☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

1007 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1743
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21

ונבנתה העיר » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 4:16 pm

· #215412
אזויפיהל דף היומי לערנט נאך יעדער.

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 5:51 pm

· #215442
ונבנתה העיר
אזויפיהל דף היומי לערנט נאך יעדער.

ביי אינז אמת'ע ערליכע אידן , ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני, האט מען נישט געלערנט דף היומי, ר"ל. פרעיג מיך נישט פארוואס. איך קען דיר זאגן אלע שפעט נעימען און שעלטן. אבער פארוואס, ווייסיך נישט. אזוי האבן זיך אבותינו ורבותינו הקדושים נוהג געוועין. ווער זעמיר אינז מהרהר צו זיין נאך זיי... 😕 😎 😂 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😞 🙄 😉 😮

סאשי פיש » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 8:14 pm

· #215467
אויליגער
סאשי פיש
דעי שבת האב איך באמערקט אז די פיוט ״אל אדון״ וואס מען זאגט ביי די ברכת היוצר לויפט אויף די א״ב חוץ די ״ס״ וואס עס איז דא א ״ש״ אנשטאט דעם.

האדרת והאמונה וואס מזאגט שבת פאר ברוך שאמר לויפט אויך אויף די א-ב חוץ "ס" וואס עס איז דא א "ש"
היינו טעמא דאל אדון היינו טעמא דהאדרת והאמונה

דו מאכסט די קשיא שווערער!

אויליגער » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 9:34 am

· #215495
נעכטען באמערקט ביי איכה וואס די ערשטע 4 קאפיטלעך גייט לפי די א-ב אז קאפיטעל ב' ג' ד' איז די "פ" פאר די "ע" נאר קאפיטעל א' גייט געהעריג "ס" "ע" "פ"

קינד_אן_קייט » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 9:56 am

· #215496
אויליגער
נעכטען באמערקט ביי איכה וואס די ערשטע 4 קאפיטלעך גייט לפי די א-ב אז קאפיטעל ב' ג' ד' איז די "פ" פאר די "ע" נאר קאפיטעל א' גייט געהעריג "ס" "ע" "פ"

עיין רש״י מפני שהקדימו ״פה״ (דיבור) ל״עין״ (ראיה) וכמעשי המרגלים.

outspoken » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 10:24 am

· #215497
אויליגער
נעכטען באמערקט ביי איכה וואס די ערשטע 4 קאפיטלעך גייט לפי די א-ב אז קאפיטעל ב' ג' ד' איז די "פ" פאר די "ע" נאר קאפיטעל א' גייט געהעריג "ס" "ע" "פ"


סנהדרין ק"ד ע"ב):

"פצו עליך פיהם", אמר רבא אמר רבי יוחנן: בשביל מה הקדים פ"א לעי"ן, בשביל מרגלים שאמרו בפיהם מה שלא ראו בעיניהם.

הדרשה מבוססת על העובדה שפרקי מגילת איכה מסודרים לפי סדר הא"ב, אולם בפרקים ב, ג, ד - הוקדמה האות פ לאות ע.
כך, למשל, בפרק ב' (ט"ז-י"ז, ועי' במדרש איכה רבה, פרשה ב', כ'):

ס'דא א מורא'דיג ווארט פון רביה''ק מ'סאטמאר ז''ל, א מורא'דיגע נחמה פאר אונזער דור, ער האט דאס אסאך מאל געזאגט.

ער פלעגט ביטערלעך וויינען בי די תורה אז אידן ביים חורבן האבן גארנישט געזען קיין אור, ס'געווען נאר חושך (די בויך דרייט זיך ווען מ'לערנט די מדרשים פונם חורבן) דאך האבן זיי געדאווענט און געזאגט שירה, אויף איין פלאץ טייטשט ער אויך וואס מ'זאגט ביי כתר וישמיענו ברחמיו לעיני כל חי לאמר: הן גאלתי , מ'הערט דאך מיט די אויער נישט מיט די אויגן? נאר מיר בעטען די רבוש''ע, ער זאל שוין ווייזען פאר די גוים וואס זיי האבן אלע יארן געהערט פון אונז ''לאמר: הן גאלת'' זיי זאלן דאס אויך זען בביאת גואל צדק אכי''ר.
📎 Untitled.jpg

אויליגער » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 11:19 am

· #215503
יישר כח outspoken@ פאר די הערליכע תורה

און מזל טוב פאר דיין טויזענסטע תגובה כה לחי keep up ביז 5000 און נאכמער 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 12:36 pm

· #215509
אויליגער
סאשי פיש
דעי שבת האב איך באמערקט אז די פיוט ״אל אדון״ וואס מען זאגט ביי די ברכת היוצר לויפט אויף די א״ב חוץ די ״ס״ וואס עס איז דא א ״ש״ אנשטאט דעם.

האדרת והאמונה וואס מזאגט שבת פאר ברוך שאמר לויפט אויך אויף די א-ב חוץ "ס" וואס עס איז דא א "ש"
היינו טעמא דאל אדון היינו טעמא דהאדרת והאמונה

אנטשולדיגט ר' אויליגער: די סמ"ך ביי הסיגוי והשגב איז דארט ווייל ס'באלאנגט דארט... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😉 😮

אויליגער » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 12:47 pm

· #215511
אין הכי טאקע, אבער די "ש" פון השגב באלאנגט נישט דארט!

קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 6:39 pm

· #216525
אז מארק לעווין איז א איד.
ער האט היינט גערעדט פון זיין בר מצווה.

אפטעמיסט » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 6:42 pm

· #216526
ער רעדט כסדר פון זיין אידישקייט

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 6:43 pm

· #216527
אה כ'האב נישט געוויסט אז ער רעדט נאך און אז מענטשן הערן אים נאך...

האט נאך עפעס צוצולייגן צום קאנסטעטושאן...? שיק נאך קאפי'ס מיט רעיגען'ס אינטערשריפט..?

אפטעמיסט » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 6:45 pm

· #216528
ביסט הייליג גערעכט. איך ווייס נישט וויאזוי זיין גארגעל לעבט נאך.

קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 7:35 pm

· #216534
אגב, ער האלט שטארק פון גרימפיגזאא

ישראל קאפקע » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 7:41 pm

· #216535
קאווע טרינקער
אגב, ער האלט שטארק פון גרימפיגזאא

עס קען נישט זיין, סהאט די אותיות גאזא אין זיך, ער קען עס אויף קיין שום פאל נישט שטיצן 😉

מאטי » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 5:19 am

· #216590
berlbalaguleh
אויליגער
סאשי פיש
דעי שבת האב איך באמערקט אז די פיוט ״אל אדון״ וואס מען זאגט ביי די ברכת היוצר לויפט אויף די א״ב חוץ די ״ס״ וואס עס איז דא א ״ש״ אנשטאט דעם.

האדרת והאמונה וואס מזאגט שבת פאר ברוך שאמר לויפט אויך אויף די א-ב חוץ "ס" וואס עס איז דא א "ש"
היינו טעמא דאל אדון היינו טעמא דהאדרת והאמונה

אנטשולדיגט ר' אויליגער: די סמ"ך ביי הסיגוי והשגב איז דארט ווייל ס'באלאנגט דארט... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😉 😮

און פארוואס ביי נון איז דא א גימל "הגוי והנצח" ?

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 8:14 am

· #216597
מאך נישט קיין joke
ווייל עוז והדר וועט נאך מאכן אן הגה אז אין אלטע סידורים איז געשטאנען ה"ג"וי, עד שבא נשיא ממלכת וחזר ויסדו.

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 1:17 pm

· #216618
אויליגער
נעכטען באמערקט ביי איכה וואס די ערשטע 4 קאפיטלעך גייט לפי די א-ב אז קאפיטעל ב' ג' ד' איז די "פ" פאר די "ע" נאר קאפיטעל א' גייט געהעריג "ס" "ע" "פ"

Did peh once come before ayin in hebrew?

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 5:09 pm

· #216660
מאטי
berlbalaguleh
אויליגער
סאשי פיש
דעי שבת האב איך באמערקט אז די פיוט ״אל אדון״ וואס מען זאגט ביי די ברכת היוצר לויפט אויף די א״ב חוץ די ״ס״ וואס עס איז דא א ״ש״ אנשטאט דעם.

האדרת והאמונה וואס מזאגט שבת פאר ברוך שאמר לויפט אויך אויף די א-ב חוץ "ס" וואס עס איז דא א "ש"
היינו טעמא דאל אדון היינו טעמא דהאדרת והאמונה

אנטשולדיגט ר' אויליגער: די סמ"ך ביי הסיגוי והשגב איז דארט ווייל ס'באלאנגט דארט... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😉 😮

און פארוואס ביי נון איז דא א גימל "הגוי והנצח" ?

מאטי: אפשר בשעת מ'האט קאמפאוז'ד דעם שיר "האדרת והאמונה" איז נאכנישט געוועהן קיין ווארט פאר "סמך". האט מען סובסטיט'ד מיט א "שין שמאלית". אבער היינט ווען מאדערן עברית עקזיסטירט, איז אפשר יא דא א ווארט מיט א "סמך".
אה. כ'האב פארגעסן. אינז 😕 😎 😂 😂 😂 🙄 😳 😞 😉 😮 ערליכע אידן טארן דאך נישט רעדן די שפה הטמאה. אשר בדו הציונים מליבם (הטמא.(...

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 5:14 pm

· #216662
קאווע טרינקער
מאך נישט קיין joke
ווייל עוז והדר וועט נאך מאכן אן הגה אז אין אלטע סידורים איז געשטאנען ה"ג"וי, עד שבא נשיא ממלכת וחזר ויסדו.

אז עוז והדר וועט מאכן אן הגהה, פון דעים שרעק איך מיך נישט אזוי שטארק. כ'האב אבער מורא אז "עוז והדר לבושה" וועט מאכן עפעס אן הגהה. אדער אן אסיפה. פון דעים דארף מען שוין מורא האבן... 😂 😈 😂 😈 😂 😈 😉 😮

יין שרף » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 5:16 pm

· #216664

ישראל קאפקע » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 6:06 pm

· #216678
יין שרף

געוויסט 4, 41, 44, 51, און 53. 😎
הנאה געהאט, שכויעך,

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 7:30 pm

· #216711
39 איז דער מקור פאר אונזער סנודס?

shem-tov » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 8:41 pm

· #216734
91 כהאב קיינמאל נישט געוויסט אז סאיז דא אזאך ווי איבערמארגן אין ענגליש. געווענדליך זאגט מען "די דעי עפטער טאמאראו"

shem-tov » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 8:41 pm

· #216735
19

יין שרף » דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 10:02 pm

· #216903
אנשטאט רופן 411 פונעם סעליולאר אין צאלן דערפאר 1.25 פער מינוט, קען מען רופן 800FREE-411

אדער 800-373-3411

דריידל » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 9:55 pm

· #217517
אין בריטיש ווירזשען איילענדס (BVI), וואס איז לעבן אמעריקא, פארן קארס אויף די לינקע זייט, אזויווי אין ענגלאנד

ונבנתה העיר » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 12:20 am

· #217543
אז דער גרויסער ענין פון זאגן 'אם ירצה ה'' שטייט סיי אינעם ברית החדשה און סיי אינעם קוראן.

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 4:53 am

· #217559
ונבנתה העיר
אז דער גרויסער ענין פון זאגן 'אם ירצה ה'' שטייט סיי אינעם ברית החדשה און סיי אינעם קוראן.

און נישט אין די אלטע בייבל?

ונבנתה העיר » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 11:15 am

· #217595
נישט וואס איך געדענק.

רויטע וואנצעס » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 11:31 am

· #217597
דו מיינסט צו זאגן אז ס'שטייט דארט אז ס'איז א גרויסע ענין, אדער אז מ'באניצט זיך מיט דעם אין זייער בייבל?

ונבנתה העיר » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 12:04 pm

· #217607
עס שטייט דער גרויסער ענין אזוי צו זאגן, ווייל וואס ווייסט דען א מענטש וואס וועט זיין מארגן.

דריידל » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 4:15 pm

· #217649
די של"ה אין פרשת בהעלותך זאגט אויפ'ן פסוק על פי ה' יחנו ועל פי ה' יסעו אז ווי זיי זענען געגאנגען האבן זיי געזאגט מ'גייט אי"ה

יין שרף » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 6:11 pm

· #217675
מיין רבי פלעגט עס טייטשען אז עס אים געווען געשמאק צו דאווענען און דערמאנען די אייבישטערס נאמען, שהיה שם שמים SUGAR על פיו...

ונבנתה העיר » זונטאג אוגוסט 24, 2014 10:50 pm

· #218415
אז א מצורע מוחלט איז מותר בתשמיש [נאר די זיבן טעג ווען ער איז זיך מטהר איז ער אסור].

דריידל » זונטאג אוגוסט 24, 2014 11:54 pm

· #218422
אין ניו דזערסי קען מען באקומען א טיקעט פאר האבן א gps אויפ'ן ווינדשילד

ישראל קאפקע » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 3:57 pm

· #218798
אז סאיז פארהאן א לאנד מיטן נאמען מאסעדאניע (Macedonia)
איך האב באקומען און ארדער פון דארט, איך קען דעם נאמען אלס א געגנט אין די רוימישע, ביזאנטישע אימפעריעס, כהאב אים כמעט געשיקט א מעסעדזש פרעגן אין וועלכע לאנד דאס געפונט זיך he wouldn't have been pleased!

אויך אז די הויפטשטאט פון טערקיי הייסט איסטא''נ''בול נישט איסטא''מ''בול,

און איך האב גאר געמיינט אז איך בין א גרויסע ידען אין געאגראפיע! 😞 😉 😳

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:15 pm

· #219194
למעשה וועלכע לאנד איז עס טאקע? און פארוואס וואלט יענער נישט געווען געפליעזט?

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:53 pm

· #219215
ישראל קאפקע
אז סאיז פארהאן א לאנד מיטן נאמען מאסעדאניע (Macedonia)
איך האב באקומען און ארדער פון דארט, איך קען דעם נאמען אלס א געגנט אין די רוימישע, ביזאנטישע אימפעריעס, כהאב אים כמעט געשיקט א מעסעדזש פרעגן אין וועלכע לאנד דאס געפונט זיך he wouldn't have been pleased!

אויך אז די הויפטשטאט פון טערקיי הייסט איסטא''נ''בול נישט איסטא''מ''בול,

און איך האב גאר געמיינט אז איך בין א גרויסע ידען אין געאגראפיע! 😞 😉 😳

באותה מידה: דער נאמען מאיר א"נ"שיל ראטשילד. די גוי'אישע שונאי ישראל (להבדיל פון די "אידישע", למיניהם.) שרייבן און זאגן ארויס דעם נאמען א"מ"שיל מיט א "מם"... 😕 😎 😂 🙄 😈 😈 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😞 😮

מנחם » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:58 pm

· #219219
אז די בעסטע שאויער אין איחוד, איז שוואכער ווי די שוואכסטע אין ראפשיץ.

petergrifin » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 10:37 pm

· #219362
אז ס׳איז נארמאל צו זיצן אין טרעפיק װען מען צאלט געלט צו פארן קײן מאנהעטען מיט די בעטערי טונעל.

שת.אדמזאהן » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 12:01 am

· #219395
מנחם
אז די בעסטע שאויער אין איחוד, איז שוואכער ווי די שוואכסטע אין ראפשיץ.

איחוד מוסדות באבוב? איחוד מוסדות גור? וועלכע איחוד? און וועלכע ראפשיץ? בארא פארק, קרית יואל, און אשדוד?

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 12:36 am

· #219402
שת.אדמזאהן
מנחם
אז די בעסטע שאויער אין איחוד, איז שוואכער ווי די שוואכסטע אין ראפשיץ.

איחוד מוסדות באבוב? איחוד מוסדות גור? וועלכע איחוד? און וועלכע ראפשיץ? בארא פארק, קרית יואל, און אשדוד?

לכאורה איחוד-מוסדות-באבוב45 איז שוואכער ווי די שוואכסטע אין ראפשיץ - באבוב

ישראל קאפקע » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 1:47 am

· #219414
שמעקעדיג
למעשה וועלכע לאנד איז עס טאקע? און פארוואס וואלט יענער נישט געווען געפליעזט?

יעדער וואלט געווען אנטוישט אויב איינער פרעגט עם אזא שאלה, דו ווייסט ניטאמאל אז מיין לאנד עקזיסטירט? 😞

דריידל » זונטאג אוגוסט 31, 2014 3:04 am

· #220042
תכנת שבת זענען די ווערטער עפ"י תשר"ק, דאס ווייסט (כמעט) יעדער. איך בין אבער לעצטענס געוואר געווארן אז גלייך נאכדעם קומט מנצפ"ך - מ'סיני נ'צטוו צ'ווי פ'עליה כ'ראוי.

מנחם » זונטאג אוגוסט 31, 2014 3:16 pm

· #220130
שת.אדמזאהן
מנחם
אז די בעסטע שאויער אין איחוד, איז שוואכער ווי די שוואכסטע אין ראפשיץ.

איחוד מוסדות באבוב? איחוד מוסדות גור? וועלכע איחוד? און וועלכע ראפשיץ? בארא פארק, קרית יואל, און אשדוד?

איחוד קאנטרי, ראפשיץ ב"פ.
ע"ד וחברון שבע שנים נבנתה לפני צוער מצרים.

לעמיל » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 1:49 pm

· #226208
אז דער פסוק מהרסייך ומחריבייך ממך יצאו מיינט פשוט פשט אז דיינע שונאים וועלן אוועגיין פון דיר.

מאטי » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 3:48 pm

· #226233
אז לעבן דשעי עף קעי פאסאנזשיר טערמינאל ביים זייטיגן ראוד איז פארהאן א שטח וואס רופט זיך "סעל פאון לאט", וואו ציווילע אוטא'ס וואס ווארטן אפצונעמן זייערע באקאנטע, קענען דארטן געדולדיג אויסווארטן.

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 4:59 pm

· #226243
אז די גרויסע טראקס און טרעילערס וועלכע פארן אויף די אינטערסטעיט הייוועיס, האבן אן "אדא-מיטער" ביי די אונטערשטע רעדל/עך, און מ'טשעקט דארט די מיילידזש. נישט ביי דעם "דעש-באורד"... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 5:56 pm

· #226252
מאטי
אז לעבן דשעי עף קעי פאסאנזשיר טערמינאל ביים זייטיגן ראוד איז פארהאן א שטח וואס רופט זיך "סעל פאון לאט", וואו ציווילע אוטא'ס וואס ווארטן אפצונעמן זייערע באקאנטע, קענען דארטן געדולדיג אויסווארטן.

יישר כח מאטי!
וואו איז דאס? לעבן וועלכע טערמינאל? גיב ארויס ביטע מער אינפארמאצי, עס קען צוניצקומען.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21