☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

1007 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1743
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21

ונבנתה העיר » דאנערשטאג מאי 29, 2014 12:09 am

· #203335
אז די אינטערסטעיט 80 לויפט פון ניו יארק ביז קאליפארניע, כמעט 3000 מייל.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 29, 2014 2:00 pm

· #203417
עס איז אמאל געווען באשריבן אין "דער איד" דער גאנצער אינטערסטעיט סיסטעם, זייער אינטרעסאנט, אבער געווען אביסל צו הויך-שפיציג פאר מיין פשוט'ע קאפ.
איך בין נייגעריג עד היום איינער זאל עס באשרייבן מיטן גאנצן סדר, אויף א היימישן אידיש (לאפוקי פון די מלקקים וואס גייען מיר יעצט לינקען צו וויקי וכדומה), ווי אזוי ארבעטן די נומערן, וועלכע נומערן פאר וועלכע דירעקציעס א.א.וו.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג מאי 29, 2014 2:07 pm

· #203422
לויטן זכרון (ח'ו נישט געקוקט אין וויקי) איז דא 6+ טרווועיס וואס לויפן פון דרום צו צפון, און 6 וואס לויפן פון מזרח צו מערב. פרעזידענט רוזעוועלט איז אויפגעקומען מיט דעם, היות ס'איז געווען א חרבן מיט צענדליגע ראודס אין יעדע סטעיט, אן קיין געהעריגע מענעזשמענט, פלאס מענטשען האבן אסאך געבלאנזשעט. אלס א סימן צו וויסן אין וועלכע ריכטונג מ'פארט, האט מען די ראודס פון מזרח צו מערב געמאכט גלייכע נאמבערס אזויווי 4,6,8 וכו', און פון צפון צו דרום odd נאמבערס.

געפילטע פיש » דאנערשטאג מאי 29, 2014 3:02 pm

· #203440
נישט געוויסט אז 5 איז א גלייכע נומבער.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג מאי 29, 2014 4:42 pm

· #203454
פאראכטען. א דאנק.

ונבנתה העיר » פרייטאג מאי 30, 2014 12:35 am

· #203532
1. אז בערעניקי, א טאכטער פון אגריפס המלך, האט געהאט א רילעישאנשיפ מיט טיטוס פאר ער איז געווארן דער קיסר פון רוים.

2. אז טיטוס איז געווען קיסר ווען פאמפעי איז איבערגעדעקט - און פרעזעווירט - געווארן פון א וואלקעינא.

פיש כאפער » פרייטאג מאי 30, 2014 10:44 am

· #203563
רויטע וואנצעס
לויטן זכרון (ח'ו נישט געקוקט אין וויקי) […]פרעזידענט רוזעוועלט איז אויפגעקומען מיט דעם.


פרעזידענט אייזענהאוער איז אויפגעקומען דערמיט, און מען האט עס געענדיגט דורכאויס בוש 41 צייטן. מען האט דורכאויס יענע דרייסיג יאר ארויפגעלייגט א שטייער אויף די גאז אז ס׳זאל זיך אפצאלן די בויען פון אזא גרויסער אונטערנעמונג. און אוודאי ווען מען האט געענדיגט בויען איז עס קיינמאל נישט אראפגעקומען. מיר צאלן נאכאלץ יענע שטייערן.

שמערל » פרייטאג מאי 30, 2014 11:12 am

· #203574
@פישכאפער
זאכן וואס די ווייסט נאכאלטס נישט.

אז זייט יענע דרייסיג יאר האט זיך אמעריקע נישט פארמאכט, מען האלט און איין בויען נייע בריקן און הייוועיס, און פארעכטן די אלטע.

די קאסט פון געז איז נישט געשטיגן אזוי דראמטיש אין פארגלייך צו די קאסט פון קאנסטראקשן, ברענגענדיג א דראמטישע וואוקס אין הוצאות, און פארקלענערונג אין הכנסה.

עס זענען דא היינט אסאך מער קארס אויפן הייוועי ווי פערציג יאר צוריק, אבער זיי נוצן פיל ווייניגער געז. אראפרענגענדיג די שטייער פער קאר, ארויפברענגענדיג די קאסט פאר גרעסערע און מער אפגענוצטע הייוועיס.

אסאך בריקן אין אמעריקע, זענען אין א סכנהדיגן שוואכן צושטאנד, איינס איז שוין איינגעפאלן מיט עטליכע טויטע, אבער עס איז נישטא קיין געלט זיי צופארעכטן.

די הייוועי אסאויסיעשאן שטייט מיט א ריזיגע דעפיציט. און צוליב דעם גרידלאק אין סענאט און קאנגרעס, איז זי געבינדן די הענט. און קען גארנישט טוהן צו פארבעסערן דעם מצב, צווינגענדיג די לאקאלע סטעיטס ארויפצולייגן אייגענע טעקסעס, צו קענען טיילווייז דעקן די הוצאות ההייוועיס.

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 30, 2014 11:36 am

· #203586
מען וואלט געקענט עפענען א באזונדערן אשכול צו דעבאטירן דעם שרעקליכן מצב פון די אמעריקאנער ראודס און בריקן.

petergrifin » זונטאג יוני 1, 2014 4:35 am

· #203744
שמערל
@פישכאפער
אסאך בריקן אין אמעריקע, זענען אין א סכנהדיגן שוואכן צושטאנד, איינס איז שוין איינגעפאלן מיט עטליכע טויטע, אבער עס איז נישטא קיין געלט זיי צופארעכטן.


איך קען דיך פארצײלען די סוד פון װי די רעגירונג קען פארשאפען געלט אפילו איך װײק מיך נישט אין מקװה.

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 24, 2014 4:34 pm

· #207829
אז קינדער אונטער די 2 יאר זאלן נישט קוקן אויף קיין שום סקרין, עס איז נישט געזונט פאר זיי!

גענומען פון דא

.
📎 baby-and-laptop.jpg

אפטעמיסט » דינסטאג יוני 24, 2014 4:40 pm

· #207830
אוי וויי! מיין צוויי יעריגער שמענדריק האט מער מיין פאון ווי מיר און קוקט אפילו פארנאגראפיע 😮 😮

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 24, 2014 5:04 pm

· #207834
נו, 2 יאר איז שוין בסדר!
דארפסטו נאר גיין צו TAG, און אלעס איז מסודר......

איך אויך » דינסטאג יוני 24, 2014 7:03 pm

· #207873
אז שמעקי האט א קראש אויף בעלעגלינו.

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 24, 2014 7:18 pm

· #207877
איך האב אויך נישט געוואוסט.
ייש"כ פארן מודיע זיין.

קינד_אן_קייט » מיטוואך יולי 2, 2014 3:36 pm

· #209232
אז ניקסאן האט געהאט א אנגעגרייטע ״הספד״ אין פאל די Apollo 11 מיסיע צו די לבנה וועט טראגיש דורכפאלן און די אסטראנאטן וועלן בלייבן שטעקן אין חלל.

כ׳ווייס שוין פון לאנג אז צייטונגען און שרייבער גרייטן אן גאנצע ארטיקלען אויף פערזענליכקייטן נאך בחיים חיותם, אבער דאך איז עס אינטערעסאנט, סיי די אומזיכערקייט פון די מיסיע , סיי דער ציור פון א לוי׳ / הספד ווי די גופים זענען אויף אן אנדערן פלאנעט, און אויך די דרשה אליין.
📎 moonwalk.jpg

כוכב » מיטוואך יולי 2, 2014 3:47 pm

· #209235
געהערט אמאל אז דער ניו יארק טיימס האט גרייט אין די ארכיוון צוויי טויזנט הערכות און פראפילן אויף בארימטע פערזענליכקייטן, אנגעגרייט פאר דעם טאג וואס זיי וועלן פארמאכן די אויגן.

פלעין יודיש » מיטוואך יולי 2, 2014 4:01 pm

· #209236
קול מבשר אויכעט
(בידעי קאמינא...)

כוכב » מיטוואך יולי 2, 2014 4:15 pm

· #209239
נע שטיות, די צוויי מינוט הערכה ער רעדט קען מען אפשרייבן אויף די מינוט. די ניו יארק טיימס דארף האבן גאנצע פראפילן.

דריידל » מיטוואך יולי 2, 2014 11:27 pm

· #209353
איינער האט מיר לעצטענס מעורר געווען אז די פסוק אין פרשת בהעלותך "והאספסוף" אשר בקרבו, זאגט מען נישט ארויס די אל"ף.
עיין רש"י דברי הימים א ב ו

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 2, 2014 11:41 pm

· #209356
פלעין יודיש
קול מבשר אויכעט
(בידעי קאמינא...)

און וואס איז מיטן איד/בלאט?

positive.yid » דאנערשטאג יולי 3, 2014 12:05 am

· #209361
אז קאווע שטיבל ווערט געליינט דורך מענטשען וואס מאכן חתונה אייניקלעך...

Big Boy » דאנערשטאג יולי 3, 2014 12:09 am

· #209362
כוכב
געהערט אמאל אז דער ניו יארק טיימס האט גרייט אין די ארכיוון צוויי טויזנט הערכות און פראפילן אויף בארימטע פערזענליכקייטן, אנגעגרייט פאר דעם טאג וואס זיי וועלן פארמאכן די אויגן.



When Supreme Court Chief Justice William Rehnquist was very sick, the Washington Post by mistake posted an article online about his death. They had prepared it so they have it ready immediately when he dies.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 3, 2014 2:01 am

· #209380
דריידל
איינער האט מיר לעצטענס מעורר געווען אז די פסוק אין פרשת בהעלותך "והאספסוף" אשר בקרבו, זאגט מען נישט ארויס די אל"ף.
עיין רש"י דברי הימים א ב ו

איך ווייס נישט וואס רש"י אין דברי הימים זאגט. אבער אין פ' בהעלותך, שטייט נישט קיין שום נקודה אויף די אלף. ממילא איז עס "סיילענט". אפילו דער ווארט "אספסוף" ווערט יא ארויסגעזאגט מיט א "פתח" אינטער'ן "אלף"... 😕 😎 😂 🙄 😛 😳 😳 😳 😉 😮

דריידל » דאנערשטאג יולי 3, 2014 9:03 am

· #209399
גערעכט. איך האב נאר צוגעצייכענט די רש"י ווייל כמעט יעדעם וואס כ'האב געפרעגט (ארייגערעכענט עטליכע בעל קורא'ס) האט יא ארויסגעזאגט דעם אל"ף (נישט אריינקוקענדיג אין חומש), ווייל אזוי איז מען געוואינט. אבער דער וואס האט מיר מעורר געווען אויף די טעות איז געוואר געווארן דערפון פון די רש"י

berlbalaguleh » זונטאג יולי 6, 2014 5:03 pm

· #210288
דריידל
גערעכט. איך האב נאר צוגעצייכענט די רש"י ווייל כמעט יעדעם וואס כ'האב געפרעגט (ארייגערעכענט עטליכע בעל קורא'ס) האט יא ארויסגעזאגט דעם אל"ף (נישט אריינקוקענדיג אין חומש), ווייל אזוי איז מען געוואינט. אבער דער וואס האט מיר מעורר געווען אויף די טעות איז געוואר געווארן דערפון פון די רש"י

ביי אינז אין ביהמ"ד האט געדאוונט א איד וועלכער איז באמת געוועין א גוטער, לאנגיעריגער בעל קורא. עד כדי כך אז ווען ער האט ארויסגעזאגט א ווארט נישט ריכטיג (טעמים אדער נקודות.) האט ער געפיהלט אז ס'האנקערט איהם און ר'האט נישט געקענט גיין ווייטער ביז ער האט עס ארויסגעזאגט ריכטיג. ער האט אבער געהאט איין חיסרון. ר'האט זייער שטארק ליעב געהאט צו קריטיקירן א יעדן אנדערן בעל קורא. ער האט געהאלטן אז ער איז דאס בעסטע אין די וועלט. איין יאר שבת פ' בהעלותך, ווען ער האט געליינט, האט ער ארויסגעזאגט "והאספסוף" מיט א "פתח" אויפ'ן אלף. נאכ'ן ליינען ביניך צו געגאנגען צו עיהם און געוויזן דעם ווארט אין חומש. כ'האב געפרעיגט, רי י---ל, וויאזוי שטייט דא?! האט ער געזאגט. "דו ביסט גערעכט"... 😕 😎 🙄 😂 😠 😛 😳 😞 😮

שטילע אינגערמאן » מאנטאג יולי 7, 2014 9:39 pm

· #210671
אז ס'געפינט זיך צווישען אונז א אינגערמאן מיט א גאלדן הארץ,
כ'האב געהאט א פראבלעים מיט מיין סעלל, כהאב געאישי'ט א ניק, ער האט מיך געהאלפען טריט ביי טריט מיט געדולט, (כ'פארשטיי נישט מוראדיג צו טעכנעלאגיע).
ביסט די בעסט, I appreciate it

יואב » מאנטאג יולי 7, 2014 9:46 pm

· #210672
שטילע אינגערמאן
אז ס'געפינט זיך צווישען אונז א אינגערמאן מיט א גאלדן הארץ,
כ'האב געהאט א פראבלעים מיט מיין סעלל, כהאב געאישי'ט א ניק, ער האט מיך געהאלפען טריט ביי טריט מיט געדולט, (כ'פארשטיי נישט מוראדיג צו טעכנעלאגיע).
ביסט די בעסט, I appreciate it


איך ווייס נאך אלץ נישט

its me » מאנטאג יולי 7, 2014 10:54 pm

· #210689
That taking the Monroe bus to the city is actually quite comfortable. No need to look for parking and since I quit smoking I don't that problem either.
Unless u sit next to some shmuk who for some reason has to know your name, job, shver, etc. I was about to ask him if he wants to know when my wife went to the m....... Last. 

קינד_אן_קייט » דינסטאג יולי 8, 2014 10:10 pm

· #210952
אז דער מייסטער (אידישער) קאריקאטוריסט אלבערט הירשפעלד האט:

[list]- גענוצט א קולמוס (פון א עורב) אנשטאט א פענע צו מאלן זיינע בילדער,
- נאכ׳ן געבורט פון זיין טאכטער מייסטערהאפטיג באהאלטן איר נאמען Nina אין אלע זיינע בילדער, צומאל עטליכע מאל (אויפ׳ן בילד אינעם לינק איז עס דא 3 מאל), דער עולם האט זיך דערוואוסט דערפון און ס׳איז געווארן א שפיל צווישן די לייענער צו טרעפן יעדן באהאלטענעם כתב נסתר, ויהי היום און ס׳איז פאר׳ן מעלער נמאס געווארן דאס געשעפט אבער ער האט נישט געקענט ארויס קריכן דערפון ווייל דער עולם האט פראטעסטירט...[/list:u]


אינטערעסאנט.

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 9, 2014 7:56 pm

· #211149
[ציטאט אראפגענומען]

ניין ר' יוסל/יאשקע א---- ר----.(ע"ה(.... 😕 😎 🙄 😂 😛 😳 😉 😮

פיש כאפער » דאנערשטאג יולי 10, 2014 8:44 am

· #211200
שמערל
@פישכאפער
זאכן וואס די ווייסט נאכאלטס נישט.

אז זייט יענע דרייסיג יאר האט זיך אמעריקע נישט פארמאכט, מען האלט און איין בויען נייע בריקן און הייוועיס, און פארעכטן די אלטע.

די קאסט פון געז איז נישט געשטיגן אזוי דראמטיש אין פארגלייך צו די קאסט פון קאנסטראקשן, ברענגענדיג א דראמטישע וואוקס אין הוצאות, און פארקלענערונג אין הכנסה.

עס זענען דא היינט אסאך מער קארס אויפן הייוועי ווי פערציג יאר צוריק, אבער זיי נוצן פיל ווייניגער געז. אראפרענגענדיג די שטייער פער קאר, ארויפברענגענדיג די קאסט פאר גרעסערע און מער אפגענוצטע הייוועיס.

אסאך בריקן אין אמעריקע, זענען אין א סכנהדיגן שוואכן צושטאנד, איינס איז שוין איינגעפאלן מיט עטליכע טויטע, אבער עס איז נישטא קיין געלט זיי צופארעכטן.

די הייוועי אסאויסיעשאן שטייט מיט א ריזיגע דעפיציט. און צוליב דעם גרידלאק אין סענאט און קאנגרעס, איז זי געבינדן די הענט. און קען גארנישט טוהן צו פארבעסערן דעם מצב, צווינגענדיג די לאקאלע סטעיטס ארויפצולייגן אייגענע טעקסעס, צו קענען טיילווייז דעקן די הוצאות ההייוועיס.


שמערל, מיין חכם׳ל,

דאן צו וואס איז דא שטייער בודקעלעך יעדע פאר מייל??? ווי עס שיינט ווייסטו נישט עפעס וואס יעדער קינד וואס איז שוין אמאל געפארן פון שטאט צו אפסטעיט (אדער פארקערט)ווייסט, אז די דאזיגע קליינע בודקעלעך איז געשטעלט געווארן טאקע פאר דעם סיבה צו האלטן די בריקן פון צוזאמפאלן.
און אז מ׳רעדט שוין לאמיר דיר טאקע פרעגן, אז ס׳איז דאך נאך יא געבליבן די גאז שטייער היתכן ס׳איז דא א דעפיציט????? (לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז אפשר איז עס די זעלבע סיבה פארוואס יעדע פעדעראלער רעגירונגס דעפארטמענט האט א דעפיציט… אפילו זיי דארפן נישט פאררעכטן צובראכענע בריקן)

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 10, 2014 10:25 am

· #211206
והיינו טעמא פארוואס (כמעט) אלע ישיבות שרייען אז זיי האבן א דעפיציט און ס'איז כלו כל הקינצן, און באו מים עד נפש. כאטש ס'דא רעגירונג'ס פראגראמען (י"ג פאגראמען) און מ'שינדט די הויט פון די עלטערן מיט שכר לימוד און מלוה מלכה/דינער און בילדינג פאנד וכו'. נאר אויב די גאנצע (רבי'שע) משפחה דארף לעיבן פון די פאר מיליון דאללר, איז דאך אין הקומץ משביע את הארי ואין הבור מתמלא מחולייתו. ע"כ מוז דער כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א אפעלירן צום היימישן עולם אז מ'זאל ח"ו נישט לאזן אזא וויכטיגן מוסד התורה והחסידות אונטערגיין. ווייל וואס 'עט די רבי טון? ר'עט הייסן זיין זון גיין דרייוון א יעללאו קעב, אדער פאררעכטן שיך? אדער גאר ווערן א מלמד דרדקי. (צו זיין א מגיד שיעור טויג ער דאך נעבעך נישט. ווייל אז מ'לערנט נישט קאן מען נישט.(... 😈 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮

גנדי » דאנערשטאג יולי 10, 2014 11:52 am

· #211219
קינד_אן_קייט
אז דער מייסטער (אידישער) קאריקאטוריסט אלבערט הירשפעלד האט:

[list]- גענוצט א קולמוס (פון א עורב) אנשטאט א פענע צו מאלן זיינע בילדער,
- נאכ׳ן געבורט פון זיין טאכטער מייסטערהאפטיג באהאלטן איר נאמען Nina אין אלע זיינע בילדער, צומאל עטליכע מאל (אויפ׳ן בילד אינעם לינק איז עס דא 3 מאל), דער עולם האט זיך דערוואוסט דערפון און ס׳איז געווארן א שפיל צווישן די לייענער צו טרעפן יעדן באהאלטענעם כתב נסתר, ויהי היום און ס׳איז פאר׳ן מעלער נמאס געווארן דאס געשעפט אבער ער האט נישט געקענט ארויס קריכן דערפון ווייל דער עולם האט פראטעסטירט...[/list:u]


אינטערעסאנט.


WOW! Amazing

קאווע טרינקער » פרייטאג יולי 11, 2014 11:05 am

· #211432
אז footsteps נעמט נאר אריין מעמבערס וואס קענען שרייבן.

פישלע העררינג » פרייטאג יולי 11, 2014 1:17 pm

· #211448
קאווע טרינקער
אז footsteps נעמט נאר אריין מעמבערס וואס קענען שרייבן.

@קאווע טרינקער, פון ווי ווייסטו דאס?

איך אויך » פרייטאג יולי 11, 2014 1:24 pm

· #211449
זעהסט נישט ער האט זיך ראזירט?

שמערל » זונטאג יולי 13, 2014 12:36 am

· #211500
פיש כאפער


שמערל, מיין חכם׳ל,

דאן צו וואס איז דא שטייער בודקעלעך יעדע פאר מייל??? ווי עס שיינט ווייסטו נישט עפעס וואס יעדער קינד וואס איז שוין אמאל געפארן פון שטאט צו אפסטעיט (אדער פארקערט)ווייסט, אז די דאזיגע קליינע בודקעלעך איז געשטעלט געווארן טאקע פאר דעם סיבה צו האלטן די בריקן פון צוזאמפאלן.

פיש כאפער טייערער.
שוין לאנג נישט געזען, האסט כאטש געכאפט אפאר גוטע פישלעך?

ווי עס שיינט ווייסן נישט אינגלעך אז די פעדעראלע הייוועי אסויסיאציע בעט "נישט" קיין שום טאל, נישט אויף קיין הייוועיס, און נישט אויף קיין בריקן. די טאל בודקעלעך וואס די האסט געזען אלס אינגעל אויפן וועג צום קעמפ, באלאנגען פאר די פארט אויטאריטי, אין טאקע די בריקן אויף וואס זיי פארפיגן איז אינטערן בעסטן ארדענונג, אדאנק די מיליאנען וואס זיי שארן פון די טאלס.

די זעלבע זאך די טרואוועי, איז אינטער א סטעיט אסויסיאציע, וויבאלד זי איז עלטער פון די פעדעראלע הייוועי סיסטעם, איז זי געבליבן מיט איר סטעיט טאלס.

משא"כ די אינטערסטעיט הייוועיס אין בריקן וואס זענען געבויעט געווארן דורך די פעדעראלע רעגירונג, טאר נישט נעמען קיין שום טאלס, און דארף ווערן אויסגעהאלטן אויסדריקלעך דורך די פעדעראלע טעקס אויף די געז.

צו דיין שאלה, ביטע ליין שטייטלעך איבער מיין פריערדיגע תגובה, איך האב דיר שוין געענטפערט דערויף עטליכע תירוצים.

פיש כאפער » זונטאג יולי 13, 2014 2:41 am

· #211506
אקעי, איך געב אויף, ווי עס שיינט ווייסטו וואס דו רעדסט.

יואב » דינסטאג יולי 15, 2014 2:53 pm

· #211869
אז בכדי צו ערמעגליכן די נקמה פארלאנגען צו גאט צו ווערן געפראסעסט, קען מען יוצא זיין אזש מיט בלויז איין קליינעם פסוק. קוקט אויס א פארמעסט ווער ס׳קען שרייבן מער און לענגערע פסוקים, ווען ס׳קומט צו נייעס נאטיצן איבער דערמארדעטע אידן. בברכת האט גע׳פועל׳ט אלעס גוט.

יין שרף » דינסטאג יולי 15, 2014 3:13 pm

· #211876
ווי זעסטו היינט, אז מען קען שוין יוצא זיין כמעט פסוק-לאז?

רויטע וואנצעס » מיטוואך יולי 23, 2014 11:50 pm

· #213363
אז ס'דא נאך א עירליין אין מדינת ישראל.

<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Arkia_Israel_Airlines">http://en.wikipedia.org/wiki/Arkia_Israel_Airlines</a>

קליגער אינגערמאן » דאנערשטאג יולי 24, 2014 12:34 am

· #213366
אין ישראייר האסטו יא געוויסט ? www.israirairlines.com

פלעין יודיש » דאנערשטאג יולי 24, 2014 6:56 am

· #213376
נאך צוויי
sun dor airlines
up

איך אויך » דאנערשטאג יולי 24, 2014 2:16 pm

· #213505
האלב פון דיע געהערן געהעריג פאר אל-על און זענען נאר אזוי אויסגעשטעלט כדי דער פירער פון 'וועד למען השבת' גאלדקנאף זאל קענען ווייטער קאסירן זיין פעטע פעיטשעק אז אל-על היט מכלופרשט שבת בעוד זיי באנוצן זיך שבת מיט זייערע סובסידיע אירליינס.

סאשי פיש » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 3:21 pm

· #215398
דעי שבת האב איך באמערקט אז די פיוט ״אל אדון״ וואס מען זאגט ביי די ברכת היוצר לויפט אויף די א״ב חוץ די ״ס״ וואס עס איז דא א ״ש״ אנשטאט דעם.

ונבנתה העיר » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 3:25 pm

· #215400
סמכים בצאתם וואלט זיך עפעס נישט אזוי גוט אויסגעארבעט...

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 4:05 pm

· #215406
סאשי פיש
דעי שבת האב איך באמערקט אז די פיוט ״אל אדון״ וואס מען זאגט ביי די ברכת היוצר לויפט אויף די א״ב חוץ די ״ס״ וואס עס איז דא א ״ש״ אנשטאט דעם.

Better late than never!//// 😕 😎 😂 😂 🙄 😠 😛 😳 😢 😉 😮

אויליגער » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 4:11 pm

· #215408
סאשי פיש
דעי שבת האב איך באמערקט אז די פיוט ״אל אדון״ וואס מען זאגט ביי די ברכת היוצר לויפט אויף די א״ב חוץ די ״ס״ וואס עס איז דא א ״ש״ אנשטאט דעם.

האדרת והאמונה וואס מזאגט שבת פאר ברוך שאמר לויפט אויך אויף די א-ב חוץ "ס" וואס עס איז דא א "ש"
היינו טעמא דאל אדון היינו טעמא דהאדרת והאמונה

קאווע טרינקער » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 4:13 pm

· #215411
אז ביי אשרי פעילט די נו"ן האסטו שוין באמערקט?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21