שואל כענין - קושיות ותמיהות
789 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #356
יואלישDotComאיך האב אמאל געהערט אז אויף מצות אינמיטן יאר מאכט מען א מזונות נישט המוציא, האט שוין עמיצער אמאל געהערט דערפון?
קאפישער רב פלעגט אזוי פסק'ען.
אין ראפשיץ האט מען געמאכט א שהכל אויף קארטפעל אגאנץ יאר, און א האדמה אים פסח.
ומה הפשט?
זייער פשוט
יואליש
אין ראפשיץ האט מען געמאכט א שהכל אויף קארטפעל אגאנץ יאר, און א האדמה אים פסח.
ר' יודעלע פון דזיקוב, פלעגט מאכן א "שהכל" אויף פאטעיטע אויך פסח, ביי כרפס, און אינזינען געהאט צו פטר'ן די מרור, ווייל די מרור, חריין, איז נישט ראוי לאכילה כראוי, ע"כ פאלט דאס א מדריגה, פון האדמה צו שהכל.
I LIKE THIS IDEA, ערשטענס, ווייל אויב תפו"א איז שהכל א גאנץ יאר, וועט נישט העלפען פאר "הגדת בית ראפשיץ" 28 בלעטער צו פארענטפערן מה נשתנה הלילה הזה מכל ימות השנה...
ועוד, דאס הייסט א שלחן-ערוך איד, צו ס'שטימט מיט וואס די טאטע האט געטוהן אדער ס'שטימט נישט.
אויב נעמען מיר אן ווי די ב''ה נוח לו לאדם שלא נברא משנברא, איז עס מאראליש אויסגעהאלטן ציבאשאפן נאך מענטשען? ספעשעל אויב כ'האב שוין מקיים געווען די מצוה פין פריה ורבו.
כ׳האב אזא שאלה : מיר ווייסן אז אויב מאכט זיך אז מהאט געהערט לשון הרע טאר מען נישט גלייבן נאר אפמאכן אז ס׳איז נישט אמת.
יעצט וואס איז דער דין אויב ראובן קומט מיר דערציילן אז שמעון האט אים פארציילט אז לוי האט געטוהן אן עבירה
יעצט, ממה נפשך אויב גלייב איך אז לוי האט יא געטוהן די עבירה דאן גלייב איך לשון הרע אויף לוי אויב גלייב איך אז לוי האט נישט געטון דעמאלט איז דאס לשון הרע אז שמעון האט געזאגט ליגענט פאר ראובן.
נ ב איך ווייס אויף זיכער אז שמעון האט עפעס פארציילט פאר ראובן וועגן לוי
אויב גלייבטסע אז לוי האט יא געטון, גלייבסטע סיי לשון הרע אויף לוי און סיי לשון הרע אויף שמעון (אז שמעון האט גערעט לשון הרע)
moti107כ׳האב אזא שאלה : מיר ווייסן אז אויב מאכט זיך אז מהאט געהערט לשון הרע טאר מען נישט גלייבן נאר אפמאכן אז ס׳איז נישט אמת.
יעצט וואס איז דער דין אויב ראובן קומט מיר דערציילן אז שמעון האט אים פארציילט אז לוי האט געטוהן אן עבירה
יעצט, ממה נפשך אויב גלייב איך אז לוי האט יא געטוהן די עבירה דאן גלייב איך לשון הרע אויף לוי אויב גלייב איך אז לוי האט נישט געטון דעמאלט איז דאס לשון הרע אז שמעון האט געזאגט ליגענט פאר ראובן.
נ ב איך ווייס אויף זיכער אז שמעון האט עפעס פארציילט פאר ראובן וועגן לוי
אויב גלייבען איז תלי אין דיין בחירה דאן גלייב אז קיינער האט דיר גארנישט פארציילט. פארלייקען די גאנצע מעשה און פטור אן עסק.
מעג מען הערן ספירה סידיס?
נאר צוויי הערות
1) פארוואס גיבט ער נישט ארויס די נעמען פון די "רבנים מובהקים מורי הוראה בישראל" - אפשר זענען זיי די זעלבע "עפ"י הוראת הרבנים מותר לשמוע בימי הספירה"?
2) איך כאפ נישט פונקטליך וואס איז די "נימא של שחוק" ווען מ'רעדט פון ניגוני התעוררות.
כדי זאל נישט זיין זוגות, על'איך פרעגן נאך איינס
3) ווען סאטמאר גייט ארויסגעבען אן "אייגענע" ספירה טעיפ (גיב עס אפאר יאר), וואס וועט מען טוהן מיט דעם יעצטיגען "איסור", מ'וועט זאגן אז די איסור איז נאר פאר די גוים וואס שלעפען די פארענצ'עס? וד"ל.
איך גלייך זיין ראצינאלער ענטפער אונטען און קליין.
פלוצלינג קוקט מען אויב הלכה שטימט מיטן פאקט.
איך זיך נאך דער מקור פון נישט הערן קיין מוזיק אין ספירה, און זיי האלטן שוין א שטאפל ווייטער.
ברסלבעראיך זיך נאך דער מקור פון נישט הערן קיין מוזיק אין ספירה, און זיי האלטן שוין א שטאפל ווייטער.
ס'שטייט אין די זעלבע סעיף פון די הלכה: מ'טאר נישט באנייען..
היר שוין אויף צו זוכן די מקור ווייל דו וועסט נישט טרעפן. נישטא קיין שום חילוק פון אויסהערן מוזיק, ס'שטייט נאר אז מ'טאר נישט מאכן קיין ריקודים ומחולות, אבער מוזיק מעג מען נישט הערן אגאנץ יאר אויך נישט, און די זעלבע היתר וואס מ'נוצט אגאנץ יאר (נתקטנו הביצים) קען מען נוצן ספירה און ימי המצרים אויך.
עס איז לויט די אחרונים א ענין פון אדער א קל וחומר פון ריקודין ומחולות וואס איז אינו מוכרח כלל כמובן, אדער א ענין פון א נדר שקיבלו על עצמן. היי יאר איז מיר בייגעפאלן אז אויב דער גאנצער ענין איז נאר מחמת נדר וקבלה וכדומה איז נישט שייך אפילו אריין צו גיין אין א הלכה'דיגער דיון צי די ספירה טעיפס זענען בכלל כלי שיר, ווייל דאס אליין אז מענטשן פארשטייען אז אן מוזיק איז נישט בכלל ווייזט אז די קבלה און נדר איז געווען נאר אויף מוזיק דייקא. ודו"ק.
נזק צאהלט מען מיט עידית, עפעס אנדערש מיט בינונית און א דריטע זאך מיט זיבורית, יעדער ווייסט אודאי די חילוק פון די דריי, אלע זענען די זעלבע ווערט, נאר עידית איז א קלענערע קרקע מיט א בעסערע איכות און זיבורית איז א שוואכערע איכות און כנגד זה איז ער גרעסער בכמות [און ממילא איז ער די זעלבע ווערט].
ווי מען לערנט פשוט איז פשט אזוי, איך האב יענעם מזיק געווען 100 דאלער, האב איך יעצט צוויי אופנים ווי אזוי איך קען איהם באצאהלן די 100 דאלער, אדער גיב איך איהם א קליינע שטיקל פון גוטע קרקע וואס איז ווערט 100 דאלער, אדער קען איך איהם געבן א גרעסער שטיקל שוואכערע קרקע וואס איז אויך ווערט 100 דאלער, איז די הלכה אז דו מוזט איהם געבן עידית.
ועל כרחך רעדט מען אז ביידע זענען ווערד א גלייכע הונדערטער אזוי אז מיין היזק ווערט אפגעצאהלט דורך ביידע אופנים, ואעפ"כ מוכח בכל הש"ס אז מענטשען ווילן ענדערש עידית, פארשטיי איך נישט וואס דא גייט פאר, על כרחך איז דער זיבורית מיט אזויפיהל גרעסער בכמות פונעם עידית אז זיין פרייז אויפן מארקעט איז גלייך מיט'ן עידית, יעצט לאמיר זעהן וואס איז קובע א פרייז? וויפיהל א מענטש איז גרייט צו צאהלן פאר די חפץ נאך אלע חשבונות [אז ער דארף בארבעטן א גרעסערע שטח, די פירות זענען שוואכער וכו' וכו'], איז ווי קען זיין אז מענטשען ווילן ענדערש דעם עידית און אעפ"כ בלייבן די עידית און די זיבורית ביי דעם זעלבן פרייז?
היינט האב איך געהאט אין עירובין [כ"ט ע"ב] אז איינער האט געגעסן גרוגרות ווערט א זוז און ער באצאהלט תמרים ווערט א זוז תבוא עליו ברכה, ווייל תמרים איז קפצי עליו זבינא, דער עולם צוכאפט עס, נו, איז ווי קען זיין אז פונדעסטוועגן זענען ביידע די זעלבע ווערט? ע"כ זענען די גרוגרות גענוג מער בכמות וואס קענסעלד-אוט די לא-קפצי-עליו-זבינא עפעקט, אזוי אז נאך אלע חשבונות איז ער פונקט אזויפיהל ווערד ווי די תמרים, איז פארוואס תבוא עליו ברכה?
אז איך באצאל דיר מיין חוב פון 100 דאלער מיט א טרעילער ניקעלס.
קענסטו מיר מחייב זיין מער ווי הונדערט דאלער ווערט ניקעלס?
@נולד,
ונבנתה'ס קושיא איז אויף די עקאנאמיקס פון די גמרא. דהיינו, די אלע מעלות וועלכע א פיעס פון פראפערטי אויף 5ט עוו. האט איבער א פראפערטי פון הארלעם איז דאך שוין אריינגערעכנט אין דעם פרייז, סו מהיכ"ת אז דער ניזוק וויל איינס מער ווי דאס אנדערע.
גוט קוועסטשיאן ונבנתה!
נולד מאוחראז איך באצאל דיר מיין חוב פון 100 דאלער מיט א טרעילער ניקעלס.
קענסטו מיר מחייב זיין מער ווי הונדערט דאלער ווערט ניקעלס?
הגע בעצמך, ווי אזוי קען טאקע זיין אז 100 דאלער אין ניקעל'ס זאל האבן די זעלבע ווערט ביי מענטשן ווי א גלאטע הונדערטער?
לכאורה מוז מען זאגן אז געלט איז א יוצא מן הכלל, עס איז בגזירת המלכות - לטובת המדינה - אז מטבעות און שטרות זאלן האבן די זעלבע באשטימטע ווערט, הגם קיינער איז נישט אינטערעסירט זיך אנצושלעפן מיט א טרעילער ניקל'ס.
אבער יעדע אנדערע חפץ איז פרי מארקעט קובע די פרייז נאך אלע חשבונות.
ריכטיג. איך פארענטפער נישט די שאלה כהאב נאר געטראכט א ענדליכער פאל ווי כאטשיג סדא זיבוריות און עדיות
פעניס און גלאטע 100 בילס איז די וועליו די זעלבע.
לאמיר פראבירן ממחיש צו זיין מיט עפעס וואס איז נענטער צו אונזער השגה, איך בין דיר שולדיג $500 דאלער, איך קען דיר צאלן מיט א אייפאון וואס פארקויפט זיך פאר פונקטליך פינף הונדערט, אדער קען איך דיר צאלן מיט א ענדזשין פון א 1972 פאנטיאק קאר, וואס פארקויפט זיך אויך פאר פונקט $500, (ווען ס'פארקויפט זיך), וועלכע וואלסטו ענדערש גענומען?
ביי א ענדזשין איז לכאורה פשט אז פאר א קליינע גרופע מענטשן - קאלעקטארס איז עס ווערט 500, ביי אנדערע איז עס גארנישט ווערט, קומט אויס אז דו פארגלייכסט די בליק פון צוויי אנדערע גרופעס, וואס גרופע ב' איז בכלל נישט אין די ליין.
דארט פארשטיי איך אז גרופע ב' קען נישט מגרע זיין פון די ווערט, פונקט ווי א טייער שטיקל עקוויפמענט פון א קאר פעקטארי פארלירט נישט פון איהר ווערט ווייל ר"ח קניבסקי איז נישט אינטערעסירט עס צו האבן, און אודאי קען מען באצאהלן דערמיט - שוה כסף ככסף ואפי' סובין.
אבער ביי צוויי קרקעות, איינס עידית און דער צווייטער זיבורית, האנדעלט עס זיך לכאורה איבער די זעלבע גרופע מענטשן, מענטשן וואס זוכן צו קויפן א קרקע צו פארקויפן איהרע פירות, און נאך אלע זייערע שיקולים פון טירחא ווס. שטח וכדומה ווערט נקבע די פרייז פון אזא קרקע ביי די גרופע, איז אויב פארשטייט די גמ' אז מענטשען ווילן ענדערש עידית רעדט מען לכאורה אז די זיבורית האט גענוג כמות אויף פיצויים.
@ונבנתה ס׳קען זיין אז דער זיבוריות געט ארויס מער פירות ווי די עידיות אבער מיט מער יגיעה אבער ס׳איז דא א קלייענטעל וואס קען באשטיין צו ארבייטן גרינגער פאר ווייניגער פירות און סדא וואס ווילן מער פירות און קענען באשטיין צו ארבייטן שווערער למעשה אינעם מארקעט לעוועלט זיך דאס אויס צו די זעלבע פרייז צווישען די צוויי עלעמענטן וואס זוכן פעלדער. און אויב דער ניזוק פארלאנגט די עידיות דארף דער מזיק אים געבן .
לגבי די גרוגרות פון דף כט: כ׳האב דאס געלערנט ווען דער דף האט געהאלטן דארט און כגעדענק אז ס׳איז מיר שווער געווען דיין קשיא און כהאב געטראפן א תירוץ כקען זיך נישט דערמאנען יעצט כעל נאכקוקן און לאזן וויסן בלי נדר.
moti107@ונבנתה ס׳קען זיין אז דער זיבוריות געט ארויס מער פירות ווי די עידיות אבער מיט מער יגיעה אבער ס׳איז דא א קלייענטעל וואס קען באשטיין צו ארבייטן גרינגער פאר ווייניגער פירות און סדא וואס ווילן מער פירות און קענען באשטיין צו ארבייטן שווערער למעשה אינעם מארקעט לעוועלט זיך דאס אויס צו די זעלבע פרייז צווישען די צוויי עלעמענטן וואס זוכן פעלדער. און אויב דער ניזוק פארלאנגט די עידיות דארף דער מזיק אים געבן .
לויט דעם וואלט נישט געדארפט זיין א דבר פשוט בכל הסוגיות אז דער עולם וויל עידית.
פון די סוגיא פון מיטב און בבא קמא קומט אויס אז די ווארט איז אז מיטב קען מען גרינגער און שנעלער פארקויפען (לדוגמא איז מבואר דארטען אז אויב ס׳איז דא א חפץ וואס פארקויפט זיך נישט יעצט פאר זיין פילע פרייז ווייל ס׳איז נישט די season ,מדינא דמטיב קענסטו נישט באצאלען דער מיט לויט זיין ריכטיגע פרייז היות ער קען נישט תיכף ארויסקעשען זיין געלט ) לערן דורך די סוגיא ותמצא נחת
מהירי תיתי אז סאיז א דבר פשוט אז יעדער וויל דאס ? סך הכל האט דער ניזוק די טשויס צו בעטן עידית אויב סשמעקט אים. כמיין אין בבא קמא כיצד הרגל איז דא א גאנצע שמועס לגבי אויב פארן ניזוק איז די זבורית כעידית אדער פארקערט וואספארא רעכטן ער האט דאן.
איינגעמיירעטפון די סוגיא פון מיטב און בבא קמא קומט אויס אז די ווארט איז אז מיטב קען מען גרינגער און שנעלער פארקויפען (לדוגמא איז מבואר דארטען אז אויב ס׳איז דא א חפץ וואס פארקויפט זיך נישט יעצט פאר זיין פילע פרייז ווייל ס׳איז נישט די season ,מדינא דמטיב קענסטו נישט באצאלען דער מיט לויט זיין ריכטיגע פרייז היות ער קען נישט תיכף ארויסקעשען זיין געלט )
איך געדענק נישט יעצט די סוגיא, אבער איך גלייב נישט אז דאס וועט זיין דער עקסקלוסיוו אפטייטש פון עידית, און מען רעדט בכלל נישט פון פשוטע עידית ווס. זיבורית.
איינגעמיירעטלערן דורך די סוגיא
😉
moti107מהירי תיתי אז סאיז א דבר פשוט אז יעדער וויל דאס ? סך הכל האט דער ניזוק די טשויס צו בעטן עידית אויב סשמעקט אים.
אזוי קומט אויס פשוט איבעראל, צוויי פלעצער וואס איך געדענק אויף די מינוט: גיטין מ"ט ע"ב:
אמר ר"ש מפני מה אמרו הניזקין שמין להן בעידית מפני הגזלנים ומפני החמסנין כדי שיאמר אדם למה אני גוזל ולמה אני חומס למחר ב"ד יורדין לנכסי ונוטלין שדה נאה שלי וסומכים על מה שכתוב בתורה מיטב שדהו ומיטב כרמו ישלם לפיכך אמרו הניזקין שמין להן בעידית מפני מה אמרו בעל חוב בבינונית כדי שלא יראה אדם לחבירו שדה נאה ודירה נאה ויאמר אקפוץ ואלונו כדי שאגבנו בחובי לפיכך אמרו בע"ח בבינונית אלא מעתה יהא בזיבורית א"כ אתה נועל דלת בפני לווין כתובת אשה בזיבורית דברי ר' יהודה ר"מ אומר בבינונית אמר ר"ש מפני מה אמרו כתובת אשה בזיבורית שיותר ממה שהאיש רוצה לישא האשה רוצה לינשא דבר אחר אשה יוצאה לרצונה ושלא לרצונה והאיש אינו מוציאה אלא לרצונו.
רש"י גיטין מ"ח ע"ב: שנוח לו לאדם לגבות מועט מקרקע עידית ולא לגבות הרבה מזיבורית.
moti107כמיין אין בבא קמא כיצד הרגל איז דא א גאנצע שמועס לגבי אויב פארן ניזוק איז די זבורית כעידית אדער פארקערט וואספארא רעכטן ער האט דאן.
אויב איז דא אזא גמ' וועט עס זיין א מעשה שהי', אפשר מיינסטו די גמ' פון עידית דניזק כזיבורית דמזיק, וואס דאס מיינט אז די ניזק'ס בעסטע פעלד איז אזוי גוט ווי די מזיק'ס ערגסטע, אבער נישט אז דער ניזק וויל נעמען פון די שוואכע.
]
ונבנתה העיראיינגעמיירעטפון די סוגיא פון מיטב און בבא קמא קומט אויס אז די ווארט איז אז מיטב קען מען גרינגער און שנעלער פארקויפען (לדוגמא איז מבואר דארטען אז אויב ס׳איז דא א חפץ וואס פארקויפט זיך נישט יעצט פאר זיין פילע פרייז ווייל ס׳איז נישט די season ,מדינא דמטיב קענסטו נישט באצאלען דער מיט לויט זיין ריכטיגע פרייז היות ער קען נישט תיכף ארויסקעשען זיין געלט )
איך געדענק נישט יעצט די סוגיא, אבער איך גלייב נישט אז דאס וועט זיין דער עקסקלוסיוו אפטייטש פון עידית, און מען רעדט בכלל נישט פון פשוטע עידית ווס. זיבורית.
איך האב נישט געזאגט אז דאס מיינט עידית, עידית מיינט עידית ,די גמרא זאגט דארט אז ביי מזיק וואס מדארף צאהלען עידית, די בעסטע, איז אוכט די הלכה אז מדארף צאהלען לויט די פרייז פון די season די גמרא רעדט דארט פון א פעלד וואס האט א גרויסע שוויות אבער און די ווינטער קען מען עס נישט פארקויפען פאר full price,און הגם די עכטע שוויות איז די זומערדיגע שוויות וועט מען נישט קענען באצאלען מיט דעם,
און די ראשונים זענען דורט מסביר ווייל די גאנצע געדאנק פון עידית איז אז מקען עס שנעלער פארקויפען און זעען קעש שנעלער
און ווי אזוי פארענטפערט עס די קשיא?
ונבנתה העיראון ווי אזוי פארענטפערט עס די קשיא?
אז בעצם איז דאס די זעלבע ווערד אבער די שוואכערע דויערט לענגער איינצוקעשן די רווחים . וועסטו אודאי פרעגן אויב ס׳דויערט לענגער דאן וויאזוי קען דאס זיין די זעלבע ווערד ? די תירוץ איז אזוי גייט דאס זייער אסאך און ביזנעס סאיז דא seasonable items וואס קאסט די זעלבע ווי די all year round און דאך איז דאס נאר ווערד ביים season. וועסטו פרעגן פארוואס זאלן מענטשן קויפן seasonable ווען מקען קויפן all year round .פאר די זעלבע פרייז
אבער כך הוא דרכה של ביזנעס ביים season פארקויפט זיך די seasonable בעסער א שטייגער ווי פסח קעיקס.
כמו כן אבער אויף א פארקערטער מהלך איז אויך פארענפערט די תאנים אויף דף כט עמוד ב .
קפצו עליו קונים מיינט אז סאיז נישט אלץ עוועיליבל און ווען סאיז שוין יא דא צו כאפט מען דאס שנעל משא״כ די אנדערע איז אלץ דא און פארקויפט זיך שטייטעלעך סך הכל פארקויפט זיך ביידע די זעלבע over the length of time און פאר די זעלבע פרייז.
שכח מאטי פארען צוענדיגען סדערקענט זיך אז ביסט שונה פרקו מאה פעמים ואחת
moti107
די תירוץ איז אזוי גייט דאס זייער אסאך און ביזנעס סאיז דא seasonable items וואס קאסט די זעלבע ווי די all year round און דאך איז דאס נאר ווערד ביים season.
וועסטו פרעגן פארוואס זאלן מענטשן קויפן seasonable ווען מקען קויפן all year round .פאר די זעלבע פרייז אבער כך הוא דרכה של ביזנעס ביים season פארקויפט זיך די seasonable בעסער א שטייגער ווי פסח קעיקס.
ניין איך וועל גארנישט פרעגן, דער מענטש איז עפעס ארויס אויף א מישאן אויסצוגעבן 20 דאלער אז איך פארשטיי נישט פארוואס ער גיבט עס אויס אויף פסח קעיק ווען ער קען עס אויסגעבן אויף שרויפן?
און אז מען רעדט פון צוויי אנדערע חפצים [איינס וואס גייט יער-ראונד און איינס האט א סיזען], וואס הייסט ביידע קאסטן די
זעלבע, אז 10 שרויפן און 10 סלייסעס פסח קעיק קאסטן ביידע 20 דאלער? מיט וואס איז עס די זעלבע אז עס זאל מיר שווער ווערן היתכן פסח קעיק איז דאך נאר גוט פסח?
און די עצם מושג פון א סיזענעבל אייטעם איז אודאי זייער פשוט, פסח האבן מענטשן אזא אינערליכע דראנג צו א פונט פסח קעיק אז ער איז גרייט זיך צו שיידן פון 20 דאלער לכבוד דעם, אבער חנוכה איז ער נאר גרייט זיך צו שיידן מיט פופציג צענט זוכה צו זיין צו עסן א פונט פסח קעיק.
בכל אופן, די תירוץ איז אז עידית און זיבורית האבן גארנישט מיט שמינה וכחושה? עס איז פשוט צוויי פעלדער וואס איינס איז סיזענעבל און איינס נישט?
א. חוץ פון דעם וואס עס וועט לכאורה נישט שטימען מיט צעהנדליגע זאכן [למשל די רש"י פון שנוח לו לאדם לגבות
מועט מקרקע עידית ולא לגבות
הרבה מזיבורית] האט מען אין מיין חדר נישט אזוי געלערנט...
ב. א חילוק אין סיזענס איז לכאורה נאר שייך ביי חפצים און מאכלים, איך זעה עפעס נישט עס זאל זיין שייך צו זאגן אויף א קרקע אז אין איין סיזען איז עס מער ווערט ווי אין א צווייטע.
מאך נישט די משל מיט שרויפן און קעיק נעם למשל א מושג פון ״מזון לסעודה אחד״ איז ווערד 15 טאלער אלל יער ראונד
און פסח קאסט דאס 20.
דאס מיינט אז אויב די רעכנסט א דריי פערטל פסחדיגע סעודה אדער א גאנצע חמץ׳דיגע סעודה איז ביידע ווערד 15 דולר
יעצט אויב מofferd פאר KRM א קאנטעינער חמץדיגער פראדוקטן אדער א דריי פערטל קאנטעינער פסחדיגער פראדוקטן אום חנוכה צייט וועט די פרייז פון ביידע זיין די זעלבע,LD וועט נישט קענען האבן קיין טענות אז די פסחדיגע קאנטעינאר וועט דארפן אפזיצן אין א פאבליק ווערהואז פאר דריי חדשים און הערשט דאן פארקויפן ווייל יעדער פארשטייט אז ווען ניסן קומט אן וועט דאס גוט פארקויפט ווערן וכך דרכו של פסח פראדוקטן סהאט זיך זיין צייט.
איך זאג נישט אז דער חילוק פון זיבורית און עידית איז דאס, איך ווייז דיר נאר אויף אז אין עקאנאמיקס אז שייך אזאך וואס האט א געוויסער בענעפיט לגבי דער וועג וויאזוי ספארקויפט זיך און דאך בלייבט דאס די זעלבע פרייז,לאפוקי דיין ערשטע הנחה לעיל.
איך האב דיר שוין אויבן געגעבן מיין סינעריא פון עידית וורס זיבורית האסט מיך אפגעפרעגט מיט צוויי מראי מקומות א משמעות הרש״י און א גמרא גיטין וואס מקען זיך דינגען דערויף.
ונבנתה עידית און זיבורית מיינט שמינה כחושה, קיינער דינגט זיך נישט אויף דעם,איך ברענג דיר נאר נאך אן הלכה וואס איז נכלל און עידית וואס פון דעם הלכה קען מען זעען וואס איז די געדאנק פון שמינה, אז א שמינה איז גרינגער איינצוקעשן.
דאס וואס די זאגסט אז און קרקע איז נישט דא קיין סוזאנען, זיי מוחל נעם א גמרא בבא קמא דף ו ע״ב און בעיקר דף ז׳ ע״א וע״ב און דערנאך שרייב
גוט שבת
נו, פון יענע גמ' קומט דאך אויס אז די פשוט'ע דין פון עידית איז נישט געבויעט אויף סעזאנען.
[דאס איז חוץ פון דעם וואס די גמ' דארט רעדט זיך אז אלע פעלדער - סיי די עידית און סיי די זיבורית - זענען יעצט ביליג].
נוא אה"נ דאס זאג איך דיך און די לעצטע פאר תגובות
וואס מזעעט אבער פון יענע גמרא איז וואס איז די מעלה פון עידית
איינגעמיירעטוואס מזעעט אבער פון יענע גמרא איז וואס איז די מעלה פון עידית
ונבנתה העיר[דאס איז חוץ פון דעם וואס די גמ' דארט רעדט זיך אז אלע פעלדער - סיי די עידית און סיי די זיבורית - זענען יעצט ביליג].
ובכן ?
לאמיר פראבירן צו מאכן סדר, די קושיא איז דאך א באמבע קושיא, פארוואס זאל איינער וועלן עידית ענדערש ווי זיבורית, אינעם ביליגן פרייז פון זיבורית איז שוין אריינגערעכנט די איבעריגע טירחה וואס ס'פעלט אויס עס צו פארקויפן.
לאמיר זאגן אז עידית איז גוטע עפלעך וואס מ'קען פארקויפן פאר 2 דאלער א פונט, און זיבורית פאר א דאלער א פונט, וועט די האולסעילער ניטש צאלן האלב פאר זיבורית, נאר ווייניגער ווי האלב ווייל די עקספענס עס צו נעמען צום מארק איז מער ווי דאפעלט, אנשטאט איין טראק דארף ער נעמען פאר די זעלבע שווית עפלעך צוויי טראקס, צוויי דרייווערס, צוויי מאל גאז, און די מוכר דארף שטיין דאפעלט צייט אויפן מארק צו פארקויפן די סחורה. ממילא וואס פאר א טירחה ס'וועט זיין איז שוין אריינגערעכנט אינעם פרייז, ווייל אויב נישט וואלט ער עס דאך נישט געקויפט.
דאס איז אלעס ביי עפלעך און בארן, אבער ביי פעלדער איז אנדערש מיין איך. ווען ס'קומט צו א ביזנעס אינוועסטמענט, קויפן א פראפערטי, בילדינג, ביזנעס, איז דא א געוויסע סכום יארן וואס אויף דעם קוקט מען, און מ'איז מחליט אז אויס אין די סומע יארן קען איך צוריק מאכן די אינוועסטמענט דאן לוינט זיך די דיל, און אויב נעמט עס לענגער לוינט עס נישט. לאמיר לייגן די נאמבער ביי צען יאר, פאר די סעיק אוו ארגיומענט, און לאמיר זאכן אז די עידית פעלד און די זיבורית געבן ארויס די זעלבע קוואליטעט פירות, נאר פארן עידית פעלד פעלט אויס א האלבע צייט ארבעט, ווייל ס'איז גרינגערע ערד, ווייניגער דערנער, וכדו', און אין די עידית פעלד פעלט אויס נאר צען טעג ארבעט א יאר, און אין די זיבורית דארף מען צוואנציג טעג. סך הכל קאסט די עידית פעלד א טויזענטער א יאר פאר די ארבייטער, און אין זיבורית צוויי טויזענט.
יעצט ווען א אינוועסטער וויל קויפן א פעלד קוקט ער אויף צען יאר, מ'קען מאכן אזוי און אזוי סאך אין צען יאר, און די יערלי עקספענט איז 1000, און פאר צען יאר איז עס צען טויזענט, און ביי די זיבורית פעלד איז די טאטאל פאר צען יאר צוואנציג אלפים, ממילא וועט דער קונה צאלן ווייניגסטענס צען טויזענט דאלער ווייניגער דערפאר.
אבער נאך די צען יאר, קאסט ווייטער די עידית האלב פון די זיבורית יעדע יאר, לעולמי עד, וואס נאך צען יאר נעמט מען נישט אין חשבון ביים מאכן די פרייז, אבער פאקטיש איז עס גרינגער, און דערפאר איז עס די בעסערע גרינגערע אינוועסטמענט פאר די לאנג ראן.
קען זיין איך וואלט עס געקענט שרייבן אין צוויי שורות, אבער טו איך מאכן סענס?
א נייע שאלה
הלכות נביא שקר:
אויב א נביא קומט זאגן אז מזאל נישט היטן די תורה איז די הלכה ווי פאלגענד.
כל מצוות שבתורה אויב זאגט ער אז ס׳איז בטל פערמענאנט טאר מען אים נישט אויסהערן אפילו ער ווייזט מופתים. ווייל ער איז א נביא שקר.
אויב איז ער מבטל להוראת שעה צייטווייליג און ער ווייזט מופתים ביזטו מחיוב צו פאלגן אלעס וואס ער זאגט למשל עסן חזיר נישט שאקלען לולב וכדומה.
חוץ! אויב ער הייסט דינען עו״ז דאן איז ער א נביא שקר אפילו להוראת שעה.
יעצט צו מיין שאלה:
וואס איז די הלכה אויב קומט א נביא און זאגט אז הלכות נביא שקר איז בטל פאר 3 טעג און ער ווייזט מופתים? איז ער באגלייבט לכאורה יא....
יעצט אויב אין די 3 טעג קומט א נביא זאגן אז מ׳זאל דינען עו״ז להוראת שעה און ווייזט מופתים , דארף מען אים פאלגן אדער נישט ?
אויב די דיני נביא שקר אז בטל ובתוכו דער דין אז עו״ז גלייבט מען נישט אפילו להוראת שעה פארוואס זאל דער נביא זיין א נביא שקר?
איך דארף מעיין זיין
אבער מקופיה איז די סיבה פארוואס מגלייבט נישט ווייל ער האט א דין ווי א נביא שקר,אדער נביאות פון ע״ז טאר מען נישט גלייבען אפי ער זאל ווען זיין א נביא אמת
זענען עמון און מואב און אמורי געווען אין די גרעניצן וואס זענען היינט אין ארץ ישראל? ווער קען ברענגען א גוטע מאפע וויאזוי זיי וואלטן היינט אויסגעזען געאגריפקלי?
פון די מאפע זעהט אויס ווי ס'איז אין ירדן, אדער זעה איך נישט גוט?

איז אמת אז ס'איז דא א ענין נישט צו פארציילן ווען מ'זעהט א רעגנבויגן?
אויב יא, וואס איז די סיבה, און וואס איז דער מקור?
דא
ברענגט ער צוויי דעות אין דעם.
ונבנתה העיראון ווי אזוי פארענטפערט עס די קשיא?
כ׳דערמאן זיך אז ווען כ׳האב געלערענט די גמרא איז מיר אויך שוער געווארן אבער איך האב דעמאלס פארשטאנען אז - ווי באקאנט - נישט יעדע מעלה און חסרון מאניפולירט די פרייז פון א פראפערטי. למשל א ניי-איבערגעקאלעכטע הויז וועט נישט זיין ווערט מער אין א נארמאלע מארקעט (לאפוקי היימיש).
moti107א נייע שאלה
הלכות נביא שקר:
אויב א נביא קומט זאגן אז מזאל נישט היטן די תורה איז די הלכה ווי פאלגענד.
כל מצוות שבתורה אויב זאגט ער אז ס׳איז בטל פערמענאנט טאר מען אים נישט אויסהערן אפילו ער ווייזט מופתים. ווייל ער איז א נביא שקר.
אויב איז ער מבטל להוראת שעה צייטווייליג און ער ווייזט מופתים ביזטו מחיוב צו פאלגן אלעס וואס ער זאגט למשל עסן חזיר נישט שאקלען לולב וכדומה.
חוץ! אויב ער הייסט דינען עו״ז דאן איז ער א נביא שקר אפילו להוראת שעה.
יעצט צו מיין שאלה:
וואס איז די הלכה אויב קומט א נביא און זאגט אז הלכות נביא שקר איז בטל פאר 3 טעג און ער ווייזט מופתים? איז ער באגלייבט לכאורה יא....
יעצט אויב אין די 3 טעג קומט א נביא זאגן אז מ׳זאל דינען עו״ז להוראת שעה און ווייזט מופתים , דארף מען אים פאלגן אדער נישט ?
אויב די דיני נביא שקר אז בטל ובתוכו דער דין אז עו״ז גלייבט מען נישט אפילו להוראת שעה פארוואס זאל דער נביא זיין א נביא שקר?
כ׳פארשטיי נישט די קשיא. מען הערט בכלל נישט אויס א נביא ביז ער באווייזט זיין מופת.
אדם שהוא בתענית, ובירך על מאכל או משקה, וקודם שאכל נזכר שהוא בתענית, יאכל מעט ממה שבירך עליו, שלא תהיה ברכתו לבטלה, אך כמובן שלא יאכל עוד וימשיך בתענית כרגיל
<a class="postlink" href="http://www.hidabroot.org/ARDetail.asp?BlogID=113702">http://www.hidabroot.org/ARDetail.asp?BlogID=113702</a>
-------
ראזען אין די צייטונג פסק'ט אנדערש
מעג מען מאכן א קאר וואש אין די 9 טעג?
וויאזוי קען זיין אז בימי הבעש"ט ותלמידיו איז געווען מאדנע מופתים וואס אפילו בימי חז"ל טרעפן מיר נישט?
שטייט איבעראל אז ביים ענדע פון טאנעל בסוף הגלות האט אנגעהויבן צו קומען א ליכטיגקייט.
וואס האט פאסירט די לעצטע 40- 70 יאר?
וואו איז אלעס פארשוואונדן געווארן?
א) ווער זאגט אז בימי חז"ל זענען נישט פארגעקומען אזוי פיל מופתים? אמאל פלעגט מען נישט אראפשרייבען נאר וואס ס'איז געווען וויכטיג. ועוד, רוב מופתים פון סיפורים אויף בעש"ט ותלמידיו זענען בדרך הטבע.
ב) ווער זאגט אז מ'האלט שוין ביים ענדע פון טאנעל, ועוד איז "מדינת ישראל" נישט קיין ליכטיקייט? ליין אביסל אידישע היסטוריה וועט איר זעהן וואספארא רום המעלה אידן זענען אין דעם תקופה. Google איז נישט קיין לעכטיגקייט? ס'העלפט אזוי סאך צו אינעם לעבן. ייש"כ ה'.
קאווע טרינקערא) ורוב מופתים פון סיפורים אויף בעש"ט ותלמידיו זענען בדרך הטבע.
למשל? זאגן פאר א סוחר 'פאר אין יענעם שטאט וועסטו מצליח זיין'? אדער פאר די עגונה אז אין יענעם עק וועלט געפינט זיך דיין מאן? מיט א גלעזל בראנפן אדער טשולענט אויסהיילן א חולה מסוכן? וואס מיינט בדרך הטבע?קאווע טרינקערב) ווער זאגט אז מ'האלט שוין ביים ענדע פון טאנעל, ועוד איז "מדינת ישראל" נישט קיין ליכטיגקייט? ליין אביסל אידישע היסטוריה וועט איר זעהן וואספארא רום המעלה אידן זענען אין דעם תקופה. Google איז נישט קיין לעכטיגקייט? ס'העלפט אזוי סאך צו אינעם לעבן. ייש"כ ה'.
אן אריינגיין צו מדינת ישראל איז ליכטיגקייט צי פארקערט, און די זעלבע מיט גוגל, ווילסטו עס פארגלייכן צו די ליכטיגקייט פון די אמאליגע שרפי מעלה? קאם אן.... אויב ביסטו גערעכט ווארף איך אריין די 80 ספרי בעש"ט וכו'.....