☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

1007 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1743
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21

יואב » מוצ"ש פעברואר 28, 2015 7:41 pm

· #256282
אז פלאשעבעל ווייפס זענען שוין גארנישט אזוי פלאשעבעל. ביי דיר אין טוילעט וועלן זיי זיך אונטערגעבן, אבער אראפציר אין די רערן, און מער אזוי איבער דער גרעסערער סוער-סיסטעם זענען זיי עלול אנצומאכן גרויסע שאדן. טייל פון די פירמעס וואס האבן זיי ערצייגט האבן איצט שווערע לאו-סוטס.

יואב » מוצ"ש פעברואר 28, 2015 7:56 pm

· #256288
[ציטאט אראפגענומען]

נישט די וואך. איך בין געווען פארנומען מיט דעם אץ קוצץ.

אבער אז ווילסטו וויסן דעם אמת וואו קומט יואב צו פרעש-ווייפס. דעם שבת האב איך געקלערט אז צו וואס זאל עמיצער וועלן קויפן נאן-פלאשעבעל פרעש-ווייפס ווען מ'קען קויפן פלאשעבעל.

 שפעטער האב איך מיך איבערצייגט אז פארוואס זאל איך דאס אריינשטעלן אין דעם "זאכן וואס איך וויל וויסן אשכול"  ווען איך קען דאס "שוין" אריינשטעלן צווישן די זאכן וועלכע כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט.

מאטי » מוצ"ש פעברואר 28, 2015 10:48 pm

· #256311
מאך א נייער אשכול "זאכן וואס איך וויל ווישן"

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 1, 2015 1:51 pm

· #256430
אז די באקאנטע ניגון אויף די ווערטער "הושיעה את עמך" איז מעשי פה הרב דר. אברהם י. טווערסקי! (מקור: משפחה מאגאזין, דעם וואך)

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 1, 2015 2:19 pm

· #256441
[ציטאט אראפגענומען]

שוין געווען אינדערויסען פון כולל צוויי יאר צוריק. סארי.

ונבנתה העיר » מאנטאג מערץ 2, 2015 10:53 pm

· #256841
אז מישעל אבאמא'ס ערשטע קאזין איז דער רב פון א שוהל וואס איז "somewhere between Conservative and Modern Orthodox".

רויטע וואנצעס » מאנטאג מערץ 2, 2015 11:25 pm

· #256855
קאווע טרינקער
אז די באקאנטע ניגון אויף די ווערטער "הושיעה את עמך" איז מעשי פה הרב דר. אברהם י. טווערסקי! (מקור: משפחה מאגאזין, דעם וואך)


געהערט פון אים אליין במשך די זייער אינטערעסאנטע אינטערוויו מיט vin news אפאר יאר צוריק.
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=8p0xyNn9Kik">https://www.youtube.com/watch?v=8p0xyNn9Kik</a>

chusid » דינסטאג מערץ 3, 2015 12:28 am

· #256875
אז 'כאסני מובאראק' דער עגיפטישער פרעזידענט האט געשעצט האדמו"ר מליובאוויטש זצ"ל

ונבנתה העיר » דינסטאג מערץ 10, 2015 10:06 pm

· #257843
אז ווען מען פלעגט איינשווערן סאלדאטן אין מצדה פלעגט די איינשווערונג זיך ענדיגן מיט 'שנית מצדה לא תיפול'.

און אז מען רעדט שוין - גאנץ גוט:

ונבנתה העיר » מיטוואך מערץ 11, 2015 3:10 pm

· #258023
אז די געגענטער וואס הייסן 'הייטס' זענען בערגיג.

שמעון וואלף » מיטוואך מערץ 11, 2015 8:45 pm

· #258103
וואשינגטאן הייטס איז טאקע זייער בערגיג. קראון הייטס, אביסול.

shem-tov » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 2:46 pm

· #258277
(אז א פארקוועי איז נאר פאר קארס. (גראדע שוין לאנג געוויסט

shem-tov » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 2:48 pm

· #258278
אז א גבאי אין ענגליש מיינט א ווינג מען. א שמש מיינט א באטלער א שלעפער מיינט א באסט בוי. א בעסערע גבאי איז א פערסאנעל סעקרעטערע.

הוגה » זונטאג מערץ 15, 2015 4:56 pm

· #258713
אז די מושג bug/debug ביי קאמפיוטערס איז ערפינדען געווארן דורך גרעיס האפפער ווען זי האט געארבייט אויף די ערשטע און צווייטע קאמפיוטער פון IBM און אן עכטע אינזעקט האט געמאכט פראבלעמען פאר די קאמפיוטער.

"In addition, her crew helped to popularize the terms bug and debugging. The 'Mark II' version of the Harvard computer was in a building without window screens. One night the machine conked out, and the crew began looking for the problem. They found a moth... From then on they referred to ferreting out glitches as debugging the machine." ~ The Innovators by Walter Isaacson.


.

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 15, 2015 10:52 pm

· #258799
ונבנתה העיר
אז ווען מען פלעגט איינשווערן סאלדאטן אין מצדה פלעגט די איינשווערונג זיך ענדיגן מיט 'שנית מצדה לא תיפול'.

און אז מען רעדט שוין - גאנץ גוט:


ונבנתה העיר: דאס איז דאך איין קטע פון די הערליכע טעאטער סעריע "היהודים באים". דאס איז א באנדע גוטע אקטיארן וועלכע האבן א שטארקן סענס אוו היומאר. און זיי מאכן ליצנות פון אלץ און אלעמען. טייל שטיקלעך גרעניצן זיך מיט אפיקורסות. אבער זיי האבן עטליכע קטעים וואס קענען איינעם מאכן זיך ווארפן פאר געלעכטער. איין זייער געלונגענע שטיקל איז וואו זיי לייגן אראפ "די פראטאקאלן פון די זקני ציון"...און אויך איינס וויאזוי די התייסדות פון פתח תקוה איז צוגעגאנגען...!

petergrifin » זונטאג מערץ 15, 2015 11:21 pm

· #258814
דער מענטש װאס האט געלעבט 256 יאר!!
פרעגטס עס אפ...

<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Li_Ching-Yuen">http://en.wikipedia.org/wiki/Li_Ching-Yuen</a>

ונבנתה העיר » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 2:56 pm

· #263843
איך האב אנגעהויבן ליינען ראובנ'ס געטליכע ארטיקל אין פה סח, רעדט ער דארט ארום די קריסטליכע מהלך אז גאט האט אלעס באשאפן ווי עס איז, עס זאל אויסזעהן 'כאילו' עס איז שוין כך וכך יאהרן אלט, מיט א גאנצע היסטאריע אונטער זיך, וכו' (און איז מעגליך מרומז אין חז"ל, בקומתן ובצביונם נבראו, אדם הראשון איז געווען כבן עשרים, וכו').

אבער אין די צייט וואס כ'האב עס אלץ פארשטאנען עברי-טייטש, כפשוטו, א דוחק תי' מחמת ההכרח, לייגט עס @אנאנים אראפ אין גאר א נייע ליכט.

ער איז מסביר בלשונו הזהב ווי בעצם נעמט לאנגע יאהרן פאר א 'נאטירליכע' וועלט זיך אויסצופארעמען, וואסער דארף אויסשניידן א וועג צווישן בערג אז עס זאל סוכ"ס זיך שאפן א טייך, וכו' וכו'.

גאט האט אבער באשאפן א 'נאטירליכע' וועלט, ממילא, ווען ער האט אוועקגעשטעלט אין זעקס טעג א פארטיגע סיסטעם, גאנצע טייכן וכו', האט ער עס 'געמוזט' מאכן באופן אז עס זאל אויסזעהן ווי זיי זענען אדורך די נאטורליכע פרוצעדורען געשאפן צו ווערן.

ודפח"ח.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 3:14 pm

· #263844
יא, ומכאן תשובה ל@יאיר.

ברסלבער » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 3:47 pm

· #263858
ונבנתה העיר
אבער אין די צייט וואס כ'האב עס אלץ פארשטאנען עברי-טייטש, כפשוטו, א דוחק תי' מחמת ההכרח, לייגט עס @אנאנים אראפ אין גאר א נייע ליכט.
ער איז מסביר בלשונו הזהב ווי בעצם נעמט לאנגע יאהרן פאר א 'נאטירליכע' וועלט זיך אויסצופארעמען, וואסער דארף אויסשניידן א וועג צווישן בערג אז עס זאל סוכ"ס זיך שאפן א טייך, וכו' וכו'.
גאט האט אבער באשאפן א 'נאטירליכע' וועלט, ממילא, ווען ער האט אוועקגעשטעלט אין זעקס טעג א פארטיגע סיסטעם, גאנצע טייכן וכו', האט ער עס 'געמוזט' מאכן באופן אז עס זאל אויסזעהן ווי זיי זענען אדורך די נאטורליכע פרוצעדורען געשאפן צו ווערן.
ודפח"ח.

דאס איז זייער גוט צו פארענטפערן די רינגען אין די ביימער און די וואסערן וכו'. אבער אויף ביינער וואס מען טרעפט איז עס זייער א שוואכע תירוץ.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג אפריל 9, 2015 1:06 am

· #265036
אז סטיווען האוקינג איז אדורך א זערא-גראוויטי פלייט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 9, 2015 1:20 am

· #265040
ונבנתה העיר
אז די געגענטער וואס הייסן 'הייטס' זענען בערגיג.

ונבנתה העיר: אוואו זענען די בערג פון קרוין הייטס...?

ונבנתה העיר » מיטוואך אפריל 29, 2015 4:56 pm

· #270984
אז גרינלאנד איז א טייל פון צפון אמעריקא.

נופת צופים » מיטוואך אפריל 29, 2015 5:16 pm

· #270992
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
דאס איז נאר געאגראפיש, נישט פאליטיש. און אויב אזוי איז האוואי למשל, נישט אויף קיין שום קאנטינענט.

ונבנתה העיר » מיטוואך אפריל 29, 2015 9:16 pm

· #271084
כ'רעד טעכניש, די צפון אמעריקאנער קאנטינענט אנטהאלט 23 לענדער.

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 29, 2015 9:26 pm

· #271086
ונבנתה העיר
אז די געגענטער וואס הייסן 'הייטס' זענען בערגיג.

און איך האב אייביג געמיינט אז דאס האט צו טון מיט הייצונג... 😂

שמערל » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 7:56 am

· #271177
זאכן וואס איך האב נישט געכאפט ביז היינט
די איידיע אז וואסער -(און אזוי יעדע מין חומר) קען זיך געפונען אין דריי מצבים, אייז, ליקוואוד, און וועיפאר, איז א חידוש וואס רוב מענטשן אין רוב מקומות אין היסטאריע, האבן דאס נישט געזאלט וויסן.
פשוט ווייל שניי און אייז געפינט זיך נישט אין רוב פלעצער ווי מענטשן האבן היסטאריש געוואוינט.
דאס מאכט אביסל נענטער צום שכל, פארוואס די לעכערליכע טעאריע פון פיר חומרים - אש רוח מים און עפר, האט דאמינירט סייענס מערסטענסטייל פון איר היסטאריע.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 8:30 am

· #271182
אפילו אויב איך זאל אננעמען אז די המון עם האבן טאקע נישט געוואוסט, האבן די וויסנשאפטליכער זיכער געוואוסט דערפון.
אויך האסטו אויסגעלאזט די פערטע מצב, פלאזמע.

שמערל » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 8:49 am

· #271184
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
אויך האב איך אויסגעלאזט די פיפטע סטעיט, סופר פלויעד...
לעצם העניין, קען זיין איך רעד שטותים, אבער מיין נקודה איז, הגם מען האט געהערט פון שניי "הנותן שלג כצמר כו'", האט מען זיך נישט אנגעקערט מיט below freezing temperatures אויף א טאג טעגליכע ערשיינונג ד. ה. די פשוטע מציאות אז לאזן א באטל מילך אינדרויסען אין א קאלטע נאכט, קען עס איבערדרייען אויף אייז, וואלט זיך ענדערש געהערט ווי כישוף, אנשטאט די אבוויוס ריזן אז אייז איז פשוט א different state of matter. איבערלאזנדיג כל מיני טעאריעס פארוואס פון הימל קען יא פאלן אזא פאני זאך ווי אייז.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 10:06 am

· #271192
איך ווייס נישט פון וואו די אש מים רוח עפר טעאריע נעמט זיך, אבער די גריכן רוימער טערקן פערסן באבילאניער סיריער און ארץ ישראל איינוואוינער האבן אלע געזען שניי פערזענליך אדער געהערט דערפון זייענדיג די הערשער פון ריזיגע אימפעריעס וואס זעען שניי און וועטערס אונטער די פרירונגס פונקט רעגלמעסיג .
נאר אויב עס שטאמט פון די עגיפטער איז בכלל מעגליך צו שפעקולירן.

שמערל » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 10:08 am

· #271193
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
עס נעמט זיך פון די גריכן, אבער נאך פאר זי איז געווען א אימפעריע

ישראל קאפקע » מאנטאג מאי 11, 2015 7:43 pm

· #274162
אז די געאגראפישע טערמין "סיערע נעוואדא" (שנייאיגע געביט) איז אריגינעל א געבירג אין שפאניע.
<a class="postlink" href="http://en.m.wikipedia.org/wiki/Sierra_Nevada_%28Spain%29">http://en.m.wikipedia.org/wiki/Sierra_N ... 28Spain%29</a>
נישט די שנייאיגע בערג קייט אויף די גרעניץ פון נעוואדא און קאליפארניע אין די פאראייניגטע שטאטן.

ונבנתה העיר » מיטוואך מאי 20, 2015 8:48 pm

· #277491
אז רומישע אידן האבן מקפיד געווען נישט אדורכצוגיין אונטער שער טיטוס, אן אויסנאם איז געווען ה' אייר תש"ח, ווען זיי האבן דורכמארשירט דעם טויער, אבער אין די פארקערטע דירעקציע ווי טיטוס' נצחון מארש - פונעם פורום לכיון ירושלים.

chusid » פרייטאג מאי 22, 2015 3:24 pm

· #278016
אז עס איז דא א איד וואס זאגט אז ער איז א זון פונעם לעצטען ליבאביטשער רבי

בן נריהו » דינסטאג מאי 26, 2015 11:09 am

· #278139
chusid
אז עס איז דא א איד וואס זאגט אז ער איז א זון פונעם לעצטען ליבאביטשער רבי

דער געשטאלט - פון דער מאן - ענדלט אין א שניאורזאהן געשטאלט. מער ספעציפיש, עס ענדלט אין לוי יצחק - דער פאטער פון.

איך אויך » דינסטאג מאי 26, 2015 11:44 am

· #278147
הממ גאנץ זיסע סטאףף.

ונבנתה העיר » פרייטאג יוני 26, 2015 7:30 pm

· #285469
אז אלע פאסיפיק סעמאן, און רוב פונעם אטלאנטיק, שטארבן נאכ'ן לייגן אייער.

ונבנתה העיר » זונטאג יולי 19, 2015 6:42 pm

· #290069
אז געוויסע פלענטס האבן דעם צונאמען 'דער וואנדערער איד'.

שטילע אינגערמאן » זונטאג אוגוסט 9, 2015 11:33 pm

· #294720
זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
אז טאמער ווילסטו שנעלער chargen דיין סעל, לייג עס אויף Airplane mode,
ממש ווינדער, פילט זיך אן אין האלב די צייט

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג אוגוסט 9, 2015 11:59 pm

· #294724
וואס איז טאקע פשט דערפון?

שמעון וואלף » מאנטאג אוגוסט 10, 2015 7:52 am

· #294741
אז די פארמאכסט די פאון אינגאנצן וועט זיך עס אויך טשארזשען שנעלער.

ישראל קאפקע » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 11:05 pm

· #296388
יעדער ווייסט אז קלינטאן איז געווען די לעצטע פרעזידענט וואס האט געהאט א באלאנצירטע בודזשעט. (און דא קומען אריין די רעפובליקאנער טענה'ן אז זיי האבן קאנטראלירט די האוז און די סענאט).

אבער וואס איך האב נישט געוויסט איז אז די לעצטע פרעזידענט פאר קלינטאן וואס האט פראבירט צו באלאנסירן דעם בודזשעט איז געווען, נישט א רעפובליקאנער 'פיסקל קאנסערוואטיוו' ווי בוש דער ערשטער אדער רעיגן נאר, א דעמאקראט קארטער אין 1980.
נאך מער די לעצטע מאל וואס א רעפובליקאנער פרעזידענט האט באלאנצירט די בודזשעט איז געווען פרעזידענט אייזנהאוער אין 1969!

petergrifin » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 11:26 pm

· #296396
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
ווער האט קאנטראלירט קאנגרעס ביי די ריפובליקאנער פרעזידענטס?

שלום על ישראל » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:15 am

· #301049
petergrifin
ווער האט קאנטראלירט קאנגרעס ביי די ריפובליקאנער פרעזידענטס?


Combined--Control_of_the_U.S._House_of_Representatives_-_Control_of_the_U.S._Senate.png

אוהב שלום » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:36 am

· #301052
טאמבל סאס
דער בית ישראל האט אנגערופן דער ספר טהרת הקודש, א מאגאזין אהן בילדער.


איך האב שוין געהערט דעם דזשאוק אין ישיבה.

נאר א זאך וואס איך האב נישט געוויסט איז אז דער בית ישראל איז געווען אזא חזיר, און איך נעם עס נישט אן.

ונבנתה העיר » דינסטאג אקטאבער 20, 2015 12:34 pm

· #305246
אז די בריטישע קעניגן איז אויך (צווישן אנדערע) די אפיציעלע קעניגן פון קאנאדא.

לאשיצער » דינסטאג אקטאבער 20, 2015 1:50 pm

· #305253
ונבנתה העיר
אז די בריטישע קעניגן איז אויך (צווישן אנדערע) די אפיציעלע קעניגן פון קאנאדא.

איר פנים פיגורירט דאך אויף דעם קאנאדער דאלאר

ונבנתה העיר » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 8:15 pm

· #305640
כ'האב זיך אלץ געוואונדערט וויאזוי עס האט אויסגעזעהן די סעקס לייף אין די לאגערן ביים צווייטן וועלט קריג.

יעצט לייען איך דא דעם בוך פון וויקטאר פראנקעל, א אידישער פסיכאלאג וועלכער האט איבערגעלעבט אוישוויץ, Man's Search for Meaning, שרייבט ער דארט:

Undernourishment, besides being the cause of the general preoccupation with food, probably also explains the fact that the sexual urge was generally absent. Apart from the initial effects of shock, this appears to be the only explanation of a phenomenon which a psychologist was bound to observe in those all-male camps: that, as opposed to all other strictly male establishments - such as army barracks - there was little sexual perversion.

רימון » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 9:09 pm

· #305646
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
איך האב אמאל געליינט פון אן אלטן איד, אז אין די געטאס איז יא געווען גרויסע ניסיונות.

Sent from my SAMSUNG-SM-G530AZ using Tapatalk

mevakesh » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 10:13 pm

· #305653
אין געטא יא אבער נישט אין די לאגערן

הקטן » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 10:35 pm

· #305658
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21