☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » שואל כענין - קושיות ותמיהות

שואל כענין - קושיות ותמיהות

789 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #356
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16

קאווע טרינקער » מיטוואך יולי 10, 2013 10:58 am

· #132107
געזעהן אויף זייער מזל אז אויף א יענע מקום וועלן זיי מצליח זיין, איז ביי מיר נישט חוץ לדרך הטבע.

אויך האבן מיר שוין געברענגט איבער א צדיק וואס געהיילט מיט בורשטין. דרך הטבע.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 11, 2013 10:33 pm

· #132847
שמע ישראל
איך וויל פארשטיין מיט וואס איז דער פסוק "שמע ישראל" אזוי ספעציעל?

זר זהב » דאנערשטאג יולי 11, 2013 10:36 pm

· #132849
ס'איז ווי דער חותם פון א אידן. מייחד הויה ב"ה אויף אלע וועלטן און רוחות, און זיידע יעקב האט דאס געזאגט, איז עס אויך נאסטאלגיע

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 11, 2013 10:42 pm

· #132850
איך פארשטיי, אז איינמאל דאס איז געווארן די פסוק פאר קבלת עול מלכות שמים, איז דאס ספעציעל, מיין שאלה איז הא גופא.

הוגה » דאנערשטאג יולי 11, 2013 10:53 pm

· #132853
קאווע טרינקער
איך וויל פארשטיין מיט וואס איז דער פסוק "שמע ישראל" אזוי ספעציעל?


זייער פשוט! לערן אדורך די ספר שער היחוד והאמונה פון ר' אהרן סטראשעלע וועסטו אלעס פארשטיין. 😃

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 11, 2013 11:08 pm

· #132861
נישט אין פלאן.
אבער לאמיר זיך נישט נער'ן, די אלע פירושים איז אלץ א דאנק וואס דער פסוק ווערט געזאגט טעגליך.
ווען די רש"י להזהיר גדולים על הקטנים וואלט געווען סוף סדרה וואלט נישט געווען קיין איין תורה אויף דעם. פארשטייסט?

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יולי 11, 2013 11:52 pm

· #132872
קאווע, חסידות חב"ד זאגט נישט קיין 'תורות'.

הוגה » פרייטאג יולי 12, 2013 3:41 am

· #132924
@קאווע טרינקער, לערן דורך די שער היחוד והאמונה (אויך פון די אלטע רבי), איך זאג דיר אז דו וועסט שוין פארשטיין. דיסקלעימער, איך האב עס נאך נישט געלערנט, נאר גענוג געבליקט צו קענען וויסן אז דער פסוק encompasses די מהות פון די באשעפער, קוב''ה ושכינתיה, השתלשלות ובריאת העולמות, כלל ישראל, די תורה ועוד. ממילא פארשטיי איך אז דער פסוק איז די יסוד פון אלעס.

boxcover » דאנערשטאג יולי 18, 2013 2:19 pm

· #134570
קאווע טרינקער
איך פארשטיי, אז איינמאל דאס איז געווארן די פסוק פאר קבלת עול מלכות שמים, איז דאס ספעציעל, מיין שאלה איז הא גופא.

ווי כ'האב שוין געשריבן במקום אחר, די עיקר פארוואס מען קומט אראפ אויף די וועלט איז כדי להכיר את בוראו. שמע ישראל איז די אנערקענונג פון דיין מויל, הארץ, נשמה און טייסטער אז דו אנערקענסט איז, דו ליעבסט אים און דו האסט מורא פון אים.

שמעקעדיג » זונטאג יולי 21, 2013 5:18 pm

· #135049
איך זעה (לייען) אפט אז מענטשן לאזו איבער צוואה מען זאל זיי נישט מספיד זיין. וואס איז פשט דערפון?
געווענליך איז עס א צער פאר די משפחה אז מען קען זיך נישט אויסגעבן די צער און מען מוז עס דערשטיקן אין זיך,
בפרט פאר יונגערע מענטשן, ווי איך האב געלייענט יעצט אויפן פאלטישאנערס זון אז ער האט צוואה געלאזט מען זאל נישט מספיד זיין, וואס איז פשט? האט נישט אזא יונגער מענטש קיין אנדערע דאגות? איז עס אן ענין?

הוגה » זונטאג יולי 21, 2013 8:24 pm

· #135086
פרעג מיר נישט 'פארוואס' אבער עס ווערט געברענגט (דאכצעך פון ר"ח וויטאל) אז עס איז א צער פארן נפטר ווי לענגער עס נעמט צווישן פטירה און קבורה. אויך שטייט אז די נשמה ווערט געפייניגט אויב מען איז מגזם און מען זאגט זאכן וואס זענען נישט הונדערט פראצענט אמת.

שמעתי שהמהרנ"ץ מבאבוב כתב כן (וגם לגבי נוסח המצבה) בצוואתו שכתב בשנת הארבעים לחייו, ומי יודע יום מותו. זאל ער עס באשטעטיגן.

יואב » זונטאג אוגוסט 4, 2013 8:47 am

· #138195
אויב איינער נעמט זיך אונטער נישט צו טוהן קיין שום סגולות פאר 40 טעג, און ער ווערט געהאלפן.
הייסט דאס א סגולה?

נולד מאוחר » זונטאג אוגוסט 4, 2013 9:55 am

· #138205
נאר אויב ער טרעפט א אופן עס צי פארקויפן פאר געלט

זר זהב » זונטאג אוגוסט 4, 2013 2:12 pm

· #138259
אין קיצור שו"ע לערן איך אז מ'זאל באקן לכ' שבת 3 חלות, איין גרויסע איין מידיעם און איין קליינע. די מידיעם פאר ביינאכט די גרויסע פאר בייטאג און די קליינע פאר שלישקעס. איז מיין פראגע פן וואו וועט ער האבן לחם משנה ביי שלישקעס?

געפילטע פיש » זונטאג אוגוסט 4, 2013 11:48 pm

· #138517
שלוש סעודות עסט מען דאך אין שול, סא אדער מאכט מען מיט א חבר, אדער איז מען יוצא מיט'ן רבי'נס לחם משנה...

מעיקר הדין דארף מען טאקע לחם משנה פאר של"ס, אבער אינטערעסאנט איז אז די לויט די טעם פארוואס מ'דארף לחם משנה, די טאפעלטע מן וואס איז געפאלן, איז נישט געווען גענוג פון לחם משנה פאר די סעודה שלישית. ווייל פרייטאג אינדערפרי איז דאך געפאלן פאר צוויי טעג, דאס הייסט פיר סעודות, די ערשטע פאר פרייטאג פרישטאג, די צווייטע פאר די פרייטאג צונאכטס סעודה, די דריטע פאר שבת אינדערפרי, און די פערדע און לעצטע מנה איז געבליבן פאר שלוש סעודות, סא ווי אזוי האבן די אידן אין מדבר געהאט לחם משנה?

אפשר דערפאר פירט מען זיך צו עסן אין שול בסעודת מריעים, אזוי אז מ'זאל זיך קענען צאמפארן מיט א צווייטען פאר לחם משנה.

רויטע וואנצעס » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 12:52 am

· #140868
מתוק 👍

קאווע טרינקער » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:15 am

· #140888
איין סעודה מיינט נישט איין בילקעלע.

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 12:53 pm

· #141046
און?

קאווע טרינקער » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 2:53 pm

· #141149
געפילטע פיש
און?

אם כן, יתכן שעשו שני לחמים מ"מנה" אחד.

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 3:37 pm

· #141172
אויב אזוי האסטו אפגעפרעגט די גאנצע מקור פאר לחם משנה.

קלוג און יונג » זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:25 pm

· #142824
נעכטן האט אונזער חשובע רב פארגעלערנט א שטיקעל דברי יואל, ווי ער האט נאכגעזאגט אז די רבי ז''ל שטעלט זיך אויפען דאפעלטען לשון די וואך. ''ונתנו ה' אלוהיך בידך - ושבית שביו... אז ער זאגט שוין ונתנו בידיך, וואס דארף ער איבערזאגען ושבית שביו?

יעדער שאקלט מיטן קאפ, און אני ה'יונגער' קוק ווי א קלאץ.

איך וויל אויפהייבען די הענט און פרעגן, רבונו של עולם וואס איז די דאפעלטע לשון, די תורה וויל דאך רעדן פון די 'שביה'! אז די וועסט זיי באזיגען, און פאנגען א שיין פרוי...וגו'

קומט מיר אבער גלייך אין קאפ אריין די באקאנטע מימרא וואס מיין מלמד האט מיר געזאגט ווען איך האב איהם געפרעגט אז זיין 'תורה'לע' מאכט נישט קיין סענס. 'אין משיבין על הדרוש'

וויל איך וויסען: ווייסט איינער פון ווי דעי קלוגע סטעיטמענט שטאמט? איז עס סתם ארויסגענומען פון קאנטעקסט, אדער איז עס פערמישען צי רעדן שטותים מיט לאקשען?

נולד מאוחר » זונטאג אוגוסט 18, 2013 11:44 pm

· #142902
אין מושיבין על הדרוש איז בהכרח בשאפען געווארן מיט די עצם מושג דרוש.
דרוש מיינט אז נישט ע''פ עומק הפשט וואס מיינט געווענדליך לאגיק. יעצט אויב הייבסטו אן פרעגן א קשיא לכוארה ווי אזוי האט פרעה געמעגט שלאפן אן קריאת שמע סאיז דאך דא אן הלכה אפי' בני נח איז מחויב בק''ש?
ענטפער איך לאגיק יענע צייטען איז נאך נישט געווען הלכה אדער פרעה האט נישט מקיים הלכות. איז דאך די גאנצע דרוש חרוב. מיז מען דאך זאגן אין מוישבין על הדרוש.

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 10:12 am

· #143357
ווען איך שטויס זיך אן אין די ווערטער "גיהנם כלה והם אינם כלים" ווערט מיר שווער די שאלה, וואס מיינט דאס?
דער גיהנם ענדיגט זיך און זיי נישט? דארף דאס צו זיין א קללה? אדער ענדערש א ברכה?

big joe » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 1:25 pm

· #143415
איינער פון די חורבנות פארוואס אינז זעהן אזוי אויס היינט, איז ווייל מיר קוקן אהן אלע פריעדיגען אזויווי א סקווירא קוקט אויף זיין רבי...

חז''ל האבן אסאך מאהל גענוצט גוזמאות, סלענגס, און סתם קללות וואס דארף נישט מאכן סענס.און דאס מאכט זיי נישט קלענער

טאמבל סאס » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 1:29 pm

· #143417
און דאס איז די חורבן היינט אויך. אז מ'זאגט 'אונזערע רבנים נוצן גוזמאות, און זאכן וואס מאכן נישט קיין סענס'.
ס'מאכט טאקע נישט קיין סענס, אבער דאס מאכט זיי נישט קלענער.

big joe » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 1:36 pm

· #143420
אונזערע רבנים נוצן היינט צוטאג נישט קיין גוזמאות, זיי גלייבן נעבעך יעדעס ווארט זיי זאגן.
אוצר הטיפשות כלה והם אינם כלים

ברסלבער » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 1:48 pm

· #143423
שמעקעדיג
ווען איך שטויס זיך אן אין די ווערטער "גיהנם כלה והם אינם כלים" ווערט מיר שווער די שאלה, וואס מיינט דאס?
דער גיהנם ענדיגט זיך און זיי נישט? דארף דאס צו זיין א קללה? אדער ענדערש א ברכה?

די פשט איז פשוט. די גיהנום איז נאר פאר א שטיק צייט זיך צו אויסלייטערן פון די עבירות. דאס איז ביי געווענליכע בעלי עבירה וואס זענען נאך מאמינים בה', אבער ביי כופרים זאגט די גמרא גיהנם כלה והם אינם כלים, אפילו ווען די אנדערע וועלן שוין ארויסגיין פון גיהנום וועלן זיי נאך דארט בלייבן. (פארשטייט זיך נאר אויב זיי האבן נישט תשובה געטוהן בחייהם).

טאמבל סאס » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 1:57 pm

· #143427
מיטן פולסטן רעספעקט. דאס איז א פארדרייטע פשט. ס'שטייט נישט 'גיהנום כלה לאחרים'.
שמעקעדיג, ס'איז אזא מין מליצה. כאדם האומר לחבירו: 'זיינע נערוון וועלן פלאצן, אבער ער וועט נישט אויפגעבן" זיי וועלן ברענען לעולמי עולמים.

נחום כץ » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 7:15 pm

· #143941
איינער ווייסט וואו ס'שטייט אז מ'טאר נישט האבן קיין פארקער מיט א מחלל שבת?
נישט רעדן מיט אים? און אפ' נישט פארקויפן קיינע פראדוקטן?
איך קום אריין אין מיין לאקעל סושי געשעפט אין טאון (סטמפורד הילל) און איך פרעג מיט א שמייכל, דער בעל הבית א געוועזענע נאנטע חבר מיינס, אויב רעדן, רעדט ער נאך מיט מיר?
אבער ער האט מיר תיכף אפגעשמוצט זאגענדיג "ביסט א מחלל שבת! מ'טאר נישט רעדן מיט דיר! גיי ארויס פון דא!
ס'געזיצן דארט א אנדערע איד, און האט זיך געבעטן ביי איהם, "כאטשיג קויפן לאז איהם" אבער ער האט פון גארנישט געוואלט הערן.
איך האב אביסל געפילט ווי בר קמצא. הגם נאר די ק' און די צ'.
אדער גאר קמצא אליינס. ווייל איך בין דאך יא נאנט געווען מיט יענעם.

big joe » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 7:28 pm

· #143947
ביי אינז האט מען געוויסט אז איין שלעכט עפל קען חרוב מאכן א גאנצע קעסטיל עפלעך...
אוי לרשע ואוי לשכנו
ביי חסידים האט מען געלערנט אז א משומד אדער א מומר האט א שלעכטע השפעה אויף זיינע ארומיגע
און ווילאנג מ'איז נישט באהאווענט אין אמונה ענינים איז בעסער צו שטיין וואס ווייטער פון די צובראכענע נשמות

נחום כץ » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 7:58 pm

· #143957
איך פרעג וואס די הלכה איז.
איך ווייס אז אין באר היטב פסקנ'ט אז איין מאל מחלל שבת זיין הייסט מען נאך נישט א מומר, און אויך דארף עס דייקא זיין בפני עשרה.
און דער פרי מגדים האלט נאך מער, אז אויפ'ן אן איסור דרבנן הייסט מען בכלל נישט קיין מומר. כ'גלייב נישט כ'האב עובר געווען אויף א דאורייתא אמאל שבת.

די חזו"א אין הל' שחיטה זאגט אז א מין לכל התורה און א מחלל שבת בפרהסיה אויב דינט ער נישט ע"ז, אפ' ער איז מומר לכל התורה, וועט ער נישט מנסך זיין יין. און די זעלבע זאגט דער פתחי תשובה לגבי פתו.
אויך ברענגט דער חזו"א (רעדנדיג פון די הלכה כלפי א מומר א מחלל שבת בפרהסיא/אדער כופר בתורה- היינטיגע צייטן) נאך פון הגהות מיימוניות אז מ'טאר נישט פיינט האבן א כופר בתורה, נאר נאכדעם וואס ער נעמט נישט אן תוכחה.
דערפאר ברענגט ער פון פון 'אהבת חסד' בשם הגר'י מולין אז מהאי טעמא "איז א מצוה ליב צוהאבן רשעים".
און ער ברענגט נאך בשם המהר"מ לובלין "אז היינטיגע צייטן הייסט עס קודם תוכחה, שאין אנו יודעין להוכיח (ווי מ'קען זען פון די פריערדיגע מעשה). און ער פאררופט זיך על מה ששנינו במס' ערכין ששנינו במס ערכין "אמר ר' אלעזר בן עזריה תמיהני אם יש בדור הזה שיודע להוכיח".

דער חזו"א פאר זיך, באגענוגט זיך גאר מיט'ן אונז רופן 'אנוסים' וויבאלד מיר זענען זיך תועה אחרי צדוק וביתוס.
זאגט ער ודיינין להו כאנוסין. און אויף דעם ארויף פסקנ'ט ער דאס אויבנדערמאנטע. (אבער דאס איז פאר די 'חסידישע פארט' וואס דו האסט אראפגעברענגט)
און ער פירט אויס "וכן לעניין שאר הלכות"

big joe » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 8:04 pm

· #143960
איינער וואס גלייבט נישט איז א אפיקורס!!!
איינער וואס שרייבט דברי כפירה אויף אידיש (יא אפילו טיפשות) איז א מסית ומדיח!!!

גענוג פשוט?!?!?!

הוגה » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 12:20 am

· #144009
שוין, נחומ'ן האט מען שוין גוט אנגעפאטשט, אשריך רבי דזשאו פארן אריינכאפן אזא גרויסע מצוה לכבוד די הייליגע טעג.

יעצט ווער וויל ענטפערן די שאלה? איז דא אזא ענין? אויב יא, וואס זענען די מקורות? לאמיר עס אדורך טון ווי נארמאלע מענטשן.

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 12:37 am

· #144010
לכאורה איז יענער מחויב אלץ ערבות עם צו געבן די סושי, און אפשר נאך בחינם אויך, ווייל אויב נישט איז ער עם מכשיל מיטן עסן טריפות אנשטאט דעם.

נחום כץ » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:32 am

· #144037
ער איז געווען אמאל זייער גוט מיט מיר. ער האט מיר זייער ליב געהאט. קען זיין דערפאר וויל ער מיר נישט קענען.
הרואה סוטה בקלקולה יזיר עצמו.

אבער עני-האו, איך פייגער נישט פאר זיין סושי. איך לערן "הרואה סושי בקלקולה, יזיר עצמו...

יאיר » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:52 am

· #144041
נחום, אויב דער איד שפירט ביי זיך אז פאר זיין פיסכאלאגישע פארזיכערונג אין זיין אמונה פעלט אויס צו אפהאקן מיט דיר איז פשוט אז ער איז מחוייב מצד הדין (קרי: מצד הפסיכולוגיה) צו אפהאקן מיט דיר.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 10:35 am

· #144096
דארף מען טובל'ען א נייע קאווע מאשין?

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:00 am

· #144110
וואסארא מין מאשין? רוב קאפי מאשינס זענען פלעסטיק, דארף מען נאר טובלען די גלאזערנע קעסל.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:42 am

· #144141
למשל א KEURIG

לדוגמא, אזוינס:
<a class="postlink" href="http://www.amazon.com/Keurig-K75-Single-Cup-Home-Brewing-Platinum/dp/B00AWLBE6G/ref=cm_cr_pr_product_top">http://www.amazon.com/Keurig-K75-Single ... roduct_top</a>

big joe » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 1:11 pm

· #144183
שמעקעדיג
למשל א KEURIG


א KEURIG איז נישט מחיוב בטבילה

סאשי פיש » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 1:20 pm

· #144189
וואס מיינט די הכנה פון די מצוה איז גרעסער ווי די מצוה אליינס?

big joe » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 1:21 pm

· #144190
סאשי פיש
וואס מיינט די הכנה פון די מצוה איז גרעסער ווי די מצוה אליינס?


מקור???

big joe » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 1:23 pm

· #144191
נישט יעדעס ווארט וואס א רבי/צדיק האט אמאל געזאגט מאכט סענס!!!

די אמאליגע חסידים פונקט ווי די היינטיגע האבן נישט פארשטאנען הומור, סארקאזם און גוזמאות

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 1:27 pm

· #144196
עס קען מיינען אסאך זאכן,
למשל (ביג דזשאו, איך רעד סארקאסטיש, כאפ מיך נישט ביים קארג..) אז צדיקים האבן געזאגט אז די גאנצע אלול, ימי הדין והרחמים, ימי השמחה און הושענא רבא איז א הכנה פאר (די מצוה פון) אתה הראת!! זאג דו וואס איז גרעסער, די מצוה? אדער הכנה?...

big joe » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 1:32 pm

· #144202
א בחינה פון, פארוואס הערט מען נישט יו''כ אז היינט איז נאר אזוי ווי פורים יום כיפורים??

ווייל אייביג איז ביי אינז יעצט די הייליגסטע צייט, און אז ס'נישט דא עפעס ספעישאל, טרעפט מען א הכנה פאר עפעס ספעישל.

טאמבל סאס » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 1:42 pm

· #144210
סאשי פיש
וואס מיינט די הכנה פון די מצוה איז גרעסער ווי די מצוה אליינס?

פארשפיהל.

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:27 pm

· #144243
big joe
סאשי פיש
וואס מיינט די הכנה פון די מצוה איז גרעסער ווי די מצוה אליינס?


מקור???

בספרי החסידות הרחיבו בזה מאוד, וכתבו שההכנה למצווה היא חלק מהמצווה
ממש ואפילו גדולה יותר מהמצווה עצמה (שפת אמת פרשת האזינו תרל"ד), ועיקר
עבודת המצווה היא בהכנה במחשבה לפניה (בעש"ט פרשת נח). וכלשון בעל הקדושת
לוי (פרשת בשלח): "דמבואר בספרי יראים, שכל מצווה קודם עשייתה צריכה הכנה,
להכין עצמו לעשותה בקדושה ובטהרה, והיוצא מזה מחמת שמכין עצמו מגלה
בדעתו שחביבה המצווה בעיניו ומצפה ושמח לעשותה, ואח"כ בעשותה יעשנה בלב
שלם שלא יחללה ויפגמנה בעשותה, שהרי נשרש בליבו אהבה של המצווה ההיא". (מקור)


שארית מנחם
בריכת המעיין


טאמבל סאס
סאשי פיש
וואס מיינט די הכנה פון די מצוה איז גרעסער ווי די מצוה אליינס?

פארשפיהל.

זיי דיך מסביר, די עולם כאפט נישט.

טאמבל סאס » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:51 pm

· #144264
מ'כאפט שוין?
:אויסרוף:

big joe » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 4:29 pm

· #144325
געפילטע פיש
big joe
סאשי פיש
וואס מיינט די הכנה פון די מצוה איז גרעסער ווי די מצוה אליינס?


מקור???

בספרי החסידות הרחיבו בזה מאוד, וכתבו שההכנה למצווה היא חלק מהמצווה
ממש ואפילו גדולה יותר מהמצווה עצמה (שפת אמת פרשת האזינו תרל"ד), ועיקר
עבודת המצווה היא בהכנה במחשבה לפניה (בעש"ט פרשת נח). וכלשון בעל הקדושת
לוי (פרשת בשלח): "דמבואר בספרי יראים, שכל מצווה קודם עשייתה צריכה הכנה,
להכין עצמו לעשותה בקדושה ובטהרה, והיוצא מזה מחמת שמכין עצמו מגלה
בדעתו שחביבה המצווה בעיניו ומצפה ושמח לעשותה, ואח"כ בעשותה יעשנה בלב
שלם שלא יחללה ויפגמנה בעשותה, שהרי נשרש בליבו אהבה של המצווה ההיא".


שיינע תורות, זיי האבן עס געמיינט אין א בחינה נישט פשוט פשט

וועלכע רבי וועט דיר זאגן אז אויב דו קענסט נאר טוען איינס, אדער די הכנה אדער די מצוה אז די זאלסט טוען נאר די הכנה????

א מצוה אהן א הכנה איז א מצוה, א הכנה אהן א מצוה איז גארנישט!!!

געפילטע פיש » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:24 am

· #144473
קודם כל, ער האט געבעטן א מקור האט איך מגגל געווען און געברענגט וואס כ'האב געטראפן, אזא טבע האב איך, וואס זאל איך טוהן? אבער נישט איך בין דיין בעל דין, ביז דע מינוט האב איך קיין דעה אין דעם נושא נישט געהאט. אבער אז איינער טענה'ט זיך מיט מיר, מוז איך מיך דאך צוריק טענה'ן, כדי שלא ישאר הנייר חלק.

ביסט גערעכט, "אין א בחינה" איז עס חשובער ווי די מצוה אליינס, אזויווי אסאך נקודות און ווערטלעך וואס זענען נישט פשוט פשט, נאר גענוי דאס, ווערטלעך, תורות, אין א בחינה.

אבער דאס וואס דו זאגסט נאכדעם איז נישט מוכרח, גערעכט אז הכנה אן די מצוה איז גארנישט, (אפשר נישט? חשב לעשות מצוה ונאנס ולא עשאה מעלה עליו הכתוב כאילו עשאה) אבער דארפסט פארשטיין אז א מצוה וואס מ'מאכט כאפ לאפ האט נישט די זעלבע חשיבות ווי א מצוה וואס מ'מאכט הכנה צוצוגיין מיט די ריכטיגע כוונה, מ'לערענט די טעמי המצוה, מיט א קלארע קאפ און רואיגע געמיט גייט מען צו דערצו, דאס איז "אין א בחינה" חשובער ווי די מצוה אליינס.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16