☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » דער שוד המתים אין בית שמש נאך א פארצויגענער מערכה אנגעהויבען

דער שוד המתים אין בית שמש נאך א פארצויגענער מערכה אנגעהויבען

1597 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4495
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32

נאר,,פרייליך » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 9:57 am

· #140941
דער שוד המתים אין בית שמש נאך א פארצויגענער מערכה אנגעהויבען
שוידערליכע רציחות און אכזריות זענען משכ'ן היינטיגען טאג פארגעקומען בארה''ק צום ערשטן מאל אין היסטאריע וואס דאס ציבור החרדי דארף זיך אפיציעל באפאסען מיט שמירה אויפען בית החיים אין בית שמש וואס ווערט אצינד אטאקירט דורך גאר גאר היימישע חברה מיט א לבוש פין א חרדישער היתר
ווי ס'געבן איבער בני ארץ ישראל איז ערווארטעט גאר א ביטערער און זעלטענער מלחמה וואס אר''י האט שוין יארען נישט געזעהן
דא האט איר אביסעל פין די העדליינס אין די היינטיגע פרעסע

http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=57922
http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=57932
http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=57923
יודען ברחבי העולם רייסט איין בעד אחינו תושבי ארה''ק וואס ווערן אינטערדריקט פין די פארשאלטענע מדינה הציונית מיט אירע פרימע פארכאפטע תועים, וואס צוליב זייער תאות השררה והממון העלפן זיי צו די גזירת הממשלה בלי שום בושה וחרפה

ס'כאפט א שאק און שוידער צו זעהן די פחדים'דיגע בילדער ווי קאפעלעך מיט שלוחי המדינה הציונית שטייען אין לעכערן איין מערה נאכען צווייטען

נאר,,פרייליך » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 10:48 am

· #140955
ירושלים ברענט!!
פילע טויזענטער גייען היינט נאכט ארויס אין די גאסען און אין ביהמ''ד יואל מוחה זיין אויף די שוד המתים און איבער די רשעות'דיגע אכזריות'דיגע קלעפ וואס די ציונים טיילען אויף די מוחים

http://2424.co.il/news_read.php?n_id=91 ... =15&tmp=17
http://2424.co.il/news_read.php?n_id=91 ... =1&tmp=913
http://2424.co.il/news_read.php?n_id=91 ... =1&tmp=264

סאשי פיש » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 10:50 am

· #140956
רוף די פייערלענטשערס
די נאמבער איז 911

גיבור » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 12:15 pm

· #141013
[ציטאט אראפגענומען]

הוא הוא סאטמער הוא הוא עדה !
א דיין וואס פאסקענט אנדערש וואו די בעלי בתים ווילען איז אויס דיין אויס רשכבה''ג נאר א פאלנע שייגעץ !

נאר,,פרייליך » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 2:28 pm

· #141129
[ציטאט אראפגענומען]

ראשעקעל טייערער ס'איז שוין דא היתירים נאך בעפאר דעם חברה מאן דער שר חילול הקברים האט ממציא געווען היתירים שדופות קדים
עבר ושנה נעשה כ'היתר'
ליידער ביי אים האלט'ס שוין ווייטער פין בלויז א 'כ' הדמיון

היצט קומט אהן א ידיעה אז דער סר התורה וגראב''ד דגל האט געזאגט פאר די פירער אין די עדה אז ער האט נאר מתיר געווען פאר פלאי און די רבני ארץ החיים צו גראבען אויף די דגל לאט צוליב די רצון הקונים וואס'גייט זיי נישט אהן די חילול המתים אבער פאר סלאנים איז'ר נישט מתיר
אוי לו לדור שכך עלתה בימיו, אין א דור וואס ר שטינמן קען זיין גדול וקדוש ופרוש הדור און טון ככל העולה על רוחו און אלע לויפען אים נאך ווי קעלבער פאסירט נעבעך אזאנס אויך אז אינערהאלב די עדה ריקען זיך אריין אזעלכע פארשוינען וואס נעמען דעם גראב''ד און מאכען פינ'ם אש און פארעך

זלמן זאפיר » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 2:35 pm

· #141135
נאך ידיעה

הגאב"ד: "לא הוריתי לאיש להפגין, את שהיה לי - אמרתי"
בתשובה לשאלת אחד המפגינים, הבהיר גאב"ד 'העדה': "לא הוריתי לאיש להפגין. אין בדעתי לעסוק עוד בנושא" • בנין שלם: "בשטח הנוכחי אף אחד לא טוען שיש קברים"
יואל קוריץ, בחדרי חרדים 18:59 12/08/2013

תגיות: בית שמש, גאב''ד, הפגנה, עצורים, בנין שלם
2

הגאב"ד. צילום ארכיון בעוד בית שמש מתלהטת, 29 מפגינים נעצרים בשל הפרות סדר ותקיפת שוטרים ו'נטורי קרתא' מציפים את ככר השבת, נראה כי ב'עדה החרדית' החליטו להתנער מההפגנות האלימות ולמקד את המאמצים בהסברה, בתפילות ובניסיון למצוא פתרון לקברים הטמונים באזור המצוי בשטח השייך לאברהם סלונים.

ל'בחדרי חרדים' נודע כי אחד מהמפגינים שהגיע היום להפגין בסמוך למתחם העבודות של עמותת 'בנין שלם', הוכה ובגדיו נהרסו - שיגר אחר הצהריים שאלה לגאב"ד העדה החרדית, הגרי"ט וייס, האם מוטלת עליו החובה להמשיך ולהפגין למרות שהוא ניזוק בהפגנה?

לאחר שעה קלה שיגר הגאב"ד את תשובתו באמצעות אחד מנאמני ביתו: "לא הוריתי לאיש להפגין, ואני לא מעוניין יותר להתעסק בנושא. את שהיה לי – אמרתי, ואין בדעתי לעסוק בכך מעתה ואילך".

תשובתו של הגאב"ד התפשטה כאש בשדה קוצים. במשטרה מעריכים כי התשובה החד משמעית תגרום להפחתה דרסטית במספר המפגינים מחר (ג).

בתוך כך, בעמותת 'בנין שלם' אומרים הערב ל'בחדרי חרדים' כי על השטח בו מתנהלות העבודות אין שום מחלוקת. "כבר לפני שנתיים ערכו אנשי 'אתרא קדישא' ביקורות במקום ואישרו את הבניה. אם יש מחלוקת על קברים הנמצאים במתחם, זה על שטחים אחרים לגמרי. ההפגנות נגד הבניה של 'בנין שלם', הם אך ורק בכדי להבטיח שהארגון יקבל את האחריות על העבודות בהמשך הדרך. אנחנו לא מתערבים בנושא, ונמשיך לפעול על פי הכוונת גדולי ישראל - מתוך שאיפה למסור את הדירות לרוכשים האומללים שנקלעו לסיטואציה הלא נעימה בעל כורחם, במהירות האפשרית".

למרות המהומות בעיר בית שמש, הרוכשים מטעם עמותת 'בנין שלם' העלו הבוקר חיוך על פניהם. "לאחר חודשים רבים בהם אנחנו נאלצים להוציא כספים מהכיס, רק בגלל מלחמה אינטרסנטית בין שני פלגים ב'עדה החרדית', ניתן היום לקוות כי תוך שנתיים נוכל לברך על המוגמר. זו תקופת זמן ארוכה, אבל הבשורה היא כאור בקצה המנהרה".

נאר,,פרייליך » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 2:48 pm

· #141146
זאפיר'ל אייערע בחדרי פרענד'ס קענען זאגען וואס זיי ווילען און באשמיצען און נאכזאגען וואס זיי ווילען פון די עדה דא העט גיין א העפטיגע מערכה און דיין פירער ש''ו אין בלאט קען קאפענען און זיך אימעיל'ן און ריפען יעדע פאר מינוט חיים עוזר'ן ס'איז גענדיגט די צייטען פין זיך באגיין מיט זיידענע הענטשיך מיט די שטערנבוך'ס און ס'קומט ברענעדיגע טעג
היינט נאך שחרית האט דער מחותן פון מהרז''ל און נאנטער ידיד פון האדמו''ר מהר''א הגה''צ רבי יושע רז''ב חבר הבד''ץ געזאגט פאר די מתפללים אין בית שמש גייט'ס גלייך קיין הר נוף און מאכט'ס א מחאה בייםראב''ד הדגל וואס געט א גושפנקא פאר'ן שוד המתים

שפאנט'ס איין ענקער ספינער ש''ו אין בלאט און זעט'ס ער זאל ענק שאפען פרישע בושות נאכען זיך איינהאלטען א יאר פין זיך מישען און די נושא צוליב פרעשור פינעם ציבור

ווי מ'הערט אצינד האבען די משמרת חומותיך רבנים גאר שארף אויפגעפאדערט נעכטן ש''ו מנהיג ה'בלאט צו שטיין אין די זייט אבער ווי ס'שיינט גייט ער זיך נישט איינהאלטען און העט אויסשיסען זיין כעס פין די לעצטע שטיק צייט וואס ער האט נישט געקענט שרייבען אין דעי נושא

ס'קימט פרישע באריכטען איבער א ברכה פינעם גר''ח קאניעווסקי שליט''א וואס האט שטארק געשטיצט מיט די הילף פין זיינע באי ביתו דעם אגודה למניעת זללה''ה אז גאלאבענציק זאל ניצול ווערן פין די מוחים און אנגיין מיטען חילול אומגעשטערט

פלאקאטען בארה''ק רופען דעם ציבור אז ווער ס'ווייסט איבער די באהעלטעניש פון סלאנים און שישא זאלען ביטע עס מודיע זיין ווייל זיי האבען אפגעפיצט מיט מיליאנען דאלארען פינעם ציבור און געפינען זיך אין חו''ל אין באהעלטעניש
אין אנדערע נייעס כאפען צו די משטרה אלע מייקס און קאר'ס וואס פארען ארום אויסרופען צו ריפען דעם ציבור צו מוחה זיין איבער'ן חילול הקברים

נאטרוליסט » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 6:43 pm

· #141250
באקומען פון חובת השעה אימעיל.

מחאה נגד זקן הממרא

הצילו את בית החיים בבית שמש
שבמתחם גולובנציץ "בנין שלם" - "גבעת ירושלים (סלונים)"

היום יום ו' ''אלול'' ב' לסדר "כי תצא" פשטו הרשעים על בית החיים העתיק בבית שמש, במטרה להכחיד ולעקור מבלי השאיר זכר ושארית ממערות הקבורה שבמקום.
על ידי פסק של זקן הממרא של דורינו רח"ל אוי לנו שכך שומעות.

אי לזאת צריך להרעיש תבל ומלואה ולעשות כל מה שביכולתנו להציל את מנוחת ישני עפר נוחי בית שמש לבל יהיו למרמס תחת שיני הרשעים הארורים!

נתאסף כולנו לשמוע מחאה נמצרה נגד
הזקן ממרא!
שהרים יד נגד תורתינו הקדושה ונגד ישני עפר נוחי בית שמש רח"ל.

ביום ג' לסדר כי תצא למלחמה תשע"ג לפ"ק
בביהמ"ד סאטמאר ברחוב יואל בשעה 8 בערב

ינאום: הגה"צ המפורסם רבי חיים צבי טייטלבוים שליט"א
אב"ד ור"מ

הגה"צ המפורסם, לוחם מלחמות ה' בעוז ובגבורה
רבי מנשה פיליפ שליט"א
אב"ד מהר"י ט"ב בארה"ב

איש בל יעדר!

הוועד להגנת קברי ישראל

נאר,,פרייליך » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 8:31 am

· #141347
דערוויל איז די ארבעט ביים שטח אפגעשטעלט דערנאך וואס דער בעה''ב גאלאבענציק האט געוויזען פאר הגר''ח קאניעווסקי די ביטערע קלעפ וואס א''ק האט אים געגעבען
זענען די רבנים פון הגר''ח אריבער צום שטוב פון הגר''ח קאניעווסקי ווי ס'איבער געשמועסט געווארען אלע פרטי הדברים און ס'איז ארויס אן הוראה אז ווילאנג די הרכב הרבנים טוען נישט דורך די נושא איז אסור ממשיך צו זיין מיט די ארבעט אויפען ארט
רבותי! גיוואלד ניש נאר הגר''מ פיליף און הגאון הגדול רבי יושע רז''ב חבר הבד''ץ זענען מוציא לעז אויפען ראב''ד נאר ס'האלט שוין אז אפילו הגר''ח איז זיך נישט סומך אויף די הייליגער ועד ארץ החיים און אירע רבנים
כולנו למערכה גיוואלד! כבוד התורה

נאטרוליסט » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 11:12 am

· #141380
מיר דוכט זיך אז אויב שטעלט מען א פרישע הרכב פון רבנים (מומחים) נישט פון אתרא קדישא (שמידל), און נישט פון די עדה החרדית, איז דער גרעסטער פארלירער די עדה החרדית.

און דער גרעסטער געווינער דווקא דער ראב"ד ר' משה שטערנבוך. הערט פארוואס:

1) דער גאב"ד האט ארויסגעגעבן א בריוו דיקטירט פון ר' דוד שמידל אז מ'טאר דארט נישט גראבן. פינטל. נישט מ'זאל אראפשיקן א הרכב פון רבנים וועלכע זאלן באשליסן צי מ'טרעפט אדער נישט. אסור לחפור שטייט. אן קיין שום תנאים אדער קאנדישאנס.

2) דער ראב"ד ר' משה שטערנבוך האט געשריבן אין זיין בריוו פאריגע וואך, אז די משגיחים זענען נישט קיין מומחים און מ'דארף נעמען אנדערע צי באשליסן צי די קברים זענען מענטשליכע אדער פון בעלי חיים און אויב דאס זענען יא מענטשליכע צי איז דאס קברי ישראל אדער קברי עכו"ם. דאס שרייבט רבי משה שטערנבוך.

3) יעצט אז די אתרא קדישא איז געקומען צו ר' חיימ'ען און פארלאנגט אז ער זאל זיך אננעמען פאר זיי, און ער שטעלט אן אייגענעם הרכב פון רבנים, פון ר' נסים קרליץ איז דער גרעסטער געווינער דער ראב"ד און דער גרעסטער פארלירער דער גאב"ד און ר' דוד שמידל.

נאטרוליסט » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 11:16 am

· #141381
איך וועל גיין ווייטער:

נניח אז די רבנים וועלן זאגן אז יא, מ'האט געטראפן עצמות פון מענטשן, און עס קוקט אויס צו זיין אידישע קברים, איז טאקע אתרא קדישא געווינער, אבער ר' משה שטערנבוך איז נישט קיין דורכפאל - ווייל ער האט געזאגט אז מ'זאל נעמען א דרויסענדיגע פאנעל פון רבנים מומחים. נישט אתרא קדישא.

און עס וועט ווערן א פרעצעדענט אז אתרא קדישא איז אפגערעגט! אויב זענען "אנדערע" דרויסענדיגע רבנים מסכים מיט זיי, שטעלט מען אפ די ארבעט. דאס מיינט אז אתרא אליין קען מער גארנישט טאן, חוץ פארברענען מיסט קאסטענעס.

דאס איז מיין מאגערע אנאליז.

נאר,,פרייליך » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 11:22 am

· #141382
ווי ס'קוקט אויס אין די יעצטיגע שעות העט טראץ די אלע געשרייען פין די פרומע אוצרות פראקציע ובראשם הרבני הח' רבי מנחם גרשון שליט''א וואס האבען געלייגט גרויס דרוק און זיך געבעטן צו די מנהיגי ומשתלטי ה'בלאט נישט זיך צו ווידער באשמירען די הענט מיט די פרשת הקברים און טראץ די געבעטן פין די חברי הנהלת מוסדות וומ''ס גרייט זיך דער בלאט שטאב אצינד צו פעפעריגע און געמיינע ביילאגעס געצילט אויפען גאב''ד שליט''א
באזינדער ביילאגע איבער הגאון הגדול רבי יושע רז''ב חבר הבד''ץ
קעגן הגר''מ פיליפ
קעגן הגר''ח קאניעווסקי
פאר'ן חטא פין בוגד זיין אינעם סמכות פינעם הייליגען ארגון ארץ החיים און אירע רבנים וואס שטייען גרייט במסי''נ למען שמירת בתי חיים ברחבי העולם, און האבען שוין אויף זייער קאנטע פילע פילע קברים וואס זי האבען אפגעראטעוועט
ריזיגע שרייענדע קעפלעך ערווארטעט
תורה תורה חגרי שק והתפלשי בעפרים!!!!

נ.ב. פאר די פילע אנפרעגער אין אישי ווי אהין כ'געהער אין די שני צדדי האחים ב'סאטמאר העל איך ווידער קלארשטעלן אלס א דרויסענדער אבזעווירער האב איך שטארקע הערצה און מיטגעפיל צו די אנהענגער אין מהר''א וואס קאנצעטרירען זיך ארום די אוצרות פראקציע/הנהלת מוסדות סאטמאר וומ''ס/משמרת חומותיך וואס האבען לעצטענס מצליח געוען צו ברענגען א פאראייניגטע כוח ביים גיוס קריג ווען זיי האבען מצליח געווען ארויסצושטעלן דעם אדמינאסטראטאר פין מוסדות וומ''ס הרה''ח רבי מרדכי אלעזר הירש ני''ו וואס האט ברוב ישרות געהאלטען פאר די אויגען די מטרת המערכה און פארקיקט פין די קינדישע חשבונות פון די מנהיגי ה'בלאט און דערמיט צום ערשטן מאל שטארק אפגעראטעוועט דעם פני הקהלה

נאר,,פרייליך » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 11:26 am

· #141383
נאטרוליסט
איך וועל גיין ווייטער:

נניח אז די רבנים וועלן זאגן אז יא, מ'האט געטראפן עצמות פון מענטשן, און עס קוקט אויס צו זיין אידישע קברים, איז טאקע אתרא קדישא געווינער, אבער ר' משה שטערנבוך איז נישט קיין דורכפאל - ווייל ער האט געזאגט אז מ'זאל נעמען א דרויסענדיגע פאנעל פון רבנים מומחים. נישט אתרא קדישא.

און עס וועט ווערן א פרעצעדענט אז אתרא קדישא איז אפגערעגט! אויב זענען "אנדערע" דרויסענדיגע רבנים מסכים מיט זיי, שטעלט מען אפ די ארבעט. דאס מיינט אז אתרא אליין קען מער גארנישט טאן, חוץ פארברענען מיסט קאסטענעס.

דאס איז מיין מאגערע אנאליז.

זאל דיר וואויל באקומען ראב''ד זיגער אתרא קדישא גאב''ד לוזערס!!! קלאפ א גיט'ס
אבער כל זמן די מנוחת קדמונינו ישיני עפר ווערן נישט געטשעפעט זענען די קברים די געווינער און די אלע וואס זיכען צו בויען זייערע חצרות אויף זייער חשבון זאלען גיין זיכען אנדערע מיטלען

נאטרוליסט » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 11:29 am

· #141384
נאר פרייליך.

אויב אתרא קדישא וועט באקומען די "שמידל שטייער" וועלן זיי אוודאי זיין די געווינער.
און אויב מ'וועט טאקע טרעפן קברים, וועט מען מוזן טאן וואס מ'האט געטאן אין "נשר".

איך מיין אזיעצט ווייסטו שוין די רעסעפי.

נאר,,פרייליך » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 11:42 am

· #141390

נאטרוליסט
נאר פרייליך.

אויב אתרא קדישא וועט באקומען די "שמידל שטייער" וועלן זיי אוודאי זיין די געווינער.
און אויב מ'וועט טאקע טרעפן קברים, וועט מען מוזן טאן וואס מ'האט געטאן אין "נשר".

איך מיין אזיעצט ווייסטו שוין די רעסעפי.

נוטראליסט וואס ברענגט איר בלויז קליינע ציטאטען פון הגה'ק הגר''ח שאולזון דא האט איר אלע פילע באריכטען ואס'ער האט באריכטעט איבער די גנות פין אתרא קדישא און דער גאב''ד
http://bshch.blogspot.com/2013/08/blog-post_6115.html
http://bshch.blogspot.com/2013/08/blog-post_5040.html
http://bshch.blogspot.com/2013/08/blog-post_9650.html
http://bshch.blogspot.com/2013/08/blog-post_7617.html
http://bshch.blogspot.com/2013/08/blog-post_2092.html
http://bshch.blogspot.com/2013/08/blog-post_9475.html
http://bshch.blogspot.com/2013/08/blog-post_7256.html
http://bshch.blogspot.com/2013/08/5500.html
און כ'מיין ס'א שאד פאר די בלאט שטאב צו פראדוצירען פרישע טייערע געשרייבעכץ מען קען בסך הכל מאכען קאפי פעסט פון די אלע פערל רייד

זלמן זאפיר » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 11:52 am

· #141393
א שאד ר' חיים קנייבסקי איז נישט פריער אריין געקומען אין די פרשה וואלט מען ווען איינגעשפארט אזאך עגמת נפש

דאס מציאות פאטשט אין פנים אין ס'שטעלט נאך אמאל ארויס אז אתרא קדישא האט פארלוירן איר נאמנות
אין אפילו אזעלעכע רעכטע קהילות ווי תולדות אהרן דשונסקיא סאטמאר תולדות אברהם יצחק אין אפילו אינערהאלב די עדה החרדית איז גאר געווארן א מעכטיגע שפאלט אין מען פארפירט אז מען קען נישט געטרויען אתרא קדישא מער אויף גארנישט

ר' חיים האט געזאגט פאר אתרא קדישא אז ער גייט עס ארויסטשעקן דורך זיינע אייגענע דיינים אין הערשט נאכדעם וועט ער זאגן זיין חוות דעת

ס'איז צים האפן אז אתרא קדישא זאל נישט נאכדעם שרייען אויף דעם גאון זקן ממרא

נאר,,פרייליך » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 12:02 pm

· #141401
זאפיר'ל אדאנק די פייערדיגע מחאות און דרוק וואס פראנק/גאלאבענציק/ארץ החיים/שטערנבוך פעמילי ועוד ועוד האבען נעכטן געהאט אויסצושטיין און געקומען צו לויפען שרייען ווי טענת קאזאק הנגזל צו רבי חיימ'ן ווי איר האט נעכטן געברענגט די בילדער הלמאי מ'לאזט זיי נישט גראבען בהיתר הראב''ד
האט הגר''ח אויסגעטשעקט מיט די רבנים און געזעהן הגר''ד שמידעל רעדט נישט סתם אין די וועלט אריין ווען ס'איבערצייגט געווארען קלאר אז נאך איבער א יאר טענה'ן לעכער תבואה שמן יין כלבים ועוד ועוד, שטעלט זיך ארויס אז הגר''ד איז געווען גערעכט פין די ערשטע מינוט און מ'קען נישט נעמען סתם אבי ווער א חיים עוזר מיט אנשי תקשורת און גרינדען פרישע נעמען און גיין האקען קעפ פין די לעבעדיגע און אריינשניידען אין די מתים
ס'דערמאנט'מיר די עובדא וויאזוי דער היליגער ועד למניעת האט באקומען איר סתימת הגולל מיט די באקאנטע רעקארדירונג וואס איז ארויסגערינען מבית הגר''ח קאניעווסקי
ס'איז צום האפען אז ס'העט קומען צו א שנעלע ענדע די סומאטוכע בלי שום צער ונזק ליהודי

שרייבער » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 12:03 pm

· #141404
נאר,,פרייליך

נ.ב. פאר די פילע אנפרעגער אין אישי ווי אהין כ'געהער אין די שני צדדי האחים ב'סאטמאר העל איך ווידער קלארשטעלן

קלערסט טאקע אז איינער איז מורא'דיג נייגעריג צו וויסן ווי דו באלאנגסט, און לויט דעם גייט ער שוקל זיין צו ער זאל אננעמען דיינע שמוציגע "פערל" רייד

זלמן זאפיר » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 12:15 pm

· #141410
נאר,,פרייליך
זאפיר'ל אדאנק די פייערדיגע מחאות און דרוק וואס פראנק/גאלאבענציק/ארץ החיים/שטערנבוך פעמילי ועוד ועוד האבען נעכטן געהאט אויסצושטיין און געקומען צו לויפען שרייען ווי טענת קאזאק הנגזל צו רבי חיימ'ן ווי איר האט נעכטן געברענגט די בילדער הלמאי מ'לאזט זיי נישט גראבען בהיתר הראב''ד
האט הגר''ח אויסגעטשעקט מיט די רבנים און געזעהן הגר''ד שמידעל רעדט נישט סתם אין די וועלט אריין ווען ס'איבערצייגט געווארען קלאר אז נאך איבער א יאר טענה'ן לעכער תבואה שמן יין כלבים ועוד ועוד, שטעלט זיך ארויס אז הגר''ד איז געווען גערעכט פין די ערשטע מינוט און מ'קען נישט נעמען סתם אבי ווער א חיים עוזר מיט אנשי תקשורת און גרינדען פרישע נעמען און גיין האקען קעפ פין די לעבעדיגע און אריינשניידען אין די מתים
ס'דערמאנט'מיר די עובדא וויאזוי דער היליגער ועד למניעת האט באקומען איר סתימת הגולל מיט די באקאנטע רעקארדירונג וואס איז ארויסגערינען מבית הגר''ח קאניעווסקי
ס'איז צום האפען אז ס'העט קומען צו א שנעלע ענדע די סומאטוכע בלי שום צער ונזק ליהודי

פרייליכ'ל די אלע בחור'ישע גע'רעדכסטער פין האקן קעפ,שרייען,קאזאק הנגזל העמיר לאזן אין א זייט
דאס מציאות ווייזט אז די עדה מיט אתרא קדישא אין אלע אנדער אינטערס גרופעס האט מען געלייגט אין א זייט

אין ר' חיים קנייבסקי ראנט די שאוי ער וועט מחליט זיין צי מען קען גיין ווייטער צי נישט

איך גלייב פאר ר' יצחק טובי' איז עס א שרעקליכע פאטש אין פנים אז נאך אלע ישבות בית דין קול קורא'ס פראטעסטן
זעהט ער איין אז דאס לעצטע ווארט האט א ציקנייטש יודל אין בני ברק

נאטרוליסט » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 12:51 pm

· #141435
די קשיא האט איין תירוץ:

מ'וועט אדאפטירן דעם היתר פון "נשר" קיין גולובניץ, און ויאכלו ענוים וישבעו.

נאטרוליסט » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 1:22 pm

· #141447
ווער עס פארשטייט פארוואס פרייליך דנן, ווערט עפעס מיסטעריעז פארשוואונדן ווי נאר מ'דערמאנט דעם צויבער-ווארט "נשר" זאל ביטע אנטשיידן.

נאר,,פרייליך » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 3:14 pm

· #141503
נוטראלער צווואס ברויך איך ענטפערן אויף יעדן תגובה דא אין ק''ש ווארט אויפען גאר דיקען בלאט דאנערשטיג יעמאלט העמיר זעהן אלע לשון הרע'ס אויפאמאל וואס די חעברע העלן זיך צולאזען דערנאך העלמיר מערצע שעם ענטפערן א כלליות'דיגע תשובה
בד''וו הערט מען אז נאך א שטורמישע זיצונג היינט אינדערפרי צווישען די מנהיגי ה'בלאט מיטען מתווך האפמאן צווישען די הנהלת המוסדות ו'אוצרות איז געבליבען קליפ און קלאר אז מ'העט ניש אפשוינען קיינעם און אחוץ די אויווענדערמאנטע ביילאגעס
קומט אויף יעדן פרישע רב און רבי בעל דרשן וואס האט געלאזט הערן דברי זלזול כלפי ארץ החיים, ווי צום ביישפיל הר''ר חיים יוסף גאטליב און נעכטן בעיר קרית יואל ביים אסיפה האבען ווידער פילע אראפגעריסען די חברה
זוי אויך היינט ביים מקום החילול זענען פילע בראשות אדמו''ר ממשכנות הרועים מנהיג דקהל חסידי ירושלים סאטמאר ועוד. זענען געקומען צו מגנה זיין ארץ החיים, די אלע העלן באקומען באזינדערע ביילאגעס
ס'נאך פארבליבען צוויי טעג גרייטס ענק אהן גרויסע גארבעדזש בעג'ס זיך איינצוהאנדלען די הייסע ווארע
קומענדיגער ה' כי תצא למלחמה אינדערפרי כולנו נלך ונתנחמו בה'בלאט

נאטרוליסט » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 3:26 pm

· #141507
פרייליך:

ביטע האלט זיך צו די טעמע. כ'ווייס אז ס'איז אייך אביסל שווער. פליז פרובירטס:

למעשה איז דא עפעס צו ענטפערן איבער "נשר" חפירות?
האט די נשר קברים אן אנדערע הלכה פון די קברים אין בית שמש?

וועלכע סימנים אין שלחן ערוך איז געטוישט ווען מ'באצאלט מס שמידל און וועלכע נישט?

נאר,,פרייליך » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 3:26 pm

· #141508
זלמן זאפיר
א שאד ר' חיים קנייבסקי איז נישט פריער אריין געקומען אין די פרשה וואלט מען ווען איינגעשפארט אזאך עגמת נפש

דאס מציאות פאטשט אין פנים אין ס'שטעלט נאך אמאל ארויס אז אתרא קדישא האט פארלוירן איר נאמנות
אין אפילו אזעלעכע רעכטע קהילות ווי תולדות אהרן דשונסקיא סאטמאר תולדות אברהם יצחק אין אפילו אינערהאלב די עדה החרדית איז גאר געווארן א מעכטיגע שפאלט אין מען פארפירט אז מען קען נישט געטרויען אתרא קדישא מער אויף גארנישט

ר' חיים האט געזאגט פאר אתרא קדישא אז ער גייט עס ארויסטשעקן דורך זיינע אייגענע דיינים אין הערשט נאכדעם וועט ער זאגן זיין חוות דעת

ס'איז צים האפן אז אתרא קדישא זאל נישט נאכדעם שרייען אויף דעם גאון זקן ממרא

זאפיר'ל כ'אב דיר פרישע נייעס אז זינט נעכטן נאכט ביז היצט ווילען די חברה מחטטים נישט חתמ'ען פאר די נייע ועד הרבנים פון הגר''ח טא מ'העמיר ווייטער מיזען צוריקגיין צום זקן... און זעך פריש נעמען צו די עבודת הקודש אפצוראטעווען די קברים ביים שטח גאלאבענציק

נאר,,פרייליך » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 3:37 pm

· #141511
נוטראלער כ'זעה איר ווילט בלויז איין מסקנה אז אתרא קדישא באשטייט פין ארויסציען געלט פון מענטשען כמו שהעידו במפורש כ''ק הגה''ק מנהיג ה'בלאט והגה'ק הגר''ח שולזון ועוד ועוד אדמור''י האתרי החרדים
ביטע ברענג בלויז איין צעטעלע אדער איבערווייז פין א קאמפעני עפעס עפעס אז דא ליגט גרויס געלט באגראבען מיט'ן ארויסצווינגען געלט פון מענטשען
און איך העל מיט אייך אינאיינעם גלייך לויפען צום אינטערנעשענאל אלוועלטליכער געריכט אין האג אין אפשפארען די חברה וואס בארויבען שוין יארען קאמפעניס און ניצען נעבעך אויס תמימי לב אפצוליגען אין שפיטעלער און טורמע'ס און ס'קאסט זויפיל הארצעסענישען פאר די בלאט עדיקט'ס און זענען גורם זויפיל קאפ וויי פאר אלע רבנים און פטור אן עסק
ביטע קלינג מיר אהן ווען איר האט דעם צעטיל /דאקומענט רעדי פאר די קלאגע
בינתיים האמיר א פרייליכען און לעכטיגען טאג

זלמן זאפיר » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 3:38 pm

· #141513
נאר,,פרייליך
זלמן זאפיר
א שאד ר' חיים קנייבסקי איז נישט פריער אריין געקומען אין די פרשה וואלט מען ווען איינגעשפארט אזאך עגמת נפש

דאס מציאות פאטשט אין פנים אין ס'שטעלט נאך אמאל ארויס אז אתרא קדישא האט פארלוירן איר נאמנות
אין אפילו אזעלעכע רעכטע קהילות ווי תולדות אהרן דשונסקיא סאטמאר תולדות אברהם יצחק אין אפילו אינערהאלב די עדה החרדית איז גאר געווארן א מעכטיגע שפאלט אין מען פארפירט אז מען קען נישט געטרויען אתרא קדישא מער אויף גארנישט

ר' חיים האט געזאגט פאר אתרא קדישא אז ער גייט עס ארויסטשעקן דורך זיינע אייגענע דיינים אין הערשט נאכדעם וועט ער זאגן זיין חוות דעת

ס'איז צים האפן אז אתרא קדישא זאל נישט נאכדעם שרייען אויף דעם גאון זקן ממרא

זאפיר'ל כ'אב דיר פרישע נייעס אז זינט נעכטן נאכט ביז היצט ווילען די חברה מחטטים נישט חתמ'ען פאר די נייע ועד הרבנים פון הגר''ח טא מ'העמיר ווייטער מיזען צוריקגיין צום זקן... און זעך פריש נעמען צו די עבודת הקודש אפצוראטעווען די קברים ביים שטח גאלאבענציק

א ליגנער דארף האבן א גיטן זכרון
האסט שוין היינט געקלעמיט זיג אז מען האט אפגעשטעלט דעם ארבעט אין ר' חיים דארף געבן דעם פסק
פלוצלינג זאגסטו אז זיי פייפן זיך אן אויף ר' חיים אויכט

נאר,,פרייליך » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 3:45 pm

· #141516
פרישע באריכטען פין בית שמש:

~~~ ח"כ דב ליפמן בקו החשיפות: מיד לאחר החגים אקיים דיון בכנסת בנושא התפרעות הקיצוניים בבית שמש, צריך לחקור את הרבנים ששולחים את המתפרעים

פיצוץ במהלך להקמת ועדת הרבנים ע"י מרן הגר"ח קנייבסקי, הקבלן אריה גולובנציץ אינו רוצה לחתום על התחייבות לועדת הרבנים, ומשה פרנק מעמותת "בנין שלם" חזר מחתימתו. מכתב הרבנים מבני ברק נגד הרס הקברים אשר השתתפו באסיפה בבית הגרח"ק אמש צפוי להתפרסם.

נאר,,פרייליך » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 3:49 pm

· #141518
זלמן זאפיר
נאר,,פרייליך
זלמן זאפיר
א שאד ר' חיים קנייבסקי איז נישט פריער אריין געקומען אין די פרשה וואלט מען ווען איינגעשפארט אזאך עגמת נפש

דאס מציאות פאטשט אין פנים אין ס'שטעלט נאך אמאל ארויס אז אתרא קדישא האט פארלוירן איר נאמנות
אין אפילו אזעלעכע רעכטע קהילות ווי תולדות אהרן דשונסקיא סאטמאר תולדות אברהם יצחק אין אפילו אינערהאלב די עדה החרדית איז גאר געווארן א מעכטיגע שפאלט אין מען פארפירט אז מען קען נישט געטרויען אתרא קדישא מער אויף גארנישט

ר' חיים האט געזאגט פאר אתרא קדישא אז ער גייט עס ארויסטשעקן דורך זיינע אייגענע דיינים אין הערשט נאכדעם וועט ער זאגן זיין חוות דעת

ס'איז צים האפן אז אתרא קדישא זאל נישט נאכדעם שרייען אויף דעם גאון זקן ממרא

זאפיר'ל כ'אב דיר פרישע נייעס אז זינט נעכטן נאכט ביז היצט ווילען די חברה מחטטים נישט חתמ'ען פאר די נייע ועד הרבנים פון הגר''ח טא מ'העמיר ווייטער מיזען צוריקגיין צום זקן... און זעך פריש נעמען צו די עבודת הקודש אפצוראטעווען די קברים ביים שטח גאלאבענציק

א ליגנער דארף האבן א גיטן זכרון
האסט שוין היינט געקלעמיט זיג אז מען האט אפגעשטעלט דעם ארבעט אין ר' חיים דארף געבן דעם פסק
פלוצלינג זאגסטו אז זיי פייפן זיך אן אויף ר' חיים אויכט

ס'אט קיינער ניש געקלעימט זיג דערמיט מ'קען מיט די חברה קיינמאל ניש וויסען אפילו זיי העלן יא חתמ'ען ס'נאר זויפיל גוט אז ביני לביני ווערט אביסעל קלאר דאס בילד מיט וועמען מ'האנדעלט דא און אויף וועמען איר זענט מחפה מיטען חשבון אז מעגליך העסטו קענען בענעפעטירען פאר דיינע נארישע פאליטיק פון מאכען חוזק פין קברים און אירע שומרים

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 3:55 pm

· #141522
ביזסט עפעס אזוי ביזי מיטן בלאט וכו'. זיי וויסן, קיינער קימערט זיך נישט מיט די גארביטש, סך הכל האמער פשוט דא א גוטע לאך אויפן חשבון פון געוויסע...

כ'גלייב שווער אז דער בלאט וועט יעצט נעמען א שטעלונג, קען זיין אז יא (און לויט דיינע אינפארמאציע מיט די הונדערטע מיטונגן...) אבער אויף דערווייל לאכן מיר בפה מלא ווי די שקרנים און טערעריסטן ווערן צושמעטערט!

זלמן זאפיר » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 4:05 pm

· #141536
נאר,,פרייליך

ס'אט קיינער ניש געקלעימט זיג דערמיט מ'קען מיט די חברה קיינמאל ניש וויסען אפילו זיי העלן יא חתמ'ען ס'נאר זויפיל גוט אז ביני לביני ווערט אביסעל קלאר דאס בילד מיט וועמען מ'האנדעלט דא און אויף וועמען איר זענט מחפה מיטען חשבון אז מעגליך העסטו קענען בענעפעטירען פאר דיינע נארישע פאליטיק פון מאכען חוזק פין קברים און אירע שומרים

איך בין נישט מחפה אויף קיינעם אין טאמיר זיי גראבן קברים דארף מען זיי אפשטעלן וואס שנעלער

אין טאקע נאר ווען ס'ווערט געפירט דורך פאראנטווארטליכע רבנים וואס האבן נישט קיין אינטערס פין געלט אין מאנפאלירן

אבער נישט דורך אתרא קדישא וואס האט פארלוירן איר ציטרוי ביי כלל ישראל אין ביי די רבנים
סיי ביים גראבן קברים אין סיי ביים באשמיצן רבנים אין אדמורי"ם אין זיך אריין מישן אין מחלוקות וואס באלאנגט נישט צי זיי
אין אזנע הפקא יונגען ווי מיילך שטערן מיט מנשה פיעלף זענען זייערע פארטרעטערס
ווערן זיי אויטמאטיש אפגעפערגט ביי א יעדן נארמאלען בר נש אין מען קען זיי נישט געטרויען אזויווי מען זעהט יעצט

פארדעם דארף מען שטעלן א פרישן וועד וואס זאל זיך אפגעבן מיט די האקאעלע נושא
אין נישט די באנדיטשע פירמע וואס ריפט זיך אתרא קדישא

אין טאמיר אתרא קדישא האלט אז די רויבער'ס אין פארברעכער'ס דארפן ווייטער בלייבן ביים רידער אין זיין די ריקן ביין אין ווארט זאגער
קען זיי נישט פארלאנגען מען זאל זיי אויסהערן אין מען זאל זיי געטרויען
זאלן זיי ציען די קאנסקעווענצען אין זאלן זיי גיין אין דער ערד

זלמן זאפיר » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 4:18 pm

· #141545
אין דעס וואס עטץ שרייט'ס אז דוד שמידל איז א נוטר ברית שוין 18 דורות אין ער רעדט מיט אחיה השולני 3 מאל א טאג
אין בריסקער רב מיטן פלא יועץ האבן געזאגט אז מלאך מיכאל מיט מט"ט גייט מיט אים

דעס קענט עטץ פארקויפן אין די שטיבאלאעך אין פאר די קוממיות'ער פארמער'ס

אבער אין די ציוועלזירטע וועלט זעהט מען אז דוד שמידל דרייט זיך מיט נחשים ועקרבים
מיט געלט פרעסעס אין קברים גראבער'ס מיטן יונגאטשעס וואס שמיצן אויף יעדן רעכט'דינגען רב

האט דוד שמידל דעם זעלבן פנים

אויס מענטש » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 4:27 pm

· #141549
איין קשיא האב איך צו דיר נארפריילעך יארן לאנג באדערט עס מיר די אלע קהלות חסידות חוץ סאטמאר גייט נישט אן ניתוחי מתים.
איך מיין ווי איז זייער יראי שמים? לערנען לערנן זיי עני טיים אזוי פלייסיג ווי א סאטמארער חסיד, און אינטערנעט איז ביי זיי פונקט אזוי אסור, פארוואס פונקט ביי ניתוחי מתים גייט זיי נישט אן השארת הנפש? ??
און יעצט זעהט מען אז אפי סאטמאר גייט דאס אויך נישט פאר יעדן אן, פון ווי האבן די הייפעלע קנאים א"ק
נטו"ק אזוי פיל יראת שמים?
דער תי' איז קאט די קרעפ
אין כאן לא קברים רק פארשטינקענע מדות מען שרייט קברים און מען מיינט שררה און אלע געזעצטע קהלות ווי סאטמאר תולדותים וכו' האבן א גוטן לאך פון די משוגעים
זיי נאר פרייליך

נאטרוליסט » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:32 pm

· #141574
פארוואס ביי נשר האט מען געמעגט גראבן קברים און רייסן שלדים וויפיל עס לאזט זיך?
פארוואס דא האט אתרא קדישא געטראפן "היתרים" צו גראבן און טאן וואס עס לאזט זיך מיט קברי קדמונינו.

איז דא געווען א היתר פון איין רב?
האט מען געמאכט פראטעסטן?
וואו זענען געווען די וועלכע ווייטאג ווען מ'איז ליידער מחטט שכבי?

דאס זענען פארגעקומען נישט אין תרע"ב... נישט דורך די ציונים

נאר תשע"ב דורך אתרא קדישא.
פארוואס???

דאס זאל פרייליך פארענטפערן.
Yafo 2011-7 - Head s.jpg Yafo 2011-7 - Body in Hand S.jpg

נאר,,פרייליך » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 9:00 pm

· #141643
שעפטל
ביזסט עפעס אזוי ביזי מיטן בלאט וכו'. זיי וויסן, קיינער קימערט זיך נישט מיט די גארביטש, סך הכל האמער פשוט דא א גוטע לאך אויפן חשבון פון געוויסע...

כ'גלייב שווער אז דער בלאט וועט יעצט נעמען א שטעלונג, קען זיין אז יא (און לויט דיינע אינפארמאציע מיט די הונדערטע מיטונגן...) אבער אויף דערווייל לאכן מיר בפה מלא ווי די שקרנים און טערעריסטן ווערן צושמעטערט!

ס'יתכן אז לבסוף העלן זיך די חעברע בארעכענען אז ס'לוינט ניש צו פאטשקען דערווייל גרייט מען זיך על הצד מיט פעפעריגע ארטיקלען אפצומאלען א בילד אויף את''ק והמסתעף זוי להפיג רוחם פון די ניקים דא

נוטראלער ביטע בעט שוין פין דיינע אויבערהארען אינאיינעם מיט יענקי פאלעי זאלען שוין אנהייבען די מערכה איבער נשר פאריאר זימער האט דער בלאט מיט'ן האטליין געברענט איבער הכונו הכונו למערכה איבער נשר און סאם האו קויפען נישט די רבנים מיטען ציבור חוץ די פאר אנשי התקשורת ענקער סחורה וואס האט מיט הצלת קברים וויפיל יאקטער און יעשיווע וארורלד האבען מיט חטוטי שכבי.

פאר אויס מענטש וואס איז שוין יארען אזוי פארביי מיט די הארבע שאלה הלמאי קיינעם אינטערסירט נישט די גזירות להוי ידוע אז היצט שוועבט א סכנת גיוס וואס דערווייל איז נאך דערביי ניש דא קיין ספעציפישע אינטערעסען פון ערליכע קרייזען איבער די מערכה, זעה'ך אויך ניש קיינעם פון די וואס גייען שוין יארען מיט'ן שיטת ההתחברות אז ס'זאל עמיצען קימערן עפעס
ס'העט מילא אזוי זיין אז די וואס זענען דבוק לציונות העלן מחפה זיין אויף זייערע אחים הטועים

ס'קימט אהן פרישע באריכטען אז ליידער גייען די דגל'ניקעס ווייטער אהן מיט זייערע פלענער מארגען אינדערפרי אויסצורייסען ווייטער איין מערה נאכען צווייטען
ס'ערווארטעט ביטערע שלאכטען אויפען ארט אידען זייט'ס מרבה בתפילה ותחנונים

נאר,,פרייליך » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 9:10 pm

· #141645
שאק און שוידער א ח''כ אינעם יש עתיד פארטיי אן אמעריקאנער עולה פאר עטליכע יאר צוריק וואס שטייט פארמישט אין אלע פינסטערע גזירות גיוס וחינוך קומט אינאיינעם מיטהעלפן די רבני ארץ החיים מיט די עבודת הקודש פון מציל זיין קברים ביים מתחם גולובנציץ

http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... id=3019788

נאר,,פרייליך » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 9:46 am

· #141720
די שודדי המתים האבען היינט ממשיך געווען מיט די ארבעט אויסצורייסען גאנצעטע מערות קבורה ביי די שטח פון דגל התורה בראשות ובפיקוח הרבנים הגאונים חברי בי דינא רבא ד'ארץ החיים,
דערווייל פרובירט א. סלאנים צו באקומען דעקונג פון אתרא קדישא אז ער געהערט נישט צו די חופרי הקברים און זיין שטח איז נקי מחשש חילול הקברים
דער מתווך בין א''ק ל'גבעת ירושלים הרב מ'דמשק אליעזר ארבעט שטארק מגונן צו זיין אויף די סלונים שטח אז דאס איז נישט בארירט געווארען פון די חופרי הקברים.
דער פלא איז נאר פארוואס ער הייבט נאכנישט אהן מיט די כיפין על גבי כיפין כדת וכדין

דער פריוו פון סלאנים און הרב מ'דמשק אליעזר וואס פרובירען היצט צו מגונן זיין אויפען שטח סלונים קומט אין ליכט פון די פאשקעווילען היינט אין די אמעריקאנער גאסען
https://mobile.twitter.com/HQSatmar/sta ... 21/photo/1
ווי ס'קומט ארויס די בילד אז אינטער די גאנצע קברים גראבעריי שטייען היימישע יונגלעך מתוך המחנה וואס דרייען אהן אנדערע צו מאכען דעם בילד כאילו די פרומערע ציבור ווערט באשיצט פון די חופרי קברים און מ'ריריט נישט צו צו זייער שטח

סאשי פיש » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 10:30 am

· #141736
די פאשקווילען היינט אין וויליאמסבורג!
image.jpg

זלמן זאפיר » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 11:47 am

· #141763
📎 hq.png

נאטרוליסט » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 12:30 pm

· #141786
דערווייל האלטן מיר דא:

דער זקן ממרא משה שטערנבוך האט געגעגעבן דעם היתר גראבן.
דער שייגעץ ר' חיים קנייבסקי לאזט ווייטער גראבן!
דער שייגעץ נסים קרליץ ובית דינו לאזן גראבן ווייטער!
נאר די וועלכע באקומען פון "מס שמידל" זענען דערקעגן.

מ'האט שוין איבערגעגעבן פאר די קברים גרעבער שטערנבוך און קנייבסקי אז פאשקעווילן וועלן פליען איבעראל, קאלערדיגע און ריזיגע פלאקאטן ביז זיי וועלן אויספאלגן און באצאלן ווי טאטעלעך פאר שמידל/קאלמאנאוויץ און יצחק ווייס, און דאן וועט ווערן שלום.

פינקט ווי נשר האט געטאן!

נאר,,פרייליך » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 3:57 pm

· #141856
ווער ס'ליינט אביסעל דער פאליטישער מאפע וואס דא טוט זיך אפ מיט'ן ראב''ד אין די פרטים ארום זעהט דא עפעס אויסער ארדענטליך כ'אב אנגעפרעגט אידען פין אלע יארגענג ביז די וואס דענקן נאך די קריגערייען בעפאר'ן קריג אזאנס האט נאכנישט פאסירט
א איינצעלנע רב זאל זוי פעסט שטיין קעגן ציבור, די אלע תירוצים אויף די צעטלען וואס בריסקער רב האט געזאגט אויף'ם דאס אלעס איז ניש מספיק גענוג פאר'ן שכל אנוש צו באגרייפען וואס'ער טיט דא פאר זיין אייגענער עדה און וואס ס'שטעקט אין דעם עקשנות'דיגע פארביטערטער קאמף
די תירוץ אויף דעם איז גאר א פשוטער און נאכען הערן קלארע הסברה רייד פין א מרביץ תורה האב'ך עס בעסער ארויסגעהאט על מה המערכה נטושה
דא האנדעלט זיך נישט קיין שאלה איבער'ן זיך שלאגען למען כבודו הרמה פאר'ן ראב''ד צו פאר'ן געוואלדיגען איש החסד רב סלונים צו גאר אנצוהאלטען דעם קשר פון רב קעסטנבוים צו גאר לוחם זיין למען האומללים וואס האבען זיך אנגעבארגט און זיך פאר'חובות'ט פאר'ן קויפען א שטיקעל בית החיים, ס'האנדעלט זיך ניש פון רחמנות אויפען מוכר גאלאבענציק צו די קבלנים צו די סרסורים וואס האבען אנ'גע'שדכנט דעם מקח רע. ס'האנדעלט זיך נישט פון רחמנות אויף די גבירים וואס ערווארטען צו פארדינען עפרות זהב פינעם אינטערשטען שטאק אויפען שטח
דא האנדעלט זיך בלויז פון איין איינציג געשעפט
''פאליטיק פון עטליכע וואס זיכען שררה דורכען פארפיגען אויפען 'בלאט' און דערמיט איינמיירען א ריזען ציבור איבער די וועלט תמימי לב וואס געהערן זיך אהן צו עדת סאטמאר ק'ק מהר''א צוליב זייער שטרעבן צו מחנך זיין זייערע קינדער מיט א פירערשאפט וואס ברענגט כמה מעלות טובות כגון לימוד התורה אויף גאר גאר א שטארקער פארנעם ווי ריבוי היכלי התורה איבעראל אזש אפי' קהל חרדים בקר'י האט שוין געפענט אזא סארט היכל, צוגעבן הרחבת הדעת פאר אירע קהלה מיטגלידער מיט'ן איינפירען די צמצום ההוצאות בעת שמחה וואס האט שוין אפגעראטעוועט פילע אידישע לעבנ'ס און פארגרינגערט די פירערשאפט פון א בית נאמן בישראל אהנ'ע האבען זויפיל דאגות פין ברויכען ספענדען אוצרות מיט געלט פאר פוסטע הבלים, א הנהגה וואס שטעלט אהער א כשרות אויף אלע הינזיכטען גאר שטארק עי' ערך מונחת ערך ועד הכשרות קר'י ערך בית השחיטה קר''י ערך מצות וכו' וכו' וויפיל תיקונים און גדרים ס'שוין ארויסגעקימען פינעם אנהאלטען דעם ציבור האלפים,
קומען ליידער עטליכע כבוד גייציגע ברואים און ניצען אויס די תמימות'דיגע ציבור אלס קאנאנען פלייש פאר זייער טמא'נע אגענדעס
ווער ס'האלט אביסעל מיט דא און אינדרויסען פון צימעס ווי מ'ברויך אביסעל היטען און האלטען די לייצעס העט זען אז די מצב איז ממש איום ונורא, נישט מחמת די גדולי ושרי התורה ברויכען אינזער חיזוק נאר ס'איום ונורא א'מטראכט אריין ווי וויט שפלי אנוש קענען זיך דערקייקלען לפסוע על ראשי עם קודש

הערט גאר טרעפליכע הסברה איבער די נושא פון הרא''מ רובין אויף 718.362.8800-280-13

נאר,,פרייליך » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 4:06 pm

· #141858
ווער קען טייטשען די ווערטער ''במימון אמריקאי''?????? צר לי אחינו יקרינו אנשי מהר''א וואס עטליכע פוסעי ראשי עם קודש טוען צו אזא גרויסען ציבור

מוואלה בקו החשיפות; הקרע בעדה החרדית יוביל להדחת הגר"מ שטרנבוך, כתגובת נגד הוא יפתח בית דין משלו במימון אמריקאי - פיצול שיחליש את העדה החרדית.

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 4:14 pm

· #141863
פאר א זיס יאר, אין דער בלאט איז קיין ווארט נאכנישט געשטאנען, אבער יעדע צווייטע תגיבה ריקסטו אריין 'דער בלאט', 'ש.וו.', 'אוצרות',

האלט דיך מיטן נושא איבער די אישו פון די קברים און לאז אפ אלע דיינע טראכטענישן און שפעקולאציעס. קענסט האקן אויף די אלע וואס זענען אינוואלווד צו בגלוי אדער דו האסטעך דערוויסט אז זיי האבן א חלק בסתר, אבער לאז ארויס סתם בויך קוועטשענישן אויף די קהילת מהר"א וכו'.

מיט דאנק!

נאר,,פרייליך » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 4:25 pm

· #141870
שעפטל
פאר א זיס יאר, אין דער בלאט איז קיין ווארט נאכנישט געשטאנען, אבער יעדע צווייטע תגיבה ריקסטו אריין 'דער בלאט', 'ש.וו.', 'אוצרות',

האלט דיך מיטן נושא איבער די אישו פון די קברים און לאז אפ אלע דיינע טראכטענישן און שפעקולאציעס. קענסט האקן אויף די אלע וואס זענען אינוואלווד צו בגלוי אדער דו האסטעך דערוויסט אז זיי האבן א חלק בסתר, אבער לאז ארויס סתם בויך קוועטשענישן אויף די קהילת מהר"א וכו'.

מיט דאנק!

ביטע ליין די תגובה איבער די קו החשיפות

זלמן זאפיר » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 4:26 pm

· #141871
אנשטאט די זאלסט קוקן פין די באנדיטין אין די שררה מאנגערס ביי אתרא קדישא ווי מיילך שטערן וכת דילה
קוקסטו נאר וואס טוט זיך ביי חסידי מהר"א

נעם דיר אריין גוט אין קאפ : חסידי סאטמאר דארפן נישט ציקומען צי אתרא קדישא קיין כהוא זה רוב פין זיי וויסן ניטמאמאל אז ענק עקסזעטירן
אבער אתרא קדישא האט שוין איינמאל א פראבלעם טאמיר זיי האבן נישט חסידי סאטמאר אויף זייער זייט

סאו די האסט די האום ווארק אין הייב טיען צי די זאך

דער בלאט איז נישט דיין פראבלעם ! דיינע באהערדע זענען דיינע פראבלעמען !

אין ביז ווילאנג ענק וועלן זיך אויפירן ווי מטורפים אין גענגעסטערס וועט מען רעדט צי ענק די שפראך וואס ענק פארשטיין

נאר,,פרייליך » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 4:41 pm

· #141877
זאפיר'ל זייט ממשיך מיט אייער שפראך און שאפט אייך כבוד פאר'ן ציבור החשוב
צינד ווייטער אהן אייערע טעלעפאנען אויפען העכסטען גראד ווי פאר יאר זומער און נעמט אייך שיסען פעך און שוועבל אין די צייטונגען, גאו עהעד, און אסאך הצלחה

ראדני שטיפער » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 4:44 pm

· #141878
א אינגערמאן היינט געזאגט פאר האדמו'ר מפשעווארסק אז מנשה פילאפ האט געהאלטן א דרשה קעגן ר' משה שטערנבוך אז ער איז געלט גייציגע מענטש ועוד.. האט אים ר' לייבוש געפרעגט 'האט מען עס כאטש מפרסם געווען ?'

נאטרוליסט » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 4:56 pm

· #141882
ראדני שטיפער
א אינגערמאן היינט געזאגט פאר האדמו'ר מפשעווארסק אז מנשה פילאפ האט געהאלטן א דרשה קעגן ר' משה שטערנבוך אז ער איז געלט גייציגע מענטש ועוד.. האט אים ר' לייבוש געפרעגט 'האט מען עס כאטש מפרסם געווען ?'

אינטרעסאנט, איך האב געהערט די מעשה נעכטן אויף ר' דוד שמידל. און ר' לייביש האט געזאגט אז זייער געקרעכצט אז שמידל האט זיך פארקויפט זיין נשמה פאר'ן שטן, און פון ווען ער איז אריין רעדן אין כנסת המינים איז ער נחמץ געווארן ליידער. עכל"ק.

זלמן זאפיר » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 5:16 pm

· #141888
נאר,,פרייליך
זאפיר'ל זייט ממשיך מיט אייער שפראך און שאפט אייך כבוד פאר'ן ציבור החשוב
צינד ווייטער אהן אייערע טעלעפאנען אויפען העכסטען גראד ווי פאר יאר זומער און נעמט אייך שיסען פעך און שוועבל אין די צייטונגען, גאו עהעד, און אסאך הצלחה

אנשטאט מודה זיין אויף ענקער געמיינע חוצפה'דיגע באנעמונג אין מאכן דראסטישע ענדרונג אין זעהן וואס מעהר קהילות אריין צי נעמען אונטערן שירעם ארגענעזאציע פין אתרא קדישא

טוט עטץ דאס פארקערטע אין יעדער אנטלויפט פין אט די שדים אין מען וויל מיט ענק נישט קאלבארירן אויף קיין שום הינזיכט אין נאכדעם שרייט עטץ קאזאק הנגזל

איז ענק אמאל בייגעפאלן אריין צי גיין צי האדמו"ר מהר"א אין פארציילן וואס ענק טיען ? אזוי ווי יעדע ארגענאזיצע טוט

ניין !!

עטץ פירט'ס מערכות מיט סאטמאר" עטץ שמיצט אויף אים " אבער א גושפאנקא אויף יעדע שייגץ שטיק ווילט עטץ ער זאל געבן זיין הסכמה

מיין חבר ס'ארבעט נישט אזוי

ואדיך פרישא זול גמור

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 5:27 pm

· #141895
נאר,,פרייליך
שעפטל
פאר א זיס יאר, אין דער בלאט איז קיין ווארט נאכנישט געשטאנען, אבער יעדע צווייטע תגיבה ריקסטו אריין 'דער בלאט', 'ש.וו.', 'אוצרות',

האלט דיך מיטן נושא איבער די אישו פון די קברים און לאז אפ אלע דיינע טראכטענישן און שפעקולאציעס. קענסט האקן אויף די אלע וואס זענען אינוואלווד צו בגלוי אדער דו האסטעך דערוויסט אז זיי האבן א חלק בסתר, אבער לאז ארויס סתם בויך קוועטשענישן אויף די קהילת מהר"א וכו'.

מיט דאנק!

ביטע ליין די תגובה איבער די קו החשיפות

און ביז די קו החשיפות?

ראדני שטיפער » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 5:28 pm

· #141896
נאטרוליסט
ראדני שטיפער
א אינגערמאן היינט געזאגט פאר האדמו'ר מפשעווארסק אז מנשה פילאפ האט געהאלטן א דרשה קעגן ר' משה שטערנבוך אז ער איז געלט גייציגע מענטש ועוד.. האט אים ר' לייבוש געפרעגט 'האט מען עס כאטש מפרסם געווען ?'

אינטרעסאנט, איך האב געהערט די מעשה נעכטן אויף ר' דוד שמידל. און ר' לייביש האט געזאגט אז זייער געקרעכצט אז שמידל האט זיך פארקויפט זיין נשמה פאר'ן שטן, און פון ווען ער איז אריין רעדן אין כנסת המינים איז ער נחמץ געווארן ליידער. עכל"ק.

ר' לייביש איז פאר אתרא קדישא סא איך גלייב נישט אז ער האט אזוי געזאגט אויף ר' דוד שמידל
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32