☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » הפצת אמונה

הפצת אמונה

167 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9338
בלאט: 1 2 3 4

diff » מאנטאג יולי 27, 2015 7:53 am

· #291991
[ציטאט אראפגענומען]

און אלע האבן מסכים געווען
__
איך ווארט פאר אן ענטפער
diff
רויטע וואנצעס


אדם מוריש איז נאך אלץ נישט קיין ראיה, גענוג טאטעס פארקויפן לאקשן פאר די קינדער, .

קענסט ברענגען א ראי אז אדם מוריש שקר

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 27, 2015 8:13 am

· #291993
א מענטש זאגט זיין קינד אז ער גלייבט אין די מעשה'ס וואס מ'זאגט. ער וועט קיינמאל נישט זאגען אז ער האט עפעס געזען וואס איז נישט ריכטיג. א מענטש זאגט זיין קינד אז דער רעבע זז"ג איז א צדיק. די ווערטער צדיק מיינען גארנישט, ער קלערט נישט אז ס'איז טאקע אמת צו נישט, ער זאגט סך הכל אז אזוי איז איהם באקוועם צו לעבען. דאס איז א ווייטער טריט פון זאגען אז דער אייבישטער אליינס האט זיך באוויזען און אוועק געשטעלט א גאנצע לעבען פאר איהם דורכצומוטשען, ווען די גאנצע אך איז געזויגען פון פינגער.
אפילו אז די טענה פון אין אדם מוריש שקר לבניו איז נישט הונדרעט פערצענט, מ"מ ווען טויזענטער מענטשען האבען עס געטוהן, איז דאס גאנץ אנדעריש. איך ווייס אז @שלום דין טענה'ט פון זיין לעבען אין סקווער אז ס'איז נישט אזוי, אבער דאס אליינס אז אין גאנץ כלל ישראל איז אזוי געשען, אויבערחכמים און תמימות'דיגער, קלוגער און דומער, פון אלע עקען פון וועלט זאגען זיי אז כך קבלו מבית אבותם, איז דאס באוויליגטע בלינדקייט זיך צו מאכען נישט וויסענדיג דערוועגען.
איך האב שוין כמה מאל געקלערט וועגען פארשידענע 'ראיות' צו אמונה, אז דער מכוון איז נישט אזויפיל דער לאגיש'ע ראיה ווי עפעס אנדעריש. ווען א מענטש היט תורה פרומעהייט, ווייל אזוי גלויבט ער איז דא איין זאך. אבער ווען ער קויפט א נייע מאשין און ער וויל וויסען וויאזוי צו ארבעטען דערמיט, ממילא זוכט ער די אינסטרוקציע'ס. ווען מ'וואלט געזוכט דער תורה אויף אזא אופן, אז דער לעבען צינדט זיך נישט אן אז מ'האט נישט די געזעצען וויאזוי איהר באשעפער האט באשטעטיגט, איז דאס אן אנדערע מין גלויבונג און אן אנדערע מין קיום המצוות. ווען מ'האט געזאגט אזעלכע ראיות צו אמונה, האט מען געמיינט אין די 'והשיבות אל לבבך', אז מיט די ראיות און חשבונות טוט מען אריינקריען אין הארצ'ן די זאכען וואס דער שכל איז משיג.

בן חכמוני » מאנטאג יולי 27, 2015 10:22 am

· #292004
מיימון
אויף דעם זאגט דער פסוק ''אותה גברת בשינוי אדרת'', א הערליכן משל מיט טייערע ווערטער אבער דער געדאנק ווערט נישט בעסער ווען מען נוצט א הויכע שפראך.

אין דיינע ווערטער, ווען א געוויסע סעקטע אין אמעריקע טענה'ט אז זיי האבן מקובל פון זייערע עלטערן מיין זיידע דיין זיידע וכו' אז דזשארדזש וואשינגטאן איז נישט געווען דער ערשטער פרעזידענט נאר פארדעם איז געווען דזשעימס בעיקער, און זיי שרייען חי וקיים אזוי שטייט קלאר אין זייער בוך איבערגעגעבן פון דור צו דור טאטע צו קינד יולי 4 אויפדערנאכט וועט דיר דאס קנאפ אויסמאכן ווייל אמעריקע איז נישט עקסקלוסיוולי צו די סעקטע נאר געהער אייניג צו אלע וואס האבן זיך געדרייט דא אין יענע תקופה, און היות מיר ווייסן נישט פון אזא זאך צו זאגן אינטערעסירט אונז נישט וואס די מאדנע פארשוינען פארפירן.
זייער ריכטיג, און אט דאס איז מיין פוינט. די אטעאיסטן וואס האבן זיך אנגערוקט די קארגע צוויי הונדערט צוריק זענען פונקט ווי די דזשעיס בעיקער חברה. און פאר די זעלבע סיבה פארוואס עס איז אין פאקט נישט פארהאן אזא דזשעימס בעיקער סעקט, נעמליך די פאקט אז היסטאריע קען מען נישט לייקענען, פאר די זעלבע סיבה זענען די אטעאיסטן וואס האבן יא גענומען דעם סטעפ און געלייקענט היסטאריע, אפגעפרעגט מעיקרא. געזאגט און גארנישט געזאגט.

מימון
און אויב דו וועסט זאגן אז דאס איז ווייל מיר האבן פרוף אויף פארקערט, וואס וועסטו זאגן ביי אלע אנדערע לעגענדעס וואס דרייען זיך צווישן פארשידענע סעקטעס און רעליגיעס, דו גלייבסט יעדע זאך וואס עמיצער פארקויפט?
ווייט נישט. לענגענדע איז א מעשה ווי אז וואשינגטאן האט געטרינקען קרענבערי דזשוס בשעת ער האט באקומען די באשטעטיגונג אז ער ווערט פרעזידענט. מעגליך אמת, מעגליך נישט. אנדערע וועלן זאגן אז זיי האבן אים געזעהן טרינקען גרעיפ-פרוכט דזשוס. אבער די געשיכטע עס עי האול וואס האט זיך אפגעשפילט דארט איז נישט צו לייקענען, און פאר דעט מעטער איז אפי׳ נישט אפ צו קענען ווערן געלייקענט.

מימון
א זאך וואס מיר ווילן באשטעטיגן היסטאריש דארף מען האבן דערויף רעלעוואנטע ראיות וואס זאלן דאס באשטעטיגן, און אזוי לאנג ווי מיר האבן נישט די ראיות וועט נישט העלפן וויפיל זיידעס עס האבן דערויף מעיד געווען.
איך דיסעגרי שטארק. אויב האלטסטו אז איך קען זאגן ״ליגנט״ אויף היסטארישע געשעהענישן און מיט דעם דיך באויפטראגן צו ברענגען פרוף אויף פארקערט, לא שבקת חיים לכל בריה. עס איז אונטער דיין סטענדערט נישטא קיין וועג וויאזוי אויפצעווייזן עניטינג.

די צווייטע וועלט מלחמה. ביסט דארט געווען? ניין. דיין זיידע זאגט? ער איז א ליגנער. האסט בילדער? זיי זענען פאלטש. טרעפסט פארברענטע טאנקען? זיי זענען אהין געשטעלט געווארן. א.א.וו. פארשטייט זיך אז די טענות זענען מכלל נישט קיין טענות, נאר ענדערש נארישע קינדערישע גערעדעכצער. איך קען אלץ פארפירן אז דו לעבסט באמת נישט. איי דו לעבסט? דו מיינסט אזוי. דו ביסט באמת נישטא.

מימון
נאר וואס, א זאך וואס גייט אריבער אין א פאלק מדור לדור ווייזט געווענליך אויף א אלטע מסורה, כאטש פילע מאל איז דאס שוין היבש פארדרייט דורכאויס די יארן, אבער א זאך וואס דארף צו זיין א אוניווערסאלע טראדיציע איז מאדנע צו זאגן אז אלע מענטשן האבן דאס פארגעסן, אריינגערעכנט די אור אלטע פעלקער און די אייראפעאישע פעלקער, און בלויז ביי א קליין פאלק אין מיטל מזרח איז פארבליבן די ריינע מסורה, אין די צייט וואס ביי זיי אליין איז די תורה געווען אפגעהיטן אויף זייער א שוואכן פארנעם, דער כוזרי שרייבט אז ווען משה רבינו איז געקומען צו פרעה און געזאגט אז מיר זענען יעצט 500 יאר נאכ'ן דור הפלגה האט ער דאס נישט אפגעלייקנט, און דאס איז א ראיה אז דאס איז געווען א באוואוסטע זאך, דער פראבלעם איז אבער אז אין די אלטע מצרי'שע כתבים געפינען מיר נישט אזא זאך, און דארט ווערט אויסגערעכנט א שושלת וואס גייט צוריק צו פאר'ן מבול, און עס איז שטארק מעגליך אז ווען משה וואלט ווען געזאגט די זאכן פאר פרעה וואלט ער אים גוט אויסגעלאכט.

דאס מיינט נישט אז די ווערטער פון די תורה זענען נישט אמת, עס זענען דא אסאך מהלכים צו פארענטפערן די פסוקים הערליך שיין, אבער צו ברענגען א ראיה וויבאלד מיר ווייסן דאך איז זייער נישט ריכטיג, ווייל אויב וואלטן מיר געוואוסט וואלטן מיר זיך נישט געדארפט יעצט טענה'ן, דער פראבלעם איז אז מיר ווייסן נישט, און כדי צו טראכטן ראציאנאל נעמען מיר זיך ארויס פונעם וועג וויאזוי מיר זענען געוואוינט צו טראכטן, און מיר קוקן מיט א ברייטערן בליק, מיר פרעגן זיך, איז דאס טאקע אזוי פשוט? דאן פארוואס איז דאס נישט פשוט פאר 6.9 ביליאן מענטשן, און אנשטאט זאגן אז זיי זענען אלע טפשים, לאמיר טראכטן באמת וויאזוי און אויב מען קען זיי דאס אויפווייזן, און אויב קען מען דאס נישט אויפווייזן פילייכט קענען מיר באזירן אונזער הערליכע אמונה אויף מער קאנקרעטע באזיסן.
איך פארשטיי נישט פונקטליך די צווי פאראגראפן, אבער די ווערטער אין באלד זענען עקסעקטלי מיין פוינט. אונז דארף מיר ווען זיך נישט צו טענה׳ן. היסטאריע איז מציאות. איטס נאט אפ פאר ארגומענטעישאן.

מיימון » מאנטאג יולי 27, 2015 10:30 am

· #292007
ליטוואק פון בודאפעסט
א מענטש זאגט זיין קינד אז ער גלייבט אין די מעשה'ס וואס מ'זאגט. ער וועט קיינמאל נישט זאגען אז ער האט עפעס געזען וואס איז נישט ריכטיג. א מענטש זאגט זיין קינד אז דער רעבע זז"ג איז א צדיק. די ווערטער צדיק מיינען גארנישט, ער קלערט נישט אז ס'איז טאקע אמת צו נישט, ער זאגט סך הכל אז אזוי איז איהם באקוועם צו לעבען. דאס איז א ווייטער טריט פון זאגען אז דער אייבישטער אליינס האט זיך באוויזען און אוועק געשטעלט א גאנצע לעבען פאר איהם דורכצומוטשען, ווען די גאנצע אך איז געזויגען פון פינגער.
אפילו אז די טענה פון אין אדם מוריש שקר לבניו איז נישט הונדרעט פערצענט, מ"מ ווען טויזענטער מענטשען האבען עס געטוהן, איז דאס גאנץ אנדעריש. איך ווייס אז שלום דין טענה'ט פון זיין לעבען אין סקווער אז ס'איז נישט אזוי, אבער דאס אליינס אז אין גאנץ כלל ישראל איז אזוי געשען, אויבערחכמים און תמימות'דיגער, קלוגער און דומער, פון אלע עקען פון וועלט זאגען זיי אז כך קבלו מבית אבותם, איז דאס באוויליגטע בלינדקייט זיך צו מאכען נישט וויסענדיג דערוועגען.
איך האב שוין כמה מאל געקלערט וועגען פארשידענע 'ראיות' צו אמונה, אז דער מכוון איז נישט אזויפיל דער לאגיש'ע ראיה ווי עפעס אנדעריש. ווען א מענטש היט תורה פרומעהייט, ווייל אזוי גלויבט ער איז דא איין זאך. אבער ווען ער קויפט א נייע מאשין און ער וויל וויסען וויאזוי צו ארבעטען דערמיט, ממילא זוכט ער די אינסטרוקציע'ס. ווען מ'וואלט געזוכט דער תורה אויף אזא אופן, אז דער לעבען צינדט זיך נישט אן אז מ'האט נישט די געזעצען וויאזוי איהר באשעפער האט באשטעטיגט, איז דאס אן אנדערע מין גלויבונג און אן אנדערע מין קיום המצוות. ווען מ'האט געזאגט אזעלכע ראיות צו אמונה, האט מען געמיינט אין די 'והשיבות אל לבבך', אז מיט די ראיות און חשבונות טוט מען אריינקריען אין הארצ'ן די זאכען וואס דער שכל איז משיג.

קיינער זאגט טאקע נישט איך האב אליינס געזען, מען זאגט נאר אז אזוי שטייט אינעם בוך, מיין טאטע און זיידע האבן קיינמאל נישט געזאגט ביים סדר אז אזוי האבן מיינע עלטערן געזען ביי יציאת מצרים, נאר זיי האבן נאכגעזאגט די הגדה און פארטייטשט, דער מהלך צו פארציילן פאר די קינדער אז אזוי האט מיין זיידע געהערט פון זיין זיידע איז א נייע וועג וואס איז געווארן פארשפרייט דורך זען דעם געדאנק אין חינוך און כוזרי, פאקטיש האבן מיר נישט קיין שום מסורה אויף כמעט גארנישט, מיר ווייסן נישט פון וועלכן שבט מיר קומען אדער צו מיר שטאמען בכלל פון אידן אדער גרים, דיין זיידע וועט דיר נישט וויסן צו זאגן אויב ער איז געווען אין ירושלים ביים חורבן אדער אין רוים, אדער צו ביי די גזירות תתנ''ו איז זיין קהילה באטראפן געווארן אדער נישט, מיר ווייסן כמעט גארנישט איבער אונזער מסורה בלויז דאס אז מיר שטאמען פון רש''י... אונזער ווייטסטע מסורה גייט צוריק ביז'ן בעל שם טוב, אין הלכה איז יעדע זאך באשטימט געווארן נאך א שקלא וטריא אין די מקורות, פון תפילין לייגן ביז זמן שבת, יעדע זאך כמעט איז געווען דערויף מחלוקת און קיינער האט נישט געזאגט אז ער האט דערויף א מסורה.

דאס אז אלע יודן אין אלע עקן וועלט גלייבן דאס איז בכלל נישט מער געזאגט, זיי גלייבן דערין פאר די זעלבע סיבה, זיי האבן אלע די זעלבע תורה באקומען, און זיי קומען אלע פון איין פלאץ, און להבדיל די קריסטן האבן אויך אנהענגער אין די פארשטופטסטע עקן פון די וועלט, זיי זאגן אלע נאך פון איין בוך דעריבער איז דאס נישט מעלה און נישט מוריד.

דאס אז די תורה מאכט דאס לעבן שווער איז טאקע א גוטע ראיה פאר די וואס מאכן די תורה שווער, מיר ווייסן אבער אז דרכיה דרכי נועם, די תורה איז זייער גרינג צו האלטן אויב איז מען איר מקיים אויפ'ן ריכטיגן וועג, די זאכן אין די תורה אליינס וועלכע זענען פאר אונז שווער זענען עפ''י רוב געווען פשוטע און אנגענומענע זאכן אין די מזרח לענדער פון יענע צייט, די תורה האט אויסגעשטעלט א לעבנס פלאן וועלכע איז איז פיל גרינגער און פשוטער ווי די ארומיגע רעליגיעס, און עס האט נישט געדארפט זיין קיין פראבלעם דאס אנצונעמען איו יענע צייט.

מיר גלייבן אין די תורה נישט ווייל אזוי האט מען מיר פארציילט, מיר גלייבן דערין ווייל מיר זענען איבערצייגט דערין, מיר זענען איבערצייגט אז עס איז דא א באשעפער, מיר זענען איבערצייגט אז דער באשעפער האט אונז געגעבן דורך זיינע שליחים א לעבנס וועג וויאזוי זיך צו פירן, און מיר זענען איבערצייגט אז היטן דעם דאזיגן וועג אויפ'ן ריכטיגן אופן וועט אונז פירן צום שלימות און גרעסטע גוטס, מיר זענען אבער נישט איבערצייגט אז דער באשאפער פון דער גאנצער וועלט האט נישט געזארגט פאר זיינע איבריגע באשעפענישן, און עס איז מעגליך אז ער האט זיי געמאכט גלויבן אין פאסירונגען וואס האבן נישט פאסירט פאר זייער טובה וועגן, פונקט אזוי ווי עס איז מעגליך אז ער האט אונז געמאכט גלויבן פאר אונזער טובה.

-----
מפיץ (בשינוי השם) האקט

מיימון » מאנטאג יולי 27, 2015 11:02 am

· #292022
הרב חכמוני

איך בין נישט קיין אטעאיסט און איך ווייס נישט וואס אטעאיסטן זאגן, איך פרעג בלויז אויף דיין הנחה אז עס איז א פשוטע היסטארישע פאקט, מנא לך? איך פונקט ווי נאך ביליאנען מענטשן ווייסן נישט די פאקטן וואס וואלטן געדארפט זיין באקאנט פאר יעדן (איך רעד פון בריאת העולם וכו') און מיר פרעגן פארוואס זאגסטו אז דאס איז פשוט? מיר האבן קיינמאל נישט געהערט דערפון! און אז דיין זיידע האט דיר דאס פארציילט איז דאס נאכנישט מחייב דעם אמעריקאנעם אדער רוסישן מענטש צו גלייבן מער ווי די אינדישע און כינעזע לעגענדעס.

דאס וואס דו זאגסט אז מען קען נישט אויפווייזן היסטאריע איז א טעות, עס זענען דא אסאך וועגן, דער בעסטער וועג איז אויב מיר געפינען שריפטן פון יענע צייט וואס באשטעטיגן דאס, און וואס פריער אין צייט אלס מער דארפן מיר האבן דאס צו באשטעטיגן, פריסטער יאהאן איז אויך דא בריוו פון יענע צייט, דעריבער פעלט זיך אויס מערערע שריפטן וואס איינס איז נישט תלוי אין צווייטן וכו', און מען קוקט נאך די היסטאריע פון ארומיגע לענדער צו זען אויב עס שטימט, מען גראבט פאר ארכעאלאגישע באווייזן, און אזוי איז דא פיל ארבעט צו טון, בלויז גלייבן ווייל אזוי האט איינער געזאגט איז נישט קיין היסטארישע פאקט.

די תורה איז פארשטייט זיך אויך א וויכטיגע היסטארישע דאקומענט, און טראגט א גרויסן חשיבות אין פארשטיין די פאקטן, אבער כדי צו אויפווייזן דערפון היסטאריע פעלט זיך אויס דערויף גרונטליכע אנאליזן פונקט ווי יעדן היסטארישן מקור, דאס וואס מיליאנען גלייבן יעצט דערין מאכט נישט אויס לגבי היסטאריע.

ירא שמים » מאנטאג יולי 27, 2015 11:07 am

· #292024
@מיימון איז לאמיר הערן פון דיר וואס יא ? אויף וואס איז אייער אמונה געגרינדעט ? איר האט עפעס א מהלך ?

שמערל » מאנטאג יולי 27, 2015 11:55 am

· #292041
Re: הפצת אמונה
די סיבה פארוואס איך בין סקעפטיש אז א פיש אין סקווער האט גערעדט, איז נישט ווייל די מענטשן וואס האבן עס געזען\פארציילט זענען נישט באגלייבט ביי מיר, איך בין בכלל נישט קיין סקעפטיקער.
פארקערט ווייל איך בין איך בין איבערגעצייגט - פון עקספיריענס אז פיש קענען נישט רעדן, וועל איך נישט ווערן סקעפטיש דערין אפילו אויב וועלן מיר טויזענט מענטשן פארציילן אנדערש.

והנמשל ...

שמערל » מאנטאג יולי 27, 2015 11:57 am

· #292042
Re: הפצת אמונה
בכלל דער רמב"ם לייקנט אין מעמד הר סיני, ער האלט אז עס איז נישט פארגעקומען בפועל, נאר עס איז געווען א מעמד נביאה בפרטיות פאר אלע אידן.

chaims » מאנטאג יולי 27, 2015 11:59 am

· #292044
Re: הפצת אמונה
שמערל
בכלל דער רמב"ם לייקנט אין מעמד הר סיני, ער האלט אז עס איז נישט פארגעקומען בפועל, נאר געווען א מעמד נביאה הפרטיות פאר אלע אידן.

קענסט ברענגען א מקור צו דעם?
אדער דו האקסטס סתם אין קאפ

I can't believe I just said that...

רוסישער » מאנטאג יולי 27, 2015 12:56 pm

· #292056
עיין היטיב מו"נ ח"ב פל"ב-ל"ג, דער דעה וואס @שמערל זאגט ווערט דארטן געבראכט בשם 'דעת המון הפתאים'...

הקטן » מאנטאג יולי 27, 2015 4:12 pm

· #292110
מיימון
ווען א געוויסע סעקטע אין אמעריקע טענה'ט אז זיי האבן מקובל פון זייערע עלטערן מיין זיידע דיין זיידע וכו' אז דזשארדזש וואשינגטאן איז נישט געווען דער ערשטער פרעזידענט נאר פארדעם איז געווען דזשעימס בעיקער, און זיי שרייען חי וקיים אזוי שטייט קלאר אין זייער בוך איבערגעגעבן פון דור צו דור טאטע צו קינד

דו פארשטייסט אז די געוויסע סעקטע דארף זאגן אז זיי האבן מקובל פון זייערע עלטערן מיין זיידע דיין זיידע וכו' אז דזשארדזש וואשינגטאן איז נישט געווען דער ערשטער פרעזידענט.
אויב זאל ער זיך סתם אויף שטעלן און פרעגן אויף אנגענימענע היסטערי עס וואו נא איט (אפשר איז קלאמבעס נאר געקימען מיט איין שוף) איז ער אן אויסגעלאכטער פאר דאס טרייען צו זאגן.
די האנטיגע כופרים האבן אלע געהאט זיידעס וואס האבן נאר געוויסט די ווערסיע פין היסטערי וואס שטייט און די הגדה.
סיי אידען און סיי גוים

הקטן » מאנטאג יולי 27, 2015 4:13 pm

· #292111
שמערל
בכלל דער רמב"ם לייקנט אין מעמד הר סיני, ער האלט אז עס איז נישט פארגעקומען בפועל, נאר עס איז געווען א מעמד נביאה בפרטיות פאר אלע אידן.

אזוי זעען אויס אסך פין די תגיבות דא.

בן אדם » מאנטאג יולי 27, 2015 4:19 pm

· #292113
אין נועם אלימלך דאכט זיך שטייט אויך אזא געדאנק, אז יציאת מצריים איז נישט געווען ממש בפועל, נאר אזא מין העכערע כוח הרגשה וכו'

...Only joking

מיימון » מאנטאג יולי 27, 2015 5:28 pm

· #292135
הקטן

די פעלקער איבער די וועלט האבן נישט קיין מסורה וואס זאגט אז אלעס וואס שטייט אין די תורה איז אמת, דאס וואס זיי גלייבן איז בלויז פון א פארגרייזטע ווערסיע פון דעם ספר התורה וואס די שליחים פון די נוצרים האבן געברענגט צו זיי, צו זאגן פון דעם אז דאס איז פשוטע היסטאריע איז א ווייטער מהלך.

לאמיר פארלייגן אז איך בין א גר אן קיין מסורה, וואס זאל מיך מאכן טראכטן אז דער פאלק יודן איז די איינציגסטע וואס ווייסן דעם ריכטיגן היסטאריע אין די צייט וואס אלע פעלקער וואס האבן געלעבט די לעצטע טויזנטער יאר און האבן געשריבן און געפארשט האבן נישט קיין שום ידיעה דערוועגן, איז דאס מסתבר? און אויב וועסטו זאגן אז ווייל מיינע עלטערן האבן מיר אזוי פארציילט זאל איך גלייבן, האב איך געזאגט אז איך גלייב זיי נישט, זיי האבן מיר פארקויפט אסאך טעותים, און זיי האבן נישט קיין שום מסורה ביז עטליכע דורות ארויף וויאזוי זייער זיידע האט געהייסן, און צי ער האט בכלל געשטאמט פון יודן, סך הכל האט ער אויך נאכגעזאגט דעם חינוך וואס אסאך יודן זאגן נאך, מסורה איז דאס נישט.

לגבי דעם רמב''ם און מתן תורה. די דעה אז עס איז געווען בלויז במעמד הנבואה איז די קיצוניות'דיגע ראציאנאלע מהלך אין רמב''ם וואס האבן געהאלטן דער נרבוני און כספי און נאך ספרד'ישע פילאזאפן, למעשה איז פשטות דברי הרמב''ם נישט אזוי, אבער אפילו אזוי איז אויך לויט'ן רמב''ם געווען זייער ווייניג, אין מו''נ ח''ב פל''ג שרייבט ער אז די יודן האבן בלויז געהערט א קול איינמאל, און משה רבינו האט דאס פאר זיי מסביר געווען, דער קול אליין איז נישט קלאר אויב דאס איז געווען א קול ממש באויר אדער איז נאר געהערט געווארן אין זייער קאפ (עי' באגרות הרמב''ם מהדו' הרב שילת עמ' תר''פ באגרות מסופקות, ופלא שרש''י הלא-רציונלי בש''ב כ''ג ב' משמע שהרוח נכנס בתוך הנביא ומדבר בו). לויט'ן רמב''ם איז דער עיקר געווען אנכי ולא יהיה לך מפי ה''גבורה'' שמענום בגבורת המופת, מיט שכל'דיגע ראיות און הוכחות, דאס איז לויט'ן רמב''ם דער עיקר פארוואס מיר גלייבן און מתן תורה איז נאר א הילף דערצו.

געוואלדיג » מאנטאג יולי 27, 2015 6:33 pm

· #292155
מיימון
לויט'ן רמב''ם איז דער עיקר געווען אנכי ולא יהיה לך מפי ה''גבורה'' שמענום בגבורת המופת, מיט שכל'דיגע ראיות און הוכחות, דאס איז לויט'ן רמב''ם דער עיקר פארוואס מיר גלייבן און מתן תורה איז נאר א הילף דערצו.


דו ווייסט וועלעכע? אפשר פארצייל אונז.

דעת תורה » מאנטאג יולי 27, 2015 7:36 pm

· #292176
Re: הפצת אמונה
אין מיין רמב"ם שטייט אז דער עיקר איז געווען דער מעמד הר סיני. בכלל בגבורת המופת האט נישט - און איז נישט במציאות צו שאפן - קיין הוכחות אויף א דת, נאר אויף די פאקט אז ס'איז דא א גאט. מעגליך עס קען אפילו צייגן (וויאזוי? דער רמב"ם מאכט דאך אוועק עני איבער נאטורליכע הוכחות ווי די מכות וכדו' וואס אנדערע ראשונים נוצן מוכיח צו זיין) אז דער בורא איז אינוואלווד אין זיין וועלטל און ער האט איר נישט מפקיר געווען. מעגליך מען קען פראוון דעם רמב"ם'ס שטארקע יסוד אז אינו גוף ולא ישיגוהו משיגי הגוף, אבער צו מוכיח זיין אז משה אמת ותורתו אמת? וויאזוי?

הקטן » מאנטאג יולי 27, 2015 9:28 pm

· #292239
מיימון

קיינער זאגט טאקע נישט איך האב אליינס געזען, מען זאגט נאר אז אזוי שטייט אינעם בוך, מיין טאטע און זיידע האבן קיינמאל נישט געזאגט ביים סדר אז אזוי האבן מיינע עלטערן געזען ביי יציאת מצרים, נאר זיי האבן נאכגעזאגט די הגדה און פארטייטשט, דער מהלך צו פארציילן פאר די קינדער אז אזוי האט מיין זיידע געהערט פון זיין זיידע איז א נייע וועג וואס איז געווארן פארשפרייט דורך זען דעם געדאנק אין חינוך און כוזרי

מיימון אויב דיין טאטע האט נישט געזאגט זאג דו אויך נישט.

ס'פעלט נישט אויס דו זאלסט דאס זאגן פאר דיינע קינדער.
נישט דיין זאגן דאס מאכט דאס דער מסורה
די בוך שרייט שוין געניג הויך.
דו בוך זאגט למען תספר באזני בנך ובן בנך.
דו בוך זאגט שוין עבדים היינו לפרעה במצרים

דיין זון און אייניקעל וועט שוין אליין מאכן דעם חשבון אז טאטי טוט עס נאר ווייל זיין טאטע און זיין זיידע האבן אויך אזוי געטון.
און חדר וועט ער שוין הערן אז אויך זיין פרענדס טאטע האט געזאגט פין די זעלבע בוך און האט אויך געגעסען אפיקומון זכר פאר דעם קרבן פסח
ער וועט זיך אויך טרעפען אין די הגדה מיט תנאים וואס זענען נאך געווען אין די צייט פין בהמ"ק

דיין זון דארף אפילו נישט אז די זאלסט היינט גלייבן וואס דו זאגסט, פין זיין זייט אויס קנעסטו זיין א כופר אדער האבן א ספק אויב ס'איז טאקע אזוי געווען.
ער וועט וויסען אז דיינע פארגייערס האבן דאס געגלייבט און דו טוסט וואס זיי האבן געטוען.
ער וועט אויך פארשטיין, אויב ער וועט ווילען פארשטיין, אז דאס האט זיך נישט אנגעפאנגען פון מענטשען וואס האבן געוויסט אז דאס איז א בלויזע שקר.

און היות די בוך זאגט זייער קלאר און אויף זייער זייער אסך וועגן אז דו זאלסט דאס געדענקען, איבער געבען פאר דו קינדער און אייניקלעך
דו בוך איז אויך פיל מיט סימבאלישע זאכן וואס מען זאל אלץ טון אז דאס זאל נישט פארגעסען ווערן ווי מזוזה תפילין פטר חמור פדיון הבן קר"ש צוויי מאל א טאג.
איז אויב קימט איינער און וויל עפעס אנפאנגען ניי און הייסען מאכן א פסח שטימט דאס פשוט נישט מיט וואס דער בוך וואס ער פארקויפט זאגט.
לויט דער בוך מיז איך דאס שוין וויסען און פראקטערצירן נאך אסך פאר דער נייער שטערן איז דאס מגלה -
איז ווילסטע זאגן אז אלע אינזער זיידעס (בערך 3 דורות פין מענטשען, זיידעס טאטעס און קינדער) זענען געווען א באנדע ליצים, און וואלגערען זיך פאר געלעכטער אין קבר, און האבן אינז פארקויפט א היסטערי וואס איז ביינדינג און זייער אסך שווערע וועגן, בו בעת אז זיי האבן געוויסט אז דאס איז בלאף און שקר???
ס'איז מער מסתבר צו זאגן אז קאלאמבעס איז נישט געקימען מיט 4 שיפען נאר מיט 400 פערד

וואו איז דער קליין הייפעלע שלא כרעו לבעל וואס האבן נישט אויף געסיינט אויף די ליצנות קאנספעראציע
אידישע היסטאריע איז פיל מיט די וואס האבן נישט געגאנגען און שפאן און דאס אלס איז רעקארדיריט
קיינער פין וואס מיר ווייסען האבן נישט געזאגט אז אידען זענען נישט ארויס פין מצרים אין באקימען תורה שבכתב דארט דארך גאט אליין.

הקטן » מאנטאג יולי 27, 2015 10:24 pm

· #292251
רוסישער
עיין היטיב מו"נ ח"ב פל"ב-ל"ג, דער דעה וואס @שמערל זאגט ווערט דארטן געבראכט בשם 'דעת המון הפתאים'...

ח"ו
אויף דעם וועט דער רמב"ם נישט זיך באגעניגען און שרייבן "דעת המון הפתאים"
דאס איז כפירה ממש!

chaims » מאנטאג יולי 27, 2015 10:27 pm

· #292252
Re: הפצת אמונה
הקטן
רוסישער
עיין היטיב מו"נ ח"ב פל"ב-ל"ג, דער דעה וואס @שמערל זאגט ווערט דארטן געבראכט בשם 'דעת המון הפתאים'...

ח"ו
אויף דעם וועט דער רמב"ם נישט זיך באגעניגען און שרייבן "דעת המון הפתאים"
דאס איז כפירה ממש!

האסט געקוקט וואס דער רמבם שרייבט דארט?

I can't believe I just said that...

רוסישער » מאנטאג יולי 27, 2015 10:32 pm

· #292254
די תגובה פון מיימון האט מיר אויפמערקזאמגעמאכט אז איך בין דער וואס האט ניט פארשטאנען דער מו"נ, בעט איך מחילה פון הרב @שמערל

הקטן » מאנטאג יולי 27, 2015 10:39 pm

· #292255
מיימון
לויט'ן רמב''ם איז דער עיקר געווען אנכי ולא יהיה לך מפי ה''גבורה'' שמענום בגבורת המופת, מיט שכל'דיגע ראיות און הוכחות, דאס איז לויט'ן רמב''ם דער עיקר פארוואס מיר גלייבן און מתן תורה איז נאר א הילף דערצו.

@שמערל פאר דו האסט געגעבן דו לייק האסטו נאך געקיקט דער מורה?

@מיימון דער רמב"ם זאגט דאס נישט!
דער רמב"ם איז מסביר מיט וואס איז אנדערש אנכי ולא יהיה לך פארוואס פינקט דאס האבן מיר געהערט פין גאט אליין וואו עס שטייט און חז"ל און נישט דארך מושה.
איז דער רמב"ם מסביר ווייל אזאך וואס שכל זאגט אזוי איז און דעם נישט דא קיין יתרון דארך נביאה און וועגן דעם האט דאס גאט אליין געזאגט - וואס דאס איז שוין גאר א גרויסער יתרון איז אויף דעם געווען
אתה הראת לדעת

הקטן » מאנטאג יולי 27, 2015 10:57 pm

· #292256
והוא אמרם אנכי ולא יהיה לך מפי הגבורה שמענום,
רוצים בזה שהם הגיעו אליהם כמו שהגיעו למרע״ה ולא היה מרע"ה מגיעם אליהם
וזה ששתי אלו השרשים, ר״ל מציאות האל, והיותו אחד
אמנם יושג בעיון האנושי,
וכל מה שיודע במופת, משפט הנביא בו ומשפט כל מי שידעהו שוה, אין יתרון.
ולא נודעו שני השרשים האלה מצד הנבואה לבד,
אמרה התורה אתה הראת לדעת וגו


אויב ווילסטו איך זאל דאס טייטשען שרייב מיר אין אישי און איך וועל עס טיישען דא פארן עולם

מיימון » דינסטאג יולי 28, 2015 12:16 am

· #292289
דער רמב''ם שרייבט אז די יודן האבן נאר געהערט א קול אן קיין טייטש, און משה רבינו האט זיי איבערגעזאגט וואס השי''ת וויל, ביי אלע אנדערע מצוות האבן זיי געגלייבט משה וויבאלד זיי האבן נישט אליין משיג געווען אז מ'דארף היטן שבת וכדו', אבער אנכי ולא יהיה לך, ד.ה. די אמונה אין א איינציגן גאט האבן דאס די יודן אליין פארשטאנען וויבאלד דאס זענען זאכן וואס מ'קען אליין צוקומען דערצו דורך חקירה, דער אויסדרוק ''גבורת המופת'' שטייט נישט דארט אבער אזוי האבן עס פארשטאנען דער עקרים ח''ג פי''ח און עקידה און אלע ראשונים, זע אויך אין דרשות הר''ן דרוש ה' נוסח אחר וואו ער איז זיך מתמרמר אויפ'ן רמב''ם דערוועגן. (דער לשון הרמב''ם אין יתרון וכו' מיינט אז כאטש לויט זיין מהלך איז נישט געווען קיין חילוק צווישן די צוויי דברות און די איבריגע, פונדעסטוועגן שרייבן חז''ל מפי הגבורה שמענום וויבאלד די צוויי האבן די יודן אליין משיג געווען מעצמם פונקט ווי משה, און עס איז נישט קיין חילוק אויב מען ווייסט דאס בנבואה אדער במופת דער מכוון איז דער זעלבער. בכל אופן דער דיון איז נישט געווען בדעת הרמב''ם, דער רמב''ם איז זיכער א יחידאה אין דעם).

לגבי די שיטה אז מתן תורה איז געווען בלויז א חזיון זע אין אברבנאל במו''נ ח''א פ''ה גאר שארפע ווערטער אנטקעגן דעם נרבוני און אפודי, דאס איז זיכער נישט דער פשוטער טייטש אין רמב''ם, כאטש ס'לאזט זיך דעבאטירן איבער דעת הרמב''ם באמת.

לויט'ן רמב''ם איז חקירה גענוג צו איבערצייגט ווערן אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, און לגבי די תורה איז דער רמב''ם מסביר באריכות אז די תורה איז דער בעסטער וועג צו לעבן כדי צו פירן מענטשן צום שלימות וואס איז לויט אים התבוננות בסתרי הבריאה און אויפהייבן דעם שכל ביז דער שכל קומט צו צום שלימות, לויט חסידות איז דאס ענליך צו דערהייבן דעם נפש מיט השתוקקות צום באשעפער, די תורה איז דער וועגווייזער וויאזוי צו האלטן א געמיינדע אויף די ריכטיגע רעלסן, און צו דערמאנען דעם מענטש נישט נאכגעשלעפט צו ווערן נאך דעם חומר. דאס איז מער ווייניגער דעת הרמב''ם.

לגבי אמונה ביצ''מ, עס איז אמת אז מיר גלייבן אין די תורה, און מיר גלייבן אין יציאת מצרים, פאקטיש ווערט יציאת מצרים דערמאנט אין די נביאים עמוס און הושע וואס כו''ע מודים אז זיי זענען פון גאר פריע צייטן, און עס איז זיכער אז דאס איז א אלטע אנגענומענע מסורה ביי כלל ישראל פון אירע ערשטע שטאפלען, מיר גלייבן דערין פונקט אזוי ווי מיר גלייבן אין די גאנצע תורה, אבער פון דארט ביז דאס צו מאכן א הוכחה שאי אפשר להפריכה איז א מהלך, און דאס אז מיליאנען מענטשן גלייבן אין א בוך אדער מעשה מאכט דאס נאכנישט פאר פשוטע פאקטן, דער וואס האט נישט די מסורה, אדער ער האט קשיות וואס פרעגן אפ די מסורה, אדער סתם אזוי ער וויל זיך איבערצייגן אז מיר זענען טאקע די איינציגסטע אויסגעקליבענע פאלק אויפ'ן כדור הארץ מיט די קלארסטע מסורה, איז דאס נישט גענוג אים צו מאכן גלייבן, ער וועט טענה'ן איר גלייבט די מעשה וואס שטייט אין דעם בוך, איך גלייב דאס נישט, און איך האב נישט קיין סיבה דאס צו גלייבן מער ווי יעדע אלטע מעשה ביכל, קיין עדות דערויף זענען נישט דא בלויז אז דאס איז גאר א אלטע טראדיציע, און אזעלכע זענען פארהאן אסאך. און בפרט לגבי בריאת העולם וואס דארף ווען צו זיין באקאנט לויט דעם אין די גאנצע וועלט, און איז למעשה נאר צו געפינען ביי איין פאלק פון וואס מיר שטאמען פונקט, איז שווער צו זאגן אז די קבלה מדור דור פון אידן מאכט דאס פאר פשוטע היסטאריע.

לגבי די טענה וויאזוי מען האט געקענט איינרעדן מענטשן, וועט א מכחיש טענה'ן אז די מסורה איז אריבערגעגאנגען דורות לאנג, און במשך די יארן איז צוגעקומען שטיקלעך דא און דארט ביז נאך אסאך יארן איז דאס געווארן אנגענומען פאר פשוט, פונקט אזוי ווי פארשידענע פיקציע מעשיות זענען אויסגעברייטערט געווארן במשך די יארן (כדוגמת הגולם מפראג), און בימים ההם איז דאס געווען פיל גרינגער ווי היינט, ווי מיר זעען אז פאר די נביאי הבעל איז געלונגען איינצורעדן דעם עולם אותות ומופתים וואס זיי האבן אלע געגלייבט, און די קריסטן האבן געגלייבט פארשידענע דמיונות איבער זייערע סעינט'ס. מיר קענען נישט בויען קיין היסטארישע פאקט לויט וויפיל מענטשן עס גלייבן דערין, נאר לויט וויפיל ראיות מיר פארמאגן.

הקטן » דינסטאג יולי 28, 2015 1:15 am

· #292306
איך וואלט געבעטן אז ווען די ברענגסט א שטיקל ברענג אויך א לינק דערצו.
אויב נישט וועט באלד קימען איינער און זאגן אז די רמב"ם האלט אז דאס וואס ס'שטייט און גמרא אז פרחה נשמתם בשעת מתן תורה איז נאר א משל און דער רמב"ן מיט איצא גליק זענען שטארק חולק

מיימון
(דער לשון הרמב''ם אין יתרון וכו' מיינט אז כאטש לויט זיין מהלך איז נישט געווען קיין חילוק צווישן די צוויי דברות און די איבריגע, פונדעסטוועגן שרייבן חז''ל מפי הגבורה שמענום וויבאלד די צוויי האבן די יודן אליין משיג געווען מעצמם פונקט ווי משה, און עס איז נישט קיין חילוק אויב מען ווייסט דאס בנבואה אדער במופת דער מכוון איז דער זעלבער.

איך ווייס נישט וואו אזוי די ביסט אן געקימען צו אזא פשט, ער זאגט נישט "אין יתרון" פין די ערשט צוויי דיברות אין די אנדערע
פארקערט, ער קימט דא מסביר זיין פארוואס די צוויי זענען טאטעלי אנדערש וואו די אנדערע
און דוקא ביי די צוויי איז נישט דא קיין פארצאג פאר מושה איבער די אידען

נעווער מיינד, א יעדער קען אליין זעהן דעם רמב"ם

diff » דינסטאג יולי 28, 2015 11:11 am

· #292350
די תורה טאר נישט געטוישט ווערען אפי' איין אות
פ"ו ניצט די נישט אויך דאס אלס ראי' אז די גוים היטן נישט ז מצוות
פונוואען ווייסטו וואס איז גוט פאר מיר

געוואלדיג » דינסטאג יולי 28, 2015 11:14 am

· #292352
מען טאר נישט ארבעטן שבת.

הקטן » מיטוואך יולי 29, 2015 9:22 am

· #292539
diff
די תורה טאר נישט געטוישט ווערען אפי' איין אות
פ"ו ניצט די נישט אויך דאס אלס ראי' אז די גוים היטן נישט ז מצוות
פונוואען ווייסטו וואס איז גוט פאר מיר


צו וועם שרייבסטו דאס?
צו וואס ווילסטו ברענגען א ראי'


"פונוואען ווייסטו וואס איז גוט פאר מיר"
וואס מיינסטו?

בן חכמוני » פרייטאג יולי 31, 2015 1:16 am

· #293045
מיימון
הרב חכמוני

איך בין נישט קיין אטעאיסט און איך ווייס נישט וואס אטעאיסטן זאגן,
איך הייס נישט מפיץ, איך בין נישט מפיץ און סיידן וויל איך זיין אפיליאירט מיט דעם בריה. איך האב בלויז געטראפן א שיין דיסקוסיע אין א נושא וואס איך האב ליב און איך בין אין די גיסטע צו דיבעיטן דערין. איך זוך נישט צו ראטעווען פארבלאנדזשעטע, אויפקלערן אפגעפארענע אדער אפי׳ שטארקן ערליכע; איך בין פלעין זיך דא צו ענדזשויען.

איך האב נישט אויפגעברענגט די אטעאסיטן צו לעיבלען עניבאדי. ח״ו איך זאל אזאנס טון! איי דזשאסט וואנדעט טו מעיק די פוינט אז זיי זענען לכאורה די ערשטע כת וואס האט געטראסקעט מתן תורה אין די מיסט קאסטן און דורכדעם זענען זיי די כת וואס טענה׳ן אז דזשעימס בעיקער איז געווען דער ערשטער פרעזידענט. קריסטניזם האט נישט פראבירט צו לייקענען מתן תורה, איסלאם האט נישט פראבירט ווייל היסטאריע קען מען נישט איבערשרייבן. ביז עס האבן זיך אנגערוקט די אטעאסיטן און געמאכט עדולטס קענען פרעגן די קינדערישע פראגע פון ״ווער זאגט אז דזשארדזש וואשינגטאן האט עקסזיסטירט״ און זיי זאלן נאך אלץ ווערן עקסעפטעד אין סאוסייעטי.

מימון
איך פרעג בלויז אויף דיין הנחה אז עס איז א פשוטע היסטארישע פאקט, מנא לך? איך פונקט ווי נאך ביליאנען מענטשן ווייסן נישט די פאקטן וואס וואלטן געדארפט זיין באקאנט פאר יעדן (איך רעד פון בריאת העולם וכו') און מיר פרעגן פארוואס זאגסטו אז דאס איז פשוט? מיר האבן קיינמאל נישט געהערט דערפון! און אז דיין זיידע האט דיר דאס פארציילט איז דאס נאכנישט מחייב דעם אמעריקאנעם אדער רוסישן מענטש צו גלייבן מער ווי די אינדישע און כינעזע לעגענדעס.

דאס וואס דו זאגסט אז מען קען נישט אויפווייזן היסטאריע איז א טעות, עס זענען דא אסאך וועגן, דער בעסטער וועג איז אויב מיר געפינען שריפטן פון יענע צייט וואס באשטעטיגן דאס, און וואס פריער אין צייט אלס מער דארפן מיר האבן דאס צו באשטעטיגן, פריסטער יאהאן איז אויך דא בריוו פון יענע צייט, דעריבער פעלט זיך אויס מערערע שריפטן וואס איינס איז נישט תלוי אין צווייטן וכו', און מען קוקט נאך די היסטאריע פון ארומיגע לענדער צו זען אויב עס שטימט, מען גראבט פאר ארכעאלאגישע באווייזן, און אזוי איז דא פיל ארבעט צו טון, בלויז גלייבן ווייל אזוי האט איינער געזאגט איז נישט קיין היסטארישע פאקט.

די תורה איז פארשטייט זיך אויך א וויכטיגע היסטארישע דאקומענט, און טראגט א גרויסן חשיבות אין פארשטיין די פאקטן, אבער כדי צו אויפווייזן דערפון היסטאריע פעלט זיך אויס דערויף גרונטליכע אנאליזן פונקט ווי יעדן היסטארישן מקור, דאס וואס מיליאנען גלייבן יעצט דערין מאכט נישט אויס לגבי היסטאריע.
מיין דיסעגרימענט מיט דיר איז אז דו פארשטייסט אז היסטאריע דארף פרוף. אז איך פארצייל דיר א היסטארישע געשעהניש דארף איך קומען מיט בעקאפ.

מיין מיינונג איז אז היסטארי איז פאקט. פאקט דארף נישט פרוף. עס איז וואס עס איז. און איך וועל זיך פראבירן צו ערקלערן: פיקטשור א לאנגע טשעין. וועלכע קייטל שטייט ביים אנפאנג פון די טשעין, די אויף די רעכטע אדער די אויף די לינקע? די תירוץ אוודאי איז עס איז נישטא קיין אנפאנג אדער סוף, אדער ביידע זענען די אנהייב און סוף. אזוי איז היסטאריע. מענטשהייט איז איין לאנגע טשעין וואס הגם עס האט זיך נישט אנגעהויבן היינט איז עס קאנעקטעד אויף א וועג וואס די סוף איז פונקט אזוי די אנהייב.

יעצט שטעל זיך פאהר די לינקע טשעין פרעגן , ״ווער זאגט איך בין קאנעקטעד צו די רעכטע טשעין?״ איך קוק אן די פראגע מאדנע ביז גאר. וואס הייסט ווער זאגט? ווער זאגט א טיש איז א טיש; ער איז קאנעקטעד צו אים. דאס מאכט דאך אים א לאנגע טשעין. ער קען פרעגן, סיז א פרי קאנטרי, אבער עסיז קיין פראגע נישט און בלויז גערעדט לופט.

דו לאך אין דיין טעאריע איז אין מיין מיינונג נאכאלץ די פאקט אז פרעגן קען מען אייביג. דו ביסט טאקע צופרידן פון ארכיאלאגישע באווייזן און בריוועלעך, און קודאוס. אבער קוק, זעה נאר ווי שמערל וויל אפי׳ נישט גלייבן פאקטן ווילאנג ער זעהט עס מיט די אויגן. גאנץ ברוקלין קען אים פארציילן א געשיכטע, אבער והוא לא יכרע ולא ישתחוה. און, נישט נאר וואס אויף דיר קען פרעגן וואס גלייבסטו בריוון וואס? פאלט דיר נישט איין אז זיי זענען פאלטש? ארכיאלאגישע באווייז? קען מען דען וויסן אויף זיכער פון ווען זיי זענען? וכהנה, נאר אויף שמערל איז אויך שווער: ווען דו זעהסט יא דעם פיש רעדן ווער זאגט דו זעהסט גוט? דער פיש רעדט באמת נישט און דו האסט סיאינג פראבלעמס.

דאס זענען מיינע פראבלעמען מיט די טעאריע אז מען קען פרעגן ״ווער זאגט?״ אויף היסטארי.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 31, 2015 12:09 pm

· #293093
איך האב ערשט יעצט באמערקט דער תגובה פון @מיימון צו וואס איך האב געשריבען, אבער @הקטן האט שוין פיין פארענטפערט. א חלק פונ'ם יסוד פון די טענה פון דער כוזרי און דער חינוך איז אז די גאנצע גלויבונג מוז קומען פון די תורה. וויבאלד נבואת משה רבינו איז אמיתי, און דער אייבישטער האט זיכער געגעבן א תורה פאר איהם צו געבן צו די אידען, ממילא איז אלס אמת. נישט אז מיר האבען א מסורה אויף יעדער פרט ופרט.

און די תורה איז נישט א 'בוך', וואס מ'קען ליצנות מאכען פון דער וואס גלויבט בלינדעהייט אין א פאר שטיקלעך פאפיער. מ'האט אראפגעשריבען א נבואה, א גילוי פונ'ם אייבישטער, וואס דאס איז א צוזאג אויפ'ן צוקונפט, א עדות אויפ'ן עבר, און א געטליכע באשרייבונג וויאזוי צו לעבן א לעבן אין די וועלט אויפ'ן סאמען בעסטן אופן. מ'האט דאס ארפאגעשריבען אויף פאפיר, אדער פארמעט, אבער אנצורופען דער תורה א 'בוך' איז ווי אנצורופן א קאנטראקט פון מיליאנ'ער דאללארען דער זעלבע שטיקעל פאפיער ווי א קינדער בוך. און מיר גלויבען אין דעם ווייל מ'האט געזען ווי מ'גיבט איבער נבואה פאר משה רבינו.

שבת אחים » פרייטאג יולי 31, 2015 12:33 pm

· #293097
אבער ליטוואק, אונז חסידים האבן געזעהן "גרויסע נסים" און רוח הקודש און "אפענע נבואות" ביי אסאך חסידי'שע רבי'ס וואס האבן ממש געלעבט לעצטענס, און וויאזוי קענסטו דעס יא אוועקמאכן, און און ווען מ'פארציילט דיר כמעט די זעלבע מעשה, א זאך וואס איז געשעהן מיט טויזענטער יאהרן צוריק, האלטסטו זיך אן פעסט?????

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 31, 2015 12:54 pm

· #293103
Re: הפצת אמונה
פון ערגעץ האסטו דא געמאכט אן עילוייש'ע צושטעל און א שפרינג. איך ווייס נישט וואס דו ווילסט פון מיר. א מאמין עפ''י אות ומופת יש בלבו דופי. א מאמין עפ''י גילוי נישט. יעצט וואס פרעגסט דו?

שבת אחים » פרייטאג יולי 31, 2015 1:19 pm

· #293105
ליטוואק פון בודאפעסט
פון ערגעץ האסטו דא געמאכט אן עילוייש'ע צושטעל און א שפרינג. איך ווייס נישט וואס דו ווילסט פון מיר. א מאמין עפ''י אות ומופת יש בלבו דופי. א מאמין עפ''י גילוי נישט. יעצט וואס פרעגסט דו?


וואס איך וויל פון דיר? זייער פשוט,
הער אויס ווילאנג דו גלייבסט זאכן אן קיין שום האַפט און אן קיין שום עווידענס רייס נישט אראפ אנדערע וואס גלייבן זאכן וואס איז נישט לויט דיין געשמאק, איך ווידער גלייב נישט אין כמעט קיין איין זאך וואס מאכט נישט קיין סענס און סאיז נישטא קיין אימפּיריקעל עווידענס!
דאס אלעס!.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 31, 2015 3:10 pm

· #293126
Re: הפצת אמונה
דער סבה פארוואס איך גלייב נישט אין דיין מעשה'ס איז גאר ווייל איך גלייב אין תורה. ווען דער תורה הייסט נישט קיין ברענען די הענט אין פייער פאר חבלי משיח, דעריבער איז עס נאנסענ''ס. דאס גלייבען אין שטותים כדי צו קענען גלייבען אין תורה איז אבסער''ד

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 31, 2015 3:12 pm

· #293128
Re: הפצת אמונה
עמפיריקע''ל עווידענ''ס איז נאר איין מהלך. דער רמב''ם האט געהאלטען אז ס'איז נישט אויסגעהאלטען, ווי אויך אריסטו ובני בריתו. אלזא, דער חילוק צווישען אמונות טפלות מיט שכל'דיגע אמונה איז נישט צו ס'איז עמפיריע''ל אויסגעהאלטען, נאר צו ס'איז לאגיש אויסגעהאלטען

שבת אחים » פרייטאג יולי 31, 2015 3:31 pm

· #293133
.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 31, 2015 3:33 pm

· #293134
Re: הפצת אמונה
קוק צוריק אין דיין תגובה. 'אפענע נבואות' מיט 'גרויסע נסים'
יעצט וואס איך זעה ווייטער דיין תגובה איז מיר פשוט נישט אינטרעסאנט צו האנדלען מיט דיר. דיין בלינדע אמונה אין 'סייענטיפיק עווידענס' און דער מאנגל דערפון איז מיר א שוואכער common sense נאר א באקוועמליכער גלויבונג, און מ'זעט טאקע ביי אסאך אפיקורסים אז זיי גלויבען בלינדעהייט אין occam's razor א זאך וואס איז סתם א באקוועמליכקייט, נישט קיין שכל און נישט קיין חכמה.

שבת אחים » פרייטאג יולי 31, 2015 3:45 pm

· #293136
ליטוואק פון בודאפעסט
קוק צוריק אין דיין תגובה. 'אפענע נבואות' מיט 'גרויסע נסים'


איך האב געזאגט אז איך גלייב אין דעם?

איך פארשטיי נאר נישט וואס איז אנדערש דיינע גלייבונגען מיט יענעמס וואס דו ביסט פארנומען אפחוזקן, אנטשולדיגט מיין טייערער דיינע אמונה אין מעמד הר סיני פון טויזענטער יאהרן צוריק איז אסאך שוואכער ווי מיין טאטע האט מיר געזאגט אז ער אליינס האט געזעהן אפענע רוח הקודש און ניסים און נפלאות ביים אמרי חיים זצוק״ל און ביים סקלענער רבי זצוק״ל און ביים ריבניצער זצוק״ל וואס איז א כלי ראשון!

שבת אחים » פרייטאג יולי 31, 2015 4:03 pm

· #293138
.

געוואלדיג » פרייטאג יולי 31, 2015 7:53 pm

· #293162
שבת אחים
און נישט אויף א אלטע ביכל וואס מ׳ווייסט נישט פונקטליך ווער עס האט עס געשריבן ביזן היינטיגע טאג,


דו מיינסט מיט דעם די תורה?

ירא שמים » מוצ"ש אוגוסט 1, 2015 10:02 pm

· #293165
Re: הפצת אמונה
יא דאס מיינט ער !!!

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש אוגוסט 1, 2015 10:06 pm

· #293167
Re: הפצת אמונה
מ'קען טאקע זאגען פאר דער (אפ)פיצער די פירות פון זיין גאווה. אז איינער וויל גלייבען באבע מעשה'ס פונ'ם אמרי חיים, קען ער נאר מיט חוזק מאכען פון די תורה.

ירא שמים » מוצ"ש אוגוסט 1, 2015 10:09 pm

· #293168
הפצת אמונה
מוזט נישט גלייבן די מעשיות אויפן אמרי חיים אבער פארוואס פונקטליך האסטו מחליט געווען אז סאיז באבע מעשיות ?! האסט עם דען געקענט ?!

שבת אחים » מוצ"ש אוגוסט 1, 2015 10:10 pm

· #293169
געוואלדיג
שבת אחים
און נישט אויף א אלטע ביכל וואס מ׳ווייסט נישט פונקטליך ווער עס האט עס געשריבן ביזן היינטיגע טאג,


דו מיינסט מיט דעם די תורה?


הרב@געוואלדיג,
חס ושלום!, לאמיר זאגן אז מ׳רעדט דא פון די נייע טעסטעמענט און די קוראַן, אונזער תורה ווייסט דאך יעדער אז ס׳איז געגעבן געווארן קעגן מיליאנען עדי ראי׳ וואס האבן עס צוגעזעהן מיט זייער אייגענע אויגן, און וויאזוי קען איך אפילו רעדן אויף די תוה״ק אויף וואס מיינע עלטערן און אור עלטערן האבן געהיטן אזוי געטריי און אנגעהאלטן אזוי פעסט אזויפיל טויזענטער יאהרן אפילו אין די שווערסטע אומשטענדען.

און אז איך רעדט שוין יא מיט אייך וויל איך אייך פערזענליך באדאנקען פארן נושא בעול זיין און זיין אזא געטרייע גבאי נאמן בישראל עס איז באמת א כבוד צו האבן אזא חשובע ניק ווי אייך אלץ א גבאי אין קאווע שטיבל.

הערטס אויס איך האב עפעס א צווייטע ברירה כ׳מוז מיך חנפנ׳ן מיטן גבאי׳ן מ׳ווייזט דאך מיר שוין דעם טיהר דא... 🙂 😃

זאג, נאך א זאך, יעצט איז נישט די גיטע צייט צו בעטן רשות אריינצוגיין אין מאחורי? אמת??? 😂 😂 😂

זאל איך צוריק קומען נאך לאָנטש???

עני וועי א גרויסע ייש״כ הרב געוואלדיג, איר מאכט באמת א ״געוואלדיגע״ ארבעט און מיר האבן זייער הנאה פון אייך!!!! 👍

מצוה גדולה ליהות בשמחה תמיד 😂 🙂 ספעציעל אין די געהויבענע צייטן פון חמשה עשר באב, נישט אזוי??? 😎

בן חכמוני » מאנטאג אוגוסט 3, 2015 1:57 am

· #293480
שבת אחים
איך גלייב נישט קיין שום מעשיות . . . וואס איך קען נישט אליינס זעהן מיט מיינע אייגענע אויגן!
ביז דער דיין וועט דער פאסקענען אז יענער דארף דיר נישט אפגעבן די $10,000 דאלער ווייל ״איך האב עס [די מעשה הלואה] נישט געזעהן מיט מיינע אייגענע אויגן״.

הקטן » מאנטאג אוגוסט 3, 2015 10:32 pm

· #293669
שבת אחים
איך גלייב נישט קיין שום מעשיות... וואס איז נישט באזירט אויף קיין פאקטן און האט נישט קיין שום מקור און וואס איך קען נישט אליינס זעהן מיט מיינע אייגענע אויגן!

זאג, דו האסט שוין געזען א פיש ווערן א פייגעל?

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 4, 2015 12:12 am

· #293692
סייענטיסטן האבן געטראפן גענוג און נאך Transitional Fossils אריינגערעכענט Tiktaalik וואס איז א האלבע פיש און א האלבע ליזארד!
עס איז דא אין די Fossil Record און יעדער קען זיך איבערצייגן די ווארהייט דערפון!


נעם אין באטראכט אז 99.99999 פראצענט זאכן וואס האבן אמאל געלעבט ווערט נישט Fossilized און פראפעשעינאל Paleontology איז קוים 200 יאר אלט, ווען די טעאָריע פון עוועלאציע איז ארויס געקומען אין דארווינס צייטן זענען אלע לייקענער געוועהן פארנומען וועגן די missing links אין די fossil record, ס׳איז דא פול מיט אלטע ביכער וואס חוזקן אפ פון עוועלאציע און זאגן אז זיי וועלן קיינמאל נישט טרעפן די missing links! זייט דעמאלסט האלטן סייענטיסטן אין איין טרעפן די missing links, היינט רעדן זיי שוין נישט אזוי ווייל מ׳האט געטראפן גענוג און נאך!!!

אויב ווילסטו דעבאטען עוועלאציע אפשר זאל מען אריבערגיין צו יענע אשכולות, זוך עס אויף ווייל איך האב ווייניג נערווען פאר דעם יעצט!

געוואלדיג » דינסטאג אוגוסט 4, 2015 12:16 am

· #293694
אין די לעצטע 6 טויזענט יאר, ווייסטו פון איין פאקט וואס עפעס האט זיך אנטוויקלט מער, ווי א פיש געווארן א פייגל וכדו' ?

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 4, 2015 12:42 am

· #293700
געוואלדיג
אין די לעצטע 6 טויזענט יאר, ווייסטו פון איין פאקט וואס עפעס האט זיך אנטוויקלט מער, ווי א פיש געווארן א פייגל וכדו' ?


דעס ווייס איך נישט צו ס׳איז געשעהן אין די לעצטע זעקס טויזענט יאר, איך בין נאכנישט אזא גרויסער ת״ח און איך בין נישט קיין פראפעסאר אין ביאלאגיע!

אבער סיינעטיסטן קענען דיר ווייזן גענוג און נאך Species וואס האבן זיך געטוישט אין אונזער לייף טיים למשל מ׳האט גענומען ליזארדס פון איין אינזל און זיי ארויפגעלייגט אויף אנדערע אינזל אין די מעדיטערעינען אינזלען זיי האבן געגעסן אנדערע עסען און זיי האבן זיך אינגאנצן געטוישט אין אפאר דורות!

געוואלדיג » דינסטאג אוגוסט 4, 2015 12:54 am

· #293701
וואס מיינט אינגאנצן געטוישט?

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 4, 2015 1:37 am

· #293702
זייער גאנצע אויסזעהן,
בלאט: 1 2 3 4