☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

1007 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1743
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21

מאטי » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:58 am

· #226498
ווען מ'קומט אן צום עירפארט הייוועי (דארט וואו די טערמינאל סיינס הייבן זיך אן) איז פארהאן א סיין (אין בלוי) מ'כאפט זיך נישט ווייל מ'ווייסט נישט דערפון. אין פאקט איז אויך דא א סיין אין 'עירפארט' וואס פירט צום "סעל פאון לאט."

דריידל » זונטאג אקטאבער 5, 2014 1:01 am

· #227358
ושב ד' אלקיך את שבותך איז טייטש די באשעפער וועט צוריקקערן דיינע געפאנגענע. נישט ווי אסאך מענטשן טייטשן דיין צוריקקער.

נולד מאוחר » מיטוואך אקטאבער 8, 2014 5:36 pm

· #228311
אז וויין דארף מען האלטן אוועק פון ליכטיקייט.
אויך ליגעדיג אז דא קארג זאל בלייבען פיייכט.
m.wikihow.com/Store-Wine

לית דין בר נש » מוצ"ש אקטאבער 11, 2014 10:48 pm

· #228365
good morning America
אגב דיין cream Malaga קענסטו האלטן גלייך!

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:26 am

· #228395
לית דין בר נש
good morning America
אגב דיין cream Malaga קענסטו האלטן גלייך!

מ'רעדט דאך נישט פון די געוויינליכע "זיסע" וויינען וואס אינז פשוט'ע חי-וקיים'ס טרינקען פאר קידוש. דא רעדט זיך פון די "דריי"/טרוקענע וויינען מיט די פאני פראנצויזישע און טערקישע נעימען וואס מ'קען ניטאמאל ארויסזאגן. דאס ווערט דאך געטרינקען דורך ספעציעלע "מבינים". וועלכע זענען זייער שטארק קולטורעל פארגעשריטן און האבן א ספעציעלן "טעם" און וויסנשאפט. און זיי צאלן אוועק א סאך געלט פאר א פלעשל פון דעים ספעציעלן, זויערן וויין, וואס איך וואלט אויסגעגאסן אין סינק...!

קינד_אן_קייט » מיטוואך אקטאבער 15, 2014 3:02 am

· #229013
אז דער מושג Private Eye מיט וואס פריוואטע דעטעקטיוון ווערן קאטאגאריזירט עד היום הזה, שטאמט פון די פינקערטאן (די ערשטע געהיימע אגענטור און שפיאנאזש מייסטער פון אמעריקא) סימבאל וואס האט געהאט אן אויסגעמאלענעם אפענעם אויג מיט די ווערטער: ״We Never Sleep״.

פליקער » מיטוואך אקטאבער 15, 2014 1:18 pm

· #229026
די טייטש פון "אז ידבר אילימו"
פשוט פשט איז , "דאן וועט ער רעדן צו זיי"

דער מטה לוי טייטשט

"דאן וועט ער אויס מערדערן זייערע שטארקע", מלשון אילי מואב

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 15, 2014 1:27 pm

· #229027
שמח בחור בילדותך, איז פשט אז מען ווארענט אן דעם מענטש, נו נו, ווארט נאר ווארט, דו זינדיג נאר, דו וועסט שוין געוואר ווערן ביים משפט וואס דו וועסט כאפן.... (ע"פ פי' רש"י)

קאווע טרינקער » מיטוואך אקטאבער 15, 2014 1:30 pm

· #229028
און מ'נעמט אזוי אן?

געפילטע פיש » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 1:01 am

· #229279
שמעקעדיג
שמח בחור בילדותך, איז פשט אז מען ווארענט אן דעם מענטש, נו נו, ווארט נאר ווארט, דו זינדיג נאר, דו וועסט שוין געוואר ווערן ביים משפט וואס דו וועסט כאפן.... (ע"פ פי' רש"י)

נאך א פשט

ישראל קאפקע » זונטאג אקטאבער 26, 2014 11:22 am

· #230557
אז רעדער פאר עראפלאנען קענען נאר זיין געמאכט פון נאטורליכע ראבער, פון די ראבער בוים, און ס'איז נישט דא קיין סינטעטישע אלטערנאטיוו.

shem-tov » זונטאג אקטאבער 26, 2014 11:56 am

· #230563
אז נישט אלע ראבער זענען ראבער

קינד_אן_קייט » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 8:15 pm

· #231825
אז רוב (מאנכע זאגן ״אלע״) ביר פלעשער אין אמעריקא מוזן ערשט דורכגיין די אויפזיכט און שארפ׳ן אויג פון אן איינצעלנער מאן, איינער א קענט מארטין, גאר א קוריאזער פארשוין וועלכע איז באאויפטראגט צו אינפארסירן די געזעצן וואס מען מעג יא שרייבן אדער נישט.

ער ארבעט אזוי איבערמידליך און מיט גאר אן אייזערנער פויסט, אזש ביז ער ווערט פאררעכנט אלץ ״דיקטאטור״ און ״צאר״, פון וועמען די גרעסטע קאמפאני׳ס ציטערן אוועק.

נישט מיר, נישט דיר נישט, האט ער שוין בחייו קאנפירמט 30 טויזענט פלעשער! דאס רעכנט נישט אריין לכאורה די אלע וואס ער האט אנטזאגט.

הערסט א מעשה?!

ונבנתה העיר » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 8:21 pm

· #231828
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/220334">viewtopic.php?p=220334#p220334</a><!-- l -->

בשבילי! » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 8:21 pm

· #231829
קינד_אן_קייט
אז רוב (מאנכע זאגן ״אלע״)

Like this line

ישראל קאפקע » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 8:23 pm

· #231830
אז קאליפארניע'ס עקאנאמיע איז באלד צוויי מאל גרעסער ווי ניו יארק'ס, (איבער צוויי טריליאן) און ניו יארק איז ניטאמאל נומער צוויי, טעקסאס איז גרעסער,
איך האב אייביג געמיינט אז ניו יארק האט די גרעסטע עקאנאמיע אין אמעריקע 😞
כבין אזוי פארשעמט 😢

קינד_אן_קייט » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 8:25 pm

· #231831
ונבנתה העיר
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=220334#p220334

אין כל חדש, נישט געזעהן בשעתו (ואתכם הסליחה).

כוכב » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 9:23 am

· #232132
אז די האניג קארטאפל בלעטלעך פון ליבערס קומען פון די אלגעמיינע wise פירמע (זיי זענען טאקע געשמאק.) אזוי שטייט אויף די באקסעס.

שמערל » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 11:16 am

· #232154
און אזוי אויך זייער ארגינאלע און אלע אנדערע פלעיווארס

קאווע טרינקער » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 11:10 pm

· #232970
אז דער גאווענער פון ניו יארק איז א סינגל.

קאסטנער » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 11:20 pm

· #232973
אז וואלען קען אזוי איבערדרייען די שטאט
אין אז וואלען קען מעביר זיין על הדעת

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 11:21 pm

· #232974
קאווע טרינקער
אז דער גאווענער פון ניו יארק איז א סינגל.

ער איז א גרוש. בזיווג ראשון האט ער חתונה געהאט מיט א גרויסע מיוחסת. פון די קענעדי משפחה. אבער זי איז געוועין א שיכור'טע. און זי האט געהאט נאך אנדערע מעלות. איז ער געגאנגען צום התאחדות און געגעיבן א גט. יעצט וואוינט ער מיט זיין צוקונפטיגע ווייב בדירה אחת. ווייל ער גייט אמאל חתונה האבן מיט איהר...!

דריידל » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 8:21 pm

· #233148
אז די מעשה וואס מ'דערציילט אז אידישע קינדער האבן געלערנט אין וואלד און ווען די יוונים זענען געקומען האט מען ארויסגענומען דריידלעך אין געשפילט, איז אינגאנצן 50 - 60 יאר אלט.

שלמה המלך » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 8:42 pm

· #233154
דריידל
אז די מעשה וואס מ'דערציילט אז אידישע קינדער האבן געלערנט אין וואלד און ווען די יוונים זענען געקומען האט מען ארויסגענומען דריידלעך אין געשפילט, איז אינגאנצן 50 - 60 יאר אלט.

איך ווייס דאס נאך אלץ נישט!

יין שרף » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 10:15 pm

· #233172
די מעשה איז אז די קינדער אין חדר זענען געגאנגען אין וואלד, זיי האבן זיך געזעצט שפילן דריידל. און ווען די מלמד איז געקומען האבן זיי שנעל באהאלטן די דריידלעך און ארויסגענומען גמרות...

דריידל » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 11:33 pm

· #233203
שלמה המלך
דריידל
אז די מעשה וואס מ'דערציילט אז אידישע קינדער האבן געלערנט אין וואלד און ווען די יוונים זענען געקומען האט מען ארויסגענומען דריידלעך אין געשפילט, איז אינגאנצן 50 - 60 יאר אלט.

איך ווייס דאס נאך אלץ נישט!


מוז זיין אז די ביסט א בן שבעים און דיין רבי אין חדר האט דאס נישט פארציילט חנוכה

קינד_אן_קייט » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 10:52 am

· #233283
אז ״באמבע״ איז רוסיש.
📎 bomb.jpg

ישראל קאפקע » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 11:07 am

· #233285
קינד_אן_קייט
אז ״באמבע״ איז רוסיש.


ס'איז נישט,

לית דין בר נש » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 11:18 am

· #233286
דריידל
אז די מעשה וואס מ'דערציילט אז אידישע קינדער האבן געלערנט אין וואלד און ווען די יוונים זענען געקומען האט מען ארויסגענומען דריידלעך אין געשפילט, איז אינגאנצן 50 - 60 יאר אלט.

הכרח לדבריך בבקשה

קינד_אן_קייט » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 11:36 am

· #233288
ישראל קאפקע
קינד_אן_קייט
אז ״באמבע״ איז רוסיש.

ס'איז נישט,

סתם געשאסן.

בשבילי! » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 11:50 am

· #233290
אלע שפראכ איז עס באמבע אדער ענליך. ארגינעל גריכיש

ישראל קאפקע » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 11:52 am

· #233291
קינד_אן_קייט
ישראל קאפקע
קינד_אן_קייט
אז ״באמבע״ איז רוסיש.

ס'איז נישט,

סתם געשאסן.

ניין,

אמת אז אין רוסיש איז באמבע Бомба (באמבא) אבער בפשטות האסטו געמיינט צו זאגן אז דאס אידישע ווארט באמבע נעמט זיך פון די רוסישע ווארט באמבא,
דאס איז נישט ריכטיג, באמבע קומט פון די דייטשע ווארט באמבע Bombe (די בית מיט א סגול, נישט מיט א פתח)
גראדע די ווארט באמבע אדער גאר ענליך (באמבא באמבע באמב באם) געפונט זיך אין כמעט יעדע אייראפעאישע שפראך, דאס איז די פאל מיט פילע ווערטער וואס זענען אוניווערסאל אין אלע אייראפעאישע שפראכן,

שמערל » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 12:42 pm

· #233294
בד"כ א זאך וואס איז ערפונדן געווארן נאר אויף איין פלאץ למשל א קאר, קאמפיוטער, וכו' אדער איז עס מתחילה נאר געווען אויף איין פלאץ און עס האט זיך פארשפרייט איבעראל למשל א געוואוקס ווי ווייץ וואס קומט פונעם לאוואנט - מיטל מזרח, וועט עס איבעראל הייסן אויפן זעלבן נאמען.

משא"כ א זאך וואס איז דא איבעראל ווי למשל ביימער, וואסער, פייגל וכו', וועט אין יעדע שפראך האבן אן אנדערע נאמען. ודו"ק



קרעדיט: זשערעד דימאנט

שבת אחים » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 12:59 pm

· #233297
אז מ׳רעדט שוין יא פון שפראך איז אינטערסאנט צו באמערקן א זאך וואס איך האב נישט געוואוסט ביז לעצטענס אז אַלקאָהאָל און אַלגעבראַ שטאמען פון אראביש
<a class="postlink" href="http://www.todayifoundout.com/index.php/2010/12/the-origins-of-the-word-algebra/">http://www.todayifoundout.com/index.php ... d-algebra/</a>

ישראל קאפקע » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 2:02 pm

· #233306
שבת אחים
אז מ׳רעדט שוין יא פון שפראך איז אינטערסאנט צו באמערקן א זאך וואס איך האב נישט געוואוסט ביז לעצטענס אז אַלקאָהאָל און אַלגעבראַ שטאמען פון אראביש
<a class="postlink" href="http://www.todayifoundout.com/index.php/2010/12/the-origins-of-the-word-algebra/">http://www.todayifoundout.com/index.php ... d-algebra/</a>


אויך איז אינטערעסאנט אז כאטש אלגעברא איז אן אראביש ווארט איז אבער אל גהאריזמי די פאטער פון אלגעברא (פון וועמענ'ס בוך די ווארט אלגעברא קומט, און פון וועמענ'ס נאמען די ווארט אלגאריטם קומט) געווען א פערסישער מעטאמאטיקער און וויסנשאפטליכער,
און אנדערש ווי דער קאמעטאר דארט אויף דיין לינק שרייבט, שטאמט אלגעברא נישט פון אינדיע, עס שטאמט פון גריכנלאנד, וואס קומט יא פון אינדיע איז אונזער מאדערנע נומערן סיסטעם, וואס די גריכן און רוימער האבן נישט געהאט, דעריבער כאטש זיי זענען געווען די גרעסטע חכמים אין די אלטע וועלט האבן זיי נישט געקענט אנטוויקלען מעטאמאטיק מיט זייער פעלנדע נומערן סיסטעם, די אראבער וואס האבן געהאט א פארבינדונג צו אינדיע האבן גענומען די בעסערע נומערן סיסטעם איר פארבעסערט און דערנאך די גריכישע חכמה און זיי אנטוויקלט,
צווישן זיינע פילע מאנומענטאלע ווערק אין מאטעמאטיק, געאראפיע, אסטראנאמיע, און נאך האט ער אויך געשריבן א היכל אבער די אידישע קאלענדער,

אויך איבן סינא (באקאנט אלס אוויסענא) דער פאטער פון מעדיצין, און נאך חכמות, איז געווען א פערסישער, כאטש אלע זיינע ווערק איז אין אראביש.

דריידל » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 2:50 pm

· #233321
אלג'ברא ווערט געברענגט ערגעץ אין גמרא. ווען כ'על מיך דערמאנען ווי, וועל איך עס ארויפשטעלן.

דריידל » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 2:52 pm

· #233322
לית דין בר נש
דריידל
אז די מעשה וואס מ'דערציילט אז אידישע קינדער האבן געלערנט אין וואלד און ווען די יוונים זענען געקומען האט מען ארויסגענומען דריידלעך אין געשפילט, איז אינגאנצן 50 - 60 יאר אלט.

הכרח לדבריך בבקשה


כך שמעתי פון אן עלטערער אין וואס זאגט אז אמאל האט קיינער נישט געוויסט דערפון. איך האב מיך נאכגעפרעגט ביי עטליכע תלמידי חכמים און קיינער האט נישט געוויסט קיין מקור אויף די מעשה.

ברסלבער » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 3:22 pm

· #233326
דריידל
אז די מעשה וואס מ'דערציילט אז אידישע קינדער האבן געלערנט אין וואלד און ווען די יוונים זענען געקומען האט מען ארויסגענומען דריידלעך אין געשפילט, איז אינגאנצן 50 - 60 יאר אלט.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/62452">viewtopic.php?p=62452#p62452</a><!-- l -->

דריידל » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 8:45 pm

· #233376
שכוח, ברסלבער פאר'ן ברענגן דעם לינק. ווי ס'ווערט געברענגט דארט, איז די לעגענדע שוין איבער הודרעט יאר אלט. קען טאקע זיין אז ס'האט גענומען א פאר יאר ביז ס'איז געווארן מפורסם און ס'הערשט פארשפרייט געווארן 50-60 יאר צוריק

ביבער » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 12:27 pm

· #233778
אז מענטשן וואס זענען כסדר פארנומען מיט פאררעכטן יענעם'ס ספעלינג ליידן אויף א געוויסע OCD וואס הייסט Grammatical Pedantry syndrome

ישמעאל הכהן » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 12:35 pm

· #233780
אז מענטשן וואס האבן זייער ליב גאלארעטא און זיי קענען נישט סטאפן צו עסן דערפון ליידן פון א געוויסע קאנדישן וואס הייסט CSEGS.
(Cant Stop Eating Galarete Syndrome)

ישמעאל הכהן » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 12:40 pm

· #233781
אז רבישע סטראקעס איז במקום די רצועות פון תפילין.

ברסלבער » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 12:55 pm

· #233789
ישמעאל הכהן
אז מענטשן וואס האבן זייער ליב גאלארעטא און זיי קענען נישט סטאפן צו עסן דערפון ליידן פון א געוויסע קאנדישן וואס הייסט CSEGS.
(Cant Stop Eating Galarete Syndrome)

א רפואה דערפאר האסטו אויך?

ביבער » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 12:59 pm

· #233791
ישמעאל הכהן
אז מענטשן וואס האבן זייער ליב גאלארעטא און זיי קענען נישט סטאפן צו עסן דערפון ליידן פון א געוויסע קאנדישן וואס הייסט CSEGS.
(Cant Stop Eating Galarete Syndrome)



די חילוק צווישן דעם און איינס בעפאר איז אז עסן גאלערעטע באדערט נישט קיינעם, משא"כ כסדר פאררעכטן יענעם איז ענאויאינג און גרעניצט זיך מיט שלעכטע מידות.

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 1:00 pm

· #233793
ברסלבר, מאכלי שבת זענען דאך זעלבסט א רפואה...

ישמעאל, א לינק צו וויקי האסטו נישט געברענגט..

chusid » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 2:33 am

· #234171
כ'האב געפרעגט מיינס א באקאנטען פין קאווע שטיבל ווער עס זענען דע געריבענע מענטשן פין קאווע שטיבל, ווער דא אין ראדני איז דער געריבענער, האט ער מיר געזאגט אז אט דע מענטשן וואס איך קוק נישט אויף זייער זייט וואס זעען אויס ווי פין די לבנה אראפ אינטער זיי איז באהאלטן דע געשמאקע יודן פין קאווע שטיבל

איך אויך » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 7:33 am

· #234186
למשל?

געפילטע פיש » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 2:38 am

· #234398
שבת אחים
אז מ׳רעדט שוין יא פון שפראך איז אינטערסאנט צו באמערקן א זאך וואס איך האב נישט געוואוסט ביז לעצטענס אז אַלקאָהאָל און אַלגעבראַ שטאמען פון אראביש
<a class="postlink" href="http://www.todayifoundout.com/index.php/2010/12/the-origins-of-the-word-algebra/">http://www.todayifoundout.com/index.php ... d-algebra/</a>

ווי אויך alchemy און alphabet. (די לעצטע איז לאו דוקא אראביש, נאר שטאמט פון די סעמיטישע שפראכן פון וואס לשון קודש און אראביש זענען ארויסגעקומען).

ישראל קאפקע » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 7:41 am

· #234408
געפילטע פיש
שבת אחים
אז מ׳רעדט שוין יא פון שפראך איז אינטערסאנט צו באמערקן א זאך וואס איך האב נישט געוואוסט ביז לעצטענס אז אַלקאָהאָל און אַלגעבראַ שטאמען פון אראביש
<a class="postlink" href="http://www.fortuitously.com/index.php/2010/12/the-origins-of-the-word-algebra/">http://www.fortuitously.com/index.php/2 ... d-algebra/</a>

ווי אויך alchemy און alphabet. (די לעצטע איז לאו דוקא אראביש, נאר שטאמט פון די סעמיטישע שפראכן פון וואס לשון קודש און אראביש זענען ארויסגעקומען).

אלפאבעט קומט פון גריכיש, וואו די ערשטע צוויי אויתיות 'אלפא' 'בעטא' צוזאמען מאכט 'אלפאבעט',
אמת אז די גריכישע אויתיות שטאמט פון לשון קודש (אדער עלטערע סעמיטישע שריפטן) (די נעמען, סדר, און די 'פארמען' אויך! (דאס איז גאר און אינטערעסאנטע נושא, נישט פאר יעצט)) אבער עס האט גארנישט מיט אראביש. אויך 'כעמיע' פון אלכעמיע קומט פון גריכיש.

שמערל » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 10:43 am

· #234425
אויך קאהאל פון אלקאהאל, קומט פון כחל אין לשה"ק (רמב"ן ויחי על חכלילי עיניים מיין)
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21