☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » נישט אלעס וואס געשעט אין וועגעס בלייבט אין וועגעס.

נישט אלעס וואס געשעט אין וועגעס בלייבט אין וועגעס.

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1587

יאפטשיק » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 9:33 am

· #38309
נישט אלעס וואס געשעט אין וועגעס בלייבט אין וועגעס.
א בילד פון פרינץ העררי פון ענגלאנד, "קליידערלאז" אין וועגאס, איז פובליצירט געווארן.
און דאס זענען שוין די אדל לייט פון די גויאישע אויסדערוועלטע רויעל פאמיליעס.

אברעמעל » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 9:49 am

· #38311
אריין אין צימעס..

No_name » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 10:28 am

· #38333
אויב איך מעג פרעגן, וואס איז למעשה די ביג דיעל, וואו איך פארשטיי איז עס געווען ביים פול - זעענדיג וואו יעדער גייט אנגעטוהן מיט די שווים קליידער ("קליידער" לאו דוקא) - ברויך ער צו גיין שווימען מיטן הוט און רעקל?

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:03 am

· #38348
די שערוריה איז נישט אויף די בילדער ביים פול, נאר אויף די בילדער פון נאכדעם איז זיין סוויטע, שוין בלבוש אדם הראשון קודם החטא, בענאזאם מיט חבירים\ות און אפאר פילגשים...

No_name » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:49 am

· #38397
מ'זעט דאך נישט אזעלכע בילדער, איך האב נאר געזעהן ווי ער איז אנגעטוהן מיט די שווים הויז

blauvelt » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:50 am

· #38403
i dont think it belongs on this site sorry thats just my opinion

blauvelt » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 12:15 pm

· #38422
thanks

משה רוקח » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:17 pm

· #38457
אויף TMZ איז דא די בילדער פון אים.

אלבערט » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 4:54 pm

· #38623
וויאזוי איז געכאפט געווארן א בילד אין א פריוואטע סוויטע?

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 5:28 pm

· #38647
איי געס איינער פון די שאר ירקות וואס ער אריינגעלאזט אין זיין רום.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 5:31 pm

· #38649
נאכן זעהן די בילדער מאך איך גרינגער א ברכה
שלא עשני גוי!
עהממ... איין מינוט

נולד מאוחר » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 1:05 am

· #38897
סאיז קראשעל וויכטיג די רעגירונג זאל איינצוימען די רעכטן פין פארשפרייטן בילדער פין מענטשען וואס באוולן נישט דעם ציבר.
ער מעג נישט האבן זיין פרעוואטע מיניטון?
פארוואס קומט זיך עם די בישות, ווייל ער איז רעביש אייניקעל?
ער האט ניטאמאל בוחר געווען אזויווי א פאלאטישן.
איך מיין נישט דוקא דעם גוי דע זעלבע איז ווען מפשפרייט בילדער פין היימישע אידען.

Espresso » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 1:23 am

· #38906
דא ביסטו נישט גערעכט, די ענגלישע עולם רעגט זיך ווייל זיין רייזע אין סעקיוריטי ווערט געצאלט ביי דע טעקס פעיערס.
אויסער דעם וועלן אונז קיינמאל נישט באגרייפן וויזוי די ענגלישע פאלק קוקט אן די "רויעל פאמילי", מער ווי בנשק'לעך, זיי זענען אפציעל משכמם ולמעלה.

נולד מאוחר » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 2:08 am

· #38917
נא ציוואס דארפ מען זיי דאס דערציילען?
אגב ער איז חתונה געהאט?

טעפל » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 4:48 am

· #38930
נולד מאוחר
נא ציוואס דארפ מען זיי דאס דערציילען?
אגב ער איז חתונה געהאט?

ניין

נולד מאוחר » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 9:59 am

· #38947
טעפל
נולד מאוחר
נא ציוואס דארפ מען זיי דאס דערציילען?
אגב ער איז חתונה געהאט?

ניין

יעצט פארשטיי איך שוי טאקע נישט די בלוט געטרינקעריי.

לאדיך אפ » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 12:19 pm

· #38994
ווען דו וואלסט באצאלט פאר יענעמס וועקעשאן וואלסטו אויך נישט געוואלט יענער זאל ניצן דיין געלט אויף די זאכן ווס הענרי האט גענוצט.

No_name » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 12:32 pm

· #39001
לאדיך אפ
ווען דו וואלסט באצאלט פאר יענעמס וועקעשאן וואלסטו אויך נישט געוואלט יענער זאל ניצן דיין געלט אויף די זאכן ווס הענרי האט גענוצט.


מ'קען מיינען, ווען ער גייט וואקאציע איז גאנץ גראס בריטאניע געווען איבערצייגט אז ער גייט פשוט קיין מיאמי לערנען גמרא ביים וואסער אן א הוט..

וואס האט ער שוין געטוהן אנדערש וואו ער וואלט ווען געדארפט?

sunbar » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 1:35 pm

· #39019
לאדיך אפ
ווען דו וואלסט באצאלט פאר יענעמס וועקעשאן וואלסטו אויך נישט געוואלט יענער זאל ניצן דיין געלט אויף די זאכן ווס הענרי האט גענוצט.


איך האלט אז מען מאכט זיך משוגע סתם אין די וועלט אריין. קיינער וועט נישט דארפן באצאלןמער שטייער צוליב דעם וואס ער האט געטון. די קעניגליכע פאמיליע באקומט סייווי די זעלבע סומע. דאס וועט נישט צוגרינד לייגן ענגלאנד....

גדעון » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 2:01 pm

· #39028
די רויעלס ווערן נישט באצאלט דורך שטייער צאהלער, די מלוכה האלט זיך אויף דורך טוריזם און אנדערע וועגן, זיי ברענגן נאר געלט פאר ענגלאנד.
און צום פרינץ, די טאיבלאויטס דא ביי אונז אין ענגלאנד פאלגן שוין לאנג נאך מיט נייגער די רויעל פאמיליע יעדע ריר זייערע, ווען איך זאל נאר האבן א ניקל פאר יעדע רומער... טאקע וויבאלד די מלוכה איז סודות'פול און מ'ווייסט נישט צופיל וואס טוט זיך צווישען די פיר ווענט פונען פאלאץ.
נאך די גרויסע רבישע חתונה פון העריס עלטערע ברודער וויליעם האט די באוויסטע אמעריקאנע לשון הרע זייטל טמ"ז זיך גענומען איבער די קעניגליכע משפחה און יעצט האבן זיי באצאלט אסאך געלט פאר בילדער פונעם באטשלער הארי.

היימישער » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 2:04 pm

· #39030
לויט ווי איך פארשטיי האט ער איז אויפגעפירט ווי א יעדע גוי, און ווייל ער איז א רועל פעמעלי מאכט מען א געוואלד און מען געט ארויס פריוואטע בילדער, עס איז נישט שיין ארויס צו געבען פריוואטע בעדרום בילדער

sunbar » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 2:11 pm

· #39035
גדעון
די רויעלס ווערן נישט באצאלט דורך שטייער צאהלער, די מלוכה האלט זיך אויף דורך טוריזם און אנדערע וועגן, זיי ברענגן נאר געלט פאר ענגלאנד.
און צום פרינץ, די טאיבלאויטס דא ביי אונז אין ענגלאנד פאלגן שוין לאנג נאך מיט נייגער די רויעל פאמיליע יעדע ריר זייערע, ווען איך זאל נאר האבן א ניקל פאר יעדע רומער... טאקע וויבאלד די מלוכה איז סודות'פול און מ'ווייסט נישט צופיל וואס טוט זיך צווישען די פיר ווענט פונען פאלאץ.
נאך די גרויסע רבישע חתונה פון העריס עלטערע ברודער וויליעם האט די באוויסטע אמעריקאנע לשון הרע זייטל טמ"ז זיך גענומען איבער די קעניגליכע משפחה און יעצט האבן זיי באצאלט אסאך געלט פאר בילדער פונעם באטשלער הארי.


I'm sure you get my point.. .

אויס מענטש » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:36 pm

· #39477
די עולה איז נישט וואס ער האט געטון
די עולה איז אז מען האט אים געכאפט
רוב ענגלישע זענען בכלל נישט ברוגז אויף אים נאר אויף די סעקיוריטי
======
ביי די וועי ער קען שוין א שידוך טאן
אז איר ווייסט עפעס א פארשלאג {פון ל. וועיגעס פארגעצויגן)
ביטע פארבינד זיך מיט די מלוכה

לעמיל » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 2:02 pm

· #39490
אויס מענטש

ביי די וועי ער קען שוין א שידוך טאן
אז איר ווייסט עפעס א פארשלאג {פון ל. וועיגעס פארגעצויגן)
ביטע פארבינד זיך מיט די מלוכה

וויפיל צאלט ער שדכנית?

ידען » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:27 am

· #40815
גדעון
די רויעלס ווערן נישט באצאלט דורך שטייער צאהלער, די מלוכה האלט זיך אויף דורך טוריזם און אנדערע וועגן, זיי ברענגן נאר געלט פאר ענגלאנד.
און צום פרינץ, די טאיבלאויטס דא ביי אונז אין ענגלאנד פאלגן שוין לאנג נאך מיט נייגער די רויעל פאמיליע יעדע ריר זייערע, ווען איך זאל נאר האבן א ניקל פאר יעדע רומער... טאקע וויבאלד די מלוכה איז סודות'פול און מ'ווייסט נישט צופיל וואס טוט זיך צווישען די פיר ווענט פונען פאלאץ.
נאך די גרויסע רבישע חתונה פון העריס עלטערע ברודער וויליעם האט די באוויסטע אמעריקאנע לשון הרע זייטל טמ"ז זיך גענומען איבער די קעניגליכע משפחה און יעצט האבן זיי באצאלט אסאך געלט פאר בילדער פונעם באטשלער הארי.

ביסט א ענגלישער?

פון דיינע אנדערע הודעות האט נישט אויסגעזעהן אזוי.

יאפטשיק » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 1:22 pm

· #46678
דער עולם רעגט זיך זייער דערויף, "לאזט א יונגע קאפל זיך לעבן זייער לעבן" לויטעט זייער טענה.
און אויב שוין יא, טענה'ן זיי "ברענג שוין כאטש א גוטע בילד נישט אזא וועפעכץ".

ווייטער אז מ'רעדט שוין פון הערי איז דאך באקאנט די אלטע קאנספיראציע, אז הערי איז גארנישט קיין בלויע בלוט נאר ער איז א זון פון דזשעימס העוויט מיט וועם דייענע האט געהאט באדי לענגוויטש פאר פינף יאר. און די רויעל פאמיליע לייקנט עס.

Starbucks » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 1:30 pm

· #46681
ברוך שחלק מכבודו לבשר ודם.