☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » ישיבה גדולה פון קרית יואל שטעלט ארויס שיעור ג' אויפן גאס

ישיבה גדולה פון קרית יואל שטעלט ארויס שיעור ג' אויפן גאס

85 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4882
בלאט: 1 2

רוזעוולט » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 4:06 pm

· #154114
ישיבה גדולה פון קרית יואל שטעלט ארויס שיעור ג' אויפן גאס
אקעי די מעשה איז אזוי!
מיט אפאר יאר צוריק זענען זיך צאמגעקומען די גאר קלוגע חברי הנהלה פון די גרויסע מתיבתא הק', און נאך לענגערע משא ומתן'ס און צדדים לכאן ולכאן, האט מען אפגעמאכט אז אין די ישיבה פעילט זיך אויס היפשע פארבעסערונג און מ'ברויך נעמען שריט עמערדזשענסי!
פיין, ווי פארשטייט זיך איז אזא פראיעקט נישט קיין גרינגע ארבעט און נאך מער זייער א סענסעטיווע ארבעט, מ'האט אריין געמישט אפאר שיינע אידן וואס זיי זאלן זיך אריין ווארפן און האבן די געוואלדיגע זכיה אזאנס דורך צו פירן,
עמער נישט מאריך זיין... דעי אזויגעריפענע שיינע בעלי בתים זענען געקומען מיט זייערע ביזנעס קעפ -לכאורה איזעס אפילו נישט געווען מתחילה מיט בייזע כוונות...- און זיי האבן אנגעהויבן אויפקומען מיט זייערע פלענער פון מאכן א טיילונג! די ווארט "צוטיילן" האט זיך געהערט זייער שרעקעדיג זיי ביי די אלטע טויזענטער תלמידים און אוודאי ביי די תלמידים וואס זענען דעמאלטס געזיצן אין ישיבה, איז ווי פארשטייט זיך האט מען אנגעהויבן איבער דרייען אהין און אהער און פרובירט צו טוהן וואס מ'קען, אבער דעי בשבילי נברא העולם'ניקעס האבן זיך נישט געלאזט פון קיינעם און זיך געהאלטן גאר שטארק, געלייגט א יד אויפן רבי'נס גבאי הנודע לשימצו... און אזוי האבן זיי געהאט די מאכט גאנץ סאטמאר אינטעו אינען בעק טאש פון דעי מאנכע מאפיא פארשוינען, און ליידער ליידער האט זייער פלאן אנגעהויבן אריין צו גיין אין א פאקט!

די צרה איז אזוי! ווען דעי חברה קומען ווען מתחילה ארויס מיט זייער צורה און ווייזן זייערע שווארצע פנימער, ני שוין... איז א האלבע צרה, אבער דעי מענטשען פיינט זענען נאך געקומען מיט זייער תמימות'דיגע שמייכל און געהאט זייערע שליחים, פרובירט איבער צו רעדן די עולם גולם אז בעלז האט אויך אזוי געטוהן און בלא בלא בלא... ס'נאר א טובה, מ'זעהט עס טאקע נישט איין אבער מיט די יארן גייט זיך דא סעטלען א קאמפלעקס פון א ריכטיגע "מבצר תורה ויראה"...

די זאך איז נאך געגאנגען ווייטער און דעס איז די הויעכפונקט ווי ווייט רשעות קען דעגרייכן (אזוי האט מען דעמאלטס געמיינט)! די הייליגע "מתיבתא גבוה" וואס פון יעדע בר דעת'ס אפיניען איז דעס נאך די גרעסטע און בעסטע "אויפטוה" וואס סאטמאר האט אהער געשטעלט, און ווער ס'געדענקט ווי די הייליגע רבי די ברך משה זי"ע האט זיך אפגעגעבן דערמיט און זיך אלס אויסגעדריקט מיט גאר שטארקע ווערטער לטובת גבוה, מ'דארף נישט מסביר זיין וואספארא טובה דעסיז פאר די עלטערע בחורים, וואס זיי גייען דורך, און וויזוי דעס האלט זיי באחדות וואס אין די גאנצע וועלט טרעפט מען נישט אזאנס!! דעי רוצחים האבן גענימען דעי בחורים ווי זיי זענען פשוטע זעק, און זיך ארום געווארפן מיט זיי אויף א שוידערליכע אופן, ווער ס'געדענקט דעמאלטס (מ'דארף גראדע נישט האבן צו א גוטע זכרון) מ'האט זיך געטרייט איינצובעטן מיט אלע מינע וועגן, יא! מ'האט פרובירט מיט גוטן און מיט בייזן, אבער ליידער האט די פארשוילטענע מעשה שטן מצליח געווען און אלעס איז געפאלן אויף טויבע אויערן..

די בחורים האבן געפערליך געוואנדערט א לאנגע צייט, געגאנגען פון איין פלאץ צום צווייטן מיט זייער אמת'דיגע געטרייע סטעף, עכט א צובראכענע צייט געווען דעמאלטס, מ'האט נישט געוויסט וואס נאך דעי בהמות בצורות מענטשען זענען וויליג אומשטאנד צו ברענגן, אבער ברוך השם די באשעפער האט זיי נישט פארלאזט, מ'טוט א גוטע זאך דארף עס פשוט אנקומען אביסל שווער, די באשעפער האט צוגעשיקט די ריכטיגע ענערגישע געטרייע עסקנים, זיי האבן זיך אריין געווארפן ראשו ורובו, אידן צדיקים וואס מיט אזאנס קען זיך סאטמאר באמת אויפטוהן, עסקנים וואס מיינען נאר יענעם וואס שוויצן און מאכן מיט ביז צו א מאקסמום כדי צו טוהן דאס בעסטע פאר די הייליגע שיעור ד'! און מיינט נישט אז מ'האט זיך געדארפט פלאגן אפאר וואכן און די דזשאב איז וועל דאן....
לא מיט א למ"ד! די טעראריסטן פרובירן אויף אלע וועגן זיי אינטער צו ברעכן וויזוי ס'זאל נאר נישט זיין! דעי חברה זענען גרייט וואס אימער צו טוהן ווייל זיי קענען נישט אויסהאלטן וויזוי ס'גייט ווייטער אהן מיט עפעס א מין העכערע כוח וואס ס'איז נישט שייך צו באשרייבן, נאר ווייל מיר האבן די אמת'ע חסד אידן וואס זענען זיך מקרב פארן כלל, מ'רעדט נישטא פון גרויסע עשירים, מ'פלאגט זיך דארט מיט יעדע פעני, יעדע חודש איז א עקסטערע אפקומעניש דורך צו שטיפן, אבער... עד הנה עזרינו ולא עזבונו!!!!

און יעצט לאמיר גייו ווייטער!
די יארן זענען אזוי געלאפן די ישיבה איז געגאנגען מער אוו מער טיעפער אין די אדמה, יעדע בין הזמנים איז ארויף געקומען נייע פראבלעמען ווייל דעי גרויסע ביזנעס קעפ האבן דאך מכלומרשט א ציהל דא..... ני שוין, נמנו וגמרי... טייערע אידן נייגטס צו א אויער און זעצט אייך אראפ אויף א בענקל.... הערט א געוואלדיגע לעזונג! קומעדיגע זמן גייט מען צוטיילן די ישיבה אין...... "דריי"!!!!! נאך איינמאל איבער זאגן? דררררררריייייי!!!!!!!!!!
וואס????? עטס זענטס נארמאל? מ'זעהט אז ס'ארבעט זיך נישט אויס די ערשטע טיילונג געט מען זיך א וויש אפ די נאז און מ'דרייט צוריק די זייגער צו איינס! נעעעעעעע אונז שיינע אידן האבן קיין טעות נישט געמאכט, איי די גאנצע ציבור שטייט דא פון א זייט מיט בלעכענע אויגן, קוקן ווי מ'נעמט אונזערע בחורים אויף א ראולערקאוסטער, דאסיז שוינישט אונזער פראבלעם, אונז גיימער זיך ספראווען מיטן ציבור'ס פראבלעמען און זיין א מיאוסע דורכפאל בפני כל עם ועדה? נאפ! לא זו הדרך! מ'עמער ווייזן, מ'וועט אריין רוקן אפאר הירא'ס אין די זאך ווייל אונזערע נעמען זענען שוין אביסלע באשמיצט ביים עולם, מ'וועט נעמען עפעס א שיינע איד וואסיז געווארן א מיסטער ווייל ער האט זיך אויסגעטאנצן שמיני עצרת אויפן באלעמער אין ראדני ווי א ציושעטע אקס אין פארנט פון א רויטע בענדל, דערנאך וועט מען נעמען עפעס א פרישע "סטאר" בעולם הישיבות והחינוך, און מ'גיימער נעמען די וועלט און פארעכטן, סימפל! געלט פעילט אונז נישט, די געזאלין האמיר, און דעסיז די ריכטיגע מיטל וויזוי מ'האט היינט די גאנצע גלאוב אין איין האנט, ווי די וועלט זאגט, ווער ס'האט די מאה האט די דעה... סיז ליידער א פאקט וואס האט זיך אויך אריין געכאפט ביי אונז חסידישע אידן, און דאס פירט אונז מיט א דערעקטע פלייט צום שאול תחתית בלינדערהייט ר"ל!

נישט שייך אפילו צו באשרייבן וואס מיינט חרוב מאכן די ישיבה, מענטשן קומען כסדר קוקן די ישיבה, מ'וואקט אריין אין די (אמאליגע) בית מדרש בילדינג איז מען שוין ביים דרום וואנט אהן קיין שום פריערדיגע מעלדונג, הפלא ופלא! ס'הערשט שוינישט קיין תורה שמעק ווי אמאל, אלעס שמעקט פון פערזענליכע נגיעות און פאלטשקייטן, יעדע ישיבה טרייט ארויס צו ווייזן פאר די גאס א שענערע פנים, און אזוי פארט די רעדל ווייטער מיט די וועלט פון בלאף אנע ציהל.

טוטס אהן טייט ענקערע סיט בעלטס ווייל דו דזשאוק איז נאכנישט אויווער!
עפעס א געפערליכע מיספארשטענדעניש איז דא פארגעקומען ווייל פשוט און גראד דעי דריטע ישיבה וואסיז צוגעקומען מיטן די נייע חינוך סטענדער איז עפעס נישט אזוי אויפגעכאפט ביי די בחורים, סיי די עלטערן און סיי די בחורים זענען עפעס נישט צופרידן דערפון, נאך מער אינטערסאנט! אפילו נאכן טוישן פון די טריקענע באמאכטע נאמען "ישיבה ומתיבתא תורה ויראה דרבינו יואל" צו "מבצר התורה והיראה" האט נאכאלס דערוילעם נישט איינגעזעהן אין דעי גאנצע דריידל, פיינע בחורים זענען ברוך השם דא אין אלע ישיבות און ווילדע בחורים אויך ברוך השם! א סאטמארע ישיבה האט מען אייביג געוויסט אז די הייליגע רבי די דברי יואל זי"ע האט אהער געשטעלט אז מ'מוז אננעמען פון כמעט אלע מינים!!! חוץ -פארשטייט זיך- א בחור וואסיז א געפערליכע אויסווארף און קען חס ושלום פארדארבן אנדערע, אבער יעצט מיטן נייע 2013 חינוך זענען די גוטע שלייערס אפיר געקומען, און מ'האט זיך גענימען ווארפן בחורים מיט אזא רציחה אז ס'איז נישט צום באשרייבן, די טינט וואלט זיך דא אליינס אויסגעניצט פארן באשרייבן די עוולות וואסיז אלס פארגעקומען בין כותלי ישיבתינו הקדושה וואסיז "סמוך ונראה"..... בלויז וועגן איידענע נגיעות! אפילו מ'האט געוויסט אז מ'טוט נישט ריכטיג און מודה געווען! אבער זיך ארום דרייען מיט א רויטע פרצוף פארן האבן א שטיקל פלאפ איז ענדערש צו פארווישן ווי אפהארגענען דורי דורות ל"ע! ימח שמם!

עמער עס אביסל קערצער מאכן און שפרינגן אביסל אויף פאראויס,
דעם זימער האט זיך אפגעשפילט א עקסטערע פרשה אין די צעירים ישיבה פון וויליאמסבורג, מ'האט געדרייט אהין און אהער מיט זיי, ווייטער אונטערסאנט! אז קיינער האט נישט געוואלט גיין צו דו נייע "דריטע" ישיבה! מ'האט געארבעט און מ'ארבעט נאך אלס אויף אלע פראנטן אז די בחורים און טאטע'ס זאלן מסכים זיין מ'זאל זיי צוטיילן, מ'האט אראפ געשיקט דער "חסידישער שיינע איד" (...) ער זאל איבער רעדן און טוהן אלעס מעגליך צו בייגן די זאך דארט, די וויליאמסבורגע רב שליט"א אליינס -וואס ס'איז נישט קיין סוד זיין איבערגעגעבנקייט און געטריישאפט צו זיינע תלמידים- האט פרובירט צו פייטן און אויסארבעטן אלעס לטובת די בחורים/עלטערן, אבער... מ'טאפט א וואנט, די שטן האט גראד געלאזט שיקן פינעם רבינס שטוב זיין שפיאן זאל דערשטיקן די רב מיט זיין הנהלה, און אזוי ארבעטן זיי אויף קעסל און כלים ווייטער חרוב צו מאכן מיטן ציהל אז אונז בעלי בתים וועלן ווייטער האבן די שטייפע מאכט איבער די מבצר הישיבה!

פאר מ'קום מיר צו צום פוינט, נאך איין זאך,
פאר סאם מיסטריעזע ריזען איז געקומען צו פליען ווי פון עפעס א אנדערע פלאנעט אז מ'גייט בויען צוויי נייע ישיבה בנינים! דערוילעם פרעגט וואס גייט פאר דא, מה פשט? מבצר שמבצר! נייע חינוך.. נייע בילדינגס... איי וואס טוט מען מיט די אלטע? תיקו! ס'דאך נישטא קיין שום סיבה, די ישיבה וואקסט נישט עפעס ספעציעל די לעצטע פאר יאר? הממממממ.... זארגט נישט, ס'דא געלט... מ'האמיר פראגרעמס, ווי אר אלל סעט! און ווער רעדט נאך די דערהויבענע טאג וואס מ'האט אראפ געברענגט דעם רבין אליינס אויפן מקום פינעם נייעם שאול תחתית! יעפ! ס'שוין דא בילדער אין בלאט! מבצר הישיבות איז אן די גאו! מ'שפארט נישט קיין געלט און קיין ארבעט פאר די געטרייע תינוקות של בית רבן ברוך השם! ממש א סימבאל פון סאטמאר..

און יעצט האלט מיר שוין ביים פינטל!

שטעלט זיך א פרישע פראגע וואס טוט מען מיט די בחורים וואס דארפן ארויף גיין צו שיעור ג' קומעדיגע זמן???
די מעשה איז אזוי, יעצט זענען זיי צוטיילטט אין צוויי, אוו ברוך השם ס'איז געווען א זעלטנהייט פון אסאך חתנים דעם יאר, ס'האט זיך שנעל געריקט און יעצט איז איבער געבליבן א קליינע שארית הפליטה צוטיילטערהייט (אגב, דעסיז אויך איינע פון די בענעפיטן פון צוטיילן), האט די הנהלה מחליט געווען אז זיי זענען גארבידזש, פשוט און גראד מ'דארף זיך מיט זיי נישט רעכענען, און מ'גיימער פטור ווערן פון זיי! וואס הייסט? הערטס גוט.... די הנהלה וועט אפמאכן וועם מ'שיקט קיין שיעור ד' און ווער ס'בלייבט אויף בארדיטשוב, בחורים דרייען זיך ארום צושאסן און צושפלעטערט וואס וועט זיין? ווי טראגט מיר די קרעין? דארפן אונז נאך פראבלעמען אויף אונזערע קעפ? אונז זעמיר אנגעזעצט אויף א קלימאקס, אלע מיינע נאנטע פריינט האבן שוין חתונה געהאט אדער האבן חתונה קומעדיגע זמן, מיר זענען שוין איינמאל צוטיילט אזוי איז דא נאך ווייניגער בחורים ווי ס'פלעגט זיין אמאל דעי עידזש, כ'האב שוין שלום געמאכט מיטן מצב אביסל, געטראפן חבירים פון פריש אפילו זיי זענען נישט פון מיין סארט, אבער דאך מ'פרובירט זיך צו שטארקן אביסל, און דא בומפססססססס.....

און יעצט שרייען מיר תלמידי שיעור ג' אויס מיט א ביטערניש! רשעים! רוצחים! עטס ווייסט'ס וואס א בחור גייט דורך אין אזא יאר? היינט צוטאגס איזעס די ערגסטע צייט אין ישיבה פאר א בחור, ליידער ליידער איז די דרך היינט געווארן אז א בחור א וואך נאך די אכצן האט שוין א פערמיט אריין צו גיין אין די קאטעגאריע פון אביסל אנגעזעצטקייט, און ווער רעדט נאך פון א בחור וואס ווערט שוין ביז זיבן חדשים ניינצן יאר !! ער האט דאך שוין לייסענס אינטער געשריבן פינעם פרעזידענט אליינס פאר א לעגאלע דעפרעסטע בירגער! וואטעווער, מ'זיץ מיר ווי א מאנקי אין די מידעל צווישן ישיבה און שיעור ד', נישט אהין און נישט אהער, חבירים האט מען שוינישט געהעריג, ס'הערשט א שטיקל אנגעזעצטקייט, און יעצט ווילט עטס פארשאלטענע רשעים אונז ווארפן אין מיסט אריין? מ'האלט מיר יעצט ערב שב"ק פרשת נח, און מ'ווייס מיר נישט מה יולד יום... וואס נאך עטס זענט אלס ראוי צו טוהן! שמוציגע מענטשען! רוצחים! שקצים! ווער ווייסט וואס נאך ס'קומט אויף אונז? הערטס אויף מיט ענקערע רשעות'דיגע אקטן, און ניצט'ס נישט אויס דעם רבי'נס נאמען אויף אזאנע שריט, זאל ענק גאט באצאלן מיט אלע קללות ווי שנעלער! זאל די וועלט איינזעהן ווער ס'איז די רבי'ס אמתע געטרייע מענטשען און ווער ס'מיינט די אייגענע טאש אויפן רבי'נס נאמען! עטס זענטס א גרויל פאר די וועלט, שעמטס ענק, דאס הייסט א חסיד? דאס הייסט א הנהלה? דעס מיינט א געטרייע תלמיד? דעס וויל די רבי???? רשעים! עטס פארשעמטס סאטמאר! מיר בחורים האלטן עס מער נישט אויס, מ'דעמידזשד אונזער עידזש פאר ענקערע פריוואטע ניצן? אונז זעמיר בהמות אין שטאל מיינט עטס? א מין אומרעכט.. א מין אומ'יושר דעס! יא! עטס האטס ליידער דעם רבין זאל זיין געזינט אין ביזעם טאש, און מיטן כוח פינעם גבאי טוט עטס וואס עטס ווילטס... א חרפה און א בושה!!!!!

נאר,,פרייליך » מוצ"ש אקטאבער 5, 2013 11:40 pm

· #154210
רוזעוועלט איי פיל יאר פעין

ליידער געפינען זיך אינערהאלב די הייליגע קהילה נאך עטליכע אזעלכע ביטערע פארשוינען וואס זיכען ליידער מיט זייער השתלטות צו מאנעווערן די הייליגע קהילה און קרימע דירעקציעס און העלן לעקן יעדן מ'בחוץ ווי די בעלזע יחצני''ם און די חופרים פון תו''א דושינסקי עטליכע געלט לייט אינערהאלב די הכשר העדה
אבער אינערהאלב די קהילה ווערן ליידער פילע צבורים גענצליך איגנארירט און אינטערדריקט דורך די חעברע ארום מעון קדשו של מנהיג העדה הרבי שליט''א

ווי ס'קוקט אויס שפיט זעך איבער אזא משה און לעיזער געשעפט בתוככי הקהלה ס'ליידער מלך אסיר ברהטים והוא אסיר בזיקים און מיר ברויכען גרינדען א ועד להצלת רבינו ווי ס'פארמירט געווארען בימים ההם צו ראטעווען דעם רבי'ן דער ב''מ פון זיינע משתלטים

סאשי פיש » זונטאג אקטאבער 6, 2013 9:19 am

· #154291
פאשקווילען און מאנרא!!
image.jpg image.jpg

סאשי פיש » זונטאג אקטאבער 6, 2013 9:21 am

· #154292
מען האט געבראכען פענסטער פון קארס פון יענקל סופר און פון עמרם כוהן!!
image.jpg image.jpg image.jpg

סאשי פיש » זונטאג אקטאבער 6, 2013 10:51 am

· #154303
די טייערע אינפינטיטי Qx56 פון יענקל סופר אויסגעשאסען די פענסטער!!!!
image.jpg

נאר,,פרייליך » זונטאג אקטאבער 6, 2013 11:10 am

· #154314
סאשי פיש
די טייערע אינפינטיטי Q56 פון יענקל סופר אויסגעשאסען די פענסטער!!!!

סאשי פיש
פאשקווילען און מאנרא!!


זיי האבען זעך צוגעלערנט פון די פאשקעווילן געווארפעכץ איבער די בי''ש פרשה

קאך_לעפל » זונטאג אקטאבער 6, 2013 12:51 pm

· #154341
עס איז ליידער ביטער וואו א זית:

דער פראבלעם האט זיך נישט אנגעפאנגן היינט, די פראבלעם האט זיך אנגעהויבן, ווען מען האט אריינגענימען 3 פשוטע מאנקי ביזנעס לייט און די הנהלת הישיבה,

א ישיבה איז א הייליג פלאטץ, און עס דארף געפירט ווערן דירוך ערליכע יודן, און נישט דירוך צווייפלהאפטיגע באשעפענישען, וואו גרויליג איז די מציאות אז החלטות און חינוך ווערט געשלאסן דירוך 3 לייצים אויף א טעלער סטעיק,

איצט איז שוין צי שפעט צו וויינען, דער יענקי סופר האט ליידער געלט, און געדילד פון אייזן, ער וועט ריאיג אויסווארטן עד יעבור זעם, און דערנאך וועט זיין עולם כמנהגו נהוג, מען דארף מתפלל זיין צום הייליגן באשעפער, אז ער זאל פון דעם יענקי א וועק נעמען דאס געלט, אזוי וועט ער פארלירן זייינע "גיטע פריינד" און ער וועט פארוואנדעלט ווערן פאר א שטאטס משוגענער,

אמת ויציב » זונטאג אקטאבער 6, 2013 2:29 pm

· #154382
א ווארט צי די בחורים
סאיז באמת ווייטאגליך ציצוקוקן וויאזוי עטץ די בחורים פין מאנרא יעשיבע זענען אנגעווייטאגט אין בלעימען דעם אין יענעם.
איין פוינט וואס איך וואלט ענק נאר געוואלט אויפקלערן אז אזוי ווי עטץ זענט שוין האלב געקומען צום שכל אז די חשובע משב"ק מיט די געטרייע חברי ההנהלה מיינען נישט הגה"ק מיט זיין פארטיי נאר זייער געלט מיט זייער אינטערעסע אפשר איז יעצט א געלעגנהייט אז עטץ זאלסט כאפן די צווייטע העלפט אויך אז הגה"ק בכבודו ובעצמו מיינט אויך נישט ענק נאר זיך אין זיין כבוד אינטערעסע אזוי ווי ער האט גענוצט די לעצטע דרייסיג יאר די יעשיבע פאר זיין מיליטער פראבירט ער עס יעצט צי ניצען פאר זיין כבוד כאילו עס אינטערסירט אים גארנישט חוץ די בחורים (ער ליגט אין מתוך...) אבער ליידער ארבעט עס נישט אין ער מעג זיך קומען לערנען פין זיין אינגערע ברידער אז ווען מען עפענט א ישיבה עפענט מען עס בלויז פאר איין צוועק אז בחורים זאלן קענען לערנען אין זיך משלים זיין בתורה ועבודה אין די שכר קומט שוין נאך אז ושמעו הולך בכל המדינה אין די גוטע נאמען פין ישיבה תורה ויראה דרבינו יואל מ'סאטמאר איז א זאך וואס מען קען נישט אפהאלטן אין דאס איז א פאקט וואס יעדער איינער ווייסט וויפיל מען האט פרובירט מיט אלע מיני מיטלען עס צי פארשמוצען איז לא עלתה בידם אין עס שטייט ב"ה לשם ולתפארת אלס די גרעסטע חסידישע ישיבה אויפן כדור הארץ וואס האט זיך פאקטיש היי יאר געפענט מיט איבער טויזענט בחורים בלע"ה אן דעם וואס דער ראש ישיבה שטייט אין רימט עס אויס אז ער האט די גרעסטע מיט די בעסטע, אזוי ווי עס שטייט הבורח מן הכבוד הכבוד בורח אחריו,
ווי אנדערש איז די צוויטע העלפט פסוק הבורח אחר הכבוד הכבוד בורח ממנו, ווען מען ניצט די יעשיבע בחורים פאר די מיליטער צי בויען די פארטיי אין נאכדעם רימט מען עס נאך אויס יעדע שני וחמישי (אגב איז שוין באריכטעט אין איינע פין זייער צייטונגען אז די מתיבה עפענט זיך מיט איבער טויזענט בחורים אינדערצייט וואס די הנהלה גשמיות האט דערווייל נאר א חשבון ערגעץ צווישן 500 און 600 בלע"ה כן ירבו) קוקט עס אויס אזוי ווי עס קוקט אויס אין מען רייסט זיך אין בייסט זיך צווישן זיך ווי אזוי צי ראטעווען די שמיציגע נאמען וואס די יעשיבע טראגט מיט מיט זיך, איין חכם זאגט מיטן ציטיילן אין 3 דער צווייטער חכם זאגט יעדעם שוואכן בחור אריינשטיפן אין שיעור ד' א.א.וו., אין עטץ אימשילדיגע בחורים וואס עטץ זענט זיך מוסר נפש פאר הגה"ק מיט זיין פארטיי און אין די גרעסטע היצן אין קעלט לויפט עטץ אים נאך לאזט ער ענק יעצט פאלן נעבעך די קרבנות פאר די פארטיי אין זאט צי מאכן זיין די תאווה פין צי האבן די גרעסטע אין די בעסטע!!!
וועקט ענק אויף לאזט אייך נישט מקריב זיין ווי די שאף אויף די מזבח הפארטיי אין שטיפט נישט די וואגן וואט וועט אייך צים סוף איבערטרעטן אויב עס וועט אויספעלן

גאלד » זונטאג אקטאבער 6, 2013 2:35 pm

· #154384
@אמת_ויציב

זאגסט גוטע זאכן אבער אונטערשטע שורה, אין איין סענטענסט, וואס פונקטליך ביסטו מציע די בחורים זאלן טאן?

אמת ויציב » זונטאג אקטאבער 6, 2013 2:42 pm

· #154386
גאלד
@אמת_ויציב

זאגסט גוטע זאכן אבער אונטערשטע שורה, אין איין סענטענסט, וואס פונקטליך ביסטו מציע די בחורים זאלן טאן?

איין זאך!
ווען זיי זעען אז זייער באליבטע ראש ישיבה פארוועם זיי זענען זיך מוסר נפש אין גייען פאר אים אין פייער אין וואסער אין זיך מעלים עין אין נאכמער פין פון דעם ער געט א דירעקטע האנט אין שטיצע פאר די רשעות א קעגן אימשילדיגע בחורים ווייל מען האט אים מסביר געווען אז דאס וועט זיך אים לוינען בעסער פאר כבוד/געלט/פארטיי, זאלן זיי ארויסגעבן זייער ווייטאג אויף דער וואס איז באמת שילדיג אין נישט קיין ארום און ארום אין היטן אויף זיין כבוד בעת ווען ער האט נישט געהיטן אויף זייערס אין נאר זיי געלאזט פאלן בעת צר להם.

אמת ויציב » זונטאג אקטאבער 6, 2013 2:42 pm

· #154387
אמת ויציב
גאלד
@אמת_ויציב

זאגסט גוטע זאכן אבער אונטערשטע שורה, אין איין סענטענסט, וואס פונקטליך ביסטו מציע די בחורים זאלן טאן?

איין זאך!
ווען זיי זעען אז זייער באליבטע ראש ישיבה פארוועם זיי זענען זיך מוסר נפש אין גייען פאר אים אין פייער אין וואסער אין זיך מעלים עין אין נאכמער פין פון דעם ער געט א דירעקטע האנט אין שטיצע פאר די רשעות א קעגן אימשילדיגע בחורים ווייל מען האט אים מסביר געווען אז דאס וועט זיך אים לוינען בעסער פאר כבוד/געלט/פארטיי, זאלן זיי ארויסגעבן זייער ווייטאג אויף דער וואס איז באמת שילדיג אין נישט גיין ארום און ארום אין היטן אויף זיין כבוד בעת ווען ער האט נישט געהיטן אויף זייערס אין נאר זיי געלאזט פאלן בעת צר להם.

אמת ויציב » זונטאג אקטאבער 6, 2013 2:51 pm

· #154397

חזקיהו המלך » זונטאג אקטאבער 6, 2013 3:21 pm

· #154405
כ'פארשטיי נישט, פארוואס גייען זיי נישט אריין צי הרב אהרן טייטלבוים אין פארציילען אים וואס גייט פאר, אין טאמער ס'העלפט נישט דאן איז עס זיין שולד נישט סופר אדער כהן, סאו גייטס שיסט אויס זיינע פענסטער'ס,

ער קען טוישען די זאך ווען ער וויל ווען, אין טאמער ער טוט עס נישט דאן דארפען די בחורים זיך רעגען אויף אים, נישט אויף קיינעם פין די ארומיגע,

גאלד » זונטאג אקטאבער 6, 2013 4:03 pm

· #154419
חזקיהו המלך
כ'פארשטיי נישט, פארוואס גייען זיי נישט אריין צי הרב אהרן טייטלבוים אין פארציילען אים וואס גייט פאר, אין טאמער ס'העלפט נישט דאן איז עס זיין שולד נישט סופר אדער כהן, סאו גייטס שיסט אויס זיינע פענסטער'ס,

ער קען טוישען די זאך ווען ער וויל ווען,

מאן יימר מ'דארף דא עפעס טוישן? ווייל א דיסגראנטעלד בחור בארדעט ארום אויף טוויטער?
מעגליך אז פארדעם האבען זיי נישט די האזע צו גיין דירערקט צו הרב אהרן ווייל זיי וויסן אז אין להם מענה, מעגליך
ולהוי ידוע אין קווינס זענען אויך דא אסאך פארווייטאגטע בחורים, ביודעי ומכירי קאמינא, בלומענפעלד מאכט פורים פון זיי עקסטארט אויסגעהארוועטע געלט פון די עלטערן, וכו' וכו'
איך מיין נישט צוזאגן חלילה אז קווינס איז עפעס שלעכט אבער כך הוא דרכה של גרויסע ישיבה וואס איז געצווינגען צו אריינעמען יעדער אשר בשם סאטמאר יכונה


אין טאמער ער טוט עס נישט דאן דארפען די בחורים זיך רעגען אויף אים, נישט אויף קיינעם פין די ארומיגע,

שושן פורים » זונטאג אקטאבער 6, 2013 4:50 pm

· #154438
מיר קוקט עס אויס ווי אן ארטיקל אין די בלאט בימי הברך משה , אז דו רבי ווייסט נישט און די גבאים פירן איהם ביים נאז , קוקט אויס אז ר אהרן וועפט שוין , סקומט פרייליכע צייטן

גאלד » זונטאג אקטאבער 6, 2013 5:32 pm

· #154446
איך האלט אז כל זמן ר' אהרן גייט זיך נישט טרעפן אין מיאמי נעקסטע וואך אינעם טאג פון זיין אייניקלס חתונה, דארף מען נישט חושש זיין אז ער וועפט שוין, אזוי קלער איך לפענ"ד

שרייבער » זונטאג אקטאבער 6, 2013 6:30 pm

· #154452
די רעדע איז ס"ה פון 30 בחורים נישט פון קיין 150, מען האט אויסגעוועלט די 'מצוינים' און זיי געשיקט קיין שיעור ד', אזעלכע וואס אין א אנדערע פלאץ שיקט מען זיי אויפן גאס
נישט אז איך געב גערעכט פאר יענקי סופר, איך דערצייל נאר די מציאות הדברים.

איש צדיק תמים » זונטאג אקטאבער 6, 2013 6:53 pm

· #154463
עס קלינגט מיר נאך און די אויערן ווען מיין קאזין אן ארויני האט זיך געזעצט קעגן איבער מיר און אפגעמאכט אז ער גייט מיר שטעלן אויפן פלאץ איבער די נושה פון די קווינס ישיבה אז זיי מאכן נישט קיין כתה פאר שיעור ד׳, וואס א פעך און שוועבל ער האט דאן געגאסן אויף ר׳ זלמן לייב, ״די פארקויף מיר נישט קיין מעשיות אז דא רעדט מען פון נפתלי בלומענפעלד איך קוק אויף איין זאך, מי בראש! אונטער וועמעס נאמען שטייט בנישאות אויפן לעדערהעד פון די ישיבה, דער זלמן לייב האט נישט קיין הארץ ער איז א קאלטבליטיגער יונג דער נועם המידות, שטייען טאטעס און וויינען אויף זייערע בחורים וואס עלטערן זיך נעבעך און דער זלמן לייב שטייט און לאכט פון זיי, פארקויף מיר נישט קיין נפתלי בלומענפעלד, ווען עס שטינקט שטינקט עס פון אויבן.... און דער האט צוזאם געשאלטן אזוי צוויי שעה....

איך וויל אים טרעפן און פרעגן נא ווי שטיקט עס יעצט????
פארקויפטס מיר נישט קיין יענקי סופר׳ס אדער פישערס ווען עס שטיקט שטיקט עס פון קאפ, דער ר׳ אהרן וואס האט לאנגע יארן געניצט די בחורים פון שיעור ד׳ אלס זיין פריוואטע ריפאבליקאנער געווארדיע, ער האט זיי געלערנט שטעכן רעדער, שיסן פענסטערס, ווארפן פאשקעווילן, אונטערצינדן פייערס, האקן בראקען שלאגן שרייען חוזק מאכן איבערדרייען, טאטעס האבן געשיקט זייערע בחורים לערנען תורה און דער געהויבענער ראש ישיבה האט זיי געניצט אויף צו שלאגען און פראסקענען, און ווען זיין אייגענע הנהלה אדער די טאטעס פון זיינע בחורים האבן זיך געבעטן אז ער זאל נישט ניצן זייערע אייגענע בחורים אלס שלעגערס, אז ער זאל נישט פארוואדלען זיין ישיבה און די בלעק פענטער פארטיי האט ער זיי מיט א גלייכגילטיקייט געלאכט און פנים אריין...

יעצט האט ער זיך געטוישט די מיינד, זיין ברודער איז פעסט מצליח מיט זיין ישיבה, ער האט צוויי מאל אזויפיל בחורים, האט ער זיך גענומען זינגען די כמות איכות ניגן, מיר דארפן נישט זיין גרויס בכמות מיר זוכן נישט צו זיין די גרעסטע מיר זיכן צו זיין די בעסטע! אבער ער קען טאקע וועלן נעמען זיינע בחורים און זיי בראבירן פארוואנדלען און מענטשען, אבער די בחורים לאכן פון אים, נעכטן האסטו אינז געשיקט שרייען און שלאגען ווי חיות היינט ווילסטו איז זאל מער לערנען! נוי וועי די קענסט נישט פון אונז מאכן קיין פורים, האט דער ״צדיק״ אפגעמאכט אז עס גייט נישט מיט גוטן וועט עס גיין מיט שלעכטן און דער וואס האט געמאכט אז א גרויס חלק פון די בחורים זאלן זיך מאכן אזא שם טוב אז געוויסע מענטשען וואס האבן גארנישט קעגן די ארוינים ווילן אבער נישט הערן קיין שידוך פון א קרית יואלער בחור, דער זאלבער וואס האט געניצט די אומשילדיגע בחורים ווי זיינע פריוואטע פערדעלעך דער זעלבער וויל זיי מיט א גלייכגילטיגן רשעות ארויסווארפן אופן גאס....

לאמיר צריקומען צו מיין קאזינס סטעימענט, ווען עס שטונקט שטונקט עס פון קאפ, חיים שלמה פישער און יענקי סופר ארבייטן אויפן דירעקטן חשבון פון דעם ענקער גערופענער הגה״ק, גארנישט ווערט נישט געטאן און זיין דירעקטן באפעל (עטס שרייטס דאך שוין יארן אז ענקער רבי איז א לידער ניין?) און ער לאכט פון די פארוויטאגטע טאטעס בחורים און מאמעס און די פויסטן...

יעצט גייטס ווייטער וויפערדעלעך און קלאטשסט הכל יודך אויף דעם בשר ודם....

גאנצל » זונטאג אקטאבער 6, 2013 7:13 pm

· #154468
איש צדיק תמים
עס קלינגט מיר נאך און די אויערן ווען מיין קאזין אן ארויני האט זיך געזעצט קעגן איבער מיר און אפגעמאכט אז ער גייט מיר שטעלן אויפן פלאץ איבער די נושה פון די קווינס ישיבה אז זיי מאכן נישט קיין כתה פאר שיעור ד׳, וואס א פעך און שוועבל ער האט דאן געגאסן אויף ר׳ זלמן לייב, ״די פארקויף מיר נישט קיין מעשיות אז דא רעדט מען פון נפתלי בלומענפעלד איך קוק אויף איין זאך, מי בראש! אונטער וועמעס נאמען שטייט בנישאות אויפן לעדערהעד פון די ישיבה, דער זלמן לייב האט נישט קיין הארץ ער איז א קאלטבליטיגער יונג דער נועם המידות, שטייען טאטעס און וויינען אויף זייערע בחורים וואס עלטערן זיך נעבעך און דער זלמן לייב שטייט און לאכט פון זיי, פארקויף מיר נישט קיין נפתלי בלומענפעלד, ווען עס שטינקט שטינקט עס פון אויבן.... און דער האט צוזאם געשאלטן אזוי צוויי שעה....

איך וויל אים טרעפן און פרעגן נא ווי שטיקט עס יעצט????
פארקויפטס מיר נישט קיין יענקי סופר׳ס אדער פישערס ווען עס שטיקט שטיקט עס פון קאפ, דער ר׳ אהרן וואס האט לאנגע יארן געניצט די בחורים פון שיעור ד׳ אלס זיין פריוואטע ריפאבליקאנער געווארדיע, ער האט זיי געלערנט שטעכן רעדער, שיסן פענסטערס, ווארפן פאשקעווילן, אונטערצינדן פייערס, האקן בראקען שלאגן שרייען חוזק מאכן איבערדרייען, טאטעס האבן געשיקט זייערע בחורים לערנען תורה און דער געהויבענער ראש ישיבה האט זיי געניצט אויף צו שלאגען און פראסקענען, און ווען זיין אייגענע הנהלה אדער די טאטעס פון זיינע בחורים האבן זיך געבעטן אז ער זאל נישט ניצן זייערע אייגענע בחורים אלס שלעגערס, אז ער זאל נישט פארוואדלען זיין ישיבה און די בלעק פענטער פארטיי האט ער זיי מיט א גלייכגילטיקייט געלאכט און פנים אריין...

יעצט האט ער זיך געטוישט די מיינד, זיין ברודער איז פעסט מצליח מיט זיין ישיבה, ער האט צוויי מאל אזויפיל בחורים, האט ער זיך גענומען זינגען די כמות איכות ניגן, מיר דארפן נישט זיין גרויס בכמות מיר זוכן נישט צו זיין די גרעסטע מיר זיכן צו זיין די בעסטע! אבער ער קען טאקע וועלן נעמען זיינע בחורים און זיי בראבירן פארוואנדלען און מענטשען, אבער די בחורים לאכן פון אים, נעכטן האסטו אינז געשיקט שרייען און שלאגען ווי חיות היינט ווילסטו איז זאל מער לערנען! נוי וועי די קענסט נישט פון אונז מאכן קיין פורים, האט דער ״צדיק״ אפגעמאכט אז עס גייט נישט מיט גוטן וועט עס גיין מיט שלעכטן און דער וואס האט געמאכט אז א גרויס חלק פון די בחורים זאלן זיך מאכן אזא שם טוב אז געוויסע מענטשען וואס האבן גארנישט קעגן די ארוינים ווילן אבער נישט הערן קיין שידוך פון א קרית יואלער בחור, דער זאלבער וואס האט געניצט די אומשילדיגע בחורים ווי זיינע פריוואטע פערדעלעך דער זעלבער וויל זיי מיט א גלייכגילטיגן רשעות ארויסווארפן אופן גאס....





לאמיר צריקומען צו מיין קאזינס סטעימענט, ווען עס שטונקט שטונקט עס פון קאפ, חיים שלמה פישער און יענקי סופר ארבייטן אויפן דירעקטן חשבון פון דעם ענקער גערופענער הגה״ק, גארנישט ווערט נישט געטאן און זיין דירעקטן באפעל (עטס שרייטס דאך שוין יארן אז ענקער רבי איז א לידער ניין?) און ער לאכט פון די פארוויטאגטע טאטעס בחורים און מאמעס און די פויסטן...

יעצט גייטס ווייטער וויפערדעלעך און קלאטשסט הכל יודך אויף דעם בשר ודם....


שוואכע וויקטארי די בחורים גייען נישט בלייבן אויפ'ן גאס

די גאנצע זאך איז נאר א דורכאנג מ'דארף זעהן צו שטעלן אפאר בחורים אויפ'ן פלאץ זיי זאלן אנהייבן פאלגן וואס מ'הייסט זיי און פארטיג

איש צדיק תמים » זונטאג אקטאבער 6, 2013 7:41 pm

· #154476
יא יא און דערווייל פליען פענסטער פון די געטרענטע שלעגער.
שיין זיך דערלעבט.
דער ר׳ אהרן האט נישט געכאפט אז די שטיינער וואס ער האט געהייסן ווארפן אויף מזרח אויף זיין אייגענעם ברודער, קענען זיינע חיות ווארפן אויף מערב אויף אים אליין ווען זיי ווערן גערעגט.

דעת תורה » זונטאג אקטאבער 6, 2013 8:01 pm

· #154479
ר' אהרן, קוקט אויס, האט גאנץ שנעל פארגעסן דעם לעסאן פון קליימער - מאנראו צוטיילונג. כידוע איז דאס געווען דער ערשטער קערנדל פון התנגדות וואס האט עווענטועל צוגעפירט צו די (דרינגנדע געברויך פאר א) טיילונג אין סאטמאר, ווי ר' אהרן האט פארלוירן די גרעסערע העלפט פון די סאטמארע אימפעריע.

שרייבער, אויב איז דיין ווערסיע אמת, איז דאס רשעות פילפאכיג ערגער! מאכן א נאצישע סעלעקציע, אויסקלויבן די שוואכערע בחורים און זיי אפסטעמפלען אז זיי האט מען געשיקט אין גבוה און די אנדערע נישט, מוז מען טאקע האבן אזא רשע ווי יאנקי סופר. נישטא א ישיבה אין די וועלט וואס האט שוין געטון אזא אקט פון רשעות. איך בין מוחה בכל התוקף קעגן אזא הארצלאזן בארבארישן טאט!

שרייבער » זונטאג אקטאבער 6, 2013 8:18 pm

· #154490
מען רעדט נישט פון שוואכע בחורים, מען רעדט פון טראבל מעיקערס

קאווע טרינקער » זונטאג אקטאבער 6, 2013 8:33 pm

· #154495
ס'זעהט מיר גראדע אויס ווי א נושא וואס ס'כדאי צו וויסן. אבער כ'בין נישט באקאנט מיט די אינערליכע השתלשלות הדברים, ע"כ פארשטיי איך נישט קלאר וואס דא גייט פאר.
איין זאך יא, אז מ'ווארפט פאשקעווילין, און מ'שיסט פענסטער'ס, זעה איך שוין אז מ'רעדט פון בחורים וואס זענען יוצאי ישיבות סאטמאר, ולכן, מוז מען זיי האלטן אין סאטמאר ישיבה, ווייל זיי זענען א סכנה פאר בחורים אין אנדערע ישיבות.

פאריז » זונטאג אקטאבער 6, 2013 8:42 pm

· #154500
שרייבער
מען רעדט נישט פון שוואכע בחורים, מען רעדט פון טראבל מעיקערס


הופס.. איבער 30 טראבעל מעיקקערס..! און אלעס נאר פון איין עיטש..! אזא דורוכפאל פון א ישיבה.. ?
ווי איז יענקי סופר ווען מען דארף אים?? שוין אפשפארען די גאנצע ישיבה און עס אויסרייסען מיטען ווארצעל.. עס דארף א נייע הנהלה נייע מלמדים און א נייע שיטה בחינוך!!

+++

כ"ז לשיטתך, איך האב נישט קיין מיינוג אין די נושא, אדער די גאס שמיעסט אז מען האט געווארפן יעדעם, גיטע און נישט גיטע צוגלייך.

שרייבער » זונטאג אקטאבער 6, 2013 9:34 pm

· #154507
ערשטענס מען האט קיינעם נישט געווארפן
די וואס מען האט ארויסגעשטעלט פון שיעור ג' האט מען געשיקט צו שיעור ד', נאר וואס, די בחורים האבן מורא אז אין שיעור ד' פאלט אביסל זייער קוואליטי ווערט ווייל ס'הייסט שוין א גבוה בחור, ווען באמת אויב מען איז וואויל מאכט עס נישט צופיל אויס, איך קען כמה וכמה שיעור ד' בחורים וואס האבן געטון גאר פיינע שידוכים, זייער עלטערן זיך האט גארנישט געהאט מיט זייער התנהגות, נאר ווי געזאגט אז ס'איז דא פוטער אויפן קאפ האט מען א סיבה פארוואס מורא צו האבן.
איז נאכאמאל 30 בחורים האט מען געשיקט צו שיעור ד', די איבריגע 75 בלייבן יא מיט די יונגערע בחורים.

נאכאמאל איך נעם נישט קיין שטעלונג (חוץ וואס איך האב געשריבן מיין אייגענע מיינונג איבער שיעור ד' בחורים) איבער די גאנצע נושא, איך האב נאר געשריבן מציאות הדברים

מ. גליקמאן » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 12:08 am

· #154540
מען האט זיי פשוט ארויפגעשטעלט אין שיעור ד׳, און שיעור ד׳ האט פשוט היינט געמאלדן אז זיי זענען אפיציעל פארמאכט (אוודאי נאר א געים) ווייל זיי ווילן נישט נעמען די בחורים. אט דאס הייסט טאקע נישט געווארפן..

שרייבער » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 8:17 am

· #154587
שיעור ד' איז נישט פארמאכט, דער מנהל האט ריזיינט, און ס'איז דא א צווייטער במקומו, וואס ס'גייט במציאות זיין צו דער אלטער וועט צוריקקומען ווייס איך נישט אבער במציאות איז עס נישט פארמאכט

גאנצל » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 11:22 am

· #154652
גאנצל
איש צדיק תמים
עס קלינגט מיר נאך און די אויערן ווען מיין קאזין אן ארויני האט זיך געזעצט קעגן איבער מיר און אפגעמאכט אז ער גייט מיר שטעלן אויפן פלאץ איבער די נושה פון די קווינס ישיבה אז זיי מאכן נישט קיין כתה פאר שיעור ד׳, וואס א פעך און שוועבל ער האט דאן געגאסן אויף ר׳ זלמן לייב, ״די פארקויף מיר נישט קיין מעשיות אז דא רעדט מען פון נפתלי בלומענפעלד איך קוק אויף איין זאך, מי בראש! אונטער וועמעס נאמען שטייט בנישאות אויפן לעדערהעד פון די ישיבה, דער זלמן לייב האט נישט קיין הארץ ער איז א קאלטבליטיגער יונג דער נועם המידות, שטייען טאטעס און וויינען אויף זייערע בחורים וואס עלטערן זיך נעבעך און דער זלמן לייב שטייט און לאכט פון זיי, פארקויף מיר נישט קיין נפתלי בלומענפעלד, ווען עס שטינקט שטינקט עס פון אויבן.... און דער האט צוזאם געשאלטן אזוי צוויי שעה....

איך וויל אים טרעפן און פרעגן נא ווי שטיקט עס יעצט????
פארקויפטס מיר נישט קיין יענקי סופר׳ס אדער פישערס ווען עס שטיקט שטיקט עס פון קאפ, דער ר׳ אהרן וואס האט לאנגע יארן געניצט די בחורים פון שיעור ד׳ אלס זיין פריוואטע ריפאבליקאנער געווארדיע, ער האט זיי געלערנט שטעכן רעדער, שיסן פענסטערס, ווארפן פאשקעווילן, אונטערצינדן פייערס, האקן בראקען שלאגן שרייען חוזק מאכן איבערדרייען, טאטעס האבן געשיקט זייערע בחורים לערנען תורה און דער געהויבענער ראש ישיבה האט זיי געניצט אויף צו שלאגען און פראסקענען, און ווען זיין אייגענע הנהלה אדער די טאטעס פון זיינע בחורים האבן זיך געבעטן אז ער זאל נישט ניצן זייערע אייגענע בחורים אלס שלעגערס, אז ער זאל נישט פארוואדלען זיין ישיבה און די בלעק פענטער פארטיי האט ער זיי מיט א גלייכגילטיקייט געלאכט און פנים אריין...

יעצט האט ער זיך געטוישט די מיינד, זיין ברודער איז פעסט מצליח מיט זיין ישיבה, ער האט צוויי מאל אזויפיל בחורים, האט ער זיך גענומען זינגען די כמות איכות ניגן, מיר דארפן נישט זיין גרויס בכמות מיר זוכן נישט צו זיין די גרעסטע מיר זיכן צו זיין די בעסטע! אבער ער קען טאקע וועלן נעמען זיינע בחורים און זיי בראבירן פארוואנדלען און מענטשען, אבער די בחורים לאכן פון אים, נעכטן האסטו אינז געשיקט שרייען און שלאגען ווי חיות היינט ווילסטו איז זאל מער לערנען! נוי וועי די קענסט נישט פון אונז מאכן קיין פורים, האט דער ״צדיק״ אפגעמאכט אז עס גייט נישט מיט גוטן וועט עס גיין מיט שלעכטן און דער וואס האט געמאכט אז א גרויס חלק פון די בחורים זאלן זיך מאכן אזא שם טוב אז געוויסע מענטשען וואס האבן גארנישט קעגן די ארוינים ווילן אבער נישט הערן קיין שידוך פון א קרית יואלער בחור, דער זאלבער וואס האט געניצט די אומשילדיגע בחורים ווי זיינע פריוואטע פערדעלעך דער זעלבער וויל זיי מיט א גלייכגילטיגן רשעות ארויסווארפן אופן גאס....





לאמיר צריקומען צו מיין קאזינס סטעימענט, ווען עס שטונקט שטונקט עס פון קאפ, חיים שלמה פישער און יענקי סופר ארבייטן אויפן דירעקטן חשבון פון דעם ענקער גערופענער הגה״ק, גארנישט ווערט נישט געטאן און זיין דירעקטן באפעל (עטס שרייטס דאך שוין יארן אז ענקער רבי איז א לידער ניין?) און ער לאכט פון די פארוויטאגטע טאטעס בחורים און מאמעס און די פויסטן...

יעצט גייטס ווייטער וויפערדעלעך און קלאטשסט הכל יודך אויף דעם בשר ודם....


שוואכע וויקטארי די בחורים גייען נישט בלייבן אויפ'ן גאס

די גאנצע זאך איז נאר א דורכאנג מ'דארף זעהן צו שטעלן אפאר בחורים אויפ'ן פלאץ זיי זאלן אנהייבן פאלגן וואס מ'הייסט זיי און פארטיג


נא וואס האב איך אייך געזאגט ב"ה אלעס מסודר והכל על מקומו יבא בשלום יחי המלך ר' אהרן יחי

אמת ויציב » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 2:29 pm

· #154693
אויפן אייגענעם רבין
BV71_QiCMAES1IU.jpg

סאשי פיש » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 11:58 pm

· #154804
יעצט אויפען וועג קיין לאנדאן!!
image.jpg

איש צדיק תמים » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 9:06 am

· #154854
עס איז דקרו רבם, נןשט רבם דקרו, אלעס קומט פון אויבן יענקי איז נאר א סאלדאט.

גאלד » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 3:33 pm

· #154976
איך האב גאר ווייניג ידיעות איבער די קרית יואל'ער ישיבה,

אבער וואסי איז טאקע פשט פון מאכן א ונתח אותה לנתחים מיט די ישיבה? איז עס צוליב "קאנטראל"?

מיין הצעה: שטעל עס צוריק צו איין ישיבה, און הייער מער סטעף צו זיך אפגעבן בלויז מיט די שווערע קעיסעס, און זאלן די עלטערן באצאלן מער אויב זיי האבן א קעיס בחור, אויך זאל מען נאר צישטעלן דארמעטארי פאר בחורים וואס ביהעיוון, דאס האלטן א בחור 24-7 דאס איז דער שורש פון די פראבלעם,

כאילו איינער הערט מיך אפי' אויס, זאל זיין נאך א תגובה אין קאווע שטיבל

רוזעוולט » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 5:03 pm

· #155015
לויט וויאזוי איך הער רעדט מען נישט פון קיין "ספעשיל קעיסעס" מ'רעדט פון א גאנצע עידזש פון בערך 50 בחורים וואס זענען נאך אלץ אויפן גאס.

גאלד » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 5:13 pm

· #155017
הייסט מ'רעדט דא פון 50 הלל'ס וואס הונגערן צו לערנען תורה אין מ'לאזט זיי פשוט נישט, אפשר זאלן זיי זיך ציקלעבן צו די שויבן,

היסטאריקער » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 5:31 pm

· #155023
According to my information, all the bucherim are B"h back in yeshiva on barditshiv, it was meetings and arguments what to do, at the end the decision was to leave them there

Some outside people took advantage of it by throwing stones etc. But basically it was blown up out of KJ, ask anyone in KJ, was not even the talk there

Anyway B"H its over

דעת תורה » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 2:17 pm

· #155270
אוודאי איז דאס געווען דער געשפרעך אין מאנרא פונקט אזוי. צוריק איז צוריק, זייער גוט, כ'מיין ס'דאס ערשטע מאל וואס יאנקי סופר כאפט א געזונטן פליק און מוז צוריקציען.

סאשי פיש » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 2:19 pm

· #155271
שיעור ג" איז נאכנישט אפען!!
עס הייסט אז עס גייט זיך עפענען הערשט אין צוויי וואכען!!!!

ברעט גארדנער » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 11:26 pm

· #155706
מען גרינדעט א פרישע סניף...
עס איז אזוי קאמיש ציצוקוקען וויאזוי נאכדעם וואס יאנקי סופר האט זיך געבראכן אין ער גרינדעט א עקסטערע אפטיילונג פאר שיעור ג' האט ער די חוצפה צו שרייבן מיט א תמימות אין בלאט אז די ישיבה קויפט א פרישע בנין פאר הרחבת גבולי הקדושה...

אגב, די בנין איז גענצליך רוי און ארום 30 בחורים זענען נאך ליידער אויפן גאס.

ברעט גארדנער » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 2:37 pm

· #157473
די וואך ביי שאלעשידעס האט דער הייליגער מילקשעיקער ארומגערעדט בנוגע דע ווארפעריי פון עלטערע בחורים.

"עס איז שוין געווען בעבר וואס מ'האט ארויסגעווארפן עלטערע בחורים פון ישיבה'ס " האט רבינו שליט"א געזאגט אריינטייטשענדיג אין די וואכעדיגע סדרה מיט די פרשה פון ווארפן ישמעא-ל "ותרא שרה את בן הגר המיצרית מצחק, וואס איז דאס מצחק? איז רש"י מסביר: שלש עבירות חמורות ,שטעלן זיך די ראשונים וויאזוי קען זיין אז ישמעא-ל האט געטוהן די דריי הארבסטע עבירות צוזאמען? אין פראנט פין שרה?? נאך צו ווייזן יצחק'ן?
נאר וואס דען? ער האט אוודאי געוויזן זיין סמארט-פאון פאר יצחק און אין דעם איז דאך כלול די דריי הארבסטע עבירות, שפ"ד ביים וואטשען רציחות "ותראו את שיקוציהן ואת גלוליהן" פרשת קלעצקי יוכיח, עבו"ז מיט נמרוד'ס אפיקורסישע וועבזייטלעך רח"ל, גילו עריות ווי פארשטענדליך, האט זי דע משגיח'טע נישט געוואלט אזא איינעם האבן צוזאמען מיט די אינגערע בחורים יצחק וכו' האט אברהם נישט געוואלט, "ורוח הקודש אומרת: כל אשר תאמר אליך שרה שמע בקולה" האט ער געמוזט אפי' ער האט גע'טענה'ט אז עס איז גע'פילטערט און דאס האט אים ווייגעטוהן "שיצא לתרבות רעה" ביז דאן האט ער נישט געגלייבט אז עס איז נישט כשר ... האט אים דע מלאך געזאגט, אַההההה "כל אשר תאמר אליך שרה שמע" אַההההה

איבער דעים האט ער נישט מיטגעשיקט קיין גאלד און זילבער אַהההה, נאר ברויט און וואסער, ווייל מיט גאלד און זילבער קען מען אויסשיסן פענסטערס וואס דאס קען מכריע זיין צירוקצונעמען....

אבער ביי אינז אין מילקשעיק פארשטייט מען פארוואס ער האט נישט געשיקט קיין מילך, ווייל "מילך זאל זיך גיסן אבער ארדענונג זאל זיין... והבן

האט זיך אבער הגר נישט געלאזט "ותתע במדבר באר שבע " מדבר דאס מיינט מען די ישיבה'ס ווי די חזון איש זאגט, באר שבע נישט ווייט פון דע ארגינעלע ישיבה...

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:50 am

· #158086
קאווע טרינקער
ס'זעהט מיר גראדע אויס ווי א נושא וואס ס'כדאי צו וויסן. אבער כ'בין נישט באקאנט מיט די אינערליכע השתלשלות הדברים, ע"כ פארשטיי איך נישט קלאר וואס דא גייט פאר.
איין זאך יא, אז מ'ווארפט פאשקעווילין, און מ'שיסט פענסטער'ס, זעה איך שוין אז מ'רעדט פון בחורים וואס זענען יוצאי ישיבות סאטמאר, ולכן, מוז מען זיי האלטן אין סאטמאר ישיבה, ווייל זיי זענען א סכנה פאר בחורים אין אנדערע ישיבות.

מיט דעים ביניך מחולק מיט דיר. די אלע פאשקווילן דרוקערס און ווארפערס האבן נישט געזעהן די ישיבת סאטמאר פון אינווייניג. זיי זענען סתם ליידיגייערס וועלכע כאפן זיך ארויף אויף א יעדן וואגן אוואו ס'דא עקשן. ווי מ'קען שעלטן, ברעכן און שטעכן.

ברעט גארדנער » פרייטאג אקטאבער 25, 2013 1:13 pm

· #158618
ווארט חזק על הפרשה:
אליעזר הגיע לבתואל ואומר לו הנה שטר קנין של אברהם כדי שאוכל לקדש ליצחק בנו את רבקה בתך, שואל אותו בתואל, הלוא יש לו עוד בן רשע מרושע ישמעאל, אולי כשרבקה תגיע הביתה אברהם יקח אותה לישמעאל ח"ו?? עונה לו אליעזר , עבד אברהם אנוכי, אני הגבאי ואני מחליט!!!! וד״ל

אידיש קינד » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 9:29 pm

· #159174
יום ב' פרשת תולדות תשע"ג

וואס גייט דא פאר? וואס רודערט זיך שוין ווידער מיט די שיעור ג' בחורים פון מאנרא ישיבה? כ'האב געמיינט אז ס'איז שוין מסודר?

אט די קשיות פרעגן זיך אנשי שלומינו איינער דעם אנדערן מיט ווייטאג די לעצטע פאר טעג, אלזא לאמיר צולייגן די זאך אין קליין געלט:

ווי יעדער האט מיטגעהאלטן האט זיך די בין הזמנים געטוען טישן אין בענק איבער די שיעור ג' בחורים, יענקי סופר וואס דארף ווען צו פירן "נאר" די הנהלה גשמי פון די ישיבה, האט "אנערקענט" אז ער פארשטייט צו חינוך אויך, און האט זיך גענומען אריינרעדן אין די רחניות חלקים פון די ישיבה, אנגעהויבן האט זיך עס ווען ער האט עטליכע יאר צוריק ברוב פקחתו וטפשתו באשלאסן אז מ'דארף מאכן א "יחץ" יא פשוט כמשמעו צוטיילן די ישיבה אין דריי, או די בחורים פון 20 יאר און העכער (מתיבתא גבוה) זאל מען אראפשיקן פון בארדיטשוב בארג (איי וואו פונקטליך זאלן זיי גיין? וואס גייט עס מיר אהן זיי זענען זיך אליינס שולדיג אז דער באשעפער האט זיי נאכנישט צוגעשיקט זייער באשערטע...) און למעשה האבן די עלטערע בחורים ארום געוואנדערט מיט בזיונות און רדיפות פון איין פלאץ צום אנדערן און יעדער האט געטייטעלט אויף זיי "דאס זענען די עלטערע בחורים וואס מ'האט נישט אנגענומען אין ישיבה" ביז ס'דורך א יאר און אפאר מסירות נפש'דיגע אידן ר' אלימלך דייטש מיט ר' שמואל לייבוש וויינבערגער און נאך אפאר עסקנים האבן נישט געקענט צוקוקן די ווייטאג פון די בחורים און זייערע צובראכענע עלטערן, און זיי האבן אראפגעשטעלט א פיס אז לא זו הדרך דאס גייט נישט אזוי ווייטער אנגיין און האבן געפענט א געהעריג מסודר'דיגע ישיבה פאר די עלטערע בחורים "שיעור ד" וואס היינט צוטאגס זענען די בחורים העכסט צופרידן. קיינער זאל זיך נישט נער'ן אז יענקי סופר איז גערעכט געווען ווייל קוק אהן ווי צופרידן די בחורים פון שיעור ד' זענען היינט מיט זייער עקסטערע ישיבה, ניין נאכן אראפשיקן די בחורים מיט רציחה פון בארדיטשוב בארג (באגלייט מיט פובליק סעיפטי און סטעיט פאליס...) האט ער זיי געלאזט הענגן און זיך נישט אומגעקוקט אויף זיי, נאר ווען נישט די טייערע מסירות נפש'דיגע אידן וואלטן די בחורים נאך אלץ געווען אויפן גאס.

דעמאלטס ווען ס'האט זיך אנגעהויבן די גאנצע רודערייען האבן מענטשן אויפן גאס געהויבן אויגן ברעמען וואס האט א בעל הבית וואס פארשטייט צו ביזנעס אריינצורעדן איו די רוחני חלק פון ישיבה? נישט געזארגט יענקי סופר האט געהייערט א 'רוחני סטעמפל' וואס רופט זיך עמרם כהן, פשוט מ'האט אויפגענומען א באצאלטע הנהלה רוחני אין שפיץ פון עמרם כהן וואס זיי גייען דן זיין די דיני נפשות, און גייען דורכפירן אלעס וואס יענקי סופר וויל, און יעדע מאל איינער רעדט צו יענקי סופר איבער די ישיבה זאגט ער ס'דא א הנהלה רוחני...

און לאמיר א בליק טוען וואס איז למעשה געווארן מיט די ישיבה די לעצטע פאר יאר נאך דעם טיילונג. מיט ריזיגע גלאנציגע קידוש לבנה אותיות האבן זיי געשריבן אין די קונטרסים וואס מ'פארטיילט אין די בתי מדרשים צו פארטעמפן די מוחות אז "די יחץ איז געלונגען" אזוי גאר? לאמיר א בליק טאן צו ס'טאקע בעסער געווארן צו נישט.

יעצט נאך די "געלונגענע יחץ" איז דא ווייניגער טעלעפאנען אין ישיבה צו טריפעלט אזוי פיל?

יעצט נאך די "געלונגענע יחץ" איז דא מער ווי צוויי מנינים אין יעדע סניף ביים פארטאגס סדר? (איינער געדענקט נאך די בושות ווען רבינו שליט"א האט איין פארטאגס זיך צוריקערנדיג פון ארץ ישראל גראד פון עירפארט געגאנגען מאכן א בליץ באזוך אין די היכלי הישיבה?)

וויפיל בחורים זיצן היינט צוטאגס נאך די "געלונגענע יחץ" ביי די סוגיא שיעור פון רבינו שליט"א און וויפיל זענען אמאל געזיצן ביים רבין'ס שיעור?

איינער פון די עיקר סיבות וואס דעמאלטס האט מען אפגעמאכט אז מ'גייט דורכפירן דעם דורכגעפאלענעם יחץ איז געווען ווייל ס'איז פארגעקומען אסאך פייערס אין ישיבה, און די ישיבה'ס נאמען האט געשטינקען איבעראל. איז יעצט נאך די "געלונגענע יחץ" דא ווייניגער פייערס אדער דריי מאל אזוי פיל? (אדרבה פרעגט אייך נאך ביי די מצילי אש וואלונטירען)

די פאקט איז אז וויבאלד יעדע עידזש איז צוטיילט טרעפט זיך א שיעור ב' זמן מיט נאך 50-60 פארבליבן אין זיין עידזש (ווייל די איבריגע בחורים פון זיין עידזש זענען אפגעטיילט אינעם אנדערן סניף) א יעדע בחור האט זיך זיינע חברים מיט וועם ער קומט זיך אויס, און אויב פעלט פארצופאל אפאר בחורים פון די 50 בחורים קומט ער אהן אין ישיבה און ער טרעפט זיך אליין ווייל מיט די איבריגע בחורים האט ער נישט צו סך, גייט ער צוריק ארויס פון ביהמ"ד, איינער גייט ארבעטן און א צווייטער גייט סתם ליידיג, (ס'איז זייער שווער צו מסביר זיין די פאבלעם פאר איינער וואס איז נישט אין ישיבה אבער דאס איז די מציאות פרעגט אייך נאך ביי די מגידי שיעור) און די גאנצע פראבלעם איז נאר ווייל מ'איז צוטיילט און ס'דא ווייניג בחורים, ווען די גאנצע עידזש וואלט געווען צוזאמען וואלט א שיעור ב' באשטאנען פון 100 בחורים, (נישט פון 50 בחורים אין יעדע סניף עקסטער) ס'וואלט אייביג געווען גענוג בחורים מיט וועם צו גיין צום טיש, (דאס האט מען געקענט זעהן אז אפילו די ערשטע צוויי יאר נאך די צוטיילונג ווען שיעור ב' איז נאך געווען צוזאמען איז שיעור ב' געזיצן און געהאקט שטיקער, דער עולם איז געזיצן אין ישיבה, פרעגט אייך אליינס נאך ביי די מגידי שיעורים פון תש"ע-תשע"א) און די זעלבע איז בעצם אין די גאנצע ישיבה ווען ס'געווען איין גרויסע ישיבה איז כמעט קיינמאל נישט געווען אז די ביהמ"ד זאל זיין ליידיג אינמיטן טאג, ס'איז אייביג געווען א קול תורה פון א רבים, און היינט צוטאגס דארף איך שוין נישט אויספירן וויאזוי די בתי מדרשים אין ישיבה קוקן אויס... פאר א סיבה האט די רב שליט"א פון וויליאמסבורג זעהנדיג די חורבן, היי יאר פארלאנגט פון די הנהלה רוחני (לייען: יענקי סופר) אז מ'זאל נישט צוטיילן די עידזש פון זיינע בחורים פון צעירים אין וויליאמסבורג וואס זענען היי יאר ארויף אין ישיבה אין קרית יואל ווייל ער פילט ווי די אלע כוחות וואס ער האט אריינגעלייגט אין די בחורים אין צעירים גייט צוגרינד ווי נאר זיי קומען אהן אין שיעור ב', די רב שליט"א האט זיך געשלאגן מיט די ישיבה אבער אהן ערפאלג, ווער מיינט עטץ האט אויסגעפירט? אוודאי יענקי סופר, מ'האט אריינגעמישט חיים שלמה פישער און מ'האט פארדרייט דעם רבין מיט לגיונות און די רב האט בלית ברירה אויפגעגעבן און מ'האט מיט רשעות צוטיילט די עידזש.

איי פרעגט דאך יעדער איינער די וועלטס קשיא, "טא פארוואס שטעלט מען נישט צוריק צוזאם" די ענטפער איז די תאוה פון נצחון ביי דעם יענקי סופר וועגט איבער אלעם, אים גייט נישט אהן די מצב הישיבה זאל הימל און ערד צאמקראכן די ישיבה בלייבט צוטיילט ווייל ער קען נישט עסן קיין דורכפאל, אויף וועמענס חשבון? אויף די אומשולדיגע בחורים...

נחזור לענינינו די בין הזמנים האט יענקי סופר מיט זיין רוחני סטעמפל עמרם כהן צוזאמען מיט יענקל ווייס באשלאסן אז די בחורים פון שיעור ב' וואס דארפן אריינצוגיין אין שיעור ג' קענען נישט בלייבן אין ישיבה אויף בארדיטשוב מער, וואו זאלן זיי גיין? קיין שיעור ד'! די הנהלה גשמי פון שיעור ד' האט בשום אין אופן נישט מסכים געווען, קוים וואס זיי קענען דורכשטופן די בודזשעט פאר די 100 בחורים וואס זיי האבן יעצט (נאכדעם וואס יענקי סופר האט זיי בא'גנב'ט מיט די פראגרעמס פון די גאווערמענט, וואס דאס פארלאנגט א עקסטערע ארטיקל) גיט מען זיי צו נאך 50 בחורים אויפו קאפ? די הנהלה רוחני פון שיעור ד' האבן אוודאי נישט מסכים געווען ווייל די שיעור ד' איז אויסגעשטעלט פאר עלטערע בחורים און מ'קען נישט טוישן די מהלך הישיבה יעצט פאר פרישע 50 בחורים פון א יונגערע עידזש. די חברה האבן זיך געזעהן אין א ערנסטע דילעמא זענען זיי אריין צו רבינו שליט"א און מיט די הילף פונעם "משתב"ק" חיים שלמה פישער האט מען גענומען איינרעדן פארן רבי'ן די שעדליכקייט אויב די שיעור ג' בלייבט אין ישיבה אויף די בארדיטשוב בארג, אויך איז יענקל ווייס די מנהל פון סניף ברך משה אריבער געקומען צום רבין און מיט רשעות גענומען פארדרייען דעם רבין א קאפ אז דא רעדט זיך פון ממש עטליכע אויסווארפען און משחיתים וואס זיי באלאנגען נישט אויף בארדיטשוב בארג. די חשובע און איבערגעגעבענע מנהל פון שיעור ד' הרב ארי' דוב קארנבלי שליט"א האט מחליט געווען אז אויב האט ער נישט קיין ווארט וויאזוי צו פירן זיין אייגענע ישיבה דאן רעזיגנירט ער פון זיין פאסטן, אזוי קען ער נישט פירן קיין ישיבה, און אז ס'איז נישטא קיין מנהל איז נישטא קיין ישיבה, און ס'האט געהייסן אז שיעור ד' עפנט זיך נישט אויף די זמן. און די גאס האט גענומען רודערן און שטינקען ביזן הימל, די בחורים און טאטעס פון די שיעור ג' און שיעור ד' בחורים האבן גענומען פארפירן היתכן מיין זוהן האט נישט קיין ישיבה? דאן איז די הנהלה פון וויליאמסבורג אין שפיץ פון ר' אברהם בראך, ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש, ר' יצחק ראזענבערג מיט ר' מנחם גרשון לעבאוויטש אריינגעקומען אין פיקטשער, זיי האבן געזעהן ס'איז נישט קיין תכלית דא, די נאמען פון די קהלה ווערט באשמוצט איבער דער גארער וועלט, און זיי האבן אריבערגערופן יענקי סופר פאר א מיטונג און געלייגט דרוק אויף אים ער זאל אויפגעבן זיין רשעות'דיגע קאמפ צו ארויפשיקן די שיעור ג' בחורים קיין שיעור ד', בלית ברירה האט ער זיך אונטערגעבן און מ'האט מחליט געווען אז שיעור ד' קען זיך עפענען אהן די שיעור ג' בחורים. און דאס איז עס והעיר שושן צהלה ושמחה, די גאס האט זיך בארואיגט.

אבער שיעור ג' איז נאכאלץ געבליבן אויפן גאס, די רבי שליט"א האט זיך גענומען אינטערסירן וואס דא גייט פאר האבן די רשעים חיים שלמה פישער מיט יענקל ווייס גענומען איינרעדן פארן רבין נעעע מ'רעדט דא פון ממש געציילטע בחורים משחיתים, און דאן איז די רבי אפגעפלויגן קיין לאנדאן און די רבי האט פארלאנגט אז ווען ער קומט צוריק וויל ער זעהן די פאר בחורים מסודר (אזוי האט מען אים איינגערעדט אז מ'רעדט דא פון געציילטע בחורים ממש) אוו די גאס האט ווידער גענומען רידערן וואס טוט מען דא מיט די שיעור ג' בחורים? דא האט יענקי סופר אראפגעשטעלט זיין רשעות'דיגע פוס עד כאן, דאס גייט ער שוין נישט צולאזן, אזא דורכפאל קען ער שוין נישט פארנעמען, יעבר עלי מה שיעור ג' גייט בשום אין אופן צוריקגיין געהעריג אין ישיבה אויף בארדיטשוב בארג, די חברי הקהלה פון וויליאמסבורג זעהנדיג אז מ'קען מיט אים נישט גיין צום טיש האבן זיי באשלאסן אז מ'וועט עפענען א עקסטערע ישיבה פאר די שיעור ג' בחורים, יענקי סופר האט זיך צוגעכאפט דערצו אדרבה אבי נאר נישט אויף בארדיטשוב, מ'האט זיך צאמגעזעצט און מ'האט געמאלדן אז מ'נעמט אויף ר' אשר זעליג פאכטמאן שליט"א אלס מנהל פון שיעור ג' און אז מ'גייט אפקויפן א נייע בילדונג פאר שיעור ג' אבער קודם זאל זיך די גאס בארואיגן. מ'האט איינגעשפאנט די פי אר מאשין פון ישיבה און מיט פאמפע באריכטעט אין דער בלאט אז ס'עפנט זיך א נייע ברענטש פון ישיבה פאר שיעור ג' מ'האט שוין אפילו קורא שם געווען די ישיבה מיטן נאמען "סניף עצי חיים" וכך הוה ס'איז געווארן ששון "שיעור ג' איז שוין מסודר". למעשה איז דורך א וואך און די בחורים זענען נאכאלץ געווען אויפן גאס און גארנישט האט זיך גערירט אבער דער עיקר איז אז די גאס מיינט אז ס'איז שוין מסודר. ס'דורך נאך א וואך, מ'האט שוין געהאלטן צוויי וואכן אריין אין זמן די טאטעס האבן גענומען פארפירן וואס גייט דא זיין ווילאנג גייט מיין בחור זיצן אינדערהיים? די הנהלת הישיבה נישט האבענדיג קיין ברירה האבן זיי זונטאג חי' שרה געמאלדן אז מארגן מאנטאג עפנט מען די ישיבה אין ביהמ"ד הגדול אויבן אין די "חדר קילא" שטיבל ביז ווילאנג מ'וועט טרעפן א בעסערע פלאץ ווי מ'זאל קענען פלאצירן די בחורים אויף צייטווייליג פאר די קומענדיגע פאר חדשים, ביז ווען מ'וועט זיך קענען אריינצוען אין די נייע בילדונג, די בחורים זענען געווען זייער אנטוישט אבער נישט האבענדיג קיין ברירה און בעסער ווי בלייבן אויפן גאס זענען זיי געגאנגען דעם נעקסטן טאג אין ביהמ"ד אין חדר קילא שטיבל, און די בחורים פון וויליאמסבורג און בארא פארק אנשטאט צו האבן א דארמיטארי האבן זיך געדארפט ארויסשלעפן קיין קרית יואל מיט א ווען און צוריק אהיים יעדן טאג, וואסערע פנים די ישיבה האט געהאט דארף מען אפילו נישט ארויסברענגען. אבער מיט גרויס עקסטאז האט די הנהלה געמאלדן דאנערשטאג אז דעם זונטאג ציהט מען זיך אריבער צו ביהמ"ד ברך משה אויף קאזניץ רד.

פונקט פאריגע וואך דאנערשטאג האט זיך געמאכט אז יענקי סופר איז געווארן פארנומען מיט די שידוך פון זיין זוהן, האבן עטליכע טאטעס אויסגענוצט די געלעגענהייט און אריין געלאפן צום רבין און געוויינט אז זייערע בחורים וואס באלאנגען געהעריג אין ישיבה שמאכטן ערגעץ אין א "חדר קילא" רבינו שליט"א האט מיט וואונדער געפרעגט "די בחורים זענען נאכאלץ נישט געהעריג מסודר? מ'האט דאך מיר געזאגט אז אלעס איז שוין מסודר?" די טאטעס האבן מסביר געווען אז מ'רעדט נישט דא פון קיין 10-15 בחורים משחיתים, מ'רעדט דא פון 50 נארמאלע וואוילע בחורים וואס האבן נישט קיין ישיבה, די רבי האט גענומען פארפירן היתכן מ'האט אים פארפירט מיט לגיונות און שקר און צוגעזאגט פאר די טאטעס אז ער וועט זיך אריינלייגן דערין, די נעקסטע טאג פרייטאג האט די רבי שליט"א געלאזט רופן איינע פון די מנהלים הרב דוד שלמה עקשטיין שליט"א און געפרעגט וואס גייט דא טאקע פאר, וואס איז די מעשה מיט די בחורים? האט ר' דוד שלמה גענומען פארציילן אז מ'רעדט דא נישט פון קיין בחורים אויסוואורפען און משחיתים מ'רעדט דא פשוט פון געהעריגע נארמאלע בחורים וואס זייער איינציגסטע שולד איז אז זייער באשערטע איז נאך נישט אנגעקומען, אויפן פראגע פונעם רבין אז ער האכ געהערט פון יענקל ווייס און יענקי סופר אז די אלע בחורים האבן סעלפאנס האט ר' דוד שלמה זיך ציוויינט און מסביר געווען אז קודם כל אז רובא דרובא פון די שיעור ג' בחורים האבן ניטאמאל קיין סעלפאונס און די פאר וואס האבן יא איז עס געקומען אלס רעזולטאט פון דעם וואס די עידזש איז צוטיילט און די בחורים האבן נעבעך נישט געהאט קיין סיפוק ערגעץ אנדערש, אבער די עידזש איז אין שיעור א' געווען לשם ולתפארת און אז מ'פארדרייט דעם רבי'ן א קאפ מיט פאלטשע בולבולים, נאכדעם וואס די רבי שליט"א האט גענדיגט מיט ר' דוד שלמה איז די רבי געווארן זייער צוטראגן און פארפירט אז פארוואס האט מען אים אויסגעפאפט דא, די רבי האט עס נישט אויסגעהאלטן און אריבער גערופן יענקל ווייס און געמאכט קולות וברקים אויף אים פארוואס ער האט אים געפיטערט די לעצטע פאר וואכן מיט שקר. ווי די נאמני בית רבינו געבן איבער איז די רבי געווארן זייער שוואך פרייטאג און מ'האט דעם רבי'ן כמעט אריינגעפירט אין שפיטאל.

הקיצור, מוצאי שבת האבן עטליכע טאטעס זיך צוגעכאפט דערצו אז עפעס א פתח פון האפענונג איז נאך דא יעצט אז די רבי האט אויסגעפונען די אמת און האבן גענומען פארפירן אז ניין זיי גייען נישט צוריק לאזן זייערע בחורים קיין ביהמ"ד ברך משה און קיין איין בחור גייט נישט זונטאג צו די ביהמ"ד ברך משה אינמיטן שטאט, נאר זייער פלאץ איז אויף בארדיטשוב בארג ווי אלע אנדערע בחורים, די בחורים זענען נישט קיין "חדר קילא בחורים" (ס'איז ליידער נישט קיין ווערטל, א איד דערציילט אז ער האט א טאכטער אין די יארן און פאריגע וואך רופט אים דער שדכן אן אז ער וויל אים אנטראגן א "חדר קילא בחור"...) די בחורים זענען געהעריגע ערליכע בחורים וואס פשוט אויף זיי איז אנגעשריבן צו ווארטן אביסל לענגער אויף זייער באשערטע... אבער דער רשע מרושע יענקי סופר האט געזאגט אז באהאק און באקראק די בחורים קומען נישט ארויף אין ישיבה, די וויליאמסבורגע הנהלה האט זיך אריינגעלייגט דערין און אים מסביר געווען אז לא זו הדרך, גענוג איז גענוג, גענוג בלוט האבן די בחורים געשפיגן די לעצטע פאר וואכן, ס'איז צייט אראפצולייגן דאס געווער, בלית ברירה האט ער זיך אביסל אונטערגעגעבן און די חברי הקהלה פון וויליאמסבורג האבן נאך א לענגערע מיטונג זונטאג נאכט מיט די טאטעס געזאגט אז ביז א וואך ארום האפט מען צו מסדר זיין א פלאץ אויף בארדיטשוב בארג פאר די שיעור ג' בחורים, אבער ביזדערווייל זאלן די בחורים גיין צו ביהמ"ד ברך משה און דארט זיין מיט די מנהל ר' אשר זעליג פאכטמאן, אבער די בחורים האבן זיך אנטזאגט צוריקצוגיין מיטן טענה אז יענקי סופר וכת דיליה קענען דא אריינכאפן דעם רבי'ן אין א פאסטקע און ווי נאר מ'טרעט איבער די שוועל פון ביהמ"ד ברך משה וועלן די רשעים יענקי סופר מיט חיים שלמה פישער נאכאמאל פארדרייען דעם רבין א קאפ אז די בחורים זענען שוין מסודר און זיי פארפירן אהן קיין שום סיבה און אויפן גאס וועט מען גיין שרייען אז אלעס איז אקעי אז די בחורים זענען געהעריג מסודר אין ביהמ"ד ברך משה. אלזא היינט מאנטאג האבן די בחורים מיט די טאטעס פארלאנגט אז ביז ווילאנג ס'קומט נישט קיין צוזאג פון יענקי סופר אז די בחורים קענען געהעריג ארויפגיין אויף בארדיטשוב בארג מיט זייער מנהל ר' אשר זעליג פאכטמאן גייען די בחורים נישט אין ערגעץ, וואס יא איז אז אויב גיט ער דעם צוזאג זענען די בחורים מסכים צו גיין אין ביהמ"ד ברך משה פאר א וואך אזוי לאנג ווי ס'דויערט איינצורישן א געהעריג פלאץ פאר די בחורים אויף בארדיטשוב.

פארשטייט זיך אז די הנהלת הישיבה האט נישט איינגערוהט און כדי צו פארמישן די מוחות גענומען טערארעזירן מיט רשעות די בחורים און אנגערופן די טאטעס אינדערהיים מיט שקר אז אלע בחורים זענען אין ביהמ"ד ברך משה געהעריג און נאר זייער בחור איז נישט דארטן, און אז זייערע בחורים האבן סעלפאונס וכדומה...

בקיצור, דא האלט עס ביזדערווייל "שיעור ג' האט נישט קיין ישיבה"
מ'האפט נאר אז יענקי סופר וועט זיך ווי שנעלער אונטערגעבן צו די דרוק פון די טאטעס און די חברי הקהלה. מ'האף מיר און דער אייבערשטער זאל אוודאי העלפן אז מ'זאל מיר ניצול ווערן פון די רציחה'שע נעגל פון די רשעים און שיעור ג' זאל צוריקגעשטעלט ווערן על מכונו אויף בארדיטשוב און בקרוב זאל די גאנצע ישיבה ווערן צוריק פאראייניגט אלס איין גרויסע ישיבה אונטער די נשיאות פון די ראש ישיבה כ"ק רבינו שליט"א.

און יעצט איז די צייט אז אנשי שלומינו זאלן איינזעהן וואס דא גייט פאר, ווי די אנשי דלא מעלי פארפירט אונזער רועה נאמן כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א מיט שקר לויט זייער אייגענע אינטערעסן און ס'איז שוין העכסט צייט צו זאגן פאר די רשעים חיים שלמה פישער און יענקי סופר, הרף!!! הערטס אויף צו מאכן א איבערשפיל וואס האט פאסירט אויף דער עלטער צו כ"ק רבינו בעל ברך משה זצ"ל.

נאר,,פרייליך » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 10:36 am

· #159314
ס'ניש קיין נייעס ליידער,
פילע זאכען און ענינים בדומה לזה שפילען זיך אפ גענוי דאס זעלבע ס'נאר ניש דא די פארוווייטאגטע בחורים און עלטערן וואס זאלען מאכען א געשריי

לעמיל » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 10:53 am

· #159321
איך בין נייגעריג ווילאנג עס וועט נאך נעמען און ר' מענדיל וועט אונהייבען זאגען אז זיין טאטע ווייסט שוין נישט וואס טוט זיך מיט זיך....

signout » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 11:39 am

· #159333
מיר איז אינטערסאנט, דער יענקי סופר איז דאך אזא מין שגץ וואס האט ער דערפון? ער זיכט סתם מען זאל אים נאכשרייען? פארואס גלייבט קיינער נישט די ''150'' בחורים וואס דארפן צו זיין נעבעך אויף די גאס? פארוואס איז די וויליאמסבורגע הנהלה שטוהל זייט די מיטינג? זיי זעהן נישט אז די ישיבה איז ליידיג? פארוואס נעמט נישט יענקי סופר א שרייבער וואס זאל אים ריינוואשען? האט מען מהר''א אריינגעפירט אין שפיטול צו סוף? בחור'ל זיסער זעץ דיך לערנען איך מיין אז ביי אייך אין קווינס טאר מען עמטליך אויך נישט האבען קיין סעלפאוןס א שאד צו עפענען יעדן טאג נייע ניקס, זייטס נישט משוגע איך ווייס נישט וואסערע צדיק יענקי סופר איז אבער דער שרייבער מיטשעט זיך מיט אזא לאנגע ארטיקעל וואס האט מיך מער געשטופט קעגן זיין אגענדע,

כתר מלכות » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 2:28 pm

· #159398
מיר זעהט גראדע אויס ווי דאס האט געשריבען א אינסייעדער (איך מיין א אינסיידער וואס איז דערווייל אוטסייד פון די ישיבה). אבער איך פארשטיי פארוואס דו ווילסט עס דווקא ארויפשמירען אויף קווינס. איי פיל יאר פעין. און איך וועל דיר זאגען דעם אמת, איך שוין ענק באמת. סארא נארישע שטינק, ממ"נ שטינקט דאס, ווייסט מהר"א פון דעם, איז ער דאך די זעלבע חיה ווי יענקי ס. ווייסט ער נישט, זו קשה מן הראשונה, קען מען אים שוין איינרעדן און ארם פירען. בקיצור סאיז א עקלדיגע עסק,.

גאנצל » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 3:12 pm

· #159420
זאג נאר וואס ווייסט מהרז"ל פון די גראבינגען אין א"י צו זאגן 'ר ווייסט אז לייזער פירט אן די אלע גראבונגען? פארוואס האט אים אנגעכאפט א נשתקקת פלוצלונג און מיט זיין געלונגענע קונסט שטינק רעדט ער נאך איין דעם גאב"ד אז ער שטייט בראש המערכה דאס אפצושטעלן

פיינע קאווע » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 3:13 pm

· #159423
לעמיל. מען ברויך נישט ווארטען. עס טוט זיך א גרויס קריגעריי צווישען ר' מענדל און זיין פאטער. זיי רייסען זיך ביי די קעפ. א ווינדער דו ווייסט נישט דערפון.

מיסטער מענטש » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 3:28 pm

· #159441
זיכער אזוי

האסט נישט געהערט אז היי יאר שמחת תורה

איז ר' מענדל אנטלאפן קיין בארא פארק ?

koidesh » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 3:03 pm

· #159719
kj yeshiva
breaking: yitzchuk rosenberg with avrum brach and the hanhulas hakhila are opening a new yshiva
בלאט: 1 2