☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

1007 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1743
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 6, 2017 10:01 pm

· #362141
זיכער: לזכר נשמת גאווערנאר היו קערי ע"ה. הייסט עס היינט קערי טוננעל...!

ונבנתה העיר » זונטאג פעברואר 12, 2017 2:03 pm

· #362571
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/203532">viewtopic.php?p=203532#p203532</a><!-- l -->

ונבנתה העיר » דינסטאג פעברואר 28, 2017 6:50 pm

· #364181
אז דער נאמען Anthony קומט פון אנטונינוס.

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 7, 2017 6:06 pm

· #364800
אז מענטשן פרעגן, ווילן זיי דאך וויסן

.
📎 people_ask.JPG

רויטע וואנצעס » זונטאג מאי 28, 2017 1:48 am

· #372545
אז דאנאלד טראמפ איז טיילווייז צו באדאנקן אין די געווינס פון זשארזש w בוש אנקעגן גאור אין יאר 2000.

ווער ווייסט וויאזוי?

וואלווי » זונטאג מאי 28, 2017 2:14 am

· #372551
רויטע וואנצעס
אז דאנאלד טראמפ איז טיילווייז צו באדאנקן אין די געווינס פון זשארזש w בוש אנקעגן גאור אין יאר 2000.

ווער ווייסט וויאזוי?


דורך זיך ארויס ציען פון זיין אייגענע פרעזידענטיעל קאמפיין ווען ער איז געלאפן אויף איינע פון די זייטיגע ליניעס אין פלארידא אין 2000 ווי ער האט אביסעל אנגעצויגען, דאס איז א זאך וואס ראלפ נעידער האט נישט געטון ממילא האט בוש געוואנען אקעגען גאור.

רויטע וואנצעס » זונטאג מאי 28, 2017 3:08 am

· #372555
יאפ!

אביסל מער איבער די מעשה:

ראזשער סטאון האט געבעטן ביוקענען לויפן אויף א דריטע פארטיי וואוסענדיג אז ביוקענען האט פילע סקאנדלן, ממילא וועט ער נישט מצליח זיין אנצוציען און פארהארגענען אזוי ווי פערו האט פארפאטשקעט פאר בוש דעם ערשטן. איינער פון זיינע טאקטיקן איז געווען צו נעמען טראמפ צו לויפן קעגן ביוקענען. טראמפ האט געהאקט אויף ביוקענען אין די מידיא יומם וליליה. ביוקענען האט אנגעצויגן א האלבע פראצענט געבענדיג בוש א געווינס. (יענע געווינס, אבער א געווינס)

ונבנתה העיר » דאנערשטאג נאוועמבער 2, 2017 11:26 am

· #388210
אז מיין געלע באס איז א ביעטלס ניגון.

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 2, 2017 12:45 pm

· #388221
שמעקעדיג
אז מענטשן פרעגן, ווילן זיי דאך וויסן

.

מענטשן דארפן פרעגן זיך אליינס..."פארוואס האביך געקויפט די כלים הטמאים לכתחילה"...?!

יעצט ווערסטו מיר א צאדיק...!

איך אויך » דאנערשטאג נאוועמבער 2, 2017 1:07 pm

· #388226
ישן נושן, מען האט שוין זיכער דא אמאל גערעדט דערפון.

ונבנתה העיר » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 8:59 pm

· #390941
אז אלאסקא איז די מערסט-צפון, מזרח, און מערב סטעיט פון די פאראייניגטע שטאטן (האוואי איז די מערסט-דרום).

וואלווי » מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 1:12 am

· #390970
ונבנתה העיר
אז אלאסקא איז די מערסט-צפון, מזרח, און מערב סטעיט פון די פאראייניגטע שטאטן (האוואי איז די מערסט-דרום).


very interesting fact. קודם געקלערט פון גוגל'ן די עקספלענעישאן אבער טארכטענדיג פון א גלאוב שטימט עס תיכף.

ענליך איז די פאקט אז מעין איז נישט די מערסטע נאטערן סטעיט פון די קאנטינענטעל יו עס נאר מינאסאטע.

אפשר גאר קרית יואל?...

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 4:19 am

· #390978
וואלווי: קרית יואל איז די מערסטע נארטערן סטעיט פון וויליאמסבורג און בארא פארק'. וואס איז דען דזשיאגראפי ביי אונז אידן. ווילאמסבורג, בארא פארק. או.קעי. שוין. קראון הייטס אויכעט. מאנסי און לעיקוואוד...! בלומינגבורג אן בלומינג גראוו זענען דאך אין גלילות פון מאנרא. באלאנגט עס דאך ממילא צו מהר"א שליט"א. לכה"פ אזוי וויל מען חלומ'ען...!

וואלווי » מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 4:42 pm

· #391037
berlbalaguleh
וואלווי: קרית יואל איז די מערסטע נארטערן סטעיט פון וויליאמסבורג און בארא פארק'. וואס איז דען דזשיאגראפי ביי אונז אידן. ווילאמסבורג, בארא פארק. או.קעי. שוין. קראון הייטס אויכעט. מאנסי און לעיקוואוד...! בלומינגבורג אן בלומינג גראוו זענען דאך אין גלילות פון מאנרא. באלאנגט עס דאך ממילא צו מהר"א שליט"א. לכה"פ אזוי וויל מען חלומ'ען...!


ס'דאך א בפירוש'ער לעטטער העד...

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 8:51 pm

· #391049
וואלווי: ס''שטייט נאר והגלילות. אן קיין נעמען. דאס מיינט אז אלע שטעטלעך וואס וועללן נאך אויפקומען. ביז ס'וועט מקויים ווערן דער פסוק..."עתידה קרית יואל שתתפשט בכל הארצות"...! וויליאמסבורג, בארא פארק און מאנסי וועללן אויכעט נאך אמאל זיין אין גלילות פון קר"י...!

ונבנתה העיר » מוצ"ש דעצעמבער 16, 2017 10:34 pm

· #391394
לפיכך = לפי כך.

ונבנתה העיר » דינסטאג מערץ 6, 2018 9:00 pm

· #396936
אז גאלילעאו'ס פינגער געפונען זיך אויף אויסשטעל אין א מוזעאום.
📎 Screenshot_20180306-204621.jpg
און אז נאפאליאנ'ס אבר געפונט זיך אין א בעיסמענט אין ניו דזשערסי.

וואלווי » מיטוואך מערץ 7, 2018 2:21 am

· #396951
ונבנתה העיר
לפיכך = לפי כך.


אולי, איז נישט אזוי פינקטלעך די צושטעל, עכ"פ לויט אונזער טאג טעגליכער טייטש. לפיכך איז לכאורה טייטש "וועגען דעם" דאס מיינט א נתינת טעם אזוי ווי לפיכך אנחנו חייבים להודות, און ס'איז נישט סתם איין חלק פון א בנין נאר אן עטעטשמענט צווישען צווי זייטען. משא"כ ביי לפי כך, טייטש מען "לויט דעם" אדער "ווייל ס'איז אזוי" וכו' דאס איז מער א לשון פון א תוצאה אן די נתינת טעם אזוי ווי א מראה מקום אן א אויספיר, למשל, אז איינער שרייבט לפי זה דארף ער ערשט מסביר זיין לפי זה איז וועלעכע טעם און דערנאך קומען צום אויספיר. אנדערש אבער איז לפיכך וואס האט אין זיך די גאנצע.

אדער, קען גאר זיין איך פארליר שלאף אומזונסט, ווייל האסט נאר געמיינט צו באמערקען די שורש...

וואלווי » מיטוואך מערץ 7, 2018 2:32 am

· #396952
ונבנתה העיר
אז גאלילעאו'ס פינגער געפונען זיך אויף אויסשטעל אין א מוזעאום.
📎 Screenshot_20180306-204621.jpg
און אז נאפאליאנ'ס אבר געפונט זיך אין א בעיסמענט אין ניו דזשערסי.

OMG

אונטער חכם » מיטוואך מערץ 7, 2018 5:42 pm

· #397008
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
מיין זיידנס געפינט זיך אויך אין א בעיסמענט אין ניו דזשערזי.

וואלווי » דאנערשטאג מערץ 8, 2018 12:08 am

· #397032
אונטער חכם
מיין זיידנס געפינט זיך אויך אין א בעיסמענט אין ניו דזשערזי.


דיין זיידעס וואס? די ערשטע זאך קען זיך נאך האלטן אין יענעם בעיסמענט אין ניו דזשערסי, אבער די צווייטע זאך אינהאלט נישט קיין ביינער נאר מאסעלס...

אפשר קענסט עס אפירזיכען אין עפעס אן ארון קודש...

אונטער חכם » דאנערשטאג מערץ 8, 2018 1:31 am

· #397045
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
איך כאפ נישט פונקטליך וואס דאס איז.

אדער אפשר ....

איך האב געמיינט צו זאגן אז מיין עלטער זיידע ליגט אין ניו דזשערזי און דער דזשאוק איז נישט ממש מיין אייגנס נאר איך האב עס געהערט פון איינעם פון די "שפעט ביינאכט" ליצים ווען טראמפ איז געפארן אויף א וואקאציע אין ניו דזשערזי האט ער געזאגט אז א "ניו דזשערזי וועקעישאן " זעהט מער אויס ווי א קאוד ווארט פאר א בית הקברות ממילא ווען איך האב געזעהן יענעם שרייבן וועגן א בעיסמענט אין ניו דזשערזי האב איך מיך דערמאנט פון יענים דזשאוק.

(קרעדיט: ר' בערעלע) ( פארן אופן התגובה כמובן)

ונבנתה העיר » דאנערשטאג מערץ 8, 2018 1:45 am

· #397052
שטייט דאך שוין, אבר מת...

החוקר » פרייטאג מערץ 9, 2018 1:47 pm

· #397208
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
ונבנתה העיר
און אז נאפאליאנ'ס אבר געפונט זיך אין א בעיסמענט אין ניו דזשערסי.

<a class="postlink" href="https://www.npr.org/templates/story/story.php?storyId=92126411">https://www.npr.org/templates/story/sto ... d=92126411</a>

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 11, 2018 3:46 am

· #397253
החוקר: וואס זאלל איך דיר זאגן?!. א ייש"כ פאר דעם לינק. כ'האב געמיינט אז איך גיי דא אויסגעפונען מי יודע וואספארא וויכטיגע אינפארמאציע. דערווייל איז מיר געקומען צו ברעכן א יעדע פאר סעקונדעס וואס כ'האב געליינט דעם ארטיקל. ס'זעהט אויס אז נישט א יעדע זאך מוז מען ליינען...!

החוקר » פרייטאג מערץ 30, 2018 5:35 am

· #398761
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
אז ביי רבי'ס איז מים שלנו א גאנצע עצרת.📎 IMG_20180330_052602_300.jpg

שמעון וואלף » פרייטאג מערץ 30, 2018 2:18 pm

· #398776
ביי די רבי'ס איז עס גארנישט, מ'צינט אן די פאוסעט און ס'קומט וואסער. די חסידים מאכן די גאנצע טראסק
משוגע מטורא

טאמבל סאס » זונטאג מאי 6, 2018 3:17 pm

· #401668
אז דאס וואס סעקראצט מיך אמאל אויף די ארעם אדער טארסו און כ'פיל עס אין קאפ, אויפ'ן אויער אדער איבערן אויג וכדומה, ווערט אנגערופן א referred itch.

שמעון וואלף » זונטאג מאי 6, 2018 11:35 pm

· #401687
טאמבל סאס
אז דאס וואס סעקראצט מיך אמאל אויף די ארעם אדער טארסו און כ'פיל עס אין קאפ, אויפ'ן אויער אדער איבערן אויג וכדומה, ווערט אנגערופן א referred itch.

פארוואס האט מיר יעצט אנגעהויבן צו קראצן?

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 7, 2018 12:16 pm

· #401725
אז דזשי ענד דזשי האט אנגעהויבן פארקויפן רעבישע פעלצן אן א ליינינג. פאר'ן זומער. ווען די רעבעס דארפן ערשיינען ביי א חופה. אדער א מחאה. ביז היינט האט מען דאך נישט געקענט קומען אין סאמע מיטן זומער אין תמוז, אב אדער אלול מיט'ן פעלץ. אבער פון היינט אן איז דער פראבלעים שוין ב"ה געלייזט געווארן...!

וואלווי » מאנטאג מאי 7, 2018 1:33 pm

· #401740
berlbalaguleh
אז דזשי ענד דזשי האט אנגעהויבן פארקויפן רעבישע פעלצן אן א ליינינג. פאר'ן זומער. ווען די רעבעס דארפן ערשיינען ביי א חופה. אדער א מחאה. ביז היינט האט מען דאך נישט געקענט קומען אין סאמע מיטן זומער אין תמוז, אב אדער אלול מיט'ן פעלץ. אבער פון היינט אן איז דער פראבלעים שוין ב"ה געלייזט געווארן...!


הדא היא דכתיב, נמשל כבהמות נדמו, זיי זענען פונקט ווי בהמות מיט זייער פעלץ, דורך זייער איינגערעדטע דמיון

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 7, 2018 1:48 pm

· #401747
וואלווי: נעם עס נישט אזוי ערנסט. ס'אי אויךכעט נאר א חלק פון מיינע פרי דמיון. ס'איז אפשר אויף מיין וויש ליסט (תרתי משמע)...! דו קענסט נאך שלאפן רואיג. זיי פארקויפן נאכנישט אט די פעלצן. אפשר. אולי נזכה. אפשר העמיר האבן די זכייה. אבער דערווייל איז עס נאר א חלום פון בערל בעל עגלה...!

בן ישי » מאנטאג מאי 7, 2018 2:24 pm

· #401752
נו ר' בערל, אפשר וואלט געווען א גיטע געדאנק איר זאלט עפענען א נייע אשכול מיט אלע אייערע זיסע חלומות?
די עולם וועט קאמענטירן אין גרויסען...מ'וועט עס נישט קענען איגנערירן...
גרייט צו די פרעצעלס אין קאלטע סעלצער אין הייבט אן!

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 7, 2018 9:28 pm

· #401819
איין זאך, רבותי. איך דארף קוקן אויף טוויטער אויב האסידיק1 האט נאכנישט ארויפגעלייגט דאס ווערטל מיט די זומער'דיגע רעבישע פעלצן. ווייל ער האט ליעב צו גנב'נען מיינע ווערטלעך און ארויפלייגן עס צווישן זיינע ליקוטים...!

שמעון וואלף » זונטאג יוני 10, 2018 1:42 am

· #405502
דריידל
אין די גמרא, ווייסט יעדער אז "הוא" שרייבט מען אויף א זכר און "היא" אויף א נקבה. בין איך לעצטענס אויפמערקזאם געווארן אז אין די תורה שטייט "הוא" סיי אויף א זכר און סיי אויף א נקבה, די חילוק איז נאר אז בלשון זכר איז די ו"ו א מילופים און בלשון נקבה איז דא א חירוק אינטער די ה"א.
ס'זענען דא עטליכע אויסנאמען ווי ס'שטייט יא "היא". א סירטש האט געטראפן אכט מאל די ווארט "היא" און צען מאל "והיא".


שטימט טאקע זייער גוט די וואך אין די פרשה:
וּרְאִיתֶם אֶת הָאָרֶץ מַה הִוא וְאֶת הָעָם הַיֹּשֵׁב עָלֶיהָ הֶחָזָק הוּא הֲרָפֶה הַמְעַט הוּא אִם רב. וּמָה הארץ אֲשֶׁר הוּא יֹשֵׁב בָּהּ הֲטוֹבָה הִוא אִם רָעָה וּמָה הֶעָרִים אֲשֶׁר הוּא יוֹשֵׁב בָּהֵנָּה הַבְּמַחֲנִים אִם בְּמִבְצָרִים. וּמָה הָאָרֶץ הַשְּׁמֵנָה הִוא אִם רָזָה הֲיֵשׁ בָּהּ עֵץ אִם אַיִן וְהִתְחַזַּקְתֶּם וּלְקַחְתֶּם מִפְּרִי הָאָרֶץ וְהַיָּמִים יְמֵי בִּכּוּרֵי עֲנָבִים.

ווען מ'רעדט פון די לאנד איז עס אייביג מיט א חיריק - לשון נקבה, און ווען ס'רעדט זיך פון די פאלק האט עס א מליפום - לשון זכר. ביי די אונגארישע/פוילישע הברה זאגט מען עס די זעלבע ממילא כאפט מען נישט אבער מיט די ליטווישע הברה מאכט עס א נפק"מ

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יוני 18, 2018 2:11 am

· #406280
כ'האב קיינמאל נישט געקענט פארשטיין וויאזוי קען זיין אז ס'דא רייכע דעמאקראטן, כ'מיין איך דארף נישט מסביר זיין די תמיה.

אט האב איך געפינען דעם ענטפער, הערט און שטוינט.

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 18, 2018 1:07 pm

· #406328
רביה"ק זי"ע: אינטרעסאנט אז אין די דרום און סענטראל אמעריקאנער מדינות זענען די פיהרערס פון די קאמוניסטישע פארטיי רייכע אידן. אזוי אויך די עלעטערן פון דעם וועלט בארימטן טעראריסט..."קארלאס"...וועלכער האט געשאקלט וועלטן מיט זיינע טעראריסטישע שטיק אין די '70 ער און 80'גער יארן. ער איז געווען א ספוילד ברעט. און ער האט געלעבט א גוטן טאג. און ר'האטציך געלערנט אין די בעסטע טעראריסטישע סקולס בימים ההם. אין רוסלאנד. און אין צפון איירלאנד. און די פאליציי און רעגירונגס אויטאריטעטן פון א סאך מדינות האבן איהם נישט געקענט כאפן. כאטש ער האט אנגעשטעלט ספעקטאקולארע מעשי רציחות און טעראר. און ר'איז אייביג פארשוואונדן געווארן...!

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יוני 19, 2018 11:58 pm

· #406661
אז אזעלכע זאכן עקזיסטירן בכלל, און אז ס'נאך לעגאל היינטיגע צייטן.

א געוואגטע עקספערימענט.

אונטער חכם » זונטאג יולי 8, 2018 2:58 pm

· #408330
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
אז חתונה האבן מיט א ניס איז אומלעגאל אין כמעט גאנץ אמעריקע, און אין ניו יארק קען מען באקומען צווישן 10 און 25 יאר תפיסה דערויף.
https://en.wikipedia.org/wiki/Laws_regarding_incest_in_the_United_States?wprov=sfla1

סקרן » זונטאג יולי 8, 2018 10:44 pm

· #408337
אונטער חכם
אז חתונה האבן מיט א ניס איז אומלעגאל אין כמעט גאנץ אמעריקע, און אין ניו יארק קען מען באקומען צווישן 10 און 25 יאר תפיסה דערויף.
https://en.wikipedia.org/wiki/Laws_regarding_incest_in_the_United_States?wprov=sfla1

איך האב א חבר וואס האט עס געטוהן איך קען נישט גלייבן אז ער האט נישט קיין מערידזש לייסענס

איש חזון » מאנטאג יולי 9, 2018 11:49 am

· #408364
אונטער חכם
אז חתונה האבן מיט א ניס איז אומלעגאל אין כמעט גאנץ אמעריקע, און אין ניו יארק קען מען באקומען צווישן 10 און 25 יאר תפיסה דערויף.
https://en.wikipedia.org/wiki/Laws_regarding_incest_in_the_United_States?wprov=sfla1

אינקלודינג שיכון וויזשניץ?

יין שרף » מאנטאג יולי 9, 2018 11:59 am

· #408365
נייו, וואס עפעס? נאר אין יונייטעד סטעיטס..

ונבנתה העיר » מיטוואך יולי 18, 2018 9:43 pm

· #409251
אז די אפעראציע ממטיר צו זיין באמבעס מן השמים אויף האמבורג, ביי די צווייטע וועלט מלחמה, האט געהייסען 'אפעראציע עמורה'.

סקרן » מיטוואך אוגוסט 8, 2018 6:11 pm

· #410720
די חילוק צווישן א מיליאנער און א ביליאנער
האב איך נעכטען געהערט

ווען איינער האט א מיליאן דאלאר און ער געבט פאר זיין ווייב יעדן טאג טויזענט דאלאר
ווערט עס אויסגענוצט אין דריי יאהר

ווען איינער האט א ביליאן דאלאר און ער געבט זיין ווייב טויזענט דאלאר א טאג
ווערט עס אויסגענוצט אין דריי טויזענט יאהר

ונבנתה העיר » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 12:26 pm

· #411900
ס'איז א באקאנט ווערטל, אז מ'פרעגט א גוי וואס זאגסטו אויף די אידן, זאגט ער זיי זענען ביליגע, שמוציגע שוויינען. וואס זאגסטו איבער דיין שכן יאנקל? אה, ער איז גראדע אן ארענטליכער און וואוילער.

ביי א איד איז פונקט פארקערט. וואס האלטסטו פון די גוים? רעספעקטפולע, נארמאלע, געלערנטע מענטשען. וואס איז מיט דיין שכן סטיוו? נע, דער איז דאך אזא אנטיסעמיט און פארברעכער.

זע איך אז הימלער האט דערמאנט דעם יסוד ביי זיינע פוזנא דרשות:

the upstanding 80 million Germans, and each one has his decent Jew. They say the others are all swines, but this particular one is a splendid Jew.

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 3:40 pm

· #411919
ונבנתה העיר: איך האב 2 הערות איבער דעם שטיקל וואס דו ברענגסט פון וויקיפעדיע. ערשטנס די איבערזעצונג פון וויקיפעדיע איז שלא על פי דיקדוק. ווייל דאס ווארט ..."שוויינע"...ווערט איבער געזעצט אין ענגליש אלס..."סוויין"... אפילו ס'איז א לשון רבים...נישט "סוויינס"...!

די צווייטע הערה: דער גרויסער רוצח און אנטיסעמיט סטאלין, ימח שמו האט געזאגט אן ענליכן סטעיטמענט וואס הימלער, ימ"ש האט געזאגט..."איין טויט איז א טראגעדיע. א מיליאן איז א סטאטיסטיק"...!

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 3:28 pm

· #412855
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
די ערשטע פארשער אויסצוגעפונען אז רייכערען קען פאראורזאכען קענסער, זענען געווען די נאציס. שוין אין 1943 זענען צוויי פארשערס Schairer and Schoniger ארויס מיט א פאפיער אויפצוווייזען די לינק צווישען די צוויי. אפילו אין 1950 ווען דער באקאנטע Doll and Bradford פאפיער איז ארויס, האט מען עס איגנארירט און עפ"י רוב ווערט עס נישט דערמאנט אין דער ליטעראטור, אבער אזוי איז געשען

אפשר צוליעב דעם גלויבען עס נישט אסאך פון אונזערע.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קורקלענד » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 3:45 pm

· #412856
שווער צו זאגן אז ס'דא צופיל ציווישן אונז וואס לייקענען די שעדליכקייט פון רויכערן. נאר וואס דען, די עולם איז סתם איגנאראנט צו די וואוסנדע פאקטן.

כוכב » מיטוואך אקטאבער 17, 2018 11:13 am

· #414578
אז מארלין מאנרא איז געווען א גיורת.

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 17, 2018 11:28 am

· #414581
זי איז אבער געווען עפעס אנדערש אויך. פאר וואס זי איז מער באוואוסט געווען. זי איז געווען די פילגש פון די קענעדי ברודערס. דזשאן און באבבי. וועלכע זענען געגאנגען אין די דרכים פון זייער טאטע דער רשע און אנטיסעמיט, ימ"ש...!
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21