☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?

וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?

100 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3114
בלאט: 1 2

יידל » מאנטאג מערץ 4, 2013 10:05 pm

· #92881
וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
ווען מ'ליינט איבער וויסנשאפטליכע טעמעס אדער מ'הערט פון וויסנשאפטליכע שטודיעס קומט אפט ארויף די פראגע. וואס איז די מעטאד וואס וויסנשאפטלער נוצן כדי צוצוקומען צו זייערע מסקנות? צו בויען זיי עס אויף סברות כרסיות, אדער צו האט עס עפעס א מעטאד, א סיסטעם, וועלכע זיי פאלגן נאך? די אמת איז אז וויסנשאפט (דהיינו, סייענס – science) איז א סיסטעמאטישע און לאגישע צוגאנג צו אנטדעקן וויאזוי זאכן אינעם יקום ארבעטן. די ווארט סייענס קומט פונעם לאטיינישען "סיענשע", scientiaוועלכע מיינט: וויסנשאפט, knowledge. אנדערש ווי די ארטס (ארטס זענען די נישט-סייענטיפישע זאכן וועלכע ווערן שטודירט אקאדעמיש, א שטייגער ווי היסטאריע, מעלערייען, ארכיטעקטור, טאנץ וכדו'), צילט וויסנשאפט צו רעזולטאטן וועלכע מ'קען מעסטן דורך טעסטן און אנאליזירן. וויסנשאפט איז באזירט אויף פאקטן, נישט אויף שיטות און דיעות. די פראצעס פון וויסנשאפט איז אזוי אויסגעארבעט אז עס טשעלנדזשט געדאנקען און טעאריעס דורך פארשונגען. וויסנשאפט'ס אויפגאבע איז נישט איבערצוווייזן וויסנשאפטליכע טעאריעס, נאר צו אויסשליסן נישט אמת'ע הסברים, ווי לאנג מ'קומט צו צו א לאגישע מסקנא און הסבר.

צו פארשטיין די וויסנשאפטליכע מעטאד, מוז מען קודם פארשטיין וואס איז געווען ביז מען איז אויפגעקומען מיט די מעטאד. איך האב אביסל מאריך געווען דעריבער דא, און איך האף נאך צו שרייבן אסאך דערוועגן אבער דערווייל וועל איך שרייבן בלויז איבער דעם מעטאד זעלבסט און נישט איר היסטאריע אדער די היסטאריע פון וויסנשאפט בכלל. נאך א נקודה וואס מ'מוז מקדים זיין איז אז עס איז נישטא למעשה א קלארע מעטאד וועלכע יעדע סייענטיסט אין די וועלט פאלגט נאך, נאר עס איז מער א כלליות'דיגע פרעימווארק לויט וועלכע מ'מעסט סייענטיפישע טעאריעס. פארשטייט זיך אז אין סייענס גופא איז אויך דא דרגות פון בעסערע טעאריעס און שוואכערע טעאריעס, אבער אויף די כלליות'דיגע מעטאד איז דא א הסכמה פון איעדן סייענטיסט באשר הוא שם.

[list]די וויסנשאפטליכע מעטאד (די סייענטיפיק מעטאד - the Scientific Method)[/list:u]

ווען וויסנשאפטלער טוען פארש ארבעט (וועלכע רופט זיך אין ענגליש ריסוירטש research), קלויבן זיי געווענדליך ראיות צו שטיצן אדער אפפרעגן א היפאטעזע (אין ענגליש, הייפאטיזיס hypothesis), דאס הייסט, א הסבר וועלכע מ'שלאגט פאר צו ערקלערן די סיבה פון א נאטורליכע פענאמענאן). ווען זיי קלויבן ראיות, פאלגן זיי נאך די וויסנשאפטליכע מעטאד צו קלויבן ראיות וועלכע מ'קען מעסטן און טעסטן. די סיבה פארוואס זיי פאלגן נאך דעם מעטאדע איז וויבאלד מענטשן זענען מלא נגיעות כרימון. כדי צו מאכן זיכער אז די טעאריע איז נישט פרי יצירת הנגיעות, נאר איז באגרינדעט אין מציאות, דארף מען זען צו די מציאות שטימט מיטן טעאריע. דערפאר נוצט מען די סייענטיפיק מעטאד.

די וויסנשאפטליכע מעטאד איז בערך ווי פאלגנד:
[list=1]
[*]מען מאכט אן אבזערוואציע אדער אבזערוואציעס. דהיינו, מען אבזערווירט א נאטורליכע פענאמענאן. סייענס איז געבויעט אויף נאטור. עס הייבט זיך דעריבער אן דורכן אבזערווירן נאטור. לדוגמא, אייזיק ניוטאן האט געשריבן אז ער איז אויפגעקומען מיט זיין טעאריע פון גראוויטי נאכן אבזערווירן אן עפל אראפפאלן פון בוים.[/*:m]
[*]מען פרעגט שאלות איבער דעם אבזערוואציע. פארוואס איז עס אזוי, פון ווי קומט דאס, וואס האט דאס גורם געווען, צו קען מען דאס מונע זיין וכו'. ניוטאן, נאכן זען דעם עפל פאלן, האט ער אנגעהויבן פרעגן פארוואס איז עס אזוי? אויב איז עס וויבאלד עס איז דא א כוח וואס ציעט אראפ דעם עפל, דאן פארוואס פאלט די לבנה נישט אראפ? [/*:m]
[*]מען פארמירט א היפאטעזע - א דעסקריפציע איבער וואס מען האט אבזערווירט און א הסבר פארוואס עס איז אזוי ווי מען האט אבזערווירט. אין ניוטאן'ס קעיס האט ער פארמירט זיין טעאריע פון גראוויטי.[/*:m]
[*]מען מאכט פרעדיקציעס געבויעט אויף דעם היפאטעזע. דהיינו, לויט די הסבר וועט אויסקומען אזוי און אזוי. געבויעט אויף ניוטאן'ס טעאריעס האבן צוויי מאטעמאטיקער און אסטראנאמער פאראויסגעזאגט אז דער פלאנעט נופטאן עקזיסטירט.[/*:m]
[*]מען טעסט דעם היפאטעזע און די פרעדיקציעס מיטן מאכן עקספערימענטן וועלכע מ'קען דערנאך רעפראדוצירן (איבערמאכן).[/*:m]
[*]מען אנאליזירט די אינפארמאציע און מען ציט מסקנות. דערנאך נעמט מען אן אדער ווארפט מען אפ דעם היפאטעזע, אדער מ'מאדעפיצירט דעם היפאטעזע אויב ס'פעלט זיך אויס.[/*:m]
[*]צום לעצט, מאכט מען איבער די עקספערימענטן אזוי פיל מאל, ביז ווען עס איז מער נישט דא קיין שום סתירה צווישן די פאקטן (דהיינו, די רעזולטאטן פון די עקספירימענט) און די טעאריע.[/*:m][/list:o]

עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז די ערשטע רעקארדירטע פאל אין די היסטאריע ווי מיר זעהן די וויסנשאפטליכע מעטאד אין באנוץ איז אין... ספר דניאל! עס אריינצולייגן אין היסטארישן פערספעקטיוו: אין יאר ג' קע"ד האט נבוכדנאצר, דער קעניג פון דעם מעכטיגען בבל'ישען אימפעריע, אינוואדירט יהודה. ער האט דאן גענומען –צווישן אנדערע - א גרופע פון קלוגע יוגנטליכע לייט קיין בבל, ווי ער האט געפלאנט זיי איינציגליגערן אינעם קעניגליכן געמיינדע. זיין מטרה דערמיט איז געווען אפצושוואכן די נייע קעניגרייך וועלכע האט איבערגענומען יהויקם (וועלכער איז אויך געגאנגען אין גלות קיין בבל), אזוי ארום אז דער נייער יהודה'ישער קעניג צדקיהו האט זיך געטראפן אן קיינע ראטגעבער און קליגע לייט וועלכע זאלן אים העלפן פירן דאס קעניגרייך. מיט א שוואכע קעניגרייך האט נבוכדנאצר זיך געשפירט פארזיכערט אז דאס אידיש פאלק וועט נישט מאכן קיין אויפשטאנד און דערקלערן זעלבסשטענדיגקייט.
ווילנדיג אויסנוצן די קלוגע אידן פאר זיינע אייגענע אינטערעסן, האט נבוכדנאצר באפוילן אז מ'זאל די אלע יוגנטליכע אנהייבן טרענירן וויאזוי צו זיין געניטע אריסטאקראטן און געלערנטע לייט. די אויפטו איז געווען אז נאכן ווערן טרענירט אין די בבל'ישע קולטור וועלן די אידן פארגעסן פון זייער אידישער פארגאנגענהייט, און אנשטאט פלאנירן אן אויפשטנד וועלן זיי זיך איינגלידערן אין בלל אלס טייל פון די אריסטאקראטישע געמיינדע.
צווישן די קלוגע יוגנטליכע וועם נבוכדנאצר האט געפירט קיין בבל זענען ארויסגעשטאנען פיר בחורים מיט די נעמען דניאל, חנניה, מישאל און עזריה. זיי האבן געהאט אפגעמאכט ביי זיך אז וועלן זיך האלטן פעסט צו זייער רעליגיע. אין דניאל קאפיטעל א' ווערט פארציילט וויאזוי זייער ערשטער נסיון איז געווען צו אנהייבן עסן נישט כשר'ע עסן. אלס א חלק פון דעם פראגראם וואס די יוגנטליכע זענען דורך, זענען זיי געגעבן געווארן קרעפטיגע, נארהאפטיגע מאלצייטן ווי עס פאסט פאר מיטגלידער פון די אריסטאקראטישע געמיינדע. די פיר אידן האבן געזאגט פאר זייער אויפזעער אז זיי ווילן נישט עסן די נישט כשר'ע עסן, נאר זיי ווילן לעבן אויף א פשוט'ע גרינס-באזירטע דיאטע. דער אויפזעער האט נישט מסכים געווען. ער האט צו זיי גע'טענה'ט "ירא אני את אדני המלך אשר מנה את מאכלכם ואת משתיכם, אשר למה יראה את פניכם זעפים מן הילדים אשר כגילכם, וחייבתם את ראשי למלך? – איך האב מורא פארן קעניג וועלכער האט באשטימט ענקערע דיאטעס. אויב כ'וועל ענק פאלגן וועט ער דאך נאך א קורצע צייט זען אז איר זעט אויס שוואכער ווי די אנדערע יוגנטליכע וואס זענען אין ענקער יארגאנג, און דאס קען מיר קאסטן מיין לעבן!"
דניאל איז דאן אויפגעקומען מיט א וואזשנעם פלאן. "הער צו," האט ער געזאגט צום סארווירער. "לאמיר מאכן א טעסט פון צען טעג. במשך די צען טעג וועסטו אונז גיבן נאר געוויקסן און וואסער, און נישט וויין מיט פלייש. נאך די צען טעג וועסטו קוקן צו ס'דא א חילוק צווישן אונז און די אנדערע יוגנטליכע." דער סארווירער האט מסכים געווען צום פלאן און דאס האבן זיי טאקע געטוןץ פאר צען טעג האט ער זיי געברענגט בלויז גרינס און וואסער, און די טייערע עסנווארג האט ער גענומען פאר זיך. נאך צען טעג, ווען מ'האט פארגליכן די אויסזען פון דניאל, חנניה, מישאל און עזריה מיט די אויסזען פון די אנדערע יוגנטליכע האט זיך ארויסגעשטעלט אז נישט נאר האט די עסן נישט געהאט קיין שלעכטע השפעה אויף די פיר, נאר פארקערט גאר, זיי האבן נאך אויסגעזען געזונטער ווי אלע אנדערערע!
מיר האבן דא – צום ערשטן מאל אין די רעקארדירטע היסטאריע – אלע קלאסישע עלעמענטן פון וואס ווערט היינט אנגערופן "די וויסנשאפטליכע מעטאדע". עס הייבט זיך אן מיט א היפאטעזע. דער אויפזעער האט געטענה'ט אז א דיאטע פון גרינסן וועט זיי מאכן אויסזען שוואכער, דניאל פארמירט אבער א היפאטעזע אז זיי וועלן אויסזען פונקט אזוי געזונט ווי די וואס עסן דעם קעניגליכן דיאטע. דניאל מאכט א פרעדיקציע, באזירט אויף דעם היפאטעזע, אז נאך צען טעג עסן גרינס, וועט מען נישט אנזען קיין חילוק צווישן זיי און די אנדערע. מען מאכט א טעסט פון צען טעג און מען אבזערווירט די רעזולטאטן. די רעזולטאטן ווייזן אז גרינס איז מעגליך נאך געזונטער ווי די קעניגליכע מאלצייטן. אין רעזולטאט, טוט דער סארווירער אננעמען דניאל'ס היפאטעזע אז גרינס איז פונקט אזוי געזונט און פון דענסמאל אן גיבט ער זיי צו עסן נאר גרינס.
עס קען מעגליך אויסקוקן גאר פשוט צו אונזערע אויגן, אבער בימיהם איז דאס געווען א גרויסע חידוש.
למעשה איז דניאל'ס באנוץ פונעם וויסנשאפטליכן מעטאד געווען היבש "פרימיטיוו" פונעם היינטיגן וויסנשאפטליכן שטאנדפונקט. היינט זענען דא אפאר תנאים וואס מ'מוז נאכקומען, כדי עס זאל הייסן סייענס.

די היפאטעזע דארף זיין טעסטבאר (דהיינו עס זאל זיין שייך צו אויספירן טעסטס דאס צו נאך פארשן און יעדער זאל קענען איבערמאכן דעם טעסט) און עס דארף זיין פאלציפירבאר (דהיינו, אז מ'זאל קענען אויפווייזן אז דאס איז פאלש). און אנדערע ווערטער, ווען מען קומט אויף מיט אן היפאטעזע מוז מען אויך אויפקומען מיט א טעסט וואס וועט אויספרובירן דעם היפאטעזע, און אויב די טעסט וועט דורכפאלן וועט די היפאטעזע זיין אפגעפרעגט. אויב קען מען נישט אויפקומען מיט אזא טעסט, דאן איז די היפאטעזע נישט סייענטיפיש. דאס מיינט אז וויבאלד מיר קענען עס נישט אפפרעגן, קענען מיר נישט וויסן צו עס איז טאקע אמת אדער נישט און דערפאר האבן מיר גארנישט פון נוצן אזא היפאטעזע מסביר צו זיין די נאטור. מען דארף באטאנען אז דאס מיינט נישט אז אזא היפאטעזע איז נישט אמת. עס קען זיין אז דאס איז אמת, מיר קענען אבער נישט וויסן צו עס איז אמת.

א גוטער דוגמא צו דעם כלל איז א סגולה. לאמיר לדוגמא נעמען די סגולה פון כאפן עפל פון א רבי'ן שמחת תורה כדי צו ווערן א חתן. געווענליך קומט אויף אזא סארט סגולה אויף דעם פאלגענדעם אופן. מען מאכט אן אבזערוואציע (מען זעט אז איינער, געווענליך אן אלטער בחור, וואס האט געכאפט אן עפל ווערט א חתן אין די צייט נאך שמחת תורה). מען מאכט אן היפאטעזע אז כאפן אן עפל פועל'ט אז דער בחור זאל ווערן א חתן. איצטער דארפן מיר טעסטן דעם היפאטעזע. טעארעטיש גערעדט וואלט מען געקענט טעסטן דעם היפאטעזע די פאלגענדע וועג: מען קלויבט אויס אין א ראנדאם, בלינדן אופן 100 בחורים פון 18 יאר און העכער. מען צעטיילט די 100 בחורים אין צוויי גרופעס. די 50 בחורים אין גרופע א' דארפן פרובירן צו כאפן אן עפל שמחת תורה. די אנדערע 50 אין גרופע ב' זאלן נישט כאפן, זיי זענען די קאנטראל גרופע. (כדי צו פארמיידן פלאצעבא אפעקט אויף גרופע א' וועלן מיר שיקן גרופע ב' כאפן עפל פון עפעס א לץ אויף אן אופן אז די בחורים וועלן זיך ערנסט איינרעדן אז זיי כאפן עפל פון א צדיק, אדער וועלן מיר זיי הייסן טון עפעס אן אנדערע "סגולה" ווי נאר מיר וועלן וויסן אז עס איז באמת נישט קיין סגולה נאר פאר די בחורים וועלן מיר איינרעדן אז דאס איז א סגולה, אזוי אז אויב העלפט דא די פלאצעבא זאל עס אויך העלפן פאר גרופע ב'.) אויב איז די היפאטעזע אז כאפן אן עפל פועל'ט אויף שידוכים אמת, דאן דארף די פראצענט פון בחורים וואס ווערן חתנים אינעם קומענדיגן יאר זיין פיל העכער אין גרופע א' ווי גרופע ב'. פאר אונזער משל לאמיר אננעמען אז אין גרופע א' האבן 35 בחורים געכאפט און 15 בחורים נישט. אויב ווערן אין ביידע גרופעס 20 חתנים, דאן ווייזט זיך איבער אז די סגולה איז פאלש, ווייל וויבאלד עס איז דא אין גרופע א' 70 פראצענט וואס האבן געטון די סגולה האבן די בחורים פון גרופע א' 70 פראצענט מער שאנסן צו ווערן חתנים ווי די בחורים אין גרופע ב'. אפילו אויב גרופע א' וועט האבן 30 חתנים און גרופע ב' נאר 15, אבער 15 פון די 30 חתנים אין גרופע א' זענען בחורים וואס האבן נישט געכאפט עפל, דאן איז נאך אלץ איבערגעוויזן אז די סגולה איז פאלש. נאר אויב אין גרופע א' וועט זיין א העכערע נומער חתנים ווי אין גרופע ב', און רוב פון די חתנים וועלן זיין פון די וואס האבן געכאפט עפל (אדער אפילו אויב נישט רוב, נאר אין א ערנסט העכערן פראצענט מער פון די וואס האבן נישט געכאפט), נאר דאן וועלן מיר וויסן אז די סגולה העלפט טאקע.

דאס איז אלעס אבער טעארעטיש גערעדט. אין מציאות מיין איך אז רוב מענטשן וואס גלייבן אין די עפל כאפן סגולה וועלן שרייען אז די אלע בחורים פון גרופע א' וואלטן נישט געווארן חתנים ווען נישט זיי כאפן אן עפל אבער פאר די בחורים פון גרופע ב' האט זיך טאקע נישט אויסגעפעלט די סגולה ווייל זיי האבן געקענט ווערן חתנים אן הילף פון סגולות.

אבער אויב איז דאס טאקע ריכטיג, דאן איז די היפאטעזע מער נישט טעסטבאר, ווייל אפילו מ'וועט דורפירן דעם אויבענדערמאנטן טעסט, וועט נאך אלץ נישט ווערן איבערגעוויזן אז די היפאטעזע איז פאלש, און ווי געשריבן: א היפאטעזע וועלכע מ'קען נישט אויפווייזן אז עס איז פאלש איז נישט סייענטיפיש און מיר קענען עס נישט אננעמען.

ווען מ'שטודירט און מ'פארשט וויסנשאפט, דארף מען נוצן דידאקטיוו ריזענינג, אמת'ע הנחות וועלכע פירן צו א מוכרח'דיגע מסקנא, און נישט "אינדאקטיוו ריזענינג". דידאקטיוו ריזענינג מיינט א לאגישער חשבון אין וועלכער די מסקנא איז מוכרח. א ביישפיל איז די פאלגענדע חשבון.
1. א מענטש לעבט נישט אויף אייביג.
2. דזשארדזש וואשינגטאן איז א מענטש.
מסקנא: דזשארדזש וואשינגטאן לעבט נישט אויף אייביג.
דאס הייסט אז נאכדעם וואס מען האט אראפגעלייגט א הנחה אז א מענטש לעבט נישט אויף אייביג, און נאך אן הנחה אז דזשארדזש וואשינגטאן איז אין די קאטעגאריע פון מענטשן, איז מוכרח אז דזשארדזש וואשינגטאן לעבט נישט אויף אייביג. אינדאקטיוו ריזענינג, לעומת זה, איז א מסקנא וועלכע איז מסתבר אבער נישט מוכרח. לדוגמא:
1. א יעדע לעבעדיגע זאך וואס מיר ווייסן נאר דערפון דארף צוקומען צו וואסער עס זאל קענען לעבן.
מסקנא: א יעדע לעבעדיגע זאך דארף צוקומען צו וואסער עס זאל קענען לעבן.
עס איז טאקע שטארק מסתבר, אבער מוכרח איז עס נישט. עס קען דאך זיין עס זאל עקזעסטירן א לעבעדיגע זאך וואס דארף נישט צוקומען צו וואסער, און מיר זאלן נישט וויסן דערפון. און דערפאר קענען מיר נישט אראפלייגן א הנחה אז יעדע לעבעדיגע זאך דארף וואסער צום לעבן. מיר קענען סך הכל זאגן אז אלע לעבנס-פארמען וואס מיר ווייסן דארפן וואסער אויף צום לעבן.
אן עקספירימענט דארף האבן א דיפענדענט ווערייעבל (וועלכע טוישט זיך נישט) און א אינדיפענדענט ווערייעבל (וועלכע טוישט זיך יא). און אונזער אויבענדערמאנטע ביישפיל פון די עפל ווארפן סגולה פאר שידוכים, איז די עפל ווארפן די אינדיפענדענט ווערייעבל, אין די דיפענדענט ווערייעבל איז דאס ווערן א חתן.

אן עקספערימענט דארף האבן אן עקספערימענטעל גרופע און א קאנטראל גרופע. די קאנטראל גרופע איז מיט וואס די עקספערימענטעל גרופע ווערט פארגליכן צו זען צו ס'איז דא א חילוק. אין אונזער ביישפיל, איז גרופע א' וואס מ'שיקט כאפן עפל די עקספערימענטעל גרופע און גרופע ב' איז א קאנטראל גרופע. די קאנטראל גרופע וועט נישט כאפן עפל און די רעזולטאטן אין גרופע א' וועלן ווערן פארגליכן מיט די רעזולטאטן פון גרופע ב'.

די וויסנשאפטליכע מעטאד און וויסנשאפט בכלל קען זיין היבש קאמפיליצירט און פרוסטרירנד. א טעאריע ווערט כמעט קיינמאל נישט אויפגעוויזן. עס בלייבט פשוט אלס גאר שטארק מסתבר, אבער נישט אלס פאקט. געציילטע טעאריעס ווערן יא "געזעצן", דהיינו, וויסנשאפטליכע געזעצן. א דוגמא פון א טעאריע וועלכע איז געווארן א געזעץ, איז די טעאריע פון גראוויטאציע ( גרעוויטי gravity ) וועלכע ווערט היינט גערופן "די געזעץ פון גראוויטאציע". א דוגמא פון א טעאריע וועלכע איז פארבליבן א טעאריע אבער ווערט פאררעכנט אלס אמת איז די טעאריע פון גערמס (germs).

איינמאל עפעס איז שוין א געזעץ מיינט דאס אז עס האט נישט קיין שום אויסנאם. אבער מיט דעם אלעם האט מען שוין געטוישט געוויסע דעטאלן פון סייענטיפישע געזעצן ווען מען האט אנדעקט נייע פאקטן וועלכע האבן נישט געשטימט מיטן ביז איצטיגן געזעץ. דאס מיינט אבער נישט אז טעאריעס זענען גארנישט ווערד. כדי אן היפאטעזע זאל ווערן א טעאריע, דארף די היפאטעזע דורכגיין ערנסע טעסטס, געווענליך אזעלכע טעסטס וועלכע נעמען אריין אפאר וויסנשאפטליכע דיסציפלינען (א סייענטיפישע "מקצוע" הייסט א דיסציפלין), און וועלכע ווערן אויסגעפירט דורך באזונדערע גרופעס סייענטיסטן. זאגן אז עפעס איז "בלויז א טעאריע" איז אן אמערצישער אויסדרוק ווען עס קומט צו סייענס, ווייל אין סייענס איז א טעאריע עפעס וואס האט שטארקע הוכחות פון אבזערוואציעס און עקספערימענטן.

קאווע טרינקער » מאנטאג מערץ 4, 2013 10:12 pm

· #92886
ווען וועל איך שוין זוכה זיין צו פארשטיין יידל?

יאיר » מאנטאג מערץ 4, 2013 10:15 pm

· #92888
פרוביר צו כאפן עפל אלס סגולה צו פארשטיין יידל'ען.

יואב » מאנטאג מערץ 4, 2013 10:40 pm

· #92907
👍 איך ווייס נאך אלץ נישט וואס די סייענטיסטן ווייסען, איך ווייס אבער אז יודל ווייסט עפעס נעמ-נארמאליש אסאך, און מיט אזא געלונגענע מסודרדיג פענע אזוי עלעקוואנט געליפערט באצויבערטע סחורה חדשים לבקרים -עס איז צום שטוינען,

יידל » דינסטאג מערץ 5, 2013 9:21 am

· #93045
קאווע טרינקער
ווען וועל איך שוין זוכה זיין צו פארשטיין יידל?

הרג'סט מיר! ביטע זאג מיר אז דו מאכסט אן הלצה.

[ציטאט אראפגענומען]


איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס די שאלה איז, אבער כ'וועל דאך פרובירן צו ענטפערן (אפשר שלא כהלכה, ביטע פרעג איבער אויב האב איך נישט פארשטאנען די פראגע). איך האב געשריבן אויבן אז "פארשטייט זיך אז אין סייענס גופא איז אויך דא דרגות פון בעסערע טעאריעס און שוואכערע טעאריעס, אבער אויף די כלליות'דיגע מעטאד איז דא א הסכמה פון איעדן סייענטיסט באשר הוא שם". לאמיך אבסיל מער מאריך זיין אויף דעם נקודה.

סייענס ווערט אפט צעטיילט אין צוויי, "הארטע סייענס" און "ווייעכע סייענס". הארטע סייענס זענען די דיסציפלינען (ד.מ. מקצועות אין סייענס) וועלכע זענען פעסט און באגרינדעט. ווייעכע סייענס זענען די דיסציפלינען וועלכע זענען אביסל שוואכער און נישט אזוי שטארק באגרינדעט. די נאטורליכע סייענסעס (אסטראנאמיע, ביאלאגיע, כעמיע, פיזיקס וכדומה) זענען אלע הארטע סייענסעס. די סייענסעס זענען הארט וויבאלד "עס איז שייך צו פארמירן פרעדיקציעס וועלכע מ'קען נאכדעם טעסטן, עס איז שייך צו מאכן פיזישע קאנטראלירטע עקספערימענטן, זיי פארלאזן זיך אויף דעטע וואס קען געציילט ווערן און אויף מאטעמאטישע מאדעלן, זיי פארמאגן א הויעכן דעגרי פון פונקטליכקייט און אביעקטיוויטעט" (וויקיפעדיע). אין אנדערע ווערטער, די סייענסעס זענען געבויעט אויף פאקטן, נישט השערות בעלמא און די פאקטן קענען געטעסט ווערן אין א לעב נאכאמאל און נאכאמאל און די טעסטס וועלן אלץ באקומען די זעלבע רעזולטאט.

די סאציאלע סייענסעס (אנטראפאלאגיע, ארכעאלאגיע, עקענאמיע, היסטאריע, לינגוויסטיקס, פסיכאלאגיע, סאציאלאגיע וכדומה) זענען אלע ווייעכע סייענסעס. די סייענסעס שטודירן נישט קיין הארטע מאטעריאלען וועלכע ס'שייך צו טעסטן אין א לעב, ביי די דיסציפלינען מוז מען צוקומען צו השערות, סברות, סטאטיסטיקס, סורוועיס, וכדומה. פארשטייט זיך אז דאס מיינט נישט אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף די סייענסעס. למעשה ארבעטן אויך די סייענסעס אויף דעם אופן אז מען מאכט א הייפאטעזע, מען זאגט פאראויס געוויסע רעזולטאטן וועלכע דארפן אויסקומען לויט דעם הייפאטעזע און דערנאך "טעסט" מען דעם הייפאטעזע דורכן איבערמאכן די סורוועיס אויף אנדערע מענטש אדער אין אנדערע אומשטאנדן. דערפאר איז עס טאקע אזוי אז די סייענטיסטן וועלכע שטודירן ווייעכע סייענסעס ווערן אראפגעקוקט דורך די סייענטיסטן וועלכע זענען עוסק אין הארטע סייענסעס, וויבאלד זיי האלטן אז דאס איז נישט די ריכטיגע סחורה. עס גייט עד כדי כך אז אסאך "הארטע" וויסנשאפטלער באשולדיגן פסיכאלאגיע אז עס איז בכלל נישט קיין סייענס. די סיבה איז וויבאלד איינע פון די וויכטיגע יסודות אין די סייענטיפישע מעטאד איז אז די הייפאטעזע דארף זיין "פאלציפיבאר". דאס מיינט, אז עס דארף זיין א וועג אויפצואוויזן אז די טעאריע איז נישט אמת. ווי כ'האב געשריבן אין מיין ערשטן תגובה, סייענס איז נישט געשטעלט אויפצואווייזן א טעאריע אלץ אמת, נאר אפצופרעגן נישט ריכטיגע טעאריעס. א טעאריע וואס קען נישט ווערן אפגעפרעגט איז אויטאמאטיש נישט סייענטיפיש. (דאס איז די סיבה סייענטיסטן וועלן קיינמאל נישט זאגן אז גאט איז דער אורזאך פאר א נאטורליכע פענאמענאן, וויבאלד צו זאגן אז דער אויבערשטער טוט עפעס איז נישט פאלציפיבאר. מען קען עס נישט אפפרעגן. עס איז נישטא קיין שום טעסט וואס אויב מען וועט עס דורכפירן וועלן מעגליך זיין רעזולטאטן וועלכע זאלן אפפרעגן דעם א.ג. "גאט היפאטעזע". דערפאר איז עס נישט סייענטיפיש און דערפאר דארף א סייענטיסט זוכן אנדערע הסברים וועלכע קענען יא אויפגעוויזן ווערן צו זיין פאלש. דאס מיינט נישט אז דער סייענטיסט גלייבט נישט אין באשעפער. ס'זייער מעגליך אז ער גלייבט, אבער "סייענטיפיש" איז עס נישט.) פסיכאלאגיע האט למעשה גאנץ א שיינע פאר טעאריעס וועלכע קענען בכלל נישט אויפגעוויזן ווערן אלץ פאלש דורך קיין שום טעסט. (א דוגמא איז פרויד'ס פסיכאנאליטישע טעאריע, ואכמ"ל).

איך האף ממשיך צו זיין שפעטער.

יידל » דינסטאג מערץ 5, 2013 1:55 pm

· #93199
יעצט אז איך האב ערקלערט די חילוק צווישן הארטע און ווייעכע סייענס, קען איך פרובירן צו פארענטפערן דיין קושיא. דיין שאלה איז געווען (לויט ווי איך פארשטיי עס) אז ווען מ'מאכט א שטודיע איז עס געווענליך נאר 90% איינשטימיג מיט די טעאריע און וויאזוי ארבעט עס אויב די אנדערע 10% שטימען בכלל נישט מיט דעם טעאריע. די תירוץ איז אז ס'ווענד זיך פון וועלכע סייענס מען רעדט. אויב רעדט מען פון מאטעמאטיקס (וועלכע - אינאיינעם מיט פיזיקס - ווערט באטראכט ווי די הארטסטע סייענס) דאן דארף די טעאריע שטימען 100%. אויב שטימט עס נישט מיט איין פראצענט איז עס נישט ריכטיג. אבער אויב רעדט מען פון ביאלאגיע דאן קען מען ערלויבן פיצינקע סטאטיסטישע אפנויגונגען פון די טעאריע/היפאטעזע, וויבאלד סיי ווי זענען אלע ביאלאגישע ספישיס (דאס הייסט מינים) אנדערש איינע פון צווייטן מיט קליינטישגע מינדעוויכטיגע חילוקים. אויב אבער רעדט מען פון פסיכאלאגיע, דאן דארף מען נעמען יעדע טעאריע מיט אביסלע זאלץ. פסיכאלאגיע באנעמט זיך נישט מיט אבסטראקט מושגים ווי מאטעמאטיקס און טעארעטישע פיזיקס באנעמען זיך. עס באנעמט זיך נישט מיט דוממים ווי פיזיקס און כעמיע באנעמען זיף. עס באנעמט זיך נישט מיט צמחים און חיות ווי ביאלאגיע און גענעטיקס באנעמען זיך. עס באנעמט זיך מיט די קאמפליצירסטע באשעפענעיש וואס איז שייך: מענטשן. עס איז זייער זייער שווער - אויב נישט אוממעגליך - צו מעסטן מענטשען'ס געפילן, מחשבות און אימפולסן. נאך מער, עס איז דא טויזענטע פאקטארן וועלכע קענען גורם זיין א ביהעיוויאר אין א מענטש. פונקט נעכטן איז מיר אויסגעקומען צו ליינען גאר אן אינטערעסאנטער ארטיקל וויאזוי א יונגער אנטראפאלאג האט באוויזן אויפצושאקלן די וועלט פון סאציאלע סייענס מיטן אויפדעקן אז רוב מענטשן אין די וועלט זענען אנדערש ווי אמעריקאנע/אייראפישע מענטשן, און וויבאלד איבער 90% שטודיעס און סאציאלע סייענס זענען באזירט אויף אמעריקאנע און אייראפישע מענטשן מיינט דאס אז איבער 90% פון סאציאלע סייענס איז מעגליך אומריכטיג (אדער בעסער געזאגט, ריכטיג נאר אין אמעריקע)! אזא זאך וואלט קיינמאל נישט פאסירט אין, לאמיר זאגן, פיזיקס אדער גענעטיקס.

איך האף אז דאס פארענטפערט אביסל דיין פראגע. אויב האב איך נישט ריכטיג פארשטאנען דיין פראגע, ביטע פרעג נאכאמאל.

יידל » דינסטאג מערץ 5, 2013 2:19 pm

· #93212
ניין. מיינסט צו זאגן אז די טעאריעס לייגן זיך צומאל נישט אויפן שכל?
עס איז א געוואלדיגע פראבלעם מיט וואס סייענטיסטן מיטשענען זיך שוין זייט מ'האט אנגעפאנגען נוצן די סייענטיפיק מעטאד. ביז דאן האט מען זיך פארלאזט בעיקר אויף לאגיק און נישט אזוי ווייט אויף עקספערימענטן. דערפאר איז כמעט אלע זייערע סייענס געווען לאגיש און פארשטענדליך. די סייענטיפיק רעוואלוציע האט אבער געפירט צו א פארקערטע צוגאנג. מען דארף קוקן אויף די פאקטן פון נאטור און נאר נאכדעם פרובירן צו פארשטיין וואס גייט פאר. נאטור טוט זיך וואס זי וויל, און נישט וואס איז לאגיש און פארשטענדליך. דאס האט צוגעברענגט אז פיל מאל האבן זיך גרויסע סייענטיסטן געפלאגט אויף שאלות און עס נישט געקענט פארענטפערן ווייל זייער לאגיק איז געשטאנען אין וועג. צוויי גוטע דוגמאות צו דעם איז קעפלער (וועלכער האט געהאלטן אז די הילוך הכוכבים איז 'לאגיש' אבער האט עס נישט געקענט אויספיגערן, ביז ער האט אוועקגעקוקט פון לאגיק און נאר נאכגעפאלגט טייקא ברעהי'ס אבזערוואציעס), און איינשטיין (וואס איז אויפגעקומען מיט דעם טעאריע אז נישט צייט איז די קאנסטענט נאר ליכטיגקייט, א איפכא מסתברא'דיגע סברא וועלכע מאכט נישט קיין סענס אבער שטימט הונדערט פראצענט מיט די מציאות). קעפלער'ס געזעצן זענען גראדע פארשטענדליך צו א היינטיגער מענטש, וויבאלד מיר זענען שוין נישט אויפגעוואקסן מיט דעם געדאנקנגאנג אז די נאטור איז סימעטריקעל און 'לאגיש'. אבער ווער אימער ס'הערט איינשטיין'ס טעאריע צום ערשטן מאל וועט טראכטן אז איינשטיין האט ווארשיינליך געהאט וואדקע אין זיין סיריעל...

דאס ברענגט אונז צו נאך א פראבלעם וואס איז א שמועס פאר זיך, אז וויבאלד סייענס איז אזוי פארגעשריטן איז כמעט אוממעגליך פאר א נישט-סייענטיסט צו פארשטיין די עומק הדברים פון נייע שטודיעס און דיסקאוועריס. (נעם א דוגמא די היגס באסאן. וויפיל מענטשן קענסטו וואס פארשטייען עס גענוג גוט דאס צו קענען מסביר זיין פאר אנדערע?) דאס ברענגט צו אז ווען א נישט-סייענטיסט הערט א טעאריע, ציעט ער מיט די אקסלן. אבער פאר א סייענטיסט וועלכע האט אלע הנחות קדומות און קען זיך אויס אינעם נושא לאורכה ולרחבה וועט דאס זיין גאר פארשטענדליך און אפילו לאגיש.

---
קופערניקוס האקט. גיימיר ליינען

יידל » דינסטאג מערץ 5, 2013 2:35 pm

· #93223
ממי, ווען דו זאגסט אז אנקעטעס "ארבעט", וואס מיינסטו צו זאגן? גיב מיר א דוגמא ווען אנקעטעס האט געארבעט און פארוואס דו פארשטייסט נישט פארוואס עס האט געארבעט.

יידל » דינסטאג מערץ 5, 2013 3:05 pm

· #93237
דו רעדטס אודאי פון נטע זילבער. קודם כל, די הארטע סייענסעס דארפן כמעט נישט צוקומען צו סטאטיסטיקס. די סאציאלע סייענסעס וועלכע פארלאזן זיך כמעט גענצליך אויף סטאטיסטיקס, זענען טאקע ווייעכע סייענסעס. און טאקע ביי סטאטיסטיקס דארף מען וויסן אז ווי גרעסער די סעמפל, אלץ מער עקיורעט. לדוגמא, אין דיין משל האט מען אויסגעפרעגט 100 מענטשן פון יעדן שטאט. 100 מענטשן איז גאר א קליינע סעמפל. איך בין נישט צו באקאנט אין די נומערען וויפיל אידן וואוינען אלעס צוזאמען אין די שטעט וועלכע דו האס אויסגערעכנט, אבער 600 פון צענדליגע טויזענט מענטשן איז גאר א קליינע סעמפל און דעריבער איז דא א גרויסע מארדזשין אף ערראר. די זעלבע דארף מען אויך אריינעמען אין חשבון ווי רענדאם די אנקעטע איז (וועלכע 100 מענטשן פון בארא פארק? 100 מענטשן פון סאטמער 53 אדער 100 מענטשן פון שומר שבת?) ווי מער רענדאם אלץ בעסער.
וואס נעיט סילווער האט געטון איז אז ער האט גענומען די רעזולטאטן פון פינף זעקס רעספעקטפולע אנקעטעס (פון קאמפעניס וועלכע האבן א היסטאריע און א פראפעסינאליזם און ווייסן וואס זיי טוען), און דערנאך געמאכט אן עווערעדזש פאר די אלע אנקעטעס. דערנאך האט ער אראפגענומען און צוגעלייגט געוואנדן לויט געוויסע פאקטארן (לדוגמא, געוואנדן לויט די סטעיט, געוואנדן לויט וועלכע אנקעטע-קאמפעני האט געהאט גינסטיגע רעזולטאטן און וועלכע שלעכטע, געוואנדן לויט צאל פון פאטענציאלע שטימער און געוואנדן לויט די סטעיט'ס שטימען היסטאריע) און דערנאך ארויסגעקומען מיט א רעזולטאט. וויבאלד די רעזולטאטן פון צענדליגע גרויסע אנקעטע נעמער צוזאמען רעפרעזענטירט א ריזן פראצענט פון אייגענטליכע וויילער, האבן זיינע רעזולטאטן געהאט א גאר הויעכע סטאטיסטקעל זיכערקייט. נעיט אליינס האט אויך גע'טענה'ט אז עס איז דא צען פראצענט שאנס אז זיינע ציפערן זענען נישט ריכטיג, אבער וואס איז דען צען פראצענט שאנס? און טאקע דערפאר האט סילווער צוגעטראפן 50 פון 50 סטעיטס. צו פארשטיין סטאטיסטיקס אביסל בעסער (אויב ביסטו נייגעריג) וואלט איך רעקאמאנדירט צו ליינען "נאקעטע סטאטיסטיקס" פון טשארלס ווילען.

געפילטע פיש » דינסטאג מערץ 5, 2013 3:07 pm

· #93238
פארשטייט זיך אז אויב דו וועסט פרעגן 600 מענטשען פון איבער הונדערט טויזענט וועט דיין ריזאלט נישט זיין אזוי אקוראט, און אויב וועסטו פרעגן נאר זעכציג וועט עס זיין נאך ווייניגער אקוראט, אבער אויב וועסטו פרעגן מער מענטשען, וואס מער מענטשען דו נעמסט אריין אין די אנקעטע, אלס מער אקוראט וועלן די תוצאות זיין. פארשטייט זיך נאר אויב קלויבסטו אויס מענטשען צו פרעגן ראנדאמלי, ד.ה. אז דו גייסט נישט פרעגן נאר מענטשען וואס זענען ליסטעד אין די סאטמערע טעלעפאון ביך, אדער נאר מענטשען וואס האבן נערווען צו ענטפערן דיין פראגע בויגן, און דערפאר מאכן די אנקעטע קאמפאניס כל מיני טאקטיקן אז די ענטפערעס זאלן טאקע זיין ראנדאם. און מיט דעם אלעם געבן זיי אן אז זיי זענען נישט 100% פונקטליך, נאר געוואנדען אין די אנקעטע גיבן זיי פלאץ אפאר פונקטן ארויף אדער אראפ.

אבער איך מיין אז דאס האט נישט אהער, אנקעטעס איז דוכט זיך נישט קיין סייענס, נאר א וועג פון וויסן פובליק אפיניען.

----

כבר קדמני יידל, גיימער לייענען.

געפילטע פיש » דינסטאג מערץ 5, 2013 3:09 pm

· #93240
וואו יידל, ווי אזוי האסטו געוויסט וואס איך גיי זאגן? איך הייב טאקע אן צו טראכטן אז דו ביסט א יודע מחשבות.

געפילטע פיש » דינסטאג מערץ 5, 2013 5:26 pm

· #93361
אויב איז די אנקעטע דורכגעפירט אונטער איידיעל קאנדישענס, יא.

לאמיר פראבירן מסביר צו זיין, על אף וואס דאס דארף נישט שטימען מיר לאגיק, ווייל פאקטיש ארבעט עס.
אויב האסטו א קעסטל עפלעך, טייל עפלעך זענען פריש, טייל זענען פארשימעלט, וויפיל עפליך דארפסטו ארויסנעמען כדי צו וויסן וויפיל פראצענט עפליך זענען פארשימעלט? איינס? זיכער נישט, צוויי? אויך נישט, מאטעמאטיקער האבן זייער וועג פון זאגן, אז אויב נעמסטו ארויס א סעמפעל פון א געוויסע סומע עפלעך, אויב איז עס ארויסגענומען לויטער ראנדאם אן קיין חשבונות אדער בייעס, וועסטו באקומען אקוראטע חשבונות פון גאנץ א קליינע סעמפעל, 95% פראצענט פון די צייט. ד.ה. אז נניח אז דו נעמסט ארויס א סעמפעל פון 1000 עפלעך (פון א קאנטעינער פון טויזענטער אדער מיליאנען), און דו זעסט א געוויסע פראצענט זענען פארשימעלט, וועט 95% פון די מאל (וואס דו מאכסט איבער די אנקעטע) די סעמפעל רעפריזענטירן די ריכטיגע נומבער מיט א מארגין אוו ערראר פון 3% פלוס אדער מיינוס. דאס הייסט אז אויב איז דא דרייסיג פראצענט פארשימעלטע עפלעך, און דו מאכסט איבער די טעסט א הונדערט מאל, וועסטו 95 מאל ארויסנעמען צווישן 270 און 330 פארשימעלטע עפלעך, און צווישן 670 און 730 פרישע. די אנדערע 5 מאל וועסטו ארויסציען א גרעסערע אדער קלענערע נומבער פארשימעלטע. (ד.ה. מער ווי 330 אדער ווייניגער ווי 270).
דאס איז סטאטיסטיקס, און דאס איז שוין יא סייענס.

פארשטייט זיך ס'איז נישט אזוי פשוט, דא קומט אריין אסאך קאלקיולוס און מאטימאטישע און סטאטיסטישע דזשארגאן, וואס איז גיי אייך נישט איינרעדן אז איך קען.

ביי עפלעך פארשטייט זיך עס אביסל גרינגער, אבער ווען ס'קומט צו מענטשען, גלייבט זיך עס שווערער, ווייל דו פרעגסט דאך מיר קיינמאל נישט, און ווער זאגט דיר אז דו פרעגסט נישט פונקט אלע מענטשן וואס האלטן איין וועג און ממילא דיין ריזאלטס ריזעמבעלען נישט די גאנצע פאפולאציע (אדער לייקלי וואוטערס), אבער אויב נעמט מען אין חשבון אלע בייעסעס, און די מענטשען וועם מ'פרעגט זענען עכט ראנדאם, קומט מען צו צו די ריכטיגע (בערך) ריזאלטס.
ביי אנקעטעס קומט צו נאך א זאך, וואס הייסט weighting, ד.ה. אז מ'פרעגט יעדער באטייליגטער ווי אלט ער איז, וויפיל ער מאכט, מאן אדער פרוי, ראסע, רעליגיע, פאליטישע פארטיי, וכו' וכדו', און דערנאך נעמט מען אלעס צאם און מ'קוקט, פון די טויזענט מענטשען וועם כ'האב געפרעגט זענען 400 געווען דעמאקראטן, און 420 ריפאבליקאנער, 60 אינדיפענדענט, און 20 פון די גרין פארטיי, אבער ווען מ'קוקט אן לייקלי וואוטערס, זענען דא מער דעמאקראטן ווי 40%, און ווייניגער ריפאבליקאנער ווי 42%, און ווייניגער ווי 6% פראצענט זענען אינדיפענדענט, ממיילא דארף מען געבן מער געוויכט פאר די 400 דעמאקראטישע תשובות פאר וועמען זיי גייען וואוטען, ווי פאר די ריפאבליקאנער וכו', און נאך א חשבון, אז אינדיפענדענט, אפילו זיי זענען א קליינע פראצענט, איז זייער לייקליהוד צו גיין צו די שטימע בודקעס דאפעלט אזוי הויך, און ממילא דארף מען זיך דאפעלט רעכענען מיט זייער מיינונג, און אזוי גייען די חשבונות ווייטער און טיפער, און יעדער האט זיך זיינע וועגן פון צורעכענען אזוי פאר בייעס, און אזוי פאר לייקלי וואוטערס, אא"וו.

געפילטע פיש » דינסטאג מערץ 5, 2013 5:49 pm

· #93371
דו האסט געפרעגט פריער אזוי:
[ציטאט אראפגענומען]

דאס האב איך דיר מסביר געווען, ווי אזוי ארבעט עס? מיט קאלקיולעישענס וואס זענען טרייען און טעסטעד, און זאכן וואס דו קענסט אויספראבירן ביי דיר אין קיטשען. (דארפסט נאר קויפן אפאר מיליאן עפלעך...)

יאיר » דינסטאג מערץ 5, 2013 7:11 pm

· #93405
[ציטאט אראפגענומען]

דו קענסט מיר מסביר זיין פארוואס דאס אז צייט איז רעלאטיוו איז ווייניגער לאגיש ווי דאס אז צייט איז קאנסטענט אדער ווי דאס אז מאוומענט איז רעלאטיוו? דער חילוק איז אז צו דעם ערשטן זענען מיר נישט צוגעוואוינט וויבאלד עס איז אונז נישט נוגע אין טאג טעגליכן לעבן, און צו דעם צווייטן איז מען יא צוגעוואוינט, ווייל מען באגעגנט עס יעדן טאג, ממילא רעדן מיר זיך איין אז ס'איז מער 'לאגיש'. צוליב די זעלבע סיבה זעט אויס פאר א חרדי'שער איד אז די טעאריע אז די אוניווערס איז זעקס טויזנט יאר אלט איז מער לאגיש ווי דאס אז די אוניווערס איז פערצן ביליאן יאר אלט. די ערשטע האט מען געפרעדיגט אלע יארן, זענען מיר צוגעוואוינט דערצו, און דער צווייטער איז א נייער געדאנק וואס מיר האבן קונה געווען ביים ליינען ספרים חיצונים באהאלטענערהייט אונטער די דאכענע, הערט זיך עס מער מאדנע.

יאיר » דינסטאג מערץ 5, 2013 8:35 pm

· #93430
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב הנאה צו הערן אזא תשובה. רוב חרדי'שע אידן גיבן א מאך מיט די האנט, "ביליאן, שמיליאן, וואס ווייסען די סייענטיסטן." זיי פארגעסן אז מען קען פונקט אזוי חוזק מאכן פון זייער אמונה, "זעקס טויזנט, שמעקס טויזנט, וואס ווייסט די תורה?"
(גראדע האלט איך אז א פופצן ביליאן יעריגע יוניווערס איז נישט קיין סתירה מיט די תורה'דיגע אמונה, אבער דאס איז נישט דער שמועס יעצט).

יאיר » דינסטאג מערץ 5, 2013 8:59 pm

· #93448
מען האט עס שוין עטליכע מאל דיסקוטירט אין קאווע שטיבל. זע דא און דא, וואו איך האב צווישן די בלעטער ציטירט דער באקאנטער מורה נבוכים וואו עס שטייט קלאר ארויס אז כאטש קדמות העולם איז טאקע א סתירה מיט די תורה'דיגע ניסים, דאך איז עס נישט קיין סתירה מיט פרשת בראשית, און מהאי טעמא זאגט ער אז מ'מעג אננעמען פלאטו'ס שיטה אז עפעס א חומר האט אייביג עקזיסטירט, און דער באשעפער האט גענומען דעם חומר און באשאפן די וועלט. ממילא, די סייענטיפישע טעאריעס איבער גיל העולם און אבולוציה וואס איז זיכער נישט קיין סתירה מיט די ניסים, נאר מיט בראשית ברא, אויף דעם קען מען רואיג אננעמען דעם מורה נבוכים אז בראשית מוז נישט זיין כפשוטו, גענוי ווי די פסוקים וואס ווייזן אויף התגשמות ח"ו זענען נישט כפשוטו.

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 5, 2013 9:04 pm

· #93452
רמב"ם (ממי שאמרו) ורמב"ן נפגשו.

יידל » מיטוואך מערץ 6, 2013 1:41 pm

· #93750
ייש"כ געפילטע פארן אזוי שיין צולייגן סטאטיסטיקס נאך בעסער ווי איך וואלט ווען אין מיין ווילדסטען חלום געקענט מסביר זיין. איך וויל אבער נאכאמאל מדגיש זיין אז סטאטיסטיקס איז בלויז א קליינע חלק פון סייענס און די הארטע סייענסעס פארלאזן זיך כמעט נישט אויף סטאטיסטיקס (וועלכע איז נאר א פליגל פון מאטעמאטיקס) נאר אויף מאטעמאטיקס זעלבסט.

[ציטאט אראפגענומען]

איך מיין אז די מיטאס איז נאר די חלק אז דער עפל איז דירעקט געפאלן אויף זיין קאפ. די חלק אז ער האט אנגעהויבן באטראכטן די לבנה ווי אן עפל וועלכע פאלט צום ערד נאכן אבזערווירן אן עפל אראפפאלן פון בוים איז יא אמת (עכ"פ ער אליינס - און זיינע חבירים - שרייבט אזוי).

קאווע טרינקער » מאנטאג מערץ 11, 2013 9:17 pm

· #95839
יידל, זיי מיר מסביר וואס מיינט "כדי צו פארמיידן פלאצעבא אפעקט".
ייש"כ

יידל » מאנטאג מערץ 11, 2013 9:52 pm

· #95846
פלאצעבא אפעקט הייסט אין ענגליש Placebo effect. אודה ולא אבוש, דעם איבערטייטש אויף אידיש האב איך גענומען פון הציץ ונפגע, (וועלכע איז זעט אויס נפגע געווארן און איז פארשוואונדען געווארן ווי אין וואסער אריין) וועלכער האט מיר, אגב, אויך געגעבן דעם געדאנק צו שרייבן איבער'ן סייענטיפישן מעטאד זעענדיג אז עס פעלט פאר געוויסע די יסודות צו קענען פארשטיין פארוואס אנדערע געוויסע לאכן זיך אויס פון אלטערנאטיווע הייל מיטלען און ענדליכע שטותים.

וואס איז דאס פלאצעבא אפעקט? פלאצעבא הייסט עפעס וואס מאכט א מענטש טראכטן אז ער באקומט הילף אויף א געוויסע פראבלעם (פיזיש אדער גייסטיש) און נאר דאס טראכטן אליינס העלפט אים ארויסצוקריכן פונעם פראבלעם. ביי גייסטישע פראבלעמען ארבעט דאס זייער פשוט. ווען א מענטש איז דיפרעסט און מ'רעדט איין פאר זיין מוח אז עס טאר מער נישט זיין דיפרעסט וויבאלד עס באקומט 'מעדעצין' וואס ערלויבט דאס נישט, וועט זיין מוח אויפהערן פראדוצירן די כעמיקאלן וועלכע מאכן אים דיפרעסט. (א גוטער דוגמא פארן באנוץ מיט פלאצעבא אפעקט איז די מעשה פון יענער רבי וועלכע האט געגעבן א ליידיגע קמעיא פאר א פרוי וועלכע איז משוגע געווארן און האט איר געזאגט אז אויב ווען זי וועט עפנען די קמעי' וועט עס זיין אויסגעמעקט, דאן זאל זי וויסן אז זי איז אויסגעהיילט. וכך הוה...) ביי פיזישע פראבלעמען איז די פלאצעבא אפעקט אביסל מער קאמפליצירט, אבער עס איז גאנץ קלאר דאקומענטירט געווארן און סייענטיפקלי אויפגעוויזן געווארן אז עס עקזעסטירט און אז עס קען העלפן. ועיין באשכול המצוין לעיל וואו אנאנים (אויך א טייערער איד איבער וועמען די אראלים האבן מנצח געווען אונז מצוקים און ער האט אפגעטראגן פון שטיבל און איז נישט צום געפונען) האט א שלל לינקס וואו דאס ענין ווער אביסל אויסגעשמועסט. אי"ה כשירחיב (אויב איך און קאווע שטיבל וועלן נאך ביידע לעבן דעמאלטס) וועל איך אויך שרייבן אויף פלאצעבא באריכות ווי עס ברויך צו זיין.

משה געציל » מאנטאג מערץ 11, 2013 10:14 pm

· #95854
דארפסט נישט זיכן א דוגמא פון פארצייטישע קמיעות. די רבי' גלויבערס בזמנינו גייען לכאורה אויך אריין אין די כלל.

ממרום שלח אש » מיטוואך מערץ 13, 2013 6:33 pm

· #96744
די פלאסיבא אפעקט איז אמאל באטראכט געווארן ווי א איינרעדעניש, ווייל קאמען סענס פארשטייט עס נישט, אבער עס איז געווארן אויפגעוויזן מיט די יארן, און היינט וועט אין יעדע ערענסטע סטאדי זיין א קאנטראל גרופע וואס וועט באקומען א פלאסיבא, סקען מיינען א צוקער פיל אדער אפילו א ענליכע באהאנדלונג, נאר אן די סובסטאנץ.

פוןדעסטוועגןדאך » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 3:07 am

· #96968
ממרום שלח אש
די פלאסיבא אפעקט איז אמאל באטראכט געווארן ווי א איינרעדעניש, ווייל קאמען סענס פארשטייט עס נישט, אבער עס איז געווארן אויפגעוויזן מיט די יארן, און היינט וועט אין יעדע ערענסטע סטאדי זיין א קאנטראל גרופע וואס וועט באקומען א פלאסיבא, סקען מיינען א צוקער פיל אדער אפילו א ענליכע באהאנדלונג, נאר אן די סובסטאנץ.
כלומר, אז דאס וואס מען מאכט א קאנטראל גרופע מיט פלאסיבא איז א קלארע ראי' אז די פלאסיבא / איינרעדעניש, האט א כוח.

יידל » דאנערשטאג מאי 2, 2013 7:16 pm

· #111386
אן אינטערעסאנטע ארטיקל טענה'ט אז "די סייענטיפיק מעטאד" עקזעסטירט נישט - אבער סייענס ארבעט נאך אלס. <a class="postlink" href="http://bigthink.com/in-their-own-words/there-is-no-scientific-method">http://bigthink.com/in-their-own-words/ ... fic-method</a>

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 5, 2016 3:29 pm

· #348445
פוןדעסטוועגןדאך
ממרום שלח אש
די פלאסיבא אפעקט איז אמאל באטראכט געווארן ווי א איינרעדעניש, ווייל קאמען סענס פארשטייט עס נישט, אבער עס איז געווארן אויפגעוויזן מיט די יארן, און היינט וועט אין יעדע ערענסטע סטאדי זיין א קאנטראל גרופע וואס וועט באקומען א פלאסיבא, סקען מיינען א צוקער פיל אדער אפילו א ענליכע באהאנדלונג, נאר אן די סובסטאנץ.
כלומר, אז דאס וואס מען מאכט א קאנטראל גרופע מיט פלאסיבא איז א קלארע ראי' אז די פלאסיבא / איינרעדעניש, האט א כוח.

יא. אבער די היילונג עפעקט קומט נישט מכח די כעמיקאלן פון די מעדיצין, וועלכע קומט אויסהיילן אט די באשטימטע קראנקהייט. ווען א נייע מעדיצין ווערט אויספרובירט, קומט די קאנטראל גרופע און ווייזט אויף וואספארא הויכע פראצענט ווערט אויסגעהיילט דורך די פלאסיבא, און נישט דורך די מעדיצין...! אויב די פראצענט איז גענוג הויך, דאמאלס ווענדט עס אפ די ראיה אז די כעמיקאלן אין די מעדיצין האבן געווירקט...וקל להבין...!

ונבנתה העיר » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 5:29 pm

· #349931
און דער פאקט איז אויך נישט אמת...

די זריחה ושקיעה איז פון די ערד'ס ראטאציע אויף איר אייגענע אקסיס.

הקטן » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 7:14 pm

· #349943
און לויט איינשטיין דרייט זיך די זון ארים די וועלט פינקט וואו די וועלט דרייט זיך ארים די זון

שמערל » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 8:43 pm

· #349957
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
ווי אויך פארט די וועלט ארום דיין קאר

Sent from my SM-G935T using Tapatalk

שבת אחים » דינסטאג יוני 13, 2017 7:13 pm

· #374968
זעהט זיך אויס מ׳האט געדארפט זיין אלבערט איינשטיין צו מאכן טאועל-פאפיר...

Four Everyday Items Einstein Helped Create

In addition to his work on relativity, the physicist laid the scientific foundations for paper towels, lasers, and more common products

<a class="postlink" href="http://news.nationalgeographic.com/2017/06/einstein-relativity-lasers-solar-genius-science/">http://news.nationalgeographic.com/2017 ... s-science/</a>

מי אני » דאנערשטאג סעפטעמבער 5, 2019 12:57 pm

· #435806
אין די נושא פון סורוועיס אד״ג [וואו מ׳שאצט א סעמפל פון א גאנצע פאפולעישאן צו ווייזן אויף די פאפולעישאן] איז דא אפאר וועגן ווי אזוי זיי טוהן וועלן א סעמפל [סעמפלינג].

די ערשטע (און פשוט׳סטע) איז פשוט׳ע רענדאם סעמפלינג. דאס הייסט אז איך וועל א סעמפל פונ׳ם פאפולעישאן רענדאם אן קיין שום חשבונות. (אין אלגעמיין ווערן די געוועלטע נישט איבערגעוועלט.)

דערנאך איז דא א סיסטעמאטישע רענדאם סעמפלינג. למשל, אז איך וועל די ערשטע רענדאם און דערנאך פרעג איך יעדע צענטע מענטש וואס קומט אריין וכו׳. די צוויי וועגן זענען אבער נישט קיין פארזיכערונג אז מ׳וועט האבן אן ערכ׳דיגע/פראפארציאנאלע רעפרעזענטאציע פון יעדע גרופע אין די אלגעמיינע פאפולאציע (בפרט טאמער האט מען נישט קיין עקסעס צו א פולע סעמפלינג פרעים; וואו די סעמפל וואס מ׳קען נעמען שטימט מיט די פאפולאציע לפי ערך).

זיך אן עצה צו געבן דערויף קען מען טוהן א סטראטיפייד סעמפלינג. דהיינו, איך צוטייל די פאפולאציע אין גרופעס [סטראטא] און פון יעדע גרופע נעם איך מענטשן עט רענדאם [לפי ערך]. מען דארף זיכער מאכן אז די גרופעס זענען אפגעזונדערט; יעדע מענטש באלאנגט נאר אין איין גרופע. (אדער, אין געוויסע פעלער, צוטיילט מען זיי אין גרופעס און איך וועל גאנצע גרופעס; קלאסטער סעמפלינג).

(ס׳דא נאך מעטאדן וכו׳, און אין יעדע איינס פון די דערמאנטע זענען דא ״סעיפים און סעיפים קטנים״. איך האב נאר געוואלט דאס אביסל אנרירן ווייל מען האט דאס עטוואס דערמאנט אינ׳ם אשכול.)

***

ס׳איז אויך אינטרעסאנט אנצומערקן אז מ׳גיבט אפטמאל א סורוועי אז מ׳זאל דאס ענטפערן אויף א לייקערט סקעיל. דהיינו, אז מ׳זאל ענטפערן די שאלה מיט א נומער פון, למשל, איינס ביז פינף. דאס העלפט אז מ׳קען דאס דערנאך נומעריש [קוואנטיטעטיוו] אנאליזירן (ווי איידער נאר קוואליטעטיוו).

הדסים » דאנערשטאג סעפטעמבער 5, 2019 4:06 pm

· #435817
ש'כח מי אני פארן ארויפברענגען אלטע גוטע סחורה, וועל איך שוין אויך מגיב זיין אויף א נקודה.

יידל
דאס ברענגט אונז צו נאך א פראבלעם וואס איז א שמועס פאר זיך, אז וויבאלד סייענס איז אזוי פארגעשריטן איז כמעט אוממעגליך פאר א נישט-סייענטיסט צו פארשטיין די עומק הדברים פון נייע שטודיעס און דיסקאוועריס. (נעם א דוגמא די היגס באסאן. וויפיל מענטשן קענסטו וואס פארשטייען עס גענוג גוט דאס צו קענען מסביר זיין פאר אנדערע?) דאס ברענגט צו אז ווען א נישט-סייענטיסט הערט א טעאריע, ציעט ער מיט די אקסלן. אבער פאר א סייענטיסט וועלכע האט אלע הנחות קדומות און קען זיך אויס אינעם נושא לאורכה ולרחבה וועט דאס זיין גאר פארשטענדליך און אפילו לאגיש.


לדעתי איז די פשוט'ע הסבר אויף א קאמפליצירטע ענין, אויך א וויכטיגע געפינס.

דהיינו, געווענליך ווען א סייענטיסט איז מחדש א טעאריע, איז ער עס נאר מסביר מיט מאטעמאטיק אדער עבסטרעקט. און יעדער וואס וויל עס פארשטיין, דארף עס לערנען בעיון. אבער מיט די יארן, ווערט דעוועלאופט אן אינטואיטיוו וועג עס צו פארשטיין. און דאס העלפט ארויס די שפעטערע דורות עס צו פארשטיין גרינג, און בויען די קומענדיגע שטאפל אויף דעם.

געוואוסע יוטובער'ס זענען עקספערטן אין דעם, פארשטייט זיך ס'אויך דא וואס ווייסן נישט וואס זיי רעדן.

מי אני » דאנערשטאג יולי 27, 2023 7:56 am

· #532358
עס איז אויך מן הראוי לציין, אז, ווי זיי ברענגען ארויס, זענען דא 6 עטיטוּדס און הנחות וואס ״סייענס״ נעמט אָן מעיקרא:

‏1). דיטערמעניזם - וואו יעדעס זאך, אָן אויסנאם, ארבעט און געשעהט עפ״י געזעצליכע פועל ונפעל

‏2). עמפּיריסיזם - דאס איז דאס אָבּיעקטיווע סיסטעמאטישע מעזשורן און מעסטן זאכן בחוש, ובלא ״קאַמאַן סענס״.

‏3). עקספּערימענטעישאן - דאס איז דאס קאנטראלירטע וועג פון טעסטן, וואו מ׳מאניפּיולירט א חילוק צווישן צוויי קאנדישאנס וואו נאר איין וועריעבּל איז די חילוק צווישן זיי צוויי, אזוי אז א חילוק וואס קומט ארויס אין די דיפּענדענט וועריעבּל, די נפעל ותוצאה וואס מ׳שטודירט, איז בהכרח תלוי אין דעם אינדיפּענדענט וועריעבּל, די פועל וועריעבּל וואס מ׳מאניפּיולירט און איז די איינציגסטע חילוק צווישן די צוויי קאנדישאנס.

‏4). רעפּליקעישאן - אז ווער אימער ס׳גייט נאר נאכטוהן דעם זעלבן עקספּערימענט טעסט, גייט באקומען די גענויע זעלבע רעלייעבּל רעזולטאלטן.

‏5). פּאַרסימאָני - הפשוט פשוט קודם. אז מ׳האט א ברירה צווישן צוויי הסברים אויף א פענאמענאן, וועהלט מען צום ערשט דאס וואס איז מער פשוט און ווייניגער קאמפּליצירט (סיידן אז מ׳האט נישט קיין ברירה עפ״י די דאטא וכו׳).

‏6). פילאזאפישע ספק - דאס איז קיינמאל נישט זיין ענדגילטיג זיכער אז ״דאס״ איז טאקע די גאנצע אמת, פאקט, און הסבר פון די זאך. מ׳דארף כסדר זיין סקעפּטיש, און גיין און פארשן ווייטער און ווייטער.

מי אני » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 8:19 am

· #534113
דאס איז וואס א חשוב׳ער מיטגליד האט מיר געשיקט פּריוואט: 📎 IMG_5737.jpeg 😃
דאס איז ווייל דער צווייטער, ביי זיין רעפּליקעישאן, האט דאך צוגעלייגט א קאַנפאַוּנדינג וועריעבּל פון לערנען זרע שמשון. הגם מ׳קען זאגן אז טאמער האט דער ערשטער געהאט א קאנטראלירטער עקספּערימענט, און די עקספּערימענטעל קאנדישאן האט נאר געטוישט דעם אינדעפּענדענט וועריעבּל פון ר׳ מתיא בן חרש, דאן איז דאך דאס אויפגעוואוזן (עסיוּמינג עס איז דא די נויטיגע סטעטיסטיקעל סיגניפיקענס). און די עפעקט וואס דער צווייטער האט געזעהן ביים דיפּענדענט וועריעבּל פונעם ישועה, איז פשוט מכח ר׳ מתיא בן חרש, און זרע שמשון בלייבט נישט אויפגעוואוזן. אחוץ טאמער גייט מען זאגן אז די דיפּענדענט וועריעבּלס פון ״ישועה״ לחוד, און ״ישועה בשידוך״ לחוד, וואס פאר ״ישועה בשידוך״ דארף מען א פּעקעדזש פון די אינדעפּענדענט וועריעבּלס פון ר׳ מתיא בן חרש צוזאמען מיט׳ן לימוד זרע שמשון.

הכלל, מ׳זאל לערנען דעם ספר זרע שמשון ווייל ס׳איז א גוט ספר; און נישט זיך פארלאזן אויף סגולות וכו׳. דאס דערמאנט אביסל פון @הוגה׳ס אשכול, והגם דא איז דאס נישט איבער דעם אז אנדערע מאכן געלט.

תרמב » דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:55 pm

· #534767
ווער ווייסט, אפשר איז ער געהאלפן געווארן ווייל ער האט צוגעזאגט צו מפרסם זיין...

האסטו א דריטע קאמפאנענט דא... זרע שמשון, מתיא בן חרש, און צוגעזאגט צו מפרסם זיין...

מ'דארף מאכן אן עקספערימענט וואס וואלט געווען אויב ער וואלט געטון די מתיא בן חרש סגולה און מפרסם זיין אבער מיט זרע שמשון, אדער זרע שמשון מיט בן חרש אן מפרסם זיין אדער פארקערט... און דאן וואלט מען געזעהן וואס ברענגט די ישועה...

איין פראבלעם וואלט געווען, אז אויב זאל אויסקומען אז מפרסם זיין מאכט נישט די זאך, דאן וויאזוי וואלט מיר געוויסט אז די סגולה פון מתיא בן חרש און זרע שמשון ארבעט? מ'וואלט בהכרח עס געמוזט מפרסם זיין...

מרדכי מרדכי » דינסטאג אוגוסט 29, 2023 9:17 pm

· #534812
מען דארף מאכן א עקספערימענט אויף די סגולה פון מפרסם זיין. פאלגענד איז א דוגמא פון א אנאנס וואס קען געזעהן ווערן אין אזא פאל "איך האב צוגעזאגט צי מפרסם זיין אין איך בין געהאלפן געווארן"
כ'האב אמאל געדארפט א שטיקל ישועה און איך האב געטראכט צי געבן געלט פאר צדקה אבער צום סוף האב איך מחליט געווען אז נישט און איך בין געהאלפן געווארן, אזוי האב איך עטליכע מעשיות.

ברוך שפינוזה » דינסטאג אוגוסט 29, 2023 11:01 pm

· #534824
מי אני
הכלל, מ׳זאל לערנען דעם ספר זרע שמשון ווייל ס׳איז א גוט ספר;
איז עס טאקע אזא גוט ספר? איך האב אמאל אריינגעבליקט דערין און ס'האט מיר נישט אויסגעזעהן צו הילפבאר, איך קען נישט זעהן וויאזוי ווען נישט די סגולות שבהן אדער ריעל עסטעיט אין גן עדן ווי דו רופסט עס וואלט איינער בכלל אריינגעבליקט אין דיזע ספרים. יא, ס'וואלטן זיכער געוועהן א האנדפול אידעאלאגן וואס וואלטן געוועהן אינטערעסירט אין דיזע ספרים בכל אופן, אבער דאן וואלט נישט געוועהן פראפיטעבל בכלל זיי צו דרוקן.

נפה » מיטוואך אוגוסט 30, 2023 6:46 pm

· #534896
א הערליכע ספר איך פלעג האבן א שיעור דערין פאר יארן ביז עס איז געווארן א סגולה און עס האט מיר פארעקלט

קאצקער » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 9:20 pm

· #535080
[ציטאט אראפגענומען]
באמת שרייבט שוין דער רלב"ג אין מלחמת ה' אז א חומר היולי איז אלטס געווען, הגם ביי אונז קוקט מען עס אהן ממש ווי כפירה ווי מימון שרייבט אינעם וועקער, דאך טרעפט מען שוין עכ"פ אזא געדאנק, ולפי"ז איז נישט אפגעפרעגט וואס די סייענטיסטן זאגן, פונקט ווי דו וועלט קען האבן געווען א בונדל ווייל דאס איז די קלענסטע וואס זיי שטעלן זיך פאר קען ביי אונז האבן געווען א חומר היולי וואס איז ממילא רוחני

מי אני » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 12:13 pm

· #552058
דער מי מנוחות שרייבט, אינעם קאנטעקסט פון זיין אָננעמען קאָפּערניקוס׳ היליאוסענטריזם נגד דזשיאוֺסענטריזם:
אל מי נאמין יותר בטבעיות, אל המחבר ההוא היחיד שהיה טמון בסתר אוהל בית תלמודו, או אל המון חכמים ותוכניים, אשר בלו כל ימיהם בהשנות החכמה ההיא ושמושה, ולהם ניתנה הארץ וכלי מבטות ושארי כלי נסיונות בבית מדרשיהם [אוניווערסיטעטען] והרבה מסעות סביב כדור הארץ והרבה עניינים מופתיים מבררים האמת דומים לזה עד שנתאמתה להם דעה זו בלי חולק ונהייתה כמפורסמות? - הלא ודאי אל כל אלו החכמים נשמע בדבר טבעיי אם אינו מתנגד לתוה"ק.
און ער ברענגט זיך די באקאנטע ראיה פון פסחים צד:

און דאס וואס ער שרייבט ״אם אינו מתנגד לתוה"ק״ איז דאך סתם אזוי ניתן לפירוש. והיינו, אז בכל אופן קען מען מאכן די געפינסן שטימען מיט התוה״ק - און אזוי ווי ער אליין טאקע טוהט מיט די קאָפּערניקען מאדעל, קעגן וועלכע מ׳האט גע׳טענה׳ט אז עס איז זיך מתנגד להתוה״ק. ודון מינה אשארא. וידועים דברי הרמב״ם במו״נ ח״ב פכ״ה לגבי מאכן געפינסן בחכמות הטבעיות שטימען מיט פסוקי התורה וועלכע זעהן אויס פארקערט, ״ולא שערי הפירוש סתומים בפנינו ואין דרכי הביאור נעולים בפנינו״ ע״ש.

דיכטער » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:33 pm

· #552075
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
ס׳איז אינטערעסאנט צו זען ווי אלע האבן זיך, מער/ווייניגער, גאנץ שנעל אן עצה געגעבן מיטן העליאצענטרוס מאדעל, לעומת תורת האבולוציה וואו מען קען נוצן דער זעלבע לאגיק, וצ״ע.

מי אני » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:59 pm

· #552079
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
דיכטער #
ס׳איז אינטערעסאנט צו זען ווי אלע האבן זיך, מער/ווייניגער, גאנץ שנעל אן עצה געגעבן מיטן העליאצענטרוס מאדעל, לעומת תורת האבולוציה וואו מען קען נוצן דער זעלבע לאגיק, וצ״ע.
יא יא. ווי איך האב געזאגט פאר א חבר מיינער, קומט עס מיר פאר ווי די עוואלושאן קאנטראווערסי לגבי רעליגיע והכתוב האלט יעצט (על הכלל כולו) וואו די קאָפּערניקען קאנטראווערסי האט געהאלטן אזא 100 יאר צוריק. און מ׳קען לכאורה עקסטרעפּאלעיטן דאס זעלבע לגבי ביקורת המקרא וועלכע האלט נאך שפעטער אין די סיִקווענס - אין 100 יאר וועט די קאנטראווערסי דערין האלטן וואו די קאנטראווערסי איבער עוואלושאן האלט איצטערט. עס קען זיין אז בהתפתחות המדע וכו׳ ווערן די צייט-דיפערענצן פארקערצערט. :קייןמושג:

כרם זית » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 2:35 pm

· #552085
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
הלואי!

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 3:55 pm

· #552095
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
די שאלה איז, קענען אונז אקצעפטירן עוואולוציע און ביקורת המקרא און נאך אלץ אנהאלטן אזא סארט אידישקייט? (וואטעווער דעט מיענס).

איך טראכט אז נישט. מען האט געקענט אננעמען די זון דרייט זיך נישט ארום די וועלט, און קיינער רעדט נישט קיין סאך דערפון, און אידישקייט גייט אן. אבער אויב נעמט מען אן די די היינטיגע וויסנשאפטליכע מיינונגען, קען מען נישט ממשיך זיין ווייטער אזוי, כנלענ"ד.

אלזא מיין 100 יאר פרעדיקציע איז (פאר די אמעריקענע אידנטום), רוב כלל ישראל וועט טאקע אננעמען די טעאריעס, און זייער אידישקייט וועט זיך אויך טוישן. און א קליינע פראצענט וועט אפילו נישט אריינגיין אין די סארט שמועסן, און וועלן זיך רוקן מער צו רעכטס.

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 4:10 pm

· #552103
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
דיכטער #
ס׳איז אינטערעסאנט צו זען ווי אלע האבן זיך, מער/ווייניגער, גאנץ שנעל אן עצה געגעבן מיטן העליאצענטרוס מאדעל, לעומת תורת האבולוציה וואו מען קען נוצן דער זעלבע לאגיק, וצ״ע.
העליאו-צענטריזם איז זיך גאנץ גרינג מתיישב על הדעת. ספעציעל נאכדעים וואס מ'איז שוין געפארן אין ספעיס. משא"כ אבולוציה (פון דארווינ'ס תורות) וועלכע האט א פאר נקודות אמת. נאר ערגעץ האט עס געכאפט א דריי אויף לינקס. און ס'לויפט נגד השכל.

סקעפטיקער » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 4:18 pm

· #552106
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
א שאד די סייענטיסטן ווייסן נישט פונעם בעל עגלה

אלפא » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 4:30 pm

· #552110
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
מי אני #
דיכטער #
ס׳איז אינטערעסאנט צו זען ווי אלע האבן זיך, מער/ווייניגער, גאנץ שנעל אן עצה געגעבן מיטן העליאצענטרוס מאדעל, לעומת תורת האבולוציה וואו מען קען נוצן דער זעלבע לאגיק, וצ״ע.
יא יא. ווי איך האב געזאגט פאר א חבר מיינער, קומט עס מיר פאר ווי די עוואלושאן קאנטראווערסי לגבי רעליגיע והכתוב האלט יעצט (על הכלל כולו) וואו די קאָפּערניקען קאנטראווערסי האט געהאלטן אזא 100 יאר צוריק. און מ׳קען לכאורה עקסטרעפּאלעיטן דאס זעלבע לגבי ביקורת המקרא וועלכע האלט נאך שפעטער אין די סיִקווענס - אין 100 יאר וועט די קאנטראווערסי דערין האלטן וואו די קאנטראווערסי איבער עוואלושאן האלט איצטערט. עס קען זיין אז בהתפתחות המדע וכו׳ ווערן די צייט-דיפערענצן פארקערצערט. :קייןמושג:
איז עס טאקע ממש אזוי?
עוואלוציע בין איך מסכים איז די בעסטע הסבר אויף 'פאקטן' וואס מ'קען נישט באמת פארלייקענען (פאסילס וכו'.) אזויווי העליאצענטריזם, און גייט פריער אדער שפעטער ווערן די 'נארם', (הגם איך קען נאך גענוג חברה וואס גלייבן יא אז די זון דרייט זיך ארום די וועלט...)

ביקורת המקרא פון די אנדערע זייט איז נישט ממש א סייענס, עס איז אן אפטייטש איבער היסטאריע וועלכע ווערט נישט באמת קאנפירמד אדער אפגעפרעגט. חוץ פון דעם וואס עס איז באמת at odds מיט אידישקייט, נעמליך, אויב די תורה איז א שפעטערע צוזאמשטעל - פאלט דאך צאם די גאנצע 'קבלה מסיני' און כמובן חז"ל'ס רוח הקודש/מסורה און אודאי זייערע אבסאלוטע סמכות (- אין די טראדיציאנאלע פארשטאנד), ובכן זע איך עס יא אלס עפעס וואס קען פארבלייבן 'אונטער די קארפעט' בפרט ווייל עס פראסקעט נישט אין פנים מיט קיין פאקטן.
berlbalaguleh #

העליאו-צענטריזם איז זיך גאנץ גרינג מתיישב על הדעת. ספעציעל נאכדעים וואס מ'איז שוין געפארן אין ספעיס. משא"כ אבולוציה (פון דארווינ'ס תורות) וועלכע האט א פאר נקודות אמת. נאר ערגעץ האט עס געכאפט א דריי אויף לינקס. און ס'לויפט נגד השכל.
וואו דרייט זיך עס לינקס? און וואו איז עס נגד השכל?

אויב מיינסטו דעם פאקט אז מיר שטאמען פון מאנקיס, דאן איז נישטא די 'ערגעץ' וואו די דריי איז געשען, נעמליך, עס איז נישטא די ערשטע 'מענטש' וואס זיין טאטע איז נאך געווען א 'מאנקי'... 😕

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 4:51 pm

· #552116
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
יא: דער פאקט אליין. און ס'איז דא נאך. נאר דאס אליין אז איין טאג האבן געוויסע מאנקיס (טשימפענזי'ס) זיך אויפגעשטעלט אויף 2 פיס און ארויסגעוואקט פון דזשאנגל. איבער דעם האבן די עוואלושיאניסטס אויך א טעאריע אז די זענען געווען די ערשטע האמא-סעפיענס. און א פאר מיליאן יאר שפעטער האבן זיי געטראפן/אנטדעקט א הייל (קעיוו). וואו צו וואוינען. אויך האבן זיי מיט נאך א פאר מיליאן יאר שפעטער אנטדעקט פייער. אויך האבן זיי אויסגעפונען אז ווען מ'בראט אפ דאס פלייש אין פייער האט עס א סאך א בעסער'ן טעם. א זאך וואס זייערע (געוועזענע) ברידערס און שוועסטערס אין דזשאנגל האבן נישט געוויסט.

אפשר לאמיר צו ווארטן נאך א פאר (הונדערט) מיליאן יאר ביז די איבעריגע מאנקיס וועללן ארויסשפאצירן פון דזשאנגל. און די איינציגע מאנקיס וואס וועללן פארבלייבן וועללן זיין די וועלכע וואוינען אין זאא.

נאר ס'איז מיר א סאך גרינגער און ווייניגער קאמפליצירט צו גלייבן אז ס'דא א באשעפער וועלכער האט באשאפן אדם הראשון און זיין ווייב חוה אויף די ערד (נישט אין דזשאנגל). אן ער האט זיי אריינגעגעבן שכל צו קענען דיסקאווערן אלע ווינדערליכע זאכן פון די וועלט. און זעקס טעג מיינט מען ליטעראל 6 טעג. אזוי ווי ס'שטייט אין חומש...! נאר אין די "קריעישן האט דער אייבישטער אריינגעגעבן א דינאמיק אז די נאטור זאל זיך טוישן. אין פארלויף פון הונדערטער אדער אפילו טויזנטער יארן.

מי אני » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 4:58 pm

· #552117
יעקב מעקסוועל #
די שאלה איז, קענען אונז אקצעפטירן עוואולוציע און ביקורת המקרא און נאך אלץ אנהאלטן אזא סארט אידישקייט? (וואטעווער דעט מיענס).

איך טראכט אז נישט. מען האט געקענט אננעמען די זון דרייט זיך נישט ארום די וועלט, און קיינער רעדט נישט קיין סאך דערפון, און אידישקייט גייט אן. אבער אויב נעמט מען אן די די היינטיגע וויסנשאפטליכע מיינונגען, קען מען נישט ממשיך זיין ווייטער אזוי, כנלענ"ד.

אלזא מיין 100 יאר פרעדיקציע איז (פאר די אמעריקענע אידנטום), רוב כלל ישראל וועט טאקע אננעמען די טעאריעס, און זייער אידישקייט וועט זיך אויך טוישן. און א קליינע פראצענט וועט אפילו נישט אריינגיין אין די סארט שמועסן, און וועלן זיך רוקן מער צו רעכטס.
ל״ד. מיינענדיג, ווי דר. ירמיה ברוין ברענגט ארויס, איז הגם עס זעהט אונז כהיום נישט אויס אזוי, איז אבער היִליִאוֺסענטריזם בימיהם געווען אַן ערענסטע פראבלעם לדת ואמונה. אזא סארט ״אויב די (פשט ה)תורה איז נישט גערעכט מיט דעם, ווער זאגט זי איז גערעכט מיט די אנדערע זאכן זי זאגט?״ עס האט געדויערט צייט און קאנטראווערסי ביז דאס האט געטראפן א השוואה. אט די פראבלעם איז דא כהיום לגבי עוואלושאן מיט די תורה ודת, און נאך מער לגבי ביקורת המקרא והדת. (ואפשר אז לגבי עוואלושאן האלט מען מער צום סוף פון די קאנטראווערסי.)

יעצט, כמובן, אז מ׳באטראכט די פראבלעמען וואס עוואלושאן און ביקורת המקרא שאפן פאר דת, פיל מער ווי די פראבלעם קאָפּערניקוס׳ מאדעל שאפט דערצו, אבער מ׳דארף געדענקן די פּרעזענטיזם וואס איז דא אין אזא צוגאנג. מיינענדיג, אז כהיום וואו די קאנטראווערסי איבער קאָפּערניקוס׳ מאדעל איז שוין (מער-ווייניגער) גענצליך פארביי, קען מען דאס באטראכטן, פון אונזער יעצטיגע קוק-ווינקל, וואו דאס איז מעולם נאר געווען א ״קליינע״ פראבלעם לדת און ״גרינג״ משווה צו זיין. אבער עס איז דא א מקום לומר אז אין זייערע אויגן פון אמאל, איז דאס געווען פונקט אזא גרויסע פראבלעם לדת ווי עוואלושאן און/אדער ביקורת המקרא איז אין אונזערס יעצט. וממילא איז פונקט אזוי ניתן להיאמר אז עס וועט מער-ווייניגער אויך טרעפן אַן ענליכן השוואה ווי קאָפּערניקוס׳ מאדעל. און פונקט ווי אין אונזער תקופה איז עס יעצט די מער ״אויפגעקלערטע״ בעלי מחשבה וואס טרעפן די השוואה (לדוגמא הרב דר. נתן סליפקין ודעימיה, און די פארשידענארטיגע מהלכי החכמים פון דיתורה.קאם ודומיהן), איז עס אויך בעצם דעמאלטס אזוי געווען: צום ערשט איז עס געווען די מער ״אויפגעקלערטע״ דתיים, ווי היש״ר מקנדיא וכדומה, וועלכע זענען צוצוקומען צו א השוואה דערין מיט דת, און ערשט דערנאך איז עס שוין געווארן (מער-ווייניגער) נחלת הכלל. וניתן להיאמר אז ענליך וועט זיין לגבי עוואלושאן, ואפילו ביקורת המקרא.

אבער, כמובן, ברויך מען געדענקען מאמר החכם: ״עס איז שווער צו פאראויסזאגן, בפרט איבער דעם עתיד״…
אלפא #
איז עס טאקע ממש אזוי?
עוואלוציע בין איך מסכים איז די בעסטע הסבר אויף 'פאקטן' וואס מ'קען נישט באמת פארלייקענען (פאסילס וכו'.) אזויווי העליאצענטריזם, און גייט פריער אדער שפעטער ווערן די 'נארם', (הגם איך קען נאך גענוג חברה וואס גלייבן יא אז די זון דרייט זיך ארום די וועלט...)

ביקורת המקרא פון די אנדערע זייט איז נישט ממש א סייענס, עס איז אן אפטייטש איבער היסטאריע וועלכע ווערט נישט באמת קאנפירמד אדער אפגעפרעגט. חוץ פון דעם וואס עס איז באמת at odds מיט אידישקייט, נעמליך, אויב די תורה איז א שפעטערע צוזאמשטעל - פאלט דאך צאם די גאנצע 'קבלה מסיני' און כמובן חז"ל'ס רוח הקודש/מסורה און אודאי זייערע אבסאלוטע סמכות (- אין די טראדיציאנאלע פארשטאנד), ובכן זע איך עס יא אלס עפעס וואס קען פארבלייבן 'אונטער די קארפעט' בפרט ווייל עס פראסקעט נישט אין פנים מיט קיין פאקטן.
איה״נ. עוואלושאן איז סיי מער ניתן להוכחות חושיות, לעומת ביקורת המקרא וועלכע איז בהדיא נישט דעמאנסטרעטיוו אויף דעם לעוועל. ווי אויך זענען היִליִאוֺסענטריזם און עוואלושאן צום מערסטענסט סותר פרטי התורה, לעומת ביקורת המקרא צום גאנצן.

אבער מיט דעם אלעם איז ביקורת סיי א פראבלעם פאר דתיים וועלכע עס איז זיי למעשה מער מסתבר, אויף א דייעלעקטיק אופן, די מהלך פון די מבקרים - פונקט אזוי ווי עוואלושאן פאר אַן אלגעמיינעם דתי; עס איז דא א סיבה וואס מ׳ווייסט אז דאס איז א ״פראבלעם״ מיט וועלכע מ׳דארף זיך ״ספּראַווען״. ווי אויך זענען למעשה דא מהלכים (טאקע נאר ביי די מער ״אויפגעקלערטע/לינקע״ דתיים וכנ״ל) צו משווה זיין הדת אפילו עם ביקורת המקרא. וא״כ קען מען עס לכאורה יא צאמשטעלן, אין דעם קאנטעקסט, בחדא מחתא.

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 5:13 pm

· #552121
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
מי אני: נאר העליאוצענטריזם ווערט שוין דעבאטירט אין די גמ' (כ'מיין מס' פסחים) וואו די גמ' ברענגט די מיינונג פון די חכמי ישראל ווס. די מיינונג פון די חכמי אומה"ע. נאר נישט פון פערספעקטיוו פון אמונה. דאס איז בכלל נישט אריינגעקומען אין די ויכוח. נאר אלס ריין סייענטיפישער פאקט.

איי אין די פסוקי התנ"ך (קוהלת און אנדערע) שטייט אז די זון דרייט זיך ארום די וועלט. דאס איז נישט מוכרח. ווייל ס'איז א "פרייע" איבערזעצונג/טייטש. ווס. א ליטעראלע...!

מי אני » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 5:26 pm

· #552124
berlbalaguleh #
העליאוצענטריזם ווערט שוין דעבאטירט אין די גמ' (כ'מיין מס' פסחים) וואו די גמ' ברענגט די מיינונג פון די חכמי ישראל ווס. די מיינונג פון די חכמי אומה"ע.
דאס איז א טעות. די מחלוקת בפסחים צד: איז אז חז"ל האבן געהאלטן פונעם בבל'ישע מאדעל, וואו די וועלט איז פלאך און די רקיע איז א כיפה/דוׂים דערויף, בשעת די חכמי האומות האבן געהאלטן פון תלמי'ס שפעטערע דזשיִאוׂסענטריק מאדעל. ועיין בדברי הרב דר. נתן סליפקין בזה.

וידועים דברי השיטמ"ק בכתובות יג: והובא שם בפסחים בגליון הש"ס, ודברי השבות יעקב (ח"ג סימן כ).

*

אגב, אין זיין ספר אילם, וואו ער נעמט זיך אָן פאר שיטת קאָפּערניקוס, שרייבט דער יש"ר מקנדיה:
ואולם כפי מה ששמעתי מרבי [גאלילעאָ] כך אדבדה נגד מלכים ולא אבוש, שהחכמה המחקרית בפני עצמה והאמונה בפני עצמה, שאנחנו בהיותינו עם המתפלספים צריכים להביא ראיות לדברינו ולא שנאמר "כך קבלנו מאבותינו או כך כתוב בתורתינו", ומצורף שאפילו שההקש השכלי יורה איזה דבר נגד האמונה לא ינגד לה בהחלט עד שיעקור האמונה לגמרי
וכנ"ל, קען מען זיך בעצם אלס אַן עצה געבן אז עס זאל נישט זיין "שיעקור האמונה לגמרי", עכ"פ אין טערמינען פון "דת". (ועיין באשכול זו.)
בלאט: 1 2