☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » דער שוד המתים אין בית שמש נאך א פארצויגענער מערכה אנגעהויבען

דער שוד המתים אין בית שמש נאך א פארצויגענער מערכה אנגעהויבען

1597 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4495
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32

שעפטל » זונטאג אוגוסט 25, 2013 6:48 pm

· #145086
📎 BSi1YldCAAAJ7WL.jpg

שעפטל » זונטאג אוגוסט 25, 2013 6:51 pm

· #145089
יעצט איז דער ראב"ד פערטיג..

(און אים האבן אויך די אהרונים, דער בלאט, ראב"ד'ס מענטשן וכו' געשיקט...)

📎 IMG-20130825-WA038.jpg
📎 IMG-20130825-WA040.jpg

סאשי פיש » זונטאג אוגוסט 25, 2013 7:39 pm

· #145102
מיט א מייק אויך!!
image.jpg

נאר,,פרייליך » זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:27 pm

· #145165
שוויצער האט דא דערמאנט איבער אן ארטיקעל פון ש.ב. מרגליות וויאזוי ער פרובירט צו לויפען צווישען די טראפען און שטיין פון די זייט און אזוי בליקען אויף די סוטאציע און שטעכן די וואס זענען אין די געפעכט
ס'מיר נאר א פלא וויזוי דער כותב המאמר האט אינגאנצען פארגעסן ווי ניש לאנג צוריק ווען ער האט שטארק באגערט און געפארען בשליחות גדולי ישראל צו געווינען די דעת פון מרן הבני ברק'אי אז ער זאל ניש שטערן די גרויסער ניו יארקער הפגנה איבער גיוס בני ישיבות וואס מנהיג קהילת מהר''א האט אנגעפירט ברוב עוז וגאון
אין יענע תקופה איז געלאפען גאר שפיזיגע און שטעכעדיגע מאמרים אנטקעגן דעם חצר פון חזו''א 5 פאר'ן חטא פון שטערן זיין הפגנה און האט ניש געשוינט קיין שטעכעריי אינעם ריכטונג פינעם ראש ישיבה אין בני ברק
סאו פרעגן מיר טייערער ש.ב. אנא זייט מסביר ווי מעג מען יענעם יא אראפנידערן און מגלה זיין פרצופו קבל עולם ומלואו און ווי ניש?
ווען איז ער מחליט אז מ'דארף פערזענליך יענעם אנגרייפען און ווען איז אלו ואלו?

שכויעח פאר'ן אויסהערן

א שוויצער » זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:44 pm

· #145175
איך האב איין מורא'דיגער מליצה ישרה פון דעם קאכעדיגער 'געהענגעל' דא וואס שטורעמט דא די לעצטע דריי וואכען אז מען זעהט ווי די קברים נושא בארירט נאך אלע ערליכע אידען לכאן ולכאן און יעדער קומט ארויס זאגען זיין חוות דעת אינעם ענין
שוין באלד אריבער זעקס חדשים זינט כ''ק רבינו האט געשטורעמט איבער גיוס און זינט דאן איז נאכנישט געווען דא אזעלכע קאכעדיגע 'צימעס' ווי דער נושא
אבינו מלכינו עשה למען שוכני עפר!!

שעפטל » זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:45 pm

· #145176
ענטפער פון ש.ב....:

כ'הער וואס אייך באדערט, מיר וועלן אייך נאך ענטפערן ווען די צייט וועט רייף ווערן....

שכח למפרע פארן ווארטן מיט געדילד...

נאר,,פרייליך » זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:56 pm

· #145189
דברי מאה עדים מפי הרה''ג רבי שאול סירוטה מתלמידי הגה''צ רי''מ שכטר שליט''א
2013826_252225912_gif.gif

נאר,,פרייליך » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 12:07 am

· #145194
שעפטל'ע דער צייט איז שוין לאנג רייף און כ'דארף ניש ווארטען מיט געדילד אויפ'ן ש.ב. תירוץ

די תי' איז פשוט איז'ס נוגע מיין זאך און מיין פראבלעם וואס 'איך' קען מיך ניש אן עצה געבן דערמיט דאן האט מען אלע רעכטן,
ווידער אויב שפירט מען ניש אז ס'מיינס דאן טאר מ'טאקע ניש און מ'דארף שפילען דעם געים פון אלו ואלו

די חילוק איז נאר:
וואס א יוד שפירט אז דאס איז 'מיין' פראבלעם

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 12:13 am

· #145200
ר' ש.ב. האט אויפגענומען מיט פרייד אז איר האט שוין אן ענטפער, יעצט וויל ער נאר וויסן פארוואס דעמאלטס האסטו געפרעגט

גאנצל » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 4:20 am

· #145245
שעפטל
ר' ש.ב. האט אויפגענומען מיט פרייד אז איר האט שוין אן ענטפער, יעצט וויל ער נאר וויסן פארוואס דעמאלטס האסטו געפרעגט


וואס פארשטייסטו נישט ער האט אלעמאל געוואוסט די תי' ער הייבט נאר אן בעקיפין ארויסצוגעבן א PREVIEW פון די הייסע סחורה וואס ער האט ארוסבאקומען פון דער בלאט אפיס יא סוכ"ס האט ער זיך געבראכן ער האט אנגעהויבן ארויסצוגעבן שרעקליכע בילדער פון בית שמש און יעצט פונעם בלאט ווארט נאך ווארט נאך ס'קומט נאך אויב האסטו ביז יעצט נאכנישט געטאנצן ווארט צו וועסטו נאך זעהן וואס דא קומט אהא

סאשי פיש » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 10:12 am

· #145274
אין מאנסי, האט מען נעכטען געווארפען צום דריטען מאל פאשקווילען אהרן ווידער מיט נאך עסקנים האבען אלעס אויפגעהויבען
אהרן ווידער
image.jpg
image.jpg
נאכען ענדיגען
image.jpg
אין די קאר די פולע בעגס מיט פאשקויילען
image.jpg

נאר,,פרייליך » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 10:14 am

· #145276
לכבוד רב שעפטל ו'גאנצל

מ'דארף זעך ניש זויפיל ברעכן קאפ צו באקימען דעי מיליטערישע באהעלטענישען קלינג אהן דעם טעלעפאון ליין וי מ'האט ביז ניש לאנג צוריק געשאלט מיט גרויס פראפאגאנדע אז ס'איז סך הכל דא דארט'ן לעכער פון שמן תבואה וכו'

היצט הערט מען דארט'ן גרויסע געלט אקציעס און פאנדרעיזינג פאר'ן קדמונינו ארג. וואס מ'העט באהענגען ריזיגע ליילעכער די ניו יארקער גאסען אז דער הייליגער ראב''ד איז יא חס אויף קברים און אים גרויס מאכען עד שמי מעל
ס'איז נאר אויפפאלאענד פ''וו ?פונקט היצט ווען דער ראב''ד האט זיך זוי שטארק געשטעלט בעד די מחטטים האט מען זיך דערמאנט פינעם קדמונינו ארג.
און ווי איז פלוצים פארגעסן געווארען די גרויסע פאנדרעזינג אקציע וואס איז פאריאר פארגעקומען צו ראטעווען נשר ווי מ'האט איינגעשפאנט אלע כוחות זיך ארויסצולאזען אין א מעכטיגער הצלת קברי נשר קאמפיין?
=======================

באריכט איבער'ן נעכטיגען סעודת הילולא בהשתתפות הבד''ץ העדה החרדית:

הרב יהושע רוזנברגר: "חופרים קברים נגד גדולי ישראל"

בהילולה שנערכה לזכר גאב"ד 'העדה' הגרמ"א פריינד זצ"ל, נשא דברים חבר הבד"ץ הגר"י רוזנברגר • "אני לא יכול לשתוק. בעל ההילולה היה יוצא בחרב ובחנית למחות"

בחוגי 'העדה החרדית' ציינו אמש את היארצייט של גאב"ד 'העדה' הגאון רבי משה אריה פריינד זצ"ל. סעודת הילולא לזכרו נערכה במוסדות הרמ"א בירושלים, בהתשתפות גאב"ד 'העדה' וחברי הבד"ץ. סעודת ההילולא נערכה על רקע מאבק האימים בתוככי 'העדה החרדית' באשר להמשך הבנייה במתחם גולובנציץ בבית שמש. הרב יהושע רוזנברגר, חבר הבד"צ ורב קרית רמ"א בבית שמש, שבעבר פער את פיו נגד הגראי"ל שטיינמן, מחה בדרשתו באופן חריף על חילול הקברים בבית שמש, זאת במעמד הגאב"ד וחברי הבד"ץ הגרח"א פריינד והגרנ"ה פרנקל. בדבריו אמר: "אני לא יכול לשתוק אפילו שאני נמצא בהילולא של הגאב"ד של ירושלים, ואני חייב להגיד את מה שאני חייב להגיד, חופרים קברים נגד דעתם של גדולי התורה שאוסרים לחפור, ובאים אנשים ומוחים ומקבלים מכות, בעל ההילולא היה ידוע כאדם שקט מאוד וכשהיה מגיע למצב של אידישקייט כמו חפירות קברי יהודים, הוא היה יוצא בחרב ובחנית כמו אריה למחות".

נאר,,פרייליך » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 10:46 am

· #145283
אין אר''י איז פארשפרייט געווארען א צעטיל פינעם ראש הזק''א יהודה משי זהב ווי ער געט שטארקע התחזקות פאר זיינע נאכפאלגער די מחטטי שכבי אז זיי זאלען אנגיין מיט זייער מערכה וואס העט ענדגילטיג איינמאל פאר אלעמאל ענדיגען די אלע מערכות און הפגנות
פון די עדה''ח וואס ברענגט נאר בזיונות פאר די עדה''ח און טוט זיי אפהאקען פון די געזעלשאפט אין אר''י
מי רואה אלו יוצאים ולא יצא
=====================

מיסטער מענטש » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 10:55 am

· #145287
נאר,,,

האלט אן דא ווייטער כאטש אויף קאווע שטיבל זאל מען נאך עפעס הערן פון ענק .......

די מערכה איז פארטיג

עס איז געבראכן געווארן היסטאריע

אתרא קדישא שרייט און ווערט הייזעריג

און דאס יהדות החרדית מאכט זיך נישט וויסנדיג

יענקעלע כהן וויינט

און ערליכע אידן לאכן זיך אויס

די מחאות זענען אינטערגעגאנגען

ווייל קיינער גלייבט נישט ענקערע שקרים



דער ראבד הרב שטערנבוך האט אין די לעצטע טעג באקומען אויסטערלישע חיזוק פון גדולי רבנים אין אלע עקן וועלט

פאר צוריק שטעלן די תורה אין פלאץ און פסקנען לויט די הלכה און נישט לויט די טובת המערכות און עקלדיגע פאליטיק און שקר פון אתרא קדישא .

מיסטער מענטש » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 11:01 am

· #145289
באקומען אין אימעיל :

זאת התורה לא תהא מוחלפת !

בס"ד, כ' אלול תשע"ג - יומא דהילולא רבינו משה אריה בן רבי ישראל זיעועכי"א.

שלום וברכה,

יש פה חתימות כל חברי הבד"צ על המשך הבני' נגד דעת אתרא קדישא,ובראשם הגאב"ד והראב"ד להבלחט"א - וגם של הגאון הגר"י בלויא זצ"ל.
img-826134653-0001.jpg

נאר,,פרייליך » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 11:07 am

· #145290
היינט נאכט אין עואב''י וויליאמסבורג

וועט אויפטרעטן הגאון רבי דוד מיכאל שמידל שליט''א

וואס האט די זכיי' אין די לעצטערע יארען צו זיין דער ציל ברעט פון יעדן שונא כל טהרה
0826131101.jpg

נאר,,פרייליך » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 11:13 am

· #145291
אומגלויבליך!

דער מיסטער ברענגט בפירוש'ע אימעיל'ס איבער אן היתר בניי' בבית החיים גולובנציץ

און נעכטן נאכט האט זיך געוואגט הגר''י רוזנבערגער חבר הבד''ץ ארויסצוטרעטן קעגן גאנצען בי''ד

כולנו למען כבוד הבי'ד הגדול שבירושלים!

מיסטער מענטש » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 11:32 am

· #145301
יא ארץ ישראל שאקלט זיך איבער די מחאה פון רבי יהושע

אבער דו קענסט אים גיין בארואיגן אז מען ארבעט אין בית שמש

לויט זיין אייגענע פריערדיגע חתימה

און אר "י וועט זיך אויפהערן שאקלען

נאר,,פרייליך » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 11:37 am

· #145303
מיסטער וכל חביריך היקרים שיחי' זוי ווי שוין אריבער צוויי וואכען זיצט איר דא און טרייבט שפאס און ליצנות פון די שומרי הקברים גענוי אויפען דרך פון די אלע וואס האבען בכל הדורות אפגעשפעט פון ערליכע יודען שומרי תורה און דיין הייליגער רבי דער בעל דברי יואל האט אויך געהאט אויסצושטיין פין זעלכע סארט ליצים

ביטע טוט א טובה פאר אייער נשמה קומט היינט נאכט אריבער און הערט אויס די רייד פון הגר''ד שמידעל העט איר זעהן וואס עס מיינט אזא יוד און פון וועמען איר רעדט דא און טרייבט שפאס פאר'ן חשבון פין מעגליך דורך דעם צו געווינען די אנגעווייטאגטער לאנג פארצויגענער באראש סכסוך ועי' עוד בזה בהשקפה מאמר של הגרש''ש טעלער

כולנו למען כבוד התורה:
0826131101.jpg

מיסטער מענטש » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 11:42 am

· #145305
חחחח

נאטרוליסט » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 12:19 pm

· #145309
ר' דוד שמידל וועט אויפקומען מיט גרויסע חידושים היינט:

משה שטערנבוך איז א אפיקורס.
ר' חיים קנייבסקי איז א זקן אשמאי, א זקן ממרא.
ר' נסים קרליץ איז א גראבער יונג.

נאר די בית דין הגדול פון קיעפ סטריט, וועלכע האט נאר א סיין, און איז א שטיק ליצנות זייער דעת תורה איז עפעס.


מיין מעסעדזש צו ר' דוד שמידל:
כבר קדמוך ר' מנשה פילאפף און דער איד. האסט גארנישט צו פארקויפן פאר די קעלבלעך!

זלמן זאפיר » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 12:22 pm

· #145311
אתרא קדישא שרייט מען פראטעסטירט מען שפאלט קעפ בלא בלא בלא

דערווייל שפאצירט זיך אין אמעריקע דוד שמידל מיט זיין גברת אין אלע געשפעטן אין מען קויפט איין רעכטס אין לינק'ס ב"ה ס'איז דא געלט
אין די קעלבעלך לאזן זיך שפאלטן קעפ

מיסטער מענטש » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 12:27 pm

· #145313
זלמן קענסט זיין רואיג

מען פראטעסטירט נישט אין בית שמש אויך נישט

אתרא קדישא לעבט נאך אפשר אין נוי יארק ביי די געלט אקציעס

אין אר "י זענען זיי שוין א פארגאנגענהייט

גאנצל » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 1:47 pm

· #145338
ס'איז נאר אויפפאלאענד פ''וו ?פונקט היצט ווען דער ראב''ד האט זיך זוי שטארק געשטעלט בעד די מחטטים האט מען זיך דערמאנט פינעם קדמונינו ארג.

גארנישט אויפפאלענד זעהר פשוט יעצט איז א צייט וואס מ'קען מאכן געלט כל דכפין ייתי וייכול אתרא קדישא כאפט אפאר דאלער קדמונינו כאפט אפאר מטבעות און נאר פרייליך...? כאפט אפאר לייקס....

למדן » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 2:16 pm

· #145347
איך זעה אז דער ראב"ד גייט אויך רעדן ביי די יאהרצייט סעודה... אינטערעסאנט פארוואס רב סלונים קומט נישט

מיסטער מענטש » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 2:23 pm

· #145349
נאר,,, ביסט נאך דא ?

איך געב שוין אויף די ביטע צו זעהן בילדער פון די ביינער

כוויל אבער עפעס אנדערש


פאריגע וואך איז געווען א ריזזיגע עצרת אין אהל רחל אין ירושלים

נעכטן איז געווען א מעככטיגע עצרת אין בית שמש

אפשר קען איך זעהן די בילדער פון די מאסן ????

ביטע - יישר כח

גאנצל » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 4:00 pm

· #145399
איך מיין ס'איז שוין צייט צו מאכן א שטיקל סך הכל

נאך 20 בלעטער פון טענעריי הער און אהין זעהט מען אזוי דא איז דא צוויי צדדים

איין צד שרייט חי וקים אפגעזעהן צו ס'שטימט מיט די פאקטן צו נישט מאכט יא סענס אדער נישט בלייבן זיי מיט דעם אז די יעצטיגע מערכה איז פונקט אזוי ווי אלע מערכות ווי ביז היינט און מ'רעדט דא פון געהעריגע חטוטי שכבי פלעין און פשוט אזוי ווי איר הערט איי די ראב"ד? כבר הי' לעולמים אז ביי די עלטערע יארן ווערט א איד א כופר פאר עפעס א סיבה שרייבן חז"ל אל תאמין בעצמך עד יום מותך אדער די מער מעסיגע זאגן אז זיינע ארומיגע פארפירן אים בעד בצע דמים אזוי ווי ביי רבינו מסאטמאר הברך משה (אוי ניין אים האט מען נישט פאדרייט 🙂 )

עכ"פ צד א' לאמיר זיי אנרופן צד חומת הדת נעמט אן כנ"ל דאס איז געהעריג א מלחמה לד' בעמלק אן קיין שום שינו באזירט אויף א בריוו אונטערגעשריבן דורך רוב חברי הבד"ץ איי אפשר האט מען פאר'ן גאב"ד אויך נישט געזאגט דעם אמת? אבער ניין זיי נעמען אן אז די גאב"ד פארלאזט זיך אויף אתרא קדישא און שוין

צד ב' שרייט ניין דאס איז שוין גארנישט קיין מלחמה לד' דעס איז א פשוטע געלט אישו באזירט אויף דעם אז מ'זעהט א געוואלד שינויים פון אנדערע מערכות ביז היינט און נאך פראגעס

1) ס'איז די ערשטע מאל וואס צווישן די עדה אליין איז מען צוטיילט אויך די שערורי'=ווייזט אויף עפעס
2)געווענליך ביי אזאלכע שערוריות שטייען מיט שלומי אמוני ישראל אלע קנאישע קהלות אין ירושלים ווי תו"א (?!..) תוא"י דושינסקי און נאך התאחדות (....) און דא זענען אלע שטיל אפי' די עדה האט אפיציעל נישט געהייסן גיין מוחה זיין (זלמן זפיר)=ווייזט אויף עפעס
3) אלעס ווערט געבויעט לפי הוראות מרן הראב"ד=ווייזט אויף עפעס
4)די פארוואלטער פונעם לאט ווען זיי האבן נישט קיין ברירה און ווי איידער זיך אריין צו לאזן אין אן עסק ביש מיט א"ק האבן זיי באין ברירה מסכים געווען צו בויען כיפין על כיפין ויהי היום האט א"ק באשלאסן אן א פ"וו אז דאס איז אויך נישט דוט מ'דארת בויען א אנדערע אבער קודם האבן זי מסכים געווען אנדערש ווי געווענליך=ווייזט אויף עפעס
5) אין אנדערע מקומות (נישט נשר...) יפוי וכדו' האט א"ק געלאזט בויען ומאי שנא הכי =ווייזט אויף עפעס
און נאך

יעצט צוויי וואכן נאכן גראבן ווער האט געוואונען

צד א' פארלוירן

טעם: לויט די טאן אין גאס ביים עולם הערט מען נישט קיין ספעציעלע אויפברויז און שטימע פון קנאות רוב עולם פארדאמט די פאשקעווילן unfortunately זעהט אויס ווי דער עולם וויל א ענטפער אויף די פראגעס קיינער וויל מער נישט קיין סלאגאנען דער איז א מחטט שכבי דער אונטערגעקויפט דער אן אלטער אפיקורס

צד ב' דערווייל געווינער

טעם: מ'האט דערווייל נאך נישט געטראפן עפעס ממשותדיג

קהלת סאטמאר

צד מהר"א דאסמאל totely לענדסלייט געוואונס

טעם: זיך צוגעקוקט פון די זייט נישט גערעדט אויף קיינעם קריגטס ענק אויס צווישן זיך און רופט'ס מיך ווען עטץ זענטץ פערטיג זייער נארמאל און עקסעפטיבאל

צד מהרז"ל ווי שטענדיג נישט געוואונען און נישט פארלוירן (וואס יא?...)נישט צו שלינגען און נישט צום שפייען צופרידן געשטעלט ביידע פראקציעס ביי זיי קודם געשוויגן און נאכדעם געשריגן

צייטונגען

דער בלאט totel winer שטול און פארטיג אויסער דא אין ק"ש האט מען געוואוסט וואס זיי גייען נישט האבן געשריבן
דער איד געגעבן א ביינדל און א שטיינדל פאר יעדן און שלום על ישראל (אך און וויי פאר אזא pease)

דעס איז מיין בליק אויף די זאך יעדער איז איינגעלאדענט צו זאגן אנדערש מיין טיר איז אפען

dovi » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 6:24 pm

· #145443
צד א' פארלוירן

צד ב' דערווייל געווינער

דעס איז מיין בליק אויף די זאך יעדער איז איינגעלאדענט צו זאגן אנדערש מיין טיר איז אפען[/quote]

וסוף האמת ''לנצח''

שרייבער » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 6:28 pm

· #145448
שלום עליכם א פרישע ניק (גלגול?...)

מיסטער מענטש » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 8:47 pm

· #145476
דער אמת וואס האט מנצח געווען אין צפת

דער אמת וואס האט מנצח געווען אין ווילנא

דער אמת וואס האט מנצח געווען אין שפאניע

וועט מנצח זיין אין בית שמש

בסייעתא דשמיא

נאר,,פרייליך » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 9:32 pm

· #145495
גאנצעל'ע וחביריו היקרים זעהן אויס ענדליך צו בוש וואס האט זיך אויפגעשטעלט ערקלערן אויפ'ן שיף זיין וויקטארי רעדע איבער איראק

אייערע ווערטער זענען אויך געווען אקטועל צוויי וואכען נאכען הקמת המדינה ה' אייר תש''ח וווען אלע גדולי וצדיקי הדורות זענען געווען צובראכען און די כח הס''מ איז געווען עד שמי מעל 

ס'האט קיינער ניש געקלערט אז פאלעי ושותפו ורבו הכבוד... קענען ניש אויסאקערן א בית החייים ליידער האט ער שוין פילע קברים אויפ'ן קאנטע איז ס'זעהט ניש אויס אז דער גולובענציץ בית החיים העט זיין דער לעצטער ווי חיים עוזר'ל העט לייגען זיינע לאפעס

אויב ווילט איר קוקען ביים כלל ישראל ווער בלייבט נערץ ונקדש און ווער ס'טראגט נעבעך יענס פנים געט א קוק וויפיל צענדליגער רבנים ס'האבען זיך אלס אנגעשלאסען צו מתיר זיין און צו העלפן דעם עקירת בית החיים אין גאלאווענציץ דא העט איר זעהן ווער ס'איז ארויס דער זיגער צו לוזער

דאס אז איר מעסט מערכות קוקענדיג אויף דער יוד בלאט זאלי ארוני דאס קענט איר בעסער חשבונ'ען ווען איר העט דורכלערנען בעיון די באראש פסק כנ''ל במאמר הגרש''ש טעלער
 =====================
כ'וואלט נאר געוואלט פרעגן א קלייניגקייט א זאך וואס ס'ווינדערט מיר אויף די ניקים וואס שטיצען גאר שטארק די מחטטים און הערן ניש אויף צו וויינען מיט רויטע און הייסע טרערן א בילד ביטע און כ'הער אויף מיט די חטוטי שכבי

וויזוי שעמט איר זיך ניש בוגד צו זיין און אייער מתיר וכבוד התורה?

וואס האט בפירוש געשריבען אין זיין תשובה אז בבירור שיתוודע שהם קברי עכו''ם,

ווי אין די וועלט איז פאראן בכלל א מציאות שיתברר שהם קברי עכו''ם אין א שטח ווי ס'ניש פאראן איין בילד ניטאמאל

שר ..... וכבוד התורה ''א בילד ביטע''

מיסטער מענטש » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 10:01 pm

· #145514
נאר,,פרייליך
אייערע ווערטער זענען אויך געווען אקטועל צוויי וואכען נאכען הקמת המדינה ה' אייר תש''ח וווען אלע גדולי וצדיקי הדורות זענען געווען צובראכען און די כח הס''מ איז געווען עד שמי מעל 

סוי דו זאגסט אז אזוי ווי דעמאלס זענען אוועקגעפאלן גרויסע חלקים אידן רח "ל

אזוי אויך יעצט זענען אלע רביס און אלע רבנים פון גאנץ ארץ ישראל

און אלע קהילות ווי דושינסקי סאטמאר תולדות אהרן תולדות אברהם יצחק וכו' וכו'

אלע זענען נעבעך געווארן מחטטי שכבי און ציונים

סיז נאר פארבליבן אפאר טעראריסטן פון אתרא קדישא

וואס זענען די ערליכע אידן




כמיין ביסט גערעכט

נאר,,פרייליך » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 10:24 pm

· #145520
רבי דוד איז עפעס געוואלדיג ער האט היצט גערעדט אין ביהמ''ד הראב''ד בירושלים ד'אמעריקא ער איז נורא נוראות מיסטער מעננטש זיי ניש דא ביזי ווער ס'יא לוזער און ווער ניש קום אריין כאפ א בליק אויף אן ערליכער איד א בעל מסי''נ

אוי רבי דוד רבי דוד ניש אומזיסט האבען זיך די שועלים קטנים דא זיך פארלייגט אויף דיר

ס'א גמ' מפורשת יראי חטא...

מיסטער מענטש » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 10:28 pm

· #145522
ביסט א מחוצף

פאר אנרופן אלע תלמידי חסכמים און צדיקים פון אונזער דור שועלים קטנים


נישט שועלים קטנים האבן מחרים געווען אתרא קדישא

נאר רוב רובם פון כלל ישראל

ובראשם גדולי ישראל ומנהיגי העדית

נאר,,פרייליך » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 10:36 pm

· #145526
מיסטער:
חלמא טבא

קוק וויפיל גדולי ישראל זאגען אפען ארויס כדעת רבי דוד

און דיין שר........... ו'כבוד התורה שטייט נעבעך לעקיש מיט זיין חיים עוזר'ל יענקי פלאי ורבני ארצה''ח

ניטאמאל זיין חבר אין בלאט קאן זיך פאר אים עפענען דעם פיסק,

שמו יזכר לחרפ.......

מיסטער מענטש » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 10:51 pm

· #145530
רבי טייערע

אלע גדולי ישראל און מנהיגים האבן שוין אויסגעמעקט אתרא קדישא פון די באגלייבטע ליסטע

זעה נאר ווער עס נעמט זיך אן פאר ענק אין בית שמש

זעה נאר ווער עס פארט ארויס צו די 10מאן פראטעסטן



וועלכע גדולי ישראל האסטו נאך

די וואס האבן א ביהמ"ד מיט 50 מתפללים ?

די וואס האבן שיינע חבורות ?

אדער אפשר מיינסטו רבי חיים קנייבסקי וואס האט קיינמאל נישט געשיקט הרב בויאר ?

אדער ר' מאיר סאלוויישיק וואס האט געשרבין א בריוו קעגן חיטוטי שכבי תשנ"ח ?



וועק דיך אויף ביטע !

עס איז א פארטיגע מערכה ענק האבן פארלוירן די באגלייבטקייט

אזוי ענדיגט זיך א טעראר באנדע

נאר,,פרייליך » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 10:57 pm

· #145533
מיסטער מענטש די העסט נאך אסאך תגובות דארפען שרייבען ביזט די העסט זוכה זיין צו דיין גליקליכער חלום פין זעהן אתת'ק אראפ פון די מאפע

דערווייל גיי כאפ א ריקוד מיט עוזר'ל און יענקעלע פאלעי וחביריו

די עדה און פילע רבנים איבער די וועלט זענען אול די וועי פאר רבי דוד על אפך וחמתך

מיסטער מענטש » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 11:01 pm

· #145534
די עדה ?

די גאב"ד האסטו זיכער געוואלט שרייבן

איך האב נישט געבעטן זאלסט אנערקענען דא אז אתרא קדישא איז א אונטערגאנג

אבער אויפן שטח איז עס א מציאות

נאר,,פרייליך » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 11:06 pm

· #145535
וועלכער שטח?

שטח בית החיים ד'גולובנציץ:

איז א מציאות אז יענקי פאלעי מיט עטליכע אראבער בשית''פ עם השר.. וכבוד פליקען איין מערה נאכען צווייטען לשמחת מיסטער וניקיו
ולדאבון לב יראי ד' ורבני ומאורי הדור

שטח הארץ וחו''ל:
הער'ך דערווייל ניש פון איין רב וואס זאל האבען די העזה צו זאגען ווייטער צו פליקען א חוץ די ראבינאט הציוני ויהודה משי זהב

מיסטער מענטש » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 11:14 pm

· #145536
וועלכע שטח ?

די סקולענע שוהל אין מאנט קיסקא

נאר,,פרייליך » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 11:29 pm

· #145539
נאטרוליסט
מיר דוכט זיך אז אויב שטעלט מען א פרישע הרכב פון רבנים (מומחים) נישט פון אתרא קדישא (שמידל), און נישט פון די עדה החרדית, איז דער גרעסטער פארלירער די עדה החרדית.

און דער גרעסטער געווינער דווקא דער ראב"ד ר' משה שטערנבוך. הערט פארוואס:

1) דער גאב"ד האט ארויסגעגעבן א בריוו דיקטירט פון ר' דוד שמידל אז מ'טאר דארט נישט גראבן. פינטל. נישט מ'זאל אראפשיקן א הרכב פון רבנים וועלכע זאלן באשליסן צי מ'טרעפט אדער נישט. אסור לחפור שטייט. אן קיין שום תנאים אדער קאנדישאנס.

2) דער ראב"ד ר' משה שטערנבוך האט געשריבן אין זיין בריוו פאריגע וואך, אז די משגיחים זענען נישט קיין מומחים און מ'דארף נעמען אנדערע צי באשליסן צי די קברים זענען מענטשליכע אדער פון בעלי חיים און אויב דאס זענען יא מענטשליכע צי איז דאס קברי ישראל אדער קברי עכו"ם. דאס שרייבט רבי משה שטערנבוך.

3) יעצט אז די אתרא קדישא איז געקומען צו ר' חיימ'ען און פארלאנגט אז ער זאל זיך אננעמען פאר זיי, און ער שטעלט אן אייגענעם הרכב פון רבנים, פון ר' נסים קרליץ איז דער גרעסטער געווינער דער ראב"ד און דער גרעסטער פארלירער דער גאב"ד און ר' דוד שמידל.


כ'זע ס'טאקע מקויים געווארען במילואו דיינע חזיונות ביים ממנה זיין די רבני הגר''ח קאניעווסקי

ראב''ד געווינער
את''ק גאב''ד דר'ערד
חלמא טבא חזית

נאר,,פרייליך » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 11:32 pm

· #145542
שוידערליכע בילדער פינעם מעשי והנהגת רוצחי המשטרה וחברת השמירה של רוצחים חסידיים

ווערן מדי יום איבער גע'חזר'ט ליידער טייערע ברידער הרעישו שמים וארץ איבער'ן מצב

הערט צוויי אינפארמאטיווע אינטערויוס 718.362.8800.280.34.35 דער משה'לע פר''מ פון בי''ש האט א חן

נאר,,פרייליך » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 11:35 pm

· #145543
יהודה משי זהב געט התחזקות לאור המצב
0826131333.jpg

נאר,,פרייליך » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 11:36 pm

· #145545
רוף צום שר.. ו.כבוד ה'תורה צו אפשטעלן די שוידערליכע רציחות
2013826_1812713860_gif.gif

גאנצל » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 11:47 pm

· #145547
בקיצור נאר פרייליך דו ווילסט נאך אמאל און נאכאמאל שרייען איך דריי מיר אויס צו די וואנט שרייען די שר........... ו'כבוד התורה איז אליין איי הר' שלעזינגער אדמור מדושינסקי 25 מוצים פון עדה החרדית זענען מיט אים דעס וויל איך נישט זעהן און הערן אז קיין איין ערנסטע קנאותדיגע קהלה וואס שיקן געווענליך מוחה זיין שיקן נישט יעצט (אחוץ קהלת ברסלב גענומען פון חומת הדת)דעס זאלסטו מיר נישט זאגן ווייל איך וויל נישט הערן dont confuse me with facts נו אויב אזוי שטיי ווייטער ביים וואנט אויסגעדרייט און לאז אפ דעם עולם דא אונז דריי מיר זיך יא אויס און אונז זעי מיר געוויסע אינטערסאנטע זאכן און אונז וויל מיר פארשטיין און אונז פארשטיי מיר ב"ה כמאמר החכם ווער ס'פארשטייט פארשטייט

גאנצל » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 11:50 pm

· #145548
נאר,,פרייליך
שוידערליכע בילדער פינעם מעשי והנהגת רוצחי המשטרה וחברת השמירה של רוצחים חסידיים

ווערן מדי יום איבער גע'חזר'ט ליידער טייערע ברידער הרעישו שמים וארץ איבער'ן מצב

הערט צוויי אינפארמאטיווע אינטערויוס 718.362.8800.280.34.35 דער משה'לע פר''מ פון בי''ש האט א חן


די נומער פון חומת הדת קאנען מיר שוין ווער עס וויל אים הערן קען אים קאלן און הערן דארפסט זיך נישט מטריח זיין און ברענגען קטעים פון אים

בדחן » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 12:14 am

· #145552
אה, מ'זעט אז עס איז אלול.

א שוויצער » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 8:44 am

· #145605
אוי! טאטע!

אויף וועלכער וועלט לעבן מיר??

עס איז ערשינען א שאקירענד בילד ווי די ארבעטער אויפען שטח דרייען זיך ארום מיט א גלגולת ווער עס האט דעם בילד ביטע מזכה זיין
דעם ציבור

עס איז שוין העכסט צייט פאר'ן ציבור איבערצולאזען נארישע און קינדישע חשבונות און טון עפעס לכבודן של ישיני עפר

א שוויצער » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 8:54 am

· #145610
שיקט א פארלאנג צו
gmail.com@
beisshmesh

זיי שיקען ארום די שאקירענד בילד

בדחן » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 9:34 am

· #145616
א שוויצער
אוי! טאטע!
אויף וועלכער וועלט לעבן מיר?? עס איז ערשינען א שאקירענד בילד ווי די ארבעטער אויפען שטח דרייען זיך ארום מיט א גלגולת ווער עס האט דעם בילד ביטע מזכה זיין דעם ציבור עס איז שוין העכסט צייט פאר'ן ציבור איבערצולאזען נארישע און קינדישע חשבונות און טון עפעס לכבודן של ישיני עפרשיקט א פארלאנג צו gmail.com@beisshmes זיי שיקען ארום די שאקירענד בילד


איך ווייס נישט פארוואס, אבער די תגובה דערמאנט מיר פון די רעגען אויף די אריזאנע ווייץ.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32