☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

1007 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1743
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21

ימי קדם » דינסטאג יוני 11, 2013 2:35 am

· #123862
וועגן וואכנאכט, ווענד זיך וואו.
אין די רוסישע און אונגערישע מקומות פלעגט מען מאכן א סעודה, אבער אין די פוילישע גאליציענע מקומות נישט.
דאס איז זיכער, אז מאכן פונעם וואכנאכט מער ווי דער ברית איז אן אמעריקאנער מנהג, און דאס האט שוין יא מיט בזיעת אפך...

וועגן די מעשה פון בעל שם טוב, און רוב פריערדיגע ספרים, חסידישע און קבלה וכדומה, איז דער דגוש אויפן ''וואך נאכט'' עברי טייטש, זיין אויף און לערנען (במנין) די נאכט פארן ברית, די פארטי אדער סעודה איז שפעטער נולד געווארן.

מאטי » דינסטאג יוני 11, 2013 8:33 pm

· #124102
שלום עליכם ימי קדם לאז דיר הערן פון די פריערדיגע ספרים און טעג נאך און נאך.

ונבנתה העיר » פרייטאג יוני 14, 2013 12:06 am

· #124900
כבר צווחו קמאי אז וואס עלטער מען ווערט אלס שנעלער לויפט די צייט, ביי אונז אין קאפ איז דאס שוין אפי' אסאשיעיטעד מיט די קרעכצן פון אלטע אידן, די יאהרן לויפן, קוים געווען סוכות און מען האלט שוין ביי ראש השנה.

פארוואס טאקע איז דאס אזוי? וואס איז די פסיכאלאגיע וואס ליגט אונטער דעם?

איך האב קיינמאל נישט צופיהל אריינגעטראכט אין דעם, אבער אויבערפלעכליך האט מיר עס אויסגעזעהן ווי א תוצאה פון דעם וואס א קינד מיינט אז די גאנצע יונעווערס שפילט זיך אפ פה כאן ועכשיו אין זיינע ד' אמות, וואס עלטער מען ווערט דערזעהט מען זיך מיט א גרויסע וועלט און מיט א לאנגע היסטאריע, ווערן זאכן געשטעלט אין פראספעקטיוו.

עכ"פ, אין דעם בוך 'פאראדאקס', וואס יאיר האט געברענגט, האביך היינט געזעהן ווי ער זאגט אזוי דרך אגב'דיג א אינטערעסאנטע ביאור:

we find as we get older that time seems to rush by at an increasing rate ... because each year that goes by is a tinier fraction of our lives, just think back to when you were a child, and how long it would seem from one birthday to the next


ביי די פינעף יאהר איז איין יאהר א גאנצע פינפ'טל פון דיין לעבן, פון דיין עקספיריענס, פון דיינע איבערלעבענישן, אבער ביי די פערציג איז דאס נישט מער ווי א פערציג'סטל פון דיין מציאות, פון דיין פעקל, ודפח"ח.

קאמענטירער » פרייטאג יוני 14, 2013 12:41 am

· #124911
מיין טעאריע איז (כ׳האב עס געליינט ערגעץ איך געדענק נישט וואו) פ״וו די יאר פאר אן ערווסענעם לויפט שנעלער ווייל ביי א קליין קינד קלאפט דאס הארץ ארום 100- 120 קלאפעס א מינוט און ווען מען ווערט עלטער קלאפט די הארץ צווישען 60 און 80 מאל א מינוט מילא קומט אויס אז א קינד האט לענגערע מינוטען.

מאטי » פרייטאג יוני 14, 2013 12:47 am

· #124915
מ׳קען זאגן נאך א סברה פארוואס עלטער לויפט שנעלער. ווייל א קינד האט א נאטור צו וועלן ווערן גרעסער ווען ער איז 5 לעכטצט ער שוין יעדן טאג צו ווערן 5 אהאלב, דעריבער קוקט דאס אים אויס לאנג.
משא״כ אן ערוואקסענער, זוכט צו בלייבן וואס אינגער, דעריבער ווען ער דערזעט זיך ווי ס׳גייט דורך נאך א יאר און נאך א יאר שפירט ער ווי ס׳לויפט זייער שנעל. פונקט ווי און טאג טעגליכער לעבן ווען מ׳איז און א מצב וואס מ׳וויל בלייבן דערין, לויפט דאס זייער שנעל אדורך.און ווען מ׳איז און א מצב וואס מ׳וויל זיך זען ארויס דערפון קריכט דאס שטייט.

זר זהב » פרייטאג יוני 14, 2013 12:50 am

· #124919
דאס איז געוואלדיג! יעדער זעהט עס לויט וויזוי זיינע רצוניות זענען.

שמעקעדיג » פרייטאג יוני 14, 2013 12:56 am

· #124923
אדער ענליך צו מאטי'ס סברא (בדרך הלצה) אלס קינד און אלס בחור זיצט מען שעות ביי די לאנגווייליגע שיעורים אין חדר/ישיבה און מען קוקט אויפן זייגער א גאנצן טאג, משא"כ נאך די חתונה לויפט מען און מען יאגט מען וויל אריינכאפן די גאנצע וועלט ועולה חרס בידו, ער זעהט זיך נאך א גאנצן טאג קוים עפעס אויפגעטון..

אביגדור » פרייטאג יוני 14, 2013 12:18 pm

· #124997
על כן יאמרו המושלים וכו'.

ונבנתה העיר » מאנטאג יוני 24, 2013 11:37 pm

· #127595
אז ספר איוב איז אויף די World Library ליסטע.

World Library איז א ליסטע פון די 100 בעסטע ביכער אין היסטאריע, צוזאם-געשטעלט אין 2002 דורך 100 שרייבער פון 54 לענדער.

נולד מאוחר » מאנטאג יוני 24, 2013 11:58 pm

· #127609
פארוואס איז די author Anonymous?

משה געציל » דינסטאג יוני 25, 2013 12:01 am

· #127612
זעט אויס ער האט אנגענומען, אדער איז ער עכ"פ חושש ווי דער מאן דאמר אז איוב לא היה ולא נברא.

ונבנתה העיר » דינסטאג יוני 25, 2013 12:19 am

· #127625
לויט איין דעה אין די גמ' האט משה געשריבן ספר איוב.

קאווע טרינקער » דינסטאג יוני 25, 2013 1:01 am

· #127632
אז geraldo rivera האלט שוין ביי זיין פינפטע ווייב.

זר זהב » דינסטאג יוני 25, 2013 1:03 am

· #127633
אז ס'דא מאקאשאן וואס קענען פליען אביסעל

ונבנתה העיר » מיטוואך יוני 26, 2013 12:53 am

· #128027
אז דער ווארט 'קוויטל' נעמט זיך פון דעם פויליש'ן ווארט 'kwit', וואס מיינט א רעסיט.

געפילטע פיש » מיטוואך יוני 26, 2013 2:19 am

· #128059
אז פאר א בארקאוד מוז מען צאלן א רעגיסטראציע אפצאל עס צו קענען נוצן.

איך אויך » מיטוואך יוני 26, 2013 7:48 am

· #128074
ונבנתה העיר
אז דער ווארט 'קוויטל' נעמט זיך פון דעם פויליש'ן ווארט 'kwit', וואס מיינט א רעסיט.

קוויטונג אויף אידיש-דייטש מיינט אויך א רעסיט.

קאווע טרינקער » מיטוואך יוני 26, 2013 7:58 am

· #128077
ונבנתה העיר
אז דער ווארט 'קוויטל' נעמט זיך פון דעם פויליש'ן ווארט 'kwit', וואס מיינט א רעסיט.

דאן וואלט דאך דער רבי געדארפט געבן פארן חסיד א קוויטעל, א רעסיט אז ער האט באקומען דעם פדיון! עולם הפוך ראיתי.

געפילטע פיש » מיטוואך יוני 26, 2013 8:14 am

· #128085
א רעסיט פונעם גבאי'ן אז ער האט געצטאלט זיינע צען פופצען צענט גבאי געלט, און ער דארף ווייזען די רעסיט אריינצוגיין.

זר זהב » מוצ"ש יוני 29, 2013 11:04 pm

· #129031
photo (7).JPG

newkave » מוצ"ש יוני 29, 2013 11:44 pm

· #129045
אריין אין חלומות אשכול.

ונבנתה העיר » זונטאג יולי 21, 2013 11:30 pm

· #135123
ביז איך האב עס היינט געזעהן דערמאנט אזוי בדרך אגב איז עס מיר קיינמאהל נישט איינגעפאלן, אבער באמת איז עס מרפסין איגרא: ווי אזוי ווייסט א מענטש די פאזיציע פון זיינע אברים רעלאטיוו צום ארום?

עס קראצט אייך אונטערן אויער, איהר טראכט נישט קיין סאך און שטרעקט אויס די האנט און - הנני - די פינגער נעמען זיך קראצן דעם פונקטליכן פלאץ, ווי אזוי האסטו געקענט צוטרעפן פונקטליך וואו צו לייגן די פינגער אהן דעם וואס דו זאלסט דארפן קוקען?

קען א מאלער מאלען אין די טינקל? קענסטו דען פיהרן אן אויטא אין די פינסטער? איז ווי אזוי קען מען גיין אהן זעהן? ווי אזוי ווייסטו פונקטליך וואו צו שטעלן א טריט נאך א טריט אהן באטראכטן די תנועות פון דיינע פיס רעלאטיוו צו די ערד?

די אלע, און נאך צעהנדליגע, פרטים זענען פארבינדען מיט א ספעציעלע חוש וואס רופט זיך Proprioception, דאס גיבט פאר'ן מענטש דעם פיהלינג אין וועלכע פאזיציע ער און זיינע אברים געפינען זיך רעלאטיוו איינע צו די אנדערע און דעם ארום, א פרוי האט אמאל פארלוירן דעם ספעציפישן חוש דורך א וויירוס אין די חוט השדרה און זי האט מער נישט געקענט גיין אדער אפי' קאנטראלירן די טאן פון איהר שטימע, שפעטער האט זי זיך צוביסלעך אויסגעלערנט גיין דורך באטראכטן איהרע פיס און אפשאצן איהר שטימע דורכ'ן זיך צוהערן דערצו.

די חוש ווערט אויך שנעל אפעקטירט דורך אלקעהאל, און דאס איז דער סוד פארוואס די פאליציי וועלן צומאהל בעטן א דרייווער וואס איז חשוד אין פיהרן אונטערן איינפלוס אז ער זאל זיך צומאכן די אויגן און אנרירן די נאז, אויב ארבעט נישט דער חוש וועט ער פונקט אזוי אנרירן דעם שטערן ווי די נאז.

ונבנתה העיר » זונטאג יולי 28, 2013 1:56 am

· #136671
אז די מאווי The Jazz Singer, ווי מען זעהט יאסעלע זינגן אין קאנצערט, איז געווען די ערשטע מאווי מיט געהעריגע סאונד - ביז דאן זענען זיי געווען 'שטימע פילמען'.

יאסעלע'ס זוהן, הרב דר. שמואל, פארציילט אין זיין בוך אז אין 1927 האבן די ווערנער ברודער געהאלטן ביים גיין באנקראפט, האבן זיי זיך אריינגעלייגט אין דעם נייעם געדאנק פון מאכן מאווי'ס מיט געהעריגע סאונד-טרעקס.

אין פרילינג פון 1927 זענען אראפ-געקומען צו יאסעלע דריי שלוחים פון די אחים ווערנער און איהם געבעטן ער זאל שפילן דער טאטע פונעם אפגעפארענעם דשעז זינגער, און איהם אנגעטראגן דערפאר הונדערט טויזנט דאלער.

יאסעלע האט נישט מסכים געווען צו זיין אן אקטיאר [ווי ער האט שוין צוויי מאל אפגעזאגט די שיקאגא'ער אפערא], איז זיי נאר געבליבן איהם אפצוכאפן ווי ער זינגט אין קאנצערט 'עז הימסעלף' [צו דעם האט ער אויך געמוזט קומען קיין האליוואד, כמסופר בארוכה אין דעם בוך].

I'm back » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 10:33 am

· #138602
אז @שמעקעדיג איז א טעק - גיק.
עיין באשכול יוזד קארן וכו,...

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 10:38 am

· #138607
מען זעהט אז דו האסט זיך נישט געדרייט דא א לאנגע צייט.........

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 11:40 am

· #138622
געפילטע פיש
א רעסיט פונעם גבאי'ן אז ער האט געצטאלט זיינע צען פופצען צענט גבאי געלט, און ער דארף ווייזען די רעסיט אריינצוגיין.

ס'הייסט אזוי. אז דאס וואס מ'שרייבט אריין אין קוויטל און מ'איז מזכיר די משפחה איז נאר בדרך אגב. דער עיקר איז אז מ'ווייזט אז מ'האט באצאלט "גבאי-געלט". נאר ס'איז באוואוסט כמה מעשיות (פאר דער וואס וויל גלייבן) ווען א מענטש האט פארגעסן אריינצושרייבן איינעם פון זיינע בני משפחה, אדער גארנישט אריינגעשריבן אין קוויטל, און דער רבי האט איהם דערמאנט איבער דעים פארגעסענעם מענטש.

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 11:05 pm

· #140093
אז איסלאם איז א לאנד, און אז אידן האלטן פון דזשיסעס קרייסט...



סארי, ס'נישט דא קיין אשכול פאר זאכן וואס איך ווייס נאכאלץ נישט.

ונבנתה העיר » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 12:13 am

· #151082
אז די רינדיגע געלע שטיקלעך פלאסטיק אויף טעקסי'ס און קאר סערוויסעס זענען אן עמערזשענסי אמבער לייט וואס דער דרייוער קען אנצינדן - געווענליך דורך א קליינעם פעדעל - אויב שפירט ער זיך אין א סכנה, ככתוב.
📎 images.jpg
-----------
צולינקן'דיג דעם פי די עף האב איך זיך דערוואוסט נאך עפעס אין לעבן, אויב ווילט איהר לינקן צו א ספעציפישע בלאט אינערהאלב א pdf דאקומענט, דאן לייגט צו צום סוף פונעם אדרעס page=x# און במקום דעם x לייגט דעם פעידש נאמבער.

יואליש » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 3:15 am

· #151109
ונבנתה העיר
אז די מאווי The Jazz Singer, ווי מען זעהט יאסעלע זינגן אין קאנצערט, איז געווען די ערשטע מאווי מיט געהעריגע סאונד - ביז דאן זענען זיי געווען 'שטימע פילמען'.
...

יאסעלע האט נישט מסכים געווען צו זיין אן אקטיאר [ווי ער האט שוין צוויי מאל אפגעזאגט די שיקאגא'ער אפערא], איז זיי נאר געבליבן איהם אפצוכאפן ווי ער זינגט אין קאנצערט 'עז הימסעלף' [צו דעם האט ער אויך געמוזט קומען קיין האליוואד, כמסופר בארוכה אין דעם בוך].



יישר, ונבנתה, פאר די חלק אז ראזענבלאט האט געזינגן בתורת שפיל. כ'האב זיך אלעמאל געווינדערט אויב דאס איז געווען א סצענע פון אן עכטע קאנצערט וואס מ'האט "געניצט" אין די פילם אדער האט ער געשפילט ספעציעל פאר די מאווי.

דרך אגב, נישט די גאנצע פילם האט סאונד סינקרענייזעשאן. בלויז צוויי שטיקלעך, איינס נאכדעם וואס זשעק זינגט זיין ערשטע שטיקל און ער ריפט אויס "you ain't seen nothing yet!" נאכדעם ביים אהיימקומען צו זיינע עלטערן ווען ער זיצט ביים פיאנא און זינגט און דערנאך איז דא א דיאלאג מיט זיין מוטער. ס'איבעריגע איז אלעס א סיילענד מאווי. אבער דאס האט געמאכט א רעוועלוציע.

שעפסל פריינד » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 1:51 am

· #152087
ווער איז שעם מנובל און דער בילד דארט?

קרעקער » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 9:17 am

· #152129
אז א געהעריגע באטעל טשילדרענטס טיילענאל נישט די גרויסע קאסט 19$

נולד מאוחר » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 9:35 pm

· #152730
Between October 4th and October 12th, you might notice a very brief interruption in TV service due to sun outages. In the fall, when the sun moves lower in the sky each day, there are times when it goes directly behind a TV satellite and its radiation overpowers the satellite's signal. TV service will be interrupted for only a few minutes and will come back automatically. These outages won't affect your internet or phone service, but may affect your DVR recordings.

Since sun outages are a natural occurrence, there's nothing we can do to prevent them. However, we can let you know what channels will be affected and when

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 1:10 am

· #153602
אז מיין טאטע האט פארלוירן 20 אלפים מיטן קראך פון קלויזענבורגע גמ"ח.

I'm back » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 1:16 am

· #153603
אז עס איז געווען א קראך אין די קלויזענבורגער גמ'ח.

סאשי פיש » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 1:20 am

· #153604
😂 😂 😂 👍 👍

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 1:34 am

· #153606
גארנישט קיין גילעכטער..

טעפל » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 9:58 am

· #153661
קאווע טרינקער
גארנישט קיין גילעכטער..

ווען איז געוועהן די קראך הגדול?

געפילטע פיש » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 10:01 am

· #153662
ביי די דוועק פרשה?

אביגדור » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 10:11 am

· #153665
מיך קרענקט צו וויסן פון ווי אייער פאטער, @קאווע טרינקער, האט געהאט צוויי צענדליג אלף'לעך איינצושטעקן אין א גמ"ח... ווען מיין טאטע (דהיינו מיין אייניקל'ס עלטער-זיידע) האט ווען עשרים אלף גרינער ארומליגן, וואלט איך שוין מאניעווירט אז ער זאל עס איינשטעקן אין "גמ"ח הברוך", אזוי ארום, אויב פארלירט ער עס, בין איך דער וואס טרעפט עס...

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 11:20 am

· #153686
געפילטע פיש
ביי די דוועק פרשה?

ניין, אפאר יאר צוריק איז די קלויזענבורגע גמ"ח / פישער, אין ווערט פון בערך 30 מיליון דולר, פארשוואונדן געווארן.
אדרבה, אויב איינער ווייסט מער זאל ער מאכן אן אשכול פון דעם.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 11:30 am

· #153690
.

קאווע טרינקער » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 3:16 pm

· #154100
אז הגאון ר' פנחס הירשפרונג האט געטראפן זיין שידוך, דורך זיך נאכפרעגענדיג "ווער איז יענע מיידל מיט די שווארצע האר וואס קומט צו מיין שיעור..."
אזוי פארציילט זיין זוהן <a class="postlink" href="http://www.gruntig.net/2013/10/the-life-of-rabbi-rebbetzin-hirschprung.html">http://www.gruntig.net/2013/10/the-life ... prung.html</a>

אביגדור » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 4:14 pm

· #154118
קאווע טרינקער
אז הגאון ר' פנחס הירשפרונג האט געטראפן זיין שידוך, דורך זיך נאכפרעגענדיג "ווער איז יענע מיידל מיט די שווארצע האר וואס קומט צו מיין שיעור..."
אזוי פארציילט זיין זוהן <a class="postlink" href="http://www.gruntig.net/2013/10/the-life">http://www.gruntig.net/2013/10/the-life</a> ... prung.html

מען דערציילט, כ'ווייס נישט ווי אמת די מעשה איז, אז זיין זיידע ר' טעבל'ע דוקלא'ער האט אפגעזאגט דעם אהבת ישראל'ס טאכטער פאר איהם, צוליב דעם וואס זי האט געוואלט זעהן א בילד פון איהם (בילדער איז געוועהן א נייע טעכנאלאגיע דעמאלטס - ראה ערך אינטערנעט), און עס איז באקאנט אז ר' טעבל'ע האט זיך דאן אויסגעדרוקט בלשון מליצה אויף א פאסט קארטל "לא יעשה כן במקומנו לתת הצור"ה לפני הבחור"ה..

אליצפן » זונטאג אקטאבער 6, 2013 12:00 am

· #154215
אז דורכ'ן אריינלייגן אין גוגל די נומערן און אותיות וואס איז דא אויף א פיל, קען מען אויסגעפונען וואספארא מעדיצין דאס איז.

רויטע וואנצעס » זונטאג אקטאבער 6, 2013 1:35 am

· #154241
אמאל האט מען געקענט אריינלייגען א טעלפאן נאמבער (נאר היים) און גוגל האט דיך געגעבן די נאמען, אדרעס, זיפ, אזוי ווי א לעבל ס'איז געווען א מחיה. זעהט אויס וועגן פרייוועסי קען מען מער נישט. אבער דא איז א אנדערע סייט וואס טוט גאנץ א גוטע זשאב: <a class="postlink" href="https://pipl.com/">https://pipl.com/</a>

נולד מאוחר » זונטאג אקטאבער 6, 2013 1:59 am

· #154252
פארוואס ווייט פעדזשעס האט נישט די פרייוועסי אישא און גוגול יא?

פאריז » זונטאג אקטאבער 6, 2013 2:03 am

· #154254
וועד הצניעות האט עס אנגעדרייט, ווייל דער עולם פלעג טעקסן צו גוגל מיט א פאון נומבער און זיך אזוי דערוויסן ווער עס איז דער בעה״ב פינעם נומבער, דערפאר האט זיי די וועד געווארענט אז מען וועט זיי בלאקען און די לענדער (וומסב״/קר״י/סקווער/מאנסי) ווי די וועד איז די באס און אקטיוו, גוגל האט זיך דערשראקען און עס אויפגעהערט.

זר זהב » זונטאג אקטאבער 6, 2013 11:31 pm

· #154529
אז תנין (ואדם) איז א קראקאדיל

געפילטע פיש » זונטאג אקטאבער 6, 2013 11:51 pm

· #154533
זר זהב
אז תנין (ואדם) איז א קראקאדיל

תנין

פאריז » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 12:36 am

· #154555
ווי אזוי איז מעגליך? תנין שטייט דאך קלאר אז מען האט באשאפן די ששת ימי בראשית?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21