☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » דער שוד המתים אין בית שמש נאך א פארצויגענער מערכה אנגעהויבען

דער שוד המתים אין בית שמש נאך א פארצויגענער מערכה אנגעהויבען

1597 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4495
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32

נאטרוליסט » פרייטאג דעצעמבער 6, 2013 12:07 pm

· #166704
נאר_פרייליך,

גייט מען אויך זעהן וויאזוי די ארונים האבן אונטערגעשטעלט פאזען?

גייט מען אויך זען וויאזוי די ארונים שרייען שייגעץ ארויס אויף הערשל קלאר?

גייט מען אויך הערן ווי די ארונים זאגן "ליצני הדור" אויף די וועלכע נעמן זיך אן פאר די חופרי קברים און מחטטי שכבי?


און צום לעצט; וועט מען אויך אפשר געבן א הסבר פארוואס אין "נשר" מעג אתרא טמאה גראבן?????

נאר,,פרייליך » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 8:36 pm

· #166802
ברידערלאך האבט געדולד ווארט צו העט'ס אלעס זעהן גענוי

עס ווייטאגט צו זעהן ווי גענוי וואס אייערע פריינט טוען מיט די קברים גראבען געשעהט נעבעך אויכעט ביים סכנת הגיוס
ירחם המרחם

גאנצל » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 8:45 pm

· #166808
איך בין גרייט צו ווארטן געב מיר נאר א עסטימעיט צייט ביטע

נאר,,פרייליך » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 8:54 pm

· #166815
חודש צוויי

גאנצל » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 8:56 pm

· #166818
הא הא כ'שטעל מיר פאר מ'דארף דאך האבן צייט צו מאכן די סחורה

נאר,,פרייליך » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 11:00 am

· #166942
אקעי! כ'זעה ביסט שטארק נייגעריג צו הערן אלע רעקארדירונגען העלמיר עס ארויסגעבן פריער ווארט א וואך צוויי

מיסטער מענטש » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 2:04 pm

· #166963
די בילדער ווי משהלע פריעדמאן האלט ביינער אין די הענט ווארט מען נאך

די בילדער פון מושכב כדרכו ווארט מען נאך

די רעקארדירונג ווי די ראבד זאגט ער פארשטייט נישט צו קברים ווארט מען נאך

די רעקארדירונג אז פוזן זאגט אז שמדיל איז עכט יא הייליג ווארט מען נאך

שפאנונג איז שוין אנגעצויגן אפאר חדשים

יעצט דארף מען ווארטן פאר נאך זאכן

רבושע אויף וואס נאך וועלן מיר ווארטן

פרייליך האב רחמנות גיב שוין ארויס די היתר וואס די לצים האבן צו גראבן אין נשר אידישע קברים רח"ל

גאנצל » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 8:11 pm

· #167061
נאר,,פרייליך
אקעי! כ'זעה ביסט שטארק נייגעריג צו הערן אלע רעקארדירונגען העלמיר עס ארויסגעבן פריער ווארט א וואך צוויי


יו טו א טובה געב שוין ארויס כאטשיג איינס איך בעט דיר

נאטרוליסט » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 11:51 pm

· #167100
נאר_פרייליך

איך האב באקומען די סחורה וואס דו האסט צוגעזאגט ארויסצוגעבן.

איך וויל דיך פרעגן רשות צו איך מעג עס ארויסגעבן... עס וועט שטארק ציפן!

ביטע גיב מיר אן אוקיי, צי איך מעג ארויסגעבן די רעקארדירונג? (קיין צוריקצוה נאכדעם)!

מיסטער מענטש » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 12:19 pm

· #167153
נעכטן האט הערשל קלאר געהאלטן א דרשה

ער האט מסביר געווען אז זעליג מענדלאוויטש איז יא א חופר קברים

און מען העצט דעם רבין

אבער ער קען נישט פארלאזן די קהילה ווייל ער וויל נישט אז די וואס פייטן קעגן אים זאלן זיגן

דעריבער בעהט ער איבער ברבים זעליג מענדלאוויטש



סאיז צוקער זיס

מיסטער מענטש » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 12:26 pm

· #167155
דא קען מען הערן הערשל קלאר

הערט און האט הנאה

951-262-3722
#79

מיסטער מענטש » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 1:14 pm

· #167165
ברעקינג!


די האטליין האט אויסגעמעקט די דרשה פון הערשל קלאר

אלטר משה זאגט דארט אז הערשל האט געבעטן מזאל עס אויסמעקן ווייל ער האט מורא



למכה מצרים בבכוריהם כי לעולם חסדו

שמייכל גיט » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 2:33 pm

· #167332
שטורענמישע מחאה אין די קומענדיגע טעג
היינט איז נספרסם געווארן אז אין די קומענדיגע טעג וועט פארקומען א מחאה גדולה אין בית המדרש סאמטאר אויף ראדני סט. קעגן די חיטוטי שכבי אין בית שמש
פאגלט נאך ווייטערדיגע פרטים
מחאה ראנדי.jpg

מיסטער מענטש » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 2:44 pm

· #167338
עס גייט זיין א עצרת אין ראדני?

די וועלט שאקלט אויף דעי רגע ......



וועט הערשל קלאר האבן רשות דיבור דארט?

נאטרוליסט » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 2:44 pm

· #167339
מיסטער מענטש
ברעקינג!


די האטליין האט אויסגעמעקט די דרשה פון הערשל קלאר

אלטר משה זאגט דארט אז הערשל האט געבעטן מזאל עס אויסמעקן ווייל ער האט מורא



למכה מצרים בבכוריהם כי לעולם חסדו



מ'קען עס הערן דא:
הערשל קלאר מאכט פורים פון מהרז"ל

פארדינער » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 6:16 am

· #167446
📎 028.jpg

פארדינער » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 7:10 am

· #167447
📎 ד''ש בכנסת.jpg
📎 ד''ש בכנסת.jpg

סאשי פיש » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 8:40 am

· #167451
וויפעל נאך נייע ניק׳ס גייט געפענט ווערן פאר די נושא?!

זלמן זאפיר » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 11:46 am

· #167473
יהרוג ועל יעבור שרייבט דער רבי ז"ל

אבער דוד שמידל לאכט דערפין גייט אריין אין טמא'נעם כנסת המינים
אבער צי קברים פארשטייט נאר ער אין ווער עס האט מחשבות זרות איבער שמידל איז א גאר אן אפיקרוס

שרייבער » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 12:30 pm

· #167475
נאטרוליסט
מיסטער מענטש
ברעקינג!


די האטליין האט אויסגעמעקט די דרשה פון הערשל קלאר

אלטר משה זאגט דארט אז הערשל האט געבעטן מזאל עס אויסמעקן ווייל ער האט מורא



למכה מצרים בבכוריהם כי לעולם חסדו



מ'קען עס הערן דא:
הערשל קלאר מאכט פורים פון מהרז"ל


א מאסט טו הער, מיט אזעלכע חסידים ווער דארף נאך שונאים

אינטערעסאנט, יעדער מאכט טעותים נאר ער נישט

מיסטער מענטש » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 1:06 pm

· #167479
ר' אשר מרדכי רובין האט פארענטפערט אז שמידל איז עכט יא א קנאי

נאר וואס דען.... הערט....

1 - ער האט נישט געלערנט ביי אונזערע רביס סוי ער ווייסט נישט אונזער שיטה אזוי גוט

2 - ביי די חתונה פון מאיר פרוש איז ער מסתם רוב זיכער געווען צו די מחותן נישט צו פרוש (אז ער האט מספיד געווען מנחם פרוש ביי די לויה האט ער פארגעסן )

3 - ביי די סיום פון דף היומי איז ער נאר געווען רעדן צו מחזק זיין אפאר ספרדישע אידן ער האט נישט אינזין געהאט די דף היומי



סאיז נישטא ווער סאל לאכן !!!!!!

זלמן זאפיר » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 2:05 pm

· #167486
נא פארדעם געלט קען ער שוין פארענטפערן קוק אויכט

בהמה דער

מיסטער מענטש » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 2:11 pm

· #167487
ווער זענען די גרויסע חסידים און שותפים פון אתרא קדישא ?

גיב א קוק !



<a class="postlink" href="http://knesset.gov.il/tql/knesset_new/knesset16/HTML_28_03_2012_12-56-32-PM/20050615@100343405@026.html">http://knesset.gov.il/tql/knesset_new/k ... <!-- e --><a href="mailto:5@026.html">5@026.html</a><!-- e --></a>
"אתרא קדישא" זה הגוף המקצועי שלנו ובית-דין צדק בודק את הדברים. כאשר בית-הדין קובע שמדובר בקברי ישראל, אנחנו לא צריכים לערער. זאת לא עבודה של הממשלה הזאת או של משרד התחבורה. יש "אתרא קדישא", ודוד שמידל הוא אדם בקיא. הוא לא מחפש פרובוקציות. אם הוא בא ואומר: ברור לי שמדובר בקברי ישראל, ויש אפשרות ותשובה איך ניתן לפתור את הבעיה, אני מצפה משר התחבורה לפתרון.




ווער זאגט דאס?

חבר כנסת נסים זאב פון ש"ס אין כנסת המינים תשס"ה

וויאזוי זאגט פרייליךל? זאג מער ווער דיינע חברים זענען און איך וועל דיר זאגן ווער דו ביסט

מיסטער מענטש » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 8:34 pm

· #167547
איינער זאגט מיר אז ר' ישעי' ווייס גייט מסביר זיין אין ראדני

אז ממעג יא גיין אין כנסת אויב מלערנט קודם דורעך גאנץ על הגאולה

😉

מיסטער מענטש » דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 12:22 pm

· #167658
אתרא טמאה זעט אויס צופראסקעט און צושאקלט ...

זיי האבן געלייגט היינט אין דבר יום א בריוו פון קאצינעלנבויגן נטורי קרתא

פאר א ענטפער צו דע בריוו פון אים אין די דברי אמת וצדק



דער פראבלעם איז אז די צווייטע בריוו פארענטפערט גארנישט די פשוטע מציאות פון די ערשטע בריוו

וואס ווייזט אויף אז אתרא קדישא זענען געווען ליגענערס

ווען זיי האבן געזאגט אז אתרא קדישא האט גוטע פלענער נאר סלאנים לאזט זיך נישט ער שטעלט נישט צו די פאפירן

און ביזדערווייל איז די אמת געווען אז זייער פלאן איז פלעין געווען א חלום וואס איז נישט מעגליך עכט צו טוהן

מיסטער מענטש » דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 12:25 pm

· #167659
היום אומר כך

ואתמול כך ..
Untitled.png 1000 001.jpg

נאטרוליסט » דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 1:02 pm

· #167671
פון אינערליכע קוועלער הערט מען אז אין די קומענדיגע טעג גייט ארויסקומען א קונטרס דורך הרב אליעזר קעסטענבוים.

ווער עס האט א ידיעה זאל ביטע מעלדן.

שעפטל » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 1:33 pm

· #168346
פון אנאנדערן אינערליכע קוואל האב איך געהערט אז לעזער זאגט אז ביז א וואך איז אלעס פערטיג און ס'פעלט שוין נישט אויס קיין קונטרס

גאלד » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:12 pm

· #168385
כאב פאריגע וואך באקומען אויף פאסט א גראבן קונטרס וועגן דעם ענין, כאנישט קיין אהנונג וועלכער צד דאס איז, סאינטערסירט מיך נישט,
כפארשטיי נאר נישט פארוואס שיקן זיי דאס צו מיר? איך וואוין דא אין ניו יארק כאמיך מיין אייגענע דאגות אייגענע פאליטיק, תבן אתה מכניס לעפריים? המבלי אין פאליטיק בניו יארק?
ווי זאגט נאר ר' יו"ט ערליך, "[דער קונטרס] האט געפינען איר אייביגן רוה אין גארביטש קען",

נאר,,פרייליך » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 5:13 pm

· #168414
גאלד
כאב פאריגע וואך באקומען אויף פאסט א גראבן קונטרס וועגן דעם ענין, כאנישט קיין אהנונג וועלכער צד דאס איז, סאינטערסירט מיך נישט,
כפארשטיי נאר נישט פארוואס שיקן זיי דאס צו מיר? איך וואוין דא אין ניו יארק כאמיך מיין אייגענע דאגות אייגענע פאליטיק, תבן אתה מכניס לעפריים? המבלי אין פאליטיק בניו יארק?
ווי זאגט נאר ר' יו"ט ערליך, "[דער קונטרס] האט געפינען איר אייביגן רוה אין גארביטש קען",


מה לו ל'גאלד בבית הקברות?
כלך אצל גיוס,
צום ערשטן מאל איך הער רעכטדענקענדע רייד פון אן אויפריכטיגער חסיד מהר'א

נאר,,פרייליך » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 5:16 pm

· #168415
א גרוס אייך פון די ווייטע בית שמש

ב''ה אז לעצטענס צוליב די שווערע וועטער האבען קברי קדמונינו מנוחה מידי מחללי'
.......
די פרצוף ה'מושחתים איז נתגלה לאחרונה, וואס צוליב דעם זעהט מען לעצטענס שטארקע אויסברוכען דא מכותלי מכתבם
חזרו בכם !! חזרו בכם!!
ב''ה אז דער שלהבת הקנאות ביים ערליכער ציבור ווערט שטערקער פון טאג צו טאג טראץ אלע סארט פריווען פון די מחבלים כרם בית ד' ובפרט מיט זייערע אינוועסטירונגען אריבער א מאה אלף אפצודריקען און פאשפרייטען שמוציגע ליטעראטור אקייגען ערליכע אידען און אירע מנהיגים די שומרי משמרת הקודש
ס'איז עפעס נורא די צולאזענקייט לאחרונה פון די חעברע'לאך
זייט'ס ממשיך מיט'ן שטיין מן הצד און שמייכעל'ט גוט
כאפ א בליק אויפען שמייכעל פון שמייכעל גיט
---------------------

די פאלגענדע קומט פון ליינען די שרייבער אשכול וואס האט בשכינות מעתיק געווען איבער די מלחמה קעגן רעעבעעזיכררוייננעווראכ'יזעם, וואס דאס האט מיר געברענגט צו א שטיקעל אויפוואכונג דא איבער מצב
ס'איז מיר א פלא ווי די יעניגע וואס קאמפיינען קעגן די עבודה פון די סארט רעעבעעזיככרוייננע מענטשען אט די פארשוינען האבען פארפאסט א שמוץ ביכעל און פאכענען הלמאי מיר סאטמארע אידען זענען פארנימען צו לוחם זיין בעד שמירת הקברים בזמן ווען די ראש און הויפט טוער האט שיטות בניגוד סאקמיר רב בנוגע גיין שתד'לען אצל חכי''ם וכניסה לבית המינים בעת הצורך
האסטו שוין אמאל געהערט אזא מין פערדעריי און טיפשות ??
מען טאר ניש ראטעווען מנוחת אבותינו ווייל דער יעניגער וואס איז בראש האט דעות נוטות לבית בריסק ולא לבית סאטמאר
פערד_בלייבט_פערד

מ'זעהט ווי א געביידע וואס מען האט אויפגעבויט משך די יארען איבער'ן חומר האיסור פון רעביזיכרוינע'ן
איז געווארען גאר א הויפט מטרה צו אראפרייסען און מבזה זיין כאחד הריקים א גאון וצדיק וואס האט זיך פארזינדיקט מיט'ן זיין א בריסקר
ולהגדיל הרעביזיכרוינע'קייט האבען זיי גאר מסלף געווען די דעת תורה פון רבי'ן און געמאכט ליצנות פונעם מייסד הקהילה הק' ווי כאילו זיין בויען דעם איסור להיות ח''כ און הליכה לבחירות איז געבויעט אויף דעם עון פון אריינגיין צו שתד'לען אין בית המינים
יעדער וואס ליינט דעם ספר הק' זעהט גענוי די רבי רעדט פון עילוי וחשיבות וואס די חכי''ם געבן דארט פאר די מולך הציוני
און דעי כת מושחתים וועלנדיג אפהאלטען דעם סאטמארער ציבור פון היטען אויף די קברים קומען זיי אפיר מיט'ן פאן פון רעעבעזעכרוייננעווראכע
וואוט עי שעים
...........

שעפטל » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 5:42 pm

· #168432
רבותי כאפט אריין! נאך בערך א וואך און די געים איז אווער.

זלמן זאפיר » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 5:57 pm

· #168442
נאר,,פרייליך
א גרוס אייך פון די ווייטע בית שמש

איסור להיות ח''כ און הליכה לבחירות איז געבויעט אויף דעם עון פון אריינגיין צו שתד'לען אין בית המינים

...........



ר' איד טייערע נעם דיר דיין שמידל אין גיי צוריק אין כנסת המינים דארט ווי עטץ באלאנגט'ס
לויטס ארויס דעם הייליגען רבי'ן ז"ל פין דיין שמיץ פאליטיק
א רחמנות אויף די קברים ווער עס פארעט זיך פאר זיי

נאר,,פרייליך » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 6:06 pm

· #168451
זלמן זאפיר

א רחמנות אויף די קברים ווער עס פארעט זיך פאר זיי

א רחמנות אויף אזא פרעכטיגע קהילה וואס ווערט נעבעך באשמיצט צוליב עטליכע נארישע ניק'לך און שרייבער'ס וואס זענען זיך מיט זיי מטפל

גראדע יעצט געזעהן דעם געניאלער געדאנק פון .......
אז בו ביום וואס אין ראדני וועלן די חשובע רבנים ומגידים מעורר זיין איבער'ן גזירת החטוטי שכבי וועלן די בני תורה פון כוללי מהר''א גיין בחוצות מאנהעטן בכדי להגדיל דעם זעם פון די אמעריקאנער יידען נגד השלטון הציוני

זלמן זאפיר » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 6:14 pm

· #168464
נאר,,פרייליך
זלמן זאפיר

א רחמנות אויף די קברים ווער עס פארעט זיך פאר זיי

א רחמנות אויף אזא פרעכטיגע קהילה וואס ווערט נעבעך באשמיצט צוליב עטליכע נארישע ניק'לך און שרייבער'ס וואס זענען זיך מיט זיי מטפל

גראדע יעצט געזעהן דעם געניאלער געדאנק פון .......
אז בו ביום וואס אין ראדני וועלן די חשובע רבנים ומגידים מעורר זיין איבער'ן גזירת החטוטי שכבי וועלן די בני תורה פון כוללי מהר''א גיין בחוצות מאנהעטן בכדי להגדיל דעם זעם פון די אמעריקאנער יידען נגד השלטון הציוני



פארפאלן ביי חסידי מהר"א זעהט מען די אלט פעשען סטייל קנאות פשוט אין פראסט גיין אויף די גאסן שרייען
אין נישט זיין ביזי מיט שטותים מיט אנזייען מחלוקת ביי ערליכע יודען ווי אנדערע טיען דעמאלס

מיסטער מענטש » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 1:27 pm

· #168643
נאר,,,

גייט זיין עפעס גיטע רעדנערס דאנערשטאג אין ראדני?

עפעס א גיטע חידוש? ?

אדער נאכאמאל הרב זארגער מיט סירוטה

נאר,,פרייליך » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 3:17 pm

· #168690
ביסט העפליך געלאדענט צו נעמען אנטייל

א ספעציעלער ארט ווערט דעזיגנירט פאר די כותבי הק''ש וואס וועלן באריכטען דעם מעמד,

און מען וועט ספעציעל זיך באדאנקען פאר די אלע וואס האבען אינזין דעם נושא, אז דער ציבור זאל זיין וואך הן די וואס געבן פאזיטיווע צו נעגעטיווע דעקונג

כולנו למערכה! יום ה' הבעל''ט באולם הגדול של הביהמ''ד הישן ברחוב ראדני ב'ירושלים ד'אמעריקא
............

שטייענדיג ביים טויזענסטער פירקעל איז צייט אויף א שטיקעל חשבון

נאר,,פרייליך » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 3:28 pm

· #168695
מיר האלטען שוין אריבער טויזענט, ואנה אנו באים מצער המתים
לכבוד דער 'טויזענט'סטער תגובה אינעם אשכול למען שמירת הקברים
וועל איך מיך אביסעלע אויסשמועסן די מאטיווען מיט'ן אפרעכטן אזא לאנג פארצויגענער אשכול איבער דעם קאמף למען שמירת בית החיים העתיק בעיר בית שמש
באמת האב איך גאר ווינציג שייכות די אלע יארען מיט די אתרא קדישא ארגענעזאציע אפגערעדט פינעם ראדני פראקציע וואס געהער צום יונגער'ן יורש פון סאטמאר, איך האב אלס מער געגליכען דעם בנו בכורו

וואס האט מיר נאר אזוי פארדראסען צו אפקאטשקענען אזא פאצויגענ'ס איז בלויז פשוט פאר ''איין'' סיבה ווער ס'האט געזעהן פינעם ערשטן דף אנגעהויבען, האב איך ערהאלטען אטאקעס און טענות הלמאי מ'שמירט בחינם אהן א פרשה אויף אומשילדיגע שעפעלך וואס האבען גארניש אהער און ניטאמאל אינטערסירט זיי עפעס אנדערש חוץ תקנות פלייש צוויי חבורות פון בחינות, אוי כ'האב שיעור פארגעסן גיוס

שפעטער האבען זיי געטוישט זייער פאזיציע ''אז מ'לאכט בלויז אין די זייט'' בבחינת בין ברכיו אבער ווי ס'האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט זעהט'ך יעדער ווי זיי זענען פארטינקען ראשם ורובם צו שטעכן און שטויסען אין ערליכע מנהיגים וקהילות קדושות און די שמוציגע שונד בלאט חבורה האט ארומגעשיקט שמוץ ביכעלעך קייגען די ערליכע יידען

נו בין'ך דען א נביא פון וואנעט האב'ך געבויעט פינעם ערשטען דף אז די ווערים אינערהאלב די מהר'א פראקציע זענען מעורב בהעבודת הקודש להשמיץ את היראים??
העל'ך אייך פארציילען גופא דעובדא איך זייענדיג א גאר נאנטער צו איינע פון די חברה המושחתים און קענענדיג פערסענעל שוין לאנגע יארען איינע פון די ראשים אין דעם אקציע פון מהפך זיין אזא איידעלע און וואוילע ציבור על פי'

האט מיך דער געשעהניש,אצינד צוזעהנדיג ווי זיי נעמען אנטייל און שרייבען ארטיקלען און שטייען ממש יד ביד פאר קינדישע אינטערעסען מיט די חופרי קברים אוןדרייען אהן מיט העצערייען וכדומה אקייגען ערליכע רבנים האב'ך מחליט געוען יעבור עלי מה דער אמת ברויך ארויסגעשריבען ווערן צו ס'שמעקט צו ניש
אזוי האט זעך ערווארבען א קאטשקעריי פון שוין טויזענט געשרייבעכץ הין און צוריק אין די נושא.

אגב האב איך געהערט א שיינע מעשה אויפען איש החסד ד'אמעריקא וואס האט אסאך געהאט א שייכות דא מיט די ערליכע רבנים וואס האבען געשטורעמט און לעצטענס האט דער יונגערער רבי געהאט א שטארקער פייער אויסטויש ברבים איבער דעם
האט דער יוד געזאגט פאר איטליכע חברים, אז דער קלאפ אין ריקען וואס איינע פון די מושחתים הנ'ל האבען אים געגעבן נאך דעם אנגעשייגעכץ האט אים פיל מער באנק געטאן ווי דאס גאנצע בזיון וואס מען האט אים אנגעווערטשאפט


לאמיר האפען די טמאים העל'ן שוין איינמאל פאר אלעמאל אוועקלייגען די שמוציגע פענע און קויפען א פרישער ריינער און זויבערע פעדער, וואס דערמיט העל'ן טויזענטער טויזענטער חברי הקהילה אפאטעמען פון די וואס זענען מטפש דעם ציבור מיט נארישע און קינדישע חשבונות.

נאטרוליסט » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 3:38 pm

· #168697
חז"ל זאגן "מרשעים יצא רשע".

אויב דורך די אתרא טמאה איז די עדה החרדית געווארן צעבראכן און געווארן ללעג ולקלס, איז דאס א קלארער סימן אז זיי זענען רשעים און זייער גאנצע ארבעט איז נישט לשם שמים, נאר לשם תאוות הממון און תאוות הנצחון.

מרשעים יצא רשע איז א מציאות!

atmybest » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 4:03 pm

· #168714
@נאר,,פרייליך וועלכע לאפאטעס נוצט מען אויפצוגראבען די קברים?
איך דארף איינץ פאר די שניי.

נאטרוליסט » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 4:13 pm

· #168717
הלואי איז דאס אמת:
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=62620">http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=62620</a>

היינט ווערט געמאלדן אין בח"ח איבער א הסכם דורך שתדלני העדה החרדית מיט אמעריקאנער מיליאנערן ארויסצובעילן די עדה פונעם פלאנטער:

סוף לסאגת גולובנציץ: הנגידים יממנו 'כיפין'
יוזמה מבורכת של הרב שלמה וולדמן, יו"ר נאמני 'העדה' בארה"ב: קבוצת גבירים תממן מכיסה את בניית הכיפין שתסיים את המאבק במתחם הבנייה בבית שמש • עלות משוערת: 8 מיליון דולר • הראב"ד הגר"מ שטרנבוך בירך על היוזמה • ועד שתצא לפועל: בפלג מהרז"ל בסאטמר נערכים שוב להפגין
אלי כהן, בחדרי חרדים 17:24 17/12/2013

10 | שתף לחץ לקריאה על רקע לבן



המאבק במתחם. צילום: יעקב לדרמן
האם פרשיית מתחם גולובנציץ בבית שמש, עומדת בפני תפנית חיובית, שתסתום את הגולל על הסיפור הכאוב אחת ולתמיד, ובו בזמן תזכה לתמיכתם של כל רבני 'העדה החרדית'?

על פי הפרטים שהגיעו לידי 'בחדרי חרדים', אם לשפוט לפי המסתמן כעת, צפויה באופק דרמה של ממש - שתוביל ליישוב המשבר, לשביעות רצון כולם.

בשבועות האחרונות, מאז שהתפוצצה הפרשה שקרעה את העדה החרדית ויצרה פילוג בין גאב"ד העדה החרדית הגרי"ט וויס לראב"ד הגר"מ שטרנבוך בסוגיה זו, נכנסו לעובי הקורה כמה מהנגידים הבולטים של סאטמר בארה"ב, המזוהים עם 'העדה החרדית', ואשר מחשש לכבודה החליטו לעשות מעשה.

מדובר באילי ההון, הנגיד ר' הרשל שרייבר, בעליה של חנות הצילום B&H הידועה במנהטן, הנגיד ר' מרדכי קאהן ממונטריאול והנגיד ר' אהרן משה שלאגר מוויליאמסבורג. השלושה הללו החליטו לתרום מכספם את כל הכסף הדרוש, על מנת לבנות כיפין על גבי כיפין כעמדת הגאב"ד, בלא להטיל את ההוצאות על גבם של רוכשי הדירות במתחםץ

היוזמה החלה כאשר יו"ר נאמני העדה החרדית בארה"ב, הרב שלמה יוסף וולדמן, שכאב מאוד את נושא המחלוקת, החליט לפני שבועיים לעשות משהו בנידון. לשם כך, הוא נועד עם הנגיד שרייבר, המשמש כפטרונו של הרב אברהם סלונים שכיהן כמנהל עמותת גבעת ירושלים (האחראית על אחד הפרויקטים המובילים במתחם גולובנציץ) עד להתפטרותו.

השניים דנו באיזו צורה ניתן להשיב את כבוד 'העדה' שנשחק עד דק. כזכור, גם חצרות המזוהות עם העדה, שחבריהן נמנים בין הרוכשים, לא ראו בעין יפה את הווטו שהטיל הבד"צ ביוזמת הגאב"ד, על המשך החפירות.

השניים סיכמו להקים וועד של מספר אנשי עסקים גדולים, שייקחו על עצמם את ההוצאות הנדרשות, כדי לחסוך זאת מהאברכים המתקשים לשלם גם כך את מחיר הדיור. בכך, חסל סדר עימותים, ויכוחים ואולי גם פילוגים מיותרים, והחשוב מכל: ביזוי תלמידי חכמים, הנגרם כתוצאה מכתבי הפלסתר המפוזרים בראש כל חוצות.

במהלך הדיון, יצרו שרייבר וולדמן קשר עם הראב"ד ונועצו בו אודות הנושא. הראב"ד לא הסתייג מכך, חרף תמיכתו בהמשך החפירות: "אדרבה", הוא הגיב, "אם מישהו רוצה לקחת על עצמו הוצאה כזו של שמונה מיליון דולר - דמי הכיפין - אפילו שאין שום בעיה עקרונית לטעמי, עדיף כך, ובלבד שיוחזר כבוד העדה החרדית ורבניה".

לאחר ברכת הדרך הזו, יצאו השניים לדרך וגייסו שורה מכובדת של נגידים לצד אלו שכבר הוזכרו, שהתנדבו לקחת על עצמם את הנטל הכספי.

גורמים בעדה החרדית הביעו שמחה וסיפוק נוכח המגמה, והצהירו כי לאחר שיובטחו השלווה והשקט החיוניים בנושא זה, יוכלו הכל לשלב ידיים ולהתאחד לקראת המערכה האמתית הרובצת לפתח היהדות החרדית - הגזירה הנוראה של גיוס בני הישיבות.

בתוך כך, נערכים בפלג סאטמר שבנשיאות האדמו"ר מהרז"ל, לקיומה של עצרת נוספת נגד החפירות, שתתקיים מחר ביום חמישי בבית המדרש של החסידות, ברחוב ראדני בויליאמסבורג.

לדברי גורמים, למרות הבשורה האמורה, הרי שכל עוד שהנושא לא נסגר סופית, תפגין החצר המזוהה עם הארגון 'אתרא קדישא', עד לתום הסאגה באופן רשמי.


קרעדיט: בח"ח
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forums/forum.asp?cat_id=4&forum_id=771">http://www.bhol.co.il/forums/forum.asp? ... rum_id=771</a>

נאטרוליסט » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 4:16 pm

· #168718
איך בין מתפלל צום בוכ"ע אז די עדה וועט האבן גענוג PULL צו צווינגען די אתרא קדישא באנדיטן צו לאזן בויען כיפין יעצט ווען עטליכע ערליכע אידן געבן דאס געלט פון זייער טאש צו ראטעווען דעם כבוד פון די עדה און פונעם גאב"ד וועלכער איז בזוי ומבוזה צוליב זיך משדך זיין מיט די סיקריקים!

איך האב אבער זייער מורא אז די אתרא טמאה וועט נאך אלץ שרייען: מיר דארפן דאס געלט. און מ'טאר נישט בויען אזוי נאר ווי זיי ווילן, ווי זייער שטייגער איז די אלע יארן.

נאר,,פרייליך » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 6:02 pm

· #168768
נאטרוליסט
חז"ל זאגן "מרשעים יצא רשע".

אויב דורך די אתרא טמאה איז די עדה החרדית געווארן צעבראכן און געווארן ללעג ולקלס, איז דאס א קלארער סימן אז זיי זענען רשעים און זייער גאנצע ארבעט איז נישט לשם שמים, נאר לשם תאוות הממון און תאוות הנצחון.

מרשעים יצא רשע איז א מציאות!

איך האב שוין פון אייערע חברה געהערט יארען לאנג אז מען האפט און קוקט ארויס ווען פינעם עדה בלייבט נישט קיין זכר
דערווייל זעה איך נאך אז מ'פרובירט ראטעווען איר כבוד, דער רעכטער לאגער פינעם עולם הישיבות ארבעט מיט איר האנט ביי האנט

סאו זאג דיינע חעברע זאלען אביסעל מער ארבעטן אפשר העלן זיי דעמאלט ערייכען זייער ציל

נאטרוליסט » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 6:29 pm

· #168775
וואס איז א נפק"מ וואס די אויסגעשפיגענע פון כלל ישראל האלטן.
די אתרא טמאה האט געמאכט א תל פון די עדה החרדית, געמאכט דעם גאב"ד פאר א פורים רב און ריינע קנאות פאר א צירקוס.

הלואי זאלן די מיליאנען וואס די עשירים זענען מנדב, העלפן אפצושטעלן די השחתה פון אתרא טמאה. ויבולע המות לנצח, אמן ואמן.

נאר,,פרייליך » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 6:41 pm

· #168782
טאקע א פלא א פורים רב זאל בכוח זיין צו שאפען מיליאנען??

מיז זיין עפעס נארוינישע קעפ ליגען דא באגראבען

דעת תורה » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 7:17 pm

· #168790
אויפן דעקל פון "דער אוצר" זעהט מיר אויס אז אינעוויניג ערשיינט א ארטיקל וואס באריכט בערך אזא מעשה ווי דאס וואס מען האט דא געברענגט פון בחדרי.

נאר,,פרייליך » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 7:22 pm

· #168793
דעת תורה
אויפן דעקל פון "דער אוצר" זעהט מיר אויס אז אינעוויניג ערשיינט א ארטיקל וואס באריכט בערך אזא מעשה ווי דאס וואס מען האט דא געברענגט פון בחדרי.


הרבני הנגיד רבי בעריש בערגער מראשי קהילת סאטמאר רז''ל ב'לונדון האט גערעדט דערפון ביי זיין דרשה

דאן האט'ר געהאט שוידעליכע רדיפות פון די אנ''ש דלא מעלי
יעצט העלן זיי שרייבען אז'ס גאר דער הייליגער רב המתיר זעלבסט
גיי רעכן אויס די חעברע

נאטרוליסט » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 7:26 pm

· #168797
דער גאב"ד איז ליידער צעגרינד פון ענקעקע סיקריקישע אוואנטורעס און קארוואלן. לויטן רעפארט איז ר' שלמה יוסף וואלדמאן דער וואס איז אינסטרומענטאל אין דעם.

גראדע האט בעריש בערגער אין זיין דרשה נישט געאפערט צו געבן איין רויטן פיאסטער. ער האט געזאגט אז אמעריקאנער עשירים האבן געוואלט געבן. ער האט נישט געעפנט דעם טייסטער זיינעם.

איך האב זיין דרשה אויב דו דארפסט עס וויכטיג.

מיסטער מענטש » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 7:54 pm

· #168800
מיסטער מענטש
נאר,,,

גייט זיין עפעס גיטע רעדנערס דאנערשטאג אין ראדני?

עפעס א גיטע חידוש? ?

אדער נאכאמאל הרב זארגער מיט סירוטה

מיסטער מענטש » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 7:59 pm

· #168804
יענקעלע כהן אויף זיין האטליין שרייט שוין מיט אלע כוחות אז די הסכם איז שטותים מיט הבלים

בטיל ומבוטל כעפרא דעראע
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32