סאשי פישיעצט געווארפען אין קרית יואל!
מחלוקת צווישן גדולי ישראל איז נישט קיין נייע ערשיינונג, אייביג איז געווען מחלוקת'ן,
אנגעפאנגען נאך פון בית שמאי און בית הלל, און אזוי ווייטער תנאים ומוראים, רש"י ותוס' וכו',
אויך אין די לעצטע הונדערטער יארן ווי דער יעב"ץ מיט רבי יונתן אייבשיץ זצ"ל, בעש"ט הק' והגר"א וכו'.
די אלע צדיקים וגדולי ישראל זיצן אין לעכטיגן גן עדן באהבה ואחוה ושלום, ווייל די מחלוקת'ן זענען געווען לשם שמים.
אבער די אזויגערופענע "אויבער חכמים", די וועלכע האבן זיך כלומר'שט אנגענומען פאר'ן כבוד פון זייערע רבי'ס, און האבן מבזה געווען דעם אנדערן, די זיצן נעבעך אין פינסטערן גיהנם, אין שאול תחתית, לדורי דורות, די מלאכי חבלה שמייסן און רייסן פון זיי שטיקער, די ביטערע געשרייען פון די שרעקליכע יסורים וואס זיי ליידן איז נישט צו באשרייבן, עס איז טאקע א גרויס רחמנות אויף זיי, אבער קיינער קען זיי נישט העלפן דאס וואס זיי האבן זיך ליידער מיט די אייגענע הענט גורם געווען, און ווער ווייסט וויפיל הונדערעטער יארן צי טויזנטער יארן דארפן זיי נאך אויסגעלייטערט ווערן רח"ל.
חכמינו ז"ל האבן נישט געשריבן ח"ו קיין שקר און נישט קיין גזמאות, ווער עס גלייבט נישט אין זיי איז ח"ו א כופר,
קיינער האט זיך נאכנישט ארויסגעדרייט פון זייערע ביטערע קללות וואס זיי האבן געשאלטן דער וואס איז מבזה ח"ו א תלמיד חכם,
ווי: אין רפואה למכתו, נידון בצואה רותחת, אין לו חלק לעולם הבא, א.א.וו.
עס איז באקאנט אסאך מעשיות פון די ביטערע עונשים אויף דער וועלט, אויף זיך זעלבסט, די ווייב די קינדער רח"ל, און דער עיקר אויף יענע וועלט, די אלע וועלכע האבן מבזה געווען תלמידי חכמים, הקב"ה נעמט זיך אן פאר די כבוד פון די תלמידי חכמים און טוט נישט שוינען קיינעם.
מ'דערציילט פון הצדיק רבי שלמה'קע זוויהלער זצ"ל, ווי באקאנט פלעגן זיך דרייען ביי אים אינדערהיים פיל קעץ, האט ער זיך איינמאל ארויסגעכאפט אז די זענען גלגולים וועלכע האבן מבזה געווען און גערעדט לשון הרע בעת די מחלוקת פון רבי יונתן אייבשיץ זצ"ל. עס כאפט א שרעק און א ציטער צי וואס מען קען רח"ל אנקומען, און וויפיל מ'וועט זיך נאך דארפן פלאגן אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט, און דערנאך מיט גלגולים רח"ל.
טייערע ברידער! האטס רחמנות אויף אייערע נשמות, איר זאלט נישט חלילה פארפאלן ווערן אין שאול תחתית אויף לדורי דורות!
האטס רחמנות אויף אייך, אייערע ווייבער, אייערע קינדער, געדענקט עס איז א שפיל מיט פייער! די וועלט איז נישט הפקר!
וואס האבן מיר קליינע קעפ זיך צו מישן אין די אדירי התורה, ווי קען זיך ווער דערוואגן צו רעדן שרייבן א דבר גנאי אויף א תלמיד חכם, בפרט אויף א גדול מישראל! ווער וועט אים דען קענען העלפען ווען עס וועט אנקומען דער ביטערער טאג רח"ל.
טייערע ברידער! עס איז נישט קיין קינדערשפיל, עס איז שפיל מיט פייער! געדענקט מ'האט אייך געווארנט!!!!