☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » שואל כענין - קושיות ותמיהות

שואל כענין - קושיות ותמיהות

789 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #356
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16

צדיקל » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 10:23 pm

· #43367
זר זהב
א איד וואס דאווענט נישט מיט מנין קיינמאל אינדערוואכן, איז ער א בעל עבירה? (ער איז נישט קיין אונס)

ניין פארן נישט דאווענען קיינמאל מיט מנין איז מען נאכנישט קיין בעל עבירה (כאטש ס'איז קעגן א פשוטע מחבר או"ח סי' צ) אבער ס'ווייזט אז מ'איז א בעל עבירה...

שמואל הלוי » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 10:31 pm

· #43371
צדיקל
זר זהב
א איד וואס דאווענט נישט מיט מנין קיינמאל אינדערוואכן, איז ער א בעל עבירה? (ער איז נישט קיין אונס)

ניין פארן נישט דאווענען קיינמאל מיט מנין איז מען נאכנישט קיין בעל עבירה (כאטש ס'איז קעגן א פשוטע מחבר או"ח סי' צ) אבער ס'ווייזט אז מ'איז א בעל עבירה...

אין אנדערע ווערטער, א "צדיק'ל" איז מען זיכער נישט.

elter-zeide » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 10:46 pm

· #43376
נאך א פשט
נייע שאלה.
פארוואס איז ראש השנה פאר יוה"כ? לכאורה וואלט מען געדארפט קודם האבן א יום תשובה און מחילה און דערנאך א יום הדין.

מ'זאגט נאך פון ר' ישראל סאלאנטער זצ"ל, ער פלעגט זאגען, אז תשובה טאהן איז דא פארשידענע בעלי מדריגה, איינער הייבט אהן שוין ר"ח אלול, דער איז פין דע העכסטע דרגה, דערנאך קימען דע וואס טיען תשובה דעם ערשטן טאג סליחות, דער נאך ר"ה און דערנאך וואס טיען תשובה הערשט יו"כ, אין ער (ר' ישראל סלנטר אויף זיך) מוצאי יו"כ, ע"כ,,,, קען זיין אזוי אויך ביי אינטץ, מיר טוען תשובה יו"כ שוין אויפן נעקסטן ר"ה, אזוי טוט מען תשובה א גאנטץ יאהר, י

איך ווייס וואס די טראכסט!! א חוץ עשי"ת

קאווע טרינקער » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 9:53 am

· #43500
נייע שאלה.
היינט געלערנט, ערשטע בלאט פון פרק כיצד מברכין.
צום סוף קומט די גמרא צו אז די מקור פון ברכות הנהנין איז א "סברא".
כ'פארשיי נישט, אוודאי איז א סברא צו דאנקען דעם יוצר פונעם מאכל, אבער פארדעם איז נישט גענוג א גילוי דעת נוסח באטשוטש, איינמאהל אין טאג?

אויך פארשטיי איך נישט, "ילך אצל חכם" צו אויסלערנען הלכות ברכות.
ברכות איז דאך בעבי-סטעפס, מ'האקט דאך דאס אריין אין קינדער נאך אין די צואה,
כ'פארשייט אז הלכות ברכות האט שאלות צו פרעגן א חכם, אבער ס'איז משמע אין גמרא אז אן דעם חכם, איז מען "מועיל"! אזויווייט?

שטערן » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 10:15 am

· #43513
קאווע טרינקער

קוק אין מהרש"א וועט דיך פארענפערט ווערן דיין צווייטע קשיא

קאווע טרינקער » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 10:19 am

· #43517
די מהרש"א איז אויפן "פלאץ"?
(וועלכע מהרש"א איז נישט אויפן פלאץ?..)

שטערן » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 10:25 am

· #43521
קאווע טרינקער
די מהרש"א איז אויפן "פלאץ"?
(וועלכע מהרש"א איז נישט אויפן פלאץ?..)

יא

קאווע טרינקער » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 10:40 am

· #43533
כ'האב נישט א גמרא פאר מיר. יעצט.

עכ"פ וואס איז מיט די ערשטע קשיא.

שטערן » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 11:12 am

· #43547
קאווע טרינקער
כ'האב נישט א גמרא פאר מיר. יעצט.

עכ"פ וואס איז מיט די ערשטע קשיא.

אויב דו שרייבסט צען געשמאקע/זאפטיגע תגובות היינט וואס יעדע באזונדער וואלט ווערט געווען א לייק.

וועל איך גיין און שרייבן 'איין' תגובה, אז איך האב הנאה געהאט פון 'קאווע טרונקער' תגובת די היינטיגע טאג. ...?????

נע איך וואלט נישט אזוי געטאון, פארוואס? ווייל די סברא זאגט, א ס'קומט זיך דיר א לייק פאר יעדע עקסטער.....

פארענטפערט?

קאווע טרינקער » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 11:20 am

· #43551
ה' איז מער ווי קאווע טרינקער, סאו אפשר יעדע רגע א ברכה, נאך יעדע כזית?

שטערן » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 11:25 am

· #43553
האסט געפרעגט וואס די סברא איז
פארשטייסט יעצט?

קאווע טרינקער » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 11:33 am

· #43555
ווען מעג מען פארשטיין? ווען קען מען נישט פארשטיין?
ווען מוז מען פרעגן? ווען איז אסור?
כ'בין צומישט.

נאך א פשט » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 5:17 pm

· #43722
קאווע טרינקער
ווען מעג מען פארשטיין? ווען קען מען נישט פארשטיין?
ווען מוז מען פרעגן? ווען איז אסור?
כ'בין צומישט.

לערען דורך שער היסודות פונם ספר בית אלוקים למבי"ט. דארט גייט ער דארך פונקטליך די אלע שאלות.

קאווע טרינקער » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 8:20 pm

· #43781
נאך א פשט
קאווע טרינקער
ווען מעג מען פארשטיין? ווען קען מען נישט פארשטיין?
ווען מוז מען פרעגן? ווען איז אסור?
כ'בין צומישט.

לערען דורך שער היסודות פונם ספר בית אלוקים למבי"ט. דארט גייט ער דארך פונקטליך די אלע שאלות.

I am not so sure that learning and reading more is a solution
for the more I learn, I realize that the truth was being hidden from me
it evokes rebellious feelings
 
צדיקל » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 4:56 pm

· #44139
קאווע טרינקער
נאך א פשט
קאווע טרינקער
ווען מעג מען פארשטיין? ווען קען מען נישט פארשטיין?
ווען מוז מען פרעגן? ווען איז אסור?
כ'בין צומישט.

לערען דורך שער היסודות פונם ספר בית אלוקים למבי"ט. דארט גייט ער דארך פונקטליך די אלע שאלות.

I am not so sure that learning and reading more is a solution
for the more I learn, I realize that the truth was being hidden from me
it evokes rebellious feelings

איך גיי נישט יעצט אריינגיין אין די עצם ענין צו מ'האט באהאלטן פון דיר וכדומה, אין כאן מקומו ועןד חזון. אבער א שיינע משל וואס דער דובנער מגיד ז"ל שרייבט אין זיין ספר המידות.

ס'איז געווען אמאל דריי חולים ל"ע אויף די זעלבע מחלה, זיי זענען געגאנגן צו א גרויסן דאקטער, און ער האט זיי פארשריבן די זעלבע מעדיצין.
דער ערשטער איז געווען אביסל א תמימות'דיגער און אז דער דאקטער פארשרייבט די מעדיצין האט ער עס גענומען אן פרעגן קיין קשוית, און טאקע געהאט א רפואה שלימה.
דער צווייטער איז שוין געווען א שטיקל אויבער חכם, א חקרן א בקי אביסל אין רפואות, ער האט חוקר געווען צו פארשטיין פארוואס דער דאקטער האט פארשריבן די מעדיצין אבער ער האט נישט פארשטאנען, האט ער נישט גענומען די מעדיצין, און ער איז ל"ע אוועק.
דער דריטער איז איז אויך געווען אזא בקי און אזא חוקר ווי דער צווייטער, און ער האט אויך נישט פארשטאנען פארוואס דער דאקטער האט געגעבן די רפואה, אבער ער האט געוויסט אז ער פארשטייט נישט אלעס ס'איז דא קליגערע מענטשן פון אים, און זיך פארלאזט אויפן דאקטער אז ער פארשטייט בעסער און גענומען די מעדיצין און האט געהאט א רפואה.

פירט ער אויס די זעלבע איז דא איינער וואס איז מקיים די מצוות בשלימות אן חקירה כלל ער וועט בעזר השם נישט אדורך פאלן, אבער דער חכם החוקר בכל פרט וועט גרינגער אדורך פאלן על אשר נפלא ממנו ולא ידע, אבער אויב איז ער זיך מקדים אמונה באלקותו וחכמתו יתברך לאין תכלית אין נופל בחקירתו.

אויפן פסוק ראשית חכמה יראת השם שכל טוב לכל עושיהם (תהלים קיא) זאגן דער מצודת און דער רד"ק די זעלבע בחינה, שבתחלת למוד החכמה ישריש האדם בלבו יראת ה'. דער רד"ק איז מאריך דארט אין די בחינה, אויך אין זיין הקדמה איז ער מאריך מיט די בחינה, מי שהכין את לבבו להעסק בחכמה תחלה יתעסק ביראת השם ויעשה ממנה שורש ועיקר וכל דרכיה יתנהג בחכמה שילמד על הדרך שאמרו רבותי' זכרונם לברכה כל שיראת הטאו קודמת לחכמתו חכמתו מתקיימת וכל שחכמתו קודמת ליראת חטאו אין חכמתו מתקיימת ויראת השם היא התורה והמצוה ודברי הנביאים וקבלת החכמים בתורה שבעל פה והחכמה היא חכמת הפיליסופיא.

היוצא לנו מזה, מ'מעג אמאל פרעגן קשוית מ'מעג אביסל חוקר זיין, אבער ס'דארף קודם זיין ווי דער חכם מכל אדם זאגט אין משלי (א ז) יראת ה' ראשית דעת חכמה, אויב האט מען אמונה פשוטה קודם און אז מ'פארשטייט נישט אמאל עפעס ווייסט מען אז אונז זעמער נישט משיג קיין כי הוא זה פון חכמתו ית' און מ'פלירט נישט די אמונה פשוטה

קאווע טרינקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 7:17 pm

· #44185
כ'האב נישט ליב ווען מ'ענטפערט מיט א משל
ווייל מיט א משל קען איך דיר משכנע זיין אז דו ביסט יעצט אין כינע!!!!
למשל:
קוק, זעהט די אותיות? די מאדענע? דו ביסט יעצט אין כינע!
פארשטייסט.

נאך א פשט » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 11:08 am

· #44387
קאווע טרינקער
נאך א פשט
קאווע טרינקער
ווען מעג מען פארשטיין? ווען קען מען נישט פארשטיין?
ווען מוז מען פרעגן? ווען איז אסור?
כ'בין צומישט.

לערען דורך שער היסודות פונם ספר בית אלוקים למבי"ט. דארט גייט ער דארך פונקטליך די אלע שאלות.

I am not so sure that learning and reading more is a solution
for the more I learn, I realize that the truth was being hidden from me
it evokes rebellious feelings
 
מיר קוקט אויס אז די rebellious feelings האסטו שוין א לאנגע צייט און ממילא לערנען שער היסודות וכדומה איז נאט גאנא מעיק איט אור ברעיק איט. אזויפיל וועט עס יא אויפטוהן אז אויב/ווען דער טאג וועט קומען וואס די וועסט קומען צו די מסקנא אז אלעס וואס דיינע עלטערען און מלמדים האבען דיר געלערענט איז לעכערליך און די וועסט ח"ו וועלן אלעס דאמפען, וועסטו כאטש וויסן וואס יא און וואס איז נישט, און נישט מיינען אז אויב מעג מען יא פרעגען קשיות אויפן רבי'ן דעמאלטס מעג מען שוין אויך פרעגן קשיות אויף השי"ת, און אויב אז מכח די קשיות אויפן רבי'ן הערסטו אויף גלייבן און רבי'ן מעגסטו אויך מכח די קשיות אויף השי"ת אויפהערן גלייבן אין גאט ח"ו.

נאך א פשט » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 2:18 pm

· #47082
שאלה,
פארוואס איז ר"ה א' תשרי?
אין די תורה שטייט נישט מער ווי "בחדש השביעי באחד לחדש יהיה לכם שבתון זכרון תרועה מקרא קדש" אהן קיין הסבר וואס די מעלה פון דעם טאג איז. מיר פארשטייען אז עס איז אלץ יום שנברא בו האדם. דאס איז גוט אויב איך האלט בתשרי נברא העולם, אבער לויט די מאן דאמר אז בניסן נברא העולם וואס איז די מעלה פון א תשרי?

villager » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:28 pm

· #47256
נאך א פשט
שאלה,
פארוואס איז ר"ה א' תשרי?
אין די תורה שטייט נישט מער ווי "בחדש השביעי באחד לחדש יהיה לכם שבתון זכרון תרועה מקרא קדש" אהן קיין הסבר וואס די מעלה פון דעם טאג איז. מיר פארשטייען אז עס איז אלץ יום שנברא בו האדם. דאס איז גוט אויב איך האלט בתשרי נברא העולם, אבער לויט די מאן דאמר אז בניסן נברא העולם וואס איז די מעלה פון א תשרי?

די ר"ן (ר"ה פרק א') פרעגט די קשיא און ער ענטפערט אז דער באשעפער האט געוואלט אז אידן זאלן ארויסגיין זכאי בדין דעריבער האט ער באשטימט דעם יום הדין אויף א' תשרי און געגעבן 10 טעג תשובה צו טהון ווייל יום כיפור איז דאך באשטימט געווארן אלס יום סליחת עוונות זייט'ן חטא העגל.

זר זהב » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:29 pm

· #47257
יו"כ איז דאך אויך א יום הדין איא?

villager » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:33 pm

· #47260
זר זהב
יו"כ איז דאך אויך א יום הדין איא?

ניין, עצומו של יום מכפר אן קיין שום דין, נאר אום ראש השנה איז מען דן דען מענטש און יום כפור חתמ'ט מען דעם פסק...

זר זהב » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:35 pm

· #47261
און דערצייל וואס הושענה רבה איז

villager » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:52 pm

· #47266
זר זהב
און דערצייל וואס הושענה רבה איז

אין הלכה איז עס דער פיפטער טאג חול המועד סוכות און ערב שמיני עצרת,
אין עפ"י מדרש וחסידות איז עס אויך א יום הדין מיט א יום מחילת עוונות.

נעקסט קומט כ"א כסליו?

זר זהב » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:59 pm

· #47273
ניין
י"ט כסליו

נאך א פשט » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 9:10 am

· #47342
villager
נאך א פשט
שאלה,
פארוואס איז ר"ה א' תשרי?
אין די תורה שטייט נישט מער ווי "בחדש השביעי באחד לחדש יהיה לכם שבתון זכרון תרועה מקרא קדש" אהן קיין הסבר וואס די מעלה פון דעם טאג איז. מיר פארשטייען אז עס איז אלץ יום שנברא בו האדם. דאס איז גוט אויב איך האלט בתשרי נברא העולם, אבער לויט די מאן דאמר אז בניסן נברא העולם וואס איז די מעלה פון א תשרי?

די ר"ן (ר"ה פרק א') פרעגט די קשיא און ער ענטפערט אז דער באשעפער האט געוואלט אז אידן זאלן ארויסגיין זכאי בדין דעריבער האט ער באשטימט דעם יום הדין אויף א' תשרי און געגעבן 10 טעג תשובה צו טהון ווייל יום כיפור איז דאך באשטימט געווארן אלס יום סליחת עוונות זייט'ן חטא העגל.

אויב אזוי קום איך צוריק צו מיין פריערדיגע קשיא:
נאך א פשט
נייע שאלה.
פארוואס איז ראש השנה פאר יוה"כ? לכאורה וואלט מען געדארפט קודם האבן א יום תשובה און מחילה און דערנאך א יום הדין.

וואס אויף דעם האט קאווע טרינקער שיין גענטפערט:
קאווע טרינקער
דער עיקר פון ראש השנה
איז קבלת מלכותו לכבוד דעם נייעם יאר

יום הדין, איז שוין א טפל

..און נאך אריינטראכטן האב איך געהאלטן אז ער איז גערעכט.

אבער לויט די ר"ן קומט דאך אויס אז דער חלק יום הדין איז יא דער עיקר, און פארדעם האט די תורה עס קובע געווען פאר יו"כ. איז אויב אזוי הדרא קושיא לדוכתא.. לכאורה וואלט ר"ה געדארפט זיין נאך יו"כ.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 9:47 am

· #47351
אבער לויט די ר"ן קומט דאך אויס אז דער חלק יום הדין איז יא דער עיקר, און פארדעם האט די תורה עס קובע געווען פאר יו"כ. איז אויב אזוי הדרא קושיא לדוכתא.. לכאורה וואלט ר"ה געדארפט זיין נאך יו"כ.

LISTEN, דער ר"ן איז געווען 1000 יאר צוריק, די תורה איז געגעבן געווארן 3000 יאר צוריק.
יום כיפור שטייט קלאר אין די תורה "כי ביום הזה יכפר עליכם".
ראש השנה, מן התורה, האט גארנישט מיט יום הדין.

villager » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 10:54 am

· #47380
קאווע טרינקער
אבער לויט'ן ר"ן קומט דאך אויס אז דער חלק יום הדין איז יא דער עיקר, און פארדעם האט די תורה עס קובע געווען פאר יו"כ. איז אויב אזוי הדרא קושיא לדוכתא.. לכאורה וואלט ר"ה געדארפט זיין נאך יו"כ.

LISTEN, דער ר"ן איז געווען 1000 יאר צוריק, די תורה איז געגעבן געווארן 3000 יאר צוריק.
יום כיפור שטייט קלאר אין די תורה "כי ביום הזה יכפר עליכם".
ראש השנה, מן התורה, האט גארנישט מיט יום הדין.

קאווע, אז ראש השנה איז א יום הדין שטייט אין די משנה (אויב דו ווייסט נישט, תורה שבעל פה איז א פירוש אויף תורה שבכתב) וואס איך מיין צוזאגן אז זאלסט נישט ענטפערן קיין קשיות דורך אפטיילן תורה שבכתב און תורה שבעל פה, ביידע פאקטן זענען עיקרים.

די תירוץ צו 'נאך א פשט'ס' קשיא איז פשוט, השי"ת האט טאקע געוואלט אונז זאלן ארויס זכאי בדין אבער נישט דאס איז די עיקר תכלית, די עיקר ציל זיינער איז אז מיר זאלן תשובה טהון צו אים בלב שלום און בלייבן פעסט מיט תשובה, נו אויב תשובה און מחילת עוונות וואלט אלעס געווען אין איין טאג קענסט דאך שוין פארשטעלן ווי שטארק די תשובה וואלט געווען, אמת מיר וואלטן ארויס זכאי בדין ווייל תשובה העלפט אפילו מיט איין מחשבה און מיט מחילת עוונות פון עיצומו של יום וואלט מען זיכער ארויס ריין, אבער די תשובה וואלט נישט געווען אזוי שטארק און פעסט ווי תשובה פון צען טעג.

פערינא » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 11:46 am

· #48118
די רב, רבי יאזשע בער סלאוויציק, האט זיך שטארט גאקוכט אין אלע רעליגיעס, צי פארשטיין און עס אנעלעזירן -און וועסטערין רעליגיעס דעט איז, ס'האט אים גאר וויניג געקומערט איסטערען רעליגיעס-

אזוי האב איך ערגעץ געזען צווישען די שורות און א אנעלעסיס פון אדם 1 און אדם 2. איינע פון די גראונד ברעיקינג ווערק פונעם רב

איט סטאק וויט מי. פארוואס איז דאס?

בן תמליון » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 2:11 pm

· #48464
ילמדינו רבותינו: די גמרא זאגט אין מועד קטן בני חיי ומזוני לאו בזכותא תליא אלא במזלא, א ראיה זאגט די גמרא, רבה און רב חסדא ביידע זענען געווען צדיקים איינער האט געלעבט לאנג און געווען אן עושר איינער איז געשטארבן אינג און אויך פאר הונגער.

שטעלט זיך די פראגע, קען איך שרייען חי וקים צום נתנה תוקף עס וועט העלפן ווי פאר א טויטן באנקעס? מזל איז דער נאמען פונעם שפיל? נא וואס דרייט מען איבער די שטאט דארף מען פשוט גיין שאפן אביסל מזל.

צדיקל » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 4:26 pm

· #48511
בן תמליון
ילמדינו רבותינו: די גמרא זאגט אין מועד קטן בני חיי ומזוני לאו בזכותא תליא אלא במזלא, א ראיה זאגט די גמרא, רבה און רב חסדא ביידע זענען געווען צדיקים איינער האט געלעבט לאנג און געווען אן עושר איינער איז געשטארבן אינג און אויך פאר הונגער.

שטעלט זיך די פראגע, קען איך שרייען חי וקים צום נתנה תוקף עס וועט העלפן ווי פאר א טויטן באנקעס? מזל איז דער נאמען פונעם שפיל? נא וואס דרייט מען איבער די שטאט דארף מען פשוט גיין שאפן אביסל מזל.

כ'וועל דיר ענטפערן בקצירות האומר היות מ'איז פארנומען מיט הכנות החג.

די גמ' זאגט (שבת קנו.) אין מזל לישראל, און רש"י איז מסביר, אין מזל לישראל. דעל ידי תפלה וזכות משתנה מזלו לטובה.
בקיצור יא מיטן שרייען "צום" חי וקים א הייסע תפלה וועט זיין קרוב ה' לכל קוראיו לכל אשר יקראוהו באמת, און דער שומע תפלה וועט משפיע זיין בני ברוכי חיי אריכי ומזוני רויחי סייעתא דשמיא לנו ולכל ישראל.

איי וועסטו פרעגן אין מועד קטן ברענגט זיך רבא א ראי' פון רבה און רב חסדא, תוס' אין מו"ק און אין מס' שבת פרעגט שוין דיין קשיא,
אין מזל לישראל. והא דאמר רבא בשילהי מו"ק (דף כח. ושם) בני חיי ומזוני לאו בזכותא תליא מילתא אלא במזלא תליא מילתא מכל מקום על ידי זכות גדול משתנה אבל פעמים שאין המזל משתנה כדאמר ביבמות פרק החולץ (דף נ. ושם) זכה מוסיפין לו לא זכה פוחתין לו (דאין מזל לישראל):

נ.ב. ס'איז נאך דא אסאך מרחיב צו זיין אין דעם ענין ועוד חזון אי"ה

א גמר חתימה טובה

villager » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 2:26 am

· #48673
פארוואס קלאגן מיר נאכאלס אויף די עשרה הרוגי מלכות? שטייט דאך אז ס'געווען גזירה היא מלפני און אויב מ'פרעגט נאך איין זאך וועט די וועלט צוריקגיין צו תוהו ובוהו, און אויך שטייט דארט אז ס'געוקמען אלס עונש פאר מכירת יוסף וואס האט מיט אונז גארנישט געהאט קיין שייכות, נו פארוואס דארפן מיר נאך יעצט וויינען אויף דעם? סיי ט' באב און סיי יום הקדוש?

נאך א פשט » מוצ"ש סעפטעמבער 29, 2012 10:06 pm

· #49061
villager
קאווע טרינקער
אבער לויט'ן ר"ן קומט דאך אויס אז דער חלק יום הדין איז יא דער עיקר, און פארדעם האט די תורה עס קובע געווען פאר יו"כ. איז אויב אזוי הדרא קושיא לדוכתא.. לכאורה וואלט ר"ה געדארפט זיין נאך יו"כ.

LISTEN, דער ר"ן איז געווען 1000 יאר צוריק, די תורה איז געגעבן געווארן 3000 יאר צוריק.
יום כיפור שטייט קלאר אין די תורה "כי ביום הזה יכפר עליכם".
ראש השנה, מן התורה, האט גארנישט מיט יום הדין.

קאווע, אז ראש השנה איז א יום הדין שטייט אין די משנה (אויב דו ווייסט נישט, תורה שבעל פה איז א פירוש אויף תורה שבכתב) וואס איך מיין צוזאגן אז זאלסט נישט ענטפערן קיין קשיות דורך אפטיילן תורה שבכתב און תורה שבעל פה, ביידע פאקטן זענען עיקרים.

די תירוץ צו 'נאך א פשט'ס' קשיא איז פשוט, השי"ת האט טאקע געוואלט אונז זאלן ארויס זכאי בדין אבער נישט דאס איז די עיקר תכלית, די עיקר ציל זיינער איז אז מיר זאלן תשובה טהון צו אים בלב שלום און בלייבן פעסט מיט תשובה, נו אויב תשובה און מחילת עוונות וואלט אלעס געווען אין איין טאג קענסט דאך שוין פארשטעלן ווי שטארק די תשובה וואלט געווען, אמת מיר וואלטן ארויס זכאי בדין ווייל תשובה העלפט אפילו מיט איין מחשבה און מיט מחילת עוונות פון עיצומו של יום וואלט מען זיכער ארויס ריין, אבער די תשובה וואלט נישט געווען אזוי שטארק און פעסט ווי תשובה פון צען טעג.

לאמיך פרובירן נאך איין מאל מסביר צו זיין מיינע קשיות.
און די תורה שטייט נישט גארנישט וואס די יו"ט ראש השנה איז, און אפילו נישט אז עס הייסט ר"ה. און די תורה שטייט נאר "בחודש השביעי באחד לחודש יהיה לכם שבתון זיכרון תרועה מקרא קדש כל מלאכת עבודה לא תעשו והקרבתם אִשֶה לה'". די ערשטע טאג אין זיבעטע חודש בלאז מען שופר. גארנישט מער...

איז וויל איך פארשטיין וואס איז דעם ערשטען טאג אינעם זיבעטען חודש אזוי ספעשעל אז מען מאכט דעמאלטס א יו"ט.

די משנה זאגט אז ר"ה איז א יום הדין. איז מיר ווייטער שווער, א יום הדין דארף זיין נאך יו"כ.. נאך די סליחה וכפרה דארף קומען דעם יום הדין.

ממילא אויב האלט מען אז בתשרי נברא העולם פארשטיי איך אז אנפאנג יאר איז מען ממליך דעם אייבערשטער און אז אנפאנג יאר איז אויך א צייט צו מאכן חשבונות, און דערפאר איז עס א יום הדין. איי אויב אזוי פארוואס איז נישט יו"כ פאר ר"ה? אויף דעם איז דער תירוץ אז דאס איז דער טאג וואס דער אייבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו סלחתי כדברך און ממילא איז עס געבליבן לדורות אז די טאג איז מסוגל פאר סליחה וכפרה.

אבער אויב האלט מען אז בניסן נברא העולם, איז פארוואס הייסט עפעס די תורה מאכן א יו"ט און בלאזן שופר און מיטען יאר און פונקט אפאר טעג פאר די יום סליחה וכפרה?

villager » זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 11:28 am

· #49107

ווי געשריבן אויבן, ווייל סליחה איז נישט דער עיקר, תשובה איז דער עיקר, נאכדעם וואס דער מענטש טוט תשובה איז דער אייבערשטער א גוטער און ער איז מוחל לפנים משורת הדין, און אויב מען וואלט געמאכט ניסן אלס דעם יום הדין און תשרי אלס דעם יום סליחה וואלט מען פונלאנג געקענט דוכפאלן ביזן יום סליחה.

נאך א פשט » זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 12:34 pm

· #49120

דער עיקר פון ר"ה איז תשובה?! פון ווי נעמסטו דאס?
ר"ה איז אדער ממליך זיין דעם אייבערשטער אדער א יום הדין אדער ביידע. שטייט נישט אין ערגעץ אז ר"ה השנה איז א יום תשובה.

זר זהב » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 1:43 pm

· #49644
חז"ל זאגן אז דער אייבישטער היט די גאנצע תורה, דאן וויאזוי קען זיין אז כביכול לאזט צו אזויפיל צער בעלי חיים ווען חיות טורפות פארציקן קלענערע איידעלערע חיות/בהמות פאר שפייז. היש לך צער בעלי חיים גדול מזה?

villager » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 10:29 pm

· #49869
נאך א פשט

דער עיקר פון ר"ה איז תשובה?! פון ווי נעמסטו דאס?
ר"ה איז אדער ממליך זיין דעם אייבערשטער אדער א יום הדין אדער ביידע. שטייט נישט אין ערגעץ אז ר"ה השנה איז א יום תשובה.

ראש השנה איז די ערשטע טאג פון עשרת ימי תשובה, צווייטענס איך האב געמיינט די עיקר פון מחילה איז תשובה נישט ר"ה.

villager » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 10:43 pm

· #49881
זר זהב
חז"ל זאגן אז דער אייבישטער היט די גאנצע תורה, דאן וויאזוי קען זיין אז כביכול לאזט צו אזויפיל צער בעלי חיים ווען חיות טורפות פארציקן קלענערע איידעלערע חיות/בהמות פאר שפייז. היש לך צער בעלי חיים גדול מזה?

דעס אז דער באשעפער היט די תורה קען נישט זיין פשוטו כמשמעו ווייל גאט אין לו השגת הגוף כלל,

לעיקוואד » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 10:44 pm

· #49882
זר זהב
חז"ל זאגן אז דער אייבישטער היט די גאנצע תורה, דאן וויאזוי קען זיין אז כביכול לאזט צו אזויפיל צער בעלי חיים ווען חיות טורפות פארציקן קלענערע איידעלערע חיות/בהמות פאר שפייז. היש לך צער בעלי חיים גדול מזה?

ראה בהקדמת הראב"ד לספר יצירה מדבר על זה באריכות שהכל בצדק ובמשפט וכו'.

איחוד פעלד » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 10:47 pm

· #49885
און ווי אזוי לאזט ער איינער הארגענען א צווייטער מענטש, עס שטייט דאך לא תעמוד על דם רעיך?

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 11:54 pm

· #49927
זר זהב
חז"ל זאגן אז דער אייבישטער היט די גאנצע תורה, דאן וויאזוי קען זיין אז כביכול לאזט צו אזויפיל צער בעלי חיים ווען חיות טורפות פארציקן קלענערע איידעלערע חיות/בהמות פאר שפייז. היש לך צער בעלי חיים גדול מזה?

האסט געזעהן שמואל הלוי'ס קליפ, וואס?

הער אויס, אזעלכע קשיות האב איך הונדערט און איינס.
ס'איז נישט אזוי פשוט ווי מיר לערנען עס אפ.

זר זהב » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 11:56 pm

· #49928
ניין, גראדע נישט. איך האב געזען לעצטענס פון נעשענעל געאאגרפיקס וויילדלייף דאקומענטעריס.

נולד מאוחר » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:06 am

· #49934
זר זהב
חז"ל זאגן אז דער אייבישטער היט די גאנצע תורה, דאן וויאזוי קען זיין אז כביכול לאזט צו אזויפיל צער בעלי חיים ווען חיות טורפות פארציקן קלענערע איידעלערע חיות/בהמות פאר שפייז. היש לך צער בעלי חיים גדול מזה?

סאיז פאר זייער טובה.
פינקט ווי ביי מענטשען.

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 7:10 pm

· #52267
אינעם 'צייטונג' בראשית באשרייבט איינער די תימנער שול אין בארא פארק אוהב שלום לעדת תימני וועלכע געפונט זיך אויף 12 עוו 45 סט. ס'איז זיין 2'טן ארטיקל איבער יענעם שול, די וואך שרייבט ער אז ער איז עס געגאנגן וויזיטן איין חול המועד טאג צו דאווענען שחרית. ער באשרייבט זייערע פאני מנהגים, צווישן אנדערע שרייבט ער אז זיי קישן נאר די פאדערשטע 2 ציצית ביי ברוך שאמר.

און וואס טוען מיר? אלע 4? איך דענק נישט אזוי!

אגב כ'בין איינמאל אריינגעפאלן אין יענעם שול זוכענדיג א מנין נישט אויסקענעדיג זיך אין ב.פ. איך האב נישט געוויסט וואו איך בין. דער אייבישטער זאל אפהיטן וואספארא עטיטוד זיי געבן. די טיימענער זענען נישט אזא 'פאלייט' פאלק ליידער.

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 11:31 pm

· #52378
להוציא מלבם...

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/51632">viewtopic.php?p=51632#p51632</a><!-- l -->

אפשר מיינט ער ביי קר"ש, און האט געמאכט א טעות.

גוטזאגער » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 11:03 am

· #52543
נולד מאוחר
זר זהב
חז"ל זאגן אז דער אייבישטער היט די גאנצע תורה, דאן וויאזוי קען זיין אז כביכול לאזט צו אזויפיל צער בעלי חיים ווען חיות טורפות פארציקן קלענערע איידעלערע חיות/בהמות פאר שפייז. היש לך צער בעלי חיים גדול מזה?

סאיז פאר זייער טובה.
פינקט ווי ביי מענטשען.

די גרינגסטע הסבר צו פארשטיין מיין איך איז אז פשוט כדי עס זאך נישט ארויס גיין פין קאנטראל האט די אייבישטער באשאפען נאטירליכע שונאים נעם א דוגמא די גראזיאנען משפחה (מייזען, דאטען, וכו') וואס די טובה וואס זיי ברענגען פאר די מענטשהייט איז נאך נישט באקאנט אבער וואס איז זיכער אז זיי פארשאפען אסאך שאדען אין די פעלדער און סיי אין די הייזער האט די אייבירשטער באשאפען איר שונא וואס דאב איז די קאץ כדי די מייזען זאלן נישט פארפלייצען די וועלט

ויש עוד להאריך בזה בענין נפלאות הבורא שהקב"ה מדד והטביע בהבריאה שכל מין ומין שבחיות שברא יש לו את שונאין כדי שלא יפרוץ את גבילו וזו אנו רואים אפי' ב'פיזיקס

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 1:37 pm

· #52643
גוטזאגער
נעם א דוגמא די גראזיאנען משפחה (מייזען, דאטען, וכו') וואס די טובה וואס זיי ברענגען פאר די מענטשהייט איז נאך נישט באקאנט

נישט באקאנט?
אלע מעדעצינען ווערן אויספרובירט אויף זיי בעפאר עס קומט צו די מענטשן. זיי האבן זייער ענליכע סימפטאמען און צעלן וכו' צו א מענטש.

גוטזאגער » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 2:52 pm

· #52700
שמעקעדיג
גוטזאגער
נעם א דוגמא די גראזיאנען משפחה (מייזען, דאטען, וכו') וואס די טובה וואס זיי ברענגען פאר די מענטשהייט איז נאך נישט באקאנט

נישט באקאנט?
אלע מעדעצינען ווערן אויספרובירט אויף זיי בעפאר עס קומט צו די מענטשן. זיי האבן זייער ענליכע סימפטאמען און צעלן וכו' צו א מענטש.

גערעכט

זר זהב » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:19 pm

· #63553
כ'האב געלערנט אביסל הל' חנוכה היינט, אימיר שווער געווארן אן אינטערעסאנטע קשיא, איך האף מ'וועט נישט לאכן פון מיין פראגע. ס'שטייט דארט אז נאכ'ן זיג איז מען אריין אין ביהמ"ק און מ'האט געטראפן נאר איין כשר קריג מיט אויל וואס וואלט געדארפט זיין גענוג נאר פאר 1 נאכט און סאט געברענט 8 טעג. שוין, אבער געוואלד פאר איין נאכט אידאך יא געווען, איז וואס פראוועט מען 8 טעג יו"ט ס'וואלט געדארפט זיין נאר 7 טעג? ניין?

עם איי מיססינג סאמטינג?

sunbar » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:22 pm

· #63559
זר זהב
כ'האב געלערנט אביסל הל' חנוכה היינט, אימיר שווער געווארן אן אינטערעסאנטע קשיא, איך האף מ'וועט נישט לאכן פון מיין פראגע. ס'שטייט דארט אז נאכ'ן זיג איז מען אריין אין ביהמ"ק און מ'האט געטראפן נאר איין כשר קריג מיט אויל וואס וואלט געדארפט זיין גענוג נאר פאר 1 נאכט און סאט געברענט 8 טעג. שוין, אבער געוואלד פאר איין נאכט אידאך יא געווען, איז וואס פראוועט מען 8 טעג יו"ט ס'וואלט געדארפט זיין נאר 7 טעג? ניין?

עם איי מיססינג סאמטינג?

ווילסט גיין אין קאמפעטישן מיט די בית יוסף?

זר זהב » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:23 pm

· #63561
וואס הייסט? מאכסט עפעס חוזק?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16