ווען מען קומט אן אויף יענע וועלט פרעגן די מלאכים פון דעם מענטש די ערשטע זאך וואס זיין נאמען איז און אויב האט ער חוטא געווען פארגעסט ער זיין נאמען און ביז ער זאגט זיי נישט זיין נאמען ליידט ער יסורים און נאר דורעך די פסוקים קען ער געדענקען זיין נאמען און פארשפארן די יסורים
שואל כענין - קושיות ותמיהות
789 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #356
און פארוואס דארפן די מלאכים מאכן א טעסט, קענען זיי נישט וויסן סתם אזוי צו ער האט חוטא געווען?
עס איז נישט קיין טעסט נאר א תוצאה פון נישט קענען די נאמען
הייסט עס אין אנדערע ווערטער, אז מען פראקט אים אומזיסט, ווייל פאר יעדע עבירה גייט ער דאך באזונדער באצאלן, עכ"ז באקומט ער א עקסטערע פארציע בלויז פארן פארגעסן דעם נאמען, אחוץ אויב האט ער געטון דעם טריק/סגולה פון של"ה און געזאגט פסוקים, דאן קען ער זיך ארויסדרייען פון דעם עקסטערע פארציע... פארשטיי איך גוט??..
ניין ער באקומט נישט קיין פארציע פאר נישט קענען די נאמען, אבער ער גייט זיך ארום וואלגערן דוירט אויבן א שטיק צייט ביז מען גייט אים משפט'ן און דאס איז א מוראדיגע צער פאר די נשמה
א שיינע פשט, איך ווייס נישט פון וועמען.
וויסן דעם נאמען מיינט אז מען זאל וויסן פון זיין חיות צו זאגן. לויט דעם איז שווער ווי אזוי די סגולה וועט העלפן פאר דעם.
<a class="postlink" href="http://www.macabia.co.il/apage/84717.php">http://www.macabia.co.il/apage/84717.php</a>
וויסן דעם נאמען מיינט אז מען זאל וויסן פון זיין חיות צו זאגן. לויט דעם איז שווער ווי אזוי די סגולה וועט העלפן פאר דעם.
ביאור הסגולה
ז] והנה ראיתי ביאור נפלא בס' קוראי שמו, והוא: שחז"ל מסרו לנו שביום הדין נשאל האדם לשמו, משמעות הדבר שמבררים אז האם האדם הוציא לפועל בימי חייו את מהותו היחודית ומילא את תפקידו נאמנה לשמו נברא, וכפי שמתואר בס' חסד לאברהם (מעיין ה' נהר ב'), מתברר לרוב שהאדם שכח את שמו, את מהותו העצמית ולא השלים את חובתו בימי חייו, כתוב שהרשעים באים לבירור החשבונות, שואלים אותם: מי אתה? הצדיקים מכירים את עצמם, ולעומתם יש אנשים במצב של חולשה ובלבול הדעת, שאינם יודעים מימינם ומשמאלם מה שמם, אינם יודעים את הצלם אלוקים שבהם ואת אמתיות הנשמה שבהם, כנגד הסכנה הזאת של שכחת השם יש סגולה של זכירת השם, זכירת שייכותנו לשמנו עלינו לזכור את שמנו, לדעת מי אנחנו ולהכיר את שייכותנו "לברכנו אבינו כולנו כאחד באור פניך" מתוך אחיזה שלא ניתנת להפרד מתורתינו הקדושה ומתוך אחיזתנו ודבקותנו בתוה"ק אנו נעשים גיבורים בתוקף הרוחני של ידיעת עצמנו באמת, ואנו זוכרים את אמיתיותנו ועצמיותנו. עכת"ד
<a class="postlink" href="http://www.macabia.co.il/apage/84717.php">http://www.macabia.co.il/apage/84717.php</a>
געוואלדיגווען מען קומט אן אויף יענע וועלט פרעגן די מלאכים פון דעם מענטש די ערשטע זאך וואס זיין נאמען איז און אויב האט ער חוטא געווען פארגעסט ער זיין נאמען און ביז ער זאגט זיי נישט זיין נאמען ליידט ער יסורים און נאר דורעך די פסוקים קען ער געדענקען זיין נאמען און פארשפארן די יסורים
מקור?
שטעל דיר נאר פאר אז די שמש קומט צו דיר צו מארגן אינדערפרי ביים ליינען אין ביהמ"ד און פרעגט דיר יעמוד מורנו ר'...
"איך ווייס נישט"
נֶא יעמוד
איך ווייס נישט
נא, ווי רופט מען אייך
ממ...איך ווייס נישט
זענט איר פון קאפ געפאלן?
ממ...איך געדענק באמת נישט
קענט איר זיך פארשטעלן די בזיונות פון אזא מינוט, בפני קהל ועדה, ס'וואלט דאך זיך געוואנטשן אז די ערד זאל זיך אויפמאכן און מ'זאל איינגעשילנגן ווערן.
אזוי האב איך פארשטאנען אלמאל, אז דאס וואס די מלאכים פרעגען און מ'פארגעסט איז אן עונש, און מיט דעם הייבט זיך עס נאר אן.

ווי איך פארשטיי איז די בושות פון דיין משל מיטן שמש בלויז שייך אינעם פאל ווען איך בין דער איינציגער וואס האט פארגעסן.
יעדער איינער ליגט דארט אליין און ווייסט נישט דעמאלטס וואס טוט זיך אפ ביי אעדערע, ער זעהט נאר פאר זיך א פמליא פון מלאכים...
נו אויב אזוי.. איז דאך זיכער נישט פארהאן קיין בושות...
אויב יעקב און עשו האבן זיך איינגעטיילט, דער גוי באקומט עוה"ז, וואלט לכאורה ע"פ יושר דער גוי געדארפט האקן א לעבן שאין כדוגמתה, נישט ארבעטן נאר האבן וויפיל געלט ער וויל, זיך קענען ערלויבן צו ענזשויען לייף מיט כל מיני תאוות בלי שום יוצא מן הכלל, קיינמאל נישט זיין קראנק, קיינמאל נישט ווערן געטשעפעט, פארשעמט, ארעסטירט, א.א.וו. קיינמאל נישט ליידן פון מאדער נעיטשור, נישט גליטשן און טראסקען אויף אייזיגע שניי, נישט דערטרונקען ווערן אין צונאמיס, נישט באגראבן ווערן אונטער שניי אוואלאנשן, נישט האבן קיין שלום בית פראבלעמען, חינוך פראבלעמען, וכו'...
למעשה מוטשען זיי זיך היבש אויף דער וועלט.
למעשה מוטשען זיי זיך היבש אויף דער וועלט.
שמעקעדיגאויב יעקב און עשו האבן זיך איינגעטיילט, דער גוי באקומט עוה"ז, וואלט לכאורה ע"פ יושר דער גוי געדארפט האקן א לעבן שאין כדוגמתה, נישט ארבעטן נאר האבן וויפיל געלט ער וויל, זיך קענען ערלויבן צו ענזשויען לייף מיט כל מיני תאוות בלי שום יוצא מן הכלל, קיינמאל נישט זיין קראנק, קיינמאל נישט ווערן געטשעפעט, פארשעמט, ארעסטירט, א.א.וו. קיינמאל נישט ליידן פון מאדער נעיטשור, נישט גליטשן און טראסקען אויף אייזיגע שניי, נישט דערטרונקען ווערן אין צונאמיס, נישט באגראבן ווערן אונטער שניי אוואלאנשן, נישט האבן קיין שלום בית פראבלעמען, חינוך פראבלעמען, וכו'...
למעשה מוטשען זיי זיך היבש אויף דער וועלט.
צדיקים האבן מסביר געווען אז דאס וואס מ'זעט אז עשו האט יא שלעטכס אויף דעם וועלט, און יעקב האט אמאל גוטס אויף דעם וועלט, ווייל די עיקר שמחה און הרחבת הדעת וואס מ'קען האבן איז נאר ווען מ'האט נישט קיין דאגות וועגען דעם עתיד, ממילא א גוי וואס זארגט נישט איבער דעם דע לפני מי אתה עתיד ליתן דין וחשבון, אפילו אויב ער האט א צרה, שטערט איהם דאס נישט די גאנצע שמחה, און די זעלבע אאיז ביי יוד וואס אפילו ווען ס'גייט איהם שוין יא א טאג גוט, איז ער באזארגט וואס וועט מען ענטפערען אויף דעם אמת'דיגע וועלט, איז דאס שוין ווייטער נישט קיין עולם הזה.
שמעקעדיגאויב יעקב און עשו האבן זיך איינגעטיילט, דער גוי באקומט עוה"ז, וואלט לכאורה ע"פ יושר דער גוי געדארפט האקן א לעבן שאין כדוגמתה, נישט ארבעטן נאר האבן וויפיל געלט ער וויל, זיך קענען ערלויבן צו ענזשויען לייף מיט כל מיני תאוות בלי שום יוצא מן הכלל, קיינמאל נישט זיין קראנק, קיינמאל נישט ווערן געטשעפעט, פארשעמט, ארעסטירט, א.א.וו. קיינמאל נישט ליידן פון מאדער נעיטשור, נישט גליטשן און טראסקען אויף אייזיגע שניי, נישט דערטרונקען ווערן אין צונאמיס, נישט באגראבן ווערן אונטער שניי אוואלאנשן, נישט האבן קיין שלום בית פראבלעמען, חינוך פראבלעמען, וכו'...
למעשה מוטשען זיי זיך היבש אויף דער וועלט.
איך האב געהערט פון א מגיד א טעם אויף דעם. ער זאגט, (בשם א מדרש?) אז אין אמת'ן וואלט טאקע א גוי נישט געדארפט קראנק ווערן, ווייל ער האט דאך עוה"ז. נאר דער אייבישטער האט עס געמאכט כדי אז דער איד זאלל נישט פארשעמט ווערן. אדער אז דער גוי זאל נישט זאגן מסתמא האט דער איד געזינדיגט פארד'עם ווערט ער באשטראפט...!
אויף דעם האבן צדיקים שוין געזאגט אז מ'לעב מיר אין אן עולם השקר
שמעון וואלףגעוואלדיגווען מען קומט אן אויף יענע וועלט פרעגן די מלאכים פון דעם מענטש די ערשטע זאך וואס זיין נאמען איז און אויב האט ער חוטא געווען פארגעסט ער זיין נאמען און ביז ער זאגט זיי נישט זיין נאמען ליידט ער יסורים און נאר דורעך די פסוקים קען ער געדענקען זיין נאמען און פארשפארן די יסורים
מקור?
איך דארף נאכזוכן, דאכט זיך מיר אז עס איז אינעם זעלבן שלה"ק
איך האב יעצט געהערט א שיעור פון הרב אשר ווייס ווי ער רעדט איבער א היכי תמצא אז א מענטש האט איין כזית מצה אום פסח און עס איז דא א צווייטער דארט וואס האט נישט בכלל א כזית מצה, לכאורה וואלט יעדער געטנהט אז ער גארף דאס האלטן פאר זוך ווייל ער האט א חיוב און ער קען נישט מוותר זיין אויפן מצוה און זיין חבר איז א אונס. טענהט ער אבער אז דער אייבערשטער גייט דאך נאר באקומען דא נאר איין מצוה ,איז אויב אזוי איז נישט קיין חילוק פארן אייבערשטען אויב דו האלטסט עס אדער געבסט עס אוועק איז אויב אזוי זא נישט סעלפיש און זיי מוותר און לאז יענעם. , ,ס'איז לכאורה זייער א יסודות'דיגע שאלה האב איך עס געוואלט מיטטיילן
זיין אייגענע תורה?
יא, קוק דא פון 25:00
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=mQgH3pvsYNs&list=WL">https://www.youtube.com/watch?v=mQgH3pvsYNs&list=WL</a>
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=mQgH3pvsYNs&list=WL">https://www.youtube.com/watch?v=mQgH3pvsYNs&list=WL</a>
אינטערעסאנט.
במחילת כבוד תורתי שמעקט עס פון גרויסע שטויות.
במחילת כבוד תורתי שמעקט עס פון גרויסע שטויות.
די רעיון געפונט מען אין באר מים חיים פרשת ויקרא, ווי ער זאגט אז א מענטש וויל זיך מעסטן צו זיין עבודה איז לשם שמים אדער לכבוד עצמו, זאל ער זען אויב די ערשטער טאג סוכות ווען זיין חבר ווייזט איהם א שיינע אתרוג, צו דאס ברענגט איהם א שמחה אין הארץ אז ב"ה די אייבישטער האט א שיינע מצוה, אדער ס'שטעכט איהם פארוואס האב איך נישט די שיינע אתרוג.
כ'האב יעצט געלערענט א גמרא ווי ס'קומט מיר אויס אז א קטן קען מקדש זיין א פרוי. וויל איך הערן פון די חכמי השטיבל אויב ס'איז טאקע אזוי.
מראי מקומות זענען זייער אפרישיעטיד
מראי מקומות זענען זייער אפרישיעטיד
כעלעמער, די ביסט נישט דא אין כעלעם ווי מ'קען שיסן סטעיטמענטס אן בעקינג. אז די זאגסט עפעס מיט אזא זיכערקייט, זאלסטי מוחל זיין ברענגן א מקור. איך האב אויך געוויסט פון זכרון אז נישט און פארדעם איז מיר געווען איטערעסאנט אז פון די גמרא איז משמע אז יא. אגב, איך באמת מיך צו מסכת יבמות דף ל"ד
יגעתי ומצאתי, די משנה למלך זאגט טאקע אז לשיטת רש"י אין די סוגיא קען א קטן מקדש זיין אז די קדושין זאל חל זיין לכשיגדיל.
יגעתי ומצאתי, די משנה למלך זאגט טאקע אז לשיטת רש"י אין די סוגיא קען א קטן מקדש זיין אז די קדושין זאל חל זיין לכשיגדיל.
א שטיקל אברבנאל אין מורה נבוכים - מרפסין איגרא:
ועוד העיר על ראיה אחרת תורה על מעלת השבת והיא היותה בסקילה, ורצה בזה שענין השבת הזה בשב ואל תעשה, כמו שאמר וביום השביעי תשבות לא תעשה בו כל מלאכה, וכבר ידענו שלאו שאין בו מעשה אין עונשו מלקות חוץ מנשבע, ואם לא במלקות כ"ש במיתה ... וראוי א"כ שנתמה למה בלאו הזה אשר זכרה התורה בשבת נתחייב החוטא מיתה, והיותר חמורה שבמיתות שהיא סקילה.
דו מיינסט צו זאגן אז דו פארשטייסט נישט פארוואס עס איז א לאו שאין בו מעשה?
אויב אזוי איז א יעדער "לאו" אן אין בו מעשה ביי דעפיניציע.
chusidדו מיינסט צו זאגן אז דו פארשטייסט נישט פארוואס עס איז א לאו שאין בו מעשה?
יא, אודאי, דאס איז דאך די פונקט פארקערטע ציור פון א לאו שאב"מ, וכמאטי.
ונבנתה העירchusidדו מיינסט צו זאגן אז דו פארשטייסט נישט פארוואס עס איז א לאו שאין בו מעשה?
יא, אודאי, דאס איז דאך די פונקט פארקערטע ציור פון א לאו שאב"מ, וכמאטי.
נישט אז איך פארשטיי יא וואס ער זאגט, אבער דאס אז ער קען אויסקלויבן שבת און ס'איז נישט ממש ווי יעדע לאו כמאטי, איז אפשר ווייל די נקודה פון די תורה איז אז דו זאלסט נישט טוען א מעשה וואס איז קעגן דעם העדר- דאס הייסט די פראבלעם פון די מעשה איז נישט וואס דו האסט געטוען נאר אז דו האסט נישט 'נישט געטוען' משא"כ ביי למשל רציחה איז די פוינט די מעשה העבירה ... פורים תורה?...
וכמ"ש דאין שליחות למלאכת שבת, דמ"מ גופו שבת.
ס'איז שוין שלשים יום קודם החג קען צען שוין רעדן פון פורים, אזוי שמועסנדיג מיט מיין טאכטער איז מיר בייגעפאלן עפעס תמיהות וואס איך גלייב עס קומט פון אומוויסענדיגקייט אבער אין הביישן למד איז לאמיר פרעגן, פארוואס האט זיך מרדכי נישט געקענט זיך מכניע זיין פאר המן (התגרות באומות?) איז נישט מרדכי שולדיג אין די גאנצע מעשה דא כהמשל של הפייער והלעשער של הבעל ויוא"מ?
א. עס האט זיך געהאנדלט איבער רוחניות [ע"ז] ב. המן איז געווען זיין עבד.
וואס איז דער משל? קיינמאהל געהערט...
וואס איז דער משל? קיינמאהל געהערט...
וואס איז די פשוט פשט אין לבן בקש לעקור את הכל? מיר טרעפן נישט אין ערגעץ אין די תורה אן עסק איבער דאס רשעות פון לבן, אזויווי מיר טרעפן ביי פרעה, עמלק, המן נבוכדנצר, אחשורוש ועוד? איז דא א פשוט'ער פשט?
מסתמא מיינט מען נישט די רשעות שבו, נאר למעשה פאקטיש בקש לעקור את הכל כשרדף אחרי יעקב, ווייל דער הכל איז באשטאנען פון יעקב ובניו.
דר"א, איז דא א שיין ווארט פון בארדיטשוב'ער רב בנגלה. אליעזר איז דאך געווען א שליח לקדש אשה ליצחק, אז איינער שיקט א שליח לקדש ומת השליח, איז ער אסור בכל הנשים משום ספק ערוה, לבן האט דאך געגעבן סם פאר אליעזר און מיט דעם ביקש לעקור.

דאס איז אלץ שיינע תורה'לעך. למעשה זאגט דא די בעל הגדה אז לבן איז געווען ערגער פון פרעה, און ע"פ פשט איז דאס נישט פארשטענדליך.
בפרקי דר"א אז פשוט פשט איז לבן נאכגעלאפן יעקב על דעת אים צו הרג'ענען מיט אלע קינדער.
ובמלבי"ם אז ביי לבן טרעפט מען די לשון "אבד אבי" משא"כ בפרעה שלא רצה דוקה שלא יזכר עוד שם ישראל.
ובמלבי"ם אז ביי לבן טרעפט מען די לשון "אבד אבי" משא"כ בפרעה שלא רצה דוקה שלא יזכר עוד שם ישראל.
דאס איז אלץ שיינע דרושים טאקע באזירט אויף דעם "לבן בקש לעקור את הכל", אבער אין די תורה איז נישט דא א זכר דערפון.
א פסוק אין פרשת כי תבא.
גערעכט, עס שטייט ארמי אובד אבי. דארף מען טאקע יענער פסוק אויך פארשטיין, ווייל ביי די עצם מעשה איז נישט דא קיין זכר פון דעם.
אוודאי שטייט. וירדוף אחריו דרך שבעת ימים.
דא האט איר די פשוט פשט פונעם פסוק:
ארמי אובד אבי -
אבי אברהם ארמי היה, אובד וגולה מארץ ארם. (רשב"ם)
דאס האב איך געזוכט. די מעשה מיט לבן איז א דרש.
ארמי אובד אבי -
אבי אברהם ארמי היה, אובד וגולה מארץ ארם. (רשב"ם)
דאס האב איך געזוכט. די מעשה מיט לבן איז א דרש.
פון וירדוף אחריו ביז בקש לעקור את הכל איז א ווייטע גאנג
פארוואס האט ער אים נאכגעיאגט? פארוואס איז די באשעפער אים געדארפט קומען אין חלום ווארענען?
ווייל ער האט געוואלט טשעפענען יעקב.
הוגהדא האט איר די פשוט פשט פונעם פסוק:
ארמי אובד אבי -
אבי אברהם ארמי היה, אובד וגולה מארץ ארם. (רשב"ם)
דאס האב איך געזוכט. די מעשה מיט לבן איז א דרש.
אויב מ'איז מקבל די רשב"ם אז ער האט געלערנט ריכטיג פשוט פשט, קען מען אויך מקבל זיין א דרש פון חז"ל.
אוודאי דארף מען מקבל זיין חז"ל, און ספרי דרוש ואגדה וכו' עד סוף כל הדורות. איך האב אבער געוואלט וויסן פשוט פשט. מען מעג?
איך זיך וואו די רשב״ם שרייבט אז ער שרייבט פשוט כפשטו על אף עס שטימט נישט מיט דרשת חז״ל, ווייל ער שרייבט נאר פשט אין פסוק, אבער גם מדרשת חז״ל אל תנח ידך.
יש מדרשת חז״ל שהם ע״פ פשוט פשט, ויש שאינם.
איך פארשטיי נישט. דו פרעגסט מיר עפעס? האסט טענות אויף מיר? האב איך עפעס געטון ראנג? זיי מסביר ביטע.
איך זאג אז די רשב״ם אליינס זאגט אז מען דארף צו קומען צו דרשות חז״ל.
געזונטערהייט.