☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?

וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?

100 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3114
בלאט: 1 2

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 9:20 pm

· #552173
פונקט לעצטע וואך האט מיך איינער געפרעגט איבער מיין מיינונג אויף ביקורת המקרא, ביז יעצט בין איך נישט זיכער וואסערע ענטפער ער האט געוואלט הערן... (איך ווייס אז ער מוטשעט זיך אביסל מיט א טאכטער וואס ווערט לעצטנס פארפרומט, בין איך נישט זיכער צו ס'האט א שייכות) אלנספאלס האב איך איהם געזאגט אז איך קען נאר אביסל ארום און ארום, ווייטער פון דעם בין איך סומך דעתי אויף די PhD חברה וכו' וואס זענען עוסק דערין, בעסער פון מיר און דיר ווייסן זיי זיכער.

דערנאך האט ער געוואלט וואוסן צו איך האלט נישט אז די ביקורת המקרא ענין איז א סתירה מיט אידישקייט, האב איך איהם געענטפערט אז אפשר פאר די קראים איז ביקורת המקרא א קשיא, אבער פאר אונזער רעליגיע פון יהדות הרבנית איז עס נישט נאר קיין קשיא נאר ס'איז גאר מחזק 🙂

דיכטער » מוצ"ש מערץ 9, 2024 5:15 pm

· #553881
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
berlbalaguleh #
העליאו-צענטריזם איז זיך גאנץ גרינג מתיישב על הדעת. ספעציעל נאכדעים וואס מ'איז שוין געפארן אין ספעיס. משא"כ אבולוציה (פון דארווינ'ס תורות) וועלכע האט א פאר נקודות אמת. נאר ערגעץ האט עס געכאפט א דריי אויף לינקס. און ס'לויפט נגד השכל.

עס איז ווערד ארויסצוברענגען אז די סיבה פארוואס וויסנשאפטלער האבן אנגענומען דעם העליאצענטערישן מאדעל, איז איבערהויפט נישט ווייל מען איז שוין ארויסגעפלויגן אין ספעיס. עס איז נאכנישט דא א ווידיאוי פון גענוג ווייט אין ספעיס וואס ווייזט קלאר ווי דער וועלט דרייט זיך ארום דעם זון און מען קען אלעמאל זאגן אז דער זון דרייט זיך און אמת׳ן ארום דעם וועלט פון אונזערע פרעספעקטיוו, נאר די ריכטיגע סיבה פארוואס עס איז אנגענומען געווארן אן קיין צווייפל, איז, ווייל בלויז דער מאדעל שטומט מיט די געזעצן פון פלאניטארי ארביט און די געזעצן פון גראוויטאציע, אזוי אויך מיט די געזעצן פון רעלאטיוויטעט וועלכע האבן נאכגעפאלגט, אנדערש איז נישט מעגליך צו ערקלערן וויאזוי די פלאנעטן דרייען זיך.

אויפן זעלבע וועג קען מען גיין אנבאלאנגט עוואלוציע, וואס איז אמת׳דיג פארגעגאנגען וועט קיינער נישט וויסן, אבער עוואלוציע איז דער איינציגסטע וועג וואס געבט צו ערקלערן וויאזוי זאכן זענען צושטאנד געקומען (אן דעם וואס מען זאל דארפן ארייננעמען אינעם חשבון, אפ-נאטירליכע ערשיינונגען).

מתתיהו » מוצ"ש מערץ 9, 2024 9:21 pm

· #553893
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
דיכטער #

לאמיר פארשטיין, אפילו אז דו גייסט מיט תורת עוואלוציע געבט דיר עס נאכנישט קיין וועג צו פארשטיין די ראשית הבריאה, דהיינו ער געבט דיר נאר צו פארשטיין נאכדעם וואס עפעס איז שוין דא ווי אזוי פון דעם איז געווארן עפעס אנדערש, אבער דו האסט נאך אלס נישט קיין שום וועג צו פארשטיין ווי אזוי דאס אלעס האט זיך אנגעהויבן.

איז סך הכל יעצט די שאלה ווי די לייגסט די ראשית הבריאה וואס האט ממילא נישט קיין הסבר, לויט די תורה איז עס 5784 יאר צוריק ווען די אייבערשטער האט אלעס באשאפן אין 6 טעג, יעצט פון דא און ווייטער קענסטו נאך אלס זאגן 'עוואלוציע' דהיינו אז די וועלט טוישט זיך כסדר, אבער וואס פעהלט אויס צו זאגן אז די וועלט שטייט שוין מיליאנע יארן ווייל אזוי לאנג האט גענומען אז דו וועלט זאל אנקומען צו איר יעצטיגע מצב, ווען דו וועסט ממילא נישט האבן קיין הסבר אויף די בריאה פון מיליאנע יארן צוריק??

מתתיהו » מוצ"ש מערץ 9, 2024 9:27 pm

· #553896
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
דיכטער #
ס׳איז אינטערעסאנט צו זען ווי אלע האבן זיך, מער/ווייניגער, גאנץ שנעל אן עצה געגעבן מיטן העליאצענטרוס מאדעל, לעומת תורת האבולוציה וואו מען קען נוצן דער זעלבע לאגיק, וצ״ע.
ווי זעהט מען אין די תורה בכלל עפעס קעגן די "העליאצענטרוס מאדעל", סך הכל קענסטו זאגן אפאר פסוקים וואס דרוקען זיך אזוי אויס, ווי "ממזרח שמש עד מבואו" וכדו' וואס מיינט פארשטייט זיך גארנישט נאר רעדט לויט די בליק פון דער מענטש, משא"כ "עוואלוציע" יא איך פארשטיי מען קען אלעס פארענטפערן ווי דער רמב"ם שרייבט בענין חומר קדמון, אבער ס'איז קלאר אז דו פשטות הפסוקים דערציילן גאר אן אנדערע מעשה.

סקעפטיקער » מוצ"ש מערץ 9, 2024 9:33 pm

· #553897
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
מתתיהו #
לאמיר פארשטיין, אפילו אז דו גייסט מיט תורת עוואלוציע געבט דיר עס נאכנישט קיין וועג צו פארשטיין די ראשית הבריאה, דהיינו ער געבט דיר נאר צו פארשטיין נאכדעם וואס עפעס איז שוין דא ווי אזוי פון דעם איז געווארן עפעס אנדערש, אבער דו האסט נאך אלס נישט קיין שום וועג צו פארשטיין ווי אזוי דאס אלעס האט זיך אנגעהויבן.

איז סך הכל יעצט די שאלה ווי די לייגסט די ראשית הבריאה וואס האט ממילא נישט קיין הסבר, לויט די תורה איז עס 5784 יאר צוריק ווען די אייבערשטער האט אלעס באשאפן אין 6 טעג, יעצט פון דא און ווייטער קענסטו נאך אלס זאגן 'עוואלוציע' דהיינו אז די וועלט טוישט זיך כסדר, אבער וואס פעהלט אויס צו זאגן אז די וועלט שטייט שוין מיליאנע יארן ווייל אזוי לאנג האט גענומען אז דו וועלט זאל אנקומען צו איר יעצטיגע מצב, ווען דו וועסט ממילא נישט האבן קיין הסבר אויף די בריאה פון מיליאנע יארן צוריק??
די ציהל פון עוואלוציע איז בכלל נישט מסביר צו זיין פון ווי "אלעס" קומט, דארווין'ס טעאריע פון עוואלוציע באנעמט זיך בלויז מיט די מקור פון אלע סארטן ברואים וואס געפונען זיך אויף דעם כדור העולם. און די ציהל דערפון איז נישט פטור צו ווערן פון גאט (כאטש קען זיין עס טוט עס אביסל) נאר איז פשוט געבויעט פון אבזערווירן די פאקטן

אגב, אין די תורה שטייט נישט אז די וועלט איז באשאפן געווארן 5784 יאר צוריק, די ערשטע מקור איז סדר עולם

מתתיהו » מוצ"ש מערץ 9, 2024 9:41 pm

· #553898
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
סקעפטיקער #

איך פארשטיי, איך זאג נאר אויף דאס וואס @דיכטער שרייבט אז די סיבה אנצונעמען עוואלוציע איז ווייל אזוי דארפסטו נישט צוקומען צו אומנאטירליכע געשעהנישן, זאג איך אויב פאר די ערשטע באשעפעניש דארפטו ממילא צוקומען צו א סיבה וואס דו קענסט נישט פארשטיין קענסטו שוין נוצן די זעלבע סיבה פאר אלע ברואים.
סקעפטיקער #
אגב, אין די תורה שטייט נישט אז די וועלט איז באשאפן געווארן 5784 יאר צוריק, די ערשטע מקור איז סדר עולם
אה"נ כ'האב נאר געמיינט די נקודה שבו.

טראלל » מוצ"ש מערץ 9, 2024 9:49 pm

· #553899
סקעפטיקער #
די ציהל פון עוואלוציע איז בכלל נישט מסביר צו זיין פון ווי "אלעס" קומט, דארווין'ס טעאריע פון עוואלוציע באנעמט זיך בלויז מיט די מקור פון אלע סארטן ברואים וואס געפונען זיך אויף דעם כדור העולם. און די ציהל דערפון איז נישט פטור צו ווערן פון גאט (כאטש קען זיין עס טוט עס אביסל) נאר איז פשוט געבויעט פון אבזערווירן די פאקטן

אגב, אין די תורה שטייט נישט אז די וועלט איז באשאפן געווארן 5784 יאר צוריק, די ערשטע מקור איז סדר עולם
א. טשארלס דארווין האט גראדע געגלייבט אין עפעס א פארם פון גאט, אזא סארט שפינאזע גאט צו וואס.

ב. אין די תורה שטייט טאקע נישט פונקטליך א דאטום ווען דער וועלט איז באשאפן געווארן אבער לויט'ן חשבון האט אדם הראשון נישט געלעבט מער ווי עטליכע טויזענט יאר צוריק.

כרם זית » מוצ"ש מערץ 9, 2024 9:57 pm

· #553901
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
אויסער די פראבלעם פון פסוקים און מיט גמרא'ס און פוסקים (כמו הרמב"ם בקידוש החודש), איז די קופערניקעס מהלך א שטער פאר רעליגיע וויבאלד עס נעמט אוועק די חשוב'קייט פון אונזער וועלט אלס נאך א פלאנעט אינעם סיסטעם וואס דרייט זיך ארים די זון, אנשטאטס אלעס זאל זיך דרייען ארים אונז.

אלפא » מוצ"ש מערץ 9, 2024 10:00 pm

· #553902
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
מתתיהו #

לאמיר פארשטיין, אפילו אז דו גייסט מיט תורת עוואלוציע געבט דיר עס נאכנישט קיין וועג צו פארשטיין די ראשית הבריאה, דהיינו ער געבט דיר נאר צו פארשטיין נאכדעם וואס עפעס איז שוין דא ווי אזוי פון דעם איז געווארן עפעס אנדערש, אבער דו האסט נאך אלס נישט קיין שום וועג צו פארשטיין ווי אזוי דאס אלעס האט זיך אנגעהויבן.

איז סך הכל יעצט די שאלה ווי די לייגסט די ראשית הבריאה וואס האט ממילא נישט קיין הסבר, לויט די תורה איז עס 5784 יאר צוריק ווען די אייבערשטער האט אלעס באשאפן אין 6 טעג, יעצט פון דא און ווייטער קענסטו נאך אלס זאגן 'עוואלוציע' דהיינו אז די וועלט טוישט זיך כסדר, אבער וואס פעהלט אויס צו זאגן אז די וועלט שטייט שוין מיליאנע יארן ווייל אזוי לאנג האט גענומען אז דו וועלט זאל אנקומען צו איר יעצטיגע מצב, ווען דו וועסט ממילא נישט האבן קיין הסבר אויף די בריאה פון מיליאנע יארן צוריק??
עוואלוציע איז בכלל נישט דא צו פארענטפערן די ראשית הבריאה, עס איז דא צו מסביר זיין אבזערווירענדע פאקטן! סייענס בויט פון פאקטן אויף ארויס, נישט פון א נאראטיוו אריין. ניטאמאל האט 'סייענס' א פראבלעם אז מ'פארשטייט נאכנישט ריזיגע חלקים פונעם עקזיסטענס (-קאנשעסנעס, ארידזשין..) דערווייל לערנט מען אפ דאס וואס מ'זעט און מ'ווייסט מיט די מערסט מסתבר'דיגע פשט.

לייג די פשטות הפסוקים אין א זייט פאר א סעקונדע, ווי אזוי פארשטייט מען די טויזענטער -אויב נישט מיליאנען- פאסילס וואס מ'טרעפט, און נאך און די מייסטערהאפטיגן סדר אראפצו לויט די יארן?! וויאזוי איז מען מסביר די מיליאנען ליכט יארן וואס מ'קען פאקטיש אבזערווירן (-גראדע נישט ממש בכלל עוואלוציע)?! און וויאזוי שטומט די בריאה כמין חומר מיט די ביג-בענג/עוואלוציע טעאריעס?

יא יא, איך קען אויך די תירוץ אז די באשעפער האט עס (מעגליך) געמאכט אויסקוקן אסאך עלטער ווי עס איז, אבער למען השם, פארוואס האט דאס אויסגעפעלט? פארוואס עס נישט לאזן וויאזוי עס איז און אונז נישט אלע איינרעדן אז עס איז עלטער?! און אויב שוין יא אויף אונז איינצורעדן - ווער זענען אונז זיך קעגנצושטעלן צום נאראטיוו וואס ג-ט פלאסטערט אזוי שיין אויס?

מתתיהו #

ווי זעהט מען אין די תורה בכלל עפעס קעגן די "העליאצענטרוס מאדעל", סך הכל קענסטו זאגן אפאר פסוקים וואס דרוקען זיך אזוי אויס, ווי "ממזרח שמש עד מבואו" וכדו' וואס מיינט פארשטייט זיך גארנישט נאר רעדט לויט די בליק פון דער מענטש, משא"כ "עוואלוציע" יא איך פארשטיי מען קען אלעס פארענטפערן ווי דער רמב"ם שרייבט בענין חומר קדמון, אבער ס'איז קלאר אז דו פשטות הפסוקים דערציילן גאר אן אנדערע מעשה.
העלעאצענטריזם איז געווען אן אויפרייס (להבנתי) נישט אזוי ווייט ווייל עס האט סותר געווען רעליגיעזע טעקסט אדער וועליוס (-הגם די נאראטיוו אז מיר זענען די מבחר הבריאה גייט האנט ביי האנט מיטן געדאנק אז די מערכת השמים דרייט זיך אויך ארום אונז..), נאר ענדערש ווייל עס האט אונטערגעשטרייכט א ריזיגע לאך מיט רעליגיע וועלכע האט פארפעלט קלארצושטעלן אזא סימפל פאקט. ביז דאן איז רעליגיע געווארן אנגעקוקט אלס די טאטע פאר אינפארמאציע און אמת, סייענס האט לכל היותר געהאט צו פארקויפן און פלעצער וואו רעליגיע 'האט נישט געפילט פאר וויכטיג' אריינצורעדן אבער איז זיכער נישט געקומען פארקויפן קיין מרפסן איגרי'דיגע חידושים וואס וואלט געדארפט זיין קלאר פון אנפאנג, איז אבער געקומען העלעאצענטריזם און אנגעוויזן אז אזא פשוט'ע פאקט ווי דאס אז די וועלט איז נישט אין צענטער האט רעליגיע אין גרויסן געהאט פאלש, און דאס האט געשיקט די שאק-כוואליעס.
עוואלוציע נעמט עס טאקע א טריט ווייטער - מיטן סותר זיין מער בפירוש געוויסע פסוקים, אבער איך בין נישט זיכער אז פראפארציאנאל איז דאס א גרעסערע אויפרייס ווי די סעפערעישאן פון אלטימעטע 'אמת' און רעליגיע - וואס העלעאצענטריזם האט געשאפן. (אפגערעדט גייענדיג מיט'ן רמב"ם'ס מהלך הדרש..)

ביבל קריטיסיזם איז שוין טאקע א קומענדיגע שטאפל - וועלכע שטעלט שוין אין פראגע די סאמע עקזיסטענץ פון רעליגיע אלס דעוויין פענאמענאן, און ווי פריער געשמועסט איז דעבעיטעבל ווי ווייט דאס עס גיין בעתיד, אבער עוואלוציע האט בפשטות זיכער נישט קיין שאנס צו ווערן אפגעהאלטן דורך די פרימיטיווע פשט אין די פסוקים..

ברוך שפינוזה » מוצ"ש מערץ 9, 2024 10:27 pm

· #553905
אין אן אנדערן אשכול האט איינער נאכגעברענגט א ווארט פון רבי נחמן וואס איז זייער שטארק נוגע אהער, איך ווער משוגע פאר דעם ווארט, וזה לשונו הקדוש: טוֹב יוֹתֵר לִהְיוֹת פֶּתִי יַאֲמִין לְכָל דָּבָר, דְּהַיְנוּ לְהַאֲמִין אֲפִלּוּ בִּשְׁטוּתִים וּשְׁקָרִים, כְּדֵי לְהַאֲמִין גַּם בְּהָאֱמֶת. מִלִּהְיוֹת חָכָם וְלִכְפֹּר בַּכֹּל. ס'דא חברה וואס ציטערן צו גלייבן אין עוואלוציע ווייל גאט זאל באהיטן אויב ס'וועט זיך ארויסשטעלן אז עפעס א פאסיל איז מיט א האלבע יאר אינגער ווי פריער געמיינט און דאן וועלן זיי זיין חוזק, זיי האבן מורא אנצונעמען די השערת התעודות ווייל אפשר וועט זיך ארויסשטעלן אז די תורה האט באמת נאר 3 מקורות און נישט 4, אויף דעם זאגט רבי נחמן, ענדערש גלייב די עקספערטן אפילו מיט זייערע שטותים ווייל אזוי וועסטו כאטש גלייבן דעם אמת, אז דו וועסט זיך סתם ארומדרייען אגאנצן טאג מיט ספיקות וועסטו מיט גארנישט בלייבן. אז דו האלטסט נאך 10 יאר שטודירן ביאלאגיע און דו האלטסט נאכאלץ אז עוואלוציע איז הוילע דמיונות מילא, אבער אז דו ביזט סתם פארנומען אויפצוקומען מיט ספיקות און תירוצים נישט צו גלייבן אן געבן אן אלטערנאטיוו ענדערש גיי זיי עוסק אין א פעלד וואו דו האסט וואס צוצוגעבן צו סאסייעטי.

מתתיהו » מוצ"ש מערץ 9, 2024 10:28 pm

· #553906
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
אלפא #
מתתיהו #

לאמיר פארשטיין, אפילו אז דו גייסט מיט תורת עוואלוציע געבט דיר עס נאכנישט קיין וועג צו פארשטיין די ראשית הבריאה, דהיינו ער געבט דיר נאר צו פארשטיין נאכדעם וואס עפעס איז שוין דא ווי אזוי פון דעם איז געווארן עפעס אנדערש, אבער דו האסט נאך אלס נישט קיין שום וועג צו פארשטיין ווי אזוי דאס אלעס האט זיך אנגעהויבן.

איז סך הכל יעצט די שאלה ווי די לייגסט די ראשית הבריאה וואס האט ממילא נישט קיין הסבר, לויט די תורה איז עס 5784 יאר צוריק ווען די אייבערשטער האט אלעס באשאפן אין 6 טעג, יעצט פון דא און ווייטער קענסטו נאך אלס זאגן 'עוואלוציע' דהיינו אז די וועלט טוישט זיך כסדר, אבער וואס פעהלט אויס צו זאגן אז די וועלט שטייט שוין מיליאנע יארן ווייל אזוי לאנג האט גענומען אז דו וועלט זאל אנקומען צו איר יעצטיגע מצב, ווען דו וועסט ממילא נישט האבן קיין הסבר אויף די בריאה פון מיליאנע יארן צוריק??
עוואלוציע איז בכלל נישט דא צו פארענטפערן די ראשית הבריאה, עס איז דא צו מסביר זיין אבזערווירענדע פאקטן! סייענס בויט פון פאקטן אויף ארויס, נישט פון א נאראטיוו אריין. ניטאמאל האט 'סייענס' א פראבלעם אז מ'פארשטייט נאכנישט ריזיגע חלקים פונעם עקזיסטענס (-קאנשעסנעס, ארידזשין..) דערווייל לערנט מען אפ דאס וואס מ'זעט און מ'ווייסט מיט די מערסט מסתבר'דיגע פשט.

לייג די פשטות הפסוקים אין א זייט פאר א סעקונדע, ווי אזוי פארשטייט מען די טויזענטער -אויב נישט מיליאנען- פאסילס וואס מ'טרעפט, און נאך און די מייסטערהאפטיגן סדר אראפצו לויט די יארן?! וויאזוי איז מען מסביר די מיליאנען ליכט יארן וואס מ'קען פאקטיש אבזערווירן (-גראדע נישט ממש בכלל עוואלוציע)?! און וויאזוי שטומט די בריאה כמין חומר מיט די ביג-בענג/עוואלוציע טעאריעס?

יא יא, איך קען אויך די תירוץ אז די באשעפער האט עס (מעגליך) געמאכט אויסקוקן אסאך עלטער ווי עס איז, אבער למען השם, פארוואס האט דאס אויסגעפעלט? פארוואס עס נישט לאזן וויאזוי עס איז און אונז נישט אלע איינרעדן אז עס איז עלטער?! און אויב שוין יא אויף אונז איינצורעדן - ווער זענען אונז זיך קעגנצושטעלן צום נאראטיוו וואס ג-ט פלאסטערט אזוי שיין אויס?
נאכאמאל איך האב בכלל נישט גערעדט וועגן דאס וואס מען טרעפט במציאות זאכן וואס צייגן אהן אויף די עלטער פון די וועלט, אין הכי נמי אויב זענען טאקע דא אזאנע ראיות מכריחות וועט מען מוזן מסביר זיין די פסוקי התורה זיי זאלן שטימען מיט דעם. איך זאג נאר אז דאס וואס מען זאגט אז מען נעמט אהן עוואלוציע ווייל אזוי האט עס אן הסבר בדרך הטבע און מען דארף נישט צוקומען צו קיין אומנאטיליכע פאסירונגען, זאג איך אז דו דארפסט ממילא צוקומען צו א בריאה וואס דו פארשטייסט נישט ווי אזוי דאס איז געשעהן.
אלפא #
העלעאצענטריזם איז געווען אן אויפרייס (להבנתי) נישט אזוי ווייט ווייל עס האט סותר געווען רעליגיעזע טעקסט אדער וועליוס (-הגם די נאראטיוו אז מיר זענען די מבחר הבריאה גייט האנט ביי האנט מיטן געדאנק אז די מערכת השמים דרייט זיך אויך ארום אונז..), נאר ענדערש ווייל עס האט אונטערגעשטרייכט א ריזיגע לאך מיט רעליגיע וועלכע האט פארפעלט קלארצושטעלן אזא סימפל פאקט. ביז דאן איז רעליגיע געווארן אנגעקוקט אלס די טאטע פאר אינפארמאציע און אמת, סייענס האט לכל היותר געהאט צו פארקויפן און פלעצער וואו רעליגיע 'האט נישט געפילט פאר וויכטיג' אריינצורעדן אבער איז זיכער נישט געקומען פארקויפן קיין מרפסן איגרי'דיגע חידושים וואס וואלט געדארפט זיין קלאר פון אנפאנג, איז אבער געקומען העלעאצענטריזם און אנגעוויזן אז אזא פשוט'ע פאקט ווי דאס אז די וועלט איז נישט אין צענטער האט רעליגיע אין גרויסן געהאט פאלש, און דאס האט געשיקט די שאק-כוואליעס.
עוואלוציע נעמט עס טאקע א טריט ווייטער - מיטן סותר זיין מער בפירוש געוויסע פסוקים, אבער איך בין נישט זיכער אז פראפארציאנאל איז דאס א גרעסערע אויפרייס ווי די סעפערעישאן פון אלטימעטע 'אמת' און רעליגיע - וואס העלעאצענטריזם האט געשאפן. (אפגערעדט גייענדיג מיט'ן רמב"ם'ס מהלך הדרש..)

ביבל קריטיסיזם איז שוין טאקע א קומענדיגע שטאפל - וועלכע שטעלט שוין אין פראגע די סאמע עקזיסטענץ פון רעליגיע אלס דעוויין פענאמענאן, און ווי פריער געשמועסט איז דעבעיטעבל ווי ווייט דאס עס גיין בעתיד, אבער עוואלוציע האט בפשטות זיכער נישט קיין שאנס צו ווערן אפגעהאלטן דורך די פרימיטיווע פשט אין די פסוקים..
איך פארשטיי נישט ווי קומט בכלל די הנחה אז רעליגיע דארף קלאר שטעלן אלע סודות הבריאה, איז דען דא אפילו איין זאך וואס דו תורה קומט אונז זאגן ווי אזוי די סייענס ארבעט..? (דער רמב"ם אין קידוש החודש זאגט דאך אליין אז ער נעמט זיינע זאכן פון די חכמה פון די גוים בזמנו..)

ווי קען מען דאס בכלל פארגלייכן מיט עוואלוציע וואס איז קלאר סותר גאנצע פרשיות אין די תורה פון בריאת שמים וארץ, יא מ'קען אלעס אריינקוועטשן אבער ס'איז זיכער נישט דו פשטות.

אלפא » מוצ"ש מערץ 9, 2024 10:46 pm

· #553910
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
קיינער איז נישט איינגעפאלן אנצונעמען עוואלוציע סתם פאר די פאן אוו איט (ווי ווייט איך ווייס), פארשטייט זיך עס איז געבויט און אוועקגעשטעלט אויף קראנטע פאקטן און אבזערוואציעס. אז דו האסט עס נאכנישט באגעגנט - זעץ דיך לערנען!

דאס אז דו פארשטייטסט נישט אזא הנחה אז רעליגיע איז די הויפט מקור פאר אמת וכו', שטרייכט סך הכל אונטער אז דו ביסט געבוירן אביסל שפעטער ווי די העלעאצענאריסט רעוואלוציע!

berlbalaguleh » מוצ"ש מערץ 9, 2024 11:06 pm

· #553914
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
ערשטנס: העליא-צענטריזם איז נישט סותר בריאת שמים וארץ אזוי ווי ס'שטייט אין די תורה לפי פשוטו (של מקרא).

צווייטנס: עוואלושן (כשהוא לעצמו) קענמען אריינטייטשן (בדוחק) אין בריאת שמים וארץ אויב מ' נעמט נישט אן די ווערטער פון די פסוקים ליטערעללי.

זעקס טאג מיינט נישט זעקס טאג לויט אונזער חשבון. דער פערטער טאג מיינט נישט דער פערטער טאג. נאר א פאר מיליאן יאר.

נאר ס'איז דא אנדערע זאכן (אין דארווינ'ס טעאריע פון עוואלושן) וועלכע זענען סותר די אמונה אין מעשה בראשית.

מיין הנחה איז אז ער (דארווין) האט אנגעהויבן גוט. נאר ערגעף אינמיטן זיינע חקירות איז ער פארפארן אראפ פון די רעלסן. און ער האט אנגעהויבן צו רעדן שטותים והבלים.

אלפא » זונטאג מערץ 10, 2024 6:36 am

· #553968
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
ר' בערל, א גרויסן יישר כח פארן מיטשטומען צו דארווין. אויב קענסטו נאר זיי מוחל צו ווייזן סייענטיפיש וואו ער איז געגאנגען 'אראפ פון די רעלסן', און וויאזוי?!
סתם זאגן אז דו האסט נישט ליב דיין עלטע זיידע - דעם מאלפע איז ווי צו זאגן אז מיר געפעלט נישט אז צייט איז רעלאטיוו און דערמיט 'פארקרומען' איינשטיינ'ס רעלסן...

דיכטער » זונטאג מערץ 10, 2024 8:19 am

· #553970
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
מתתיהו #

איך זאג נאר אויף דאס וואס @דיכטער שרייבט אז די סיבה אנצונעמען עוואלוציע איז ווייל אזוי דארפסטו נישט צוקומען צו אומנאטירליכע געשעהנישן, זאג איך אויב פאר די ערשטע באשעפעניש דארפטו ממילא צוקומען צו א סיבה וואס דו קענסט נישט פארשטיין קענסטו שוין נוצן די זעלבע סיבה פאר אלע ברואים.
דער געדאנק איז אז סייענטיסטן צילן צו געבן ראציאנאלע, נאטירליכע ערקלערונגען צו סיי וועלכע פענאמען (עין פתח האשכול). נישט אז דאס מיינט אז אלעס קען מען ערקלערן, דאס איז פשוט זייערע האפענונג. אז דו ווילסט קענסטו גלייבן אנדערש. זיי גלייבן אז אלעס וואס פאסירט האט אונטער דעם א נאטירליכע אורזאך, נישט אלעמאל קען מען צוקומען דערצו און עס קען זיין אז עס פעלט אונז נאך זייער אסאך אינפארמאציע, אבער דאס איז דער צוגאנג וואס אויף דעם בויעט זיך עוואלוציע. אז איינער האט א פראבלעם וויאזוי אלעס האט זיך אנגעהויבן? זיי האפן צו צוקומען צו דעם, אבער אויף דערווייל קען איינער בלייבן מיט זיין גלויבונג אז עס איז אומנאטירליכערהייט צושטאנד געקומען און זיי מיט דער מיינונג אז נאטור איז נישט פארפליכטעט צופרידן צו שטעלן אונזער נייגעריגקייט.

נ. ב. איך פרוביר ח״ו נישט אוועק צו מאכן אמונה, איך פרוביר נאר קלאר צו מאכן דער סייענטיפישע מעטאד.

מי אני » זונטאג מערץ 10, 2024 12:03 pm

· #553993
דער ביאלאגיקער דר. דעניס ווענעמאַ (א טעאיסט) שרייבט לגבי דעם אז אויף עיבּיאָדזשענעסיס, וויאזוי לעבעדיגע באשטיינדלען זענען צושטאנד געקומען פון נישט-לעבעדיגע באשטיינדלען, איז נאך נישטא קיין געהעריגע סייענטיפישע הסבר, ויחסה צו עוואלושאן בכלל:
One challenge that faces us when examining frontier areas of evolution is that many Christians have had exposure to such topics exclusively in the context of antievolutionary apologetics. In such cases, it is common for the arguments to have the following basic structure: discuss a genuine scientific controversy from a frontier area of evolution, and then inappropriately use it in an attempt to cast doubt on evolution as a whole. This approach, though sadly common, misses the mark for two reasons: it fails to appreciate that a field of science is expected to have areas that are well supported as well as areas that are more speculative; and that in speculative areas, the presence of competing hypotheses does not imply that the more theoretical base that allows the hypotheses to be made in the first place is somehow suspect

Nowhere in Christian antievolutionary apologetics is this approach more prominent than for the first frontier area of evolution that we will examine: abiogenesis, or the proposed transition between nonliving matter and the first life on earth. Strictly speaking, abiogenesis is not part of evolutionary theory, in that evolution is the theory of how life changes over time, not how life may have arisen from non-life. As we will see, however, there is good evidence that this distinction is yet another attempt to draw a line on what is in fact a gradient between “non-living” and “living”. Regardless of these careful distinctions that a scientist might make, however, in the popular Christian antievolutionary literature the mystery of abiogenesis is reason enough to doubt evolution as a whole. Hopefully, the scientific problem with this approach is by now obvious – unsolved problems at the frontier are expected, and the natural result of a productive theory. Of course, there is also an apologetics problem with this approach: should a hypothesis at the frontier find experimental support, it will shift towards the theoretical core over time
ואגב, איז באקאנט די מילער-אוּרעי עקספּערימענט וועלכע האט געצייגט ווי עכ״פ אָרגעניק עמינאָ-עסיד פּראָטינס האבן געקענט צושטאנד קומען פון נישט-אָרגעניק עלעמענטן, אין די (בערכ'דיגע) קאנדישאנס פון די וועלט ביליאנען יארן צוריק.

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 10, 2024 6:56 pm

· #554134
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
אלפא #
ר' בערל, א גרויסן יישר כח פארן מיטשטומען צו דארווין. אויב קענסטו נאר זיי מוחל צו ווייזן סייענטיפיש וואו ער איז געגאנגען 'אראפ פון די רעלסן', און וויאזוי?!
סתם זאגן אז דו האסט נישט ליב דיין עלטע זיידע - דעם מאלפע איז ווי צו זאגן אז מיר געפעלט נישט אז צייט איז רעלאטיוו און דערמיט 'פארקרומען' איינשטיינ'ס רעלסן...
ס'איז זייער פשוט: צייט (א טייל פון איינשטיינ'ס טעאריע) איז רעלאטיוו צו פלאץ. (די וועלט.) אין ספעיס און די גרויסע יוניווערס איז דא אן אנדער קאנסעפט פון צייט.

ס'איז דאך באקאנט דאס ווערטל אז צדיקים זענען למעלה מן הזמן. פארוואס (בדרך צחות) ווייל זיי שועבן/פליען אין די עולמות.

נאר דאס אז מאנקיס (טשימפאניזעס און גאריללאס) האבן איין טאג (אין א פאר מיליאן יאר) זיך אויפגעשטעלט אויף צוויי פיס און ארויסגעוואקט פון דזשאנגל צו א קעיוו. א הייל. און זיי האבן זיך גענימען רעדן לייגט זיך פשוט נישט אויפ'ן שכל. ווען אין פסוק שטייט בפירוש אז דער אייבישטער האט באשאפן א מענטש אדם. און נאכדעים זיין ווייב חוה. דאס לייגט זיך א סאך מער אויפ'ן שכל ווי דארווינ'ס טעאריע. איי קענמען פרעגן מ'זעהט דאך אז די די.ען.עי. פון מענטשן און מאנקיס זענען זייער ענליך. דאס איז נישט קיין קשיא. אבער מענטשן זענען דאך אנדערש. צווייטנס. לויט דארווין פארוואס האבן נאר א טייל מאנקיס ארויסגעוואקט פון דזשאנגל. און די אנדערע טייל זענען געבליבן מאנקיס און לעבן שוין מיליאנען יארן ווייטער אלס מאנקיס אין דזשאנגל.

אוועראלל.איז א סאך גרינגער און מער לאגיש אנצונעמען אז ס'איז דא אן עניטיטי (דער באשעפער) וואס האט באשאפן די גאנצע וועלט מיט די יוניווערס. מיט גרויס חכמה. אין דעם דיזיין. ווי איידער צו זאגן אז ס'איז געווען א גרויסע עקספלאוזשן און פון דעם איז ארויסגעקומען אין משך פון מיליאנען יארן די וועלט.

מר שושני » זונטאג מערץ 10, 2024 7:44 pm

· #554153

פון דיינע ווערטער פארשטיי איך אז איר האט נישט קלאר ארויס די טעאריע פון עוואלוציע.
איך גיי נישט אריינגיין אין אלע דעטאלן צוליב וואס ס'איז דא פיל בעסערע מקורות אנליין און אין ביכער וואס זענען עס מסביר בעסער פון מיר.
איין וויכטיגע פונקט.
קיין איין סייענטיסט האלט נישט אז מיר קומען פון מאלפעס. מיר קומען אויב עפעס פון די זעלבע משפּחה פון פריים עיפס. אונדזער נענסטע קוזין איז דער שימפאנזי לויט זיי.

ברוך שפינוזה » זונטאג מערץ 10, 2024 7:54 pm

· #554158
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
מר שושני #
אונדזער נענסטע [איבערלעבענדע] קוזין איז דער שימפאנזי.
אויסגעשטארבענע זענען דא נענטערע.

יעקב מעקסוועל » זונטאג מערץ 10, 2024 8:30 pm

· #554166
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
לכולי עלמא זענען מיר נאנטע קאזינס. אדער זענען די מאנקיס געווארן ביי דור הפלגה, אדער זענען די מענטשן געקומען פון די עיפס, והכל שריר וקים.

נאר דער אויפגעקלערטער מאמין, וואס גלייבט נישט אין די מדרש, און גלייבט אויך נישט אין עוואולוציע, האט א פראבלעם וועגן די די ען עי...

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 10, 2024 8:51 pm

· #554170
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
יעקב מעקסוועל #
לכולי עלמא זענען מיר נאנטע קאזינס. אדער זענען די מאנקיס געווארן ביי דור הפלגה, אדער זענען די מענטשן געקומען פון די עיפס, והכל שריר וקים.

נאר דער אויפגעקלערטער מאמין, וואס גלייבט נישט אין די מדרש, און גלייבט אויך נישט אין עוואולוציע, האט א פראבלעם וועגן די די ען עי...
מר. קלונימוס: דער מדרש איז ריכטיג. נאר די וועלכע גלייבן אין דארווינ'ס טעאריע פון עוואלוציע האבן עס אין די פארקערטע ריכטונג. אז מענטשן זענען ביים דור הפלגה געווארן מאנקיס. דאס מיינט נישט אז מאנקיס זענען דאמאלס געווארן א נייע בריאה. ס'געווען אזא באשעפעניש ווי מאנקיס פאר'ן דור הפלגה אויך. נאר אלס שטראף זענען א טייל פון די ( שלעכטע) מענטשן געווארן מאנקיס. א טייל (אזוי גייט די לעגענדע) זענען פארוואנדלט געווארן אין עלעפאנטס. דערפאר מאכט מען די ברכה ברוך משנה הבריות ביי ביידע.

ברוך שפינוזה » זונטאג מערץ 10, 2024 8:54 pm

· #554173
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
יעקב מעקסוועל #
דער אויפגעקלערטער מאמין, וואס גלייבט נישט אין די מדרש, און גלייבט אויך נישט אין עוואולוציע, האט א פראבלעם וועגן די די ען עי...
לויט דעם קומט אויס אז דער פרימיטיווער אפיקורס שטויסט זיך אן אין די ווייניגסטע קשיות, אשרינו ואשרי חלקנו. 😛 😈

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 10, 2024 9:19 pm

· #554180
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
דאס איז די אנדערע זייט פון אמונה פשוטה.

איך האב נאר איין קשיא. אויב דו ביסט שוין יא א תמים גלייב כאטש אין גאט.

ברוך שפינוזה » זונטאג מערץ 10, 2024 9:31 pm

· #554183
דער ענטפער וועסטו אויסגעפינען נאכ'ן 120 😃

מי אני » דינסטאג מערץ 12, 2024 12:37 pm

· #554545
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
מתתיהו #
דיכטער #
ס׳איז אינטערעסאנט צו זען ווי אלע האבן זיך, מער/ווייניגער, גאנץ שנעל אן עצה געגעבן מיטן העליאצענטרוס מאדעל, לעומת תורת האבולוציה וואו מען קען נוצן דער זעלבע לאגיק, וצ״ע.
וואו זעהט מען אין די תורה בכלל עפעס קעגן די "העליאצענטרוס מאדעל"? סך הכל קענסטו זאגן אפאר פסוקים וואס דרוקען זיך אזוי אויס, ווי "ממזרח שמש עד מבואו" וכדו' וואס מיינט פארשטייט זיך גארנישט נאר רעדט לויט די בליק פון דער מענטש. משא"כ "עוואלוציע" יא. איך פארשטיי מען קען אלעס פארענטפערן ווי דער רמב"ם שרייבט בענין חומר קדמון, אבער ס'איז קלאר אז דו פשטות הפסוקים דערציילן גאר אן אנדערע מעשה.
איה״נ. לשלעצמם איז דאס וואס דארווין האט dethroned דאס מענטשהייט און אים געשאפן אלס ומותר האדם מן הבהמה אָיִן ממש במלוא מובן המילה וכו׳, לכאורה מער דעמעדזשינג צו רעליגיע ווי דאס וואס קאפּערניקוס האט אים און זיין וועלט dethroned פון זיין דאס סענטער פונעם קאַסמאָס. מיינענדיג, אז לו יצוייר אז די צוויי רעוואלוציעס קומען אפיר אויף אמאל אין די זעלבע צייט, וואלט רעליגיע זיך אסאך גרינגער צוגעפּאַסט מיט היליאָסענטריזם ווי מיט עוואלושאן. אבער ווי איך האב אויבן געשריבן דארף מען אבער אין אכט נעמען די היסטארישע קאנטעקסט. מיינענדיג, אז בשעתו איז די פראבלעם וואס די קאָפּערניקען רעוואלוציע און היליאָסענטריזם האבן געשאפן פאר רעליגיע, סיי ביחס צו די פילאזאפיע דערונטער און סיי ביחס צו דאס וואס עס צייגט אויבנאויף אויף הכתובים זענען נישט מדוייק, געווען (מער-ווייניגער) אויפ׳ן זעלבן שטאפל פונעם פראבלעם וואס עוואלושען און די דאַרוויניען פּערעדיים שיפט שאפן פאר רעליגיע כהיום. און עס איז טאקע יתכן לומר אז די וועג רעליגיע האט זיך געספּראַוועט אינעם עבר מיט היליאָסענטריזם דאס משווה צו זיין, האט רייף געמאכט די באדן אז כהיום איז די רעליגיעזע פראבלעם מיט עוואלושאן אויפ׳ן (מער-ווייניגער) זעלבן שטאפל ווי די רעליגיעזע פראבלעם מיט היליאָסענטריזם דעמאלטס. (ויתכן אז די דרכים להשוות עוואלושאן יעצט, גרייטן צו די באדן אז עס זאל זיין רייף להשוות בהעתיד ביקורת המקרא עם הדת אלס מער-ווייניגער נחלת הכלל, און אז עס זאל זיין עווענטועל אויפ׳ן זעלבן שטאפל ווי עוואלושאן יעצט און היִליִאוסענטריזם בהעבר.)

ולגבי די פסוקים פון בראשית, איז דאך באקאנט די לשון פונעם מו״נ ח״ב פכ״ה לגבי דאס אז זיי זענען נישט קיין שטער לשיטת הקדמות, וואס איז דאך אויך כנגד הפסוקים של הבריאה (וואס להנרבוני ואבן כספי האט דער רמב״ם טאקע באמת יא געהאלטן פון קדמות):
דע כי אין בריחתינו מן המאמר בקדמות העולם מפני הכתובים אשר באו בתורה בהיות העולם מחודש - כי אין הכתובים המורים על חידוש העולם יותר מן הכתובים המורים על היות האלו-ה גשם; ולא שערי הפירוש סתומים בפנינו ולא נמנעים לנו בענין חידוש העולם, אבל היה אפשר לנו לפרשם כמו שעשינו בהרחקת הגשמות. ואולי זה היה יותר קל הרבה והיינו יכולים יותר לפרש הפסוקים ההם ולהעמיד קדמות העולם כמו שפרשנו הכתובים והרחקנו היותו ית' גשם.
וכן הוא לכאורה בזה. די פילאזאפישע השלכות פון קדמות זענען אויך, במובן הפשוט, בניגוד גמור להדת והתגלות, וכמש״כ הרמב״ם שם.

בְּתוֹךְ עַמִּי » דינסטאג מערץ 12, 2024 2:05 pm

· #554562
wow
כ׳האב קיינמאל נישט געזען דעם (באקאנטן כלשונך) רמב״ם.

כ׳בין פון איין זייט זייער עקסייטעד דאס צו זעין אבער כ׳באדויער זייער אז למעשה האבן מיר נישט זוכה געווען...
(זעיטסעך אויס אז ס׳איז במכיון מן שמיא די סארט אמונה נסיונות פאר דעם דור)

[אפשר זאליך מיטן טיי פראבירן צו קאמיוניקירן מיטן הייליגן רמב״ם...? (בדרך הלצה)]

סקעפטיקער » דינסטאג מערץ 12, 2024 2:21 pm

· #554569
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
מי אני #
ולגבי די פסוקים פון בראשית, איז דאך באקאנט די לשון פונעם מו״נ ח״ב פכ״ה לגבי דאס אז זיי זענען נישט קיין שטער לשיטת הקדמות, וואס איז דאך אויך כנגד הפסוקים של הבריאה (וואס להנרבוני ואבן כספי האט דער רמב״ם טאקע באמת יא געהאלטן פון קדמות):
דע כי אין בריחתינו מן המאמר בקדמות העולם מפני הכתובים אשר באו בתורה בהיות העולם מחודש - כי אין הכתובים המורים על חידוש העולם יותר מן הכתובים המורים על היות האלו-ה גשם; ולא שערי הפירוש סתומים בפנינו ולא נמנעים לנו בענין חידוש העולם, אבל היה אפשר לנו לפרשם כמו שעשינו בהרחקת הגשמות. ואולי זה היה יותר קל הרבה והיינו יכולים יותר לפרש הפסוקים ההם ולהעמיד קדמות העולם כמו שפרשנו הכתובים והרחקנו היותו ית' גשם.
וכן הוא לכאורה בזה. די פילאזאפישע השלכות פון קדמות זענען אויך, במובן הפשוט, בניגוד גמור להדת והתגלות, וכמש״כ הרמב״ם שם.
וואו ווייט וואלט די רמב"ם געגאנגען מיט די מהלך? מיט די פסוקים פון יציאת מצרים וואלט ער אויך מסכים געווען אזוי צו טוהן אויב עס שטעלט זיך ארויס אלס אומריכטיג?

סקעפטיקער » דינסטאג מערץ 12, 2024 2:38 pm

· #554573

איך האב יעצט מעיין געווען אין מורה נבוכים און געזעהן זיי המשך, וואס קלארט אויס די סוגיא:
ואמנם, הביאונו שלא לעשות זה ושלא נאמינהו – שתי סיבות. האחת מהם – שהיות האלוה בלתי גוף התבאר במופת, ויתחיב בהכרח שיפורש כל מה שיחלוק על פשוטו המופת, ויודע שיש לו פרוש בהכרח; וקדמות העולם לא התבאר במופת ואין צריך שיודחו הכתובים ויפורשו מפני הכרעת דעת שאפשר להכריע סותרו בפנים מן ההכרעות; וזה – סיבה אחת.
והסיבה השנית – כי האמיננו שהאלוה בלתי גשם לא יסתור לנו דבר מיסודי התורה ולא יכזיב מאמר כל נביא, ואין בו אלא מה שיחשבו הפתאים שבזה כנגד הכתוב – ואינו כנגדו כמו שבארנו אבל הוא כונת הכתוב! אבל אמונת הקדמות על הצד אשר יראה אותו אריסטו שהוא על צד החיוב ולא ישתנה טבע כלל ולא יצא דבר חוץ ממנהגו – הנה היא סותרת הדת מעיקרה ומכזבת לכל אות בהכרח ומבטלת כל מה שתיחל בו התורה או תפחיד ממנו – האלהים! אלא יפורשו האותות גם כן כמו שעשו בעלי התוך מן הישמעאלים ויצאו בזה למין מן ההזיה. אמנם אם יאמן הקדמות לפי הדעת השני אשר בארנונו – והוא דעת אפלטון – והוא שהשמים גם כן הוים נפסדים – הדעת ההוא לא יסתור יסודי התורה ולא תמשך אחריו הכזבת האותות, אבל העברתם, ואפשר שיפורשו הכתובים על פיו וימצאו לו דמיונות רבות בכתובתי ה׳תורה׳ וזולתם שאפשר להתלות בהם וגם יהיו לראיה. אבל אין ההכרח מביא אותנו לזה אלא אם התבאר הדעת ההוא במופת; אמנם כל עת שלא יתבאר במופת לא זה הדעת ניטה אליו, ולא הדעת ההוא גם כן נביט אליו כלל, אבל נבין הכתובים כפשוטיהם, ונאמר כי התורה הגידתנו ענין לא יגיע כוחנו להשגתו, והאות מעיד על אמיתת טענותינו.
זאגט ער זייער קלאר אז שיטת אריסטו אז די וועלט "כצורתו" איז אייביג געווען איז סותר די פסוקי התורה, אבער שיטת אפלטון אז א געוויסע חומר האט אייביג עקזיסטירט איז נישט סותר די פסוקי התורה. וא"כ מיין איך אז עוואלוציע איז בהדיא סותר די פסוקי התורה.

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 12, 2024 3:30 pm

· #554577
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
סקפטיקער: איכ'ל נאר נוצן דעם משל פון רמב"ם וואס ער זאגט לגבי בריאת העולם און מעשה בראשית ווס. עוואלושן.

די משל גייט אזוי: א מענטש קומט אריין אין א מוזעאום און ער זעהט א הערליכע בילד. וועט ער אנהיייבן וראכטן. וויאזוי איז די בילד געשאפן געווארן? צי ס'האט זיך אויסגעגאסן א פאר פלעשלעך טינט פון פארשידענע קאלירן און ס'האט זיך (אליין) געשאפן דאס הערליכע בילד. אדער ס'איז געווען א מייסטער ארטיסט וואס האט דאס מיט גרויס חכמה געמאלן. דער נמשל איז פשוט. די וועלט. די גאנצע יוניווערס מיט אלע זאכן אין איהר זענען זייער פונקטליך און מייסטערהאפטיג באשאפן געווארן און אוועקגעשטעלט אויף זייער ריכטיגן פלאץ.

דאס האט נאר געקענט געטון ווערן דורך אן אלמעכטיגע ענטיטי (גאט).

לויט'ן לאגישן חשבון וואלטן די סייענטיסטן געדארפט צו זיין די גרעסטע מאמינים במציאת הבורא. ווייל זיי זעהען (מער ווי פשוטע מענטשן) די טיפקייט און חכמה ואס ליגט אין א יעדן איינציגן פרט פון בריאת העולם. צי איז דאס די געלעקסיס אדער די באשעפענישן אויף די וועלט וואס הייסט "ערד".

מי אני » דינסטאג מערץ 12, 2024 3:35 pm

· #554579
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
סקעפטיקער #
וואו ווייט וואלט די רמב"ם געגאנגען מיט די מהלך? מיט די פסוקים פון יציאת מצרים וואלט ער אויך מסכים געווען אזוי צו טוהן אויב עס שטעלט זיך ארויס אלס אומריכטיג?
וואס דער רמב״ם אליינס וואלט געהאלטן איז שווער צו זאגן; ווי הרב דר. מיכאל אברהם וואלט געזאגט, ״תשאל אותו״. דער רמב״ם בימיו האט נישט געהאט קיין סיבה צו ספק׳ענען אין די היסטאריסיטי פון יציאת מצרים (חוץ מכח ראציאנאל אלס די חלק הנסים שבו, וועלכע ער האט טאקע געזוכט צו פארמינערן די משמעות שבהן על הכלל). וואס מ׳קען פרעגן איז וואס די מיימאַנידיען רעקאַנסיליעטאָרי עפּרוֺיטש על הכלל וואלט צוגעגאנגען דערצו? און עס איז יתכן אז עס וואלט לכאורה צוגעגאנגען כה״ג. וכן משמע בדברי דר. זאב פארבער. אין יענעם סעריע צייכענט ער טאקע צו צו די פּערעדיים שיפטס אין רעליגיע וואס די קאָפּערניקען רעוואלושאן האט פאראורזאכט און דערנאך עוואלושאן.

און ווי כ׳האב צוגעברענגט, איז דאס א תירוץ צו דר. גד פרוידענטאל׳ס שאלה איבער דאס נוצליכקייט פונעם מורה כהיום, זייענדיג אז זיינע אריסטאטעליען הנחות זענען אפגעפרעגט.
סקעפטיקער #
איך האב יעצט מעיין געווען אין מורה נבוכים און געזעהן זיי המשך, וואס קלארט אויס די סוגיא:
ואמנם, הביאונו שלא לעשות זה ושלא נאמינהו – שתי סיבות. האחת מהם – שהיות האלוה בלתי גוף התבאר במופת, ויתחיב בהכרח שיפורש כל מה שיחלוק על פשוטו המופת, ויודע שיש לו פרוש בהכרח; וקדמות העולם לא התבאר במופת ואין צריך שיודחו הכתובים ויפורשו מפני הכרעת דעת שאפשר להכריע סותרו בפנים מן ההכרעות; וזה – סיבה אחת.
והסיבה השנית – כי האמיננו שהאלוה בלתי גשם לא יסתור לנו דבר מיסודי התורה ולא יכזיב מאמר כל נביא, ואין בו אלא מה שיחשבו הפתאים שבזה כנגד הכתוב – ואינו כנגדו כמו שבארנו אבל הוא כונת הכתוב! אבל אמונת הקדמות על הצד אשר יראה אותו אריסטו שהוא על צד החיוב ולא ישתנה טבע כלל ולא יצא דבר חוץ ממנהגו – הנה היא סותרת הדת מעיקרה ומכזבת לכל אות בהכרח ומבטלת כל מה שתיחל בו התורה או תפחיד ממנו – האלהים! אלא יפורשו האותות גם כן כמו שעשו בעלי התוך מן הישמעאלים ויצאו בזה למין מן ההזיה. אמנם אם יאמן הקדמות לפי הדעת השני אשר בארנונו – והוא דעת אפלטון – והוא שהשמים גם כן הוים נפסדים – הדעת ההוא לא יסתור יסודי התורה ולא תמשך אחריו הכזבת האותות, אבל העברתם, ואפשר שיפורשו הכתובים על פיו וימצאו לו דמיונות רבות בכתובתי ה׳תורה׳ וזולתם שאפשר להתלות בהם וגם יהיו לראיה. אבל אין ההכרח מביא אותנו לזה אלא אם התבאר הדעת ההוא במופת; אמנם כל עת שלא יתבאר במופת לא זה הדעת ניטה אליו, ולא הדעת ההוא גם כן נביט אליו כלל, אבל נבין הכתובים כפשוטיהם, ונאמר כי התורה הגידתנו ענין לא יגיע כוחנו להשגתו, והאות מעיד על אמיתת טענותינו.
זאגט ער זייער קלאר אז שיטת אריסטו אז די וועלט "כצורתו" איז אייביג געווען איז סותר די פסוקי התורה, אבער שיטת אפלטון אז א געוויסע חומר האט אייביג עקזיסטירט איז נישט סותר די פסוקי התורה. וא"כ מיין איך אז עוואלוציע איז בהדיא סותר די פסוקי התורה.
וועגן דעם האב איך פריער צוגעלייגט, טאקע אין קליין, אז עטליכע מפרשי הרמב״ם האבן אים דאך אפגעלערענט אז ער גלייבט יא בקדמות כאריסטו, הגם אז, כלשונו, איז ״אמונת הקדמות על הצד אשר יראה אותו אריסטו שהוא על צד החיוב ולא ישתנה טבע כלל ולא יצא דבר חוץ ממנהגו – הנה היא סותרת הדת מעיקרה ומכזבת לכל אות בהכרח ומבטלת כל מה שתיחל בו התורה או תפחיד ממנו״. נאר וואס ער מיינט דערמיט איז, אליביהם, אז ״תפול התורה בכללה״ צו סתם מענטשן. און דאס איז, ווי ער שרייבט, זייענדיג אז אריסטו׳ס קדמות ברענגט דאך אונטער התגלות און רעוועלעישאן וואס אָן דעם האט דאך לכאורה רעליגיעזע דת קיין שום מקום לידים ורגלים. [למען הדיוק, די פראבלעם זיינער דערמיט איז נישט אז ס׳איז סותר פסוקי התורה, נאר יסודי התורה, והיינו רעוועלעישאן שהוא התערבות אלקים בעולם. וואס אָן דעם איז דאך, כאמור, לכאורה נישט שייך קיין שום רעליגיעזע דת מ״הא-ל״. איך פארשטיי אז דאס איז וואס דו מיינסט.] ולכן האט ער צום סוף כולל געווען אמונת החידוש ביסוד ועיקר הד׳ שלו בהקדמתו לפרק חלק.

אבער פאר די מפרשים וואס לערנען אים אפ עסאָטעריקעלי, און אז ער האט געהאלטן אז אריסטו׳ס קדמות איז יא (גענוג) אויפגעוואוזן במופת און מאסגעבענד, האט ער דאך געזאגט אז מ׳קען רידעפינירן רעוועלעישאן אזוי אז עס איז נישט סותר התורה והדת. דאס איז אבער דקות׳דיג און טאקע נישט געאייגענט פאר סתם מענטשן, ולכן הסתירו. און ווי כ׳האב צוגעברענגט פון דר. משה הלברטל, זעהט מען אז לאחר דיונו אודות קדמות לעומת החידוש, שטעלט ער דערנאך אויס זיינע דיונים און מהלכים אין די דאקטרינעס פון נבואה (ואפילו מעמד הר סיני וקבלת התורה לקצת מפרשים), השגחה, וטעמי המצות, אז זיי גייען אפילו על צד הקדמות בלא התערבות אלקים בהעולם באופן אקטיווי כלל.

סקעפטיקער » דינסטאג מערץ 12, 2024 3:37 pm

· #554581
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
berlbalaguleh #
סקפטיקער: איכ'ל נאר נוצן דעם משל פון רמב"ם וואס ער זאגט לגבי בריאת העולם און מעשה בראשית ווס. עוואלושן.

די משל גייט אזוי: א מענטש קומט אריין אין א מוזעאום און ער זעהט א הערליכע בילד. וועט ער אנהיייבן וראכטן. וויאזוי איז די בילד געשאפן געווארן? צי ס'האט זיך אויסגעגאסן א פאר פלעשלעך טינט פון פארשידענע קאלירן און ס'האט זיך (אליין) געשאפן דאס הערליכע בילד. אדער ס'איז געווען א מייסטער ארטיסט וואס האט דאס מיט גרויס חכמה געמאלן. דער נמשל איז פשוט. די וועלט. די גאנצע יוניווערס מיט אלע זאכן אין איהר זענען זייער פונקטליך און מייסטערהאפטיג באשאפן געווארן און אוועקגעשטעלט אויף זייער ריכטיגן פלאץ.

דאס האט נאר געקענט געטון ווערן דורך אן אלמעכטיגע ענטיטי (גאט).

לויט'ן לאגישן חשבון וואלטן די סייענטיסטן געדארפט צו זיין די גרעסטע מאמינים במציאת הבורא. ווייל זיי זעהען (מער ווי פשוטע מענטשן) די טיפקייט און חכמה ואס ליגט אין א יעדן איינציגן פרט פון בריאת העולם. צי איז דאס די געלעקסיס אדער די באשעפענישן אויף די וועלט וואס הייסט "ערד".
No idea וואו דאס קומט דא אריין

בְּתוֹךְ עַמִּי » דינסטאג מערץ 12, 2024 3:39 pm

· #554582
סאוי דו @סקעפטיקער טענה׳סט אז כהיום יום וואלט דער רמב״ם יא מגלה געווען די סודות של מעשה בראשית... נו, אויף דעם וויין איך טאקע. ער האט עס געהאלטן ביי זיך, און אונז היינט דארפען עס דאך אזוי וויכטיג. אבער כידוע זעמער אונז דורות אחרונים גרויסע נשמות וואס מ׳האט געטראסט מיט גרויסע נסיונות...

כרם זית » דינסטאג מערץ 12, 2024 3:41 pm

· #554583
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
פון איין זייט וואלט ער נישט געדארפט האבן קיין פראבלעם מיט דעם אזוי ווי ער האט מסביר געווען עקידת יצחק און נבואת יונה (עכ"פ לויט דער נרבוני), אבער פון די אנדערע זייט אויב לייקנט ער יציאת מצרים וועט אוועקפאלן זיינע הסברים אויף מצות אז עס איז אויסצוהיילן עם ישראל פון די הבלים וואס זיי האבן געלערנט אין מצרים, וויבאלד זיי זענען דאך קיינמאל נישט געווען דארט.

אגב, דער רמב"ם האט געהאט אנדערע מקורות אויסער די תורה וואס זענען עדות צו די עקזיסטענט פון אברהם אבינו.

סקעפטיקער » דינסטאג מערץ 12, 2024 3:49 pm

· #554584
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
מי אני #
[למען הדיוק, די פראבלעם זיינער דערמיט איז נישט אז ס׳איז סותר פסוקי התורה, נאר יסודי התורה, והיינו רעוועלעישאן שהוא התערבות אלקים בעולם. וואס אָן דעם איז דאך, כאמור, לכאורה נישט שייך קיין שום רעליגיעזע דת מ״הא-ל״. איך פארשטיי אז דאס איז וואס דו מיינסט.]
ער זאגט טאקע נישט קלאר אז עס איז סותר די פסוקי התורה, אבער פון דאס וואס ער דרוקט אז הרחקת הגשם און אפלטון'ס מהלך זענען "נישט" סותר די פסוקי התורה, איז משמע אז ער וויל זאגן אז אריסטו'ס מהלך יא. אדער אפשר נישט?
והסיבה השנית – כי האמיננו שהאלוה בלתי גשם לא יסתור לנו דבר מיסודי התורה ולא יכזיב מאמר כל נביא, ואין בו אלא מה שיחשבו הפתאים שבזה כנגד הכתוב – ואינו כנגדו כמו שבארנו אבל הוא כונת הכתוב! אבל אמונת הקדמות על הצד אשר יראה אותו אריסטו שהוא על צד החיוב ולא ישתנה טבע כלל ולא יצא דבר חוץ ממנהגו – הנה היא סותרת הדת מעיקרה ומכזבת לכל אות בהכרח ומבטלת כל מה שתיחל בו התורה או תפחיד ממנו – האלהים! אלא יפורשו האותות גם כן כמו שעשו בעלי התוך מן הישמעאלים ויצאו בזה למין מן ההזיה. אמנם אם יאמן הקדמות לפי הדעת השני אשר בארנונו – והוא דעת אפלטון – והוא שהשמים גם כן הוים נפסדים – הדעת ההוא לא יסתור יסודי התורה ולא תמשך אחריו הכזבת האותות, אבל העברתם, ואפשר שיפורשו הכתובים על פיו וימצאו לו דמיונות רבות בכתובתי ה׳תורה׳ וזולתם שאפשר להתלות בהם וגם יהיו לראיה. אבל אין ההכרח מביא אותנו לזה אלא אם התבאר הדעת ההוא במופת; אמנם כל עת שלא יתבאר במופת לא זה הדעת ניטה אליו, ולא הדעת ההוא גם כן נביט אליו כלל, אבל נבין הכתובים כפשוטיהם, ונאמר כי התורה הגידתנו ענין לא יגיע כוחנו להשגתו, והאות מעיד על אמיתת טענותינו.
עס איז טאקע אן אנגענומענע מיינונג ביי אסאך אקאדעמיקער אז די תורה דערמאנט נישט קיין בריאה יש מאין (Ex nihilo)

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 12, 2024 3:51 pm

· #554585
Re:
בְּתוֹךְ עַמִּי #
סאוי דו @סקעפטיקער טענה׳סט אז כהיום יום וואלט דער רמב״ם יא מגלה געווען די סודות של מעשה בראשית... נו, אויף דעם וויין איך טאקע. ער האט עס געהאלטן ביי זיך, און אונז היינט דארפען עס דאך אזוי וויכטיג. אבער כידוע זעמער אונז דורות אחרונים גרויסע נשמות וואס מ׳האט געטראסט מיט גרויסע נסיונות...
דו זאגסט עס אמת'דיג אדער סארקאסטיש?

מי אני » דינסטאג מערץ 12, 2024 4:29 pm

· #554588
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
כרם זית #
פון איין זייט וואלט ער נישט געדארפט האבן קיין פראבלעם מיט דעם אזוי ווי ער האט מסביר געווען עקידת יצחק און נבואת יונה (עכ"פ לויט דער נרבוני), אבער פון די אנדערע זייט אויב לייקנט ער יציאת מצרים וועט אוועקפאלן זיינע הסברים אויף מצות אז עס איז אויסצוהיילן עם ישראל פון די הבלים וואס זיי האבן געלערנט אין מצרים, וויבאלד זיי זענען דאך קיינמאל נישט געווען דארט.

אגב, דער רמב"ם האט געהאט אנדערע מקורות אויסער די תורה וואס זענען עדות צו די עקזיסטענט פון אברהם אבינו.
איה״נ. ווי כ׳האב געזאגט האט דער רמב״ם (לכאורה) יא געגלייבט אין די היסטאריסיטי פון יציאת מצרים, זייענדיג אז ער האט נישט געהאט קיין סיבה צו ספק׳ענען אין דעם (אחוץ אין די חלק פון נסים חוץ לדרך הטבע) כמו אנחנו כהיום. ועפי״ז האט ער טאקע אויסגעשטעלט די טעמים פון אסאך פון די מצות. אבער די געדאנק איז אז לפי זיין סיסטעם זענען פארהאן טעמים (וכמו שטען בח״ג פכ״ו), און ער איז דאס מבאר לפי וואס ער מיינט דערין. כמובן, אז טאמער וואלט מען אים אויפגעוואוזן אז דאס וואס ער זאגט, מאיזה טענה וסיבה שהיא, קען נישט זיין די טעם המצוה, וואלט ער געזאגט ״נו, זאג דו וואס איז די טעם, ווייל א ראציאנאלער הסבר פארוואס דאס איז מצווה געווארן איז זיכער דא.״ (וכעין מש״כ כאן.) און דאס איז בפרט כהיום, טאמער טענה׳ט מען קעגן די היסטאריסיטי פון יציאת מצרים וכדומה און פאר א מער סעקולארע סיבה להתהוות התורה, אז זיי האבן זיכער היסטארישע סיבות פארוואס זיי זענען צושטאנד געקומען.

לדוגמא, דער רמב״ם אליינס שרייבט במו״נ ח״ג סופכ״ו:
ואחר שהענין כן אני רואה לחלק השש מאות ושלוש עשרה מצוות לכללים רבים ויהיה כל כלל כולל מצוות רבות שהם ממין אחד או קרובים בענינם; ואגיד לך סיבת כל כלל מהם ואראה תועלתו אשר אין ספק בה ולא מדחה; ואחר כך אשוב לכל מצוה בפני עצמה מהמצוות ההם אשר יכללם הכלל ההוא ואבאר לך סבתה עד שלא ישאר מהם רק קצת מצוות מעטות מאד הם אשר לא התבארו לי סיבותם עד היום.
ועיין להלן בסופמ״ז. כמובן, האט ער אבער געגלייבט אז די מצות פאר וועלכע ער האט נישט געקענט טרעפן א טעם, האבן אבער יא אויך א ראציאנאלער הסבר פארוואס זיי זענען מצווה געווארן, הגם ער אליינס ווייסט נישט וואס זיי זענען. ער האט פארשטאנען אז דעם ארגומענט פון איגנאראנץ דערין איז נישט קיין מאסגעבענדע טענה.
סקעפטיקער #
ער זאגט טאקע נישט קלאר אז עס איז סותר די פסוקי התורה, אבער פון דאס וואס ער דרוקט אז הרחקת הגשם און אפלטון'ס מהלך זענען "נישט" סותר די פסוקי התורה, איז משמע אז ער וויל זאגן אז אריסטו'ס מהלך יא. אדער אפשר נישט?
כמובן אז דאס וואס אי-הגשמה איז נישט סותר הכתוב, איז נאכ׳ן זיין אוועקגעבן רוב חלק א׳ פונעם מו״נ זיי צו מבאר זיין און פארטייטשן מחמת זיינע פילאזאפישע הוכחות שהוכרח אותו לזה. 😉 דאס זעלבע קען זיין בנוגע אריסטו׳ס קדמות, וכמו שהתחיל הפרק.

עס איז נאר די דאקטרין פון וואס אריסטו׳ס מהלך ענטעילט וואס מאכט (עכ״פ במושכל ראשון) אז תפול התורה. משא״כ אפלטון׳ס מהלך עם חומר קדמון נעמט דאך אָן אַן אקטיווע ג-ט/דעמיאוּרדזש וואס האט דאס ״געמאכט״ און באשאפען מחומר קדמון. וממילא איז נותר עדיין מקום בשיטת אפלטון בזה לרעוועלעישאן והתגלות במובן הפשוט. ‏ועיין בשם טוב ובאפודי על אתר. ועיין בכוזרי (מאמר א אות סז).

עובדיה » דינסטאג מערץ 12, 2024 10:07 pm

· #554656
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
סקעפטיקער #
סקעפטיקער #
מי אני #
ולגבי די פסוקים פון בראשית, איז דאך באקאנט די לשון פונעם מו״נ ח״ב פכ״ה לגבי דאס אז זיי זענען נישט קיין שטער לשיטת הקדמות, וואס איז דאך אויך כנגד הפסוקים של הבריאה (וואס להנרבוני ואבן כספי האט דער רמב״ם טאקע באמת יא געהאלטן פון קדמות):
דע כי אין בריחתינו מן המאמר בקדמות העולם מפני הכתובים אשר באו בתורה בהיות העולם מחודש - כי אין הכתובים המורים על חידוש העולם יותר מן הכתובים המורים על היות האלו-ה גשם; ולא שערי הפירוש סתומים בפנינו ולא נמנעים לנו בענין חידוש העולם, אבל היה אפשר לנו לפרשם כמו שעשינו בהרחקת הגשמות. ואולי זה היה יותר קל הרבה והיינו יכולים יותר לפרש הפסוקים ההם ולהעמיד קדמות העולם כמו שפרשנו הכתובים והרחקנו היותו ית' גשם.
וכן הוא לכאורה בזה. די פילאזאפישע השלכות פון קדמות זענען אויך, במובן הפשוט, בניגוד גמור להדת והתגלות, וכמש״כ הרמב״ם שם.
וואו ווייט וואלט די רמב"ם געגאנגען מיט די מהלך? מיט די פסוקים פון יציאת מצרים וואלט ער אויך מסכים געווען אזוי צו טוהן אויב עס שטעלט זיך ארויס אלס אומריכטיג?
איך האב יעצט מעיין געווען אין מורה נבוכים און געזעהן זיי המשך, וואס קלארט אויס די סוגיא:
ואמנם, הביאונו שלא לעשות זה ושלא נאמינהו – שתי סיבות. האחת מהם – שהיות האלוה בלתי גוף התבאר במופת, ויתחיב בהכרח שיפורש כל מה שיחלוק על פשוטו המופת, ויודע שיש לו פרוש בהכרח; וקדמות העולם לא התבאר במופת ואין צריך שיודחו הכתובים ויפורשו מפני הכרעת דעת שאפשר להכריע סותרו בפנים מן ההכרעות; וזה – סיבה אחת.
והסיבה השנית – כי האמיננו שהאלוה בלתי גשם לא יסתור לנו דבר מיסודי התורה ולא יכזיב מאמר כל נביא, ואין בו אלא מה שיחשבו הפתאים שבזה כנגד הכתוב – ואינו כנגדו כמו שבארנו אבל הוא כונת הכתוב! אבל אמונת הקדמות על הצד אשר יראה אותו אריסטו שהוא על צד החיוב ולא ישתנה טבע כלל ולא יצא דבר חוץ ממנהגו – הנה היא סותרת הדת מעיקרה ומכזבת לכל אות בהכרח ומבטלת כל מה שתיחל בו התורה או תפחיד ממנו – האלהים! אלא יפורשו האותות גם כן כמו שעשו בעלי התוך מן הישמעאלים ויצאו בזה למין מן ההזיה. אמנם אם יאמן הקדמות לפי הדעת השני אשר בארנונו – והוא דעת אפלטון – והוא שהשמים גם כן הוים נפסדים – הדעת ההוא לא יסתור יסודי התורה ולא תמשך אחריו הכזבת האותות, אבל העברתם, ואפשר שיפורשו הכתובים על פיו וימצאו לו דמיונות רבות בכתובתי ה׳תורה׳ וזולתם שאפשר להתלות בהם וגם יהיו לראיה. אבל אין ההכרח מביא אותנו לזה אלא אם התבאר הדעת ההוא במופת; אמנם כל עת שלא יתבאר במופת לא זה הדעת ניטה אליו, ולא הדעת ההוא גם כן נביט אליו כלל, אבל נבין הכתובים כפשוטיהם, ונאמר כי התורה הגידתנו ענין לא יגיע כוחנו להשגתו, והאות מעיד על אמיתת טענותינו.
זאגט ער זייער קלאר אז שיטת אריסטו אז די וועלט "כצורתו" איז אייביג געווען איז סותר די פסוקי התורה, אבער שיטת אפלטון אז א געוויסע חומר האט אייביג עקזיסטירט איז נישט סותר די פסוקי התורה. וא"כ מיין איך אז עוואלוציע איז בהדיא סותר די פסוקי התורה.

דער רמב"ם זאגט דארט זייער קלאר פונקט פארקערט, דהיינו אז בעצם וואלט מען געקענט אריינלערנען אין די פסוקים פון מעשה בראשית אפילו שיטת אריסטו אז דער וועלט איז "קדמון בחיוב", נאר וויבאלד לפי זה וואלט געווארן מוכחש אלע נסים וואס שטייט אין די תורה, און דאס איז ער שוין נישט מסכים אריינלערנען אז ס'איז נישט כפשוטו. ווי זיין לשון איז דארט:
אבל סברת הקדמות כפי האופן הנראה לאריסטו, שהוא על דרך החיוב, ולא ישתנה טבע כלל ואין דבר יוצא ממנהגו, הרי זה סותר את התורה מעיקרה, ומכחיש את כל הניסים בהחלט, ומבטל כל התקוות שהבטיחה בהן התורה או הפחידה מהן. אלא אם כן נבאר גם את הניסים כדרך שעשו בעלי הסוד המוסלמים, ותהיה התוצאה סוג מן ההזיות.

קומט אויס אז אויף יציאת מצרים (וואס דאס איז דאך פון די עיקר נסים וואס שטייט אין די תורה) איז דער רמב"ם נישט געווען גרייט אריינצולערנען פשטים, משא"כ קדמות הבריאה אפילו לשי' אריסטו.

מי אני #
[למען הדיוק, די פראבלעם זיינער דערמיט איז נישט אז ס׳איז סותר פסוקי התורה, נאר יסודי התורה, והיינו רעוועלעישאן שהוא התערבות אלקים בעולם. וואס אָן דעם איז דאך, כאמור, לכאורה נישט שייך קיין שום רעליגיעזע דת מ״הא-ל״. איך פארשטיי אז דאס איז וואס דו מיינסט.] ולכן האט ער צום סוף כולל געווען אמונת החידוש ביסוד ועיקר הד׳ שלו בהקדמתו לפרק חלק.
פון די ווערטער פון די רמב"ם דארט איז נישט משמע אז ער האט עפעס א פראבלעם וועגן דאס זענען די יסודי התורה, ווייל הא גופא מאן יימר אז דאס זענען די יסודות, נאר טאקע פון די פסוקי התורה וואס רעדן אזוי פיהל פון די נסים און די יעודים, וואס דאס קען נאר גיין אויב מען נעמט אהן "חידוש".

דער רמב"ם אין חלק וואס דו האסט צוגעצייכנט שרייבט למעשה אז חידוש יש מאין דלא כאפלטון איז אויך בכלל עיקר ד' און אויף דעם באציהט זיך דארט די שמועס.

מי אני » דינסטאג מערץ 12, 2024 10:53 pm

· #554663
עובדיה #
פון די ווערטער פון די רמב"ם דארט איז נישט משמע אז ער האט עפעס א פראבלעם וועגן דאס זענען די יסודי התורה, ווייל הא גופא מאן יימר אז דאס זענען די יסודות. נאר טאקע פון די פסוקי התורה וואס רעדן אזוי פיהל פון די נסים און די יעודים, וואס דאס קען נאר גיין אויב מען נעמט אהן "חידוש".
ס'איז נישט אזוי ווייט אז די פסוקים רעדן דערפון, ווי דאס אז יסודי הדת, וואס זענען יסודות כל דת, ווערן נכזב דאדורך. ווי דער שם טוב דארט וועלכע איך האב צוגעצייכענט איז דארט מפרש דעם רמב"ם:
כי מה שסובר אריסטו שהוא ע״צ החיוב ולא ישתנה טבעו כלל היא סותרת הדת ומכזבת לכל אות בהכרח, אחר שהכל נמשך אחר החיוב, כי אין הענין יוצא חוץ מהטבע ואם ישתנה העלול נשתנה העלה, ומבטלת ג"כ השכר והעונש, כי זה לא ימשך בדרך טבע אלא כפי הרצון האלקי לאוהביו ולשומרי מצותיו. ודע כי עם אמונת חידוש העולם יהיו האותות כולם אפשריות ותהיה התורה אפשרית, כי כל התורה נסים והיא חוץ מהטבע כמו שאמרו חכמינו ז"ל כשברא הקב"ה את העולם גזר העליונים למעלה והתחתונים למטה בא ליתן את התורה בטל את הגזירה שיהיו העליונים למטה והתחתונים למעלה ולכן אם העולם מחודש יהיה הכל אפשרי כי הפה שאסר הוא הפה שהתיר, אבל אם היה כולו על צד החיוב יהיה כל התורה כולה נמנעת.
יעצט, בעצם קען מען זאגן אז וואס ער מיינט איז אז עס זענען דא צופיהל נסים בהתורה און דאס איז וואס איז מנוגד לקדמות וגזירה. אבער עס איז טיפער ווי דעם. ווייל דער רמב"ם אליינס איז דאך געווען דרכו, כלשונו של הרמב"ן, "שהוא מגרע הנסים ומעביר הטבע", און ווי ער טוהט למשל בסוף ח"ב ממו"נ ‏(ולדוגמא לגבי המבול, הפיכת סדום, עקידת יצחק, ומעשה יונה). עס איז נאר די געדאנק צו וואס נסים "ווייזן", והיינו התערבות אלקים בהעולם והתגלותו, וועלכע ווערט בטל אונטער קדמות. און דאס (במובן הפשוט) ברענגט אונטער הדת, הכולל בתוכה ציווי מהא-ל, שכר ועונש וכו'. (ועיין באור ה' מאמר ג ח"א כלל א פ"ה.)

און ווי דר. קענעט סיסקין שרייבט:
Maimonides (GP 2.25) also offers a practical reason for believing in creation: How can a God without free will issue commandments? Beyond this there is a textual reason: belief in creation does less violence to scripture than belief in eternity
און דר. מיכה גודמן שרייבט אין דעם:
The Rambam avers that he does not decide in favor of creation because of the content of the biblical verses. If there were a decisive proof for the eternity of the world, then he would have no problem reinterpreting the Torah — whose opening words are, “In the beginning God created” — in line with the view that the world had always existed. Indeed, he writes that this would have been easier than his intensive effort to reinterpret the many biblical verses that could be taken give credence to anthropomorphism

The idea that the commentator has considerable interpretative freedom was not new. The Rambam was continuing a tradition, in this respect, from the sages of the Midrash and Talmud. What was new, however, was how openly the Rambam declared what he was doing. Usually, interpreters of sacred scriptures take pains to emphasize their fidelity to the meaning of the authoritative text. The Rambam broke the rules of the game by stating explicitly that if he wished to, he could reinterpret the text to make it mean the opposite of what the plain sense suggests

The Rambam does, however, place an important condition on when the reader may exercise such freedom. Only when there is a decisive proof in favor of a theological position is it legitimate to reinterpret the biblical verses to conform to that view. In the case of the incorporeality of God, which the Rambam believed to have been unequivocally demonstrated, he threw his whole weight behind the reinterpretation of biblical verses that seemed to suggest that God was physical. In the case of the creation of the world, on the other hand, where there was no decisive argument on either side, there was no mandate to reinterpret the verses in a way that contradicted their plain meaning
אגב, עס איז מן הראוי לציין אז די וועג וויאזוי דער רמב"ם ווייזט אויף במופת אז הקב"ה איז נישט קיין גוף, סיי אין מורה (ח״ב פ״א) און סיי אין הל' יסודי התורה (פ״א ה״ז), איז בנוי על שיטת הקדמות, וכמו שביאר אבן כספי (על מו"נ ח"ב פ"ב) אז להרמב"ם "היותו בלתי כח בגוף לא יתחייב כי אם בהנחת הקדמות" און אז דער רמב"ם פרובירט דאס צו מכסה זיין אז מ'זאל נישט כאפן ווי וויכטיג דאס איז צום הוכחה אויף שלילת הגשמות מהאלוק ע"ש.

סקעפטיקער » מיטוואך מערץ 13, 2024 11:45 am

· #554722
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
עובדיה #
דער רמב"ם זאגט דארט זייער קלאר פונקט פארקערט, דהיינו אז בעצם וואלט מען געקענט אריינלערנען אין די פסוקים פון מעשה בראשית אפילו שיטת אריסטו אז דער וועלט איז "קדמון בחיוב", נאר וויבאלד לפי זה וואלט געווארן מוכחש אלע נסים וואס שטייט אין די תורה, און דאס איז ער שוין נישט מסכים אריינלערנען אז ס'איז נישט כפשוטו. ווי זיין לשון איז דארט:
אבל סברת הקדמות כפי האופן הנראה לאריסטו, שהוא על דרך החיוב, ולא ישתנה טבע כלל ואין דבר יוצא ממנהגו, הרי זה סותר את התורה מעיקרה, ומכחיש את כל הניסים בהחלט, ומבטל כל התקוות שהבטיחה בהן התורה או הפחידה מהן. אלא אם כן נבאר גם את הניסים כדרך שעשו בעלי הסוד המוסלמים, ותהיה התוצאה סוג מן ההזיות.
איך זעה נישט ער זאל זאגן אז שיטת אריסטו קען מען אריינלערנען אין די פסוקים, דאס וואס ער הייבט אן יתכן אז ער רעדט נאר פון שיטת אפלטון

עובדיה » מיטוואך מערץ 13, 2024 12:06 pm

· #554727

דעמאלטס פארוואס דארף ער צוקומען צו דעם אז שיטת אריסטו איז סותר די נסים, זאל ער זאגן פשוט אז שיטת אריסטו קען מען בשום אופן נישט אריינלערנען אין די פסוקים.

דאס איז דאך זיין גאנצע שמועס דארט, אז בעצם וואלט מען געקענט אריינלערנען קדמות אין די פסוקים פונקט ווי ער איז מפרש די פסוקים פון הגשמה, נאר די סיבה פארוואס עס נישט צו טוהן איז וועגן קדמות איז נישט אויפגעוויזן געווארן מער פון חידוש, און חוץ פון דעם איז קדמות לשיטת אריסטו סותר די גאנצע תורה פון שינוי הטבע.

ברוך שפינוזה » מיטוואך מערץ 13, 2024 1:12 pm

· #554738
לכאורה איז עוואלוציע אויך א שטיקל סתירה מיט די תורה פון שינוי טבע, דארף מען וואוסן וועלכע טעם איז די עיקר. לבי אומר לי אז די צווייטע, ווייל אויב ס׳איז די ערשטע וואלט מען טעארעטיש געקענט אוועקווארפן די גאנצע תורה אויב ווערט עס איבערגעוויזן אלץ אומריכטיג, זייער שווער צו זאגן אז דער רמב״ם האט טאקע דאס געמיינט, אויסער אז מ׳וועט זאגן אז דעם מורה האט ער נאר געשריבן פאר די נבוכים און באמת האט ער געהאלטן פארקערט פון וואס ער שרייבט, וכבר דשו בזה רבים.

שאלתיאל » מיטוואך מערץ 13, 2024 1:34 pm

· #554740
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
מתתיהו #
דיכטער #
ס׳איז אינטערעסאנט צו זען ווי אלע האבן זיך, מער/ווייניגער, גאנץ שנעל אן עצה געגעבן מיטן העליאצענטרוס מאדעל, לעומת תורת האבולוציה וואו מען קען נוצן דער זעלבע לאגיק, וצ״ע.
ווי זעהט מען אין די תורה בכלל עפעס קעגן די "העליאצענטרוס מאדעל", סך הכל קענסטו זאגן אפאר פסוקים וואס דרוקען זיך אזוי אויס, ווי "ממזרח שמש עד מבואו" וכדו' וואס מיינט פארשטייט זיך גארנישט נאר רעדט לויט די בליק פון דער מענטש, משא"כ "עוואלוציע" יא איך פארשטיי מען קען אלעס פארענטפערן ווי דער רמב"ם שרייבט בענין חומר קדמון, אבער ס'איז קלאר אז דו פשטות הפסוקים דערציילן גאר אן אנדערע מעשה.
כ'מיין אז שפינאזע האט געצווייפלט אין די געטליכקייט פון תנ"ך צוליב וואס די מעשה פון שמש בגבעון שטימט נישט מיט קופערניקוס טעאריע. עס שטייט דארט אז מ'האט אפגעשטעלט די זון.

מי אני » מיטוואך מערץ 13, 2024 2:15 pm

· #554744
שפינאזע שרייבט אין זיין טרעקטעטוס (פ״ב):
Everyone has talked himself into believing that the prophets knew everything the human intellect can attain to. It’s amazing how rashly people rush to this conclusion! Some biblical passages show utterly clearly that the prophets were ignorant of certain things; but people in the ‘the-prophets-knew-everything’ camp don’t back down in face of these passages. They prefer either to say that they don’t understand the passages in question or to twist the words of Scripture so as to make it mean something that it plainly doesn’t mean. Of course, if either of these moves is permissible, that’s the end of paying serious attention to Scripture. Trying to show something on the basis of Scripture will be pointless if it’s permissible to declare even the clearest passages to be obscure and impenetrable, or to interpret them as one pleases

For example, nothing in Scripture is clearer than that Joshua, and perhaps also the author of the Book of Joshua, thought that the sun moves around the earth, that the earth is at rest, and that on one occasion the sun stood still for a while

Nevertheless, many people aren’t willing to concede that there can be any change in the heavens, so they don’t believe that the sun temporarily stood still; and this leads them to interpret this passage so that it doesn’t seem to say anything like that. Others, who know more about astronomy, don’t believe that the earth is at rest or that the sun moves around the earth; which leads them to do their best to squeeze the astronomical truth out of Scripture, though the text screams in protest against this treatment. They amaze me!

Do we really have to believe that the soldier Joshua was skilled in astronomy, and that the miracle couldn’t be revealed to him? Or that the light of the sun couldn’t remain longer than usual above the horizon unless Joshua understood the cause of this? Both interpretations strike me as ridiculous. I would much rather say openly that Joshua didn’t know the true cause of the greater duration of that light, or that he and the whole crowd of them all thought that the sun moves daily around the earth except on that one day when it stood still for a while. They believed this to be the cause of the greater duration of that light, ignoring, or not knowing, other possible causes for this. It is beside my present point to explore what these alternative causes are, but I’ll mention one. A greater-than-usual refraction could arise from the great amount of ice that was then in that part of the air (see Joshua 10:11, which says that the hailstones were lethally big)
ואגב, עיין כאן וואו איך האב צוגעברענגט ווי דער נרבוני ואפודי (במו״נ ח״ב פל״ה) האבן מפרש געווען דער רמב״ם אז ער האט נישט געהאלטן אז נס של שמש בגבעון דום איז כפשוטו (הגם ער האט טאקע געהאלטן פון א דזשיִאוֺסענטריק מאדעל).

‏די אקאדעמיקער טענה׳ן, ועפ״י פריערדיגע, אז וואס די פסוק וויל זאגן מיט שמש בגבעון דום איז א סאָלאר עקליפּס. און וועגן דעם איז אויך דא בהפסוק (יהושע י יג) וידם השמש וירח עמד, מיינענדיג פארענט פונעם שמש. זיי צייכענען צו צום בעה״ט בפ׳ שמיני (ויקרא י ג), וועלכע שטעלט צאם דעם וידום השמש צו דאס ווען המאורות לוקין בסוכה כט. ע״ש.

עס איז אויך מן הראוי לציין צו וואס שפינאזע שרייבט שפעטער בפ״ה איבער דאס צורך פון סיפורי התורה בכלל:
If someone wants to persuade men of something that isn’t self-evident, he must deduce it from things that have been granted, and convince them either by experience or by reason — i.e. from things that they have experienced as happening in nature or from intellectual self-evident axioms. But unless the experience is clearly and distinctly understood, even though it convinces a man, it can’t affect his intellect and disperse its clouds as much as when the doctrine in question is deduced in an orderly way solely from intellectual axioms. This is especially true when the topic is something spiritual that lies outside the reach of the senses. But deriving something solely from intellectual notions often requires a long chain of thoughts, extreme caution, perceptiveness of mind, and self-control; and none of these are often found in men. So men would rather be taught by experience than travel that difficult intellectual route. Thus, someone wanting to teach a doctrine to an entire nation (let alone to the whole human race), wanting it to be fully understood by everyone, has to confirm his teaching solely by experience and adapt his arguments and definitions to the intellectual level of the majority, the common people. If instead he constructs his arguments and definitions in the logically best way, he will be writing only for learned people, a minority

I’ll explain this more clearly. The main things Scripture aims to teach that concern only speculation are these: There is a God, i.e. a being who made everything, who directs and supports everything with supreme wisdom, and who takes the greatest care of men — specifically of those who live piously and honourably — and inflicts many punishments on the others, separating them from the good

Scripture establishes this solely through experience, i.e. by the histories that it narrates. It doesn’t offer definitions, but adapts all its words and arguments to the common people’s intellectual level. And although experience can’t give any clear knowledge of these things, or teach what God is, how he supports and directs all things, and how he takes care of men, still it can teach and enlighten men enough to imprint obedience and devotion on their hearts

All this shows clearly enough who needs to have faith in Scripture’s historical narratives, and why. What I have shown makes it obvious that knowledge and acceptance of those narratives is absolutely needed by the multitude, who aren’t intellectually up to perceiving things vividly and clearly
ועיין ערך אמונות הכרחיות.

מי אני » דינסטאג מערץ 26, 2024 10:25 pm

· #556072
אז מ׳האט גערעדט פון סייענטיפישע עקספּערימענטן און תורה, שרייבט אליעזר יודקאווסקי:📎 IMG_7048.jpeg

מי אני » מאנטאג אפריל 15, 2024 6:01 pm

· #559260
לגבי די חילוק צווישן עוואלושאן און ביקורת המקרא כהיום, איז ווי דר. פּאָל גרעהעם שרייבט:
It was harder for Darwin's contemporaries to grasp evolution than we can easily imagine. The story of creation in the Bible is not just a Judeo-Christian concept; it's roughly what everyone must have believed since before people were people. The hard part of grasping evolution was to realize that species weren't, as they seem to be, unchanging, but had instead evolved from different, simpler organisms over unimaginably long periods of time

Now we don't have to make that leap. No one in an industrialized country encounters the idea of evolution for the first time as an adult. Everyone's taught about it as a child, either as truth or heresy
כמעט יעדער ווייסט, צי אלס אָנגענומענע סייענטיפישע מציאות צי אלס ״שטותים״ און ״כפירה״, איבער עוואלושאן. משא״כ ביקורת המקרא. וממילא אפילו טאמער האט מען דערווייל נישט אָנגענומען עוואלושאן, איז אבער ווען מ׳ווערט צוגעדרוקט דערצו איז דאס דאך ווייניגער שווער ווי ביי ביקורת המקרא, איבער וועלכעס מ׳ווייסט בכלל נישט מעיקרא.

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 15, 2024 8:31 pm

· #559264
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
מי אני: ייש"כ. איך האב שוין א פאר מיליאן מאל געשריבן (To use a pun)... אז קריעשין-(יזם) מיט בריאת העולם אין ששת ימי בראשית אזוי ווי ס'שטייט אין די תורה זענען זיך נישט סותר מיט עוואלושן. נאר דארווינ'ס טעאריע ווי ער לערנט עס איז נישט ריכטיג.

ער האט אנגעהויבן ריכטיג מיט אבזערווירן אז ס'איז פארהאן אזא פענאמען ווי עוואלושן אין די בריאה. נאר ערגעץ איז ער אראפגעפארן פון די רעלסן. און זיין מסקנא אז די היינטיגע באשעפענישן (דצח"מ) האבן אנגעהויבן זייער עקזיסטענץ (פון זיך אליין?) אלס פשוט'ע עלעמענטן ערגעץ מיט א פאר ביליאן יאר צוריק. און מיט די צייט האבן זיך אנדערע, מער סאפיסטיקירטע מאלעקיולס צוגעטשעפעט צו זיי און דורך "סוירווייוועל" האבן זיי זיך אנטוויקלט (דיוועלאפט) צו די קאמפלעקס באשעפענישן וואס זיי זענען היינט.

האביך געליינט ערגעץ וועגן א פראפעסאר אין דייטשלאנד מיט בערך 150 יאר צוריק וואס ער זאגט אז ביידע זענען אמת.

דער פראפעסאר איז מסתמא געווען א גלויביגער. ער האט געגלייבט בפשטות ווס ס'שטייט אין חומש בראשית אז דער אייבישטער (א גאט) האט באשאפן די גאנצע בריאה. (יש מאין). און ער דער זעלבער באשעפער האט אויך איינגעפלאנצט אין דעם גאנצן באשאף (דצח"מ) אז ס'זאל זיך ווייטער אנטוויקלען מיט די צייט.

א ראיה צו די טעאריע איז אז אין אנהייב פון די וועלט זענען די מענטשן געווען זייער הויך (נפילים?). און זיי האבן געלעבט 700 און 800 יאר. מיט די צייט איז דער לעבנסשפאן פארקלענערט געווארן. און מיט די צייט. דורך געוויסע קראנקהייטן וואס מ'האט נישט געקענט באקעמפן און פארשידענע מגיפות זענען די לעבנס דערווארטונג דראסטיש פארקירצט געווארן. אזוי אז ביז בערך 150 יאר צוריק האט א מענטש געהייסן אלט ביי די פופציג יאר. די מענטשן האבן קוים אנגעצויגן ביז זיבעציג יאר. אכציג יאר איז טאקע געווען זייער א זעלטענע זאך. און א סאך מענטשן זענען געשטארבן יונגערהייט. ספעציעל קינדער. נאר מיט די צייט ווען מ'האט שוין אנטוויקלט די פארשידענע וואונדערליכע מעדיצינען ווי פעניצילין און אנדערע אנטי בייאטיקס האט זיך געהויבן דער לעבנס שפאן ערווארטונג... (Life expectancy)...
ווען א מענטש האט באקומען א הארץ אטאקע אדער אן אנדער'ן הארץ פראבלעים האבן די דאקטוירים גארנישט געקענט טון איהם צו העלפן. אדער ווען איינער האט באקומען דייעביטיס (וואס איז אן אויטא-אימיון דיזיעז) איז דאס געווען א "טויט אורטייל". די דאקטוירים האבן איהם גארנישט געקענט העלפן.

די אונטערשטע שורה איז אז וואס ס'שטייט אין די תורה איז אמת.. און די אלע "אויבער חכמים" און ביבל קריטיקער למיניהם רעדן נארישקייטן. און די אידן וועלכע זוכן אייביג צו טרעפן גרייזן און טעותים און אומ-פינקטליכקייטן אין די תורה. און זיי כאפן זיך אן אין א יעדע נארישע און וואנזיניגע טעאריע פון די גויים ליידן פון אן "אינפערייאריטי קאמפלעקס".

סקעפטיקער » מאנטאג אפריל 15, 2024 10:23 pm

· #559276
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
berlbalaguleh #
אין אנהייב פון די וועלט זענען די מענטשן געווען זייער הויך (נפילים?)
פארוואס קענען די ארכאלאגן נישט טרעפן זייערע סקעלעטאנס?

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 16, 2024 1:14 am

· #559298
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
מ'האט יא געטראפן סקעלעטאנס פון מענטשן וואס זענען געווען 9 פוס און העכער.

סקעפטיקער » דינסטאג אפריל 16, 2024 1:16 pm

· #559321
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
berlbalaguleh #
מ'האט יא געטראפן סקעלעטאנס פון מענטשן וואס זענען געווען 9 פוס און העכער.
מקור?

מי אני » דינסטאג יולי 30, 2024 2:01 pm

· #569023
עס איז דא די שיטה פון עפּיסטעמיק אַפּטימיזם בתוך די פילאזאפיע פון סייענס. דאס זאגט אז די געפינסן דערפון און אירע טעאריעס ומאדעלן זענען אמת, והא ראיה אז מ'זעהט אז זיי, און די פּרעדיקשאנס וואס מ'מאכט אליבם, שטימען מיט מיט די מציאות וואס מ'זעהט טאקע בחוש. אין אנדערע ווערטער, איז די פאזיציע א סייענטיפישע ריעליזם, וואס נעמט אָן אז די ענטיטיס וכו' וואס עס זאגט "איז/עקזיסטירט", עקזיסטירן ממש בפועל (אזא סארט קאָרעספּאַנדענס טעאריע פון אמת). אנדערש דארף מען צוקומען צו א "נס", אין דעם וואס מ'זעהט טאקע איר סאָקסעס אז די מאדעלן און זייערע פּרעדיקשאנס שטימען מיט מיט די מציאות.

לאידך גיסא האט דר. לערי לאָדאן גע'טענה'ט די פּעסימיסטיק מעטאַ-אינדאָקשען אז פון סייענס אליינס זעהט מען פונקט פארקערט. והיינו, ווייל די גאנצע סייענטיפישע ענטערפּרייז ארבעט עפ"י אינדאָקשען. והיינו, אז דאס וואס מ'זעהט אז געזעצן זענען אזוי עד האידנא, ווייזט אונז וואס איז און וועט זיין איבעראל אנדערש (וידוע קושייתו של דוד הום). וא"כ, איז לפי"ז זעה'מיר דאך אז אזא 90% פון סייענטיפישע מאדעלן וגעפינסן וכו' עד האידנא זענען געווארן סוּפּערסיִדעד און אפגעפרעגט, אלס "נישט (עכ"פ אינגאנצן) אמת". וא"כ דארף מען דאס פונקט אזוי אינדאָקטען אויף אונזערע מאדעלן פונקט אזוי. ונמצא מזה אז זיי זענען נישט "עכט" און "אמת". (מ'קען טאקע טענה'ן אז ס'נישט אזוי ווייט אז זיי ווערן אויפגעוואוזן צו זיין "שקר", ווי דאס אז זיי זווערן אויפגעוואוזן צו זיין "נישט אינגאנצן אמת". ועיין ערך דר. טאמאס קוהן'ס "פּאראדיים שיפט", לגבי סייענטיפישע פּראגרעס.)

דאס איז ענליך צום "ענדע-פון-היסטאריע אילוזיע", וועלכעס איז די בּייעס אז זיינע שיטות וכו' וואס א מענטש האט שוין, וועלן זיך נישט בעצם טוישן אינעם עתיד, הגם מ'אנערקענט אז זיי האבן זיך יא (כסדר) געטוישט עד האידנא.

***

דר. שאַן קעראל שרייבט:
Science never proves anything. Science doesn’t prove that spacetime is curved, or that species evolved according to natural selection, or that the observable universe is billions of years old. That’s simply not how science works

What science does is put forward hypotheses, and use them to make predictions, and test those predictions against empirical evidence. Then the scientists make judgments about which hypotheses are more likely, given the data. These judgments are notoriously hard to formalize, as Thomas Kuhn argued in great detail, and philosophers of science don’t have anything like a rigorous understanding of how such judgments are made. But that’s only a worry at the most severe levels of rigor; in rough outline, the procedure is pretty clear. Scientists like hypotheses that fit the data, of course, but they also like them to be consistent with other established ideas, to be unambiguous and well-defined, to be wide in scope, and most of all to be simple. The more things an hypothesis can explain on the basis of the fewer pieces of input, the happier scientists are. This kind of procedure never proves anything, but a sufficiently successful hypothesis can be judged so very much better than the alternatives that continued adherence to such an alternative (the Steady State cosmology, Lamarckian evolution, the phlogiston theory of combustion) is scientifically untenable
בלאט: 1 2