין די פרשה, די 3 מלאכים זענען געקומען צו אברהם פארשטעלט, קבלתי מרבותי אז איינער פון זיי האט זיך פארשטעלט ווי אן אראבער. מיין תמיהה איז, ישמעאל איז קוים אלט געווארן 13 יאר, אזא זאך ווי אן אראבער האט נאך לכאורה נישט עקזיסטירט דאן?
אראבער זענען א עטנישע גרופע וואס שטאמען פונעם אראבישן האלבער אינזעל, גארנישט צו טאן מיטן דת האיסלם it just happens to be דאס רוב רובם פון אראבער האבן אויף זיך מקבל געווען די מאכמעדאנער גלויבן

אויב איז למעשה געווען סבור לבא על זו ועלה על אחרת, איז עס נישט "בני תמורה" איינע פון די בני תשע מדות? ראובן איז דאך געווען ראשית אונו, וואס די גמרא דאכט זיך רופט אן ממזרים ואינם ממזרים? וה' יאיר עיני.
זעהט אויס אז דאס איז בלויז אסור בכוונה, נישט בטעות ובשוגג.
די גמרא זאגט דאך אפילו שתיהם נשיו אויך.
סבור לבא על זו ועלה על אחרת מיינט לכאורה בטעות, ניין?
די ישמעאלים קשיא איז אסאך שווערער אין פרשת וישב, ווי עס שטייט אז פאר זיי האט מען פארקויפט יוסף'ן, ווי קענען ישמעאלים ווערן אנגערופן ווי א חפצא בעת מען רעדט סך הכל פון די דריטע דור נאך ישמעאל?
ויואל משה
איך האב געלערנט אביסל ויואל משה (איך בין מיך מודה אז נישט בעיון), אויבן אויף בויט די רבי אויף די איסור פין יהרג ואל יעבור - הגם בשעתן גיין אין כנסת איז דער חרדי נישט כופר אין גארנישט, מכח א הוכחה אז עבודה זרה בכפיה איז ביהרג ואל יעבור הגם מעשה בכפיה איז נישט נחשב באמת אלץ דו האסט עס געטוען, ממילא זעט מען אז דעמאנסטרירן א מעשה כפירה הגם ס'איז נישט איז ביהרג ואל יעבר, האב איך גוט פארשטאנען? ווייל לכאורה איז דאס נישט קיין פארגלייך.
יין שרף📎 IMG_20141128_153816.jpgאויב איז למעשה געווען סבור לבא על זו ועלה על אחרת, איז עס נישט "בני תמורה" איינע פון די בני תשע מדות? ראובן איז דאך געווען ראשית אונו, וואס די גמרא דאכט זיך רופט אן ממזרים ואינם ממזרים? וה' יאיר עיני.
דער מגן אברהם אין סימן ר"מ פרעגט די קשיא, און ענטפערט אז וויבאלד יעקב האט למעשה מכיוון געווען צו בועל זיין די חפצא נאר ער האט געמיינט אז עס הייסט רחל אנשטאט לאה, הייסט עס נישט בני תמורה ווי ער טראכט פון אנדערע גוף בשעת מעשה. וצ"ע
דער אליה רבה זאגט אז קודם מתן תורה האט מען געמעגט.
א גרויסן ש׳כח!
יין שרףדי גמרא זאגט דאך אפילו שתיהם נשיו אויך.
סבור לבא על זו ועלה על אחרת מיינט לכאורה בטעות, ניין?
איין זאך זעה איך אז דעי גמרא'ס קענט עטץ גוט. (דו און שמעקעדיג). עטץ זענטץ ענק מפלפל אז ס'גייט א רויעך...
איינער וועט נאך באלד צו ברענגען א רשב"א אין מס' כתובות וואס זאגט אזוי ווי ער. און דער צווייטער וועט עס אפווענדן מיט א ר' חיים אין מס' הוריות...וכן הלאה... 😂
א פשוט'ע קשיא
אין פרשת וישלח ווען עשיו טרעפט זיך מיט יעקב און זעהט פרויען און קינדער פרעגט ער...
"מי אלה לך?" ווער זענען זיי?
וואס? וואס האט ער געמיינט ? אז זיי זענען די קינדער פון שכן? אפשר גאר פונם מילך איד?
וואס האט ער געמיינט אז יעקב איז אריין צום שכן און גזאגט... טוהט מיר א טובה, מיין ברודער קומט, זיי מוחל און בארג מיר אפאר נשים מיט אפאר קינדער.
וכן פרש״י ע״פ השפתי חכמים
וואסי פשט פון הַלְעִיטֵנִי נָא מִן הָאָדֹם הָאָדֹם הַזֶּה כִּי עָיֵף אָנֹכִי
קודם אז די ביסט מיד גיי שלאפן,
צווייטנס וואסי איז טאקע דארט געשען מיט עשו אז ער האט זיך ממש נישט געקענט קיין עצה געבן צו נעמען א לעפל אין אליינס זיך אנפיטרן, איז ער פלוצילנג געווארן געלעמט, וויפיל כוחות קאסט שוין צו זיך נעמען אביסל לינזן אין א טעלער אין אריין פירן מיט א לעפל אין מויל אריין,
די קשיא פון בני תמורה איז נישט שווער אויף בני נח, ווייל אויב יא זענען אונז אלע ממזרים. פארוואס? מיט וועם האט קין און הבל חתונה געהאט? ס'דאך נישט געווען קיין אנדערע משפחות אויפן וועלט. נאר אדם האט אויך געהאט טעכטער און די ברודערס מיט די שוועסטערס האבן חתונה געהאט.
גאלדוואסי פשט פון הַלְעִיטֵנִי נָא מִן הָאָדֹם הָאָדֹם הַזֶּה כִּי עָיֵף אָנֹכִי
קודם אז די ביסט מיד גיי שלאפן,
צווייטנס וואסי איז טאקע דארט געשען מיט עשו אז ער האט זיך ממש נישט געקענט קיין עצה געבן צו נעמען א לעפל אין אליינס זיך אנפיטרן, איז ער פלוצילנג געווארן געלעמט, וויפיל כוחות קאסט שוין צו זיך נעמען אביסל לינזן אין א טעלער אין אריין פירן מיט א לעפל אין מויל אריין,
עיף קען אויך מיינען אויסגעמוטשעט און הונגעריג.
דיין צווייטע הערה קען מען פארענטפערן, על פי די מעשה אויפן חזון איש, אז ווען ער האט גענדיגט לערנען איז ער געווען אזוי אויסגעמוטשעט, אז ווען ער האט זיך אראפגעלייגט האט ער נישט געהאט כח אריינצולייגן זיינע פיס און בעט, זיי זענען געבליבן הענגן ווייל יעדע טראפ כח האט ער גענוצט צום לערנען.
רויטע וואנצעסדי קשיא פון בני תמורה איז נישט שווער אויף בני נח, ווייל אויב יא זענען אונז אלע ממזרים. פארוואס? מיט וועם האט קין און הבל חתונה געהאט? ס'דאך נישט געווען קיין אנדערע משפחות אויפן וועלט. נאר אדם האט אויך געהאט טעכטער און די ברודערס מיט די שוועסטערס האבן חתונה געהאט.
אמת אויף די בני נח איז עס נישט שווער. אבער ביי יעקב יא, ווייל די גמרא זאגט אז די אבות האבן געהיטן די גאנצע תורה.