☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

1007 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1743
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21

צקון לחש » דינסטאג פעברואר 1, 2022 12:24 am

· #493758
בן נון
צקון לחש
בן נון
אז די ווערטער פונעם באקאנטן ליד כד יתבון ישראל איז נישט א חז”ל נאר ווערטער פונעם חזן איש

מיינסט אפשר דער גר"א?

איך האב געהערט אז די ווערטער ווי מען זינגט עס היינט קומט פונעם חזן אי”ש איך זעה אז וויקי ווייסט נישט דערפון אבער דער גר”א האט אויך נישט געזאגט דעם לשון כמבואר בוויקיפידיע

אינטערסאנט. איך דערמאן זיך טאקע יעצט וואס כ'האב געהערט אז ביי די תלמידי החזו"א איז א גאנצע מצב דאס זינגען די ווערטער אום מוצאי שמחת תורה.

ונבנתה העיר » פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 2:45 pm

· #541588
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
אז קריסטאפער היטשענס "עליו השלום", איז געווען א איד.

שמן למאור » פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 3:38 pm

· #541590
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
ונבנתה העיר #
אז קריסטאפער היטשענס "עליו השלום", איז געווען א איד.

שיינע שיעור, וואס איז זיין שייכות צו ר' YY?

קהל'ס נער » פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 3:40 pm

· #541591
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
ונבנתה העיר #
אז קריסטאפער היטשענס "עליו השלום", איז געווען א איד.

ער האט עס אויך נישט געוויסט ביז סוף ימיו

ונבנתה העיר » פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 4:11 pm

· #541596
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
שמן למאור #
ונבנתה העיר #
אז קריסטאפער היטשענס "עליו השלום", איז געווען א איד.

שיינע שיעור, וואס איז זיין שייכות צו ר' YY?

עס איז YY'ס ברודער, סיימאן.

כ'ווייס נישט צי זיי האבן געהאט א שייכות.

ונבנתה העיר » מוצ"ש דעצעמבער 16, 2023 9:24 pm

· #541600
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
אגב, סיימאן דזשעיקאבסאן איז דער רבי פונעם נייעם ארגענטינער פרעזידענט שיחי' (פארוואס ער האט נישט געקענט גיין גלייך צו די ארגענטינער מוסדות, ווייסיך נישט.)

---------

דארף מען אויך צולייגען היטשענס, צו הרב זאקס' רשימה פון אידישע כופרים.

און אז מ'רעדט שוין פון זאקס, איינער זאגט מיר אז ער האט עפעס איבערגעזאגט פאר איינעם פון דזשעיקאבסאן בשם הרב זאקס.

רופט זיך יענער אן: נא! דער זאקס איז דאך געווען א ציוני!

ענטפערט דער ערשטער: נו, מילא? הרב קוק איז דאך אויך געווען א ציוני.

ודו"ק היטב, כי ווארט נפלא הוא למאוד.

כ'האב געוואלט צוצייכענען דעם אשכול 'ווער איז דער מכריע צווישן סאטמאר'ער רב און רב קוק', איז עס עפעס נעלם געווארן. @אנאנים?

היימלינד » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 12:49 pm

· #541626
Re:
קהל'ס נער #
אין הקב"ה מונה דפים אלא שעות און מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד, האבן אויך נישט קיין מקור.
בתחילת ספר בית אהרן בסדר היום של אביו רבי אשר מסטאלין, ובלשון דומה בספר פלא יועץ שהוא כבר קדום להבית אהרן
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21