א איד מיט טעלעוויזיע איז מער ''איד'' ווי א איד מיט אינטערנעט
זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
1007 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1743
[ציטאט אראפגענומען]
מעשה היה בפילוסוף גדול המפורסם בעולם שנקרא אריסטו, שבימי זקנותו כתב אגרת לתלמידו אלכסנדר מוקדון מלך יון בזה הנוסח;
''ברוך ה' הפוקח עינים עוורות המראה לחטאים דרך ישרה. מהולל יהיה בתהלה הנאוה לו, כי איני יודע להללו על הרחמים והחסד הרב שעשה עמי, שהוציאני מן השטות הזו שהייתי שקוע בה כל ימי חיי, בעסק חכמת הפילוסופיה להסביר כל דבר בדרך הטבע שמובן על פי השכל, ועשיתי ספרים הרבה בחכמה הזו כחול אשר על שפת הים. עד שנתוכחתי עכשיו בערוב חיי עם חכם אחד מחכמי ישראל, ובדבריו עמי הראה חכמתו הגדולה, והכרתי את מעלת התורה הקדושה שניתנה בהר סיני, והוא משך לבי בדברי התורה שהראה לי והסביר לי חידושים אמתיים ופלאים שנעשו. ואני הייתי פרא שלא הבינותי שרוב הדברים נוהג אותם הקב''ה בדרך פלא חוץ מדרך הטבע. ומשראיתי כך, נתתי אל לבי לדרוש ולתור בחכמת התורה שכל דבריה מיוסדים על אדני האמת ואין היא כחכמת הפילוסופיה שהיא הבל. ולכן אתה תלמידי אלכסנדר המלך הגדול, אל ידיחו ספרי לא אותך ולא את חביריך הפילוסופים, שאילו היה בכוחי לאסוף את כל הספרים שחברתי בחכמה הזאת בודאי היייתי שורף אותם באש כדי שלא ישאר שום דבר מהם. אבל אין הדבר בידי שכן ספרי נפוצו בכל העולם ואי אפשר לכנס כולם. ואני יודע יפה העונש החמור שיענישני בוראי על החטא הגדול שחטאתי שאיבדתי הזמן במו ידי והחטאתי רבים. ולכן בני אלכסנדר כתבתי המכתב הזה כדי להודיעך לך ולכל חביריך שרוב הדברים שרוצים להסביר בדרך הטבע כדי שיובנו על פי השכל דברי שקר הם, שבודאי הקב''ה הוא פטרונו של עולם והוא מנהגו בכוחו הגדול. ומפני שמזלי גרם שספרי נפוצו בארצות המערב, אני מודיע עכשיו לכולם שלא יאבדו זמנם בהם, לא יסתכלו בהם ולא יגעו בהם בידיהם. שעוון גדול הוא לבלות הזמן על ספרי פילוסופיה שהיא שקר שאין לו רגלים. ועכשיו אני את נפשי הצלתי בזה שהודעתי את טעותי ואשמתי לא חמורה כל כך על העבר, כי לא ידעתי. אבל עכשיו שגיליתי הדבר לבריות שחייתי בטעות ולבי נשרף על הזמן שכיליתי בהבלים, אוי לאלו שלבם נמשך אחרי ספרי, בודאי יהיו בתחתית שאול. ודע שכפי שהורה לי אותו חכם מצאתי הרבה דברים בספר משלי שחיבר שלמה המלך שלא יגרר אדם אחר חכמת הפילוסופיה באומרו 'לשמרך מאשה זרה מנכריה אמריה החליקה' (משלי ז). אוי לעינים שכך רואות. אוי לאזנים שכך שומעות. אוי לי שכיליתי גופי וכוחי בדברים מזיקים. וזה שאתה משבח אותי ואומר שמעי בכל העולם בגלל הספרים שעשיתי, ומעריצים אותי הערצה רבה, בודאי טוב המות מזה שנפוצו ספרי בכל העולם. ודאי אלו שעוסקים בתורה ירשו חיי עולם הבא, ואלו שעוסקים בספרי ירשו גיהנם. ואף אני מוכן ליענש על כולם. וזה שלא כתבתי לך מכתב זה קודם לכן, כי חששתי שמא תכעס עלי ותעשה לי רע. אבל עכשיו גמרתי אומר להודיעך הדבר, כי יודע אני שלפני שיגיע מכתבי זה לידך כבר אהיה נתון בארון עצים, כי הגעתי לסוף ימי.
ושלום מן המורה אריסטו הפורש מן העולם לאלכסנדר מלך יון הגדול''.
<a class="postlink" href="http://www.shofar.net/site/ARDetile.asp?id=4495">http://www.shofar.net/site/ARDetile.asp?id=4495</a>
אז אנאלאזירער איז א הארטער ניסל
אז שבת ווערט זר משוגע פון ליידיג גיין, און זעצט זיך ליינען דעם נר ההפטורה...
איך מיין אז עס קומט פון סדר הדורות וואס איז במח"כ פול מיט גאר מאדנע זאכן.
זר זהבאז אריסטו האט געשריבן פאר אלכסנר מוקדון סוף ימיו אז אלע פיליזאפישע וואטעווער זענען שטותים מיט הבלים. (גליון נר ההפטורה פר' תולדות)
איך מיין אז עס קומט פון סדר הדורות וואס איז במח"כ פול מיט גאר מאדנע זאכן.
איז עס שטותים?
לכאורה.
אויב קומט עס טאקע פונעם סדר הדורות איז עס קיין מקור, און דער לשון אליין איז מוכיח אז עס איז מזויף מתוכו.
אויב קומט עס טאקע פונעם סדר הדורות איז עס קיין מקור, און דער לשון אליין איז מוכיח אז עס איז מזויף מתוכו.
פון אן אמעריקאנע הכשר KSA
אז עשו הרשע האט געהאט אזא גרויסן איידעם! פארפאלן איידעמער האט מען זיך אייביג געקענט קויפן...
-----
אז לאטקעס סערווירט מען מיט עפל סאוס קאמפאוט.
-----
אז לאטקעס סערווירט מען מיט עפל סאוס קאמפאוט.
זר זהבאז עשו הרשע האט געהאט אזא גרויסן איידעם! פארפאלן איידעמער האט מען זיך אייביג געקענט קויפן...
-----
אז לאטקעס סערווירט מען מיט עפל סאוס קאמפאוט.
ווער איז געוועין זיין איידעם?
יהודא בן יעקב אבינו
[ציטאט אראפגענומען]
ווי איז די דיס לייק קנעפל.. אה דא האב איך עס העיר יא גוי
זר זהביהודא בן יעקב אבינו
מקור?
עלים ל'טריפה
זר זהביהודא בן יעקב אבינו
וואס פארא טאכטער האט ער געהאט?
אז דבורה מינקת רבקה איז געווען רבקה׳ס מאמע
גוטזאגעראבער א מענטש וואס האט א שטוב מיט קינדער קע"ה קען נישט פארשטיין די צער פון איינער וואס איז ל"ע קינדערלאז און בפרט א רבי א מנהיג וואס ער ווייסט אז לאחר מאה ועשרים וועט נישט זיין איינער וואס זאל איבער נעמען זיין פלאץ און זיין חסידות וועט מעגליך צופאלען און מען וועט אינגאנצען פארגעסן פון אים איז זיין צער אומבאשרייבליך
סאטמערע רב האט געהאט אמאל א שטוב מיט קינדער, ניין? מיטן צווייטען האלב ביסטו גערעכט....
אז די גמרא שבת קט"ז ע"ב [בשם א פילוסוף] ברענגט צוויי ציטוטים פונעם ברית החדשה, איינס פון ספר מתי, און איינס פון אונגליון.
דא זעה איך גאר א גירסא אז עס שטייט בפירוש, מיום שגליתם מארצכם בטלה תורת משה והתקבלה עוון גיליון.
א"ל מן יומא דגליתון מארעכון איתנטלית אורייתא דמשה ואיתיהיבת ספרא אחריתי וכתיב ביה ברא וברתא כחדא ירתון... אמר להו שפילית לסיפיה דספרא וכתב ביה אנא לא למיפחת מן אורייתא דמשה אתיתי ולא לאוספי על אורייתא דמשה אתיתי
דא זעה איך גאר א גירסא אז עס שטייט בפירוש, מיום שגליתם מארצכם בטלה תורת משה והתקבלה עוון גיליון.
זר זהבאז אנאלאזירער איז א הארטער ניסל
נאר דאסססס??? דו ביסט א דזשענטלמאןןן
אז זר וועט נאך אמאל שרייבן דא מיטן זיין זר ניק.
היסטאריקעראז דבורה מינקת רבקה איז געווען רבקה׳ס מאמע
דו קענסט מיין שוועסטער און מיין מאמע ביים נאמען?
קאווע טרינקערהיסטאריקעראז דבורה מינקת רבקה איז געווען רבקה׳ס מאמע
דו קענסט מיין שוועסטער און מיין מאמע ביים נאמען?
נישט געוויסט אז די נעמסט משפחה אין ביזנעס....
געדענק עס גרענעצט זיך מיט כריתות...
איך פארשטיי פשוט נישט וואס ער מיינט. צו בקיצור פאר מיר
[ציטאט אראפגענומען]
אַל תַּחְשְׁבוּ שֶׁבָּאתִי לְבַטֵּל אֶת הַתּוֹרָה אוֹ אֶת הַנְּבִיאִים; לֹא בָּאתִי לְבַטֵּל כִּי אִם לְקַיֵּם. (מתי ה י"ז).
די ערשטע מימרא פון ברא וברתא ירתון כחדא האב איך נישט געטראפן.
אגב, דער שם הכולל פאר די פיר ספרים פון די תלמידים פון ישו איז אוונגליון (gospels) ס'איז נישט קיין עקסטערע ספר.
קאווע טרינקערהיסטאריקעראז דבורה מינקת רבקה איז געווען רבקה׳ס מאמע
דו קענסט מיין שוועסטער און מיין מאמע ביים נאמען?
נישט געוויסט אז לבן האט א ניק דא.
יאיר[ציטאט אראפגענומען]
אַל תַּחְשְׁבוּ שֶׁבָּאתִי לְבַטֵּל אֶת הַתּוֹרָה אוֹ אֶת הַנְּבִיאִים; לֹא בָּאתִי לְבַטֵּל כִּי אִם לְקַיֵּם. (מתי ה י"ז).
די ערשטע מימרא פון ברא וברתא ירתון כחדא האב איך נישט געטראפן.
אגב, דער שם הכולל פאר די פיר ספרים פון די תלמידים פון ישו איז אוונגליון (gospels) ס'איז נישט קיין עקסטערע ספר.
איך מיין אז דער ציטוט פון בן ובת מוז נישט זיין מילולי, ער זאגט אויך אז אין אונזער תורה שטייט לא ירתון כחדא, און דאס איז אויך נישט קיין ציטוט מילולי. קען זיין סאיז גענוג אז סדא אזא משמעות אדער אפילו בעל פה.
אבער פון וואו ווייסט איר אז דער ספר האט א נאמען און עקזעסטירט? אונזער הייליגער ארטסקרול מאכט זיך גארנישט וויסענדיג פון דעם...
איך האב נאכגעזוכט אלע פלעצער וואו ער רעדט וועגן ירושה און איך זע נישט דערמאנט קיין ווארט וועגן ירושת נכסים. נאר וועגן גייסטיגע ירושה. בכלל איז כמעט נישט דא קיין הלכות אין ברית חדשה. עס איז מער מסתבר אז דער מין האט זיך דאס אויסגעטראכט, פונקט ווי מתי און לוקוס און אלע זיינע תלמידים.
למעשה ווייסען מיר אז די שאלה צו אותו האיש איז געקומען מבטל זיין מצוות אדער נישט און די סתירות און אומקלארקייט ואוס איז דא אין זיינע ווערטער איבער דעם איז געווען איינע פון די גרויסע שאלות וויכוחים ביי די ערשטע קריסטן, וואס זיי רופט די גמרא אסאך מאל אן מינים, און איז עד היום הזה פון די פארפלאנטערסיטע שאלות אין יסודות הנצרות. פאול האט געטענהט אז גוים מוזען נישט מקיים זיין מצוות, אנדערע האבען זיך געדונגען אויף עם, און יעדער האט זיך געברענגט ראיות מט פסוקים מיט חזיונות וכו'. ממילא שטימט גוט דאס וואס די גמרא מאכט דא חוזק פון דעם אז א טאג זאגט ער אזוי און א טאג טרעפט ער א שטיקל פארקערט אלץ לויט ווי די נגיעות זיינע ארבעטן.. (אויך פאולוס איז געווען בעיקר וועגן די נגיעה זיינע אז ער האט געוואלט מקרב זיין גוים).
דער ספעציפישע הלכה קען זיין שטייט נישט נאר לפי דער צד אז בטלו המצוות קומט ממילא אויס אזוי. אויך קען זיין סגעווען אנדערע כתבים ומסורות בשמו וואס מיר האבן נישט היינט כידוע.
דער ספעציפישע הלכה קען זיין שטייט נישט נאר לפי דער צד אז בטלו המצוות קומט ממילא אויס אזוי. אויך קען זיין סגעווען אנדערע כתבים ומסורות בשמו וואס מיר האבן נישט היינט כידוע.
יצרא דבמת יחיד
חז"ל מוסרים לנו במסכת יומא סט. על מאבקם של אנשי כנסת הגדולה נגד יצרא דעבודה זרה, שגרם לחורבן האומה אולם בהמשך לנאמר שם נראה שקיים עוד יצר מחריב והורס והוא יצרא דבמת יחיד, שכל חוג "בונה לו במה לעצמו" למרות שהבמות נאסרו ועל השוחט ומעלה בחוץ, מחוץ למשכן הכללי נאמר ""דם שפך" שהישוותה אותו התורה לרוצח הואיל והורס הוא את אחדות האומה,י
והנה הצד השוה שבאבות נזיקין אלו, זהו החורבן וההרס, אלא שנחלקו בשטחי פעולתם יצרא דעבודה זרה פעל בהמון הכללי, ויצרא דבמת יחיד פעל בחוג היראים עובדי ה' ,י
וכמו שאנשי כנסת הגדולה בקשו והתפללו על ביטול יצרא דעבודה זרה, כך עלינו להמשיך ולהתפלל שנזכה לביטול יצרא דבמת יחיד,י
מועדי הראי"ה

לעיקוואדלמעשה ווייסען מיר אז די שאלה צו אותו האיש איז געקומען מבטל זיין מצוות אדער נישט און די סתירות און אומקלארקייט ואוס איז דא אין זיינע ווערטער איבער דעם איז געווען איינע פון די גרויסע שאלות וויכוחים ביי די ערשטע קריסטן, וואס זיי רופט די גמרא אסאך מאל אן מינים, און איז עד היום הזה פון די פארפלאנטערסיטע שאלות אין יסודות הנצרות. פאול האט געטענהט אז גוים מוזען נישט מקיים זיין מצוות, אנדערע האבען זיך געדונגען אויף עם, און יעדער האט זיך געברענגט ראיות מט פסוקים מיט חזיונות וכו'. ממילא שטימט גוט דאס וואס די גמרא מאכט דא חוזק פון דעם אז א טאג זאגט ער אזוי און א טאג טרעפט ער א שטיקל פארקערט אלץ לויט ווי די נגיעות זיינע ארבעטן.. (אויך פאולוס איז געווען בעיקר וועגן די נגיעה זיינע אז ער האט געוואלט מקרב זיין גוים).
דער ספעציפישע הלכה קען זיין שטייט נישט נאר לפי דער צד אז בטלו המצוות קומט ממילא אויס אזוי. אויך קען זיין סגעווען אנדערע כתבים ומסורות בשמו וואס מיר האבן נישט היינט כידוע.
די גמ' זאגט אין מס' סנהדרין "תרי ישו הוו" אז ס'איז געווען צוויי אנדערע מענטשן וואס זענען אנגערופן געווארן "ישו" און זיי האבן געלעבט (בערך) 150 יאר אפגעטיילט. נאר ביידע האבן אנגעפיהרט רעוואלוציעס אין יודישקייט. ממילא קען זיין אז איינער האט געזאגט געוויסע זאכן און מ'האט עס נאכגעזאגט בשם פון דעם צווייטן. די גאנצע קריסטליכע "תורה" איז שטארק קאנפיוז'ד איבער די אללע מאמרים, מנהגים און "נסים" וואס זייער ישו האט אלץ געטון. למשל. זיי האבן א לעגענדע וואס איך האלט אז זיי האבן נאכגעקאפיעט דעם געדאנק פון אונז. די מעשה'לע גייט בערך אזוי: זייער "רבי" (יאשקע) איז געקומען אין א שטאט דרשנ'ען אין א שבת און ס'איז געווען זייער א גרויסער עולם. דארט איז אויך געווען א פאראליזירטער מענטש וואס האט זייער משתוקק געווען צו הערן די דרשה און מ'האט איהם נישט געקענט א דורך שטופן דורך די מענטשן. האבן זיי אויפגעבראכן דעם דאך און אריינגעלייגט דעם מענטש נאנט צו יאשקע.
היינט האביך געזעהן ווי עס הענגט אויפן וואנט אז זייגער וואס אנטשטאט אז יעדע סעקונדע זאל דער סעקונדע-ווייזער'ל געבן א טאנץ צום נעקסטן סעקונדע, פארט ער אין א שטענדיגע תנועה וואס דויערט א סעקונדע צו פארן פון איין סעקונדע-מארק צום צווייטען.
האט עס מיר געמאכט קלערן, כדי א זייגער זאל אנהאלטן די פונקטליכע צייט דארף די סעקונדע-האנט זיך דרייען די גאנצע צייט מיט די זעלבע ספיד [און ער דרייעט די אנדערע צוויי הענטלעך, כידוע], אויב אזוי וואלט א וואנט-זייגער געדארפט פארלירן צייט יעדע מאהל דער ווייזער'ל גייט פון 6 צו 12, ווייל דעמאלט'ס דארף ער זיך שלאגן קעגן גראוויטי, ומתחילה חשבתי אז אפשר אויפן וועג אראפ פון 12 צו 6 באקומט ער צוריק וואס ער האט פארלוירן, אבער אזא זייגער האט מיר אויסגעזעהן אביסל צו בחור'יש...
און דאן איז דער עפל געפאלן, אז מען באטראכט א זייגער זעהט מען אז די סעקונדע-ווייזער'ל האט אייביג אזא וויידל אויף די אנדערע זייט פון די שרויף, עס איז טאקע קורצער אבער עס איז אויך ברייטער [ולפעמים כעין באלי], ממילא קען גאר זיין אז די חלק וואס הענגט פון די אנדערע זייט וועגט גענוי ווי די ווייזער'ל, וואס גיבט עס א קאונטער בעלענס.
קען זיין אז דאס אלעס איז שטותי שטותים, אפשר קענען אונזערע חכמים יודעי העתי"ם עס קלאר מאכן.

פארשטיי איך נישט פונקטליך. א בעטערי קען זיך נישט שלאגן מיט גראוויטי? פילייכט ארבעט דער בעטערי אויפ'ן וועג ארויף, שווערער, ווי אויפ'ן וועג אראפ.
וואס איך טראכט יא איז: ווען דער בעטערי ווערט אפגעשוואכט, אז דער ווייזערל קען זיך שוין נישט שלאגן מיט די גראוויטי, צו דאן וועט אים זיין עק העלפן מיט באלאנס אזוי אז די בעטערי זאל לענגער אנציעהן מחמת הטבע און נישט מחמת איר עלעקטעראנישע קראפט.

אז גאט האט געמאכט יוסף הצדיק פאר א סרוס כדי ער זאל זיך קענען מתגבר זיין אויף אשת פוטיפר נסיון.
איי אסנת בת פוטיפרע?
גאט האט אים עס תיכף דערנאך צוריקגעגעבן!
איי אסנת בת פוטיפרע?
גאט האט אים עס תיכף דערנאך צוריקגעגעבן!
טאמבל סאספארשטיי איך נישט פונקטליך. א בעטערי קען זיך נישט שלאגן מיט גראוויטי? פילייכט ארבעט דער בעטערי אויפ'ן וועג ארויף, שווערער, ווי אויפ'ן וועג אראפ.
איך וואלט פארשטאנען אז די מאטאר גיבט ארויס די זעלבע מאס ענערגיע די גאנצע צייט, ממילא דארף עס איהם נעמען לענגער אויפן וועג ארויף.
.
אה, שכוח יאנקל, בשעתו האביך אראפגענומען דעם בילד, און יעצט האביך נישט געטראפן פון וואו.
[ציטאט אראפגענומען]
צ'ל, זיי האבן נישט 'איבערגעלאזט'...
לעיקוואדלמעשה ווייסען מיר אז די שאלה צו אותו האיש איז געקומען מבטל זיין מצוות אדער נישט און די סתירות און אומקלארקייט ואוס איז דא אין זיינע ווערטער איבער דעם איז געווען איינע פון די גרויסע שאלות וויכוחים ביי די ערשטע קריסטן, וואס זיי רופט די גמרא אסאך מאל אן מינים, און איז עד היום הזה פון די פארפלאנטערסיטע שאלות אין יסודות הנצרות. פאול האט געטענהט אז גוים מוזען נישט מקיים זיין מצוות, אנדערע האבען זיך געדונגען אויף עם, און יעדער האט זיך געברענגט ראיות מט פסוקים מיט חזיונות וכו'. ממילא שטימט גוט דאס וואס די גמרא מאכט דא חוזק פון דעם אז א טאג זאגט ער אזוי און א טאג טרעפט ער א שטיקל פארקערט אלץ לויט ווי די נגיעות זיינע ארבעטן.. (אויך פאולוס איז געווען בעיקר וועגן די נגיעה זיינע אז ער האט געוואלט מקרב זיין גוים).
דער ספעציפישע הלכה קען זיין שטייט נישט נאר לפי דער צד אז בטלו המצוות קומט ממילא אויס אזוי. אויך קען זיין סגעווען אנדערע כתבים ומסורות בשמו וואס מיר האבן נישט היינט כידוע.
כבדרך אגב: די ראשי תיבות פון ווארט "מין" איז. "מ-אמין י-שו נ-וצרי".
It’s obvious that min is not an acronym. I saw a nice theory (don’t remember where) that they called themselves maaminim, so we shortened it to minim.
"מין" מיינט אזא "סארט" איד, אין יענע צייטן האבן זיך געמערט פארשידענע כיתות און באוועגונגען, און מען האט אלעמען באטיטלט "מין", שפעטער איז עס געבליבן נאר אויף די אידישע קריסטן, ווייל זיי זענען געווען די גרעסטע און האבן זיך כסדר פארמערט, און נאך שפעטער איז עס געווארן א שם הכולל אויף קריסטן און אנדערע עובדי עבודה זרה און אפיקורסים.
ונבנתה העירטאמבל סאספארשטיי איך נישט פונקטליך. א בעטערי קען זיך נישט שלאגן מיט גראוויטי? פילייכט ארבעט דער בעטערי אויפ'ן וועג ארויף, שווערער, ווי אויפ'ן וועג אראפ.
איך וואלט פארשטאנען אז די מאטאר גיבט ארויס די זעלבע מאס ענערגיע די גאנצע צייט, ממילא דארף עס איהם נעמען לענגער אויפן וועג ארויף.
ס'איז פאקטיש אזוי. ווען א בעטערי ווערט אפגעשוואכט.די פונקטליכקייט פון זייגער פאלט.
האט איר געוויסט? ס'דא א ערליכע אידישע סטאנציע אויף 95.3 FM, מוזיק (גלי ירושלים) ס'קומט אריין גאנץ גוט. יעצט שפילן זיי נאר ספירה טעיפס. פריער האביך געהערט אהבה רבה... זייער שיין.
95.3 עפ עם
95.3 עפ עם
אז ווען מען האט געגרינדעט די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקא [1776] איז געווען א ערענסטע נידון אז אנשטאט ענגליש, די שפראך מיט וועלכע די פארהאסטע ענגלענדער האבן גערעדט, זאל די אפיציעלע שפראך פונעם לאנד זיין לשון הקודש!
די פרטים ארום דעם זענען נישט צו קלאר, יש אומרים אז בענזשאמין פרענקלין האט עס מציע געווען, עיין כאן, לויט איין לעגענדע האט נאר געפעהלט איין וואוט אין קאנגרעס עס זאל אריבערגיין.
François Jean de Beauvoir איז געווען א פראנצויזישער גענעראל וואס האט געקעמפט מיט וואשינגטאן קעגן די ענגלענדער און איז דערנאך שוין פארבליבן א נאנטער חבר מיט איהם, אין זיינע זכרונות פונעם קריג, געדרוקט אין 1786, שרייבט ער אזוי:

a number of people desired that, in the public interest, Hebrew should take the place of English. it was to be taught in the schools and used in all aspects of public life.
עס איז א טיילווייזע, אויב נישט פולע, מיטאס. <a class="postlink" href="http://www.straightdope.com/columns/read/955/did-hebrew-almost-become-the-official-u-s-language">http://www.straightdope.com/columns/rea ... s-language</a>
איך זעה נישט אז יענער זאל עפעס מחדש זיין בנוגע לשון קודש, ובכל אופן שרייבט דאס דער פראנצויז בפירוש.
ונבנתה העיראז ווען מען האט געגרינדעט די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקא [1776] איז געווען א ערענסטע נידון אז אנשטאט ענגליש, די שפראך מיט וועלכע די פארהאסטע ענגלענדער האבן גערעדט, זאל די אפיציעלע שפראך פונעם לאנד זיין לשון הקודש!
די פרטים ארום דעם זענען נישט צו קלאר, יש אומרים אז בענזשאמין פרענקלין האט עס מציע געווען, עיין כאן, לויט איין לעגענדע האט נאר געפעהלט איין וואוט אין קאנגרעס עס זאל אריבערגיין.
François Jean de Beauvoir איז געווען א פראנצויזישער גענעראל וואס האט געקעמפט מיט וואשינגטאן קעגן די ענגלענדער און איז דערנאך שוין פארבליבן א נאנטער חבר מיט איהם, אין זיינע זכרונות פונעם קריג, געדרוקט אין 1786, שרייבט ער אזוי:a number of people desired that, in the public interest, Hebrew should take the place of English. it was to be taught in the schools and used in all aspects of public life.
נאך א מזל. וואס וואלטן מיר געטון היינט ווען אמעריקע רעדט אויכעט "מאדערן היברו"? וואלטן די "משפחה", שעה טובה" און "בקהילה" געהאט א סאך גרעסערע צירקולאציע.
אפשר וואלטן די שנה ראשונה אינגעלייט אליין געקענט אראפגיין צום פאוד סטעמפס אפיס... (אור נאט).
אז ר' אהרן קוטלור האט געוואלט ר' שלמה גורן פאר אן איידעם...
<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.com/2013/04/blog-post_7.html">http://bshch.blogspot.com/2013/04/blog-post_7.html</a>
<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.com/2013/04/blog-post_7.html">http://bshch.blogspot.com/2013/04/blog-post_7.html</a>
ונבנתה העיראפשר וואלטן די שנה ראשונה אינגעלייט אליין געקענט אראפגיין צום פאוד סטעמפס אפיס... (אור נאט).
און אין ארץ ישראל גייען זיי דען יא אראפ צום (דארטיגן) פוד סטעמפס אפיס. ביטוח לאומי. מ'שיקט די רביצין.
אז האלאנד פארמאגט א קעניג\קעניגן.
היינט אין די נייעס: אמסטערדאם איז אנגעטוהן אין יום טוב'דיגע קליידער, היינט פייערט מען די איינשווערינג פון א נייע קעניג, ווילעם אלקסנדר. איבערנעמענדיג די לייצעס פון זיין מאמע די קעניגן ביטריקס, גייט די גאנצע אחריות איבער צו עם יעצט.
די מאנאכיע איז נישט מער ווי סימבאליש, אבער מיט דעם אלעם פארשטיי איך נישט ווי אזוי אזא אפענע לאנד, פון די ליבעראלסטע לענדער בנוגע דראגס, פראסטיטושן, געי רעכטן, אסיסטעד סואיסייד, און אבארשען, זאל זיין אזוי צוריקגעשטאנען און נאך האבן א מאנארך.
די BBC האט היינט אינטערוויוד די פרעמיער פון האלאנד, און ער פרעגט עם ווי אזוי מאכט דאס סענס, אז יעדע קינד אין האלאנד קען חלומ'ן פון ווערן פרעמיער איין טאג, אבער ווייסט אז ער וועט קיינמאל נישט ווערן קעניג, וואס דאס איז עקסקלוסיוו צו די בלויע בלוט פונעם קעניגליכן פאמיליע. האט ער עם געענטפערט אז דאס איז אן אינטערעסאנטע פאראדאקס, אבער "somehow it fits", במחילת כבודו פארשטיי איך נישט די תירוץ, איך זע אז סאמהאו פיט עס, און רוב עולם דארט שטיצט עס, אבער טאקע ווי אזוי פיט עס? דאס איז דאך די שאלה.