☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

1007 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1743
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21

שמעון וואלף » דאנערשטאג יוני 23, 2016 9:28 am

· #338775
אז רב טורטשין פון ירושלים איז די שר התורה

ווען האט מען אים אריינגעוועילט?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 23, 2016 10:35 am

· #338784
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
ס'איז א צייטווייליגע טיטעל וואס מ'פארקויפט אין א ווענדינג מאשין אין jfk. ווען ער פארט צוריק לייגט ער עס צוריק אריין, ביז א צווייטע קומט באזוכען און מוז עס קריטיש האבען פאר'ן ביזנעס.

'נעה, ס'איז נישט איהם, ס'איז די קינדער', מ'פארקויפט די תירוצים דארט אויך, הארט לעבען דער פאסט"א סטעישע"ן.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

אברך משי » דאנערשטאג יוני 23, 2016 2:26 pm

· #338816
שמעון וואלף
אז רב טורטשין פון ירושלים איז די שר התורה

ווען האט מען אים אריינגעוועילט?


בין געווען אין וומסב"ג פריער און געזען די סיינס
עס קוקט אויס ווי א געהעריג 'מארקעטינג' מערכה
וואס איז געמאכט געווארן בכוונה תחילה צו ברענדן א נייע שר התורה און גדול הדור
פאר טשטוש המוחות צוועקן. נראה ברור.

כוכב » פרייטאג יולי 1, 2016 12:05 am

· #339788
אז זשאסטין ביבער ליינט קריאת שמע פאר יעדע שוי.
זעט דא

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 1, 2016 7:33 pm

· #339864
קל וחומר
אז די באקאנטע טערם abracadabra מיט וואס magicians באניצן זיך (עפ"ר ביי stage performance), מקורו בארמית, אברא = איך וועל באשאפן, כדברא = בשעת איך רעד.

קל וחומר: נאך א פירוש האביך געזעהן. אז די ..."היילערס"...פון פארצייטנס, וועלכע זענען געווען אין מערסטנטייל געריבענע אידעלעך האבן געזאגט א שטיקל לשון הגמרא אויף אראמעאיש...עברא כד עברא אז די מחלה וועט אריבערגיין ווען ס'איז באשטימט אריבערצוגיין...!

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 1, 2016 7:35 pm

· #339865
שמעון וואלף
אז רב טורטשין פון ירושלים איז די שר התורה

ווען האט מען אים אריינגעוועילט?

ס'הייסט, מ'האט איהם געוועלט...? דעם שר התורה וועלט מען נישט. מ'קרוינט איהם מן השמים אלס שר התורה...!

וואלווי » זונטאג יולי 3, 2016 2:06 am

· #339919
אז אין וויליאמסבורג קען מען טרעפען שווארצע יוקאנס וואס האבן נישט ווי. עי. עס. פלעיטס.

מרדכי ישראל » זונטאג יולי 3, 2016 11:25 am

· #339955
berlbalaguleh
שמעון וואלף
אז רב טורטשין פון ירושלים איז די שר התורה

ווען האט מען אים אריינגעוועילט?

ס'הייסט, מ'האט איהם געוועלט...? דעם שר התורה וועלט מען נישט. מ'קרוינט איהם מן השמים אלס שר התורה...!

ווער איז סגן שר?

נהורא נפישא » מאנטאג יולי 4, 2016 7:47 pm

· #340230
וויאזוי ארבעט די פאזיציע פון שר התורה ?
ווי איך פארשטיי איז נאר דא איין שר התורה, ווען נישט וואלט דער תואר געדארפט זיין שר תורה, אדער משרי התורה.
איז פארוואס האבן די זאלונים אוועקגעשאנקן אזא טיטול פאר א פרעמדן, צו לעבן זיי אויף חיי שעה ?

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 4, 2016 9:52 pm

· #340256
ס'ווענדט זיך: ביי דער בלאט און איד, איז הרב שמואל הלוי וואזנער ז"ל דער שר התורה. ביי יתד נאמן איז הרב חיים קנייבסקי שליט"א. און ביי הפלס איז הרב אויערבאך...!

געוואלדיג » דינסטאג יולי 5, 2016 3:09 pm

· #340384
א. אז אויך פליענדיג מיט א עראפלאן רעכנט מען די זמנים לויט אונטן און נישט לויט די בערך 37 טויזנט פוס הויעך, ד.מ. אז ווען עס איז שוין לעכטיג אויבן מוז נאך נישט מיינען אז מען מעג שוין אנטוהן טו"ת אויב אונטן איז נאך טונקל.

ב. אז די סייט myzmanim שטעלט צו א סערוויס בחינם וואס רעכנט אויס פאר דיר די זמנים אין יעדע פלאץ וואו דו פליעסט פארביי.

קאווע טרינקער » דינסטאג יולי 5, 2016 3:22 pm

· #340389
געוואלדיג

ב. אז די סייט myzmanim שטעלט צו א סערוויס בחינם וואס רעכנט אויס פאר דיר די זמנים אין יעדע פלאץ וואו דו פליעסט פארביי.

פארוואס טאקע? אלץ תורה לא בשמים?

א איד » דינסטאג יולי 5, 2016 3:56 pm

· #340394
קאווע טרינקער
געוואלדיג

ב. אז די סייט myzmanim שטעלט צו א סערוויס בחינם וואס רעכנט אויס פאר דיר די זמנים אין יעדע פלאץ וואו דו פליעסט פארביי.

פארוואס טאקע? אלץ תורה לא בשמים?


מיינסט עס צו פרעגן אויף דעם
געוואלדיג
א. אז אויך פליענדיג מיט א עראפלאן רעכנט מען די זמנים לויט אונטן און נישט לויט די בערך 37 טויזנט פוס הויעך, ד.מ. אז ווען עס איז שוין לעכטיג אויבן מוז נאך נישט מיינען אז מען מעג שוין אנטוהן טו"ת אויב אונטן איז נאך טונקל.


בפשטות איז די סיבה, ווייל דער זמן משיכיר מיינט ווען דו זעהסט אויף די ערד דיין חבר, און די זון שיין קומט אן שפעטער אויף די ערד ווי ווען עס איז 37000 פוס הויעך, דאס איז אביסל מער ווי 9 מייל הויעך ארויף.

קול דודי » דינסטאג יולי 5, 2016 5:57 pm

· #340424
קאווע טרינקער
[פארוואס טאקע? אלץ תורה לא בשמים?

בענין טבריא וציפורי להכנסת והוצאת שבת
<a class="postlink" href="http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=916&st=&pgnum=157">http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=157</a>

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 5, 2016 6:23 pm

· #340426
א איד
37000 פוס הויעך, דאס איז אביסל מער ווי 9 מייל הויעך ארויף.

7 מייל, נישט 9.

א איד » דינסטאג יולי 5, 2016 6:37 pm

· #340432
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
פארוואס? א מייל איז 4000 פוס

קל וחומר » דינסטאג יולי 5, 2016 6:55 pm

· #340438
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
5280

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 6, 2016 11:24 am

· #340568
... אז אין שפאניע, אויב באקומט מען א טורמע אורטייל אונטער 2 יאר, גייט מען נישט אין תפיסה, עס ווערט אויטאמאטיש געטוישט פאר פראבעישאן...

<a class="postlink" href="https://www.washingtonpost.com/news/early-lead/wp/2016/07/06/lionel-messi-wont-do-any-jail-time-after-being-sentenced-for-tax-fraud/">https://www.washingtonpost.com/news/ear ... tax-fraud/</a>

קאמענטירער » מיטוואך יולי 6, 2016 1:44 pm

· #340588
אז אין יאפאן איז אן אומרעספעקטפולע אקט צו טיפען די סערעווער

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יולי 7, 2016 4:27 pm

· #340846
אין די אור-אלטע צפון-אפריקא מלוכה 'קארטעדזש' [814-146 BC] האט די אפיציעלע וואלוטע געהייסן 'שקל', און א געוויסע תקופה האבן דער פירער געהייסן א 'שופט'.

דר"א, די רוימער האבן געפירט מיט זיי מלחמות [און צום סוף חרוב געמאכט], דער בארימטער רוימישער שטאטסמאן 'קאטו דער אלטער' פלעגט ענדיגן יעדע דרשה זיינע -זאל זי האבן גערעדט וועגן קראקפאטס - "חוץ המעשה האלט איך אז מען דארף חרוב מאכן קארטעדזש"...

--------

כמעט אלע מאלערייען פון נאפאליאן זענען מיט זיין האנט אריינגעשטעקט אינעם וועסטל, אין יענע תקופה איז עס געווארן א גאנצע שיטה און האט געדארפט ארויסברענגן manly boldness tempered with modesty.

קול דודי » דאנערשטאג יולי 7, 2016 5:41 pm

· #340856
ונבנתה העיר
אין די אור-אלטע צפון-אפריקא מלוכה 'קארטעדזש' [814-146 BC] האט די אפיציעלע וואלוטע געהייסן 'שקל', און א געוויסע תקופה האבן דער פירער געהייסן א 'שופט'.

אינטערעסאנט, ונבנתה. דער גאנצער געגענט דארט האט גערעדט שפראכן וואס באלאנגען צום "לשון כנענית" משפחה, פונקט ווי לה"ק. באקאנט איז דער מצבת מישע
<a class="postlink" href="https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7%A6%D7%91%D7%AA_%D7%9E%D7%99%D7%A9%D7%A2">https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7 ... 7%A9%D7%A2</a>
וואס איז געשריבן אויף מואבית, אבער קוקט אויס ענדליך (אפילו און סטיל, נישט נאר שפראך) צו א שטיקל נ"ך.

אגב, זעי איך יעצט אז "קארטאדזש" (Carthage) איז באמת "קרית-חדש" (New-Town). כ'האב דאס נישט געוויסט.

לכבוד שבת קודש » דאנערשטאג יולי 7, 2016 6:01 pm

· #340861
אז ס'איז דא א מענטש וואס טענה'עט (מיט הוכחות) אז ער איז א זוהן פון ליובאוויטשער רבי, דורך עפעס אן אפפער וואס ער האט געהאט וויילנדיג אין פאריז.

אז עס איז פאראן א זוהן פון הרה"ק ר' אהרן מבעלזא זצ"ל, וואס איז נישט קיין שותו"מ.

איך אויך » דאנערשטאג יולי 7, 2016 7:18 pm

· #340875
ווער איז בעלזער רב'ס זוהן?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 7, 2016 7:58 pm

· #340898
לכבוד שבת קודש

אז עס איז פאראן א זוהן פון הרה"ק ר' אהרן מבעלזא זצ"ל, וואס איז נישט קיין שותו"מ.

וועלכע מת איז יא שומר תורה ומצוות?? במתים חפשי.

א איד » דאנערשטאג יולי 7, 2016 11:53 pm

· #340981
@לכבוד שבת קודש אפשר קענסטוברענגען א לינק צו דיינע געפינסן?
תודה בבקשה

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 13, 2016 8:55 pm

· #341955
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: און די טעם פון מקפיד זיין צו עסן פיצא מוצש"ק אדער זונטיג...מסתמא וועגן חמין במוצ"ש מלוגמא...דאס ביניך אויכעט מקיים...!

איך אויך » פרייטאג יולי 15, 2016 8:00 am

· #342283
יא זיכער. איינע פון די באקאנטע רבנים איז געווען הגאון ר' צבי הירש זאמושט און עס איז דא דארט א שיינע בית החיים עד היום.

'שאראשפאטיק' איז אויך א אמתע שטאט.

געוואלדיג » פרייטאג יולי 15, 2016 11:18 am

· #342306
וואס איז מיט בויבעריק?

איך אויך » פרייטאג יולי 15, 2016 1:11 pm

· #342341
יאפ ,גראדע דא מער ווי איינס זעה דא און דא.

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 15, 2016 2:50 pm

· #342357
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: גם...בויבעריק,איישישאק ו'פאדהייץ. און דא אין אמעריקע איז דא א שטעטל מיט'ן נאמען ..."שעבויגען"... אין די סטעיט וויסקאנסין.
לאמיר זיך פארשטעללן איצא שייגעץ המכונה גליק פון התאחדות הרע-בנים אויף דיוויזשן עוו. אין די עיר הקדשה וויליאמסבורג זאגט ביי א מיטינג פון ..."סאכדעס"..."שעבויגענ'ער רב, וואס זאגט איהר. וואס איז אייער חוות דעת...? הא...!... 😂 🙄

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 15, 2016 2:55 pm

· #342359
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: דער נאמען פון די שטאט צילץ פון וואס דער מהר"ם מלובלין רעדט, איז נישט ווייניגער פאני ווי האצנפלאץ...!

שמעקעדיג » פרייטאג יולי 15, 2016 4:02 pm

· #342362
[ציטאט אראפגענומען]

און 'האנאלולו' איז אויך א אמת'ע - און געשמאקע - פלאץ. די הויפט שטאט פון האוואי, די אמעריקאנע אינזל אינמיטן דעם פאסיפיק אקעאן, וואו די אטאקע אויף 'פוירל הארבער' האט פאסירט.

<a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/Honolulu">https://en.wikipedia.org/wiki/Honolulu</a>

ונבנתה העיר » דינסטאג יולי 19, 2016 9:52 pm

· #342909
אויפ'ן בריוו וואו אייכמאן בעט פון איהם א פארדאן האט דער פרעזידענט פון מד"י, יצחק בן צבי, צוגעשריבן וואס שמואל הנביא האט געזאגט פאר אגג פאר ער האט איהם גע'הרג'עט:

כַּאֲשֶׁר שִׁכְּלָה נָשִׁים חַרְבֶּךָ, כֵּן-תִּשְׁכַּל מִנָּשִׁים אִמֶּךָ.

גיבור » מיטוואך יולי 20, 2016 5:27 pm

· #343011
ונבנתה העיר
אויפ'ן בריוו וואו אייכמאן בעט פון איהם א פארדאן האט דער פרעזידענט פון מד"י, יצחק בן צבי, צוגעשריבן וואס שמואל הנביא האט געזאגט פאר אגג פאר ער האט איהם גע'הרג'עט:

כַּאֲשֶׁר שִׁכְּלָה נָשִׁים חַרְבֶּךָ, כֵּן-תִּשְׁכַּל מִנָּשִׁים אִמֶּךָ.


די ענטפער האט ער גענטפערט צו זיין ווייב ווערא אייכמאנ'ס בריוו, ווי זי האט געבעטן פאר רחמנות אויף איר מאן.
מכתב מורה אייכמן לנשיא המדינה לחון בעלה ותשובתו.jpg

גיבור » מיטוואך יולי 20, 2016 5:42 pm

· #343014
וואס איז יא א חידוש איז אז א חודש פאר די הינריכטונג, האט מען אין א אויסטערלישע פאל ערלויבט אז זי זאל עם קומען וויזיטן אין תפיסה בסודי סודות, נישט ווילענדיג אז די אלע איבערלעבער זאלן פארפירן אז מען טריעט עם אזוי שיין, זי איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל אויף איר אלטע נאמען פון בעפאר זי האט געהייראט אייכמאנ'ען, זי איז געווארן אפגעווארט אין עירפארט ביי די תפיסה איסטאנצן מיט איר מאן'ס לויער דר' ראבערט סערוואציעס, זי איז גלייך אפגעפירט געווארן צו די ראמלה תפיסה ווי מען האט איר באגעגנט מיט איר מאן, די וויזיט איז פארגעקומען א האלבע שעה, די גאנצע צייט זענען דארטן געווען צוויי שומרים און זיי זענען נישט ערלויבט געווארן צו רעדן ספאניש נאר דויטש אז די שומרים זאלן קענען פארשטיין יעדע ווארט, פון דארט האט מען איר גלייך צוריק גענומען צום עירפארט ווי זי איז באלד אהיימגעפארן,

דאס איז געווען די לעצטע מאל זיי האבן זיך געזעהן.

דאס איז א חלק פון די טאג בוך פון די אויפזעהער אין תפיסה, וואס האבן אראפגעשריבן יעדע זאך וואס איז פארגעגאנגען מיט דעם רוצח יעדן טאג, עס איז ארויסגעגעבן געווארן ממש לעצטענס און נאר דעמאלטס איז די וועלט געוואר געווארן פון די וויזיט:

ורה ליבל - אשתו של אייכמן

ב 29-30.4.62- הגיעה ורה- אשתו של אייכמן ארצה בהיחבא, תוך שהיא נרשמת בטיסה בשם נעוריה. התלוותה אליה - מזכירתו של עו"ד סרוואציוס.

השתיים הוסעו משדה התעופה לוד אל כלא רמלה על ידי אנשי ביטחון.

בכלא המתינו להן הנציב ושתי קצינות שב"ס דוברות גרמנית. שני הביקורים ארכו כחצי שעה כל אחד והתקיימו סביב חצות בחסות החשיכה.

בביקור לא הותר לאייכמן ורעייתו לדבר בספרדית, אלא בגרמנית בלבד - שפה ששתי הקצינות האזינו לה. הביקור התנהל ללא התרגשות יתרה, הם שוחחו על היבטים משפחתיים ואישיים.

לאחר הביקור הודה אייכמן בכתב לנציב על שאפשר את הביקור. למחרת הביקור, הותר לאייכמן באופן חריג לקום מאוחר יותר.

אייכמן ורעייתו לא התראו יותר.

ונבנתה העיר » מיטוואך יולי 20, 2016 5:49 pm

· #343015
אותו לילה בא על שפחה...

פליקער » דאנערשטאג יולי 21, 2016 8:53 am

· #343058
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
אז Uber דרייווערס רעיטן יעדע פאסאנדזשיר גענוי ווי יעדע פאסאנדזשיר רעטעט יעדע דרייווער, און אויב ווילט איר וויסן אייער ראטע, קענט איר פרעגן אינעם עפפ, און איר באקומט עס ווי פאלגענד.
אויבן לינקס ברויך מען א קנעפ טון די דריי פלאכע שטעקלעך,
דאן דריקן help
דאן account and payment
דאן account settings and ratings
דאן I'd like to know my rating
דאן א קנעפעל אויף סאבמיט
און א ריספאנץ פארפעלט נישט צי קומען תיכף ומיד.


Sent from my VS987 using Tapatalk

קאמענטירער » דינסטאג יולי 26, 2016 1:26 pm

· #343581
אן אייזעל איז אסאך קלוגער ווי די (אומוויסענדער) עולם מיינט, און ער האט אסאך קאנפידענטס מער ווי דער פערד, און ער וועט נישט ווערן אזוי שנעל דעשראקען פון א סכנה'דיגע זאך ווי דער פערד,

און מענטשען קענען אסאך בענעפעטירען פון אן אייזעל אפי' היינטיגע צייטען, ווי מען קען אים נוצען פאר א שומר צו אפהיטען די פארעם, אזוי אויך נוצט מען אים צו איינטרענען אנדערע בעלי חיים ,ווייל ער האט זיך ליב צו לערנען ממילא נעמט מען למשל א יונגע אומגעלערנטע פערד, און מען בינדט אים צו צי דעם אייזעל אזוי געוואוינט זיך דער יונגע פערדל אויסצופאלגען דעם בעל הבית, אויך אין געוויסע מקומות נוצט מען זיי צו זיין די בעבי סיטער פון קליינע בעביס!! ווייל זיי האבען זייער ליב קליינע בעביס און זיי וועלן גיין אין פייער און וואסער פאר די וואוילזיין פון די קליינע נשמה'לעך (מקור: דער חיות מבין אויף קולמע)

קאמענטירער » דינסטאג יולי 26, 2016 1:32 pm

· #343582
מייקראסאפט ווארד קומט די אידישע נקידות!!
ווען מען דרוקט די רעכטע ALT קנעפל צוזאמען מיט די
'ק' איז פאר קמץ
'פ' איז פאר פַּתַח
'ד' איז פאר דּגוש (די פינטעל אינעם אות)
'ש' איז פאר שְווא
'ו' איז פאר חֹולם
'ס' איז פאר סֶגול
'ח' איז פאר חִיריק
און אזוי ווייטער

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 26, 2016 1:41 pm

· #343584
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
דאס איז נאר ווען דער caps lock איז אין קראפט.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 26, 2016 8:38 pm

· #343648
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
אז אין וואלאזין איז מען נישט געגאנגען תפלין אום חוה"מ.
איך ליין יעצט אין 'מפניני הרב', וואס ר' צבי שכטר פארציילט פון זיין רבי'ן ר' י"ד סאלאווייציק. דארט פארציילט ער אז זיין ברודער ר' אהרן האט בר מצוה געהאט אין יוראפ, ווען זיין טאטע ר' משה איז געווען אין נ.י.. א פעטער האט איהם אויסגעלערנט הלכות תפילין, און ער האט איהם אויסגעלערנט אנצוטוהן דער של יד כמנהג החסידים, שלעפענדיג דער רצועה אוועק פון די לייב (אגב, אין ירושלים האב איך געהערט אז דער גר"א האט אזוי געטוהן), און אז מ'זאל גייען תפילין חוה"מ כמנהג אשכנזים היוצאים ביד רמ"א.
ווען ער איז אנגעקומען קיין אמעריקא, האט איהם זיין פאטער געזאגט "דער ערשטע, אין וואלאזין זענען געווען פארשידענע פיראכצען, דעריבער בלייב מיט דיינס. אבער תפילין חוה"מ האט קיינער אין וואלאזין נישט אנגעטוהן"
והוא פלא

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

ירח בן יומו » מיטוואך יולי 27, 2016 12:06 am

· #343665
קאמענטירער
מייקראסאפט ווארד קומט די אידישע נקידות!!
ווען מען דרוקט די רעכטע ALT קנעפל צוזאמען מיט די
'ק' איז פאר קמץ
'פ' איז פאר פַּתַח
'ד' איז פאר דּגוש (די פינטעל אינעם אות)
'ש' איז פאר שְווא
'ו' איז פאר חֹולם
'ס' איז פאר סֶגול
'ח' איז פאר חִיריק
און אזוי ווייטער

אין וועלכע ווירזישין? אין 2016 ארבייט עס נישט.
דארט איז אזוי ווי איך פלעג אייביג מאכן.
CAPS+SHIFT
+1-2-3-4-5-6--7-8-9-0-

בן אדם » זונטאג יולי 31, 2016 10:11 pm

· #344062
אז יו. עס. סופרים קארט'ס דזשאדזש גינסבערג'ס מאמע איז שוין געווען קראנק (א אינגע פרוי) ווען גינסבערג האט זיך געלערנט, און א טאג פאר איר גראדואציע איז זי ליידער נסתלק געווארן...! 😮

מוסר השכל!!!

א איד » מאנטאג אוגוסט 1, 2016 5:16 pm

· #344116
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
וואס איז דער מוסר השכל? שרייב קלאר ביטע
יישר כח

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 1, 2016 5:49 pm

· #344121
בן אדם
אז יו. עס. סופרים קארט'ס דזשאדזש גינסבערג'ס מאמע איז שוין געווען קראנק (א אינגע פרוי) ווען גינסבערג האט זיך געלערנט, און א טאג פאר איר גראדואציע איז זי ליידער נסתלק געווארן...! 😮

מוסר השכל!!!

בן אדם: סתם להערה בעלמא. ולידיעת ה' אויפגעקלערטע דזשענטלמען. דזשאדזש גינסבורג'ס טאטע איז געווען א איד. נישט איהר מאמע.
כ'האב נאך קאמענטארן איבער איהר. אבער ס'איז בעסער אז ס'בלייבט אומגעזאגט...!

בן אדם » מאנטאג אוגוסט 1, 2016 5:55 pm

· #344122
אלס מיר אויס קענסטו זאגן

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 1, 2016 5:59 pm

· #344123
בן אדם
אלס מיר אויס קענסטו זאגן

בן אדם: אבער אלס מענטשליכקייט פאסט נישט אלעס צו זאגן וואס ס'איז עולה במחשבה...אזויפיהל וועל איך יא זאגן. אז לפי קלסתר פניה הקדושים, איז זי זייער א העסליכע און אפשטויסנדע פארשוין. סאו ס'איז אונז א קנאפע מציאה אז זי הייסט א איד... 🙄

דער דאס » מאנטאג אוגוסט 1, 2016 11:07 pm

· #344149
אז די אמעריקאנע מטבעות זענען נישט געדריקט אייניג אויף ביידע זייטן,

כ'האב עס אויפגעפאסט ווען די בעל תפילה האט צו לאנג געשלעפט, אין די איינציגע זאך צו טוהן, איז געווען, באטראכטן די טשעינזש וואס כ'האב באקומען פון א משולח..

matovu » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 12:58 am

· #344174
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
פליקער
אז Uber דרייווערס רעיטן יעדע פאסאנדזשיר גענוי ווי יעדע פאסאנדזשיר רעטעט יעדע דרייווער, און אויב ווילט איר וויסן אייער ראטע, קענט איר פרעגן אינעם עפפ, און איר באקומט עס ווי פאלגענד.
אויבן לינקס ברויך מען א קנעפ טון די דריי פלאכע שטעקלעך,
דאן דריקן help
דאן account and payment
דאן account settings and ratings
דאן I'd like to know my rating
דאן א קנעפעל אויף סאבמיט
און א ריספאנץ פארפעלט נישט צי קומען תיכף ומיד.


Sent from my VS987 using Tapatalk


Thanks

Sent from my SM-G925V using Tapatalk 2

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 1:16 am

· #344177
דער דאס
אז די אמעריקאנע מטבעות זענען נישט געדריקט אייניג אויף ביידע זייטן,

כ'האב עס אויפגעפאסט ווען די בעל תפילה האט צו לאנג געשלעפט, אין די איינציגע זאך צו טוהן, איז געווען, באטראכטן די טשעינזש וואס כ'האב באקומען פון א משולח..

דער דאס: איין מינוט. געב עס נאכנישט אוועק. אפשר האסטו בלי כוונה אריינבאקומען א ספעציעל, זעלטענע מטבע וועלכע איז ווערד א סאך געלט. איך בין נישט קיין מבין. און כ'בין נישט עוסק אין די שטותים. אבער פרעג דיך נאך ביי די יודעי דבר. איך מיין עס גאנץ ערנסט. א מטבע וועלכע איז ארויסגעגאנגען פעלערהאפטיג פון די יו.עס. מינט איז א זעלטענע זאך. און ס'קען ווערט זיין א הון רב. וועסט קענען חתונה מאכן עטליכע קינדער און צוזאגן א פאר יאר קעסט... 😂 דו זאגסט. מוחל טובות. חלומ'ען און פאנטאזירן קען איך בעסער פון דיר. דו דארפסט מיר נישט צו העלפן...אבער דאך... 😂
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21