☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מרן הראב"ד ירושלים שליט"א זאגט זיך אפ פון די עדה החרדית

מרן הראב"ד ירושלים שליט"א זאגט זיך אפ פון די עדה החרדית

283 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5883
בלאט: 1 2 3 4 5 6

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 10:58 am

· #183479
מרן הראב"ד ירושלים שליט"א זאגט זיך אפ פון די עדה החרדית
רעידת האדמה שפקדה את העדה החרדית, עם הודעתו של ראב"ד העדה החרדית הגר"מ שטרנבוך, על התפטרותו, בעקבות השתתפות הגאב"ד הגרי"ט ווייס בעצרת המחאה , נגד החפירות במתחם גולובנציץ, ממשיכה להפיק רעידות משנה.

הבוקר, קיבלו עשרות אנשים, שהיו אמורים להתדיין , בפני מושב הבד"ץ המתקיים אחר הצהריים, הודעה כי הדיונים בטלים וכי יקבע להם מועד אחר לישיבת הבד"ץ.

הסיבה: ראש ההרכב של יום חמישי, הוא הגר"מ שטרנבוך, יחד עם חברי הבד"ץ הגר"נ פרנקל והגרי"מ יורוביץ. הרבנים פרנקל ויורוביץ הודיעו, כי אם ראש ההרכב איננו, הרי שאין טעם שהם יגיעו בגפם, שכן כידוע, חייבים הרכב של שלשה דיינים בכל דיון, ולא נמצא הדיין שיאות להכנס לנעליו של הראב"ד ביום סוער כזה.

מיד כשנודע כי הגר"מ שטרנבוך, עומד לעזוב את העדה החרדית ולהתפטר ממשרתו כראב"ד, הבינו בהנהלת העדה החרדית לאיזה מצוקה ותסבוכת קשה הם נקלעו כעת.

אמש הגיע האדמו"ר מדושינסקיא אל ביתו הראב"ד שליט"א והפציר בו, כי ימשוך את התפטרותו ולא יעזוב את הבד"ץ. האדמו"ר הדגיש, כי מתינותו של הראב"ד הלא מן המפורסמות היא ונוכחותו חיונית כעת במיוחד, שכן ישנו חשש כבד לגורלה של העדה עם נטישתו, שעלולה ליצור אנדרלמוסיה רבה.

גם חברי הבד"צ הגר"נ פרנקל והגרי"מ יורוביץ, שטחו את בקשתם בפני הראב"ד, תוך שהם מקלסים את רום מעלתו ואת כח השפעתו הרבה. לדברי גורמים בעדה החרדית, הם הוסיפו, כי במידה ויתפטר, הם אינם רואים כיצד יוכלו להמשיך את דרכם בעדה החרדית.

בנוסף, משלחות רבות מכל חוגי הקהילות בעדה החרדית פקדו החל מהבוקר את מעונו של הראב"ד שליט"א בבקשה שלא יישם את איומו ולא יניח לסיקריקים למשול בעדה החרדית ולהשפיע עליה, צעד שעלול לגרום לחורבנה.

למרות כל הלחצים הכבדים שהופעלו על הראב"ד, הוא נותר איתן בדעתו ואינו מוכן לסגת מההתפטרות.

פישלע העררינג » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 11:06 am

· #183484


"...כמו אחד, שמו שטערנבוך, שמעתם עליו? זה השטערנבוך הזה חיבר ספר נגד אלה שהולכות עם מטפחת ... איזה שוטה! איזה בהמה! ... זה בן אדם לא נורמאלי! פעם אחד דיברו עם הרב שך עליו, תראה מה שהוא כותב, הוא אמר 'מה איכפת לך זה משוגע'נער זה'..."

נ.ב. איך ווייס נישט וואס די מדובר איז אין דער גאנצע פאליטיק, אבער עס איז מן הענין דאס צו לייגן, לייג איך עס.

outspoken » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 11:10 am

· #183487
לדעתי,לדעתי, איז די פראבלעם אז די עדה האט נישט געהאט קיין INHOUSE השגחה אויף גראבען מ'האט זיך פארלאזט און טערארזירט געווארען פון ר' דוד שמידל וקאמפאני, אז די עדה האט שכל מאכען זיי היינט א אייגענע וועד שע''י העדה, און מ'נעמט אייגענע משגחים, און מ'שיקט אתרה קדישה, אדמת קודש וכל הבריסקער קודש ווייטער.

סאו וואט » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 11:20 am

· #183490
איך וואלט אריין געשטעלט דער אשכול און א שמייכעל אפטיילונג..

יעצט איז דער עדה החזירת אן ברענטש פון ביד"ץ סאטמאר ראדני..

אודה ולא אבוש אז כ"ק אדמו"ר רבי בערל'ע רוקח שליט"א מקרית בעלזא האט געהאט גאר א ווייטע בליק.. א חכם הרואה את הנולד..

דידן נצח..

לדעתי זאל מען אויפנעמען דער וועלט בארימטע זשעני רבי יהושע גליק שליט"א ראב"ד ביד"ץ גבעת המורה ברוקלין נ"י אלס ראב"ד ירושלים
אויפ'ן פלאץ פון הראב"ד רבי משה שטערנבוך שליט"א, בריסק תחת בריסק..

קאווע טרינקער » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 11:40 am

· #183497
מיין נייע רבי, רבי משה שטערנבוך, יחי אדמו"ר יחי!!
לאור די התפטרות פון הרב שטערנבוך פון די עדה החרדית, איז ער געשטיגן אין מיינע אויגן עשר מעלות ארויף!
אויב טעראר קען באצווינגען "דעת תורה", וואס פעילט אויס א "בית דין" בכלל??
אויב הלכות ווערן השקפות, און השקפות קומען פון פאליטיק, ווער דארף אן "עדה" אויף-אנצוהייבן??

דער סטייפלער שרייבט קלאר אין "קריינא דאיגרתא", אז דער עדה-בית-דין איז נישט קיין שטאטישע בית דין, סך הכל א בית דין פון א געוויסע גרופע, און אז דער גרופע צופאלט, איז אויס בית דין!
צו וואס דארף מען בכלל א "עדה החרדית", היינט צו טאגס ווען כמעט יעדער האט שוין פארקויפט זיינע רעכטען (פון טינקען חלה אין דיפס; טוישען עונה פון ליל שבת צו מוצאי שבת; ווי און ווען צו דאווענען) פאר זיין אייגענע כ"ק מרן אדמו"ר בעל פעור שליט"א? ממה-נפשך, אויב איז דער פראטעסט א דורכפאל, שרייט די עדה אז די קול קורא צו דעם עצרת איז מזויף, זיי שטייען נישט אונטער דעם, אויב מאכט מען שוין יא א גרויסע עצרת, מוז מען דאך סיי ווי האבן די מיט ארבעט פון אנדערע "שיכטען און קרייזן"? טא וואס פעילט אויס דאס גאנצע געשעפט? אבי אויפצוהאלטן א גאנצע אפיס ווי ס'זיצען טעגליך די חברי וועד "נאמני עדה החרדית בארה"ב"?

אשריך רבינו משה שהתפטרת על דברי תורה!
משה שפיר קאמרת!
וזאת התורה אשר שם משה לפני בני ישראל!

העלא » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 12:07 pm

· #183505
אזויווי איך וויל נישט אריין גיין אינעם שארפן קללה פון "השומע זילותא דרבנן ושותק"
בין איך מוחה אויף די דדברי זלזול וואס איינר האט דא געשריבן אויף האי גאון קדישא הרה"ג ר' משה שטערנבוך שליט"א

פיינע קאווע » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 12:13 pm

· #183506
קליג האט ער געטון. ער איז פארנומען ביז איבערן קאפ מיט זיין ישיבה און אירע תלמידים. עדה החרדית האט היינט א פנים ביי כלל ישראל פונקט ווי דער ביד"ץ פון הגז"ל פילאף.

sefish » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 12:19 pm

· #183507
פיינע קאווע
קליג האט ער געטון. ער איז פארנומען ביז איבערן קאפ מיט זיין ישיבה און אירע תלמידים. עדה החרדית האט היינט א פנים ביי די ארונים פונקט ווי דער ביד"ץ פון הגז"ל פילאף.

הדד בן בדד » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 12:32 pm

· #183510
ביטע נישט אריינפירן דעם אשכול אין בעסקיסע אריין, מען קען באהאנדלען דעם ענין נארמאל אן אריינגיין אין זייטיגע עניינים.

ר' משה שטערנבוך שליט"א דארף נישט קיינעם'ס הסכמה (אפילו נישט הרב עובדי'ס) ער איז ב"ה מפורסם בכל העולם אלס גאון אדיר שוין זינט ער איז געווען א אינגערמאן, און אויב די מאכעאס אין די עדה החרדית האבן נישט קיין שכל דאס צו אפרישיעיטן דאן זענען זיי טאקע נישט ווערט צו עקזיסטירן.

עס טוט מיר זייער וויי צו זעהן וואס איז געווארן פון אזא הייליגע אינסטיטוציע שיסודתו בהררי קודש, אבער וואס איז.דען שייך צו זאגן, עס איז נישט די ערשטע אינסטיטוציע ביי כלל ישראל וואס איז פארקראכן פון אירע גרונד פרינציפן און דערמיט פארלוירן איר רעכט פאר עקזיסטענץ.

ממרום שלח אש » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 12:33 pm

· #183511
קאווע טרינקער
לאור די התפטרות פון הרב שטערנבוך פון די עדה החרדית, איז ער געשטיגן אין מיינע אויגן עשר מעלות ארויף!
אויב טעראר קען באצווינגען "דעת תורה", וואס פעילט אויס א "בית דין" בכלל??
אויב הלכות ווערן השקפות, און השקפות קומען פון פאליטיק, ווער דארף אן "עדה" אויף-אנצוהייבן??

דער סטייפלער שרייבט קלאר אין "קריינא דאיגרתא", אז דער עדה-בית-דין איז נישט קיין שטאטישע בית דין, סך הכל א בית דין פון א געוויסע גרופע, און אז דער גרופע צופאלט, איז אויס בית דין!
צו וואס דארף מען בכלל א "עדה החרדית", היינט צו טאגס ווען כמעט יעדער האט שוין פארקויפט זיינע רעכטען (פון טינקען חלה אין דיפס; טוישען עונה פון ליל שבת צו מוצאי שבת; ווי און ווען צו דאווענען) פאר זיין אייגענע כ"ק מרן אדמו"ר בעל פעור שליט"א? ממה-נפשך, אויב איז דער פראטעסט א דורכפאל, שרייט די עדה אז די קול קורא צו דעם עצרת איז מזויף, זיי שטייען נישט אונטער דעם, אויב מאכט מען שוין יא א גרויסע עצרת, מוז מען דאך סיי ווי האבן די מיט ארבעט פון אנדערע "שיכטען און קרייזן"? טא וואס פעילט אויס דאס גאנצע געשעפט? אבי אויפצוהאלטן א גאנצע אפיס ווי ס'זיצען טעגליך די חברי וועד "נאמני עדה החרדית בארה"ב"?

אשריך רבינו משה שהתפטרת על דברי תורה!
משה שפיר קאמרת!
וזאת התורה אשר שם משה לפני בני ישראל!


קומסט פאר ווי א בלאט שרייבער, לעכערליך צו נעמען איין געוויסע שריט אויפן שאך ברעטל פון א לאנג פארצויגענע שלאכט און אויפהייבן ביזן הימל ווי גלייך עס איז עפעס א גבורה אדער מסירת נפש.

ר משה שטערנבוך איז א שגענותדיגער אידל וואס האט יעצט איינמאל אראפגעביסן מער ווי ער קען אראפשלונגען האט ער גענומען דעם גרינגען וועג ארויס און קאפיטאלירט (אויב עס איז אמת). עס איז זיין רעכט, אבער אין כאן לא גדלות ולא מסי"נ.

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 12:36 pm

· #183512
ממרום, וואס ווילסטו פון א "האאסער"? (hater) רעדסט צום וואנט, אבער גוט געזאגט!



.

פיינע קאווע » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 12:43 pm

· #183513
אינגעלע איך ווייס נישט אין וועלכע וועלט די לעבסט. קריך ארויס פון דיין באקס.
ביי ארונים האט נאך די עדה א שטיקל פנים. ווייל רביה"ק איז געווען נשיא. אין די וועלט ווייסט מען ניטאמאל עס עקזעסטירט ווען נישט די הכשר הבד"ץ. און די הפגנות דא דארט.
זיי זענען פשוט נישט מעלה ומוריד. אלע פיינע ערליכע אידן אבער זענען קיינעם נישט מחייב.
ווער געדענקט נאך ווען יאקאב פלעגט קומען יעדעס יאר מאכן א געלט אקציע פאר די עדה און איבער געדרייט נאיארק. ווער געדענקט נאך די רעספעקט וואס יעדע חדר אינגעל האט געהאט פאר זיי. ר' משה ארי' זצ"ל האט געפירט טיש אין קליימער. זייער ווארט האט געשאקעלט א וועלט. היינט שטעלט זיך אויף א ליידיג גייער אין ראדני און רייסט ארינטער דער ראב"ד ברבים און שולדיג זענען די ארונים.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 12:43 pm

· #183514
ממרום שלח אש

קומסט פאר ווי א בלאט שרייבער, לעכערליך צו נעמען איין געוויסע שריט אויפן שאך ברעטל פון א לאנג פארצויגענע שלאכט און אויפהייבן ביזן הימל ווי גלייך עס איז עפעס א גבורה אדער מסירת נפש.

וואו קומט רב שאך דא אריין?

ווער רעדט פון מסירת נפש?
א קלוגע שריט.

יואליש » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 1:09 pm

· #183522
אן אינטערעסאנטע און היסטארישע אנטוויקלונג. בייאונז קומט נישט פאר קיין רעזעגנאציעס געווענליך, און זיכער נישט אויף רבנישע פאסטנס.

אלס א נ.ב מיז איך מוחה זיין on behalf פון מורי ורבי ר' משה מנחם טירנויער שליט"א. כ'האב געזעהן א ווידיאו ווי בפניו ניצט מען אזוינע היברעישע ווערטער ווי "מתפטר" און "אי הבנה". כ'בין זיכער אז פאר מורי ורבי האט געשטאכן אין הארץ הלמאי ביי די סמעטענע פון די קנאים קען מען נישט ניצן מאמע לשון ווי "זיך אפגעזאגט" אדער "געדאנקט" און "מיספארשטענדעניש".

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 1:14 pm

· #183526
יואליש, אזוי ווי עס גויאישט זיך אזוי אידישט זיך.

דער פויבסט, להבדיל אלף אלפי הבדלות, האט רעזיגנירט אין א כמעט פרעצענדלאזע שריט.

להבדיל בין חול לקודש, דער ראב"ד רעזיגנאציע איז אויך כמעט פרעצענדלאז

יואליש » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 1:20 pm

· #183529
משולם שטיינפעלד
יואליש, אזוי ווי עס גויאישט זיך אזוי אידישט זיך.

דער פויבסט, להבדיל אלף אלפי הבדלות, האט רעזיגנירט אין א כמעט פרעצענדלאזע שריט.

להבדיל בין חול לקודש, דער ראב"ד רעזיגנאציע איז אויך כמעט פרעצענדלאז


כ'בין נישט באקאנט אין די פאליטיקס (הגם כ'ווער באמבאדירט טעגליך מיט אימעילס בשייכות מיט די סומאטאכע, וואס אינטערעסירט מיך גאנץ ווינציג) אבער ס'שיינט מיר אז די מערכה קעגן דעם ראב"ד בשעת אין אמט און די עפענטליכע פאליטישע פרעשור אויף אים איז אויך פרעצעדנטלאז. חוצפי יסגי, ור"ע מצחק.

יואב » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 1:36 pm

· #183533
יואליש
משולם שטיינפעלד
יואליש, אזוי ווי עס גויאישט זיך אזוי אידישט זיך.

דער פויבסט, להבדיל אלף אלפי הבדלות, האט רעזיגנירט אין א כמעט פרעצענדלאזע שריט.

להבדיל בין חול לקודש, דער ראב"ד רעזיגנאציע איז אויך כמעט פרעצענדלאז


כ'בין נישט באקאנט אין די פאליטיקס (הגם כ'ווער באמבאדירט טעגליך מיט אימעילס בשייכות מיט די סומאטאכע, וואס אינטערעסירט מיך גאנץ ווינציג) אבער ס'שיינט מיר אז די מערכה קעגן דעם ראב"ד בשעת אין אמט און די עפענטליכע פאליטישע פרעשור אויף אים איז אויך פרעצעדנטלאז. חוצפי יסגי, ור"ע מצחק.

וויאזוי פלעגט מיין מאמע/מלמד זאגן: "פארוואס צו מיר קומען נישט אן די אימעילס"?

יואליש » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 1:39 pm

· #183536
ROFL

נאטרוליסט » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 1:45 pm

· #183537
אני כשלעמי האב גרויס הנאה דערפון. איך פריי זיך אז די עדה החרדית גייט ב"ה אונטער! זאלן עס די סיקריקים און משוגעים איבערנען קאמפליט און עס "שנעלער" פירן טיף טיף אין די אדמה!

אויב שטערנבוך איז דארט, שלאגט ער זיך מיט זיי, און האלט עס נאך אז עס זאל נישט אינגאנצן חרוב גיין., פלאגט אויס דעם רעספערעיטאר און DNR. לאז דעם חולה שטארבן א שנעלן טויט.

אויב דארף די עדה א ראב"ד עמוירזשענסי, איז רבי מנשה פילאף אוועילעבל.

יואליש » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 1:50 pm

· #183539
פארוואס ברויך די עדה אינטערגיין? וועם שטערן זיי?

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 1:50 pm

· #183540
עס איז ברעקינג ממש אומגלויבלאך ווען די פרשת בי''ש פאר איבער צוויי יאר צוריק איז אריין אין די דישעס האט מען נישט גע'חלומ'ט אויף אזוי בשורה ווען דער צרה לייט המתיר זאל דעסיידען אזא קלוגע מאוו.

מיין הספד אויף אים איז א עילוי כמותו לא מצינו דורי דורות,

א שאד נאר ער האט זיך ארומגענימען מיט אזעלכע מוחות גדולים ארום זיך, מאנכע צייגען אהן אז לאור וואס איינע פון די דריי תנאים וואס מען האט זיך מיט אים אויסגענימען אז די אייניקלאך זיינע זאלען נישט לערנען בחינוך עצמאי, אטע דאס האט אים נעבעך באגלייט צו אזא סיטואציע.

sefish » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 1:52 pm

· #183541
@יואליש. עדה האט אנערקענט נאך א סאטמארע רבי חוץ רא"ט, דאס עסט זיי אויף. זינט דאן דארף דער עדה אונטערגיין און שמידל - וואס איז גוט געווען פאר זיי 30 יאר - איז פלוצלינג א שיגעץ געווארן.

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 1:52 pm

· #183542
יואליש
פארוואס ברויך די עדה אינטערגיין? וועם שטערן זיי?

ווער ס'בקי אין די ברוינע ביכער ווייס שוין היינט אז פילע צוליב ירושה ווייטאג זענען אלעס מוכן אויפצולעזן, די עיקר ס'זאל זיין יתגדל ויתקדש שמי' ה'פארטיי
די ענדע פון אזעלכע לאזען זיך אויס געוויינליך ווי די איצטיגע סוטיאציע אהנ'ע מכנסיים נעבאך.

יואליש » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 1:53 pm

· #183543
sefish
@יואליש. עדה האט אנערקענט נאך א סאטמארע רבי חוץ רא"ט, דאס עסט זיי אויף. זינט דאן דארף דער עדה אונטערגיין און שמידל - וואס איז גוט געווען פאר זיי 30 יאר - איז פלוצלינג א שיגעץ געווארן.


וכן להיפך בזמן הברך משה. נישט געכאפט ס'האט מיט די סאטמארע צימעס. שולדיג.

sefish » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 1:54 pm

· #183544
זיכער האט עס!

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 1:55 pm

· #183545
ס'איז מענינא דיומא משה רבינו האט געוויזען פאר כלל ישראל
מיט אן עגל ווער ברויך אן עשרת הדיברות.

מ'הערט אז רבי משה זאגט פאר די מנחמים אהנע חפירות ווער ברויך א פאזיציע בכלל,

מי יתן והי' שעפטל און די חברייא זאלען אריבערגיין מיט עפעס א תנחומין צו די זאך בשם החברייא בבית ה'קאווע

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 2:04 pm

· #183550
אנאנים האסט פון אלעס ארום און ארום גערעדט אבער פון א פשוטער גביית עדות האסטו זיך פארהוילען

די מנחמים בבית האבל זאגען זייער קלאר אז דאס קלארע ארויסטריט בעדות כדת וכדין נגד דעתו האט אים צוגעטרעטן
2014213_438218885_gif.gif

sefish » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 2:05 pm

· #183551
וועם האט דער איד באשמוצט לעצטענס? ברענג א copy

מיסטער מענטש » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 2:09 pm

· #183553
נאר,,פרייליך
די מנחמים בבית האבל זאגען זייער קלאר אז דאס קלארע ארויסטריט בעדות כדת וכדין נגד דעתו האט אים צוגעטרעטן


😂 😂 😂 😂

איש עברי » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 2:14 pm

· #183558
שוין ווייטער זעהט מען אז וואס עס מאנגלט ביים יהדות החרדית און אלגעמיין [און אפשר אין די וועלט בכלל] מאנגעלט אויך ליידער ביי אונזערע חברים יושבי השטיבל.
די צויבער ווארט איז "פראפארציעס" אומט איינער און שרייט רבי משה שטרנבוך איז א גאון אדיר שלא קם כמותו מאז די טיטל גאון אדיר איז אויסגעטראפן געווארן, קומט דער אנדערער און שרייט אז ער איז בסך הכל א משוגענער און א וואנזיניגער עילוי.
איינער איז א שמח לאיד אז די עדה גייט אינדערערד, די צווייטער שרייט אז די עדה איז גאר בעסער ווייל מאיז פטור געווארן פון אזא לאסט ווי שטרנבוך.
אלזא דעתי הענייה
די עדה איז נישט יעצט חרוב געווארן, סאיז שוין די לעצטערע יאהרן א מינדערוויכטיגע ארגאניזאציע וואס חוץ א גוטע כשרות ביזנעס האט עס גארנישט צו פארקויפן, אמאהל האט זייער פראפאגאנדע בעסער געארבעט און דער עולם האט געקויפט די פראפאגאנדע פון רבותינו שרי התורה וכו' אבער אין די לעצטערע יאהרן איז די עדה בלויז מאסגעבנד פאר א קליינע ציבור פון בערך 1500 אידן וואס אין זייערע אויגן גלייב איך וועט עס ווייטער זיין די לשכת הגזית.
ווידער רבי משה שטרנבוך איז טאקע א גוט קעפל אבער קיינער זאל נישט פארגלייזן די אויגן און רעדן וועגן דעם גאון אדיר און איש אמת, ער איז היבשע צודרייטער און נישט ווייניגער קארופטירט ווי אנדערע רבנים אויב נישט מער, ער איז א איש מלחמה און א נוקם ונוטר, ער קען באשטיין צו לייגן אין דער ערד די בית דין וואס ער האט געהרג'ט מענטשן צו ווערן אנגענומען דארט אלס חבר הבי"ד, און האט געשטרעבט צו ווערן גאב"ד און ווען עס איז אים נישט געלונגען האט ער אפגעמאכט אז ער גייט פארביטערן דאס לעבן פון רבי טויביה'לע.
ווידער רבי טוביה איז כידוע א קליינקעפיגער היץ קאפ וואס פאסט באשלוסן אין רגעים באזירט אויף זיין גוסטע און ווער סשטייט ארום אים, ער צוזאמען מיט שטערנבוך איז א רעצעפט פאר חורבן און פארניכטונג, און א רחמנות איז נאר נעבעך אויף די וואס גלייבן אז די עדה האט נאך עפעס וואס צו פארקויפן

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 2:16 pm

· #183560
איך דארף א "דער איד" צו באשמיצן? ס'איז מער ווערד צו הערן די דברים וואס מ'האט געזאגט אין ראדני, נאך אדורך די אפיציעלע פארטיי דיינים, בנוכחתו פונעם אדמו"ר.

ווען דער בלאט באשמיצט (וואס גראדע איז עס נישט געשעהן) וואלסטו גערעכט געווען. אבער דא זענען די צד מהר"א שטאק שטיל, קיין מוק האט מען פון זיי נישט געהערט, אבער זיי זענען גאר שולדיג אינעם גאנצן צומישעניש...

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 2:19 pm

· #183561
טייל מנחמים טייטלען אויף דעם בריוותולדות אהרן משתתף.jpeg

אין בחדרי רעדט מען שוין פון נאך ווייטערע שפעקולאציעס

<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=64808">http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=64808</a>

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 2:21 pm

· #183563
יעדער הייסט גיין אבער קיינע פון די רבנים קומען נישט אן... היש לך שחוק גדול מזה?

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 2:26 pm

· #183569
דו גלייכסט צו ארונים אין קאווע צו אן אפיציעלע אסיפה מיטן פארטיי פירער בראש?

signout » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 2:30 pm

· #183573
[ציטאט אראפגענומען]

בקיצור ביי צד מהר''א פלעגט עס זיין אין בלאט אין היינט אין קאווע שטובל (דער בלאט האט שוין נישט געשריבן פין די סובזשעקט פאר יארען), אין ביי מהרז''ל איז עס ביי אסיפות אין שוהל בנוכחת די רבי

signout » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 2:33 pm

· #183575
אגב, אפי' ווען די בלאט פלעגט האקען איז עס ע''פ רוב געווען אויף מו''צ וואס האבען געהאקט אויף צד מהר''א, אבער ווען א דיין האט ג'פסקנט ביי איבער א זייטיגע קאנפליקט קעגן זייער רצון זענען זיי שטוהל געווען, משא''כ צד מהר''זל לדוגמא ר' אליקום שלעזינגער אין ר' משה שטערנבורך אא''וו

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 2:34 pm

· #183576
פיל מיט לצנות? ארויף דערמיט ביטע

נאטרוליסט » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 2:39 pm

· #183580
קיינער זאל נישט פאפן קיינעם!

תולדות אברהם יצחק רבי איז געוועו ביים בעלזער א חודש צוריק - טריפה...
נעכטן געווען אין דיקאר ביי די דזשאוק הפגנה - צוריק כשר!

תולדות אהרן רבי איז געווען דער אפגאט ביי די זאליס. מ"האט אויסגערופן מ'זאל גיין צו זיין טיש און מחזק זיין. אדווערטייזט נאר אין דער איד. - כשר!
יעצט איז ער נישט מיט די סיקריקים - טריפה!

די תלמידי רבינו'ס מאכן טאמבל סאוסעס יעדע 15 מינוט... און מען וואונדער זיך נאך פארוואס אלעס איז א דזשאוק!


ראשעקהל: וועק זיך אויף און סמעל די קאפי!

sefish » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 2:41 pm

· #183582
נאטרוליסט


תולדות אהרן רבי איז געווען דער אפגאט ביי די זאליס. מ"האט אויסגערופן מ'זאל גיין צו זיין טיש און מחזק זיין. אדווערטייזט נאר אין דער איד. - כשר!
יעצט איז ער נישט מיט די סיקריקים - טריפה!

טריפה? ווער זאגט? צימערמאן?

signout » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 2:47 pm

· #183585
sefish
נאטרוליסט


תולדות אהרן רבי איז געווען דער אפגאט ביי די זאליס. מ"האט אויסגערופן מ'זאל גיין צו זיין טיש און מחזק זיין. אדווערטייזט נאר אין דער איד. - כשר!
יעצט איז ער נישט מיט די סיקריקים - טריפה!

טריפה? ווער זאגט? צימערמאן?

די אסיפה אין אהל רחל האט אויך צימערמאן געמאכט?

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 2:51 pm

· #183587
ברייעקינג ניוס:
עס גרינדט זיך א בית דין מיטן נאמן "ביד"ץ של עדת החרדיים בירושלים" דער גאב"ד: הגר"מ שטרנבוך שליט"א. דער ראב"ד: הגר"ש אוירבך שליט"א. עטליכע חברי הביד"ץ של העדה החרדית קלערן פון זיך אפרייסן פון עדה החרדית און גיין צו עדת החרדיים.
אין צוגאב צום בי"ד גייט זיין א ועד ראשי ישיבה ורבנים (בדוגמת מועצגדה"ת און די נאמנים פון די עדה). די שמועה איז אז דער דושינסקיא רב גייט זיין נשיא פון דעם.
זיי גייען צושטעלן אלע פונקציעס פון בי"ד, הכשרים, דיני תורה, וכו'.
זיי גייען נישט נעמן א שטעלונג אוטומאטיק לגבי הלכות בחירות וקנאות. יעדע זאך דן זיין לכשעצמה (א תנאי פון הגר"ש אוירבך שליט"א).
גייט נישט האבן א נשיא הכבוד.

מער פרטים ווען זיי וועלן ווערן אווייליבל.

שרייבער » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 2:52 pm

· #183588
נאר,,פרייליך
עס איז ברעקינג ממש אומגלויבלאך ווען די פרשת בי''ש פאר איבער צוויי יאר צוריק איז אריין אין די דישעס האט מען נישט גע'חלומ'ט אויף אזוי בשורה ווען דער צרה לייט המתיר זאל דעסיידען אזא קלוגע מאוו.

מיין הספד אויף אים איז א עילוי כמותו לא מצינו דורי דורות,

א שאד נאר ער האט זיך ארומגענימען מיט אזעלכע מוחות גדולים ארום זיך, מאנכע צייגען אהן אז לאור וואס איינע פון די דריי תנאים וואס מען האט זיך מיט אים אויסגענימען אז די אייניקלאך זיינע זאלען נישט לערנען בחינוך עצמאי, אטע דאס האט אים נעבעך באגלייט צו אזא סיטואציע.


עס איז ברעקינג ממש אומגלויבלאך ווען ר' יצחק טובי' איז פאר איבער צען יאר צוריק אריין אין די עדה כדי ס'זאל נישט צופאלן האט מען נישט גע'חלומ'ט אויף אזוי בשורה אז ער גייט גאר זיין דער גורם דערפאר.


א שאד נאר ער האט זיך ארומגענימען מיט אזעלכע מוחות גדולים ארום זיך.

sefish » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 2:55 pm

· #183590
און אומגלויבליך אז די ארונים האבן דאס נישט פארגעזען און אזוי געשטיצט טאקע דעם ר' יצחק טובי וואס וועט צום סוף אינוטערברענגען די עדה.
וואס זאגט דאס אויף די ארונים? אז זייערע אויסוואלן זענען נישט די געלונגענסטע

נאטרוליסט » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 2:55 pm

· #183591
אין אוהל רחל איז געווען מיאוס'ע ליטעראטור קעגן אים, דער חכם זארגער האט גערעדט קעגן אים ברבים!

דיין קאמפאני פארלאנגט יעצט אז מ'זאל אים מאכן טריפה, פאלג די פארטיי און זיי שטאלץ. נישט לייקן.

נאטרוליסט » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 2:57 pm

· #183592
שרייבער
נאר,,פרייליך
עס איז ברעקינג ממש אומגלויבלאך ווען די פרשת בי''ש פאר איבער צוויי יאר צוריק איז אריין אין די דישעס האט מען נישט גע'חלומ'ט אויף אזוי בשורה ווען דער צרה לייט המתיר זאל דעסיידען אזא קלוגע מאוו.

מיין הספד אויף אים איז א עילוי כמותו לא מצינו דורי דורות,

א שאד נאר ער האט זיך ארומגענימען מיט אזעלכע מוחות גדולים ארום זיך, מאנכע צייגען אהן אז לאור וואס איינע פון די דריי תנאים וואס מען האט זיך מיט אים אויסגענימען אז די אייניקלאך זיינע זאלען נישט לערנען בחינוך עצמאי, אטע דאס האט אים נעבעך באגלייט צו אזא סיטואציע.


עס איז ברעקינג ממש אומגלויבלאך ווען ר' יצחק טובי' איז פאר איבער צען יאר צוריק אריין אין די עדה כדי ס'זאל נישט צופאלן האט מען נישט גע'חלומ'ט אויף אזוי בשורה אז ער גייט גאר זיין דער גורם דערפאר.


א שאד נאר ער האט זיך ארומגענימען מיט אזעלכע מוחות גדולים ארום זיך.


מיך באדערט אז עטליכע חברי הביד"צ גייען זיך בעטן אז ער זאל בלייבן... ווען די אמעראצים און סיקריקים חלש'ן אז נישט???

signout » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 2:58 pm

· #183595
sefish
און אומגלויבליך אז די ארונים האבן דאס נישט פארגעזען און אזוי געשטיצט טאקע דעם ר' יצחק טובי וואס וועט צום סוף אינוטערברענגען די עדה.
וואס זאגט דאס אויף די ארונים? אז זייערע אויסוואלן זענען נישט די געלונגענסטע

עס איז דעמאלטס געווען א טשויס פין 2, (פארוואס דוקא יענע 2 איז די זעלבע ענטפר פארוואס דער פארלוירענער איז בכלל געווען א טשויס) די אנדערע טשויס איז געווען ערגער

sefish » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 2:59 pm

· #183596
קוקט אויס אז יענע וואלט מעגליך געווען בעסער

signout » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 3:00 pm

· #183597
sefish
קוקט אויס אז יענע וואלט מעגליך געווען בעסער

יענער האט שוין געמאכט פורים פין זיך נאך פאר ער האט געקענט מאכען פורים פין בי''ד

שרייבער » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 3:01 pm

· #183598
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים, איך האב דורכגעליינט דיין בויך ווייטאג, אבער דערווייל האב איך נאכנישט קיין אנונג וואס דו וילסט פון די ארונים
מצד הארונים האט מען נישט געהערט קיין מוק, נישט יא גיין נישט נישט גיין צום עצרת, נישט פון רבין און נישט קיין שום מו"צ'ל אפילו הקרובים אל החלל, דעם רבין טוט דאס וויי אז די עדה צופאלט יעצט (באמת נאר טעכניש), און בדרך הטבע ווען די רבי פארט קיין א"י אי"ה קומענדיגע וואך גייט ער ווייטער באזוכן סיי ביי ר' יצחק טובי' און סיי ביי ר' משה שטערנבוך, נו קענסטו מיר זאגן וואס דו ווילסט יעצט פון די ארונים? האסט שוין באלד אזא פנים ווי נאר פרייליך

נאטרוליסט » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 3:02 pm

· #183599
signout
sefish
און אומגלויבליך אז די ארונים האבן דאס נישט פארגעזען און אזוי געשטיצט טאקע דעם ר' יצחק טובי וואס וועט צום סוף אינוטערברענגען די עדה.
וואס זאגט דאס אויף די ארונים? אז זייערע אויסוואלן זענען נישט די געלונגענסטע

עס איז דעמאלטס געווען א טשויס פין 2, (פארוואס דוקא יענע 2 איז די זעלבע ענטפר פארוואס דער פארלוירענער איז בכלל געווען א טשויס) די אנדערע טשויס איז געווען ערגער


ליצים זאגן: דער ערשטער אויסוואל איז געווען אזא שרעקליכער פראבלעם... אז אפילו דער ממלא מקום האט עס געקעטשט... און אריין אין ערשטנס שוך. וד"ל.
בלאט: 1 2 3 4 5 6