☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » דער שוד המתים אין בית שמש נאך א פארצויגענער מערכה אנגעהויבען

דער שוד המתים אין בית שמש נאך א פארצויגענער מערכה אנגעהויבען

1597 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4495
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32

נאר,,פרייליך » מאנטאג פעברואר 24, 2014 9:18 am

· #185910
דא האט איר נאך עטוואס אינפא. מהנעשה והנשמע על שטח הבית עלמין

זעהט מער אביסעל איבער די שקרים מחצר המתיר מלפנים המתפטר (רייבעד)
<a class="postlink" href="https://docs.google.com/file/d/0B_mdv1cAHgS5YTBRTE1wOWxDUmc/preview?pli=1">https://docs.google.com/file/d/0B_mdv1c ... view?pli=1</a>

elter-zeide » מאנטאג פעברואר 24, 2014 9:32 am

· #185918
קיק דע רש"י אויפן "קול ענות אנכי שומע" (שמות לב יט) זאגט דע רש"י, קול חרופין וגדופין, המענין את נפש שומען כשנאמרין לו. נאך אזעלעכע קולות אין דערנאך טאנצמען מיטן עגל ומחולות, דארף מען טאקי נישט דע תורה, אבער אויב מ'טאנטצט אין מ'פרייד זיך מיט דע תורה אען דע עגל ומחולות דאס איז א שמחה של מצוה,

I'm back » מאנטאג פעברואר 24, 2014 9:53 am

· #185925
נארוואס געהערט אז ר'חצ ט'ב בן הגזל איז געווען זיך משטתח זיין אויף קברי אבותיו במקום הנ'ל.

בילדער און ווידיא וועט נאכפאלגן, פון @נאר,,פרייליך'ס ארכיוון.

נאטרוליסט » מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:26 am

· #185944
פלעין יודיש
נאטרוליסט
סאטמארע אינגעלייט כאפן א רקידה'לע אויפן גרויסן שטח! (טאנצן אויף א בית החיים).

<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=65174">http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=65174</a>

וירא את העגל ואת המחולות
עיין בסופורני שם וואס איז מסביר אז ווען משה רבינו האט געזעהן ווי די יודען האבן געמאכט די עגל האט ער נאכנישט ציבראכן די לוחות, יא א יוד קען אמאל נכשל ווערן אבער מ'קען תשובה טון,
אבער אז ער האט געזעהן די געטענץ מטאנצט נאך נאכן טין א עבירה אויף דעם איז קיין עצה שוין נישטא,
וואס איז די געטאנצריי, א יוד טאנט נאכן טין א מצוה קידוש לבנה וכדומה, שמחת חתן וכלה שמחת תורה מיטן תורה אא''וו, אבער נאכן מאכן א עגל, איז נישט דא קיין שום חרטה געפילן נאר מ'טאנצט נאך, האט משה רבינו געזעהן אז מיט דעי יודעלעך איז שוין נישטא מיט וועם צי רעדן, האט ער גלייך ציבראכן די לוחות.
לעינינו, צו ס'איז יא דא קברים צי נישט ווייס איך נישט? אבער ס'קיקט בכלל נישט אויס אויף דעי אנגעפאשטער אהרונישער פנימער אז די יצר טוב האט זיי אצינד געשיקט טאנצען, ס'קיקט נישט אויס אז די נפש זייערע איז אצינד פיל מתוך שמחה של מצווה

זיי האבן א ריזיגע מצוה פון מבזה זיין גוי'שע פגרים און עובדי אלילים!

זיי האבן א גרויסע מצוה פון מקיים זיין דעם ואף אתה הקהה את שיניו, פון די מזייפים און שקרנים!

כה לחי!

נאר,,פרייליך » מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:34 am

· #185948
איך דענק נאך ווי מיט א צוויי און זעכציג זייטען צוריק האט דר'עולם געקוקט אויף מיר עפעס ווי פון די לבנה ווען מען האט מקשר געוועזען דעם ציבור ה'נארוני צום קברים גרעבעריי פלוצים קומען זיי בשליחות ה'נאר,,פרייליך און רעכטן אפ מסיבות חיזוק פאר די ארכילאגישע גרובינגען,

מען הערט אז די חברת ה'נארוינים די נגידים התומכים משתתפי הנסיעה אינאיינעם מיט די ארכילאגען און די פרומע חברים פלאנען אינאיינעם א ריזיגע מסיבת חיזוק אנצוגיין ווייטער מיטן שוד והרס בהבית עלמין.

וואוט עי שעים.

נאטרוליסט » מאנטאג פעברואר 24, 2014 11:34 am

· #185975
מען מעסט די מערות..

והנה און נון... עס זענען נישט קיין 4 פיס גרויס. לויט אונזער הייליגע תורה זענען דארט באגראבן גוים!

אדער די זיידעס פון הרה"צ רבי מנשה פילאפף און הרה"צ ר' יאנקעלע כהן...
Measuring.jpg

שעפטל » מאנטאג פעברואר 24, 2014 11:57 am

· #185989
כ'זעה נישט וואס דו ביזסט אזוי בייז אויפן טאנצן. ממה נפשך, איז נישטא קיין קברים מעג מען דאך טאנצן, איז דא קברים איז דאך עס מימי שופטים ותנאים ואמוראים קדושי עליון וכו', נא טאנצן זיי ווי יעדער טאנצט אין מירון ביי רבי שמעון'ן. א הדלקה איז פשוט שווער געווען צו מאכן...

רפאל » מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:36 pm

· #186001
נאר,,פרייליך
דא האט איר נאך עטוואס אינפא. מהנעשה והנשמע על שטח הבית עלמין

זעהט מער אביסעל איבער די שקרים מחצר המתיר מלפנים המתפטר (רייבעד)
<a class="postlink" href="https://docs.google.com/file/d/0B_mdv1cAHgS5YTBRTE1wOWxDUmc/preview?pli=1">https://docs.google.com/file/d/0B_mdv1c ... view?pli=1</a>

@נאר,,פרייליך. עס איז אינטערעסאנט צו זעהן ווי דו ברענגסט א גאנצן צייט ראיות לסתור דבריך.
איך האב אויבן צוגעברענגט וואס דער ראב"ד שרייבט אז די לעכער (פירים) זענען נישט גענוג גרויס צו קענען דארט אראפ נידערן א מת אן קיין בזיון, מען רעדט דא פון די לעכער פון אויבן און נישט פון די מערות צו וואו די לעכער פירן.
משום איזה סיבה האסט נישט געפיהלט פאר וויכטיג זיך מתייחס צו זיין צו מיינע ווערטער, פאר דיר איז א שטערקערע ראי' אז מען זעהט ארונים טאנצן דארט, איז דאך א מפורש'ע ראי' אז די ארונים זענען יא פארמישט דא, און ממילא? ווייס איך נישט די אויספיר.

טענו לו בחיטין והודו לו בארונים. דו ברענגסט קליפס אז אינווייניג פון די מערה איז גענוג גרויס, און דער ראב"ד רעדט אז די אויבערשטע לאך איז נישט גענוג גרויס, און צו קענען אראפלאזן א מת דארט דארף מען אים איינבייגן די פיס, וואס דאס האט מען קיינמאל נישט געטוהן ביי אידן.
האסט עפעס א תירוץ אויף דעם?

I'm back » מאנטאג פעברואר 24, 2014 1:08 pm

· #186005
פלעין יודיש
נאטרוליסט
סאטמארע אינגעלייט כאפן א רקידה'לע אויפן גרויסן שטח! (טאנצן אויף א בית החיים).

<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=65174">http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=65174</a>

וירא את העגל ואת המחולות
עיין בסופורני שם וואס איז מסביר אז ווען משה רבינו האט געזעהן ווי די יודען האבן געמאכט די עגל האט ער נאכנישט ציבראכן די לוחות, יא א יוד קען אמאל נכשל ווערן אבער מ'קען תשובה טון,
אבער אז ער האט געזעהן די געטענץ מטאנצט נאך נאכן טין א עבירה אויף דעם איז קיין עצה שוין נישטא,
וואס איז די געטאנצריי, א יוד טאנט נאכן טין א מצוה קידוש לבנה וכדומה, שמחת חתן וכלה שמחת תורה מיטן תורה אא''וו, אבער נאכן מאכן א עגל, איז נישט דא קיין שום חרטה געפילן נאר מ'טאנצט נאך, האט משה רבינו געזעהן אז מיט דעי יודעלעך איז שוין נישטא מיט וועם צי רעדן, האט ער גלייך ציבראכן די לוחות.
לעינינו, צו ס'איז יא דא קברים צי נישט ווייס איך נישט? אבער ס'קיקט בכלל נישט אויס אויף דעי אנגעפאשטער אהרונישער פנימער אז די יצר טוב האט זיי אצינד געשיקט טאנצען, ס'קיקט נישט אויס אז די נפש זייערע איז אצינד פיל מתוך שמחה של מצווה

גזל האט שוין צובראכן די לוחות?

פלעין יודיש » מאנטאג פעברואר 24, 2014 2:29 pm

· #186027
רפאל
נאר,,פרייליך

טענו לו בחיטין והודו לו בארונים.

ער האט זיך אויסגעלערנט פון די מתירים
טענו לו בבורות חיטים והודה לו בעצמות של כלבים עד שהודה לו בעצמות עכו''ם, וחכה עד שיגמר את כל ההרס בהבי''ח ואז נודה לכם גם על קברי ישראל

נאר,,פרייליך » מאנטאג פעברואר 24, 2014 3:09 pm

· #186042
רפאל
נאר,,פרייליך
דא האט איר נאך עטוואס אינפא. מהנעשה והנשמע על שטח הבית עלמין

זעהט מער אביסעל איבער די שקרים מחצר המתיר מלפנים המתפטר (רייבעד)
<a class="postlink" href="https://docs.google.com/file/d/0B_mdv1cAHgS5YTBRTE1wOWxDUmc/preview?pli=1">https://docs.google.com/file/d/0B_mdv1c ... view?pli=1</a>

@נאר,,פרייליך. עס איז אינטערעסאנט צו זעהן ווי דו ברענגסט א גאנצן צייט ראיות לסתור דבריך.
איך האב אויבן צוגעברענגט וואס דער ראב"ד שרייבט אז די לעכער (פירים) זענען נישט גענוג גרויס צו קענען דארט אראפ נידערן א מת אן קיין בזיון, מען רעדט דא פון די לעכער פון אויבן און נישט פון די מערות צו וואו די לעכער פירן.
משום איזה סיבה האסט נישט געפיהלט פאר וויכטיג זיך מתייחס צו זיין צו מיינע ווערטער, פאר דיר איז א שטערקערע ראי' אז מען זעהט ארונים טאנצן דארט, איז דאך א מפורש'ע ראי' אז די ארונים זענען יא פארמישט דא, און ממילא? ווייס איך נישט די אויספיר.

טענו לו בחיטין והודו לו בארונים. דו ברענגסט קליפס אז אינווייניג פון די מערה איז גענוג גרויס, און דער ראב"ד רעדט אז די אויבערשטע לאך איז נישט גענוג גרויס, און צו קענען אראפלאזן א מת דארט דארף מען אים איינבייגן די פיס, וואס דאס האט מען קיינמאל נישט געטוהן ביי אידן.
האסט עפעס א תירוץ אויף דעם?

ביסט דיר אומזינסט מייגע אויף די הייליגע רייד פינעם הייליגען,.,.,. ער שטייט און לאכט ווי די רפאל ביסט'ר יעדן טאג מטפל מיט זיינע פרישע רייד
ביי אונז נעמט אהן לשון ראשון כדאיפסקא תפוס לשון ראשון
דער ראב''ד שרייבט קלאר ''בבירור שיתוודע שהם קברי עכו''ם'' אפגעזעהן צו ס'לעכער בורות תבואה מים אוצרות שמן חולדה גוררתן, ערד ציטערניש, שוין מיין הענט טוט מיר שוין וויי
נמשיך עוד אי''ה

שעפטל » מאנטאג פעברואר 24, 2014 3:44 pm

· #186061
און פון דעם איז געווארן ווי ס'איז געווארן מיט אלע טעיפס צוגעזאגעאצער...
נאר,,פרייליך
דאס איז'ס נאר,,פרייליך פארלאזט דעם בי''ד שטיבעל

נאך אלע טענה'רייען פון די צדדים לכאן ולכאן איז דאס די ענדגילטיגע החלטה:

מען שמועס אין די קאווע הייזער אז די צד השני האט אויפגעגעבן

דא האט איר אביסעל מער איבער די דעטאלען פינעם שמועה, לכן איז געבליבען די החלטה צו איבערלאזען דאס געשעפט.

ביי פאר'ן גאנצער ציבור האלפים, ובפרט פאר מיינע חשובע חברים ה'ניקים לבית מהר''א, ייש''כ פאר'ן האבען א געלעגנהייט מיט אייך שיין צו פארבראכען אינאיינעם א האלב יאר,איך האב זיך פיל גילערנט פון אייערע רייד ס'מיר באמת גיווען א גישמאק.

נאר,,פרייליך » מאנטאג פעברואר 24, 2014 3:47 pm

· #186062
שעפטל, כ'האמיר געלערנט פינעם רב המתפטר.

שעפטל » מאנטאג פעברואר 24, 2014 3:48 pm

· #186064
גאר גוט! כ'וואונטש דיר נאר הצלחה ווי דע וואס האבן זיך נישט מתפטר געווען....

נאר,,פרייליך » מאנטאג פעברואר 24, 2014 3:55 pm

· #186067
ס'איז גאר טיף, כ'האלט נאך אינמיטען כאפען די פלפולים פון רבין בארה''ק דערנאך העלמיר זיך נעמען צו דיינע.

קאך_לעפל » מאנטאג פעברואר 24, 2014 6:58 pm

· #186159
איך האלט שוין מיט א לענגערע צייט, די פירקלערייען פון אונזער חשובער ידיד מר' נאר פרייליך, און איך קען נישט אויפהערן צו לאכן וואו דער שוטה שרייט, און רעדט אזאנא פאטאלע שטיתים, אז עס איז פשוט א חידוש, אז דער סערווער פון די קאווע שטיבל פארברענג צימער עקספלאדירט נישט אין יעדן ליאדע מינוט:

א איבערבליק אויף דער פרשה:

אויפן שטח פון מתחם גלונווויץ איז נישט פארהאן קיין קברים בכלל, נאר אויף איין שטיקל שטח, וואס איז נאנט צו כביש 10 נאר איז "אפשר פארהאן קברים:

איצט אזוי דער שטח האט 3 חלקים: 1 האט בנין שלום אפגעקויפט צו בויען דארט דירות, 2 האט גבעת ירושלים אפגעקויפט, 3 באלאנגט נאך איצט פאר ר' ארי' גלאנאוויטץ דער אייגנטומער פונעם שטח.

פאר בנין שלום האט אפגעקויפט דעם שטח האט אתרא קדישא דירך געפירט בדיקות אויפן שטח, און האבן קלאר פעסטגעשטעלט אז דער שטח איז ריין:

נאך דעם וואס בנין שלום האט אפגעקויפט זייר חלק פונעם שטח, האוט דער באוויסטער מאפיענער חזקי קלאמנוביץ, דער גרעסטער טאראריסט פון ירושלים, וואס ארבייט פאר אתרא קדישה אנגעהויבן צו פארפירן אז ער ווייסט קלאר אז די 12 שבטי י-ה ליגן באהאלטן אויף דעם שטח,
איז ווען הר''ר אברהם סלאנים האט ווען שכל און ער שרייבט א טשעק פאר די צוויי שקצים קאלמאנאוויטץ מיט דעם ציוני דוד שמידל, דאן וואלט דער שטח געווען ריין, נאר אזוי ווי ר' אברהם האט נישט געוואלט מנדב זיין א שיינע סומע פאר די הכנסת כלה פאנד, פון די צויי שקצים און מאפיאנערן, האטן געטראפן אויף דעם שטח די קברים פין די שבטי יה.

דער שטח איז איז ריין, אזוי האט באשטעטיקט הרה''ג ר' נתן קאפשיץ, וואו אויך דער בית דין הגדול פון ירושלים עה'''ק. און וואו אויך אלע עסקנים וואס האבן געטאן אין דעם ענין חוץ די צוויי שקצים שמידל מיט קאלמאנאוויטש.

דער הייליגער סאטמארער רבי איז קלאר באהאווענט אין דעם עסק ביש: און ער האלט אויך אז דער שטח איז פולקאם ריין, נאר ער איז נישט אונטערעסירט זיך שמיציק צו מאכן די הענט, אין מישן אין די טינופות פון די צוויי פארברעכער, אין האבן מיט זיי סיי וועלעכע דין ודברים:

ר' זלמן דעם רבי'ס קליינע בעבי ברידער מיט זייט שותף דער א''ג גאב''ד שליט''א מיינען נאך אז מען מיז זיך צוטאן מאכן פון די מאפיענערן, און פראבירן צו ארבייטען מיט זיי, און זיי שפייען טאקע הייסט בלוט, פון די צודרייטע מטורפים, אין סאטמאר שטייט אין די זייט און לאכט א גוטס.

אין נער פרייליך פירקלט און שטינק אן דאס פלאטץ, און פראבירט נעבאך אראפ צו געבן שמידל מיט קאלמאנאוויטש וואו צדיקי הדור, אין דער עולם ליגט אויף דער ערד פאר געלעכטער!

די קוקו! עס איז נישט דא קיין קברים אויפן שטח!!!!!!!!!!!!!!!!! נאר שמידל מיט קאלמאנאוויטש דארפן ברענגן פרנסה, אפי' אויפן חשבן פון די ארימע צוקניפטיגע איינוואוינער וואס גייען אי''ה בקרוב וואוינען אויפן שטח:

ב''ה אז די צוויי מאפיאנערן שמידל מיט קאלמאנאוויטש האבן אריין געכאפט א מעכטיגע מפלה, און אזא סוף זאלן האבן זייערע אנדערע שתפים, און כלל ישראל זאל האבן מנוחה....

Chasidishmashpia » דינסטאג פעברואר 25, 2014 3:08 am

· #186328
I wish moshiach should come only for one reason! To tell us the truth whats going on in B"S!

על טהרת הקודש » דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:25 am

· #186359
מען שמועסט אין שיל אז רבנים האבען דארט נעכטן צום 'ערשטן' מאל זייט די אנהייב פינעם גראבן באזיכט ביי די מערות, און די חברה פון אתרא קדישא האבען דורך א שפיצעל פארטריבען די שומרים פריי צו מאכען דאס פלאץ, האט איינער מער דיטעיל'ס ?

נאטרוליסט » דינסטאג פעברואר 25, 2014 9:53 am

· #186390
די אינגעלייט'ס רקידה'לע האט עושה רושם געווען.

זיי זענען ענדליך געוואויר געווארן אז בית שמש איז א שטעטל בערך 20 מינוט פון ירושלים!

נישט ווי מ'האט געמיינט ביז היינט אז "בית שמש" איז א שטאט אויף די זון!

נאר,,פרייליך » מיטוואך פעברואר 26, 2014 11:05 am

· #186834
על טהרת הקודש
מען שמועסט אין שיל אז רבנים האבען דארט נעכטן צום 'ערשטן' מאל זייט די אנהייב פינעם גראבן באזיכט ביי די מערות, און די חברה פון אתרא קדישא האבען דורך א שפיצעל פארטריבען די שומרים פריי צו מאכען דאס פלאץ, האט איינער מער דיטעיל'ס ?

יא, שטארקע אופדעיט'ס אין די לעצטערע טעג.

נאר,,פרייליך » מיטוואך פעברואר 26, 2014 11:10 am

· #186836
נאך די אומפארשעמטע אקט פון די רקידת ה'נארוינים על הבית עלמין, וואסי באמת ניש קיין חידוש פאר די ליינער דא די לעצטע האלב יאר, וואס האט געזאלט דינען אלס א גרויסע חיזוק אקט פאר די קברים גרעבער,
איז אין די לעצטערע טעג דורך פארשידענע דרכים געלונגען פאר די ערליכע שומרי הקברים אריינצוברענגען א דעלעגאציע פון רבנים פון פארשידענע קרייזען זיך צו איבערצייגען וואס עס טוט זיך אויפען שטח,

עס איז נאר פארבליבען איין ספק ביי די רבנים וויזוי מען געט זיך אנייצע מיט א בפירושע נארוינישער ריקוד וואסי לכ' גאר א שטארקער סמך צו קענען ממשיך זיין......

בילד פון די לעצטערע ביינער וואס מען טרעפט נאך די ארכילאגישע גראבעריי
IMG-20140212-00194.jpg

שעפטל » מיטוואך פעברואר 26, 2014 11:55 am

· #186849
ברעיקינג!!!!!!!!! נאך חדשים פון סטראשענען, האט דער נער איינמאל פאר אלעמאל אהערגעברענגט עפעס א בילד פון א ביין!!!!!!

יאפ, ער האט אונז נישט אנטוישט!!!!!

יעצט מיז איך טוישן אונטערשריפט און רעזעגנירן...

I'm back » מיטוואך פעברואר 26, 2014 11:59 am

· #186850
@נאר,,פרייליך, ביסט גאנץ גאד לאקינג.

די אויבערשטע זאל דיר צושיקן דיין באשערטע בקרוב.

נאר,,פרייליך » מיטוואך פעברואר 26, 2014 2:04 pm

· #186876
שעפטל
ברעיקינג!!!!!!!!! נאך חדשים פון סטראשענען, האט דער נער איינמאל פאר אלעמאל אהערגעברענגט עפעס א בילד פון א ביין!!!!!!

יאפ, ער האט אונז נישט אנטוישט!!!!!

יעצט מיז איך טוישן אונטערשריפט און רעזעגנירן...

חס ושלום גלייב נישט דעם בילד, ליין איבער נאכאמאל דעם קומענדיגער צעטיל, און ווער נישט נתפעל פון דעי אלע וואס זאגען דיר קברי גויים, שלא כדרכו, קליינע מערות און נאך זינלאזע בעלאניס נעם אהן דער ווערסיע דא און בלייב מיט דעם. ביטע עס חזר'ן לפחות צען מאל א טאג.
20131015_2027729060_jpg.jpeg

רפאל » מיטוואך פעברואר 26, 2014 2:56 pm

· #186899
נאר,,פרייליך
רפאל
נאר,,פרייליך
דא האט איר נאך עטוואס אינפא. מהנעשה והנשמע על שטח הבית עלמין

זעהט מער אביסעל איבער די שקרים מחצר המתיר מלפנים המתפטר (רייבעד)
<a class="postlink" href="https://docs.google.com/file/d/0B_mdv1cAHgS5YTBRTE1wOWxDUmc/preview?pli=1">https://docs.google.com/file/d/0B_mdv1c ... view?pli=1</a>

@נאר,,פרייליך. עס איז אינטערעסאנט צו זעהן ווי דו ברענגסט א גאנצן צייט ראיות לסתור דבריך.
איך האב אויבן צוגעברענגט וואס דער ראב"ד שרייבט אז די לעכער (פירים) זענען נישט גענוג גרויס צו קענען דארט אראפ נידערן א מת אן קיין בזיון, מען רעדט דא פון די לעכער פון אויבן און נישט פון די מערות צו וואו די לעכער פירן.
משום איזה סיבה האסט נישט געפיהלט פאר וויכטיג זיך מתייחס צו זיין צו מיינע ווערטער, פאר דיר איז א שטערקערע ראי' אז מען זעהט ארונים טאנצן דארט, איז דאך א מפורש'ע ראי' אז די ארונים זענען יא פארמישט דא, און ממילא? ווייס איך נישט די אויספיר.

טענו לו בחיטין והודו לו בארונים. דו ברענגסט קליפס אז אינווייניג פון די מערה איז גענוג גרויס, און דער ראב"ד רעדט אז די אויבערשטע לאך איז נישט גענוג גרויס, און צו קענען אראפלאזן א מת דארט דארף מען אים איינבייגן די פיס, וואס דאס האט מען קיינמאל נישט געטוהן ביי אידן.
האסט עפעס א תירוץ אויף דעם?

ביסט דיר אומזינסט מייגע אויף די הייליגע רייד פינעם הייליגען,.,.,. ער שטייט און לאכט ווי די רפאל ביסט'ר יעדן טאג מטפל מיט זיינע פרישע רייד
ביי אונז נעמט אהן לשון ראשון כדאיפסקא תפוס לשון ראשון
דער ראב''ד שרייבט קלאר ''בבירור שיתוודע שהם קברי עכו''ם'' אפגעזעהן צו ס'לעכער בורות תבואה מים אוצרות שמן חולדה גוררתן, ערד ציטערניש, שוין מיין הענט טוט מיר שוין וויי
נמשיך עוד אי''ה

אינטערעסאנט ווי דיינע הענט טוען שוין וויי אזוי שנעל, דאכט זיך אז דו האסט שוין געשריבן מערערע לענגערע תגובות אין די נושא.

איך פרעג דיר א נארמאלע קשיא. דו ברענגסט קלארע ווידיאס צו איבערצייגן דיין רעכט, און איך זאג דיר אז דיינע ווידיאס זענען בכלל נישט סותר מיט די דברי המתירים, ענטפערסטו מיר מיט נארישקייטן. הזאת נעמי?

עס דערמאנט מיר פון די קול חומת הדת ליין, וואס ער האט יעדן צווייטן טאג א באמבאסטישע נייעס אז יעצט קען מען הערן א געוואלדיגע דרשה ווי עס וועט ווערן אויפגעדעקט די קלארע פאקטן. עס מאכט מיר יעדע מאל נאכאמאל נייגעריג, אפשר דאך וועל איך יעצט שוין הערן עפעס נארמאלע דיבורים, אבער מפטירין כדאתמול, צוריק צו די אלטע ליצנות. איינמאל ליגט מיר יעצט אויפן זיכרון ווי ער האט געזאגט דארט אז מען גייט הערן פון אן עד ראי' וואס האט אליינס געזעהן מיט די אייגענע אויגן. און מישענדיג אהין הער איך ווי ער זאגט אז ער האט אליין געזעהן מיט די אייגענע אויגן ווי מען האט אנגעשלאגן די מוחים...

יעצט קומסטו ווייטער מיט פארדרייטע פאקטן. מען האט געטראפן א ביין, ממש א גרויסע מציאה. אבער מיר האבן א שולחן ערוך וואס איז נר לרגלינו. די הלכה איז אז א שטח קען נישט באקומען א דין בית הקברות נאר אויב מען טרעפט דארט דריי מתים מושכבים כדרכם וואס ליגן איינס נעבן צווייטן נישט ווייניגער ווי פיר און נישט מער ווי אכט אמות אפגעריקט. דאס האט מען לכו"ע נישט געטראפן אויף קיין איינע פון די שטחים. קומסטו מיט א געוואלדיגע בילד אז מען האט געטראפן א ביין. איז וואס?
און די ליצנות גייט נאך מער אז מען וויל גאר זאגן אז אפילו נאכן פינוי זאל די פלאץ בלייבן אסור בהנאה... ווען עס האט קיינמאל נישט געהאט קיין דין ביה"ח לפי דין תורתינו הק'.

יעצט גייט מען צוריק קומען מיט די אלטע טענה אז מען האלט אין איין טוישן תירוצים פון בורות יין ושמן איז געווארן עצמות כלבים און דערנאך קברי עכו"ם. דאס איז די נארישסטע טענה וואס עס קען נאר זיין. ווען איינער האט אפגעמאכט מתחלה אן אז דאס איז א בית הקברות און פארטיג. אן קייין הוכחות אן קיין באווייזן און אן קיין שולחן ערוך, ביי אזא איינעם בלייבט עס אייביג די זעלבע. אבער ווען מען גייט צו צו די זאך מיט א תורה'דיגע בליק איז עס גאר אנדערש.
מען טרעפט א שטח וואס האט מאדנע לעכער, און לכו"ע איז עס נישט די געווענליכע אויסשטעל ווי אזוי מערות קברים קוקן אויס. מען הייבט אן בודק זיין און מען טרעפט גארנישט נאר ליידיגע לעכער, דאן דארף מען עפ"י הלכה נישט חושש זיין אז דא איז געווען קברים, מען קען זאגן אז עס איז געווען בלויז בורות תבואה יין שמן, אדער וואטעווער.
שפעטער טרעפט מען ביינער, דארף מען עפ"י הלכה נאך אלץ נישט חושש זיין אז עס איז ביינער פון מענטשן, מען קען תולה זיין אז עס איז פון בע"ח. און שפעטער ווען האט יא געטראפו א מת, אפילו עס וואלט געווען מושכב כדרכו, מעג מען אים עפ"י הלכה נאך אלץ מפנה זיין, פון איין מת באקומט נישט די גאנצע פלאץ א דין בית הקברות. אבער אז דער מת איז מושכב שלא כדרכו איז עס א קלארע הוכחה אז אויב עס איז יא געווען דא מתים זענען זיי געווען גוים.
און בצירוף אז די פירים, די לעכער פון אויבן וואס פירן צו די מערות, זענען נישט גענוג גרויס אראפצולאזן דארט א מת אן דעם וואס מען זאל אים דארפן איינבייגן די פוס וואס דאס האט מען קיינמאל נישט געטוהן ביי אידן.
יעצט גייט קומען די נעקסטע ליצנות אז די רבנים האבן געזעהן מיט די אייגענע אויגן אז די מערות זענען יא גרויס צו קענען לייגן א מת כדרכו, ווען מען רעדט דא בכלל נישט פון די אינעווייניגסטע מערות, נאר פון די פירים פון אויבן.

איך האב דא נישט קיין שום נגיעה. איך האב גארנישט מיטן ראב"ד און אויך גארנישט מיט ר' אהרן, איך בין מיט ביידע פון זיי נאך אין מיין לעבן נישט געשטאנען אונטער איין דאך. אבער איך קוק אזוי צו פון די זייט, און דאס הארץ טוט וויי ווי אזוי עטליכע ליצים מאכן דאס גענאר פונעם שטאט, און פירן אריין רבנים אין א טאפ פון ליצנות און שקר, און אלעס מיט א לבוש פון פרימקייט און ערליכקייט, און לוחם זיין להעמיד הדת על תילה.

פון איין זייט שטייט דער ראב"ד און ער שרייבט קלארע תשובות להלכה אז מען מעג דא גראבן בלי שום פקפוק, און אנשטאט צו ענטפערן כדרכו של תורה מיט ראיות להלכה אקעגן אים, גיסט מען זאמד אין די אויגן מיט אלערליי ליצנות. און מען איז נאך מהפך הקערה על פיה, אז די מתירים זענען גאר די וואס מאכן ליצנות.
די צד המתירים האבן ארויסגעגעבן א שיינעם קונטרס דברי אמת וצדק צו מסביר זיין זייער צד, מיט די ווארט 'שיין' מיין איך נישט אז עס איז אמת וואס זיי שרייבן, עס קען זיין אז עס איז הוילע בלאף. אבער די נארמאלע וועג פון ענטפערן אויף דעם קונטרס וואלט געווען צו ארויסגעבן א קונטרס צו אפענטפערן זייערע שקרים. און אויב איז נישטא גענוג געלט פאר דעם, זאל מען כאטש עס פארענטפערן אויף זייער האטליין. אבער אנשטאט דעם האט ער גע'דרש'נט דארט אויפן האטליין אז עס גייט קומען א לענגערע ענטפער (אויף וואס איך ווארט נאך דערויף ביז היינט) אבער ביזדערווייל האבן זיי אביסל פארענטפערט.
איינס אז עס איז קלאר נישט געשריבן געווארן דורך די קונים אזוי ווי עס שטייט אויפן דעקל, נאר עס איז געשריבן געווארן אין בלאט אפיס... די ליצנות איז גרויס. וכי על זה אנו דנין?...
נאכדעם האבן זיי געהאט א דרשה פון הרב רובין, אז דאס וואס עס שטייט דארט אז ר' דוד שמידל איז געגאנגען צו די בחירות איז קלאר נישט אמת. און דאס וואס ער לערנט פאר דף היומי דאס איז נאר פאר ספרדישע בעלי תשובה... די ליצנות איז גרויס. וכי על זה אנו דנין?...
ער שרייט נאכאמאל און נאכאמאל אז ממש מען גלייבט נישט אין השארת הנפש. סארא ליצנות. מען איז דאך דן אויף דעם, אויב דא ליגן מיתי ישראל אדער נישט.
און אזוי ווייטער רעדט ער פון אלעס ארום נאר נישט צום פינטל אויף וואס מען איז דא דן.

די צד המתירים פרובירט כאטש צו מסביר זיין זייער צד מיט נארמאלע דיבורים עפ"י הלכה און עפ"י המציאות, און די צד האוסרים קענען נאר שרייען פוי, מאכן מעכטיגע הפגנות, שרייבן פארפירערישע צעטליך. און איך -- צוקוקער פון דער זייט -- שטיי און איך וואונדער זיך וואס דא גייט פאר. ווי אזוי קען מען אזוי משוגע מאכן די מענטשהייט, מען קען פון די צד האוסרים נישט הערן קיין איין נארמאלע גראד ווארט צום נושא, און ווי אזוי ווילן זיי אז מען זאל זיי אויסהערן און גלייבן?
און איך הייב אן טראכטן אז אויב אלע מערכות למען חיזוק הדת האט טאקע אזוי אויסגעזעהן אלע יארן זענען מיר אין עי ווערי בעד שעפ.

@נאר,,פרייליך. עס ליגט יעצט אין דיינע הענט צו ראטעווען א נפש אחת מישראל נישט צו ווערן פארכאפט אין כפירה בהשארת הנפש. אויב דו קענסט מיר ענטפערן נארמאל צום דבר וועסטו מיר ראטעווען.

נאטרוליסט » מיטוואך פעברואר 26, 2014 6:07 pm

· #186957
@רפאל, זיי וויסן אז @נאר,,פרייליך איז זיך מחיה ווען דו רעדסט צו אים איבער ביינער, לעכער, גוים אידן... אבי רעדט פון עפעס.

איך פרעג אים די פאלגעדענדע 4 קשיות און ער ווערט שטיל... שטיל... און נאכאמאל שטיל!

1) פארוואס האט פשעווארסקער רבי נישט געפונען פאר וויכטיג צו קומען צו קיין איין עצרת? ער איז דאך נשיא אין אתרא קדישא?

2) פארוואס האט פשעווארסקער רבי אויפגענומען און מכבד געווען ר' אברהם סלאנים? ער גראבט דאך קברים?

3) פארוואס האט פשעוורסקער רבי נישט אויסגעהערט די געוויינען פון ר' משה מנחם טירנויער וואס איז ספעשל געקומען צו פליען פון קאנאדא... אז ער זאל למען השם קומען אויף 2 מינוט צו די אסיפה אין ירושלים.

די פערטע קשיא איז צו @נאר,,פרייליך: קענסט שוין פארענטפערן די הארבע מוצ"ש דרשה פון מהרז"ל.

4) ווער זענען די מחטטי שכבי וועלכע פירן זיך אויף ווי משכילים וועלכע זענען באמת ערליכע אידן, און זענען שותפים מיט די ציונים און די פרייע, און אויך האבן זיי טמא'נע טעלעפאנען?...

שעפטל » מיטוואך פעברואר 26, 2014 6:39 pm

· #186973
רפאל

די צד המתירים האבן ארויסגעגעבן א שיינעם קונטרס דברי אמת וצדק צו מסביר זיין זייער צד, מיט די ווארט 'שיין' מיין איך נישט אז עס איז אמת וואס זיי שרייבן, עס קען זיין אז עס איז הוילע בלאף. אבער די נארמאלע וועג פון ענטפערן אויף דעם קונטרס וואלט געווען צו ארויסגעבן א קונטרס צו אפענטפערן זייערע שקרים. און אויב איז נישטא גענוג געלט פאר דעם, זאל מען כאטש עס פארענטפערן אויף זייער האטליין. אבער אנשטאט דעם האט ער גע'דרש'נט דארט אויפן האטליין אז עס גייט קומען א לענגערע ענטפער (אויף וואס איך ווארט נאך דערויף ביז היינט)

יעצט זעה איך שוין פון ווי דער נער נעמט זיינע סטראשענונגן אז ס'קומט אן ענטפער מיט א באמבע... און אזוי אויך זעה איך אז ער איז נעבעך אומשילדיג אז ער קומט אונז גאנצעטע בענדער מיט ווארע, ער ווארט פשוט אז דער האטליין זאל עס רעליסן... סארי אז איך האב אים חושד געווען אז ער איז א פאלנער שקרן
רפאל
אבער ביזדערווייל האבן זיי אביסל פארענטפערט.
איינס אז עס איז קלאר נישט געשריבן געווארן דורך די קונים אזוי ווי עס שטייט אויפן דעקל, נאר עס איז געשריבן געווארן אין בלאט אפיס... די ליצנות איז גרויס. וכי על זה אנו דנין?...

אויסגעטראפן אמעריקע און שטארק אפגערעגט דעם גאנצן קונטרס....!!!!!

@רפאל פאר די צוויי שטיקלעך אליינס האט זיך געלוינט ד זאלסט דא אהערקומען. כ'קען נישט אויפהערן לאכן! זיי פרעגן דאך יא שטארק אפ דעם קונטרס....

סאב-טאטעל, דער נער הערט יעדן טאג אויס יענע האטליין (אגב וואס איז די נומער? ס'סאונד ווי ס'איז גאנץ אינטערסאנט...) און ברעכט עס אויס דא געשריבענערהייט

ראש הישיבה » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 5:37 pm

· #187255
איך פארשטיי נישט! איז נישט ק"ש א פלאץ פאר מעהר ברייטערע מענטשן? ווי קען זיין אז מען דיסקוסירט אזא נארישע נושא,פון א כת משתגעם פאר אזא לאנגע צייט? ווי קען זיין מען דיסקוסירט די קראנקע נושא פון שוד המתים בבית שמש פאר אזא לאנגע צייט? אתמהה!

אויס מענטש » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 9:41 pm

· #187361
ראש הישיבה
איך פארשטיי נישט! איז נישט ק"ש א פלאץ פאר מעהר ברייטערע מענטשן? ווי קען זיין אז מען דיסקוסירט אזא נארישע נושא,פון א כת משתגעם פאר אזא לאנגע צייט? ווי קען זיין מען דיסקוסירט די קראנקע נושא פון שוד המתים בבית שמש פאר אזא לאנגע צייט? אתמהה!

ראש ישיבה שליט"א צום זאך, אוי ווי שטארק ווינדערט מיר די קשיא ?

איכה נפלה גיבורים גאנץ שטארקע גוטע שרייבערס וועןר אריינגעשלעפט אין זומפן אין און לעכער אונטער געשטעלט דורך בהמות מצומצמ'דיגע מוחות, און דער עולם טאנצט זייער שדים טאנץ
גענוג געווען עס פארשעמט שוין היידפארק

אויס מענטש » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 9:46 pm

· #187362
אזא טייערע איד ווי שעפטל פארברענגט דא צייט לבטלה ידידנו החשוב מר גאלד האט ער אויך פארשלעפט בעמקי השטותים אוי במר תבכה נפשי על חללי בית שטיבלינו

כבין זיכער אז נאך יעדע תגובה באשלוסט מען, מען גייט מער נישט ענטפערן אבער ככלב שב על קיאו ברענגט דער שוטה אראפ דעם עולם פון זייער לעוועל לעומקא דמערות ופירי השטח גלובנציץ
און לעצטענס האט זיך עס פארמערט אין פילע אשכולות
נאך א ווינדער משה געציל ווינדערט זיך פארוואס קיינער פייערט נישט דעם שנתיים הגעבורטס טאג פונעם שטיבל כמיין אז רוב מייסדים און גוטע שרייבער חלומן שוין פון עפעס אן אנדער שטיבל

וואס דארף מען מער, אז דער אשכול און ענליכע נארישע אשכולות זענען פון די מערסטע אקטיווע אשכולות א שאד אז וועבערמאן האט געדארפט גיין זיצן מען זאל קענען אנפילן אן אשכול מיט הונדערטער זייטן אין קאווע שטיבל, מען האט פונקט אזוי געקענט אנפירקלן א נארישע אשכול ווי די קברים און שוין

ליידער 😞 😞 😞

נאר,,פרייליך » פרייטאג פעברואר 28, 2014 10:46 am

· #187527
געקענט האב איך די שומרי הקברים שוין עטליכע יאר, אבער אזוינס צו באווייזען צו באגראבען א לעבעדיג שטיבעל האב איך זיך נישט געראכטען, אז דאס קאנען זיי אויכעט
שכוח @אויס מענטש פאר'ן באריכטען זייערע כוחות.

זלמן זאפיר » פרייטאג פעברואר 28, 2014 11:18 am

· #187537
צדיקים האבן געזאגט מיט א ריקוד של שמחה קען מען מבטל מאכן אין צימישן דעם שטן

ביי דעם הייליגען טאנץ אין בית שמש וואס די ריכטיגע ערליכע יודען מיטן פייער קנאות מערקט זיך עס שטארק אן ווי די שונאי כל טהרה
די פאראזיטין פין כלל ישראל וואס זיי צערנען אויף דעם אן דער כל זה איננו שוה לי טראגט עס נישט איבער

אן וואס דארף מען מער ווען די סטרא אחרא האט געמיינט אז זיי וועלן אינגאנצן איין נעמען די עדה החרדית מען וועט ארויס ווארפן דעם ראב"ד
אין ר' יצחק טובי וועט קענען טיען וואס ער וויל היל"ת

אבער דער ערליכער יודענטום האט געזיגט אין מען האט צוריק געשטעלט דעם ראב"ד על כנו

אין מען אז מען זעהט ווי די רשעים וויינען וואס דארף מען מער

נאר,,פרייליך » מאנטאג מערץ 3, 2014 5:04 pm

· #188170
@רפאל איך בין מוכן זיך צו באציען צו דיינע רייד, אבער ביטע נעם אינאכט הרב רפאל אז די מינוט וואס די הייבסט אהן מיט די ליצנות נאן-סענס פןן @זלמן זאפיר @נאטרוליסט @שעפטל @אויס מענטש @קאך לעפל @איים בעק דאן העסטו האבען סך הכל די מסקנא וואס זיי האבען און העסט'ר קענען ארויסלאזען מיט זיי אין אן עגל טאנץ ומחול ביים שטח הבית עלמין.

אל כבוד הרב רבי רפאל:
א) דאכטצעך אז די ביסט דער ערשטע דא ואס קומט בעטן צו הערן עפעס, און ניש בלויז אויסגעבן נגיעות, רצונות, ווייטאג וכדו' און יעצט:

אויב ביסטו באמת גרייט צו הערן וואס אן ערליכער איד ברויך צו קוקען אויף די סיטואציע און זיך אפלאזען פון די כת ליצים, וואס לאכען פון די גאנצע ענין פון היטען אויף קברים, דאן ביטע טוה מיר א גענאדע הער אויס א לענגערע שמועס פון א עסקן מעורב בתוך הענינים נומער פינעף און אכציג ביי די שמועסן, ווען די האסט די זאך קלאר דאן קום צוריק מיט אלע דיינע הערות, אויף נומער הינדערט צוואנציג איז אויכעט כדאי אים צו הערן.

אויכעט הער אויס הרב אליעזר יודא ווייס וואס איז מעיקרא אריין דורכ'ן צד המתיר אין בילד הער אים אויס און קום צוריק מיט דיינע הערות,

סתם פירקלען דרשות האב איך שוין גיהאט דא א האלבע יאר מיט די נארוינים חארוינים, און די זעסט אויכעט ביי וואס זיי האלטען.

אז די האלסט באמת דערביי, דאן קום צוריק מיט דיינע קענטעניסען.

אבער ביטע בעפאר די ענטפערסט:

נאכען ענדיגען הערן קלערט אייך איבער,
האט איר דורכגעטראכט זיינע שמועסן ? ?
האט איר זיך מתבונן געווען אין זיינע גלויים אויפדעקונגען וואס דא האט זיך אפגעטון ? ?
אויב יא וואס זענען אייערע הערות ? ?

נ.ב. אויב חלילה די שמועס קערט זיך אים לדרך הליצנים דאן גיי כאפ מיט זיי א רקידה.

נאטרוליסט » מאנטאג מערץ 3, 2014 5:59 pm

· #188204

אלע קשיות שיק ביטע צו פשעווארסקער רבי שליט"א... זעהט אויס אז ר' משה מנחם טירנויער האט אים נישט גענוג מסביר געווען.

געשוויסטער » מאנטאג מערץ 3, 2014 6:40 pm

· #188230
רבינו סר מן הדרך!!!
איך הער יעצט פון א קראנטע מקור אז מיין רבי אדמו'ר ר' זלמן לייב מ'סאטמאר שליט'א האט ביי א מיטינג נעכטן נאכט זיך אויסגעדרוקט אז בעצם איז נישט קיין פראבלעם צו גראבן אין בית שמש!!

שומו שמים!! אזוי ווייט זענען מיר שוין געפאלן אז אונזערע מנהיגים פאלן אזוי און לאזן אויפגראבן קברי ראשונים?!?!?!

ווער האט פרטים זאל פליז מרחיב זיין.

מיסטער מענטש » דינסטאג מערץ 4, 2014 1:07 am

· #188324
נאר פרייליך בעט מזאל אויסהערן ""דעם אמת"" אויף א שמועס מיט א עסקן אויף חולת הדת ( נעבעך)

אקעי איך גיי שוין אבער קודן ענפער מיר איין זאך

אויף חולת הדת האט לעצטע וואך ""א חשובע עסקן"" פון ארץ ישראל געזאגט

אז ער האט אליינס געהערט פון הרב אולמאן אז מטאר נישט גיין צו די פראטעסט זונטאג קעגן גיוס

כהאב אליינס פארשטאנען אז סיז א גראבע ליגנט

אבער סהאט געפאשטשט אין פנים ווען רב אולמאן אליינס איז אויך געקומען צו די עצרת !!!!!

סוי וועלכע ליגענער ווילסטו איך זאל אויסהערן?????? זאג נאכאמאל

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 4, 2014 1:09 am

· #188325
איך הער עס דרייעט זיך ארום א צעטל ווי עטליכע רבנים האבן זיך אריינגעכאפט און אליינס אפגעמאסטן די קברים און זיי זאגן קלאר אז עס שיינט יא צו זיין א אידישע בית החיים!

איך האב באמת נישט געהאט קיין מיינונג ביז אהער, זיך נישט געמישט, וואס ווייס איך דען? אבער דאס איז קלארע פאקטן וואס זיי זאגן אז אפילו די רבנים המתירים האבן זיך אויך איבערצייגט. אויב איז עס אמת, כאפט א פחד. נישט קיין דזשאוקס.

איך בין נייגעריג אויב איינער קען מברר זיין פרטים. איך מיש נישט קיין פאליטיק כידוע, איך וויל נאר הערן פאקטן. שוין חדשים ואס איך פארשטיי נישט ווי אזוי מען קען זיך שלאגן איבער א מציאות הדברים וואס מען קען מברר זיין. ענדליך הער איך מען טוט שוין צו דער זאך. אבער איך זאג נישט גארנישט ביז איך הער מער קראנטע פרטים. און ביטע, אן ליצנות. איי עם סיריעס נאו.

מיסטער מענטש » דינסטאג מערץ 4, 2014 1:10 am

· #188326
נאר,,פרייליך
אויכעט הער אויס הרב אליעזר יודא ווייס וואס איז מעיקרא אריין דורכ'ן צד המתיר אין בילד הער אים אויס און קום צוריק מיט דיינע הערות

נע איך גיי ענדערש הערן יענקי פאלעי

ער איז מתחליה אריין אין בילד דורכן צד האוסר 😂

מיסטער מענטש » דינסטאג מערץ 4, 2014 1:14 am

· #188327
שמעקעדיג דא האסטו א אימעיל

עדכון יומי

-------------------------------

אחר הסיור שהיה על השטח בבית שמש על ידי כעשרה חשובי העדה וגם עסקנים משני הצדדים
היום פרסמו אתרא קדישא מכתב שכתבו ונחתם על ידי שני משתתפים בודדים - חסידי הרב שמידל שליט"א
אשר מצוות קיומה של אתרא קדישא היא המטרה היחידה העומדת על הפרק בזמנינו אנו...

1)
במכתב החדש הם כותבים כי ראו בעיניהם שהמערות הם גדולים מדאי לשכב בהם כדרכם,
אבל דא עקא כי צירפו גם סרט וידיאו אשר בו נראה בבירור האיך האברך שם מתקשה מאוד ליישר את ראשו על הארץ!

2)
במכתב החדש הם כותבים כי הפירים והפתחים הם רחבים דיים להוריד מת בדרך כבוד
אבל על הוידיאו שפרסמו רואים האיך הביאו דוקא מקל המתקפל ואכן הוא נעשה כמו עיגול כשמורידים אותו.
בו בזמן שהם צועקים שם להרבנים "אתה רואה, זה נכנס יישר בקל"....
וזה עוד מהמערות שיש להם פתח רחב יותר מהשאר!

3)
גם רואים בוידיאו אחד האיך אברך נשכב בתוך בור חפור שזה מערה שכבר נפתח לגמרי למעלה והיא בלי גג
והאברך שואג להרבנים "ראה אני שוכב כדרכו", בו בזמן שהקרקע היא קרקע המערה וגם קרקע הפיר ביחד.
ואכן זה ראיה ברורה שהמערה לחוד היתה קטנה מאוד מאוד.

4)
הם כותבים בהמכתב כי המדידה היתה במקום הרחב ביותר במערה
ופירושו האמיתי לפי המציאות היא שמדדו באלכסון כאשר הם בעצמם יודו לכל שואל.
אז יאמרו לנו המומחים האלו באיזה מקום בארץ כבר מצאו מתי ישראל במערה שאין לו מקום לקבורה רק באלכסון!... היעלה על הדעת כי עשו מערות כזה לצורך קבורה ישראלית?

5)
בהגביית עדות שקר היו כותבים שהמערות הם עד כשתיים וחצי מטר שהוא שיעור ד' אמות כקבר ישראל עפי הלכה.
אבל כאן נעלמו כל זכר של מספר שיעור וכדומה ולא רצו לגלות מה אכן השיעור שנמצא במדידות!
למה?... כי חלילה זה יגלה את האמת ויצטער אותו צדיק הרב שמידל...

6)
בסופו מוסיפים כי חשוב לציין כי אף אם המערות הם קטנים אין זה הוכחה שהיא של גויים כי יכול להיות שהם של ילדים או של ליקוט עצמות.
למה זה כל כך חשוב לציין? כי באמת אין דעתם נוחה כל כך במה שכותבים שהמערות הם גדולים?... אכן מסתבר.

7)
בהגביית עדות הקודמות שנחתם גם על ידי אחד משני הרבנים הנל ציינו מקורות בפוסקים שאף מערות קטנות הם קברי ישראל.
בתחילה כתבו כן בשם הדברי חיים החכם צבי והשבות יעקב וספר אבן ישראל,
בגירסא השנייה מחקו רוב המקורות אבל נשאר ציון לאבן ישראל - אשר גם שם לא נמצא דבר כזה
ועכשיו קרבנו לאמיתתו....
כבר נעלם מאתנו כל סוג ציון שהוא לאיזה פוסק ראשון או אחרון
רק נולדו סברות רחוקות מהשכל שחוששין אולי ואולי קברו שם רק ילדים, או אולי ואולי לא השתמשו בהמערות לקבורה רק לליקוט עצמות, אשר החששות האלו אינם עולים על הדעת כלל וכלל כמו שכבר ביאר מרן הראב"ד שליטא בתשובתו האחרונה.

וכל זה למה?...
בכדי לנסות להטריף את הדעת ולזרות חול בעיני הציבור על אודות פרט אחד שהוסיף מרן הראבד אחר שכבר התיר הדבר בברירות אף בלא זה.
האם זה בכלל כדאי להם?
זה אכן מסירת נפש ממש למעם קיום ארגון אתרא קדישא המתעוב למקום ולבריות!..

נאר,,פרייליך » דינסטאג מערץ 4, 2014 11:57 am

· #188409
@אויס מענטשדי תלמידי ישיבת ה'ירושלימער רב לא השתתפו על פי פקודת הרב בהוראת הגרא''י אולמאן.

איי וועט איר פרעגן פארוואס די רב איז געוועזן אין א קאר?

די רב רבי טובי' האט א פראבלעים מיט א מתיר לחפור בקברי קדמונים עז אוו נאו וויל ער נאך פערסענעל ניש ארויסגיין מיט אים אין קריג, אוןדא האט דעם מתיר מורא'דיג געברענט די רוח קנאות צו גיין מיט מזרחי להשתתף עמם במלחמתם, האט דער רב געניצט דעם מחאה מיטעל פון א קאר.. וען מען וויל נישט יענעם פערסענעל ווייטון.

נאר,,פרייליך » דינסטאג מערץ 4, 2014 12:01 pm

· #188414
@שמעקעדיג ייש''כ פאר'ן משמיע זיין דעתך בהנושא, ביטע אז די האסט דעם צעטיל לייג עס דא פארן פאבליק.

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 4, 2014 12:08 pm

· #188427
איך ארבעט דערויף. איך האב אפאר חברים וואס טוען אין דעם נושא. איך האף איינער פון זיי וועט עס מיר אימעילן, דאן וועל איך עס ארויפשטעלן.

הגם מיסטער מענטש זאגט אויך גוטע סברות, בינעך שוין ווייטער צומישט!

שעפטל » דינסטאג מערץ 4, 2014 12:11 pm

· #188430
טוה מיר א טובה און מאך נישט הרב אלמאן פאר א פליפ-פלאפער. דא הייסט ער נישט גיין, אבער ער גייט.

אזוי אויך איז אינטערסאנט, אז אין בית שמש הייסט זיצן אין קאר געגאנגן צום פראטעסט קעגן קברים און פולי אנטייל גענומען, אבער אין ירושלים הייסט זיצן אין קאר נישט אנטייל גענומען פולי. נאך אינטערסאנטער איז אז האסט געשריגן אז דער גאב"ד איז נישט געווען גרייט זיך אינטערצונעמען גארנישט אז דער ראב"ד זאל צוריק קומען אין די עדה, א וואך שפעטער האט דער גאב"ד ווידער מורא פונעם ראב"ד. יעצט זאג דו מיר ווער ס'איז ארויס א געווינער...

נאר,,פרייליך » דינסטאג מערץ 4, 2014 12:13 pm

· #188431
@שמעקעדיג קען זיין ער זאגט גוט און וועט נאך זאגען נאך בעסער, די פראגע איז נאר פארוואס אלס ווערן זיינע רייד בלויז געברענגט פון עדכון יומי'ס פון דעם שיכור און יענער פויגעל
פארוואס האט ער נישט קיין רבנים וואס זענען מטפל געהעריג בבירור המציאות, צו דורך בילדער צו גביית עדות, פארוואס א חוץ פון אויפקומען יעדן פרישען שני וחמישי מיט נייע ווערסיעס איז מען גארנישט מאשר דורך בילדער צו גביית עדות

פארוואס די לעכער ווערסיע איז נישט געווען באגלייט מיט בילדער גביית עדות וכדו'? וה''ה צום כלבים ווערסיע ועוד ועוד.

נאר,,פרייליך » דינסטאג מערץ 4, 2014 12:17 pm

· #188435
הרב אולמאן איז נישט קיין פלאפער רבינו שליט''א ווען בתוך המחנה ווערט א ריס צווישען די צדדים כמב' כאן ליין אביסעל. ברויך די רבי טאנצען אביסעל אהער און אהין

דער רב פון ירושלים ואתו הגרא''י ועוד האבען א פראבלעם ווען אין די ישיבת העדה זיצען אזוינע וואס גראבען און זענען מצרף זייער שטיצע צום רבינאט גיטין און שיקט צו בחירות עריי' ועוד דאס איז א פראבלעם וואס מען ברויך קאנען הענדלען

אדרבה האסט אנייצע פאר'ן רב טראג עס אהן,מען האט שוין געמיינט אז די התפטרות גייט עטוואס לעזן די פראבלעים, אבער דערווייל קוקט עס אויס ווי מיין רעזיגנאציע.

שעפטל » דינסטאג מערץ 4, 2014 12:37 pm

· #188445
ווארפסט אים ארויס! אדער פייפסט אים אן אפשר וועט ער דאס מאל יא רעזעגנירן איינמאל פאר אלעמאל

זלמן זאפיר » דינסטאג מערץ 4, 2014 12:46 pm

· #188449
איך בין ברוך השם נישט די ירושה פין קיינע פין זיי
דארף איך נישט פארענפערן דעם ראב"ד צי דער רב הפעלץ צי ר' יעקב מאיר שעכטער פארוואס זיי געגאנגען צי דעם מזרחי פראטעסט

א רחמנות ווער עס פארענעפערט זיי

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 4, 2014 2:06 pm

· #188493
שמעקעדיג
איך הער עס דרייעט זיך ארום א צעטל ווי עטליכע רבנים האבן זיך אריינגעכאפט און אליינס אפגעמאסטן די קברים און זיי זאגן קלאר אז עס שיינט יא צו זיין א אידישע בית החיים!

איך האב באמת נישט געהאט קיין מיינונג ביז אהער, זיך נישט געמישט, וואס ווייס איך דען? אבער דאס איז קלארע פאקטן וואס זיי זאגן אז אפילו די רבנים המתירים האבן זיך אויך איבערצייגט. אויב איז עס אמת, כאפט א פחד. נישט קיין דזשאוקס.

איך בין נייגעריג אויב איינער קען מברר זיין פרטים. איך מיש נישט קיין פאליטיק כידוע, איך וויל נאר הערן פאקטן. שוין חדשים ואס איך פארשטיי נישט ווי אזוי מען קען זיך שלאגן איבער א מציאות הדברים וואס מען קען מברר זיין. ענדליך הער איך מען טוט שוין צו דער זאך. אבער איך זאג נישט גארנישט ביז איך הער מער קראנטע פרטים. און ביטע, אן ליצנות. איי עם סיריעס נאו.

אומגלויבליך. איך פרעג א פשוט'ע שאלה, באמת מסיח לפי תומו, און איינער איז געווארן גאר צעווילדעוועט און שיקט מיר א אישי מיט א פסק פארן זיך וואגן צו פרעגן.
עפעס שמעקט נישט גוט דא!

דא האט איר דעם אישי:

נאך איין צימעס תגובה און דו מעקסט הא?
חלום שוין נישט אזוי סאך, קאווע שטיבל איז הייד פארק א דאנק דיינע חברים און שרייבער ווי נאר פרייליך און דער שכן,
כלל ישראל אטעמט אפ אז אזא נארישע מקום ווי קאווע שטיבל שטינקט פון צימעס און צואה
גיי אן ווייטער מיט דיין נאיוועטעיט

קען מיר איינער מסביר'ן על מה יצא הקצף? און וועלכע כלל ישראל אטעמט אפ?

נאטרוליסט » דינסטאג מערץ 4, 2014 4:09 pm

· #188559
@שמעקעדיג

אן אריינגיין ווער עס סטראשעט דיר חלילה מיט'ן ארגסטן ה"י, וויל איך נאר בעטן איין קליינע זאך:

1) באטראכט גוט די פיקטשער וואס דו זעהסט דא: זענען די לעכער ד' אמות יא אדער ניין?

2) אויב דו קענסט נישט דעסיידען, ביטע טוה מיר א געפעליגקייט, קוק נאך דעם שו"ת חכם צבי, שו"ת דברי חיים און שו"ת אבן ישראל... וועסטו דארט טרעפן מה שלבך חפץ

3) אויב דו קענסט נאך אלץ נישט דעסיידן נאכדעם עי' נשר.

4) אויב דו קענסט נאך אלץ נישט דעסיידן נאך די אלע באווייזן: הער וואס כ"ק פשעווארסק דער נשיא פון אתרא קדישא האלט.

איך האף אז דאס דארף שוין זיין גענוג פאר אזא בר דעת ווי איר זענט.

signout » דינסטאג מערץ 4, 2014 7:32 pm

· #188625
ישר כח פארען צולייגן נאך א פעיזש צו אשכול, ווייל ווען איך פלעג עפנען פעיזש 63 האט מיך תיכף אנגעהויבן איבלען...
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32