היסטאריע! וידיאו פון דעם חפץ חיים ז"ל
131 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8337
זוכטס פאר נאך היסטארישע פילמס
http://mirc.sc.edu/islandora/search/cat ... 8jewish%29
עס איז דא אסאך הערות והוספות בנוגע די רבנים וואס ווערן געזעהן אין אוצר החכמה און אין א"ו
לינקס ביטע.
http://forum.otzar.org/forums/viewtopic ... 19&t=21269
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 2&start=25
הייסט עס אז דער חפץ חיים פלעגט טראגען א דאשעק? היו לא תהיה
זיכער עס איז א דבר מפורסם מאוד אז ער איז געגאנגען מיט א דאשעק אין עס איז שוין דא עטליכע בילדער פין דעם
התם ומתמם עם תמימיםזיכער עס איז א דבר מפורסם מאוד אז ער איז געגאנגען מיט א דאשעק אין עס איז שוין דא עטליכע בילדער פין דעם
די שאלה איז וואס מען רופט אן א דאשיק.
פלאי פלאות!
איך דענק ווען די וועלט האט גע'רעש'ט מ'האט דערווישט א לעבעדיגען פילם פונען הייליגען מנחת אלעזר פון די גרויסע חתונה אום תרצ"ג...
ס'איז אפילו געוועהן גאר אינטערעסאנט די פילם פונעם עצרת גדולה תשי"ג אין אר"י ווי מ'זעהן ר' אהרעלע בעלזער און די חזון איש זצ"ל
היצטערט איז מען אויף מיט א גאר לעבעדיגען און קלארען פילם פונעם כנסיה גדולה און תרפ"ג
כ'האף מ'וועט אמאל טרעפען עפעס א לעבעדיג'ס פון ר' ישעי'לע קרעסטירער וואס איז אוועק הערשט אום תרפ"ה....
ונזכה ונחיה ונראה
אויב דערווישט מען א ווידיא פון ר' ישעי'לע קערעסטירער וועלן מייז ווערן אן endangered species. מה דאך א בילד קען זיי פארטרייבן בן בנו של קל וחומר א ווידיא!
איחוד פעלדהייסט עס אז דער חפץ חיים פלעגט טראגען א דאשעק? היו לא תהיה
עס ציפט אביסל דעם הארץ אז עס איז ווירקליך געווען אזאנע ריזן, הא?
איך טראכט נאר אויב די חסידישע רביס וואלטן נישט געווען אזוי קעגן בילדער און ווידיאוס (פאר סאום אומקלארע קראנטע סיבה) וואלטן מיר געהאט היינט אוצרות. זיי האבן צוריק געהאלטן אוצרות פונעם דור.
wow די וועלט - עכ"פ דער עולם החרדי - איז אויף מיט דעם ווידיאו קליפ!
אויב איז אונזער @ונבנתה טאקע דער וואס האט דאס אפיר געברענגט איז איין לייק נישט גענוג! א טראק לויד מיט לייקס דארף ווערען דעליווערט.... שמו "ונבנתה העיר" נאה לו
למעשה נאכען פארברענגען א האלבער נאכט מיט דעם, און קולע זיין אל השערה ביזען גרינד שטעלט זיך ארויס קלאר:
1) דאס איז ווירקליך דער רשכבה"ג ונשיא הדורות מרן החפץ חיים זצ"ל!! (ער ווערט באגלייט מיט קונדער און איידעם הרב קפלן ז"ל הי"ד)
2) נישטא קיין ר' שלמה באבוב'ער דארט בכלל
5) דער טשורטקובער (א רעכטער אייניקעל פונעם הייליגען רוזשינער) האט גערעדט זייער שטיל אזש מ'האט געדארפט אינעם זאל עס איבער זאגען הויעך אויפען קול, (ער ווערט באגלייט מיט א קונד וואס איז געוועהן בעובי האגודה (מיטן ציקנייטשטען ביבער היט))
6) הר"מ שפירא האט געוואינען מאמענטום פונעם כנסיה מיטען געבען דעם ריכטיגען טאאן און גערעדט מלא תוכן, השקפה, דאגה על העתיד ועצות נכונות, וכדו' און האט אויך בשעת מעשה פראקלאמירט זיין רעיון פון דף היומי וואס לויפט נאך עד היום און איז מוסף והולך מיט יעדען פארביי גייענדעם טאג.
7) הר"מ ברלן (בר-אילן) איז בין השורות געווארען אראפגעריסען
8) דער ליזשנער קצב דארף א רופא נאמן
וואו איז דאס?
וויאזוי האט נבנתה העיר געלייגט א האנט אויף די ווערסיע ווידיאו? פארוואס איז קודם אפירגעקומען א קורצערע ווידיאו? קען איינער פארציילן ווען, וויאזוי און דורך וועם איז די ווידיאו אפגעפינען / אידענטיפיצירט געווארן?
ונבנתה וואלסטו געלאזט מאראנצןזאפט דיר אינטעוויוען?
די זאלסט פארציילן די היסטאריע פון דער קליפ מיט מארעך און ווי אזוי עס איז אנגעקומען צו דיר
איז עפעס אינטרנט געווארן אזא דבר מותר ופשוט, ווי יתד נאמן שרייבט מיט אזא פשטות: בימים אלו התפרסם, הרעיד נימים נסתרים בנפשו של כל יהודי
מרקד אתלתלאמיר אנפאנגען: די געפיל וואס וואלטן די מענטשן מיט זייער גאנצע מעכטיגקייט געטראכט ווען זיי זאלן וויסן וואס גייט קומען אויף זיי און אפאר יאר
די זריזות מיט וואס די רבנים גייען
די תמימות'דיגע ערנסקייט אין די אידאלגיע וואס שיינט ארויס פון זייערע פנים.
די שטאלצקיט און מעכטיגקייט וואס דערקענט זיך אויף די ראשי העסקנים איז עפעס וואס מעזעט נישט היינט
ועל כולם די יראת הכבוד פארן פאטעגרעפער
בנוגע די זריזות, קיפ אין מיינד אז אמאליגע
פילם געכאפט אין ווייניגער "פרעימס פער סעקאנד" שפילט שנעל. יעדער יאגט זיך און אלע באוועגן זיך פלינק און decisive. אבער ס'איז נישט די נאטירליכע ספיעד.
דאס מיינט אז די באוועגן זיך שטאט האבן די גאר גאר שטאט באוועגט
כ'זעה נישט וואס מען מאכט אזא גדלות פון קדושתו פונעם ראדינער ראש ישיבה בעל החפץ חיים ז"ל, חוץ פון דער היסטראישע פאקט.
איך זעה זיין גדלות מער אונעם משנה ברורה און חפץ חיים ועוד, ווי פונעם ווידיאו.
זאגט מיר איינער ווען ער האט נאר געזעהן דער קליף ווי מ'זעהט רבי לעמיל שפיטצער, און מ'האט זיך איינגערעד אז דאס איז דער חפץ חיים, פישש, מ'זעהט דער גדלות, אדערווייל לא דובים ולא יער, ס'איז נישט געוועהן דער חפץ חיים,
ס'איז נאר אלס דו אינטשטרעדאקשען צום קליפ, אז דא גייט מען זעהן דער "חפץ חיים", ווען מ'זאגט ווען נישט גארנישט פאר דיר, און מ'גיבט דיר דאס קליפ צו זעהן, וואלסטו עס אנגעקוקט און געפרעגט, נא? וואס זעהט מען שוין דא? אבער וויבאלד דו גייסטו צו צום קליפ אז דא זעהט מען דער חפץ חיים, אה, פישש, מיט אלע פאקסען און גרימסען.
כעין זה האט רבי שמעון מזעליחוב ז"ל געזאגט, דער וועלט רעשט מיטן גולם וואס דער מהר"ל האט באשאפען, איין ספר מהר"ל וועגן איבער אלע אותות ומופתים זיינע.
אלענפאלס ריזיגע שכויח פאר ונבנתה פאר דו היסטורישע גילויים, כה לחי.
און ברעוואו פאר "קול ברמה" פארן אריינשטעלן מקור הראשון און זיין אויסגאבע, לאמיר אלע האפען און בעטן ער זאל נישט ווערן גע'אסר'ט דורך דער ווילי שקצים היפיקראטען אז דער קול ברמה זאל נישט אונטערגיין.
אזוי ווי עס זענען דא אידן וואס האבן נסיונות אין אמונת חכמים, ומאיזה סיבה ווילן זיי ענדערש גלייבן אז איך האב עס גענומען פון יו-טוב ר"ל, האט א טייערער איד צוגעשטעלט א הוכחה אז יא, קאווע שטיבל איז דער מקור ראשון, וזל"ק:
פרוף אז ונבנתה האט עס געלייגט פאר די יו טוב קליפ פון the Jewish songs
קוק די זייגער ווען ונבנתה האט עס געלייגט, עס איז די לאקעל צייט אין ניו יארק.
די יו טוב קליפ האט די utc טיים זאון, עס איז פינף שעה אפגערוקט.
קוק ווער עס האט עס פריער
📎 IMG-20150224-WA0002.jpg
📎 IMG-20150224-WA0001.jpg
די פרטי הסיפור וועט איהר לכאורה קענען ליינען אינעם מאמענט.
מאווי רעכטן זענען נאך אוועילעבעל.
און וועלעכע איז די ריכטיגע בילד פון חפץ חיים לויטן לאיזשנער, זעטס און שטוינט
📎 חח ליאזשנא.jpg
דאס איז רבי משה'לע שינאווער
📎 IMG-20150114-WA002.jpg
איבער דער ליאזנא'ער רבי, א פראגע.
א אשכול איבער דעם אויב איז דא - ווייסעך נישט, איבער דעם ליאזנא'ער רבי און דער פארשטעלונג זיינער. דא שטעל איך איך די פראגע, דעריבער. דער רבי, א קראנטע איז ער? זיין ווארט, וואגיק איז עס? ווי האלט זיין שטאנד אינער'ן אנטיקען האנדל געזעלשאפט? אנטווארטען זאל נאר - ביטע - דער וואס ער ווייסט.
ניין.
ניין.
באקאנט אלס א זייפן וכזבן ובעל דמיון.
ונבנתה אונז ווארטן מיט שפאנונג צו הערן מער פרטים
בן נריהוא אשכול איבער דעם אויב איז דא - ווייסעך נישט, איבער דעם ליאזנא'ער רבי און דער פארשטעלונג זיינער. דא שטעל איך איך די פראגע, דעריבער. דער רבי, א קראנטע איז ער? זיין ווארט, וואגיק איז עס? ווי האלט זיין שטאנד אינער'ן אנטיקען האנדל געזעלשאפט? אנטווארטען זאל נאר - ביטע - דער וואס ער ווייסט.
זעה דא:
קיין איין ווארט וואס ער זאגט איז נישט קראנט. איצט איז געווען לטובת הכלל האט זיך מגלה קלונו געווען בפני כל עם ועדה. ער האט שוין דעם ווידיא פיר יאר זאגט ער מיט א פרעכהייט.
זיין מוזעאם איז פיין אבער קויפט נישט גארנישט פון איהם נישט לידיעה און נישט במציאות.
געוואלדיגונבנתה אונז ווארטן מיט שפאנונג צו הערן מער פרטים
ונבנתה העירדי פרטי הסיפור וועט איהר לכאורה קענען ליינען אינעם מאמענט.
איך בין נייגעריג אין די אמת'ע מעשה...
📎 201021_1931718157_jpg.jpg
הרב ישראל מאיר זאקס, אן אייניקל פון דעם חפץ חיים, היינט אויף קול מבשר 4-1-1 זאגט אז די פאספארט בילד איז קלאר ריכטיג. די אריגינאלע פאספארט בילד איז געלעגן ביי זיין מאמע אלע יארן!
ער זאגט אז די אריגינאלע בילד וואס ליגט ביי זיי איז ארומגעשניטן געווארן מער און מער מיט די יארן אבער די אריגינאלע האט געהאט די חפץ חיים האלטן זיין היטל! (ווי מען קען זען טיילווייז אויפן פאספארט בילד אויבן).
"נישטא קיין ספיקות אף דעריין!"
ווי ער פארציילט האט די חפץ חיים נישט געהאט זיין געווענליכע רואיגע אויסדרוק אויפן פנים, נאר אן שטרענגע מינע, וואס איז פילייכט צוליב דעם וואס דער חפץ חיים האט שטארק נישט געוואלט אז מען זאל נעמען א בילד פון אים ווי באוואוסט.
📎 חפץ_חיים.jpg
לגבי דעם ברייט פארשפרייטע פעינטינג וואס איז נאכגעמאלט דעם באשטעטיגטן פאספארט בילד, ווען ער האט עס געוויזן פאר זיין מאמע, די טאכטער פונעם חפץ חיים, האט זי זיך אויסעדרוקט 'זעט אויס ווי א פיינער איד, אבער דער טאטע איז דאס נישט'.
אויב מען ווייסט פאר א קלארן פאקט אז דאס איז דער חפץ חיים, און די פעינטינג איז נאכגעמאכט נאכן פאספארט (ער זאגט אז ער ווייסט ווער דער מעלער איז געווען), מצד שני זאגט די טאכטער אז עס איז נישט די טאטע, וועט מען מוזן איינזעצן אז די טאכטער מיינט צו זאגן אז די פעינטינג איז נישט ריכטיג נאכגעמאכט א בילד וואס איז שוין אליין מיט א מינע וואס שפיגלט נישט ריכטיג אפ איר פאטער.
באטראכטנדיג גוט ביידע, די בילד און די פעינטינג קען מען זען גאנץ קענבארע צווישנשיידן, די מויל איז אינגאנצן אנדערש, די גאנצע פנים איז פיל ברייטער אין די פעינטינג און נאך אנדערע חילוקים.
פון וואו קומט די לעגענדע פון א קצב??
דאס וועט מען דארפן פרעגן פונעם ליאזשנער.
ר' ישראל מאיר זאקס זאגט אויף די קצב באבע-מעשה, "איך האב געהערט אלע די מעשות, די אrידזשינעל פעספאוrט פיקטשr ליגט ביי אונז, אוקעי!?!"
http://dvr-streaming.mirc.sc.edu/autoge ... z5_Acc.m4v
די פילם וואס איז פארשפרייט געווארן די וואך זונטאג זאגט ער אויך אז עס איז די זיידע. ער קען אידענטיפיצירן די צוויי באגלייטער פונעם חפץ חיים צו זיין רעכטע זייט.
די בילדער זייט ביי זיי צום פארגלייכן.
טויט פאר ליאזנער רבי'ס לעגענדעס!!!
א שקרן תחת עיני השמש.
כוכבטויט פאר ליאזנער רבי'ס לעגענדעס!!!
א שקרן תחת עיני השמש.
הייסט כ'דארף אוועקווארפען אלע נייע טייטשען אין פשטים פון ליאזנער רבי און צירוק גיין צו די טייטשען אין פשטים פונם רבין אין חדר המקובל מדור דור.
העכסט אינטרעסאנטער אינטערוויו אויף קול מבשר מיט הרב מאראך.
דער פילם האט נישט עקזיסטירט לאור עולם ביז היי יאר יאניואר און דער ליאזנער שוחט האט עס שוין געזען פיר און א האלב יאר צוריק...
כוכבהעכסט אינטרעסאנטער אינטערוויו אויף קול מבשר מיט הרב מאראך.
דער פילם האט נישט עקזיסטירט לאור עולם ביז היי יאר יאנואר און דער ליאזנער שוחט האט עס שוין געזען פיר און א האלב יאר צוריק...
ווער איז דער הרב יוסף מארך?
אגב, ער זאגט אז דער צווייטער גדול וואס מען זעט איז נישט דער טשארטקעווער. ער זאגט אז ער מיינט אז עס איז ר' אהרן לעווין ריישער רב, דער נשיא פון אגודת הרבנים אין פוילן, און פון די פירער פון אגודת ישראל אין פוילן, (זיידע פון דעם אדוואקאט נעיט לואין).
📎 Screenshot_2015-02-24-21-44-39-1.png📎 Screenshot_2015-02-24-22-07-24-1.pngקוקט 0:47 - 0:52 גלייך פארן חפץ חיים, זעט אויס ווי ער איז גערעכט.
http://dvr-streaming.mirc.sc.edu/autoge ... z5_Acc.m4v
http://zachor.michlalah.edu/manhigim/ma ... lor=144B5B
כוכבטויט פאר ליאזנער רבי'ס לעגענדעס!!!
א שקרן תחת עיני השמש.
סא וואס גייט יעצט זיין מיט דע מרכבות פרעה? איך ווייס שוין נישט צו כ'זאל אים גלייבן דער ליאזשנער קצב.
כוכבניין.
ניין.
באקאנט אלס א זייפן וכזבן ובעל דמיון.
אבער ער (דער ליאז'נער) האט גוט משוגע געמאכט דעם עולם מיט זיין דאפלטע באמבע. איינס, אז דער בארימטער בילד איז נישט פון חפץ חיים. די צווייטע. אז ס'איז גאר פונ'ם בוטשער פון ראדין...! אזעלכע וואנזיניגע דיבורים און סטעיטמענטס, איז גוט פאר פובליסיטי. שוין. ער האט שוין געהאט זיינע 15 מינוט פון רוהם...!
זאגן קען מיך איינער - די נומבער פון קול מבשר וואס עס איז?
בנוגע די זריזות, קיפ אין מיינד אז אמאליגע
פילם געכאפט אין ווייניגער "פרעימס פער סעקאנד" שפילט שנעל. יעדער יאגט זיך און אלע באוועגן זיך פלינק און decisive. אבער ס'איז נישט די נאטירליכע ספיעד.[/quote]
דאס הייסט אז די וואס קלאצן, שטייען פאר א לענגער ווי מ'מיינט
און טאמער יא?
מאך נישט קיין עסק דערפון
טוט מיר וויי
@ונבנתה העיר האט נישט געלייקט אויפן קליפ א וואסערמארק, אפי
@שמעקעדיג וואלט זיך גערעדט וואלט זיך עס נאך אלץ געלוינט, וואלט ווען געווען א הייסע פי אר פאר אונזער שטיבעל
ישראל קאפקע
אגב, ער זאגט אז דער צווייטער גדול וואס מען זעט איז נישט דער טשארטקעווער. ער זאגט אז ער מיינט אז עס איז ר' אהרן לעווין ריישער רב, דער נשיא פון אגודת הרבנים אין פוילן, און פון די פירער פון אגודת ישראל אין פוילן, (זיידע פון דעם אדוואקאט נעיט לואין).
📎 Screenshot_2015-02-24-21-44-39-1.png
📎 Screenshot_2015-02-24-22-07-24-1.png
קוקט 0:47 - 0:52 גלייך פארן חפץ חיים, זעט אויס ווי ער איז גערעכט.
http://dvr-streaming.mirc.sc.edu/autoge ... z5_Acc.m4v
http://zachor.michlalah.edu/manhigim/ma ... lor=144B5B
נישט גערעכט, דער רישא רב האט געהאט א מער פולע און קערצער'ער בארד, משא"כ דו טשארטקובער האט געהאט שמאלע און לעגליכע און ליידיגע בארד.
שטומט ענדערש אלס טשארטקוב,
אודה על האמת, אשיחה ואדברה ולא אבוש נגד מלכים, ולא אכחד תחת לשוני, אז דער מאווי, און ווי אויך יעדער מאווי וואס כ'זעה, נעמט מיר אוועק מער און מער דער אמונת צדיקים,
איך שטעל זיך פאר כ'האב ווען א קליפ פון צאנזער רב בעבודתו הקודש, קוק איך איהם אן, ווי ווען כ'זעה א קליף ווי ר' שרגא האגער שאקעלט זיין לולב...
נאך א מזל, כ'האב נישט.
עולם הביצה האבן נישט די שטארקייט צו מכיר טוב זיין ונבנתה
אבער קרעטשמע יאבן נריהוזאגן קען מיך איינער - די נומבער פון קול מבשר וואס עס איז?
1212-444-1100 דערנאך דרוק 1 - 1 - 4, עס גייט איין אינטערוויו נאכן צווייטן איבער פארשידענע נושאים וועסט אפשר דארפן מישן צום נעקסטן אינטערוויו (#).
פארוואס זעהט מען נישט דער גערע רבי דער אמרי אמת
עס וואלט געוועהן זייער אינטערסאנט
מאומענט קרעדיטירט '
@ונבנתה העיר'
📎 IMG-20150225-WA0014.jpgI love their diplomacy
Talk about dancing between the rain drops.
גם אני מצטרף צום מאמענט, מען דארף געבן קרעדיט פארן נחשון. די שאלה איז צו ונבנתה האט עס ממש אליין געטראפן, און צו עס איז נישט געווען קאפיס אינטערן טיש, אזעלכע זאכן איז זייער שווער אויסצורעכענען.
"מאמענט" איז למעשה די איינציגסטע ציווילזירטע צייטשריפט וואס קעמפט קעגן אומרעכטן, גיבט קרעדיט ווען ס'קומט איינעם, האט נישט מורא צו ציטירירן אנדערע חרדי'שע אויסגאבעס און האלט זיך אויף א ניווא וואס שטעלט אין שאטן סיי וואספארא היימישע צייטונג אדער מאגאזין.
ווען זיי פארווישען ווען נישט פנימ'ער פון מענטשן וואלט עס געווען א דבר השלם. זעט אבער אויס אז טעראר ארבעט נאך ווייטער אפילו ביי די שענסטע משפחות.
טעראר האט מסתם אויך געארבעט דא אז זיי זאלן נישט ארויסשרייבן ''קאווע שטיבל''
די MIRC
וועבסייט האט יעצט די פילם אלטס זייער Featured Item אויף די הויפט זייט. די יונעווריסעטי האט געזאגט פאר VIN נייעס אז די אינטערעסע אין אירע פילם פראיעקטן זענען פיל געשטיגן זינט די אויפדעקונג. זיי זאגן אויך אז די פילם איז געלעגן ביי פאקס ניוס אין מאנהעטן נישט דעוועלאפט פאר 57 יאר.
בר דעתא חידוש ווי דער דרעזנער קען מאלן וואסער פאר פופצען מינוט מיט איינעם וואס זיין טאטע איז געווען א תלמיד פוון חפץ חיים, איבער די פילם צו וואס ער האט קיין קשר. דער פופקא פרובירט זיך אפשאקלען אבער דער קלעבעדיגס נערווירט מיט פול ענערגיע
ער האט אויך גילערנט ביים חפץ חיים דאכט זיך צוויי יאר