☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » דער שוד המתים אין בית שמש נאך א פארצויגענער מערכה אנגעהויבען

דער שוד המתים אין בית שמש נאך א פארצויגענער מערכה אנגעהויבען

1597 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4495
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32

בדחן » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:13 pm

· #144233
זלמן זאפיר
איך קען נישט פארשטיין פארוואס דער מעכטיגער רב ר' יצחק טובי איז קיינמאל נישט ארויס געגאנגען פראטעסטירן ?
וואס טראץ די אתרא קדישא מאפיא האט געהאלטן אין איין שרייבן אז אט אט גייט גייט ער
ווייס איינער פארוואס דער מעכטיגער רב איז נישט געגאנגען ?

לויט ווי אזוי איך פארשטיי פראבירסטע צו מאכען א פוינט פינעם פאקט אז דער גאב"ד איז נישט געקימען פראטעסטירען,
האסט א נקודה, אבער ווען די שרייבסט עס ווען מיט מער ריספעקט וואלט עס צוגעגעבן אז די גאנצע דיסקאשען זאל האבן א שענער פנים און נישט עס זאל אויסזען ווי א קינדערגארטען, סוכ"ס איז @נאר,,פרייליך נישט קיין צד אין די מחלוקה, ער איז נארא א אטענשען סיקער וואס האט גענימען א טרעמפ אויפן מערכה.

שמייכל גיט » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:15 pm

· #144234
גאנצל

ר' משה שטערנבוך מחטט שכבי! ממש רעספעקטפול ניין..?! ס'קומט זיך אים א מאדאל פאר זיין רעספעקט ניין..?

ווען מען שרייבט מחטט שכבי אויף ר' משה שטערנבוך מיינט עס נישט סתם צי באשמוצען נאר עס אינדעפעצירט אים סתם, אזוי ווי אדמו"ר מסאטמאר אויף מהר"א טייטלבוים עס איז בלויז זיין טיטול

נאטרוליסט » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:17 pm

· #144236
זלמן זאפיר
איך קען נישט פארשטיין פארוואס דער מעכטיגער רב ר' יצחק טובי איז קיינמאל נישט ארויס געגאנגען פראטעסטירן ?
וואס טראץ די אתרא קדישא מאפיא האט געהאלטן אין איין שרייבן אז אט אט גייט גייט ער

ווייס איינער פארוואס דער מעכטיגער רב איז נישט געגאנגען ?

אז ער האט געמוזט לויפן קיין בני ברק זיך צו בעטן ביים גאון ר' חיים קנייבסקי. אבער רבי חיים האט אים קלאר געלאזט וויסן אז ער קען נישט רעדן קיין ווארט פון די אתרא קדישא פאליטיק.

דער גאב"ד האט געפאלגט ווי א וואויל יונגל, און האט קיין ווארט נישט גערעדט איבער איבער בית שמש.
יעצט וועט חיים קנייבסקי שנעל ווערן א זקן ממרא, א זקן אשמאי, א שייגעץ און אן אמהארעץ!

דער גאב"ד'ל איז אבער נישט שטארק צעקראצט פון די פרשה, ווייל ער האט מיט זיך יצחק ווייס, נחום אטיק און מנשה פילאפף, מיט די לישקע פון קיעפ סטריט.

זלמן זאפיר » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:31 pm

· #144245
זיי זענען ביזי אז טורצין אייזנבאך גיין פראטעסטירן אין סאטמאר האט מען נאך נישט געהערט די געוויקסן ווער זיי זענען

די שאלה פרעגט זיך ווי איז ר' יצחק טובי' רב אולמאן ר' יושע ראזנבערגער פין בית שמש
( וואס מען זאגט אז ר' יושע האלט עס עכט עכט נישט אויס ער האט פשוט שלאפלאזע נעכט )

האט טאקע טעראר געווינען אז זיי ציטערן צי גיין ? אדער לאכן זיי אין די פאסטן פין די יונגעלייט וואס גיין יא ארויס ?

גאנצל » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:36 pm

· #144247
נאטרוליסט
זלמן זאפיר
איך קען נישט פארשטיין פארוואס דער מעכטיגער רב ר' יצחק טובי איז קיינמאל נישט ארויס געגאנגען פראטעסטירן ?
וואס טראץ די אתרא קדישא מאפיא האט געהאלטן אין איין שרייבן אז אט אט גייט גייט ער

ווייס איינער פארוואס דער מעכטיגער רב איז נישט געגאנגען ?

אז ער האט געמוזט לויפן קיין בני ברק זיך צו בעטן ביים גאון ר' חיים קנייבסקי. אבער רבי חיים האט אים קלאר געלאזט וויסן אז ער קען נישט רעדן קיין ווארט פון די אתרא קדישא פאליטיק.

דער גאב"ד האט געפאלגט ווי א וואויל יונגל, און האט קיין ווארט נישט גערעדט איבער איבער בית שמש.
יעצט וועט חיים קנייבסקי שנעל ווערן א זקן ממרא, א זקן אשמאי, א שייגעץ און אן אמהארעץ!

דער גאב"ד'ל איז אבער נישט שטארק צעקראצט פון די פרשה, ווייל ער האט מיט זיך יצחק ווייס, נחום אטיק און מנשה פילאפף, מיט די לישקע פון קיעפ סטריט.

בקיצור בדחן דאסמאל ווילן זיי נישט הערן דיין בדחנות זיי ווילן נישט פאלגן

נאטרוליסט » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:37 pm

· #144249
ליצים זאגן 2 גוטע ווערטערלעך:

1) די "עדה החרדית" איז די איינציגסטע קבר דא. ווייל אין בית שמש איז נישטא קיין קברים.

2) מ'שלאגט זיך נישט איבער "השארת הנפש". מ'שלאגט זיך יעצט איבער "השארת העדה החרדית"!

די קיעפ סטריט אמעראצים מיט זייערע שותפים פילאפף, אטיק און יצחק ווייס האבן דעסטרויט דעם בית דין כליל תקטר, והגאב"ד בראשם.

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:08 pm

· #144276
קען איינער פאוסטען ביטע די רבנות מחאה אויף כבוד ה'תעירע?
מי רואה אלו יוצאים ולא יצא!
ס'ארא חיצפע פון די ראבינאט די ביד''צ האט באשלאסען משך פארלאפענע יאר אז מ'רעדט ניש קיין ווארט פין די חעברע און זיי קומען ארויס מיט א מחאה

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:21 pm

· #144280
חטאתי! עויתי! פשעתי!
כ'על זיך מתוודה זיין ברבים כ'צי צוריק פין אלע געשרייבעכץ איבער מנהיג ה'בלא... ער איז דערווייל דער איינציגסטער וואס האלט זיך במסי''נ געטריי צום ביד'צ דער ביד'צ האט מחליט געווען שוין קרוב צו א יאר צייט אז מ'איז שטיל איגנארירען די עטענשאון סיקער'ס און ער פאלגט'ס אויס בנאמנות
ס'קומט זיך אים באמת קרעדיט פאר'ן זיין אזוי געטריי צום בי''ד הגדול און שוינען אויף זייער כבוד טראץ די דרוק און פרעשור פינעם ציבור וואס ווארט צו זעהן און הערן וויזוי צו טראכטען און ענטפערן פאר דעי אהל שרה קאקא'ס אבער אינזער העלדישער מנהיג און פירער האט זיך ניש געלאזט פארנארען און אויסגעפאלגט דעם הוראת והחלטת הביד''צ פאלקאם
אשריך אשריך כלל ישראל איז מיט דיא אלל דע וועי!

זלמן זאפיר » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:25 pm

· #144283
נאר,,פרייליך
קען איינער פאוסטען ביטע די רבנות מחאה אויף כבוד ה'תעירע?
מי רואה אלו יוצאים ולא יצא!
ס'ארא חיצפע פון די ראבינאט די ביד''צ האט באשלאסען משך פארלאפענע יאר אז מ'רעדט ניש קיין וארט פין די חעברע און זיי קומען ארויס מיט א מחאה

די גימיקס האט שוין לאנג עקספייערט דעס קענסט שוין ניטאמאל פארקויפן אין סענס סטריט

חיים » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:30 pm

· #144285
זלמן זאפיר
איך קען נישט פארשטיין פארוואס דער מעכטיגער רב ר' יצחק טובי איז קיינמאל נישט ארויס געגאנגען פראטעסטירן ?
וואס טראץ די אתרא קדישא מאפיא האט געהאלטן אין איין שרייבן אז אט אט גייט גייט ער

ווייס איינער פארוואס דער מעכטיגער רב איז נישט געגאנגען ?

די קשיא איז נאך אסאך שטארקער:

ווי נאר ס'איז געווען ערגעץ אין ארץ ישראל אן ארט וואו מ'האט אויפגעגראבן קברים, זענען די ביד"צ העדה החרדית באלד ארויסגעקומען מיט א שארפע מחאה אנטקעגן, און געבעטן מ'זאל ארויסגיין מוחה זיין. אבער דא האט זיי אנגעכאפט עפעס א שטיל שווייגעניש, מ'הערט נישט פון זיי קיין פיפס!

נאך מער, ווי מ'שמועסט, האט דער גאב"ד געזאגט פאר עטליכע אז ער האט קיינעם נישט געהייסן מוחה זיין!

און בעיקר, ווער געדענקט נישט ביי די פריערדיגע מערכות פון חיטוטי שכבי, ווי מורד הר הבית א.ד.ג. וואס אייביג פלעגן הונדערטער אידן פון אלע קרייזן ארויס גיין מוחה זיין (מ'קען דאס נאך זעהן אויף די בילדער פון דעמאלס). אבער דא וואו זענען פלוצלונג אלע פארשוואונדן געווארן? וואו זענען די טויזנטער היימישע קרייזן ווי דושינסקיא, תולדות אהרן, תולדות אברהם יצחק, ברסלב, וכו'? איז דאס אמת וואס שמועסט: אז זיי אלע האבן זיך אפגעשוירן די פיאות, און אראפגעווארפן פון זיך דאס קאפל, און זענען געווארן רח"ל כופרים אין תחיית המתים און השראת הנפש? איז דען אמת אז דער גרויסער בעל חסד ר' אברהם סלאנים האט זיך שוין גע'שמד'ט רח"ל?

האט דען השי"ת באנקאטירט ח"ו מיט זיין וועלט? און נאר די 30-40 יונגעלייט מיט אפאר פאטשקעווילן ווארפער'ס פון אתרא קדישא זענען אים געבליבן געטריי?

דער תירוץ איז:

מיינט נישט אז מ'קען פאר די ירושלימ'ער קלוגע ערליכע אידן פארקויפן באבא מעשיות! זיי שרעקן זיך זייער ווייניג פון די אלע פאטשקעווילן, זיי אלע ווייסן גאנץ גוט דעם ריינעם אמת, עס מעג זיין אפילו טויזנטער חתימות פון אלע רבנים פון דער וועלט, אבער זיי קען מען נישט פאר'נאר'ן, זיי שטייען און לאכן פון די אלע נארישע רבנים מיט זייערע חתימות, זייט ווען און וואס פארשטייען דען די רבנים וואס טוט זיך אין ארץ ישראל, מ'קען זעהן אויף זייער מחאה צעטל ווי זיי שרייבן "פיר הונדערט קברים"! עס האט ארויפגעברענגעט א גרויס געלעכטער ביי די ירושלימ'ער אידן, זעהענדיג ווי ווייט זיי ווייסן נישט בחייכון וביומיכון, האבן זיי דען דורכגעלערנט און מברר געווען דעם גאנצן סוגיא אזוי ווי דער גדול הדור שר התורה רבי משה שטערנבוך שליט"א הראב"ד האט געשריבן א לאנגען ביאור להיתר!?

די ירושלימער אידן ווייסן גאנץ גוט - אזוי ווי מיר אלע ווייסן - אז עס געדויערט נישט מער ווי אפאר מינוט צוצוגיין צו די רבנים, און די חתימה ליגט שוין אויפן צעטל, מ'דארף אפילו נישט גיין צו די רבנים, מ'קען היינט ארויסבאקומען א חתימה אויך דורכן טעלעפאן, און בעסער געזאגט מ'דארף נישט דערצו אפילו קיין טעלעפאן, די רבנים וועלן שוין געוואויר ווערן ווען זיי וועלן ליינען דעם צייטונג...

די אלע ירושלימער אידן - אויך די אזויגערופנע קנאים פון אתרא קדישא - ווייסן דעם ריינעם אמת, אז עס איז נישטא קיין שום איסור צו גראבן דארטן (איך גיי נישט אריין יעצט אין דעם גאנצן נושא וואס איז דער היתר), די חתימות פון כמעט אלע דיינים וועלכע האבן אונטערגעשריבן אויף דעם איסור פון גאב"ד, זענען געווען געצווינגען, זיי האלטן קלאר עס איז נישטא קיין איסור, דער גאון הראב"ד ושר התורה רבי משה שטערנבוך שליט"א איז זייער שטארק אנגענומען ביי אלע קרייזן אלץ א פוסק! עס מעג זיין טויזנטער פאטשקעווילן מיט דרשות דופי מיט הונדערטער חתימות, זיי שרעקן זיך זייער ווייניג דערפון, אדרבא זיי לאכן פון אלעם, ווייל דער תורה מיטן שלחן ערוך דאס איז זייער וועג ווייזער, און פון דעם וועלן זיי זיך נישט רירן קיין האר! און וויבאלד דער ראב"ד שר התורה האט געשריבן א בירור להלכה און גע'פסק'נט להיתר, איז דאס ווי כנתינה מסיני, און אלע רוחות שבעולם וועלן דאס נישט קענען אוועק רירן!

בפרט וואס די ירושלימער אידן קענען זייער גוט דאס גאנצע באנדע פון אתרא קדישא, אין דער וועלט קען מען פארקויפן אלץ קדושים וטהורים, אבער נישט פאר די ארץ ישראל'דיגע אידן, וועלכע קענען זיי שוין שיינע היפש יארן, (איך וועל נישט מאריך זיין אין דעם).

דאס איז בקיצור דער תירוץ.

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:33 pm

· #144287
הערט אויפען טעלעפאון אן אינטערויו איבער'ן היינטיגען טאג
נאדער די פאוסטער'ס וואס ריפען היינט דעם ציבור המפגינים זיך אנצונעמען פאר די קברי קדמונים און מוקיע צו זיין די לצים ובתוכם די ניקים דא וואס לאכען אפ מכל הקדוש לנו ווען ס'לויפט אים אנדערש זיינע אינטערעסען
2013822_11312017954_gif.gif 2013822_11315416956_gif.gif

חיים » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:38 pm

· #144291
די אלע ערליכע אידן אין ירושלים, קוקן נישט מיטאמאל אויף די אלע שרייענדיגע מודעות,
זיי לאכן אין גרויסן פון די אלע פאלטשע קנאים מיט זייערע פאטשקעווילן.

מיסטער מענטש » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:42 pm

· #144293
עדים נאמנים העידו .....

עצמות ושוברי אבני גולל מושלכים על הארץ....

א בילד ביטע???

נאטרוליסט » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:42 pm

· #144294
חיים
די אלע ערליכע אידן אין ירושלים, קוקן נישט מיטאמאל אויף די אלע שרייענדיגע מודעות,
זיי לאכן אין גרויסן פון די אלע פאלטשע קנאים מיט זייערע פאטשקעווילן.

היינט איז דא א איינמאליגע סעיל. קויפט 10 פאשקעווילן פון יוסל90 און באקומט נאך צען אומזיסט.
די סעיל גייט אן ביז די קומענדיגע מחלוקה.

גאנצל » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:49 pm

· #144298
חיים אה ענדליך איינער רעדט שוין צו די זאך וואס האבן זיי געמיינט אז דער עולם גייט טאקע קויפן פאר גוט געלט אז די ראב"ד איז פלוצים געווארן א כופר אין השארת הנפש באם פון איין טאג אויפ'ן צווייטן דאס איז עס ער האט אויפגעהערט צו גלייבן פיניש נאמאר איך גלייב מער נישט ביז יעצט האב איך געגלייבט אין דרייצן אני מאמין'ס יעצט דיליט איך גלייב מער נישט אין תחית המתים אזוי האבן זיי געוואלט אז עולם גולם זאל קויפן און פארקויפן וואספארא נארישע מענטשן זענען זיי

יעצט נאר פרייליך ברענג שנעל נאך א וועד און פריי דיך דערמיט

איין זאך פארשטיי איך נישט וואס דארף מען צוקומען אז עדים נאמנים זאלן דארפן מעיד זיין פאר גדולי הרבנים וואס זיי זעהן זיך וואלגערן עצמות וואס מ'קען נישט אליין גיין קוקן.? מ'דארף פארן מיט א פליגער.? אה אפשר ווייל ס'איז נישטא דארט קיין vip

אזא פאדרייטע וועלט

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:50 pm

· #144300
חיים'ל איך זעה איר האט גוט מעתיק געווען אין אידיש דעם קונטרס וואס די מערכת ה'בלא... האט אויפן אימעיל פארשפרייט פאריגע וואך
שכויעח פאר'ן איבערטייטשען בקיצור.
דעי נארישע טענה פון ס'דאך אמאל געווען סך מער מפגינים און מער אנגעזעהנע כוחות און שטערקערע רבנים, ווי זענען אלע פארשווינדען?
דא קימט דער גאונישער כאפ אלא מאי איז אלעס שטותים,
דער חידוש נפלא איז גענוי אויפען האר בלא.. בלא... גערעדט און געמאלען וואסער אהן רעדן און טראכטען צום דבר

נעם דעם זעלבן מחבר און פרעג אים היתכן וואס טוסטו זויפיל זעך אויף מיט גיוס גיוס דארט ביסטו עפעס מורא'דיג היי כ'פארשטיי ניש
ווען וועלט איז געווען וועלט וואלט דאך גאנץ כלל ישראל געשטורעמט פרעג דיך נאך ביי די וואס געדענקען פאר פערציג יאר צוריק פראטעסטן און הפגנות
נו וואס איז שוין כ''ק אדמו''ר מהר''א סך הכל אפאר קנאי'שע קרייזען מיט מינדערוויכטיגע ליטווישע פראצענטן?
נו וואס האט דער רבי געזאגט שוין כמה פעמים אז נעבעך די היינטיגע וועלט און מציאות פון די מנהיגים פון די וואס האבען שייכות מיט די חעברע נעבעך האט אלעס אראפגעברענגט און סך הכל גאר א קליינער פראצענט קומט ארויס שרייען גיוס גיוס
נו היצט העל מיר זעהן ביסעלע וואס טוט זיך ביי אונז
חיים'ל ווייסטו ניש אז א געוויסער רב קי... מיט סאמעט זענען ארומגעלאפען טערארזירען רבנים אז מ'מוז שטיין לימין הראב''ד ווייל ער האלט ניש אויס די כוחות היראים און מ'דארף זיי צוברעכן איינמאל פאר אלעמאל צו ווייסטו ניש אז רב אופ... פון דושינסקי פירט אפיציעל העצע קעגן די ערליכע מתוך המחנה איז עפעס א סוד אז די אלע אויווענדערמאנטע זענען א יד אחת מיט די ווערעמיגע מתוך עדת ק''ק מהר''א וואס געווענליך זענען זיי בעד תולדות א''י אבער דא ווי ס'קומט צו צוברעכן די ערליכע כוחות פארקוקט מען אויף חשבונות און פאליטיק און מ'גייט בלתי לד' לבדו ווי אימער ס'דא א פורץ גדר און רודפ'ט ערליכע אידען העל איך מיט אים זיין איינס
טא וואס איז די גרויסע פלא ביי גיוס איז נעבעך דא גאר גאר א שוואכער פראצענט וואס שרייט איבער די גזירה וה''ה חטוטי שכבי נעבעך פאלען אויך שטיקער
אבער דאס צו מאכען פאר א גאנצער איבערווייז איז נאריש און סטופיד

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:56 pm

· #144303
בקיצור נמרץ:
ווער ס'זאגט איז געהעצט
ווער ס'זאגט נישט, זאגט עכט יא נאר ... (פיל אין די בלעקס)
ווער ס'נעמט זיך אן פאר א"ק ברענט ביי זיי די מיליאנע קברים
ווער נישט וויל אויסרייסן כל הקודש לנו
ווער ס'שרייבט פאר א"ק איז פשוט ווייל ס'טוהט אים ווי די קברים אן קום שום פאליטישע חשבונות, פארקערט איז איז נאך מער נוטה אהער... (דענקסט נאך?)
ווער ס'שרייבט אקעגן איז א רשע, שגץ, אפיקורס. ארכילאג, ציוני, צהל'ניק, וויל גיוס זאל אדורכגיין, פארפוילט, איבערגערעדט, וויל זיך אפרעכענען (מיט???), וכו' וגו'
ווער ס'רעדט פאר א"ק איז א חכם און זיינע ווערטער זענען חן און צו יושק'ן
ווער ס'שרעדט קעגן איז עס דברי בלע וניאוץ

I'm back » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:57 pm

· #144304
חיים
די אלע ערליכע אידן אין ירושלים, קוקן נישט מיטאמאל אויף די אלע שרייענדיגע מודעות,
זיי לאכן אין גרויסן פון די אלע פאלטשע קנאים מיט זייערע פאטשקעווילן.

אודאי קוקן זיי נישט מיטאמאל. שטעל דיך פאר יעדער קוקט אויפאמאל, עס וואלט זיך געטון א געשטופעריי.

זלמן זאפיר » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:58 pm

· #144306
נאר,,פרייליך
חיים'ל איך זעה איר האט גוט מעתיק געווען אין אידיש דעם קונטרס וואס די מערכת ה'בלא... האט אויפן אימעיל פארשפרייט פאריגע וואך
שכויעח פאר'ן איבערטייטשען בקיצור.
נו וואס איז שוין כ''ק אדמו''ר מהר''א סך הכל אפאר קנאי'שע קרייזען מיט מינדערוויכטיגע ליטווישע פראצענטן?
נו וואס האט דער רבי געזאגט שוין כמה פעמים אז נעבעך די היינטיגע וועלט און מציאות פון די מנהיגים פון די וואס האבען שייכות מיט די חעברע נעבעך האט אלעס אראפגעברענגט און סך הכל גאר א קליינער פראצענט קומט ארויס שרייען גיוס גיוס
נו היצט העל מיר זעהן ביסעלע וואס טוט זיך ביי אונז
חיים'ל ווייסטו ניש אז א געוויסער רב קי... מיט סאמעט זענען ארומגעלאפען טערארזירען רבנים אז מ'מוז שטיין לימין הראב''ד ווייל ער האלט ניש אויס די כוחות היראים און מ'דארף זיי צוברעכן איינמאל פאר אלעמאל צו ווייסטו ניש אז רב אופ... פון דושינסקי פירט אפיציעל העצע קעגן די ערליכע מתוך המחנה איז עפעס א סוד אז די אלע אויווענדערמאנטע זענען א יד אחת מיט די ווערעמיגע מתוך עדת ק''ק מהר''א וואס געווענליך זענען זיי בעד תולדות א''י אבער דא ווי ס'קומט צו צוברעכן די ערליכע כוחות פארקוקט מען אויף חשבונות און פאליטיק און מ'גייט בלתי לד' לבדו ווי אימער ס'דא א פורץ גדר און רודפ'ט ערליכע אידען העל איך מיט אים זיין איינס
טא וואס איז די גרויסע פלא ביי גיוס איז נעבעך דא גאר גאר א שוואכער פראצענט וואס שרייט איבער די גזירה וה''ה חטוטי שכבי נעבעך פאלען אויך שטיקער
אבער דאס צו מאכען פאר א גאנצער איבערווייז איז נאריש און סטופיד

די תירוץ איז זייער פשוט מען טראסט נישט אתרא קדישא אויף גארנישט
זיי זענען נישט באגלייבט

מען דארף ארויס שטעלן נארמאלע מענטשן וועלן זיך זאכן טוישן

האט איינער באמערקט אז סוקלען האט געמאכט אן אינטערנעט בית דין ? פשוט ווייל מיט פאליטשיע פירער אין מיט אינטערס מענטשן קענען נישט גיין צים טיש האבן זיי ארויס געשטעלט נארמאלע רבנים וועם א יעדער טראסט

אתרא קדישא טראסט מען נישט פינטל

אתרא קדישא קען מען נישט גיין צים טיש זענען הפקר יונגען פאשקעווילן שרייבער נואפים מנווילים רעדערס

גאנצל » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 4:05 pm

· #144310
נאר,,פרייליך
חיים'ל איך זעה איר האט גוט מעתיק געווען אין אידיש דעם קונטרס וואס די מערכת ה'בלא... האט אויפן אימעיל פארשפרייט פאריגע וואך
שכויעח פאר'ן איבערטייטשען בקיצור.
דעי נארישע טענה פון ס'דאך אמאל געווען סך מער מפגינים און מער אנגעזעהנע כוחות און שטערקערע רבנים, ווי זענען אלע פארשווינדען?
דא קימט דער גאונישער כאפ אלא מאי איז אלעס שטותים,
דער חידוש נפלא איז גענוי אויפען האר בלא.. בלא... גערעדט און געמאלען וואסער אהן רעדן און טראכטען צום דבר

נעם דעם זעלבן מחבר און פרעג אים היתכן וואס טוסטו זויפיל זעך אויף מיט גיוס גיוס דארט ביסטו עפעס מורא'דיג היי כ'פארשטיי ניש
ווען וועלט איז געווען וועלט וואלט דאך גאנץ כלל ישראל געשטורעמט פרעג דיך נאך ביי די וואס געדענקען פאר פערציג יאר צוריק פראטעסטן און הפגנות
נו וואס איז שוין כ''ק אדמו''ר מהר''א סך הכל אפאר קנאי'שע קרייזען מיט מינדערוויכטיגע ליטווישע פראצענטן?
נו וואס האט דער רבי געזאגט שוין כמה פעמים אז נעבעך די היינטיגע וועלט און מציאות פון די מנהיגים פון די וואס האבען שייכות מיט די חעברע נעבעך האט אלעס אראפגעברענגט און סך הכל גאר א קליינער פראצענט קומט ארויס שרייען גיוס גיוס
נו היצט העל מיר זעהן ביסעלע וואס טוט זיך ביי אונז
חיים'ל ווייסטו ניש אז א געוויסער רב קי... מיט סאמעט זענען ארומגעלאפען טערארזירען רבנים אז מ'מוז שטיין לימין הראב''ד ווייל ער האלט ניש אויס די כוחות היראים און מ'דארף זיי צוברעכן איינמאל פאר אלעמאל צו ווייסטו ניש אז רב אופ... פון דושינסקי פירט אפיציעל העצע קעגן די ערליכע מתוך המחנה איז עפעס א סוד אז די אלע אויווענדערמאנטע זענען א יד אחת מיט די ווערעמיגע מתוך עדת ק''ק מהר''א וואס געווענליך זענען זיי בעד תולדות א''י אבער דא ווי ס'קומט צו צוברעכן די ערליכע כוחות פארקוקט מען אויף חשבונות און פאליטיק און מ'גייט בלתי לד' לבדו ווי אימער ס'דא א פורץ גדר און רודפ'ט ערליכע אידען העל איך מיט אים זיין איינס
טא וואס איז די גרויסע פלא ביי גיוס איז נעבעך דא גאר גאר א שוואכער פראצענט וואס שרייט איבער די גזירה וה''ה חטוטי שכבי נעבעך פאלען אויך שטיקער
אבער דאס צו מאכען פאר א גאנצער איבערווייז איז נאריש און סטופיד

נא שוין ווידער די בלאט 😉 ככלב ששב אל קיאו לאז שוין אפ די דזאוק ס'קריכט שוין

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 4:17 pm

· #144314
מיסטער מענטש
עדים נאמנים העידו .....

עצמות ושוברי אבני גולל מושלכים על הארץ....

א בילד ביטע???

ווען איר העט ענטפערן אויפען שאקירענדער שרעקליכער בילד ווי א זויל פון הר נוף ליגט נעבעך אין א צעשמעטערט קבר אין באר שבע און עד היום האט זיך נאכניש דער שר המתיר פארענטפערט דערויף און חיים עוזר'ל קנאקט שטיקער איינס נאכען צווייטען
יעמאלט העט איר מיר רופען צו די''ת איבער א בילד דערווייל זעהט ניש אויס א ס'א גרויסער חילוק יא בילד ניש בילד קנאקען מערות איינס נאכען צווייטען בעיקר די קאסע וכו' זאל וואקסען
ס'ניש קיין גרויסע חדושים איר קענט זיך פארבינדען מיט רב חיים עוזר'ל
קוק אויף די צעטלין זיין נומער קלינג אים אריין העט איר זעך אלעס איבערצייגען

שמייכל גיט » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 4:20 pm

· #144317
א שאד א שאד איר האט נישט געפאלגט אין אויסגעהערט די פייערדיגע קלארע דרשה פין הגאון ר' שאול סורוטה ווייל ווען יא וואלט אייער פינגער נישט געקענט שרייבן אזעלעכע דיבורים זיך צאמצישטעלן מיט די ערב רב אין עמלק צי פירן א קריג מיטן אייבערשטער אין זיינע זעלנער
האלט!
פארן ענפערן הערט די דרשה וואס קען צירוקשטעלן דיין מהלך המחשבה אויף גראד (אויב עס איז נאך איבערגעבליבן האפענונג)
718.362.8800 2 8 0 28 3

גאנצל » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 4:24 pm

· #144321
נאר,,פרייליך
מיסטער מענטש
עדים נאמנים העידו .....

עצמות ושוברי אבני גולל מושלכים על הארץ....

א בילד ביטע???

ווען איר העט ענטפערן אויפען שאקירענדער שרעקליכער בילד ווי א זויל פון הר נוף ליגט נעבעך אין א צעשמעטערט קבר אין באר שבע און עד היום האט זיך נאכניש דער שר המתיר פארענטפערט דערויף און חיים עוזר'ל קנאקט שטיקער איינס נאכען צווייטען
יעמאלט העט איר מיר רופען צו די''ת איבער א בילד דערווייל זעהט ניש אויס א ס'א גרויסער חילוק יא בילד ניש בילד קנאקען מערות איינס נאכען צווייטען בעיקר די קאסע וכו' זאל וואקסען
ס'ניש קיין גרויסע חדושים איר קענט זיך פארבינדען מיט רב חיים עוזר'ל
קוק אויף די צעטלין זיין נומער קלינג אים אריין העט איר זעך אלעס איבערצייגען

קיינער האט נישט געבעטן א ענטפער מ'האט געבעטן א בילד אטליסט אזוי ווי מ'האט בילדער פון נשר (אוי אויטש מ'טאר נישט רעדן פון נשר... אוי ענטשולדיגט)

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 4:27 pm

· #144322
שמייכל גיט
א שאד א שאד איר האט נישט געפאלגט אין אויסגעהערט די פייערדיגע קלארע דרשה פין הגאון ר' שאול סורוטה ווייל ווען יא וואלט אייער פינגער נישט געקענט שרייבן אזעלעכע דיבורים זיך צאמצישטעלן מיט די ערב רב אין עמלק צי פירן א קריג מיטן אייבערשטער אין זיינע זעלנער
האלט!
פארן ענפערן הערט די דרשה וואס קען צירוקשטעלן דיין מהלך המחשבה אויף גראד (אויב עס איז נאך איבערגעבליבן האפענונג)
718.362.8800 2 8 0 28 3

טעות!
718.362.8800.280.26.3
דער איז מתוק ושפתיים יושק
כ'מיין ש.ו. און א. סאמט און רב קי. און רב אופ.. זאלען אינאיינעם עפענען א ליין און זעך ארויסשטעלן זוי געהעריג במלוא הדרו והדרו מיט גאנצן טראכט העלן מיר ווייניגער ברויכען דא זיך מטפל זיין דערמיט ס'העט צושטעלן אלע סחורה זוי לייו צו די זאך
נו ש.ו נעם דיך צו די ארבעט כ.זע'ה קול סאקמיר וויל'ס ניש אנעמען עפן אן אייגענ'ס

נאטרוליסט » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 4:29 pm

· #144324
איך א דארף א בילד פון די היינטיגע הפגנה?

וואו זענען די ערליכע אינגעלייט געווען היינט?

דער שוטה שרייבט דא אויפן אינטערנעט זיינע דברי בלע - נעם דיר די מיה און גיי אראפ אויפן פראנט און שריי, ווארף זיך אינטערן טרעקאטר. זיי זיך מוסר נפש פאר'ן השי"ת.
נעם דיך אן פאר דיינע זיידעס אין בית שמש וועלכע ליגן באגראבן און זייער געביין ווערט אויסגעפליקט דורך די רשעות'דיגע טרעקטארס.

פילאפף טייערער:
מה לך נרדם! וואס קלאפסטו מיר אויפן אינטערנעט דיינע שטותים. הייב זיך אויף פון דיין אפיס בענקל, און גיי ארויס און שריי אויס דעם קול מחאה מי לה' אלי?

דער שאול סירוטה קוקט אויך אויס ווי א 200 יעריגער איד: וואס דבר'סטו אין רחוב יואל ווי א טמבל? גיי ארויס ביי די מיליאנען קברים און טוה צו דער זאך...

😛 אוי, כ'האב פארגעסן. דער בלאט איז שולדיג! 😂

מיסטער מענטש » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 4:31 pm

· #144327
נאר,,, דריי נישט ארום מיט באר שבע

האסט געברענגט א צעטל

דארט שטייט אז עדים נאמונים זעען ביינער זיך וואלגערן

פרעג איך וואו איז די בילד

סדא בילדער ווי משלאגט און משמייסט

פארוואס קען נישט יענער כאפן א בילד פון די ביינער על פני שדה ?

ענטפער גארנישט ווייל כווייס אז סנישטא

אבער דעיס איז די תירוץ פארוואס עדות מיט צעטלעך פון אתרא קדישא מיינען זיראו

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 4:32 pm

· #144328
גאנצל!!
די ביסט שוין א רעכטער אויסווארף די האסט קראנטע בילדער
און הר נוף זיצט מען שוין הכנות באלד א יאר אויף נשר אזש אפילו אין אמעריקא איז שוין געווען ריזיגע פלאקאטען דעריבער די טעלעפאון האט שוין אויך געבאמבעט
ענק האבען אלע ''נארמאלע'' רעכטדענקענדע קנאים נו שפאן איין מדן ועד באר שבע צושפרייט בילדער און רוף אים שוין ארויס פון הכנות שטיבעל און געגאנגען
כולנו ביחד נעשער נעשער גיוואאאאאאלדדדד!!!!!!!!!

ירושלמי » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 4:33 pm

· #144330
שלום עליכם! מיינע ברידער אינעם ווייטן ניו יארק
שוין איבער א וואך וואס איך האלט מיט אייער געשפרעך אין קאווע שטיבל, וואס זאל איך אייך זאגן, עס הייבט זיך די האר פון קאפ, ווען מען זעהט ווי דער שקר ארבעט "אווער טיים" און מען זעהט בחוש ווי מען איז מקיים דע מאמר חז"ל "הרוצה לשקר ירחיק עדותו" דארט קען מען פארקויפן שקרים און געוויסע תמימי לב קויפן דאס, אבער דאהי אפילו די תמימי לב ווייסן אויך דעם אמת.
ווי עס איז באוואוסט וואוינען אין בית שמש רוב מנין ובנין פון אנשי ישוב הישן, וואס זענען זיך מוסר נפש במלחמת מצוה קעגן די עקירת הדת פון די רשעי הציונים, ובפרט ביי די נושא פון חיטוטי שכבי, וואס די ציונים ווילן אויסרייסן די אמונה בהשראת הנפש רח"ל.
פרעגט זיך א מורא'דיגע קשיא ווי זענען די הונדערטער אינגעלייט וואס וואוינען אין בית שמש וואס כסדר פארן זיי אסאך קילומטר'ס מוחה צו זיין ווי אימער, און יעצט ווען די מערכה איז אונטער זייערע פענסטער זיצן זיי שטיל????
דער תירוץ איז חד וחלק "עס איז נישטא קיין ביינער. עס איז נישט קיין בית הקברות" די תמימי לב וואס האבן געקלערט אנפאנג אז עס איז יא א בית הקברות האבן זיי זיך אליין איבערצייגט אז עס איז שקר און וועגן דעם גייט טאקע קיינער נישט מוחה זיין די לעצטע צוויי טעג.

גאנצל » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 4:34 pm

· #144331
שמייכל גיט
א שאד א שאד איר האט נישט געפאלגט אין אויסגעהערט די פייערדיגע קלארע דרשה פין הגאון ר' שאול סורוטה ווייל ווען יא וואלט אייער פינגער נישט געקענט שרייבן אזעלעכע דיבורים זיך צאמצישטעלן מיט די ערב רב אין עמלק צי פירן א קריג מיטן אייבערשטער אין זיינע זעלנער
האלט!
פארן ענפערן הערט די דרשה וואס קען צירוקשטעלן דיין מהלך המחשבה אויף גראד (אויב עס איז נאך איבערגעבליבן האפענונג)
718.362.8800 2 8 0 28 3

איך האב שוין יא געהערט א חלק לשיטת הא"ק איז ער הייליג גערעכט לשיטת הראב"ד איז עס א שיינע דרשה אבער נישט לענינו

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 4:38 pm

· #144335
מיסטער מענטש
נאר,,, דריי נישט ארום מיט באר שבע

האסט געברענגט א צעטל

דארט שטייט אז עדים נאמונים זעען ביינער זיך וואלגערן

פרעג איך וואו איז די בילד

סדא בילדער ווי משלאגט און משמייסט

פארוואס קען נישט יענער כאפן א בילד פון די ביינער על פני שדה ?

ענטפער גארנישט ווייל כווייס אז סנישטא

אבער דעיס איז די תירוץ פארוואס עדות מיט צעטלעך פון אתרא קדישא מיינען זיראו

ווילאנג דיינע הר נוף מחטטים העלן ניש איבערבעטן און מודה ומתוודה זיין איבער דעם פשע איום ונרא ווי ער האט במו ידיו אריינגעזעצט אין א קבר ווי אלע האבען נאך יעמאלט געהאלטען אז ס'דא אזא מין מציאות פון קברים

העל איך דיר גארניש ווייזען און ס'ניטאמאל אינטערסאנט צו הערן וואס אזא מחטט שכבי האט בכלל צו זאגען במקום ווי כולם פה אחד זאגען אז מרייסט מערות
און איינער וואס האט אן היסטערי פון אריינבויען א זויל אין א קבר פון א אומשילדיג נפטר פון הינדערטער יארען ווייל חיים עוזר'ל האט זיך פארשמעקט א טאלער
איז ניקס ניקס און ניקס און מ'העמיר ניש קוועטשען איין קנעפל אים איבערצו ווייזען אז ער ברויך אן איינשפריץ

מיסטער מענטש » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 4:41 pm

· #144337
אין באר שבע האט מען געגראבן קברים אלס נקמה אויף יצחק ווייס

פאר דעם וואס ער האט זונטאג וירא תרצ"ד געשיקט א אימעיל פאר משה גבאי

עפעס וועגן די וויזניץ מאנסיע רבי

בקיצור א גאנצע מעשה

סוי יענץ איז א אנדערע זאך

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 4:42 pm

· #144338
ירושלמי
שלום עליכם! מיינע ברידער אינעם ווייטן ניו יארק
שוין איבער א וואך וואס איך האלט מיט אייער געשפרעך אין קאווע שטיבל, וואס זאל איך אייך זאגן, עס הייבט זיך די האר פון קאפ, ווען מען זעהט ווי דער שקר ארבעט "אווער טיים" און מען זעהט בחוש ווי מען איז מקיים דע מאמר חז"ל "הרוצה לשקר ירחיק עדותו" דארט קען מען פארקויפן שקרים און געוויסע תמימי לב קויפן דאס, אבער דאהי אפילו די תמימי לב ווייסן אויך דעם אמת.
ווי עס איז באוואוסט וואוינען אין בית שמש רוב מנין ובנין פון אנשי ישוב הישן, וואס זענען זיך מוסר נפש במלחמת מצוה קעגן די עקירת הדת פון די רשעי הציונים, ובפרט ביי די נושא פון חיטוטי שכבי, וואס די ציונים ווילן אויסרייסן די אמונה בהשראת הנפש רח"ל.
פרעגט זיך א מורא'דיגע קשיא ווי זענען די הונדערטער אינגעלייט וואס וואוינען אין בית שמש וואס כסדר פארן זיי אסאך קילומטר'ס מוחה צו זיין ווי אימער, און יעצט ווען די מערכה איז אונטער זייערע פענסטער זיצן זיי שטיל????
דער תירוץ איז חד וחלק "עס איז נישטא קיין ביינער. עס איז נישט קיין בית הקברות" די תמימי לב וואס האבן געקלערט אנפאנג אז עס איז יא א בית הקברות האבן זיי זיך אליין איבערצייגט אז עס איז שקר און וועגן דעם גייט טאקע קיינער נישט מוחה זיין די לעצטע צוויי טעג.

[u]ירושלמי איי גיוו אפ אז איינער פון ירושלים איז ספעציעל אראפגעקומען אהער קיין אמעריקא און מעיד געווען ס'נישטא קיין קברים געב איך אויף
שכויעח פאר'ן ארויסשלעפן פון מיין פארמאכטען לעכל
א גיטען אווענט העמיר זיך זעהן שפעטער
[/u]

שמייכל גיט » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 4:45 pm

· #144339
ירושלמי
שלום עליכם! מיינע ברידער אינעם ווייטן ניו יארק
שוין איבער א וואך וואס איך האלט מיט אייער געשפרעך אין קאווע שטיבל, וואס זאל איך אייך זאגן, עס הייבט זיך די האר פון קאפ, ווען מען זעהט ווי דער שקר ארבעט "אווער טיים" און מען זעהט בחוש ווי מען איז מקיים דע מאמר חז"ל "הרוצה לשקר ירחיק עדותו" דארט קען מען פארקויפן שקרים און געוויסע תמימי לב קויפן דאס, אבער דאהי אפילו די תמימי לב ווייסן אויך דעם אמת.
ווי עס איז באוואוסט וואוינען אין בית שמש רוב מנין ובנין פון אנשי ישוב הישן, וואס זענען זיך מוסר נפש במלחמת מצוה קעגן די עקירת הדת פון די רשעי הציונים, ובפרט ביי די נושא פון חיטוטי שכבי, וואס די ציונים ווילן אויסרייסן די אמונה בהשראת הנפש רח"ל.
פרעגט זיך א מורא'דיגע קשיא ווי זענען די הונדערטער אינגעלייט וואס וואוינען אין בית שמש וואס כסדר פארן זיי אסאך קילומטר'ס מוחה צו זיין ווי אימער, און יעצט ווען די מערכה איז אונטער זייערע פענסטער זיצן זיי שטיל????
דער תירוץ איז חד וחלק "עס איז נישטא קיין ביינער. עס איז נישט קיין בית הקברות" די תמימי לב וואס האבן געקלערט אנפאנג אז עס איז יא א בית הקברות האבן זיי זיך אליין איבערצייגט אז עס איז שקר און וועגן דעם גייט טאקע קיינער נישט מוחה זיין די לעצטע צוויי טעג.

איך ווייס נישט וואס די האסט דא מחדש געווען מיר וואוינען אלע אין בית שמש פונקט ווי די אין מיר קענען די שקרים פין דערנאנט אפשר די עדה החרדית וואס האבן געהערט פין די מומחים וואס האבן געזעהן ביינער וואוינען גאר אין חוץ לארץ
אוירא דארץ ישראל מאכטקרום
דרך אגב איז מען ארויסגעגאנגען נעכטען אין היינט אויב די ביסט פונקט נישט געווען אין בית שמש היינט

ירושלמי » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 4:45 pm

· #144340
איך בין אין אמעריקע אזוי ווי אין גלובנציץ איז א בית הקברות

גאנצל » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 4:50 pm

· #144344
נאר,,פרייליך
מיסטער מענטש
נאר,,, דריי נישט ארום מיט באר שבע

האסט געברענגט א צעטל

דארט שטייט אז עדים נאמונים זעען ביינער זיך וואלגערן

פרעג איך וואו איז די בילד

סדא בילדער ווי משלאגט און משמייסט

פארוואס קען נישט יענער כאפן א בילד פון די ביינער על פני שדה ?

ענטפער גארנישט ווייל כווייס אז סנישטא

אבער דעיס איז די תירוץ פארוואס עדות מיט צעטלעך פון אתרא קדישא מיינען זיראו

ווילאנג דיינע הר נוף מחטטים העלן ניש איבערבעטן און מודה ומתוודה זיין איבער דעם פשע איום ונרא ווי ער האט במו ידיו אריינגעזעצט אין א קבר ווי אלע האבען נאך יעמאלט געהאלטען אז ס'דא אזא מין מציאות פון קברים

העל איך דיר גארניש ווייזען און ס'ניטאמאל אינטערסאנט צו הערן וואס אזא מחטט שכבי האט בכלל צו זאגען במקום ווי כולם פה אחד זאגען אז מרייסט מערות
און איינער וואס האט אן היסטערי פון אריינבויען א זויל אין א קבר פון א אומשילדיג נפטר פון הינדערטער יארען ווייל חיים עוזר'ל האט זיך פארשמעקט א טאלער
איז ניקס ניקס און ניקס און מ'העמיר ניש קוועטשען איין קנעפל אים איבערצו ווייזען אז ער ברויך אן איינשפריץ

יא ביסט גערעכט דעס איז לכוארה די בעסטע וועג זיך ארויסצודרייען פון מודה זיין אז ס'איז נישט דא א בילד פאר א סיבה

א שוויצער » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 4:55 pm

· #144345
א שאד אז דער בלאט איז עפעס אזוי שטום היינט עס האט זיך שוין לאנג נישט ארויסגעהערט אזעלכע דינערדיגע קולות פון שווייגעניש פינעם בלאט
דער ציבור איז אינגאנצען צומישט און דא איז ארויפגעפארען נאך דריי געפירקעלטע דפים על לא דבר
איך האף קימענדיגער וואך וועט מען שוין יא עפעס אויסקלארען דעם ציבור הצמאים לשמוע את דבר ה'בלאט

נאטרוליסט » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 4:57 pm

· #144346
נאר,,פרייליך
מיסטער מענטש
נאר,,, דריי נישט ארום מיט באר שבע

האסט געברענגט א צעטל

דארט שטייט אז עדים נאמונים זעען ביינער זיך וואלגערן

פרעג איך וואו איז די בילד

סדא בילדער ווי משלאגט און משמייסט

פארוואס קען נישט יענער כאפן א בילד פון די ביינער על פני שדה ?

ענטפער גארנישט ווייל כווייס אז סנישטא

אבער דעיס איז די תירוץ פארוואס עדות מיט צעטלעך פון אתרא קדישא מיינען זיראו

ווילאנג דיינע הר נוף מחטטים העלן ניש איבערבעטן און מודה ומתוודה זיין איבער דעם פשע איום ונרא ווי ער האט במו ידיו אריינגעזעצט אין א קבר ווי אלע האבען נאך יעמאלט געהאלטען אז ס'דא אזא מין מציאות פון קברים

העל איך דיר גארניש ווייזען און ס'ניטאמאל אינטערסאנט צו הערן וואס אזא מחטט שכבי האט בכלל צו זאגען במקום ווי כולם פה אחד זאגען אז מרייסט מערות
און איינער וואס האט אן היסטערי פון אריינבויען א זויל אין א קבר פון א אומשילדיג נפטר פון הינדערטער יארען ווייל חיים עוזר'ל האט זיך פארשמעקט א טאלער
איז ניקס ניקס און ניקס און מ'העמיר ניש קוועטשען איין קנעפל אים איבערצו ווייזען אז ער ברויך אן איינשפריץ

און אז פאר קלמנוביץ/שמידל האט זיך פארגליסט אפאר מיליאן דאלאר און די בויער האבן געזאגט "בלא" מיט א ספאדיק. און אלץ נקמה איז געקומען א בארג פאשקעווילן מיט מנשה פילאפף סטיל אינטערנעץ געשרייבעכץ און מער גארנישט.

קיינער פראטעסטירט מער ב"ה נישט.
קיינער שרייט נישט
אויסער אביסל פאשקעווילן און אפאר דרשה'לעך פון סירוטה מיט פילאפף איז אלעס ב"ה רואיג... די טראקטארן גראבן ב"ה יעדן טאג, אידישע קינדער וועלן אי"ה דירות, און אתרא קדישא וועט מוזן גיין שנארן פאר זייערע פאשקעווילן.

ברוך השם אז מיר האבן דאס דערלעבט !

הודו לה' כי טוב

גאנצל » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 5:08 pm

· #144349
א שוויצער
א שאד אז דער בלאט איז עפעס אזוי שטום היינט עס האט זיך שוין לאנג נישט ארויסגעהערט אזעלכע דינערדיגע קולות פון שווייגעניש פינעם בלאט
דער ציבור איז אינגאנצען צומישט און דא איז ארויפגעפארען נאך דריי געפירקעלטע דפים על לא דבר
איך האף קימענדיגער וואך וועט מען שוין יא עפעס אויסקלארען דעם ציבור הצמאים לשמוע את דבר ה'בלאט

נא האסטו געזעהן אזאנס זיי האבן עפעס א לחש בלאט און מיט דעם זענען זיי פאנומען בשכבנו ובקומנו און מיט דעם איז אלעס פארענטפערט וואס איז דאס מיט זיי

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 5:28 pm

· #144354
נאר,,פרייליך
נו ש.ו נעם דיך צו די ארבעט כ.זע'ה קול סאקמיר וויל'ס ניש אנעמען עפן אן אייגענ'ס

האלט ער נישט דערביי און לאכט גלייכצייטיג א גוטס ווען פון דיר רינט טראפן בלוט

זלמן זאפיר » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 5:29 pm

· #144355
עפעס א זאלי האט נאך געשריגן הרב ר' אלישע הארוויץ וואס ער זאגט צי די קברים אין בית שמש
האט ער אים גענפערט אז דארט איז דא קברים אזוי ווי אין סקול דיסטריקט איז געווען א קראצמיך בוים

דער זאלי האט אים געוואלט שיסן

חיים » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 6:11 pm

· #144368
נאר,,פרייליך
חיים'ל ווייסטו ניש אז א געוויסער רב קי... מיט סאמעט זענען ארומגעלאפען טערארזירען רבנים אז מ'מוז שטיין לימין הראב''ד ווייל ער האלט ניש אויס די כוחות היראים און מ'דארף זיי צוברעכן איינמאל פאר אלעמאל

די אלע שיינע אויסגעבאקענע "שקרים" קענסטו פארקויפן פאר דיינע קעלבלעך חברים אין מקוה, זיי וועלן דיר אפשר גלייבן, אבער די ירושלימ'ער אידן, לאכן פון דיינע אויסטרעלישע פאנטראזירטע ליגנט - אזא פנים האבן אייך דיינע חברים די פאלטשע קנאים.

צו ווייסטו ניש אז רב אופ... פון דושינסקי פירט אפיציעל העצע קעגן די ערליכע מתוך המחנה

הרב אופמאן שליט"א איז פון די אויסגעצייכנטע הערליכע מורי הוראות פון העדה החרדית, אויך איז ער פון די גרעסטע לוחמים אויף קדושת ירושלים, און ח"ו ער פירט נישט קיין העצע קעגן ערליכע אידן, ער האט פיינט די רשעים די פאלטשע קנאים, אזוי ווי דער בעל "ויואל משה" זי"ע האט זיי פיינט געהאט.

טא וואס איז די גרויסע פלא ביי גיוס איז נעבעך דא גאר גאר א שוואכער פראצענט וואס שרייט איבער די גזירה וה''ה חטוטי שכבי נעבעך פאלען אויך שטיקער

וועמען ווילסטו דא פאר'נאר'ן מיט דיינע שקרים?
ביי די גזירה פון גיוס איז שוין געווען דאס לעצטע צוויי יאר אין ירושלים עטליכע פראטעסטן פון טויזנטער מענטשן, אויך ממש לעצטנס איז געווען גאר א גרויסע פראטעסט פון צענדליגע טויזנטער אידן (כאטש די כת שטיימאן האבן געפרובט דאס צושטערן), ווייל דער רבוש"ע האט נאכנישט באנקאטירט ח"ו, עס געפינען זיך טויזנטער ערליכער אידן וועלכע זענען מוחה און נעמען זיך אן פאר כבוד שמים. - אבער דא ביי די פאלטשע בית הקברות, ווייסן די זעלבע טויזנטער ערליכע אידן, אז דאס זענען פיסטע און פאלטשע אויסגעטראכטע זאכן, עס איז נישט מער ווי א באנדע רויבערס וואס מיינען נאר כבוד און געלט, און די ערליכע אידן לאזן די פאלטשע קנאים שרייען און שרייען ביז ווילאנג זיי וועלן ווערן הייזעריג, און דערנאך אהיים גיין שלאפן.

אבער דאס צו מאכען פאר א גאנצער איבערווייז איז נאריש און סטופיד

די לעצטער שורה, דאס איז די איין איינציגע זאך וואס דו האסט געשריבן אמת, אז עס איז נאריש צו מאכן א איבערווייז פון גיוס, ווי איך האב פריער געשריבן.

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 7:08 pm

· #144379
צענדליגע 'גרים' האבן זיך היינט פארזאמעלט מוחה זיין קעגן די גרובינגען אין בית שמש ווי זיי האבן געשריגן 'קברי אבותינו אינם הפקר'

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 7:25 pm

· #144382
זלמן זאפיר
עפעס א זאלי האט נאך געשריגן הרב הגה"ק ר' אלישע הארוויץ וואס ער זאגט צי די קברים אין בית שמש
האט ער אים גענפערט אז דארט איז דא קברים אזוי ווי אין סקול דיסטריקט איז געווען א קראצמיך בוים

דער זאלי האט אים געשאסן אין בויך

סאשי פיש » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 7:30 pm

· #144384
@MajorNewsTweets: Asra Kadisha who is out of seen rented company with helicopter camaras in cost of $millions, with hope find something to make story from it.

מיסטער מענטש » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 8:49 pm

· #144416
שמייכל גיט
א שאד א שאד איר האט נישט געפאלגט אין אויסגעהערט די פייערדיגע קלארע דרשה פין הגאון ר' שאול סורוטה

איך האב אנגעהויבן הערן

און איך הער ער זאגט אז א אינגערמאן פון בית שמש

האט אים דערציילט אז ער איז געווען ביי די הפגנה און געזען די ביינער

און ער האט געהאלטן עצמות אין די האנט !!!

און ער וועבט די מעשה דארט ווייטער

איר הערט ????

העלוי!! איך בעהט א בילד אזוי לאנג !!

ענדליך האמיר איינעם וואס האט עס געהאלטן אין די האנט ממש

רב סירוטא בעהט יענעם א בילד ! זאגט אים ער האט א גרויסע אחריות ................

נאטרוליסט » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 8:57 pm

· #144422
אין טיסא עסלאר האבן מערערע סירוטה'ס עדות געזאגט אונטער א שבועה אז "זיי האבן געזעהן" ווי מ'שעכט מארץ און מ'לייגט זיין בלוט אין די מצות מצוה.

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:07 pm

· #144452
ס'איז ערשינען ניש לאנג צוריק דא בשכנות אן אשכול איבער א האפענונג פון איינע פון די חברי הק''ש ווי ער ברענגט ארויס זיין שטארקער באגער איבער א באלדיגער טיילונג אינעם עדה החרדית
מ'האט געהערט איטליכע דברי בדחנ'עס אויכעט דער וואס איז זיך דא מתמרמר איבער זיין פארלוירענקייט אין דעם אשכול ווי ער שפירט זיך אומבאקוועם
אז איר העט יעצט כאפען אן איבערבליק איבער'ן טיילונג קוקט אויס אז דער יחץ דא איז צו א קליינער וואס דער קלענערער העלפט איז ניטאמאל ראוי אוועקצולייגען אויף אפיקומן
געט א בליק דא שטייט א מעכטיגער ראב''ד וואס האט אין זיין באזיס אלע קווי ה'נייעס אלע אתרי החרדיות ב'אינטערוועלט און האט דא א היבשער טייל חברי הק''ש וואס זיצען ביי זיין אויווענאהן און האט צו זיין רעכטער האנט די גאנצער ועד ארץ החיים מיט 'אלע' אירע רבנים
און..... ניטאמאל הערט מען ערגעץ ווי עפעס א רמז ורמיזה פון איינער וואס זאל זיך טרויען ארויסצוקומען בריש גלי און זאגען אפען יא איך נעם זיך אהן פאר'ן הייליגען ראב''ד הדור דער שר ובעל הבית איבער די תורה און דער פוסק פינעם גאנצען דור בכל העולם כולו און איך שטיץ ווייטער אריינצופליקען אין איין מערה נאכען צווייטען
סך הכל האט ער באקומען פינעם ראבינאט אביסעל התחזקות אז זייערע רע-בנים האבען שוין מיט יארען צוריק תומך געווען אין זיין שיטע ווען זיי האבען געקעמפט קעגן בריסקער רב
אך און וויי פאר זוי קליינער טיילונג און פחות מכזית'דיגער חלק ניטאמאל דער עמוד התווך פינעם גאנצען תנועת הראב''ד אינזער באקאנטער ש.ו. קען זיך ווי עפעס אנעמען לשיטתו הבהירה
אך און וויי פאר זוילעכע געווינסען
זאפיר'ל גיי חלום נאך אביסעל דארט אין דיין אשכול
ווען איר וועקט זיך אויף ביטע זייט מיר מודיע

גאנצל » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:32 am

· #144476

מ'קען שפירן דאס שוערע אטעם און שוואכקייט ביים שרייבן די דאזיגע לוזערישע רייד איים סארי איך מיין אייך נישט באנק צו טאן

שעפטל » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:41 am

· #144519
כ'טראכט צו איך חלום יעצט!

25 מורי הוראה פונעם עדה האבן אפגעשריבן א מחאה קעגן די וואס האלטן אז דער ראב"ד איז דא א שגץ, אבער ער פארשטייט אז נע, דער גאב"ד וואקט אוועק אלס געווינער.

(און פארשטייט זיך געטראפן ערגעץ ווי אריינצומישן דער בלאט מיט ר' שמואל'ן.... #בלאט_אבסעסיע)

מיסטער מענטש » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 5:04 am

· #144531
נאר,,,,

איך הער אלע דרשות פון דיין עצרת אין אהל רחל

אלע דארט וויינען אז מען טאר נישט נאכגיין דעת הקהל

מען טאר נישט נאכגעשלעפט ווערן נאך די רוב

ווייל דער אמת איז ביי די קליינע הייפעלע פארבליבענע ערליכע

וואס לאזן זיך נישט פארפירן פון די הנהלת העדה די שודדי שכבי

סוי ווי סשיינט איז דער מצב אין ירושלים ביטערער פון ביטער

דער דעת הקהל איז אוועקגעלאפן פון אתרא קדישא

די שקרים אויף אלע ווענט רעדן נישט צו קיינעם

אוי געואאאאאאאאאאאאאאאאלד