☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » [אומצענזורירט] הנודע ביהודה ז"ל על: הזוהר, מקובלים, וחסידים

[אומצענזורירט] הנודע ביהודה ז"ל על: הזוהר, מקובלים, וחסידים

39 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3372

היימישער ליטוואק » זונטאג אפריל 7, 2013 7:08 pm

· #102252
[אומצענזורירט] הנודע ביהודה ז"ל על: הזוהר, מקובלים, וחסידים
א דרשה פון דעם בעל נודע ביהודה זצ"ל. צענזורירט אין די געדרוקטע דרשות אהבת ציון. דא אויף צו דאונלאודן. און דא אן אפהאנדלונג אין פארום "אוצר החכמה".

היימישער ליטוואק » זונטאג אפריל 7, 2013 7:10 pm

· #102253
און אין צוגאב צו וואס איך האב שוין געשריבן, מיר האבן מורא צו עפענען דאס מויל איך אין די נושאים.

פוןדעסטוועגןדאך » זונטאג אפריל 7, 2013 7:46 pm

· #102266
די פחד וואס דו באוויינסט, איז דאס וואס גיבט א חשיבות פאר'ן נודע ביהודא צו זאגן מיינונגן אין א זאך וואס איז נישט זיין תחום. און גיבט אים דעם כח צו זאגן זאכן אהן ברענגן ראיות לדבריו. סך הכל זאגט ער אז אלע כוונות געשעהט מאליו און מען דארף נישט אינזין האבן. פון ווי נעמט ער דאס? איז דאס דען נישט מהיפך להיפך ווי דאס וואס דער בעל הזוהר און די מקובלים זאגן? איז דען דאס נישט היפך שכל הפשוט?
אדער אקצעפטירסטו מסורת התורה בכל פרטיה, און דאס געבט די רעכט פאר א תלמיד חכם וגאון צו זאגן מיינונגען אויף כל התחומים. אבער צוזאמן דערמיט איז אין דעם נכלל די אמיתות הזוהר והמקובלים, נישט בדרך הנודע ביהודא. אדער גייסטו מיט דיין אייגענע שכל וואס דאן זעה איך נישט פארוואס די ווערטער פין די נודע ביהודא, וואס איז נישט געווען קיין מקובל, פארנעמט ביי דיר א מקום. you can't have the cake and eat it.

דעת תורה » זונטאג אפריל 7, 2013 7:51 pm

· #102272
עני פרוף / עווידענס אז דער נודע ביהודה האט טאקע געזאגט די דרשה? איז עס דען געווען געדרוקט אין א מהדורא קמא און שפעטער ארויסגענומען? נישט אז איך האב א פראבלעם דערמיט, עס איז דברים די פשוטים לכל בר דעת.

היימישער ליטוואק » זונטאג אפריל 7, 2013 8:07 pm

· #102278
דברים פשוטים לכל בר דעת?? ביטע זאג דאס איבער אין עני ישיבה אדער ביהמ"ד פון די חרד'ישע אידן...
(עצה טובה: אויב דו האסט נאך אומפארהייראטע קינדער, זאג נישט אויס דיין נאמען.)

היימישער ליטוואק » זונטאג אפריל 7, 2013 8:15 pm

· #102280
פוןדעסטוועגןדאך
די פחד וואס דו באוויינסט, איז דאס וואס גיבט א חשיבות פאר'ן נודע ביהודא צו זאגן מיינונגן אין א זאך וואס איז נישט זיין תחום. און גיבט אים דעם כח צו זאגן זאכן אהן ברענגן ראיות לדבריו. סך הכל זאגט ער אז אלע כוונות געשעהט מאליו און מען דארף נישט אינזין האבן. פון ווי נעמט ער דאס? איז דאס דען נישט מהיפך להיפך ווי דאס וואס דער בעל הזוהר און די מקובלים זאגן? איז דען דאס נישט היפך שכל הפשוט?
אדער אקצעפטירסטו מסורת התורה בכל פרטיה, און דאס געבט די רעכט פאר א תלמיד חכם וגאון צו זאגן מיינונגען אויף כל התחומים. אבער צוזאמן דערמיט איז אין דעם נכלל די אמיתות הזוהר והמקובלים, נישט בדרך הנודע ביהודא. אדער גייסטו מיט דיין אייגענע שכל וואס דאן זעה איך נישט פארוואס די ווערטער פין די נודע ביהודא, וואס איז נישט געווען קיין מקובל, פארנעמט ביי דיר א מקום. you can't have the cake and eat it.

דער נודע ביהודה זאגט אז "מסורת התורה בכל פרטיה" איז נישט כולל די ספרי הזוהר און נישט כתבי האריז"ל ושאר המקובלים.
בד"וו דער נודע ביהודה איז יא געווען א מקובל, ער האט געלערנט אין בראד'ער קלויז, און לייען איבער די דרשה וועסטו זעהן וואס ער זאגט אויף זיך אליינס.
ועוד, כדי צו זאגן א מיינונג מוז מען נישט זיין א מקובל. ער מוז נאר וויסן פון וואס ער רעדט און זיין א גדול בתורה וביראה. פון דא קומט דער כח פון דעם נודע ביהודה, און צוליב דעם וויל מען פארשווייגן זיין מיינונג און בעסער נאכגיין אלע מקובלים למיניהם.

חזקיהו המלך » זונטאג אפריל 7, 2013 10:07 pm

· #102308
די ווערטער פין דעם נודע ביהודא זענען קילורין לעיניים, לעכטיגע ווערטער, אין לעניית דעתי ריכטיגע השקפת התורה,

אין למעשה רוב חסידים גייען היינט אויך אין דעם דרך, ס'נישטא היינט ביי רוב פין די וואס ריפען זיך חסידים צי דאווענען מיט כוונות אר"י, ס'דא יחידים, אבער יחידים איז דא ביי נישט חסידים אויך,

בקיצור אפילו די מנהיגי החסידות זענען צים סוף אנגעקומען אז דער נודע ביהודה איז גערעכט, זיכער מען זאגט נאך לשם יחוד אבער וויפעל פראצענט ווייסען בכלל וואס זיי זאגען,

יאיר » זונטאג אפריל 7, 2013 10:17 pm

· #102312
חזקיהו, איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט. ווייל די אמת'ע חסידים זענען געווארן ווייניג און רוב עולם ווייסט נישט וואס קבלה מיינט, מיינט דאס נאכנישט אז דער ציל פון די ערשטע מקובלים איז טאקע דאס געווען.
איך מיין אז ס'איז א דבר פשוט אז דער אר"י ז"ל ותלמידיו האבן יא געשריבן די כוונות כדי עס צו מכוון זיין ביים דאווענען, ווען נישט וואלטן נישט געווען אזויפיל סידורי אריז"ל, ס'איז מיר א חידוש פלא אויפ'ן נודע ביהודא אז ער זאגט אזא זאך נגד שכל הפשוט. איך האב א חשש אז ער זאגט נישט דא פשט אינ'ם אר"י, נאר ער זאגט אז ער איז מחולק מיט אים, ווי ער איז מרמז אביסל אין אנהויב.
א גרויסן יישר כח, ר' ליטוואק פאר'ן צושטעלן דעם אינטערעסאנטן דרשה.

היימישער ליטוואק » זונטאג אפריל 7, 2013 10:29 pm

· #102323
איך האב פשוט אזוי פארשטאנען, אז ער איז מחולק מיטן אריז"ל בדרך כבוד (...אלקים הסתר דבר). זע אויך יענע שטיקל וואו ער זאגט "ואפילו הי' אמרן הר"י בפיו לא היינו רשאים לשמוע לו בזה..."

און אין אן אנדער שטיקל "אבל המכוין בברוך אתה או בהזכירה איזה שם למדה ידועה, הוא פוגם ונלכד בכפירה, וקוצץ בנטיעות ולא אשא פני איש ואל אדם לא אכנה, אם יהי' מי שיהי' קדמון או אחרון האמת אהוב מן הכל". וועמען מיינט ער?...

היימישער ליטוואק » זונטאג אפריל 7, 2013 10:54 pm

· #102336
דעת תורה
עני פרוף / עווידענס אז דער נודע ביהודה האט טאקע געזאגט די דרשה? איז עס דען געווען געדרוקט אין א מהדורא קמא און שפעטער ארויסגענומען? נישט אז איך האב א פראבלעם דערמיט, עס איז דברים די פשוטים לכל בר דעת.

זעה דא

היימישער ליטוואק » זונטאג אפריל 7, 2013 11:15 pm

· #102342
וואס איך פארשטיי נישט אין דעם דרשה, איז וויאזוי הייסט מתקן זיין די עולמות - עבודה זרה בשיתוף? נאכמער, דער נוב"י זאגט כאילו מ'איז מתקן די וועלט "צוזאמען" מיט (די הילף פון) עולם העשיה. אויב איך פארשטיי ריכטיג, איז דער מכוון אז מיר זענען מתקן מיט אונזערע מעשים דעם עולם וואס הייסט עשייה, מיר טוהן דאס אליינס. און מיר דינען נישט דאס, נאר מיט אונזער דינען הקב"ה פאררעכטן מיר די אלע וועלטן (וואט-עווער דעט מיענס).

דעת תורה » זונטאג אפריל 7, 2013 11:41 pm

· #102345
היימישער ליטוואק
דברים פשוטים לכל בר דעת?? ביטע זאג דאס איבער אין עני ישיבה אדער ביהמ"ד פון די חרד'ישע אידן...
(עצה טובה: אויב דו האסט נאך אומפארהייראטע קינדער, זאג נישט אויס דיין נאמען.)


עס איז אזוי. דא שטייט 2 חלקים, איינס דער פקפוק אין די מסורת דברי הזוהר, 2 דעת הנוב"י איבער מכוין זיין קבלה כוונות. די 2טע נקודה, איז א באקאנטע פון לאנג; שמעתתי' מבדרין בבי' מדרשא, סאיז דא די באקאנטע תשובה פון נודע ביהודה וועגן זאגן לשם יחוד, און יעדער ראצער ווייסט אז "דער הייליגער דברי חיים האט מוראדיג געהאלטן פונעם נודע ביהודה כאטש ער איז דאך געווען אזוי שטארק אין קבלה און ייחודים בעת דער נודע ביהודה האט אזוי שטארק נישט געהאלטן דערפון". בקיצור, נישט די 2טע נקודה איז די נושא. גיי אריין אין שול און דערצייל אז דער נודע ביהודה האט אזוי געהאלטן וועסטו זיין א ידען.

דער עיקר איז די ערשטע נקודה, אויף וואס די משכילים והנלוים אליהם זענען אזוי העפי. דהיינו אז ער שרייבט אז דער זוהר האט דברים שנשתרבבו בתוכו פון אנדערע ולאו מר בר רב אשי חתם עלה. (און גראדע אויף די נקודה האב איך זיך באצויגן אז סאיז דברים פשוטים "לכל בר דעת" דייקא, ווייל דאס איז שוין טאקע נישט אזא דבר מפורסם, אבער כמעט יעדער וואס קען אביסל דעם ענין פונדערנאנט, וועט דערויף מודה זיין. עס איז אפשר נישט קאממאן נאולעזש, און צווישן "עווערעדזש" אינגעלייט אדער בעלי בתים וועט עס זיין אפילו מאדנע און אויער גרילצנדיג, אבער דאס זעלבע קען געזאגט ווערן אויף אסאך אנדערע - תורהדיגע, אידישליכע - ידיעות וואס דער געווענליכער איש מן השורה וואס איז נישט קיין חובב היסטאריע ומדע וועט עס אנקוקן פרעמד.

די זעלבע דארף טאקע געזאגט ווערן אויף אסאך אנדערע נושאים. דא אין קאווע שטיבל איז דיין א.ד. פראז זייער א גוט גייענדיגער, סאיז אבער למעשה נישט אין פלאץ. דריי דיך מיט עטוואס קלוגערע אינגעלייט וואס ווייסן עפעס וואס טוט זיך מיט זיך וועסטו קענען זאגן א גרויס חלק פון דיינע מיינונגען אומגעשטערט. דו קענסט נישט מעסטן א הייקעלער ענין לויט די רעאקציע פון א עווערעזש רבי-ז"ל-נישט-משנה-זיין אינגערמאן. יהיב חכמתא לחכימין ומנדעא ליודעי בינה, ואטו כולי עלמא דינא גמירי?).

דעת תורה » זונטאג אפריל 7, 2013 11:43 pm

· #102346
היימישער ליטוואק
דעת תורה
עני פרוף / עווידענס אז דער נודע ביהודה האט טאקע געזאגט די דרשה? איז עס דען געווען געדרוקט אין א מהדורא קמא און שפעטער ארויסגענומען? נישט אז איך האב א פראבלעם דערמיט, עס איז דברים די פשוטים לכל בר דעת.

זעה דא


יישר כח, אבער כבין נישט אין די גיסטע פון דורכקוקן דעם גאנצן פי די עף יעצט, וועלכע פעיזש איז עס?

היימישער ליטוואק » זונטאג אפריל 7, 2013 11:49 pm

· #102348
ערשטע צוויי דריי עמודים.

יאיר » זונטאג אפריל 7, 2013 11:58 pm

· #102355
היימישער ליטוואק
וואס איך פארשטיי נישט אין דעם דרשה, איז וויאזוי הייסט מתקן זיין די עולמות - עבודה זרה בשיתוף? נאכמער, דער נוב"י זאגט כאילו מ'איז מתקן די וועלט "צוזאמען" מיט (די הילף פון) עולם העשיה. אויב איך פארשטיי ריכטיג, איז דער מכוון אז מיר זענען מתקן מיט אונזערע מעשים דעם עולם וואס הייסט עשייה, מיר טוהן דאס אליינס. און מיר דינען נישט דאס, נאר מיט אונזער דינען הקב"ה פאררעכטן מיר די אלע וועלטן (וואט-עווער דעט מיענס).

דער נוב"י האט פארשטאנען אז אויב מ'איז עס מכוון איז עס כאילו מ'זאגט דירעקט אז מ'טוט עס כדאי די עולמות עליונים זאלן מתוקן ווערן, וואס מיינט אז מ'דינט די עולמות עליונים און מלאכים און נאצלים וכל שם וחניכא דאית להו. וואס מיר מוטשעט איז וואס דער נוב"י צולייגט דעם ענין פון ספירות, איך פארשטיי נישט פארוואס דאס הייסט נישט קיין הגשמה, אויב ווילן מיר אננעמען אחדות הפשוטה כפילוסיפים אלוהיים כלשונו. הגם ס'איז אפשר דא אזא מציאות ווי ספירות אינגאנצן אינדרויסן פון גאט, כאטש איך פארשטיי נישט ווי אזוי ס'ארבעט. אפשר דער נוב"י האט יא פארשטאנען.

היימישער ליטוואק » מאנטאג אפריל 8, 2013 12:06 am

· #102357
אויף מיין שאלה. קען זיין ער האט פארשטאנען אז מתקן זיין מיינט נישט ווי איך האב מיט מיין קינדישע מוח אפגעלערנט, נאר דאס אזוי ווי ווען די מקובלים רעדן פון מתקן זיין די נוק' אז זי זאל ווערן ראוי פאר דעם ז"א וכדומה, וואס דער "תיקון" מיינט א געוויסע בחינה פון עבודה און התעלות וואס די שכינה כביכול באקומט.
איז דאס דער פשוט'ע/אמת'ע פשט פון תיקון העשייה יצירה וכו' ביים דאוונען, אדער איז פשוט פשט אז מיר זענען מתקן אונזערע וועלטעלך במלכות שד-י?

דעת תורה » מאנטאג אפריל 8, 2013 12:22 am

· #102359
בתוך דבריו שרייבט ער אז אויב וואלט דער אר"י הק' געווען א נביא, וואלט ער ווען יא מסכים געווען לדבריו. וצ"ע דמבואר דגם נביא אינו רשאי לחדש דבר מעתה נאר מיט 2 תנאים, איינס א הוראת שעה נישט לדורות, 2טנס אז דינען עבודה זרה קען ער קיינמאל נישט הייסן. לדעתו אז דאס הייסט עבודה זרה, און ווי אויך זענען דאך די דברי הארי א הוראה לדורות, אפילו ער זאל זיין א נביא מוחזק קען עס נישט ארבעטן.

יאיר » מאנטאג אפריל 8, 2013 12:37 am

· #102364
היימישער ליטוואק
אויף מיין שאלה. קען זיין ער האט פארשטאנען אז מתקן זיין מיינט נישט ווי איך האב מיט מיין קינדישע מוח אפגעלערנט, נאר דאס אזוי ווי ווען די מקובלים רעדן פון מתקן זיין די נוק' אז זי זאל ווערן ראוי פאר דעם ז"א וכדומה, וואס דער "תיקון" מיינט א געוויסע בחינה פון עבודה און התעלות וואס די שכינה כביכול באקומט.
איז דאס דער פשוט'ע/אמת'ע פשט פון תיקון העשייה יצירה וכו' ביים דאוונען, אדער איז פשוט פשט אז מיר זענען מתקן אונזערע וועלטעלך במלכות שד-י?

אויב דאס איז דער פראבלעם דאן איז עס הגשמה נישט עבודה זרה, ווייל ס'איז דאך אלעס אינ'ם באשעפער אליין. ומהאי טעמא אינו מובן פארוואס אויב מ'איז נישט מכוון איז יא גוט. אלא מאי מוז זיין כמש"כ אז ער האט פארשטאנען אז די תיקונים זענען אינדרויסן פון גאט, און אויב מ'איז מכוון איז פשט אז מ'רעדט צו זיי אליין כאילו.

היימישער ליטוואק » מאנטאג אפריל 8, 2013 12:54 am

· #102366
@יאיר, ניין ווייל ער פארשטייט אז די עולמות זענען נישט קיין חלק פון ה' אליין.
@אנאנים תורה, זיי נישט קיין ליטוואק... אויב וואלט דער אר"י געווען א נביא וואלט דער נוב"י אויפגעגעבן - דעטס אלל. אבער היות ער איז קיין נביא נישט געווען, האט ער נישט מורא זיך צו דינגען. דאס איז אויך געוואגטע ווערטער על אף זיי זענען פשוט'ע און קלארע.
אבער אז מ'לייענט זיך אן מיט ספרים און ביכלאך וועלכע שרייבן אז דער אר"י איז כמעט משה רבינו ע"ה, ווערט מען שאקירט ווען מ'הערט דאס.

משה געציל » מאנטאג אפריל 8, 2013 1:25 am

· #102373
יאיר
היימישער ליטוואק
וואס איך פארשטיי נישט אין דעם דרשה, איז וויאזוי הייסט מתקן זיין די עולמות - עבודה זרה בשיתוף? נאכמער, דער נוב"י זאגט כאילו מ'איז מתקן די וועלט "צוזאמען" מיט (די הילף פון) עולם העשיה. אויב איך פארשטיי ריכטיג, איז דער מכוון אז מיר זענען מתקן מיט אונזערע מעשים דעם עולם וואס הייסט עשייה, מיר טוהן דאס אליינס. און מיר דינען נישט דאס, נאר מיט אונזער דינען הקב"ה פאררעכטן מיר די אלע וועלטן (וואט-עווער דעט מיענס).

דער נוב"י האט פארשטאנען אז אויב מ'איז עס מכוון איז עס כאילו מ'זאגט דירעקט אז מ'טוט עס כדאי די עולמות עליונים זאלן מתוקן ווערן, וואס מיינט אז מ'דינט די עולמות עליונים און מלאכים און נאצלים וכל שם וחניכא דאית להו. וואס מיר מוטשעט איז וואס דער נוב"י צולייגט דעם ענין פון ספירות, איך פארשטיי נישט פארוואס דאס הייסט נישט קיין הגשמה, אויב ווילן מיר אננעמען אחדות הפשוטה כפילוסיפים אלוהיים כלשונו. הגם ס'איז אפשר דא אזא מציאות ווי ספירות אינגאנצן אינדרויסן פון גאט, כאטש איך פארשטיי נישט ווי אזוי ס'ארבעט. אפשר דער נוב"י האט יא פארשטאנען.

איך פארשטיי נישט בקט שכלי ווי דער שיתוף דא איז, די תיקונים זעלבסט זענען נישט א חלק פון כבוד שמו יתברך?

דעת תורה » מאנטאג אפריל 8, 2013 1:37 am

· #102375
היימישער, ביסט נישט גערעכט. אויב דער ארי וואלט געווען א נביא וואלט דער נוב"י נאכאלס נישט אויפגעגעבן אויב וואלט ער געהאלטן אז דער סארט כוונה איז עבודה זרה. ווידער אלס בר פלוגתא - צו האלטן אנדערש פנעם נודע ביהודה אז עס איז נישט קיין עבודה זרה - קען א טראק דרייווער אויכעט זיין אויב איז ער א בר הכי. לערן אדורך דעם לשון זיינעם ווי ער לאזט זיך פונקטליך אריין און ברענגט מקורות אז א נביא קען מחדש זיין קעגן די פשטי התורה.

ווי קומט אריין דא דער גדלות פונעם אר"י החי, עס האט נישט קיין שום שייכות. האמת אהוב מן הכל וואס א חילוק ווי גרויס דער בעל פלוגתא איז. דערצו נאך אז ער שרייבט בעצם אז דער ארי האט אויך נישט אזוי געהאלטן.

הקטן » מאנטאג אפריל 8, 2013 5:45 pm

· #102605
משה געציל
יאיר
היימישער ליטוואק
וואס איך פארשטיי נישט אין דעם דרשה, איז וויאזוי הייסט מתקן זיין די עולמות - עבודה זרה בשיתוף? נאכמער, דער נוב"י זאגט כאילו מ'איז מתקן די וועלט "צוזאמען" מיט (די הילף פון) עולם העשיה. אויב איך פארשטיי ריכטיג, איז דער מכוון אז מיר זענען מתקן מיט אונזערע מעשים דעם עולם וואס הייסט עשייה, מיר טוהן דאס אליינס. און מיר דינען נישט דאס, נאר מיט אונזער דינען הקב"ה פאררעכטן מיר די אלע וועלטן (וואט-עווער דעט מיענס).

דער נוב"י האט פארשטאנען אז אויב מ'איז עס מכוון איז עס כאילו מ'זאגט דירעקט אז מ'טוט עס כדאי די עולמות עליונים זאלן מתוקן ווערן, וואס מיינט אז מ'דינט די עולמות עליונים און מלאכים און נאצלים וכל שם וחניכא דאית להו. וואס מיר מוטשעט איז וואס דער נוב"י צולייגט דעם ענין פון ספירות, איך פארשטיי נישט פארוואס דאס הייסט נישט קיין הגשמה, אויב ווילן מיר אננעמען אחדות הפשוטה כפילוסיפים אלוהיים כלשונו. הגם ס'איז אפשר דא אזא מציאות ווי ספירות אינגאנצן אינדרויסן פון גאט, כאטש איך פארשטיי נישט ווי אזוי ס'ארבעט. אפשר דער נוב"י האט יא פארשטאנען.

איך פארשטיי נישט בקט שכלי ווי דער שיתוף דא איז, די תיקונים זעלבסט זענען נישט א חלק פון כבוד שמו יתברך?


איך קען נישט קיין סך די אתיות אבער קען זיין אז די מחלקה שטעקט אין "צמצום כפשוטו" אדער "צמצום שלא כפשוטו" . וד"ק

איחוד פעלד » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:25 am

· #103652
ווי עס זעהט אויס איז דער נודע ביהודה אליין נישט געוועהן צו זיכער מיט זיין גאנצע שיטה לגבי קבלה, אפילו אין דער דרשה געטרויט ער זיך נישט צו זאגען אז די גאנצע קבלה איז גארנישט מיט נישט, און מען דארף זיך נישט רעכענען דערמיט, הגם זיינע טענות לגבי די מכוונים איז לגבי די אר"י אליין וואס רח"ו האט געשריבען משמו תכוון תכוון תכוון, און ער האט דאס גוט געוויסט ווייל ער אליין איז געוועהן א שנה ופירש לגבי קבלה.

ממילא זעהט אויס אז דער נודע ביהודה האט פשוט נישט געוואלט ארויסברענגען וואס ער האט באמת געהאלטען, און אויף דעם שטעלט זיך די וויכטיגע פראגע, וואס האט אים געברענט? וואס האט אים צוריק געהאלטען פין זאגען זיין אמת'ע שיטה? איז דער פשט אז ער האט פשוט מורא געהאט אז ווען ער לייקענט אין א גאנצע שטיקעל תורה, קענען די אנדערע כופרים אים נעמען פאר א שותף? אפשר קען מען טראכטען אנדערע טעאריעס.

אלפאנס וואס איך נעם ארויס פין דער גאנצע העכסט אינטרעסאנטע דרשה, אז שוין דעמאלס האט אפילו א גדול אזוי גרויס ווי דער נודע ביהודה געהאלטען אז טוהן וואס שטייט אר"י איז ע"ז, און בכלל די גאנצע קבלה איז נישט ווייט פין ע"ז, און ער האט זיך נישט גענומען דער מוט ארויס צו קומען פאל פלעדזש. ווי אזוי זאגט מען? נשתנו העתים, אבל לא נשתנו הטבעים. כי מה שהיה לעולם יהיה ועם הארץ לעולם עומדת.

ברסלבער » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:15 am

· #103773
איך בין ערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען דעם אשכול, ייש"כ היימישער ליטוואק פאר די אינטערעסאנטע דרשה.

לגבי דעם ענין אויב דער אריה"ק וואלט געווען א נביא, זאגט דער נוב"י אין די דרשה אז אפילו א נביא קען אויך נאר טוישן אין די תורה לשעה ולמיגדר מילתא, קומט אויס אז אפילו דער אריה"ק וואלט געווען א נביא וואלט ער עס אויך נישט אנגעומען.
לגבי דעם ענין פון שיתוף, האב איך פארשטאנען מדבריו אז דער אייבערשטער פירט דאך די וועלט מיט אלע עולמות, און ווען מען דאווענט למשל די ערשטע חלק התפלה כדי מתקן צו זיין עולם העשי' איז טייטש אין אנדערע ווערטער אז דו ביזט מתקן דעם עולם העשי' אינאיינעם מיטן אייבערשטן און דאס איז דער שיתוף, אזוי ווי ער זאגט דארט ארויס אז וואס א חילוק צו מען איז משתף דעם אייבערשטן מיט א צווייטן אדער מיטן מענטש אליינ'ס.
אבער איך פארשטיי עס נישט, ווייל לדבריו געשעהט דאך די זאכן ממילא, קומט אויס אז ווען מען דאווענט אפילו אן אינזין האבן כוונות, איז מען אויך מתקן עולם העשי', ממילא פארוואס דעמאלט'ס ווערט עס אויס שיתוף? וואס א חילוק צו ער האט עס יא אינזין אדער נישט?

אין ליקוטי מוהר"ן (תנינא ק"כ) שרייבט רבי נחמן די זעלבע זאך אז מען זאל נישט אינזין האבן ביים דאווענען די כוונות האר"י, און אפילו איינער וואס האט געלערנט די כוונות עפ"י פקודתו האט ער אנגעשריגן אז ער זאל עס דאס נישט אינזין האבן ביים דאווענען, נאר פשוט די פירוש המילות.

אגב, אן אינטערעסאנטע זאך האב איך דא אויפגעפאסט, אז דער נודע ביהודה הייבט אן און באציעט זיך אויף דעם אז די אלע קבלה זאכן זענען נייע זאכן, מען האט דאס קיינמאל נישט געוואוסט, און מען דארף נאכגיין מה שקיבלנו מדור דור, און יעצט קומען די קאווע שטיבל אויפגעקלערטע און ניצן די דרשה צו אפפרעגן מה שקיבלנו מדור דור...
עס דערמאנט מיר וואס רבי נחמן האט געזאגט "איך בין טאקע אראפ פונעם וועג, אבער מיין וועג פירט צוריק צום אלטן וועג".

איחוד פעלד » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 3:55 pm

· #103899
לגבי די כוונות קען זיין אז דער נו"ב וויל מען זאל מיינען אז ער וויל זאגען (ודו"ק) אז עס איז דא א וועג מכוון צו זיין עס זאל נישט זיין עבודה זרה, נאר די היינטיגע מכוונים האבען נישט די ריכטיגע כוונה וכו'.

און מען מוז ממילא אזוי זאגען צו קענען פארשטיין וואס ר' נחמן האט געזאגט, וואס דער זעלבע זאך שטייט אין מאור ושמש בשם דער רבי ר' אלימלך.

אבער דער אמת איז לדעתי אז עס איז נישט מסתבר אז ר' חיים וויטאל וואלט געהייסען מכוון זיין זאכען וואס קענען זיין עבודה זרה און ווענדען זיך אין עפעס וואס מען ווייסט נישט, און ער וואלט געזשאלעוועט פין אנזאגען אזעלכע וויטיגע פרטים אז עס איז דא אסכנה עצומה ווען ען איז מכוון די כוונות אויב מען ווייסט נישט אבגדה, אהן אפילו ערגעץ זאגען וואס אבגדה איז.

אלא מאי מוז זיין אז ר' חיים וויטאל האלטען אנדערע גדרים לגבי אחדות ה' פין דער נודע ביהודה וסייעתו, און לדידהו איז עס נישט עבודה זרה, נאר פארקערט איז לדעתם, און דער נודע ביהודה מיט אלע פיליזאפישע גדולים האלטען אנדרעש, און מחמת דעם וואס דער נודע ביהודה האט אויך נישט געוואלט ארויסקומען מיט וואס ער האט געהאלטען באמת, האט ער זיך בייגנוגט מיט רמזים אז מען זאל אליין פארשטיין.

דעת תורה » פרייטאג אפריל 12, 2013 12:08 pm

· #104180
אז מען לערנט גוט אפ די דרשה זעט מען אז אלעס שטימט. ווען ער הייבט אן צו רעדן פונעם ענין פון שיתוף, שטעלט ער עס צו צו די באקאנטע ווערטער פונעם חובת הלבבות אז איינער וואס דינט דעם אייבערשטן אבער וויל אויך געפעלן פאר מענטשן איז ער א עובד עבדה זרה בשיתוף, ווייל ער דינט גאט און מענטשן צוגלייך. עס איז אבער פשוט בתכלית הפשטות אז דער חובת הלבבות האלט נישט אז אזא מענטש איז א עובד עבודה זרה אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט און איז דערפאר חייב מיתה; ער נוצט נאר דעם טערמין שטארק ארויסצוברענגען זיין נקודה אז חנפ'ענען מענטשן און זיי דינען - אנשטאט נאר טון אויסשליסליך דעם רצון ה' - איז א גרויסער פראבלעם.

ככל החזיון הזה איז די כוונה פונעם נודע ביהודה. ער זאגט אז אויב חוץ דאווענען צום אייבערשטן האט מען נאך גאנצע עבודות און תיקונים מתקן צו זיין, קומט אויס אז ער דינט דעם צוועק פון מתקן זיין עבודות און תיקונים, אנשטאט דינען דעם אייבערשטן. (עס איז פשוט לפי זה אז טעקסטן ביים דאווענען איז נאך א ערגערע עבירה ווי מכוון זיין די כוונות...).

לפי האמור איז עס נישט ממש עבודה זרה גמורה אז אפילו א נביא מוחזק זאל עס נישט מעגן איינפירן.

דאס איז כלפי די נקודה פון שיתוף. נאכער איז דא דער ענין פון קיצוץ בנטיעות. טאקע ווייל דער נודע בהיודה גלייבט זייער שטארק אין קבלה, אין סתרי תורה, אין עשר ספירות א.א.וו. האלט ער אז די ענינים זענען - און טוען פעולות - גאר הויך, און דערפאר, איין קליינע טעות קען אנמאכן חורבנות ווייל ער האנדלט דא מיט עקספלאוסיווס. אויב זאל קבלה זיין א האוקס, וואלט אים קנאפ אנגעגאנגען אז מען פארארבעט מעשים דערמיט, פונקט ווי ער האלט נישט אז איינער וואס איז מכוון ביזנעס ענינים אינמיטן דאווענען איז מקצץ בנטיעות. עס איז זייער פשוט.

סוף דבר: די דרשה אנטהאלט נישט קיין ערנסטע חידושים, לגבי זאכן וואס זענען באמת וויכטיג. ניטאמאל איז דער נודע ביהודה מפקפק אויף קדמות הזוהר. ער האלט פשוט אז די אלע כתבי ידות זענען נישט ס'מערסטע פארלעסליך און קראנט, און דערפאר איז עס א שפיל מיט פייער. אקוראט אזוי האבן אסאך אנדערע גדולים וצדיקים געזאגט און געהאלטן, הגם זיי האבן נישט אזוי חושש געווען מכוון צו זיין וואס זיי האבן מרגיש געווען אז סאיז אקעי מכוון צו זיין. (זע למשל אין תשובת דברי יואל וואס ער שרייבט בנוגע די משמעות פון די גורי האר"י אז די שלש שבועות זענען שוין בטל געווארן.

היימישער ליטוואק » פרייטאג אפריל 12, 2013 2:35 pm

· #104270
"בריך רחמנא דשיזבן", מיינט וואס?
דאס וואס ער זאגט אין אנהויב "אבל לא תסברו שאני אומר אפילו חלק, רק ראשי פרקים", כאפט איר נישט דעם רמז?
ווען ער שרייבט די "בעלי זוהר", וועם מיינט ער? איז ער נישט איינע פון די וואס "האלטן" פון דעם זוהר?

דעת תורה » פרייטאג אפריל 12, 2013 3:17 pm

· #104283
בריך רחמנא דשיזבן פון די נישט פארלעסליכע בלתי מדוייקים סתרי תורה, שלדעת הנוב"י נוח להם שלא באו לעולם משבאו בציור כזו.

וואס ער מיינט מיט זיינע ראשי פרקים ווייס איך נישט, זינט ער האט נישט געזאגט מער. דאס איז אבער זייער קלאר סיי אין זיינע אלע אנדערע דרשות פון פריערדיגע און פון שפעטערע יארן, און אפילו די דרשה גופא, אז ער האלט זייער הייליג פון קבלה און סתרי תורה, וואס ער ווייסט די זאכן אויך נאר מפי הזוהר והמקובלים.

בעלי זוהר וואס נעמען אן אלעס וואס דארט שטייט כתורה שלימה.

היימישער ליטוואק » פרייטאג אפריל 12, 2013 4:53 pm

· #104323
נודע ביהודה זאגט:
"הנה זה לא יכחישו כל בעלי הזוהר ובעלי כתבי האר"י, שאין הזוהר מקובל ביד האומה הישראלית דור אחר דור איש מפי איש, כמו שמקובל בידינו במשנה והתלמוד בבלי וירושלמי וספרי וספרא ותוספתא ומכילתא מפי התנאים והאמוראים, דור אחר דור, עד חכמי המשנה והתלמוד בעצמם, והם מפי כנה"ג מפי הנביאים איש מפי איש, עד משה מפי הגבורה"

לייענט זיך דאס אזוי, איך האלט לעולם אז וכו' אבער אפילו לפי דבריכם אז דער זוהר איז יא פון רשב"י אודו לי מיהת אז דער זוהר איז נישט מקובל ביד האומה דור אחר דור אזוי ווי די משנה גמרא וכו'.
דאס איז איינס.
נומבער צוויי: וואס לייגט ער צו
והם מפי כנה"ג מפי הנביאים איש מפי איש, עד משה מפי הגבורה

אסביר מיין שאלה, אויב איז דא א פראבלעם נאר מיט די התייחסות פון פון דעם זוהר צום רשב"י, איז וואס קומסטו מוסיף זיין למעלה בקודש ביז משה רבינו? לויט זיי איז דאך דער זוהר פון רשב"י, איז דאך דאס גענוי ווי די משנה און גמרא אויך ביז משה רבינו?!
נאר וואס ער מיינט צו זאגן איז ווען איינער לערנט משניות און גמרא, לערנט ער זאכן וואס זענען מקובל דארך א דירעקטע קשר ביז הר סיני. משא"כ ווען ער לערנט זוהר און קבלה, לערנט ער זאכן אן א קאנסעקיוטיווע מסורה. דאס איז פשוט אז דאס מיינט ער.
אזוי קען רעדן נאר איינער וואס איז מפקפק אין די גאנצע מעשה, נישט איינער וואס האט נאר א פראבלעם אז מיטן אופן וויאזוי מ'לערנט אדער פראקטיצירט עס.
ודוק היטב.

דעת תורה » זונטאג אפריל 14, 2013 2:00 pm

· #104543
וואס הייסט מפקפק אין די גאנצע מעשה? איך למשל האלט פונקט ווי דער נודע ביהודה כלפי די סטאטוס פון די סתרי תורה שיש בידינו, (פיל בעפאר איך האב געזען די דרשה) מיינט דאס אז איך בין מפקפק חלילה אין די אמיתות הדברים?

נאר פשוט אז די דרגא פון אמת און זיין זיכער אין זאכן איז אינו דומה כלל וכלל צו די אמיתת תורתינו הק' שקיבלנו בהר סיני במעמד ששים רבוא. כאטש איך גלייב אז דער היליגער אר"י הקדוש איז חלילה נישט געווען קיין בעל דמיון און ער האט די זאכן און גילויים זיינע באמת מקבל געווען פון הימל, איז דאס אוודאי נישט קיין דמיון בכלל צו די תורה. און הוא הדין אויב רשב"י איז יא דער מחבר פונעם זוהר הקדוש, איז עס נאכאלס זאכן וואס זענען אים נתגלה געווארן פון הימל און נישט געקומען במסורה פון משה רבינו. וק"ל.

היימישער ליטוואק » זונטאג אפריל 14, 2013 2:45 pm

· #104560
איך ווייס נישט, און בין כמעט נישט פאראינטערסירט, וואס דו האלסט. אבער די מקובלים האלטן אז זייער קבלה האט דער זעלבער סטאטוס ווי אנדערע חלקים אין די תורה. און אז דאס וואס זיי לערנען איז נישט פארגרייזט.

היימישער ליטוואק » זונטאג אפריל 14, 2013 2:45 pm

· #104561
איך וויל ברענגען נאך א ראיה לדברי.
עס לאזט זיך שווער גלייבן אז די מקובלים אין פראג בתקופת הנוב"י, ערב די השכלה עפאכע, זאלן האבן מער השפעה אויף די מאסן און אויף די תלמידי חכמים ווי די מקובלים האבן היינט נאך תקופת התפשטות החסידות וקבלת הגר"א והרמח"ל. ממילא בשלמא אויב דער נוב"י קומט על הכלל כולו, פארשטיי איך וואס ער האט מורא, אבער אויב זאגט ער נאר אז עס זענען פאראן עטליכע טעותים דא און דארט, און אז נגלה האט מער חשיבות וכו' וכו' דאן וואס איז דא מורא צו האבן, אלע היינטיגע ראשי ישיבות זאגן דאס. ודוק כי אמת היא.

דעת תורה » זונטאג אפריל 14, 2013 2:56 pm

· #104566
דער נודע ביהודה איז אויך א "מקובל" ("בילדותי גם אני ידעתי...") און ער האלט אנדערש. און אפילו ער טראגט נאכנישט דעם טיטל "מקובל", איז צווישן דעם און כופר בקבלה פאלג מיך א גאנג.

-------

עס לאזט זיך אפשר שווער גלייבן , אבער איז פארט א היסטארישער פאקט. יתכן אז חסידות ביי חסידים האט איבערגענומען דער מקום פון קבלה אמאל, און כל שכן ביי די ליטוויקעס וואס דורכאויס די לעצטע 150 יאר האט מען גענצליך אויסגעריסן יעדן זיק פון קבלה. דאס איז א לעצטיגע טרענד.

היימישער ליטוואק » זונטאג אפריל 14, 2013 3:03 pm

· #104572
דעת תורה
דער נודע ביהודה איז אויך א "מקובל" ("בילדותי גם אני ידעתי...") און ער האלט אנדערש. און אפילו ער טראגט נאכנישט דעם טיטל "מקובל", איז צווישן דעם און כופר בקבלה פאלג מיך א גאנג.

העללאו??! ער זאגט דאס בלשון עבר, ובריך רחמנא דשיזבן!!

היימישער ליטוואק » זונטאג אפריל 14, 2013 3:05 pm

· #104576
דעת תורה
עס לאזט זיך אפשר שווער גלייבן , אבער איז פארט א היסטארישער פאקט. יתכן אז חסידות ביי חסידים האט איבערגענומען דער מקום פון קבלה אמאל, און כל שכן ביי די ליטוויקעס וואס דורכאויס די לעצטע 150 יאר האט מען גענצליך אויסגעריסן יעדן זיק פון קבלה. דאס איז א לעצטיגע טרענד.

זייט דעם גר"א און דער נפש החיים לא פסק לימוד הקבלה אין די ליטא. ספרי הרמח"ל והלשם היו מפורסמים.
דו אדרעססירסט נישט מיין טענה. וואס האט שוין דער נוב"י געזאגט אזוי געפערליך לפי שיטתך?

דעת תורה » זונטאג אפריל 14, 2013 3:06 pm

· #104579
טשעק יור פעקטס פליז.

דער נודע ביהודה האט געזאגט זאכן וואס שמעקט נישט פאר א עוועריזש מענטש צו הערן.

היימישער ליטוואק » זונטאג אפריל 14, 2013 3:11 pm

· #104583
דער נוב"י אליינס שרייבט אז דאס וואס ער זאגט וועט קריטיקירט ווערן דארך די מקובלים, זיי וועלן זאגן אז ער איז פון בחינת אחוריים כו' סאו דו דרייסט סתם א קאפ.
אגב, דאס אליינס איז אויך א שארפע עקיצה אויף די קבלה'סטישע סטייל.

דעת תורה » זונטאג אפריל 14, 2013 3:26 pm

· #104588
בקיצור, קען זיין ביסט גערעכט מיט די נקודה אז די מקובלים האלטן נסתר פונקט ווי נגלה. אבער דער נודע ביהודה - און קאמען סענס - נישט. דעטס איט.

לגבי די מקובלים, זיי זענען ביטער מחולק אויף זיין צוגאנג בעיקר דאס טענה'ן אז די גאנצע זאך מיינט נישט אז מען דארף אזוי מכוון זיין, נאר אז די זאכן געשעען בעהיינד די סין. (איך האב נישט געכאפט פריער פון וועלכע חלק געפערליך דו רעדסט. דער נודע ביהודה שמועסט זייער שיין אויס סיי אז דער המון עם וואס איז שטארק פרא קבלה - אויבצואוואר נישט קיין מקובלים זעלבסט - וועט נישט קענען פארנעמען זיינע רייד, און אוודאי די מקובלים אליינס).

יואליש » דינסטאג יוני 18, 2013 1:32 am

· #125693
פילייכט וואלט גיט געווען אריבערצופירן דעם שמועס וואס בן תמליון האט דא אנגעהויבן.