☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
1007 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1743
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21
berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 1:37 pm
· #154685
פאריז
ווי אזוי איז מעגליך? תנין שטייט דאך קלאר אז מען האט באשאפן די ששת ימי בראשית?
תנין מיינט (מסתמא) דיינאסאור'ס. ס'שטייט אין חומש "התנינים הגדולים". קראקאדיילס זענען שרעקליך, אבער נישט זייער גרויס. נאר דער וואס גלייבט אז דער אייבירשטער האט באשאפן די וועלט גלייבט אויך אז הקב"ה האט באשאפן די דיינאסאור'ס. לעומת די אפיקורסים, וועלכע גלייבן אין "ביג בענג" גלייבן נישט אין דעים אויך. 🙄 😳
ונבנתה העיר » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 10:48 pm
· #168248
אז עטליכע קאנטינענטען זענען מחובר.
איך האב אלץ געמיינט אז איינע פון די תנאים פון א קאנטינענט איז אז ער דארף זיין א שטיק לאנד פאר זיך - אפגעטיילט פון די אנדערע דורכ'ן ים, למעשה זענען אסיע און אפריקע מחובר ביים גרעניץ ישראל\מצרים, די אמעריקע'ס זענען מחובר און אסיע מיט אייראפע קענען גאר נישט זיין מער מחובר ביי רוסלאנד\אייראפע, מיין גאנצע התלהבות פון די בריק אין איסטאנבול וואס איז מחבר אסיע מיט אייראפע איז געווען לריק.
למעשה איז טאקע דא עטליכע וועגן ווי אזוי צו רעכענען די קאנטינענטען, דא האט איהר א gif בילד.
📎 800px-Continental_models-Australia.gif
דער (פינטעל) איד » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 10:49 pm
· #168249
וואס האסט געמיינט אז אייראפע מיט אזיע זענען אפגעטיילט?
ונבנתה העיר » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 10:52 pm
· #168251
יא, כ'האב קיינמאל נישט דורכגעטוהן די מאפע אין די קאנטינענטען קאנטעקסט, און מיט רוסלאנד בין איך סתם אזוי געווען צומישט צו עס איז אסיע אדער אייראפע.
רויטע וואנצעס » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 11:01 pm
· #168252
עפן א דזיאגרעפי אשכול, די עולם זאל פרעגן שאלות, געבן ידיעות, אדער שטעלן חידות. ס'איז זייער א אינטערעסאנטע נושא.
נ.ב. איך האב א גלאוב אינדערהיים, יעדע נאכט קענען מיינע קינדער פרעגן דריי דזיאגרעפי שאלות. מ'געט א ספין, און ווי די פינגער קומט אויס דארף טאטי עפעס זאגן... איך טריי מיי בעסט.
ונבנתה העיר » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 11:26 pm
· #168258
נו, קריינא וכו', איך וועל טרינקן בצמא.
ממרום שלח אש » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 12:19 am
· #168275
ונבנתה העיר
אז עטליכע קאנטינענטען זענען מחובר.
אויב אזוי וועל איך שוין פארציילען נאך א סוד, לויט געאלאגיאיסטן זענען אלע קאנטינענטן געווען אמאל איין גרויסע סופער קאנטינענט מיטן נאמען פאנזישע. און איין גרויסע ים האט עס ארומגענומען מיטן נאמען פאנטעלאזשיע
די טעאריע שטאמט פונעם דייטשן וויסנשאפטלער אלפרעד וועגנער.
זע בילד, ווי אזוי די היינטיגע קאנטינעטן זענען אויסגעלייגט אין דעם גרויסן סופער קאנטינענט.
א קורצע הסבר
דער (פינטעל) איד » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 12:23 am
· #168277
ממרום שלח אש
ונבנתה העיר
אז עטליכע קאנטינענטען זענען מחובר.
אויב אזוי וועל איך שוין פארציילען נאך א סוד
ווילאנג ווייסטו שוין פון דעם סוד ?
רויטע וואנצעס » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 1:02 am
· #168282
פינטעלע זייט ווען האסטו געוואוסט די סוד פון 10? 🙂
דער (פינטעל) איד » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 1:06 am
· #168284
איך ווייס נאך יעצט נישט דעם סוד. ווייל איך האב עס נאך נישט געקוקט. אבער ווען איינער ליינט וועגן עפעס אזא סאביעקט און ער גייט נאכדעם צו גוגעל און ער ווערט פערצופאל געוואר נאך עפעס און קומט דא צוריק ווי דער שטאט'ס פראפעסאר שרייבן "איך וועל ענק פארציילן נאך א סוד" .... כאילו ער ווייסט דאס שוין פון יארן נאר האט זיך יעצט פערצופאל דערמאנט דערפון זענדיג דא די שמועס... אין אידיש רופט מען דעס "עקלדיג".
איך אויך » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 1:22 am
· #168285
ממש אזוי?
דער (פינטעל) איד » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 1:32 am
· #168287
נו וויאזוי דען?...
berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 11:51 am
· #168328
רויטע וואנצעס
אמאל האט מען געקענט אריינלייגען א טעלפאן נאמבער (נאר היים) און גוגל האט דיך געגעבן די נאמען, אדרעס, זיפ, אזוי ווי א לעבל ס'איז געווען א מחיה. זעהט אויס וועגן פרייוועסי קען מען מער נישט. אבער דא איז א אנדערע סייט וואס טוט גאנץ א גוטע זשאב: https://pipl.com/
ס'איז נישט א פרייוועסי אישו (אפילו מעגליך אז זיי זאגן אזוי.) ס'איז דא עטליכע אנדערע סייטס וועלכע וועלן דיר געבן די אינפארמאציע פאר אן אפצאל.
דעת תורה » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 3:06 pm
· #168366
ממרום, דו מיינסט וואס מען רופט "קאנטינענטאל דריפטינג" אדער עפעס אזוי?
ממרום שלח אש » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:39 pm
· #168394
דעת תורה
ממרום, דו מיינסט וואס מען רופט "קאנטינענטאל דריפטינג" אדער עפעס אזוי?
נישט ממש, דאס א ריזיגע קאנטינענט האט זיך אפגעבראכן אויף שטיקער קומט פון "פלעיט טעקטאניקס", דהיינו אז די קראסט פון די ערד איז נישט איין גרויסע שטיק, נאר איינגעטיילט און עטליכע חלקים, וואס רייבן זיך תמיד און זענען גורם ערד ציטערנישן וואולקאנען "און" קאנטינעטעל דריפטינג. פאנזשיע איז געווארו אויפגעבראכן דורך שטארקע ערד ציטערנישן, קאנטינעטעל דריפטינג איז א פענאמען אז די קאנטינעטן רוקן זיך א משהו איינע פון די אנדערע, עס איז א תולדה פון "פלעיט טעקטאניקס" אבער עס איז א שטייטע איידעלע פראצעס, מען זעט עס בחוש און עס גייט נאך אן היינט.
בקיצור, די אופברעכונג פון פאנזשיע און קאנטינעטעל דריפטינג זענען ביידע א תולדה פון פלעיט טעקטאניקס.
ונבנתה העיר » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 3:24 am
· #169364
אז אבאמא'ס האלבע ברודער Mark Obama Ndesandjo איז א איד.
דעת תורה » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 1:02 pm
· #169408
דאס איז דער וועלכער האט יעצט ארויסגעגעבן א בוך איבער זיין (און באראק'ס) אביוסיוו פאטער?
שמעקעדיג » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 1:51 pm
· #169411
אז מען קען נישט טראסטן CNET דאונלאוד'ס!
יעדער וואס טוט נאר מיט קאמפיוטערס אביסל ווייסט אז מען דארף זייער אכטונג געבן וואס - און פון וואו - מען דאונלאודט. יעדער דאונלאוד קען ענטהאלטן אין זיך באהאלטענע וויירוס, עדוועיר, מאלוועיר אדער ספייוועיר, און אנדערע סארט שרעקעדיגע נעמען.
איך האב אבער אייביג געוואוסט אז די פרעסטיזשפולע קאמפאני CNET - וועלכע איז ריזיג גרויס און ברייט באקאנט מיט אירע רעוויואס, אנאליזן און רעקאמענדאציעס אויף יעדע סארט טעכנאלאגיע, און געבן אויך פארשידענע דאונלאודס - זיי קען מען טראסטן בלינדערהייט.
שטעלט זיך ארויס אז נישט. איך האב דאונלאודעד א פראגראם פון זיי, און עס האט זיך ביי מיר אריינגערוקט שווערע עדוועיר מיט ספייוועיר וואס איך קען קוים פטור ווערן דערפון, שוין נאכן פרובירן פארשידענע פראגראמען עס צו רייניגן (ווי מאלוועיר בייטס וכדומה) און זיצן מיט עקספערטן.
גיט אכטונג בעפאר איר דאונלאודט עפעס, און קוקט די רעוויואס פון די וועלכע האבן שוין דאונלאודעט בעפאר אייך, און זעהט וואס זיי האבן זיך צו באקלאגן דערוועגן. אל תמות כדרך שמת פלוני!
Shame on you Cnet !!!!!!!
קאווע טרינקער » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 2:27 pm
· #169415
נוץ http://ninite.com/
ונבנתה העיר » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 2:50 pm
· #169421
דעת תורה
דאס איז דער וועלכער האט יעצט ארויסגעגעבן א בוך איבער זיין (און באראק'ס) אביוסיוו פאטער?
יא.
כאפט א בליק, ער זעהט אויס צו זיין א שטיקל בעל נפש.
petergrifin » מוצ"ש דעצעמבער 21, 2013 8:30 pm
· #169448
שמעקעדיג
אז מען קען נישט טראסטן CNET דאונלאוד'ס!
Shame on you Cnet !!!!!!!
פארגעס נישט אז זײער רעװיוס זענען אויך נישט אזוי באגלײבט.
http://news.yahoo.com/trust-cnet-again- ... 34265.html
איציק » זונטאג דעצעמבער 22, 2013 6:30 pm
· #169653
ער זעהט אויס ענליך, און זיין הברה קלינגט אויך ענליך צו באראק חוסעין. ער רעדט אבער מיט ווייניגער שטאלץ (און אן א טעלעפראמטער...)
ער איז אויך אסאך קלוגער, און פארקערט פון זיין ברודער, איז ער א ווארעמער מענטש.
א דאנק פאר דעם קליפ. איך האב בכלל נישט געוואוסט פון דעם ברודער'ס עקזיסטענץ!
איציק » זונטאג דעצעמבער 22, 2013 6:41 pm
· #169657
איך האב נישט געזעהן דעם אויבערשן תגובה פון ונבנתה, אז אבאמא האט א אידישער ברודער. ער איז א ליטוואק גאר!
איז דאך נישט קיין חידוש אז ער איז קלוגער און איידעלער...
Ruth Beatrice Baker was born in the United States around 1937, the daughter of Maurice Joseph Baker and Ida Baker of Newton, Massachusetts, who are of Lithuanian Jewish descent.
מ'טאר נישט גרינגשעצן משיח'ס מתנה...
איציק » זונטאג דעצעמבער 22, 2013 7:27 pm
· #169678
ונבנתה העיר
אז שבת ווערט זר משוגע פון ליידיג גיין, און זעצט זיך ליינען דעם נר ההפטורה...
זר זהב
אז אריסטו האט געשריבן פאר אלכסנר מוקדון סוף ימיו אז אלע פיליזאפישע וואטעווער זענען שטותים מיט הבלים. (גליון נר ההפטורה פר' תולדות)
איך מיין אז עס קומט פון סדר הדורות וואס איז במח"כ פול מיט גאר מאדנע זאכן.
ווייל עס איז אין דיינע אויגן מאדנע, איז נאכנישט טייטש אז ס'איז נישט פארלעסליך.
דער בעל הפלאה האט געהאלטן דעם סדר הדורות פאר א קראנטע מקור און ציטירט אים. זעה פאריגע וואכעדיגע סדרה, פר' שמות די צווייטע שטיקל:
אך בסדר הדורות כתיב שהמליך את בנו, ע"ש.
טעפל » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 10:19 am
· #169788
שמעקעדיג
אז מען קען נישט טראסטן CNET דאונלאוד'ס!
Shame on you Cnet !!!!!!!
שכוח @שמעקעדיג, איך האב כמעט היינט אראפגעלאדענט עפעס וואס זיי האבען מיר געשיקט, א גרויסן ישר כוח.
שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 10:33 am
· #169790
עס מיינט נישט אז מען קען גארנישט דאונלאודן, זיי זענען אלעמאל געווען אנגענומען אלס באגלייבט; נאר בעפאר דו דאונלאודסט טשעק די רעוויואס, און זעה אויב האט זיך שוין איינער אפגעבריהט.
atmybest » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 11:35 pm
· #170028
אז פאליש איז א פיליאלע פון אייוועלט.
מ גפני » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 11:52 am
· #170138
בד"וו פאליש ווערט געבלאקט ביי די וואס האבן J-NET
שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 12:14 pm
· #170144
און קאווע שטיבל נישט?
טעפל » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 12:27 pm
· #170147
אז ס'איז דא אזא זאך פאליש!
שטילע אינגערמאן » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 8:28 pm
· #170646
א יונגערמאן דרייט א קאפ עלטעט אידן אויף וועקאציע
https://www.youtube.com/watch?v=XKkdr2Q ... e=youtu.be
דער (פינטעל) איד » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 8:33 pm
· #170649
וואס זוכט עס דא
רויטע וואנצעס » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:45 am
· #171077
אז די USB איז די ערפינדונג פון אפאר ישראלי אידעלעך. http://en.wikipedia.org/wiki/USB_flash_drive
דעת תורה » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:49 am
· #171081
יאפ, היינט געווען אין די נייעס א ארטיקל איבער דעם ערפינדער.
I'm back » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 9:22 am
· #172665
אז אריק שרון.איז געווען א פארמער.
חולם » דינסטאג יאנואר 21, 2014 2:13 pm
· #178047
אז א סידי MP3'ס דאטא איז געשריבן פון אויבן און די מאשין ליינט עס דורך פון די אנדערע זייט, דארף מען וואטשן אז א סידי זאל נישט צוקריצט ווערן פון קיין שום זייט. ביז היינט האב איך געמיינט אז די אויבירשטע זייט מעג ווערן צוקריצט.
מאטי » מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:03 pm
· #180211
אז ס'איז דא א געוויסע פיש אין האוואיי וואס רופט זיך humuhumunukunukuapua'a
אין אידיש האמאהאמאנאקאנאקאאפאא'א
פישלע העררינג » מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:15 pm
· #180218
מאטי
אז ס'איז דא א געוויסע פיש אין האוואיי וואס רופט זיך humuhumunukunukuapua'a
אין אידיש האמאהאמאנאקאנאקאאפאא'א
אה! די אידישע איבערטייטש קלארט עס אויס. יעצט ווייס איך פונקטלעך...
מאטי » מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:19 pm
· #180222
וויקיפידיע גיט רשות דאס צו זאגן אין קורצן "האמאהאמא" ותו לא.
berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:21 pm
· #180224
טעפל
אז ס'איז דא אזא זאך פאליש!
ניין. דו זעהסט דאך אז מיר זענען דא ב"ה חי וקאייע. מיין פילטער בלאקט "פאליש" 😎 🙄 😂 😠 😳 😮
berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:25 pm
· #180225
I'm back
אז אריק שרון.איז געווען א פארמער.
http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=3&t=5574
און אז ר'איז נישט געוועהן א איד על פי הלכה. ווייל זיין מאמע ווערא שיינערמאן האט זיך קיינמאל נישט מגייר געוועהן. (ע"ה(. 🙄 😠 😢 😮
רויטע וואנצעס » זונטאג פעברואר 2, 2014 3:53 am
· #180807
אז די מחבר פון די גאר באקאנטע אמריקאנע ניגון god bless america איז געווען א אידישע אימגראנט פון רוסלאנד. ער איז געווארן אויפגעצויגן אלס א פרומע איד, עכ"פ אין זיינע ערשטע יארן אין אמעריקא. זיין מאמא לשון איז געווען אידיש. זיין טאטע איז געווען א חזן. http://en.wikipedia.org/wiki/Irving_Berlin
נולד מאוחר » זונטאג פעברואר 2, 2014 10:03 am
· #180835
אז א קאלטע humidifier איז פונקט אזוי גוט ווי א הייסע, פאר א קאלד.
שמעקעדיג » זונטאג פעברואר 2, 2014 10:15 am
· #180838
דו מיינסט א וועפארייזער, ריכטיג?
נולד מאוחר » זונטאג פעברואר 2, 2014 12:39 pm
· #180871
יא סארי
berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 2, 2014 8:17 pm
· #181032
נולד מאוחר
יא סארי
זיי נישט אזוי שנעל סארי. ווייל לויט ווי איך ווייס האט מען טאקע גערופן א "סטים" /הייסע "היומידיפייער. אבער די קאלטע האט מען גערופן ביידע נעמען. "וועיפערייזער" און "היומידיפייער". 😎 🙄 😠 😛 😳 😮 😕
שמעקעדיג » זונטאג פעברואר 2, 2014 9:21 pm
· #181056
היומידיפייער נעמט אוועק נאסע לופט. וועפארייזער טוט די פארקערטע. ניין?
נולד מאוחר » זונטאג פעברואר 2, 2014 9:40 pm
· #181067
כהאב גענימען מיין אינפויא פון דא און זיי ריפען א humidifier אויך וואס מאכט נאס די ליפט.
געפילטע פיש » זונטאג פעברואר 2, 2014 10:27 pm
· #181082
שמעקעדיג
היומידיפייער נעמט אוועק נאסע לופט. וועפארייזער טוט די פארקערטע. ניין?
דו מיינסטו א דיהומידיפייער dehumidifier.
מאטי » זונטאג פעברואר 2, 2014 10:37 pm
· #181085
סיריעסלי? ?? ווילאנג גייט מען רעדן פון הומידיפייערס?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21