☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » דער שוד המתים אין בית שמש נאך א פארצויגענער מערכה אנגעהויבען

דער שוד המתים אין בית שמש נאך א פארצויגענער מערכה אנגעהויבען

1597 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4495
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32

אמת ויציב » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 4:07 pm

· #146100
זלמן זאפיר
שעפטל
שמייכל גיט
ביי זיי איז דער חילוק צי עס גייט זיין כיפין אדער נישט, צי מען קראבט קברים אדער נישט, אין נישט אויב עס איז דורך אתרא קדישא אדער פאזען,

אויף דעם האט אויף זיי געזאגט דער הייליגער רבי זי"ע: "ער וויל ס'זאל נתקדש שם שמים זיין, אבער על 'ידינו'!!!"

דער רבי דער ברך משה זי"ע האט עס געזאגט

אה! אה! דעס מאכט שוין מער SENCE

למדן » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 4:34 pm

· #146119
פארוואס??? ווייל די רבי האט זיך נאר געבייזערט?
די רבי האט געזאגט פיהל בעסערס פון דעם אויך

שמייכל גיט » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 5:44 pm

· #146174
די רשעים האבן זיך היינט צילאזט אין ארעסטירט מיט גרויס רשעות די ראשי הלוחמים, הרה"ג ר' לייבל דייטש, הרה"ג יעקב דאווידאוויטש, הרה"ח ר'יואל סימאן מנהל מוסדות חינוך ירושלים, בית שמש, אין ר' מאיר בלום, עס קען זיין אז דער שלוחים פונעם שטן פילען אז זייער סוף איז נאנט
הלואי

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 6:10 pm

· #146181
איז דא א דיעל צו נישט???

אבער אתרא קדישא מיינט נישט קיין עקשאן... איי ס'נישטא ווער ס'זאל מיטלאכן

נאר,,פרייליך » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 6:43 pm

· #146192
ס'שיין צוצוקיקען ווי די ניקי ארץ החיים פרובירען אויף א יעדן פרייז ליצנות צו מאכען פון די וואס שטיצען די שומרי הקברים

ביטע ס'היצט ערנסטע זמנים נעם א טעלעפאון הער אויס די עטליכע דרשות פון הגר''ד שמידעל העט איר האבען ביסעל אן אנונג פון וועמען מ'רעד דא מ'רעד ניש דא פון אבי ווער עפעס א בנשק''על וואס האט סך הכל געהאט גרויסע עלטערן און זיידעס מ'רעדט פון א גאר גאר דערהויבענע זאך הער וויזוי דער יוד רעדט

עי' בספה''ק ווען פרעה וואלט געווען א לץ.......

נאר,,פרייליך » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 6:46 pm

· #146193
ווילט איר וויסען וואס די ניק'לך וואס זענען משתייך צום כת ה'בלאט ועומדים לימין ארץ החיים נגד שומרי הקברים וואס זיי האבען דא פלוצים געטראפען פרענד'ס אינערהאלב תו''א און שטיין פארבינדן בעצה ובדעה אחת צו אויסרייסען יעדן ביסעל זכר און המשך המסורה של העדה החרדית
בו בזמן וואס בעצם מצד הקהילות זענען זיי מער גענויגט לטובת קהילת תוא''י
הערט היינט די באריכט ביי קנעפל 11# 718.362.8800
העט איר הערן בקצה המזלג דעם קשר בוגדים ורשעים וואס אינטערסירט זיי בסך הכל געלט כבוד ושררה ותו לא.

נאר,,פרייליך » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 6:51 pm

· #146194
ס'א מורא'דיגע שמחה צו הערן די בשורה מרנינה וואס איז געווארען נתבשר דא אין א אנדערע אשכול איבער די בעיק אוט פינעם פארמעסט מצד די חופרי קברים בנוגע די שטח סלאנים
עס איז צום האפען אז די חופרים ומחטטים זאלען דאס אויך טון ביים היצטיגען שטח ווי זיי גראבען און זאלען איבערלאזען זייערע מעשים תעתועים

די ניקי ארץ החיים דא וואס בסך הכל זינט די חפירת קברים וואס האט זעך אנגעהויבען פאר איבער צוויי וואכען צוריק איז די קאפ זייערער געלאפען מיט איין איינציגער חשבון צו את''ק האט יא געוואנען צו ניש (ליין: וויזוי מ'קען עס איינקעשן בנוגע סכסוך באראש כמובא במאמר השקפה של הגרש''ש)
זאגען מיר פאר די אלע:
זאל ענק וואויל באקומען אייערע נצחונות אבער די קברים זאל מען היטען פון די שרעקליכע ידי זדים ופושעים וואס זענען מוכן לעקור את הכל בעד תאוות כבודם ושלטונם

געדענקט אלע את''ק גאב''ד שמירת הקברים לוזערס
ראב''ד ארץ החיים וכל קוויהם ואתריהם והמחטטים געווינער, בראווא!!!

נאטרוליסט » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 7:46 pm

· #146204
בידע זייטן האבן געכאפט א פראסק. און געווינען איז דער וואס איז געשטאנען אינדרויסן!

ר' דוד שמידל לוזער #1 - ער האט געשריגן אז מ'טאר נישט בודק זיין.
ער האט געקעמפט מיט ציין און נעגל אז דאס איז 100 פראצענט זיכער א בית הקברות פאר אידן. - יעצט וועט א דרויסנדיגער מברר זיין.
דער גאב"ד - עי' ר' דוד שמידל.
דער ראב"ד - האט געזאגט אז ס'איז מותר צו גראבן נאר מיט א "משגיח" וואס איז א "מומחה" - כ'ווייס נישט צי פויזן איז א מומחה אדער נישט.

אומדירעקטע פארלירער: דער איד, פורים בית דין וכו' וכו'.
געווינער:
ר' אברהם סלונים, ער האט אנגעפיפן אלע סיקריקים און די ביליאן פאשקעווילן. מ'גייט בויען די שאלה איז נאר גענוי ווי, און אן קיין כיפין.

די וועלכע האבן זיך נישט געמישט.

גאנצל » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 8:12 pm

· #146209
שעפטל כתב
אויף דעם האט אויף זיי געזאגט דער הייליגער רבי זי"ע: "ער וויל ס'זאל נתקדש שם שמים זיין, אבער על 'ידינו'!!!"

זלמן זאפיר כתב
דער רבי דער ברך משה זי"ע האט עס געזאגט

שמייכל גיט כתב
די ווערטער שטימט גראדע זייער גיט אז מהר"א זאל עס זאגן.

ס'שטימט גראדע אויף אלע דריי די ריכטיגע בליק פון די מנהיגי ישראל זענען געווענליך די זעלבע

מיסטער מענטש » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 10:04 pm

· #146223
איך הער אויס יענקעלע כהן

זאגט ער אז נעכטן אין ראדני ביי די עצרת

איז געווען א געשטיפעניש מיט "אלופי אלפי ישראל "

וואס זאל איך ענק זאגן

איך פארשטיי שוין וויאזוי זיי זעעהן ביינער אין בית שמש 😂

נאטרוליסט » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:56 pm

· #146248
איך האב היינט צום "ערשטן" מאל אנגעצונדן דעם קול קורא במדבר פון דעם צעדרייטן מטורף יאנקעלע כהן. איף האב נישט געגלייבט אז דער שקרן האט די בלעכענע פאטאלאגישע נאטור פון אפען שקר 3 טאג פאר אלף סליחות.

דער שקרן פארקויפט אז טויזנעטער האבן געשטראמט אין מאסן / די שול איז געווען פול עד אפס מקום / מ'האט געמוזט עפענען זייטיגע שטיבלעך...

אנבעליבעוובל - דער פאקט שרייט מיט טויזנט שורות געוואלד: די ראדני שול איז געווען ממש ליידיג. קיין 150 מענטשן כולל יונגלעך און בחורים זענען דארט נישט געווען! עס איז א מחיה צו הערן דעם שקרן, וויל יעצט ווייס איך במציאות אז ער איז א פוסטער יונגאטש, סיי ער און זיינע משלחים!

dovi » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 9:47 am

· #146322
למען האמת ווער עס האט די מערסטע פארלוירען פון די גאנצע מעשה איז נישט קיין אנדערער ווי דער אברהם סלאנים ווער ס'ווייסט ער האט אינגאנצען פארלוירען זיין גרויסע נאמנות אין אא''וו.....

יעצט קענען אלע ארבעטער'ס פון ארץ החיים פון דאהי ווי גאנצל זלמן זאפיר וכת דיליה.... אנהייבען א פרישע שדים טאנץ את''ק גאב''ד בי''ד קנאים סיקריקים וכו' וכו' וכו'

איין זאך פארשטייען נישט די חאפטע אז די אמת וועט אלעמאל סוף כל סוף זיגען מיט א לענסלייד יא נאכאמאל ''זיגען'' אפילו אויב ס'קוקט אויס לפי שעה אז די שקר וואס האט א גרויס מויל האט לפנים געוואנען ''סוף האמת לנצח'' ס'וועט ענק גארנישט הלפען....

''וסוף האמת לנצח''

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 10:04 am

· #146326
האמער שוין א פרישע געפעכט ווער ס'אעז דער גרעסטער פארלירער, פון מיין אויסקוק קוקט מיר אויס אז שמידל איז דער גרעסטער פארלירער דא.

איי געס, ס'דא אן הסתרת פנים... און דער שקר מיטן שטן געווינען...

גאנצל » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 10:30 am

· #146333
dovi
למען האמת ווער עס האט די מערסטע פארלוירען פון די גאנצע מעשה איז נישט קיין אנדערער ווי דער אברהם סלאנים ווער ס'ווייסט ער האט אינגאנצען פארלוירען זיין גרויסע נאמנות אין אא''וו.....

יעצט קענען אלע ארבעטער'ס פון ארץ החיים פון דאהי ווי גאנצל זלמן זאפיר וכת דיליה.... אנהייבען א פרישע שדים טאנץ את''ק גאב''ד בי''ד קנאים סיקריקים וכו' וכו' וכו'

איין זאך פארשטייען נישט די חאפטע אז די אמת וועט אלעמאל סוף כל סוף זיגען מיט א לענסלייד יא נאכאמאל ''זיגען'' אפילו אויב ס'קוקט אויס לפי שעה אז די שקר וואס האט א גרויס מויל האט לפנים געוואנען ''סוף האמת לנצח'' ס'וועט ענק גארנישט הלפען....

''וסוף האמת לנצח''

אויף דעם געב איך דיר גערעכט די אמת האט טאקע געוואנען

שמייכל גיט » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:55 am

· #146360
איינער האט אינפאו אויב די בלאט האלט זיך ווייטער מיט די הוראה וואס זי האט באקומען פין די בד"ץ צי מאכן ש פין די גאנצע פרשה פין די קברים רויבעריי אדער האט זי יעצט באקומען אנדערע הוראות נאכדעם וואס פאזען איז אריין אין פיקטשער
נ.ב. אין די ארוינישע בתי מדרשים הענגט עפעס א אינטערוויא צווישן א עסקן מיט הרב ליפשיץ וואס טענה'ט אז מען האט נאר געזעהן 5 ביינער אין מסתם האבן די גוים בימים ההם געהאט א האבי פין גראבן לעכער אין די ערד. ווייסט איינער מער איבער דעם???

זלמן זאפיר » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 12:25 pm

· #146371
שמייכל גיט
איינער האט אינפאו אויב די בלאט האלט זיך ווייטער מיט די הוראה וואס זי האט באקומען פין די בד"ץ צי מאכן ש פין די גאנצע פרשה פין די קברים רויבעריי אדער האט זי יעצט באקומען אנדערע הוראות נאכדעם וואס פאזען איז אריין אין פיקטשער
נ.ב. אין די ארוינישע בתי מדרשים הענגט עפעס א אינטערוויא צווישן א עסקן מיט הרב ליפשיץ וואס טענה'ט אז מען האט נאר געזעהן 5 ביינער אין מסתם האבן די גוים בימים ההם געהאט א האבי פין גראבן לעכער אין די ערד. ווייסט איינער מער איבער דעם???

וואס איז דיין אינפא פין די אלע מיטניגען פין די בלאט אפיס פין א גאנצע וואך ?

גאנצל » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 1:58 pm

· #146406
dovi
למען האמת ווער עס האט די מערסטע פארלוירען פון די גאנצע מעשה איז נישט קיין אנדערער ווי דער אברהם סלאנים ווער ס'ווייסט ער האט אינגאנצען פארלוירען זיין גרויסע נאמנות אין אא''וו.....

יעצט קענען אלע ארבעטער'ס פון ארץ החיים פון דאהי ווי גאנצל זלמן זאפיר וכת דיליה.... אנהייבען א פרישע שדים טאנץ את''ק גאב''ד בי''ד קנאים סיקריקים וכו' וכו' וכו'

איין זאך פארשטייען נישט די חאפטע אז די אמת וועט אלעמאל סוף כל סוף זיגען מיט א לענסלייד יא נאכאמאל ''זיגען'' אפילו אויב ס'קוקט אויס לפי שעה אז די שקר וואס האט א גרויס מויל האט לפנים געוואנען ''סוף האמת לנצח'' ס'וועט ענק גארנישט הלפען....

''וסוף האמת לנצח''

ר' אברהם סלאנים פארלירער? ווארט ביז נאכ'ן בויען ס'וועט אנהייבן אריין צו קומען די דמי תשלומין אוי וועט ער זיין א געווינער

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 7:55 pm

· #146530
דא האט איר א שטיקעל קלארער בילד איבער'ן היצטיגען מצב און סטאטוס פינעם מלחמה זאנע אינעם בית החיים גולובענציץ

<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?whichpage=5&topic_id=3021482&forum_id=771">http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771</a>

ווילט איר אביסעל קלארער רויסהאבען די וואס שטייען לימין המחטטים און טיען פארשטעלן די דעת פון די ניקי ארץ החיים ו'הבלאט?
דאן ליינט דא!
<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.com/2013/08/blog-post_1958.html">http://bshch.blogspot.com/2013/08/blog-post_1958.html</a>

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 8:08 pm

· #146536
ס'מיר א פלא והפלא וויזוי די ניק'לך דא העומדים לצד המחטטים זענען זוי איבערגליקלעך מיט'ן הסכם איבער'ן ארויסציען זיך מצד המתירים פינעם סלונים שטח
ווער ס'באהאווענט אינעם מציאות ווייסט אז דער בעל הקרקע פינעם גולובענציקער בית החיים האט נאך עד היום ניש גע'חתמ'ט פאר קיינעם אז ער הערט זיך צו איינעם צו ניש ביים הסכם חודש שבט ניש ביים היצטיגער הסכם סך הכל האט ער באקימען פון עטליכע שפלים ובלבוש ההיתר הידוע א שטופ אויף פאראויס אויסצורייסען דעם גאנצער בית עולם
אבער דאס וואס די גאב''ד והשר האבען מחליט געווען צו ממנה זיין א שליש בנוגע שטח סלאנים וואס האט עס צים בעל הקרקע?? וואס קימערט אים די גאנצע עדה סך הכל וויפיל ס'קומערט פאר די מחטטים און די שפלים ונבזים מכם ובכם וואס זיכען אויסצולעשן יעדעס ביסעל מינדעסטע כח הקדושה וואס ס'נאך פאראן בארה''ק

ס'קלאר פאר יעדן רעכטדענקענדן מענטש אז דאס הסכם ופשרה אינערהאלב די רבני העדה האט זילטש מיט'ן התחייבות אויפען בעה''ב פינעם בית החיים
ס'סך הכל געווען א איזי פעס פאר'ן שר.... וכבוד זיך ארויסצוזעהן פינעם מיאוס'ן פעקל און פלאנטער ווי ער איז אריינגעפאלען דורך אויבי איש אנשי ביתו

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 8:31 pm

· #146546
דער וועבזייטעל וואס געהער צום בעלזער חצר ''הקודש'' העלפט געטריי די מחטטים און שטייט לימין ארץ החיים בנאמנות מיטן היטען אויף די קברים צוהעלפנדיג די עדה החרדית ווי בעלז איז שוין יארען אויסגערופען מיט זייער געוואלדיגע הערצה און שעצע אויף די מנהיגי העדה

<a class="postlink" href="http://ladaat.info/article.aspx?artid=7563">http://ladaat.info/article.aspx?artid=7563</a>

נאטרוליסט » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 8:43 pm

· #146551
די ליסטע פון מחטטים וועט ליידער גרעסער שומו שמים.

דער גאב"ד ובית דינו האבן זיך ליידער צוגעשטעלט צו די מחטטים, ואני אנה אני בא, בצערו של שמידל און די עקסטארשעניסט.

אוי רבונו של עולם וואס וועט דא זיין. די הייפעלע ערליכע אידן האלט שוין אונטער א מנין! אוי געוואלד!

גאנצל » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:17 pm

· #146615
נאטרוליסט
די ליסטע פון מחטטים וועט ליידער גרעסער שומו שמים.

דער גאב"ד ובית דינו האבן זיך ליידער צוגעשטעלט צו די מחטטים, ואני אנה אני בא, בצערו של שמידל און די עקסטארשעניסט.

אוי רבונו של עולם וואס וועט דא זיין. די הייפעלע ערליכע אידן האלט שוין אונטער א מנין! אוי געוואלד!

וואס ווילסטו נעבעך פון די צובראכענע מענטשן יוצאים בפחי נפש זעהסטו דען נישט אין זיינע ווערטער ווי בלאס ער איז? דאס פארלוירנקייט שרייט דאך פון יעדע ווארט
נעבעך אזא הילכיגן אומגערישטע פראסק טוט זייער וויי (דערמאן דיר נאר פון חדר 😂 )
ס'איז א שווערע פיל אראפ צו שלינגען זייער שווער

אזוינס מ'שטעלט אויף דעם הייליגן מרן.. ר' דוד רעדן און וויינען
ר 'אייזיק ווייס גארגעלט זיך אויס אז קיינער ניין קיינער פארשטייט נישט צו קברים נאר ר' דוד און ער כאפט דאס אויף מיט א מורא'דיגע שנעלקייט
חומת הדת שיילט מיט שקרים איינס נאכ'ן צווייטן

און בו בזמן הע שטייען די חברה און קאטשקען זיך פאר געלעכטער און די גאב"ד שרייבט אז מ'קען זיך רואיג פארלאזן אויף הר' פאזען און מ'דארף זיך אינגאנצן נישט רעכענען מיט הר' שמידל טראכט אריין איז דאס נישט ציפקע ציפעדיג? דאס טוט זייער וויי פארשטייסט נישט ? נא אביסל מיטגעפיל

און טאמער האסטו געמינט איין מינוט אז זיי גייען שטיל זיין נאכדעם וואס די גאב"ד גייט שרייבן עפעס שלא כרוחם דעמאלס דארף מען נאכזוכן דיין
בוירט סערטיפיקעט

נאר,,פרייליך » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 8:18 am

· #146683
זייענדיג א לומד קבוע באחד מהיכלי התורה דק''ק סאטמאר מהר''א איז מיר אויסגעקומען א מאדנע בילד איבער די צומישעניש וואס הערשט ביים ציבור איבער וויזוי צו באנעמען די פרשת הקברים דערנאך וואס די כת ה'בלאט האט אפיציעל אנגענימען עפ''י הוראות שרי התורה חברי הבד''ץ א מויל מיט וואסער ניש צו רעדן איבער די עטענשאן סיקער''ס כלשונם
איז מאידך גיסא יעדע פאר טעג געהאנגען געווארען פארשידענע פלאקאטען דורך די אנשי ה'בלאט איין טאג זע איך
רב אופמאן וואס האט מצד דושינסקי חשבונות
דערנאך די מוצ''י פון רב א. סאמעט איבער כבוד התעירע
דערנאך האט מען מיט עקסטאז געהאנגען א געוויסער הסכם פון זייער'ס א דם שונא הגרז''ל און לייזער קעסטנבוים מ'דמשק אליעזר די כאאס און אנארכיע ביים ציבור איז אין לתאר
ניטאמאל דעם טיפזיניגער מאמר פון א זייטיגער צוקוקער הגרש''ש שליט''א האט דערווייל נאך אויך ניש געהאלפען
ס'ווערן געזיכט מומחים אינעם פעלד וויזוי מ'פירט ווייטער דעם באן
רבותי! איט'ס עמערדזשענסי!!

----------------
ווילט איר הערן די קלארע פאקטען וואס טוט זיך היצט אפ ביים גאלאבענציקער בית החיים און די פריוו פון עטליכע משתפים מיט די פרימע ארכעלאגען אויסצורייסען דעם גאנצען בית עולם אפילו ביים שטח סלאנים

הערט אויף 718.362.8800.280.1
-----------------

היצט ווערט נתפרסם דער ידיעה, לאמיר האפען:

 לפי השמועה איש העסקים הנוכל אריה גולובנציץ הולך להיכנע היום, ולבגוד ביענקי פלאי מארגון "ארץ החיים", ולקחת את הפיקוח של הגר"א פוזן אשר יעשה ככל אשר יורה הגר"ד שמידל.
2013830_13385512444_gif.gif

נאר,,פרייליך » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 8:43 am

· #146689
דער איז זיך נאך מחי' היינט אין זיינע אפדעיט'ס אז אתרא קדישא איז ארויס און נאר רב פוזען נגד הוראת הגר''ד העט אנפירען די פיקוח ביי סלאנים

<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.com/2013/08/blog-post_2987.html">http://bshch.blogspot.com/2013/08/blog-post_2987.html</a>

מיסטער מענטש » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 10:00 am

· #146704
נאר,,,

איך וויל מוסר מודעה זיין

אז גענוי ווי הרב שמידל שליטא

גיב איך אויך רשות אז הרב פוזן זאל מיר פרעגן שאלות ......

גאנצל » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 11:23 am

· #146740
נאר,,פרייליך
זייענדיג א לומד קבוע באחד מהיכלי התורה דק''ק סאטמאר מהר''א איז מיר אויסגעקומען א מאדנע בילד איבער די צומישעניש וואס הערשט ביים ציבור איבער וויזוי צו באנעמען די פרשת הקברים דערנאך וואס די כת ה'בלאט האט אפיציעל אנגענימען עפ''י הוראות שרי התורה חברי הבד''ץ א מויל מיט וואסער ניש צו רעדן איבער די עטענשאן סיקער''ס כלשונם
איז מאידך גיסא יעדע פאר טעג געהאנגען געווארען פארשידענע פלאקאטען דורך די אנשי ה'בלאט איין טאג זע איך
רב אופמאן וואס האט מצד דושינסקי חשבונות
דערנאך די מוצ''י פון רב א. סאמעט איבער כבוד התעירע
דערנאך האט מען מיט עקסטאז געהאנגען א געוויסער הסכם פון זייער'ס א דם שונא הגרז''ל און לייזער קעסטנבוים מ'דמשק אליעזר די כאאס און אנארכיע ביים ציבור איז אין לתאר
ניטאמאל דעם טיפזיניגער מאמר פון א זייטיגער צוקוקער הגרש''ש שליט''א האט דערווייל נאך אויך ניש געהאלפען
ס'ווערן געזיכט מומחים אינעם פעלד וויזוי מ'פירט ווייטער דעם באן
רבותי! איט'ס עמערדזשענסי!!

----------------
ווילט איר הערן די קלארע פאקטען וואס טוט זיך היצט אפ ביים גאלאבענציקער בית החיים און די פריוו פון עטליכע משתפים מיט די פרימע ארכעלאגען אויסצורייסען דעם גאנצען בית עולם אפילו ביים שטח סלאנים

הערט אויף 718.362.8800.280.1
-----------------

היצט ווערט נתפרסם דער ידיעה, לאמיר האפען:

לפי השמועה איש העסקים הנוכל אריה גולובנציץ הולך להיכנע היום, ולבגוד ביענקי פלאי מארגון "ארץ החיים", ולקחת את הפיקוח של הגר"א פוזן אשר יעשה ככל אשר יורה הגר"ד שמידל.
די spin button איז אנגעשטעלט אויף 180 mph יעצט גייט מען צוריק צום אלטן בלאט בלאט בלאט נעבעך נעבעך שווערע טעג גייט דורך אויף זיי

דער חומת בלי דעת רעדט און רעדט שרייט און שעלט משלים מיט מליצות מיט פסוקים שווער צו האלטן קאפ
האט נאכנישט קיין גראדע ליניע ווי אזוי צו פארן די ערשטע ראוד טעסט איז דורכגעפאלן אבער נישט קשה מ'וועט ווארטן אויף נאך די ריקאווערי אוי האט ר' לייזער צוגעפיקסט דעם מרן ר' דוד

נאטרוליסט » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 1:20 pm

· #146790
לעיזער קעסטענבוים האט געמאכט מיט'ן גאב"ד און ר' דוד שמידל די זעלבע וואס ער האט געמאכט מיט'ן ברך משה פון תשנ"ח ביז תשס"ו.

בידע מאל האט ער גענוצט זאלי'קא פאר די השחתה!

GO לייזער GO

נאר,,פרייליך » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 5:52 pm

· #147121
שיינער חד גדיא פזמון נתפרסם געווארען לאור המצב בבית שמש
201391_15373730560_gif.gif 201391_1537426092_gif.gif

נאר,,פרייליך » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 5:53 pm

· #147124
האט איינער די ליצנות געשרייבעכץ פין בלאט פארגאנגענע וואך ??
וי ער טרייבט ליצנות פון די עדה ובראשם פין מרן הגאב''ד כפי הוראת הבד''ץ וואס האט אויפגעפאדערט צו זיין שטיל אצינד

ווער ס'האט'ס ביטע פאוסטען.

נאר,,פרייליך » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 6:43 pm

· #147151
פרישע צעטליך פארשפרייט בארה''ק
201392_1393513266_gif.gif 201392_1401422437_gif.gif

נאר,,פרייליך » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 6:45 pm

· #147152
נאך פלאקאטען וואס ריפען צום ציבור צו שטיין על המשמר איבער די חטוטי שכבי וואס גייט אהן אומאויפהערליך
201392_139521966_gif.gif 201392_13101293_gif.gif 201392_132626517_gif.gif

נאטרוליסט » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 12:22 am

· #147244
קעסטענבוים האט אייך גוט גוט מסדר געווען. דעם גאב"ד מיט שמידל מיט די סיקריקיםנאיןנאייק זאק.

ער האט נישט געקענט אליין - האט ער גענומען הגז"ל אלס שותף אין די קנוניא!

לאמיר זעהן רעד א ווארט קעגן ר' לייזר קעסאענבוים???

נא?????

א שוויצער » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 1:08 pm

· #147354
שעמטס אייך אזוי געריפענע סאטמארער שרייבערליך שעפטל זאפיר ועוד
פארדעם האבען אינזערע הייליגע רביים מרן בעל דברי יואל וברך משה זיך מוסר נפש געווען כל ימיהם עלי אדמות ???
אז אזעלכע נידריגע פארשוינען ווי אייך זאלען קומען און אריינרעדן בהנהגת הקהילה וואס ווערט נמשך בגאון ועוז ע''י רבינו שליט''א און איר טוט מיט אייערע נידריגע געשרייבעכץ פארשמירען און מסריח זיין דעם הייליגען נאמען סאטמאר
גייט אייך צו אלע בייזע רוחות און לאזט אינזער קהילה פארן על מי מנוחות

א שוויצער » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 1:10 pm

· #147355
לצערן של אלופי אלפי ישראל ולשמחת ניקי החופרים החונים פה ק''ש קומט אהן די באריכט פון מקום החילול:

 היום לצערינו החלו גם חפירות בכביש 10 אשר תחומה  גם ל"גבעת ירושלים"

נאר,,פרייליך » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 1:16 pm

· #147359
נאדער א שטיקעל בלאט ווען שוין צום דריטען וואך אין א צי זענען זיי ממשיך מיט די הייליגע ארבעט פון אויספאלגען הוראות רבותינו שרי התורה צו שטיין אין די זיייט און ניש בוחש זיין בקדרה
דע פלא איז נאר אז די זעלבער ארגאן וואס האט אויס פרעשור פון כבוד בית בעלז פארגאנגענער וואך אפגעשטעלט ארטיקלען וואס טיען מטיל ספק זיין בכבוד בעלז החדשה כמב' אין א באזינדערער אשכול דא אין ק''ש

טוט דער ארגאן אבער יא אנגיין מיט זייער הייליגע ארבעט צו ברענגען פאר די קעלבערנע ליינער שיינע ליצנות שרייבעכץ פון די כבוד העדה
בושו לכם ש.ו. וגונדא דילי' וואס חוץ שררה כבוד ותאוה שטייט זיי גארניש פאר די אויגען און זענען גרייט משפיל צו זיין כבוד בית סאטמאר אין די אויגען פון די וועלט פרעסע
נאדער זייער קינדישע ליצנות:
b6589f522f5b1e1c36cc5f9db0b6495c.jpg

נאר,,פרייליך » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 1:17 pm

· #147360
דא האט איר דעם בילד פון וואס די חברה האבען ליצנות געמאכט אין בלאט:
805527450.jpeg

שעפטל » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 1:18 pm

· #147361
הערטס שוין אויף מיט די 'בושה תכסה, שעמטס ענק' סלאגאנען און הייבטס אן רעדן צו די זאך.

שעפטל » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 1:19 pm

· #147362
נאר,,פרייליך
נאדער א שטיקעל בלאט ווען שוין צום דריטען וואך אין א צי זענען זיי ממשיך מיט די הייליגע ארבעט פון אויספאלגען הוראות רבותינו שרי התורה צו שטיין אין די זיייט און ניש בוחש זיין בקדרה
דע פלא איז נאר אז די זעלבער ארגאן וואס האט אויס פרעשור פון כבוד בית בעלז פארגאנגענער וואך אפגעשטעלט ארטיקלען וואס טיען מטיל ספק זיין בכבוד בעלז החדשה כמב' אין א באזינדערער אשכול דא אין ק''ש

טוט דער ארגאן אבער יא אנגיין מיט זייער הייליגע ארבעט צו ברענגען פאר די קעלבערנע ליינער שיינע ליצנות שרייבעכץ פון די כבוד העדה
בושו לכם ש.ו. וגונדא דילי' וואס חוץ שררה כבוד ותאוה שטייט זיי גארניש פאר די אויגען און זענען גרייט משפיל צו זיין כבוד בית סאטמאר אין די אויגען פון די וועלט פרעסע
נאדער זייער קינדישע ליצנות:

נאר,,פרייליך
דא האט איר דעם בילד פון וואס די חברה האבען ליצנות געמאכט אין בלאט:

איינער זעהט דא ליצנות???? די מושב בי"ד איז א דזשאוק צו וואס?

נאר,,פרייליך » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 1:20 pm

· #147365
באריכט פינעם היינטיגען טאג ביים בנין שלם פראיעקט:

 היום בעוה"ר הרסו במגרש 800 מערה עתיקה אשר אין כל ספק שזה מערת קבורה יהודית, כי לפי צורת הקבורה הוא כמו תקופת בית שני, דומה למערת בית הלל.ד' ירחם איזה חילול הקברים עושים בחסות ה"היתר" בעת שנחשף המערה לפני חצי שנה, עמדו לידה מוטי גולובנציץ ויעקב לדרמן מיסודות צור, והם חשבו שהמשגיח של "אתרא קדישא" לא מבחין בעבודת הטרקטור, אבל המשגיח עצר את העבודה.אבל היום גם מערת קבורה יהודית וודאית זו הוכנעה כאשר מחללי הקברים הרסו אותו

כלל ישראל בעהט די מחטטים אנא סלקו ידיכם מבית הקברות קדמון
לאזט ביטע צורוה די שוכני עפר פון טויזענטער יארען

נאר,,פרייליך » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 1:24 pm

· #147367
שעפטל
נאר,,פרייליך
נאדער א שטיקעל בלאט ווען שוין צום דריטען וואך אין א צי זענען זיי ממשיך מיט די הייליגע ארבעט פון אויספאלגען הוראות רבותינו שרי התורה צו שטיין אין די זיייט און ניש בוחש זיין בקדרה
דע פלא איז נאר אז די זעלבער ארגאן וואס האט אויס פרעשור פון כבוד בית בעלז פארגאנגענער וואך אפגעשטעלט ארטיקלען וואס טיען מטיל ספק זיין בכבוד בעלז החדשה כמב' אין א באזינדערער אשכול דא אין ק''ש

טוט דער ארגאן אבער יא אנגיין מיט זייער הייליגע ארבעט צו ברענגען פאר די קעלבערנע ליינער שיינע ליצנות שרייבעכץ פון די כבוד העדה
בושו לכם ש.ו. וגונדא דילי' וואס חוץ שררה כבוד ותאוה שטייט זיי גארניש פאר די אויגען און זענען גרייט משפיל צו זיין כבוד בית סאטמאר אין די אויגען פון די וועלט פרעסע
נאדער זייער קינדישע ליצנות:

נאר,,פרייליך
דא האט איר דעם בילד פון וואס די חברה האבען ליצנות געמאכט אין בלאט:

איינער זעהט דא ליצנות???? די מושב בי"ד איז א דזשאוק צו וואס?

ליין דורך דעם שטיקעל בלאט העט איר זעהן פין וואסארא כאפטע לצים מ'רעדט
דער שטיקעל האט מיר א שכן געוויזען וואס ער האט דאס געקריגען פון א גרופ טעקסט וואס איז ארומגעפארען צו אלע גרופעס
וואס זענען משתייך ל'ה'בלאט צו געבן סכאזקעס אויפען מצב אז מ'טרייבט ב''ה ליצנות פינעם בי''ד

שעפטל » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 1:34 pm

· #147368
בקיצור דיין שכן זאגט אז ס'איז לצנות, מיין שכנ'טע האט גראדע געזאגט ביים באס סטאפ פרייטאג אז זי האט זייער ליב אז דער בלאט באריכטעט אזעלכע נייעס, ס'ברענגט אריין אמונה אין די קינדער אז די בי"ד אין ירושלים האט געהעריגע זיצונגן (נישט ווי געוויסע אנדערע א.ג. בית דין'ס...) און מ'נעמט איעדע זאך מיט אן ערענסקייט, חוץ דעם וואס ס'ווייסט אז טראץ אלע מיינונג דיפערענצן צווישן די רבנים דארט, זיצן זיי צוזאמען איינס ביי איינס און גייען אדורך דברים העומדים על הפרק בכובד ראש.

און אזוי אויך די גוטע בשורה אז דער גאב"ד שליט"א פלאנט צו קומען קיין ניו יארק

נאר,,פרייליך » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 1:52 pm

· #147374
כ'העל דיר נאכאמאל געבן צו ליינן דעם שטיקעל בלאט און קוק איבער צו ס'ניש געטריבען ליצנות פון די עדה''ח
כ'מיין מ'דארף זיין א פערד'ס קאפ צו אנעמען זוי בתמימות דיין שכנ'טעס ווערסיע
כ'האדיר פון די ערשטע מינוט גע'טענה'ט אז די געהערסט צו
די אנשי ה'בלאט און די האסט די זעלבע מאטיווען ווי זיי אפצו'חוזק'ען פון די גאנצע הנהגת העדה אויף וואס דער הייליגער
רבי די דברי יואל האט זיך כל ימיו מוסר נפש געווען דערויף אז ס'זאל האבען א קיום
b6589f522f5b1e1c36cc5f9db0b6495c.jpg

זלמן זאפיר » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 1:56 pm

· #147376
נאר,,פרייליך
כ'העל דיר נאכאמאל געבן צו ליינן דעם שטיקעל בלאט און קוק איבער צו ס'ניש געטריבען ליצנות פון די עדה''ח
כ'מיין מ'דארף זיין א פערד'ס קאפ צו אנעמען זוי בתמימות דיין שכנ'טעס ווערסיע
כ'האדיר פון די ערשטע מינוט גע'טענה'ט אז די געהערסט צו
די אנשי ה'בלאט און די האסט די זעלבע מאטיווען ווי זיי אפצו'חוזק'ען פון די גאנצע הנהגת העדה אויף וואס דער הייליגער
רבי די דברי יואל האט זיך כל ימיו מוסר נפש געווען דערויף אז ס'זאל האבען א קיום

וויאזוי וואלט ווען מען עס ווען געדארפט באשרייבן אויב דעס הייסט ליצנות ?

נאר,,פרייליך » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 2:00 pm

· #147379
זלמן זאפיר
נאר,,פרייליך
כ'העל דיר נאכאמאל געבן צו ליינן דעם שטיקעל בלאט און קוק איבער צו ס'ניש געטריבען ליצנות פון די עדה''ח
כ'מיין מ'דארף זיין א פערד'ס קאפ צו אנעמען זוי בתמימות דיין שכנ'טעס ווערסיע
כ'האדיר פון די ערשטע מינוט גע'טענה'ט אז די געהערסט צו
די אנשי ה'בלאט און די האסט די זעלבע מאטיווען ווי זיי אפצו'חוזק'ען פון די גאנצע הנהגת העדה אויף וואס דער הייליגער
רבי די דברי יואל האט זיך כל ימיו מוסר נפש געווען דערויף אז ס'זאל האבען א קיום

וויאזוי וואלט ווען מען עס ווען געדארפט באשרייבן אויב דעס הייסט ליצנות ?

פרעג דעם שכנ'טע כ'בין ניש זוי באהאווענט
אין שרייבעריי בלי ליצנות

מצידי זייט'ס ממשיך
אבער ביטע ביתר שאת ויתר עז זאל יעדער קלאר זעהן וואס איר ווילט
ניש זוי געקינצעלט אז עטליכע שכנ'טעס זאלען זיך טועה זיין אז מ'רעדט דא פון אמונת צדיקים וכדומה

זלמן זאפיר » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 2:05 pm

· #147381

קוקט נעבעך די שלעק וואס אתרא קדישא כאפט נעבעך די לעצטע פאר האט אים נעבעך מיאוס ציגעטרעטן
סיי די פיזישע אין די גייסטישע
איך ווינטש דיר א לעכטיג יאר אין קריך ארויס פין דיין באקס

אין אז די ביסט שוין דא ענטפער מיר פארוואס אברהם סלאנים מיט לייזער קעסנטבוים האט געבראכן דעם אפמאך וואס ער האט אינטערגעשריבן דעם ווינטער ביי די מעגא נסיעה אז מען גייט גיין מיט אתרא קדישא אין למעשה גייט ער מיט הרב פאזען

נאר,,פרייליך » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 2:13 pm

· #147384
זלמן כ'וואלט'יר געראטען צו זיין פארנימען מיט די חשבונות אין בלאט וויזוי ווייטער צו ספינען דעם ניש מישען זיך און אויספאלגען די הייליגע הוראת הבד''ץ איבער'ן זיך ניש מישען

איבער דיין אנפראגע איבער סלונים פרעג אהן ביי יעדער רעכטדענקענדער עסקן להצלת קברים האבען אלע פה אחד געהאלטען אז דער פאפיר פינעם הסכם אהן א חתימה פון דער בעה''ב אויפען שטח בית החיים איז סך הכל לצור על פי צלוחית און ניטאמאל דאס אויך ניש ווערט

דער היצטיגער הסכם איז אויך ניש מער שוה ווי דעם ווייל ווי קענען זאפיר שעפטל פרייליך חתמ'ן אויף א פאפיר כל זמן דער בחור אליין איז ניש דא
ס'האט אפשר זויפיל שויות געהאט אז בזמן וואס דער בלאט פראקציע שטיייט און טרייבט ליצנות און ווארט אויפען ליאדע מינוט פון ברעכן די נייעס אויס מיט אתרא אויס מיט שמירת קברים אויס מיט עדה''ח אויס מיט די כח הרבנים בארה''ק

ומהיום והלאה
די איינציגע ווארטזאגער אין כלל ישראל זענען נאר מיר

האט זויפיל דער הסכם אויפגעטון אז ס'נאך פאראן יודען ואישי הציבור וואס געבן נאך א דעם צו היטען אויף קברים

און ווידער צום דערמאנען ביטע פאלג אויס ווייטער די הייליגע הוראה ניש זעך צו מישען און קיפ אן מיט די הילכיגע שווייגעניש איבער'ן סומאטוכע, און ביטע ממשיך זיין מיט ליצנות געשרייבעכץ איבער די מנהיגי ישראל פון די עדה''ח

א גיטע נאכט
צום ווידער זעהן מארגען

זלמן זאפיר » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 2:20 pm

· #147389
דיין שר צבא ר' יצחק טובי האט פאר 3 וואכן צוריק אינטערגעשריבן אז נאר אייזנבאך מיט ליפשיץ פין אתרא מעגן זיין משגיחים
רב סלאנים מיט קעסטנבוים האט אונטער געשריבן אז ער גייט גיין נאר מיט אתרא

פארוואס האבן זיי געטוישט

זענען די אהרונים גאר שולדיג אז ר' יצחק טובי מיט קעסנטבוים האבן ענק געדראפט

אדער ליידט דיין שר צבא ר' יצחק טובי פין שכחה גאר

זלמן זאפיר » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 2:24 pm

· #147392
האט דוד שמידל מסכים געווען צי דעם משגיח הרב פאזען ?
האט מען אים בכלל געפרעגט ?
פארוואס שרייט מיילך שטערן אז ס'איז עק וועלט וואס קעסטנבוים האט געטיען ?

נאטרוליסט » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 4:35 pm

· #147436
יעצט וועט קעסטענבוים מאכן א פרשן בריוו, און טרעפן נאך א וועג וויאזוי אריינצודרייען שמידל אין פאסקע.

הגז"ל האט יעצט אסאך צייט, און וועט אוודאי אויך געבן א בריוול.

גאנצל » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 5:40 pm

· #147448
דער אמת איז ס'איז נישט פארוואס צו ענטפערן פארוועם צו ענטפערן די קלאפ וואס זיי האבן געכאפט לאט זיי נישט טראכטן גראד איך מיין ווער ס'זעהט דא ליצנות פון די עדה זאל ביטע טון צו דער זאך און זיך איינהאנדלן נייע ברילן

און פאר די אלע צובראכענע וויל איך מודיע זיין אז maxi health פארקויפט היינט אלע מינע ווייטעמינען פאר אלע מינע סטרעס
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32