פארוואס ביסטו נאך אין די סיסטעם?
43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14844
פארוואס ביסטו נאך אין די סיסטעם?
כ'דריי זיך שוין כמעט א יאר אויפ'ן קאווע שטיבל פארום, ברוך השם ס'איז א געשמאקע פלאץ ווי אסאך קלוגע אפענע מענטשן קענען רעדן און דיסקוסירן טעמעס.
איך מיין אז א גרויס חלק פון חברי השטיבל זענען נישט אזעלכע גרויסע חסידים פון די חרד'ישע סאסייעטי, הן בנוגע די חינוך, רעב'יס, משפחה לעבן, עקענאמיע, אא"וו. ס'איז דא מענטשן וואס טוען למעשה, מ'מופט ארויס פון שטאט, שיקן די קינדער צו אנדערע מוסדות'ן, די ווייב נעמט לייסענס, און מ'טרייט וויפיל מ'קען צו ענזשויען לייף. ס'איז דא אבער אסאך מענטשן וואס טוען ממש גארנישט דערצו, זיי לעבן אין א סיסטעם וואס זיי האבן פיינט, און רירן זיך נישט אוועק פון דעם. די אלע מענטשן וויל איך פרעגן דא:
ווילאנג רעגסטו דיך שוין אויפ'ן סיסטעם?
פארוואס ביסטו נאך אין די סיסטעם?
וועלכע זאך דארף זיך טוישן אז דו זאלסט עפעס טון למעשה ארויסצוזען פון די סיסטעם?
א. איך האב געהאט א שטיקל תקופה וואס כ׳האב מיך גערעגט אויפ׳ן סיסטעם ווייל כ׳האב געפילט ווי זיי פארדרייען מיין אידישקייט, פון ווען כ׳האב אויפגעגעבן אויף מיין אויסשליסליכע בעלות אויף אידישקייט איז מיין גאנצע אויפרעגונג אוועק.
ב. איך ווייס נישט צו איך קען מיט רעכט זאגן אז איך בין נאך אין די ״סיסטעם״, און באמת אין א געוויסע זין בין איך קיינמאל נישט געווען געהעריג אינעם סיסטעם, כ׳האב אלץ געטוהן וואס איך האלט פאר ריכטיג און וואס איך ענדשוי און געשלאגן כפרות מיט די אומפארגינערס. די חלק סיסטעם אין וואס איך בין נאך יא איז עס ווייל כ׳האב נישט קיין שום אורזאך עס אפצולאזן, און די מינוט וואס איך וועל איינזעהן אז פאר די וואוילזיין פון מיר אדער מיינע קינדער דארף איך אוועקגיין וועל איך עס אפלאזן ווי א הייסע קארטאפל.
ג. אסאך זאכן קענען געשעהן אז איך זאל אפמאכן אז איך קען האבן א בעסערע לעבן אינדרויסן, מיינע קינדער וועל איך מן הסתם ארויסשטופן פונעם סיסטעם מיט געוואלד ווען זיי וועלן ווערן עדאלטס, אויב וועל איך זעהן אז זיי הייבן אן צו ווערן צו ברעינדעמעדשד אדער ברעינוואשד אין די אינגע יארן זיי צו קענען ארויסשטופן ווען זיי ווערן עלטער קען דאס אויך זיין א שטופ זיך אפצופעקלען.
ווייל די סיסטעם מיט אלע פראבלעמען איז נאך אלץ בעסער ווי א לעבן פיל מיט נסיונות... ואפילו אם תמצא לומר אז איך בין גענוג שטארק זיך צו האלטן ערליך, וואס וועט זיין מיט די קינדער און אייניקלעך וכו׳
ווייל ס'קומט מיר אויס זייער גוט צו זיין אין די סיסטעם. איך זעה נישט די גליקן אינדערויסן פון די סיסטעם.
אדרבה, וואס זענען די גרעסטע פראבלעמען פון די סיסטעם? און וויאזוי זענען די פראבלעם געלעזט אינדערויסן פון די סיסטעם.
וויבאלד אונדזער סיסטעם האט חסרונות (אזויווי יעדע סיסטעם), ווערן מאנכע שטארק אנגעגעסן און פארגעסן צו אנערקענען אירע מעלות. ווען מ'דארף לייגן די מעלות און חסרונות זייט ביי זייט זעהט מען א גאר אנדער בילד.
ואם אמר יאמר העבד אהבתי את אדוני את אשתי ואת בני לא אצא חפשי.
למשל אױב איך האב נישט ליב קאווע שטיבל, מוז מען אוועק? מען נוצט עס וויפיל מען קען, און מען שעלט וויפיל מען קען.
און די אשכולות און ניקס וואס ס׳געפעלט נישט איגנארירט מען און געגאנגען ווייטער, נאר די קינדער ווארנט מען אן אז זיי זאלן נישט שטעקן בלייבן דארט און זיי זאלן וואוסן אז ס׳דא א גאנצע וועלט אינדרויסן מיט opportunities ווי צ.ב. אייוועלט און Reddit.
פארוואס ביסטו נאך אין די סיסטעם?
וואס מאכט דיך מיינען איך בין אין די סיסטעם?!?
מיינסט צו זאגן אז דו ביזט די סיסטעם אליינס 😃 😂 😛 😈 🤓 💡 😈
הקטןוואס מאכט דיך מיינען איך בין אין די סיסטעם?!?
רביה''ק זי''עמיינסט צו זאגן אז דו ביזט די סיסטעם אליינס 😃 😂 😛 😈 🤓 💡 😈
וואס לאכסטו???
אויב דו ביסט נישט די סיסטעם אליינס, ביסטו
אין די סיסטעם
בְּתוֹךְ עַמִּיווייל די סיסטעם מיט אלע פראבלעמען איז נאך אלץ בעסער ווי א לעבן פיל מיט נסיונות... ואפילו אם תמצא לומר אז איך בין גענוג שטארק זיך צו האלטן ערליך, וואס וועט זיין מיט די קינדער און אייניקלעך וכו׳
אין א וועג מיינט עס אז דו האלסט פון אונזער סאסייעטי, וויל סוכ"ס קוקסט עס אן א ערליכע פלאץ,...ליידער איז דא אסאך אידן וואס זענען זייער אנטוישט פון די סיסטעם, און האלטן אז ס'איז ממילא נישט די ערליכסטע פלאץ...
אישתישבילמשל אױב איך האב נישט ליב קאווע שטיבל, מוז מען אוועק? מען נוצט עס וויפיל מען קען, און מען שעלט וויפיל מען קען.
יא, עפעס אזא מאדנע זאך ביי אונז. אויב מען האט עפעס נישט ליב זאל מען גיין פון דאנעט.
פונקטלעך וואו זאל מען גיין? וואס א חילוק. קודם גיי.
פארשיקן פון מוסד, פארשיקן פון שטעטל, פארשיקן פון סאסייעטי, ווייל מען איז אביסל out of the box.
מען קען זיין אמת צו זיך אין א סיסטעם וואס איז נישט 100% געמאכט פארן אינדעווידואל.
מען מוז נישט גיין ערגעץ אנדערש, און אפלאזן אלץ וואס מען ווייסט, צו טרעפן די באהאלטענע גליקן.
מ'קען הנאה האבן פון די עץ הדעת אין די אייגענע גארטן.
אין די נארמאלע וועלט איז נאך קיינמאל נישט איינגעפאלן פאר איינעם צו זאגן פאר ראש לימבאו אז ער זאל זיך גיין פון דאנעט ווייל ער האט טענות קעגן די סיסטעם, בכלל לויט דעם אויבערחכמדיגן חשבון אז אויב ס׳קיצלט איינעם ערגעץ דארף ער זיך אפפוצן איז גאנץ אמעריקע משוגע ווייל האלב האבן זיך געדארפט אפפוצן ווען טראמפ איז געווארן פרעזידענט און די אנדערע האלב האבן געדארפט אפצופוצן ווען ביידען איז געווארן פרעזידענט און ביזדערווייל זענען נאך אלע דא מיט אלע טענות וואס מ׳האט קעגן דעם סיסטעם.
דערהויבענע אידבְּתוֹךְ עַמִּיווייל די סיסטעם מיט אלע פראבלעמען איז נאך אלץ בעסער ווי א לעבן פיל מיט נסיונות... ואפילו אם תמצא לומר אז איך בין גענוג שטארק זיך צו האלטן ערליך, וואס וועט זיין מיט די קינדער און אייניקלעך וכו׳
אין א וועג מיינט עס אז דו האלסט פון אונזער סאסייעטי, וויל סוכ"ס קוקסט עס אן א ערליכע פלאץ,...ליידער איז דא אסאך אידן וואס זענען זייער אנטוישט פון די סיסטעם, און האלטן אז ס'איז ממילא נישט די ערליכסטע פלאץ...
די אנטוישטע פארשוינען גלויב איך ווילן אוודאי זיין ערליך. אויב אנערקענען זיי אז אונזער סיסטעם איז נישט ערליך, וואו זעהן זיי יא א ערליכע סיסטעם?
ווען די הויז איז געוועהן איבערגעקערט פלעגט מיין מאמע עמוי"ש שרייען, "אקעי, איך גיי אהיים!"...
ס'איז נישט דא ווי צי גיין. פרעג נאר די געגאנגע.
אנא אלך מרוחך ואנה מפניך אברח.
א בעסערע אשכול וואלט געוועהן, וויאזוי צו לעבן מיט דער סיסטעם.
מיר אלע בלייבן אין סיסטעם וויבאלד דאס איז דער קולטור מיט וואס מיר זענען די מערסטע באקוועם.
אפילו ווען מען האט שוין געסאלווט די עקאנאמישע פראבלעמען פון טוישן געזעלשאפט, וועלן מיר זיך קיינמאל קענען איינגלידערן אין סיי וועלכע אנדערע קולטור חוץ די מיט וואס מיר זענען אויפגעוואקסן, אוודאי קען מען זיך אריינשטופן איבעראלל אבער נאך אלע מעשיות איז די מאמעס שטעכעדיגע פארטוך די באקוועמסטע פלאץ.
אפאר חשוב'ע ניקים שרייבן אז די סיסטעם מיט אלע חסרונות, איז דאך בעסער ווי גארנישט. לדעתי איז דאס אמת פאר א חלק ציבור וואס האבן למעשה נאך גענוג הנאה פון די סיסטעם.
פאר די חלק ציבור וואס די חסרונות וועגט איבער די מעלות, איז טאקע דא וואס זענען געגאנגען. און די וואס זענען נישט געגאנגען (למשל איך), איז די פאקט אז מען איז דא סטאק טאקע די גרעסטע חסרון פון די סיסטעם. וויל ווען עס וואלט געווען א מהלך צו אפלאזן די סיסטעם און בלייבן נאנט מיט מיין משפחה און פריינט, וואלט איך עס זיכער געטון, עס איז פשוט נישטא די עקזיט סטראטעגיע אריינגעבויט אינעם סיסטעם, אדער ביסטו אינגאנצען דא, אדער נישט.
פארוואס ביסטו נאך אין די סיסטעם?
פרעג די פאפאנע פארוואס זיי בלייבן אין פאפא. ווען דו וועסט פארשטיין פארוואס זיי בלייבן אין פאפא, וועסטו פארשטיין פארוואס דו ביסט נאך אין די סיסטעם.
Re: פארוואס ביסטו נאך אין די סיסטעם?
ווייל איך בין ליידער א people pleaser
Sent from my SM-N986U using Tapatalk
Re: פארוואס ביסטו נאך אין די סיסטעם?
שארפןקאפווייל איך בין ליידער א people pleaser
Sent from my SM-N986U using Tapatalk
אדער האסטו נישט די אייער!
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
גייט עס נישט האנט ביי האנט?
ווילסט שטארק איך וועל ריפרעזין "ווייל איך בין א people pleaser אין איך האב ליידער נישט אזעלכע גרויסע אייער עס צו איבער קומען!!!"
דו האסט יא נאר דו ווילסט נישט
Re: פארוואס ביסטו נאך אין די סיסטעם?
רביה''ק זי''עדו האסט יא נאר דו ווילסט נישט
היינו הך
פאר דיר איז עס געשמאקער צו פרעיזן אזוי, און פאר אים איז עס געשמאקער צו פרעיזן פארקערט
איך גלויב אז ווייניג האבן אפגעלאזט דעם סיסטעם בלויז פארן איינזעהן אז ס'איז בלאף וכו', רוב מאל קען מען אנצייגן עפעס א לעבנסדורכגאנג וכו' וואס האט יענעם 'ארויסגעשטופט' פונעם סיסטעם ("סיסטעם" איז א היבש אומריכטיגע אויסדרוק. רוב זאכן וואס שטערן פאר די אומצופרידענע, קומט נישט ביי דיזיין, דאס זענען געזעלשאפטליכע נארמען וואס שאפן זיך אין יעדע פלאץ וואס רופט זיך 'סאסייעטי').
מענטשען מאכן נישט אזוי שנעל א דראסטישע כמעט-אומצוריקדרייבארע טויש אזוי שנעל, ספעציעל ווען מ'איז תלוי בדעת אחרים ווייב, קינדער.
בכלל דארף מען דא אויסקלארן וואס אלץ מען פאקט אריין דא אין דעם ווארט 'סיסטעם' איז עס די סטאנדארד אידישקייט? איז עס די חינוך?
בכל אופן, דארף מען פארגלייכן סאסייעטיס וואס זענען אינעם סיסטעם מיט די וואס לעבן אנגעבליך 'אינדרויסן' פונעם סיסטעם, און זעהן ווי מ'איז מער מצליח (הייבט זיך אן א וויכוח וואס הייסט הצלחה...)
קורקלענדדערהויבענע אידבְּתוֹךְ עַמִּיווייל די סיסטעם מיט אלע פראבלעמען איז נאך אלץ בעסער ווי א לעבן פיל מיט נסיונות... ואפילו אם תמצא לומר אז איך בין גענוג שטארק זיך צו האלטן ערליך, וואס וועט זיין מיט די קינדער און אייניקלעך וכו׳
אין א וועג מיינט עס אז דו האלסט פון אונזער סאסייעטי, וויל סוכ"ס קוקסט עס אן א ערליכע פלאץ,...ליידער איז דא אסאך אידן וואס זענען זייער אנטוישט פון די סיסטעם, און האלטן אז ס'איז ממילא נישט די ערליכסטע פלאץ...
די אנטוישטע פארשוינען גלויב איך ווילן אוודאי זיין ערליך. אויב אנערקענען זיי אז אונזער סיסטעם איז נישט ערליך, וואו זעהן זיי יא א ערליכע סיסטעם?
און אויב מ'טרעפט נישט א ערליכע סיסטעם, דארף מען בלייבן דא?
וואס מיינט ערליך בכלל?
און וואס מאכט מענטשן טראכטן אז מ'דארף א סיסטעם?
רביה''ק זי''עדו האסט יא נאר דו ווילסט נישט
אפשר ווייסט ער נישט אז ער קען באמת יא?
(ס'איז א סיסטאמאטישע זאך צו זאגן פאר יעם "ווילסט נישט"...כאילו דו ווייסט פונטקליך וואס ער קען און וואס נישט...)
אוי ווי איך ווייס אז איך קען....
נאר ליידער האב איך א קראנקייט פון פילן שלעכט ווען איך טו וויי טאן פאר אנדערע מענטשן אפילו זיי שטייען מיר אין וועג אין עס וואלט זיי נישט געדארפט ווי טאן, אין אפילו וואס איך טו איז ריכטיק , הנקרא people pleasing בלע"ז
סא יא איך קען,יא איך וויל, אבער דערווייל קען איך זיך נישט צוברענגען צו ווייטין אזויפיל מענטשן אין מיין לעבן,
(נ.ב. איך האב די פראבלעם אויך געהאט ביי די שידוך וואס מיין טאטע האט אפגעמאכט איז גוט פאר מיר, ווי אויך ביי מיין אלטע ארבייט ווי איך בין נישט צופרידן געווען וואס איך האב געשוויגן פאר באלד א יאר נאר נישט צו דארפן זאגען פאר מיין ב"ה אז איך וויל גיין)
ווער האט דיר געזאגט אז עס רופט זיךpeople pleasing ?
איך וואלט עס מער געשטיפט אין דער ריכטונג פין נישט האבן גענוג קאנפידענץ.
שארפןקאפנאר ליידער האב איך א קראנקייט פון פילן שלעכט ווען איך טו וויי טאן פאר אנדערע מענטשן...
נישט אייביג איז עס א קראנקהייט, אמאל קען די קראנקהייט זיין פארקערט, מען זארגט זיך בכלל נישט אויב די אייגענע מעשים מאכן קאליע פאר אנדערע. ווייניג מענטשן זענען אינגאצען געזונט צווישן די צוויי...
אישתישביווער האט דיר געזאגט אז עס רופט זיךpeople pleasing ?
איך וואלט עס מער געשטיפט אין דער ריכטונג פין נישט האבן גענוג קאנפידענץ.
די צוויי זענען זייער שווער צי פונאנדערשיידן איינס קען ברענגען די צווייטע, אבער אין מיין קעס מיין איך אז איך האב נישט קיין low self esteem
@ר'יעקב מעקסוועל יא יא זיי ווערן אנגערופן נארכסיסטין וואס איז אן אמתן מחלה.....
מרס סיסטעם, די ווייב
גראדע בין איך אויך א people pleaser און דערפאר ארבעט איך זייער שווער צו פליעזן מיר אליינס ווייל איך בין אויך א people, זיין א pleaser פאר זיך איז נישט קיין פראבלעם, די פראבלעם איז נאר ווען דער pleaser ווייסט נישט וואס ער אליינס וויל ממילא ווייסט נישט וויאזוי זיך צו פליעזן דערפאר גייט ער פליעזן אנדערע מענטשן וואס ווייסן יא וואס זיי ווילן. די עצה דערפאר איז אז ער זאל ארבעטן אויסצוגעפינען וואס ער וויל אזוי וועט ער קענען זיך פליעזן און אפלאזן אלע אנדערע מענטשן.
Re: פארוואס ביסטו נאך אין די סיסטעם?
בְּתוֹךְ עַמִּיווייל די סיסטעם מיט אלע פראבלעמען איז נאך אלץ בעסער ווי א לעבן פיל מיט נסיונות... ואפילו אם תמצא לומר אז איך בין גענוג שטארק זיך צו האלטן ערליך, וואס וועט זיין מיט די קינדער און אייניקלעך וכו׳
בתוך עמי אתה תושב?
Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk
Re: פארוואס ביסטו נאך אין די סיסטעם?
קינדער און אייניקלעך וכו׳[/quote]
אין א וועג מיינט עס אז דו האלסט פון אונזער סאסייעטי, וויל סוכ"ס קוקסט עס אן א ערליכע פלאץ,...ליידער איז דא אסאך אידן וואס זענען זייער אנטוישט פון די סיסטעם, און האלטן אז ס'איז ממילא נישט די ערליכסטע פלאץ...[/quote]
וועגען ערליכקייט ווייסט איך נישט אבער א געזונטע פלאץ איז עס זיכער נישט
Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk
מיין אמת: דער פאקט איז אז כאטש ס'איז דא וואס צו פארריכטן אין אונזער סיסטעם איז עס נאך די בעסטע וואס איז פארהאן...!
אפילו די או.טי.די.'ס קומען נאך א פאר יאר צוריק. ווייל מיט דעם זענען זיי אויפגעוואקסן און דאס קענען זיי...!
בערל, ווייסט וואס די ווארט oxymoron מיינט?
אז איינער קומט צוריק ווייל נאר דאס קען ער, דאס איז שרעקלעך. דאס איז נישט די בעסטע וואס איז פארהאן. דאס איז יסירי נפש.
הלוואי אזא צוריקקומאכטס אויף אלע גוים געזאגט. קיין איין אט״ד איז נאכנישט צוריקגעקומען און זיך אנגעטוהן א געהלע טלית קטן, אוועקגעווארפן דעם סמארטפאון, אנגעפאנגען גיין אין מקוה יעדן טאג, און טרינקען שליוואוויץ אין ראדני יעדן טאג. קיינער איז נאכנישט צוריקגעקומען צו אונזער סיסטעם, וואס יא, זיי קומען צוריק צו אידישקייט און זיי ברענגען מיט די אמעריקאנע מנהגים צו אונז אין סיסטעם אריין, און דאס איז איינס פון די גורמים פאר׳ן אונטערהינקען פונעם סיסטעם.
יעקב מענטשאיך גלויב אז ווייניג האבן אפגעלאזט דעם סיסטעם בלויז פארן איינזעהן אז ס'איז בלאף וכו', רוב מאל קען מען אנצייגן עפעס א לעבנסדורכגאנג וכו' וואס האט יענעם 'ארויסגעשטופט' פונעם סיסטעם ("סיסטעם" איז א היבש אומריכטיגע אויסדרוק. רוב זאכן וואס שטערן פאר די אומצופרידענע, קומט נישט ביי דיזיין, דאס זענען געזעלשאפטליכע נארמען וואס שאפן זיך אין יעדע פלאץ וואס רופט זיך 'סאסייעטי').
מענטשען מאכן נישט אזוי שנעל א דראסטישע כמעט-אומצוריקדרייבארע טויש אזוי שנעל, ספעציעל ווען מ'איז תלוי בדעת אחרים ווייב, קינדער.
בכלל דארף מען דא אויסקלארן וואס אלץ מען פאקט אריין דא אין דעם ווארט 'סיסטעם' איז עס די סטאנדארד אידישקייט? איז עס די חינוך?
בכל אופן, דארף מען פארגלייכן סאסייעטיס וואס זענען אינעם סיסטעם מיט די וואס לעבן אנגעבליך 'אינדרויסן' פונעם סיסטעם, און זעהן ווי מ'איז מער מצליח (הייבט זיך אן א וויכוח וואס הייסט הצלחה...)
איך מיין בדרך כלל אין קולטס זענען דא דו מערסטע ציפרידענע מענטשן.
רביה''ק זי''עהלוואי אזא צוריקקומאכטס אויף אלע גוים געזאגט. קיין איין אט״ד איז נאכנישט צוריקגעקומען און זיך אנגעטוהן א געהלע טלית קטן, אוועקגעווארפן דעם סמארטפאון, אנגעפאנגען גיין אין מקוה יעדן טאג, און טרינקען שליוואוויץ אין ראדני יעדן טאג. קיינער איז נאכנישט צוריקגעקומען צו אונזער סיסטעם, וואס יא, זיי קומען צוריק צו אידישקייט און זיי ברענגען מיט די אמעריקאנע מנהגים צו אונז אין סיסטעם אריין, און דאס איז איינס פון די גורמים פאר׳ן אונטערהינקען פונעם סיסטעם.
דאס איז איינע פון די מעלות פון
הוּמען קעפּיטעל פלייט; די באקאנטע ״
בּרעין דרעין״ פענאמענאן. דאס איז ווען חכמים אנטלויפן פון א לאנד, צי ווייל עס איז רעפּרעסיוו צי מחמת סיבות אחרות. דאס קען האבן מעלות פאר׳ן לאנד פון וואו זיי האבן עמיגרירט פון ווייל ווען/אויב זיי קומען צוריק ברענגען זיי מיט פּראגרעסיווע און מאדערנע ווירדן וכו׳, וואס דאס העלפט יענע מדינה זיך רוקן פאראויס און זיך פארבעסערן; זיך דעמאקרעטיזירן וכדומה.
מ׳קען אפשר ציען א פּאראלעל צו אונזער געזעלשאפט. והיינו, ווי איך האב אמאל געזעהן אין א פּעמפלעט פון שמואל שלמה טעלער אין סאטמארע ביהמ״ד ווי ער שרייבט לגבי די ״נסיונות הדור פון אוועקפאלן״ וכו׳ ״אז מ׳דארף בעיקר אפבאכט געבן אויף די קלוגערע״
(אוי לה לעיסה שהנחתום מעיד עליה שהיא רעה…), זענען די וואס זענען אינטעליגענט מער עלול צו אפלאזען אט דעם ״סיסטעם״ (עכ״פ לכולו למחצה לשליש ולרביע), וכידוע זענען דא
שטודיעס וואס צייגן א נעגאטיווע קארעלעישאן צווישן אינטעליגענץ און פרומקייט (ווי אויך צווישן עדוקעישאן און פרומקייט). און דאס איז אחוץ די סתם אזוי סאציאלע פראבלעמען וואס ״די סיסטעם״ האט מיט זיך. וממילא, איז יתכן אז ביי אונז איז אויך דא אט די
בּרעין דרעין פענאמענאן. קומט אויס אז ווען/אויב זיי קומען צוריק, צו עני דעגרי, ברענגען זיי טאקע מיט פאזיטיווע ענדערונגען.
נולד מאוחריעקב מענטשאיך גלויב אז ווייניג האבן אפגעלאזט דעם סיסטעם בלויז פארן איינזעהן אז ס'איז בלאף וכו', רוב מאל קען מען אנצייגן עפעס א לעבנסדורכגאנג וכו' וואס האט יענעם 'ארויסגעשטופט' פונעם סיסטעם ("סיסטעם" איז א היבש אומריכטיגע אויסדרוק. רוב זאכן וואס שטערן פאר די אומצופרידענע, קומט נישט ביי דיזיין, דאס זענען געזעלשאפטליכע נארמען וואס שאפן זיך אין יעדע פלאץ וואס רופט זיך 'סאסייעטי').
מענטשען מאכן נישט אזוי שנעל א דראסטישע כמעט-אומצוריקדרייבארע טויש אזוי שנעל, ספעציעל ווען מ'איז תלוי בדעת אחרים ווייב, קינדער.
בכלל דארף מען דא אויסקלארן וואס אלץ מען פאקט אריין דא אין דעם ווארט 'סיסטעם' איז עס די סטאנדארד אידישקייט? איז עס די חינוך?
בכל אופן, דארף מען פארגלייכן סאסייעטיס וואס זענען אינעם סיסטעם מיט די וואס לעבן אנגעבליך 'אינדרויסן' פונעם סיסטעם, און זעהן ווי מ'איז מער מצליח (הייבט זיך אן א וויכוח וואס הייסט הצלחה...)
איך מיין בדרך כלל אין קולטס זענען דא דו מערסטע ציפרידענע מענטשן.
איך האב גראדע נישט גערעדט פון 'צופרידנקייט', איך האב גערעדט פון הצלחה!.
אונז קענען זיך טענהן פון יעצט ביז קאנארסי וואס מיינט הצלחה, אבער דאס דארף לכאורה זיין די באראמעטער.
נולד מאוחריעקב מענטשאיך גלויב אז ווייניג האבן אפגעלאזט דעם סיסטעם בלויז פארן איינזעהן אז ס'איז בלאף וכו', רוב מאל קען מען אנצייגן עפעס א לעבנסדורכגאנג וכו' וואס האט יענעם 'ארויסגעשטופט' פונעם סיסטעם ("סיסטעם" איז א היבש אומריכטיגע אויסדרוק. רוב זאכן וואס שטערן פאר די אומצופרידענע, קומט נישט ביי דיזיין, דאס זענען געזעלשאפטליכע נארמען וואס שאפן זיך אין יעדע פלאץ וואס רופט זיך 'סאסייעטי').
מענטשען מאכן נישט אזוי שנעל א דראסטישע כמעט-אומצוריקדרייבארע טויש אזוי שנעל, ספעציעל ווען מ'איז תלוי בדעת אחרים ווייב, קינדער.
בכלל דארף מען דא אויסקלארן וואס אלץ מען פאקט אריין דא אין דעם ווארט 'סיסטעם' איז עס די סטאנדארד אידישקייט? איז עס די חינוך?
בכל אופן, דארף מען פארגלייכן סאסייעטיס וואס זענען אינעם סיסטעם מיט די וואס לעבן אנגעבליך 'אינדרויסן' פונעם סיסטעם, און זעהן ווי מ'איז מער מצליח (הייבט זיך אן א וויכוח וואס הייסט הצלחה...)
איך מיין בדרך כלל אין קולטס זענען דא דו מערסטע ציפרידענע מענטשן.
ווענטזיך וויפיל שכל די קולט מיטגלידער פארמאגן...
געווענליך קומען אן צו די קולט מענטשן מיט ווייניג אייקיו, אדער מענטשן וואס האבן שוועריקייטען אין מאכן החלטות אין טאג טעגליכען לעבן...
Re: פארוואס ביסטו נאך אין די סיסטעם?
יעקב מענטשאיך גלויב אז ווייניג האבן אפגעלאזט דעם סיסטעם בלויז פארן איינזעהן אז ס'איז בלאף וכו', רוב מאל קען מען אנצייגן עפעס א לעבנסדורכגאנג וכו' וואס האט יענעם 'ארויסגעשטופט' פונעם סיסטעם ("סיסטעם" איז א היבש אומריכטיגע אויסדרוק. רוב זאכן וואס שטערן פאר די אומצופרידענע, קומט נישט ביי דיזיין, דאס זענען געזעלשאפטליכע נארמען וואס שאפן זיך אין יעדע פלאץ וואס רופט זיך 'סאסייעטי').
מענטשען מאכן נישט אזוי שנעל א דראסטישע כמעט-אומצוריקדרייבארע טויש אזוי שנעל, ספעציעל ווען מ'איז תלוי בדעת אחרים ווייב, קינדער.
בכלל דארף מען דא אויסקלארן וואס אלץ מען פאקט אריין דא אין דעם ווארט 'סיסטעם' איז עס די סטאנדארד אידישקייט? איז עס די חינוך?
בכל אופן, דארף מען פארגלייכן סאסייעטיס וואס זענען אינעם סיסטעם מיט די וואס לעבן אנגעבליך 'אינדרויסן' פונעם סיסטעם, און זעהן ווי מ'איז מער מצליח (הייבט זיך אן א וויכוח וואס הייסט הצלחה...)
אדער ווייל פאר עם ארבעט בעסער יענע קאלטור,אזוי ווי איינער מופט פון ענגלאנד צו אמריקה, איז עס דען ווייל ''עפעס א דורכגאנג האט עם ארויסגעשטיפט''?
Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk