שוואנצאנות אין פארשידענע פלעצער און אופנים
אזוי ווי עס איז דא אן
אשכול ועגען אכשר דרא אין פארשידענע פלעצער, שטעל איך די אשכול פאר שוואנצאנות אין פארשידענע ערטער, כדי עס זאל נישט זיין א באזונדער
אשכול אויף יעדער פאל.
סיפור שר׳ מיילך ע"ה היה מספר:
בחור בכפר חב״ד (או לוד לא זוכר בדיוק) עבר על איזה דבר, וכתב לרבי בבקשה לתיקון. במכתכו כתב שבספר פלוני כתוב לעשות איזה דבר, והאם הוא יעשה כהספר?
תשובת הרבי היה לשאול להמשפיע בישיבה שאז היה ר׳ שלמה חיים ע"ה.
הבחור שאל ר׳ שלמה חיים, וענה לו, תן לי יום לחשוב איך להדריכך.
למחר קרא אליו ר׳ שלמה חיים ואמר לו שהוא שוואנץ. דכשכותבים לרבי, אין ליתן עצות מספרים מה לעשות. אלא שואלים מה לעשות, ומה שהרבי עונה, כך עושים. והדריך אותו ר׳ שלמה חיים לכתוב עוד הפעם כ״מענטש״.
ר׳ שלמה חיים הסביר שכהראה לו המכתב מהרבי, לא ידע מה לתרץ. מה לו ולתיקונים? כשחשב על זה, עלה בדעתו שבוודאי הרבי רוצה שהוא יאמר לבחור מה שהרבי אינו יכול לאמר לבחור. אז הבין שצריך להגיד אל הבחור שהוא שוואנץ שכתב לרבי וכאילו נותן להרבי עצה על תיקון.
ואח"כ צריך לכתוב עוה"פ ויקבל תיקון מהרבי וכו'.
[הסיפור כמדומני כבר נדפס בח״ב של הספר על ר׳ שלמה חיים, וכמדומני ג״כ ששם מופיע בשם ר׳ מייליך. סתם להעיר]
פון א חב"ד טלגרם טשאנעל. דאס איז א פארקערטען בליק אויף שוואנצאנות
א פערקערטע בליק, אבער פארט..
ס'איז א היכי תמצא פון אי שוואנצנות מתוך שוואנצנות..
לא ידעתי וואס דאס איז פונקטליך א שין מיט דריי קעפלעך.
די באקאנטע מעשה אויף ר"מ פוטערפאס האביך אויך געהערט אויף דעם פתגם. ר"מ איז אמאל געשטאנען מיט טלית ותפילין און באוואשען איינעם אז ער איז א שין מיט דריי קעפלעך. האט זיך איינער אנגערופען: נו! אזוי רעדט מען מיט טו"ת? האט ר"מ געזאגט: יענער מעג עס זיין מיט טו"ת, און איך מעג עס נישט זאגן מיט טו"ת?...
ואסמכתי' אגמ' מגילה כ"ה ע"ב, אמר רב אשי האי מאן דסנאי שומעניה שרי ליה לבזוייה בגימ"ל ושי"ן...
געפרעגט האב איך אמאהל ביי הרה"ח מנחם מענדל שיחי' גופין פון כפר חב"ד
וואס מיינט דאס "שי"ן של ג' ראשים" ("א שי"ן מיט דריי קעפ")
האט ער מיר בשום אין אופן ניט געוואלט זאגן
האב איך איהם געפרעגט א רמז
האט ער מסביר געוועהן אז ס'איז מגדיר אזוי געפערליך די מענטש אז ער טרעפט ניט אמאהל אן אנדערע בדומה לו צו צו שטעלן...
האב איך איהם געפרעגט אויב ס'איז ערגער פון "זאראזע" (ממזר לפענ"ד בל' רייסין)
האט ער געענטפערט:
"זאראזע איז א טיטל פון כבוד נעבן שין של ג' ראשים"...
ולא יסף
@ונבנתה העיר למדנו בינה בגויים...
אז מ'איז שוין אריבער צו די נושא, וועל איך צולייגען א מעשה.
א יונגערמאן א בעל מוסר פון ליטא, האט זיך אמאל געטראפען אין ווארשא, און ער איז אריין אין א גערער שטיבעל דאווענען שחרית. ער קומט דארט אריין און א קופקע יונגעלייט שמועסען, טרינקען קאווע, ווערטלען זיך, און פירען זיך אויף אין א שטיבל ווי א שטיבל. דער יונגערמאן אונזערע איז געווען צוגעוואוינט צו א כובד ראש און אן ערנסטקייט, און ער האט נישט געקענט דערליידען די אטמאספערע. ער האט זיך אנגעטון טלית און תפילין און זיך גענומען דאווענען. דער קופקע מאכט זיך נישט צוטון, זיי שמועסען ווייטער, האקען פאפיטעס און הוליעוען זיך. דער יונגערמאן גיבט זיי א בליק, ער שושקעט. אמער, עס איז דאך דאווענען צייט יעצט. און זיי מאכען זיך נישט צוטון. ענדליך זענען זיי נערוועז געווארען פון אים, און זיי האבען אים א שריי געטון 'שוואנץ איינער, גיי דיר פון דאנעט'.
דאס איז שוין צופיל. ניבול פה אין ביהמ"ד ביים דאווענען!
ער האט מחליט געווען אריין צו גייען צום גערער רבי זיך אפרעדען. איז ער אריין צו ר' אברהם מרדכי'ן און אים דערציילט זיין ערפארונג, אזש זיי האבען נאך מנבל פה געווען, אין ביהמ"ד! האט דער גערער רבי געפרעגט, "וואס האבען זיין געזאגט?"
"איך קען נישט אויסזאגען די ווארט"
"זאג שוין, שוואנץ איינער!" האט דער גערער רבי אים געזאגט.
לחיים לחיים
ואני קיבלתי אז דער בארימטער "חוזר" פונעם רבי'ן, הגה"ח ר' יואל כהן שליט"א, האט אמאל געזאגט:
"אז די קאפ איז א קאפ - איז די בארד א בארד, אבער אז די קאפ איז א בארד - איז די בארד די שוואנץ..."
Re: שוואנצאנות אין פארשידענע פלעצער און אופנים
און איך האב עס געהערט ׳אז דער קאפ איז א ת..., איז דער בארד א שוואנץ׳, ללא כחל וללא שרק. און איך האב עס נאך געהערט מיט א נאמען אויך.
א דריי קאפיגע שלאנג איז א פיגור אין רוסישע לעגענדעס, מיט׳ן נאמען Zmei Gorynich, דוק ותשכח.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
צוויי עניינים פון יענער טלגרם טשאנעל, (ראשי דברים מהתוועדות של הרב מנחם טל לצוות של 'בית חינוך ליובאוויטש' בשבוע שעבר)
• בתשנ"ד בכינוס השלוחים הרב צייטלין דיבר חזק על העניין שעכשיו העבודה השתנתה. עד עכשיו היו שיחות ומאמרים וראשי דברים ודולרים ויחידויות וכו' וכו', והחסידים התעסקו בכל הדברים ששמעו ושראו מהרבי שליט"א. אבל עכשיו הדבר היחיד שרואים מהרבי שליט"א זה שהרבי יוצא למרפסת ומעודד את ה'יחי', ואם כך אז גם הדבר היחיד שצריך להעסיק אותנו! לחשוב כל הזמן ולפעול על כולם את הענין של 'יחי אדוננו מורנו ורבינו מלך המשיח לעולם ועד!'.
• הרב זימרוני פעם קם בבוקר ובטעות אמר מודה אני לפני היחי, כמובן שהוא חזר לישון ואחרי כמה דקות קם ואמר יחי ואחר כך מודה אני.
ארי נוהםואני קיבלתי אז דער בארימטער "חוזר" פונעם רבי'ן, הגה"ח ר' יואל כהן שליט"א, האט אמאל געזאגט:
"אז די קאפ איז א קאפ - איז די בארד א בארד, אבער אז די קאפ איז א בארד - איז די בארד די שוואנץ..."
איך האב מברר געווען דעם ווארט ביים חוזר אליינס. ער האט דאס קיינמאל געזאגט. ביסט סתם א מוציא שם רע
Re: שוואנצאנות אין פארשידענע פלעצער און אופנים
דער חוזר וואס וואוינט אין סטאטען איילאנד?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
היינט געזען
דאסזאל מען וויינען? לאכען? אזוי צו טון ברבים?
און דורכאויס די גאנצע תקופה וועט ר' חיים דארפן שטיין אויף די פיס.
נעקסטע מאל גייט מען מיטטראגן זיין פריוואטע בית הכבוד.
איסר האטלקיאון דורכאויס די גאנצע תקופה וועט ר' חיים דארפן שטיין אויף די פיס.
נעקסטע מאל גייט מען מיטטראגן זיין פריוואטע בית הכבוד.
ס'קומט נישט צו צום ברי וואס ער וועט כאפן ביים זיך צירוק אריינזעצען אין דעם אנגעוואראמטען בענקל...
Re: שוואנצאנות אין פארשידענע פלעצער און אופנים
[quote="ליטוואק פון בודאפעסט"]צוויי עניינים פון יענער טלגרם טשאנעל, (ראשי דברים מהתוועדות של הרב מנחם טל לצוות של 'בית חינוך ליובאוויטש' בשבוע
א לינק צום טשענעל?
Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
מארמאראשערליטוואק פון בודאפעסטצוויי עניינים פון יענער טלגרם טשאנעל, (ראשי דברים מהתוועדות של הרב מנחם טל לצוות של 'בית חינוך ליובאוויטש' בשבוע
א לינק צום טשענעל?
Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
<a class="postlink" href="https://t.me/chabad770/6097">https://t.me/chabad770/6097</a>
גור
זעהט אויס צו זיין א גיליון פאר נשות גער אין ניו יארק
📎 IMG-20200219-WA0029.jpg
📎 IMG-20200219-WA0030.jpg
באמערקט'ס די נוסח פונעם וויטען בליק פונעם רעבי'ן
עס שטייט שם_____ כיתה_____, זעט אויס עס איז פאר א סקול.
יא, איך ווער בייז פון די טפשות אין די קאראנא עפאכע, ובפרט פון די שקר און צביעות פון געוויסע.
ממילא די עץ'ניקעס, אדער מאנסי בהמות, זיי אנערקענן נישט בכלל די כלל פליכטן וואס א מענטש האט. זיי זענען נישט גערעכט, געוויסע זאכן באלאנגן נאר צום כלל, און דער יחיד האט נישט וואס אריין צו רעדן. אבער די פארטיי פירערס, וואס האבן אנגעשטאפט זייער שעף מיט די מושג אז מ'לעבט פון די כלל, און דער יחיד איז באמת גארנישט, פלוצלונג האלטן זיי נישט ביי די אייגענע ווארט. און די שווענץ דארט, און זאגאר די וואס האלטן זיך די אויפגעקלערטע, דרייען אהין און אהער צו בארעכטיגן די סארט התנהגות.
נקודת-אמתגעפרעגט האב איך אמאהל ביי הרה"ח מנחם מענדל שיחי' גופין פון כפר חב"ד
וואס מיינט דאס "שי"ן של ג' ראשים" ("א שי"ן מיט דריי קעפ")
האט ער מיר בשום אין אופן ניט געוואלט זאגן
האב איך איהם געפרעגט א רמז
האט ער מסביר געוועהן אז ס'איז מגדיר אזוי געפערליך די מענטש אז ער טרעפט ניט אמאהל אן אנדערע בדומה לו צו צו שטעלן...
האב איך איהם געפרעגט אויב ס'איז ערגער פון "זאראזע" (ממזר לפענ"ד בל' רייסין)
האט ער געענטפערט:
"זאראזע איז א טיטל פון כבוד נעבן שין של ג' ראשים"...
ולא יסף
@ונבנתה העיר למדנו בינה בגויים...
זאַראַזע איז ניט קיין
מיאוסער וואָרט, עס איז טאַקע ניט שיין צו זאָגן אויף איינעם אַז ער איז אַ זאַראַזע, עס איז אויך ניט שיין צו זאָגן אַז איינער איז אַ שוטה ארץ, אָבער קיין מיאוסער וואָרט איז דאָס ניט. איינער פון מײנע משפיעים פלעגט אונז זאָגן „אין מזרזין אלא לזאַראַזעס”.
שי״ן מיט דרײ קעפּלעך, אַחוץ דעם פירוש הפשוט, זאָגט מען אויכעט אַז דאָס הייסט „שפלות של שקר”.
גור
📎 WhatsApp Image 2021-04-20 at 14.39.24.jpeg