אז זייער לאגיק, פון די נארט קארעא נייעס אגענטורן וואס רעדן און ווייסן נישט וואס זיי רעדן, איז זייער ענליך צו די לאגיק פון די אלע וואס רעדן אין לב טהור און ווייסן נישט וואס זיי רעדן.
יהודי שפוי, גיב נאר א פרעג נתן העלבראנץ, אין די קאסטאם שיך פראדיצירערס, צו ס׳איז אמת צו נישט. ארז אלברנס, וועט נאך איינטאג גראמען מיט סוף גנב לתליה, די קאנאדישע אוטוריטעטן האבן שוין אויף אים א פראפיל. איין טרייסט האט ער אבער, אז די סאטמערע וועלן אים דינגען אדוואקאטן, ווייל ער איז נעבעך א קרבן פון די ציונים
איך פארשטיי אינגאנצען נישט, וויאזוי גייט דאס צו? אויב למשל וויל אן אמעריקאנער נטורי קרתא'ניק וואס איז אפגעפארן, מאכן אן עליה קיין ארץ, קענען משפחה מיטגלידער זיך אריינמישן אין זאגן טשיילט עבויז פאר די קינדער? כמיין אפשר זאל מען לעגאל קענען שטערן א סאטמער'ע חסיד פין שיקן זיין קינדער קיין בעלזא מטעם טשיילד עביוז? עפעס רעכטן קומען זיך דאך פאר עלטערן נישט אזוי?
דא איז נישט די שאלה צו די עלטערן האבן אנרעכט צו טוישן די גלויבונג פון די קינדער, די פראבלעם דא איז אז דער העלבראנץ שטעטל איז א סכנה פאר די קינדער, וויבאלד דארט גייט פאר אביוז, פיזיש ווי אויך מסוגיא דמאחוריי, ממילא האבן די פאמיליע און די רעגירונג אמטן א ״חוב״ דאס אפצוהאלטן און עס באהאנדלען ווי פיקוח נפש ממש
אפדעיט: ירדן: די קינדער האט מען אוועק גענומען היינט פון די עלטערן אין אוועק גענומען די רעכטן פון די עלטערן צו די קינדער, אין די עלטערן זענען איצטער אין קאסטעדי ביי מדינת ישראל
עצץ האלטס אז די "מדינת ישראל" איז עצם הסטרא אחרא, כל פרצות הדור וכו' וכו', נו, וי אזוי זענט עטץ מסביר אז די זעלבע מדינת ישראל איז די ערשטע צו פארבאטן קהילת לב טהור, צו אפהאלטן משפחות פון קומען דארט. מיילא, א חבדניק, קען דאך זאגן "יכין רשע וצדיק ילבש", און דורך די תינוקות שנשבו וועט קומען די גאולה במילא אויך א 'גאולה פרטית' פון לב טהור, אבער עצץ אלץ סאטמארע אידן (אדער ענליכע קרייזן) מוזט דאך מודה זיין אדער די ציונים זענען "מושיעים של ישראל" אדער אז אפשר לב טהור איז גראדע 'טהור'?
ווי ס'הערט זיך, האט טאקע לב טהור שטיצע, בשם בעל הברך משה זיע"א, און א שטילע שטיצע פון אנדערע סאטמערע משפיעים. אבער ס'איז דאך א גוטע טעמע פאר "קאווע שטיבל".
ווער ס'האלט זיך נישט פאר א סאטמעריסט, זאל זיך ביטע נישט אריינמישן. ווייל די ענטפער איז דאך פארשענדליך פון זיך אליינס, אז די מדינה איז כשר וישר, און די "משטרה היהודית" דארף דאך "נעמען קעיר" פון די אלע "שונאי ישראל" "טאליבאן" כדוגמת לב טהור וכדומה. דאס איז דאך פשוט. אבער פון די אזוי גערופענע קנאים כדוגמת "וואלדמאן" פאדערט זיך א ענטפער. איז ציונות סטרא אחרא אדער נישט? טאמער יא, איז מהם תבוא תשועת ישראל, פארוואס האבן זיי אזא זכות צו אפהאלטן אידן פון צו פאלן אין די הענט פון די "סטרא אחרא..."?

און ווען א מדינת ישראל סאלדאט האלט אפ אן אראבער פון זיך אויפרייסן האסטו אויך די זעלבע קשי'??? מהם תבוא תשועת ישראל???? פארוואס האבן זיי א זכות????
אז שמעון איז מיין שונא און לוי איז מיין שונא און בצפל קריגן זיך שמעון און לוי ארום צווישן זיך, האסט א פראבלעם דערמיט???? וועסט נישט פארשטיין וויאזוי ס'קען זיין???
דאס אז מדינת ישראל פרובירט אפצוהאלטן די משוגעים מאכט נאכנישט מדיענת ישראל גערעכט אין די אנדערע זאכן וואס זיי טוען. אבער מיט די פרט גיב איך זיי קרעדיט.
און פאר איך פארגעס....איך בין א סאטמאר'ער און איך שעם מיך נישט דערמיט.
במהלך השיחה, שחלקה צונזרה מסיבות משפטיות, מספרת הלברנץ כי פנתה לאחד מבני הכת שיעיד בפני בעלה על האלימות שהפנו נגדה הבחורים: "אמרתי לו: 'תלך להעיד לרבה'. אז הוא אמר לי: 'לא. הייתי רק 10 דקות'. אמרתי לו: 'אתה נבל זקן, נבל זקן'".
זי האט געבעטן איינער פון די כת זאל גיין צו איר מאן די רבי און מעיד זיין אז די בחורים האבן איר געשלאגן האט יענער געזאגט ניין ,איך בין נאר דארט געווען צעהן מינוט ,האט זי געשריגן אויף עם דו אלטער מנובל.
בתגובת הרבנית ל'בחדרי חרדים', היא מחתה על פרסום הדברים, לטענתה הפרסום מהווה לשון הרע ופגיעה בצנעת הפרט. הרבנית גם ציינה בפנייתה כי היא שוהה בארץ על רקע בעיה רפואית הקשורה עם משפחתה ולא נמלטה מהקהילה.
אז זי זאגט אז אלעס איז שקר, און זי רעגט זיך, איז אדער איז זי געווען אונטער ספעציעלע אומשטענדן, אדער יש דברים בגו.
על כל פנים, ס'זעט אויס ווי מ'נעמט פרייוואטע זאכן און ממאכט פון דעם א וועלט מעשה פאר פארשידענע סיבות.
טאמער איז זי געווען אונטער ספעציעלע אומשטענדן איז די פרסום הדברים אסור אויך על פי חוקי המדינה פון בחדרי.
עס איז מעגליך אז עס איז א גוטע זאך וואס די אינסטאנצן דארט טוען אבער איך מיין אז עס איז נאאיוו צו זאגן אז זיי טוען דאס צוליעב הומאניטארישע מאטיווען עס לייגט זיך מער אויפן שכל אז דאס איז פאר פאליטישע סיבות אדער צוליעב שוחד און דרוק פון ישראלישע קרובים

איך פריי מיך נישט קיין חילוק פארוואס...
איך האב מיר באצויגען צו דעם
טרויבן88
אוי לנו לאותו בושה אז קאנאדע האט נישט געקענט טון די ריכטיגע זאך אבער גוואטעמאלע... (איר הערט...) קען יא....
כ'ווייס נישט צי מ'קען זיך פרייען, אוי לי מיצרי אוי לי מיוצרי, וואס גייט די רעגירונג טון מיט די קינדער? על מי נטשת את הצאן? מען קען זיי פארטרייבן (ווי אין קענעדע) אדער באשטראפן מיט א קנס, אבער אוועקנעמען די קינדער?

די וויבל וויינט נעבעך אז מען האט אויפגעבראכן די טיר צי שנעל און סנישט געווען קיין צייט צי צוגיין און עס עפענען... אינטערעסאנט אז זי איז נישט ציגעוואונט צי פאלגען אויף די מינוט...