☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » שואל כענין - קושיות ותמיהות

שואל כענין - קושיות ותמיהות

789 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #356
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16

ירא שמים » פרייטאג יולי 31, 2015 1:37 pm

· #293110
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
דיין שאלה איז צי א טשיקען באדעם מאכט פריילעך , אדער פארוואס די תקנה איז נישט באגרעניצט צי נאר זאכן וואס מאכט פריילעך ?

קאווע טרינקער » פרייטאג יולי 31, 2015 1:40 pm

· #293111
דו פרעגסט גוט.
בעצם איז דאס א יסודות'דיגע שאלה וויאזוי צוצוגיין צו אלטע הלכה אינעם היינטיגען שטייגער.
למשל - טאקע בנוגע די 9 טעג - האב איך געהערט א דיין'ס שיעור: מ'טאר נישט וואשען וועש, אויב האט מען נישט קיין ריינע, איז בעסער צו קויפן נייע ווי איידער וואשען!!
יתכן אז אמאל האט "וואשען וועש" געמאכט פארגעסען אבילות מער ווי איינקויפן נייע. אבער היינטיגע צייטען?!

ווען די חכמים וואלטן היינט געלעבט וואלטן זיי געאסר'ט טישקען פלייש? וואשען וועש? שאוער'ס? אוודאי נישט, זיי וואלטן מן הסתם גע'אסר'ט צו עסען אין רעסטעראנט, זיך ווייקען אין א וואנע, קויפן נייע גלעזער, וכו'. זאכן וואס שמעקט פון שמחה מענין לענין.

די צוגאנג פון די פאנדעמענטעליסטע רבנים איז צו נאכפאלגן אלטע הוראות שווארץ אויף ווייס אן פארשטיין די נשמה פון די הלכה.

שבת אחים » פרייטאג יולי 31, 2015 1:41 pm

· #293112
ביי אונז אמעריקאנע פרעסערס נישט, אבער אין אסאך פלעצער אויף די וועלט איז עסען טשיקן אדער פלייש א גאנצע שמחה, למשל אין ארץ ישראל מיין איך אז א גרויסע טייל פונעם היימישן עולם עסט נאר פלייש שבת אדער איינמאל א וואך ווייל זיי קענען זיך עס נישט ערלויבן, פארשטייט זיך איך רעדט נישט פון די הלכה שטאנדפונק נאר פון א ריעליסטישע שטאנדפונק איז עסען פלייש און טרינקן וויין אין רוב וועלט א לוקסאָוס

רוסישער » פרייטאג יולי 31, 2015 1:54 pm

· #293114
איטערעסאנטע פראגע, אבער למעשה דער איסור פון טרינקען וויין האט ניט צו טאן מיט שמחה, נאר משום שבטלו הנסכים. און אזוי אויך די איסור פון פלייש, (סי' תקנ"א ט' י' בנו"כ).

שמעקעדיג » פרייטאג יולי 31, 2015 2:06 pm

· #293115
שבת אחים
ביי אונז אמעריקאנע פרעסערס נישט, אבער אין אסאך פלעצער אויף די וועלט איז עסען טשיקן אדער פלייש א גאנצע שמחה, למשל אין ארץ ישראל מיין איך אז א גרויסע טייל פונעם היימישן עולם עסט נאר פלייש שבת אדער איינמאל א וואך ווייל זיי קענען זיך עס נישט ערלויבן, פארשטייט זיך איך רעדט נישט פון די הלכה שטאנדפונק נאר פון א ריעליסטישע שטאנדפונק איז עסען פלייש און טרינקן וויין אין רוב וועלט א לוקסאָוס

לפי זה איז שווער פארוואס זענען זיי נישט יוצא מצות שמחת יו"ט מיט דעם

שבת אחים » פרייטאג יולי 31, 2015 2:17 pm

· #293116
גערעכט, איך רעדט נישט אריין אין די הלכה חלק, איך האב מיך נאר באצויגן צו דיינע ווערטער:

למעשה, מאכט א טשיקן באדעם פרייליך?.

יהושע חיים » פרייטאג יולי 31, 2015 2:24 pm

· #293118
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
נישט קיין נפקא מינה וואס דער טעם איז אזוי שטייט אזוי דארף מען טיהן אבער בעצם וואלט מען געדארפט צילייגן נאך זאכן פון שמחה אבער אין אזא שוואכע דור לייגט מען נישט צו הלואי שישמרו וכו'

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

קאווע טרינקער » פרייטאג יולי 31, 2015 2:35 pm

· #293121
שוואכע דור??? Wt*?

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 31, 2015 3:19 pm

· #293129
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
קוק אין דער גמרא סוף תענית און אין ב''י תקנ''א. דער יסוד איז אז דער איסור בשר ויין ביים סעודת המפסקת איז טאקע נאר ביי בשר הראוי לשלמים, אבער דער מנהג אשכנז פון ר''ח איז גאר אן אנדערע, און וויבאלד עיקר מאכלינו איז בשר מליח און בשר עוף, האט מען איינגעפיהרט לאיסור. איך זעה נישט אז ס'האט מיט פאנדעמענטעליזם, די ראשונים ברענגען עס להלכה. מ'דארף זיך טוישען ווייל ס'ווילט זיך אזוי?

ירא שמים » מיטוואך אקטאבער 14, 2015 8:57 pm

· #304531
כהאב פריער געלערנט די רש״י אין בראשית וועגן עיבור הנחש שבע שנים , וויל איך וויסען צו די היינטיגע חוקרים זענען שוין צוגעקומען צו דעם ,@אנאנים דו בוסטעך א מומחה אין די זאכן אפשר ווייסט איר ?

בן אדם » מיטוואך אקטאבער 14, 2015 11:37 pm

· #304555
כ'האב געזען א גאנצע שמועס וועגען דעם אבער כ'געדענק נישט ווי. עכ"פ לויט די חוקרים נעמט עס נאר אפאר חדשים.

מבקר » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 12:15 am

· #304557

ירא שמים » פרייטאג אקטאבער 30, 2015 12:56 pm

· #307005
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
וואס איז פשט אז אברהם האט אזוי שטארק מפציר געווען אז סדום זאל נישט חרוב ווערן, וואס טוט זיך מיט באבוד רשעים רינה, ביי די ישמעאלים וואס זענען געהרגגעט געווארן אין מעקא איז געווען דא א היציגע וויכוח, אבער צום סוף האבן אלע מודה געווען אז אויב איז קלאר אז זיי זענען טעראריסטן איז עס א פרייליכע זאך, איז אין סדום זענען דאך אלע געווען רשעים האט אברהם געוואלט אז אין זכות פון צען צדיקים זאל מען לאזן אלע רשעים?!

ישראל קאפקע » פרייטאג אקטאבער 30, 2015 1:11 pm

· #307008
נו, פיר אויס.

ירא שמים » פרייטאג אקטאבער 30, 2015 1:23 pm

· #307010
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
איך פרעג, איך וויל הערן פונ׳ם עולם.

ונבנתה העיר » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 11:11 pm

· #314816
וַיִּפֶן כֹּה וָכֹה וַיַּרְא כִּי אֵין אִישׁ וַיַּךְ אֶת הַמִּצְרִי וַיִּטְמְנֵהוּ בַּחוֹל. זאגט רש"י: וירא כי אין איש - שאין איש עתיד לצאת ממנו שיתגייר.

אויב האט ער איהם למעשה גע'הרג'עט, וועלכע דורות האט ער באטראכט צו זעהן אויב זיי זענען זיך מגייר?

[נאכ'ן ענטפערן: אויב וואלט ער וכו', טראכט נאכאמאהל איבער די קושיא...]

בן אדם » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 11:21 pm

· #314820
בדרך אפשר. אדער האט ער געזען אז ער גייט בכלל נישט האבן קיין קינדער, אדער האט ער שוין געהאט קינדער נאר ער דארף זיי נישט זיין צו הילף ווייל ס'גייט עניוועי נישט ארויסקומען קיין גרים.

נהורא נפישא » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 11:33 pm

· #314823
Why does it say the bones of Yosef when they actually mummified him?

ירא שמים » מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 10:28 am

· #314873
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
ונבנתה, וואס איז שלעכט מיטן תירוץ פון אויב וואלט ער געלעבט וואס וואלט פון אים ארויסגעקומען?

#success » מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 11:15 am

· #314876
ונבנתה, לכאורה גייט דיין שאלה אריין אין די נושא צי א מענטש האט א בחירה.

הקטן » מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 11:28 am

· #314878
בפועל האט ער זיכער נישט געדארפט האבן קינדער - וואו ונבתה האט אנגעמערקט
משה האט געקיקט אויך צו בכח דארף ער אויך נישט האבן קיין קינדער גיירים

נולד מאוחר » דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 12:50 am

· #315012
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
ונבנתה, לאמיר אנעמען דיטערמעניזם, קענסטו נאך אלץ אריינלייגן און א קאמפיוטער זאל דיר אויסרעכנען וויאזוי וואלט געווען די ריזאלטס אויב געשעט x ביי א געוויסע פוינט, און וויאזוי וואלט געווען די ריזאלטס אן x.

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 5, 2016 11:44 am

· #316098
איך האב שוין דא געשריבן דערוועגן בקוצר וועגן דעם ענין פון זיך אויס'טענה'ן מיטן באשעפער, פארט קוועטשט עס מיר נאכאמאל יעדן יאר ביים לערנען חו"ר פרשת שמות וארא,

איז אזוי, דער באשעפער וויל אויסלייזן די אידן פון מצרים, עס איז שוין געקומען די צייט, וגם אני שמעתי את נאקת בנ"י... משה רבינו טענה'ט זיך מיטן רבש"ע, ער וויל נישט גיין צו פרעה, ער זוכט אפיר אלע מיני תירוצים, גיט איבער דעם כיבוד פארן עלטערן ברודער אהרן, אבער דער באשעפער לאזט זיך נישט, ער וויל דוקא משה זאל גיין טראץ די אלע שוועריגקייטן מיטן רעדן, דער מדרש ברענגט נאך צו אז צוליב וואס משה האט געטריי געפאשעט די שאף און איין שעפעלע איז אנטלאפן און משה האט זיך אפגעגעבן דערמיט מיט א געטריישאפט האט מען בוחר געווען אין משה רבינו פאר מנהיג כידוע.

בקיצור, משה האט נישט קיין צוויי ברירות, ער גייט צו פרעה, באווייזט די מופתים מיטן שלאנג וכו', אבער ראה זה פלא, אנשטאט פרעה זאל זיך ברעכן און עס זאל אנהויבן ווערן גרינגער פאר די אידן, איז פונקט קאפויער, ער מאכט זיי מער ענג און שווערער. משה קוקט צו וואס ער האט אנגעווערטשאפט מיט זיין בליץ באזוך ביי דעם פרעה, און עס ווערט אים נישט גוט. עס פארדריסט אים אז ער האט גורם געווען די סיטואציע זאל זיך דערקייקלען ערגער ווי געווען. און אויב איז נאך נישט גענוג געווען זיינע אייגענע גילטי קאנטשעס, האט ער נאך באקומען א פארציע פון די שוטרי ישראל, ווי דער פסוק פארציילט אונז לעצטע וואך, ווען זיי האבן געטראפן משה און אהרן האבן זיי פארגעווארפן "ויאמרו אליהם, ירא ה' עליכם וישפוט אשר הבאשתם את ריחינו בעיני פרעה ובעיני עבדיו, לתת חרב בידם להורגנו..."

משה פלאצט אויס פאר ערגערניש, דער געטרייער מנהיג ישראל וואס איז זיך מצער בצרתן של ישראל – הגם ער אליין האט בכלל נישט געליטן פונעם גלות – קען נישט צוזעהן וואס דא גייט פאר, און ברעכט אויס מיט א געשריי צום באשעפער: "למה הרעות לעם הזה למה זה שלחתני.... ומאז באתי אל פרעה לדבר בשמך, הרע לעם הזה, והצל לא הצלת את עמך..."

און... דער אויבערשטער איז אויפגערעגט אויף משה! דיבר אתו קשות! ער גיט א פסק פאר משה, חבל על דאבדין ולא משתכחין.... יש לי להתאונן על מיתת האבות הרבה פעמים נגליתי עליהם בא-ל ש-די ולא אמרו לי מה שמך, ולא הרהרו אחרי מדותי וכו'... (איך פערזענליך וואלט געווארן שטארק באליידיגט פון אזא פארוואורף...), און משה גייט גאר נענש ווערן דערויף... בלויז פאר דעם חטא ווייל ער האט זיך אויסגע'טענה'ט מיטן רבש"ע פאר אידנ'ס וועגן??? קען מיר איימיצער מסביר זיין וואס דא גייט פאר? אפשר ערגעץ אין די מפרשים קען מען טרעפן א פתרון דערצו?

א מינוט – בעת מען קומט זיך אויפטון מיט אברהם וואס האט אלעס מקבל געווען באהבה, לאמיר זעהן ווי אזוי אברהם האט זיך גע'טענה'ט מיט הקב"ה בעפאר הפיכת סדום. דארט האט מען גערעדט פון רשעים רוצחים ופושעים; דארט האט השי"ת דייקא יא געוואלט חרוב מאכן די שטאט; און אברהם האט גענומען די דרייסטקייט צו זאגן פארן באשעפער, חלילה לך מעשות כדבר הזה! השופט כל הארץ לא יעשה משפט??... איר הערט ווערטער? דאס הייסט ולא הרהרו אחרי מדותי? בכלל, האט דען משה יא מהרהר געווען? ער האט סך הכל געפרעגט השי"ת פארוואס האסטו מיר געשיקט, האסט מיר דאך געזאגט אז דו ווילסט אויסלייזן די אידן, עפעס שטימט נישט דא!

ווי איך האב שוין געשריבן אין די לינק הנ"ל, זעהט מען קלאר אז השי"ת האט יא ליב ווען מען טענה'ט זיך אויס מיט אים, אפילו פאר די אייגענע צער, און אודאי איז חשוב אין הימל ווען מען וויינט פאר א צווייטנס איד צער, גענוי ווי משה האט דא געטון. אלזא, וואס האט משה געטון אזוי ראנג???

שבת אחים » דינסטאג יאנואר 5, 2016 11:46 am

· #316099
אויפן אויבערשטען פרעגט מען נישט קיין קשיות!

בן אדם » דינסטאג יאנואר 5, 2016 11:53 am

· #316102
שבת אחים, די ליינסט דער אשכול???

#סאונייסאוףיו

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 5, 2016 11:55 am

· #316103
[ציטאט אראפגענומען]

די רוגזה פון השי"ת איז נישט געווען אויפן סירוב, נאר אויפן זאגן למה הרעותה, ווי רש"י שרייבט קלאר.

בן אדם » דינסטאג יאנואר 5, 2016 11:59 am

· #316104
די באשעפער האט דאך אויך געזאגט פאר משה פארדעם 'כי לא יתן אתכם' וכו' און 'ואני אחזק את לבו ולא ישלח'.

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 5, 2016 12:14 pm

· #316107
סארי כעלעמער אבער כ'פארשטיי נישט וואס דו ענטפערסט.
משה האט אין ערגעץ נישט געדארפט זיין יעצט. ער האט פולשטענדיג אויסגעפירט זיין שליחות, אבער עס האט געפלאפט.

בן אדם, דיין ענטפער ווארפט א שטיקל ליכט, אבער דאך פון מחזק זיין פרעה'ס הארץ נישט ארויסצושיקן אידן ביזן פארערגערן כלל ישראל'ס מצב און זיין לשיחה בפי הבריות אז דער משה האט אונז אנגעווערטשאפט א סומאטוכע איז גאר א לאנגער וועג.
און עכ"ז, טאר מען שוין נישט זיך אויס'טענה'ן מיטן באשעפער? האט דען אברהם אדער גדעון (בלינק הנ"ל) געטון אנדערש?

געוואלדיג » דינסטאג יאנואר 5, 2016 12:39 pm

· #316120
שמעקי, פרעגסט זייער גוט, און איך האב געזעהן די וואך אין ספר משנה למלך פון ר' אלעזר ריישא'ער ווי ער לערנט אין רש"י הפלא ופלא, אזוי אז דיין קשיא איז נישט נאר נישט קיין קשיא נאר די פשט אין רש"י ממש פארקערט,

אותיות מחכימות
וידבר אלקים אל משה וגו׳ וז״ל רש״י ז״ל דבר אתו משפט על שהקש׳, לדבר, ולומר, והוא כפל לשון, וי״ל כך שמחמת גודל צער של ישראל נשבר לבבו הק׳ של משרע״ה ולטובתם של ישראל אמר לפני הקב״ה זאת מכאב לבבו, ומזה נצמח במרום כביכול כעין זה. מחמת שהצדיק הי׳ שרוי בצער שכן מצינו גבי חורבן כשבא אאע״ה אל מקום המקדש ובכה על גלות בניו הקב״ה בכה עמו, וכן נאמר שהשכינ׳ אומרת קלני מראשי,

ובעת שמשרע׳׳ה הי׳ בשמחה נתעורר במרום ג״כ שמח׳ ועתה כאשר נתפעל משרע״ה מצרות ישראל כל כך עד שהוציא מפיו למה הרעות, אזי כביכול השתתף הוא ית'.

והוא שכפל רש״י ז״ל בלשונו הזהב דיבר אתו משפט ותיבת אתו י״ל אתו ממש כמו עמו כמעט שנוכל לומר שכביכול הוא ית׳ ג״כ אמר כזאת והטעם מחמת שהקש' לדבר ולומר, המכוון מזה נוכל לומר מגודל הצער של משה הי׳ כבד על משה הן בחי׳ דיבור והן בחי׳ אמירה, כמו שמציעים בני אדם בלשונם בעת צר להם מאוד ר״ל מה נאמר מה נדבר, הכלל צער לי מאוד.
כן הי׳ דבריו של משת באמירת למה הדעות כמעט בקוצר רוח ח׳׳ו מאהבת ישראל שאין להעמיק דיבורו בבחי׳ דיבור ובבחינת אמירה.


ודפח"ח.

chusid » מוצ"ש יאנואר 9, 2016 7:10 pm

· #316691
פארוואס האט הקב"ה געגעבן מכות אויכט פאר די ציווילע באפעלקערונג פון מצרים? איז דאס נישט א קאלעקטיווע עונש?

געוואלדיג » מוצ"ש יאנואר 9, 2016 7:21 pm

· #316693
קוק אין מדרש אז אלע מצריים האבן זיך משתתף געווען אין פייניגן די אידן.

chusid » זונטאג יאנואר 17, 2016 10:35 am

· #317743
מכת חושך: אין חדר לערנט מען אונז אז עס איז געווען אזוי טונקל אזש אז מען האט זיך נישט געקענט רירן. איז דא אזא זאך אז טונקעלקייט זאל ווערן פיזישע מאטיריאל?

שמעון וואלף » זונטאג יאנואר 17, 2016 10:36 am

· #317744
פארוואס ביי התרת נדרים (און כל נדרי) קען מען מאכן א מסירת מודעה פאר א גאנץ יאר און די בוטשאטש'ע רב'ס מסירת גילוי דעת לגבי כוונת שמות הקדושים דארף מען זאגן יעדן טאג?
ובכלל פארוואס קען נישט אלעס זיין איין מאל פאר א גאנץ לעבן?

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 17, 2016 11:31 am

· #317755
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/46852">viewtopic.php?p=46852#p46852</a><!-- l -->

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 17, 2016 11:32 am

· #317756
chusid
מכת חושך: אין חדר לערנט מען אונז אז עס איז געווען אזוי טונקל אזש אז מען האט זיך נישט געקענט רירן. איז דא אזא זאך אז טונקעלקייט זאל ווערן פיזישע מאטיריאל?

נאר דאס פארשטייסטו נישט? אלע מכות זענען געווען שלא כדרך הטבע,

ונבנתה העיר » זונטאג יאנואר 17, 2016 3:20 pm

· #317775
אפשר איז דאס אזא סארט מאטריאל וואס דער אבן עזרא דערמאנט:

והנה בים אוקינוס יבא חשך עב שלא יוכל אדם להפריש בין יום ובין לילה ויעמוד זה לפעמים חמישה ימים ואני הייתי שם פעמים רבות.

הקטן » זונטאג יאנואר 17, 2016 6:23 pm

· #317806
chusid
מכת חושך: אין חדר לערנט מען אונז אז עס איז געווען אזוי טונקל אזש אז מען האט זיך נישט געקענט רירן. איז דא אזא זאך אז טונקעלקייט זאל ווערן פיזישע מאטיריאל?

Dark_matter
just kidding

ירא שמים » זונטאג יאנואר 17, 2016 6:26 pm

· #317807
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
chusid
מכת חושך: אין חדר לערנט מען אונז אז עס איז געווען אזוי טונקל אזש אז מען האט זיך נישט געקענט רירן. איז דא אזא זאך אז טונקעלקייט זאל ווערן פיזישע מאטיריאל?

אז די פסוק זאגט אזוי איז דא אזא זאך! כפארשטיי נישט די שאלה… (כפארשטיי גראדע יא…)

שלום על ישראל » זונטאג יאנואר 17, 2016 7:24 pm

· #317808
chusid
מכת חושך: אין חדר לערנט מען אונז אז עס איז געווען אזוי טונקל אזש אז מען האט זיך נישט געקענט רירן. איז דא אזא זאך אז טונקעלקייט זאל ווערן פיזישע מאטיריאל?

כ'@שמעקעדיג, דו ווילסט וויסען אויב ס'איז מעגליך נארטורליך; די מכות זענען געווען סופער-נארטורליך. ביי אונז איז טינקלקייט, פשוט א מאנגל פון ליכטיגקייט. אין מצרים איז אייגענטליך געקומען די סובסטאנס פון טינקעלקייט.

בעריש » דינסטאג יאנואר 19, 2016 5:01 pm

· #318111
chusid
מכת חושך: אין חדר לערנט מען אונז אז עס איז געווען אזוי טונקל אזש אז מען האט זיך נישט געקענט רירן. איז דא אזא זאך אז טונקעלקייט זאל ווערן פיזישע מאטיריאל?


רמב"ן אויפן פלאץ

(כג): וטעם לא ראו איש את אחיו ולא קמו איש מתחתיו -
כי לא היה החשך הזה אפיסת אור השמש שבא שמשם והיה כמו לילה, אבל היה חשך אפלה, כלומר איד עב מאד שירד מן השמים, כי על כן אמר (בפסוק כא): נטה את ידך על השמים, להוריד משם חשכה גדולה נופלת עליהם. והייתה מכבה כל נר, כאשר בכל החפירות העמוקות ובכל מקומות החשך העצום לא יתקיים הנר, וכן העוברים בהרי חשך לא יעמד להם שם הנר ולא האש כלל, ועל כן לא ראו איש את אחיו ולא קמו איש מתחתיו, ואלמלא כן היו משתמשין בנרות, וזהו שאמר הכתוב שלח חושך ויחשך (תהלים קה כח), כי היה שלוח חשך, לא אפיסת אור היום בלבד.

לויט ווי איך האב פארשטאנען דעם רמב"ן דאס מדמה זיין צי חפירות העמיקות אז סאיז געווען ווייניג אקסידזשען אזוי אז מ'האט נישט געקענט אנצינדען קיין ליכט. קענסטי דאס זעלבע מסביר זיין דעם ולא קמו איש מתחתיו, אויך מכוח חוסר אקסידזשען.

בעריש » מיטוואך יאנואר 20, 2016 11:19 am

· #318214
אגב עטליכע ראשונים לערנען אפ דעם ולא קמו איש מתחתיו אלץ א טעכנישער חלק פון די מכה. אז סאיז נישט דא קיין ליכטיקייט קען מען נישט ארום גיין.
דער אבן עזרא אויפן פלאץ זאגט גאר מביתו אז ארויס פון הויז איז מען נישט געגאנגען. דאס הייסט אז און הויז איז איז יא געווען מאוומענט צי טאן די מענטשליכע באדעפענישן.

קל וחומר » מוצ"ש יאנואר 30, 2016 8:59 pm

· #319551
שבת פט: א''ר שמואל בר נחמני א''ר יונתן מ''ד {ישעיה סג-טז} כי אתה אבינו כי אברהם לא ידענו וישראל לא יכירנו אתה ה' אבינו גואלנו מעולם שמך לעתיד לבא יאמר לו הקב''ה לאברהם בניך חטאו לי אמר לפניו רבש''ע ימחו על קדושת שמך וכו'

תענית כז: - מגילה לא: ויאמר ה' אלהים במה אדע כי אירשנה אמר אברהם לפני הקב''ה רבש''ע שמא ח''ו ישראל חוטאים לפניך ואתה עושה להם כדור המבול וכדור הפלגה אמר לו לאו אמר לפניו רבש''ע במה אדע אמר לו קחה לי עגלה משולשת וגו' אמר לפניו רבש''ע תינח בזמן שבית המקדש קיים בזמן שאין בית המקדש קיים מה תהא עליהם אמר לו כבר תקנתי להם סדר קרבנות כל זמן שקוראין בהן מעלה אני עליהן כאילו מקריבין לפני קרבן ומוחל אני על כל עונותיהם:

דער זעלבער אברהם אבינו וואס בעט ביים רבש"ע א גאראנטי שלא יעשה עמהם כדור המבול וכדור הפלגה ענטפערט ווען דער רבש"ע זאגט בניך חטאו לי 'ימחו על קדושת שמך'!?!

גאלד » זונטאג יאנואר 31, 2016 3:33 pm

· #319652
איך עפען א חומש שבת, פרשת בשלח,
זעה איך עפעס א מאדנע מעשה,
די אידן זענען נעבעך געווען דורשטעריק,
זיי נעמען זיך בונטעווען קעגן משה'ן
וואס האסט אונז דא ארויסגעשלעפט פון מצרים אין מדבר מ'זאל מיר אלע אויסגיין פאר דארשט אונז, די קינדער און די רינדער,
אין א פאניק לויפט משה צו הקב"ה איז זאגט עפעס א מאדנע תפלה קצרה, וואס איז צום שטוינען,
די גאנצע תפלה איז זיבן ווערטער.
קוקטס ווערטער
"מה אעשה לעם הזה עוד מעט וסקלוני" (וואס זאלעך טאן מיט די חברה, נאך אביסעלע פארשטיינערן זיי מיך)
וואס פארא מין תפלה איז דאס???
דער עולם גייט דא אויס פאר דארשט,
און דאס גאנצע וואס משה איז מתפלל אז ער זאל אפגעשוינט ווערן פונעם ציושטן המון,

פרייוויליג » זונטאג יאנואר 31, 2016 4:56 pm

· #319662
'ילבוש שחורים ויתעטף שחורים וכו', איז מען אמאל געגאנגען נישט שווארץ אז מען זאל זיך מתעטף זיין שחורים? אויב נישט דאן וואס איז די רבותא פון די ילבוש שחורים, מיר גייען דאך אלע מיט די פינסטערע דיפרעסטע שווארצע קאליר, אתמהה?

טמיר » זונטאג יאנואר 31, 2016 5:38 pm

· #319668
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
ס'איז א דבר ברור אז בזמן התלמוד איז מען נישט געגאנגען מיט בגדים שחורים ויש כמה ראיות לזה ואכמ"ל. נאר משום ירידת הדורות איז יעדער מקיים דעם ילבש שחורים ויעשה מה שלבו חפץ...

פרייוויליג » זונטאג יאנואר 31, 2016 5:44 pm

· #319670
טמיר
ס'איז א דבר ברור אז בזמן התלמוד איז מען נישט געגאנגען מיט בגדים שחורים ויש כמה ראיות לזה ואכמ"ל. נאר משום ירידת הדורות איז יעדער מקיים דעם ילבש שחורים ויעשה מה שלבו חפץ...

אט אזוי

א חידוש גאר, שווארץ מאכט דעם מענטש אויסזען מער Intelligent

ונבנתה העיר » דאנערשטאג פעברואר 4, 2016 2:23 pm

· #320240
נו, ס'גייט דאך משפטים אויף די וועלט.

רש"י ב"ק ו' ע"ב: מאי שנא בור שכן הזיקו מצוי. שדרך שנופלין שם בהמות. ואי קשיא הא מילתא דאמרן לעיל דרגל הזיקה מצוי ולא בור, לאו פירכא היא, דבור הזיקו מצוי אבל אינו מצוי כ''כ כי רגל שכל שעה היא מהלכת.

פארשטיי איך מיר נישט, 'בור' איז ווען א בהמה פאלט אריין אין א בור, 'רגל' איז ווען א בהמה צוטרעט עפעס - למשל כלים.

ביי ביידע פון זיי געשעהט די היזק ווען ביידע פארטיס טרעפן זיך, בור-בהמה/בהמה-כלים, ביי ביידע פון די צירופים שטייט איינער אויפן פלאץ און דער צווייטער גייט, איז וויאזוי קען זיין אז רגל איז מער מצוי פון בור?

(@פארוואס? @געפילטע פיש)

געוואלדיג » דאנערשטאג פעברואר 4, 2016 2:38 pm

· #320241
ווייל עס געפונען זיך אויפן גאס מער זאכן וואס קענען ווערן ניזוק, ווי בורות וואו א בהמה קען אריינפאלן.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג פעברואר 4, 2016 2:54 pm

· #320242
כ'הער, ויש לדון.

אין רש"י גייט עס אבער זייער שווער אריין.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג פעברואר 4, 2016 2:58 pm

· #320243
ועוד, לכאורה רעכענט זיך עס ווען עס איז שוין דא א בור, מען רעכענט דא מצד דעם בעל הבור: ווי מצוי איז אז דיין בור זאל ברענגען א היזק.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16