שואל כענין - קושיות ותמיהות
789 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #356
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
אלע חיות בהמות אין חיות זענען דעטראנקען געווארען ביים מבול! פארוואס?!
בפשטות איז די הסבר ווי ס'שטייט אין רש"י ווייל אפילו וכו' נזקקין לשאינם מינם. אבער געוואלד, זיי זענען נישט קיין בר עונשין טא וואס איז די פראבלעם מיט דעם? חוץ אם נאמר אז די עצם השחתה איז גורם כליה.
אויף גוגעל מיטשעט זיך א גרויסן עולם מיט דער קשיא, אבער פאר איך קוק דארט, ווער קען צוצייכענען א מראה מקום.
א דאנק.
עוג מלך הבשן האט איבערגעלעבט ווייל ער איז געווען ערליך אדער וואס?
דאס אז ער איז געווען גרויס איז נישט קיין תירוץ, איז דען שווער פארן באשעפער אים אפצעווישן אונטער אן אויגנבליק?
איך טראכט אז אולי איז נתקדש געווארן ש"ש על ידו ביי זיין פגירה, ס'דא א שיטה אז ער איז געווען אליעזר עבד אברהם, אפשר פארן ראטעווען לוט, ווער ווייסט?
האט עס ערגעצוואו א מקור?
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
נעגעל וואסעראלע חיות בהמות אין חיות זענען דעטראנקען געווארען ביים מבול! פארוואס?!
בפשטות איז די הסבר ווי ס'שטייט אין רש"י ווייל אפילו וכו' נזקקין לשאינם מינם. אבער געוואלד, זיי זענען נישט קיין בר עונשין טא וואס איז די פראבלעם מיט דעם? חוץ אם נאמר אז די עצם השחתה איז גורם כליה.
אויף גוגעל מיטשעט זיך א גרויסן עולם מיט דער קשיא, אבער פאר איך קוק דארט, ווער קען צוצייכענען א מראה מקום.
א דאנק.
די פשטות וואס קומט ארויס פון די פסוקים איז אז דער רבש"ע איז נישט געווען צופרידן פונעם גאנצן בריאה, דאס איז בכלל נישט געווען אין פלאן, וינחם ה' וגו'.
ס'איז נישט געווען דוקא אן עונש פאר די בהמות, נאר ענדערש א כליה מצד ווייל זיי האבן נישט געדינט זייער תכלית (קיין נפ"מ וואס די סיבה דערצו איז געווען).
משל למה"ד, א מענטש בויעט א מאשין וואס דארף דינען א געוויסע תועלת, נאכן ענדיגן בויען זעהט ער אז די מאשין אנשטאט ער זאל דינען דעם תועלת איז עס מקלקל זאכן און זייעט אן כאאס, האט ער צענומען די מאשין ארויסגענומען די גוטע חלקים וואס קענען צונוץ קומען פארן קומענדיגן בעסערן מאשין און די איבעריגע האט ער אוועקגעווארפן.
איין פשט איז, ווייל די אדם איז תכלית הבריאה, און אלעס איז באשאפן לצורכו, און אויב מען איז נישטא קיין מענטשן, דארף מען נישט די גאנצע בריאה, וכן מדויק בהפסוקים, וינחם וגו' כי עשה את "האדם", אמחה את "האדם". רש"י סוף בראשית.
אקוראט. אדם הראשון האט באקומען א מתנה זיך צו משתמש זיין מיט די אלע באשעפענישן. אויב עס איז נישטא קיין מענטש, ווער דארף דען די איבעריגע בריאה? אלעס איז דאך בלויז געווען צוגעשטעלט פארן מענטש, דער מבחר הבריאה. אויב נישט דער מענטש, פארוואס דען זאל דער דזשיראף עקזיסטירן?
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
אי משום הא בלייבט דאך נח איבער, זיינע קינדער גייען דאך נהנה זיין פון די חיות ובהמות.
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
שבת איז מיר בייגעפאלן אז לכאורה איז נח "געגאנגען גרין" בלע"ז (ענווייראמענטאליסט) ווייל אויב נישט, וואס האט אויסגעפעלט די גאנצע אונטערשטע שטאק, יעדעס אינטש איז זיכער געווען פריים ריעל עסטעיט און ער וואלט ווען געקענט דאמפן אלע מיסט און אפפאל אינדרויסן, נאכמער, די עיפוש איז זיכער געווען אומדערטרעגליך זאל איינער פרובירן צו וואוינען מיט מיסט און צואה פאר דריי חדשים, נאר מן הסתם האט ער נישט געוואלט פאלוטען די ענווייראמענט.
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
וואס האט נח געהאט פון שיקן די יונה, ער וואלט געקענט ארויסקוקען פון פענסטער אויב ס'איז טריקן, ווייל אפילו אויב די יונה זאל טרעפן 100 מייל אוועק טריקן לאנד מיז ער נאכאלץ קוקן אויב דא ווי ער איז קען מען ארויסגיין.
פארוואס האט דער אייבירשטער געהייסן מאכן די תיבה אויף א מאס מיט אנווייזונגען וויאזוי צו מאכן די דאך, ער האט געקענט זאגן מאך א תיבה מיט גענוג פלאץ און זעה עס זאל זיין גוט weatherproofed.
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
[ציטאט אראפגענומען]
נו אויב איז אונטען טרוקן איז אויבן אויפ'ן בארג זיכער טרוקן, א יא? האט ער פשוט געדארפט עפענען די טיר און ארויסגיין, צו דעם דארף ער נישט קיין פייגל.
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
החוקרשבת איז מיר בייגעפאלן אז לכאורה איז נח "געגאנגען גרין" בלע"ז (ענווייראמענטאליסט) ווייל אויב נישט, וואס האט אויסגעפעלט די גאנצע אונטערשטע שטאק, יעדעס אינטש איז זיכער געווען פריים ריעל עסטעיט און ער וואלט ווען געקענט דאמפן אלע מיסט און אפפאל אינדרויסן, נאכמער, די עיפוש איז זיכער געווען אומדערטרעגליך זאל איינער פרובירן צו וואוינען מיט מיסט און צואה פאר דריי חדשים, נאר מן הסתם האט ער נישט געוואלט פאלוטען די ענווייראמענט.
איך האב ביים שבת טיש געזאגט אביסל ענדליך פאר די קינדער. הלמאי וואס דארף מען א גאנצע שטאק פאר די מיסט, וואס האט עפ"י חשבון געדויערט ארום 40 יאר צו בויען? ער וואלט זיכער אלעס געקענט טראסקן פון א פענסטער, קיינער זעהט נישט און קיינער וועט קיינמאל געוואר ווערן דערפון, און ער מאכט גארנישט קאליע, די וועלט דארט אונטען איז ממילא כאדאראם.
נאר הא גופא לערנט אונז די תורה אויס! מ'טוט נישט קיין אומאיידעלע זאכן, אפילו די ווייסט אז קיינער זעהט נישט! ווען די גייסט שפאצירן און די וויסט אראפ ווארפן דיין מיסט און תהום אריין, דאונט דא איט. אויב די אקט איז אומאיידעל טוהט מען דאס נישט יהיה מה שיהיה..
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
קל וחומראי משום הא בלייבט דאך נח איבער, זיינע קינדער גייען דאך נהנה זיין פון די חיות ובהמות.
גערעכט. ווי אויך אויב דאס איז די טעם, פארוואס האבן די פיש איבערגעלעבט?
ס'שיינט אז ווייל די אלע מענטשען און אלע בהמות האבן געטוהן השחתה איז די גאנצע בריאה געווען איין שטיק השחתה, אזש אפילו די ערד ביז ג' טפחים האט געדארפט ווערן "ריפרעשד" און אנהייבן די גאנצע זאך פון דאסניי.
א מראה מקום אין א ספר האט קיינער נאכנישט געטראפן?
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
ברוך שכוונתי.
איך פלעג מיך נאך אלס קינד אויפרעגען ווען מיינע עלטערן אדער מלמד פלעגט אויסרופן "מ'גיימער יעצט אויפן גאס און יעדער זאל זיך שיין אויפירען כדאי נישט צו מאכן א חילול ה' חלילה", זיי זענען אייביג געווען ביזי אז מ'דארף זיך אויפירען מענטשליך נאר ווייל די גוי זאל זעהן וואס פארא אויסדערוועהלטע פאלק מיר זענען.. דאס איז טאטעלי די פאלשע וועג פון מחנך זיין א קינד אין מיי אפניעין. לערן זיי אויס צו זיין א מענטש ווייל די ביזסט א מענטש, און פיר דיך אויף נארמאל ווייל אונז זענען נארמאל!
שמעלקא'לעעוג מלך הבשן האט איבערגעלעבט ווייל ער איז געווען ערליך אדער וואס?
דאס אז ער איז געווען גרויס איז נישט קיין תירוץ, איז דען שווער פארן באשעפער אים אפצעווישן אונטער אן אויגנבליק?
איך טראכט אז אולי איז נתקדש געווארן ש"ש על ידו ביי זיין פגירה, ס'דא א שיטה אז ער איז געווען אליעזר עבד אברהם, אפשר פארן ראטעווען לוט, ווער ווייסט?
האט עס ערגעצוואו א מקור?
אין ילקוט מען לועז ווערט געברענגט אז ער האט איבערגעלעבט כדי די וועלט שפעטער זאל האבן א השגה וואסארא וועלט השי״ת האט פארלענדעט.
נעגעל וואסעראלע חיות בהמות אין חיות זענען דעטראנקען געווארען ביים מבול! פארוואס?!
בפשטות איז די הסבר ווי ס'שטייט אין רש"י ווייל אפילו וכו' נזקקין לשאינם מינם. אבער געוואלד, זיי זענען נישט קיין בר עונשין טא וואס איז די פראבלעם מיט דעם? חוץ אם נאמר אז די עצם השחתה איז גורם כליה.
אויף גוגעל מיטשעט זיך א גרויסן עולם מיט דער קשיא, אבער פאר איך קוק דארט, ווער קען צוצייכענען א מראה מקום.
א דאנק.
דערמאנט מיר פון דעם
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/233790">viewtopic.php?p=233790#p233790</a><!-- l -->
זבחים קיד אין קטז רעדט די גמרא פונעם תיבה, מבול, עוג, דעם וויזעלטיר.
געוואלדיג[אין ילקוט מען לועז ווערט געברענגט אז ער האט איבערגעלעבט כדי די וועלט שפעטער זאל האבן א השגה וואסארא וועלט השי״ת האט פארלענדעט.
הייסט אז אלע יענע צייטן זענען געווען אזוי גרויס ווי עוג'ן?
יא
ונבנתה העירוַיִּפֶן כֹּה וָכֹה וַיַּרְא כִּי אֵין אִישׁ וַיַּךְ אֶת הַמִּצְרִי וַיִּטְמְנֵהוּ בַּחוֹל. זאגט רש"י: וירא כי אין איש - שאין איש עתיד לצאת ממנו שיתגייר.
אויב האט ער איהם למעשה גע'הרג'עט, וועלכע דורות האט ער באטראכט צו זעהן אויב זיי זענען זיך מגייר?
[נאכ'ן ענטפערן: אויב וואלט ער וכו', טראכט נאכאמאהל איבער די קושיא...]
זיך גוט דערמאנט שבת פון די "
@ונבנתה העיר" קושיא.. נישט געקענט שלאפן שבת נאכמיטאג.. 🙂
(אפשר גאר האט די מצרי שוין געהאט קינדער, און אויב וואלט פון זיי ארויסגעקומען א גר, וואלט די זיידע פארשוינט געווארן. אזא בחינה פון ברא מזכה אבא.)
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
דער אמת'ר תירוץ איז: אויב וואלט ער וכו'. וכן מבואר כעי"ז כמה וכמה פעמים בחז"ל, והביאור כמ"ש המהר"ל שיש אופן בתוך אופן וכו'.
מכת חושך אין רוסלאנד
chusidמכת חושך: אין חדר לערנט מען אונז אז עס איז געווען אזוי טונקל אזש אז מען האט זיך נישט געקענט רירן. איז דא אזא זאך אז טונקעלקייט זאל ווערן פיזישע מאטיריאל?
<a class="postlink" href="https://www.thesun.co.uk/news/6856742/sky-turns-black-middle-day-remote-russian-towns-weapons-test-aliens/">https://www.thesun.co.uk/news/6856742/s ... st-aliens/</a>
Residents reported darkness beginning around 11.30am and lasting almost three hours on Friday.
Gloom descended on Eveno-Bytantaisky, Zhigansky and Verkhoyansky but none of these districts have been hit by wildfires that are raging in other Siberian localities.
The areas are so far north that at this time of year they have virtually 24-hour light — but as one local said: “Day suddenly turned into a dark night”.
Another said: “I couldn’t see a thing without switching lights on.
“We took torches to walk outside, but actually no-one wanted to be on the street because the feeling was as if something heavy in the air was pressing on your chest.”
א שאלה אין פרשת השבוע
איך וויל פרעגן פשט אין א פסוק חומש:
כִּי יִנָּצוּ אֲנָשִׁים... וְקָרְבָה אֵשֶׁת הָאֶחָד לְהַצִּיל אֶת אִישָׁהּ מִיַּד מַכֵּהוּ וְשָׁלְחָה יָדָהּ וְהֶחֱזִיקָה בִּמְבֻשָׁיו
וואס איז עברי טייטש? אז זי וועט לייגן די הענט צו זיין פלאץ ווי מ'טאר נישט? זי כאפט אים אן געהעריג אדער מיט די קליידער?
איז עס נאר א משל אויף יעדע סארט זאך וואס זי וועט טוהן אויף א אופן פון בזיון?
איז דא א גדר וואס איז א בזיון פאר א מאן דורך א פרעמדע פרוי? אויב זי כאפט אים סתם אן און שלעפט אים אוועק איז עס אויך בושת, אדער נאר אויב זי טוט עס באופן פון נישט צניעות'דיג?
אויב א פרוי/מאן זעט ווי צוויי מענטשן קריגן זיך און ער קומט זיך אריינמישן/העלפן דארף ער אויסרעכענען זיינע מענאווערס פון פאראויס און נאר ארבעטן בדרך כבוד?
איך האב עפעס פארשטאנען די כוונה אז אויב דאס איז געווען איר מעטאד פון אפשטעלן די מחלוקת, זי איז אויפגעקומען לכתחילה מיט א מעכטיגע פלאן, מ'וועט יענעם אנכאפן אזויווי ס'ברויך צו זיין אזוי אז ער וועט נישט וויסן ווי זיך אהינצוטון און ער וועט שנעל אפלאזן איר מאן און אריינגיין אין זיין הויז וואס שנעלער (איידער ער וועט זיין אויף יעדע וואטסעפ גראפ), דאס איז א עוולה צו קומען יענעם דערנידערן און מבזה זיין פשוט ווייל דו ווילסט העלפן דיין מאן, לא זו הדרך.
איך בין אבער נישט זיכער מיט מיין מהלך, אויב איינער קען ביטע קלאר מאכן די זאך, ייש"כ
ארויפגעברענגט, ווייל כ'קען באשטיין צו הערן א ביאור אויף מיין פריערדיגע פראגע פון ווער עס ווייסט. ייש"כ
איך האב אויך אזוי געלערנט פשט.
אברך משי: איין קליינע הערה. אין מדבר האט מען נישט געדארפט אנקומען צו וואטסעפפ. מ'האט געקענט אין 2 מינוט פארשעמט ווערן פאר ששים רבוא נייגעריגע יענטעס. וואס וואלטן געמאכט מטעמים פון די זאפטיגע נייעס...."דו האסט געהערט"... זאגט מרס שימאנאוויטש צו מרס. פרענקל...חנה שפרינצא האט אנגעכאפט דעם מר. בערגער ביי די... ווייל ער האטציך געשלאגן מיט איהר מאן. אדער יונגל...!
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
יצר טוב/יצר הרע
פארוואס איז טוב אהן א 'ה' און רע מיט א 'ה', נישט יצר הטוב אדער יצר רע?
@ונבנתה @אלע דקדוק גיקס.
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
"טוב" ווענדט זיך יעדער אין זיין מצב, פאר איינעם איז גוט יעצט צו לערנען פאר איינעם איז יעצט גוט צו בטל'ן און זיך אויסטשוכענען, וכדומה. אבער א נבירה איז ביי אלעמען גלייך, וואס מען טאר נישט טאר מען נישט. דערפאר איז די יצר הרע בה"א הידיעה, מען דערקענט דאס גלייך.
אמת45יצר טוב/יצר הרע
פארוואס איז טוב אהן א 'ה' און רע מיט א 'ה', נישט יצר הטוב אדער יצר רע?
@ונבנתה @אלע דקדוק גיקס.
בפשטות וואלט איך געזאגט די סיבה איז וויבאלד די מושג פון יצר הרע איז מיוסד אויפן פסוק כי יצר לב האדם רע מנעוריו ממילא באציט זיך די הרע צום יצר הידוע פונעם פסוק וואס דאס איז די יצר הרע. משא"כ די מושג פונעם יצר טוב איז נישט מיוסד אויפן פסוק דערפאר דערפאר איז דאס נישט געווען מקובל דאס אנצוריפן בה"א הידוע. אבער מצד הדקדוק איז פארשטייט זיך שייך צו זאגן יצר הטוב נאך דעם וואס איז שוין ידוע פון אגדה דער ענין.
נהורא נפישאאמת45יצר טוב/יצר הרע
פארוואס איז טוב אהן א 'ה' און רע מיט א 'ה', נישט יצר הטוב אדער יצר רע?
@ונבנתה @אלע דקדוק גיקס.
בפשטות וואלט איך געזאגט די סיבה איז וויבאלד די מושג פון יצר הרע איז מיוסד אויפן פסוק כי יצר לב האדם רע מנעוריו ממילא באציט זיך די הרע צום יצר הידוע פונעם פסוק וואס דאס איז די יצר הרע. משא"כ די מושג פונעם יצר טוב איז נישט מיוסד אויפן פסוק דערפאר דערפאר איז דאס נישט געווען מקובל דאס אנצוריפן בה"א הידוע. אבער מצד הדקדוק איז פארשטייט זיך שייך צו זאגן יצר הטוב נאך דעם וואס איז שוין ידוע פון אגדה דער ענין.
און יצר טוב אן א "ה", נעמט זיך פון די ניגון, ותן בנו, ותן בנו, יצר יצר טוב...
ווער געדענקט די היט פון שנת תשמ"ח...
אוי"ל בדרך חסידות, עמך כולם צדיקים, א איד'ס יצר טוב איז זיינס, די יצר הרע איז אבער א דרויסענדיגער, ער איז די יצר פון די דרויסענדיגע כח הרע.
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
יצר רע זאגט זיך שווער וויבאלד די צוויי רי"ש'ן קושן זיך, האט מען צוגעלייגט אן ה"א.
סתירה בדברי הרמב"ם:
מורה נבוכים חלק ג' פרק מ"ח:
ואמנם מצות שחיטת בהמה היא הכרחית מפני שהמזון הטבעי לבני אדם הוא מן הזרעים הצומחים בארץ ומבשר בעלי חיים והטוב שבבשר הוא מה שהותר לנו לאכלו - וזה מה שלא יסופק בו רופא. וכאשר הביא הכרח טוב המזון להריגת בעלי חיים כונה התורה לקלה שבמיתות ואסרה שיענה אותם בשחיטה רעה ולא יחתוך מהם אבר - כמו שבארנו:
וכן אסר לשחוט אותו ואת בנו ביום אחד - להשמר ולהרחיק לשחוט משניהם הבן לעיני האם כי צער בעלי חיים בזה גדול מאד אין הפרש בין צער האדם עליו וצער שאר בעלי חיים כי אהבת האם ורחמיה על הולד אינו נמשך אחר השכל רק אחר פועל הכח המדמה הנמצא ברוב בעלי חיים כמו שנמצא באדם. והיה זה הדין מיוחד בשור ושה מפני שהם - מותר לנו אכילתם מן הביתיות הנהוג לאכלם והם אשר תכיר מהם האם מן הולד:
וזה הטעם גם כן בשילוח הקן כי הביצים אשר שכבה האם עליהם והאפרוחים הצריכים לאמם על הרוב אינם ראויים לאכילה וכשישלח האם ותלך לה לא תצטער בראות לקיחת הבנים. ועל הרוב יהיה סיבה להניח הכל כי מה שהיה לוקח ברוב הפעמים אינו ראוי לאכילה:
ואם אלו הצערים הנפשיים חסר התורה עליהם בבהמות ובעופות כל שכן בבני האדם כולם. ולא תקשה עלי באמרם ז"ל "האומר על קן צפור יגיעו רחמיך וגומר" - כי הוא לפי אחת משני הדעות אשר זכרנום - רצוני לומר דעת מי שחושב שאין טעם לתורה אלא הרצון לבד ואנחנו נמשכנו אחר הדעת השני:
משנה תורה הלכות תפלה פ"ט ה"ז:
מי שאמר בתחנונים מי שריחם על קן ציפור שלא ליקח האם על הבנים או שלא לשחוט אותו ואת בנו ביום אחד ירחם עלינו וכיוצא בענין זה משתקין אותו מפני שמצות אלו גזרת הכתוב הן ואינן רחמים שאילו היו מפני רחמים לא היה מתיר לנו שחיטה כל עיקר:
והוא פלא.
ונבנתה העירמען האט אמאל געפרעגט דעם בעל התניא, ווען הלכה און קבלה קריגן זיך ווי וועמען דארף מען טון. האט ער גענטפערט: מסתמא ווי די מקובלים.
האט מען אים געפרעגט אז ער אליין שרייבט דאך אין אנפאנג הל' תפילין אז בכגון דא דארף מען טון ווי די פוסקים?
וענה: יא, אזוי זאגן די בעלי הלכה, אבער די מקובלים זאגן אז מ'דארף טון ווי די מקובלים...
למעשה גערעדט, אויב האט די רמב"ם געהאלטן ווי ער שרייבט אין מורה, פארוואס אין משנה תורה האט ער געשריבן אנדערש? פארוואס האט ער נישט געקענט שרייבן וואס ער האלט באמת, אז די טעם איז ווייל ער איז מטיל קנאה במעשה בראשית?
.
[ציטאט אראפגענומען]
כנראה כוונתך כאשר מקפיד שהמים יוספג באלונטית, הא לאו הכי אסור
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
פארוואס ניטל נאך חצות מעג מען שוין לערנען, אבער די מצוה טאר מען נישט. די כח הטומאה איז נאך דא אדער נישט??
Sent from my Moto G (5) using Tapatalk
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
טמירפארוואס ניטל נאך חצות מעג מען שוין לערנען, אבער די מצוה טאר מען נישט. די כח הטומאה איז נאך דא אדער נישט??
Sent from my Moto G (5) using Tapatalk
די יעניגע גלייכן זרע מער פון תורה.
טמירפארוואס ניטל נאך חצות מעג מען שוין לערנען, אבער די מצוה טאר מען נישט. די כח הטומאה איז נאך דא אדער נישט??
Sent from my Moto G (5) using Tapatalk
אויב מ'איז נישט מכוון לשם מצוה מעג מען יא
איש חזוןטמירפארוואס ניטל נאך חצות מעג מען שוין לערנען, אבער די מצוה טאר מען נישט. די כח הטומאה איז נאך דא אדער נישט??
Sent from my Moto G (5) using Tapatalk
אויב מ'איז נישט מכוון לשם מצוה מעג מען יא
מיט א רוח אלהים מעג מען אפי' פאר חצות