☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

1007 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1743
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21

קאך_לעפל » מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 1:47 pm

· #462643
אז דאס ערשע בוך זיינער אלס א יונג פון זעכצן יאר איז געווען אלע קללות פון זיין שטיף מוטער לויט די א''ב כראָנאָלאָגיע...
אן השגה פון א בחור...

מנחם ציון » מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 4:07 pm

· #462651
קאך_לעפל
די זעלבע נומער.
דאס זעלטנהייט איז, אז ער איז געשטארבן 916' למספ' צוואנציג יאר איידער די קריג. פארט איז שוין געווען אזויפיל אידן אין ניו יארק!

דער רב הכולל איז געשטארבן אין 1902 און ביי זיין לווי' (האב איך אמאל געהערט) איז אויך געווען די גאטונג פון נומערן
בנוגע די צאל אידן וואס האבן דאן געוואוינט אין ניו יארק זיי זאגן אז אין 1920 איז שוין געווען דא איבער א מיליאן אידן אין ניו יארק

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 11:04 pm

· #462677
קאך_לעפל
אז דאס ערשע בוך זיינער אלס א יונג פון זעכצן יאר איז געווען אלע קללות פון זיין שטיף מוטער לויט די א''ב כראָנאָלאָגיע...
אן השגה פון א בחור...

אויב מ'ווילל קענמען איהם פסיכאאנאליזירן אז א טייל פון זיין שרייבערישן טאלאנט איז געקומען צו איהם אלס (סוב-קאנשיעס) נקמה אין זיין שטיף מאמע. וועם ער האט פיינט געהאט. פארשטייצעך, אז די שנאה איז געגאנגען אין ביידע ריכטונגען...!

דאס קען אפשר אויך זיין וואס ס'האט איהם געטריבן צו זיין ..."אפיקורסות"...!

היינט טעמא ד'שלום עליכם. והיינו טעמא ד'דעברא פעלדמאן /שרה'לע ברקוביק. ביידע פיהלן א געפיהל פון ווידערשפעניגונג. איבער זייער גורל. כאילו זיי האבן א טענה צום רבוש"ע, כביכול...פארוואס האביך אזא מערכה. ווס. אנדערע וועלכע האבן א ..."נארמאלן"... לעבן...!

מה בכך » דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 10:16 pm

· #462706
berlbalaguleh

ווי זיי האבן טאקע דורך געטון צי יענער האט ווירקליך געהאט א גרינגערן לעבן... לענ"ד האבן זיי שוין נישט געהאלטן ביי דעם אידישן לעבנסשטייגער און די תירוץ איז געווען די מכה בפטיש..
רק השערה

א חסיד פון ווילנא » מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:29 am

· #462719
איך בין באמת נישט באקאנט מיט זיין היסטאריע.

ער איז געווען א שותמ"צ?

אויב נישט, איז די הונדערט טויזענט יודן געווען צווישן זיי די ערליכע וואס זענען דעמאלס דא געווען

אפשר האבן אפילו ערליכע אויך געלייענט זיינע ארטיקלעך און געפילט זיי מוזן אים אפגעבן כבוד האחרון?

טיכטיגער » מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 9:51 pm

· #462742
איך בין באמת נישט באקאנט מיט זיין היסטאריע

<a class="postlink" href="https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%A9%D7%9C%D7%95%D7%9D_%D7%A2%D7%9C%D7%99%D7%9B%D7%9D_(%D7%A9%D7%A8%D7%99%D7%99%D7%91%D7%A2%D7%A8">https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%A9%D7 ... 7%A2%D7%A8</a>)

טיכטיגער » מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 9:54 pm

· #462743
אז איינוואוינער אין אלאסקא ערהאלטן יערליך א טשעק פון בערך 1600$, פון געלטער וואס קומט אריין פון די אויל פייפליין

<a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/Alaska_Permanent_Fund">https://en.wikipedia.org/wiki/Alaska_Permanent_Fund</a>

קאך_לעפל » מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 3:18 pm

· #462990
אז אדאלף היטלערס פערזענליכע פארפאנצערטע באן האט פארמאגט די געהיימע קאוד נאמען "אמעריקע".

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 10:00 pm

· #463225
אז בן גוריון האט געשיקט א פערזענליכן (באוואפנטן) באדי גארד צום בעל דברי יואל מ'סאטמאר אויף איינס פון זיינע באזוכן אין ארץ ישראל. ווייל מזרחי איז געווען געפערליך אויפגערעגט אויף איהם...!

מה בכך » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 10:42 pm

· #463228
berlbalaguleh
אז בן גוריון האט געשיקט א פערזענליכן (באוואפנטן) באדי גארד צום בעל דברי יואל מ'סאטמאר אויף איינס פון זיינע באזוכן אין ארץ ישראל. ווייל מזרחי איז געווען געפערליך אויפגערעגט אויף איהם...!

כמעט ווי דער בעלזער ביי זיין באזוך און לאנדאן אפאר יאר צוריק....

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 29, 2020 10:28 pm

· #463380
מה בכך: כ'האב נישט געוואוסט אז דער בריטישער פריים מיניסטער האט געשיקט א באוואפנטן באדי גארד צו וואטשן דעם ..."בעלזער"... כדבריך...!

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 29, 2020 10:31 pm

· #463381
berlbalaguleh
אז בן גוריון האט געשיקט א פערזענליכן (באוואפנטן) באדי גארד צום בעל דברי יואל מ'סאטמאר אויף איינס פון זיינע באזוכן אין ארץ ישראל. ווייל מזרחי איז געווען געפערליך אויפגערעגט אויף איהם...!

מ'קען דאס זעהן ביים אראפקומען פון די שיף ביי איינס פון זיינע באזוכן אין ארץ ישראל (כ'מיין תשט"ו) דער מענטש מיט'ן אראפגעבויגענעם הוט וואס גייט גלייך אונטער'ן רבי'ן. די רביצין גייט פון אונטער זיי...!

וואלווי » מאנטאג נאוועמבער 30, 2020 3:12 am

· #463386
berlbalaguleh
berlbalaguleh
אז בן גוריון האט געשיקט א פערזענליכן (באוואפנטן) באדי גארד צום בעל דברי יואל מ'סאטמאר אויף איינס פון זיינע באזוכן אין ארץ ישראל. ווייל מזרחי איז געווען געפערליך אויפגערעגט אויף איהם...!

מ'קען דאס זעהן ביים אראפקומען פון די שיף ביי איינס פון זיינע באזוכן אין ארץ ישראל (כ'מיין תשט"ו) דער מענטש מיט'ן אראפגעבויגענעם הוט וואס גייט גלייך אונטער'ן רבי'ן. די רביצין גייט פון אונטער זיי...!

מן הסתם איז די רעביצין זעלבסט געווען די באדי גארד...

טאמבל סאס » מאנטאג נאוועמבער 30, 2020 5:07 am

· #463387
אז Roger Penrose איז אויך א איד..

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 30, 2020 9:40 pm

· #463439
וואלווי
berlbalaguleh
berlbalaguleh
אז בן גוריון האט געשיקט א פערזענליכן (באוואפנטן) באדי גארד צום בעל דברי יואל מ'סאטמאר אויף איינס פון זיינע באזוכן אין ארץ ישראל. ווייל מזרחי איז געווען געפערליך אויפגערעגט אויף איהם...!

מ'קען דאס זעהן ביים אראפקומען פון די שיף ביי איינס פון זיינע באזוכן אין ארץ ישראל (כ'מיין תשט"ו) דער מענטש מיט'ן אראפגעבויגענעם הוט וואס גייט גלייך אונטער'ן רבי'ן. די רביצין גייט פון אונטער זיי...!

מן הסתם איז די רעביצין זעלבסט געווען די באדי גארד...

זי איז גוט ארויסצוטרייבן די שקצים פון ביהמ"ד. אבער דאמאלס איז דער מצב געווען זייער שטארק אנגעהיצט. און ב"ג האט נישט געוואלט האבן אויף זיין אחריות אויב איינער א יונג וועט (ח"ו) פוגע זיין אין סאטמאר'ע רבי'ן...!

מנחם ציון » דינסטאג דעצעמבער 1, 2020 12:58 pm

· #463464
אז די אפריקאנע אמעריקאנע פייערן א חאגע אין די צייט ארום חנוכה גערופן kwanzaa מיט ענליכקייטן צו חנוכה ווי צינדן עטליכע ליכט מיט א מיטלסטע העכערע ליכט

קאך_לעפל » מאנטאג דעצעמבער 7, 2020 9:43 am

· #463740
רב עובדיה מברטנורא האט דורכאויס זיין באוויסטע רייזע באזוכט אין די שטאט פּאַלערמאָ אין איטאליע. און ער האט אינאכט גענומען אז דאס מערהייט פון די דארטיגע מוידן קומען שוין צו די חופה פארשוואנגערט...

קאך_לעפל » מאנטאג דעצעמבער 7, 2020 9:54 am

· #463741
אז דער קאָנטראָווערסיאַלער ספר הישר וואס באשרייבט די אויסטערלישע מלחמות פון די בני יעקב מיט די ארומיגע פעלקער, אין רעזולטאט פאר די נקמה אקציע וואס זיי האבן דורכגעפירט אויף שכם, איבער דאס שוידערליכער פארגעוואלדעגונג פון שכם בן אייזל אויף זייער שוועסטער דינה, איז פארפאסט געווארן דורך דעם בארימטער אידישער פעלד מארשאל וועלעכער האט אין א פרעצעדענטלאזע שריט דעפעקטירט צו די פארהאסטע רוימער, יוסף בן מתתיהו הכהן.

א חסיד פון ווילנא » מאנטאג דעצעמבער 7, 2020 11:27 am

· #463748
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
קאך_לעפל
אז דער קאָנטראָווערסיאַלער ספר הישר וואס באשרייבט די אויסטערלישע מלחמות פון די בני יעקב מיט די ארומיגע פעלקער, אין רעזולטאט פאר די נקמה אקציע וואס זיי האבן דורכגעפירט אויף שכם, איבער דאס שוידערליכער פארגעוואלדעגונג פון שכם בן אייזל אויף זייער שוועסטער דינה, איז פארפאסט געווארן דורך דעם בארימטער אידישער פעלד מארשאל וועלעכער האט אין א פרעצעדענטלאזע שריט דעפעקטירט צו די פארהאסטע רוימער, יוסף בן מתתיהו הכהן.
קיינמאל נישט געוויסט אז ספר הישר איז קאנטארווערסיעל, מיך באלעקט די פינגער דערמיט אלס יונגעל

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

קאך_לעפל » מאנטאג דעצעמבער 7, 2020 11:40 am

· #463749
דאס איז דער לשון פון הייליגן רמב''ן לעצטע וואך פרשת וישלח...

"ואם נאמין בספר "מלחמות בני יעקב" (הוא ספר הישר), בא להם פחד אביהם, כי נאספו שכני שכם ועשו עמהם שלוש מלחמות גדולות, ולולי אביהם שחגר גם הוא כלי מלחמתו ונלחם בם היו בסכנה, כאשר יספר בספר ההוא.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג דעצעמבער 7, 2020 11:41 am

· #463750
א חסיד פון ווילנא
קיינמאל נישט געוויסט אז ספר הישר איז קאנטארווערסיעל, מיך באלעקט די פינגער דערמיט אלס יונגעל

איך ווייס נישט צו ס'איז דא אפילו איין מדרש וואס איז נישט קאנטראווערסיאל, "א קאנטראוועסיאל מדרש" איז א דאפלטע לשון...

קאך_לעפל » מאנטאג דעצעמבער 7, 2020 11:48 am

· #463752
דער חידוש איז ווער איז דער וואס זאגט אז עס איז קאנטארווערסיאל, א פאלנער אפיקורות צי דער הייליגער רמב''ן.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג דעצעמבער 7, 2020 12:03 pm

· #463753
דער חת"ם סופר איז געווען אן אפיקורוס?!

קאך_לעפל » מאנטאג דעצעמבער 7, 2020 12:10 pm

· #463754
ניין.

א חסיד פון ווילנא » מאנטאג דעצעמבער 7, 2020 5:07 pm

· #463790
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
קאך_לעפל
דער חידוש איז ווער איז דער וואס זאגט אז עס איז קאנטארווערסיאל, א פאלנער אפיקורות צי דער הייליגער רמב''ן.
דער רמב"ן זאגט אז ער מיינט דעם ספר הישר?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

מנחם ציון » מאנטאג דעצעמבער 7, 2020 5:13 pm

· #463791
די ארגינעלע נאמען פונעם ספר הישר איז "מלחמות בני יעקב" אזוי ליגט מיר אין קאפ

חתן בחור » מאנטאג דעצעמבער 7, 2020 6:46 pm

· #463795
רביה''ק זי''ע
דער חת"ם סופר איז געווען אן אפיקורוס?!

זיי מסביר?

מנחם ציון » מאנטאג דעצעמבער 7, 2020 6:49 pm

· #463797
איי געס דער חתם סופר זאגט אז מדרשים קענען זיין קאנטרעווערסיאל

רביה''ק זי''ע » מאנטאג דעצעמבער 7, 2020 7:55 pm

· #463804
חתן בחור
רביה''ק זי''ע
דער חת"ם סופר איז געווען אן אפיקורוס?!

זיי מסביר?

כ'האב געמיינט דעם שטיקל "ומהגדות חז"ל בזה", ס'מיר געלעגן אין קאפ אז ער באציעט זיך צו מדרשים בכלליות, אבער נאכ'ן מעיין זיין נאכאמאל זעה איך אז ער רעדט ספעציפיש איבער'ן זוה"ק.

קאך_לעפל » מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 3:18 pm

· #464107
אז די עסטרייכישער קעניגן, הרבנית מאַריאַ טהערעזאַ, וועלכע פלעגט אריינצוכאפן גע'הרג'טע קלעפ פון רבי לייב שרה'ס זי''ע אין די טינקלע נעכט, האט געהאט אן ארמיי פון גאנצע 16 קינדער!

שמחהלע קאפשטיק » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 1:15 pm

· #464611
אז פון די איינציגסטע בעלי חיים וואס זענען מקיים מצוות עונה כסדר-לשם תאווה, נישט נאר כדי פרי' ורבי' איז דער חיה וואס הייסט חזיר...

שמחהלע קאפשטיק » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 1:16 pm

· #464612
.

ישעיה » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 2:14 pm

· #464615
שמחהלע קאפשטיק
אז פון די איינציגסטע בעלי חיים וואס זענען מקיים מצוות עונה כסדר-לשם תאווה, נישט נאר כדי פרי' ורבי' איז דער חיה וואס הייסט חזיר...

אינטערסאנט, וויפיל יארן ווייסט מען דאס שוין?

מנחם ציון » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 2:40 pm

· #464616
שמחהלע קאפשטיק
אז פון די איינציגסטע בעלי חיים וואס זענען מקיים מצוות עונה כסדר-לשם תאווה, נישט נאר כדי פרי' ורבי' איז דער חיה וואס הייסט חזיר...

האסט זיי געפרעגט?

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:17 pm

· #464617
עס איז נישט דווקא ריכטיג. ווען מען קוקט אויף די אויפפירונג פון פארשידענע בעלי חיים זעט מען אז זיי טוען עס אפילו ווען עס קען נישט זיין פרוכטבאר. אזוי אויך די תנועת הגוף, און די פנים אויסדרוקן, ווייזן אויף הנאה.

חוץ מזה זעט מען אסאך בעלי חיים זענען גרייט צו ארבעטן שווער צוצוקומען צום אקט, דאס קומט בפשטות ווייל עס איז פארבינדען מיט א פאזיטיווע עקספיריענס.

אויב ווילסטו מחלק זיין צווישן אונז און בעלי חיים, איז די שאלה וויאזוי שפירן זיי געפילן בכלל. האבן זיי צער ווי אונז? האבן זיי הנאה ווי אונז? אבער איך זע נישט פארוואס מען זאל זאגן חזירים זענען מער (קאגניטיוו) ווי אנדערע.

מנחם ציון » זונטאג יאנואר 3, 2021 2:28 pm

· #465054
אז אין יאר תר"ע, 13 יאר בעפאר ר' מאיר שפירא'ס פראקלעמאציע פונעם רעיון דף היומי, האט ר' יחזקאל פרייזר (א רב אין אמעריקא) גערופן, אז " אלע חברה ש"ס'ן ארום דער וועלט זאלן זיך פאראייניגן צו לערנען איין דף גמרא יעדער טאג. די סדר זאל זיך אנהייבן אויף חול המועד סוכות מוצאי שמיטה, אזוי אז מקץ שבע שנים, במועד שנת השמיטה - בחג הסוכות, וועט מען פארענדיגן גאנץ ש"ס אין א בחינה פון מצות הקהל"

פאליטיקאנט » זונטאג יאנואר 3, 2021 10:44 pm

· #465088
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
מנחם ציון
אז אין יאר תר"ע, 13 יאר בעפאר ר' מאיר שפירא'ס פראקלעמאציע פונעם רעיון דף היומי, האט ר' יחזקאל פרייזר (א רב אין אמעריקא) גערופן, אז " אלע חברה ש"ס'ן ארום דער וועלט זאלן זיך פאראייניגן צו לערנען איין דף גמרא יעדער טאג. די סדר זאל זיך אנהייבן אויף חול המועד סוכות מוצאי שמיטה, אזוי אז מקץ שבע שנים, במועד שנת השמיטה - בחג הסוכות, וועט מען פארענדיגן גאנץ ש"ס אין א בחינה פון מצות הקהל"
וואו! ביטע לינק צו א מקור.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יאנואר 4, 2021 12:46 am

· #465097
מנחם ציון
אז אין יאר תר"ע, 13 יאר בעפאר ר' מאיר שפירא'ס פראקלעמאציע פונעם רעיון דף היומי, האט ר' יחזקאל פרייזר (א רב אין אמעריקא) גערופן, אז " אלע חברה ש"ס'ן ארום דער וועלט זאלן זיך פאראייניגן צו לערנען איין דף גמרא יעדער טאג. די סדר זאל זיך אנהייבן אויף חול המועד סוכות מוצאי שמיטה, אזוי אז מקץ שבע שנים, במועד שנת השמיטה - בחג הסוכות, וועט מען פארענדיגן גאנץ ש"ס אין א בחינה פון מצות הקהל"

אויב אזוי מעג מען שוין לערנען דף היומי, אדער איז ער אויך געווען אן אגודיסט פוי?

מנחם ציון » מאנטאג יאנואר 4, 2021 12:57 pm

· #465106
רביה''ק זי''ע
מנחם ציון
אז אין יאר תר"ע, 13 יאר בעפאר ר' מאיר שפירא'ס פראקלעמאציע פונעם רעיון דף היומי, האט ר' יחזקאל פרייזר (א רב אין אמעריקא) גערופן, אז " אלע חברה ש"ס'ן ארום דער וועלט זאלן זיך פאראייניגן צו לערנען איין דף גמרא יעדער טאג. די סדר זאל זיך אנהייבן אויף חול המועד סוכות מוצאי שמיטה, אזוי אז מקץ שבע שנים, במועד שנת השמיטה - בחג הסוכות, וועט מען פארענדיגן גאנץ ש"ס אין א בחינה פון מצות הקהל"

אויב אזוי מעג מען שוין לערנען דף היומי, אדער איז ער אויך געווען אן אגודיסט פוי?

ער איז געווען א פרי וואר אמעריקאנער. מה דאך די שטיינער זענען געווען טריפה כש"כ די מענטשן.....

מנחם ציון » מאנטאג יאנואר 4, 2021 1:05 pm

· #465107
פאליטיקאנט
מנחם ציון
אז אין יאר תר"ע, 13 יאר בעפאר ר' מאיר שפירא'ס פראקלעמאציע פונעם רעיון דף היומי, האט ר' יחזקאל פרייזר (א רב אין אמעריקא) גערופן, אז " אלע חברה ש"ס'ן ארום דער וועלט זאלן זיך פאראייניגן צו לערנען איין דף גמרא יעדער טאג. די סדר זאל זיך אנהייבן אויף חול המועד סוכות מוצאי שמיטה, אזוי אז מקץ שבע שנים, במועד שנת השמיטה - בחג הסוכות, וועט מען פארענדיגן גאנץ ש"ס אין א בחינה פון מצות הקהל"
וואו! ביטע לינק צו א מקור.

איך האב עס געזעהן אין א ספר דעם פארגאנגענעם שבת. "ספר מה אהבתי תורתך" ערשינען לכבוד דער סיום דף היומי מחזור 12 אין תשע"ב, דארט איז דא א מדור פון אונטערעסאנטע אנעקדאטן, ציטאטן פון גדולים, און באשרייבונגען ארום דעם לימוד הדף און די סיומים. האב איך געזעהן דארט דאס אויבנדערמאנטע..
נאכן סוירטשן פאר דער נאמעם " יחזקאל פרייזר" האט מיר גוגל דערלאנט אט די רעזולטאט
איך האב אבער נישט קיין צוטריט צו די ספרייה לאומית, איז אדרבה, אויב איינער קען ארויפשטעלן דא וואס זיי האבן צו זאגן וואלט איך געווען שטארק דאנקבאר

פאליטיקאנט » מאנטאג יאנואר 4, 2021 1:19 pm

· #465109
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
דאס איז פונעם הספריה הלאומית.

https://cloud.tapatalk.com/s/5ff365801013f/dafyomipaper.pdf

Blindspot » מאנטאג יאנואר 4, 2021 2:22 pm

· #465111
אז מצות עונה איז אפיציעל זיך אויסצוגעבן
נאר די משוגעים מאכן דיר פילן א סאיז א נבירה

לייבל שטילער » מאנטאג יאנואר 4, 2021 3:14 pm

· #465115
פאר בחורים איז עס טאקע א נבירה.

א חסיד פון ווילנא » מאנטאג יאנואר 4, 2021 4:54 pm

· #465123
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
לייבל שטילער
פאר בחורים איז עס טאקע א נבירה.
בחור/בחור איז אויך א נבירה?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

מ גפני » דינסטאג יאנואר 5, 2021 12:34 pm

· #465159
Blindspot
אז מצות עונה איז אפיציעל זיך אויסצוגעבן
נאר די משוגעים מאכן דיר פילן א סאיז א נבירה

Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
און וויאזוי / וואס ווייסטו יעצט אנדערש?

קאך_לעפל » מיטוואך יאנואר 6, 2021 1:16 pm

· #465225
איך ווארט שוין אויף דיר א יאר מיט א מיטוואך...

פראגע: פון וואנעט קומט דער אויסדרוק?
ענטפער: פארציינטס האט מען געגעבן קדושין פאר א פרוי ביים א כלה ווערן. דאן האט מען געווארט א יאר מיט א מיטוואך חתונה צו האבן.
צוליב נותנים לבתולה שנים עשר חודש, און דאן בתולה נשאת ליום הרביעי. פון דעם קומט די אויסדרוק "א יאר מיט א מיטוואך".

לבי ובשרי » מיטוואך יאנואר 6, 2021 2:42 pm

· #465227
מקור צום אויסדרוק: ממזר קאפ

ראה במסכת סופרים סוף פט"ו: רוב ממזרים פקחים

תרמב » מיטוואך יאנואר 6, 2021 11:20 pm

· #465243
קיינמאל נישט געהערט פון אזא אויסדרוק, אפשר העל איך אנהייבן עס צו נוצן.

א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג יאנואר 7, 2021 5:00 am

· #465254
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
קאך_לעפל
איך ווארט שוין אויף דיר א יאר מיט א מיטוואך...

פראגע: פון וואנעט קומט דער אויסדרוק?
ענטפער: פארציינטס האט מען געגעבן קדושין פאר א פרוי ביים א כלה ווערן. דאן האט מען געווארט א יאר מיט א מיטוואך חתונה צו האבן.
צוליב נותנים לבתולה שנים עשר חודש, און דאן בתולה נשאת ליום הרביעי. פון דעם קומט די אויסדרוק "א יאר מיט א מיטוואך".
זייער גוט, קיינמאל נישט געוויסט

עפעס זאגט מען נאך דאס ווארט פון ראפשיצער רב זצ"ל

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג יאנואר 7, 2021 5:01 am

· #465255
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
[ציטאט אראפגענומען]
פארוואס פרעגסטו

דו ביסט?