☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » דער שוד המתים אין בית שמש נאך א פארצויגענער מערכה אנגעהויבען

דער שוד המתים אין בית שמש נאך א פארצויגענער מערכה אנגעהויבען

1597 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4495
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32

נאר,,פרייליך » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 4:52 pm

· #143482
נאדער נאך א מחאה
2013820_23354918974_gif.gif

נאר,,פרייליך » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 4:54 pm

· #143483
נאדער א פרישע מחאה
2013820_2338402555_gif.gif

מיסטער מענטש » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 4:58 pm

· #143486
אתרא קדישא קומט נעבעך איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל מיט די זעלבע געציילטע תמימותדיגע רבנים

די אלע האבן געשריבן צצוויי יאר צוריק אז ווער עס ראטעוועט קברים אן רשות פון אתרא קדישא

איז א חבר לאיש משחית

איך מיין אז פון דארט און ווייטער איז יעדע צעטל פון זיי אלע ווערד עפ"י די הלכה כקליפת השום

נאר,,פרייליך » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 4:59 pm

· #143488
רבותי ביטע ענטפערן עפעס זאכליך

דרייט אייך ניש ארויס מיט פוילע תרוצים
עפעס צום דבר ביטע

נאטרוליסט » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 5:03 pm

· #143491
וואס טראכסטו?
איך קען נישט נעמען צען נעמען און מאכן א צעטל גרויסע באלד אותיות, די זעלבע זאך וואס יאשקע90 טוט?

דו טראכסט טאקע אז היינט איז געווען מיין "מולד"?

דו זעהסט נישט אז אויסער די פאר אמעראצים נעמט זיך קיינער נישט אן פאר די אויסווארפן שמידל וכת דילי'?
הטרם תדע כי אבדה העדה?

נאטרוליסט » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 5:04 pm

· #143492
נאר,,פרייליך
רבותי!!
כ'ווענד מיר דא צו די א.ג. סאטמארע ניקים האמיר אינגאנצען פארגעסן דעם מאויבי תחכמינו???
קען איינער ענטפערן נארמאל רואיג און געלאסען אהן קללות און צולאזטקייט
הלמאי די פאלגענדע מחאות איבער בזיון וחילול עצמות קדמונינו העלן די ציוניסטישע נייעס זייטלעך און פרעסע פאר קיין רפואה ניש טרעפן נאר די בריוולעך וואס די א.ג. סאטמארע ניקים ברענגען פון דאס מאכען זיי 'צימעס' אז ס'גייט א רויעך
זענט איר א סאטמארע תלמיד דארף אייך דער שאלה געבן דעם קלארער בילד אינעם מצב

איך ווייס איין זאך:

דארט ווי די טריפה'נע מרץ ימח שמם זענען, דארף מען גייט די אנדערע זייט.

וואס האלט הרה"ק מנשה פיליפ?

נאר,,פרייליך » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 5:24 pm

· #143497
נאר,,פרייליך
רבותי ביטע ענטפערן עפעס זאכליך

דרייט אייך ניש ארויס מיט פוילע תרוצים
עפעס צום דבר ביטע

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 5:27 pm

· #143498
וואס איז די זאכליכע קשיא?

א שוויצער » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 5:42 pm

· #143504
פרייליכעל איך זע אז די ווערסט נישט אזוי שנעל צופרידען דא פון די אלע ניקים וועל איך דיר פרובירען צו בארואיגען מיט א תשובה וואס איך האף איר וועט דערמיט זיין צופרידען
די תלמידי וחסידי מהר''א זענען בכלל נישט אזוי שווארץ ווי די מיינסט און ווי עס קען זיך דיר דאכטען פון די שרייבערלעך דא
עס איז ב''ה פאראן א ריזיגער ציבור לאלפים וואס די הייליגער פייער פינעם בעל דברי יואל און זיין מלחמה מיט די פושעים פלאקערט נאך ביי זיי אין הארץ
נאר עס איז נעבעך פאראן געוויסע חסרי דעה וואס מיינען אז מיטען נאכפויקען דעס וואס די פרעמדע וועלט באשמיצט סאטמאר וועלן זיי געפעלן די וועלט ווי למשל די סלאגאן סיקריקים ווי זיי זעהן אז דאס איז כמוצא שלל רב פאר די פרעמדע גאס דערמיט צו שפייען אויף סאטמאר וועלן זיי דאס אומאויפהערליך איבערקייען און איבער'חזר'ן אויף זייערע קעגנער דערמיט צו זיכען נושא חן צו זיין און גוט אויסמאכען ביי די פרעמדע גאס
ה''ה לענינינו ביי די קברים מחלוקת פרובירען די זעלבע חברה דאס זעלבע נאכצוטאנצען יעדן ניגון און שניט וואס די פרעמדע גאס נעמט אהן כלפי די קנאים
אבער להוי ידוע פרייליכעל אז די אלע וואס פירען די מלחמה לד' ווי ועד משמרת חומותיך הגה''צ רבי שלמה רובין הגה''צ רבי בן ציון לאוב צו הגה''צ רבי נפתלי הירצקא צוויבעל הגה''צ רבי דוד שלמה עקשטיין וכו' די אלע ערנסטע יודען די פני העדה שטייען ווייט פון די חברה כמטחוי קשת
איך האב נעכטן ביי א שיעור פון איינע פון דעי רבנים געהערט ווי ער איז זיך מתאונן אויפען מצב אז עטליכע פאליטישענ'ס ווילען אונז נעבעך אריינשלעפן אין א ביטער'ן עסק
אבער ער האט אויסגעפירט מיר וועלן זיך האלטען גאר שטארק און פעסט צו אונזער ריינע מסורה און זיך נישט לאזען פון עטליכע יונגליך אז זיי זאלען זיך משתלט זיין אויף די גאנצע קהילה קדושה סאטמאר

נאטרוליסט » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 5:58 pm

· #143510
שוויצער,

פרייליכער וויל א קלארע ענטפער פון דיר:
איז ר' משה שטערנבוך איז א שייגאץ אדער א צדיק?

קיינער האט נישט געפרעגט וואס סאטמאר האלט, ווייל אין א געלט סכסוך מישט זיך סאטמאר נישט אריין.

נאר,,פרייליך » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:09 pm

· #143579
שלום עליך שוויצער יהא בואך לברכה!
איר שרייבט גאנץ צו די זאך איבער די מצב אין סאטמאר
אבער כל זמן ס'איז נאר במסתרים תבכה.. איז'ס ניש אינטערסאנט לאמיר זעהן די רבנים וואס איר רעדט איבער זיי זאלען ארויסקומען אזוי בגלוי ווי ס'קומען ארויס קול קורא'ס דא טעגליך הין און צוריק.

קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:13 pm

· #143582
ווער איז חיים רבינוביץ?

רב ערלנגער איז א מורה הוראה?

סאו וואט » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:32 pm

· #143595
צו וויסט איינער וואס איז דער בוהוש'ער רבי'ס מיינונג איבער דער גרובערייען און בית שמש?

קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:34 pm

· #143598
פארוואס? ער קומט יעצט קיין אמעריקע?

סאו וואט » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:37 pm

· #143603
ניין קומט נישט. ער האט זיך גע'כשר'ט און מטהר געוועהן לעצטענס בק"ן טעמים. קען ער שוין טיילען דעות.

קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:41 pm

· #143607
ער קען נישט טיילען דיעות, ווייל די רגע וואס ער האלט אנדערשט ווערט ער צוריק א שגץ.
קל וחומר פון רב שטרנבוך, וואס די שיטה הקדושה שטאלצירט זיך מיט אים לאמר "אפילו די ליטווישע זענען קנאים, און זענען אין די עדה, נישט נאר סאטמאר", אבער ברגע וואס ער זאגט זיין אייגן מיינונג, טרעפט מען אפיר אז בריסקע רב האט שוין פון לאנג געזאגט...
אוי באשעפער, יתמו חטאים.

נאר,,פרייליך » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:45 pm

· #143610
סאו וואט
ניין קומט נישט. ער האט זיך גע'כשר'ט און מטהר געוועהן לעצטענס בק"ן טעמים. קען ער שוין טיילען דעות.

יא הינדערט פראצענט א יוד וואס האט אפגעהאקט מיט די כספי המדינת הציוני קען האבען א 'דעה' אז מ'איז נעבעך אנגעהאנגען אין זייערע געלטער קוק ווי זיי קיקען אויס

איר קענט חוזק'ן מיט קאוועלע אינאיינעם פון די ערליכע יודען ס'העט אייך ניש העלפן די קנאים אר הער טו סטעי איף יא לייק איט אר נאט

קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:49 pm

· #143614
סארי, נערעלע, כ'האב בטעות אריין שפאצירט אין צימעס. ביי.

נאר,,פרייליך » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:51 pm

· #143615
קאווע טרינקער
ער קען נישט טיילען דיעות, ווייל די רגע וואס ער האלט אנדערשט ווערט ער צוריק א שגץ.
קל וחומר פון רב שטרנבוך, וואס די שיטה הקדושה שטאלצירט זיך מיט אים לאמר "אפילו די ליטווישע זענען קנאים, און זענען אין די עדה, נישט נאר סאטמאר", אבער ברגע וואס ער זאגט זיין אייגן מיינונג, טרעפט מען אפיר אז בריסקע רב האט שוין פון לאנג געזאגט...
אוי באשעפער, יתמו חטאים.

ברוך הבא איר האט שוין דעות אין די עדה החרדית אויך?? שאלאם

פרעג יעדער בר דעת פון ארה'ק ירושלים בית שמש בני ברק
רבי משה איז אלס געווען דיפרענט אין אלעמען פארוואס האט מען אים קיינמאל ניש ארויפגעריקט מיט א שטעלע צו ווערן גאב''ד??
ער ובני משפחתו האבען צוליב דעם א טינא בלב אויף די עדה, און עטליכע רשעים בבחי' סביב רשעים יתהלכון ניצען דאס אויס אים צו באגראבען זוי טיף טיף למטה מעשרה נעבעך
אזעלכע יודען כמותך וואס זענען פארנימען מיט ר קוק וכדומה איז טאקע אלעס איינס.

קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:59 pm

· #143619
פארוואס זאל איך נישט מעגן האבן א דעה אין די עדה החרדית, איך וואוין דאך אין ירושלים דאמעריקע.

אויב איז אמת אז שטרנבוך האט קיינמאל נישט געטויגט, פארוואס האלט מען אים דארט שוין אזויפיל יאר?

בד"וו, ר' משה שטרנבוך ווערט דא נישט באגראבן, אין מיינע אויגן. איך האב דעם שבת געלערנט זיין ספר "טעם ודעת" על התורה, לכבוד המחבר.

וואס ש(ט)עלסטו צוזאם רב קוק מיט רב שטרנבוך? רב קוק איז געווען א כל-בו.

סאו וואט » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 10:11 pm

· #143627
נאר,,פרייליך
סאו וואט
ניין קומט נישט. ער האט זיך גע'כשר'ט און מטהר געוועהן לעצטענס בק"ן טעמים. קען ער שוין טיילען דעות.

יא הינדערט פראצענט א יוד וואס האט אפגעהאקט מיט די כספי המדינת הציוני קען האבען א 'דעה' אז מ'איז נעבעך אנגעהאנגען אין זייערע געלטער קוק ווי זיי קיקען אויס

איר קענט חוזק'ן מיט קאוועלע אינאיינעם פון די ערליכע יודען ס'העט אייך ניש העלפן די קנאים אר הער טו סטעי איף יא לייק איט אר נאט

לולי דמסתפינא הייתי אומר: אל תקרי נאר פערליך אלא געפערליכע נער...

עני יוניטס אוועליבעל?

נאר,,פרייליך » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 10:11 pm

· #143628
קאווע טרינקער
פארוואס זאל איך נישט מעגן האבן א דעה אין די עדה החרדית, איך וואוין דאך אין ירושלים דאמעריקע.

אויב איז אמת אז שטרנבוך האט קיינמאל נישט געטויגט, פארוואס האלט מען אים דארט שוין אזויפיל יאר?

בד"וו, ר' משה שטרנבוך ווערט דא נישט באגראבן, אין מיינע אויגן. איך האב דעם שבת געלערנט זיין ספר "טעם ודעת" על התורה, לכבוד המחבר.

וואס ש(ט)עלסטו צוזאם רב קוק מיט רב שטרנבוך? רב קוק איז געווען א כל-בו.

גיי פילעווע ווייטער אין די צוויי גדולים דיינע מיט זייערע ספרים און לאז געמאכט דעם יהדות בארץ ובגולה
וואס איז ניש נייגעריג אין אזעלכע אויסווארפען כמוך וחביריך
שותה איר האט דא בטעות געבלאנדזשעט און גייט פון ווי איר קומט
סארי! פאר'ן כיבוד כ'האף איר פארשטייט ס'איז ברענעדיגע טעג היצט ביי די עדה'ניקעס
ביטע זייט מקיים דעם כל אשר יאמר לך......

קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 10:17 pm

· #143630
יא, איך שפיר צו היץ ביי די עדה-"ניק"ס.

א שוויצער » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 10:27 pm

· #143634
קאווע טרינקער
יא, איך שפיר צו היץ ביי די עדה-"ניק"ס.

זינט ווען האט פאר קוק אינטערסירט קברים ער האט דאך גערעדט פון די חילונים'ס גרויסע עבודות נאך גרעסער ווי די ערליכע
סא וואס גייט דיר בכלל אהן גראב יא גראב נישט קוק האט געהאט אנדערע דאגות.

קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 10:31 pm

· #143635
א שוויצער

זינט ווען האט פאר [הרב] קוק אינטערסירט קברים ער האט דאך גערעדט פון די חילונים'ס גרויסע עבודות נאך גרעסער ווי די ערליכע

מקור ביטע.

נאר,,פרייליך » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 6:47 am

· #143702
תלמיד של הרה''צ רי''מ שעכטער המגיד נפלא רבי שאול סירוטה האט משמיע געווען נעכטן נורא'דיגע רייד איבער'ן מצב הנורא שנייד שטיקער בבשר החי און פרובירט צו וואטשען אויף כבוד הראב''ד
הערט 718.362.8800.280.26.3
שטארק שטארק מחזק איבער די אשר קרך'ניקעס מבפנים מכם ובכם
רבי יעקב מאיר לאזט איבער געזינטע און פעסטע נאכפאלגער ברוך אשר לא השבית לנו גואל
============
אין די היצטיגע שעות ווערן פארשפרייט שארפע רופען פון אמעריקא מטעם האדמו''ר ורבני סאטמאר מהרז''ל תיכף אויפצוהערן מיט די חפירות
''''''''''
די ספינעס צו פארקירעווען די מערכה להצלת הקברים גייט ווייטער אהן צו משוגע מאכען דעם ציבור מיט ראטעווען כבוד ראב''ד הגר''ח קאניעווסקי האט געשיקט א מכתב תנחומין צו ראב''ד וביתו, מעגליך ס'העט אויך ערשיינען אין בלאט מיט אלע מכתבי הגנה און תובע זיין די עלבון ראב''ד
'''''''''''
ווער ס'האט די מכתב האדמו''ר ודייני מהרז''ל ביטע פאוסטען
=============
נאדער דעם באריכט איבער די מכתב תנחומין:

במכתב ברכה אישי, ששיגר רבי חיים קנייבסקי אל הרב שטרנבוך, הוא מאחל לו להיכתב ולהיחתם בספרן של צדיקים גמורים, לקראת פרוס השנה החדשה.וכך כותב הגר"ח במכתבו, כפי שפורסם ב'קו החשיפות':"למעכ"ת ידידי מחותני הגאון ר' משה שטרנבוך,• בברכת כוח"ט בספרן של צדיקים גמורים לאוי"ט ושנים, עוד ינובון בשיבה דשנים ורעננים."">"כעתירת ידידו דוש"ט, חיים קנייבסקי".מקורבי הגר"ח קנייבסקי אומרים כי מכתב הברכה מלמד על הקשר האישי ההדוק בין גדולי ישראל ועל תמיכתו הרבה של הגר"ח בגאון רבי משה שטרנבוך.כפי שדווח 
==========
ס'א ווייטאג צו זעהן ווי די צוויי גדולי ישראל ווערן נעבעך געפירט שולל דורך זייערע באי ביתם
סביב, רשעים יתהלכון, אוי וויי פאר זייער פלאג און עמל אויף די הייליגע תורה וואס ווערט נעבעך נתבזה דורך אייגענע אויבי איש אנשי ביתו

שמייכל גיט » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 8:03 am

· #143717
אינטערסאנט צי וויסן אויב איינער האט די בריוו וואס אליקים שלעזינגער שרייבט אויף איינע פין די התרים פין ר"מ שטערנבוך אז כידוע הוא כל מגמתו הוא להרות אתרא קדישא.
יעצט לוינט זיך ענדישער יא אנצינעמען.
גיי פארשטיי.

שמייכל גיט » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 8:22 am

· #143724
נאר,,פרייליך

אין די היצטיגע שעות ווערן פארשפרייט שארפע רופען פון אמעריקא מטעם האדמו''ר ורבני סאטמאר מהרז''ל תיכף אויפצוהערן מיט די חפירות
''''''''''
ווער ס'האט די מכתב האדמו''ר ודייני מהרז''ל ביטע פאוסטען

stay tuned
די מכתב האדמור איז געוואלדיג גיט געשריבן אין שארף ארויסגעברענגט אז מען טאר זיך נישט פארלאזן אויף קיין שום התרים די מכתב גייט יעצט דורך אפאר שיפורים עס וועט זיין אין פאבליק אי"ה די קומענדיגע קורצע שעות
אין סאן סאיז מסודר לייג איך עס ארויף
(אויב איך וועל זיצן דא)

שמייכל גיט » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 8:32 am

· #143727
ווי אויך גייט יעצט ווערן פארשפרייט די שארפע דברי מחאה וואס אדמור שליטא האט משמיע געווען יום ב' אין קעמפ ארויסברענגענדיג קלארער ווי ער האט עס ארויסגעברענט ביי שלש סעודות

פיינע קאווע » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 9:25 am

· #143730
נאר,,פרייליך האט געשריבן:אין די היצטיגע שעות ווערן פארשפרייט שארפע רופען פון אמעריקא מטעם האדמו''ר ורבני סאטמאר מהרז''ל תיכף אויפצוהערן מיט די חפירות
''''''''''
ווער ס'האט די מכתב האדמו''ר ודייני מהרז''ל ביטע פאוסטען

stay tuned
די מכתב האדמור איז געוואלדיג גיט געשריבן אין שארף ארויסגעברענגט אז מען טאר זיך נישט פארלאזן אויף קיין שום התרים די מכתב גייט יעצט דורך אפאר שיפורים עס וועט זיין אין פאבליק אי"ה די קומענדיגע קורצע שעות
אין סאן סאיז מסודר לייג איך עס ארויף(אויב איך וועל זיצן דא)

נו ווען קומט ארויס די בריוו ? איך הער אז די טראקטער שטייען מיט צינג אינדרויסען און ווארטען. איז דא א בריוו אדער נישט ?
אני הק' רעזערווירט די לעקטער פאול אין פראנט פון מיין הויז פאר'ן בריוו. צעגערט ווייניגער מיר דארפן נישט קיין שיפורים. גיבט עס ארויס וואס גיכער.

מ. גליקמאן » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 11:09 am

· #143738
שוין מיר קוקט עס שוין יעצט אויס אז נאר,,,פרייליך מיט שמייכל גיט זענען טאקע יא חסידי מהר׳א אזוי ווי זיי טענה׳ען, און זיי זענען נאר דא צו מאכן דאס גענאר פון אתרא קדישא און מהר׳זל..

שמייכל גיט » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 11:20 am

· #143740
די בריוו איז שוין אינדרויסן
בדצ סאטמאר.gif

חיים » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 12:03 pm

· #143741
כל חכמי.jpg

שמייכל גיט » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 12:06 pm

· #143743
הנהלת אתרא קדישא טרייסלט זיך אפ פין די שמציגע פאשקעווילן וואס ווערן פארשפרייט. זיי מיינען נישט די טובה פין די מערכה אין פין אתרא קדישא נאר להיפך, ודי למבין
אתרא קדישא 1.jpg

שמייכל גיט » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 12:12 pm

· #143744
די אמעריקאנע ווערסיע וועט שוין נאכפאלגן

שמייכל גיט » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 12:23 pm

· #143745
מחאה אדירה
אתרא קדישא 1.jpg

זלמן זאפיר » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 1:02 pm

· #143750
שמייכל גיט
לויט ווי עס יעצט גייט ר' יצחק טובי' מיט ר' יעקב מאיר ארויס מארגן צים מקום החילול

זענען זיי געווען די רבנים ?

זלמן זאפיר » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 1:05 pm

· #143751
שמייכל גיט
הנהלת אתרא קדישא טרייסלט זיך אפ פין די שמציגע פאשקעווילן וואס ווערן פארשפרייט. זיי מיינען נישט די טובה פין די מערכה אין פין אתרא קדישא נאר להיפך, ודי למבין

ליצים

בדחן » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 1:05 pm

· #143752
שמייכל גיט
הנהלת אתרא קדישא טרייסלט זיך אפ פין די שמציגע פאשקעווילן וואס ווערן פארשפרייט. זיי מיינען נישט די טובה פין די מערכה אין פין אתרא קדישא נאר להיפך, ודי למבין

מיינט דאס אז זיי גייען זיך אפשאקלען פון הר' מנשה פילאפ וואס האט געהאלטען די אלע שארפע דרשות?

מיסטער מענטש » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 1:21 pm

· #143762
נישט לצים

נאר שוטים

זיי מיינען עכט אז זיי קענען דא טאנצן אויף צוויי חתונות

שיסן אין די גאסן פאשקעווילן און גלייך זיך אפשאקלען אויף א אנדערע צעטל????

שוטים

נאר,,פרייליך » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 2:09 pm

· #143771
שוטים ארויף שוטים אראפ
ווי ס'הייס היצט העט פארקומען א סיס-פייער אין די צוקנופט פאר עטליכע טעג, אויף די אינטערווענץ פון כלל טוער און רבני ומאורי הדור
ד.ט.פ.

זלמן זאפיר » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 2:13 pm

· #143776
נאר,,פרייליך
שוטים ארויף שוטים אראפ
ווי ס'הייס היצט העט פארקומען א סיס-פייער אין די צוקנופט פאר עטליכע טעג, אויף די אינטערווענץ פון כלל טוער און רבני ומאורי הדור
ד.ט.פ.

ווייל קענסטבוים האט זיך ארויס געצויגן ? אין פארדעם האט היינט הערשט מהרז"ל'ס דיינים ארויס געגעבן דעם בריוו זייערע נישט ווי צי טיען קעסנטבוים ?

נאר,,פרייליך » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 2:14 pm

· #143777
די קייט און שוואונג פין מחאות לאזען ניש נאך
ווי אימער ס'נאר פאראן א צרוע וזב בארה''ק לויפט ער ווי א מאגנעט צום כבוד הראב''ד באוועגונג
געט א בליק די מיינונג פון די אנהענגער פון מרן הבני ברקאי און די וואס פארדאמען די חרד''ק'ים געשרייעכץ
נאדער:
תחשבו+על+זה+-+Copy.jpeg

שמייכל גיט » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 2:17 pm

· #143778
זענען די עסקנים פין אתרא קדישא טאקע אזוי שטאט אין זיי שטעלן נישט צאם דעס וואס אלע ניקס כאפען אז מיטן שיסן פאשקעווילן ברענגט מען אינטער די מערכה???
כאפן זיי טאקע אז מיט ידע מיסע פאשקעוויל וואקסן צי נאך מוצ"מ צי די מחאה אויף עלבון התורה???
קען טאקע זיין אז אין ר' אהרן שטאט ק"י קען שוין צוויי וואכן אין א צי זיין אלע גאסן פיל מיט מיסע פאשקעווילן אויסגעגאסן מיט א סיסמאטישע סיסטעם אין ר' אהרן ציבור קען נישט כאפן די פאר אינגלעך???
האבן זיי נישט געכאפט אז ווען די ערשטע מחאה אויף עלבון התורה איז ארויס אז די מערכה איז פארשפילט אין מען סטאפן מיט די פאשקעווילן ווארפעריי ווייל דאס ברענגט נאר בזיונות???
====================================================================
די תירוץ דארף איך נישט אויספירן אין יעדע בר דעת פארשטייט וועמענס האנט ליגט דערין!
די זעלבע קליקע וואס פרובירן ארויף צי שמירן די לעצטע צען יאר אין מבאיש ריח צי זיין די עסקנים לכל דבר שבקדושה מיט שקרים וכזבים אין בלבולים וואס איז ארויסגעצויגן פין פינגער, אט די פאשקעווילן, האבן אויף זיך די פינגער אפדריקן פין די צדיקים אין יעצט קומן זיי שרייבן מיט לייליכער אין קידוש לבנה אויתיות עלבון התורה וגו'!

זלמן זאפיר » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 2:19 pm

· #143779

ר' אהרן שטייט אויך אינטער מנשה פיעלף'ס פוער פיו זיין אויפן ראב"ד ?

בדחן » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 2:19 pm

· #143780
נאר,,פרייליך
שוטים ארויף שוטים אראפ
ווי ס'הייס היצט העט פארקומען א סיס-פייער אין די צוקנופט פאר עטליכע טעג, אויף די אינטערווענץ פון כלל טוער און רבני ומאורי הדור
ד.ט.פ.

ווער איז משוגע צוצישטעלן א לייטער פאר די סיקריקים אראפציקריען פון זייער הויכען בוים ווי זי האבן זיך פלאצירט??
לאמיר האפן אז די נייעס איז נישט אמת פינקט ווי אלע דיינע נייעס, און בקרוב זעל מען דארט קענענן שטעלן א ריזיגען סיין: פה נטמן הסיקריקים.

סאשי פיש » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 2:20 pm

· #143781
ריזן מאסן דעמאנסטראציע אין מאנהעטן קעגן ר׳ אברהם סלאנים
די ריזיגע עולם!!
image.jpg

סאשי פיש » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 2:21 pm

· #143782
נאך פון דער געוואלדיגער עולם!!
image.jpg

בדחן » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 2:21 pm

· #143783
שמייכל גיט

די תירוץ דארף איך נישט אויספירן אין יעדע בר דעת פארשטייט וועמענס האנט ליגט דערין!
די זעלבע קליקע וואס פרובירן ארויף צי שמירן די לעצטע צען יאר אין מבאיש ריח צי זיין די עסקנים לכל דבר שבקדושה מיט שקרים וכזבים אין בלבולים וואס איז ארויסגעצויגן פין פינגער, אט די פאשקעווילן, האבן אויף זיך די פינגער אפדריקן פין די צדיקים אין יעצט קומן זיי שרייבן מיט לייליכער אין קידוש לבנה אויתיות עלבון התורה וגו'!

מסכים, אין קר"י איז ר"א שולדיג,
ווער האט עס געווארפן אין וומסב"ג? אדער אין מאנסי? אדער אין אר"י? אויך ר"א?!

בדחן
שמייכל גיט
הנהלת אתרא קדישא טרייסלט זיך אפ פין די שמציגע פאשקעווילן וואס ווערן פארשפרייט. זיי מיינען נישט די טובה פין די מערכה אין פין אתרא קדישא נאר להיפך, ודי למבין
מיינט דאס אז זיי גייען זיך אפשאקלען פון הר' מנשה פילאפ וואס האט געהאלטען די אלע שארפע דרשות?

מיסטער מענטש » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 2:22 pm

· #143785
נאר,,,,,

אויב גייט הערצל קומען זאגן אז סנישטא קיין קברים

גיי איך אטאמאטיש מוזן זאגן אז סיז יא דא????

סטאפ מיט דע שטותים מיט הבלים דער זאגט יענער זאגט

ברענג שנעל פיקשערס פון די קברים
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32