☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

1007 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1743
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21

אישתישבי » דאנערשטאג יאנואר 7, 2021 8:33 am

· #465256
לבי ובשרי
מקור צום אויסדרוק: ממזר קאפ

ראה במסכת סופרים סוף פט"ו: רוב ממזרים פקחים

יעצט בלייבט נאר אריין צו קלערן וואס איז שענער, ממזר קאפ אדער פאטעטא קאפ אדער קאפ ווי א רעטעך.

א ספרדי זאגט אמאהל, אז אויב מען האט א גוטע רבינו אשר, מיינענדיג דערביי, וואס די ר"ת איז רא"ש.

קאך_לעפל » דאנערשטאג יאנואר 7, 2021 9:36 am

· #465258
קאך_לעפל
איך ווארט שוין אויף דיר א יאר מיט א מיטוואך...

פראגע: פון וואנעט קומט דער אויסדרוק?
ענטפער: פארציינטס האט מען געגעבן קדושין פאר א פרוי ביים א כלה ווערן. דאן האט מען געווארט א יאר מיט א מיטוואך חתונה צו האבן.
צוליב נותנים לבתולה שנים עשר חודש, און דאן בתולה נשאת ליום הרביעי. פון דעם קומט די אויסדרוק "א יאר מיט א מיטוואך".

כ'האב געהערט דאס ווארט פון הרב שמואל ניימאן.

תפארת » דאנערשטאג יאנואר 7, 2021 1:21 pm

· #465276
לבי ובשרי
מקור צום אויסדרוק: ממזר קאפ

ראה במסכת סופרים סוף פט"ו: רוב ממזרים פקחים

געהערט פון א חשובער רב שהסיבה שממזרים פקחים הוא משום שיש אהבה גדול בין האב והאם וכשיש אהבה גדול נולד עי"ז זה בנים מחוכמים....

תפארת » דאנערשטאג יאנואר 7, 2021 1:23 pm

· #465277
א חסיד פון ווילנא
קאך_לעפל
איך ווארט שוין אויף דיר א יאר מיט א מיטוואך...

פראגע: פון וואנעט קומט דער אויסדרוק?
ענטפער: פארציינטס האט מען געגעבן קדושין פאר א פרוי ביים א כלה ווערן. דאן האט מען געווארט א יאר מיט א מיטוואך חתונה צו האבן.
צוליב נותנים לבתולה שנים עשר חודש, און דאן בתולה נשאת ליום הרביעי. פון דעם קומט די אויסדרוק "א יאר מיט א מיטוואך".
זייער גוט, קיינמאל נישט געוויסט

עפעס זאגט מען נאך דאס ווארט פון ראפשיצער רב זצ"ל

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

איך מיין דו מישט צאם די מעשה מיטן רבין פון לובלין וואס האט געווארנט ראפשציער רב נישט צו מאכן קיין ווערטלעך איינמאל נאך די רבי פון לובלין האט אויסטגטרעטן שמונה עשרה זעהט ער ווי ער ווערטלט זיך ווייטער האט ער איהם געזאגט איך האב דיך דאך געווארנט, האטער געענפערט אבער די רבי דאווענט א יאר מיט א מיטוואך..

א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג יאנואר 7, 2021 5:01 pm

· #465290
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
תפארת
א חסיד פון ווילנא
קאך_לעפל
איך ווארט שוין אויף דיר א יאר מיט א מיטוואך...

פראגע: פון וואנעט קומט דער אויסדרוק?
ענטפער: פארציינטס האט מען געגעבן קדושין פאר א פרוי ביים א כלה ווערן. דאן האט מען געווארט א יאר מיט א מיטוואך חתונה צו האבן.
צוליב נותנים לבתולה שנים עשר חודש, און דאן בתולה נשאת ליום הרביעי. פון דעם קומט די אויסדרוק "א יאר מיט א מיטוואך".
זייער גוט, קיינמאל נישט געוויסט

עפעס זאגט מען נאך דאס ווארט פון ראפשיצער רב זצ"ל

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

איך מיין דו מישט צאם די מעשה מיטן רבין פון לובלין וואס האט געווארנט ראפשציער רב נישט צו מאכן קיין ווערטלעך איינמאל נאך די רבי פון לובלין האט אויסטגטרעטן שמונה עשרה זעהט ער ווי ער ווערטלט זיך ווייטער האט ער איהם געזאגט איך האב דיך דאך געווארנט, האטער געענפערט אבער די רבי דאווענט א יאר מיט א מיטוואך..
דאס האב איך געמיינט אז ראפשיצער רב האט געזאגט א יאר מיט א מיטוואך

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

מנחם ציון » דאנערשטאג יאנואר 7, 2021 5:55 pm

· #465292
קאך_לעפל
קאך_לעפל
איך ווארט שוין אויף דיר א יאר מיט א מיטוואך...

פראגע: פון וואנעט קומט דער אויסדרוק?
ענטפער: פארציינטס האט מען געגעבן קדושין פאר א פרוי ביים א כלה ווערן. דאן האט מען געווארט א יאר מיט א מיטוואך חתונה צו האבן.
צוליב נותנים לבתולה שנים עשר חודש, און דאן בתולה נשאת ליום הרביעי. פון דעם קומט די אויסדרוק "א יאר מיט א מיטוואך".

כ'האב געהערט דאס ווארט פון הרב שמואל ניימאן.

איך מיין אז ס'איז יא היבש באקאנט. איך האב דאס שוין געהערט יארן צוריק

מנחם ציון » דאנערשטאג יאנואר 7, 2021 6:10 pm

· #465295
תפארת
לבי ובשרי
מקור צום אויסדרוק: ממזר קאפ

ראה במסכת סופרים סוף פט"ו: רוב ממזרים פקחים

געהערט פון א חשובער רב שהסיבה שממזרים פקחים הוא משום שיש אהבה גדול בין האב והאם וכשיש אהבה גדול נולד עי"ז זה בנים מחוכמים....

<a class="postlink" href="https://www.tora-forum.co.il/viewtopic.php?style=1&p=88044&sid=89663ffc7f06d41ac97c8cb80899adcd#p88044">https://www.tora-forum.co.il/viewtopic. ... dcd#p88044</a>

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יאנואר 7, 2021 6:16 pm

· #465296
איך הייב שוין אן חושד זיין מיין מאמע..

ווי אויך פארשטיי איך שוין יעצט פארוואס זאלוינים זענען אזוי קלוג...

מנחם ציון » דאנערשטאג יאנואר 7, 2021 6:20 pm

· #465298
רביה''ק זי''ע
איך הייב שוין אן חושד זיין מיין מאמע..

ווי אויך פארשטיי איך שוין יעצט פארוואס זאלוינים זענען אזוי קלוג...

ס'איז נאר "רוב" ממזרים פקחים
אבער דאס איז זיכער אז איר זענט א ..... 😛 😛 🙄 🙄 😕

מפיל קינד » דאנערשטאג יאנואר 7, 2021 9:02 pm

· #465304
רביה''ק זי''ע
איך הייב שוין אן חושד זיין מיין מאמע..

ווי אויך פארשטיי איך שוין יעצט פארוואס זאלוינים זענען אזוי קלוג...

הייסט ס'קען גאר זיין אז דו האסט פארכאפט די רבי'סטעווע בגזילה...

מנחם ציון » זונטאג יאנואר 10, 2021 1:26 pm

· #465394
אז דאס וואס איז באקאנט אז א סעודת פדיון הבן איז במקום פ"ד תעניתים האט נישט קיין מקור, נאר איז א שיחה נאה בפי הבריות

מקור: שדי חמד מערכת ס' כלל נ"ד
סעודת פדיון הבן: בהיותי בעיר הקודש ירושלים ת"ו בשנת תרט"ן הזמינו אותי על פדיון הבן ולא הלכתי. ואמרו לי, שיש בספרים דסעודת פדיון היא העולה במקום פ"ד תעניות. ואני לא הייתי יודע דבר זה.
שוב ראיתי בספר שו"ת הד"ר בסי' ט"ל ד' ס"ה סוף ע"א שכתב, שהעולם אומרים שסעודת פדיון הבן עומד במקום פ"ד תעניתים כמנין אחה"ע, כמו שמתענים בימי השובבי"ם, עד כאן לשונו. ונראה שאין מקור לדבר הזה, רק שיחה נאה בפי הבריות

cictim » זונטאג יאנואר 10, 2021 1:51 pm

· #465397
הגאון ר' יהושע מאמאן שליט"א בשו"ת עמק יהושע ח"ג (חיו"ד סימן יח) בשם ספר "דברי שמואל" (דף ב): שקבלה בידו איש מפי איש עד רבנו האריז"ל שסעודת פדיון נחשבת כפ"ד תעניות. ושאם היה השדי חמד רואה דבר זה היה מברך ברוך הטוב והמטיב. עכ"ד.
<a class="postlink" href="https://forum.otzar.org/viewtopic.php?p=527835&sid=5b75702fc8b20b990b2a771efaa4cedf#p527835">https://forum.otzar.org/viewtopic.php?p ... df#p527835</a>

מנחם ציון » זונטאג יאנואר 10, 2021 1:59 pm

· #465398
cictim
הגאון ר' יהושע מאמאן שליט"א

אגב, ער לעבט נאך?

cictim » זונטאג יאנואר 10, 2021 2:39 pm

· #465401
צוויי טעותים אין די העתקה: נישט ספר דברי שמואל נאר "דבר שמואל" ועוד דבר, נישט "סעודת פדיון" נאר "הנמצא בבית בשעת הפדיון".

📎 אוצר החכמה_166955.jpg
📎 אוצר החכמה_26537.jpg

אמת וצדק » מאנטאג יאנואר 11, 2021 9:15 am

· #465491
זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
אז דער ליטווישע מירער ראש ישיבה רבי אליעזר יהודה פינקל ז״ל איז געפארן פון ליטא לערנען ביים אבני נזר פון סאכאטשאב! נאך א שטיק צייט זיין דארט איז ער אוועקגעפארן, ער האט זיך נישט געקענט איינגעוויינען צום פוילישע דרך הלימוד.

קאך_לעפל » דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 5:00 pm

· #465604
סאיז פארהאן א מתנה:
ס'איז פארהאן א קנין:
און ס'איז פארהאן א שליטה:

שכל איז א מתנה! מ'קען זיך נישט איינקויפן, אז מ'האט נישט באקומען האט מען נישט.
מוסר איז א קנין! מ'קען זיך אויסארבייטן די מידות, מקען זיך דאס דערווערבן.
הרגל איז א שליטה! אז מ'געוואוינט זיך צו עפעס, ווערט דאס ממש א טבע, אזש ס'געוועלטיגט גאר אויפן מענטש!

השכל מתנה, והמוסר קניין, וההרגל כל דבר, שלטון!

רבי שלמה אבן גבירול בשם אפלטון.

קאך_לעפל » דינסטאג יאנואר 19, 2021 1:40 pm

· #465767
קאך_לעפל
זיין ערשטע פרוי האט געהייסן פאצוניה, און זיין צווייטע האט געהייסן אסתר. זיי האבן ביידע געלייגט טלית און תפילין, ווי מיכל בת שאול און להבדיל די מויד פון לודמיר.
דער אר''י הק' שרייבט אויף אן ארט אז מיכל האט פארמאגט א נשמה פון עלמא דדכורא און דערפאר האט זי געלייגט טלית און תפילין. ווארשיינליך צוליב דעם האט זי נישט געהאט קיין קינדער.
אלזא קומט דאך אויס אז די ווייבער פון אור החיים הק' און די מויד פון לודמיר האבן אויך געהאט נשמות פון עלמא דדכורא. ס'איז א פחד און א שרעק... לויטן אר''י הק' האט דער אור החיים הק' גאר געוואוינט מיט ז....

אצינד לערנען מיר, אז די באוויסטע נגידת'טע רעב טעמערל בערגסאָן, ביי וועמען דער הייליגער רבי רבי שמחה בונם פון פרשיסחא זי''ע איז געווען איינגעשטעלט אלס א באנקיר, האט אויך געטראגן א לייב צודעקל און געפילוועט אין די גמרא.
דער הייליגער רבי פון לובלין זי''ע האט באפוילן מען זאל איר רופן רבי טעמערל, ווארשיינליך האט זיך אויך געהאט נשמה פון עלמא דדכורא. אייגענטליך קינדער האט זי יא געהאט. אייגענטליך דער גרויסער פראנצויזישער פילעזאף, הענרי בערגסאָן, איז געווען איר'ס אן אייניקל....

מנחם ציון » מיטוואך יאנואר 20, 2021 1:45 pm

· #465845
יאפ, איך האב מיר לעצטנס באגעגנט מיט איר וויקיפעדיע בלאט
און אין "זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט" גייט אריין, אז ס'דא א בילד פון איר

מה בכך » זונטאג יאנואר 24, 2021 4:01 am

· #465937
berlbalaguleh
מה בכך: כ'האב נישט געוואוסט אז דער בריטישער פריים מיניסטער האט געשיקט א באוואפנטן באדי גארד צו וואטשן דעם ..."בעלזער"... כדבריך...!

כהאניש געזאגט אז דע פריים מיניסטער האט געשיקט, איך האב דשאסט ארויסגעברענגט די קאנצעפט אז ער האט געהאט באדי גארדס וואס זאלן אים באשיצן און צוויי אידענטיקעל קארן(אז מזאל נישט וויסן אין וועלכע ער איז...),על כל סאטמארע שיבוא....

ונבנתה העיר » מוצ"ש יוני 5, 2021 11:30 pm

· #474761
ליטוואק פון בודאפעסט
ונבנתה העיר
אז ווען דער ליובאוויטשער רבי ז"ל איז געווען אין בערלין האט ער געהערט שיעורים פון שראודינגער.

--------
.

אדער יא אדער ניין
[emoji6]

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

📎 20210605_232531_compress75.jpg
@ליטוואק פון בודאפעסט

ונבנתה העיר » זונטאג אוגוסט 1, 2021 3:14 pm

· #478696
Bubo איז נישט עפעס א 'קיוט' ווארט, מ'פרעגט א קינד צי ער האט א בובא. עס איז א געשווילעכץ פון דעם בובאניק פלעיג (דער שווארצער מגפה.)

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 1, 2021 11:59 pm

· #478714
ונבנתה העיר: ס'איז אפשר לשון נופל על לשון. אבער נישט מוכרח אז פון זעלבן שורש...!

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 11:26 pm

· #483305
אז Griffin איז אן עכטע נאמען. (כ׳האב היינט געהאנדלט מיט עמיצן מיט דעם פאמיליע נאמען, כ׳האב מיך געדארפט איינהאלטן נישט אויסצופלאצן, נאכאמזל זי האט נישט געהייסן Peter אדער Stewie ווייל דאן וואלט איך מיך נישט געקענט איינהאלטן. 😂 😂 😂 )

קהל'ס נער » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 11:38 pm

· #483308
שמעקעדיג
אז א פרוי וואס איר מאן איז נפטר געווארן ל"ע, אויב זי האט חתונה מיט א צווייטן, טאר זי מער נישט גיין צום קבר פונעם ערשטן מאן, זי דארף גענצליך איבעררייסן אלע קשרים מיטן געוועזענעם מאן.
(געזעהן אין נטעי גבריאל הלכות אבילות)

דעיס האט די נטעי גבריאל אויפגעמאכט, אדער ס'איז א עכטע הלכה?

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 11:50 pm

· #483310
קהל'ס נער: איך ווייס נישט אויב ס'איז א הלכה אדער א מנהג. אבער אויב דער נטעי גבריאל זאגט עס ביניך מוכן עס אנצונעמען. ווען דו וואלסט געזעהן (און געהערט) מיט וואספארא התמדה ער האט אייביג געלערנט אין ישיבה וואלסטו איהם אפילו געגעבן קוויטלעך. לא כל שכן ווען זיינע ספרים און ליקוטי הלכות זענען געשריבן געווארן בטוב טעם ודעת ונעים הליכות...!

איך האב שוין געשריבן אין אנאנדער'ן אשכול איבער זיין שטארקע התמדה אין ביהמ"ד פון ישיבת קהילת יעקב פאפא אין קווינס.

די דארמיטארי איז געווען אויף א נידעריגערן שטאק פון ביהמ"ד. איך פלעג אייביג איינשלאפן הערנדיג זיין קול תורה (זיס אונטערברימען). אויך ווען איך בין אויפגעשטאנען פארטאגס האביך שוין געהערט זיין קול פון תורה...!

קהל'ס נער » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 12:10 am

· #483314

איך האב נישט געמיינט צי מזלזל זיין אין עים.
וואס איך וויל ארויס ברעינגען איז אז עס איז דא פוסקים וואס גייען אייביג טרעפן א וועיג צי אסר'ן זאכן ,פארשטייט זיך על פי תורה, ביי מיך הייסט דעיס אויפגעמאכט א הלכה, מילא וויל איך וויסן צי דעיס איז א עכטע הלכה אדער אז ער האט סאמהאו געצווינגען די תורה אנצינעמען די הלכה.

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 12:44 am

· #483318
קהל'ס נער: ווער ביניך דען צו זאגן מבינות אויף איהם?! אבער לויט ווי איך ווייס איז ער נישט פון די פוסקים וועלכע זוכן אייביג נאר מחמיר צו זיין. אזוי ווי דער בעל קנה בושם זצ"ל. ער (ר' גבריאל ציננער שליט"א) גייט די מערסטע מאל מיט דעם כוחא דהיתירא...אזוי ווי להבחל"ח ר' יחזקאל ראטה זצ"ל. פארשטייצעך נאך אדורכארבעטן די דיני הגמרא ופוסקים ראשונים ואחרונים...!

דוראק » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 3:18 pm

· #483382
berlbalaguleh
קהל'ס נער: איך ווייס נישט אויב ס'איז א הלכה אדער א מנהג. אבער אויב דער נטעי גבריאל זאגט עס ביניך מוכן עס אנצונעמען. ווען דו וואלסט געזעהן (און געהערט) מיט וואספארא התמדה ער האט אייביג געלערנט אין ישיבה וואלסטו איהם אפילו געגעבן קוויטלעך. לא כל שכן ווען זיינע ספרים און ליקוטי הלכות זענען געשריבן געווארן בטוב טעם ודעת ונעים הליכות...!

איך האב שוין געשריבן אין אנאנדער'ן אשכול איבער זיין שטארקע התמדה אין ביהמ"ד פון ישיבת קהילת יעקב פאפא אין קווינס.

די דארמיטארי איז געווען אויף א נידעריגערן שטאק פון ביהמ"ד. איך פלעג אייביג איינשלאפן הערנדיג זיין קול תורה (זיס אונטערברימען). אויך ווען איך בין אויפגעשטאנען פארטאגס האביך שוין געהערט זיין קול פון תורה...!

אין חולקין אויף דערויף וואָס ר' גבריאל איז אַ גרויסער תלמיד חכם, אָבער איך האָב שוין געזען עטליכע מאָל וואָס ער ציטירט זאַכן ניט גענוי ווי זיי שטייען, וכבוד אלקים הסתר דבר.

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 17, 2021 1:34 am

· #483401
דוראק: דיין ווארט איז ביי מיר באגלייבט 100% אן נאכקוקן. אבער אויב אין געוויסע פעלער טוישט ער איינס אדער עטליכע ווערטער, און ס'פארענדערט ניט דעם קאנטעקסט און די הלכה קענען מיר דאס אננעמען. ווייל מסתמא איז דאס געטון געווארן כדי לסבר את האוזן. צו געבן א בעסערן און מער קלארן הסבר..!

שמעון וואלף » זונטאג אקטאבער 24, 2021 1:34 am

· #483764
דריידל
אין די גמרא, ווייסט יעדער אז "הוא" שרייבט מען אויף א זכר און "היא" אויף א נקבה. בין איך לעצטענס אויפמערקזאם געווארן אז אין די תורה שטייט "הוא" סיי אויף א זכר און סיי אויף א נקבה, די חילוק איז נאר אז בלשון זכר איז די ו"ו א מילופים און בלשון נקבה איז דא א חירוק אינטער די ה"א.
ס'זענען דא עטליכע אויסנאמען ווי ס'שטייט יא "היא". א סירטש האט געטראפן אכט מאל די ווארט "היא" און צען מאל "והיא".

די שבת האב איך באגעגענט די פאלגענדע אין אבות דר' נתן פרק לד

אחת עשרה היא והיא כתיב ביו"ד בתורה הראשון הוא מלך בלע היא צוער. הלא הוא אמר לי אחותי הוא והיא גם הוא אמרה אחי הוא. היא מוצאת והיא שלחה אל חמיה לאמר. וכי ימות מן הבהמה אשר היא לכם לאכלה. והיא הפכה שער לבן. ואם יראנה הכהן וגו' והיא כהה. והיא תראה את ערותו. את אביה היא מחללת. בקנאות: ונסתרה והיא נטמאה והיא לא נתפשה. או עבר עליו רוח קנאה וקנא את אשתו והיא לא נטמאה:

די צווייטע פסוק שטייט אין פרשת וירא און ס'איז מסתמה א גאנצע אפקומעניש פאר די ליטווישע בעל קורא זיך איינציחזר'ן ווי ס'איז א מלופים אדער א חיריק

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 24, 2021 1:44 am

· #483765
שמעון וואלף: דארף מען אריינשרייען והוא... ניין. והיא...! אפשר פון ווייבער שול. אזוי ווי די מעשה מיט שכבה עמו...ניין שכבה עמי...! לאל. ווער ס'פארשטייט פארשטייט.

איך האב געקענט אזא רביצין וואס איז געזיצן נעבן די מחיצה און א יעדע זאך וואס ס'האטציך אפגעטון ביי די מענער אין ביהמ"ד האטצי זיך אריינגעמישט און אריינגעשריגן. זי האט אפילו אריינגעשריגן פאר וועם מ'זאל געבן עליות. טאמער איז איהר נישט געפעלן פאר וועם מ'האט געגעבן אן עליה האטצי זיך אנגערופן הויעך מיט א מחאה... ביז מ'האט זי שטיל געמאכט איינמאל פאר אלעמאל... ואכמ"ל...!

קאצקע ציקער » דינסטאג יאנואר 18, 2022 9:58 pm

· #492021
אז די זינגער בעני פריעדמאן איז א זוהן פון rabbi Manis Friedman!

צקון לחש » דינסטאג יאנואר 18, 2022 10:41 pm

· #492023
קאצקע ציקער
אז די זינגער בעני פריעדמאן איז א זוהן פון rabbi Manis Friedman!

און יעצט ווייסטו כאטש אז ר' מאניס איז א ברודער פון אברהם פריעד(מאן)? 🙂

קאצקע ציקער » דינסטאג יאנואר 18, 2022 10:48 pm

· #492025
צקון לחש
קאצקע ציקער
אז די זינגער בעני פריעדמאן איז א זוהן פון rabbi Manis Friedman!

און יעצט ווייסטו כאטש אז ר' מאניס איז א ברודער פון אברהם פריעד(מאן)? 🙂

יא זיכער

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 19, 2022 11:56 pm

· #492147
berlbalaguleh
שמעון וואלף: דארף מען אריינשרייען והוא... ניין. והיא...! אפשר פון ווייבער שול. אזוי ווי די מעשה מיט שכבה עמו... ניין שכבה עמי...! לאל. ווער ס'פארשטייט פארשטייט.

איך האב געקענט אזא רביצין וואס איז געזיצן נעבן די מחיצה און א יעדע זאך וואס ס'האטציך אפגעטון ביי די מענער אין ביהמ"ד האטצי זיך אריינגעמישט און אריינגעשריגן. זי האט אפילו אריינגעשריגן פאר וועם מ'זאל געבן עליות. טאמער איז איהר נישט געפעלן פאר וועם מ'האט געגעבן אן עליה האטצי זיך אנגערופן הויעך מיט א מחאה... ביז מ'האט זי שטיל געמאכט איינמאל פאר אלעמאל... ואכמ"ל...!

העי רעד... פלוצלינג ווערסטו מיר א ואכמ"ל איד....
איך מוז דאס וויסן עמערזשענסי, טאקע אין דעם אשכול! ווי אזוי מאכט מען שטיל א פרוי איינמאל פאר אלעמאל?...

אה, נאך א זאך וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט, אז ס'איז פאראן א ווארט "האטצי"....

שמן למאור » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 12:10 am

· #492149

די מעשה גייט אז ביי די פסוק פון די נסיון פון יוסף ווי עס שטייט שכבה עמי, האט מען אפגעמאכט אז די בעל קורה זאל במכוון זאגן נישט ריכטיג, און זאגן 'שכבה עמו'
און ווען מען איז אנגעקומען צו די 'טעות' האט די פרוי פון אויבן געוואלט פאררעכטן, האט זי אראפגעשריגן 'שכבה עמי' 'שכבה עמי'

קהל'ס נער » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 12:32 am

· #492155
שמעקעדיג
נאך א זאך וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט, אז ס'איז פאראן א ווארט "האטצי"....

שמעקי: דעיס איז סלענג פאר די סאשעל מידיע דור, ס'מיר נאר איטערסאנט אז זיידי בערי, קען סלענג 😂

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 7:04 am

· #492209
עצי שטים
די מעשה גייט אז ביי די פסוק פון די נסיון פון יוסף ווי עס שטייט שכבה עמי, האט מען אפגעמאכט אז די בעל קורה זאל במכוון זאגן נישט ריכטיג, און זאגן 'שכבה עמו'.
און ווען מען איז אנגעקומען צו די 'טעות' האט די פרוי פון אויבן געוואלט פאררעכטן, האט זי אראפגעשריגן 'שכבה עמי' 'שכבה עמי'

דו רעדסט פון די ערשטע חלק פון זיידי בערי'ס (קרעדיט: קהל'ס חכם) תגובה, דאס איז דאך ידוע... איך פרעג אויפן צווייטן חלק, אויף די פרוי וואס זיידי בערי האט געקענט און זי האט קאנטראלירט וועמען צו געבן עליות און אלעס איז געווען באשערט "פון אויבן", און מען האט איר שטיקל געמאכט אויף אייביג.

שמן למאור » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 12:18 pm

· #492244

אה, איך האב פארשטאנען אז מען האט עס אויך געמאכט פאר איר,

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 2:01 pm

· #492250
שמעקעדיג
berlbalaguleh
שמעון וואלף: דארף מען אריינשרייען והוא... ניין. והיא...! אפשר פון ווייבער שול. אזוי ווי די מעשה מיט שכבה עמו... ניין שכבה עמי...! לאל. ווער ס'פארשטייט פארשטייט.

איך האב געקענט אזא רביצין וואס איז געזיצן נעבן די מחיצה און א יעדע זאך וואס ס'האטציך אפגעטון ביי די מענער אין ביהמ"ד האטצי זיך אריינגעמישט און אריינגעשריגן. זי האט אפילו אריינגעשריגן פאר וועם מ'זאל געבן עליות. טאמער איז איהר נישט געפעלן פאר וועם מ'האט געגעבן אן עליה האטצי זיך אנגערופן הויעך מיט א מחאה... ביז מ'האט זי שטיל געמאכט איינמאל פאר אלעמאל... ואכמ"ל...!

העי רעד... פלוצלינג ווערסטו מיר א ואכמ"ל איד....
איך מוז דאס וויסן עמערזשענסי, טאקע אין דעם אשכול! ווי אזוי מאכט מען שטיל א פרוי איינמאל פאר אלעמאל?...

אה, נאך א זאך וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט, אז ס'איז פאראן א ווארט "האטצי"....

שמעקעדיג: אפשר אין אישי. איך ווילל נישט (ח"ו) טון דעיס וואס חיים וואלדער האט געטון. ניין.כ'מיין נישט די מעשים טובים. איך מיין אנקומען אין גן עדן פאר די צייט...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 3:39 pm

· #492259
קאווע טרינקער
אבער ס'איז נישט מסתבר אז ר' משה, וואס איז געווען אן ערליכער איד זאל געבן זיין הסכמה אהערצושטעלן אזוי א פראסטן און נאריש'ן צייטונג, אפגעזעהן פון דער השקפה. זייער הויפט מאטיוו איז געווען אמעריקאנער עולם הזה מיט'ן גאנצן קנאק, חוץ די ביסל דברי תורה וואס זיי האבן דארט געברענגט. זיי האבן זיך נישט אפגעהאלטן פון פובליצירן שמוציגע רעקלאמעס פון עירליינס און פלארידע, וכדו'.' און זייערע עדיטאריעלס און ארטיקלען זענען אויך געווען זייער נאריש, און האבן נישט געהאט קיין שום זשורנאליסטישן ווערד.

אבער ס'איז נישט מסתבר אז סאטמער'ע רב, וואס איז געווען אן ערליכער איד זאל געבן זיין הסכמה אהערצושטעלן אזוי א פראסטן און נאריש'ן צייטונג ווי דער איד, אפגעזעהן פון דער השקפה. זייער הויפט מאטיוו איז געווען אמעריקאנער עולם הזה מיט'ן גאנצן קנאק, חוץ די ביסל דברי תורה וקנאות וואס זיי האבן דארט געברענגט. זיי האבן זיך נישט אפגעהאלטן פון פובליצירן שמוציגע רעקלאמעס פון עירליינס און פלארידע, און שבתנותים אין האטעלס וכדו'.' און זייערע עדיטאריעלס און ארטיקלען זענען אויך געווען זייער נאריש, און האבן נישט געהאט קיין שום זשורנאליסטישן ווערד.

קאווע טרינקער: א שאד דו עקזיסטירסט שוין נישט אויף קאווע שטיבל. אפשר אין א צווייטן (אדער דריטן) גילגול. נאר דו האסט פארגעסן איין וויכטיגע זאך אויסצורעכענען אין דער איד. דארט קענסטו טרעפן מער ציונות ווי אין סיי וועלכע אנדערע אויסגאבע. אויסער די דזשואיש פרעסס, פארשטייצעך. זיי פארשרייען א יעדן איינעם אלס א ציוני. און ביי זיי אליינס איז דא א סאך מער ציונות ווי אין המודיע. נאר זיי מעגן. זיי זענען די בעלי המימרא. דער צייטונג איז דאך א ציוניסט. (אזוי האבן זיי געשריבן אין די פאשקעווילן, ווען דער צייטונג האטציך אויפגעמאכט.) דער בלאט איז דאך סתם א געאסר'טע צייטונג. משפחה איז דאך דער אבי אבות הציונות. (פרעג נאר ביי מנשקה'לע פיליפ.)

תוהו ובוהו » מאנטאג יאנואר 31, 2022 8:12 pm

· #493704
אז די באקאנטע פראזע "על טעם וריח אין להתווכח" קומט פונעם פרייען משורר אברהם שלאנסקי

בענבען » מאנטאג יאנואר 31, 2022 8:29 pm

· #493712
אז ס'איז נישט דא קיין עכטע מקור צו די באקאנטע סלאגען וואס מחנכים נוצען "אין לך דבר העומד לפני הרצון"

בן נון » מאנטאג יאנואר 31, 2022 8:48 pm

· #493715
בענבען
אז ס'איז נישט דא קיין עכטע מקור צו די באקאנטע סלאגען וואס מחנכים נוצען "אין לך דבר העומד לפני הרצון"

אסאך חסידישע רבי’ס האבן שוין תורה געזאגט אויף דעם אין לך דבר אז עס איז מיט רעכט פארהייליגט און פאררעכנט ווי א ווארט פון קדמונים

בן נון » מאנטאג יאנואר 31, 2022 8:50 pm

· #493717
אז די ווערטער פונעם באקאנטן ליד כד יתבון ישראל איז נישט א חז”ל נאר ווערטער פונעם חזן איש

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 31, 2022 8:53 pm

· #493718
בן נון
בענבען
אז ס'איז נישט דא קיין עכטע מקור צו די באקאנטע סלאגען וואס מחנכים נוצען "אין לך דבר העומד לפני הרצון"

אסאך חסידישע רבי’ס האבן שוין תורה געזאגט אויף דעם אין לך דבר אז עס איז מיט רעכט פארהייליגט און פאררעכנט ווי א ווארט פון קדמונים

בן נון: איך מיין אז דער מאמר שטאמט פון פיאסעצנער רבי זצ"ל הי"ד. ער האט אסאך געארבעט מיט תלמידים. ער האט אויך מחבר געווען דעם ספר חובת התלמידים. אזוי האב איך געהערט אז דער מאמר שטאמט פון איהם...!

צקון לחש » מאנטאג יאנואר 31, 2022 9:12 pm

· #493727
בן נון
אז די ווערטער פונעם באקאנטן ליד כד יתבון ישראל איז נישט א חז”ל נאר ווערטער פונעם חזן איש

מיינסט אפשר דער גר"א?

קהל'ס נער » מאנטאג יאנואר 31, 2022 11:07 pm

· #493742
אין הקב"ה מונה דפים אלא שעות און מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד, האבן אויך נישט קיין מקור.

בן נון » מאנטאג יאנואר 31, 2022 11:51 pm

· #493754
צקון לחש
בן נון
אז די ווערטער פונעם באקאנטן ליד כד יתבון ישראל איז נישט א חז”ל נאר ווערטער פונעם חזן איש

מיינסט אפשר דער גר"א?

איך האב געהערט אז די ווערטער ווי מען זינגט עס היינט קומט פונעם חזן אי”ש איך זעה אז וויקי ווייסט נישט דערפון אבער דער גר”א האט אויך נישט געזאגט דעם לשון כמבואר בוויקיפידיע

בן נון » מאנטאג יאנואר 31, 2022 11:53 pm

· #493755
קהל'ס נער
אין הקב"ה מונה דפים אלא שעות און מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד, האבן אויך נישט קיין מקור.

מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד שטייט און ליקוטי מהר”ן ח”ב תורה כ”ד אזוי ליגט מיר אין קאפ קען זיין אז עס איז און א אנדערע תורה
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21