☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיות

וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיות

164 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2500
בלאט: 1 2 3 4

יידל » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 2:09 pm

· #68779
וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיות
אן אשכול מיוחד פאר וויסנשאפטליכע רעטענישן, חידות, היכי תימצאס, איבעיות, זאכן וואס איר ווילט וויסן (נאר וויסנשאפטליכע, פאר אלגעמיינע זאכן וואס מ'וויל וויסן איז שוין דא אן אשכול), און סתם קושיות.

מיין ערשטע שאלה/רעטעניש/זאך וואס כ'וויל וויסן איז ווי פאלגנד:
פארוואס ווען מ'לייגט א בוך צו א שפיגל, ווערן די ווערטער ארומגעדרייט רעכטס צו לינקס, אבער נישט פון אויבן אראפ?
וואס איז אזוי ספעציעל איבער דעם האריזאנטעל ליניע (דאס הייסט די ליניע וואס לויפט פון לינקס צו רעכטס אדער פארקערט) אז דאס ווערט ארומגעדרייט, אבער די ווערטיקעל ליניע (דאס הייסט די ליניע וואס לויפט פון אויבן אראפ אדער פארקערט) וועט בלייבן די זעלבע?

ונבנתה העיר » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 2:47 pm

· #68800
מסתמא פארשטיי איך נישט די עומק השאלה, אבער לדידי איז עס פונקט ווי די טינט פונעם ביכל זאל זיין נאס און מען רירט עס צו צו אן אנדערען פאפיר, דארט פארשטייסטו אויך נישט, אדער איז עס חלוק פון א שפיגל?

יידל » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 2:51 pm

· #68807
עס איז טאקע די זעלבע זאך, די שאלה איז נאר געבויעט אויף דעם נקודה אז מענטשן כאפן נישט אז א שפיגל קאפירט פארנט צו הונטען (פונקט ווי א נאסע טינט) און נישט רעכטס צו לינקס, ודו"ק.

משולם שטיינפעלד » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 2:58 pm

· #68813
לויט די שאלה, וואלט ווען א מענטש זיך געקוקט אין שפיגל, זיך געדארפט זעהן קאפ אראפ פוס ארויף

יידל » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 3:38 pm

· #68837
נאכן נאכפארשן די זאך האב איך געטראפן אז מיין שפיגל שאלה איז באקאנט (נישט צו באקאנט, אבער דארט ווי עס איז באקאנט, איז עס באקאנט) אלס "דער פעינמאן שפיגל פראבלעם". פעינמאן איז ריכארד פעינמאן, א איד וועלכער איז געווען איינער פון די וועלט'ס מערסט בארימטע סייענטיסטן. ער האט באקומען די נאבל פרייז פאר פיזיקס און ער האט געהאט א גרויס חלק אין דעוועלאפען דעם אטאם באמבע. ער האט אויך געהאט א געשליפן פיסקל מיט א פיינער סענס אף היומאר וועלכע איז אים גוט צוניץ געקומען צו קענען מסביר זיין קאמפליצירטע ענינים אויף א לייכטן אופן.



איך האב אויך אנדעקט אז איינער האט מייחד געווען א גאנצער וועבסייט צו דעם שאלה, און ער טוט דאס דורך לעומקה ולרחבה.

יאיר » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 7:50 pm

· #68914
לעצטנס איז ארויסגעקומען א בוך: פאראדאקס: די ניין גרעסטע פארהוילונגען אין פיזיקס. דער בוך איז מסביר א רייע פון באקאנטע סייענטיפישע פאראדאקסן און זייערע ענטפערס. ווי למשל אלבער'ס פאראדאקס, פארוואס עס איז נישט אינגאנצן לעכטיג ביינאכט צוליב די טריליאנען שטערנ'ס, אדער די זיידע פאראדאקס, אויב איינער וועט ערפינדן א צייט מאשין און צוריקפארן אין צייט צו ווען זיין זיידע האט נאך געלעבט און אים הרג'ענען, צו וועט ער אויפהערן עקזיסטירן. דער בוך איז זייער קלאר און רייך געשריבן.

ונבנתה העיר » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 12:07 am

· #69057
מענין לענין, אין א לעפל זעהט מען זיך טאקע פון אויבן אראפ, איך גלויב אז די קוירוועטשער פונעם לעפל בייגן די שטראלן, אבער וואו וואס ווען ווייס איך נישט.

-------

📎 p00p0v3q.jpg
א הערליכע שקיעה, הא? קוקט'ס נאר ווי די רויטע זון שטראלן באלייכטן דעם העל-בלויען הימל...

אה, ס'איז נישט רויט און בלוי?

די חקירה איז שוין מן הסתם אדורכגעפלויגן ביי יעדן אין קאפ: ווער זאגט אז מיר זעהן די זעלבע קאלירן? אפשר וואס איך זעה אין בלוי הייסט ביי דיר גרין, און וואס דו זעהסט אין גרין רופט זיך ביי מיר בלוי, נאר אזוי ווי מען האט אונז ביידע געלערנט אז ווען מען זעהט דאס זאגט מען 'גרין', און ווען מען זעהט דאס זאגט מען 'בלוי', ממילא קריגן מיר זיך נישט ארום וואס איז וואס, אבער באמת זעהן מיר בכלל נישט די זעלבע קאלירן.

איז אזוי, צו זאגן אז באמת זעהן מענטשן דראסטיש אנדערע קאלירן איז לכאורה נישט מסתבר מצד די אפעקטן וואס זיי ברענגן אויפן נפש, דהיינו, אויב זענען מיר ביידע מסכים אז העל-בלוי איז א געשמאקע קאליר און ברענגט א רואיגקייט, און רויט איז א נערוועזע טאנצנדע קאליר, איז דאך לכאורה א ראי' שאין עלי' תשובה אז מיר זעהן ביידע גלייך, כ'מיין, ווען דו זעהסט ווען דעם הימל אין א טיף-רויטן קאליר וואלסטו דאך נישט ארויס אויפן גאס, נישט אזוי?

ניין, אפשר טאקע נישט אזוי, ווער זאגט אז בלוי איז בעצם א רואיגע קאליר און רויט נישט, אפשר איז דאס נאר א פסיכילאגישער אפעקט צו וואס מען האט אונז קאנדישענד פונעם געבוירן אז בלוי ברענגט מיט זיך רואיגקייט וכו', ממילא זעמיר צוריק ביי אל"ף, אפשר זעהסטו גאר א רויטער הימל [וואס איך רוף רויט], נאר אזוי ווי דו האסט אויפגעכאפט פון דיין סביבה אז דער קאליר איז א געשמאקער, ביסטו געווארן קאנדישענד אז עס זאל דיר ברענגן געשמאק?

אינעם ארטיקל וואס איך ברענג אונטן דערמאנט ער בתוך דבריו נאך א פסיכילאגישער\פילאזאפישער צד, ווער זאגט אז ווען מען איז קובע א מציאות דארף מען זיך רעכענן מיט אונזערע אינערליכע איבערלעבענישן? וואס מיין נפש שפירט ווען עס זעהט בלוי און וואס דיין נפש שפירט? ממילא - טענה'ט די סברא - זעהן מיר אלע די זעלבע, ווייל ווילאנג דו רופסט בלוי די זעלבע זאכן וואס איך רוף בלוי, מיר ביידע טיילן עס אפ פון די אנדערע קאלירן און מיר זענען ביידע מסכים אז דאס איז די קאליר פונעם הימל, זעהן מיר דאך טאקע די זעלבע! אט דאס הייסט געזעהן די זעלבע, אפי' אויב אונזער אינערליכע איבערלעבעניש איז אנדערש.

דא איז דער ארטיקל, גאנץ געשמאק.

יידל » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 9:50 am

· #69135
הערליך אראפגעלייגט, ר' ונבנתה! עיקרן של דברים האב איך שוין געברענגט א צייט צוריק:
<a class="postlink" href="/post/20758">http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=20758#p20758</a>

Java » מיטוואך יאנואר 2, 2013 8:18 pm

· #74866
דער שיינער שמועס וואס האט זיך אנטוויקלט איבער דער "מאנטי האל פראבלעם" האבן מיר אפגעטיילט צו א באזונדערן אשכול.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יוני 13, 2013 11:41 pm

· #124895
איך האב זיך שוין עטליכע מאל באגעגענט אין א כלל 'יעדע זאך ריקט זיך פון סדר צו אומ-סדר', און אויב פארשטיי איך גוט איז דאס די Second law of thermodynamics.

מען באציהט זיך צו איהם ווי א 'חוק קדוש', עס האט עפעס די גלאריע פון א חוק בלי טעם, ער שטייט עפעס כשוה בין השוין צווישן די חוקים קדושים וואס שטעלן די יסודות הטבע, גראוויטי, ניוטאן'ס חוקים פון תנועה וכו'.

פארשטיי איך נישט, איז דאס נישט די פשוטע קאמען סענס פון פראבעביליטי? אז מען האט האלץ, איז דאך דא טריליאנען אופנים אז זיי זאלן זיך צוזאמען קומען און נישט פארמירן א טיש און נאר איינס אז יא, אז מאלפעס זאלן אויסקלאפן א שעיקספיער, דארף מען דען נישט טריליאנען מאלפעס און איך ווייס וויפיהל צייט?

דו זאגסט מיר אז ווען איך צוברעך א גלאז גייט עס דוקא פון סדר צו אומ-סדר, דאס איז עפעס א חלות דין אז דער פארעם פון גלאז הייסט סדר און דער פארעם נישט און יעצט קומט עפעס א חוק און ריקט עס דוקא פון דעם צו דעם? פראקטיש איז נאר דא איין פארעם פון טריליאנען וואס דער גלאז וועט זיין ראוי צו טרינקן דערפון, ממילא זענען אייביג די טשענסעס אז ער זאל האבן איינע פון די אלע אנדערע פארעמען, ואדרבא, לאמיר דיר אנצייכענען א פונקטליכע וועג ווי אזוי די שטיקער גלאז זאלן זיך צושפרייטען אויף די ערד - איינע פון די טריליאנע אומ-סדר'דיגע אופנים, וועלן מיר זעהן אויב דו קענסט צוטרעפן אז עס זאל זיך אזוי צוברעכן.

וואט עם איי מיסינג?

הוגה » פרייטאג יוני 14, 2013 12:57 am

· #124925
לויט די דוגמא וואס דו ברענגסט רעדסטו פון entropy. דאס איז אן אינטעגראלע קאמפאונענט אין די צווייטע law of thermodynamics, ווי אויך אין אנדערע laws און טעאריעס.

בנוגע דיין שאלה, די laws of nature זענען נישט דייקא קיין חק בלי טעם. אדרבא, רוב פון זיי האבן מאטאמאטישע ערקלערונגען, פונקט ווי דיין פראבעביליטי ערקלערונג. (איך מיין אז פראבעביליטי ווערט טאקע גענוצט אלץ באווייז סיי פאר entropy און סיי פאר thermodynamics.) די פאקט אז ס'האט א מאטאמאטישע חשבון מאכט נאר די געזעץ שטערקער.

דיסקלעימער: מיינט נישט אז איך בין אויסגעקאכט אין סייענס, בכלל נישט. כ'האב פונקט לעצטענס געליינט איבער דער נושא. לאמיר ווארטן ביז יאיר און אנדערע ידענים קומען און גיבן אביסל מער אינפא.

יאיר » פרייטאג יוני 14, 2013 12:42 pm

· #125003
גוט געזאגט, הוגה. צו מאכן קלארער, די second law of thermodynamics איז א מציאות, יעדער קען דאס זען ביים אראפשטעלן א גלאז הייסע טיי אויפ'ן טיש, נאך עטליכע מינוט וועט די הייסע ענערגיע וואס ליגט אין די טיי זיך אויסמישן אין די לופט און עס וועט ווערן קאלט, און די לופט וואס איז בלויז עטוואס הייס וועט נישט אריינקריכן אין דעם גלאז טיי. די entropy principle זאגט אז די סיבה איז וויבאלד בכלליות וועט שטענדיג ווערן פון סדר אומ'סדר, און נישט פארקערט. יא, עס איז דא אמאל א ווייטע מציאות אז אקסיגען מאלעקולס אין א קליין ווינקל אין די לופט זאלן זיך פונקט אויסשטעלן אויף א שיינער סדר פאר א קורצע צייט, אבער אין ריעל לייף איז די פראבעביליטי לגבי ענערגיע אזוי אסטראנאמיש קליין אז מיר קענען זיין זיכער אז א גלאז טיי וועט אייביג ווערן קעלטער און נישט הייסער.

הוגה » זונטאג יוני 23, 2013 2:57 am

· #127216
דרך אגב, אז מ'רעדט שוין פון די entropy principle. איז דאס נישט קיין סתירה צו עווילושאן און צו די big bang theory?

יידל » זונטאג יוני 23, 2013 9:42 am

· #127236
הוגה, דאס איז א באקאנטע קריעשאניסט טענה. זע דא <a class="postlink" href="http://scienceblogs.com/evolutionblog/2011/06/23/evolution-and-the-second-law/">http://scienceblogs.com/evolutionblog/2 ... econd-law/</a>

הוגה » זונטאג יוני 23, 2013 2:00 pm

· #127287
יידל
הוגה, דאס איז א באקאנטע קריעשאניסט טענה. זע דא <a class="postlink" href="http://scienceblogs.com/evolutionblog/2011/06/23/evolution-and-the-second-law/">http://scienceblogs.com/evolutionblog/2 ... econd-law/</a>


יישר כח פאר די אינפארמאטיוו ארטיקל. למעשה האב איך אליינס געטראכט אז דאס איז לכאורה די תשובה בנוגע עווילושאן, נעמליך אז די דיקריס אין ענטראפי אויף earth געשעהט צוליב די אינקריס אין ענטראפי אין אנדערע פלעצער אין די יוניווערס כגון די זון אדער אפילו אין אנדערע געלעקסיס. איה''נ קיין proof דערויף קען מען נישט ברענגן אבער עס איז גענוג צו פארענטפערן די ענטראפי פרינציפאל און די צווייטע געזעץ פון טערמאדיינאמיקס. יעצט וועט יעדער (פארשטייט זיך) אננעמען לויט ווי זייער beleif לויטעט.

התינח עווילושאן, וואס טוסטו אבער מיט די ביג בענג טעאריע? דארט איז דאך נאר געווען א דיקריס אין ענטראפי אן קיין שום אינקריס?

יידל » זונטאג יוני 23, 2013 2:13 pm

· #127290
מיט די ביג בענג טעאריע בין איך נישט באקאנט, אבער גוגל האט מיר געהאלפן טרעפן דעם ארטיקל <a class="postlink" href="http://machineslikeus.com/news/big-bang-beginners-14-does-big-bang-theory-violate-second-law-thermodynamics">http://machineslikeus.com/news/big-bang ... modynamics</a> וועלכע כ'האף אז דו וועסט טרעפן אינפארמאטיוו.

הוגה » זונטאג יוני 23, 2013 2:27 pm

· #127296
דאס איז די תירוץ וואס זיי געבן:

The solution here is that because the universe is expanding it keeps getting shifted out of equilibrium, and in the drive to reach a new equilibrium state, you can get pockets of order occurring without violating the second law, because the maximum allowable entropy also keeps increasing.


איך בין קיין סייענטיסט, און איך בין זיכער אז עס פעלט מיר אסאך אינפארמאציע. במושכל ראשון זעהט מיר עס אויס ווי א באבע תירוץ. דאס הייסט אז אין געוויסע פעלער איז דא א יוצא מן הכלל ביי די ענטראפי פרינציפל. ווען? ווען כ'האב נישט קיין אנדערע תירוץ. דאס איז א טיפיקעל רעליגיעזע סטייל תירוץ.

משה געציל » זונטאג יוני 23, 2013 2:28 pm

· #127298
א mixer וואס דרייט א טייג כאפט א נפק"מ צו ער דרייט זייגער ווייז צו פארקערט?

יאיר » זונטאג יוני 23, 2013 2:34 pm

· #127301
בנוגע עוואלוציע און די צווייטע געזעץ פון טערמאדינאמיקס, דארף מען געדענקען בעיקר צוויי פונקטן:
די אייזערנע ראיות פאר עוואלוציע זענען פונקט גענוג צו איבערצייגן אז עוואלוציע האט פאסירט. דהיינו, קאמפליצירטע באשעפענישן האבן זיך עוואלווד פון פשוט'ערע באשעפענישן וואס האבן זיך עוואלווד פון פשוט'ערע ארגאניזמס און צעלן. די פאסיל רעקארד און די ען עי באווייזן דערויף זענען אוממעגליך צו עקספלעינען אנדערש, און סייענטיסטן קענען זען מיט די אייגענע אויגן ווי אזוי באשעפענישן עוואלוון זיך כסדר. די שאלה איז נאר אויף די מעקאניזם, ווי אזוי ס'האט פאסירט. די סייענטיסטן טענה'ן אז ס'האט פאסירט דורך נאטורליכע סעלעקציע, די אינטעליגענט דעזיין באוועגונג טענה'ט אז ס'האט פאסירט דורך דעם וואס גאט האט זיך אריינגעמישט ביי יעדע שווערע סטעפ און "ארויסגעהאלפן" די פראצעדור פון עוואלוציע. כולי עלמא מודי אבער אז ס'איז געווען עפעס א גורם דערצו, אדער נאטורליכע סעלעקציע, אדער גאט. ממילא קומט די צווייטע געזעץ פון טערמאדינאמיקס בכלל נישט אריין דא.
איין שאלה קען מען יא פרעגן, ווי אזוי די ערשטע צעל איז באשאפן געווארן, אויב עס איז באשאפן געווארן ממש בלויז ביי טשענס, איז דאס טאקע א סתירה מיט די צווייטע געזעץ פון טערמאדינאמיקס. אבער כפי מיטב ידיעתי איז נישטא קיין איין סייענטיסט וואס האלט אז די ערשטע צעל איז פון זיך אליין ארויסגעוואקסן, ס'איז זיכער אז "עפעס" האט פאסירט, צו דורך די שטראלן פון די זון, וכדו' וואס האט געברענגט גענוג ענערגיע אז א געהעריגער צעל זאל באשאפן ווערן, (דאס איז זיכער אז די שטראלן פון די זון האבן געקענט באשאפן חלקים פון א צעל, אמינא עסידס) אדער עפעס אנדערש. און היות מיר האבן נישט קיין איבערבלייבענישן פון יענעם פראצעס, איז עס עס איינגעוויקלט אין א מיסטעריע.
בנוגע די ביג בענג, פארשטיי איך ווייטער נישט. מיר זעען דאך מיט די אייגענע אויגן ווי אזוי די אוניווערס עוואלווט זיך און עס ווערן כסדר באשאפן נייע שטערנס אוןאלטע שטערנס שטארבן, איז דאס איז זיכער אז די אוניווערס האט זיך עוואלווד און האלט זיך נאכאלס אינמיטן עוואלוון. אסטראפיזיקס גיבט זיך אפ מיט די נושא ווי אזוי די פראצעדור ארבעט פונקטליך. ווייטער אויב די שאלה איז ווי אזוי די ביג בענג האט לכתחילה פאסירט, ווי אזוי פון גארנישט איז געווארן א ביג בענג, אויף דעם איז טאקע נישטא קיין געהעריגער תירוץ, כאטש ס'איז דא געוויסע טעאריעס אין זייער אינפענסי.

הוגה » זונטאג יוני 23, 2013 2:49 pm

· #127309
@יאיר,
דיין הסבר בנוגע עווילושאן שטימט אזוי ווי איך האב דא געשריבן.

בנוגע די ביג בענג טעאריע, ווי אזוי עס איז געשעהן איז א מילדע שאלה, after all איך מוז נישט האבן אלע ענטפערס היינט. אבער אויב איז עס א סתירה מיט די laws פון די יונעווירס, די זעלבע געזעצן אויף וואס סייענס איז באזירט, דאס איז שוין א שווערע קושיא. ווי אזוי קען מען שטיצן א טעאריע וואס שטומט נישט מיט פאקטן?

מאטי » זונטאג יוני 23, 2013 3:17 pm

· #127320
ונבנתה העיר
מענין לענין, אין א לעפל זעהט מען זיך טאקע פון אויבן אראפ, איך גלויב אז די קוירוועטשער פונעם לעפל בייגן די שטראלן, אבער וואו וואס ווען ווייס איך נישט.

-------

📎 p00p0v3q.jpg
א הערליכע שקיעה, הא? קוקט'ס נאר ווי די רויטע זון שטראלן באלייכטן דעם העל-בלויען הימל...

אה, ס'איז נישט רויט און בלוי?

די חקירה איז שוין מן הסתם אדורכגעפלויגן ביי יעדן אין קאפ: ווער זאגט אז מיר זעהן די זעלבע קאלירן? אפשר וואס איך זעה אין בלוי הייסט ביי דיר גרין, און וואס דו זעהסט אין גרין רופט זיך ביי מיר בלוי, נאר אזוי ווי מען האט אונז ביידע געלערנט אז ווען מען זעהט דאס זאגט מען 'גרין', און ווען מען זעהט דאס זאגט מען 'בלוי', ממילא קריגן מיר זיך נישט ארום וואס איז וואס, אבער באמת זעהן מיר בכלל נישט די זעלבע קאלירן.

איז אזוי, צו זאגן אז באמת זעהן מענטשן דראסטיש אנדערע קאלירן איז לכאורה נישט מסתבר מצד די אפעקטן וואס זיי ברענגן אויפן נפש, דהיינו, אויב זענען מיר ביידע מסכים אז העל-בלוי איז א געשמאקע קאליר און ברענגט א רואיגקייט, און רויט איז א נערוועזע טאנצנדע קאליר, איז דאך לכאורה א ראי' שאין עלי' תשובה אז מיר זעהן ביידע גלייך, כ'מיין, ווען דו זעהסט ווען דעם הימל אין א טיף-רויטן קאליר וואלסטו דאך נישט ארויס אויפן גאס, נישט אזוי?

ניין, אפשר טאקע נישט אזוי, ווער זאגט אז בלוי איז בעצם א רואיגע קאליר און רויט נישט, אפשר איז דאס נאר א פסיכילאגישער אפעקט צו וואס מען האט אונז קאנדישענד פונעם געבוירן אז בלוי ברענגט מיט זיך רואיגקייט וכו', ממילא זעמיר צוריק ביי אל"ף, אפשר זעהסטו גאר א רויטער הימל [וואס איך רוף רויט], נאר אזוי ווי דו האסט אויפגעכאפט פון דיין סביבה אז דער קאליר איז א געשמאקער, ביסטו געווארן קאנדישענד אז עס זאל דיר ברענגן געשמאק?

אינעם ארטיקל וואס איך ברענג אונטן דערמאנט ער בתוך דבריו נאך א פסיכילאגישער\פילאזאפישער צד, ווער זאגט אז ווען מען איז קובע א מציאות דארף מען זיך רעכענן מיט אונזערע אינערליכע איבערלעבענישן? וואס מיין נפש שפירט ווען עס זעהט בלוי און וואס דיין נפש שפירט? ממילא - טענה'ט די סברא - זעהן מיר אלע די זעלבע, ווייל ווילאנג דו רופסט בלוי די זעלבע זאכן וואס איך רוף בלוי, מיר ביידע טיילן עס אפ פון די אנדערע קאלירן און מיר זענען ביידע מסכים אז דאס איז די קאליר פונעם הימל, זעהן מיר דאך טאקע די זעלבע! אט דאס הייסט געזעהן די זעלבע, אפי' אויב אונזער אינערליכע איבערלעבעניש איז אנדערש.

דא איז דער ארטיקל, גאנץ געשמאק.

פארוואס איז די חקירה לימיטעד צו קאלירן דאס קען געפרעגט ווערן אויף יעדע פון די 5 חושים אויף יעדער געפיל קען דאך זיין אז א צווייטער נעמט אויף גאר אנדערש, ווער זאגט אז דער געפיל שמחה ברענגט ביי א יעדן די זעלבע געפיל? אפשר אן ״א״ קוקט אויס ביי אן אנדערן ווי א ״ב״.
און אויב ווייסן מיר נישט און מ׳וועט קיינמאהל אויסגעפונען איז פונקט ווי קאלירן למאי נפק״מ? און ס׳קען הייסן אז יעדער שפירט די זעלבע.

יאיר » זונטאג יוני 23, 2013 7:45 pm

· #127369
הוגה
@יאיר,
דיין הסבר בנוגע עווילושאן שטימט אזוי ווי איך האב דא געשריבן.

בנוגע די ביג בענג טעאריע, ווי אזוי עס איז געשעהן איז א מילדע שאלה, after all איך מוז נישט האבן אלע ענטפערס היינט. אבער אויב איז עס א סתירה מיט די laws פון די יונעווירס, די זעלבע געזעצן אויף וואס סייענס איז באזירט, דאס איז שוין א שווערע קושיא. ווי אזוי קען מען שטיצן א טעאריע וואס שטומט נישט מיט פאקטן?

עס איז נישט קיין סתירה ווייל קיינער ווייסט נישט וואס איז געווען פאר דעם ביג בענג. קודם מוזטו וויסן אויב ס'איז נישט געווען קיין שום זאך וואס האט געקענט אנצינדן דעם ביג בענג כדי דו זאלסט קענען וויסן אויב דער ביג בענג איז א סתירה מיט די געזעצן וואס זי האט אליין באשאפן.

יאיר » זונטאג יוני 23, 2013 7:49 pm

· #127370
הוגה
@יאיר,
דיין הסבר בנוגע עווילושאן שטימט אזוי ווי איך האב דא געשריבן.

דאס וואס דו האסט געשריבן איז נישט קיין הסבר אויף עוואלושען, ס'איז א הסבר אויף די origin of life. די צוויי זאכן האבן נישט קיין שייכות. איך קען רואיג גלייבן אין די סייענטיפישע הסבר אויף עוואלושען און נישט גלייבן אין די סייענטיפישע הסבר אויף די origin of life, אויף וואס ס'איז נאך באמת נישטא קיין געהעריגע הסבר, ממילא קען יעדער גלייבן וואס ער וויל אן דעם וואס ער זאל סותר זיין סייענס.

יידל » זונטאג יוני 23, 2013 8:44 pm

· #127378
moti107

פארוואס איז די חקירה לימיטעד צו קאלירן דאס קען געפרעגט ווערן אויף יעדע פון די 5 חושים אויף יעדער געפיל קען דאך זיין אז א צווייטער נעמט אויף גאר אנדערש, ווער זאגט אז דער געפיל שמחה ברענגט ביי א יעדן די זעלבע געפיל? אפשר אן ״א״ קוקט אויס ביי אן אנדערן ווי א ״ב״.
און אויב ווייסן מיר נישט און מ׳וועט קיינמאהל אויסגעפונען איז פונקט ווי קאלירן למאי נפק״מ? און ס׳קען הייסן אז יעדער שפירט די זעלבע.

כ'מיין אז די חילוק צווישן קאלירן און געפילן איז טאקע דאס אז געפילן איז סוביעקטיוו צום מענטש וואס שפירט דאס. קיינער קען דיך נישט מסביר זיין וואס פונקטליך איז דאס שמחה, מען קען עס נאר מסביר זיין מיט אויסערליכע סממנים און vague הגדרות. ווידעראום קאלירן קען מען סייענטיפיש אפשאצן און מגדיר זיין, קאליר על מחנהו וקאליר על דגלו, יעדע איינציגסטע קאליר מיט זיין אייגענארטיגן שעיד פון בלוי, רויט און געל. דערפאר פאסט זיך ביי קאלירן חוקר צו זיין צו מיר עקספירענסען דאס די זעלבע, משא"כ געפילן וועלכע זענען מעיקרא סוביעקטיוו, און ווערן אויטאמאטיש עקספיריענסט אנדערש אויפן אינדיווידואלן שטאפל.

לגבי א און ב פארשטיי איך נישט וואס איז שייך חוקר צו זיין. צו באדייט דען נישט "א" אז א געוויסע סכום פיקסעלס איז שווארץ און די איבעריגע ווייס, און די אלע שווארצע פיקסעלס וועלן אלץ אנפילן די זעלבע קאארדינעיטס? וואס איז שייך חקר'ן אז ראובן זעט דאס אנדערש ווי שמעון (unless ראובן האט דיסלעקסיע)?

הוגה » דינסטאג יוני 25, 2013 5:59 pm

· #127912
יאיר
הוגה
@יאיר,
דיין הסבר בנוגע עווילושאן שטימט אזוי ווי איך האב דא געשריבן.

בנוגע די ביג בענג טעאריע, ווי אזוי עס איז געשעהן איז א מילדע שאלה, after all איך מוז נישט האבן אלע ענטפערס היינט. אבער אויב איז עס א סתירה מיט די laws פון די יונעווירס, די זעלבע געזעצן אויף וואס סייענס איז באזירט, דאס איז שוין א שווערע קושיא. ווי אזוי קען מען שטיצן א טעאריע וואס שטומט נישט מיט פאקטן?

עס איז נישט קיין סתירה ווייל קיינער ווייסט נישט וואס איז געווען פאר דעם ביג בענג. קודם מוזטו וויסן אויב ס'איז נישט געווען קיין שום זאך וואס האט געקענט אנצינדן דעם ביג בענג כדי דו זאלסט קענען וויסן אויב דער ביג בענג איז א סתירה מיט די געזעצן וואס זי האט אליין באשאפן.


איז נישט די ביג בענג אפיציעל די 'זאך/פראסעס' וואס האט אונז רענדאמלי געברענגט די יוניווערס אין די פארם וואס עס איז געווען אין יענע צייטן? אויב איז מעגליך געווען עפעס פאר די ביג בענג דאן דארפן מיר בכלל נישט האבן קיין ביג בענג נאר מען קען זאגן אז די דעמאלטסדיגער יוניווערס האט mutated פון די פריערדיגע מציאות, ניין?

הוגה » דינסטאג יוני 25, 2013 6:02 pm

· #127913
יאיר
הוגה
@יאיר,
דיין הסבר בנוגע עווילושאן שטימט אזוי ווי איך האב דא געשריבן.

דאס וואס דו האסט געשריבן איז נישט קיין הסבר אויף עוואלושען, ס'איז א הסבר אויף די origin of life. די צוויי זאכן האבן נישט קיין שייכות. איך קען רואיג גלייבן אין די סייענטיפישע הסבר אויף עוואלושען און נישט גלייבן אין די סייענטיפישע הסבר אויף די origin of life, אויף וואס ס'איז נאך באמת נישטא קיין געהעריגע הסבר, ממילא קען יעדער גלייבן וואס ער וויל אן דעם וואס ער זאל סותר זיין סייענס.


ניין, איך האב דייקא געשריבן דארט א הסבר ווי אזוי עווילושען שטומט מיט די ענטראפי פרינציפעל. עיי"ש

יאיר » דינסטאג יוני 25, 2013 8:14 pm

· #127940
איז נישט די ביג בענג אפיציעל די 'זאך/פראסעס' וואס האט אונז רענדאמלי געברענגט די יוניווערס אין די פארם וואס עס איז געווען אין יענע צייטן? אויב איז מעגליך געווען עפעס פאר די ביג בענג דאן דארפן מיר בכלל נישט האבן קיין ביג בענג נאר מען קען זאגן אז די דעמאלטסדיגער יוניווערס האט mutated פון די פריערדיגע מציאות, ניין?

ניין. סייענס גיבט זיך אפ פון דעם ביג בענג און ווייטער, זיי קענען זאגן וואס עס האט פאסירט פון א פרעקשאן פון א סעקונדע נאך די ביג בענג, זיי קענען אבער נישט זאגן וואס האט "גורם" געווען די ביג בענג, ווייל דאס איז אינגאנצן אינדרויסן פון די אוניווערס, און סייענטיסטן קענען נאר אונזער אוניווערס. דער נאמען "ביג בענג" מיינט גארנישט. עס איז סתם צו באצייכענען די נקודה פון בריאת העולם, ווען דער עקזיסטענץ פון אונזער אוניווערס האט זיך אנגעהויבן. דו קענסט גלייבן אז ס'האט פאסירט רענדאמלי פון ביליאנען מאלפעס וואס קלאפן אויף א טייפרייטער און דו קענסט גלייבן אז א גרויסער גאט האט דאס אנגעצינדן. יעדנפאלס שטייסטו גוט מיט סייענס. אגב, ווען מען הערט דעם נאמען קען מען זיך פארשטעלן אז ס'האט פאסירט א גרויסער כוח, און די אוניווערס האט "אויפגעריסן". פאקטיש האט זיך לכאורה נישט געהערט קיין אויפרייס בשעת די ביג בענג. עס איז סתם א פאפולערע נאמען וואס א סייענטיסט האט גענוצט ביי א ראדיא שאו צו באצייכענען דעם פונקט פון בריאת העולם, און עס האט געסטיקט.

יאיר » דינסטאג יוני 25, 2013 8:17 pm

· #127942
הוגה
יאיר
הוגה
@יאיר,
דיין הסבר בנוגע עווילושאן שטימט אזוי ווי איך האב דא געשריבן.

דאס וואס דו האסט געשריבן איז נישט קיין הסבר אויף עוואלושען, ס'איז א הסבר אויף די origin of life. די צוויי זאכן האבן נישט קיין שייכות. איך קען רואיג גלייבן אין די סייענטיפישע הסבר אויף עוואלושען און נישט גלייבן אין די סייענטיפישע הסבר אויף די origin of life, אויף וואס ס'איז נאך באמת נישטא קיין געהעריגע הסבר, ממילא קען יעדער גלייבן וואס ער וויל אן דעם וואס ער זאל סותר זיין סייענס.


ניין, איך האב דייקא געשריבן דארט א הסבר ווי אזוי עווילושען שטומט מיט די ענטראפי פרינציפעל. עיי"ש

אויב האסטו גערעדט פון עוואלושען איז מיר אומפארשטענדליך דיין תגובה. די ענערגיע פון די זון איז נישט גורם עוואלוציע, און אודאי נישט די אנדערע גאלאקסיס, עס איז א פראצעדור וואס רופט זיך נאטורליכע סעלעקציע. וואס באדייט אז דורך דעם וואס די ענווייראמענט טוישט זיך כסדר איז דאס גורם אז די בעסערע באשעפענישן סורווייוון.

הוגה » דינסטאג יוני 25, 2013 8:26 pm

· #127948
קען זיין אז מיינע שאלות זעהן אויס זייער אומוויסנד, אבער לויט ווי איך פארשטיי קען נישט זיין אז ס'האט פאסירט רענדאמלי פון ביליאנען מאלפעס וואס קלאפן אויף א טייפרייטער ווייל דאן וואלט זיך סייענס אפגעגעבן מיט די שאלה ווי אזוי זענען די טייפרייטער און די מאלפעס אנגעקומען דארט, און וואו זענען זיי געווען אויב נישט אין די יונעווירס. סייענס האט א (אומ)קלארע חשבן איבער די השתלשלות היונעווירס פון אנהייב ביז היינט, די שאלה איז ווי אזוי איז געשעהן די ערשטע טריט אנצוהייבן די עווילושען סייקל און אויף דעם איז די דא די ביג בענג טעאריע, דאס מיינט אז פאר דעם איז גארנישט געווען, ווייל ווען יא וואלט די אנהייב געווען פאר די זאך/פלאץ איז דארט אהין געקומען אדער געשעהן. am I totally off here?

יאיר

אויב האסטו גערעדט פון עוואלושען איז מיר אומפארשטענדליך דיין תגובה. די ענערגיע פון די זון איז נישט גורם עוואלוציע, און אודאי נישט די אנדערע גאלאקסיס, עס איז א פראצעדור וואס רופט זיך נאטורליכע סעלעקציע. וואס באדייט אז דורך דעם וואס די ענווייראמענט טוישט זיך כסדר איז דאס גורם אז די בעסערע באשעפענישן סורווייוון.


מיין ארגינעלע קשיא איז געווען אז לויט די ענטראפי פרינציפעל ווי אזוי קען יוניווערס עוואלוון צום בעסער ווען די ענטראפי פרינציפאל זאגט אלץ אז פון סדר ווערט אומסדר און נישט פארקערט? אויף דעם ארויף האב איך געשריבן דאס וואס איך האב פארשטאנען אז די ענטראפי פרינציפעל לאזט יא גיין פון אומסדר צו סדר אבער נאר דורכן נוצן די ענערגיע פון עפעס אנדערש וואס גייט יעצט צו אומסדר (א שטייגער פון א קאר וואס קען פארן דורך דעם וואס די גאזאלין ווערט אויסגענוצט אבער פון זיך אליינס וועט א קאר נישט פארן). און ממילא קען די וועלט עוואלווען דורכן נוצען די ענערגיע וואס ווערט אויסגענוצט פון די זון אדער אנדערע פלעצער אין די יונערווירס.

יאיר » דאנערשטאג יוני 27, 2013 12:48 am

· #128452
לאמיר פרובירן מסביר זיין מיט א משל. א סייענטיסט גייט אין ואלד און ער זעט א האלץ ברענען. מיט זיינע געלונגענע סייענטיפישע כשרונות שטעלט ער זיך אראפ אויסרעכענען וואס פאסירט גענוי בשעת די האלץ ברענט, ווי לאנג עס ברענט שוין, וועלכער סארט האלץ דאס איז וכדו'. דער סייענטיסט קען אבער נישט זאגן ווער עס האט אנגעצינדן דעם האלץ, און אודאי נישט פארוואס יענער האט עס אנגעצינדן. אויף די אנצינדן פון דעם האלץ וואס איז איינגעוויקלט אין פארהוילעניש, האט ער געזוכט א נאמען דערויף, ויקראו שמו בסייענס, ביג בענג.
בנוגע עוואלוציע איז מיר אומפארשטענדליך, דו ווילסט פארשלאגן א נייע טעאריע ווי אזוי עוואלוציע פאסירט? וואס פעלט דיר דאס אויס, מיר האבן שוין נאטורליכע סעלעקציע.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 12:10 am

· #137650
דו האסט פאר דיר דריי באקסעס, יעדע באקס איז צוטיילט אינעווייניג מיט א מחיצה און האט א דעקל פון אויבן פאר יעדע האלב פון דעם באקס באזונדער דורך וועלכער מען קען אריינקוקען אין איין האלב אהן זעהן וואס טוהט זיך אין דעם צווייטן.

אין יעדע באקס ליגט צוויי מטבעות – איינס אין יעדע האלב, איין באקס האט צוויי גאלדענע און איהם וועלן מיר רופען gg, איינער האט צוויי זילבערנע און ער וועט הייסן ss, און דער דריטער האט איין גאלדענע און איין זילבערנע און ער הייסט gs.

יעצט איז אזוי, איך קלויב אויס איין באקס, וואס איז די פראבעביליטי אז איך זאל בוחר זיין אין gs? איינס אין דריי, איא? גוט, מסכים.

יעצט לאמיר טראכטן אזוי, אויב איך וועל נעמען דעם באקס וועלכן איך האב אויסגעקליבן און עפענען איינע פון זיינע דעקלעך און איך וועל זעהן אז דארט געפינט זיך א גאלדענע מטבע, וואס זענען יעצט די שאנסן אז איך האב בוחר געווען אין gs? וועט איהר לכאורה מוזען מסכים זיין אז יעצט זענען די שאנסן איינס אין צוויי, פארוואס? ווייל אז דו זעהסט דא א גאלדענע מטבע קענסטו דאך שוין זיכער אויסשליסן ss פונעם ספק, בלייבט דאך נאר gg אדער gs, איז דאס דאך איינס אין צוויי.

דאס זעלבע וועט זיין אויב דו זעהסט א זילבערנע מטבע, דאן וועסטו קענען אויסשליסן gg און די שאנסן וועלן זיין איינס אין צוויי צווישן ss און gs.

דא קומען מיר צום פראבלעם, בסך הכל זענען דא אן אייניגע צאהל זילבערנע ווס. גאלדענע מטבעות – דריי פון יעדע, און דו האסט אייניגע שאנסן צו זעהן א זילבערנע אדער א גאלדענע, און דו ווייסט אויף זיכער – שוין פון פריער – אז ווען דו וועסט עפענען דעם דעקל פון א האלבע באקס וועסטו זעהן אדער א גאלדענע אדער א זילבערנע.

אויב אזוי, ווי אזוי קען זיין אז לכתחילה ווען דו ביסט געגאנגען קלויבן א באקס האסטו נאר געהאט איינס אין דריי שאנסן צו קלויבן gs, אבער ווען דו האסט געעפענט א דעקל – וואו עס איז דיר גארנישט נתחדש געווארן – האסטו פלוצלינג באקומען א שאנס איינס אין צוויי אז דער קעסטל איז gs?

יאיר » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 12:16 am

· #137652
ונבנתה, לאמיר פרעגן א בעסערע שאלה. איידער דו עפנסט אויף סיי וועלכע באקס האסטו בערך 33% שאנס צו באקומען די GS. דו עפנסט אויף איין באקס און דו טרעפסט זיך אן טאקע מיט די GS. יעצט ביסטו הונדערט פראצענט זיכער אז דו האסט באקומען די GS. ווי אזוי איז פלוצלינג ארויפגעפלויגן די שאנס פון 33 צו 100?

ונבנתה העיר » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 12:20 am

· #137654
העי, יאיר, דו האסט צו שנעל געליינט די באלד ווערטער.

ונבנתה העיר
אויב אזוי, ווי אזוי קען זיין אז לכתחילה ווען דו ביסט געגאנגען קלויבן א באקס האסטו נאר געהאט איינס אין דריי שאנסן צו קלויבן gs, אבער ווען דו האסט געעפענט א דעקל – וואו עס איז דיר גארנישט נתחדש געווארן – האסטו פלוצלינג באקומען א שאנס איינס אין צוויי אז דער קעסטל איז gs?

יאיר » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 12:22 am

· #137656
גערעכט, כ'האב נישט גענוג קלאר ארויסגעברענגט מיין פוינט אין ליכט פון וואס דו האסט געשריבן. וואס איך מיין צו זאגן איז אז מיט'ן זען די ערשטע מטבע האט זיך פאקטיש יא עפעס געטוישט, דהיינו, זיין ידיעה האט זיך געטוישט. פונקט ווי דו פארשטייסט אז זיין ידיעה טוישט זיך נאכ'ן זען ביידע מטבעות, אזוי קען זיך די ידיעה טוישן נאכ'ן זען איין מטבע.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 12:26 am

· #137657
עס איז אבער נישט א ידיעה וואס קען רירן זיינע שאנסן, ווייל סיי צו ער וועט טרעפן א זילבערנע און סיי צו ער טרעפט א גאלדענע [און ער ווייסט שוין פון פריער אז ער וועט זיכער טרעפן איינע פון די צוויי] ריקט זיך זיינע שאנסן צו איינס אין צוויי, אויב אזוי פארוואס דארף ער קוקען?

משה געציל » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 12:29 am

· #137658
איך כאפ נישט פארוואס דו זאגסט אז עס גארנישט נתחדש געווארן דורכ'ן עפענען די שאכטל, ווען איך עפן די שאכטל און איך זעה אז עס איז דא א זילבערנע מטבע איז מיר נתחדש געווארן אז עס קלאר נישט gg, וואס דאס האב איך נישט געוואוסט פארן עפענען. נא, אויב אזוי איז פשוט אז די טשאנסן זענען געשטיגן אז עס איז gs וויבאלד gg איז עס זיכער נישט.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 12:36 am

· #137660
און יעצט האסטו א שאנס איינס אין צוויי אז עס איז gs, ריכטיג?

נו, איז ווען דו וואלסט נישט געקוקט און געזעהן אז עס איז א זילבערנע וואס וואלט געווען? העכסטענס וואלט עס געווען א גאלדענע און דאן וואלט ss ארויסגעפאלן פונעם בילד אנשטאט gg, אבער בכל אופן וואלטן די שאנסן פאר gs געווען איינס אין צוויי, נישט אזוי?

יאיר » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 12:37 am

· #137661
ונבנתה העיר
עס איז אבער נישט א ידיעה וואס קען רירן זיינע שאנסן, ווייל סיי צו ער וועט טרעפן א זילבערנע און סיי צו ער טרעפט א גאלדענע [און ער ווייסט שוין פון פריער אז ער וועט זיכער טרעפן איינע פון די צוויי] ריקט זיך זיינע שאנסן צו איינס אין צוויי, אויב אזוי פארוואס דארף ער קוקען?

אהא, יעצט פארשטיי איך וואס דו פרעגסט.
יעצט לאמיר זען, ער ווייסט טאקע אז ער גייט טרעפן איינע פון די צוויי, און ער ווייסט אויך אז די שאנסן גייען זיך רוקן פון דריי צו צוויי, אבער ער ווייסט דאך נישט צווישן וועלכע צוויי. אויב ס'איז א זילבערנע וועט דער ספק זיין צווישן SS און SG, אויב ס'איז א גאלדענע איז דער ספק צווישן SG און GG. ממילא, אפשר איז דער ספק אליין, וועלכע ער גייט טרעפן, אריינגערעכנט אין דעם גרויסן ספק וואס מאכט אז עס זאל זיין איינס אין דריי?

ונבנתה העיר » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 12:42 am

· #137663
בעניי זעה איך נישט אז טוישן דעם רעפרעזענטירער פון די אנדערע חלק שאנס זאל קענען אפעקטירן וויפיהל שאנסן gs האט.

משה געציל » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 12:44 am

· #137664
גערעכט, לא ירדתי לעומקו.

יאיר » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 12:52 am

· #137667
ונבנתה העיר
בעניי זעה איך נישט אז טוישן דעם רעפרעזענטירער פון די אנדערע חלק שאנס זאל קענען אפעקטירן וויפיהל שאנסן gs האט.

נאכאמאל, איידער ער עפנט בכלל דעם באקס, האט ער א דאפלטער ספק, אויב טרעף איך אז די ערשטע מטבע איז זילבער, דעמאלט האב איך אן איינס אין צוויי שאנסן צו טרעפן די GS אדער די SS, אבער אויב טרעף איך א גאלדענע, האב איך אן איינס אין צוויי שאנסן צו טרעפן די GS אדער GG. יעצט, פאר ער קוקט אן די ערשטע מטבע, ווען מיר שטעלן צוזאם די ביידע ספיקות, (ווייל ביידע אפציעס זענען equally valid) קומט אויס אז דער ספק דרייט זיך פאקטיש ארום דריי שאנסן, ווייל מיר האבן דאך דעם גאנצן בליק אויף אלע דריי קעסטלעך. און וויבאלד עס קומט אריין א דריטער קעסטל אין דעם בילד, ווערט די שאנס פון דעם GS געמינערט. פונקט אזוי ווי אויב כ'וועל אריינשטעלן נאך זיבן קעסטלעך וועט די שאנס פון די GS נאכמער געמינערט ווערן צו איינס פון צען. ערשט נאך דעם וואס מיר ווערן געוואויר אז דער שאנס איז טאקע נאר צווישן צוויי ספעציפישע קעסטלעך, ווערט דער שאנס געהעכערט צו איינס פון צוויי.

משה געציל » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 12:57 am

· #137669
אולי, ווען ער האט דידריי שאכטלך פאר זיך, אפגעזען וואס די תוצאה גייט זיין איז עס א 1/3 פאר gs. יעצט איינמאל ער האט געפענט און געטראפן א זילבערנעם, און איז gg ארויסגעפאלן פון שפיל איז אטאמאטיש דא א 1/2 טשאנס אז עס איז gs פשוט וויייל עס איז נאר פארהאן צוויי מעגלכקייטן. משא"כ בעפאר'ן עפענען איז געווען דריי מעגליכקייטן, אפילו איך ווייס קלאר אז וואס איך גיי נאר עפענען גייט די תוצאה זיין אז gs זאל זיין 1/2 טשאנס סוכ"ס ווילאנג דו האסט עס נאכנישט געפענט האסטו א נאך א דריטן שאכטל אין שפיל וואס פארקלענטערט די טשאנסן.
----
יאיר האט מיך אויסגעכאפט, (אויב איך פארשטיי גוט...) זיינע סעקונדעס זענען מיינע מינוטן...

ונבנתה העיר » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 1:03 am

· #137673
לכאורה זאגט עטץ ביידע די זעלבע סברא.

דאס ווייסט ער אבער זיכער שוין פון פריער אז איינע פון די קעסטלעך - אדער gg אדער ss - איז נישט אינעם שפיל, און כלפי שמיא איז אפי' גליא פונקטליך וועלכע פון זיי, איז ווי אזוי איז דאס משפיע אויף די 'פאקטישע' שאנסן [וואס ער האט באמת, נישט נאר א ידיעה שפיל] וואס ער האט צו באקומען gs? זיין חסרון ידיעה פונקטליך וועלכער פון די צוויי איז ארויסגעפאלן?

יאיר » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 1:08 am

· #137674
ונבנתה העיר
לכאורה זאגט עטץ ביידע די זעלבע סברא.

דאס ווייסט ער אבער זיכער שוין פון פריער אז איינע פון די קעסטלעך - אדער gg אדער ss - איז נישט אינעם שפיל,

מיין פוינט איז אז ביידע פון די קעסטלעך זענען אין שפיל אזוי לאנג ווי ער ווייסט נישט קלאר וועלכער מטבע ער גייט צום ערשט אנטרעפן, די זילבערנע אדער די גאלדענע. ער קען נישט פאראויסשפרינגען כאילו ער האלט שוין נאכ'ן זען די ערשטע באקס ווייל דעמאלט האט ער שוין טאקע א זיכערע איינס אין צוויי ספק. אזוי לאנג ווי ער ווייסט נישט האט ער א דאפלטע ספק, און ער מוז ביידע אריינרעכענען אינ'ם בילד.

משה געציל » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 1:11 am

· #137675
'פאקטישע' טשאנסן האט גארנישט מיטן שכל צו טוהן. ווען דו ארבעטסט מיט פאקטישע טשאנסן דארפסטו באטראכטן אז דו האסט דריי שאכטלך 1) ספאנדזש 2) מארבעל 3) בראני...

ונבנתה העיר » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 1:12 am

· #137676
יאיר
אזוי לאנג ווי ער ווייסט נישט האט ער א דאפלטע ספק, און ער מוז ביידע אריינרעכענען אינ'ם בילד.

פארוואס זאגסטו 'ער'? מען רעדט נישט וואס ער ווייסט יא אדער נישט, איך וויל וויסן וואס זענען זיינע 'אמת'ע' שאנסן - כלפי שמיא.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 1:18 am

· #137677
משה געציל
'פאקטישע' טשאנסן האט גארנישט מיטן שכל צו טוהן. ווען דו ארבעטסט מיט פאקטישע טשאנסן דארפסטו באטראכטן אז דו האסט דריי שאכטלך 1) ספאנדזש 2) מארבעל 3) בראני...

'מאטאמאטישע שאנסן' איז אפשר א בעסערע ווארט - די שאנסן ע"פ חשבון מיט אלע אינפארמאציע וואס מען האט, איך בין נישט שולדיג אז דער בוחר איז א פויער מיט א גראבע קרום של מח וואס ווערט צומישט ווייל ער ווייסט נישט וועלכע פון די אנדערע צוויי איז ארויסגעפאלן.

ס'איז א מכאן ולהבא למפרע אזא... 🙂

יאיר » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 1:22 am

· #137679
ונבנתה העיר
יאיר
אזוי לאנג ווי ער ווייסט נישט האט ער א דאפלטע ספק, און ער מוז ביידע אריינרעכענען אינ'ם בילד.

פארוואס זאגסטו 'ער'? מען רעדט נישט וואס ער ווייסט יא אדער נישט, איך וויל וויסן וואס זענען זיינע 'אמת'ע' שאנסן - כלפי שמיא.

איך פארשטיי נישט דיין שאלה. די חברה דארט אויבן אין הימל ווילן אפשאצן דעם מצב פון א היומען פערספעקטיוו? אויב יא, דאן האט ער איינס אין דריי שאנסן, וויבאלד ער האט נאך נישט געזען קיין איין מטבע, און יעדער אפשאצונג מוז על כרחך ארייננעמען אלע סארטן שאנסן וואס קענען זיך מאכן.

יאיר » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 1:24 am

· #137680
משה געציל

יאיר האט מיך אויסגעכאפט, (אויב איך פארשטיי גוט...) זיינע סעקונדעס זענען מיינע מינוטן...

האסטו א גוטער ביישפיל פון דמיון אין צייט...

משה געציל » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 1:28 am

· #137681
יאיר
משה געציל

יאיר האט מיך אויסגעכאפט, (אויב איך פארשטיי גוט...) זיינע סעקונדעס זענען מיינע מינוטן...

האסטו א גוטער ביישפיל פון דמיון אין צייט...

נע, כ'האב נישט געמיינט דער בריאה צייט, כ'האב געמיינט דער דמיון צייט...
בלאט: 1 2 3 4