שואל כענין - קושיות ותמיהות
789 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #356
בעל הבור vs בעל הבהמה
א בהמה וועט גיכער אנקומען צו כלים (וואס זענען מצוי איבעראל) ווי בהמות צום בור.
מער פון דעם קענעך נישט מסביר'ן...
מצד די חיוב שמירה אויף די בעלים.
מצד די ניזוקים ביסטו גערעכט.
דער שור וועט זיך שטערקער היטען פון א בור ווי פון כלים, ממילא וועט ער גיכער צוטרעטען א כלי ווי אריינפאלען אינ'ם בור
אויך זייער שווער אין רש"י.
שואל כענין - קושיות ותמיהות
די שווערעקייט דא איז די לשון פון רש״י וואס איז זיך מתייחס צום ווארט ׳רגל׳.
פר׳ ויקהל
וְהָי֣וּ תוֹאֲמִם֮ מִלְּמַטָּה֒ וְיַחְדָּ֗ו יִהְי֤וּ תַמִּים֙ אֶל-רֹאשׁ֔וֹ אֶל-הַטַּבַּ֖עַת הָאֶחָ֑ת כֵּ֚ן עָשָׂ֣ה לִשְׁנֵיהֶ֔ם לִשְׁנֵ֖י הַמִּקְצֹעֹֽת:
הגם די זמנים עבר און עתיד אין תורה איז נישט אלעמאל פונקטליך לדוג׳ עבר במקום עתיד און דא עתיד במקום עבר איז מיר דאס מער אינטערעסאנט ווייל דא האט די פסוק משנה געווען פון די פסוק פון תרומה און אנשטאט ויהיו איז והיו אבער ויהיו תואמים מלמטה האט ער נישט משנה געווען, איינער האט אפשר עפעס א הסבר פארוואס סזאל זיין אנדערש די צווייטע פון די ערשטע?
דאכט זיך אז דער וא"ו פון והיו איז א ו' המהפך און ס'איז די זעלבע ווי יהיו. געווענדליך א ו' אנפאנג פסוק איז נישט קיין ו' המחבר נאר א מהפך פון עבר צו עתיד אדער פארקערט. (למשל די ווארט וידבר איז אזוי ווי דבר - ער האט גערעדט, ויל"ע בזה וצ"ע בתרגום)
אין תרומה שטייט ויהיו, זאגסטו אז ביידע זענען עתיד?
כך אפשר לומר.
מש"כ דו' בתחילת פסוק הוא לרוב ו' ההיפוך, אינו נכון אחר עיון קצר בפסוקים
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
איז בכ״א דארף מען א הסבר ע״מ שינה הכתוב במקום א׳, ואינו מסתבר שהוא ל׳ עתיד מכיון שכל הפ׳ מדבר בל׳ עבר.
וואס איז די פשט פון צוזאמשטעלן חיטוטי שכבי מיט תחיית המתים? די אידן וואס זענען פארברענט געווארן ר"ל אין די קרעמעטאריעמס וועלן נישט קענען אויפשטיין תחיה"מ?
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
כ'פארשטיי נישט, גייט עפעס פעלן פאר די א.ד. קדושים?
Sent from my SPH-L900 using Tapatalk
שמיני - תזריע
וְאֶת הַחֲזִיר כִּי מַפְרִיס פַּרְסָה הוּא וְשֹׁסַע שֶׁסַע פַּרְסָה וְהוּא גֵּרָה לֹא יִגָּר טָמֵא הוּא לָכֶם. ח מִבְּשָׂרָם לֹא תֹאכֵלוּ.
רש"י: מבשרם לא תאכלו - אין לי אלא אלו שאר בהמה טמאה שאין לה שום סימן טהרה מנין אמרת קל וחומר ומה אלו שיש בהן קצת סימני טהרה אסורות וכו'.
איז עפעס משמע פון רש"י אז די סימני טהרה זענען א סיבה - נישט א סימן.
-----------
וְאִם פָּרוֹחַ תִּפְרַח הַצָּרַעַת בָּעוֹר וְכִסְּתָה הַצָּרַעַת אֵת כָּל עוֹר הַנֶּגַע מֵרֹאשׁוֹ וְעַד רַגְלָיו לְכָל מַרְאֵה עֵינֵי הַכֹּהֵן. יג וְרָאָה הַכֹּהֵן וְהִנֵּה כִסְּתָה הַצָּרַעַת אֶת כָּל בְּשָׂרוֹ וְטִהַר אֶת הַנָּגַע כֻּלּוֹ הָפַךְ לָבָן טָהוֹר הוּא. יד וּבְיוֹם הֵרָאוֹת בּוֹ בָּשָׂר חַי יִטְמָא. טו וְרָאָה הַכֹּהֵן אֶת הַבָּשָׂר הַחַי וְטִמְּאוֹ הַבָּשָׂר הַחַי טָמֵא הוּא צָרַעַת הוּא.
איז איינער וואס האט א נגע בכל גופו קען נאר בלייבן טהור אויב די גאנצע מעשה ווערט פארשוואונדן בב"א?
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
אחד העםהוגהדא האט איר די פשוט פשט פונעם פסוק:
ארמי אובד אבי -
אבי אברהם ארמי היה, אובד וגולה מארץ ארם. (רשב"ם)
דאס האב איך געזוכט. די מעשה מיט לבן איז א דרש.
יין שרףאיך זאג אז די רשב״ם אליינס זאגט אז מען דארף צו קומען צו דרשות חז״ל.
נישט אזוי פשוט.
לאמיר צולייגען דעם פסוק 'ארמי אובד אבי וירד מצרימה'.
מ'קען עס מנתח זיין אויף צוויי וועגן. אבער קודם כל די כוונה פון דעם פסוק דארף זיין זיין אז מיין טאטעס וירד מצרימה איז געבינדען מיט ארמי אובד. איין וועג ווי צו לערנען איז אבי, איז געווען אן ארמי אובד. אדער קען מען לערנען אז אבי, איז אנגעקומען קיין מצרים וועגן אן ארמי וואס האט געהאט בכוונה צו זיין א אובד, וואס מאכט פאלירען. לפי הדרך הא נמצא אז מען רעדט פון אברהם. לפי דרך השני רעדט מען פון יעקב, ווייל אז מען זוכט אן ארמי וואס האט געהאט בכוונה צו זיין א אובד, זעהט מען זיך ביי יעקב און ארמי גייט מיינען א פאפער.
דא מיין איך זעהט מען ענליך. אגב, דער אויספיר אז לבן מיינט נישט דווקא לבן נאר א געדאנק פון א געוויסע גזע וואס האט געוואלט מאכען פאלירען וכו איז א נקודה למחשבה.
א השגחה פרטית געשיכטע!
איך בליק ארום אין דעם אשכול, און איך שטויס מיר אן אין אחד העם'ס תגובה פון א יאר צוריק. איך גיב א קליק אויפן לינק און עס פירט מיר צו אזא מעלדונג: 'הדף שחפשת בבלוג זה אינו קיים', גיב איך א קליק אויפן דף הבית, זע איך א פאוסט וואס מ'האט היינט! ארויפגעשטעלט וואס אדרעסירט דירעקט דעם נושא.
קליקט, וועט איר זען און הנאה האבן.
שואל כענין - קושיות ותמיהות
ונבנתה, אויב האט עס נישט קיין איין סימן טהרה איז פשט אז די אינפעקציע אינערווייניג איז גרעסער.
לא הבנתי.
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
יעצט פארשטייסטו?
דהיינו, די סימני טהרה זענען א סיבה נישט א סימן.
מלמה"ד: כ'וויל דיר געבן א 'סימן' אין וועלכע הויז דו דארפסט אריינגיין, זאג איך דיר 'דער הויז מיט צוויי ביימער אינעם גארטן'. יעצט, אויב גייסטו אריין אין א הויז וואס האט איין בוים האסטו מער אויסגעפירט דעם תכלית ווי ווען דו גייסט אין א הויז אהן קיין ביימער בכלל?
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
ר' ונבנתה, און אויב ס'איז א סיבה איז עס אויך נישט קיין תמיה, וכן פשטות הסוגיא שולד בהמה טמאה שנולדה עם סימני טהרה אינו אסור אלא משום יוצא מן הטמא. עכ"פ דאס איז טאקע די רייד אינעם סוגיא, ויש לחלק בין סימני עופות ודגים ואכהמ"ל.
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
בנוגע דיין צווייטע שאלה איז די תירוץ אז יא, עיין רמב"ם טומאת צרעת פ"ז ה"ה. ככלל דארף מען וויסן אז די דיני מצורע קען מען נישט ארויסהאבן פון חומש רש"י אליין.
נחמי' י', ל"ו:
וּלְהָבִיא אֶת בִּכּוּרֵי אַדְמָתֵנוּ וּבִכּוּרֵי כָּל פְּרִי כָל עֵץ שָׁנָה בְשָׁנָה לְבֵית ה'.
רש"י: כל פרי כל עץ. בכורי של כל פרי האילן הם מדברי חכמים.
דבר שלא נשמע מעולם.
מדברי תורה איז נאר די שבעת המינים
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
ונבנתה'ס תמיה איז אז אפילו מדרבנן דארף מען נישט ברענגען חוץ משבעת המינים.
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
וואס מ'וועט מוזן ענטפערן על דרך רש״י, אז ס'איז דעמאלטס מתוקן געווארן דורך נחמיה אלס תקנת חז״ל, ולא נתקבל לדורות, אזוי ווי אַנדערע גזירות פון נחמיה שלא נתקבלו.
שלא ע״ד רש״י קען מען זאגן אז כל פרי כל עץ מיינט לאו דװקא אלע, פּונקט ווי ביכורי אדמתך מיינט אויך נאר חטה ושעורה. און דער הדגשה 'כל' קומט בעיקר להפקיע מפסוק לח וואו ס'שטייט פרי כל עץ תירוש ויצהר, וואס רעדט זיך ביי תרומה וואס איז נוהג נאר ביי די צװײ ביימער, זאגט ער אז ביכורים איז נוהג נישט נאר ביי די צװײ, נאר ביי אלע, מיינענדיג באלה שנשתבחה הארץ.
ועוד, אולי לא היה מצוי אז שאר אילנות חוץ מאלו שנשתבחה הארץ, שהם הפרות הרגילים להיות מצויים בארץ לפי טבעה.
ולפ״ז רעדט ער טאקע פון דער דאורייתא'דיגער חיוב, כפשטות משמעות הכתוב.
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
אבער דער מצודות זאגט עס אויך. ואולי סמך על רש״י.
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
ריכטיג. אבער דער פשט איז אים דא געפאלן, וצריך לתרץ כנ״ל.
@ונבנתה העיר איך בין ערשט יעצט אנגעקומען צום אשכול, און איך זע אז איר האט מציין געווען שו"ת חתם סופר.
אויך האב אייך געוואלט ווייזן טאקע אז דער חתם סופר רעדט דערפון אין די חידושים אויף מסכת נדרים דף נ"ה עמוד א'
וזה לשונו:
ועוררני רב אחד, שכ"כ רש"י בנחמיה קפיטל י' פסוק ל"ו ובכורי כל פרי כל עץ פירש"י בכורי של כל פרי כאילן הם מדברי חכמים עכ"ל.
איברא הדבר צע"ג דלא לשתמיט בשום מקום בשני התלמודים ובמס' בכורים שיהיו מביאים בכורים בכל זמן בית שני שמחזקיה ונחמיה ואילך, כ"א מז' המינים. ותו צלע"ג איך יכולים לתקן הבאת בכורים ממה שלא חייבה תורה ולעשות תנופה במזבח כעין עבודה, וה"ל חולין בעזרה ופטור ממעשר,
ולא ידעתי פתר לקושיא זו אלא בעיטור בכורים ואליבא דר"ש במתני' פ"ג דבכורים משנה יו"ד, וע"ש תי"ט. ומיהו הרמב"ם פסק כר"ע, וצ"ע...
און לפי ווי עס ליגט מיר אין זכרון האב איך אמאל געזען אין איינע פון די קובצים (מלפני הרבה שנים) ווי א חכם אחד האט מעורר געווען פון דברי התרגום יונתן בן עוזיאל אין פרשת קרח אויפן פסוק (י"ח י"ג) ביכורי כל אשר בארצם שטייט "בכורי
דכל פירי אילני ארעהון דיקרבון קדם ה'" וואס פון דעם איז אויך משמע אז סהאט נוהג געווען ביכורים ביי אלע ביימער נישט נאר די שבעת המינים. ואיני יודע ווי ווייט דער דיוק איז צ"ע, אבער סאיז פארט א שיינע דיוק...
אויב איך מעג פרעגן א נארישע קשיא,
מ'זעהט אין די תורה מ'האט געציילט די אידן און פ' במדבר, נאכדעם נאכמאל, בערך 40 יאר שפעטער, אין פ' פנחס
ביידע מאל שטייט א מספר פאר יעדן שבט באזונדער, פלאס שבט לוי,
דאס מיינט 26 ציפערן, 2 מאל 13 ווייל ס'דאך דא מנשה מיט אפרים,
עפעס מאדנע יעדער איינציגער מספר זענען גאנצע הונדערטערס, חוץ אין פ' במדבר האט איין שבט מיט 50 עקסטער און פ' פנחס האט איין שבט 30 עקסטרע,
דאס מיינט 24 פון 26 נומבערס זענען גאנצע הונדערטערס,
און קיין איין איינציגער האט נישט קיין סינגל דידשיטס,
דאס איז עפעס זייער מאדנע,
איך בין נייגעריק צו מ'ערווענט עס, אויב נישט, צו קיינער האט זיך קיינמאל געוואונדערט,
דו פרעגסט גוט, נאריש איז דער וואס פרעגט נישט.
ס'איז מסתבר על הדעת אז די תורה roundup די פיגורין צו די נענסטע 100.
דברה תורה כלשון בני אדם.
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
מיין שווער האט פונקט לעצטנס אויך געפרעגט די זעלביגע, ס'לאזט זיך גלייבן אז מ'האט געמאכט א עסטימעט אבער די דרייסיג בלייבט אביסל שווער (ויכול להיות אז אלעס האט מען געראונד צו פופציג אדער הונדערט {צו וועלכע ס'איז געווען נענטער} און אז ס'איז פונקט אויסגעקומען דרייסיג האט מען עס אזוי געלאזט, וכמובן אז אזא זאך ברויך א מקור, אבער שפעקולירן מעג מען אייביג).
ערגעץ וואו אין האט מען שוין געפרעגט דעם שאלה (כמדומה לי) און ונבנתה האט צוגעצייכענט א חת"ס וואס שמועסט דערפון.
איימיצער האט א לינק?
באקאנט איז דער רי"ד וואס שרייבט אזוי:
"פקדיהם למטה ראובן ששה וארבעים אלף וחמש מאות" - תימה: וכי אפשר שלא היה חסר אחד או שניים מן הכללים שאומר כאן, או יותר? ויש לומר: שאין הכתוב מקפיד בזה, כדכתיב (ויקרא כ"ג, טז) "תִּסְפְּרוּ חֲמִשִּׁים יום" - ואינן אלא ארבעים ותשעה. וכן (דברים כ"ה, ג) "אַרְבָּעִים יַכֶּנּוּ" והם שלושים ותשעה (מכות כב ע"א וע"ב).
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
אין דרך שיחה זאגט הגר"ח קניעבסקי אז ער האלט אז עס איז געווען א ראנדאפ אבער ווען ער האט עס געזאגט פאר זיין טאטע בעל קהילות יעקב איז עס עהם נישט געפאלען און אז די תורה שרייבט א מספר איז אזוי געווען
(ולי נראה דברי הבן)
Sent from my Fire Phone using Tapatalk
שמעקעדיגערגעץ וואו אין האט מען שוין געפרעגט דעם שאלה (כמדומה לי) און ונבנתה האט צוגעצייכענט א חת"ס וואס שמועסט דערפון.
איימיצער האט א לינק?
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/128745">viewtopic.php?p=128745#p128745</a><!-- l -->
מיר ווייסן די הארבקייט פון ארויסזאגן דעם שם שמים לבטלה, און נאר ביים דאווענען אדער ביי תהלים וועט מען זיך ערלויבן ארויסצוזאגן דעם שם. אבער אין זייער אסאך סליחות און יוצרות האבן אויך אין זיך דעם שם, ווי אזוי ארבעט דאס? ווער מעג אריינשטעלן דעם שם ה' אין זיינע פיוטים? אויב מאך איך צב"ש א פיוט תפלה פאר מיינע חסידים, מעג איך אריינלייגן דעם שם און זיי מעגן עס זאגן? דארף מען א ספעציעלע היתר פונעם דיין אדער כל מי שרוצה מעג דאס טון?
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
דרך תחינה, תפילה, הודאה, ובקשה איז לכאורה נישט לבטלה.
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
עיי' שכ"ו מ"ב ס"ק כ"א
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
זעה דא
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/144282">viewtopic.php?p=144282#p144282</a><!-- l -->
Sent from my SM-G935T using Tapatalk
[ציטאט אראפגענומען]
די זייפען מיט שעמפו אדער ליקוואד סאופ איז נאר מתיר די זייפ חלק אבער אויסקוועטשען האר מיט די
הענט בשעת זייפען איז אסור און אויף דעם דארף מען אכט געבען. לכאורה איז בעסער צי ניצען אזא מין פלעסטיק ספאנדש וואס איז נישט סחיטה מחמת די פלעסטיק און כלאחר יד טאמער מ'קוועטשט אויף די האר
[ציטאט אראפגענומען]
בנוגע די ווישען מיט א האנטעך איז שוין דא פריערדיגע גרויסע פוסקים וואס שרייבען קלאר אז ס'איז מותר.
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
איך וואונדער מיך פארוואס הייסן די שבע מצוות וואס די גוים זענען מחיוב "בני נח"? וואס האט דאס מיט נח און זיינע קינדער?
די גמרא אין סנהדרין דף נו רופט עס אזוי אהן, אין די לימודים זענען פון פסוקים וואס איז געזאגט געווארען פאר אדם הראשון.
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
נח איז די זיידע פון אלע גוים זינט די מבול האט אויסגעהרגעט דעם 'עולם'.
לכאורה איז עס ווי א זכיה וואס מ'וויל אים געבן ווייל א דאנק זיין צדקות האט די וועלט א קיום.
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
קל וחומרנח איז די זיידע פון אלע גוים זינט די מבול האט אויסגעהרגעט דעם 'עולם'.
לכאורה איז עס ווי א זכיה וואס מ'וויל אים געבן ווייל א דאנק זיין צדקות האט די וועלט א קיום.
איך קלער יעצט א פשוטע פשט. וואס איז לכאורה אמת. די גמרא דארט זאגט אז 6 מצוות איז אדם הראשון נצתוה געווארען און פאר נח האט מען מוסיף געווען די זיבעטע מצווה וואס איז אבר מן החי. ( ע"ע ברמב"ם פ"ט מה' מלכים ) אשע"כ רופט מען די שבע מצוות ע"ש "בני נח", ווייל נאר פון נח און ווייטער זענען זיי מצווה געווארען מיט 7 מצוות.
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
כ'האב אויך אזוי געלערנט פשוט אין גמרא.
אדער איז יתכן אז מאיר דוקא דמאיר לחכמים משא"כ מלשון נהוראי לא נשמע זה.
הרב שש, מ'קען אפשר לערנען פשט אזוי: נהורא איז טייטש א ליכט. מאיר איז טייטש א באלייכטער. וואס איז דער חילוק ? א ליכט איז נישט נוצליך אין די ליכטיגקייט ווייל שרגא בטיהרא לא מהני. משא"כ די רמז אויף ר' מאיר איז דאך אז אויך צעווישן ליכטיגע האט ער באלויכטן, אזויווי ס'שטייט מאיר עיני חכמים, דערפאר ריפט מען אים מאיר וואס טוט אנדייטן אז בכל אופן טוט ער אייביג באלייכטן.
שבתי וראיתי דקושיא מעיקרא ליתא ואי קשיא הא קשיא שבאמת מבואר בגמ' שהיה נקרא שמו נהוראי לפי שמנהיר עיני חכמים בהלכה ועל זה יש לתמוה איזה חילוק יש ביניהם.
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
נהוראי מיינט מיין ליכטיגקייט.
מנהיר מיינט באלייכטער.
מנהירי מיינט מיין באלייכטער.
מאיר מיינט באלייכטער.
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
שפתותיו דובבות, מען איז עוסק בתורת ר מאיר.
ר' מאיר הוה דייק בשמא (יומא פג,ב)
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
כפול
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
כפלי כפליים