☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » מענות צו ביקורת המקרא פון די מפרשי המקרא

מענות צו ביקורת המקרא פון די מפרשי המקרא

51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14955
בלאט: 1 2

יעקב מעקסוועל » מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 1:18 am

· #486929
מענות צו ביקורת המקרא פון די מפרשי המקרא
אסאך טענות איז דא אויף די אזויגערופענע בייבל קריטיקירער, די טענה וואס איז לדעתי די שטערקסטע איז די טענה איבער די מפרשי המקרא. וויאזוי קען קומען איינער און פרעגן א קשיא אויף די תורה און זיך נישט באציען צו אלע פריערדיגע מפרשים? אונז האבן א גאנצע תורה שבע"פ וואס רעדט וועגן די תורה נביאים וכתובים, אויב ווילסטו פרעגן א קשיא אויף די תורה, קוק אריין אין די ווערטער פון די תנאים, אמוראים, ראשונים ואחרונים. אויב איז דיר נאך עפעס שווער נאכדעם, וועט מען דעמאלטס רעדן.

דעריבער וויל איך מאכן די סדר פון די אשכול אזוי: איך וועל ברענגען קשיות וואס זענען שווער לויט די פשטות הפסוקים, דערנאך די מהלך וויאזוי מען קען עס מסביר זיין לויט די אזויגערופענע בייבל קריטיקירער, און דערנאך וועל איך ברענגען די פשטים פון די מפרשי התורה צו זען אויב די קשיות הייבן זיך בכלל אן.

----------

וועלן מיר אנפאנגען מיט די פרשה פון מכירת יוסף, עס איז דא בעיקר 3 שוועריקייטן אין די פרשה:

א. ווער האט געראטעוועט יוסף פון די ברודער מען זאל אים נישט הרגענען? פון איין זייט זעט אויס ראובן איז דער וואס האט גענומען אחריות, ער איז די בכור, ער האט געזאגט מען זאל ענדערש אריינווארפען יוסף אין גרוב. מצד שני זעט מען יהודה איז דער פירער, ער האט געזאגט מה בצע, מען זאל ענדערש פארקויפן יוסף ווי הרגענען.

ב. וויאזוי קען זיין ראובן האט נישט מיטגעהאלטן ווי מען פארקויפט יוסף?

ג. ווער האט געהאנדלט מיט יוסף, מדינים אדער ישמעלים? איין פסוק זעט מען ישמעלים גייען אריבער, א צווייטע פסוק זענען מדינים ביים בור. איין פסוק פארקויפן די מדינים צו פוטיפר, איין פסוק פארקויפן די ישמעלים צו פוטיפר. וויאזוי איז געווען די געשעפט דא?

----------

לויט די שיטה פון בקורת המקרא, איז די פרשה צוזאמגעשטעלט פון צוויי ווערסיעס פון די זעלבע מעשה. אין די ערשטע ווערסיע האט ראובן געזאגט מען זאל אים לייגן אין גרוב, ווען די ברודער זענען געווען פארנומען עסן זענען די מדינים אריבער און ארויסגענומען יוסף פון גרוב, נאכדעם ווען ראובן איז געגאנגען זוכן יוסף איז ער צוריקגעקומען צו די ברודער אינגאנצען ערשטוינט יוסף איז נישטא, און די מדינים האבן צום סוף פארקויפט יוסף צו פוטיפר. לויט די צווייטע ווערסיע האבן די ברידער געזען ישמעלים, האט יהודה געזאגט מה בצע, און זיי האבן פארקויפט יוסף פאר די ישמעלים, און די ישמעלים האבן אים פארקויפט פאר פוטיפר (עס איז בכלל נישט דא קיין גרוב אין די ווערסיע).

דא זענען די פסוקים צוטיילט לויט די 2 ווערסיעס, עס הייבט זיך אן ווען יוסף קומט אן צו דותן.

יט וַיֹּאמְרוּ אִישׁ אֶל אָחִיו הִנֵּה בַּעַל הַחֲלֹמוֹת הַלָּזֶה בָּא. כ וְעַתָּה לְכוּ וְנַהַרְגֵהוּ וְנַשְׁלִכֵהוּ בְּאַחַד הַבֹּרוֹת וְאָמַרְנוּ חַיָּה רָעָה אֲכָלָתְהוּ וְנִרְאֶה מַה יִּהְיוּ חֲלֹמֹתָיו. כא וַיִּשְׁמַע רְאוּבֵן וַיַּצִּלֵהוּ מִיָּדָם וַיֹּאמֶר לֹא נַכֶּנּוּ נָפֶשׁ. כב וַיֹּאמֶר אֲלֵהֶם רְאוּבֵן אַל תִּשְׁפְּכוּ דָם הַשְׁלִיכוּ אֹתוֹ אֶל הַבּוֹר הַזֶּה אֲשֶׁר בַּמִּדְבָּר וְיָד אַל תִּשְׁלְחוּ בוֹ לְמַעַן הַצִּיל אֹתוֹ מִיָּדָם לַהֲשִׁיבוֹ אֶל אָבִיו. כג וַיְהִי כַּאֲשֶׁר בָּא יוֹסֵף אֶל אֶחָיו וַיַּפְשִׁיטוּ אֶת יוֹסֵף אֶת כֻּתָּנְתּוֹ אֶת כְּתֹנֶת הַפַּסִּים אֲשֶׁר עָלָיו. כד וַיִּקָּחֻהוּ וַיַּשְׁלִכוּ אֹתוֹ הַבֹּרָה וְהַבּוֹר רֵק אֵין בּוֹ מָיִם. כה וַיֵּשְׁבוּ לֶאֱכָל לֶחֶם. כח וַיַּעַבְרוּ אֲנָשִׁים מִדְיָנִים סֹחֲרִים וַיִּמְשְׁכוּ וַיַּעֲלוּ אֶת יוֹסֵף מִן הַבּוֹר. כט וַיָּשָׁב רְאוּבֵן אֶל הַבּוֹר וְהִנֵּה אֵין יוֹסֵף בַּבּוֹר וַיִּקְרַע אֶת בְּגָדָיו. ל וַיָּשָׁב אֶל אֶחָיו וַיֹּאמַר הַיֶּלֶד אֵינֶנּוּ וַאֲנִי אָנָה אֲנִי בָא. [די תורה פארציילט וועגן די כתונת פסים און די אבילות פון יעקב אבינו] לו וְהַמְּדָנִים מָכְרוּ אֹתוֹ אֶל מִצְרָיִם לְפוֹטִיפַר סְרִיס פַּרְעֹה שַׂר הַטַּבָּחִים.

די צווייטע ווערסיע, הייבט זיך אויך אן ווען יוסף קומט אן צו דותן.

יח וַיִּרְאוּ אֹתוֹ מֵרָחֹק וּבְטֶרֶם יִקְרַב אֲלֵיהֶם וַיִּתְנַכְּלוּ אֹתוֹ לַהֲמִיתוֹ. כה וַיִּשְׂאוּ עֵינֵיהֶם וַיִּרְאוּ וְהִנֵּה אֹרְחַת יִשְׁמְעֵאלִים בָּאָה מִגִּלְעָד וּגְמַלֵּיהֶם נֹשְׂאִים נְכֹאת וּצְרִי וָלֹט הוֹלְכִים לְהוֹרִיד מִצְרָיְמָה. כו וַיֹּאמֶר יְהוּדָה אֶל אֶחָיו מַה בֶּצַע כִּי נַהֲרֹג אֶת אָחִינוּ וְכִסִּינוּ אֶת דָּמוֹ. כז לְכוּ וְנִמְכְּרֶנּוּ לַיִּשְׁמְעֵאלִים וְיָדֵנוּ אַל תְּהִי בוֹ כִּי אָחִינוּ בְשָׂרֵנוּ הוּא וַיִּשְׁמְעוּ אֶחָיו. כח וַיִּמְכְּרוּ אֶת יוֹסֵף לַיִּשְׁמְעֵאלִים בְּעֶשְׂרִים כָּסֶף וַיָּבִיאוּ אֶת יוֹסֵף מִצְרָיְמָה. [די תורה איז מפסיק מיט די פרשה פון יהודה] א וְיוֹסֵף הוּרַד מִצְרָיְמָה וַיִּקְנֵהוּ פּוֹטִיפַר סְרִיס פַּרְעֹה שַׂר הַטַּבָּחִים אִישׁ מִצְרִי מִיַּד הַיִּשְׁמְעֵאלִים אֲשֶׁר הוֹרִדֻהוּ שָׁמָּה.

----------

יעצט לאמיר זען וויאזוי די קשיות ווערן שוין לאנג פארענטפערט אין אונזערע מפרשים.

די ערשטע קשיא איז באמת נישט קיין קשיא בכלל, ראובן האט געזאגט מען זאל אים אריינלייגן אין בור צו ראטעווען זיין לעבן, און יהודה האט געזאט מען זאל אים פארקויפן. עס איז בכלל נישט קיין סתירה איינס צו די אנדערע, נאר נאכדעם וואס יוסף איז שוין געווען אין די בור האט יהודה געזאגט זיין עצה. אויך איז פארהאן מערערע פירושים צו מסביר זיין די שיטות פון ראובן און יהודה ע"פ תורה.

די צווייטע קשיא פארענטפערט רש"י גלייך, ראובן איז נישט געווען ביי די מכירה ווייל עס איז געווען זיין טאג צו משמש זיין יעקב אבינו.

די דריטע קשיא זאגט אויך רש"י בשם חז"ל אז עס איז געווען מערערע מכירות. די אוהח"ק איז מסביר אז די מדינים זענען געווען די ביזנעסלייט, און די ישמעלים האבן געהאט די געלט, און אזוי שטימט די גאנצע פרשה. די אבן עזרא זאגט נאך פשוט'ער, מדינים קענען ווערן אנגערופן ישמעלים, עס איז היינו הך.

----------

איך וויל בעטן מען זאל פראבירן צו שרייבן דא רעספעקטפול, און זיך האלטן צום ענין, תודה רבה.

מי אני » מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 8:06 am

· #486946
ווי דר. דזשעימס קוגל איז מסביר (@יידל איז מציע זיין בוך) האבן די רעליגיעזע מפרשי המקרא געהאט 4 הנחות קדומות בנוגע מקרא:

1). אז מקרא איז ביסודו בעצם געשריבן געווארן ברמז ובמשל [קריפּטיק]

2). אז עס איז מעיקרא געשריבן געווארן אויף נוגע צו זיין און זיך צו באציהען אויף לדורות און נישט נאר פאר א געוויסע היסטארישע קאנטעקסט און עפאכע

3). אז עס האט נישט קיינע סתירות אדער טעותים/איבעריגקייטן

4). אז אלעס דערין איז דבר ה׳ און דיוויין ממש

די מבקרים נעמען (פארשטייט זיך) נישט אָן די הנחות. וממילא פּאסן נישט (עכ״פ אפטמאל) די תירוצים פון די (קלאסישע) מפרשים (הן מחז״ל והן להבדיל מהנוצרים) פאר די קושיות פון די מבקרים. וואו עס ארבעט יא איז ווען אפילו עפ״י פשוטו ממש, אָן אָננעמענדיג דוקא די אויבנדערמאנטע הנחות, ווערט עס דאך פארענטפערט.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 9:24 am

· #486953
מי אני
ווי דר. דזשעימס קוגל איז מסביר (@יידל איז מציע זיין בוך) האבן די רעליגיעזע מפרשי המקרא געהאט 4 הנחות קדומות בנוגע מקרא:

3). אז עס האט נישט קיינע סתירות אדער טעותים/איבעריגקייטן

חס ושלום צו זאגן אזא זאך, ס׳איז קעגן א בפירושע ירושלמי סוף מסכת תענית וואס ווערט אויך געברענגט אין מסכת סופרים און דורך מערער ראשונים, קוק דא, וכל המלעיג על דברי חכמים נידון בצואה רותחת.

מי אני » מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 10:03 am

· #486957
דר. קוגל באציהט זיך צו טעותים און איבעריקייטן אין דאס וואס די זאצן וכו׳ זאגן (ווי די משל אין די אשכול); ולאו דוקא אין ווי אזוי עס איז געשריבן ווי, צב״ש, חסירות ויתרות, א ווארט דא א ווארט דארט וכו׳. אין אנדערע ווערטער, די הנחה איז לגבי ״העכערע״ קריטיסיזם לעומת המפרשים, ווי איידער ״נידעריגערע״ קריטיסיזם לעומת המסורת.

‏דער מלכי בקודש, וואס איך האב צוגעברענגט דא, רעדט אויך ארום אין די חילוק צווישן די צוויי קריטיסיזמס ממבט ההלכה.

ליב צו וויסן » מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 11:59 am

· #486960
דיין ארגומענט האט א שמעק פון א "שטרוי מענטש ארגומענט"

כ'האב נאכנישט געטראפן דעם בייבל קריטיקירער וואס האלט אז מען קען נישט "פארענטפערן" זייערע שאלות מיט כל מיני פשטים אויב נעמט מען אן אז ס'איז פאראן טיפע און סודות'פולע מעסעדזשעס....

די גאנצע יסוד פון די בייבל קריטיקירער איז "אז מען קוקט אין די טעקסט צו פארשטיין די טעקסט", די רגע וואס דו האלסט אז די טעקסט איז Cryptographic און מיינט עפעס אנדערש ווי די פשוטע פשט, דאן קומען בייבל קריטיקירער בכלל נישט אריין.

מי אני » מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 12:17 pm

· #486962
איך מאך נישט קיין שום ארגומענט. איך באמערק נאר אז די צוגאנג צום טעקסט טאקע גייט טאקע צו מיט גאנץ אנדערע הנחות; רעליגיעזע לעומת אקאדעמישע. וממילא איז אפטמאל נישט גענוג און נישט מאסגעבענד די תירוצים פון די קלאסישע מפרשים פאר די אקאדעמיקער וואס שטודירן דאס. אט דאס איז וואס דר. קוגל, אן אקאדעמישער בּיבּליקעל סקאַלער, ברענגט ארויס.

תוהו ובוהו » מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 1:46 pm

· #486964
Re: מענות צו ביקורת המקרא פון די מפרשי המקרא
די גאנצע שפראך פונעם אשכול איז נישט ריכטיג לענ''ד. (כ'האב א געפיל אז ס'איז נאר געשריבן אזוי מפני יראת הצענזור 😉 )

ווי טייל האבן שוין ארויסגעברענגט, בייבל קריטיק ווערט נישט ניזון אויף ''קשיות וואס דארפן א תירוץ'', אין יעדעס בייבל קריטיקירער ווייסט אויך אז מ'קען אלעס פארענטפערן אויב זאל נתברר ווערן אז ס'איז באמת געשריבן דורך איין מענטש וכו' וכו', און נישט נאר דאס נאר די אלע תירוצים מוז מען באמת נוצן אפילו לשיטתם אויפן 'עורך' - וואס מ'זעהט קלאר אז ער האט געוואלט מאכן סענס און סדר און פראבירט צוזאמשמעלצן די פארשידענע ווערסיעס - איז מסתבר אז ער האט געהאלטן אז מדינים מיט ישמעאלים איז נישט קיין גרויסע סתירה אז ער זאל עס דארפן רעדאגירן, דעריבער דארף מען זאגן ווי דער אבן עזרא.

און אלמלי זאל עס זיין געבויעט אויף קשיות איז אוודאי נאריש צו זאגן אז מיין תירוץ (אז ס'איז צוויי ווערסיעס), איז מער מוכרח ווי דיינס (מפרשי המקרא).

בייבל קריטיק אזי אבער געבויעט אויפן באטראכטן מקרא אן קיין הנחות קדומות ווי @מי אני שרייבט שוין, און דן זיין טעקסט פון טעקסט ווי @ליב צו וויסן שרייבט, וואס גאר אסאך מאל ווערן די קשיות נאר נולד נאכן אננעמען די הנחה קדומה, צ.ב. די סיפור בריאת האדם שטייט קלאר אין די תורה צוויי ווערסיעס דערפון איינס נאכן צווייטן, יעצט מ'קען נאר פרעגן 'קשיות' דערויף נאכן האבן כאטש טייל פון די אויבנדערמאנטע הנחות, איז אויף דעם זאגט דער בייבל קריטיק ''מאך נישט קיין הנחות און פרעג נישט קיין קשיות'', (און אויף דעם דרך, איז דאס עצם אננעמען אז איינער האט אלעס געשריבן אן הנחה קדומה).

מצפצף » מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 2:05 pm

· #486966
תוהו ובוהו
די גאנצע שפראך פונעם אשכול איז נישט ריכטיג לענ''ד. (כ'האב א געפיל אז ס'איז נאר געשריבן אזוי מפני יראת הצענזור 😉 )

וכנלענ"ד

רביה''ק זי''ע » מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 2:29 pm

· #486968
תוהו ובוהו
בייבל קריטיק ווערט נישט ניזון אויף ''קשיות וואס דארפן א תירוץ'', אין יעדעס בייבל קריטיקירער ווייסט אויך אז מ'קען אלעס פארענטפערן אויב זאל נתברר ווערן אז ס'איז באמת געשריבן דורך איין מענטש וכו' וכו'

איך מיין אז די גאנצע נושא איז תלוי אינעם אלטן מחלוקת פון אמונה פשוטה קעגן אמונת חקירה, איינער וואס האט אמונה פשוטה אין ספרי חז״ל ורבותינו הראשונים האט נישט קיין צד צל של נדנוד ספק ספיקא אז ווען זיי זאגן אונז אז די תורה וואס מיר האבן היינט איז צאמגעשטעלט פון מערערע גירסאות וואס האבן זיך געמאכט אין לויף פון די יארן האבן זיי געוואוסט וואס זיי רעדן. די ירושלמי, רד״ק, רש״י, מאירי, און נאך האבן נישט סתם געפלאפלט אין דער וועלט אריין ח״ו, און דאס וואס מ׳זעהט צומאל שעפערישע פירושים פון חז״ל און ראשונים וואס זעהען ח״ו אויס ווי איבעריג לויט דעם פארשטייט מען אליינס אז ס׳איז על דרך דרוש ופלפול להגדיל תורה ולהאדירה. די גאנצע מדובר פאנגט זיך נאר אן מיט אמונת חקירה, ווי א מוסולמענער האט מיר אמאל געזאגט אז די אידן האבן פארדרייט די תנ״ך און מוחאמד האט שפעטער צוריק מגלה געווען דעם אריגינעלע תנ״ך און דאס איז די קוראן, אויף מיין פראגע פון וואו ער ווייסט אז די תנ״ך איז געפעלטשט זאגט ער מיר ווייל די תנ״ך זאגט אסאך זאכן אנדערש ווי די קוראן, האב איך איהם צוריקגעפרעגט פארוואס קען נישט זיין אז די תנ״ך איז די אריגינעלע און די קוראן איז געפעלשט, זאג ער מיר מיט א פקחות אז די קוראן קען מען נישט פעלשן ווייל ס׳דאך דאס ווארט פון גאט אליינס, נישטא ווער זאל לאכן, אזוי קוקט מען ליידער אויס מיט די אלע פילאזאפיעס און חקירות ליידער, ירחם המרחם. ואנו מאמינים בני מאמינים ואין לנו אלא אמונה פשוטה ותמימה בתורתנו הקדושה, ויהי רצון שיתקיים הפסוק וילמדו תועים בינה והשיב לב בנים על אבותם (שיחזרו לאמונת אבותם) במהרה בימינו.

יעקב מעקסוועל » מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 3:26 pm

· #486972
תוהו ובוהו
די גאנצע שפראך פונעם אשכול איז נישט ריכטיג לענ''ד. (כ'האב א געפיל אז ס'איז נאר געשריבן אזוי מפני יראת הצענזור 😉 ).

עס איז נישט דווקא יראת הצענזור, עס איז אהבת הצענזור... איך רעספעקטיר די הנהלה און איך פארשטיי מען קען נישט רעדן אלעס אויף יעדע סארט וועג.

די טענה אז מען דארף אריינקוקן אין די מפרשי התורה און זען וואס זיי שרייבן, איז לדעתי א ריכטיגע טענה, נישט אזויווי דו לייגסט עס אראפ אז עס איז בכלל נישט נוגע. ווער עס וויל קומען זאגן סיי וועלכע פשט אין די תורה, קען נישט איגנארירן טויזענטע יארן פון לימוד התורה.

וואס מען זאל מקבל זיין למעשה איז א שאלה פאר זיך, יעדער קען דאס אליין דן זיין. ווען איך שרייב עס איז שווער אין די פסוק אז ראובן האט נישט געוואוסט מען האט ארויסגענומען יוסף פון די בור, איז ריכטיג צוצולייגן די פירוש פון רש"י אז עס איז געווען ראובנ'ס טאג צו משמש זיין יעקב. יעצט בלייבט איבער צו דן זיין וואס מען וויל מקבל זיין, איך קום נישט צו מכריע זיין בכלל, בפרט ווען עס איז דא מערערע פירושים צווישן די פירושי קודש אליין.

---------

אישי

לויט דעם פשט וועט נישט שטימען דאס וואס שטייט אין פרק מ"ב פסוק כ"ב וַיַּעַן רְאוּבֵן אֹתָם לֵאמֹר הֲלוֹא אָמַרְתִּי אֲלֵיכֶם לֵאמֹר אַל תֶּחֶטְאוּ בַיֶּלֶד וְלֹא שְׁמַעְתֶּם וְגַם דָּמוֹ הִנֵּה נִדְרָשׁ. זעהט מען אז זיי האבן געטוהן באמת קעגן ראובן.

לויט די פשוט'ע פשט שטימט עס אויך נישט צו גוט, ווי מען זעט די אוהח"ק ארבעט ארום. לויט ביידע וועגן קען מען פארשטיין די טענה פון ראובן לדעתי, ווייל ער האט דאך באמת געוואלט ראטעווען יוסף אינגאנצען.

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 3:52 pm

· #486974
יעקב מאקסוועל: ייש"כ. דיין נקודה אז מ'דארף צוערשט (אויך) אריינקוקן אין די מפרשי התורה. וואס זיי האבן צו זאגן איבער דעם פשט אין א פסוק אין די תורה. ווייל די ..."בלינדע" ביקורי המקרא. די אזוי-גערופענע ..."ביבל קריטיקער"..האבן אויך (אויסער דעם פאקט אז זיי זענען 99.9% ראנג) א פסיכאלאגישן פראבלעם. נעמליך. א מינדערוויכטיגקייט קאמפלעקס. א יעדער פסוק אין תנ"ך איז געפעלשט. אדער געגנב'עט פון א צווייטן. יחיד אדער פאלק. א יעדע גוטע און פארשטענדליכע געזעץ וואס די תורה ברענגט, שטאמט פון האמוראבי. און א יעדער שיינער, הארציגער אידישער ניגון איז געגנב'עט פון די גויים. יא. ס'זענען דא ניגונים אין די אידישע פאלקלאר וועלכע מ'האט גענומען פון די אלגעמיינע, גוי'אישע קולטור. אבער נישט אלעס. חוץ דעם. איז עס נישט קיין וואן וועי סטריעט. ווייל די גוי'אישע קולטור האט אויך גענומען זייער א סאך פון אידן. דאס איז א מענטשליכע נאטור. אז מענטשן לערנען זיך איינער פון צווייטן.

ווער ס'האט דעם פראבלעם דער קען נישט זיין קיין (אמת'דיגער) מאמין. ווייל וואספארא ווערד האט ..."זיין" רעלגיע אויב אלעס פאזיטיוו איז גענומען פון א צווייטן. זיי האבן גארנישט קיין אייגענע ווערטן צו פארקויפן. איך וואלט געשטאנען ווייט פון אזא רעליגיע...!

מי אני » מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 4:31 pm

· #486979
עס איז בעצם (עכ״פ פון א היסטארישע מבט) יא מקושר מיט ״קושיות״ אין פרשנות המקרא; עכ״פ כאטש אינדירעקט. והיינו, ווי דר. קוגל ברענגט אויך ארויס איז דאס פּראטעסטאנט חדר אין נוצרות, וואס א חלק פון אירע טענות זענען געווען קעגן די קאטוילישע פרשנות פון סקריפּטשור און איר מאנאפאל דערויף, געווען די באדן וואס איז געווען רייף און די פּריקורסאר פאר אקאדעמישע ביקורת. אין וועגן דעם טרעפן מיר אז דאס איז בעיקר ארויסגעוואקסן אין די פּראטעסטאנט מדינות.

תוהו ובוהו » מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 6:23 pm

· #486985
יעקב מעקסוועל
די טענה אז מען דארף אריינקוקן אין די מפרשי התורה און זען וואס זיי שרייבן, איז לדעתי א ריכטיגע טענה, נישט אזויווי דו לייגסט עס אראפ אז עס איז בכלל נישט נוגע. ווער עס וויל קומען זאגן סיי וועלכע פשט אין די תורה, קען נישט איגנארירן טויזענטע יארן פון לימוד התורה.

אוודאי דארף מען אריינקוקן אין אידישע און להבדיל קריסטליכע מקורות זעהן וואס זיי זאגן, כ'האב קיינמאל געזאגט פארקערט.

וואס איך זאג איז, אז לדוגמא לאמיר זאגן אז אין פסוק וואלט נאר געווען די פשוט'ע סתירה צווישן ישמעאלים און מדינים, דאן איז פארהאן צוויי מעגליכע תירוצים איינס אז ס'איז די זעלבע זאך אזויווי מ'טרעפט אין שופטים, צוויי אז ס'איז צוויי ווערסיעס אינעם זעלבן געשיכטע, ביידע זענען די זעלבע גוטע תירוצים און דער ערשטער איז גאר מער מסתבר, און פארשטייט זיך אז אין רש"י'ס וועלט איז נאר דא דעם ערשטען תירוץ, און אינעם בייבל קריטיק'ס וועלט זענען פארהאן ביידע אפציעס.

אבער גאר אפט איז די קשיא נאר שווער צוליב דעם הנחה קדומה (אזויווי ביים סיפור יצירת האדם), און די צוויי ווערסיעס איז די פשוט'ע מהלך, אין אנדערע ווערטער די מפרשי המקרא פארענטפערן נישט דעם פסוק, נאר זיי פארענטפערן זייער הנחה קדומה, און אוודאי איז מעגליך אז זייער מהלך דערויף איז די ריכטיגע אבער דאן דארף דער בייבל קריטיקירער קוקן ווי מסתבר ס'איז אינעם פסוק.

לענינינו, לאמיר זאגן אז דא איז פארהאן אין יעדעס שטאפל פון מכירת יוסף צוויי (היפש סתירה'דיגע) ווערסיעס (כ'רעד היפאטעטיש, כ'בין נישט זיכער אז דא איז אזוי) וועט אוודאי זיין מער מסתבר פארן בייבל קריטיק צוזאגן אז ס'איז צוויי ווערסיעס, ווי זיך אריינלייגן פארענטפערן יעדעס סתירה און קוועטש, טראדיצינאלע מפרשי המקרא וואס פארמאגן נישט די אפציע וועלן טאקע מוזן פארענטפערן מיט כל מיני תירוצים יעדעס שאלה און מיט מעגליך גוטע תירוצים אבער פארט ווייניגער מסתבר אינעם פסוק, און די סיבות וואס שטופט זיי אזוי צולערנען זענען גלויביגע נישט קיין טעקסטואלע.
יעקב מעקסוועל
ווען איך שרייב עס איז שווער אין די פסוק אז ראובן האט נישט געוואוסט מען האט ארויסגענומען יוסף פון די בור, איז ריכטיג צוצולייגן די פירוש פון רש"י אז עס איז געווען ראובנ'ס טאג צו משמש זיין יעקב.

ספעציפיש די רש"י איז בכלל נישט קיין תירוץ אויף קיין קשיא.
די קשיא איז "ס'משמע אז ראובן איז נישט געווען ביים מכירה, בעת אנפאנג סיפור איז ער דאך קלאר דארט געווען און ס'ווערט בכלל נישט דערמאנט בשעת'ן סיפור אז ער איז אוועקגעגאנגען" און אויף דעם ענטפערט רש"י גארנישט..

רש"י פילט סה"כ אריין פעלנדע אינפארמאציע אויפן שאלה "ווי איז ראובן געווען?" איז איך וואלט געטראכט אז ער איז געגאנגען קויפן אין מעקדאנעלדס אדער געגאנגען הכנות, פארציילט מיר רש"י ניין "הגיע יומו לשמש את אביו" אדער "עסוק היה בתעניתו".

ליב צו וויסן » מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 7:59 pm

· #486988
מי אני
איך מאך נישט קיין שום ארגומענט. איך באמערק נאר אז די צוגאנג צום טעקסט טאקע גייט טאקע צו מיט גאנץ אנדערע הנחות; רעליגיעזע לעומת אקאדעמישע. וממילא איז אפטמאל נישט גענוג און נישט מאסגעבענד די תירוצים פון די קלאסישע מפרשים פאר די אקאדעמיקער וואס שטודירן דאס. אט דאס איז וואס דר. קוגל, אן אקאדעמישער בּיבּליקעל סקאַלער, ברענגט ארויס.

מיין תגובה באציט זיך נישט צו דיינע ווערטער.

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 9:17 pm

· #486993
תוהו ובוהו
יעקב מעקסוועל
די טענה אז מען דארף אריינקוקן אין די מפרשי התורה און זען וואס זיי שרייבן, איז לדעתי א ריכטיגע טענה, נישט אזויווי דו לייגסט עס אראפ אז עס איז בכלל נישט נוגע. ווער עס וויל קומען זאגן סיי וועלכע פשט אין די תורה, קען נישט איגנארירן טויזענטע יארן פון לימוד התורה.

אוודאי דארף מען אריינקוקן אין אידישע און להבדיל קריסטליכע מקורות זעהן וואס זיי זאגן, כ'האב קיינמאל געזאגט פארקערט.

וואס איך זאג איז, אז לדוגמא לאמיר זאגן אז אין פסוק וואלט נאר געווען די פשוט'ע סתירה צווישן ישמעאלים און מדינים, דאן איז פארהאן צוויי מעגליכע תירוצים איינס אז ס'איז די זעלבע זאך אזויווי מ'טרעפט אין שופטים, צוויי אז ס'איז צוויי ווערסיעס אינעם זעלבן געשיכטע, ביידע זענען די זעלבע גוטע תירוצים און דער ערשטער איז גאר מער מסתבר, און פארשטייט זיך אז אין רש"י'ס וועלט איז נאר דא דעם ערשטען תירוץ, און אינעם בייבל קריטיק'ס וועלט זענען פארהאן ביידע אפציעס.

אבער גאר אפט איז די קשיא נאר שווער צוליב דעם הנחה קדומה (אזויווי ביים סיפור יצירת האדם), און די צוויי ווערסיעס איז די פשוט'ע מהלך, אין אנדערע ווערטער די מפרשי המקרא פארענטפערן נישט דעם פסוק, נאר זיי פארענטפערן זייער הנחה קדומה, און אוודאי איז מעגליך אז זייער מהלך דערויף איז די ריכטיגע אבער דאן דארף דער בייבל קריטיקירער קוקן ווי מסתבר ס'איז אינעם פסוק.

לענינינו, לאמיר זאגן אז דא איז פארהאן אין יעדעס שטאפל פון מכירת יוסף צוויי (היפש סתירה'דיגע) ווערסיעס (כ'רעד היפאטעטיש, כ'בין נישט זיכער אז דא איז אזוי) וועט אוודאי זיין מער מסתבר פארן בייבל קריטיק צוזאגן אז ס'איז צוויי ווערסיעס, ווי זיך אריינלייגן פארענטפערן יעדעס סתירה און קוועטש, טראדיצינאלע מפרשי המקרא וואס פארמאגן נישט די אפציע וועלן טאקע מוזן פארענטפערן מיט כל מיני תירוצים יעדעס שאלה און מיט מעגליך גוטע תירוצים אבער פארט ווייניגער מסתבר אינעם פסוק, און די סיבות וואס שטופט זיי אזוי צולערנען זענען גלויביגע נישט קיין טעקסטואלע.
יעקב מעקסוועל
ווען איך שרייב עס איז שווער אין די פסוק אז ראובן האט נישט געוואוסט מען האט ארויסגענומען יוסף פון די בור, איז ריכטיג צוצולייגן די פירוש פון רש"י אז עס איז געווען ראובנ'ס טאג צו משמש זיין יעקב.

ספעציפיש די רש"י איז בכלל נישט קיין תירוץ אויף קיין קשיא.
די קשיא איז "ס'משמע אז ראובן איז נישט געווען ביים מכירה, בעת אנפאנג סיפור איז ער דאך קלאר דארט געווען און ס'ווערט בכלל נישט דערמאנט בשעת'ן סיפור אז ער איז אוועקגעגאנגען" און אויף דעם ענטפערט רש"י גארנישט..

רש"י פילט סה"כ אריין פעלנדע אינפארמאציע אויפן שאלה "ווי איז ראובן געווען?" איז איך וואלט געטראכט אז ער איז געגאנגען קויפן אין מעקדאנעלדס אדער געגאנגען הכנות, פארציילט מיר רש"י ניין "הגיע יומו לשמש את אביו" אדער "עסוק היה בתעניתו".

תוהו ובוהו: מיין (פערזענליכע) טענה איז נאר אקעגן די ..."רעפלעקסיווע"...ביבל קריטיקערס. כמו שאמרתי. אזוי ווי איך האב געזאגט אין מיין פריער'דיגע תגובה. נישט אז ס'איז אינגאנצן נישט דא קיין פלאטץ פאר אזוי-גערופענע קריטיק. די שאלה איז וויאזוי מ'דעפינירט עס. איך קען און מעג אויפברענגען קושיות און שוועריגקייטן וויאזוי מפרש צו זיין געוויסע פסוקים אדער היסטארישע געשעענישן. נאר,אזוי ווי ר' יעקב מ. האט געזאגט. אז מ'דארף אויך נעמען אין באטראכט וויאזוי די גרויסע מפרשים פון פאר אונז האבן עס איינגעטייטשט און פארענטפערט...!

יעקב מעקסוועל » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 12:41 am

· #487009
תוהו ובוהו
די קשיא איז "ס'משמע אז ראובן איז נישט געווען ביים מכירה, בעת אנפאנג סיפור איז ער דאך קלאר דארט געווען און ס'ווערט בכלל נישט דערמאנט בשעת'ן סיפור אז ער איז אוועקגעגאנגען" און אויף דעם ענטפערט רש"י גארנישט.

אין דיין קשיא ליגט צוויי חלקים "ס'משמע אז ראובן איז נישט געווען ביים מכירה, בעת אנפאנג סיפור איז ער דאך קלאר דארט געווען", דאס קומט רש"י צו פארענטפערן. "און ס'ווערט בכלל נישט דערמאנט בשעת'ן סיפור אז ער איז אוועקגעגאנגען" דאס קומט טאקע נישט רש"י צו פארענטפערן.

עס איז א שאד ארומצוגיין אין סירקעלס ווען אונז האלטן מיר בעצם די זעלבע, אויך האלט איך בערך די זעלבע ווי @ליב צו וויסן האט געשריבן. סך הכל האב איך אויסגעשטעלט די אשכול אויף א וועג וואס איך האלט עס איז די ריכטיגע צוגאנג פאר אן ערליכען איד צו דורכטון די נושא, און אויך די ריכטיגע מהלך פאר די שטיבל דא. אלזא, ביטע לאמיר ממשיך זיין אויף די וועג. מען ברענגט אראפ די שוועריקייטן, די מהלך פון בקורת המקרא, און די מהלך פון די מפרשי המקרא.

מיין אמת » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 3:38 am

· #487012
Re: מענות צו ביקורת המקרא פון די מפרשי המקרא
רביה''ק זי''ע
תוהו ובוהו
בייבל קריטיק ווערט נישט ניזון אויף ''קשיות וואס דארפן א תירוץ'', אין יעדעס בייבל קריטיקירער ווייסט אויך אז מ'קען אלעס פארענטפערן אויב זאל נתברר ווערן אז ס'איז באמת געשריבן דורך איין מענטש וכו' וכו'

איך מיין אז די גאנצע נושא איז תלוי אינעם אלטן מחלוקת פון אמונה פשוטה קעגן אמונת חקירה, איינער וואס האט אמונה פשוטה אין ספרי חז״ל ורבותינו הראשונים האט נישט קיין צד צל של נדנוד ספק ספיקא אז ווען זיי זאגן אונז אז די תורה וואס מיר האבן היינט איז צאמגעשטעלט פון מערערע גירסאות וואס האבן זיך געמאכט אין לויף פון די יארן האבן זיי געוואוסט וואס זיי רעדן. די ירושלמי, רד״ק, רש״י, מאירי, און נאך האבן נישט סתם געפלאפלט אין דער וועלט אריין ח״ו, און דאס וואס מ׳זעהט צומאל שעפערישע פירושים פון חז״ל און ראשונים וואס זעהען ח״ו אויס ווי איבעריג לויט דעם פארשטייט מען אליינס אז ס׳איז על דרך דרוש ופלפול להגדיל תורה ולהאדירה. די גאנצע מדובר פאנגט זיך נאר אן מיט אמונת חקירה, ווי א מוסולמענער האט מיר אמאל געזאגט אז די אידן האבן פארדרייט די תנ״ך און מוחאמד האט שפעטער צוריק מגלה געווען דעם אריגינעלע תנ״ך און דאס איז די קוראן, אויף מיין פראגע פון וואו ער ווייסט אז די תנ״ך איז געפעלטשט זאגט ער מיר ווייל די תנ״ך זאגט אסאך זאכן אנדערש ווי די קוראן, האב איך איהם צוריקגעפרעגט פארוואס קען נישט זיין אז די תנ״ך איז די אריגינעלע און די קוראן איז געפעלשט, זאג ער מיר מיט א פקחות אז די קוראן קען מען נישט פעלשן ווייל ס׳דאך דאס ווארט פון גאט אליינס, נישטא ווער זאל לאכן, אזוי קוקט מען ליידער אויס מיט די אלע פילאזאפיעס און חקירות ליידער, ירחם המרחם. ואנו מאמינים בני מאמינים ואין לנו אלא אמונה פשוטה ותמימה בתורתנו הקדושה, ויהי רצון שיתקיים הפסוק וילמדו תועים בינה והשיב לב בנים על אבותם (שיחזרו לאמונת אבותם) במהרה בימינו.
"שיחזרו לאמונת אבותם'' דאכט זיך מיך אז די מיינסט ... [emoji848]
עין באשכול די חורבן בית המקדש אין א אלטערנאטיווע יוניווערס
Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 5:06 am

· #487014
😂 😂 😂

דאס איז שוין א ווייטערע שלב, ס׳וואלט אויך געווען א גוטע זאך אבער ס׳נישט אזוי וויכטיג, איין זאך אויפאמאל. 😃

היסטאריע » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 11:29 am

· #487036
אז מען רעדט שוין פין אנדערע שיטות אין די מעשה פין מכירת יוסף. און ספר היובלים שטייט דאס פאלגענדע

(יא) ובשנה השביעית לשבוע ההוא שלח את יוסף לראות את שלום אחיו מביתו שכמה. (יב) וימצאם בארץ דותן, ויארבו לו ויתנכלו אותו להמיתו. (יג) ויהי בהנחמם על מחשבתם וימכרוהו לאורחות ישמעאלים. (יד) ויורידו אותו מצרימה וימכרוהו לפוטיפר סריס פרעה שר הטבחים כהן און. (טו) וישחטו בני יעקב שעיר עזים ויטבלו את כותנת יוסף בדמו, וישלחו אותה אל יעקב בעשירי לחודש השביעי. (טז) ויביאו אותה אליו, ויאחזהו השבץ בהתאבלו על מותו, ויאמר חיה רעה אכלה את יוסף. (יז) וכל אנשי ביתו היו איתו ביום ההוא, ותתפעם רוחם ויתאבלו עימו כל היום. (יח) ויקומו בניו וביתו לנחמו, וימאן להתנחם על בנו. (יט) וביום ההוא שמעה בלהה כי אבד יוסף, ותמת באבלה עליו בהיותה בקרפטיפה. (כ) וגם דינה בתו מתה אחרי אבוד יוסף. האבל המשולש הזה קרה את ישראל בחודש אחד.
(כא) ויקברו את בלהה לעומת קבורת רחל וגם את דינה בתו קברו שמה. (כב) ויתאבל על יוסף שנה אחת, ולא הסיר מעליו את האבל, ויאמר כי ארד אל יוסף אבל שאולה.

(כג) לכן נועד בקרב בני ישראל להתאבל ביום העשירי לחודש השביעי ביום אשר הגיע שמע אבל יוסף אל יעקב אביו. (כד) לבקש בו כפרה בשעיר עזים בעשור לחודש השביעי אחת בשנה על חטאתם, כי הפכו את רחמי אביהם לאבל על יוסף בנו. (כה) וביום הזה נועד להם להתאבל בו על חטאתיהם ועל כל פשעיהם ועל עוונותם, להטהר ביום הזה אחת בשנה.

(כו) ויהי כאשר אבד יוסף, ויקחו בני יעקב להם נשים. (כז) שם אשת ראובן עדה, שם אשת שמעון עדיבה הכנענית. (כח) שם אשת לוי מילכה, מבנות ארם מזרע בני תרח, שם אשת יהודה בת שוע הכנענית. (כט) שם אשת יששכר חיזקה, שם אשת דן עגלה. (ל) שם אשת זבולון ניאימן, שם אשת נפתלי רזוה מארם נהרים. (לא) שם אשת גד מעכה, שם אשת אשר יונה. (לב) שם אשת יוסף אסנת המצרית, שם אשת בנימין יסכה. (לג) וישב שמעון ויקח לו אשה שניה מארם נהרים כאחיו.

מורא'דיגע חידושים. דינה און בלהה זענען געשטארבען גלייך דערנאך. און היות די מכירה איז געשעהן י' תשרי איז דער מנהג צו פאסטען און פירען אבילות דעם טאג.
א.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 11:41 am

· #487044
שוין, דער ספר היובלים האט געהאט די צווייטע גירסא פון די מעשה, אפילו די לשונות וואס ער נוצט זענען גאנץ ענליך (ויתנכלו להמיתו) זייער שיין.

היסטאריע » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 1:41 pm

· #487062
איך מיין אז עס איבערגעטייטשט פין אן אנדערע שפראך.

תוהו ובוהו » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 2:10 pm

· #487066
(יא) ובשנה השביעית לשבוע ההוא שלח את יוסף לראות את שלום אחיו מביתו שכמה. (יב) וימצאם בארץ דותן, ויארבו לו ויתנכלו אותו להמיתו. (יג) ויהי בהנחמם על מחשבתם וימכרוהו לאורחות ישמעאלים. (יד) ויורידו אותו מצרימה וימכרוהו לפוטיפר סריס פרעה שר הטבחים כהן און.

גאר אינטערסאנט אז דא שטייט אז פוטיפר איז געווען "כהן און" אזויווי חז"ל זאגן (פוטי פרע הוא פוטיפר), און נישט ווי די מפרשי המקרא (רשב"ם, אב"ע) אז פוטי פרע איז א צווייטער און יענער איז געווען "כהן און" כפשטות הפסוקים.
(טו) וישחטו בני יעקב שעיר עזים ויטבלו את כותנת יוסף בדמו, וישלחו אותה אל יעקב בעשירי לחודש השביעי. (טז) ויביאו אותה אליו, ויאחזהו השבץ בהתאבלו על מותו, ויאמר חיה רעה אכלה את יוסף. (יז) וכל אנשי ביתו היו איתו ביום ההוא, ותתפעם רוחם ויתאבלו עימו כל היום. (יח) ויקומו בניו וביתו לנחמו, וימאן להתנחם על בנו. (יט) וביום ההוא שמעה בלהה כי אבד יוסף, ותמת באבלה עליו בהיותה בקרפטיפה.

לפי חז"ל האט בלהה געלעבט ביז ירידת יעקב למצרים (און זי איז די 'ירח' אין יוסף'ס חלום), אבער עיין ברמב"ן שם שמוכיח שבלהה מתה לפני כן וכמבואר כאן..

מי אני » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 2:35 pm

· #487069
דר. ראבּערט טשארלס האט געהאט געקלערט אז די מחבר פון ספר היובלים איז געווען פון די פרושים. מ׳נעמט אָן אז דאס איז נתחבר געווארן מקודם אבער עס האט געהאט א השפעה אויף די מדרשים שפעטער.

היסטאריע » מיטוואך דעצעמבער 1, 2021 7:17 am

· #487129
נאך א אינטרעסאנטער נקודה.
שמעון האט געהאט צוויי ווייבער, א כנענית מיט דער נאמען עדיבה, זעהט אויס מען האט זי נישט אזוי ליב געהאט, און א היימישע פין ארם נהרים. איבערדעם שטייט שאול בן הכנענית, ווייל די אנדערע זענען געוועהן קינדער פין דער צווייטער ווייב. רש"י זאגט אז די כנענית איז געוועהן דינה כידוע.

יעקב מעקסוועל » זונטאג דעצעמבער 12, 2021 11:08 pm

· #487923
איך האב נישט געזען קיין סאך אינטערסאנטע געדאנקען פאר די וואך, לאמיר נאר רעדן וועגן עד היום זה. עס שטייט אין די פסוק יוסף האט אוועק געשטעלט די שטייער סיסטעם אין מצרים, א חומש דארף גיין פאר פרעה, "עד היום הזה".

יעדע מאל וואס עס שטייט די ווערטער, וועלן די בייבל קריטיקס זאגן עס מיינט ביז די צייט פון די שרייבער. ווען די שרייבער האט געשריבן די ווערטער, איז נאך געווען איינגעפירט אין מצרים אז א חומש גייט צו פרעה, דעריבער שרייבט ער עד היום הזה.

די פרומע וועג וויאזוי מען האט מיר אויסגעלערנט אין חדר איז אזוי, יעדע מאל עס שטייט אין די תורה עד היום הזה, מיינט עס ביז היינטיגע צייטן, (למשל מען ווייסט נישט וואו משה איז באגראבן עד היום הזה). דא קען מען אוודאי נישט זאגן עס מיינט דאס, עס איז דאך נישטא קיין פרעה היינטיגע צייטן, און די טעקס איז נישט קיין 20%. (נישט פראפערטי טעקס און נישט אגריקולטור טעקס, איך האב עס נאכגעזוכט...). מוז מען דא מסביר זיין לכאורה כפשוטו, ווען משה רבינו האט געשריבן די פסוק בימיו, האט ער געשריבן אז דאס גייט נאך אן עד היום הזה.

אן אינטערסאנטע שטיקל וואס איך האב געזען פון די מדרש שכל טוב, ער איז געווען א ראשון, איך בין נישט באקאנט מיט זיין היסטאריע. ער שרייבט אין די פסוק אויף די ווערטער עד היום הזה "אלו דברי הסדרן".

תוהו ובוהו » מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 12:03 am

· #487929
Re: מענות צו ביקורת המקרא פון די מפרשי המקרא
יעקב מעקסוועל

יעדע מאל וואס עס שטייט די ווערטער, וועלן די בייבל קריטיקס זאגן עס מיינט ביז די צייט פון די שרייבער. ווען די שרייבער האט געשריבן די ווערטער, איז נאך געווען איינגעפירט אין מצרים אז א חומש גייט צו פרעה, דעריבער שרייבט ער עד היום הזה.

די פשטות פון עד היום הזה מיינט אוודאי ביזן זמן הכותב אפילו לויט מפרשי המקרא/חז''ל (וכלשון הרשב''ם בראשית כ לז: ''וכן כל עד היום עד ימי הסופר שכתב את הדבר'').
יעקב מעקסוועל

די פרומע וועג וויאזוי מען האט מיר אויסגעלערנט אין חדר איז אזוי, יעדע מאל עס שטייט אין די תורה עד היום הזה, מיינט עס ביז היינטיגע צייטן, (למשל מען ווייסט נישט וואו משה איז באגראבן עד היום הזה).

דאס איז א הו''א אין גמרא (יומא נד), די גמרא פאלט אפ דערפון, כאטש רש''י על התורה ברענגט עס יא אראפ (בראשית כב יד).
יעקב מעקסוועל

(נישט פראפערטי טעקס און נישט אגריקולטור טעקס, איך האב עס נאכגעזוכט...).

וואו, אז דו האסט בכלל נאכגעקוקט מיינט ביסט נאכנישט אינגאנצן פארפאלן...[emoji3]

דרך אגב, די עיקר שוועריגקייט פאר מפרשי המקרא איז ביי קבורת משה און ביי יאיר בן מנשה וואס דארט האלט מען ממש ביים סיפור הדברים.

יעקב מעקסוועל » מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 12:22 am

· #487931
תוהו ובוהו

יעקב מעקסוועל

(נישט פראפערטי טעקס און נישט אגריקולטור טעקס, איך האב עס נאכגעזוכט...).

וואו, אז דו האסט בכלל נאכגעקוקט מיינט ביסט נאכנישט אינגאנצן פארפאלן...

אה, געלויבט דער פון אויבן 😉, ס'נאך דא האפענונג.

(איך האב מורא געהאט צו שרייבן די פאקט עס איז מער נישט אזוי, און איינער וועט מיר נאך טשעלענדזשען...)

אלבערט איינשטיין » דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 2:19 pm

· #488048
Re: מענות צו ביקורת המקרא פון די מפרשי המקרא
הרב מעקסעוואל ווען דו טיילסט איין צוויי מעשיות פון יוסף שטימט פארוואס אין ויגש שטייט צוויי מאל אני יוסף איינס פרעגט ער העוד אביו חי און די אנדערע איז אשר מכרתם אותי מצרימה. פארוואס יוסף האט צוויי מאל געדארפט אנפלעקטן פאר זיינע ברודער צוויי מאל איז שווער און עס שטימט אז ביידע שרייבערס האבן געשריבן זייערע ווערסיע. די וואס האט געשריבן אז ראובן האט געלייגט אין די בור גייט העוד אביו חי און די שרייבער וואס האט געשריבן אז מ'האט אים פארקויפט זאגט יוסף, אני יוסף אשר מכרתם אותי מצרימה. ווי אויך ער בארואיגט צוויי מאל זיינע ברודער די ערשטע איז ועתה אל תעצבו ואל יחר באפכם כי מכרתם אותי גייט ארויף אויף די אשר מכרתם אותי מצרימה און די צווייטע מאל ווי ער בארואיגט זיינע ברודער הארט ביי שלישי איז בארואיגן לויט די פשט אז מ'האט אים אריין געשליידערט אינעם גרוב..
פארשטייט זיך אז עס איז מיר קיינמאל נישט געווען שווער מיט רש"י וואס איז מסביר פארוואס ער האט געדארפט זאגן צוויי מאל אני יוסף. אז דו ברודער'ס האבן פשוט צוריק געלאפן פון בושה האט ער זיי צוריק גערופן און נאכאמאל געזאגט מיט די פרט וואס איז געדי גרעסטע סוד צווישן יוסף מיט די ברודער....

Sent from my SM-T727U using Tapatalk

מיין אמת » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 12:24 am

· #488611
Re: מענות צו ביקורת המקרא פון די מפרשי המקרא
יעקב מעקסוועל
איך האב נישט געזען קיין סאך אינטערסאנטע געדאנקען פאר די וואך, לאמיר נאר רעדן וועגן עד היום זה. עס שטייט אין די פסוק יוסף האט אוועק געשטעלט די שטייער סיסטעם אין מצרים, א חומש דארף גיין פאר פרעה, "עד היום הזה".

יעדע מאל וואס עס שטייט די ווערטער, וועלן די בייבל קריטיקס זאגן עס מיינט ביז די צייט פון די שרייבער. ווען די שרייבער האט געשריבן די ווערטער, איז נאך געווען איינגעפירט אין מצרים אז א חומש גייט צו פרעה, דעריבער שרייבט ער עד היום הזה.

די פרומע וועג וויאזוי מען האט מיר אויסגעלערנט אין חדר איז אזוי, יעדע מאל עס שטייט אין די תורה עד היום הזה, מיינט עס ביז היינטיגע צייטן, (למשל מען ווייסט נישט וואו משה איז באגראבן עד היום הזה). דא קען מען אוודאי נישט זאגן עס מיינט דאס, עס איז דאך נישטא קיין פרעה היינטיגע צייטן, און די טעקס איז נישט קיין 20%. (נישט פראפערטי טעקס און נישט אגריקולטור טעקס, איך האב עס נאכגעזוכט...). מוז מען דא מסביר זיין לכאורה כפשוטו, ווען משה רבינו האט געשריבן די פסוק בימיו, האט ער געשריבן אז דאס גייט נאך אן עד היום הזה.

אן אינטערסאנטע שטיקל וואס איך האב געזען פון די מדרש שכל טוב, ער איז געווען א ראשון, איך בין נישט באקאנט מיט זיין היסטאריע. ער שרייבט אין די פסוק אויף די ווערטער עד היום הזה "אלו דברי הסדרן".
''אלה דיברי הסדרן'' יש''כ פארן ברעינגען אזא ראשון צום טיש
סא איך האב שוין לאנג געוואלט פרעגען וואס זאגט די עולם צו דעים אז עזרא ''הסופר'' זאל האבן צוזאם גענימען אלע נוסחאות המעשה עד משה רבינו און געמאכט איין שיין ספר פין דעם?

Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk

יעקב מעקסוועל » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 3:01 am

· #488626
עס איז דא אסאך צו שרייבן אויף די פרשה, די וויכטיג'סטע איז לכאורה די פאלגענדע פולמוס, וואס ברענגט ארויס וויאזוי גדולי ישראל ראשונים און אחרונים האבן זיך מתייחס געווען צום נושא פון ביקורת המקרא.

אין תשל"ה איז געדריקט געווארן א ספר "פרושי התורה לרבי יהודה החסיד", געדרוקט צום ערשטן מאל פון כתבי ידות. די כתב יד איז געשריבן דורך א זון פון ר' יהודה החסיד, אין די ספר איז דא עטליכע אינטערסאנטע שטיקלעך. איין שטיקל איז אין פרשת ויחי אויף די פסוק וַיָּשֶׂם אֶת אֶפְרַיִם לִפְנֵי מְנַשֶּׁה.

קודם לאמיר פארשטיין וויאזוי ר' יהודה החסיד לערנט צוויי פסוקים ווייטער, וַאֲנִי נָתַתִּי לְךָ שְׁכֶם אַחַד עַל אַחֶיךָ אֲשֶׁר לָקַחְתִּי מִיַּד הָאֱמֹרִי בְּחַרְבִּי וּבְקַשְׁתִּי. לכאורה דארף מען פארשטיין וואס דא גייט פאר, וואס הייסט ער האט עס איינגענומען בחרב וקשת, עס דא איז מערערע וועגן וויאזוי די מפרשים זענען מסביר די פסוק, ר' יהודה החסיד לערנט אזוי פשט. משה רבינו האט איינגענומען עבר הירדן פון סיחון מלך האמורי, און אין די פסוק שרייבט משה וועגן זיך. איך משה האב איינגענומען בחרבי ובקשתי, און איך האב עס געגעבן פאר שבט מנשה.

יעצט אז מען ווייסט די מהלך פון ר' יהודה החסיד, לאמיר פארשטיין 'וַיָּשֶׂם אֶת אֶפְרַיִם לִפְנֵי מְנַשֶּׁה', לויט אים קען עס נישט מיינען יעקב, ווייל עס שטייט שוין פריער אז יעקב האט אויפגעטוישט די הענט, מיט וואס נאך האט ער געלייגט אפרים פאר מנשה? לערנט ער די פשט אז משה רבינו האט געלייגט אפרים פאר מנשה אין מדבר ביי די דגלים. אויב אזוי איז שווער, פארוואס שרייבט נישט משה 'ושמתי את אפרים לפני מנשה'? אינעם ערשטן פערזאן, אזויווי ער שרייבט ווייטער ואני נתתי, דערויף איז ער מסביר אזוי.

פירש אבי: לא על יעקב נאמר כי על משה, 'וַיָּשֶׂם אֶת אֶפְרַיִם לִפְנֵי מְנַשֶּׁה', בראש דגל, בעבור שיעקב אמר 'וְאוּלָם אָחִיו הַקָּטֹן יִגְדַּל מִמֶּנּוּ'. ויהושע כתבֹו, או אנשי כנסת הגדולה. שאם תאמר משה כתבֹו, היה לו לומר: 'ואני שמתי אֶת אֶפְרַיִם לִפְנֵי מְנַשֶּׁה'ֶ, כמו שיש אחרי כן: 'וַאֲנִי נָתַתִּי לְךָ שְׁכֶם אַחַד עַל אַחֶיךָ'.

עס איז איבריג צו מסביר זיין וואו ווייט די ווערטער זענען א חידוש פאר אונז וואס נעמען אן אז אזעלכע ווערטער מעגן נישט געזאגט ווערן, און צו דער זעלבער צייט איז ר' יהודה החסיד פארהייליגט ביי אונז. און זיין זון ברענגט עס נאך, און עס זעט נישט אויס ווי ער האט א פראבלעם דערמיט בכלל.

אין אגרת משה תשובה קי"ד, שרייבט ר' משה פיינשטיין אין תשל"ו, אונז ווייסן אלע אז יעדע ווארט אין די תורה איז געשריבן דורך משה, בלויז דאס וואס הקב"ה האט אים געהייסן שרייבן, און קיין שום מענטש מעג נישט צולייגן און אראפנעמען גארנישט, דעריבער מוז זיין דאס איז א זיוף, און די רשעים וכופרים האבן עס ארויפגעלייגט אויף די נאמען פון ר"י החסיד איינצונארן דעם עולם. אשע"כ איז אסור צו דרוקן און פארקויפן די ספר.

פאר מען גייט ווייטער מיט ר' משה, לאמיר זען נאך א שטיקל פון ר' יהודה החסיד אין ספר במדבר. אין פרשת חוקת שטייט די שירת הבאר 'אָז יָשִׁיר יִשְׂרָאֵל אֶת הַשִּׁירָה הַזֹּאת עֲלִי בְאֵר עֱנוּ לָהּ'. די פראבלעם איז, עס שטייט נישט קיין לאנגע געזאנג, עס איז סך הכל 3 פסוקים, און רוב דערפון איז נעמען פון פלעצער. 'בְּאֵר חֲפָרוּהָ שָׂרִים כָּרוּהָ נְדִיבֵי הָעָם בִּמְחֹקֵק בְּמִשְׁעֲנֹתָם וּמִמִּדְבָּר מַתָּנָה. וּמִמַּתָּנָה נַחֲלִיאֵל וּמִנַּחֲלִיאֵל בָּמוֹת. וּמִבָּמוֹת הַגַּיְא אֲשֶׁר בִּשְׂדֵה מוֹאָב רֹאשׁ הַפִּסְגָּה וְנִשְׁקָפָה עַל פְּנֵי הַיְשִׁימֹן.' וואס האבן זיי געזונגען דארט? זאגט ר"י החסיד זיי האבן געזונגען הלל הגדול, דאס איז קאפיטל קל"ו אין תהילים וואס יעדע פסוק ענדיגט זיך 'כי לעולם חסדו'. וועגן דעם שטייט נישט אין די קאפיטל די גרויסע ניסים ווען מען האט איינגענומען ארץ ישראל, ווייל די שירת הבאר איז געווען פארדעם.

שטעלט זיך די פראגע, אויב אזוי פארוואס שטייט עס אין תהילים נישט אין די תורה? זאגט ר"י החסיד:

והיה כתוב בחומש, עד שבא דוד המלך ע"ה והסיר מזמור דמשה וחברו בתהילים. ותדע שכן הוא, שנותן לחם לכל בשר כל"ח, הודו לקל השמים כל"ח, קאי על המטיר להם לחם מן השמים. ובא יהושע ועשה מזמור שני שעומדים בבית ה', והוסיף רק חידוש אחד, ולכל ממלכות כנען, ר"ל על ידו נעשה נס זה. וכשדוד כיבש הוסיף גם הוא ברוך ה' מציון שוכן ירושלים הללוי'.

א היסטארישע מעשה! ווען דוד האט צוזאמגעשטעלט תהילים, האט ער ארויסגענומען די שירת הבאר פון די תורה, און דאס געמאכט פאר קאפיטל קל"ו, און די מזמור פון יהושע בן נון האט ער געלייגט פאר קל"ה, און אויך דארט צוגעלייגט זיינע אייגענע ווערטער.

די פראבלעם מיט די שטיקל איז נאך מער, ווייל דאס איז נישט געדרוקט געווארן צום ערשטען מאל תשל"ה, דאס איז שוין געדרוקט אינעם ספר ציוני, אויף וואס דער חיד"א שרייבט. "חיברו רבי מנחם ציוני על התורה על פי סוד ויש בו חידושים נוראים ובנה ספרו על הזוהר וספר הבהיר". און ער איז געווען שטארק אנגענומען צווישן אונזערע קרייזן, און ער שרייבט די ווערטער אין פרשת חקת בשם ר"י החסיד, און ער מאכט בכלל נישט קיין מצב דערפון, עס איז א געהעריגע פשט.

צוריק צו ר' משה פיינשטיין, ביים סוף פון די תשובה געברענגט אויבן שרייבט ער: נאכן שרייבן האב איך באקומען דעם ספר ציוני, און איך האב דארט געטראפן וואס ער ברענגט פון רי"ח, אבער דאס פארענטפערט גארנישט. עס איז זיכער כפירה בתורה, און גדוף אויף דוד המלך. איך ווייס נישט קלאר ווער ר' מנחם ציוני איז, און איך וואלט געזאגט עס איז אסור צו פארקויפן און קויפן אויך די ספר ציוני!

יעצט שטעלט זיך די שאלה, האט ר' משה פיינשטיין טאקע געהאלטן אזוי..? אין משנה הלכות סימן ריד שרייבט ר' מנשה קליין: גדולי האחרונים האבן זיך פארלאזט אויפן ספר הציוני סיי אין הלכה און סיי אין קבלה, דער מגלה עמוקות ברענגט פון אים, אויך דער מגן אברהם, און אנדערע. עס איז נישט מעגליך ר' משה האט נישט געוואוסט ווער ר' מנחם ציוני איז. עס מוז זיין א תלמיד טועה האט עס געשריבן און אריינגעלייגט, וידי זרים שלטו בו. אין תשובה קב איז ר' מנשה מסביר באריכות וויאזוי מען קען פארענטפערן די ווערטער פון ר' יהודה החסיד.

איין זאך קען איך ענק זאגן פאר זיכער, וואס איך שרייב האב איך געשריבן...

<a class="postlink" href="https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=920&st=&pgnum=361">https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... &pgnum=361</a>
<a class="postlink" href="https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=1884&st=&pgnum=136">https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... &pgnum=136</a>
<a class="postlink" href="https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=1888&st=&pgnum=302">https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... &pgnum=302</a>
<a class="postlink" href="https://forum.otzar.org/download/file.php?id=19856">https://forum.otzar.org/download/file.php?id=19856</a>
<a class="postlink" href="https://irp-cdn.multiscreensite.com/71b72615/files/uploaded/%D7%A8%D7%91%D7%99%20%D7%99%D7%94%D7%95%D7%93%D7%94%20%D7%94%D7%97%D7%A1%D7%99%D7%93%20%D7%95%D7%94%D7%A4%D7%95%D7%9C%D7%9E%D7%95%D7%A1%20%D7%A2%D7%9C%20%D7%A4%D7%99%D7%A8%D7%95%D7%A9%D7%95%20%D7%9C%D7%AA%D7%95%D7%A8%D7%94.pdf">https://irp-cdn.multiscreensite.com/71b ... %D7%94.pdf</a>
<a class="postlink" href="https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7%94%D7%95%D7%93%D7%94_%D7%94%D7%97%D7%A1%D7%99%D7%93">https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7 ... 7%99%D7%93</a>
<a class="postlink" href="https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7%A0%D7%97%D7%9D_%D7%A6%D7%99%D7%95%D7%A0%D7%99">https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7 ... 7%A0%D7%99</a>

מי אני » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 11:34 am

· #488652
גיל סטודענט זאגט דא אז ס׳איז בעצם יא די ״קושיות״, וממילא הוכחות, פון די אקאדעמיקער און זייערע מהלכים (עכ״פ פאר די מערערע מחברים) נגד די השוואות ותירוצים פון די קלאסישע מפרשים. ער זאגט דאס פון זיין פערזענליכע שטאנדפונקט וואו ער איז אויפגעצויגן געווארן אין קאנסערוואטיוו אידישקייט וואו מ׳האט אים אויסגעלערענט אלס קינד חומש דוקא און נאר מיט ביקורת המקרא און אז דאס איז געשריבן פון די דאקומענט/חדר און דאס פון די דאקומענט/חדר. דערנאך האט ער געטראפן די מפרשים [כגון נצי״ב ומלבי״ם] וואס געבן אנדערע, ולדעתו בעסערע, תירוצים והשוואות ווי דארפן צוקומען צו אָננעמען פארשידענע און אנדערע מחברים.

ולגבי ״אהבת הצענזור״ דערמאנט ער די געדאנק אז א גרויס חלק פון די רמב״ם׳ס עיקרים זענען געווען אויף אָנצוהאלטן סאציאלע סטאבּיליטעט ווי איידער אמונות אמתיות און די עיקר ח איז אויך נכלל אין דעם עכ״פ אויף אז דאס׳ן אונטערמינעווען טוהט שאטן דערצו, וממילא איז דאס דרש׳ענען בפומבי נישט אלס כדי; וכעין מש״כ הר״ן ממרסיי.

ער ברענגט אויך ארויס אז די פעלד בעצם איז דייעלעקטיק לעומת דעמאנסטרעטיוו, און מהלכי המבקרים איז אויך נישט געהעריג פאָלסיפייעבּל. ער האלט אז דאס איז אפילו אויב מ׳וועט צב״ש טרעפן א גאנצע (נאר) P דאקומענט; אנדערש ווי דר. קענעט קיטשען.

מי אני » מאנטאג יאנואר 10, 2022 8:17 pm

· #491272
דר. בּערי לעווי זאגט אז די דאקומענטערי היפאטעזיע איז לעומת די תירוצים פונעם מדרש וכו׳.
It is important to do two things with regard to higher biblical criticism. On the one hand, it is crucial that people study the documentary hypothesis. I do not mean simply hearing a lecture or reading an article about it. And surely I do not suggest they bow low at the waist and say, “I believe in the documentary hypothesis.” One must study it and the related challenges and problems. One must look at the text the way the critics look at it. One should see how the tradition responded to those same concerns because those concerns were there all along. Believe it or not, the midrashim saw them all

The question really is: How does one understand the history of grappling with certain kinds of textual inconsistencies, and what should this mean to us today? I assure you that Wellhausen, who made much of changes in the use of God’s names from one passage in the Torah to another, did not discover the problem. It has a very long and distinguished history of discussion

We must see where this theory came from, how it developed, what other possible solutions exist within the tradition, and whether a better suggestion can be put forth. Such historical study is not a simple thing, but it must be done

Similarly, one must understand that there is a documented history of several millennia of Jewish answers to most critical and exegetical questions

יעקב מעקסוועל » מאנטאג יאנואר 17, 2022 3:52 pm

· #491830
עס איז דא גאר אסאך צו שרייבן אין די הייליגע פרשיות, יציאת מצרים, קריעת ים סוף, שירת הים, אלעס איז גאר אינטערסאנט און שפאנענד. איך וועל דא אראפברענגען די פרשה פון קריעת ים סוף.

די ערשטע שוועריקייט וואס שפרינגט ארויס איז 'מה תצעק אלי'. די אידן האבן טענות צו משה רבינו 'המבלי אין קברים במצרים', משה רבינו ענפערט זארגט אייך נישט, 'התיצבו וראו... ה' ילחם לכם ואתם תחרישון'. גלייך דערנאך 'ויאמר ה' אל משה מה תצעק אלי', וואס גייט דא פאר, ער האט נישט געשריגן, פונקט פארקערט ער האט מחזק געווען די אידן.

אויך זעט מען עטליכע פסוקים וואס שרייבן 'וחיזקתי את לב פרעה', 'ויחזק ה' את לב פרעה', 'ואני הנני מחזק את לב מצרים'. פון די אנדערע זייט זעט מען ויגד למלך מצרים... ויהפך לבב פרעה ועבדיו' וואס זעט נישט אויס ווי די זעלבע מעשה.

אויך דארף מען פארשטיין, די מצריים זענען געווארן אינגאנצן דערשראקן פון די עמודי אש וענן, און זיי האבן געזאגט 'אנוסה מפני ישראל'. פארוואס זענען זיי אריין אינעם ים.

----------

לויט די מהלך פון בקורת המקרא, קען מען מסביר זיין אז דא איז פארהאן צוויי ווערסיעס פון די מעשה צוזאמגעפלאכטן.

אין די ווערסיע וואס איז בלוי זעט מען החזקת לב פרעה, אויך דער ענין פון ואכבדה בפרעה, אויך די מעשה אז זיי זענען צוריק צו פי החירות. מען זעט די אידן שרייען און השי"ת זאגט מה תצעק, ער זאגט פאר משה צו שפאלטן די ים, משה שפאלט די ים, די אידן גייען אריבער, די מצריים קומען נאך זיי, די ים גייט צוריק און די מצריים ווערן דערטראנקען.

אין די ווערסיע וואס איז רויט האט מען פארציילט פאר פרעה די אידן זענען אנטלאפן, פרעה און די מצריים זענען מחליט צו נאכלויפן די אידן. ווען די אידן זען די מצריים האבן זיי טענות צו משה, משה בארואיגט זיי עס איז נישט וואס זיך צו זארגן, דער באשעפער וועט העלפן. די עמוד הענן גייט צווישן די אידן און די מצריים א גאנצע נאכט, אינדערפרי ווערט א מהומה ביי די מצריים מיט די עמודי ענן ואש, די רעדלעך פון די וועגנער פאלן אראפ און די מצריים זענען מחליט צו אנטלויפן.

א וַיְדַבֵּר יְהֹוָה אֶל מֹשֶׁה לֵּאמֹר. ב דַּבֵּר אֶל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וְיָשֻׁבוּ וְיַחֲנוּ לִפְנֵי פִּי הַחִירֹת בֵּין מִגְדֹּל וּבֵין הַיָּם לִפְנֵי בַּעַל צְפֹן נִכְחוֹ תַחֲנוּ עַל הַיָּם. ג וְאָמַר פַּרְעֹה לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל נְבֻכִים הֵם בָּאָרֶץ סָגַר עֲלֵיהֶם הַמִּדְבָּר. ד וְחִזַּקְתִּי אֶת לֵב פַּרְעֹה וְרָדַף אַחֲרֵיהֶם וְאִכָּבְדָה בְּפַרְעֹה וּבְכָל חֵילוֹ וְיָדְעוּ מִצְרַיִם כִּי אֲנִי יְהוָה וַיַּעֲשׂוּ כֵן. ה וַיֻּגַּד לְמֶלֶךְ מִצְרַיִם כִּי בָרַח הָעָם וַיֵּהָפֵךְ לְבַב פַּרְעֹה וַעֲבָדָיו אֶל הָעָם וַיֹּאמְרוּ מַה זֹּאת עָשִׂינוּ כִּי שִׁלַּחְנוּ אֶת יִשְׂרָאֵל מֵעָבְדֵנוּ. ו וַיֶּאְסֹר אֶת רִכְבּוֹ וְאֶת עַמּוֹ לָקַח עִמּוֹ. ז וַיִּקַּח שֵׁשׁ מֵאוֹת רֶכֶב בָּחוּר וְכֹל רֶכֶב מִצְרָיִם וְשָׁלִשִׁם עַל כֻּלּוֹ. ח וַיְחַזֵּק יְהֹוָה אֶת לֵב פַּרְעֹה מֶלֶךְ מִצְרַיִם וַיִּרְדֹּף אַחֲרֵי בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וּבְנֵי יִשְׂרָאֵל יֹצְאִים בְּיָד רָמָה. ט וַיִּרְדְּפוּ מִצְרַיִם אַחֲרֵיהֶם וַיַּשִּׂיגוּ אוֹתָם חֹנִים עַל הַיָּם כָּל סוּס רֶכֶב פַּרְעֹה וּפָרָשָׁיו וְחֵילוֹ עַל פִּי הַחִירֹת לִפְנֵי בַּעַל צְפֹן. י וּפַרְעֹה הִקְרִיב וַיִּשְׂאוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל אֶת עֵינֵיהֶם וְהִנֵּה מִצְרַיִם נֹסֵעַ אַחֲרֵיהֶם וַיִּירְאוּ מְאֹד וַיִּצְעֲקוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל אֶל יְהוָה. יא וַיֹּאמְרוּ אֶל מֹשֶׁה הַמִבְּלִי אֵין קְבָרִים בְּמִצְרַיִם לְקַחְתָּנוּ לָמוּת בַּמִּדְבָּר מַה זֹּאת עָשִׂיתָ לָּנוּ לְהוֹצִיאָנוּ מִמִּצְרָיִם. יב הֲלֹא זֶה הַדָּבָר אֲשֶׁר דִּבַּרְנוּ אֵלֶיךָ בְמִצְרַיִם לֵאמֹר חֲדַל מִמֶּנּוּ וְנַעַבְדָה אֶת מִצְרָיִם כִּי טוֹב לָנוּ עֲבֹד אֶת מִצְרַיִם מִמֻּתֵנוּ בַּמִּדְבָּר. יג וַיֹּאמֶר מֹשֶׁה אֶל הָעָם אַל תִּירָאוּ הִתְיַצְבוּ וּרְאוּ אֶת יְשׁוּעַת יְהוָה אֲשֶׁר יַעֲשֶׂה לָכֶם הַיּוֹם כִּי אֲשֶׁר רְאִיתֶם אֶת מִצְרַיִם הַיּוֹם לֹא תֹסִיפוּ לִרְאֹתָם עוֹד עַד עוֹלָם. יד יְהוָה יִלָּחֵם לָכֶם וְאַתֶּם תַּחֲרִישׁוּן.

טו וַיֹּאמֶר יְהוָה אֶל מֹשֶׁה מַה תִּצְעַק אֵלָי דַּבֵּר אֶל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וְיִסָּעוּ. טז וְאַתָּה הָרֵם אֶת מַטְּךָ וּנְטֵה אֶת יָדְךָ עַל הַיָּם וּבְקָעֵהוּ וְיָבֹאוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל בְּתוֹךְ הַיָּם בַּיַּבָּשָׁה. יז וַאֲנִי הִנְנִי מְחַזֵּק אֶת לֵב מִצְרַיִם וְיָבֹאוּ אַחֲרֵיהֶם וְאִכָּבְדָה בְּפַרְעֹה וּבְכָל חֵילוֹ בְּרִכְבּוֹ וּבְפָרָשָׁיו. יח וְיָדְעוּ מִצְרַיִם כִּי אֲנִי יְהוָה בְּהִכָּבְדִי בְּפַרְעֹה בְּרִכְבּוֹ וּבְפָרָשָׁיו. יט וַיִּסַּע מַלְאַךְ הָאֱלֹהִים הַהֹלֵךְ לִפְנֵי מַחֲנֵה יִשְׂרָאֵל וַיֵּלֶךְ מֵאַחֲרֵיהֶם וַיִּסַּע עַמּוּד הֶעָנָן מִפְּנֵיהֶם וַיַּעֲמֹד מֵאַחֲרֵיהֶם. כ וַיָּבֹא בֵּין מַחֲנֵה מִצְרַיִם וּבֵין מַחֲנֵה יִשְׂרָאֵל וַיְהִי הֶעָנָן וְהַחֹשֶׁךְ וַיָּאֶר אֶת הַלָּיְלָה וְלֹא קָרַב זֶה אֶל זֶה כָּל הַלָּיְלָה. כא וַיֵּט מֹשֶׁה אֶת יָדוֹ עַל הַיָּם וַיּוֹלֶךְ יְהוָה אֶת הַיָּם בְּרוּחַ קָדִים עַזָּה כָּל הַלַּיְלָה וַיָּשֶׂם אֶת הַיָּם לֶחָרָבָה וַיִּבָּקְעוּ הַמָּיִם. כב וַיָּבֹאוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל בְּתוֹךְ הַיָּם בַּיַּבָּשָׁה וְהַמַּיִם לָהֶם חוֹמָה מִימִינָם וּמִשְּׂמֹאלָם. כג וַיִּרְדְּפוּ מִצְרַיִם וַיָּבֹאוּ אַחֲרֵיהֶם כֹּל סוּס פַּרְעֹה רִכְבּוֹ וּפָרָשָׁיו אֶל תּוֹךְ הַיָּם. כד וַיְהִי בְּאַשְׁמֹרֶת הַבֹּקֶר וַיַּשְׁקֵף יְהוָה אֶל מַחֲנֵה מִצְרַיִם בְּעַמּוּד אֵשׁ וְעָנָן וַיָּהָם אֵת מַחֲנֵה מִצְרָיִם. כה וַיָּסַר אֵת אֹפַן מַרְכְּבֹתָיו וַיְנַהֲגֵהוּ בִּכְבֵדֻת וַיֹּאמֶר מִצְרַיִם אָנוּסָה מִפְּנֵי יִשְׂרָאֵל כִּי יְהוָה נִלְחָם לָהֶם בְּמִצְרָיִם.

כו וַיֹּאמֶר יְהוָה אֶל מֹשֶׁה נְטֵה אֶת יָדְךָ עַל הַיָּם וְיָשֻׁבוּ הַמַּיִם עַל מִצְרַיִם עַל רִכְבּוֹ וְעַל פָּרָשָׁיו. כז וַיֵּט מֹשֶׁה אֶת יָדוֹ עַל הַיָּם וַיָּשָׁב הַיָּם לִפְנוֹת בֹּקֶר לְאֵיתָנוֹ וּמִצְרַיִם נָסִים לִקְרָאתוֹ וַיְנַעֵר יְהוָה אֶת מִצְרַיִם בְּתוֹךְ הַיָּם. כח וַיָּשֻׁבוּ הַמַּיִם וַיְכַסּוּ אֶת הָרֶכֶב וְאֶת הַפָּרָשִׁים לְכֹל חֵיל פַּרְעֹה הַבָּאִים אַחֲרֵיהֶם בַּיָּם לֹא נִשְׁאַר בָּהֶם עַד אֶחָד. כט וּבְנֵי יִשְׂרָאֵל הָלְכוּ בַיַּבָּשָׁה בְּתוֹךְ הַיָּם וְהַמַּיִם לָהֶם חֹמָה מִימִינָם וּמִשְּׂמֹאלָם.

----------

יעצט לאמיר זען וויאזוי אלעס קען ווערן פארענטפערט לויט די מסורה כפתור ופרח.

רש"י איז מסביר אויפן פלאץ די טעם פון מה תצעק אלי, ' למדנו שהיה משה עומד ומתפלל. אמר לו הקב״ה: לא עת עתה להאריך שישראל נתונין בצרה'.

אויף די שוועריקייט פון אנוסה, קען מען ענטפערן אז דאס האבן די מצריים געזאגט ווען זיי זענען שוין געווען אינעם ים.

אויף אלע שינוים אין די לשון, איז פשוט דיברה תורה כלשון בני אדם.

מי אני » מאנטאג יאנואר 17, 2022 5:17 pm

· #491841
עס איז אויך לפיהם דא א חילוק אין טעאלאגיע: P [די בלויע] האלט ג-ט פאר אַמניפּאָטענט און אַמנישיענט בשעת J [די רויטע] איז נישט אזוי. 📎 JP.jpg
<a class="postlink" href="https://www.thetorah.com/article/what-really-happened-at-the-sea">https://www.thetorah.com/article/what-r ... at-the-sea</a>

דר. פרענק קראָס און דר. דוד נאָעל פרידמאן טענה'ן אז די שירה איז געשריבן געווארן פאר די איבעריגע און אין דעם ווערט נישט דערמאנט אז די ים האט זיך געשפאלטן, נאר עס איז פארפאסט געווארן איבער א מלחמה על הים מיט מצרים וואו זיי זענען געהאלפן געווארן באזיגענדיג די מצריים וואס זענען דערטראנקען געווארן דארט [זיי טייטשן "נצבו כמו נד נוזלים" אז דאס גייט ארויף אויף הויכע כוואליעס]. דערנאך האט מען ארום דעם פארפאסט קריעת ים סוף.

<a class="postlink" href="https://www.thetorah.com/article/does-god-split-the-sea-in-the-song-of-the-sea">https://www.thetorah.com/article/does-g ... of-the-sea</a>

***

דאס איז וואס דר. מאַרק צבי בּרעטלער זאגט בנוגע החילוק בין מהלכי חז״ל ומהלכי המבקרים:
Earlier Jewish readers, like the ancient rabbis and the medieval interpreters, were very close readers of the biblical text, and certainly noted such contradictions, which they harmonized through interpretation into apparent contradictions. The scholar of midrash, Isaac Heinemann (1876-1957), brilliantly called their method of resolution “creative philology,” where words of the Torah, as divine speech, need not have their obvious and usual meaning — God’s use of language is privileged, not confined to human norms. Thus, according to the classical rabbis, “forever” of Exodus and Deuteronomy anomalously means there “until the Jubilee year.”

To pick up on Berman’s use of Lewis Caroll, the rabbinic method of meaning-making is similar to Humpy Dumpty, who declaims: “‘When I use a word … it means just what I choose it to mean—neither more nor less.’” I, as an observant Jew, am not deriding the rabbis, whose legal interpretations of the Torah I follow, but wish to call attention to the nature of biblical language as understood by the rabbis. But when I interpret the biblical texts as a scholar, I use normal rather than creative philology, and thus view contradictions as real, and use them to identify potentially different sources or authors. To my mind, this is the better model for explaining such contradictions

‏דא זאגט דר. שאול מגיד בשם דר. משה גרינבערג:
there is not one question the critics raised about scripture that medieval exegetes did not already recognize. The difference is only how each solved the problem

מי אני » מיטוואך פעברואר 2, 2022 7:35 pm

· #493977
מי אני
ווי דר. דזשעימס קוגל איז מסביר (@יידל איז מציע זיין בוך) האבן די רעליגיעזע מפרשי המקרא געהאט 4 הנחות קדומות בנוגע מקרא:

1). אז מקרא איז ביסודו בעצם געשריבן געווארן ברמז ובמשל [קריפּטיק]

2). אז עס איז מעיקרא געשריבן געווארן אויף נוגע צו זיין און זיך צו באציהען אויף לדורות און נישט נאר פאר א געוויסע היסטארישע קאנטעקסט און עפאכע

3). אז עס האט נישט קיינע סתירות אדער טעותים/איבעריגקייטן

4). אז אלעס דערין איז דבר ה׳ און דיוויין ממש

די מבקרים נעמען (פארשטייט זיך) נישט אָן די הנחות. וממילא פּאסן נישט (עכ״פ אפטמאל) די תירוצים פון די (קלאסישע) מפרשים (הן מחז״ל והן להבדיל מהנוצרים) פאר די קושיות פון די מבקרים. וואו עס ארבעט יא איז ווען אפילו עפ״י פשוטו ממש, אָן אָננעמענדיג דוקא די אויבנדערמאנטע הנחות, ווערט עס דאך פארענטפערט.

לעומת זה זאגט דער קריסטליכער טעאלאג דר. גרעגארי העסעל אז די מבקרים האבן 7 פּריִסאָפּאַזישאנס/הנחות (וואס זענען שטארק מקושר):

1). תנ״ך איז נישט מער ווי א היסטארישע דאקומענט

2). דאס וואס עס דאקומענטירט איז נישט מושפע מה׳

3). איר מקור איז נאטורליך און נישט אובער-נאטורליך

4). א ״פּרינציפּ פון אנאלאָגיע״ וואס איז אז וויסענשאפט/פארשטאנד פונעם עבר קען נאר פארשטאנען ווערן עפ״י די הוה יעצט

5). א ״פּרינציפּ פון קאָרעלעישאן״ וואס איז אז גארנישט קען נישט פארשטאנען ווערן אינדרויסן פון איר נאטורליכע היסטארישע קאנטעקסט ותקופה

6). א ״פּרינציפּ פון קריטיק״ וואס איז א סקעפּטיסיזם בכלל וואס געבט נאר פּראַבּעבּיליטיס

7). רעאליטעט ארבעט נישט פון אויבן-אראפ מקושר בפועל ונפעל צו עפעס דיוויין, נאר האריזאנטעלי בפועל ונפעל צווישן מענטש-און-מענטש. דאס לייקענט אין נסים

זוכער » מיטוואך פעברואר 2, 2022 7:53 pm

· #493980

זייער קלאר:
חוץ די 7'טע סעיף. קענען טעאלאגן אדער פרעפאסארן בכלל ערקלערן די ניסים וועלכע זענען קעגן די LAWS OF NATURE?

מי אני » מיטוואך פעברואר 2, 2022 8:28 pm

· #493986
אין זיינע ווערטער:

Things depicted as of supernatural, transcendent origin were reinterpreted, redefined, and reconstructed on the basis of immanent, human cause and effect relationships

. . .

Evidently the historical-critical way of looking at the Bible means a radical departure from the plain biblical testimony of the miraculous or the divine. This can be accomplished only by a determined reconstruction, reinterpretation and redefinition of what the Bible actually says regarding events in history and their causes. Thus the Bible is [no] longer heard for what it says on its own terms. It must be understood to say something that is in harmony with what the modern historian and his method allows to take place. What is supernatural is made into something that is natural

כמובן קענען זיי דאס צוריק טענה'ן אויף די קלאסישע מפרשים, און אויך די פילוסופים [כהרמב"ם וסייעתו] און זייערע פירושים דערין, אז זיי האבן דאס געטוישט און דאס אפגעלערענט אנדערש לפי זייערע הנחות. (וידוע אז דער רלב"ג והרמב"ם האבן טאקע געזוכט צו מינימיזירן די סיפורי נסים בהתורה און דאס אריינלייגן אין א ראציאנאלע פרעימווארק, ועיין באשכול זו.)

זוכער » מיטוואך פעברואר 2, 2022 8:39 pm

· #493987
אין מן / מים מסלע / העמדת החמה איז קיינער נישט מחולק.
איבער׳ן פי האתון קען מען זיך דינגען.

מי אני » מיטוואך פעברואר 2, 2022 8:54 pm

· #493991
גראדע לגבי העמדת החמה האט דאס דער רלב"ג (מלחמות ה' מאמר ו ח"ב פי"ב) יא ארויסגענומען פונעם משמעות אז ס'האט זיך אפגעשטעלט, נאר עס באדייט אז זיי האבן געוואונען גאר שנעל (צוגעברענגט דא).

איך באציה זיך צו וואס כ'האב (למשל) דא צוגעברענגט מהנרבוני בהבנת הרמב"ם וואו מ'האט געמאכט די נסים ווי מער נאטורליך (עפ"י אַן אריסטעטעליען פּאראדיגמע).

כרם זית » מיטוואך פעברואר 2, 2022 11:54 pm

· #494011
Re: מענות צו ביקורת המקרא פון די מפרשי המקרא
און חומות יריחו איז צוזאמענגעפאלן פון די ווינט פון די שופרות...

איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען די הגיון פון מסביר זיין נסים בדרך הטבע. כ'מיין א חומה זאל צוזאמפאלן דורך שופרות איז די זעלבע נס ווי איינזינקן פון זיך אליינס. ומה הועל הרלב''ג בתקנתיה?

קען אפשר זיין אז ער מאכט נישט אוועק די נסים ווייל ער האלט אז דער באשאפער טוישט נישט זיין טבע, נאר ווייל ער האלט אז אפילו נסים מוז זיין בגדרי הטבע. (אזוי ווי איינער כביכול ניצט אויס די סיסטעם...)

מאנטריאל » דאנערשטאג פעברואר 3, 2022 12:13 am

· #494015
Re: מענות צו ביקורת המקרא פון די מפרשי המקרא
כרם זית
און חומות יריחו איז צוזאמענגעפאלן פון די ווינט פון די שופרות...

איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען די הגיון פון מסביר זיין נסים בדרך הטבע. כ'מיין א חומה זאל צוזאמפאלן דורך שופרות איז די זעלבע נס ווי איינזינקן פון זיך אליינס. ומה הועל הרלב''ג בתקנתיה?

קען אפשר זיין אז ער מאכט נישט אוועק די נסים ווייל ער האלט אז דער באשאפער טוישט נישט זיין טבע, נאר ווייל ער האלט אז אפילו נסים מוז זיין בגדרי הטבע. (אזוי ווי איינער כביכול ניצט אויס די סיסטעם...)
זאגסטוך אליינס דעם תירוץ אז די מויער איז צאמגעפאלן פון די ווינטן.
די זעלבע ווי די פסוק זאגט אויף קריעת ים סוף אז די ווינט האט אגאנצע נאכט אין אינמיטן איז געקומען אזא ווינט ווי עס איז געווארן טריקן פאר אפאר מינוט וואס די אידן זענען אדורך און די גויםַ האבן זיך דערטראנקען.

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

מי אני » דאנערשטאג פעברואר 3, 2022 8:07 am

· #494027
דער רלב״ג זאגט טאקע (יהושע ו ה):
עם שיש לתרועה הגדולה רושם מעט בענין זה המופת כי הקול החזק יניע האויר תנועה חזקה אלא שלא יתכן שיגיע מזאת התנועה כמו זה הפועל הנפלא שתפול החומה החזקה תחתיה אם לא יחובר לזה המופת.

ווי דר. יצחק הוסיק האט געשריבן:
Miracles loom large in the Bible and no rationalist could afford to ignore them. Gersonides, therefore, devotes considerable space to
a discussion of these troublesome phenomena. His method here too is that of the systematic rationalist. He generalizes on the basis of the descriptions of these phenomena in the Bible

היסטאריע » דאנערשטאג פעברואר 3, 2022 10:30 am

· #494034
יעקב מעקסוועל
עס איז דא אסאך צו שרייבן אויף די פרשה, די וויכטיג'סטע איז לכאורה די פאלגענדע פולמוס, וואס ברענגט ארויס וויאזוי גדולי ישראל ראשונים און אחרונים האבן זיך מתייחס געווען צום נושא פון ביקורת המקרא.

אין תשל"ה איז געדריקט געווארן א ספר "פרושי התורה לרבי יהודה החסיד", געדרוקט צום ערשטן מאל פון כתבי ידות. די כתב יד איז געשריבן דורך א זון פון ר' יהודה החסיד, אין די ספר איז דא עטליכע אינטערסאנטע שטיקלעך. איין שטיקל איז אין פרשת ויחי אויף די פסוק וַיָּשֶׂם אֶת אֶפְרַיִם לִפְנֵי מְנַשֶּׁה.

קודם לאמיר פארשטיין וויאזוי ר' יהודה החסיד לערנט צוויי פסוקים ווייטער, וַאֲנִי נָתַתִּי לְךָ שְׁכֶם אַחַד עַל אַחֶיךָ אֲשֶׁר לָקַחְתִּי מִיַּד הָאֱמֹרִי בְּחַרְבִּי וּבְקַשְׁתִּי. לכאורה דארף מען פארשטיין וואס דא גייט פאר, וואס הייסט ער האט עס איינגענומען בחרב וקשת, עס דא איז מערערע וועגן וויאזוי די מפרשים זענען מסביר די פסוק, ר' יהודה החסיד לערנט אזוי פשט. משה רבינו האט איינגענומען עבר הירדן פון סיחון מלך האמורי, און אין די פסוק שרייבט משה וועגן זיך. איך משה האב איינגענומען בחרבי ובקשתי, און איך האב עס געגעבן פאר שבט מנשה.

יעצט אז מען ווייסט די מהלך פון ר' יהודה החסיד, לאמיר פארשטיין 'וַיָּשֶׂם אֶת אֶפְרַיִם לִפְנֵי מְנַשֶּׁה', לויט אים קען עס נישט מיינען יעקב, ווייל עס שטייט שוין פריער אז יעקב האט אויפגעטוישט די הענט, מיט וואס נאך האט ער געלייגט אפרים פאר מנשה? לערנט ער די פשט אז משה רבינו האט געלייגט אפרים פאר מנשה אין מדבר ביי די דגלים. אויב אזוי איז שווער, פארוואס שרייבט נישט משה 'ושמתי את אפרים לפני מנשה'? אינעם ערשטן פערזאן, אזויווי ער שרייבט ווייטער ואני נתתי, דערויף איז ער מסביר אזוי.

פירש אבי: לא על יעקב נאמר כי על משה, 'וַיָּשֶׂם אֶת אֶפְרַיִם לִפְנֵי מְנַשֶּׁה', בראש דגל, בעבור שיעקב אמר 'וְאוּלָם אָחִיו הַקָּטֹן יִגְדַּל מִמֶּנּוּ'. ויהושע כתבֹו, או אנשי כנסת הגדולה. שאם תאמר משה כתבֹו, היה לו לומר: 'ואני שמתי אֶת אֶפְרַיִם לִפְנֵי מְנַשֶּׁה'ֶ, כמו שיש אחרי כן: 'וַאֲנִי נָתַתִּי לְךָ שְׁכֶם אַחַד עַל אַחֶיךָ'.

עס איז איבריג צו מסביר זיין וואו ווייט די ווערטער זענען א חידוש פאר אונז וואס נעמען אן אז אזעלכע ווערטער מעגן נישט געזאגט ווערן, און צו דער זעלבער צייט איז ר' יהודה החסיד פארהייליגט ביי אונז. און זיין זון ברענגט עס נאך, און עס זעט נישט אויס ווי ער האט א פראבלעם דערמיט בכלל.

אין אגרת משה תשובה קי"ד, שרייבט ר' משה פיינשטיין אין תשל"ו, אונז ווייסן אלע אז יעדע ווארט אין די תורה איז געשריבן דורך משה, בלויז דאס וואס הקב"ה האט אים געהייסן שרייבן, און קיין שום מענטש מעג נישט צולייגן און אראפנעמען גארנישט, דעריבער מוז זיין דאס איז א זיוף, און די רשעים וכופרים האבן עס ארויפגעלייגט אויף די נאמען פון ר"י החסיד איינצונארן דעם עולם. אשע"כ איז אסור צו דרוקן און פארקויפן די ספר.

פאר מען גייט ווייטער מיט ר' משה, לאמיר זען נאך א שטיקל פון ר' יהודה החסיד אין ספר במדבר. אין פרשת חוקת שטייט די שירת הבאר 'אָז יָשִׁיר יִשְׂרָאֵל אֶת הַשִּׁירָה הַזֹּאת עֲלִי בְאֵר עֱנוּ לָהּ'. די פראבלעם איז, עס שטייט נישט קיין לאנגע געזאנג, עס איז סך הכל 3 פסוקים, און רוב דערפון איז נעמען פון פלעצער. 'בְּאֵר חֲפָרוּהָ שָׂרִים כָּרוּהָ נְדִיבֵי הָעָם בִּמְחֹקֵק בְּמִשְׁעֲנֹתָם וּמִמִּדְבָּר מַתָּנָה. וּמִמַּתָּנָה נַחֲלִיאֵל וּמִנַּחֲלִיאֵל בָּמוֹת. וּמִבָּמוֹת הַגַּיְא אֲשֶׁר בִּשְׂדֵה מוֹאָב רֹאשׁ הַפִּסְגָּה וְנִשְׁקָפָה עַל פְּנֵי הַיְשִׁימֹן.' וואס האבן זיי געזונגען דארט? זאגט ר"י החסיד זיי האבן געזונגען הלל הגדול, דאס איז קאפיטל קל"ו אין תהילים וואס יעדע פסוק ענדיגט זיך 'כי לעולם חסדו'. וועגן דעם שטייט נישט אין די קאפיטל די גרויסע ניסים ווען מען האט איינגענומען ארץ ישראל, ווייל די שירת הבאר איז געווען פארדעם.

שטעלט זיך די פראגע, אויב אזוי פארוואס שטייט עס אין תהילים נישט אין די תורה? זאגט ר"י החסיד:

והיה כתוב בחומש, עד שבא דוד המלך ע"ה והסיר מזמור דמשה וחברו בתהילים. ותדע שכן הוא, שנותן לחם לכל בשר כל"ח, הודו לקל השמים כל"ח, קאי על המטיר להם לחם מן השמים. ובא יהושע ועשה מזמור שני שעומדים בבית ה', והוסיף רק חידוש אחד, ולכל ממלכות כנען, ר"ל על ידו נעשה נס זה. וכשדוד כיבש הוסיף גם הוא ברוך ה' מציון שוכן ירושלים הללוי'.

א היסטארישע מעשה! ווען דוד האט צוזאמגעשטעלט תהילים, האט ער ארויסגענומען די שירת הבאר פון די תורה, און דאס געמאכט פאר קאפיטל קל"ו, און די מזמור פון יהושע בן נון האט ער געלייגט פאר קל"ה, און אויך דארט צוגעלייגט זיינע אייגענע ווערטער.

די פראבלעם מיט די שטיקל איז נאך מער, ווייל דאס איז נישט געדרוקט געווארן צום ערשטען מאל תשל"ה, דאס איז שוין געדרוקט אינעם ספר ציוני, אויף וואס דער חיד"א שרייבט. "חיברו רבי מנחם ציוני על התורה על פי סוד ויש בו חידושים נוראים ובנה ספרו על הזוהר וספר הבהיר". און ער איז געווען שטארק אנגענומען צווישן אונזערע קרייזן, און ער שרייבט די ווערטער אין פרשת חקת בשם ר"י החסיד, און ער מאכט בכלל נישט קיין מצב דערפון, עס איז א געהעריגע פשט.

צוריק צו ר' משה פיינשטיין, ביים סוף פון די תשובה געברענגט אויבן שרייבט ער: נאכן שרייבן האב איך באקומען דעם ספר ציוני, און איך האב דארט געטראפן וואס ער ברענגט פון רי"ח, אבער דאס פארענטפערט גארנישט. עס איז זיכער כפירה בתורה, און גדוף אויף דוד המלך. איך ווייס נישט קלאר ווער ר' מנחם ציוני איז, און איך וואלט געזאגט עס איז אסור צו פארקויפן און קויפן אויך די ספר ציוני!

יעצט שטעלט זיך די שאלה, האט ר' משה פיינשטיין טאקע געהאלטן אזוי..? אין משנה הלכות סימן ריד שרייבט ר' מנשה קליין: גדולי האחרונים האבן זיך פארלאזט אויפן ספר הציוני סיי אין הלכה און סיי אין קבלה, דער מגלה עמוקות ברענגט פון אים, אויך דער מגן אברהם, און אנדערע. עס איז נישט מעגליך ר' משה האט נישט געוואוסט ווער ר' מנחם ציוני איז. עס מוז זיין א תלמיד טועה האט עס געשריבן און אריינגעלייגט, וידי זרים שלטו בו. אין תשובה קב איז ר' מנשה מסביר באריכות וויאזוי מען קען פארענטפערן די ווערטער פון ר' יהודה החסיד.

איין זאך קען איך ענק זאגן פאר זיכער, וואס איך שרייב האב איך געשריבן...

<a class="postlink" href="https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=920&st=&pgnum=361">https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... &pgnum=361</a>
<a class="postlink" href="https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=1884&st=&pgnum=136">https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... &pgnum=136</a>
<a class="postlink" href="https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=1888&st=&pgnum=302">https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... &pgnum=302</a>
<a class="postlink" href="https://forum.otzar.org/download/file.php?id=19856">https://forum.otzar.org/download/file.php?id=19856</a>
<a class="postlink" href="https://irp-cdn.multiscreensite.com/71b72615/files/uploaded/%D7%A8%D7%91%D7%99%20%D7%99%D7%94%D7%95%D7%93%D7%94%20%D7%94%D7%97%D7%A1%D7%99%D7%93%20%D7%95%D7%94%D7%A4%D7%95%D7%9C%D7%9E%D7%95%D7%A1%20%D7%A2%D7%9C%20%D7%A4%D7%99%D7%A8%D7%95%D7%A9%D7%95%20%D7%9C%D7%AA%D7%95%D7%A8%D7%94.pdf">https://irp-cdn.multiscreensite.com/71b ... %D7%94.pdf</a>
<a class="postlink" href="https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7%94%D7%95%D7%93%D7%94_%D7%94%D7%97%D7%A1%D7%99%D7%93">https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7 ... 7%99%D7%93</a>
<a class="postlink" href="https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7%A0%D7%97%D7%9D_%D7%A6%D7%99%D7%95%D7%A0%D7%99">https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7 ... 7%A0%D7%99</a>

איך האב צוויי קשיות אויף דער מאמר, וואס איז קילורין לעינים.
אויף דער ציוני וכו' באדערט מיר, וואס פאר א קשיא איז דאס פארוואס משה שרייבט נישט שמתי את אפרים, ווייניג מאל אין די תורה וואס איינער שרייבט וועגן משה? יעדעס מאל עס שטייט וידבר י' אל משה שרייבט איינער וועגן משה אין דריטער פערזאן.
ווידער ר' משה, איז נאך א גרעסערע פלא, וואס איז דער גידוף? אויב דער אויבערשטער אליין שרייבט וועגן משה איז עס גידוף?

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג פעברואר 3, 2022 12:14 pm

· #494037
קען זיין ר' יהודה החסיד האט געהאלטן מען קען אליין שרייבן די אייגענע נאמען, למשל משה וואלט געקענט שרייבן וישם משה. אבער ווען עס שטייט סתם וישם, און ער האט געלייגט, מוז זיין א צווייטער שרייבט עס.

ר"מ פיינשטיין רעדט פון גידוף אויף דוד המלך. צו זאגן דוד המלך האט ארויסגענומען שטיקלעך פון די תורה און עס אריינגעשטעלט אין זיין חיבור, איז דאך ממש א באליידיגונג אויף דוד המלך.

תוהו ובוהו » דאנערשטאג פעברואר 3, 2022 2:27 pm

· #494048
היסטאריע

אויף דער ציוני וכו' באדערט מיר, וואס פאר א קשיא איז דאס פארוואס משה שרייבט נישט שמתי את אפרים, ווייניג מאל אין די תורה וואס איינער שרייבט וועגן משה? יעדעס מאל עס שטייט וידבר י' אל משה שרייבט איינער וועגן משה אין דריטער פערזאן.

זיין קשיא איז טאקע נאר צוליב וואס לשיטתי' רעדט משה גלייך דערנאך פון זיך אין ערשטן פערזאן ("ואני נתתי לך וכו'"), און ס'איז נישט מסתבר אז ער זאל טוישן פון דריטן פערזאן ("וישם") צו ערשטן פערזאן ("ואני נתתי").

יעקב מעקסוועל
קען זיין ר' יהודה החסיד האט געהאלטן מען קען אליין שרייבן די אייגענע נאמען, למשל משה וואלט געקענט שרייבן וישם משה. אבער ווען עס שטייט סתם וישם, און ער האט געלייגט, מוז זיין א צווייטער שרייבט עס.

נישט מסתבר לענ"ד, די גאנצע תורה איז פיל מיט דעם אויכעט.

---

בכל אופן איז די פשט ביטערליך שווער אז דער פסוק טוישט מענטשן אהן דערמאנען בכלל פון וועם ער רעדט, מ'האלט אינמיטן רעדן פון יעקב און מיטאמאל באציעט מען זיך צו משה וואס ווערט בכלל נישט דערמאנט.

מילא אויפן "ואני נתתי לך וכו'" לערנט ער אז יעקב האט שוין געענדיגט רעדן, און משה דער שרייבער רופט זיך אן.. כאטש דארט איז אויך נישט מסתבר דעם "ואני נתתי לך" צו וועם רעדט ער? צום טויטן יוסף?!

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 2:58 pm

· #495296
מען האט אמאל געשמועסט וועגן וועלכע טיטל צו געבן פאר די וועלכע פארנעמען זיך מיט בקורת המקרא, אפיקורס? כופר? איך האב נעכטן געלערנט דאס אין קידושין:

"רבי יהודה אומר, המתרגם פסוק כצורתו, הרי זה בדאי".

האבן מיר שוין די ענטפער, א באנדע בדאים.

תוהו ובוהו » דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 3:11 pm

· #495297
יעקב מעקסוועל
מען האט אמאל געשמועסט וועגן וועלכע טיטל צו געבן פאר די וועלכע פארנעמען זיך מיט בקורת המקרא, אפיקורס? כופר? איך האב נעכטן געלערנט דאס אין קידושין:

"רבי יהודה אומר, המתרגם פסוק כצורתו, הרי זה בדאי".

האבן מיר שוין די ענטפער, א באנדע בדאים.

"משה ותורתו אמת והן בדאין" 🙂

מי אני » פרייטאג מערץ 11, 2022 11:36 am

· #496415
נחמן קראכמאל [רנ״ק] אין זיין מורה נבוכי הזמן (שער יא סימן ב) האלט אז חז״ל האבן אויך געוואוסט און געהאלטן אזוי ווי די היינטיגע חוקרים/מבקרים אז פון פרק מ און ווייטער אין ספר ישעיה איז נישט פון ישעיה הנביא נאר פון שפעטער לאחר החורבן. דאס קען מען זעהן פון דעם אז בב״ב יד: האבן זיי בסדר ספרי נ״ך געשטעלט ספר ישעיה ערשט נאך ירמיה און יחזקאל און בעפאר תרי עשר. דאס איז מכח דעם ווייל פון פרק מ איז טאקע געשריבן געווארן ערשט לאחר ירמיה ויחזקאל און בעפאר חגי זכריה ומלאכי בתרי עשר. ווי אויך זאגט די מדרש (ויק"ר ו ו) אז צוויי פסוקים בפרק ח בספר ישעיה (יט-כ) זענען פון באֵרי און נישט פון ישעיה ע"ש. ער שרייבט:
ואם יהי הדבר כן הנה נאמר שהיתה גם בזה הענין מסורת המאמר בראיות נכונות קדומה לקדמוני חכמינו ושמוה בכלל הסתרים שלא ניתנו להדרש בפרסום לא במדרש לפני המון העם ואף לא בישיבה כי אם נמסרו לצנועי התלמידים ברמז וראשי פרקים או שבו כספר החתום באורך הזמן והמצוקות.

ער האלט אז דער אבן עזרא האט געהאלטן אז ״דיוּטעראָ-ישעיה״ איז יכניה מלך יהודה. וז״ל:
ונוסיף עוד בהתנצלות שגם החכם ראב״ע ז״ל, ואולי אינו יחיד בזה בין ראשוני מפרשינו שנודע כי לא הגיעו ספריהם לידינו, רמז לו זה הסוד בפירושו לספר ישעיה אולם בסתים רב עוד מהרגיל אצלו גם ערבב דעתו עם הדעת שכנגדה ביחד הכל מפחד קנאים בלי ספק… שדעת החכם היא כי יכניה מלך יהודה שהיה במאסר בבבל ויצא לחירות בשנת שלשים ושבע לגלותו הוא בעצמו היה המתנבא נחמות ובשורות הללו.

‏שי״ר האט דאס אויך אָנגענומען הגם שד״ל איז געווען דערקעגן.

עס איז אויך מן הראוי לציין צו וואס שמעון שטיינמעץ ברענגט ארויס אז הגם עס איז אמת אז:
~נבואה ← ~ישעיה
איז אבער די אינווערס דערפון:
נבואה ← ישעיה
ל״ד אמת. והיינו, איה״נ אז אויב איינער גלייבט נישט אינעם עיקר פון נבואה דאן האלט ער בהכרח אז מפרק מ איז נישט פון ישעיה הנביא, מיינט דאס אבער נאך נישט אז דער וואס גלייבט יא אינעם עיקר פון נבואה גייט בהכרח האלטן אז מפרק מ ואילך איז יא פון ישעיה הנביא.

וכמובן איז אבער די קאַנטרעפּאַזיטיוו דערפון:
ישעיה ← נבואה
אויך יא אמת. והיינו, טאמער האלט מען אז פון פרק מ און ווייטער איז יא מישעיה גלייבט מען בהכרח יא אין נבואה, ופשוט.

ענליך שרייבט ער שפעטער (סימן ח) לגבי חיבור מגילת קהלת:
כפי הנגלה מדברי חכמינו ז״ל אין זה הספר כלל מזמן זה שאני בו [זמן החשמונאים] לא בחיבורו ולא בכתיבתו כי אם מחברו הוא שלמה בן דוד מלך ישראל וכותביו חזקיהו וסיעתו. והנה הגם שבלי ספק אין דבר זה מכלל הדברים שניתנו בסיני עד שלא תהיה הרשות נתונה בו לדרישה הנהו כמו כן בלי ספק מכלל הדברים שכח המסורת מקדמונינו יפה בהן אם לא שנאמר גם בזה שמה שמסרו ראשי חכמינו בצינעא לצניעי תלמידיהם היא זולת מה שילמדו בזה לרוב התלמידים או מה שדרשו להמון העם בפרהסיא. אמנם לא יתכן לנו לומר כזאת אלא בהיות הראיות המכריעות את הכף נגד המפורסם ברורות ועצומות וימצאון כמו כן גם בדברי קדמונינו רשמים ניכרים המטין להכרעה זו ועדיין אולי.
ער האלט אז דאס איז נתחבר געווארן בסוף מלכות פרס בעפאר בוא היוונים.

שפעטער בסימן י, נאכ׳ן אראפברענגען אסאך מזמורי תהלים וואס ער זאגט זענען מעגליך פארפאסט געווארן בימי בית שני ובימי החשמונאים, שרייבט ער:
והנה לבי רועד בקרבי להציע השערות חדשות כאלה שהם היפך המפורסם היום אצל העם והמגולות ומאז שנתמעטו יראים אמתיים רבו המקנאים האורכים בראש דרך מתי יצא דבר מפי דורש היפך המורגל להם או אשר יפקד מושבו באוצר מדעם חדל וקדשו עליו מלחמה. אמנם אחת היא התנצלותינו כי יודע אלקים וישראל הוא ידע שאין בחקירות אמת בלב טהור כזו ואלפים בדומה לה חשש סכנה להפסד האמונה כל עיקר. אדרבה! שבח ומעלה לישראל ותפארה לתורת אבותם וחרפה רק להבוערים במזיד, שבימינו אלה המאמין כמו במשלינו זה (לו יהי אמת בהשערתינו) מה בזה סכנה? אם יצא לנו לאור משפט שגם בערב ימי מלכותינו ובנמוח צללי הצלחתינו עדיין לא פסקו שרי קודש וחסידי עליון שנתנסו ונמצאו בחונים ותנח עליהם הרוח בשפוך לבם בתחינה והודאה לפני מלכם ואלקיהם שעליו הורגו כל ימי המלחמה הארוכה והקשה. ומי יודע כי שלהם המה איזה מזמורים שנתיחסו עד היום בגלוי לקדמונים מהם. ואצלינו ברור שחכמינו היותר קדמונים ידעו זה הענין והעלימוהו שהרי אפילו לכלל תלמידיהם מסרו במשנתם הנגלה שנכתב ספר תהלים ע״י עשרה זקנים (בברייתא הקדמונה: סדרן של נביאים כיצד? הזכירה מאתנו לרוב בחיבורינו שמסדורה נראה לעין שידעו גם הענין בנחמות שבישעיה) עם היית שבדרשם באגדה להמון העם רגיל להם ליחס כל הספר כולו לדוד לבדו כידוע לכל. ולזה יתכן ג״כ שמסרו הענין עוד ביותר דיוק לצנועי תלמידיהם בכלל שאר הסתרים.

ונהפוך היא ההיזק והסכנה שבימינו אלה הוא אם תקח אזן שומע אחד קורא (ביחוד בין צעירי ימים) שמץ מן יוצא בזה מכתבי וחיבורי חכמי נכר (וידעתי שנגעו בהשערה שלמעלה איזה מבארים אחרונים לאשכנזים ולא ראיתים) מבלי העמיק בדבר ובתערובת אמת ושקר ומזה ימהרו להוציא תולדות זרות ובלתי מוכרעות כלל הכל להיותם רואים שאין הדבר כמו שסברו מתחילה ושחכמי עמם לא ידעוהו או לא גילו את אזנם על דבר אמת או נחשב לאמת.

ווי דר. דזשעי העריס שרייבט:

It is clear that Krochmal went to great lengths to show that modern conclusions
regarding Isaiah are compatible with traditional sensibilities. For, certainly as regards the ancients, Krochmal's arguments are quite forced, and not entirely transparent. Yet, it is precisely this fact that indicates the importance of this reconciliation. Implicit throughout his presentation is Krochmal's firm conviction that the ancient rabbis were the equals of modern biblical scholars, and thus there is nothing that modern scholarship can uncover that either was not known to the rabbis, or, as we have yet to see, could not be readily assimilated by them

מי אני » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 6:26 pm

· #497341
מי אני
דר. ראבּערט טשארלס האט געהאט געקלערט אז די מחבר פון ספר היובלים איז געווען פון די פרושים. מ׳נעמט אָן אז דאס איז נתחבר געווארן מקודם אבער עס האט געהאט א השפעה אויף די מדרשים שפעטער.

הרב דר. אליעזר (לואיס) פינקלשטיין שרייבט:
This doctrine of four periods of judgment in the year [Rosh Hashana 16a] is not an invention of the tannaim, it is of early Pharisaic origin. It can be traced back in the Book of Jubilees. The writer of that work, in his anxiety to please both Sadducees and Pharisees, offers a compromise promise between the views of the two schools, that there are four days of judgment, but as according to the Sadducees not the great festivals, but rather the first day of the fourth, seventh, and tenth months. Obviously to satisfy the Pharisees, by granting them the judgment, and the Sadducees, by making the as the Pharisees taught, the festivals but the first days of each quarter of the year

ער טענה׳ט אז בכלל איז ספר היובלים געגאנגען מיט אזא סארט פשרה׳דיגע מהלך:
the Book of Jubilees, a work in which the attempt was made to supply a revealed basis for a large part Pharisaic law. The author apparently intended to bring about some reconciliation between the Pharisees and the Sadducees. He makes the doctrine of an oral law superfluous, so far as existing controversies are concerned, by attributing to his newly discovered Mosaic document the principal elements of Pharisaic law and theology. He arranges his calendar in such a way that the Pharisees can have their fixed date for shabuos on the anniversary of the giving of the law, and thinks he can satisfy the Sadducees also by an ingenious scheme which assures the permanent occurrence of the festival on Sundays. Thus in his work it appears that the Pharisees and the Sadducees were both right. In a similar spirit he approaches all the other subjects of controversy between the sects, and attempts to win both groups to his opinion

‏ולגבי עשו בספר היובלים שרייבט ער:
and in contrast to Esau who refused to learn, "for he was a man of the field and a hunter, and he learned war and all his deeds were fierce," Jacob is said to have learned to write (Jubilees 19, 14). Esau, the man of the field, who learned war, is clearly painted from the average contemporary farmer Sadducee, while Jacob, the student, is the good urban child

מי אני » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 8:24 am

· #541032
שד״ל שרייבט שוין אויף קהלת (א ד):
כי אמנם אין ספק שלמד קהלת חכמת יוונית, וקרוב הדבר כי בימי אריסטו ואפיקורוס היה או אחריהם מעט
בלאט: 1 2