☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » דער שוד המתים אין בית שמש נאך א פארצויגענער מערכה אנגעהויבען

דער שוד המתים אין בית שמש נאך א פארצויגענער מערכה אנגעהויבען

1597 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4495
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32

מיסטער מענטש » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 6:45 am

· #144536
עענדליךךך!!!!

אתרא קדישא האט געשיקט א אימעיל מיט בילדער

און איך זעה טאקע דארט אז מען האט געטראפן

אפאר גלגולת און שלדים !

יא ! לעבעדיגע בילדער גיט א קוק
שוטרים מכים ופלאי צוחק.jpg

נאר,,פרייליך » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 8:08 am

· #144541
נאטרוליסט אויס מענטש וכל החברים שיחי' וואס בעטן זעך זוי בדמעות שליש געמיר א ביינדעל און איך לאז איבער דעם ראב''ד פאר זיינע אינטערנעט תומכים און איך קריך אראפ פינעם בוים
הערט צום לעצטן מאל
העט איר פירקומען מיט א טענה נכונה ותשובה הגונה וואס דער שר החילול ומפקיר קברים (נא! שא!) האט צו זאגען איבער דעם שרעקליך בילד וואסי נוקב ויורד עד לתהום אינעם קבר אריין ביי זיינע חפירות אין באר שבע היי יאר
ברענג איך אייך שוין בילדער וויפיל איר ווילט אבער ביטע קודם א הסבר אויפען ערשטען בילד
אז ניש בלייב מיט אים און לויף אים נאך אינאיינעם מיטען ראבינאט הציוני.
''''''''''''''''
בד''ו איז אינטערסאנט צו זעהן ווי די אויבערגלויביגע וואס גייען בתמימות און פרעגן געווענליך ניש קשיות אויף וואס דער רבי טראכט און טוט נאר גייען מיטן גאנצען תמימות די חעברע זענען מיר פלוצים אויפגעקלערט
קיין שום רב און גדול וואס האט גע'חתמ'ט און פארפירט אז מ'רייסט אריין אין מערות קיינער ווייס ניש וואס טוט זיך
נאר ער וואס פאר געוויסע אינטערעסן קומט'ם אויס בעסער צו לאכען פון יעדן און זיך פארגלייזען די אויגען פאר'ן שר המתיר וואס איז מעיד בשם א מזרחי'סט אז ער זאגט נאך פון א ארכילאג אז ס'גויים און אלע טאנצען נאך ווי שטירען.
נא אל תשיבני ריקם
ביטע ניש ענטפערן מיט ליידיקייט און לופט, ביטע רעד צום דבר
............
הער די פילע רבנים ואדמורי''ם וואס האבען אויסגעדריקט זייער ווייטאג איבער'ן חילול הקודש אויף
718.362.8800.11

מיסטער מענטש » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 8:24 am

· #144543
נאר,,פרייליך
קיין שום רב און גדול וואס האט גע'חתמ'ט און פארפירט אז מ'רייסט אריין אין מערות קיינער ווייס ניש וואס טוט זיך

מיסטער מענטש
אתרא קדישא קומט נעבעך איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל מיט די זעלבע געציילטע תמימותדיגע רבנים

די אלע האבן געשריבן צצוויי יאר צוריק אז ווער עס ראטעוועט קברים אן רשות פון אתרא קדישא

איז א חבר לאיש משחית

איך מיין אז פון דארט און ווייטער איז יעדע צעטל פון זיי אלע ווערד עפ"י די הלכה כקליפת השום

נאר,,פרייליך » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 8:28 am

· #144544
מיסטער מענטש וכו' הער נאכאמאל:
בלייב דיר מיט דיינע מחטטים כל זמן איר העט ניש ברענגען נארמאלע הסברה אויפען ערשטען בילד
בלייב מיט דיין הייליגען ...... און לאז אינז געמאכט זיי ניש מוחה פריי דיר מיט יעדע מערה וואס ווערט אויסגעפליקט און טאנץ פאר שמחה אויף יעדן זעץ וואס א ערליכער איד כאפט דארט ביים גאלאבענציק בית החיים
קיין בילד העל איך דיר ניש ברענגען

נאר,,פרייליך » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 8:30 am

· #144545
נאדער א שיין בילד פינעם ראבינאט:
צו ס'אמת צו ניש זיי די קובע דער עיקר
''קבל את האמת 'ממי' שאמרו''
מכתב+הרבנות+הראשית.png

מיסטער מענטש » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 8:32 am

· #144546
אקעי איך ווער שוין עכט איבערצייגט אז סדא קברים אין נשר

אופס איך מיין צו זאגן אין בית שמש

מיסטער מענטש » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 8:33 am

· #144547
מיסטער מענטש
כקען נישט סטאפן לאכן

אתרא קדישא האט געמאכט א פאלשע צעטל פון די ראבאנוט

אז כאילו זיי נעמען זיך אן פאר די ראב"ד

און דעיס דארף קלאר מאכן אז משה שטרנבוך פוי איז טאקע א שייגאץ

אתרא קדישא האט אבער פארגעסן אז סשוין דא נייע רבנים ראשים

און זיי האבן געלייגט די חתימות פון מצגר און עמאר


אזוי זעט אויס ווען א שקרן האט א שוואכע קאפ

מיסטער מענטש » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 8:34 am

· #144548
נאר,,פרייליך
נאדער א שיין בילד פינעם ראבינאט:
צו ס'אמת צו ניש זיי די קובע

זיכער איז עס אמת

אזוי ווי רב קנייבסקי

נאר,,פרייליך » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 9:03 am

· #144556
נקמה אקציע פון סאמעט און אופ... קי... ועד הכ....
אינעם בזיון'דיגער ראבינאט צעטיל
האבען די חכמים הנ''ל מיט זייערע אמעריקאנער פרענד'ס מפרסם געווען א בריוו אין נאמען פון ירושלימ'ר רב
אז בנוגע צי כהנים האבען רעכט מוחה צי זיין ביים גאלאבענציק בית החיים קען מ'זיך יא פארלאזען אויף די מחטטים אז ס'איז גויים

שאולזען מחברי אגודת רבני ארץ החיים איז אין זיבעטן הימעל מיט דעם געניאלער בייפאל, קיפ אן גייט'ס אהן מיט דעם מהלך פון רודפ'ן א רב בישראל ווייל ער האלט זיך על משמר האמונה
ס'איז א שטאלץ און פראכט פאר'ן כלל ישראל אזא רב
ווער ס'האט דעם ליצנות בריוו ביטע פאוסט'ן
'''''
קומענדיגער זינטיג נאכט העט דער בית שמש'ער אידנטום זיך פארזאמלען אין ביהמ''ד שערי רמ''א ווי ס'וועלן אויפטרעטן רבנים ומגידים איבער'ן מצב
''''''
א רייכערבריוו ערשינען פאר די רוכשי הדירות פינעם בנין שלם
איבער'ן מצב גאר שיינע דברי הסברה

קאווע טרינקער » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 9:09 am

· #144558
אז די רבנות הראשית איז ארויסגעקומען מיט אזא בריוו, און פון די לאקאלע היימישע רבנים הערט מען נישט קיין מאק, ווייסעך שוין וועם צו פאלגען אין אנדערע פעלער אויך.

בדחן » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 9:56 am

· #144563
קאווע טרינקער
אז די רבנות הראשית איז ארויסגעקומען מיט אזא בריוו, און פון די לאקאלע היימישע רבנים הערט מען נישט קיין מאק, ווייסעך שוין וועם צו פאלגען אין אנדערע פעלער אויך.


גיי צירוק צוויי בלעטער וועסטע זען מחאות פון איבער 25 רבנים ודינים פארטרעטער פון ״אלע״ היימישע קהילות אחוץ קהל מוהרז״ל, אזוי אויך האבן די ליטווישע גדולים מוחה געווען, דאס איז אחוץ די פאקט - ווי עטליכע האבן שוין געשריבען - אז די ראבינאט בריוו איז לכאורה פאלטש וויבאלד די אינטער געשריבענע דערויף זענענן שוין נישט אויף זייער אמט,

עס איז אבער נישט אינטערסאנט אפצוענטפערן @נאר,,פרייליך און עם עס מסביר זיין און אויפווייזען, ווייל ער האט עס אויך געזען און ווייסט עס בעסער פון יעדעם איינעם ווייל סוכו״ס פארברענגט ער דא אינעם אשכול מער פון יעדעם איינעם, זיין שרייבען כאילו די מחאות איז נישט דא, איז מער א אטאקע אויף קאווע שטיבעל בכלל און די אינטעליגענטץ פון די ליינער דא בפרט, ווי איידער א אטאקע אויף הגר״מ שטערענבוך.

גאנצל » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 10:47 am

· #144578
נאר פרייליך הייסט דאס אז דו האסט חשק אז יעדער זאל גלייבן באמונה פשוטה אז אין אמת'ן אריין האסטו אין באזיץ שוידערליכע אפענע בילדער ווי מ'זעהט נישט מער און נישט ווייניגער נאר עצמות וגלגולים ווערן צומאלן נאר דו געסט עס נישט ארויס בשו"א איידער מ'וועט דיר פארענטפערן דיין זייטיגע מרעבתן איגראדיגע קשיא אהא!! וועם פונקטליך ווילסטו דאס איינרעדן וועמען האלטסטו דא פאר אזא ביטערע שוטה

און דו קומסט נאך מיט א שטייפע האנט און מיט א סטראשע אז דאס איז די לעצטע מאל וואס דו לאזט אונז דאס וויסן הא??

אדער איז דאס איז א פשוט'ע סטראשע איך האב בילדער וואס מיט דעם גיי איך דיר איינמאל פאר אלעמאל שטיל מאכן און דו וועסט בלייבן לדראון עולם איך גיי עס נאר נישט טון פאר די ענטפערסט נישט מיין קשיא הא??

גאנצל » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 10:54 am

· #144582
בדחן
קאווע טרינקער
אז די רבנות הראשית איז ארויסגעקומען מיט אזא בריוו, און פון די לאקאלע היימישע רבנים הערט מען נישט קיין מאק, ווייסעך שוין וועם צו פאלגען אין אנדערע פעלער אויך.


גיי צירוק צוויי בלעטער וועסטע זען מחאות פון איבער 25 רבנים ודינים פארטרעטער פון ״אלע״ היימישע קהילות אחוץ קהל מוהרז״ל, אזוי אויך האבן די ליטווישע גדולים מוחה געווען, דאס איז אחוץ די פאקט - ווי עטליכע האבן שוין געשריבען - אז די ראבינאט בריוו איז לכאורה פאלטש וויבאלד די אינטער געשריבענע דערויף זענענן שוין נישט אויף זייער אמט,

עס איז אבער נישט אינטערסאנט אפצוענטפערן @נאר,,פרייליך און עם עס מסביר זיין און אויפווייזען, ווייל ער האט עס אויך געזען און ווייסט עס בעסער פון יעדעם איינעם ווייל סוכו״ס פארברענגט ער דא אינעם אשכול מער פון יעדעם איינעם, זיין שרייבען כאילו די מחאות איז נישט דא, איז מער א אטאקע אויף קאווע שטיבעל בכלל און די אינטעליגענטץ פון די ליינער דא בפרט, ווי איידער א אטאקע אויף הגר״מ שטערענבוך.


בדחן וואס פארשטייסטו נישט אליין יעדע פון די 25 רבנים ובתוכם ר' אליקים שלעזיגער אדמו"ר מדושינסקי ר' עמרם אופמאן זענען אלע אדער אונטערגעקויפט אדער האבן זיי זיך געטויפט צום ציוניזעם אחוץ הגר"ד שמידל ער קען זיך נישט פארקויפן פאר געלט 🙂 🙂 🙂
אה דו גלייבסט נישט מסתמא באלאנגסטו צו די יעניגע.... 😂

נאטרוליסט » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:59 pm

· #144621
איך הער זאג אז דער גאב"ד איז נעכטן נאכאמאל געפארן קיין בני ברק פראבירן צו ראטעווען דעם מצב ביים גאון רבי חיים.

רבי חיים האט אים געלאזט וויסן אז ער האט נישט קיין צייט צו זיינע שטותים און זאל נישט קומען.

הרב קנייבסקי מאכט א גרויסן טעות טראכט איך:
אויב ער וועט נישט אויפנעמען דעם גאב"ד וועט ער גיין צו די גרעסערע גדולים אין וויליאמסבורג וועלכע זיצן אויף קיעפ סטריט!

שעפטל » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 1:08 pm

· #144627
בקשה:

מיר חברי הקאווע שטיבל בפרט און תלמידי וחסידי סאטמאר בכלל קומען ארויס מיט אן עפענטליכע געבעהט צו @נאר,,פרייליך

מיר בעטן אייך נאכאמאל און נאכאמאל, ביטע געבט שוין ארויס איינמאל פאר אלעמאל די סודות'ליכע בילדער פון ביינער פון די קברים וואס מען גראבט אזוי בארבאריש אויף אן קיין שום היתר פון קיין שום ערליכע איד

גלייכצייטיג פארשווייג אונז מיט אייער געהיימע אבער פאוערפולע טעיפס וואס איר האט פארשאפט פון די בעלי הבלאט

וירא הקהל וישפוט

מיט דאנק

שעפטל
בשם הקהל

outspoken » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 1:48 pm

· #144643
אלץ אן OUTSIDER וואס קען נישט פערזענדלעך ר' חיים שליט''א, קוקט מיר אויס אינטערסאנט, ר' חיים וואס איז די גרעסטע גאון פונם דור געט נישט קיין דעת תורה אויפו הלכה'דיגע חלק פון דברים העומדים על הפרק, נאר טיילט טיטלעך ווער ס'איז די מגהיג הדור, ביי יעדע שאלה אן אנדערע, ס'וואלט דאך געווען אזוי חשוב אויב אזא גאון זאל די שאלות אלייו מברר זיי די שאלות מיט זיין דעת תורה בכתב.

גאנצל » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 1:59 pm

· #144647
שעפטל
בקשה:

מיר חברי הקאווע שטיבל בפרט און תלמידי וחסידי סאטמאר בכלל קומען ארויס מיט אן עפענטליכע געבעהט צו @נאר,,פרייליך

מיר בעטן אייך נאכאמאל און נאכאמאל, ביטע געבט שוין ארויס איינמאל פאר אלעמאל די סודות'ליכע בילדער פון ביינער פון די קברים וואס מען גראבט אזוי בארבאריש אויף אן קיין שום היתר פון קיין שום ערליכע איד

גלייכצייטיג פארשווייג אונז מיט אייער געהיימע אבער פאוערפולע טעיפס וואס איר האט פארשאפט פון די בעלי הבלאט

וירא הקהל וישפוט

מיט דאנק

שעפטל
בשם הקהל


👍 👍 👍 👍 👍

שמייכל גיט » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:51 pm

· #144662
שרעקליכע בילדער פין די מערות
שרעקליכע בילדער פין די מערות.jpg

נאטרוליסט » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 3:56 pm

· #144688
אויפ'ן סמך פון אט די מערות איז שטערנבוך געווארן א מחטט שכבי?

שומו שמים ווי מ'האלט דא?

אין קרית ויואל משה האט מען געפונען די זעלבע מערות און מ'האט געגראבן אז ס'איז געגאנגען א רויעך.

נאטרוליסט » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 4:01 pm

· #144690
outspoken
אלץ אן OUTSIDER וואס קען נישט פערזענדלעך ר' חיים שליט''א, קוקט מיר אויס אינטערסאנט, ר' חיים וואס איז די גרעסטע גאון פונם דור געט נישט קיין דעת תורה אויפו הלכה'דיגע חלק פון דברים העומדים על הפרק, נאר טיילט טיטלעך ווער ס'איז די מגהיג הדור, ביי יעדע שאלה אן אנדערע, ס'וואלט דאך געווען אזוי חשוב אויב אזא גאון זאל די שאלות אלייו מברר זיי די שאלות מיט זיין דעת תורה בכתב.


רבי חיים קנייבסקי האט קלאר מתיר געווען צו גראבן דארט, און פארלאנגט אז עס זאל זיין דערביי א משגיח.

א טויט-קלאפ פאר שמידל און אתרא קדישא רויבער.
און א געזונטן פראסק פאר גאב"ד עדה החרדית.

דעם גרעסטן חיזוק פאר'ן ראב"ד רבי משה שטערנבוך שליט"א.

שעפטל » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 4:53 pm

· #144704
@שמייכל גיט האט געמיזט קריגן פון מיר א לייק. ס'איז געדריקט געווארן מיט גרויס שוועריקייטן צוליב כ'האב מיך געראגעלט פאר געלעכטער.

אויב ווילסטו מיך דערשטיקן צום טויט שטעל נאך צוויי אזעלעכע און ס'וועט זיין יצאה נשמתו בשחוק וקלות ראש.

ווי זעמער אויף די וועלט? דאס איז דער קאנאן וואס @נאר,,פרייליך סטראשעט שוין א וואך?

יעצט קעמער מקבל שבת זיין בשמחה ובצהלה, ווען ס'וועט שיעור נישט פארגעסן ווערן וועל איך מיך אונטערזינגן בר יוחאי בדוק ומנוסה זיך צו דערמאנען פון 'אתרא קדישא' (מירון...)...

נאר,,פרייליך » זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:05 am

· #144880
ביים זוי געריפענער מושב פארגאנגענער דאנערשטאג וואס די מחטטים האבען געוואלט מטשטש זיין מיטען צאמזעצען רב יוראוויטש און רב פרענקעל צו אויסשפילען אלע רבנים און מאורי הדור וואס שרייען געוואלד מ'איז מחטט שכבי
האט זיך אפגעשפילט דארט ליידער א גאר שוידערליכער סקאנדאל מיט אונזער שר ה....:
דארטען ביים מושב האט זיך דער רב המתיר וכבוד התורה גענימען מאכען יאמערליכע יעלות אויף א יונגערמאן אן עד ראי' וואס האט געזעהן במו עיניו די שוידערליכע בזיון וחילול המתים
און דער שר האט געמאכט אויף אים באנימענע קולות הלמאי איך בין דא רב און מ'העט מיר פאלגען דא און איך פאדער מ'זאל אלעס אויסגראבען און די ביסט א פאלנער ליגנער מיט דעם האט'זעך עס גענדיגט
און דער ניי געקרוינטער שר ורב ירושלים וויל ניש הערן קיין שום הגדת עדות חלילה אז מ'איז מחלל קברים
אוי לאותה בושה! ואוי לאותה כלימה!
בושו לך ירושלים!!!
הערט איבער דעם מוישעב אויף
718.362.8800.280.33
''"'''''''
ס'גייט שוין מארגען אריין דער דריטער וואך בשדה המערכה ווי דאס יהדות ארה''ק באקעמפט דעם ביטער'ן שוד המתים וואס ווערט אפגעטון לעיני השמש דורך זוי געריפענע פרימע אידען אין די ימי האלול
'"'''''
אב''ד יאוואזשנע וו''מס האט פארגאנגענער של''ס משמיע געווען התחזקות פאר די לוחמים במסי''נ און גערעדט שארפע דברי מחאה אנטקעגן די מחטטים בלבוש כבוד התורה.


שעפטעל'ע כ'וואלט'יר געראטען ביים נעקסט'ן מוישב לויף אריבער אינאיינעם מיט דיינע ניק'לך דא און פאדער אויף בכל התוקף
''עז לאנג נאו פיקטשער זאל מען קנאקען מערות איינס נאכ'ן צווייטען''
שעפטל כ'העל דיר דא ווידערהאלען מיין חוו''ד ווילאנג דיין מחטט ענטפערט ניש אויפען בילד היי יאר ווי ער זעצט אריין אין א קבר מיט דיקע שטאנגען
העל'ך דיר ניש ברענגען קיין בילד אפילו איר העט שרייבען מיט די שארפסטע קאלירען און די גרעסטע באלד אותיות בלייב דיר מיט די מחטטים בעצה ובדיעה אחת

נאר,,פרייליך » זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:23 am

· #144885
די חברים פינעם אמעריקאנער פארפוילטער נעסט פון מחטטים האבען אין די פארגאנגענע טעג פארשפרייט בארה''ק מיאוס'ע פאשקעווילען איבער א יונגערמאן וואס טוט בשדה המערכה און טערארזירען אים הלמאי ער האט צוגעהאלפען צום גליון העדה צו ווייזען די בילדער פון די מחטטי שכבי
דר'אמת לויט ווי שעפטל'ע געט דא צו פארשטיין איז דער טאקע א חצוף א מין חוצפה ווי אין דר'וועלט איז געהערט געווארען מ'זאל שטיצען מחאות און הפגנות איבער בזיון המתים בו בזמן וואס מיר האבען מקובל מדור דור אז ''ווי לאנג ס'ניש דא קיין פיקטשער'' לאזט מען גראבען ס'ווערן אויפגעפאדערט אלע ליינער דא און איבערגעבן פאר די חברים וחברא חברא אית לי' מ'זאל צוהעלפן די וואס טעראזירען דעם יונגערמאן און אים אויס'רודפ'ן עד חרמה פאר'ן חוצפה צו הארכען רבנים און מורי הוראה אינעם זמן וואס שעפטל וחביריו האבען נאך קיין בילדער ניש געזעהן
והוקע אותו!
תולדות+אהרן.jpeg

שעפטל » זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:27 am

· #144887
אז ס'איז נישטא קיין קברים איז נישטא קיין בילדער. אפגעזעהן די חוו"ד פון סיי וועם. פשוט ווייל ס'איז נישט מעגליך.

נאר,,פרייליך » זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:36 am

· #144889
שעפטל
אז ס'איז נישטא קיין קברים איז נישטא קיין בילדער. אפגעזעהן די חוו"ד פון סיי וועם. פשוט ווייל ס'איז נישט מעגליך.

ס'איז מיר אינטערסאנט וויזוי איר האט די חוצפה צו חולק זיין אויף אייער הגאון הגדול השר.. וה'כבוד התורה וואס שרייבט אין זיינע ספרים אז ביי רוב מקומות התנאים והאמוראים בארה''ק האט מען קיין עצמות ניש געפינען
און ס'האט קיינמאל קיינער ניש געליארעמט מיט די ''באמבע'' קשיא פין שעפטעל'ע הלמאי מ'גייט מוחה זיין פאר מ'ווייזט אהן בילדער פאר שעפטל
מיר האבען מקובל פון אונזערע גדולי ישראל וויזוי צו מגונן זיין אויף קברים און מערות וואס ווערן אויסגעריסען פון נידריגע מחטטי שכבי וחביריהם כמוך וחביריך
און מ'העל דיר לאזען ליפטער'ן מיט די מחללי קברי קדמונים און שרייען מיט רויטע און יאמערליכע געוויינען א בילד ביטע

שעפטל » זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:42 am

· #144895
ווילאנג דו לאזט מיך יאמערן איז גוט.

אבער ווען דו קענסט שוין באשטיין ארויסצוגעבן דיינע געהיימע בילדער און דאקומענטן לאז אונז וויסן.

ביז דאן וועלן מיר פארשטיין פארוואס ר' אברהם סלאנים און דוד שמד'ל זענען אנטלאפן פון ארץ ישראל און געלאזט די מוחים אויפן וואסער

נאר,,פרייליך » זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:46 am

· #144899
פאר די וואס פרעגן אהן די פארגאנגענע צוויי וואכען הלמאי מ'אטאקרט אומשילדיג די חברי ה'בלאט בזמן וואס זיי פאלגען ערליך אויס ''הוראת רבותינו שרי התורה חברי הבד''ץ שליט''א''
וואס האבען אויפגעפאדערט צו זיין שטיל און שטיין אין די זייט בזמן ווען עטליכע זיכען בלויז עטענשאן

נאדער א שרעקליכער און נידריגער פרעכער ליצנות ארטיקעל וואסי דערמאנט געווארען אין זייער ארגאן דעם ארטיקעל גופא האב'ך ניש דא האט איר איבער די וואס רעאגירען צו דעם

הערט אויך א שמועס איבער דעי גיפיטיגע ליצנות אויף 718.362.8800.280.32 ביים סוף אינטערויו
0822131848.jpg

נאר,,פרייליך » זונטאג אוגוסט 25, 2013 1:39 pm

· #144929
אין די איצטיגע מינוט'ן גרייטען זיך די קרובים אל החלל אנטייל צו נעמען אין א עצרת מחאה קעגן די מחטטי שכבי
2013825_20132719791_gif.gif 2013825_2013571405_gif.gif

מיסטער מענטש » זונטאג אוגוסט 25, 2013 2:02 pm

· #144940
נאר,,, האט געשריבן וועגן א ישיבת בי"ד דאנרעשטאג

ווילעך פארציילן די מעשה וואס איז געווען

יענקל דאווידאוויטש מיט נאך צוויי אתרא אינגעלייט זענען געקומען דערציילן אלס עדות

אז זיי האבן געהערט פון איינעם וואס האט געהערט פון די ראב"דס משגיח אין בית שמש אז מהאט געטראפן א גלגולת

( נאך צוויי וואכן גראבן קלארע ביינער האט מען ענדליך א עד איש מפי פיש מפי שלאנג וואס האט געהערט אז די משגיח אליינס זאגט אז ער האט געזעהן א גלגולת .. חחח )

דער ראב"ד איז דארט געזיצן האט ער געזאגט אז ענק זאגן בשם די משגיח

איך האב זיין נומער און כוועל אים קאלן פרעגן צו ער האט געטראפן ...

ער האט געקלאט און דער משגיח האט געזאגט לה היה דבר מעולם

מען האט דערווייל גארנישט געטראפן בכלל און אוודאי האב איך נישט געזאגט אזוי פאר איינעם

יענקל דאווידאוויטש איז ארויס בבושת פנים

נאך 20 מינוט קומט ער צוריק אז די גאב"ד האט געזאגט אז מען דארף מאכן א גרויסע מושב בי"ד פון אלע חברי ביד"ץ

צו הערן די שוידערליכע עדות ........

האט הרב פרענקל געזאגט אז מהאט נאך קיינמאל נישט געמאכט א גרויסע מושב בי"ד נאר וועגן א עדות

ער קען קומען יעדן טאג זאגן וואס ער וויל פאר די דריי רבנים וואס זיצן

און מען וועט יעדע זאך מברר זיין



יעצט איז שוין דא דריי מחטטי שכבי

שטרנבוך , יוראוויטש , פרענקל

גאנצל » זונטאג אוגוסט 25, 2013 2:16 pm

· #144947
נאר,,פרייליך
שעפטל
אז ס'איז נישטא קיין קברים איז נישטא קיין בילדער. אפגעזעהן די חוו"ד פון סיי וועם. פשוט ווייל ס'איז נישט מעגליך.

ס'איז מיר אינטערסאנט וויזוי איר האט די חוצפה צו חולק זיין אויף אייער הגאון הגדול השר.. וה'כבוד התורה וואס שרייבט אין זיינע ספרים אז ביי רוב מקומות התנאים והאמוראים בארה''ק האט מען קיין עצמות ניש געפינען
און ס'האט קיינמאל קיינער ניש געליארעמט מיט די ''באמבע'' קשיא פין שעפטעל'ע הלמאי מ'גייט מוחה זיין פאר מ'ווייזט אהן בילדער פאר שעפטל
מיר האבען מקובל פון אונזערע גדולי ישראל וויזוי צו מגונן זיין אויף קברים און מערות וואס ווערן אויסגעריסען פון נידריגע מחטטי שכבי וחביריהם כמוך וחביריך
און מ'העל דיר לאזען ליפטער'ן מיט די מחללי קברי קדמונים און שרייען מיט רויטע און יאמערליכע געוויינען א בילד ביטע


ענטשולדינט אבער קיינער האט נישט נחלילה נישט געוואלט צוריקהאלטן איינעם פון גיין מוחה זיין אין אזא שעת חירום פון מלחמה לד' בעמלק מדור דור אויב ווילסטו אויספאלגן די הוראה פון חומת הדת און זיך גיין אננעמען למען כבודו יתברך (לשיטתם) זאלסטו אוין גיין

אבער מיר חברי הק"ש וואס ווילן פארשטיין וואס דא גייט פאר איז טאקע אזוי אז הראב"ד האט אויפגעהערט צו גלייבן אין תחית המתים? און ער האט זיך יעצט געשטעלט אויף איין מטרה אין לעבן אויסצורייסן אלע קברי אבותינו ורבותינו צו לייקענען אין השארת הנפש? אדער ניין. ער האט דא א הלכהדיגע שיטה איך מיין סוכ"ס האלט עס שוין אן בערך א יאר אנדערהאלבן די מחלוקה ס'איז דאך נישט געשען איבער נאכט

ואתא נאר פרייליך ווהכה לכלבא ער גייט ברענגען שוידערליכע אפענע איבערווייזנדע בילדער וואס דארט גייט מען זעהן דעם גאנצן אמת מ'גייט אויפדעקן דעם סוד אז דער ראב"ד וועט נישט געפינען קיין ארט ווי צו אנטלויפן און זיך באהאלטן ס'גייט זיך ענדיגן אזוי ווי ביי ר' יוסף דילוריינע

און יעצט שטיי מיר און ווארט מיר בכליון עינים לאמיר שוין זעהן לאמיר שוין אויך וויסן דעם אמת נישט געפירט ווערן דורך דער בלאט וואס אגאנצע וואך שרייבן זיי פעך און שוועבל על כל הקודש לנו אחוץ דאנערשטאג אונז ווארט מיר געוואויר צו ווערן די אמת,, און גארנישט ער לאט אונז ווארטן ער לאט דאס נישט ארויס פון זיינע הענט ער דארף דאך גארנישט טאן ווי איך פארשטיי האט ער שוין אלע בילדער מיט ווערטער דערונטער פונקטליך וואס דארט טוט זיך און ער דארף נאר געבן איין קוועטש מיט'ן קנעפל און גארנישט איך מיין אזויפיל קען ער נישט טון פאר אונז אל תמנע טוב

ואם תימצי לומר אז דו געסט דאס נישט ארויס פאר ס'ווערט נישט פארענטפערט דיין קשיא זאלסט מיר ענטשולדיגן אבער פאר אזעלכע בילדער וואס שמייכל האט דא ארויף געלייגט לוינט זיך נישט די מי.....

אויס מענטש » זונטאג אוגוסט 25, 2013 2:19 pm

· #144952
האלא מיסטער מענטש {אין איי וועלט וואלט מען קיינמאל נישט באשטעטיגט דיין נאמען ווייל עס איז שוין דא אויס מענטש, און גראדע דיין נאמען צומישט אביסל די מוחות דא, אבער הא קעירס}

גיי צוריק אין בלאט אפיס, אין שרייב דיין העצערישע ארטיקלען קעגן די עדה, און דעם גאב"ד, מאך ליצנות פון די מוחים און פארגלייך זיי צו די עגיפטישע פראטעסטירעער, עס וועט ענק גארנישט העלפן דא רעדט מען פון פאקטן נישט פון וואס ש.וו. און די אנדערע, השר משה שטערנברוך, און יקטר ווילן,
דא האבן מיר קלארע באווייזן, בילדער, און עדות, פון די שרעקליכע חטוטי שכבי וואס גייט פאר, ענקערע קעלבעלעך אין בלאט קענט עטץ שטאפן די מוחות, אבער דא הערט מען דעם דבר ה' ברמה, מי כמוך קאווע שטיבל וואס איז זוכה צו הערן דעם אומגעפעלשטען דבר ה' מפי נקיי הדעת שבירושלים ואמעריקא כה לחי.

מיסטער מענטש » זונטאג אוגוסט 25, 2013 2:38 pm

· #144960
אקעי איך זעה ענק ווילן נישט ברענגען די בילדער פון די ביינער

וואס די זעקס מוחים זעען טעגליך מיט די אייגענע אויגן

איך וועל מוזן מאכן ענקער ארבעט

דא איז א חלק פון די ביינער
bones-couple-dead-flowers-skulls-water-Favim.com-68914.jpg

outspoken » זונטאג אוגוסט 25, 2013 3:18 pm

· #144977
נאטרוליסט
outspoken
אלץ אן OUTSIDER וואס קען נישט פערזענדלעך ר' חיים שליט''א, קוקט מיר אויס אינטערסאנט, ר' חיים וואס איז די גרעסטע גאון פונם דור געט נישט קיין דעת תורה אויפו הלכה'דיגע חלק פון דברים העומדים על הפרק, נאר טיילט טיטלעך ווער ס'איז די מגהיג הדור, ביי יעדע שאלה אן אנדערע, ס'וואלט דאך געווען אזוי חשוב אויב אזא גאון זאל די שאלות אלייו מברר זיי די שאלות מיט זיין דעת תורה בכתב.


רבי חיים קנייבסקי האט קלאר מתיר געווען צו גראבן דארט, און פארלאנגט אז עס זאל זיין דערביי א משגיח.

א טויט-קלאפ פאר שמידל און אתרא קדישא רויבער.
און א געזונטן פראסק פאר גאב"ד עדה החרדית.

דעם גרעסטן חיזוק פאר'ן ראב"ד רבי משה שטערנבוך שליט"א.



<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=58382">http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=58382</a>

א שוויצער » זונטאג אוגוסט 25, 2013 3:51 pm

· #144996
הרה''ג פה מפיק מרגליות רבי ש''ש טעלער שליט''א ספרא רבה
שרייבט די וואך אין זיין מאמר השקפה גאר שטארקע דבורים פאר ביידע צדדים אין די פרשה ביטע נעמט נישט קיין שטעלע אין די נושא אויפען סמך פון דיין באקאנטשאפט און דיין ידיעה אין די געלט סכסוך פון וויליאמסבורג
און טוט גאר שטארק פארדאמען די וואס ציען א פאראלעל פון אנדערע נושאים צו די מח' אין בית שמש

עס וואלט כדאי געווען ער זאל אויך פארהאלטען פאר די בעלי בתים אינעם צייטונג ווי ער שרייבט דאס אז זיי זאלען נישט ליצנות מאכען און קאלט מאכען דעי נושא ביים ציבור, ווייל זיי זענען זיכער חשוד אויפען ציען א פאראלעל צו אנדערע פאליטישע ענינים
די מאמר איז ווינדערליך ממש צום בא'לייק'ען.

א שוויצער » זונטאג אוגוסט 25, 2013 3:59 pm

· #145003
איך גיי דא לינק'ן דעם עולם צו א נושא וואס האט נישט קיין שייכות באמת צום סכסוך פון די בית שמש פרשה
אבער איין זאך קאן מען זיך לערנען פון דארט אז טראץ דער אינגערמאן האט אויסגעפאלגט הוראות פון געוויסע גדולי ישראל איז ער נעבעך אנגעקומען אויף א שוידערליכער פארנעם אין עומקא דתהומא רבא רח''ל
אינזערע הייליגע רבי'ס האבען אינז מדריך געווען און זענען אונז ווייטער מדריך אז דאס אז עס איז פאראן א רב המתיר איז נאך נישט קיין איבערווייז אויפדעם אז עס איז נישט קיין פירצה כל פירצה שאינו מן הגדולים אינה פירצה
ליינט דעם שוידערליכער באריכט
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=4&topic_id=3021104&forum_id=771">http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771</a>

בדחן » זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:02 pm

· #145004
קענסט עס דא ארויפלייגען? אדער איך דארף קויפן די בלאט עס צו ליינען?
@שעפטל @זלמן זאפיר ענק האבן דאך די קאנעקשענס, ערלעדיג מיר די ארטיקעל.

מיסטער מענטש » זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:03 pm

· #145007
א שוויצער מיינט צו זאגן

אז דער וואס פארלאזט זיך אויף די היתר פון נישט קוקן צומת הגידין

וועט זיך צום סוף שמדן

כהאב גוט פארשטאנען?

מח קטן מאודדד

א שוויצער » זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:21 pm

· #145020
איך האלט אז דער נאר,,פרייליך באגייט א עון פלילי מיטען נישט מפרסם זיין די בילדער וואס איז שוין דא אויף די גאס איבער דעם ענין עס איז זייער מעגליך אז פילע וועלן זיך אפהאלטען פון אריינרעדן אין די נושא איין מאל זיי וועלן דאס זעהן
דא האט איר א טייל בילדער וואס די צד האוסר האט לעצטענ'ס פארשפרייט
2013825_213317391_gif.gif 2013825_21322716195_gif.gif 2013825_213317391_gif-1.gif 2013825_218153277_jpg.jpeg

גאנצל » זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:22 pm

· #145021
א שוויצער
הרה''ג פה מפיק מרגליות רבי ש''ש טעלער שליט''א ספרא רבה
שרייבט די וואך אין זיין מאמר השקפה גאר שטארקע דבורים פאר ביידע צדדים אין די פרשה ביטע נעמט נישט קיין שטעלע אין די נושא אויפען סמך פון דיין באקאנטשאפט און דיין ידיעה אין די געלט סכסוך פון וויליאמסבורג
און טוט גאר שטארק פארדאמען די וואס ציען א פאראלעל פון אנדערע נושאים צו די מח' אין בית שמש

עס וואלט כדאי געווען ער זאל אויך פארהאלטען פאר די בעלי בתים אינעם צייטונג ווי ער שרייבט דאס אז זיי זאלען נישט ליצנות מאכען און קאלט מאכען דעי נושא ביים ציבור, ווייל זיי זענען זיכער חשוד אויפען ציען א פאראלעל צו אנדערע פאליטישע ענינים
די מאמר איז ווינדערליך ממש צום בא'לייק'ען.


און דער איד מיינט כולו לשם שמים ניין? זיי מיינען נישט צו ציען קיין שום פאראלעל עה?!

נעמט אריין דעם כלל אין קאפ אריין די מחלוקה איז א מחלוקה צווישן צוויי גדולי פוסקים אויפ'ן שענסטען אופן געזאגט און די איבריגע וואס איין זייט מאכט דערפון א מלחמה לד' בעמלק און איין זייט זעהט אין דעם א אויפדעקונג פון קאראפציע דאס איז שוין א זייטיגע זאך וואס יעדער קוקט עס אויף זיין פאליטישע גלעזער און לויט ווי עס קומט אים בעסער אויס

ר' מנשה פילאף מיינט זיינע פראבלעמען דער איד זייערע פאליטיקס און אזוי ווייטער

דער בלאט ווייס איך נישט ווייל זיי האבן נאך דערווייל גארנישט געשריבן אויף סתם דמיונת קען מען נישט בויען

א שוויצער » זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:24 pm

· #145025
נאך בילדער
2013825_21333722253_gif-1.gif 2013825_2171917803_jpg.jpeg

מיסטער מענטש » זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:49 pm

· #145031
די ביינער וואס דו צייגסט

איז מכלומרשט פון דאס וואס מהאט געטראפן ביים בודק זיין די ערשטע דריי מערות

וואס דאס האט נישט אויסגעזעהן קיין מענשטליכע

ווייל סנישט געווען א גלגולת נאר קליינע ביינער קלענער פון דריי אינטש

און בי"ד האט אויף דעם געפסקנט " לא מצאנו מקום לאסור" !!




יעצט האט מען געבעטן בילדער פון די ביינער וואס די מיליאנען אינגעלייט טרעפן טאג טעגליך

ברענגסטו בילדער פון ליידיגע מערות

א שוויצער » זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:57 pm

· #145034
מיסטער אויב ביסטו אזוי באהאווענט אין הלכה ווי זענען די ארכיווען פון אלע יארען ווען אונז ביידע זענען געשטאנען אינאיינעם ביי מחאות פין רבותינו הק' בעל דברי יואל ובעל ברך משה זצוק''ל
איבער'ן צרה פון חטוטי שכבי איז אויך דעמאלט'ס געווען אייביג בילדער?
אדער נאר יעצט ווען עס איז נוגע לעניני פוליטי מאכט מען זיך משוגע מיט אזעלכע טענות

נאר,,פרייליך » זונטאג אוגוסט 25, 2013 5:02 pm

· #145038
אין ארה''ק ובחו''ל ווערט פארשפרייט בקשות צום ציבור צו אנרופען דעם בעלזער בעה''ב פינעם קול הציבור טעלעפאון אין אר''י ווי ער שטייט אינאיינעם מיט די חברי מערכת ה'בלאט לימין יעדן פורץ גדר ומחלל קברי קדמונים
ווי איינע פון די שרייבערליך טרעט אויף מיט חנופה און לקיקה צו יעדן שייגעצ'ל און רייסט אראפ יעדן ערליכען יוד וירא ד'
נאדער די בקשה:
0825131230.jpg

נאר,,פרייליך » זונטאג אוגוסט 25, 2013 5:10 pm

· #145043
ס'איז א פחד צו ליינען וואס דער חופר קברים און מידיא ווארטזאגער פאלעי שד''ר פונעם שר המתיר שרייבט לעצטענס אין א בריוו ווי ער וויל ווייזען א פנים ווי איינער וואס טוט יעדע ריר כפי הוראת רבותיו
קוקט זיינע דברי דופי ושקר במילתא דעבידא לגלויי ס'שטעלט זיך אויף די האר פון קאפ פון די רייד פון אזא פאלנער מחטט שכבי

און ליידער ווערט דער ''מחטט'' געשטיצט פון א.ג. פרימע יודען אוי לו לדור שכך עלתה בימיו
דער כדלים וכרשים דפקנו קומענדער וואך העט זיך גאר אנדערש אפטייטשען דעם יאר
אוי טאטע זיי דיך שוין מרחם אויף דיין פאלק וואס ליידט אזעלכע ביטערע צרות און האט נעבעך אויסצושטיין נסיונות וואס איז שוין יארען נישט געווען

2013825_21391430848_jpg.jpeg

גאנצל » זונטאג אוגוסט 25, 2013 5:15 pm

· #145044
א שוויצער
מיסטער אויב ביסטו אזוי באהאווענט אין הלכה ווי זענען די ארכיווען פון אלע יארען ווען אונז ביידע זענען געשטאנען אינאיינעם ביי מחאות פין רבותינו הק' בעל דברי יואל ובעל ברך משה זצוק''ל
איבער'ן צרה פון חטוטי שכבי איז אויך דעמאלט'ס געווען אייביג בילדער?
אדער נאר יעצט ווען עס איז נוגע לעניני פוליטי מאכט מען זיך משוגע מיט אזעלכע טענות


איך ווייס נישט צו דו ווייסט טאקע נישט אדער עשה עצמו כאילו לא ידע ביי די אלע מחשות ביז היינט איז נישט געווען א מחלוקת הפוסקים אין די עדה צו מ'מעג גראבן צו נישט דא יא און נאכאמאל

נעמט אריין דעם כלל אין קאפ אריין די מחלוקה איז א מחלוקה צווישן צוויי גדולי פוסקים אויפ'ן שענסטען אופן געזאגט און די איבריגע וואס איין זייט מאכט דערפון א מלחמה לד' בעמלק און איין זייט זעהט אין דעם א אויפדעקונג פון קאראפציע דאס איז שוין א זייטיגע זאך וואס יעדער קוקט עס אויף זיין פאליטישע גלעזער און לויט ווי עס קומט אים בעסער אויס

ר' מנשה פילאף מיינט זיינע פראבלעמען דער איד זייערע פאליטיקס און אזוי ווייטער

דער בלאט ווייס איך נישט ווייל זיי האבן נאך דערווייל גארנישט געשריבן אויף סתם דמיונת קען מען נישט בויען

נאר,,פרייליך » זונטאג אוגוסט 25, 2013 5:22 pm

· #145050
קלארער קאפי פינעם בקשה
0825131715.jpg

נאר,,פרייליך » זונטאג אוגוסט 25, 2013 5:32 pm

· #145059
שוויצער האט פריער אנגעצייכענט דער שאקירענדער באריכט, ווייס איינער ווי ס'האט אהער?

רבות נאמר ע"י גדולי ישראל בדבר הסכנות הטמונות בשירות צבאי, כעת, מקבלים הדברים משנה תוקף, בעקבות סיפור טראגי בבני-ברק. אברך חסידי מאחת החסידויות הגדולות, שהתגייס לשירות צבאי לפני מספר שנים, עזב את הדת יחד עם רעייתו וששת ילדיו. "פשוט מכמיר לב", זועקים ידידיו בכאב גדול (חרדים)

זעזוע בבני-ברק: רבות נכתב ודובר על-ידי גדולי ישראל בדבר הסכנות הטמונות בשירות הצבאי, כעת, מקבלים הדברים משנה תוקף, בעקבות סיפור טראגי שמזעזע את תושבי בני-ברק שנחשפו לפרטים.מדובר, באברך חסידי מוכר בעיר, שלפני מספר שנים התגייס לשירות בצבא הגנה לישראל, ובשבוע שעבר, החליט לפתע לזנוח את הדת, ולהפוך יחד עם רעייתו וששת ילדיו הקטנים, לחילוני.האברך, שהשתייך לאחת החסידויות הגדולות בישראל, רשם שניים מבניו ללמוד בתלמודי תורה של חסידות אחרת, בניגוד למקובל בחסידויות הללו, ויהיה הדבר לפלא.בשבוע שעבר, כך לפי הדיווח ב'קו החשיפות', הודיע האברך כי לקראת שנת הלימודים החדשה החליט לעבור עם רעייתו וילדיו להתגורר בראש העין, זאת לאחר שכבר רשם את ילדיו ללמוד בבתי ספר מממלכתיים.• עשו לייק לעמוד הפייסבוק של 'כיכר השבת' ותישארו מעודכניםבשיחה שקיים "כיכר השבת" עם כמה ממכריו, הם סיפרו כי מדובר באברך מן היישוב שאף אחד לא האמין שהמשבר הזה "יתפוס" אותו לפתע פתאום. להערכתם, הכל החל בשל העובדה שבשנים האחרונות התגייס לצה"ל למסגרת שאינה תורנית חרדית ושם החל "להתקלקל" כשעם הזמן חל שינוי בתפיסותיו ובאורח חייו, אולם לדבריהם, על אף כל זאת עשו העסקנים מאמץ איתן להשאיר את הילדים בחינוךחרדי."">אחד מידידיו מספר כי הילדים היו נחשבים למצטיינים ביותר בכיתה ולשקדנים במיוחד שעדיים לגאון ולתפארת. "פשוט מכמיר לב לראות כיצד הוא הגיע יום אחד והחליט לנתק אותם מהכל ולהפוך אותם בעל כורחם לחילונים ממש", הוא אומר בכאב."מילא הוא לעצמו ניחא", אומר החבר, "אבל הילדים הרכים במה פשעו ובמה חטאו שהוא מנתק אותם מצור מחצבתם".גורמים שעסקו בפרשה, טוענים כי ההידרדרות הגדולה של אב המשפחה החלה במהלך השירות הצבאי כאשר הוא נחשף לאווירה רדודה ולתכנים בעייתיים מבחינה תורנית וכך החלה ההידרדרות במדרון החלקלק שהובילה להתפקרות רח"ל.לדבריהם, יש ללמוד מכך לעשות כל דבר בהתייעצות עם גדולי הדור ורבנים וחלילה לא להתפתות למצגי שווא כאלו ואחרים, אותם מנסים להציג אי אלו גורמים, גם מתוך המחנה החרדי, כאשר הנזק שבדבר רב ומסוכן."את י' כבר איבדנו, ירחם השם, בואו ננסה להציל את האחרים", הם אומרים בצער וכאב לב.

מיסטער מענטש » זונטאג אוגוסט 25, 2013 5:34 pm

· #145060
א שוויצער
מיסטער אויב ביסטו אזוי באהאווענט אין הלכה ווי זענען די ארכיווען פון אלע יארען ווען אונז ביידע זענען געשטאנען אינאיינעם ביי מחאות פין רבותינו הק' בעל דברי יואל ובעל ברך משה זצוק''ל
איבער'ן צרה פון חטוטי שכבי איז אויך דעמאלט'ס געווען אייביג בילדער?
אדער נאר יעצט ווען עס איז נוגע לעניני פוליטי מאכט מען זיך משוגע מיט אזעלכע טענות

זיכער איז געווען בילדער.

אין יפו האט מען געזעהן ווי מען טראגט ארויס קעסטלעך עצמות

און עס איז טאקע שפעטער געווען א מעמד קבורה

אין אשקלון האט מען געזעהן ווי מען ליידיגט אויס געהעריגע קברים

להבדיל אין נשר זעהט מען ווי מען נעמט ארויס מעטשליכע ביינער



וואס זעהט מען דא ?

ליידיגע מערות מיט ליידיגע פראטעסטן !

נאר,,פרייליך » זונטאג אוגוסט 25, 2013 6:14 pm

· #145074
פרישע באריכטען פון היצט אין די נאכט שעות בארה''ק:

בסעודת הילולא קדישא של מרן הגאב"ד רבי משה ארי' פריינד זי"ע שהתקיימה במוסדות רמ"א בירושלים, מחה הגאון הגדול רבי יהושע רוזנברגר שליט"א חבר הביד"צ אב"ד קרית רמ"א, באופן חריף על חילול הקברים בבית שמש, בדרשה ובמעמד המחאה נכחו מרן גאב"ד ירושלים שליט"א, ובמעמד חברי הביד"צ הגאונים רבי חיים אורי פריינד שליט"א, רבי נפתלי פרנקל שליט"א, 

פילע ''מחאות אויף כבוד התורה'' ערווארטעט אין די קומענדע טעג הלמאי מען איז מוחה אויף חטוטי שכבי אינעם זמן וואס דער שר המתיר איז ממשיך מיט זיינע חפירות

מיסטער מענטש » זונטאג אוגוסט 25, 2013 6:19 pm

· #145077
הייסע נייעס פשיהא ווער האט זיך געגלייבט

🙂
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32