☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
1007 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1743
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21
טעפל » דינסטאג אפריל 30, 2013 11:23 am
· #110228
זייער פשוט, ווילאנג די קעניגרייך פייניגט נישט קיינעם און צווינגט נישט גארנישט און ברענגט נאר אריין טוריזעם געלט מיט אינטערעסאנטקייט, פארוואס נישט??
געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 30, 2013 11:27 am
· #110233
געפילטע פיש
אז יעדע קינד אין האלאנד קען חלומ'ן פון ווערן פרעמיער איין טאג, אבער ווייסט אז ער וועט קיינמאל נישט ווערן קעניג
גנדי » דינסטאג מאי 7, 2013 1:51 am
· #112547
אז חזן יוסעלע ראזענבלאט ע"ה האט געשפילט אין א מאווי...
Rosenblatt’s fame extended beyond the Jewish world earning him large concert fees, a singing role in the 1927 film The Jazz Singer, and the sobriquet “The Jewish Caruso”
http://kingofcantors.org/?page_id=12
http://en.wikipedia.org/wiki/The_Jazz_S ... 27_film%29
ונבנתה העיר » דינסטאג מאי 7, 2013 2:08 am
· #112550
שלשלת » דינסטאג מאי 7, 2013 5:25 am
· #112559
טעפל
זייער פשוט, ווילאנג די קעניגרייך פייניגט נישט קיינעם און צווינגט נישט גארנישט און ברענגט נאר אריין טוריזעם געלט מיט אינטערעסאנטקייט, פארוואס נישט??
אין קורצן וואס דו זאגסט - ס'איז א פעמילי ביזנעס. פינטל.
ונבנתה העיר » פרייטאג מאי 10, 2013 1:09 am
· #113727
עס האט שוין יעדער מן הסתם געהערט מארטין לוטער קינג'ס דרשה, ביי 'דער גרויסער מארטש אויף וואשינגטאן' אין אוגוסט פון 63', 'I Have a Dream' - וועלכער ווערט פארעכענט ווי די געלונגען'סטע דרשה פונעם 20'סטן יאהר-הונדערט.
אויפן וידיאו קען מען זעהן ווי די ערשטע חלק דרשה ליינט ער ארויס פון א צעטל, און ביי 12:00 גייט ער אף-סקריפט און הייבט אהן רעדן פון אויסעווייניג טאקע די מערסט-באוואוסטע חלק I Have a Dream.
קלערענס דזאונס, קינג'ס דרשה שרייבער און מחבר פון Behind the Dream: The Making of the Speech that Transformed a Nation, וועלכער נעמט קרעדיט פאר די ערשטע האלב פון די דרשה, זאגט אז אויפן סטעידזש אונטער קינג איז געשטאנען די וועלט-בארימטע שווארצע זינגערין Mahalia Jackson, און אינמיטן די דרשה האט זי אויסגעשריגן צו קינג '!Tell them about the dream, Martin, tell them about the dream', און דאס איז געווען ווען קינג האט מחליט געווען צו גיין אף-סקריפט.
berlbalaguleh » פרייטאג מאי 10, 2013 10:46 am
· #113798
ענטפער צו ונבנתה העיר
ייש"כ פאר ברענגען דעם אינטרעסאנטן קליפ פון מארטין לוטהער קינג'ס דרשה. ער איז געווען אן אויסגעצייכנטער רעדנער מיט שטארקע פאעטישע נייגונגען. ס'א חידוש אז מ'האט דא נישט אנגעזעען ראביי אברהם יהושע העשל, וועלכער איז מיט געגאנגען אויף א סאך מארטשעס מיט איהם. רעוו. דזשעסי דזשעקסאן איז אויכעט געווען איינער פון זיינע הויפט אונטערשמייסערס. אבער ס'זענען געווען אין זיין מחנה א סאך אמת'דיג געפערליכע אנטיסעמיטן. מ'האט איהם (קינג'ן) אמאל געפרעגט --אין אנבליק פון דעם פאקט אז א סאך ליבעראלע אידן האבן שטארק געארבעט פאר סיוויל רייטס-- צו ס'איז פארהאן אנטיסעמיטיזם אין זיין פארטיי האט ער מודה געווען אז עטליכע גרויסע מאכערס (נישט דזשעקסאן) ביי איהם זענען שונאי ישראל. דער שמוציגער ראט שארפטאן ימ"ש איז נאך דאמאלס געווען אין די דייפערס.
קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 10, 2013 5:44 pm
· #113975
איך בין מודה, מיט בושה, אז איך האב נישט געוואוסט ביז (עטליכע חדשים צוריק) פון דעם ניגון "ירושלים של זהב", כאטש דעם סלוגן איז שוין באקאנט פון חז"ל.
וויקי האט א בלאט אויף דעם, און זאגט צווישען אנדערע:
השיר ...נחשב לאחד השירים האהובים ביותר בקרב הציבור הישראלי והיהודי העולמי. השיר הוא גם אחד מהפזמונים הישראליים המפורסמים בעולם כולו, לצד "הללויה" ו"הבה נגילה".
דא, שירונט, קען מען הערן און זעהן
אויר הרים צלול כיין
וריח אורנים
נישא ברוח הערביים
עם קול פעמונים.
ובתרדמת אילן ואבן
שבויה בחלומה
העיר אשר בדד יושבת
ובליבה חומה
ירושלים של זהב
ושל נחושת ושל אור
הלא לכל שירייך
אני כינור
ירושלים של זהב
ושל נחושת ושל אור
הלא לכל שירייך
אני כינור
איכה יבשו בורות המים
כיכר השוק ריקה
ואין פוקד את הר הבית
בעיר העתיקה.
ובמערות אשר בסלע
מייללות רוחות
ואין יורד אל ים המלח
בדרך יריחו.
ירושלים של זהב...
אך בבואי היום לשיר לך
ולך לקשור כתרים
קטונתי מצעיר בנייך
ומאחרון המשוררים.
כי שמך צורב את השפתיים
כנשיקת שרף
אם אשכחך ירושלים
אשר כולה זהב
ירושלים של זהב...
חזרנו אל בורות המים
לשוק ולכיכר
שופר קורא בהר הבית
בעיר העתיקה.
ובמערות אשר בסלע
אלפי שמשות זורחות
נשוב נרד אל ים המלח
בדרך יריחו.
ירושלים של זהב...
קאווע טרינקער » מוצ"ש מאי 11, 2013 11:15 pm
· #114026
נישט געוואוסט ביז היינט איבער דעם זייטל.
http://www.rabbimintz.com/
זיין קורצע פרופייל, רעדט ממש צו מיין נשמה
Adam Mintz, a Modern Orthodox rabbi in New York City, believes that the greatest challenge facing twenty-first century Jewry is the creation of educated Jews who understand that the key to the Jewish future is the appreciation of the Jewish past. Toward this goal, Rabbi Mintz teaches Jewish history and thought in a variety of venues. He has taught at Rutgers University, Brooklyn College, Hunter College and is presently an adjunct professor at Queens College.
איז איינער אין-טאטש מיט אים?
berlbalaguleh » מוצ"ש מאי 11, 2013 11:51 pm
· #114051
ענטפער צו קאווע טרינקער
ס'איז נישט אזוי ווייט דער שיר "ירושלים של זהב" ווי דער/די וואס האט עס געזונגען. עופרה חזה. א תימנ'ער מיידעלע פון די ארימע שכונה וועלכע איז נאכדעם געווארן א סופערסטאר, געווינענדיג דעם "יוראוויזשאן" פארמעסט. צוזאמען מיט די הצלחה איז אויך געקומען די אלע איבלען פון די גוי'אישע וועלט. דראגס און א לעבן פון הפקירות. צום סוף איז זי געשטארבן יונגערהייט פון עידס, ר"ל.
קאווע טרינקער » זונטאג מאי 12, 2013 12:43 am
· #114072
יא, כ'האב לעצטע וואך געזעהן א סייט ספעיצעל אויף איר http://www.haza.co.il/
איך אויך » זונטאג מאי 12, 2013 8:54 am
· #114130
ווי קומט דא אריין דער חזה? (אז זי איז געווען א מיידל מן הסתם האט זי געהאט א חזה) , דער ניגון איז וועלט באקאנט און איז פון נעמי שמר.
אגב ,דער באקאנטער ולירושלים עירך איז געווען דער פרומער ענטפער אויף דעם ניגון.
קאווע טרינקער » זונטאג מאי 12, 2013 10:10 am
· #114146
בערל אונזער בעל עגלה האט לכאורה געמיינט על דרך אין הניגון נקראת אלא על מי שמזמרה.
וועלעכע באקאנטע ולירושלים עירך רעדט איר?
וואס איז די ענטפער, אויף וועלעכע קשיא?
איך אויך » זונטאג מאי 12, 2013 10:18 am
· #114153
שוין איך זעה ביסט א שוואכע מבין אין נגינה.
אפשר הייסט עס 'ניגון אל על' ע"ש די לאנגע יארן וואס זיי פלעגן עס שפילן ביים לאנדן אין ישראל, וואס איך דרינג ארויס פון דיין ביז היינטיגע אומוויסנשאפט איז אז ביסט נאכנישט געפארן מיט אל על קיין ישראל.
ווילסט איך זאל דיר אפזינגן דעם ולירושלים עירך? די מעשה גייט אז דער מלחין (דאכט זיך רב"צ שענקער ני"ו) איז געפארן מיט א פליגער תיכף נאך די זעקס טאגיגע קריג און דעמאלס האט יעדער גערעש'ט מיט דעם ירושלים של זהב פון נעמי שמר, האט ער מחבר זיין ניגון אלס פרומע תשובה דערויף. פארשטייסט שוין אדער נאכאלץ נישט?
קאווע טרינקער » זונטאג מאי 19, 2013 8:48 pm
· #115824
נישט געוואוסט אז דער ניגון אויף "והוא קלי, וחי גואלי" איז פון ברוך לעווין.
כ'האב דאס געהערט אויף ענגלישע ווערטער אמאל.
זייער ווארימע ניגון.
ער איז אויך דער מחבר פון "וזכני לגדל.." זייער שיין.
http://www.youtube.com/watch?v=_UgNrNRx2zs
http://www.youtube.com/watch?v=4X8bnbB474w
הערשי » זונטאג מאי 19, 2013 10:43 pm
· #115871
די ליד איז ארגינעל געזינגען געווארן נישט דורך חזה'ן, נאר דורך שולי נתן, א דאן יונגע אומבאקאנטע זיגערין. כ'וויל נישט מכשיל זיין די ציבור יראים, אבער די פרויען קענען זוכן די ארגינעל אויף יוטוב. נתן איז דאן געשטיגען אין נאמען און אויסגאוואקסן א גרויסע זינגערין, לשמחת הוריה ומוריה.
די מעשה גייט אז שמר האט פארפאסט די ליד לכבוד א ירושלים קאנצערט אין תשכ"ז. די שטאט איז נאך דאן געווען צעטיילט, און אויפדעם ארויף זינגט זי "העיר אשר בדד יושבת ובליבה חומה". למעשה, אין געציילטע וואכן איז פארגעקומען די זעקס-טאגיגע מלחמה, און ס'געווען "הכותל בידינו". האט דאך שוין נישט געהאט קיין פשט צו קלאגן. איז שמר צוריק צום שרייב טיש און במקביל די סטאנזאס
"איכה יבשו בורות המים
כיכר השוק ריקה
ואין פוקד את הר הבית
בעיר העתיקה.
ובמערות אשר בסלע
מייללות רוחות
ואין יורד אל ים המלח
בדרך יריחו"
האט זי מוסיף געווען
"חזרנו אל בורות המים
לשוק ולכיכר
שופר קורא בהר הבית
בעיר העתיקה.
ובמערות אשר בסלע
אלפי שמשות זורחות
נשוב נרד אל ים המלח
בדרך יריחו."
מ'וואלט געקענט מהפך זיין יגון לשמחה, אבער משום חביבות השיר האט מען כולל געווען ביידע נוסחאות, ברכנו כולנו כאחד יחד.
פריי פון קאנטראווערסיע איז דאס אבער נישט געווען. מאנכע האבן גע'טענה'ט, "וואס הייסט כיכר השוק ריקה? די ירדנ'ער דרייען זיך דאך דארט. ירדנ'ער זענען עפעס נישט קיין מענטשן? אינם מן המנין?" אזוי גייט עס אין מיטלן מזרח. אפילו א פאלקס ליד איז אינטערנאציאנעלע פאליטיק. עכ"פ, שמר איז אבער נישט שולדיג געבליבן. משל למה הדבר דומה, למלך שמרדה בו אשתו, גייט ער צום פסיכיאטאר, און ער בארואיגט אים, מנע קולך מבכי, זי איז נישט איינזאם...
אין די עפיק פילם "שינדלער'ס ליסטע" שפילט די סקאור "אויפן פריפיטשעק" און "ירושלים של זהב" בשעת א ליקווידירונג. איז געהערט געווארן קריטיק אויפן אנאכראניזם. הלמאי, די ליד איז פארפאסט געווארן הערשט אין תשכ"ז. נו מילא, קיינער מיינט דאך נישט אז מ'האט באמת באשטעלט קלעזמער צו שפילן ווארימע ניגונים בשעת די נאציס האבן געטריבן. נאר ס'האט געקלונגען עטוואס קאמיש צו ישראלישע אויערן, און קאמעדיע איז דאך חזיר טריף אין א טראגעדיע. אין די העברעאישע ווערסיע שפילט טאקע אן אנדער ליד.
ס'מיר א חידוש אז די שלומי אמוני האבן געזוכט צו פארפאסן אן "ענטפער" ליד, זה לעומת זה. בסך הכל זינגט דאך דאס ליד בשבחה של ירושלים, און טאקע מיט אן ענוות'דיגען יראת הכבוד'יגע צוגאנג כראוי וכיאות "אך בבואי לשיר לך, קטנתי מצעיר בנייך. פארוואס מיינען די פרומע אז זיי מוזן אלס אפענטפערן.
מ'קען טרעפן מקורות אויף וויקיפידיע
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7% ... 7%94%D7%91
http://en.wikipedia.org/wiki/Jerusalem_of_Gold
http://en.wikipedia.org/wiki/Schindler% ... troversies
קאווע טרינקער » זונטאג מאי 19, 2013 10:47 pm
· #115873
קיינער מיינט דאך נישט אז מ'האט באמת באשטעלט קלעזמער צו שפילן ווארימע ניגונים בשעת די נאציס האבן געטריבן.
ס'איז גראדע יא געווען קלעזמער בפתחו של גיהנום.
http://holocaustmusic.ort.org/places/camps/death-camps/
ונבנתה העיר » מאנטאג מאי 20, 2013 12:15 am
· #115907
יוסף רעזניק פארציילט וועגן די מוזיק אין זיין עדות ביי משפט אייכמאן, [ער זאגט אז ער קען עברית אבער ער וויל רעדן אויף אידיש].
אז מען רעדט שוין, דא איז יואל בראנד מעיד ווי אייכמאן האט איהם פארגעשלאגן צו פארקויפן א מיליאן אידן [הייבט זיך אהן ביי 26:00].
berlbalaguleh » מאנטאג מאי 20, 2013 2:08 pm
· #116077
הערה איבער די עדות'שאפט פון יואל ברנד.
קודם א ייש"כ פאר ברענגען דעם גאר אינטרעסאנטן קליפ איבער די עדות'שאפט פון יואל ברנד ביי דעם משפט פון אדאלף אייכמאן ימ"ש. ס'איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דער פערזאן יואל ברנד איז געווען אזוי שטארק אסימילירט און אויסגעטון פון יעדן ברעקל אידישקייט אז ר'האט אפילו נישט געקענט געהעריג רעדן און פארשטיין אידיש אדער עברית. נאר ער האט פארלאנגט צו קאמיוניקירן אין די פארשאלטענע דייטשע שפראך, וואו ר'האט זיך געשפירט באקוועם. לפלא. אבער ר' סענדער דייטש זי"ע ועכ"י האט איהם געשילדערט מיט אזעלכע פאזיטיווע פארבן אין דער איד, אז ווען כ'האב געליינט זיין באשרייבונג האב אייך אייביג געמיינט אז ער (יואל בראנד) איז געווען אן אמת'ער ערליכער איד. 🙄 😳
שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 23, 2013 12:45 pm
· #117242
אז כעלמ'ער מגיד האט נאך א ביפער
טאמבל סאס » דאנערשטאג מאי 23, 2013 1:02 pm
· #117262
berlbalaguleh
קודם א ייש"כ פאר ברענגען דעם גאר אינטרעסאנטן קליפ איבער די עדות'שאפט פון יואל ברנד ביי דעם משפט פון אדאלף אייכמאן ימ"ש. ס'איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דער פערזאן יואל ברנד איז געווען אזוי שטארק אסימילירט און אויסגעטון פון יעדן ברעקל אידישקייט אז ר'האט אפילו נישט געקענט געהעריג רעדן און פארשטיין אידיש אדער עברית. נאר ער האט פארלאנגט צו קאמיוניקירן אין די פארשאלטענע דייטשע שפראך, וואו ר'האט זיך געשפירט באקוועם. לפלא. אבער ר' סענדער דייטש זי"ע ועכ"י האט איהם געשילדערט מיט אזעלכע פאזיטיווע פארבן אין דער איד, אז ווען כ'האב געליינט זיין באשרייבונג האב אייך אייביג געמיינט אז ער (יואל בראנד) איז געווען אן אמת'ער ערליכער איד. 🙄 😳
נע. ס'נישט וועגן די שילדערונג.
ס'איז וועגן די "יואל" אין זיין נאמען.
קאווע טרינקער » דאנערשטאג מאי 23, 2013 1:06 pm
· #117269
הערענדיג א שיעור פון ר' אהרן רקפת, פארציילט ער אז שמעון פרס האט אלץ קינד באקומען א ברכה פונעם חפץ חיים אויף ארוכת ימים.
קיינמאל נישט געוואוסט.
זר זהב » דאנערשטאג מאי 23, 2013 1:11 pm
· #117274
יאפ, איך געדענק כאבעס אויך געליינט ערגעץ וואו.
קאווע טרינקער » דאנערשטאג מאי 23, 2013 1:15 pm
· #117277
אריין אין אשכול "זאכן וואס איך האב שוין געוואוסט.."
זר זהב » דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:24 pm
· #117450
אז סיז געווען דער קאלובער רב דער בעל חקל תפיחון וואס האט געזאגט דעם נוטריקון אויף ויואל משה "אנוכי ולא יהיה לך מפי הגבורה שמענו". כאגעמיינט אז סיז פונעם וואודעסלאווער רב.
קאווע טרינקער » דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:41 pm
· #117458
זר זהב
יאפ, איך געדענק כאבעס אויך געליינט ערגעץ וואו.
זר זהב » דינסטאג מאי 28, 2013 8:14 pm
· #119068
אז אין סקווירא איז אויך דא (אדער געווען?) א משה גבאי
איך אויך » דינסטאג מאי 28, 2013 8:23 pm
· #119075
לאנג לאנג צוריק.
קאווע טרינקער » דינסטאג מאי 28, 2013 8:23 pm
· #119076
שוין געוואוסט,
משה בטלן, ער איז געווען אן אפגעהיטנע איד, און סקווירא רבי זצ"ל האט אים געטראסט מיט טראגן און ברענגען זיינע טעכטער,
berlbalaguleh » דינסטאג מאי 28, 2013 8:25 pm
· #119077
זר זהב
אז אין סקווירא איז אויך דא (אדער געווען?) א משה גבאי
ר'איז געווען נאך א סאך פריער פון אונזער? (אופס) משה גבאי. מ'האט איהם גערופן ר' משה גבאי. אדער ר' משה קאלאראשער. דעם אלטן סקווירא'ער רבי זי"ע האט מען אויכעט גערופן (אמאל) "קאלאראשער רב"
זר זהב » דינסטאג מאי 28, 2013 8:42 pm
· #119082
אבער א משה (פר"מ) גבאי איז דא נאר איינס!!
berlbalaguleh » דינסטאג מאי 28, 2013 8:45 pm
· #119084
זר זהב
אבער א משה (פר"מ) גבאי איז דא נאר איינס!!
גערעכט!!!
זר זהב » דינסטאג מאי 28, 2013 9:07 pm
· #119090
איך פלאן ארויפצולייגן א פארטרעט (בילד) אויף מיין וואנט פון די וואן ענד אנלי ר' משה גבאי!
זיין געזיכט ברענגט יראת הכבוד, פארלאנגט רעספעקט, שפרידעלט ציניציזם, און משפיע סוקסעס.
ר' משה ר' משה !!
זר זהב » דינסטאג מאי 28, 2013 9:14 pm
· #119091
2011823_2014227838_JPG.JPG
זר זהב » דינסטאג מאי 28, 2013 9:14 pm
· #119093
2011823_2031166809_jpg.jpg
זר זהב » מיטוואך מאי 29, 2013 12:54 am
· #119141
א שרעקעדיגע מעשה וואס קיינער דא האט נאך מסתם געליינט. סיז גוטע מאטריעאל פאר שטערן שרייבער און אוויאציע דזשאנקיס
http://en.wikipedia.org/wiki/Aloha_Airlines_Flight_243
בעל הבית » מיטוואך מאי 29, 2013 5:54 pm
· #119387
אז שלמה קארלבאך איז געווען א איידעם ביי הרב טירנוער ז"ל רב פון שומרי שבת
געפילטע פיש » דאנערשטאג מאי 30, 2013 11:28 pm
· #119845
ביזט זיכער? זיין ווייב איז געווען נעילה גליק פון טאראנטא.
זר זהב » פרייטאג מאי 31, 2013 1:46 am
· #119871
the french paradox
http://en.wikipedia.org/wiki/French_paradox
הוגה » פרייטאג מאי 31, 2013 8:02 am
· #119897
זר זהב
the french paradox
http://en.wikipedia.org/wiki/French_paradox
דאקטוירים דאהי, פארשטייען עס גוט. די סיבה פאר די נידעריגע ראטע פון קארינערי דעזיז טראץ די הויכע ראטע פון קאנסאמפשין פון סאטורעיטיד פעטנס איז ווייל די פראנצויזישע טרונקן רויטע וויין יעדע טאג. רויטע וויין איז גוט פאר די הארץ.
זר זהב » פרייטאג מאי 31, 2013 12:17 pm
· #119960
In her 2012 book, Vitamin K2 and the Calcium Paradox, Canadian nutritionist Kate Rhéume-Bleue proposes that the explanation for the lower rate of cardiovascular diseas in France is the high level of vitamin K2 (also known as menaquinone) in some of the fattier foods that form a part of the French diet. Lack of vitamin K2 in the diet is linked to increased calcification of plaques in artery walls.
Rhéume-Bleue writes,
“ The French Paradox isn’t a paradox at all. The very same pâté de foie gras, egg yolks and creamy, buttery sauces that we inaccurately labeled “heart attack on a plate“ literally supply the single most important nutrient to protect heart health.[23] ”
As one example, Rhéume-Bleue points to the fact that a 3 ½-ounce serving of goose liver pate contains 369 micrograms of menaquinone, while a 3 ½-ounce serving of pan-fried calf liver of the kind frequently eaten in North America contains only 6 micrograms of menaquinone.
קאווע טרינקער » זונטאג יוני 2, 2013 4:13 pm
· #120421
אז קופערניקוס רעדט אונז איין באבקעס...
[ציטאט אראפגענומען]
אויף אלע אידען אזא סטעי אין גיהנום....
זר זהב » זונטאג יוני 9, 2013 3:32 am
· #123028
סאט מיר באמת געשאקט צו געוואר ווערן דאס פאלגענדע. דאס גאנצע וואך נאכט פארטיאינג וואס ממאכט פאר פריינט בדמים יקרים איז אן אמעריקאנער מנהג אן קיין שום מקור. דאס איז צוליב וואס דא לויפט מען צו די ארבעט פרי קעמען זיך נישט משתתף זיין ביים ברית. אין אנדערע לענדער פראוועט מען נישט קיין וואך נאכטס.
און איך הער אז אפילו דא מאכט אויך נישט יעדער. נישט יעדער קען עס אפארדען.
קאווע טרינקער » זונטאג יוני 9, 2013 4:58 am
· #123039
מנחת אלעזר שרייבט אויף דעם: דר'עולם לויפט ענדערשט צו ערלים (וואך נאכט) ווי צו מהולים...
מאטי » זונטאג יוני 9, 2013 10:16 am
· #123052
זר זהב
סאט מיר באמת געשאקט צו געוואר ווערן דאס פאלגענדע. דאס גאנצע וואך נאכט פארטיאינג וואס ממאכט פאר פריינט בדמים יקרים איז אן אמעריקאנער מנהג אן קיין שום מקור. דאס איז צוליב וואס דא לויפט מען צו די ארבעט פרי קעמען זיך נישט משתתף זיין ביים ברית. אין אנדערע לענדער פראוועט מען נישט קיין וואך נאכטס.
און איך הער אז אפילו דא מאכט אויך נישט יעדער. נישט יעדער קען עס אפארדען.
און וואס טוט זיך מיט די מעשה הבעש״ט? מיטן כישוף מאכער גלח? שווארצע קאץ? חזרים שפריצען פייער? אלעס איז געשען אין אמעריקע ?
וואס בזית אפיך תאכל.. קען אלץ אויסטרעפן....
berlbalaguleh » זונטאג יוני 9, 2013 11:19 am
· #123070
moti107
זר זהב
סאט מיר באמת געשאקט צו געוואר ווערן דאס פאלגענדע. דאס גאנצע וואך נאכט פארטיאינג וואס ממאכט פאר פריינט בדמים יקרים איז אן אמעריקאנער מנהג אן קיין שום מקור. דאס איז צוליב וואס דא לויפט מען צו די ארבעט פרי קעמען זיך נישט משתתף זיין ביים ברית. אין אנדערע לענדער פראוועט מען נישט קיין וואך נאכטס.
און איך הער אז אפילו דא מאכט אויך נישט יעדער. נישט יעדער קען עס אפארדען.
און וואס טוט זיך מיט די מעשה הבעש״ט? מיטן כישוף מאכער גלח? שווארצע קאץ? חזרים שפריצען פייער? אלעס איז געשען אין אמעריקע ?
וואס בזית אפיך תאכל.. קען אלץ אויסטרעפן....
ווען כ'האב געליינט זר'ס תגובה האבעך געוואלט שנעל אפדרוקן אן ענטפער. נאר כ'זעה אז דו האסטמעך מאגדעם (מקדים) געוועין. די מעשה האב איך געליינט אלס יונגל און כ'בין געוועין זייער איבערגענומען דערפון. נאר מ'זאגט אז אלע מעשיות פון שבחי הבעש"ט זענען אויסגעטראכט???
למדן » זונטאג יוני 9, 2013 12:05 pm
· #123084
אויב האט שוין די מנחת אלעזר געהאקט אויף דעם איז דאך עס שוין א מנהג מקדמת דנא און נישט קיין אמעריקאנער ארבייטס מנהג, אמת אין לענדער ווי מ' קען גייט מען צום ברית.
יאכלו ענבים וישבעו
זר זהב » זונטאג יוני 9, 2013 12:07 pm
· #123085
למדן
אויב האט שוין די מנחת אלעזר געהאקט אויף דעם איז דאך עס שוין א מנהג מקדמת דנא און נישט קיין אמעריקאנער ארבייטס מנהג, אמת אין לענדער ווי מ' קען גייט מען צום ברית.
יאכלו ענבים וישבעו
און אין יענע לענדער שפארט זיך דער בעל שמחה 5-600 דאללער. אויב איז עס א מנהג אן א מקור וואלט מען עס געדארפט אויפהערן דא אויך.
למדן » זונטאג יוני 9, 2013 12:17 pm
· #123086
ביי אונז וואלט קיינער נישט געגאנגען צום ברית,ווי אויך קאסט דארט די ברית מער (און די ווייסט נישט וויפיל, אין פלעטבוש קאסט א ברית מער ווי א עוורידזש וויליאמסבורג וואך נאכט), ווער עס וויל מאכט עס פאר אונטער $4-500
זר זהב » דינסטאג יוני 11, 2013 2:04 am
· #123859
כאב געוויסט פון דעם איד צו זאגן, אה אינטערעסאנטער נשמה, שבת און יו"ט א מלאך. יעדער איז וועלקאם אין זיין שטוב. א בעט איבערצושלאפן? א גלעזעלע ביר? א שבת סעודה? עניטינג. - אבער דאך נישט געוואוסט אז ער איז סאטמאר רבי פון וואודרידזש!?...
ב"ה ער האט חתונה געהאט, פאר מער קוקט דא
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21