☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מעלות פון זיין א היימישער איד

מעלות פון זיין א היימישער איד

38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4242

לעיקוואד » דינסטאג יולי 9, 2013 4:37 pm

· #131926
מעלות פון זיין א היימישער איד
איך ווייס עס איז שוין געווען אן אשכול אויף די מעלות פון אונזער סיסטעם, אבער איך וויל דא עפענען א אשכול צו רעכענען די מער פראקטישע און פשוטע מעלות פון זיין א חסידישע/היימישער יוד, אין פשוטע פראסטע זאכען. אלע זענען געלאדענט זיך באטייליגען דערין, או טי די קאווע טרינקערס אייוועטלינקעס בדחנים שיכורים באמעס ווער עס זאל נאר זיין.

איך הייב אן מיט א קליינער ליסטע, והמוסיף יוסיפו לו מן השמיים.

* אין יעדער חסידישער שוהל קען מען כאפן א קאווע בחינם. ווער עס גייט אמאל קויפען א קאווע אינדרויסען ווייסט וואסארא ריזיגע חילוק דאס איז. טאקע די חסידישע קאווע האט נישט אזא ווייסע פאום פון אויבען, אבער עס איז נישט ווערט קיין צען דאלאר..

* די חסידישע רעקלעך, ווער רעדט נאך פון די וועסטס, זענען פיל מיט גרויסע טאשען ווי מ'קען אריינשטעקן אלעס פון פעיפערס ביז פענס, געלט, קרעדיט קארדס, צוויי דריי טעלעפאנען (א כשר'ע טריפה'נע און פארעווע), אפאר פאר זאקען, און אלעס נאך וואס מ'דארף איבער'ן טאג, אלס אן עס זאל זיך ארויסזעהן בכלל.

*פאר צוויי דריי דאלאר האסטו א ווארעמע וואנע/מקווה זיך צו ווייקען אין אינדערפרי, און אויב ביסטו א גנב קענסטו אפילו זיך אריינכאפן מיט'ן חבר'ס קארד און קיינער וועט נישט שטערן..

לעיקוואד » דינסטאג יולי 9, 2013 4:38 pm

· #131927
* ווען איר דרייט זיך אין א שאפינג מאל, עירפארט, צו וואס, בפרט אין ישראל, פראבירט נישט עפעס א 'תמים' אייך אנטוהן תפילין אדער מחזיר בתשובה זיין.

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 9, 2013 4:41 pm

· #131930
הא הא.... זאל מען אריבערשטעלן דעם אשכול צו "שמייכל"?
און לעיקוואד, כ'קען בלויז איין איינציגער איד וועלכער טראגט מיט זיך שטענדיג אפאר זאקען אין טאש, דאס איז ריכטיג גילוי......

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 9, 2013 4:42 pm

· #131933
* ביי די שמחות פון די אייניקלעך זענען די זיידעס, עטרת זקנים, די חשוב'סטע מחותנים, מען רעכנט זיך מיט זיי, מען גיט זיי דעם אויבן אן, בשעת אין די אלגעמיינע וועלט באקומען זיי נישט זייער פארדינטן רעספעקט אינעם אלטנס-היים.
רוב עלטערע אידן ביים היימישן עולם קענען קוים ווארטן אויף די שמחות פון די קינדער און אייניקלעך, זיי קוקן ארויס דערויף בכליון עינים.

לעיקוואד » דינסטאג יולי 9, 2013 4:45 pm

· #131934
יא, אפשר טאקע באלאנגט עס אין שמייכל.. אבער איך מיין דאך ערנסט..

די פאר זאקען האב איך נאר אריינגעלייגט אויף מדגים זיין די סייז, נישט אלץ ערנסטע הצעה..

לעיקוואד » דינסטאג יולי 9, 2013 4:48 pm

· #131935
* אז איר זענט אין חדר, ישיבה, אדער כולל, און איר האט געבט'לט די גאנצע צייט איין זמן, נישט געלערנט קיין אות אחת, קענט איר נאכאלץ זיך נעמען לערנען די אנדערע זמן און ווערן די בעסטער בחור און קיינער וועט נישט געדענקן וואס איז געווען. ביי די נארישע גוים אין פאבליק סקול אדער קאלעדזש וועסט אלעמאל בלייבען מיט א לאך אין דיינע מארקס.

אביגדור » דינסטאג יולי 9, 2013 4:51 pm

· #131937
ואם אין "עניינו" לכאן תנהו ל"ענין" אחר...

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 9, 2013 4:53 pm

· #131938
לעיקוואד
*פאר צוויי דריי דאלאר האסטו א ווארעמע וואנע/מקווה זיך צו ווייקען אין אינדערפרי, און אויב ביסטו א גנב קענסטו אפילו זיך אריינכאפן מיט'ן חבר'ס קארד און קיינער וועט נישט שטערן..

סתם א זייטיגע הערה אויפן חשבון, וועלכע טוט פארגרעסערן די מעלה:
אז דו האסט א מקוה קארטל וועלכע קאסט דיר $25 א חודש (מאנכע בעטן נאך ווייניגער) און דו רעכנסט אריין 30 טעג יעדן אינדערפרי בנוסף צו לכה"פ 4 מאל עש"ק, און ווער רעדט נאך פון ערב יו"ט, קומט דאס אויס צו ווינציגער ווי 75 צענט יעדע מקוה/וואנע/שויער.

און פארגעס נישט צוצולייגן די געפלוידעריי וואס טוט זיך דארט אפ, די סאמע גרעסטע סודות און דעליקאטע ענינים העומדים על הפרק ומתחת הפרק ווערן דארט געשמאק אויסגעלופטערט בשעת מען זיצט האלב אויסגעטון מיט איין פוס אויפן צווייטן -

לעיקוואד » דינסטאג יולי 9, 2013 4:56 pm

· #131939
* אז עס כאפט אייך ממש אן א יצר הרע, איר לעכצעט אויף עפעס א מורא'דיגע עבירה אדער כפירה, קענט איר זיך אויסדרייען אין פאליש און זאגען אזוי שנעל שטילערהייט צו נאבאדי אין פארטיקלוער "די רעבעזכיסעאגענעליינו איז נאר געווען איין שיטה, רב קוק האט אויך געהאט א צד, אלו ואלו", און זיך שפירען ממש אויפגעקלערט און האבען אויף וואס תשובה צו טוהן.

קאווע טרינקער » דינסטאג יולי 9, 2013 4:56 pm

· #131940
לעיקוואד

* די חסידישע רעקלעך, ווער רעדט נאך פון די וועסטס, זענען פיל מיט גרויסע טאשען ווי מ'קען אריינשטעקן אלעס פון פעיפערס ביז פענס, געלט, קרעדיט קארדס, צוויי דריי טעלעפאנען (א כשר'ע טריפה'נע און פארעווע), אפאר פאר זאקען, און אלעס נאך וואס מ'דארף איבער'ן טאג, אלס אן עס זאל זיך ארויסזעהן בכלל.

לעיקוואד ווערט מיר א לץ אויף די עלטער..

א נישט-חסידישע איד האט איין פאון, עס פיט פונקט אריין אין זיין גראדע טאש אויף די jeans, ממילא דארף ער נישט קיין עקסטער טאש פאר א כשר'ע; א פען דארף ער אויך נישט, זיי שרייבען נישט אונטער קיין קול קורא'ס, פארוואס דארף ער א פען? מיט זאקען מוז ער נישט גיין.

יונגערמאנטשיק » דינסטאג יולי 9, 2013 4:57 pm

· #131941
לעיקוואד, זייער א גוטער טאפיק. און איך וועל צולייגן.

פראביר נאר אמאל אויפצושרייבן אין א גראסערי אין א גויאישע געגענט.

זוך א דזשאב אדער אן אפארטמענט אן א גוטע קרעדיט סקאר.

זוך א גמ"ח, אינטערעסט פרי לאון.

טיילווייז צוליב די אויבנדערמאנטע סיבות איז גרינגער פאר א היימישן יונגערמאן צו ווערן רייך, טרעפן א גרויסע פאזיציע אן א קאלידזש דעגרי.

די אלע סארטן חסד ארגענעזאציעס ווי חסד, חברים, הצלה, שומרים, ביקור חולים, מקימי, מתעסקים, RCCS, קרן עזר א.א.וו. עקזיסטירט כמעט נישט ביי די גויאישע וועלט.

קאווע טרינקער » דינסטאג יולי 9, 2013 5:00 pm

· #131945
יונגערמאנטשיק

די אלע סארטן חסד ארגענעזאציעס ווי חסד, חברים, הצלה, שומרים, ביקור חולים, מקימי, מתעסקים, RCCS, קרן עזר א.א.וו. עקזיסטירט כמעט נישט ביי די גויאישע וועלט.

ס'האט אבער נישט מיט זיין א "חסידישע" איד. איך מיין אז אין פלעטבוש איז אויך דא הצלה. נישט נאר איינס, זיי האבן צוויי, הצלה און east midwood.

יונגערמאנטשיק » דינסטאג יולי 9, 2013 5:01 pm

· #131947
אינעם קעפל פון דעם אשכול שטייט נישט חסידיש, ס'שטייט היימיש.

לעיקוואד » דינסטאג יולי 9, 2013 5:02 pm

· #131949
* די העמד/ציצית/ הויזן דארף מען נישט אויסביגלען אדער אפילו אויסרייניגען, סייווי איז אלץ פארדעקט מיט א לאנגע רעקל, מ'דארף זיך נאר זארגען אויף דעם.

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 9, 2013 5:03 pm

· #131950
לעיקוואד
* אז עס כאפט אייך ממש אן א יצר הרע, איר לעכצעט אויף עפעס א מורא'דיגע עבירה אדער כפירה, קענט איר זיך אויסדרייען אין פאליש און זאגען אזוי שנעל שטילערהייט צו נאבאדי אין פארטיקלוער "די רעבעזכיסעאגענעליינו איז נאר געווען איין שיטה, רב קוק האט אויך געהאט א צד, אלו ואלו", און זיך שפירען ממש אויפגעקלערט און האבען אויף וואס תשובה צו טוהן.

NO WAY
אויף כפירה העלפט נישט קיין תשובה נאר דער טויט,
דער ישמח משה'ס פעטער איז נפטר געווארן ווייל ער האט געהאט א צד ספק צי כת ש"ץ איז געווען גערעכט.

קאווע טרינקער » דינסטאג יולי 9, 2013 5:04 pm

· #131951
יונגערמאנטשיק
אינעם קעפל פון דעם אשכול שטייט נישט חסידיש, ס'שטייט היימיש.


מ'דארף טוישען דעם קעפל.
ליין די ערשטע צוויי משלים פון הרב לעיקוואד

וועלכע cong אין פלעטבוש האט קאווע א גאנצען טאג בחינם?

וועלכע איד אין פלעטבוש גייט מיט א רעקל און 7 טאשען?

---
לעיקוואד האקט מיט נאך א גוטס.

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 9, 2013 5:04 pm

· #131952
* דארפסט זיך נישט שעמען מיט א אפגעגאלטן קאפ, די קאפל נעמט שוין קעהר אויף דעם.

קאווע טרינקער » דינסטאג יולי 9, 2013 5:05 pm

· #131954
שמעקעדיג
* דארפסט זיך נישט שעמען מיט א אפגעגאלטן קאפ, די טורבאן נעמט שוין קעהר אויף דעם.

😂 😂

לעיקוואד » דינסטאג יולי 9, 2013 5:09 pm

· #131957
* איר דארפט זיך קיינמאלנישט זארגען אויב איר זענט אין סטייל, אויב איר האט אויסגעקליבען די פאסיגע סארט שיך/העמד/הויזן פאר די מעמד. אלעס זעהט אויס די זעלבע אלע גיין די זעלבע, צווישען די זעכצן סטיילס וואס איז דא אין g&g האט קיינער נישט קיין שווערע התלבטות'ן וועלכע צו נעמען.

מאראנצןזאפט » דינסטאג יולי 9, 2013 5:20 pm

· #131958
יא, און אין מער א סאטמאר געשטימטער ביהמ"ד זענען די סייז האט קאפס 12 אונסעס, מיט רויטע שטרויס אין דער זייט, און אן אויסווייל פון 3 סארטן צוקער רינעדיגע פיר עקיג און ספלענדע.
דינסטאג פרעגלט מען אין ביהמ"ד אייער שפייז אויף א רעזשא לעי"נ הושע בן בארי, און ביי לאנטש איז דא אין כולל א שלישי למילה מיט פרישע אוואקאדא און מעלבא טאוסט מיט סעיבל פון גאלדען טעיסט צוגעשטעלט דורכ'ן בעל שמחה מעשה נגיד אויפ'ן פיי סאמעך קארטל.
ווען די סאפער געלונגט נישט אדער ווען די אידענע איז אין די ערשטע 3 קען מען אלץ משלים אביסל סעסעמי טשיקן ביי א וואכנאכט.
ווען דו ביזט לאנגווייליג כאפסטו א היטש פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק און צוריק אזוי האנדלסט אייך נאך צוויי ידידים וואס ווייסן שוין אלעס ביז דיין סאושעל סיקיוריטי נומער.
ווען דו רופסט א קאר סערוויס קומט אן דיין שכן און דו קענסטוך מער נישט קריגן מיט דיין פרוי.
שבת ביים ליינען כאפט אן בליק אין ווארמער און מ'גנב'ט ארויס אלע פיפיקלעך פון די טשאלענט.
שבת נאכ'ן דאווענען דארפן דיך צוויי גוטע פריינד אהיימבאגלייטן, און דיין פרוי עפנט די טיר מיט א רויט פארפלעקטע פנים'ל אז איר צדיק'ל האט שוין ווייטער געוויזן וואס ער קען.
צו שלש סעודות גנב'ט מען אראפ שוין אינמיט מנחה די מענגא פונעם פרוט פלעטדער וואס ר' מעכל דער גביר האט צוגעשטעלט ווייל ער האט יארצייט.
ביי די תורה קייעט מען פיסטעטשוס אז מ'קען הערן א ווידער קול.
ביי מחצית השקל מישט מען די טאפ האלבע דאלערס און זאל יעדער מיינען כ'האב געצאלט.
און ווי איז נאך דא אזא תענוג ווי ליינען דער שטערן אומזיסט אין לעפקאוויטש'ס גראסערי דאנערשטאג נאכט מיט זיבן באטלעך מילך און 4 פעקלעך ספליט פיס באנדלעך צו באצאלן מיט דער וויק-טשעקל.
אדער דער זיסער טעם פון איינקויפן אלע צייטונגען פעמפערס און פעיפער גודס מיט עסן-זיגלעך.
צו שרייען אויף א חבר, יונגערמאן האסטוך געקויפט אן ענדרויד? דו מיינסט טאקע מיר העסטו איינרעדן אז k9 איז עפעס ווערד. מ'קען אין איין מינוט אראפנעמען די גאנצע פילטער.
פאר דעם פאר דעם אליין איז כדאי א חסיד צו זיין פאר דעם פאר דעם פאר דעם אליין איז כדאי א חסיד צו זיין.
און איך מיין א שנארן א ציגארטל איז שוין אויך אוונטערגעברענגט געווארן אויסער ביי חסידישע אידן וואס יעדער האט א ברודער וואס קומט צוריק פון ארץ ישראל מיט קארטונום פון דוטי פרי, אדער א פעטער וואס פארט צום ראש חודש סעודה פון טאשער רבי.

קאווע טרינקער » דינסטאג יולי 9, 2013 5:24 pm

· #131959
מיין לייק איז געווען צו באצלאן פארן שמייכל.
אבער אוודאי בין איך נישט מודה צו דעם מהלך החיים, גנב'ענען פיפיקלעך פון די טשאלענט?!

קינות גירושין » דינסטאג יולי 9, 2013 7:15 pm

· #131990
שוין סאיז אנגעקומען די ניין טעג דער עולם איז אין א גוטע מוד, סקומט פרייליכע טעג בעהשי״ת
איך וויל דא מאכען איין גרויסע לייק פאר יעדעם דא, איך ווארף זיך פאר גלעכטער, פיינעלי בין איך ביזי מיט גוטע זאכען
איי געס סאיז דא עפעס א סגולה אין די ניין טעג פאר שדוכים, שוין צופיל גרעדט, אלעס מיט די כח פון שמחה יא ר נחמן נישט ר נחמן, יא משיח נישט משיח, שמחה האט א כח און אז מטראכט גוט וועט זיין גוט!

האלאנד » דינסטאג יולי 9, 2013 7:29 pm

· #131992
וויאזוי געט זעך זיך א גוי א עצה צוהארגענען א פליג.?? א א יוד נעמט דעם קאפל אין שמייסט אריין און סווערט דערהארגערט.. א יוד וויל ארויס נעמען א הייסע באלב נעמט מען דעם קאפל ..

זר זהב » דינסטאג יולי 9, 2013 8:08 pm

· #131996
קאווע טרינקער
יונגערמאנטשיק

די אלע סארטן חסד ארגענעזאציעס ווי חסד, חברים, הצלה, שומרים, ביקור חולים, מקימי, מתעסקים, RCCS, קרן עזר א.א.וו. עקזיסטירט כמעט נישט ביי די גויאישע וועלט.

ס'האט אבער נישט מיט זיין א "חסידישע" איד. איך מיין אז אין פלעטבוש איז אויך דא הצלה. נישט נאר איינס, זיי האבן צוויי, הצלה און east midwood.

ס'האט יא. ווייל הצלה האט זיך אנגעהויבן אין וויליאמסבירג דורך א היימישער "חסידישע" איד. מ'מעג זאגן אז אזא דבר טוב וואלט זיך קיינמאל נישט אנגעהויבן אין פלעטבוש. סוי נעווער פארגעט, אויב פארט איר אפ און איר ווערט פאר'פלעטבוש'ט, געדענק אז הערשל וועבער האטיר צוגעשטעלט 'הצלה'

דעת תורה » מיטוואך יולי 10, 2013 12:50 am

· #132069
האלאנד
וויאזוי געט זעך זיך א גוי א עצה צוהארגענען א פליג.?? א א יוד נעמט דעם קאפל אין שמייסט אריין און סווערט דערהארגערט.. א יוד וויל ארויס נעמען א הייסע באלב נעמט מען דעם קאפל ..


געווען ערגעץ דא דוכט זיך א קארטון אויף דעם

טישו באקס » מיטוואך יולי 10, 2013 1:48 am

· #132072
פאלט אמאל אריין א מאדערנער יוד אין מקוה גייט ער אויס פארליידיגקייט. דער חסידישער יוד האלט זיך פארנומען אינעם וואסער מיט׳ן בארד וואס דער אייבערשטער האט איהם געשאנקען צינעמענדיג מיט א מורהדיגן מתינות יעדע האר באזונדער.

א חסידישער יוד קען נהנה זיין פון יעדע פרוטה וואס די רעגירונג האט צו אפפערן, און נאך אלץ זיך פאררעכענען אלץ א רעפאבליקאנער. מיט די מורהדיגע טענה אז אונזערע דורות וועלן ליידן צוליב וואס די דימאקראטן ספענדן אן א שיעור.

יצחק לאווי » מיטוואך יולי 10, 2013 9:38 am

· #132093
* אז א היימישער איד שרייבט אונטער זיין אייגענע נאמען עפעס וואס איז נישט פונקט ווי דער הייליגער 'מנחת חינוך' סידור זאגט, באקומט ער גלייך אזוינע קאמפלימענטען, וואהוא, עס זענען דא היימישע יודען וואס קענען ענגליש, וואס ווייסען ווער שעיקספעיר איז געווען, דו האסט גאטס, וכו'. א גוי דארף זיך שווער מוטשענען צו הייסען אזא פילאסאף און אזא מענטש מיט גאטס.

יצחק לאווי » מיטוואך יולי 10, 2013 9:42 am

· #132095
* גויים רעדן נאר פון געלט און מיידלעך, א יוד דארף זיך נישט אזוי באשמוציגען, ער רעדט שיין און איידל פון פרנסה און שידוכים.

(בשם אמרו, איינער איך געדענק שוין נישט ווער)

יואב » מיטוואך יולי 10, 2013 10:32 pm

· #132470
שמעקעדיג
* ביי די שמחות פון די אייניקלעך זענען די זיידעס, עטרת זקנים, די חשוב'סטע מחותנים, מען רעכנט זיך מיט זיי, מען גיט זיי דעם אויבן אן, בשעת אין די אלגעמיינע וועלט באקומען זיי נישט זייער פארדינטן רעספעקט אינעם אלטנס-היים.
רוב עלטערע אידן ביים היימישן עולם קענען קוים ווארטן אויף די שמחות פון די קינדער און אייניקלעך, זיי קוקן ארויס דערויף בכליון עינים.


אריין אין די 'מעלות אלטע זיידעס האבן' אשכול. דאס איז פונקט די פארקערטע. די סאמע זעלבע ווערטער דארף מען צו שרייבן צו מעלות גוים האבן. חוץ די זיידעס ווער פארדינט דא?

שרגא » מיטוואך יולי 10, 2013 11:22 pm

· #132488
שמעקעדיג
* ביי די שמחות פון די אייניקלעך זענען די זיידעס, עטרת זקנים, די חשוב'סטע מחותנים, מען רעכנט זיך מיט זיי, מען גיט זיי דעם אויבן אן, בשעת אין די אלגעמיינע וועלט באקומען זיי נישט זייער פארדינטן רעספעקט אינעם אלטנס-היים.
רוב עלטערע אידן ביים היימישן עולם קענען קוים ווארטן אויף די שמחות פון די קינדער און אייניקלעך, זיי קוקן ארויס דערויף בכליון עינים.


זייער אמת.
נאר דאס איז גראדע בעיקר אין שטארקן קאנטראסט דא אין אמעריקע, וואו די יונגע זענען די "זאך" און די עלטערע זענען א וויץ, קיינער האט נישט קיין געדולד צו זיי און זיכער וועט מען זיי נישט אויסהערן. מען שעמט זיך מיט יעדע יאר וואס מען ווערט עלטער. אין אנדערע לענדער און קולטורן איז דאס בכלל נישט אזוי, ווי למשל אין אזיע, וואו מען האט דעם פולסטן דרך ארץ פאר עלטערע, זיי זענען זייער ארויפגעקוקט, מען שטעלט זיך אויף פאר זיי, און דארט איז פונקט פארקערט ווי דא: דא שעמט מען זיך ווען א ווייס הארל וואקסט ארויס, אבער דארט וויל יעדער ווי שנעלער גרוי ווערן, צו פארדינען דעם רעספעקט פון די עלטערע זילבערנע לייט. אין כינע דאכט זיך איז אפילו דא א ספעציעלע טיטל וויאזוי די יונגע רופן אן די עלטערע. אויך אין אפריקע איז מען פיל מער רעספעקטפול צו די עלטערע, קיינער וועט זיי נישט דאמפן אין א האום, ווי די אמעריקאנער זענען געוואוינט צו טון ביים פריסטן געלעגנהייט כדי נישט צו דארפן זיין ביזי מיט זייער אלטן טאטן.
ב"ה ביי אונז זענען די (עט ליסט די אייגענע) זיידעס אויך געשעצט, און די קינדער און אייניקלעך געבן זיי כבוד מלכים. עס לוינט זיך צו ווייטער געוואוינען אזוי די קינדער, ווייל עס וועט אויך גוט צונוצקומען ביי דעם אייגענעם רעטייערמענט פלאן.

קאווע טרינקער » מיטוואך יולי 10, 2013 11:35 pm

· #132497
שמעקעדיג
* ביי די שמחות פון די אייניקלעך זענען די זיידעס, עטרת זקנים, די חשוב'סטע מחותנים, מען רעכנט זיך מיט זיי, מען גיט זיי דעם אויבן אן, בשעת אין די אלגעמיינע וועלט באקומען זיי נישט זייער פארדינטן רעספעקט אינעם אלטנס-היים.
רוב עלטערע אידן ביים היימישן עולם קענען קוים ווארטן אויף די שמחות פון די קינדער און אייניקלעך, זיי קוקן ארויס דערויף בכליון עינים.

זייער גערעכט.
ביי אונזער שמחות שפילען חתן כלה נישט קיין ראלע! ס'איז זייער שמחה? א מכה. והראיה ווייל נאר די מחותנים'ס חברים קומען צו די חתונה, אבער די חתן'ס חברים? וואס האבן זיי צו זוכן דארט? ווייל ער גייט מופען צו נייע דירה צוזאמען מיט עפעס א מיידל?
משא"כ אין אנדערע מקומות נעבעך, איז דער חתן כלה די מערסטע פרייליך, און מיט זיי פרייען זיך מיט די משפחה און חברים.

zurich » דאנערשטאג יולי 11, 2013 12:45 am

· #132510
האלאנד
וויאזוי געט זעך זיך א גוי א עצה צוהארגענען א פליג.?? א א יוד נעמט דעם קאפל אין שמייסט אריין און סווערט דערהארגערט.. א יוד וויל ארויס נעמען א הייסע באלב נעמט מען דעם קאפל ..

און דווקא א חסידישער יוד וועט דאס טוען א ליטווישער צו הארגענען א פליג וועט ער נעמען א ׳טישו׳

דעת תורה » דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:00 am

· #132515
שרגא
, ווי למשל אין אזיע, וואו מען האט דעם פולסטן דרך ארץ פאר עלטערע, זיי זענען זייער ארויפגעקוקט, מען שטעלט זיך אויף פאר זיי, און דארט איז פונקט פארקערט ווי דא: דא שעמט מען זיך ווען א ווייס הארל וואקסט ארויס, אבער דארט וויל יעדער ווי שנעלער גרוי ווערן, צו פארדינען דעם רעספעקט פון די עלטערע זילבערנע לייט. אין כינע דאכט זיך איז אפילו דא א ספעציעלע טיטל וויאזוי די יונגע רופן אן די עלטערע.


נייע געזעץ אין כינע פארלאנגט קינדער צו באזוכן די עלטערן רעגלמעסיג

יואב » דאנערשטאג יולי 11, 2013 2:48 am

· #132547
איינער וואס איז נישט קיין חסיד דארף צאלן געלט פאר א בארבער,  און מ'דארף זיך לאנג ארומשפילן מיט די האר פונעם קאפ. ביי אונז פאדערט זיך בלויז אונטער צו ווארפן דאס קעפל אונטערן טאנצעדיג מעסערל פונעם שמש, און ביז צוויי מינוט מאקסימום שטייט שוין דאס קעפל נאקעט מיט א קראצעדיגן גלאנץ. ס'קאסט בלויז 6 טאלער, און אויב די האר פאלט שוין ארויס, קען מען זיך וויצלן האלב ערענסט 'אן אויסגעקראכענעם קאפ איז האלב פרייז? (און ס'דא מענטשן וואס לאכן פונעם וויץ,  א זאך וואס אלס גוי וואלסטו אויך זיכער נישט געהאט).   

אויב א הענטל פונעם גלעזער דערקלערט זיך זעלבסשטענדיג, קען מען דאס באלד באנדאדזשירן מיט סקאטש טעיפ, אדער סעפטי פין.  א גוי ווידעראום אויב פארמאגט ער נישט א ספעיר ברילן, דארף ער זיך פלאגן צו זעהן ביז ער פארריכט, אדער האנדלט זיך איין נייע.

 יעדעס וואך קען מען קויפן אין בית מדרש פרישע סידיס, פאר בלויז 2 דאללער.

אונזער הייזער זענען סאך מער פארזיכערט, ווייל מיר פארמאגן שבת שלעסער אויך.

פאבליק נומער שלעסער זענען שווה לכל נפש. אז ס'גייט נישט שבת, קען מען פראבירן משה, שקי, אמת, ועוד. הפנים, אויסגעשפארט וועט איר נישט ווערן סיי ווען, סיי וואו.

בעת ווען פרעמדע דארפן גיין קויפן, און זוכן גורלות, קומט מען אראפ צו אייך כמעט טעגליך מיט ראפעלס, און איר קריגט די מעגליכקייט צו זיין "דער גליקליכער געווינער".

יארצייטן. ווען איינער האט יארצייט איז דא קעיק און ברוינפן, אסאך מאל קען מען אפילו "שאוולען הערינג".

ווער ס'וויל קען ווערן א בעל דרשן, מ'דארף נישט האבן קיין שום קוואליפעקאציעס.

אויב איינער טרעפט זיך ארבייטלאז קען ער אלץ ווערן א קאר סערוויס.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 11, 2013 8:29 am

· #132563
כ'מיין שוין העכסט צייט אויפ צו טוישען און געבען יואב'ן דעם בדחן ניק
און פאר בדחן דעם ניק יואב צר צבא.

כוכב » מיטוואך מערץ 26, 2014 5:47 pm

· #192921
יאכלו ענוים וישבעו, א מוראדיגער אשכול, איך ברענג עס ארויף פאר די נייע כמוני.

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 11, 2015 2:53 pm

· #253036
נאך א מורא'דיגע מעלה פון זיין א היימישע איד, איז אז מען קען מכבד זיין חברים זייער גרינג, און זיי אונטערקויפן מיט א שיבוש... שיק אים צו צום עמוד, גיב אים דאס בענטשן, זיי אים מכבד מיט א זמירות ביי שאלעשידעס, קויף אים אן עלי' ביים ליינען - אפי' ס'וועט אים קאסטן ביים מי שברך פי כמה האסטו יוצא געווען, אויב ביסטו גבאי קענסטו אים געבן הגבה אדער גלילה, א כיבוד ביים ברית, אפילו ער איז דער פופציגסטער הבאה אל/מן הכסא/הסנדק, גיב אים פתיחה ביי קריאת התורה אדער לכה"פ ביי אנעים זמירות,

ווער רעדט נאך אויב זוכסטו עפעס געלט פון א נגיד, גיב אים מפטיר יונה, זייא אים מכבד אלס אורח הכבוד ביים דינער, גיב אים א פלעק ביים מלוה מלכה, הענג אויף א מז"ט צעטל אין ביהמ"ד אדער אין די צייטונגען,

די ליסטע איז נאך לאנג, איר קענט צולייגן.

ציבעלע-קיגל » מיטוואך פעברואר 11, 2015 4:18 pm

· #253045
לעיקוואד
.

*פאר צוויי דריי דאלאר האסטו א ווארעמע וואנע/מקווה זיך צו ווייקען אין אינדערפרי


און נישט פארגעסען אז עס איז אויך מעגליך צו באקומען א מתן שכרה בצדה... א גוטען אינפעקשאן אדער פאנגעס.

נאך א גוטע מעלה איז אז א "היימישע" איד קאן שטינקען אזוי אז די וואל פאפיר פאנגט אן אראפקומען ווען ער קומט אריין אין א צימער און קיינער וועט איהם גארנישט זאגען