איך ווייס נישט פון וואו די אש מים רוח עפר טעאריע נעמט זיך, אבער די גריכן רוימער טערקן פערסן באבילאניער סיריער און ארץ ישראל איינוואוינער האבן אלע געזען שניי פערזענליך אדער געהערט דערפון זייענדיג די הערשער פון ריזיגע אימפעריעס וואס זעען שניי און וועטערס אונטער די פרירונגס פונקט רעגלמעסיג . נאר אויב עס שטאמט פון די עגיפטער איז בכלל מעגליך צו שפעקולירן.
באמערקונג: ווען אונז, נישט פילנדע אינדיווידואלן און גרופעס זאגן ..."ארץ ישראל איינוואוינער"...מיינען מיר נישט די טמא'נע און פארשאלטענע ציונים שר"י, ימ"ש און עפ"ל, נאר די אמת'ע , לעגיטימע איינוואוינער. די פאר וועמען ס'געהער די אל אקצא מעטשעט. דאס פאלק פון דעם געערטן און הויכגעשעצטן חאדזש-אמין אל חוסייני...רוען זאלל ער אין ליכטיגן מוסלאמינישן גן עיידן מיט זיינע 5000 בתולות. (אז א פשוט'ער שאהיד באקומט 72, איז דאך כל שכן וקל וחומר אז דער הייליגער מופטי האט א גרעסערן מספר. וקל להבין. ולא להרגיש(...!
יא, אין אפסטעיט ניו יארק אין הייד פארק איז דא FDR Presidential Library & Museum נישט צי ווייט פין דא, אגב איז דא דארט אויך איינע פין די ווענדערבילט מענשאנס.
הערשל איז אן איידעם ביי ר' לייביש מענדלאוויטש ז"ל א ברידער פאר משה מנדל. אויך חיים יודא גאלדשטיין פון 47 סט פאטא (ווער געדענקט נאך) איז דארט אן איידעם.
אז ט"ו בשבט איז געווארן א חג ביי די המון עם א דאנק שבתי צבי וסייעתו, א קנאפע דריי הונדערט יאר צוריק.
אין די גמרא, ראשונים, און אנהייב אחרונים ווערט נישט דערמאנט קיין זכר פון עסן פירות טו בשבט. ס"ה איז דער טאג ראש השנה לאילנות וואס איז נוגע כלפי תרומות ומעשרות אז די יאר רעכנט זיך פון דאן.
די ערשטע מקורות וואס מיר געפונען אויף סעלעברירן דעם טאג, איז דאכציך פון תלמידי האר"י. און דאס איז נאר געווען באקאנט צווישן די מקובלים, און פאר די המון עם איז דאס געווען א גרינע דינסטאג.
אינעם ספר "חמדת ימים", וואס איז געדריקט געווארן בתקופת ש"ץ בעיר איזמיר, זיין היימשטאט, וואס ענטהאלט אסאך פון די מנהגים וואס שבתי צבי האט איינגעפירט, דארט איז באריכות צולייגט א גאנצע בראטל פון דעם חמשה עשר, תפילות, אכילת פירות, סגולות וכו'
דאן איז די יו"ט געווארען פאפולער ביים עולם, און פלוצלונג פון יענע תקופה און ווייטער הייבט מען אן זעהן אין די ספרי אחרונים וואס רעדן איבער דעם יו"ט, די מנהגים פון עסן פרוכט וכו'.
אדרבה, אז איינער קען מוכיח זיי אנדערש איז מכובד. איך האב אביסל געשניטערט דא און דארט און איבעראל בין איך אנגעקומען צום זעלבן וואנט וואס האקט אריין אינעם כ"ת ש"ץ.
ס'נישט אזוי פשוט וועגן די ספר חמדת ימים. ס'טאקע דא געוויסע זאכן וואס תלמידי ש"צ האבן אריינגעדריקט אין חמדת ימים אבער עס איז געווען אן אנגענימענע ספר אין אסאך פלעצער
MBD was walking past The Lubavitcher Rebbe for a dollar once, when the Rebbe commented on a certain Rashi in the gemara where it says ' ein adam shar shira,ela mitoch simcha...'. The Rebbe commented, in these exact words: 's'iz doch mashma fun Rashi az tzu zingen a Niggun ken men nor ven a Yid is Besimche'
אז סקווירא רבי איז מקפיד נישט צו פארן מיט אל על. משום איזה סיבה זענען די חסידים נישט מקפיד אויף דעם, אנדערש ווי אנדערע זאכן וואס יעדער טוט ווי די רבי שטיוול, צוויבל קוגל וכדומה
אז סקווירא רבי איז מקפיד נישט צו פארן מיט אל על. משום איזה סיבה זענען די חסידים נישט מקפיד אויף דעם, אנדערש ווי אנדערע זאכן וואס יעדער טוט ווי די רבי שטיוול, צוויבל קוגל וכדומה
ווייל די אלע אויבן-דערמאנטע זאכן גראמען, און על-אל נישט.
אז די יאפאנעזער האבן א שוידערליכע היסטאריע פון ברוטאלע רציחות.
אנגעהויבן האט זיך עס ווען איך האב געלייענט די חודש (אדר) אין "דער בליץ" א ארטיקל ("אנטזאגט צו שטארבן"), פון א סאלדאט וואס איז אדורכגעגאנגען שבעה מדורי גיהנם ביי די צווייטע וועלט קריג אונטער די יאפאנעזער. נאר צו ליינען מיט וועלכע מאס ברוטאליטעט די יאפאנעזער האבן זיך באנומען מיט זייערע געפאנגענע איז א פחד. נאכן ליינען די ארטיקל האב איך אנגעהויבן זוכן אינפארמאציע און נישטערן אויפן געוועב, און עס איז מיר געווארן פינצטער פאר די אויגן צו ליינען וואספארא שוידערליכע מיטלען זיי האבן גענוצט צו פייניגן זייערע געפאנגענע.
עס איז באוואוסט אז די יאפאנעזער זענען געווען פאנאטישע קעמפער פאר זייער "עמפרואר", זייער א.ג. קעניג פאר וועמען מען איז גערן געגאנגען צום טויט. אלע ווייסן אז די אטאם באמבעס איז געווען קריטיש וויכטיג אפצושטעלן די זינלאזע מלחמה וואס די עקשנות'דיגע יאפאנעזער האבן נישט געהאלטן ביים אויפגעבן. געוויסע האבן רחמנות אויף די יאפאנעזער פארן אדורכמאכן דעם אטאם באמבע. אבער נאכן ליינען איבער זייערע רציחות, האלט איך אז מען האט זיי נאך צו ווייניג באשטראפט.
מיטן אויסנאם פון שנאת ישראל (יחי ההבדל...), האבן די יאפאנעזער נישט זיך וואס צו שעמען פון די גרויליגע פארברעכנס פון די נאציס ימ"ש. אויסער די שרעקליכע אטאקע אויף פוירל הארבאר וואס איז ידוע פאר יעדן, האבן די יאפאנעזער מלחמה געהאלטן און איינגענומען מערערע שטחים, ווי אין סינגאפאר, כינע, און נאך. די אלע געפאנגענע האבן פארלוירן יעדע מענטשליכע רעכט, און האבן געליטן אומבאשרייבליכע צרות אונטערן די אכזריות'דיגע יאפאנער רוצחים.
ביישפילן איז כולל, באגראבן מענטשן לעבעדיגערהייט, ארויסלייגן מענטשן נאקעט אין אייז קאלטע וועטער און זיי אנגיסן מיט קאלטע וואסער ביז זיי ווערן פארפרוירן צום טויט, אפהאקן אברים פון געפאנגענע אן זיי איינשלעפן, מאכן שווערע עקספערימענטן מיט זיי, שלעפן אין הייסע בהמה וואגאנען אדער טראקס פאר לאנגע טעג אן עסן און טרינקען און אן קיין שום מענטשליכע באדינונגען, אפילו אין די תפיסות זענען זיי באהאנדלט געווארן ערגער ווי בהמות אן די מינימאלע מענטשליכע געברויכן, ביטער שווערע צוואנגס ארבעט אונטער שוידערליכע אומשטענדן אויף מאגערע פארציעס רייז, און די ליסטע איז נאך ווייט פון פארטיג, וקצר היריעה מהכיל.
די יאפאנער ווערן אויך באשולדיגט אין קאנאבאליזם. ווען די סאלדאטן אויפן פראנט זענען געווען הונגעריג און נישט געהאט וואס צו עסן, האבן זיי ארויסגערופן איין געפאנגענעם און געמאכט אן 'על השחיטה' און געגעסן גריללד מענטשן פלייש צו דער זעט, רח"ל.
📎 Jap (1).jpg
די יאפאנעזער האבן זיך שפעטער אנטשולדיגט פאר די וועלט פאר זייערע רציחות. אבער אנדערש ווי די דייטשן, זוכן זיי עס צו שטופן אונטערן קארפעט און ווי ווייניגער רעדן דערפון. ריגארדלעסס, א גרויסע טייל רציחות זענען דאקומענטירט, און וועט זיי לאזן לחרפה ולדראון עולם. מערקווירדיג אז דייטשע קארס נוצן ווייניג מענטשן צוליב זייערע הילף פאר די מלחמה רציחות; אבער די יאפאנעזער אויטאס – ווי טאיאטע און האנדא – ווערן גאר אויסגעלויבט אלס גוט און שטארק, און מען נוצט זיי אן קיין שום געוויסנסביסן (הגם כ'בין נישט קלאר צי זיי האבן געהאט עפעס א שייכות צו די מלחמה, און ווי אלט די קאמפאניס זענען בכלל).
געוויסע האבן רחמנות אויף די יאפאנעזער פארן אדורכמאכן דעם אטאם באמבע. אבער נאכן ליינען איבער זייערע רציחות, האלט איך אז מען האט זיי נאך צו ווייניג באשטראפט.
אן אריינגיין אין די דיסקוסיע צי עס האט טאקע אויסגעפעלט צו נוצן דער אטאם צו ברענגען א שנעלע ענדע צו די קריג, וואס פארא מין לאגיק איז דאס אז מען באשטראפט 'די יאפאנעזער' דורך אומברענגען צענדליגע טויזנטער אומשולדיגע מענער פרויען און קינדער? מען קען נישט ווערן אויפגעשוידערט פון די אכזריות וואס די איפעריאלער יאפאנעזער מיליטער האט אפגעטון צו טויזענטער, אבער בארעכטיגן אלס שטראף קעגן די יאפאנעזער די אומבאשרייבליכע פיין, צרות און לעבנסלענגליכע גיהנום פון צענדליגער טויזנטער יאפאנעזער בעיביס וואס זענען געבוירן אין די תקופה נאך די צוויי אטאם באמבעס.