☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » שואל כענין - קושיות ותמיהות

שואל כענין - קושיות ותמיהות

789 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #356
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16

דער (פינטעל) איד » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 8:29 pm

· #167545
פרעג עס ענדערש דא

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1828">viewtopic.php?f=8&t=1828</a><!-- l -->

ונבנתה העיר » מיטוואך יאנואר 29, 2014 12:41 am

· #180016
איך האב געהערט היינט א פוילישע קשיא.

עס זענען דא ראשונים וואס לערנען אז דער כלל 'לא תהא שמיעה גדולה מראיה' [דהיינו אז אויב בית דין זעהט עפעס פעהלט שוין נישט אויס קיין קבלת עדות] גייט נאר אהן אויף געוויסע פלעצער, אבער געווענטליך דארף מען א געהעריגע הגדת וקבלת עדות, אפי' אויב ב"ד ווייסט סיי ווי ווייל זיי האבן אליין געזעהן.

שטעלט זיך די קשיא, ווי אזוי קען מען מעניש זיין עדים זוממין, די ידיעה וואס ב"ד האט אז כת א' האט מעיד געווען כך וכך - וואס שטעלט זיך יעצט ארויס צו זיין א שקר - האבן זיי דאך נישט באקומען דורך א הגדת עדות, זיי ווייסן דאס נאר פון דעם וואס זיי האבן אליין אויסגעהערט כת א', דהיינו 'ראיה', איז ווי אזוי קענען זיי מעניש זיין די זוממין על סמך זה?

יין שרף » מיטוואך יאנואר 29, 2014 1:04 am

· #180017
סאשי פיש
וואס מיינט די הכנה פון די מצוה איז גרעסער ווי די מצוה אליינס?

פשוט די הכנות נעמט צוואנציג מינוט, און אשר יצר דרייסיג סעקונדעס...

געפילטע פיש » מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:03 am

· #180028
ונבנתה העיר
איך האב געהערט היינט א פוילישע קשיא.

עס זענען דא ראשונים וואס לערנען אז דער כלל 'לא תהא שמיעה גדולה מראיה' [דהיינו אז אויב בית דין זעהט עפעס פעהלט שוין נישט אויס קיין קבלת עדות] גייט נאר אהן אויף געוויסע פלעצער, אבער געווענטליך דארף מען א געהעריגע הגדת וקבלת עדות, אפי' אויב ב"ד ווייסט סיי ווי ווייל זיי האבן אליין געזעהן.

שטעלט זיך די קשיא, ווי אזוי קען מען מעניש זיין עדים זוממין, די ידיעה וואס ב"ד האט אז כת א' האט מעיד געווען כך וכך - וואס שטעלט זיך יעצט ארויס צו זיין א שקר - האבן זיי דאך נישט באקומען דורך א הגדת עדות, זיי ווייסן דאס נאר פון דעם וואס זיי האבן אליין אויסגעהערט כת א', דהיינו 'ראיה', איז ווי אזוי קענען זיי מעניש זיין די זוממין על סמך זה?

וויאזוי קען בית דין בכלל פסקנ'ן? אין דנין בלילה, און זיי נעמען דאך נישט קיין קבלת עדות אז יעצט איז טאג, און בכלל זמני שטרות, וויאזוי ווייסן זיי אז יעצט איז מיטוואך?

מאטי » מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:07 am

· #180029
און אפשר זענען זיי גאר קיין בי"ד בכלל.

מאטי » מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:13 am

· #180030
לכאורה א דבר ידוע לכל, איז מסתבר צו זאגן אז ס'פעלט נישט אויס קיין עדים דערפאר.
די שאלה איז וואס איז די גדר.

ונבנתה העיר » מיטוואך יאנואר 29, 2014 3:16 pm

· #180100
געפילטע פיש
וויאזוי קען בית דין בכלל פסקנ'ן? אין דנין בלילה, און זיי נעמען דאך נישט קיין קבלת עדות אז יעצט איז טאג, און בכלל זמני שטרות, וויאזוי ווייסן זיי אז יעצט איז מיטוואך?

גם אני כך עניתי - ברוך שכיוונתי, טענה'עט אבער יענער אז ע”כ מוז מען מחלק זיין, מצד אחד זענען דא די אין סוף זייטיגע שטיקלעך אינפארמאציע וואס ב”ד דארף האבן אנצוקומען צו א מסקנא, ווי למשל אז יעצט איז טאג אדער אז רויט איז רויט - אויב האבן די עדים מעיד געווען אז יענער איז געגאנגען א רויטע העמעד.

אבער דערנאך איז דא די עצם נושא וואס ליגט אויפן טיש, וואס די אלע אנדערע זאכן זענען אמצעים מחליט צו זיין אויף די עצם נושא, און אויב דארף מען דא אויך נישט קיין קבלת עדות, איז וואו יא? ממילא אז די נידון איז צו כת א' האט זומם געווען לעשות רע, וואלט מען לכאורה געדארפט א הגדת עדות אויף דעם.

ואני רציתי לומר קצת ליטוויש, ווען עס וואלט נישט אזוי געווען ביי יעדע עדים זוממין וואלט געווען א גוטע קשיא, אבער אזוי ווי דאס איז די עצם ציור פון עדים זוממין, איז ע”כ זאגט די פרשה פון עדים זוממין הא גופא, אז פונקט ווי מעביר זיין ד' אמות ברשה”ר איז די אינגרידיענט אויף צו ברענגען א חיוב מיתה בשבת, איז ביי זוממין דאס אז ב”ד האט זיי געהערט מעיד זיין כך וכך און מען האט זיי מזים געווען, דאס זענען די אינגרידיענטס וואס שאפט עדים זוממין - אט דאס זאגט טאקע די פרשה פון זוממין.

סליחה על הקיצור, די ערשטע מהדורה האט זיך פארמעקט.

געפילטע פיש » מיטוואך יאנואר 29, 2014 4:10 pm

· #180105
ונבנתה העיר
אבער דערנאך איז דא די עצם נושא וואס ליגט אויפן טיש, וואס די אלע אנדערע זאכן זענען אמצעים מחליט צו זיין אויף די עצם נושא, און אויב דארף מען דא אויך נישט קיין קבלת עדות, איז וואו יא? ממילא אז די נידון איז צו כת א' האט זומם געווען לעשות רע, וואלט מען לכאורה געדארפט א הגדת עדות אויף דעם.

כ'פארשטיי נישט, ביי קידוש החודש דארף מען אויך הגדת עדות אז די צוויי מענטשען האבן מעיד געווען אויף חידוש הלבנה? דאס איז וויאזוי די תורה האט אוועקגעשטעלט בית דין, זיי זענען באגלייבט אויף וואס ס'קומט פאר אין בית דין שטיבל, זיי דארפן נישט קיין עדות אז די בעל דין האט טאקע מודה געווען במקצת, אדער אז יענער האט טאקע געמאכט א שבועה בנקיטת חפץ, זיי זעען עס לייוו, און אויף דעם ארויף פסקנ'ן זיי.

מאטי » מיטוואך יאנואר 29, 2014 4:17 pm

· #180107
די ידיעה וואס בי"ד האט אז די ערשטע כתה עדים האט מעיד געווען אז פלוני האט געהארגעט קומט למעשה אויך פון די ערשטע עדים. זיי זאגן אז "מיר האבן געזען" זאגן זיי דאך אין אנדערע ווערטער אז זיי זאגן אז מיר האבן געזען. אלזא, בעצם האבן זיי געזאגט צוויי הגדות עדות 1) די עצם מעשה 2) דאס אז זיי האבן פארציילט פאר בי"ד די מעשה. די פראבלעם איז נאר אז זיי זענען יעצט געווארן פסול'ע עדות און זייער עדית'שאפט מאכט זיי פאר רשעים ממילא בלייבט בי"ד בלויז מיט זייער אייגענע ידיעה דורך ביד'ס הערן אליינס. אלזא קען מען אויפטון אז אויב די ידיעה איז אנגעקומען דורך א כשר'ער אויפן בלייבט די ידיעה ווייטער גוט פאר בי"ד און די צווייטע כת זאגט דאך נאר עימנו הייתם, ווואס ווענד אפ די ערשטע הגדה זיי זאגן נישט אז די ערשטע כת האט נישט געזאגט פאר בי"ד. קומט אויס אז אויפן צווייטן הגדה זענען זיי נישט געווארן זומם בכלל.

געפילטע פיש » מיטוואך יאנואר 29, 2014 4:36 pm

· #180112
שטעלט זיך א שאלה, וואס וועט זיין ווען עדות קומען זאגן עדות קעגן ידיעת בית דין? למשל אז בשעת הגדת עדות פונעם ערשטן כת, זאגן זיי אז די כת אדער די דיינים זענען בכלל נישט געווען אין בי"ד, נאר עמנו הייתם.

מאטי » מיטוואך יאנואר 29, 2014 4:36 pm

· #180113
געפילטע פיש
ונבנתה העיר
אבער דערנאך איז דא די עצם נושא וואס ליגט אויפן טיש, וואס די אלע אנדערע זאכן זענען אמצעים מחליט צו זיין אויף די עצם נושא, און אויב דארף מען דא אויך נישט קיין קבלת עדות, איז וואו יא? ממילא אז די נידון איז צו כת א' האט זומם געווען לעשות רע, וואלט מען לכאורה געדארפט א הגדת עדות אויף דעם.

כ'פארשטיי נישט, ביי קידוש החודש דארף מען אויך הגדת עדות אז די צוויי מענטשען האבן מעיד געווען אויף חידוש הלבנה? דאס איז וויאזוי די תורה האט אוועקגעשטעלט בית דין, זיי זענען באגלייבט אויף וואס ס'קומט פאר אין בית דין שטיבל, זיי דארפן נישט קיין עדות אז די בעל דין האט טאקע מודה געווען במקצת, אדער אז יענער האט טאקע געמאכט א שבועה בנקיטת חפץ, זיי זעען עס לייוו, און אויף דעם ארויף פסקנ'ן זיי.

ס'איז א חילוק. ביי קידוש החודש קומט די ידיעה דורך צוויי עדים. ביי עדות זוממין קומט טאקע די ידיעה אז פלוני האט געהארגעט פון צוויי עדים. אבער דאס אז די צוויי האבן "פארציילט פאר בי"ד" אז זיי האבן געזען, דאס קומט דאך סך הכל פונעם פאקט אז בי"ד האט געהערט. אנע עדים. און נאכן ווערן זומם ווערט דאך דאס דער פלאט וואס פאראורטיילט זיי למות. ועין מה שתרצתי.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:58 am

· #180331
געפילטע פיש
ונבנתה העיר
אבער דערנאך איז דא די עצם נושא וואס ליגט אויפן טיש, וואס די אלע אנדערע זאכן זענען אמצעים מחליט צו זיין אויף די עצם נושא, און אויב דארף מען דא אויך נישט קיין קבלת עדות, איז וואו יא? ממילא אז די נידון איז צו כת א' האט זומם געווען לעשות רע, וואלט מען לכאורה געדארפט א הגדת עדות אויף דעם.

כ'פארשטיי נישט, ביי קידוש החודש דארף מען אויך הגדת עדות אז די צוויי מענטשען האבן מעיד געווען אויף חידוש הלבנה? דאס איז וויאזוי די תורה האט אוועקגעשטעלט בית דין, זיי זענען באגלייבט אויף וואס ס'קומט פאר אין בית דין שטיבל, זיי דארפן נישט קיין עדות אז די בעל דין האט טאקע מודה געווען במקצת, אדער אז יענער האט טאקע געמאכט א שבועה בנקיטת חפץ, זיי זעען עס לייוו, און אויף דעם ארויף פסקנ'ן זיי.

די צוויי מענטשן וואס זענען מעיד אויף חידוש הלבנה זענען נישט די סענטער אוו עטענשאן, נישט זיי זענען די נושא דא, די נושא איז אך ורק צו די לבנה איז נתחדש געווארן אדער נישט, משא"כ ביי זוממין איז דאך כת א' די נושא אויפן טיש, האבן זיי זומם געווען לעשות רע אדער נישט - זיי זענען די עצם נידון, נישט נאר איינע פון די אמצעים והוכחות אנצוקומען צום תכלית.

וה"ה אז ראובן וועט הרג'ענן שמעון אין ב"ד וועט מען דארפן - לפי די ראשונים - א קבלת עדות.

ומענין וכו', די גמ' זאגט אז עדים זוממין איז א חידוש ווייל פארוואס זאלן מיר ענדערש גלייבן כת ב' ווי כת א', אין רמב"ן עה"ת שטייט אבער זייער א פשוט'ע טעם:

כי ההזמה תהיה כשיאמרו והלא ביום פלוני עמנו הייתם (מכות ה), והטעם, מפני שהעדות הזו היא על גופם של עדים, והם אינם נאמנים על עצמם לומר לא עשינו כך, שהרי יכולים הללו לומר עליהם שהרגו את הנפש או שחללו את השבת.

לכאורה מיינט ער צו זאגן אז כת א' קען זיך נישט דינגן ווייל זיי זענען דאך די חפצא אויף וועמען מען איז מעיד, פונקט ווי ווען מען איז מעיד אויף ראובן שחילל את השבת קען ער זיך נישט דינגען.

ושמעתי אז דער ברוך טעם האט געשריבן צוויי הגהות אויפן צאינה וראינה, איינע פון זיי איז אויף דעם וואס דער צו"ר דארף צו שרייבן אז די טעם פארוואס הרגו אין נהרגין [דהיינו אויב מען האט שוין גע'הרג'עט דעם נידון ע"פ כת א', און דערנאך איז מען זיי מזים, הרג'עט מען זיי נישט] איז ווייל די גאנצע סיבה פארוואס מען גלייבט ענדערש כת ב' ווי כת א' איז ווייל דער נידון אליין שרייעט דאך אויך ווי כת ב', איז עס דריי קעגן צוויי, אבער אז דער נידון איז טויט בלייבט עס תרי ותרי און כ'ווייס נישט וועמען צו גלייבן, והוא נגד כל הש"ס...

מאטי
די ידיעה וואס בי"ד האט אז די ערשטע כתה עדים האט מעיד געווען אז פלוני האט געהארגעט קומט למעשה אויך פון די ערשטע עדים. זיי זאגן אז "מיר האבן געזען" זאגן זיי דאך אין אנדערע ווערטער אז זיי זאגן אז מיר האבן געזען. אלזא, בעצם האבן זיי געזאגט צוויי הגדות עדות 1) די עצם מעשה 2) דאס אז זיי האבן פארציילט פאר בי"ד די מעשה. די פראבלעם איז נאר אז זיי זענען יעצט געווארן פסול'ע עדות און זייער עדית'שאפט מאכט זיי פאר רשעים ממילא בלייבט בי"ד בלויז מיט זייער אייגענע ידיעה דורך ביד'ס הערן אליינס. אלזא קען מען אויפטון אז אויב די ידיעה איז אנגעקומען דורך א כשר'ער אויפן בלייבט די ידיעה ווייטער גוט פאר בי"ד און די צווייטע כת זאגט דאך נאר עימנו הייתם, ווואס ווענד אפ די ערשטע הגדה זיי זאגן נישט אז די ערשטע כת האט נישט געזאגט פאר בי"ד. קומט אויס אז אויפן צווייטן הגדה זענען זיי נישט געווארן זומם בכלל.

גאנץ פיין... זיי זענען אבער פסול מעיד צו זיין אויף זיך, אדם קרוב אצל עצמו 😉.

מאטי » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 2:32 am

· #180337
גערעכט. ושמא יש לומר וויבאלד זיי זענען באגלייבט אויף די מעשה הרציחה מעג שויו בי"ד אננעמען זייער הגדות הגדה אויף זיך אליינס אויך כאטש זיי זענען קרוב אצל עצמם ווייל אין מציאות אויב די ערשטע חלק איז אמת, מוז שוין בע"כ די צווייטע חלק אויך זיין אמת. וויאזוי קענסטו גלייבן נאר די ערשטע מעשה הריגה און נישט אננעמען אז די צווייטע הגדה איז אויך אמת.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 2:36 am

· #180338
דארף מען וויסן מצד פלגינן דיבורא\נאמנות.

קעניינע הארע » דינסטאג מערץ 25, 2014 1:18 pm

· #192611
דאנק גאט איך האב שוין אויסגעווואקסען מיין פיצעלע דירה אין לכבוד פסח ציט מען זיך אריין אין א נייע דירה אביסעלע גרעסער,
עס איז די ערשטע מאל איך מוף און איך הער אז סע איז דא מינהגים וואס מ' פירט זיך ויהי נועם און נאך זאכען וואס איך ווייס נישט . קען איינער מיר זאגען וואס מ'פירט זיך ביים אונז היימישע אידען??

ישמעאל הכהן » דינסטאג מערץ 25, 2014 1:22 pm

· #192612
קודם ערשטע זאך ביי אונז היימישע אידן צאלט מען פאראויס רענט 6 חדשים אלץ סעקיוריטי

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 25, 2014 1:35 pm

· #192616
איך ווייס אויך פון ויהי נועם, מאנכע זאגן עס 91 מאל, אדער חמשה חומשי תורה.

ברסלבער » דינסטאג מערץ 25, 2014 1:47 pm

· #192618
זיי זאגן אז די אלע זאכן איז נאר ביי א ניי געבויטע דירה, וואס איז יעצט געבויעט געווארן אויף א ליידיגע שטח. נישט ביי א דירה וואס איז געבויעט אויף א פלאץ וואו עס איז שוין פארדעם געווען געבויעט עפעס, און זיכער נישט ביי א דירה וואו איינער האט שוין דארט געוואוינט.

יין שרף » דינסטאג מערץ 25, 2014 2:16 pm

· #192623
עיין בשו"ת דברי יציב יו"ד סימן נט
1.png

יין שרף » דינסטאג מערץ 25, 2014 2:16 pm

· #192624
2
2.png

קעניינע הארע » דינסטאג מערץ 25, 2014 4:30 pm

· #192672
WOW WOW' דאס אלעס ברויך מען טהון?? עס איז נאכניש דא א גמ'ח פאר דעם אלעם?? יעדער טהוט טאקע די אלע זאכען?? אדער יש להקל?? {מע'רעדט פין א נייע דירה}

ברסלבער » דינסטאג מערץ 25, 2014 4:33 pm

· #192673
אין די תשובה פון דברי יציב שטייט אז עס איז נישט אזוי וויכטיג, נאר א גוטע זאך צו טוהן.
אין דבר יום ביומו איז געווען לעצטנס עדוועטייזט א יונגערמאן וואס טוט דאס פאר געלט.

יין שרף » דינסטאג מערץ 25, 2014 4:51 pm

· #192678
ראה בלשונו, תראה לנקוט בעצות הנ"ל עד כמה שתוכל...

סאשי פיש » דינסטאג מערץ 25, 2014 9:59 pm

· #192752
פארוואס מענטשען שטעלן זיך אויף ביי געוויסע דערהויבענע זמנים?
ווי למשל ווען מען האט די וואך געליינט שבת "פרה" איז א האלבע עולם ביי מיך אין שול געשטאנען??!
איז עס אן ענין?
אדער מען וויל זיך סתם פילען דערהויבען?...

מ גפני » מיטוואך מערץ 26, 2014 12:04 pm

· #192848
ברסלבער
זיי זאגן אז די אלע זאכן איז נאר ביי א ניי געבויטע דירה, וואס איז יעצט געבויעט געווארן אויף א ליידיגע שטח. נישט ביי א דירה וואס איז געבויעט אויף א פלאץ וואו עס איז שוין פארדעם געווען געבויעט עפעס, און זיכער נישט ביי א דירה וואו איינער האט שוין דארט געוואוינט.

די מנהג איז נאר אויב ס'איז א פריוואטע הויז אדער אפילן א מולטי פאמיליע בילדונג? וואס דאן קען איך אפשר יוצא זיין אז מיינע שכנים (וואס האבן מער צייט וואו מיר) האבן געזאגט?

מ גפני » מיטוואך מערץ 26, 2014 12:13 pm

· #192850
ברסלבער
אין דבר יום ביומו איז געווען לעצטנס עדוועטייזט א יונגערמאן וואס טוט דאס פאר געלט.

כ'דערמאן זיך אין מיינע יונגע יארן ווען כ'האב - נישט מער געדאכט - געקוועטשט די באנק אין כולל, דאן האט ריעל עסטעיט געבומט אין גרויסן און יעדער דריטער האט געארבעט אין קאנסטראקשען, זעה איך פלוצלינג מיין שכן אין כולל - א לא יצלח - קומט אריין מיט פארשמוצטע הויזן און שיך פרעג איך אים: יאנקעלע וואס גייט פאר מיט דיר? זאגט ער מיר: איך בין אריין אין קאנסטראקשן!!!, זאג איך אים: דו? קאנסטראקשן? זאגט ער: יא! איך זאג ויהי נועם'ס....

לית דין בר נש » מיטוואך מערץ 26, 2014 1:54 pm

· #192869
סאשי פיש

ווי למשל ווען מען האט די וואך געליינט שבת "פרה" איז א האלבע עולם ביי מיך אין שול געשטאנען??!

היות די פרעגסט נאר אויף פרה פארשטיי איך אז זכור פארשטייסטו יא פארוואס מען שטייט, אין לכאורה ווייל עס איז א דאורייתא אין אסאך מצוות דאורייתא וואס מען טוט נישט יעדע טאג שטייט מען (איך ווייס אויך נישט פארוואס אבער שטעל זיך פאהר א זיצעדיגע שופר בלאזן א זיצעדיגע לולב געשאקעלכטץ און אפילו א זיצעדיגע הדלקת נרות חנוכה אעפ"י וואס עס איז א דרבנן) איז פרה איז אויך לפי דעות א דאורייתא.

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 26, 2014 2:10 pm

· #192871
טאקע? וועלכע מצוה איז פרה?

געפילטע פיש » מיטוואך מערץ 26, 2014 2:16 pm

· #192875
סאו מ'דארף שטיין ווען מ'טוט די מצוה?

אי איתמר » מיטוואך מערץ 26, 2014 2:20 pm

· #192876
סאשי פיש
פארוואס מענטשען שטעלן זיך אויף ביי געוויסע דערהויבענע זמנים?
ווי למשל ווען מען האט די וואך געליינט שבת "פרה" איז א האלבע עולם ביי מיך אין שול געשטאנען??!
איז עס אן ענין?
אדער מען וויל זיך סתם פילען דערהויבען?...


עס איז דא א ענין/הלכה לבעל נפש צושטיין ביי קריה''ת,
עס איז אויך דא א ענין זיך אויפצוהייבען ווען ס'שוויצט..
וואס פארשטייט דען א גוי ?

לית דין בר נש » מיטוואך מערץ 26, 2014 9:33 pm

· #192954
שמעקעדיג
טאקע? וועלכע מצוה איז פרה?

זאג מיר מחבר אויף ד' פרשיות האסטו שוין אמאל גילערנט?

זא אזוי גוט עפען אויף א שולחן ערוך אורח חיים חלק ג' סימן תרפ"ה סעיף ז' די מחבר שרייבט יש אומרים אז עס איז דאורייתא אין דאס שטאמט שוין פון ראשונים, עס איז דא אסאך רייד אין די אחרונים אויף דעם וועלכע מצוה דאס איז אין אפילו אין חסידישע ספרים ווערט גירעדט דערוועגן.

לית דין בר נש » מיטוואך מערץ 26, 2014 9:39 pm

· #192956
געפילטע פיש
סאו מ'דארף שטיין ווען מ'טוט די מצוה?

איך זאג נישט אז מען דארף נאר אסאך אידן פירן זיך אז ווען מען איז מקיים א דאורייתא שטייט מען (עס איז דא אידן וואס שטייען יעדן אינדערפרי ביי קר"ש ווייל עס איז א דאורייתא)
אין פארוואס פרעגסטו נישט דיין שאלה אויף תקיעת שופר? וואס דעמאלס לפי ידיעתי שטייט יעדע הגם עס הייסט תקיעת דמיושב.
עכ"פ איך מיין עס האט מיט דאורייתא אדרבה אז איינע ווייסט אנדערש איך בין גרייט צו הערן.

אי איתמר » מיטוואך מערץ 26, 2014 10:18 pm

· #192963
לית דין בר נש
געפילטע פיש
סאו מ'דארף שטיין ווען מ'טוט די מצוה?

איך זאג נישט אז מען דארף נאר אסאך אידן פירן זיך אז ווען מען איז מקיים א דאורייתא שטייט מען (עס איז דא אידן וואס שטייען יעדן אינדערפרי ביי קר"ש ווייל עס איז א דאורייתא)
אין פארוואס פרעגסטו נישט דיין שאלה אויף תקיעת שופר? וואס דעמאלס לפי ידיעתי שטייט יעדע הגם עס הייסט תקיעת דמיושב.
עכ"פ איך מיין עס האט מיט דאורייתא אדרבה אז איינע ווייסט אנדערש איך בין גרייט צו הערן.

ער רעדט טאקע נישט דוקא ביי מצות פרה ❓
למשל ביי ברכת המזון און ער האט אויסגעבראכען די עסן סאו איז עס א שאלה צו מצוה דאורייתא דארף ער שטיין אדער זיצען ?

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 27, 2014 12:22 am

· #192978
יישר כח לית דין. איך האב עס געלערנט אבער שוין א לאנגער צייט צוריק. איך האב פארגעסן.
גיימיר חזר'ן...

יין שרף » דאנערשטאג מערץ 27, 2014 12:34 am

· #192980
מחבר הלכות קריאת התורה
Untitled.png

לית דין בר נש » דאנערשטאג מערץ 27, 2014 11:10 am

· #193010
אי איתמר
לית דין בר נש
געפילטע פיש
סאו מ'דארף שטיין ווען מ'טוט די מצוה?

איך זאג נישט אז מען דארף נאר אסאך אידן פירן זיך אז ווען מען איז מקיים א דאורייתא שטייט מען (עס איז דא אידן וואס שטייען יעדן אינדערפרי ביי קר"ש ווייל עס איז א דאורייתא)
אין פארוואס פרעגסטו נישט דיין שאלה אויף תקיעת שופר? וואס דעמאלס לפי ידיעתי שטייט יעדע הגם עס הייסט תקיעת דמיושב.
עכ"פ איך מיין עס האט מיט דאורייתא אדרבה אז איינע ווייסט אנדערש איך בין גרייט צו הערן.

ער רעדט טאקע נישט דוקא ביי מצות פרה ❓
למשל ביי ברכת המזון און ער האט אויסגעבראכען די עסן סאו איז עס א שאלה צו מצוה דאורייתא דארף ער שטיין אדער זיצען ?

ניין ביי בענטשן דארף מען זיצן סיי צו עס איז א דאורייתא אדער דרבנן!

אי איתמר » דאנערשטאג מערץ 27, 2014 11:56 am

· #193015
סאו מ׳קען זאגען אז שטיין האט נישט דוקא צו דאורייתא אדער דרבנן,

יין שרף » דאנערשטאג מערץ 27, 2014 2:38 pm

· #193071
שמעקעדיג
טאקע? וועלכע מצוה איז פרה?
לית דין בר נש
זא אזוי גוט עפען אויף א שולחן ערוך אורח חיים חלק ג' סימן תרפ"ה סעיף ז' די מחבר שרייבט יש אומרים אז עס איז דאורייתא אין דאס שטאמט שוין פון ראשונים, עס איז דא אסאך רייד אין די אחרונים אויף דעם וועלכע מצוה דאס איז אין אפילו אין חסידישע ספרים ווערט גירעדט דערוועגן.

עבודת ישראל לפרשת פרה, רמז מן התורה לקריאת פרשת פרה
x.png

לית דין בר נש » דאנערשטאג מערץ 27, 2014 2:43 pm

· #193074
יין שרף
שמעקעדיג
טאקע? וועלכע מצוה איז פרה?
לית דין בר נש
זא אזוי גוט עפען אויף א שולחן ערוך אורח חיים חלק ג' סימן תרפ"ה סעיף ז' די מחבר שרייבט יש אומרים אז עס איז דאורייתא אין דאס שטאמט שוין פון ראשונים, עס איז דא אסאך רייד אין די אחרונים אויף דעם וועלכע מצוה דאס איז אין אפילו אין חסידישע ספרים ווערט גירעדט דערוועגן.

עבודת ישראל לפרשת פרה, רמז מן התורה לקריאת פרשת פרה

מלא וגדוש » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 11:35 pm

· #197151
איך האב געליינט אן ארטיקל וועגן א וויין *אור הגנוז* וואס מ'מאכט אין ישראל. זיי שרייבן אז זיי גיסן אויס טויזנטער ליטער וויין פאר תרומות ומעשרות. קודם האב איך נישט געוויסט אז דאס גייט נאך אן היינט, טוט מען היינט דארט אויך לקט שכחה ופאה? און וואס איז דער ענין פון אויסגיסן אזויפיל גוטע וויין? איז עס נישט ממש א שאד קיינער איז נישט נהנה דערפון. ס'מיר געווען א חידוש די גאנצע זאך אזא בל תשחית

ונבנתה העיר » מיטוואך מאי 7, 2014 4:38 am

· #199348
וְצִוִּיתִי אֶת בִּרְכָתִי לָכֶם בַּשָּׁנָה הַשִּׁשִּׁית וְעָשָׂת אֶת הַתְּבוּאָה לִשְׁלֹשׁ הַשָּׁנִים. רש"י: "לשלש השנים" - למקצת הששית מניסן ועד ר"ה, ולשביעית, ולשמינית שיזרעו בשמינית במרחשון ויקצרו בניסן.

וּזְרַעְתֶּם אֵת הַשָּׁנָה הַשְּׁמִינִת וַאֲכַלְתֶּם מִן הַתְּבוּאָה יָשָׁן עַד הַשָּׁנָה הַתְּשִׁיעִת עַד בּוֹא תְּבוּאָתָהּ תֹּאכְלוּ יָשָׁן. רש"י: "עד השנה התשיעית" - עד חג הסכות של תשיעית שהיא עת בוא תבואתה של שמינית לתוך הבית, שכל ימות הקיץ היו בשדה בגרנות ובתשרי הוא עת האסיף לבית.

די צוויי רש"י'ס זענען זיך לכאורה סותר, עסט מען שוין פון די קצירה [ניסן] די היי יאהר'יגע תבואה, אדער הייבט מען ערשט אן דעם קומעדיגן סוכות [עת האסיף]?

ברסלבער » מיטוואך מאי 7, 2014 9:35 am

· #199367
ונבנתה, וואו זעהסטו אין די ערשטע רש"י אז מען עסט שוין פון די תבואה אין ניסן פון שמינית? ער זאגט נאר אז מען וועט עס קענען שניידן אין ניסן און דערנאך לאזט מען עס טריקענען ביז תשרי, און נאכדעם קען מען עס עסן.
"למקצת", זאגט רש"י נאר אויף שישית און נישט אויף שמינית. די תבואה פון חמישית עסט מען אין שישית, און די תבואה וואס מען שניידט אפ ניסן פון שישית וועט זיין גענוג ביז סוף שמינית.

ונבנתה העיר » מיטוואך מאי 7, 2014 3:18 pm

· #199432
קלאר צו מאכן די סתירה: אין די צווייטע רש”י קומט אויס אז די יערליכע סייקל גייט אזוי: חשון זייעט מען, ניסן שניידט מען, דערנאך ליגט עס אין פעלד ביז סוכות פון די קומענדיגע יאהר, און וואס עסט מען די גאנצע יאהר? די תבואה פון די פארגאנגענע יאהר וואס מען האט דעם תשרי אריינגעברענגט.

אויב אזוי פארוואס זאגט ער אין די ערשטע רש”י אז תבואה פון די זעקסטע יאהר נוצט מען שוין פון ניסן אותה שנה, לעבט מען דען נישט די גאנצע זעקסטע יאהר אויף די תבואה פונעם פיפטן?

ברסלבער, דו ווילסט זאגן אז אין די זעקסטע האט מען עס נאכנישט געגעסן, רש”י מיינט נאר אז עס איז שוין געווען ברשותו?

ברסלבער » מיטוואך מאי 7, 2014 3:37 pm

· #199436
ונבנתה העיר
ברסלבער, דו ווילסט זאגן אז אין די זעקסטע האט מען עס נאכנישט געגעסן, רש”י מיינט נאר אז עס איז שוין געווען ברשותו?

יא.
דער עולם דאגה'ט, הן לא נזרע ולא נאסוף את תבאתינו, דארפן זיי שוין האבן אינמיטן די זעקסטע יאר גענוג און נאך עסן פאר דריי יאר. דאס וואס וואקסט אין די זעקסטע איז נישט אויף צו עסן יענע יאר, נאר צו בארוהיגן די נערווען אז עס איז דא גענוג תבואה אין זאפאס.

ונבנתה העיר » מיטוואך מאי 7, 2014 3:55 pm

· #199440
אהא, גאט איט.

די שאלה איז נאר צו עס שטימט אזוי גוט אין די ווערטער 'ועשת את התבואה לשלוש השנים'.

דער רמב”ן לערנט טאקע אז מען רעדט פון א פאל וואס שמיטה און יובל גייען איינע נאך די אנדערע.

גאלד » זונטאג מאי 11, 2014 4:16 pm

· #199977
ונבנתה העיר
וְצִוִּיתִי אֶת בִּרְכָתִי לָכֶם בַּשָּׁנָה הַשִּׁשִּׁית וְעָשָׂת אֶת הַתְּבוּאָה לִשְׁלֹשׁ הַשָּׁנִים. רש"י: "לשלש השנים" - למקצת הששית מניסן ועד ר"ה, ולשביעית, ולשמינית שיזרעו בשמינית במרחשון ויקצרו בניסן.

וּזְרַעְתֶּם אֵת הַשָּׁנָה הַשְּׁמִינִת וַאֲכַלְתֶּם מִן הַתְּבוּאָה יָשָׁן עַד הַשָּׁנָה הַתְּשִׁיעִת עַד בּוֹא תְּבוּאָתָהּ תֹּאכְלוּ יָשָׁן. רש"י: "עד השנה התשיעית" - עד חג הסכות של תשיעית שהיא עת בוא תבואתה של שמינית לתוך הבית, שכל ימות הקיץ היו בשדה בגרנות ובתשרי הוא עת האסיף לבית.

די צוויי רש"י'ס זענען זיך לכאורה סותר, עסט מען שוין פון די קצירה [ניסן] די היי יאהר'יגע תבואה, אדער הייבט מען ערשט אן דעם קומעדיגן סוכות [עת האסיף]?


@ונבנתה העיר שפתי חכמים בשם המזרחי אל אתר אדרעסירט אייער שאלה, ער פארענפערט עס אז די "וכי תאמרו" איז טאקע נאר ביז ניסן, ווייל ניסן הייבט שוין אן צו קומען עפעס געוויסע סארט פירות, ממילא א מענטש גייט זיך נישט זארגן איבער א מצב וואס ער גייט נישט הונגערן, אויף דעם איז נישט שייך צו זאגן "מה נאכל", אבער דער "וצויתי" פונעם אויבירשטן איז מער ווי דער "מה נאכל" אז סהעט זיין אלע סארט פירות אלעמאל, דאס מיינט אז ביז ממש סוכות וועט זיין גענוג פון די אלטע פירות ביז יעדע סארט פון די נייע פירות וועט גרייט זיין צו עסן,

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 23, 2014 7:40 pm

· #207657
איך בין נישט אויסגעקאכט אין הלכות בישול עכו"ם, קען זיין איך פרעג אמעראציש,

אויפן עראפלאן טוען די סטוארדעס אנווארימען די עסן, איזדאס נישט קיין שאלה פון בישול עכו"ם? איך פארשטיי אז די עסן איז דאבל-רעפד, אבער דאס העלפט כלפי בישול?

petergrifin » מאנטאג יוני 23, 2014 8:14 pm

· #207662
אולי קען מען מתרץ זײן אפילו איך װײס נישט. אין בישול אחר בישול. שוין איך האב שוין מײן חידוש פאר די טאג.

דריידל » מאנטאג יוני 23, 2014 8:30 pm

· #207665
זיי ווארעמען עס אן מיט א מייקראוועיוו, דאס הייסט דען בישול?

אפטעמיסט » מאנטאג יוני 23, 2014 8:39 pm

· #207670
איבער ווארעמען הייסט נישט קיין בישול עכו"ם. ס'איז אבער יא פארהאן מאנכע וואס זענען מחמיר נישט צו טרינקן קאווע אויפ'ן עראפלאן משום בישול עכו"ם, הגם וואס ס'ווערט גע'פסק'נט אז ביי א זאך וואס איז נאכל כמות שהוא חי איז נישט דא קיין איסור.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16