☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » דער שוד המתים אין בית שמש נאך א פארצויגענער מערכה אנגעהויבען

דער שוד המתים אין בית שמש נאך א פארצויגענער מערכה אנגעהויבען

1597 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4495
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32

נאר,,פרייליך » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 8:00 pm

· #143204
מחאה אדירה פון הרב קאניעווסקי און הרב קארעליץ
ס'א פלא ווי די טוויטער גרופ'ס פינעם בלאט פראקציע ווייסען נאר פון דעם הייליגען דע''ת פון די צוויי גדולי ליטא
דאס אז זייערע דיינים שרייבען קלאר אין זייער נאמען אז ס'איז אסור דארט צו גראבען דלא כהמרן ראש הישיבה הראב''ד דאס ווייסען זיי ניש

<a class="postlink" href="https://mobile.twitter.com/HQSatmar/status/369606154520772609/photo/1">https://mobile.twitter.com/HQSatmar/sta ... 09/photo/1</a>

סאשי פיש » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 8:05 pm

· #143209
.
image.jpg

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 8:06 pm

· #143210
נאר,,פרייליך
מחאה אדירה פון הרב קאניעווסקי און הרב קארעליץ
ס'א פלא ווי די טוויטער גרופ'ס פינעם בלאט פראקציע ווייסען נאר פון דעם הייליגען דע''ת פון די צוויי גדולי ליטא
דאס אז זייערע דיינים שרייבען קלאר אין זייער נאמען אז ס'איז אסור דארט צו גראבען דלא כהמרן ראש הישיבה הראב''ד דאס ווייסען זיי ניש

<a class="postlink" href="https://mobile.twitter.com/HQSatmar/status/369606154520772609/photo/1">https://mobile.twitter.com/HQSatmar/sta ... 09/photo/1</a>

קיין שום פלא נישט.
קיינער שרייבט נישט גארנישט בשמם, וואלסט שטארק געוואלט אפשר

סאשי פיש » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 8:14 pm

· #143214
אביסעל צו בארואגען די געמיטער:
א זאלי זאגט מיך יעצט אז מען האט אויפגעהערט קלינען בעדפארד ראסס ווייל מען האט געטראפען דארטען קברים......

נאר,,פרייליך » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 8:18 pm

· #143218
א לענגערע איבערזיכט ווער ס'שטייט לימין פון די שומרי ומצילי הקברים און ווער ס'העלפט צו די מחטטי שכבי און אירע פרומע מסייעים

<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?whichpage=9&topic_id=3019608&forum_id=771">http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771</a>

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 8:26 pm

· #143220
נאר,,פרייליך
א לענגערע איבערזיכט ווער ס'שטייט לימין פון די שומרי ומצילי הקברים און ווער ס'העלפט צו די מחטטי שכבי און אירע פרומע מסייעים

<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?whichpage=9&topic_id=3019608&forum_id=771">http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771</a>

זייער שוואך!
וואס האסטו געוואלט? די עדה מיט שמידל זאלן זיין די בעלי בתים אויף די פראפערטי און די איצטיגע אינוועסטערס די אוסרים...?

בנוסף, איינס ס'איז ליגענט אז ר' ניסים איידעם האט געזאגט אז מ'טאר נישט בויען! זיי האבן געשריבן אז ס'דארף זיין מיט א הכשר, וואס איז דא.

צווייטענס, טאקע דארט מעלדט יענער מיט וואונדער איבערן בריוו פון ר' חיים מיט ר' ניסים אז זיי זענען נאר מוחה אויפן עלבון התורה און נישט אז מ'פאלגט נישט זייער בי"ד.

(יעצט, עניוועיס, ווער זענען דען די קארעליצעס און קנייעבסקי'ס וואס האבן די חוצפה צו שרייבן אינשי דלא מעלי אויף סילוף/נאר,,פרייליך....?)

נאר,,פרייליך » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 8:34 pm

· #143222
אזוי ווי איינע פון די ניקים געט זיך אויס זיין הארץ ווייטאג איבער די טעלעפאון ליניע וואס דעקט די צד האוסר
נאדער פרישע סחורה היצט ארויף אן אינטערויו מיט עפעס אן אייזענבאך וואס ער געט איבער קלאר די לעכערליכקייט פון די צד הליצנים ומחטטים הערט נומער 280-21אויף נומער 718.362.8800
מער ווייניגער איבערגעזאגט דעם מכתב:
file-1.gif file.gif

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 8:55 pm

· #143231
בקיצור אייזנבאך איז דער בריוו שרייבער? כ'האב געמיינט סילוף

נאר,,פרייליך » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 9:14 pm

· #143233
כ'זעה מ'האלט מיר דא שוין ביי אריבער פיר טויזענט קליק'ס און קיינער האט נאכניש באוויזען צו אויסהאמערן א פשרה דא צווישען די ניקים איבער די ברענעדיגע טעמע
אפשר רוף מיר אריבער רב מ'דמשק אליער רעב לייזער צו קומען מאכען א שלום דא
(כ'אף ס'העט ניש אויסזעהן ווי די סלונים שלום)
-----------------
די חופרי קברים זעהנדיג ווי ס'גייט זיי ניש און דער ציבור זעהט ווי ס'ניש פאראן אף גם אחד וואס זאל זיך מצטרף זיין צום הריסת הקברים

פרובירען צו פארקירעווען די נושא און האבען זיך גענימען פארפירען מיט באנימענע קולות
כבוד התעירע כבוד התעירע
כאפט א בליק אויף זייערע פאשקעווילען בארה''ק:
801642910.jpeg 801642951.jpeg 801643016.jpeg

מאיר_וואלף » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 9:20 pm

· #143236
ליינענדיג די אשכול, אזוי ווי איך בין נישט קלאר אין די פרשה, און עס איז ליידער דא דא אין נוי יארק געניג רבנים שקצים אויף וועם מוחה צו זיין, פעילט פשוט נישט אויס זיך אריינצולייגען אין די נושא

אבער די פיבער פון געוויסע וואס באלאנגען צו א פארטיי, וואס ווילען זייער שטארק אז מען זאל יא גראבען, דערמאנט מיר פון די מצוה וואס די זעלבע האבען געהאט בשעתו, ווען עס איז געווען די מצוה אז די רעגירונג זאל וויסען אז די פייער ביי אביגדור יאקאבוויטש איז נישט געשען א ליינס

נאר,,פרייליך » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 9:54 pm

· #143249
אין לאנדאן איז היינט פארגעקומען א מסיבה לטובת אתרא קדישא והמערכה אודות חפירת קברי קדמונינו בבית שמש כנגד הוראת הבד''ץ וגדולי רבני ליטא
efr9ni1b__w663h842q70.jpeg n266izma__w596h838q70.jpeg

נאטרוליסט » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 10:03 pm

· #143252
עס קומט מיר צום לאכן פון די קליינע קעפלאך דא.
וואס האט איר געמיינט אז ראב"ד ימח שמו איז מותר און גאב"ד ימח שמו איז אסור! WRONG!

אויב איז כבוד התורה ליידער צעטרעטן, איז כיון שניתן רשות למשחית וכו'!

מנשה פיליפ האט געמיינט אז ר' מנשה פריעדמאן וועט ווערן אפגעשוינט! R U CRAZY

וועקט זיך אויף ברידער: אויב האט איר געפונען א היתר צו האקן קעפ און שרייען דאס ארגסטע אויף גדולי ישראל, וועט קיינער נישט אפשוינען אייערע אמעראצים אןן קוגעל-עסער שלא קראו ולא שנו ולא למדו הלכה מעולם!

אויב וועט יעצט שטערנבוכ'ס ראב"ד פאזיצע געשטעלט אין שאטן פאר אייערע שמוציגע פאליטיק. האט קיין פאראיבל אז מ'וועט אפי נעמן וויאזוי דער ראש המשוגעים איז געווארן גאב"ד!

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 10:08 pm

· #143255
@נאר,,פרייליך, גיי זאג זיי אז די הזדעזעי איז אלס די חפירות, נישט אלס כבוד התורה... די ערד האצעך געשאקעלט און יענער האט פלעין געמיינט אז ס'איז וועגן די עלבון כבוד התורה..

סאשי פיש » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 12:28 am

· #143303
א שמייכעל
אביסעל צו בארואוגען די געמיטער:
: The Reason Why The Beis Hamikdosh HaShlishi Will Come Down Finished Cuz If Not When We'll Start Building It The Kanuyim Will Find Kevurim..

סאשי פיש » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 12:30 am

· #143304
The eirev rav said "hamibli ein kvurem beMitzrayim"?? we can find kvurem any where you want..

נאר,,פרייליך » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 8:19 am

· #143333
נאדער א שוידערליכער באריכט ווי א פרייער אפיקורס בעהט'זיך צו די פרייע גאס מ'זאהל געדענקען וואס די פרומע טיען דא צו זייערע קברים ווען ס'קומט צו זייער טאש, און מ'העל מיר שוין האבען וואס זיי אפצוווארפען קומענדיגע מאל
בושו לכם מחטטים וחופרי קברים פאר כבוד תאוה נצחון זענט איר מפקיר אייער גאנצער יהדות,
כלל ישראל וועט ניש פארגעבן און פארצייען פאר די בוגדים!!
נאדער די באריכט:
 הטור של עוכר ישראל פריציהטור של פריצי... (והדברים הנוראים מדברים בעד עצמם)     לפניכם טור שהופיע הבוקר מאותו עוכר ישראל מר פריצי, השוחק על משבתנו,וקורא לחילונים לזכור את המקרה החמור של חפירת בית הקברות הקדום בביתשמש, ומנסה למנף אותו להשתקה של כל הפעולות העתידיות כנגד חטוטי שכבי.והדברים נוראים.להלן הטור האנטישמי של פריצי שממנף את החפירות לכיוונים שלו.* * *הטור של פריצי קברי אבותיהםאת הסיפור המעניין על חרדים שבונים דירותיהם על קברי אבותיהם הבאנו כאן לראשונה כבר לפני שנה, באוגוסט 2012. לחובבי קריאה ואוהבי שעשוע,ולממהרים (ולחוזרים לכאן אחרי הקריאה) זו תמצית הסיפור: העסקן החרדי הרב אברהם סלונים חבר בשנת 2011 לקבלן החרדי גולובנציץ' שרכש קרקעות בבית שמש ועשה איתו עסקה. בתוך יומיים וחצי בדיוק מכר הרב אברהם סלונים 800 דירות לזוגות חרדים, במחירים סופיים של כ-650,000 ש"ח לדירה, בתנאי ש-300,000 ש"ח שולמו מיד במזומן כדמי קדימה. וכמובן שעסקות חרדים נעשות ללא ליווי וערבות בנקאית כנדרש בחוק.התחילו לבנות ואז התגלה שהקרקע מלאה חורים. ליתר דיוק - כל השטח הוא גבינה שווייצרית של מערות קבורה. מדובר בעצם בבית קברות יהודי עתיק ובו מאות מערות קבורה מלאות בעצמות אדם, שלמרבה הצער הן לא של גויים. כי בכל הקשור לבית הקברות הלא-צפוי הזה, כל העדה החרדית לכל פלגיה הייתה מוכנה להכריז בתוך שנייה שמדובר בקברים של גויים, או לפחות של חב"דניקים, אבל מה לעשות – הם לא. לא נמצא ביניהם שום דבר שיעיד על מוצא זר, כמו שלד של מתעמל או זורק דיסקוס באולימפיאדה יוונית או עצמות של לוחם זר עובד אלילים וכוכבים. להפך: בכל המערות לא נמצא שום שלד שלצידו איזו חרב או כלי מלחמה שהיו שייכים לו, מה שמוכיח סופית שמדובר בבית עלמין טהור של לומדי תורה מסורים ומשתמטי גיוס קבועים גם מהצבא של מתיתיהו המכבי.ואז קמה אתרא קדישא - האגודה שממררת תמיד חיי ארכיאולוגים ועוצרת סוללי כבישים וקבלנים חילוניים שנתקלים בקברים - הודיעה שאסור לבנות שם בתים ופתחה במאבק. אבל ברור שאם יפסיקו לבנות אז היזם והקבלן החרדים איבדו כל מה שהשקיעו כבר בבנייה ויפשטו רגל, וגם כל 800 הזוגות החרדים ששילמו במזומן 300,000 ש"ח כמקדמה יישארו גם בלי המזומן וגם בלי הדירות. ולכן זימנו השבוע בבית שמש אסיפה כללית של הרוכשים, כדי להצביע בשאלה אם להחמיר או להקל.לחילונים בורים ופרימיטיביים, שוכני דיסקוטקים ומחללי שבת וחג, יוסבר: אפשר לבנות מעל למערות קבורה, אלא שאז צריך לעשות מנהרות טומאה ורצפה צפה או מרחפת וכל מיני המצאות הנדסיות חשובות מימי הביניים, שרק הן מבטיחות שרוח הטומאה של המתים העתיקים הללו מלפני 3,000 השנים, תוכל לצאת לה לשמיים בלי להיתקל בדרך באדם חי, ובמיוחד לא באיזה ירא-שמיים ששמו למשל כהן, שאז יפגעו סיכוייו לקבל ג'וב בכיר בבית המקדש, שייבנה במהרה בימינו.ולכן אפשר לבנות את השכונה על הקברים, רק שזה יעלה תוספת של המון כסף. בדיוק כמו במקרה של בנק לאומי בטבריה, כמו במקרה של כביש 6 וכמו בכל מבנה חילוני שאתרא קדישא התלבשו עליו, והקבלן האומלל היה צריך להוסיף המון כסף כדי לרצות את המתים ואת החיים גם יחד. רק שכאן, בבית שמש, מי שיצטרכו לשלם מכיסם את התוספת הזו הם רוכשי הדירות החרדיים, וזו צרה: השכונה חרדית, הקבלן חרדי, היזם חרדי, הרוכשים חרדים. והכל בלי שיש שם אף לא חילוני אחד שאפשר להטיל עליו את החשבון.לכן זימנו את רוכשי הדירות כדי שיביעו דעתם ויצביעו האם להחמיר (דהיינו: לבנות את מנהרות הטומאה והרצפות המרחפות ושאר האביזרים והפטנטים עוקפי טומאה) ולשמור כנדרש על קברי הקדושים, או להקל, מה שאומר בעברית פשוטה: לשים פס ארוך על כל השטויות ולבנות ישר על הקברים.ואלה היו תוצאות ההצבעה החרדית: 600 הצביעו להקל, 3 הצביעו להחמיר. מסתבר שרק אחד מכל 200 (בקושי חצי אחוז) מרוכשי הדירות החרדים בבית שמש מוכן לשלם כסף מכיסו כדי לשמור ולא לבזות את קברי אבותיו, ואילו 99.5% מהחרדים הצביעו בעד להמשיך ולבנות על קברי אבותיהם בלי שום חוכמות.

''רבותי! ליינט די האר אויפשטעלנדע רייד פון א פרייער פארשוין''

זיכרו את תוצאות האלה. במיוחד ליום שהם יבואו לקשקש לכם על הצורך להפסיק בנייה חילונית של תיאטרון או בית חולים או כביש ראשי בגלל שהתגלו שם קברים. מי שיחזיק מעכשיו במרתף ביתו בשכונה החרדית החדשה בבית שמש את עצמו אבותיו, ויתלה את החיתולים הרטובים של ילדיו ליבוש מעל מערות הקבורה של אימהותיו, שלא יבוא לקשקש לי על קדושה של קברים קדומים. אם קברי אבותיכם שלכם לא היו שווים לכם כמה אגורות מכיסכם שלכם, אז הם בטח לא שווים לנו יותר שום שטרות מהכיסים שלנו.* * *והדברים מדברים בעד עצמםוכדי בזיון וקצף

נאר,,פרייליך » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 8:29 am

· #143334
פאר די ליינער וואס ווינדערן זיך ווי קען פין די היימישע קרייזען ארויסוואקסען אזא סארט געשעפט אז פון די עדה החרדית זאל מען העלפן די מחטטי שכבי
קוקט און שטוינט ווי ס'האט זיך דערקייקעלט א געוועזענער מתוך העדה פאר געלט אינטערעסען וכו' ווי ער רעדט שוין היינט פויפסטליכער פינעם פויפסט:


לעומתו יהודה משי זהב, יו"ר זק"א, מבהיר כי הוא לא שונא את לפיד, וטוען כי החרדים הביאו למצב הזה במו ידם: "לפיד הבן לא היה סדין אדום בעיני חרדים, הם הפכו אותו לשונא שקל לשנוא אותו. הם חשבו שכך יאחדו את הציבור החרדי. בכל דור ודור קם עלינו המן אחד, וב-2013 הפכו את לפיד לכזה, כולל תמונות, קריקטורות, בדיחות ועוד. עכשיו כל אחד משחק את המשחק בזירה הפוליטית, הרי ברור לכולם שאם החרדים ייכנסו לממשלה, הכל יהיה אחרת. על ידי הידברות והלך רוח טובה, אפשר להגיע לתוצאות גם עם אדם כמו לפיד. במצב העכשווי מדובר בסוג של מלחמה, אז כל אחד מושך לכיוון שלו."אין הבדל בין יאיר לפיד לכל איש פוליטי אחר שהתנגד לחרדים. כשהחרדים מתאימים פוליטית, מדברים אליהם יפה וברגע שהם לא רלוונטיים, זורקים אותם. במשחק שחברי הכנסת החרדים משחקים עם לפיד, הם תוקעים לעצמם מקלות בגלגלים. הם מסתערים בכוח והוא מצדו משיב באש בצורה כוחנית".

חיים » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 8:48 am

· #143336
נאר,,פרייליך

נאדער א שוידערליכער באריכט ווי א פרייער אפיקורס בעהט'זיך צו די פרייע גאס מ'זאהל געדענקען וואס די פרומע טיען דא צו זייערע קברים ווען ס'קומט צו זייער טאש, און מ'העל מיר שוין האבען וואס זיי אפצוווארפען קומענדיגע מאל
בושו לכם מחטטים וחופרי קברים פאר כבוד תאוה נצחון זענט איר מפקיר אייער גאנצער יהדות,

ווען נישט די סיקריקים פון אחרא קדישא, וואלט דער אפיקורס דאס נישט געשריבן.

און ווער ווייסט צי נישט די רשעים פון אחרא קדישא האבן אים איבערגעגעבן וואס צו שרייבן.

נאר,,פרייליך » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 8:50 am

· #143337
בריווען וואס דייטען אהן אז ביז עטליכע טעג איז שוין ניש פאראן אפילו איין מערה גאנץ אויכעט אינעם שטח גולובענציץ וואס געהער צו סלונים
יהדות הגולה הרעישו שמים שלא ינוח שבט הרשע
עו''ד+אהרני.jpeg כתב+סלאנים+לקסטנבוים.jpeg אליעזר+קעסטנבוים.jpeg

נאר,,פרייליך » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 8:54 am

· #143338
חיים
נאר,,פרייליך

נאדער א שוידערליכער באריכט ווי א פרייער אפיקורס בעהט'זיך צו די פרייע גאס מ'זאהל געדענקען וואס די פרומע טיען דא צו זייערע קברים ווען ס'קומט צו זייער טאש, און מ'העל מיר שוין האבען וואס זיי אפצוווארפען קומענדיגע מאל
בושו לכם מחטטים וחופרי קברים פאר כבוד תאוה נצחון זענט איר מפקיר אייער גאנצער יהדות,

ווען נישט די סיקריקים פון אחרא קדישא, וואלט דער אפיקורס דאס נישט געשריבן.

און ווער ווייסט צי נישט די רשעים פון אחרא קדישא האבן אים איבערגעגעבן וואס צו שרייבן.

שלום עליכם ניק החדש!! יהא בואכם לברכה
וואס האט די מציאות פון אויסגראבען ביינער מיט אתרא קדישא ווען די שטערנבוך'ס און די אנשי ה'בלאט שטייען בקשר אחד מיט די אלע ציוניסטישע בלאג'ס צוצוהעלפן ווי אימער מ'גראבט מדן ועד באר שבע איז אין דעם אתרא קדישא שולדיג??
וואס איז אתרא קדישא שולדיג אז מ'בויט חצרות ואדמורו''ת אויפען חשבון פון מחטט שכבי זיין בארה''ק??

חיים » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 8:57 am

· #143339
נאר,,פרייליך
פאר די ליינער וואס ווינדערן זיך ווי קען פין די היימישע קרייזען ארויסוואקסען אזא סארט געשעפט אז פון די עדה החרדית זאל מען העלפן די מחטטי שכבי
קוקט און שטוינט ווי ס'האט זיך דערקייקעלט א געוועזענער מתוך העדה פאר אינטערעסען ווי ער רעדט שוין היינט פויפסטליכער פינעם פויפסט:

פאר די וואס וואונדערן זיך, ווי קען זיין אז פון אזא הייליגע קהילה ווי סאטמאר, זאל ארויסוואקסן אזעלכע רשעים וואס האבן נישט אין זיך קיין איין טראפ יראת שמים, און קענען שרייבן דברי גנאי וזלזול אויף צדיקי גדולי הדור, כאחד הריקים.

זאלן קוקן אויף די פיינע בחורים און יונגעלייט וועלכע זענען געווען אמאל תלמידי סאטמאר, און זענען אראפ פון אידישן וועג און געווארן גוים גמורים, - וואס לשיטתך איז סאטמאר שולדיג דערין, און אפשר גאר זייערע רבי'ס.

נאר,,פרייליך » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:47 am

· #143347
די כת ה'בלאט שאלט היינט אין די מעסעדזשעס איבער א רוף פון מוצ''י העדה און זקני ירושלים זעך אנצונעמען פאר כבוד תורתו פינעם ראב''ד וואס איז מבוזה
ס'א פלא ווי די זעלבע בלאט פירער וואס האבען יארען לאנג משפיל געווען דורך פאשקעווילען און אנדערע מיטלען יעדער וואס ס'זיי געשטאנען אין וועג זענען פלוצים געווארען
''נועם המידות''
זיי ווייסען בלויז וואס מוצי''םזאגען איבער כבוד התעירע
דאס אז דער בי''ד האט גע'אסר'ט די חפירות סאם האו ווייסען זיי ניש דערפון

''נאדער זייער מעסעדזשעס''
<a class="postlink" href="https://mobile.twitter.com/HQSatmar/status/369811021096943616/photo/1">https://mobile.twitter.com/HQSatmar/sta ... 16/photo/1</a>

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:54 am

· #143348
חכמי וזקני ירושלים מיט מורי צדק פון די עדה החרדית זענען מוחה קעגן @נאר,,פרייליך און זיינע שותפים.... און די צייט וואס אין גם אחד חוץ דער לץ סילוף און נאך אפאר אטענטשן סיקערס (אינטערסאנט יענער האט נישט געלייגט זיין טיטל אלס רב ונשיא...) זענען נישט מוחה איבערן גראבן..

גלייכצייטיג זעה איך דעס אויך א שטיקעלע ענטפער איבערן בריוו פון אייזנבאך, ווי אייזנבאך (קיינער ווייסט נאכנישט ווער דאס איז... ווייטער א בן בלי שם) שרייט אז רוב מו"ץ העהח"ר שטייען מיטן גאב"ד.

📎 IMG-20130820-WA008.jpg

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 10:06 am

· #143351
נאר,,פרייליך
די כת ה'בלאט שאלט היינט אין די מעסעדזשעס איבער א רוף פון מוצ''י העדה און זקני ירושלים זעך אנצונעמען פאר כבוד תורתו פינעם ראב''ד וואס איז מבוזה
ס'א פלא ווי די זעלבע בלאט פירער וואס האבען יארען לאנג משפיל געווען דורך פאשקעווילען און אנדערע מיטלען יעדער וואס ס'זיי געשטאנען אין וועג זענען פלוצים געווארען
''נועם המידות''
זיי ווייסען בלויז וואס מוצי''םזאגען איבער כבוד התעירע
דאס אז דער בי''ד האט גע'אסר'ט די חפירות סאם האו ווייסען זיי ניש דערפון

''נאדער זייער מעסעדזשעס''
<a class="postlink" href="https://mobile.twitter.com/HQSatmar/status/369811021096943616/photo/1">https://mobile.twitter.com/HQSatmar/sta ... 16/photo/1</a>

ווי שוין עטליכע מאל ערווענט, כל הרוצה ליטול יבוא ויטול! ס'איז א טו וועי סטריט היינט, יעדער ניצט אלעס אין די וועלט. שוינישט דא קיין קאפי-רייט...
די נועם המידות פראקציע האט געשריגן יארן צוריק אז ס'גייט קומען אנדערע צייטן, יעדער רב וועט קענען זאגן זיין מיינונג אנדעם וואס ער זאל מורא האבן אז מ'וועט אים פארשטיינערן, נאך יענע יאר האט מען געזעהן אז חוץ אויף א פאשקעוויל אין די פאסט האט דאס נישט קיין שום האפט. מיט די יארן שטעלט זיך עס אויס מער און מער. נא יעצט קומען די אנדערע זייט און זיי האבן איבערגענומען דעם טורם... אזוי שווער צו פארשטיין? יעדער ווייסט אלעס, יעדער ווייסט אז א חלק פון בי"ד האבן געאסר'ט צו גראבן, אבער זיי ווייסן אויך אז טייל אין בי"ד האבן מתיר געווען, און זיי ווייסן אויך אז די זעלבע בי"ד האט געאסר'ט ביי ווילנא אויך אן קיין שום אנדערע סיבה ווי ווייל שמידל האט אזוי באשלאסן (ווי מ'האט טאקע געזעהן ווי זיי האבן זיך געטוישט).

מיין פריינד, פון עס פרובירן צו מאכן א 'דער בלאט' מערכה וועסטו נאכנישט דא געווינען, געווינען וועסטו ווען דו מיט דיינע קראוני'ס וועלן איינמאל פאר אלעמאל ווייזן א ביינדל פאר איין רב אדער דיין... ביזדערווייל האט עטס דאס נאכנישט באוויזן.

נאר,,פרייליך » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 10:08 am

· #143354
כנראה אז שעפטל קען ניש ליינען דעם כרוז בכלל ווי שטייט דא א ווארט איבער די חפירות אין בית שמש ווי שטייט דא אז איינער נעמט בכלל א צד אינעם היתר צו אויסרייסען מערות קבורה וואס איר שעפטל שטייט און קוקט ארויס בכליון עינים אז כאטש איינער חוץ דער מתיר לחטט זאל זיך אנרופען עפעס א פיפס צו קענען מאכען דערפון העדליינס אינעם בלאט
אז אה ב''ה מיר האבען געטראפען נאך הילף צו אויסגראבען איין קבר נאכען צווייטען

בסך הכל שטייט דא איבער די הארבקייט פון מבזה זיין א ת''ח שאין תרופה למכתו נו נעמט אפיר די אלע דבורים וואס הגרז''ל מ'סאטמאר פון די תומכי הגאב''ד ושומרי הקברים וואס ער האט אויך פארדאמט די וואס זענען מבזה ת''ח
אפילו די עסקנים זעלבסט וואס באפאסען זיך מיט די שמירת הקברים האבען מפרסם געווען א אפשיי צו די פאשקעווילען געווארפעכץ

אבער עז אף נאו איז אף גם אחד פון די רבני ומאורי הדור שליט''א ניש געקומען צו הילף פאר די הנהגת ה'בלאט מיט זייער רעכטע האנט חיים עוזר'ל צו העלפן מחטט שכבי זיין בארה''ק מדן ועד באר שבע

די צוויי מחטטים ועומדים בראש פון די מערכה צו אויסרייסען יעדן בית עולם בארץ ובגולה חיים עוזר מיט די מנהיג ה'בלאט
העלן געדענקט ווערן ביים כלל ישראל לחרפה ולדראון עולם!!!!!

פיינע קאווע » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 10:08 am

· #143355
א מין אבסעסיא מיט בלאט און כת הבלאט. עס איז צום שטוינען.
דער בלאט האט ס"ה איבערגעשריבן א אלטע מודעה'לע אז עפ"י בקשת הרבנים מא"י נעמען זיי נישט קיין שטעלונג.
דער איד האט גאנצע זייטען. מנשה פילאף האלט ברבים א דרשה קעגען א חבר הבד"ץ. פריילאך פון קאווע שטיבעל איז באויפטראגט צו אנשמירן בלעטער נאך בלעטער מיט הוילע שטותים. לייזר קעסטענבוים שרייבט בריוו'ן. זאלונים ווארפן פאשקעווילן
אבער אלעס איז דער בלאט שולדיג. יעדע'ס מאל בלאט און כת הבלאט.
זיי פריילאך און עס זיך ווייניגער ווייל די בלאט אידן וועם איך קען גיבן נישט קיין פלייאינג קייט איבער דעם גאנצן עסק.

נאר,,פרייליך » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 10:20 am

· #143359
כ'זעה די ארוינישע ניקים זענען בכלל ניש באהאווענט ב''ה אין זייער פארטרעטער די דוברי ה'בלאט געלויבט דער אייבערשטער ואשריכם פיינע קאווע וכו' אז איר שטייט ווייט פון זייערע געשרייבעכץ
אבער ווער ס'אביסעל באקאנט מיט זייער פעדער און זייערע קשרים מיט חיים עוזר'ל וואס האט ניש געלאזט פארהאנדלען היצט מיטען אויפגעבן דעם היתר לחטט שכבי ביז מ'העט ניש געבן נאך א מאה אלף וכו' וכו' און ביז ער האט ניש די בלאט הסכמה ועוד ועוד
די ווייסען אז די הויפט גורמים און מחותנים פאר'ן שענדליכען אקט פון מפקיר זיין קברי ישראל די לעצטערע תקופה ברחבי ארה''ק זענען אט די אויווען דערמאנטע אחראים
בו בזמן וואס אלע וואס זענען געווען פארמישט אין הריסת קברים ביז'ן באר שבע פרשה האבען זיך אפגעטרייסעלט פון די אלע מעשים
זענען די איינציג פארבליבענע בשדה המערכה לחטט ולעקור קברי קדמונינו:
''בלויז די צוויי אויווענדערמאנטע חופרי קברים''

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 10:22 am

· #143362
לחרפה ולדראון סלענג איז שוין יארן אלט, און ס'איז שוין געגעבן געווארן רעכטס און לינקס און די וועלט גייט ווייטער אן... קום שוין אויף מיט עפעס בעסערס..
דאס יא, זכה נעשה מלאכתו ע"י אחרים.. כלל ישראל האט גראדע יא ארויסגעקוקט אז דער בלאט זאל זיך ארויסשטעלן און צונעמען און אויפדעקן די מעשה נבלה פון שמידל וכת דילי, אבער דער בלאט האט איינגענומען א שטיל שווייגעניש צוליב די בקשת פונעם פוסק הדור שליט"א, אבער מיטן אויפדעקונג פון נאר,,פרייליך האט דאס יהדות החרדית הנאמנה אפגעאטעמט אז באמת טוהט דער בלאט יא כל מה שביכלתם אפצורופן דעם חרון אף וואס די מוחזק שקרנים ווי שמידל און פילאפף האבן אנגעברענגט צוליב זייערע פריוואטע אינטערסן און שנאה כבושה.

איך ווייס נישט ווי אתרא קדישא האט ארויסגעגעבן זייער אפשיי, אבער פון דיינע פירקעלערייען דא קוקט בכלל נישט אויס ווי איינעם פון ענקער פארלוירענע פראקציע טוהט וויי די קברים צו די עלבון התורה. דו קאטשקעסט און סקריבעלסט מיט רויטע שרייעדיגע און באלד ווערטער, אריינווארפענדיג פעך און שוועבל קעגן יעדע רב וואס שטייט נישט מיט מיט ענק,
ליין איבער וואס די רבני העדה וחכמי ירושלים שרייבן און פרוביר צו שרייבן אז ס'זאל זיין אויסגעהאלטן (עכט פארלאנג איך עס נישט פון דיר...)

נאטרוליסט » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 10:23 am

· #143364
דער בלאט און אלע אירע שרייבער זענען געשטארבן.

יעצט רעדן מען פון די "לעבעדיגע". די סיקריקים פראקציע און די צעשפליטערטע עדה החרדית.

די סיקריקים האבן א שטיקל "בלאקעדזש" - זיי זענען אביסל סלאו. עס נעמט זיי זייער לאנג צו פארשטייען אז:

אויב שרייבט מען אויפן ראב"ד ימח שמו - וועט מען שרייבן אויך אויפן גאב"ד ימח שמו, און אויך דוד שמידל ימח שמו, און קיין שרייען נו כבוד התורה, בזיון תלמיד חכם וועלן קיין סאך נישט העלפן.

נאך אזאך האבן די סיקריקים א בלאקעדזש:
זיי מיינען אז מ'קען היינט ווארפן א ביליאן קאלערדיגע פאשקעווילן און איינער וועט זיך צעקראצן.

די פאשקעווילן זענען טאקע מורא'דיג גוט. עס מאכט זייער א גוטע ארבעט... אבער נאר ווען מען טרעפט "אויך" קברים דארט אויפן שטח.

מיט די פאשקעווילן און מיט פיקטשערס פון "קברים" קענט איר דורכגיין די בריק. די פאשקעווילן אליין ארבעטען עפעס נישט אזוי גוט לעצטנס!

שרייען בית החיים, אונזערע זיידעס און באבעס איז מיילעך שטערן און מנשה פילאפף באבע-מעשה'לעך. מיר אידן האבן א א תורה און די תורה זאגט על פי שני עדים יקום דבר. נישט בערג מיט פאשקעווילן יקום דבר.

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 10:25 am

· #143365
האלא האלא, כ'זעה דו ווייסט גאר אסאך, ביטע לאז מיר וויסן אויב מ'גייט למעשה געבן די מאה אלף וכו' (וואס נאך איז אינקלאדעט אין די וכו'???) ווייל דא שרייען 'מיינע' אויבערהארן און 'מיינע' גרעבער אז ס'איז נישטא קיין געלט און זיי צאלן נישט צייטליך

נאר,,פרייליך » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:07 am

· #143378
שעפטל
אבער דער בלאט האט איינגענומען א שטיל שווייגעניש צוליב די בקשת פונעם פוסק הדור שליט"א,


שעפטעל'ע נו אז דער פוסה''ד איז דער וואס געט די גייד ליינ'ס און הדרכה וויזוי צו רעאגירען און אפענטפערן אין נויטפאל
נו צווואס זיך באקלאגען דא אין ק''ש איבער לעי''ט פעימענט''ס גייט אריבער צום פוסה''ד און זאל אייך די געלט קאסע פון חיים עוזר'ל אייך פוסק זיין א סכום יפה פאר אזא פיינע ארבעט וואס איר לייגט אראפ לטובתם
העט איר אויך האבען אביסעל דעם כח הפועל.... פין די פילע געלטער וואס שטראמען אריין פון די מחטטים וואס טיילען גרויס געלט פאר די היתירים רעכט'ס און לינק'ס וואס חיים עוזר'ל שאפט יעדן שני וחמישי

נאר,,פרייליך » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:11 am

· #143379
ווילט איר הערן א גיט שטיקעל 'צימעס'
נאדער
718.362.8800. #280-24

נאטרוליסט » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:16 am

· #143382
נאר,,פרייליך
ווילט איר הערן א גיט שטיקעל 'צימעס'
נאדער
718.362.8800. #280-24


איך קען אייך פונקטליך איבערזאגן אין איין שורה וואסט מ'הערט דארט:
משה שטערנבוך ימח שמו וזכרו. אברהם סלונים רשע מרושע. חיים עוזר שטערנבוך אפיקורס. מ'גראבט אויף א געהעריגע בית החיים מיט מיליאנען קברים אין גולובניץ. גלגולת'ן ווארפן זיך איבעראל און עס ווערט צעטראטן דורך די פיס פון שטערנבוך.

איר דארפט נאך קרעפלעך?

אויס מענטש » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 12:00 pm

· #143389
האלא! שעפטל, ברענגט אונז עפעס נייעס, שרייב עפעס צו דערזאך, זייט ווען קען יעדער שמייכל מאכער-פרייליך זייער. נעמען אונזערע חברי הקאווע אויף א רייט ?
טוה מיר א טובה, דער אתרא קדישא ניק/ים, איז דא ביז ווי לאנג די מערכה גייט אן, און דיינע כוחות דארפן מיר אויף ווייטער לתפארת השטיבל.
ווי גייט דער לאזונג "מיט יעדע ענטפער פאר די חברה גיט מען אים א שטופ פאר נאך א תגובה" 😂

איש צדיק תמים » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 12:29 pm

· #143399
עס איז ממש אן עקל ווי ווייט מענטשען קענען זיך דערקייקלען פאר תאוה׳ת הנצחון און פאליטיק.
די וואס האבן געווארפן די פאשקעווילן אויסער וואס עס איז זיכער אפאר ליידיגייער ווס האבן נישט קיין זשאב און האבן זיכער קיין שלום בית נישט (געהאט צייט ארומצופארן איבער גאנץ גרעיטער ניו יארק און ווארפן זייערע פארשטינקענע פאשקעווילן) האבן זיי נישט קיין שום מורה שמים.

אבער ליינענדיג דא די דברי חירף וגידוף אנקעגן מרן הגאב״ד שליט״א איז ממש א פחד און א שרעק.

נוטרעלוסט: די שעמסט זיך נישט? די ביסט דער זעלבער פארשון ווי די פאשקעווילן ווארפער, די איינציגסטע חילוק איז אז זיי ווארפן דאס אופן גאס און די וואפסט עס דא און קאווע שטיבל, די האסט די חוצפה אין העזה חוזק צו מאכן פון א יוד וואס כל ימיו איז ער געזעצן און עוסק געווען בתורה? א יוד וואס איז מלא יראת שמים? א יוד וואס ״גאנץ״ יהדות החרידות האט איינשטימוג אויפגענומען אלץ די העכסטער אויטריטעט און דעם בית דין הגדול און ירושלים?

יא זיי מהר״א און זיי מהרי״י האבן ביידע אפגעראכטן פייערדיגע קבלת פנים׳ס ווען דער גאב״ד איז דער ערשטער מאל געקומען אויף אמעריקע נאכן ווערן געקרוינט גאב״ד, יעדער אינקלאדינג דיין רבי האט אים אויסגעלויבט אלס א יוד א קדוש, און פלוצלינג ווייל ער גייט נישט און שפאן מיט דיין פאליטיק איז ער שוין ווערט צו ווערן אנגערופן מיט דיינע שאנד טיטלען????

און צו די פאשקעווילן ווארפער און צו דיר פרייליך אויך, כ״ק הראב״ד ר׳ משה שטערנבוך שליט״א ווערט נאך נישט א קליין טראפעלע ווייניגער צדיק ווייל ער האלט נישט ווי דיין פאליטיק, דער איד איז א צדיק און אויב ביסטו נישט מוחה אויף בזיון ת״ח, ביסטו פונקט אזא ליידיגייער ווי דער פאשקעווילן שרייבער.

יודן טייערע עס איז א שפיל מיט פייער ביטע זעט אז איר זאלט אייך נישט פארברענען....

נאטרוליסט » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 12:50 pm

· #143406
איש צדיק תמים

אבער ליינענדיג דא די דברי חירף וגידוף אנקעגן מרן הגאב״ד שליט״א איז ממש א פחד און א שרעק.

נוטרעלוסט: די שעמסט זיך נישט? די ביסט דער זעלבער פארשון ווי די פאשקעווילן ווארפער, די איינציגסטע חילוק איז אז זיי ווארפן דאס אופן גאס און די וואפסט עס דא און קאווע שטיבל, די האסט די חוצפה אין העזה חוזק צו מאכן פון א יוד וואס כל ימיו איז ער געזעצן און עוסק געווען בתורה? א יוד וואס איז מלא יראת שמים? א יוד וואס ״גאנץ״ יהדות החרידות האט איינשטימוג אויפגענומען אלץ די העכסטער אויטריטעט און דעם בית דין הגדול און ירושלים?


עס קוקט אויס ווי איר לעבט אויפן מארס אדער מערקורי פלאנעט. ביטע קומט אראפ קיין פלאנט ערד. ליינט וואס מיר האבן געשריבן און ערשט דערנאך רעאגיר.
עס קוקט אויס ווי איר האט בכלל נישט געליינט וואס איך האב געשריבן און שרייט נאר ווי אן עגלה ערופה.

נאטרוליסט האט געשריבן:
"אויב" קען מען שרייבן אויפן ראב"ד ימח שמו. קען מען שרייבן אויך אויך גאב"ד ימח שמו און אויך אויף דוד שמידל ימח שמו!
די זעלבע תורה וואס לאזט דאס, לאזט דאס. איר פארשטייט דאס אפשר נישט? די זעלבע קנאות און די זעלבע סיקריקשקייט.

אויב הייבט מען אן ווארפן זאמד אויף דעם התמנות פונעם ראב"ד אינעם ביד"ץ
"קען" מען זייער גרינג אויפברענגען "וויאזוי" דער גאב"ד איז געווארן גאב"ד... אוי שמעקט עס דיר נישט?

בכלל, האט איר אפשר געזען א מחאה פונעם גאב"ד אז מ'טאר נישט מבזה זיין דעם ראב"ד? איז זיין בלוט נישט רויט?
מעגליך אז דער גאב"ד און זיינע סיקריקים האלטן אז דעם ראב"ד'ס בלוט מעג מען פארגיסן! והא ראי' אז ער בכלל נישט מוחה אויף די שענליכע השחתה!


עס מעג זיין א הלכה'דיגע פארשידנהייט צווישן גדולי הוראה, אבער דאס נידריגע סיקריקישע בלוט-פארגיסונג האט קיין פלאץ ביי אידן. און אויב מיינע זיי אז מ'קען זאלן זיי נישט האבן קיין פאראיבל אז גם עליהם יעבור כוס און זיי וועלן פונקט אזוי שמוציג באהאנדעלט ווערן.

איש צדיק תמים » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 1:10 pm

· #143410
דיין שמוץ פארדינט נישט קיין ענטפער.

נאטרוליסט » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 1:18 pm

· #143413
איש צדיק'ל:

פאר אזעלכע מכלומר'שטע תמימי לב ווי איר שטעלט זיך אהער, סיקריק מקדקוד (אויב דאס הייסט קאפ) ועד כף רגל איז די עדה החרדית צעבראכן געווארן לשברי שברים.

ביטע בלעים מיך נישט!
נאר דיינע הייליגע סיקריקים פירער, הרה"ק רבי מנשה פילאפף, הרה"ק רבי נחום אטיק און הרה"ק ר' יוסל90.

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 2:38 pm

· #143433
נאר,,פרייליך
מחאה אדירה פון הרב קאניעווסקי און הרב קארעליץ
<a class="postlink" href="https://mobile.twitter.com/HQSatmar/status/369606154520772609/photo/1">https://mobile.twitter.com/HQSatmar/sta ... 09/photo/1</a>

הגאון רבי שמואל אויערבאך שליט"א האט אויך צוגעשריבן

📎 אויערבאך.jpg

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 2:38 pm

· #143434
📎 מחאת רבני הר נוף.jpg

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 2:43 pm

· #143436
נאטרוליסט

בכלל, האט איר אפשר געזען א מחאה פונעם גאב"ד אז מ'טאר נישט מבזה זיין דעם ראב"ד? איז זיין בלוט נישט רויט?
מעגליך אז דער גאב"ד און זיינע סיקריקים האלטן אז דעם ראב"ד'ס בלוט מעג מען פארגיסן! והא ראי' אז ער בכלל נישט מוחה אויף די שענליכע השחתה!

די שאלה איז צו מ'קען דעס נאך ניצן... (געשריבן געווארן תש"ע)

📎 גאב''ד.jpg
📎 גאב''ד.jpg

נאטרוליסט » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 2:55 pm

· #143439
לגבי די "יפו" מערכה קען מען עס לכאורה נוצן.
לגבי די "גולובניץ" מערכה קען מען עס נוצן אויף "נישט" !

נאר,,פרייליך » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 3:26 pm

· #143442
פרישע מוחים שטעלן זיך צו צו מגונן זיין על כבוד התורה!!

רבותי!!
ליינט און שטוינט
ס'איז בייטאג און נישט באנאכט אינמיטען א זיסען חלום כאפט אייך אהן אויפען בענקל
און קוקט ניש מער ניש ווייניגער די בעלזער וועב זייטעל וואס זענען די גרעסטע שונאים פאר'ן עדה החרדית קלאגען מיט קראקאדייל טרערן אויף'ן הייליגען כבוד פונעם פוסק הדור רבא דעמא ומדברנא דאומתי' ריש גולת אריאל שר צבא ד' לוחם מלחמות ד' הגה''ק הראב''ד
ווילט איר וויסען וואס די מטרה פין די וואס זענען פארנימען צו פארקירעווען די מערכה להצלת קברים אויף הצלת כבודו המושפל והנדרס פינעם ראב''ד פרעגט אהן אין די בעלזער קהילה אין ירושלים
נאדער זייער הגנה אויפען עדה החרדית:
<a class="postlink" href="http://ladaat.info/article.aspx?artid=7395">http://ladaat.info/article.aspx?artid=7395</a>
ס'אינטערסאנט אז די בעלזע ווייסען נאר וואס דער ראב''ד מאכט
און דאס אז סאמעט פון תולדות אהרן טערארזירט אומאויפהערליך דעם גאב''ד העדה איז סאם האו ניש אנגעקומען צו די קשר בוגדים וקשר רשעים די אינטערנעט פירער פון בעלז שולזון וחביריהם

נאטרוליסט » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 3:56 pm

· #143451
און ווען די "הייליגע" מרץ חברה, וועלכע קעמפן פאר תועבה, קעמפן פאר עקירת הדת, קעמפן פאר'ן אויסרייסן כלל ישראל רח"ל, נעמען זיך פלוצלינג אן פאר דעם כבוד פון הייליגן גאב"ד ירושלים, דאס איז נישט קיין בייז וואונדער?

מנשה פילאפף וועט אוודאי טרעפן פארוואס יאשקע90 מיט'ן גאב"ד אינאיינעם מיט די "מרץ" פארטיי פּאָרט זיך גוט

אויס מענטש » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 4:03 pm

· #143454
נישטא וואס צו רעדן די טעראר קעגן שטרנברוך ברענגט פירות
איינער וועט דארפן באצאלן דעם פרייז, זאגט פארן גאב"ד ער זאל בייצייטענס אפשטעלן די מערכה ווייל נאר ער איז פאראנטווארליך, און מען וועט אים בכלל נישט פארשוינען, די סיקריקים טרעטן יעצט אויס די וועג פאר דאס וואס וועט קומען נאך דעם.
טעראר גייט ביידע זייטן מען האבן פיל תורהצו פארנעמען די טעראר ב"ה דער ראב"ד פארמאגט דאס, אבער דער גאב"ד ווייס איך נישט. וו

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 4:22 pm

· #143462
מ'רעד דא איבער די טעראר ווער ס'קען עס יא דערהייבן און ווער נישט.

דערציילט מיר מיין חבר פון ארץ ישראל, אז ער געדענקט אין תשנ"ד ווען די צפת פרשה איז געווען אויפן טיש און א"ק האט פארלוירן יעדעס פיצל נאמנות ביי רוב קנאים, אזוי ווייט אז ס'האט זיך געגרינדערט די "וועד למען קברי הקדמונים" באוויסט אלס "קדמונינו".
דעמאלטס האט דער סאטמאר רבי זצ"ל צוריקקערנדיג פון זיין מסע המלכות אפגעשריבן דעם בריוו צו די עדה

📎 מכתב קודש מבעל ברך משה זי''ע.jpg

די עדה האט טאקע געשריבן אז זיי שטעלן קדמונינו קער צו נעמען דערפון - און גלייכצייטיג צוגעשריבן גאר שארפע ווערטער קעגן א"ק וואס -אווי אייביג- געגאנגן מיטן קאפ אין וואנט אריין און געשריגן אז נאר זיי און טאקע נאר זיי ווייסן וואס ס'טיצעך

📎 עדה - קדמונינו.png.JPG

דעמאלטס האט די עדה געוואלט אראפשיקן איינעם וואס גייט קער נעמען בשם די עדה (פארן באזיך פונעם סאאמאר'ן רבי'ן) וועם מייינט עטס האט מען אראפגעשיקט??? וועם האט דער עדה דעמאלטס געוויסט אז ער וועט גיין מיטן אמת און מקיים זיין דעם ולא תגורו מיטן גאנצן פראכט?
יאפ! דעם היינטיגן ראש בית דין שליט"א!!!

📎 ראב''ד - צפת.jpg

קאמאנטארן זענען גענצליך איבעריג!!!
📎 ראב''ד - צפת.jpg 📎 מכתב קודש מבעל ברך משה זי''ע.jpg

מיסטער מענטש » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 4:33 pm

· #143472
סגייט סאך טיפער

בי"ד האט דעמאלס געשיקט די ראבד, ער איז געגאנגען מיט די באגלייטונג פון אתרא קדישא וואס האט אים איינגערעדט באפקעס און פארפירט כדרכיהם

אזוי ווייט אז ער האט דעמאלץ געשריבן א בריוו לאיסור און ער איז געווארן זייער הייליג

שפעטער האט מען אים פארציילט אז אתרא דרייט א קאפ איז ער נאכאמאל אראפ אליינס און מברר געווען די מציאת הדברים

דעמאלץ איז ער ארויס להיתר

און אטאמאטיש געווארן א שייגעץ פון איין מעניט אויפן צווייטן

אבער די ברך משה וואס האט אויך נוטה געווען צוערשט לאיסור האט עס אויך גוט מברר געווען

און נאכדעם האט ער זיך אנגענומען פאר ראב"ד

און נאכדעם די גאנצע בי"ד

נאטרוליסט » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 4:49 pm

· #143479
די סיקיריקם האבן די עדה פארפאקט אין טיפע קעשענע, זיי נוצן נאר די עדה ווען מ'קען שטויסן.

ווען דער הייליגער מנחת יצחק האט גע'אסור'ט די בני יואל איז ער געווארן "דזשעקי"!
ווען דער הייליגער רמ"א פריינד האט גע'אסור'ט די בני יואל איז ער געווארן "דער פעשער הוניאדער"!
ווען דאס בית דין האט געאסור'ט די בני יואל, זענען זיי געווארן מזרחי בית דין.

דער סיקריק מנשה פילאפף האט איין פראבלעם: ער מיינט אז יעדער פארגעסט ווען ער דרייט זיך דאס וויידל...

נאר,,פרייליך » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 4:50 pm

· #143480
רבותי!!
כ'ווענד מיר דא צו די א.ג. סאטמארע ניקים האמיר אינגאנצען פארגעסן דעם מאויבי תחכמינו???
קען איינער ענטפערן נארמאל רואיג און געלאסען אהן קללות און צולאזטקייט
הלמאי די פאלגענדע מחאות איבער בזיון וחילול עצמות קדמונינו העלן די ציוניסטישע נייעס זייטלעך און פרעסע פאר קיין רפואה ניש טרעפן נאר די בריוולעך וואס די א.ג. סאטמארע ניקים ברענגען פון דאס מאכען זיי 'צימעס' אז ס'גייט א רויעך
זענט איר א סאטמארע תלמיד דארף אייך דער שאלה גופא געבן דעם קלארער בילד אינעם מצב
2013820_2016223695_gif.gif 2013820_20154924557_gif.gif 2013820_20145118075_gif.gif 2013820_1933557587_jpg.jpeg

נאר,,פרייליך » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 4:51 pm

· #143481
רבותי!!
כ'ווענד מיר דא צו די א.ג. סאטמארע ניקים האמיר אינגאנצען פארגעסן דעם מאויבי תחכמינו???
קען איינער ענטפערן נארמאל רואיג און געלאסען אהן קללות און צולאזטקייט
הלמאי די פאלגענדע מחאות איבער בזיון וחילול עצמות קדמונינו העלן די ציוניסטישע נייעס זייטלעך און פרעסע פאר קיין רפואה ניש טרעפן נאר די בריוולעך וואס די א.ג. סאטמארע ניקים ברענגען פון דאס מאכען זיי 'צימעס' אז ס'גייט א רויעך
זענט איר א סאטמארע תלמיד דארף אייך דער שאלה געבן דעם קלארער בילד אינעם מצב
2013820_2016223695_gif.gif
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32