שואל כענין - קושיות ותמיהות
789 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #356
רש"י קטנתי
רש"י לייגט אראפ פשוט פשט אז ער האט מורא וויל ער האט פארלוירן זכותים מכל החסדים. אבער רש"י זאגט לכן אני ירא ווייל אפשר האט ער געזינדיגט , די ש"ח מיטשעט זיך ווי סקומט אריין. אבער איך פארשטיי נאך אלץ נישט ווי סקומט אריין דא ווייל זיין פוינט איז פשוט די פארלוסט פין חסדים. איינער פארשטייט?
פריסת שלום לאשה
איך בין ממש אן עם הארץ אינעם נושא.
איך בין זייער תמימות'דיג און איך בין ערשטוינט געווארען יעצט ביי א פארטי ווי כ'האב געזען וויאזוי מאדערענע ( אבער ערליכע ) מענטשן געבן די הענט פאר פרויען געהעריג. איז דאס אסור אדער מותר ע"פ שלחן ערוך?
chusidאיך בין ממש אן עם הארץ אינעם נושא.
איך בין זייער תמימות'דיג און איך בין ערשטוינט געווארען יעצט ביי א פארטי ווי כ'האב געזען וויאזוי מאדערענע ( אבער ערליכע ) מענטשן געבן די הענט פאר פרויען געהעריג. איז דאס אסור אדער מותר ע"פ שלחן ערוך?
איך בין אויך זייער תמימות'דיג און איך קען נישט קיין שפיצלעך און דריידלעך אין הלכה. אבער אזויפיל ווייס איך, אז אלע מאדערנע וועלכע האבן געגעבן די הענט פאר פרויען זענען נישט קיין ערליכע אידן. נישט קיין חילוק וואס זייער פארענטפערונג איז. אז זיי האבן נישט אנגענומען די חומרא. ווייל דאס איז נישט קיין חומרא. נאר א הלכה. ס'איז דא זייער ווייניג אויסנאמס פאלן וואו מ'מעג (בדיעבד) געבן די הענט פאר א פרוי (מניעת חילול השם, למשל...!)
ר' משה פסק'נט אז מ'מעג גיין אויף א אטאבוס אויב מ'גייט אנרירען פרויען בשעת משטופט זיך, אפ' אויב ס'איז א גיוו-אין אז ס'גייט זיכער געשען, די נקודה איז אייביג טאמער סאיז לשם הנאה/תאווה.
אגב איך האב שוין געפרעגט גאר אסאך אינגעלייט טאמער זיי זענען אמאל נכשל געווארען, און כ'האב געהערט זייער ווייניג 'ניינס'. סא די חוליק איז אז די מאדערענע האט כאטש ר'משה מיטוואס אקעגן גיין בי''ד של מעלה..
כמעט זיכער אז ר' משה 'אסר'ט' צו געבן די האנט פאר א פרוי אפי' שלא לשם חיבה.
שטימט נישט דיין צושטעל.
הגם שיש מתירים.
די דתי לאומי חברה אין א"י געבן אלץ די הענט אויף טי ווי ווענט ס'קומט אויס
לא להנאת גופיר' משה פסק'נט אז מ'מעג גיין אויף א אטאבוס אויב מ'גייט אנרירען פרויען בשעת משטופט זיך, אפ' אויב ס'איז א גיוו-אין אז ס'גייט זיכער געשען, די נקודה איז אייביג טאמער סאיז לשם הנאה/תאווה.
אגב איך האב שוין געפרעגט גאר אסאך אינגעלייט טאמער זיי זענען אמאל נכשל געווארען, און כ'האב געהערט זייער ווייניג 'ניינס'. סא די חוליק איז אז די מאדערענע האט כאטש ר'משה מיטוואס אקעגן גיין בי''ד של מעלה..
נכשל ווערן קען מען אינדערהיים ביים ארויסקוקן פון פענסטער אויך, פון דארט ביז שאפן איסורים איז פאלג מיר א גאנג. ע"פ הלכה איז נאר נגיעה של חיבה אסור, ווען איך וויל ארויסווייזן חיבה פאר איינעם טוה איך עס געווענליך נישט דורך שאקלען די הענט. און צו מיינע חברים, אויב האט איר סעקסואלע מחשבות ביים מיר געבן די הענט, כ'קען אייך נישט אפהאלטן דערפון אבער ביטע זאגט מיר נישט דערוועגן ס'זאל מיר נישט זיין אומבאקוועם ווען איר גיבט מיר די הענט. א דאנק.
שוואכע סברא געפילטע.
ווער האט דיר געגעבן די כלי מדה וואס חבה מיינט, און אז איך האג מיין חבר ביי א שמחה מיינט אז איך מעג האגן פרויען?
בקיצור, סאיז א דבר התלוי בשיקול הדעת ויתכן סזאל זיך אריינגנבען א הרהור של חיבה ביים שאקלן די האנט פון א פרוי, אזוי האבן אנגענומען רוב גדולי הפוסקים אנדערע זענין מקיל והמחמיר באבזירהו דגילוי עריות תבוא עליו ברכה.
[ציטאט אראפגענומען]
אזוי ווי א אידישע פרוי ווערט גערופן ישראלית.
[ציטאט אראפגענומען]
ס'איז דא א גמרא אדער א מדרש וועלכער זאגט די זעלבע זאך. אז מרדכי הצדיק, כאטש ער האט געשטאמט פון שבט בנימן, ווערט ער דאך אנגערופן "איש יהודי". דאס איז ווייל ער האט געלייקנט אין די עבודה זרה פון המן. פארדעם ווערט ער אנגערופן יהודי...!
אנאנים: דו הייסט טאקע אנאנים. אבער איך בין באמת א גראדע מעכעלע. איך וועל דיר זאגן דעם אמת אז איך האב דיר נישט וואס צו זאגן. סתם ארומטענה'ן האט נישט קיין פירוש... סאו זיי מיר געזונט און האב א גוטע נאכט... 😂
היינט אין דף היומי זעהן מיר אין תוס' א חידוש אז רבקה איז געווען דרייצן יאר אלט ביי די חתונה
אונז געדענקן אלע מגירסא דינקותא די רש"י עה"ת אז רבקה איז געווען דריי יאר אלט ביי די חתונה
ווי רש"י שמועסט אויס אז די המתין לה עשר שנים שתהא ראוי' להוליד וכו'
מיר איז שווער געווען פארוואס האט ער געדארפט ווארטן 10 יאר, די גמרא אין יבמות יב ברענגט דאך אז א גדולה בת יב שנים איז שוין ראוי לילד
וואלט ער נאר געדארפט ווארטן 9 יאר, וצע"ג.
יין שרף📎 IMG_20141128_153816.jpgאויב איז למעשה געווען סבור לבא על זו ועלה על אחרת, איז עס נישט "בני תמורה" איינע פון די בני תשע מדות? ראובן איז דאך געווען ראשית אונו, וואס די גמרא דאכט זיך רופט אן ממזרים ואינם ממזרים? וה' יאיר עיני.
דער אור החיים הק' איז פארנומען מיט דעם. [ועי' בדבריו בפר' ויחי].
כוכבשוואכע סברא געפילטע.
ווער האט דיר געגעבן די כלי מדה וואס חבה מיינט, און אז איך האג מיין חבר ביי א שמחה מיינט אז איך מעג האגן פרויען?
בקיצור, סאיז א דבר התלוי בשיקול הדעת ויתכן סזאל זיך אריינגנבען א הרהור של חיבה ביים שאקלן די האנט פון א פרוי, אזוי האבן אנגענומען רוב גדולי הפוסקים אנדערע זענין מקיל והמחמיר באבזירהו דגילוי עריות תבוא עליו ברכה.
די איסור נגיעת חיבה בערוה איז נישט מחשש הירהור, נאר לויטן רמב"ם גייט עס אריין אין לא תקרבו לגלות ערוה, אזוי ליגט מיר אין קאפ הגם איך האב נישט די ספרים יעצט פאר מיר, אויב מחמת הרהור קענסטו אסר'ן אסאך אנדערע זאכן, ואטו כי רוכלא. נגיעה של חיבה איז נגיעה של חיבה, און די כלי מידה האט מיר די תורה געגעבן, די זעלבע תורה וואס גלייבט מיר אז ביי ואהבת את ה' אלוקיך ווייס איך וואס מיינט אהבה, גלייבט מיר אויך אז איך ווייס וואס חיבה מיינט.
המחמיר תע"ב מאכט אויך נישט קיין איסורים, ווילסט מחמיר זיין פאר זיך? כל הכבוד, אבער ס'ווערט פארדעם נישט אסור.
[ציטאט אראפגענומען]
איז אפשר מעגליך אז ארץ יהודה האט אזוי געהייסט נאך פאר יהודה איז געבוירן געווארן?
ירח בן יומוהיינט אין דף היומי זעהן מיר אין תוס' א חידוש אז רבקה איז געווען דרייצן יאר אלט ביי די חתונה
אונז געדענקן אלע מגירסא דינקותא די רש"י עה"ת אז רבקה איז געווען דריי יאר אלט ביי די חתונה
ווי רש"י שמועסט אויס אז די המתין לה עשר שנים שתהא ראוי' להוליד וכו'
מיר איז שווער געווען פארוואס האט ער געדארפט ווארטן 10 יאר, די גמרא אין יבמות יב ברענגט דאך אז א גדולה בת יב שנים איז שוין ראוי לילד
וואלט ער נאר געדארפט ווארטן 9 יאר, וצע"ג.
אפשר איז עם געווען אומבאקוועם חתונה צו האבן מיט א בעיבי?
לאמיר עס פארשטעלן אזוי. אלץ עלטערע בחור האב איך געדארף ל״ע דורך גיין א מיינער סורדשערי. הארט פארן אריינפירן אין אפערעיטינג רום (ווען מען פילט אטאמאטיש שוין אז אט אט שלאפט מען איין) האט מיר די הויפט נורס/שיקסע געבעטן מיינע פיילס וואס איך האב געהאלטן. איך האב געמיינט אז זי געבט מיר די הענט אזוי העפליך (ניין! בכלל נישט העפליך געווען יענע רשענטע דארט. און וויסן זאל זי אז ביהיינד היר בעק האבן איר אלע דאקטוירים צאם-געשאלטן...) און איך האב איר נישט געוואלט צוריקווייזן, ספעציעל ווען איך ווייס אז באלד בין איך ביי איר אינטערן מעסער... דארף איך א תשובה טוהן דעראויף אדער נישט??
רמב"ם פרק כ"ד באיסורי ביאה: "כל הבא על ערוה מן העריות דרך איברים או שחבק ונשק דרך תאוה ונהנה בקרוב בשר הרי זה לוקה מן התורה", אויב איז דאס געווען דרך תאוה והנאת קירוב בשר האסטו עובר געווען לויטן רמב"ם, טאמער נישט, נישט. ווי אויך זעט מען מערערע מאל אין חז"ל ווי תנאין ואמוראים האבן נוגע געווען און מ'זעט נישט אז מ'זאל פרעגן וויאזוי זיי האבן געמעגט.
רמ"פ האט אויך מתיר געווען בכגון דא ווען זי איז מושיט איר האנט, מ'סתמא איז די זעלבע ווען דו מיינסט אז זי האט מושיט געווען, די תורה פאדערט דאך נישט צו זיין א יודע מחשבות.
מחלוקת יש מזל בישראל או אין מזל בישראל
אין מסכת שבת איז דא א מחלוקה צו יש מזל בישראל אדער נישט, נאכן דורך לערנען תוס' ע"פ המהרם קומט אויס אז כו"ע מודו אז בעצם איז אלעס מזל נאר די מחלוקה איז צו דורך אסאך תפלה קען מען פארקירווען די מזל. לכאורה קוקט אויס אז ס'איז דא א מוסג אז נאטורליך פירט זיך עפעס די וועלט דורך מזל, און איך האב געזען נאכברענגען פון ספר מנחת ערב פונעם בעל שמן רוקח אז אין די פעלער (הסרת השגחה) איז דאס אפילו נישט נחשב פאר נכיון עווונות, וואו אזוי פארשטייט מען דאס?
chusidאין מסכת שבת איז דא א מחלוקה צו יש מזל בישראל אדער נישט, נאכן דורך לערנען תוס' ע"פ המהרם קומט אויס אז כו"ע מודו אז בעצם איז אלעס מזל נאר די מחלוקה איז צו דורך אסאך תפלה קען מען פארקירווען די מזל. לכאורה קוקט אויס אז ס'איז דא א מוסג אז נאטורליך פירט זיך עפעס די וועלט דורך מזל, און איך האב געזען נאכברענגען פון ספר מנחת ערב פונעם בעל שמן רוקח אז אין די פעלער (הסרת השגחה) איז דאס אפילו נישט נחשב פאר נכיון עווונות, וואו אזוי פארשטייט מען דאס?
לפענ"ד: איז עס אזוי ווי די גמ' זאגט אין מס' בבא מציעא (און נאך אנדערע פלעצער) "הכל בידי שמים, חוץ מצינים, פחים. שנאמר. צנים פחים בדרך עקש". איז אויב א מענטש לייגט זיך בידיים אריין אין א פח, אין א צייט וואס ער וואלט עס געקענט אויסמיידן, אויך מצד ההגיון, איז ער זיך אליין שולדיג...!
יעדעס יאר חנוכה דאס זעלבע זאך.
מיינע קינדער זעצען זוך ארום קוקען אויף לעכט צי באקומען הייליגע אויגן.
האט דאס א מקור?
וואס מיינט הייליגע אויגן, וואס זענען די מעלות דערפון?
וואס איז דו מעלה פון קוקן אויף לעכט?
דו האסט שוין אן אלטע שוואכקייט (....) צו וועלן וויסן מקורות, קוק נאר אין דיין הודעות היסטארי,
וואס איז אייגענטליך אזוי שווער צו פארשטיין?
אז מען קוקט אויף הייליכע זאכן ווערן די אויגן - ווי אויך דער גאנצער גוף - נתקדש, וכן להיפך ח"ו. מקורות אויף דעם זענען צאללאז.
בכלל שטייט דאך אז קוקן אויף א דבר שבקדושה איז מושך אן אור קדוש אויפן מענטש. פוק חזי וויפיל אידן זענען מקפיד אריינצוקוקן אין ס"ת ווען מען גייט הגבה.
הנרות הללו קודש הם. זיי זענען הייליג! עניטיים אזוי הייליג ווי א גרויסע רבי.
ואין לנו רשות להשתמש בהם, אלא 'לראותם' בלבד. קוקן, און נאכאמאל קוקן. דער אור הקודש, אדער אור הגנוז ווערט נמשך און איז משפיע אויף דיר.
דו שפירסט עס נישט? איך אויך נישט. מיר האבן א פארגרעבטן גוף. אבער די נשמה האט זיכער א נוצן דערפון.
שמעקעדיגדו שפירסט עס נישט? איך אויך נישט. מיר האבן א פארגרעבטן גוף. אבער די נשמה האט זיכער א נוצן דערפון.
ג"א מצרף זייער גוט געזאגט
תורה און מצות איז פאר מיר איז א שכלדיגע זאך.
וויל איך וויסען אויב דאס פיט אריין אין מיין תורה.
כווייס סאיז דא א מהלך אין אידשקייט ענדליך צי תהילים כולל.
לויט יענע מהלך איז יתכן אז קוקן אויף רעטעך האט אויך א השפעה אויף די נשמה.
גמ' זאגט [דאכטזעך שבת כ''ג:] 'הרגיל בנר' הוויין ליה בנין תלמידי חכמים. וואס מיינט הרגיל? סתם צינדען? ווער צינד נישט [און מיר האבן דען ת''ח?]? אויך וואלט געדאפט שטיין 'המדליק נר', אלא מאי הרגיל מיינט נישט סתם צינדען. וואס דען?? מ'מיינט זיכער מער ווי צינדען און גיין -נוסח ליטא\אליאשיב- נו, וואס נאך קען מען טון מוט די לעכט מער ווי צינדען? כ'זאל עס קושען? אדער אפשר אנטאפען? אתמהה.
אלא מאי, פשוט פשט, ע''כ מיינט מען קוקען. הרגיל בנר הייסט אריין קוקען טיף אינעם נר. ס'מיז דאך זיין פשט.
וכן צ''ל בהא דאיתא כל האומר אשרי וכו' יש לו תלק לעוה''ב, שע''כ אינו כפשוטו, אלא ש'אומר' היינו 'אמירה אמיתית' אמירה כדבעיה...
דאס איז סתם געהאקט א טשייניק עס מיינט זיכער נישט קוקן אויף די לעכט.
אויב עפעס מיינט עס הויכע לעכט גוטע קוואליטעט שמן זית גוטע קוואליטעט קנויטן דברים גשמיים!
שמעקעדיגדו האסט שוין אן אלטע שוואכקייט (....) צו וועלן וויסן מקורות, קוק נאר אין דיין הודעות היסטארי,
וואס איז אייגענטליך אזוי שווער צו פארשטיין?
אז מען קוקט אויף הייליכע זאכן ווערן די אויגן - ווי אויך דער גאנצער גוף - נתקדש, וכן להיפך ח"ו. מקורות אויף דעם זענען צאללאז.
בכלל שטייט דאך אז קוקן אויף א דבר שבקדושה איז מושך אן אור קדוש אויפן מענטש. פוק חזי וויפיל אידן זענען מקפיד אריינצוקוקן אין ס"ת ווען מען גייט הגבה.
הנרות הללו קודש הם. זיי זענען הייליג! עניטיים אזוי הייליג ווי א גרויסע רבי.
ואין לנו רשות להשתמש בהם, אלא 'לראותם' בלבד. קוקן, און נאכאמאל קוקן. דער אור הקודש, אדער אור הגנוז ווערט נמשך און איז משפיע אויף דיר.
דו שפירסט עס נישט? איך אויך נישט. מיר האבן א פארגרעבטן גוף. אבער די נשמה האט זיכער א נוצן דערפון.
איך וויל אבער וויסן אויב בעפאר חסידות איז אראפגעקומען אויף דעם וועלט, ווען חנוכה איז נאך געווען א יום טוב פאר אן אמאליגע נס אנשטאט א זמן ווען אורות קומען אראפ למטה מעשרה און ס'ווערט די גמר חתימה טובה, אויב דעמאלס איז אויך געווען אן ענין צו קוקן אויף די לעכט.
צדקת ר' מאיר בעל הנס
ווער איז מחליט און וואס זענען די פארשריפטן אז א געוויסער צדקה זאל באקומען די טיטול אלס "צדקת רמבעה"נ" מיט אירע אלע סגולות?
וואס איז די פראצעדור,
ברויך עס זיין דורך א בי"ד של ע'?
איז דא א waiting period
מעג נאר זיין א באגרעניצטע צאל,
וויזוי ארבעט דאס
קודם וועסטו אודאי מסביר זיין וואס פאר א גוט יאהר מיינט דאס בכלל צדקת ר"מ בעל הנס, אנטיגנוס איש סוכו איז עפעס א קטלא קניא?
ווייס איך אויך נישט,
מאנכע טענה'ן אז ס'א טעות גמור מתחלה,
זיי טענה'ן אז ס'שטאמט פון דעם אז כידוע איז דער רמב"ן ארויפגעפארן קיין ארץ ישראל, האט ער מייסד געווען א צדקה קופה, וואס מ'האט שפעטער גערופן קופת רמב"ן,
האבן טייל געמאכט א פארדריסליכע טעות און עס אויסגעטייטשן ר'בי מ'איר ב'על נ'ס,
אבער לאמיר אנעמען אז ס'האט יא א מקור,
ווי נישט ווי די חסידים און ספרדים זענען שוין דורי דורות זייער פארגלייבט דערין,
כ'געליינט לעצטענס אז ר' איציקל מפשעווארסק,
פלעגט אין צייטן וואס ער האט נישט געהאט ממש קיין לחם לאכול לפרנס ביתו,
איז אבער דער רמבעה"נ פושקע געווען געשוואלן פון געלט,
בקיצור וויזוי ווערט א קופה געקרוינט אלס "צדקת רמבעה"נ"
יעדער צדקה פון ארץ הקודש איז צדקה פון רבי מאיר בעל הנס.
אין מדינות רוסיא פרייסין ליטא וואהלן פוילן גאליציע אונגערין זיבענבערגן אמעריקא ועוד, האט מען זייער געוואלט פראמאטען די אידן זאלן זיך באזעצן אין ארץ ישראל, האבן זיי געמאכט קאמפיין'ס אז מען זאל שטיצן די אידישע יישוב אין ארץ ישראל.
כדי צו ציען סאפארט פון די חסידים האבן די רבי'ס געוועלטיגט אויף די קופות. ממילא איז עס געטיילט געווארן די חלוקות לויט די יוצאי פון יענע מדינה. איז געווארן אלץ קריגערייען פון צוויי פראנטן, מצד די נותנים מי בראש, און מצד די מקבלים איז געווען וויאזוי מען טיילט, פאר וועם יא אין וועם נישט, וויפיל זאל יעדער באקומען. לכן איז יעדער געגנט ווען זיי האבן איינגעזען אז זייער לאנד ווערט נישט ריכטיג רעפרעזענטירט האבן זיי געמאכט אן אייגענע ר' מאיר פושקע.
נח צדיק לפי דורו
איך האב פונקט יעצט אריינגעבלאנזשעט אין פרשת נח איז מיר שווער געווארען וואס איז פשט (לויט איין פשט אין רש"י) אז נח איז געווין א צדיק לפי דורו אבל בדורו של אברהם לא היה נחשב לכלום?האט ער געטוען די בעסטע לפי כחו-איז ער א צדיק אפילו יארן פריער האט מען געקענט מער.... האט ער נישט גוט גיטוען- איז דאס אז די גאנצע דור איז אויכט שלעכט מאכט דיר נישט צדיק,, 2 ראנגס דאזענט מעיק 1 רייט.
"לא יבוא עמוני ומואבי בקהל ה', גם דור עשירי לא יבוא להם בקהל ה' עד עולם; על דבר אשר לא קידמו אתכם בלחם ובמים בדרך בצאתכם ...
עמוני ומואבי ולא עמונית ומואבית דרכו של איש לקדם אין דרכה של אשה לקדם (יבמות ע"ו).
שטעלט זיך די קושיא אזוי: מילא דאס ערשטע דור זענען נקיבות נישט באשטראפט געווארן ווייל ס'איז נישט די סדר לקדם, אבער די קומענדיגע ניין דורות פלאס, איז אזוי; אויב שטראפט מען א קינד פאר די עלטערנ'ס עבירות, וואלט א טאכטער פון אן עמוני פונקט אזוי געדארפט זיין אין כלל, ווי אזוי איז דער אין דרכה לקדם איר פוטר? זי איז בכלל נישט געווען דארט ס'זאל מאכן א נפק"מ, זי ליידט פאר איר טאטנ'ס זינד פונקט ווי די זכרים אייניקלעך.
קען זיין אזוי. באמת איז שווער פארוואס די קינדער ווערן בכלל באשטראפט, לא ימתו אבות על בנים ובנים לא ימתו על אבות? מוז זיין אז דאס איז נישט קיין שטראף פאר די קינדער נאר וויבאלד זיי האבן שלעכטע מידות באלאנגן זיי נישט אין כלל ישראל. וויבאלד די שלעכטע מדות האט זיך נאר ארויסגעוויזן ביי מענער, קענען פרויען זיך יא מגייר זיין
chusidאיך האב פונקט יעצט אריינגעבלאנזשעט אין פרשת נח איז מיר שווער געווארען וואס איז פשט (לויט איין פשט אין רש"י) אז נח איז געווין א צדיק לפי דורו אבל בדורו של אברהם לא היה נחשב לכלום?האט ער געטוען די בעסטע לפי כחו-איז ער א צדיק אפילו יארן פריער האט מען געקענט מער.... האט ער נישט גוט גיטוען- איז דאס אז די גאנצע דור איז אויכט שלעכט מאכט דיר נישט צדיק,, 2 ראנגס דאזענט מעיק 1 רייט.
יתכן אז - לויט דער דורשין לגנאי - אז נח האט טאקע נישט געדינט דעם אייבישטן בכל יכלתו, נאר היות דער אייבישטער האט דאך געוואלט אז די וועלט זאל האבן א קיום, און נח איז קעגן בני דורו געווען דער בעסטער, האט ער בע"כ איהם געמוזט פארעכענען אלס דער צדיק לגבי דעם אז ער העט ניצול ווערן און ווייטער ממשיך זיין דער קיום העולם, אבער אויב וואלט דער מבול געווען בדורו של אברהם וואלט אברהם ניצל געווארן אין נח וואלט אויך נאבד געווארן,
מאטי"לא יבוא עמוני ומואבי בקהל ה', גם דור עשירי לא יבוא להם בקהל ה' עד עולם; על דבר אשר לא קידמו אתכם בלחם ובמים בדרך בצאתכם ...
עמוני ומואבי ולא עמונית ומואבית דרכו של איש לקדם אין דרכה של אשה לקדם (יבמות ע"ו).
שטעלט זיך די קושיא אזוי: מילא דאס ערשטע דור זענען נקיבות נישט באשטראפט געווארן ווייל ס'איז נישט די סדר לקדם, אבער די קומענדיגע ניין דורות פלאס, איז אזוי; אויב שטראפט מען א קינד פאר די עלטערנ'ס עבירות, וואלט א טאכטער פון אן עמוני פונקט אזוי געדארפט זיין אין כלל, ווי אזוי איז דער אין דרכה לקדם איר פוטר? זי איז בכלל נישט געווען דארט ס'זאל מאכן א נפק"מ, זי ליידט פאר איר טאטנ'ס זינד פונקט ווי די זכרים אייניקלעך.
די גמרא פרעגט דאך שוין די סתירה צווישן פוקד עוון אבות על בנים און ובנים לא יומתו על אבות, איש בחטאו יומתו, און פארענטפערט אז התם כשאוחזין מעשה אבותיהן בידיהן. קומט דאך אויס אז אויב איז דאס קינד נישט קיין רשע ווערט ער נישט נענש, טא וואס איז מען מעניש צען דורות פון עמונים ומואבים?
גייט נישט די גמרא ארויף בלויז אויף אידן?
אין חת"ס שטייט בעצם די זעלבע תירוץ ווי שמעון וואלף האט געוואלט זאגן נאר אביסל מער מאטאפיזיש.
מאטיגייט נישט די גמרא ארויף בלויז אויף אידן?
כ'האב אויך געטראכט אזוי, אבער ממה נפשך, אויב איז דאס יושר אז מ'זאל נישט מעניש זיין א קינד פארן טאטנ'ס זינד, אזא טוביה חטא וזינגיד מינגיד, דעמאלס איז דאס הקב"ה זיך נוהג מיט ישרות מיט יעדן, נישט נאר מיט אידן, להגיד כי ישר השם, שטייט נישט נאר מיט אידן. ווילסטו מיר זאגן אז בעצם מן הדין קומט זיך יא מעניש צו זיין אומשולדיגע קינדער נאר ביי אידן טוט דער באשעפער לפנים משורת הדין און איז נישט מעניש קינדער? ס'מיר שווער צו זאגן אזוי.
איך זע נישט ווי אזוי די יושר ראציע צווישן אידן/נישט אידן ווערט גלאט מיטן גלייכבארעכטיגן דאס ענין פון באשטראפן קינדער פאר די עבירות פון עלטערן. ס'איז דא צענדליגער אנדערע פעלער ווי די תורה מאכט בפירוש'ע חילוקים.
ולנכרי תשיך, עבד כנעני, גוי ששבת, ועוד.
איך קום נישט דא פארענטפערן אלע כביכול מאראלישע פראבלעמען מיט די תורה, הרבה קולמסין כבר נשתברו על זה, ואכ"מ, איך רעד נאר פון מעניש זיין קינדער על אשר לא קידמו אבותיהם. אלע אנדערע זאכן ווי עבד כנעני איז נישט ווייל דער איד איז עפעס מער ווי דער נכרי, נאר פשוט ווייל די תורה רעדט צו אידן, אז די מענטשען נאנט צו זיי, זייער איינגענע פאלק, זאלן זיי געבן פרעפערענטיאל טריטמענט. ווען די תורה וואלט ווען גערעדט צו די פראנצויזן וואלט די תורה געזאגט אז א פראנצויזישע קנעכט דארף באקומען בעסערע טריטמענט. נכרי מיינט א פרעמדער.
חב"ד דידן נצח ניגון
איך האב פונקט יעצט געזען די קליפ פון די טענצעריי ביים געוואונען די קארט איבער די לייבערי, די ווערטער אינעם ניגון קוקט אויבן אויף אויס זייער נישט תוכנדיג , we won we won וואס איז געווען פשט אין די השקפה דערין? וואס איז דאס "דידן"? מיר זענען גארנישט אלעס איז אייבערשטער...
דאס איז א לשון המדרש לגבי די ד' מינים אז ס'ווייסט נאך די הייליגע טעג אז "דידן נצח"
נפש בהמה וחיה
ח"כ שלי יחמינוביטץ (עבודה) האט ארויסגעשטעלט א פאוסט אויף פעיסבאק ווי זי געט א רירענדע הספד אויף איר כלב וואס איז געשטארבען די פארגאנגענע פרייטאג, בין הדברים זאגט זי אז ווען זי פלעגט שלאפן פלעגט זי אויסקוקן ווי זי שפאצירט ארום אונעם עולם הניצחי פון די חיות, דערנאך טוט זיך א יהי זכרה ברוך געוואונטשאכט'ס.
האב איך געקלערט צו מיר צו ס'איז דא אזא זאך ווי נצחיות ביי חיות, אפילו נצחיות פון א גוי בין איך נישט קלאר וואס דאס מיינט אבער האט א כלב נצחיות? פון איין זייט זע איך אז א חיה קען זיין א גלגול פון א מענטש, מיינט דאס אז א יעדע חיה האט עפעס א נפש ?
יעדער זאך האט נצחיות. נאר נישט ווי עס זעט אויס יעצט. דהיינו די חיות/דבר השם וואס איז מחיה יעדער זאך איז חוזר אל המקור און דארט איז נצחיות. דאס איז די מטרה פון יעדער זאך אז עס זאל זיך צוריק קערן צום מקור.
רש"י ברענגט אז משה רבינו האט ניש געשלאגן די ערד צוליב הכרת הטוב וואס די ערד האט איהם געראטעוועט ביי ויטמנהו בחול.
שטעלט זיך די שאלה, לכאורה איז ער נישט געראטעוועט געווארן דארך דעם, דתן און אבירם וואס האבן צו געזען האבן גלייך פארציילט פאר פרעה, און ער האט געמוזט אנטלויפן, אויב אזוי וועלעכע הכרת הטוב איז ער שולדיג פאר די עפר, וצ"ע.
ירח בן יומורש"י ברענגט אז משה רבינו האט ניש געשלאגן די ערד צוליב הכרת הטוב וואס די ערד האט איהם געראטעוועט ביי ויטמנהו בחול.
שטעלט זיך די שאלה, לכאורה איז ער נישט געראטעוועט געווארן דארך דעם, דתן און אבירם וואס האבן צו געזען האבן גלייך פארציילט פאר פרעה, און ער האט געמוזט אנטלויפן, אויב אזוי וועלעכע הכרת הטוב איז ער שולדיג פאר די עפר, וצ"ע.
פאר די 24 שעה ביז דתן און אבירם האבן פארציילט, איז משה געווען רוהיג אז קיינער ווייסט נישט צוליב ויטמנהו בחול.
כי אני הכבדתי את לבו ואת לב עבדיו. צום ערשטן מאל טרעפן מיר אז הקב"ה האט אויכעט שווער געמאכט און פארהארטעוועט די הארץ פון די קנעכט.
אבער לפלא אפאר פסוקים שפעטער טרעף מיר ווי פרעה האט זיך גע'עקשנ'ט נישט ארויסצושיקן די אידן, און זיינע קנעכט האבן אנהויבן זיך דינגען מיט אים, ויאמרו עבדי פרעה אליו עד מתי יהי' זה לנו למוקש שלח את האנשים וגו' הטרם תדע כי אבדה מצרים, אזוי האבן זיי געלייגט פרעשור אויף אים עד כדי כך אז ער האט שוין מסכים געווען צו פארהאנדלען מיט משה מי ומי ההולכים.
למעשה האבן די קנעכט אויך באקומען א כבדות הלב ווי פרעה אדער נישט?
דאכט זיך מיר אז דעם מלבי"ם זאגט (אדער אן אנדערע מפרש) אז די ערשטע 5 מכות האבן די חרטומים און עבדים שווער געמאכט זיין הארץ אבער פון מכת שחין וואס עס שטייט אז ולא יכלו חרטומי מצרים לעמוד לפני משה זיי האבן שוין נישט געקענט מחזק זיין פרעה נאר פארקערט זיי האבן פראבירט איהם אפרעדן האט השי"ת מכביד געוען נאר לב פרעה אנטקעגן די ווילן פון זינע עבדים
ס'איז ידוע פון שלה"ק צו זאגן נאך שמונה עשרה א פסוק וואס פאנגט זיך אן און ענדיגט זיך מיט די זעלבע אותיות ווי די נאמען. דאס איז א סגולה מ'זאל נישט פארגעסן דעם נאמען ביים יום הדין.
וויל איך פארשטיין פארוואס איז אזוי וויכטיג עס נישט צו פארגעסן?