☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » דער שוד המתים אין בית שמש נאך א פארצויגענער מערכה אנגעהויבען

דער שוד המתים אין בית שמש נאך א פארצויגענער מערכה אנגעהויבען

1597 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4495
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32

נאטרוליסט » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 9:26 pm

· #168844
איך האף אז יענקעלע כהן איז נישט טאטאל באלעבאס אופן גאב"ד. ווייל אויב יא, וועט קיינמאל קיין הסכם נישט ווערן.

נישט מאכן קיין טעות. דארט גייט אי"ה בויען, דארטן גייען אי"ה וואוינען קרוב צו 600 היימישע אידן יראים ושלמים און אויפבויען שיינע שטיבער לשם ולתפארת. אבער מיין האפענענוג איז שטארק אז עס זאל קומען צו א דורכברוך און דער כבוד פון די עדה זאל צוריקגעשטעלט ווערן על תילה בנויה, כאטש וואס דער דעמעדזש איז שוין ליידער פאסירט דורך די אתרא טמאים. אגענטן.

מיסטער מענטש » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 9:40 pm

· #168849
נאטרוליסט
דארטן גייען אי"ה וואוינען קרוב צו 600 היימישע אידן


לויט די הסכם פלאן וועט מיסתם נישט זיין דארט אזוי סך דירות

ווייל די הסכם גייט אז די נגידים גייען אויסקויפן אלע דירות און שפעטער מאכן טייערע דירות און בעטן אסאך געלט

כדי צו קענען מאכן כיפין וואס אתרא קדישא וויל

אזוי גייט די פלאן וואס ווערט אנגעפירט דורך הגאון רב קאצינעלנבויגן

( וועסטו שוין פארשטיין פארוואס ער האט געמוזט אזוי חנפנען אתרא קדישא פאריגע וואך ודל)



אבער עכט איז עס טאקע א חלום ווייל צוערשט דארף אתרא טמאה צושטעלן א פלאן

און זיך פארפליכטן בכתב אז זיי גייען נישט טוישן גאנישט כדי די עשירים זאלן קענען זעהן צו עס וועט זיך אויסצאלן

און אויף דעם קענסטו מיסתם ווארטן ביז משיח וועט קומען אדער ביז די יעצטיגע קונים וועלן דארט וואוינען

נאטרוליסט » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 9:46 pm

· #168852
די עשירים קויפן נישט אפ קיין איין דירה.

אפצוקויפן "אלע דירות" איז א קיימא לן פון 60 רעדלעך! זיי וועלן בסך הכל באצאלן צו בויען כיפי אופן שטח.


בערך אזוי ווי מ'זאל בויען 600 דירות אופן בית החיים אין קרית יואל! (מיט כיפין)!!!!

יענקעלע כהן, איר הערט????

מיסטער מענטש » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 9:53 pm

· #168855
נע וואס רעדסטו וועכע עושר גייט צאלן מיליאנען פון טאש פאר גארנישט ?

איך האב געהערט גאנץ קראנט אז די הסכם פלאן איז צו מאכן א אינוועסטמענט צו אויסקויפן די דירות און בויען פאר טייערע פרייזן

נאר,,פרייליך » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 8:51 am

· #168899
נאטרוליסט
איך האף אז יענקעלע כהן איז נישט טאטאל באלעבאס אופן גאב"ד. ווייל אויב יא, וועט קיינמאל קיין הסכם נישט ווערן.

נישט מאכן קיין טעות. דארט גייט אי"ה בויען, דארטן גייען אי"ה וואוינען קרוב צו 600 היימישע אידן יראים ושלמים און אויפבויען שיינע שטיבער לשם ולתפארת. אבער מיין האפענענוג איז שטארק אז עס זאל קומען צו א דורכברוך און דער כבוד פון די עדה זאל צוריקגעשטעלט ווערן על תילה בנויה, כאטש וואס דער דעמעדזש איז שוין ליידער פאסירט דורך די אתרא טמאים. אגענטן.


איך זעה דר'עולם מיטשעט זיך דא אזוי איבער'ן יא הסכם נישט הסכם יא חומת הדת נישט חומת הדת

איך מיין מען זאל טאטעלי פייפען אויפען רב פון ירושלים אתרא קדישא מיט אלע אירע חעברע

נעמט ענק בויען זאפארט די כיפין און דער ראדני עצרת וועט זיין בטל ומבוטל און אלע שונאים העל'ן פלאצען
ושלום על ישראל

צו וואס זיך אזויפיל מוטשען מיט לומדות, פלפולים , הסכמים, באגראבט שוין איינמאל פאר אלעמאל דעם אתרא קדישא אינטער די כיפין, ויראו כל עמי הארץ כי אין כאן לא קברים ולא כוכין ולא מערות,

נאר,,פרייליך » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 8:57 am

· #168900
מיסטער מענטש
נאטרוליסט
דארטן גייען אי"ה וואוינען קרוב צו 600 היימישע אידן


לויט די הסכם פלאן וועט מיסתם נישט זיין דארט אזוי סך דירות

ווייל די הסכם גייט אז די נגידים גייען אויסקויפן אלע דירות און שפעטער מאכן טייערע דירות און בעטן אסאך געלט

כדי צו קענען מאכן כיפין וואס אתרא קדישא וויל

אזוי גייט די פלאן וואס ווערט אנגעפירט דורך הגאון רב קאצינעלנבויגן

( וועסטו שוין פארשטיין פארוואס ער האט געמוזט אזוי חנפנען אתרא קדישא פאריגע וואך ודל)

גראדע איז דער רב קאצינעלנבויגען בלויז א 'נאמען' פאר די געשעפט גענוי ווי די אמעריקאנער טוער זענען זיך משתמש בשרביטו של מלך פון 550 דער יונגערער מנהיג בקהילת סאטמר

דער טוער 'בפועל' איז דער לויער יעקב וינרוט מארה''ק בשליחות הנגיד רבי צבי שרייבער

איין זאך איז א פלא ווי אזויפיל אסטראנאמישע כוחות און מיליאנען עס ווערט אריינגעלייגט אין א בלויזער דמיון פון איטליכע שרייער וואס דרייען אהן אין די עדה
וואס ס'קען ניט אלס פאסירען אין טו טאוזענט






מי יתן והי' אז די אלע גערעדעכצער זאלען שוין ווערן פאקטישע מעשים

נאטרוליסט » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 11:28 am

· #168915
נאר,,פרייליך
נאטרוליסט
איך האף אז יענקעלע כהן איז נישט טאטאל באלעבאס אופן גאב"ד. ווייל אויב יא, וועט קיינמאל קיין הסכם נישט ווערן.

נישט מאכן קיין טעות. דארט גייט אי"ה בויען, דארטן גייען אי"ה וואוינען קרוב צו 600 היימישע אידן יראים ושלמים און אויפבויען שיינע שטיבער לשם ולתפארת. אבער מיין האפענענוג איז שטארק אז עס זאל קומען צו א דורכברוך און דער כבוד פון די עדה זאל צוריקגעשטעלט ווערן על תילה בנויה, כאטש וואס דער דעמעדזש איז שוין ליידער פאסירט דורך די אתרא טמאים. אגענטן.


איך זעה דר'עולם מיטשעט זיך דא אזוי איבער'ן יא הסכם נישט הסכם יא חומת הדת נישט חומת הדת

איך מיין מען זאל טאטעלי פייפען אויפען רב פון ירושלים אתרא קדישא מיט אלע אירע חעברע

נעמט ענק בויען זאפארט די כיפין און דער ראדני עצרת וועט זיין בטל ומבוטל און אלע שונאים העל'ן פלאצען
ושלום על ישראל

צו וואס זיך אזויפיל מוטשען מיט לומדות, פלפולים , הסכמים, באגראבט שוין איינמאל פאר אלעמאל דעם אתרא קדישא אינטער די כיפין, ויראו כל עמי הארץ כי אין כאן לא קברים ולא כוכין ולא מערות,



די גאנצע כיפין איז לפני ולפנים משורת הדין, און דערפאר פייפן זיך אלע ערליכע אידן אויף די קאורפטירטע אתרא טמאה.

נאר וויבאלד ליידער איז דאך דער כבוד פון די עדה באגראבן און בזוי ומבוזה. נאר צוליב דעם איז הרב שלמה יוסף וואלדמאן אריינגעמישט. ער האט גארנישט מיט די אתרא טמאה באנדידטן.

נאר,,פרייליך » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 12:27 pm

· #168924
נאטרוליסט
נאר צוליב דעם איז הרב שלמה יוסף וואלדמאן אריינגעמישט. ער האט גארנישט מיט די אתרא טמאה באנדידטן.


נו! פארענטפערט רבי שלמה יוסף, אבער די אנדערע פילע כוחות וואס ווערן דא אריינגעלייגט וואס איז פשט???

ממש א פאר מטורפים קענען אזאנס באווייזען?

כ'מיין איך הייב אהן צו האלטען פון זיי

מיסטער מענטש » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 12:29 pm

· #168925
נאר,,,

גייט זיין עפעס גיטע רעדנערס דאנערשטאג אין ראדני?

עפעס א גיטע חידוש? ?

אדער נאכאמאל הרב זארגער מיט סירוטה

נאר,,פרייליך » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 12:34 pm

· #168926
ליינט א פלא'דיגע באריכט וויזוי מען באשטעטיגט יא איבער קברים

און עפעס שטימט עס נישט מיטען בויען כיפין ווייל אז מען גרייט צו צו בויען כיפין וואס איז נוגע יא בית משפט ניש בית משפט??

ס'איז יענע חברה די גרעבערישע באנדע

איין טאג נאטורליכע לעכער

עצמות בעלי חיים

כלבים

בורות מים

שמן

תבואה

וודאי עכו"ם

און ווען ס'ווערט גאר הייס די קול מחאה און מען וויל משתיק זיין שרייט מען מ'האט שוין א הסכם מ'בויט שוין כיפין


קוקט דעם באריכט





רשות העתיקות: העצמות במתחם גולובנציץ מטופלות
בית המשפט העליון דחה העתירה נגד הבניה במתחם • בן גביר: "הצהרת רשות העתיקות מאשרת כי היו במקום עצמות"
אלי שלזינגר, בחדרי חרדים 16:56 18/12/2013

1 |
שתף

הפגנות במתחם. צילום: יעקב לדרמן
בית המשפט העליון מחק היום (ד) את עתירתו של משה פרידמן כנגד רשות העתיקות והקבלנים ממתחם גולובנציץ, לאחר שרשות העתיקות הצהירה במהלך הדיון כי היא מביאה את העצמות שנמצאו במקום לקבורה, וכן תעשה הערכת מצב מחודשת באשר לשטחים שבהם נמצאו פירים ועצמות במתחם גולובנציץ בבית שמש. מן הראוי להדגיש כי נציגי הרשות סירבו להבטיח כי על אותם פירים לא תתקיים בניה, אך הם הצהירו כי תתקיים הערכת מצב בנושא זה.

בא כוחו של העותר, עו"ד איתמר בן גביר, טען בתחילת הדיון כי למעשה בפני בית המשפט יש תשתית עובדתית שתומכת בטענות העותר. הוא הזכיר כי בתחילת הדרך הכחישה רשות העתיקות וכן המשיבים משפחת גולובנציץ כי במקום יש עצמות. "לפתע, תשעה ימים לפני הדיון, מודה רשות העתיקות שבמקום יש עצמות ואפילו שלדים", לדבריו, הנתון הזה מחייב התנהלות אחרת של הרשות.

כתימוכין ציין בן גביר, כי הנוהל הקיים במשרד הדתות, לפיו מביאים את העצמות לקבורה, לא יושם לאחר שהיועץ של משרד הדתות הכחיש שיש במקום עצמות, זאת בניגוד לחוות הדעת של רשות העתיקות.

עוד בנושא:
• בג"צ ידון בעתירה נגד הבנייה בגולובנציץ

בתגובה טענו נציגי המשיבים באמצעות משרדי עורכי דין, גלס, בר סלע, אגמון, אהרוני וקובי אמסטר, כי בעתירה יש שיהוי, ולא יתכן שהעתירה מוגשת לאחר שנים כל כך רבות. נציג רשות העתיקות טען, כי הרשות תעשה הערכת מצב מחודשת לגבי הפירים שנמצאו ועצמות האדם, וכי הנוהל לפיו העצמות נלקחות לקבורה מיושם.

השופטים אמנם לא דחו את העתירה על הסף, ואף העירו לנציג רשות העתיקות שביקש כי העותר ייגש לועדת הערר - כי במקרה זה אין סמכות לועדת הערר לדון בתיק, אך המליצו לעותר להסתפק בצהרות רשות העתיקות ולמחוק את העתירה. לאחר שעו"ד דרש כי ההצהרות יימסרו לפרוטוקול הוא הסכים למחיקת העתירה.

עו"ד בן גביר מסר: "הצהרת רשות העתיקות מאשרת למעשה את הטענות של העותר במשך כל החודשים האחרונים. המשיבים הכחישו את העובדה כי במקום יש עצמות אדם, אך רשות העתיקות אישרה עובדה זו. אני שבע רצון מהעובדה כי רשות העתיקות הצהירה כי תעשה הערכת מצב חדשה, וחושב שבנסיבות הקיימות מדובר בהחלטה חשובה מאוד, ואני מקווה שהיא תיושם בשטח".

מיסטער מענטש » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 12:38 pm

· #168928
בקיצור איז די היינטיגע נייעס

אז די הולך לבג"ץ משהלע פריעדמאן פון בית שמש

האט געכאפט א נידערלאגע אינאיינעם מיט זיין באסס קאלמענאוויטש

און די הייליגער בג"ץ האט אים ארויסגעשליידערט זיין מסירה קעגן גלאבנציץ

נאר,,פרייליך » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 12:50 pm

· #168932
מיסטער מענטש
בקיצור איז די היינטיגע נייעס

אז די הולך לבג"ץ משהלע פריעדמאן פון בית שמש

האט געכאפט א נידערלאגע אינאיינעם מיט זיין באסס קאלמענאוויטש

און די הייליגער בג"ץ האט אים ארויסגעשליידערט זיין מסירה קעגן גלאבנציץ


ווידער קומען די מושחתים אפיר מיט זייער געניאלע איינפאל פון רעקורטירען ווי מער מחטטי שכבי אינערהאלב סאטמאר

בלבוש ררעעבבבעעזייככככררררוווייינננעעללייווורראאככעע!!!!!

אוי!! קינדערלאך שטייט אויף, און וואקסט אויס אייער קריב ווי מען האט אייך אריינגעשליידערט דערין

זלמן זאפיר » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 1:20 pm

· #168939
אינטערסאנט זיי האבן געמיזט ברענגן א מו"צ'ל פין מאנטריאל זאל פארקויפן פאר די וויליאמסבורג'ע יודען וואס ס'טוט זיך אין ארץ ישראל
נישט געקענט טרעפן עפעס א לאקאלער בעל דמיון ?

קוקט אויס שיי ווייס איז שוין צי אן אפענער שקרן

מיסטער מענטש » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 2:00 pm

· #168964
נאר,,,

גייט זיין עפעס גיטע רעדנערס דאנערשטאג אין ראדני?

עפעס א גיטע חידוש? ?

אדער נאכאמאל הרב זארגער מיט סירוטה

נאר,,פרייליך » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 2:51 pm

· #168983
@מיסטער מענטש קום ארויף מער מזרחית צפונית דארט די צווייטע שורה העל'ך דיר סעיווען א פלאץ העסט אלעס קענען מיטהאלטען

אבער קום נאר מיט א משומר כלי

מיסטער מענטש » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 2:53 pm

· #168985
כהאב דיך געפרעגט עפעס

אז דו האסט נישט א תירוץ זיי שטיל

נאר,,פרייליך » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 3:02 pm

· #168990
ס'איז דערווייל א מיליטערישער סוד נאר די וואס העל'ן ערשיינען זענען ערלויבט מיטצוהאלטען

זלמן זאפיר » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 3:12 pm

· #168996
מען לייגט אריין גאר גרויסע כוחות אז האדמו"ר מפעשווארסק שליט"א דער נשיא פין אתרא קדישא זאל קומען צי גיין צים גרויסן עצרת אין די ראדני שול

נאטרוליסט » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 3:21 pm

· #168997
שאול גאלדמאן גייט אויך רעדן.

דערווייל זענען קאנפוירמד די פאלגענדע רעדנער:
זארגער, טירנויער, סירוטה און גאלדמאן.

היסטאריקער » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 3:34 pm

· #168999
געהערט אז די סיבה וואס מ׳ מאכט די מחאה אין ראדני, ווייל ווען אבי ראזען האט פינאנצירט קברים גראבונגען האט מען פראטעסטירט ביי זיינע אפיסעס, דאס זעלבע אזוי ווי יעצט ווערן די גראבונגען אנגעפירט דורך די ראדני פירערס און פילאנטראפן, פראטעסטירט מען אין פראנט פן זייערע העדקוואדערס

מיסטער מענטש » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 3:36 pm

· #169001
נאטרוליסט
שאול גאלדמאן גייט אויך רעדן.

דערווייל זענען קאנפוירמד די פאלגענדע רעדנער:
זארגער, טירנויער, סירוטה און גאלדמאן.

פון רבי טודרוס האסטו פארגעסן ??

זלמן זאפיר » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 3:51 pm

· #169007
היסטאריקער
געהערט אז די סיבה וואס מ׳ מאכט די מחאה אין ראדני, ווייל ווען אבי ראזען האט פינאנצירט קברים גראבונגען האט מען פראטעסטירט ביי זיינע אפיסעס, דאס זעלבע אזוי ווי יעצט ווערן די גראבונגען אנגעפירט דורך די ראדני פירערס און פילאנטראפן, פראטעסטירט מען אין פראנט פן זייערע העדקוואדערס



א הייליג ווארט געזאגט
באותו אשה באותו מקום באותו זמן

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 4:59 pm

· #169234
העצרת אדירה בעואב''י וומ''ס

די חשובע חברי הק''ש ווערן געבעטן צו שטיין מער צפונית מזרחית צוליב וואס די רעפארטער וועלן האבען א ספעיעל דעזיגנירט ארט ביי יענעם ווינקעל
20131219_22503631864_jpg.jpeg 20131219_2250581866_jpg.jpeg 20131219_1813537652_gif.gif

מיסטער מענטש » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 5:03 pm

· #169235
נאר,,

האסט מעך נישט געוואלט ענטפערן ווער ס גייט רעדן

איך ווייס שוין יעצט וועגן וואס .....

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 5:14 pm

· #169238
נאך
20131219_2324115719_jpg.jpeg 20131219_1744461260_gif.gif 20131219_18293317931_gif.gif 20131219_18315892_gif.gif

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 5:17 pm

· #169240
.'
20131219_18312231407_gif.gif 20131219_182918396_gif.gif 20131219_1824321433_gif.gif 20131219_183130049_gif.gif

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 5:22 pm

· #169241
נאך 1
20131220_0161126015_jpg.jpeg

זלמן זאפיר » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 5:25 pm

· #169242
מען גייט נאך אמאל מאכן דעם טיאטער שטיק פין אראפ זעצן דעם עולם אויף דער ערד אזוי ווי מען האט געטיען אינעם מאריאט באל רום ?

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 6:39 pm

· #169256
אימייל:

ובכן יתקדש שמך היום בערב במקהלות אלפי ישראל- העצרת הגדולה  ברוכים הבאים להני גבורי כח הרבנים הגאונים שליט"א בהגיעם לארה"ב לרגל העצרת הגדולה שתתקיים בעז"ה הערב "ליל שישי" פרשת שמות במקהלות אלפי ישראל בבית המדרש הגדול ד'סאטמאר בראדני סטריטהבית המדרש הגדול ד'סאטמאר ב'ראדני יהיה פתוח בהרחבה הכי גדולה שאפשר, הכותלים של כל השטיבלעך בצדדי ומאחורי ההיכל הגדול יסתלקו, ויהיה פתוח לההיכל, וכמו כן גם העזרת נשים בקומה העליונה סביב ההיכל הגדול, לצד ימין ולשמאל ולצד מערבית יהיה פתוח בלי המחיצה לההיכל הגדול - לשבע רצון האלפים המשתתפים.********************************* תיעשה כל הגולה כמדורת אש:ריזיגע עצרת אדירה דעם דאָנערשטאָג אין בית המדרש הגדול דקהל יטב לב דסאַטמאַר וועט אויסשרייען וויי-געשריי קעגן גזירת חיטוטי שכבי אין בית שמש און גזירת גיוס בארץ הקודשעל פי קריאת כ"ק מרן אדמו"ר מסאַטמאַר שליט"אהרה"ג ר' משה זאָרגער שליט"א, דומ"ץ סאַטמאַר ירושלים, און הרה"ג ר' שאול סירוטה שליט"א, מגדולי משפיע ברעסלאָוו, קומען ספּעציעל צו פאָרן פון ארץ הקודש איבערצוגעבן פאַר יהדות הגולה וויי-געשריי קעגן הריסת הדת און גזירת שמד; גדולי הרבנים שליט"א וועלן אויפטרעטן אויפצופלאַמען דאָס האַרץ פון כלל ישראל צו באַקעמפן ביטערע גזירותבית המדרש הגדול, אַלע אַרומיגע שטיבלעך און גאַלעריען אויסגעליידיגט צו קענען אַקאַמאָדירן ריזן ציבור; אויסגעשטעלט ריזיגער בימת הכבוד פאַר חשוב'ע רבנים פון איבער ניו יאָרק; טראַנספּאָרטאַציע פון אַלע חרד'ישע געגנטן אין גרעיטער ניו יאָרקניו יאָרק - אלפי רבבות שלומי אמוני ישראל אין ניו יאָרק זענען איינגעהילט אין אַ וואַרימע התלהבות צו די עצרת אדירה וואָס איז פאַררופן געוואָרן דעם דאָנערשטאָג, אין בית המדרש הגדול דקהל יטב לב דסאַטמאַר, אויסצושרייען די וויי-געשריי קעגן די לעצטע פירצה בחומת הדת אין ארץ הקודש, ווען מענטשן פונעם חרד'ישן לאַגער פאַרשוועכן מערות קבורה בשאט נפש קעגן דעם פסק פונעם בית הגדול שבירושלים, ווי אויך צו פּראָטעסטירן קעגן די שרעקליכע גזירות גיוס וואָס ווערט געפּלאַנט דורך די מלכות המינות.די עצרת אדירה איז פאַררופן געוואָרן דורך הגה"צ כ"ק מרן אדמו"ר מסאַטמאַר שליט"א, לאור דעם שרעקליכן מצב וואָס הערשט אין ארץ ישראל, וואו עס האָבן זיך ליידער פאַרמאָסטן מענטשן וואָס געבן זיך אָן אַלס שומרי תורה ומצוות, וועלכע שטעלן אויף די גלובונציץ דירות פּראָיעקטן - גבעת ירושלים און בנין שלם - פאַר שומרי תורה ומצוות און אפילו היימישע קונים, דורכצופירן אַ שענדליכן פּרעצענדענט פון פאַרשוועכן מערות קבורה, אויסלאַכנדיג זיך פונעם פסק פונעם בית דין הגדול שבירושלים ובראשם דעם שר צבא כ"ק הגה"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א.דער שרעקליכער מצב ברענגט ליידער אַריין אַ רפיון און קאַלטקייט אין יהדות החרדית, און באַדראָעט די יהדות הצרופה, און עס באַדראָעט די הייפעלע שומרי משמרת הקודש וועלכע ווערן ליידער צושלאָגן און געפּייניגט דורך אייגענע מענטשן, מכם ובכם. דער בית דין הגדול, און די נקיי הדעת שבירושלים קוקן איצט גאָר שטאַרק אַרויס אויף די מאָראַלישע שטיצע פון יהדות הגולה צו קענען זיך האַלטן און די שווערע צייטן און באַקעמפן דעם שרעקליכן הירוס הדת, ווען די אמונה בהשארת הנפש ווערט צוטרעטן און אָפּגעקילט ה"י.כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א האָט דעם פאַרלאָפענעם כ"א כסליו גאָר שאַרף מוחה געווען און מגנה געווען דעם הירוס הדת, אשר לא נשמע כזאת דורך פרומע אידן, און נאָך גדולי ישראל זענען שוין במשך די לעצטע חדשים אַרויסגעטרעטן מיט גאָר שאַרפע ווערטער קעגן די מהרסים ומחריבים און גערופן דעם כלל ישראל צו שטיין צו די האַנט פונעם בית דין הגדול און די געטרייע בעלי מסירות נפש בארץ הקדושה וועלכע ווערן צושלאָגן און צובלוטיגט דורך ערליכע אידן.איבער די וועלט, אין ירושלים עיר הקודש, לאָנדאָן און אין מאָנטרעאַל, זענען שוין פאָרגעקומען אַסיפות אינעם לעצטן חודש וואו מ'האָט געהערט פון גדולי הרבנים ומשפיעים איבער דעם ביטערן מצב, און דעם חוב פון אידן אין חוץ לארץ זיך אַרויסצושטעלן קעגן די עוקרי תורה, און מחזק זיין די טייערע עסקנים, מוחים במסירות נפש אין ארץ ישראל.דער וויי-געשריי איבער די וועלט איז קריטיש און איז דער איינציגסטער מיטל אָפּצושטעלן די מהרסים, וועלכע ווילן טראָגן אַ שיין פנים איבער די וועלט, און רעדן זיך איין אַז זיי פאַרמעסטן זיך בלויז מיט אַ גרופּע קנאים וועלכע זיי קענען דערשטיקן דורך זיי באַשמוצן איבער די וועלט. גלייכצייטיג איז עס זייער וויכטיג צו געבן חיזוק פאַר די טייערע אידן אויפ'ן פראָנט.אַלס קלימאַקס אויסצודרוקן די וויי געשריי פונעם יהדות החרדית, איז פאַררופן געוואָרן די מאַסן עצרת אדירה אויף דאָנערשטאָג אין בית המדרש הגדול דקהל יטב לב דסאַטמאַר וויליאַמסבורג, אַרויסצושיקן דעם מעסעדזש קבל תבל ומלואה אַז דאָס יהדות החרדית איז מוחה בכל תוקף ועוז קעגן די מעשה נבלה, און אַז מ'וועט נישט פאַרשווייגן דאָס מחלל זיין די מערות קבורה און דאָס עובר זיין אויפ'ן שאַרפן פסק פונעם בית דין הגדול שבירושלים.די עצרת אדירה וועט אויך דינען אַרויסצוברענגן די שאַרפע קול מחאה קעגן די גזירת גיוס וואָס לויערט אויף אונזערע ברידער בארץ הקודש דורך די מלכות המינות, און וועט אויפפלאַמען דאָס האַרץ פון כלל ישראל צו די מלחמה לה' בעמלק, אין אַ צייט וואָס די ביטערע גזירות דורך די מלכות הרשע והנגררים אחריהם ווערן ערגער ווי קיינמאָל בעפאָר.דער מעמד וועט צוריק אויפפלאַמען דעם ברען אין שלומי אמוני ישראל, מ'זאָל שפּירן דעם צער ועלבון השכינה ווען די תורה הקדושה ווערט צוטרעטן בריש גלי, ווען עס וועבן זיך אַזעלכע ביטערע גזירות וועלכע ווילן חלילה אַז לא יזכר שם ישראל עוד. עס וועט צוריק אויפוועקן די פייערדיגע דיבורים וואָס מ'האָט געהערט פון רבינו הקוה"ט מסאַטמאַר זי"ע, באותו מקום אינעם בית המדרש הגדול דסאַטמאַר איבער'ן חיוב פון יעדן איד מיטצושטיין צו די מלחמה לה' בעמלק מדור דור קעגן די מלכות הרשעה.גאָר געהויבענע געסט קומען צו פאָרן צום מעמד, אַלס שליחים פון אחינו בני ישראל בארץ הקודש, איבערצוגעבן דעם הילכיגן וויי-געשריי פון אונזערע טייערע הנאחנים ונאנקים אונטער די מלכות הרשע און פון דעם שרעקליכן איצטיגן מצב וואָס זוכט צו דערשטיקן יעדעס ביסל ערליכקייט און התנגדות צו די ביטערע גזירות.עס וועלן אויפטרעטן מיט פייערדיגע דיבורים די געסט פון ארץ הקודש הרה"ג ר' משה זאב זאָרגער שליט"א דומ"ץ סאַטמאַר ירושלים און מראשי המורי צדק אין די עדה החרדית, און הרה"ג ר' שאול סירוטה שליט"א, מגדולי משפיע ברעסלאָוו, וועלכע מלהיב זיין די לבבות פונעם ציבור לדעת את שלום אחיהם שבארץ ישראל, און צו קומען צו הילף אָפּצושטעלן דעם הירוס און גזירות, און זיך מחזק צו זיין באמונה הטהורה והצרופה און די התבדלות מרשעים - וואָס דאָס האָבן אַ שייכות מיט די מלכות המינות ברענגט ליידער אַז מ'זאָל דערגרייכן צו אַזעלכע מעשים קלקולים און צו שווייגן ווען עס קומען אַרויס אַזעלכע ביטערע גזירות קעגן די המשכה פון כלל ישראל ה"י.אויך קומט צו פאָרן צו די עצרת אדירה אַ גאָר-געהויבענער גאַסט פון קאַנאַדאַ, הגה"צ ר' משה מנחם טירנויער שליט"א דומ"ץ סאַטמאַר מאָנטרעאַל שליט"א, וועלכער האָט אַריינגעלייגט אַסאַך כוחות אָפּצושטעלן דעם הירוס פון די מערות קבורה און האָט ליידער איינגעזען אַז די אונטערנעמער איגנאָרירן דעם דעת תורה און רעכענען זיך נישט מיט די הלכה און דעם שרעקליכן ענין פון טשעפּען קברים וואָס איז ביז היינט געווען גאָר האַרב אפילו ביי גאָר שוואַכע אידן. דער דולה ומשקה מתורת רבינו זי"ע וועט אויפפלאַמען דעם ציבור צו די מסורה וואָס מיר האָבן פונעם רבי'ן זי"ע, און דעם חיוב צו צושטיין צו אחינו שבארץ ישראל שומרי הגחלת, וועלכע באַקעמפן די גזירות במסירות נפש ממש.אויך וועט געהערט ווערן אַ פייערדיגע דרשה פון הרה"ג ר' טודרוס זילבער שליט"א, וועלכער איז באַרימט מיט זיינע דרשות נלהבות וועלכע זענען יורד לחדרי בטן און איז מעורר אידן לתשובה ותיקון המעשים. ער וועט אַרויסברענגן דעם חובת השעה וואָס ליגט אויף יעדן אידן זיך מחזק צו זיין במשנתו של רבינו זי"ע, און מ'זאָל מיטשפּורן און טאָן וואָס מ'קען אָפּצושטעלן דעם שרעקליכן הירוס הדת און צו באַשיצן די טייערע אידן וואָס ווערן נעבעך צושלאָגט און צובלוטיגט למען כבוד שמו יתברך.ס'איז ערוואַרטעט נאָך דרשות פון גדולי הרבנים שליט"א, וואָס וועט באַזונדער געמאָלדן ווערן, קעגן דעם גזירות הגיוס וואָס איז ליידער אויך אַ תוצאה פון דעם וואָס מ'איז זיך מתחבר צו די כופרים, און די חילול הקברים.דער מעמד וועט זיין אַ היסטאָרישע עצרת וואו עס וועט צוריק ערוועקט ווערן דער פייער פון כלל ישראל צו באַקעמפן די מלכות המינות, און פילע טויזנטער אידן איבער גרעיטער ניו יאָרק קוקן אַרויס מיט שפּאַנונג מיטצוהאַלטן די כנסיה לשם שמים. עס וועט צוגעשטעלט ווערן טראַנספּאָרטאַציע פון אַלע חרד'ישע געגנטן פאַר צוגענגליכע פּרייזן. עס וועלן זיין ספּעציעלע מודעות אין יעדע געגנט מיט די גענויע סקעדזושעל און ערטער פון וואו די באָסעס פאָרן אַרויס.מטעם די עסקנים ווערט איבערגעגעבן אַז דער בית המדרש הגדול ווערט אויסגעשטעלט צו קענען אַרייננעמען דעם גרעסטן ציבור וואָס נאָר מעגליך. אַלע אַרומיגע שטיבלעך ווערן געעפנט און אויסגעליידיגט, אויסגעשטאַט מיט הויכ-הילכערס כדי צו מאַכן פּלאַץ פאַר ריזן ערוואַרטעטן דעם ציבור צו קענען מיטהאַלטן די כנסיה לשם שמים. די גאַלעריען פון די ווייבער שול ווערן אויך ספּעציעל אויסגעשטעלט פאַר די בחורי הישיבות, וועלכע בלויז קענען זיין אין די גאַלעריען כדי צו לאָזן פּלאַץ פאַר די בעלי בתים.ס'ווערט אויסגעשטעלט אַן ערהאַבענעם פול-שטאָקיגן בימת הכבוד פאַר די ריזיגע צאָל רבנים, ראשי ישיבה, דיינים ומרביצי תורה שליט"א, וואָס וועלן קומען מיטהאַלטן דעם מעמד אדיר למען כבוד שמו יתברך. באַזונדער ווערט צוגעשטעלט פּלעצער פאַר עלטערע אידן און אנשים מכובדים. אַ ספּעציעלע גרופּע עסקנים זענען געשטעלט צו האַלטן אָרדענונג ביי די אַריינגענג און צו פּלאַצירן די רבנים ואנשים מכובדים איש על מחנהו ואיש על דגלו.די עצרת אדירה וועט זיך אָנהייבן זיבן אַזייגער פּונקטליך, און די עסקנים רופן פאַר יעדן איינעם'ס באַטייליגונג צום באַשטימטן צייט, וויבאַלד מ'וועט זיך האַלטן זייער שטרענג צום סדר המעמד כדי אידן וואָס קומען פון די ווייטע מקומות זאָלן קענען צייטליך אַהיימפאָרן.די עצרת אדירה וועט אַרויסשיקן אַ הילכיגע פאַרדאַמונג קעגן דעם חילול הקברים, און וועט שיקן אַ הילכיגן מעסעדזש אַז דאָס יהדות הגולה וועט נישט זיצן שטיל און וועט נישט פאַרשווייגן דעם חילול הקברים.דער מעמד וועט אויפפלאַמען כל הגולה כמדורת אש קעגן די שרעקליכע גזירת שמד וואָס די מלכות הרשעה פאַרמעסט זיך און האָט שוין ליידער אָנגעהויבן אויסצופירן מיט די אַרעסטן פון בחורים פאַר זיך נישט שטעלן צום מיליטער.די אסיפה לשם שמים וועט אויפוועקן די רשפי אש קודש פון די אמונה בביאת המשיח, און מלחמה לה' בעמלק, וואָס מ'פּרובירט ליידער אָפּצוקילן און צו צוברעכן.כולנו, ברבבותינו, למען כבוד שמו יתברך!

נאטרוליסט » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 6:48 pm

· #169258
אנאליז פון די היינטיגע נאכטיגע עצרת.

אויב וועלן זיין אזעלכע אינטערנאציאנעלע רבנים אזא שטייגער ווי:

קארלסבורגער רב שליט"א פון בארא פארק.
כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א
כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א
כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א
וואלקאנער רב שליט"א
הגה"צ בעל מגד יהודה שליט"א
הגה"צ וואלאוואוער רב שליט"א
הגה"צ נירבאטור רב שליט"א

וועלכע זענען אלע קעגן חיטוטי שכבי און אלע קעגן גיוס בני ישיבות.
דעמאלט איז די עצרת א ריכטיגער סוקסעס - נישט קיין נפקא מינא צי אין ראדני זענען געווען 500 אדער 50 טויזענט מענטשן.

אויב וועלן זיין נאר אזעלכע רבנים ווי שאפראן, נטע שורק, בני יואל, שארמאש איז די עצרת א ליצי ליצנות., נישט קיין נפקא מינא צי אין ראדני זענען געווען 500 אדער 50 טויזענט מענטשן.

מיסטער מענטש » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 7:20 pm

· #169269
נאר,,פרייליך
הרה"ג ר' משה זאב זאָרגער שליט"א דומ"ץ סאַטמאַר ירושלים און מראשי המורי צדק אין די עדה החרדית

מזל טוב!!!!!!!!!!!!!

אבער סיז די זעלבע אמת ווי דעיס..
נאר,,פרייליך
ווען מענטשן פונעם חרד'ישן לאַגער פאַרשוועכן מערות קבורה בשאט נפש קעגן דעם פסק פונעם בית הגדול שבירושלים

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 7:26 pm

· #169276
די סארט 'שיינע' רבנים האבען אינזער הייליגען רבינו יואל אויך געלאזט ליפטערן אין שווערע צייטען, מיר שרעקן זיך ניש פון דיינע אנאליזען. טא!
העלמיר דיר ברענגען א ציטאט פון דיין פרענד אויף בחדרי וואס קריצט אביסעל מיט די צאן:



בזה שהסיקריקים משלבים ביחד את המערכה נגד הגיוס עם המגבית למען הג'יפ של חזקי הם רק מזיקים למערכה נגד גזירת הגיוס, אנשים רציניים עוד עוללים לחשוב שגם גזירת הגיוס היא בדיחה.


,

נאטרוליסט » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 7:35 pm

· #169277
אויב זענען די היימישע, ערליכע נייטראלע / אינטערנאציאנלע רבנים ( נישט פעיראלל) נישט דארט ביי די עצרת, איז עס ליצי ליצנות!

דאס איז מיין אנאליז.

שארמאש, לייטנער, אראד, טשאטה, זאלי, בני יואל רבנים, זאלי פורים בית דין וכו' - טראגן ליידער נישט קיין שום אנזעהן ביי קיינעם! קיינעם! קיינעם!

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 7:43 pm

· #169279
כ'האדיר נייעס
אז די חשבון און פאליטיש קוק פון די גבאים קינדער משתבקי''ם פון די פאלגענדע רבנים

קארלסבורגער רב שליט"א פון בארא פארק.כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"אכ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"אכ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"אוואלקאנער רב שליט"אהגה"צ בעל מגד יהודה שליט"אהגה"צ וואלאוואוער רב שליט"א הגה"צ נירבאטור רב שליט"א


איז נישט קובע בכלל צו עס געפינען זיך דארט יא מערות קבורה אדער נישט,

אבער ליידער ביי דיר און די געמיינדע נעבעך זענען יא די אויסשליסליכע ווארטזאגער נעבעך אפאר נידריגע יונגאלאך
אוי!! ס'רייסט מיר דאס הארץ אויף אייער מצב, קוק וויזוי דער בלאט האט זיך די וואך צופידעלט איבער די גיוס מערכה

מען זעהט ווי מען זיכט צו באהאלטען דעם ציבור אין קישענעס און דאכענעס צו דעקן פארדעקן זיינע מיאוסע פשעים וואס ער האט שוין די לעצטערע יארען אויפגעהויבען א האק על קברי קדמונים צוליב נארישע קינדישע פאליטיק חשבונות
ס'א ביטער רחמנות עליך וחבריך.

נאטרוליסט » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 8:19 pm

· #169285
אויב "אלע" ערליכע נייטראלע רבנים (נישט פעיראלל) האלטן אז די מערכה איז נישט לשם שמים... אפילו די גיוס מערכה איז אויך דורכגעפוילט מיט פאליטיק... אי נאכאמאל:

די גאנצע עצרת ליצי ליצנות... (נישט ממש, ווייל טשאדער און לייטנער מיט די פורים בית דין וועלן פארט באשיינען דעם אויבן-אן).

נאטרוליסט » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 8:27 pm

· #169291
יעצט סוף פסוק:

ביזטו מודה אז אין "נשר" גייען אן חפירות אויף א בית החיים. דורך אידן. - יא אדער ניין?

ביזטו מןדה אז קעגן די חפירות אין "נשר" איז מען נישט מוחה, יא אדער ניין?

ואידך זיל גמור!

מיסטער מענטש » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 10:07 pm

· #169325
הרב זארגער האט יעצט געזאגט ביי די עצרת

אז די קברים אין בית שמש איז אזוי ווי די ווערים אין די וואסער

קיינער קען עס טאקע נישט זעהן

אבער די עכטע מומחים זעעהן עס .....



יוי , נעבעך , ער איז א עכטע דיין ?

מיסטער מענטש » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 10:16 pm

· #169327
זארגער איז אויך מיר א שקרן???

ער זאגט אז די סאטמארע רבי ז"ל איז געווען פון די הויפט מייסדום פון אתרא קדישא

וואסססססססססס?

נאטרוליסט » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 10:40 pm

· #169328
ער איז נישט קיין ליגנער מיט דעם... סתם א פאנטאזירער.

א ליגנער איז ער מיט'ן פארקויפן די שקרים ווען ער ווייסט אז ס'איז שקר. נאר פאר פאליטיק איז א מצוה משקר צו זיין!

נאטרוליסט » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 10:52 pm

· #169329
עס איז אינטרעסאנט אז יעצט איז שוין באל 11 ביינאכט און עס האבן זיך נישט באוויזן קיין שום אנערקענטער רב.

נישט קיין גאלאנטער רב
נישט קיין ווינער רב.
נישט ר' הילל וויינבערגער
נישט סקולען, מונקאטש, אנאנים, וואלאווא, נהירבאטור.

זאלי מיט בני יואל האבן געמאכט אן אסיפה אין ראדני, און עס דארף איינעם בכלל אנגיין?

נאר,,פרייליך » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 10:57 am

· #169389
מיין אנאליז איז געציילטע רייד:

מיט דעם וואס ראדני סט. האט באוויזען אז אירע ''רבני ודייני'' הקהילה זענען די וואס לאזען הערן זייער דע''ת טראץ וואס פילע פילע 'דרעלעווער' האבען געוואלט פארדרייען דעם קאפ
און אפגעזעהן צו בלויז הינדערט פופציג מענטשען האבען גענימען א חלק אינעם עצרת צו זעקס א האלב טויזענט יידען זענען געווען א טייל פינעם מעמד,
האט דער צוזאמקום וואס פילע שאצער זאגען האט זינט דער ביטערער טאג כ''ו ניסן ביום נפל השר מרן הבר''מ זצ''ל און איבערגעלאזט עדת מרעיתו אין א ירושה קריג, נאכנישט געווען אין דעם בנין אזא סארט שטארקער צוזאמקום פון פילע סארטען און פראקציעס אינערהאלב סאטמאר, דער מעמד נורא האט געשיקט א מעסעדזש מהו מהותו של סאטמאר, ווי מ'קען זעהן פילע אין בחדרי זענען פריש אין א קריג מיהו היורש האמיתי

ומאידך גיסא שטייט נעבעך אזא שיין קהילה נאה וחסידה אזוי פאר'יתומ'ט ווי אפאר פאלנע לצים פארברעכער (משום חשש הלבנת פנים איני מזכיר נשמות) שטייען און זענען פוסע על ראשי עם קודש נעבעך און קיין שום ערליכער יוד קען נישט לאזען הערן א מיינונג נגדם בתוך הקהילה

בלויז צוליב דעם קומט די ירושת ראדני סט. להרבנים הגאונים הצדיקים וואס האבען נעכטן במעמד אלפים געלאזט הערן דע''ת בלי שום התחשבות מיט די לצני ופוחזי הדור

נאר,,פרייליך » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 11:02 am

· #169390
צום @נאטרוליסט וואס איז גאר נוטראל און ס'גייט אים ניטאמאל אהן

העל איך בלויז קורצע דבורים זאגען,
דא איז נישט געווען קיין שאלה מיהו סקולען?
מיהו וויען?
מיהו סערדאהעלי?
מיהו מונקאטש?
מיהו גאלאנטא?
מיהו נירבאטור?
מיהו וואלאווא?
מיהו אנאנים?

דא איז בלויז געווען

'איין פראגע''

מיהו הראוי להמשיך ולמסור לדורינו המשכת סאטמאר אהנע פרעגן שמוציגע אינגאלאך

נאטרוליסט » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 11:14 am

· #169392
אלע מענטשן אויף דער וועלט (נישט בני יואל / זאלי פורים בית דין) פרעגן:

פארוואס זעט איר נישט מוחה אויף די חפירות אין נשר?

נאר,,פרייליך » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 11:28 am

· #169395
נאטרוליסט
אלע מענטשן אויף דער וועלט (נישט בני יואל / זאלי פורים בית דין) פרעגן:

פארוואס זעט איר נישט מוחה אויף די חפירות אין נשר?

קוק ווער עס פרעגט עס יעדער חופר קברים ושלוחי פאלעי די ארכילאגען אויפען שטח האבען געהאלטען שילדען איבער אייער פראגע

ושאלת חופרי קברים, הוא הוא התשובה

נאר,,פרייליך » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 11:43 am

· #169398
אייערע בעלזע שותפים זענען דא
אויפען סייט פון בעלז ברענגען זיי אראפ ליצנות פינעם דיין פון סאטמאר הגרמ''ו זארגער, און זאגען נאך פאלשע זאכען משמו

עס קוקט טאקע אויס אז ס'גייט פאר קיינעם נישט אהן דעם נעכטיגער אסיפה

פליטת פה? בהפגנה שהתקיימה בבית מדרש ראדני בווילאמסבורג נגד חילולי קברים במתחם גולובנציץ בבית שמש, גילה דומ"ץ הפלג של רז"ל בירושלים, כי גם בשיכון סאטמר בשכונת עזרת תורה בירושלים התגלו קברים בעת הבניה, ולמרות זאת המשיכו לבנות.משה לדרמן - ניו יורק  י"ז טבת תשע"ד 10:32 האם מה שמותר לסאטמר אסור לאחרים? בהפגנה שהתקיימה בבית המדרש ראדני בווילאמסבורג נגד חילולי קברים במתחם גולובנציץ בבית שמש, גילה דומ"ץ העדה החרדית שנאם במקום כי בעת בניית שיכון סאטמר בשכונת עזרת תורה בירושלים התגלו קברים ולמרות זאת המשיכו לבנות.הרב משה זאב זורגר דומ"ץ של הפלג הסאטמרי רז"ל בירושלים ומו"ץ העדה החרדית שנאם בהפגנה, סיפר בין היתר שבעת בניית שיכון ויואל משה בשכונת עזרת תורה בירושלים, גם היה חשש לקברים כפי שיש במתחם גולובנציץ, אולם המשיכו לבנות בהיתר של יו"ר אתרא קדישא הרב דוד שמידל.

גאנצל » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 11:48 am

· #169400
נאכ'ן ליינען די פאר תגובות פון נאר זעי איך שוין דעם גאנצן בילד קלאר ווי אזוי ס'איז נעכטן געווען די אסיפה

א אסיפה וואס מ'דארף אנעלעזירן און פארענטפערן און אטאקירן א צווייטן

נאטרוליסט » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 12:20 pm

· #169406
אויב אלע גדולי ישראל האבן פארשטאנען אז זייער פלאץ איז נישט דארט.
אויב זענען געקומען נאר פעיראלל מענטשן... זאגט עס זייער אסא. עס שרייט הויעך!


איך בין ממש שאקירט אז קיין איינציגער נוטראלער רב האט :ך נישט באוויזן!

לא אלמן ישראל!

נאטרוליסט » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 1:20 pm

· #169409
שאקינג נייעס הער איך היינט פון א חבר וועלכער לערנט אין "דמשק אליעזר". אז מ'האט אנגעזאגט פאר אלע כולל אינגעלייט אז קיינער האט נישט צו גיין צו די עצרת!

וכן הוה. אין גם אחד פון זיין כולל איז נישט דארט געווען. נישט אז איינער דארף פרוף אז קעסטענבוים איז "העווי אינוואלוואד" אין די מכלומר'שטע גראבונגען, נאר עס צייגט דעם שמוציגן שפיל פון זאלי און זיין פורים בית דין מיט ר' טודרוס זילבער. מען שרייט, מען וויינט, מען קלאגט! אבער מ'מאכט פתח שין ווען א בלאק אוועק וואוינט איינער פון די הויפט שטיצער פון די שותפים!


היפאקריטן! און דערפאר האט קיין איינציגער נישט פעיראלל רב נישט אין געגאנגען!

לא אלמן ישראל!

קאווע טרינקער » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 2:30 pm

· #169417
נאטרוליסט
שאקינג נייעס הער איך היינט פון א חבר וועלכער לערנט אין "דמשק אליעזר". אז מ'האט אנגעזאגט פאר אלע כולל אינגעלייט אז קיינער האט נישט צו גיין צו די עצרת!

וכן הוה. אין גם אחד פון זיין כולל איז נישט דארט געווען.

one out of ?

קאווע טרינקער » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 2:38 pm

· #169419
דאס געהערט און אן אשכול "סאטמאר מעג יא"..

<a class="postlink" href="http://ladaat.info/article.aspx?artid=9462">http://ladaat.info/article.aspx?artid=9462</a>

האם מה שמותר לסאטמר אסור לאחרים? בהפגנה שהתקיימה בבית המדרש ראדני בווילאמסבורג נגד חילולי קברים במתחם גולובנציץ בבית שמש, גילה דומ"ץ העדה החרדית שנאם במקום כי בעת בניית שיכון סאטמר בשכונת עזרת תורה בירושלים התגלו קברים ולמרות זאת המשיכו לבנות.

הרב משה זאב זורגר דומ"ץ של הפלג הסאטמרי רז"ל בירושלים ומו"ץ העדה החרדית שנאם בהפגנה, סיפר בין היתר שבעת בניית שיכון ויואל משה בשכונת עזרת תורה בירושלים, גם היה חשש לקברים כפי שיש במתחם גולובנציץ, אולם המשיכו לבנות בהיתר של יו"ר אתרא קדישא הרב דוד שמידל.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32