BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!
885 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7005
יעצט אין באבוב 48
(כ'מעג זיי נאך אזוי רופן? )
📎 IMG-20140822-WA0082.jpg
איינער האט א בילד פון באבוב45? 😉
ימי קדםאיינער האט א בילד פון באבוב45? 😉
יא
📎 c5e8032454fb4f38963d88753e73d98b.jpg
דער עולם קאמפלעינט שוין, מען דארף קויפן נײע יוניפארמס...
לפע״ד, איז דער פסק נישט בלויז א קלאפ פאר צד 45, נאר אויך א מעגליכער ענדגילטיגער טויט קלאפ פאר אידן וואס ווילן זיך אנהאלטן אינעם מהלך פון דין תורה.
ס׳איז נישט קיין סוד אז אין די לעצטערע יארן איז כח בי״ד היפש אפגעשוואכט און ס׳איז מייסטענ׳ס געווארן א מקום שנוגחין (אצטדינין) ווי געשפיצטע טוענים מאכן א לעבן אויפ׳ן חשבון פון די בעלי דינים און מ׳דרייט דריידלעך לאנג נאך חנוכה מיט די שטילע הסכמה פון די דיינים בבחינת ׳ישחקו הנערים לפנינו׳, ומתן שכרה בצדה.
אבער פארט איז געווען אנגענומען אז א גרויס חלק פון היינטיגע דין תורות ווערן פארקירעוועט צו פשרות און ס׳איז מעגליך (נאך אסאך קאפ ווייטאג, געלט און צייט) ארויס צו קוועטשן א שטיקל יושר׳דיגען תוצאה.
דער פסק אבער איז לדעתי אן אינדעקאציע אז אויך דער עפאכע קומט צו אן ענדע.
כ׳בין נישט קיין באבוב׳ער אבער ס׳קומט מיר פאר ווייטאגליך אזא איינזייטיגע תוצאה אינגאנצן אויף צד ב׳ (48), ניטאמאל פרובירט דער פסק צו ווארפן א ביינדל פאר צד א׳ (45), און פון א ריין נייטראלן בליק שמעקט עס נישט יושר׳דיג.
ס׳איז משמע לויט׳ן פסק אז פאר צד א׳ קומט זיך לעולם גארנישט און צד ב׳ באצאלט בלויז (קארגע 6.5 מ.) כדי צו האבן די פולע רעכטן פאר׳ן נאמען באבוב. איז ממה נפשך, אויב איז צד א׳ דער גענצליכער יורש איז דאך דער נאמען אויך זייערער און זיי ברויכן גארנישט צאלן דערפאר, און אויב זענען זיי נישט 100 פראצענטיגע יורשים דאף דאך צד א׳ קריגן עפעס נכסים און לכה״פ וואלט געדארפט זיין גוד או אגוד (ווי אין וויזניץ, וכו׳).
משמעות הדברים, אז ס׳איז בעצם א בי״ד שכולו חייב, נאר מען האט איבערגעלאזט א חוט השערה (די 6.5) כדי ס׳זאל יא בלייבן לעגיטים.
נישט אז אין ערכאות וואלט צד 45 געשטאנען בעסער, אבער ס׳וואלט פארט געווען א שטערקערער אילוזיע פון יוסטיץ אפילו מיט אזא סארט פסק (אויף וואס מ׳וואלט געקענט אפיעלן צו באקומען נאך א טשאנס).
איז ממילא, לבי אומר לי, אז מהיום והלאה נאך דעם פסק דין און נאך די חוכא וטלולא פון השפעת בי״ד ביי אנדערע לענדמארק מחלוקות (סאטמאר, וכו׳) אין די לעצטיגע יארן, וועט נישט נאר ״לית דין ולית דיין״ ווערן א ווייטאגליכער פאקט, נאר ס׳וועלן זיין גאר א קליינער פראצענט וואס וועלן זיך וועלן בכלל מתדיין זיין.
וה׳ הטוב יכפר.
petergrifinדער עולם קאמפלעינט שוין, מען דארף קויפן נײע יוניפארמס...
וואס איז טאקע פשט אז מען דארף טוישן יוניפורמס?
וויקפדיא האט אפדעיטיט אז רב"צ איז די פיפטע באבובער רבי
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Bobov_(Hasidic_dynasty">http://en.wikipedia.org/wiki/Bobov_(Hasidic_dynasty</a>)
📎 BvnSjGiIgAAJNro.jpg
ישראל קאפקעpetergrifinדער עולם קאמפלעינט שוין, מען דארף קויפן נײע יוניפארמס...
וואס איז טאקע פשט אז מען דארף טוישן יוניפורמס?
װײל מען דארף אלעס אװעק נעמען ס׳זאל נישט איבער בלײבן קײן זכר פון באבוב בײ 45..
איך פארשטײ אויך נישט די פסק אבער אזוי װי ס׳איז יעצט איז נישט מער װי נארמאל אז
מען זאל טוישן די יוניפארם. פונקט װי בעלז גײט נישט אזוי װי בית יעקב װאס גײט נישט
װי פאפא װאס גײט נישט װי בנות ציון. ס׳איז אײ געס אפיציעיל צװײ אנדערע קהילות.
באבוב 45 האט געווינען. אויב זיי וועלן אנעמען די פסק וועלן זיי געווינען די הערכה פון כלל ישראל, און אויך א אומשאצבארע מתנה, סימפאטיע פאר'ן נרדף. מענטשען האבן ליב א underdog, און עס קען גיין א ווייטע וועג פאר זיי פון געלט, כבוד און סטאטוס. ס'נעמט אפשר זייט, אבער סוף הכבוד לבא.
petergrifinישראל קאפקעpetergrifinדער עולם קאמפלעינט שוין, מען דארף קויפן נײע יוניפארמס...
וואס איז טאקע פשט אז מען דארף טוישן יוניפורמס?
װײל מען דארף אלעס אװעק נעמען ס׳זאל נישט איבער בלײבן קײן זכר פון באבוב בײ 45..
איך פארשטײ אויך נישט די פסק אבער אזוי װי ס׳איז יעצט איז נישט מער װי נארמאל אז
מען זאל טוישן די יוניפארם. פונקט װי בעלז גײט נישט אזוי װי בית יעקב װאס גײט נישט
װי פאפא װאס גײט נישט װי בנות ציון. ס׳איז אײ געס אפיציעיל צװײ אנדערע קהילות.
איי קענט דיסעגרי מאור!
אפשר דארפן 45 טוישן די באבובער לבוש, אדער אקצענט?
מעגן זיי נאך זינגען באבובער ניגונים? האו עבאוט חומרות קפידות מנהגים און נוסח?
אפשר זאל רמ'ד מיידל שולע אויך דארפן טוישן די סקול רולס? זאגאר אוועקווארפן אלע הדרכות פון ר' שלמה לגבי חינוך בנות?
עס לייגט זיך בכלל נישט אויפן סכל! וואו קומט סקול יוניפורם בכלל אריין אין בילד אינעם דין תורה?!?
גוגל איז שוין מקיים פסק
📎 google_psak.jpg
-
ישראל קאפקע. פון אנהײב די״ת האט 48 כסדר פרובירט אפ צושטעלן אזעלכע זאכן װי למשל יוניפארמס,
די סימבאל אויף די באסעס, פאר שטײט זיך אװדאי די נעמען אויך כגון קהל שערי ציון. איז פשוט אז זײ װילן
נישט אז מען זאל מײנען אז ס׳איז דא ״נאך״ א בנות ציון. איך װײס דו פארשטײסט עס נישט איך פארשטײ עס
אויך נישט. אבער װי די פסק איז כמעט אינגאנצן לטובת 48 האט מען זײ דאס אויך נאך געגעבן.
ליקוט קצת תגובות מאת
תמימותדיגעעס איז ממש א געפערליך
די דין תורה האט מען געקענט דן זיין פאר ברכת התורה. עס האט גארנישט געהאט מיט הלכה. די פס"ד האט אויך נישט קיין איין ווארט תורה אויף זיך. עס איז באזירט אויף וואס וויל דער און וואס וויל דער. מען קען עס לייענען אין בית הכסא עס האט נישט קיין קדושה.
יא עס איז א פאטש. איך האף אז די רבי וועט נישט פייטן ווייטער און מען וועט אראפשלינגען די פראסק וואס אונז האבן היינט געכאפט.
עס איז יעצט די צייט וואס מיר מוזען זיך אהנהייבן צו היילן פון די שנאה און מחלוקת וואס דאס האט גורם געווען.
פינסק קארלין איז כאטש געבליבן מיט עטליכע בנינים
ער איז מחוייב. אבער ער טענהט אז א צווייטע בי"ד דארף קודם דן זיין אויב רב באבד מיט זלמן מעג פסקנן די דין תורה
נישט אלע מאל. אבער דא דאכט זיך אז דו ביסט גערעכט. ווייל ביי די צווייטע שטרי בירורין וואס מען האט געחתמט פאר דריי יאר, האט מען קלאר ארויס געשריבן (כפי ששמעתי) אז אויב דריי פסקנן איז עס מחייב.
שטייט קלאר אז אויב די אנדערע מוסדות וועלן נישט שרייבן באבוב 45 טאר דער רבי נישט זיך ריפן באבוב 45 (זעה סעיף טו)
איך בין אויף געשטאנען א באבובער און איך גיי שלאפן א באבובער 45ער!!!!!!
אוי עס איז א שווערע פאטש צו שלינגען
אבער וואס קען מען טוהן
וואס זאג איך פאר מיינע קליינע קינדער????????
וואס בין איך מסביר פאר מיין בחור'ל??????????????
אוי איך באגראב זיך פאר בושות!!!!
זכרי נא וקונני כל בית ישראל, על שברינו
כי השמידה הבית דין את קהלינו
בימי זעם מחלקותינו
בפסקים משונות ואכזריות סבלנו
זרקו אותנו מכל רכושינו
גם הוסיפו 'לאטע' על שמינו
מלא בית כסף מלא להבית דין שילמנו
ומשם נשלחנו בשש וחצי שיתקבל בקטני תשלמוני
במספרים תבכה נפשינו
להוסיף מספרים אחר שמינו
או להיכר שם עיר בשמינו לפנינו
או מה היה לנו
מסקנה שאין אתה אלא כדברי בשבילי
איך שפיר אז דו ביזט אן אכט און פערציגער וואס שפילט א געים... סאיז א גוטן סטראטעגיע אזוי איידלהייט פארכמורענען די עכטע פינף און פערציגער'ס, לייג דיך שלאפן בשמחה ובטוב לב!
יהושע חיים על שם יהושע חיים ג...?
שוין נא גילו!
פלא ווי נייע ניקים מיינען טאקע אז מ'קען ספינען די אלטע יושבים דא.
תמימותדיגע, מיר האבן שוין מיטגעלעבט יעדע סארט ספין. מיר זענען מלומד, זייער שווער אונז צו נעמען אויף א רייד.
יין שרףא געזונטע קלאפ פאר צד מהרב"צ
כשצד ב' (מהרב"צ) מתייחסים לצד א' (מהרמ"ד) עליה לקרוא להם בשם באבוב-45, ולא לכנות אותם בשמות אחרים...
דאס מיינט אז מען טאר מער נישט רופען
קארטשין 😂
עס איז ממש א בושה און בזיון פאר גאנץ באבוב סיי די געוועזענע פארטי עיט און די נייע פארטי פייף אז אזא גרויסער פראצענט פון זייער ציבור איז ווערט אזא קליינע סכום
לאמיר זאגען אז מארגען ווערט אין די געוועזענע פארטי עיט א מחלוקה און א גרויסער פראצענט ריקט זיך בהכרח ארויס זאלן זיי יעצט וויסן אז זיי האבן אפגעסטעמפעלט זייער וועליו ''יעצט''.
א לשון הגמרא צוגעפאסט צום מצב
תניא רבי יוסי בן אלישע אומר אם ראית דור שצרות רבות באות עליו צא ובדוק בדייני ישראל שכל פורענות שבאה לעולם לא באה אלא בשביל דייני ישראל שנאמר (מיכה ג, ט) שמעו נא זאת ראשי בית יעקב וקציני בית ישראל המתעבים משפט ואת כל הישרה יעקשו בונה ציון בדמים וירושלים בעולה ראשיה בשוחד ישפוטו וכהניה במחיר יורו ונביאיה בכסף יקסומו ועל ה' ישענו וגו'
ווי איך הער ארבעט יעצט 45 מיט רבנים אין ארץ ישראל אפצו'פסל'ן די גענצע פסק דין אויף די טענה אז די דיינים זענען געווען משוחד
איך וואלט געראטן מהרמ"ד זאל זיך ריפן בארא פארק באבוב
קען איינער אריינקומען קלארער איבער די שוחד פרשה? איז דא א וודיאו אויף יוא טואב ווי ר' מרדכי באבד נעמט שוחד? איך קען גוט דעם ר' מרדכי מיטן צוקנייטשן הוט ער נעמט אויס ווי אן איש ישר און א ירא חטא! וואס איז דאס דעס באשמיצן דא אן קיין געהעריגע גביית עדות באזירט אויף האלבע פאנטאזיעס?
אדער אפשר פארפאס איך עפעס? זאל מיר איינער אריינפילן די שטיקלעך אינפארמאציע ביטע.
דריידלאיך וואלט געראטן מהרמ"ד זאל זיך ריפן בארא פארק באבוב
מען האט געפענט אן עקסטערע אשכול פאר די נאמען סומעטאכע גייזשע זיי מוחל אהין! אבער זאפארט!
אונטרעסאנט נאר
אז די אלע וואס שרייען עיות הדין, און אז בית דין שטינקט וכו' ווען בית דין פסקנט פאקערט וואלסטו אויכעט געשריגען און געקוויטשעט אזוי, אבער נאר ווייל די האסט פארלוירען
יתרוקען איינער אריינקומען קלארער איבער די שוחד פרשה? איז דא א וודיאו אויף יוא טואב ווי ר' מרדכי באבד נעמט שוחד? איך קען גוט דעם ר' מרדכי מיטן צוקנייטשן הוט ער נעמט אויס ווי אן איש ישר און א ירא חטא! וואס איז דאס דעס באשמיצן דא אן קיין געהעריגע גביית עדות באזירט אויף האלבע פאנטאזיעס?
אדער אפשר פארפאס איך עפעס? זאל מיר איינער אריינפילן די שטיקלעך אינפארמאציע ביטע.
זיי ווייסען אליין נאך נישט גענוי, אבער עפעס אז רב"צ מאכט זיינע דיינער'ס אין א גוישע זאל אין ער דינגט א קעיטערער אין די קעיטערער האט איין יאר געדינגען באבד אלץ הכשר, אין אויך אז פערעדיס האט א ליעס מיט רב"צ אויפן זאל פון עטרת גאלדע אין מר. פערעדיס דונגט באבד אלץ זיין הכשר, עפעס א כלי שלישי מעשה. אבער געב עס נאך צייט, אפשר וועלען זיי אויפקומען מיט עפעס בעסער
וואס האבין זיי זיך יעצט דערמאנט, פאר 3 יאר ווען מען האט גע'חתמ'ט שטרי בירורין האט שוין באב"ד געגעבען דער הכשר
די ראלי האטעל וואס געהערט פאר א. א. לעזער האט אויך די הכשר פון הרב באב"ד. פלאי פלאים
Wow
כ'הער אז ריינהאלד שניידט פרישע בעקיטשעס פון באבוב רב, די אלטע fit אים שוין נישט, על שום שנאמר בשורה טובה תדשן עצם.
מוסר השכל: 45 האט גארנישט פארדינט פון ציען 9 יאר, צו קלאפיש מאכן חזקה'לעך.
דריידלשטילע אינגערמאןיתרוקען איינער אריינקומען קלארער איבער די שוחד פרשה? איז דא א וודיאו אויף יוא טואב ווי ר' מרדכי באבד נעמט שוחד? איך קען גוט דעם ר' מרדכי מיטן צוקנייטשן הוט ער נעמט אויס ווי אן איש ישר און א ירא חטא! וואס איז דאס דעס באשמיצן דא אן קיין געהעריגע גביית עדות באזירט אויף האלבע פאנטאזיעס?
אדער אפשר פארפאס איך עפעס? זאל מיר איינער אריינפילן די שטיקלעך אינפארמאציע ביטע.
זיי ווייסען אליין נאך נישט גענוי, אבער עפעס אז רב"צ מאכט זיינע דיינער'ס אין א גוישע זאל אין ער דינגט א קעיטערער אין די קעיטערער האט איין יאר געדינגען באבד אלץ הכשר, אין אויך אז פערעדיס האט א ליעס מיט רב"צ אויפן זאל פון עטרת גאלדע אין מר. פערעדיס דונגט באבד אלץ זיין הכשר, עפעס א כלי שלישי מעשה. אבער געב עס נאך צייט, אפשר וועלען זיי אויפקומען מיט עפעס בעסער
די ראלי האטעל וואס געהערט פאר א. א. לעזער האט אויך די הכשר פון הרב באב"ד. פלאי פלאים
פלאי פלאים מיט דעם אלעם האט צד 45 מסכים געווען איהם צו נעמען פאר א בורר
קען מיר איינער פארשטיין געבן
מיט וואס איז רב"צ שטערקער ווי זיין ברודער מהרנ"ץ ז"ל אז מ'האט אוועק גענומען פון מהרנ"ץ די זכות באבוב מכל וכל ?
נאך א פשטווי איך הער ארבעט יעצט 45 מיט רבנים אין ארץ ישראל אפצו'פסל'ן די גענצע פסק דין אויף די טענה אז די דיינים זענען געווען משוחד
וואס רבי מענדל שאפראן האט גענפערט ווייסטו אויך???
יתרוקען איינער אריינקומען קלארער איבער די שוחד פרשה? איז דא א וודיאו אויף יוא טואב ווי ר' מרדכי באבד נעמט שוחד? איך קען גוט דעם ר' מרדכי מיטן צוקנייטשן הוט ער נעמט אויס ווי אן איש ישר און א ירא חטא! וואס איז דאס דעס באשמיצן דא אן קיין געהעריגע גביית עדות באזירט אויף האלבע פאנטאזיעס?
אדער אפשר פארפאס איך עפעס? זאל מיר איינער אריינפילן די שטיקלעך אינפארמאציע ביטע.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/217601">viewtopic.php?p=217601#p217601</a><!-- l -->
נ. ב. הפס"ד: וצ"ע, דהלא להשאיר כל דבר כפי שהיה בחזקת יד אין אנו צריכים לד"ת, ואם לדיני יוניפורמס טריידמארקס וגודל הפאנ"ט אין צריכים בשביל זה שבע שנים לברר ל"ג סעיפים כהררים התלויים בשערה . אלא ע"כ ודו"ק וקל להבין.
ווייסט איינער אויב רמ"ד האט נאך די ברירה צו זאגן אז ער איז מוחל די 6 מעלאנעס און ריפט זיך ווייטער באבוב, אדער איז עס טא לעיט?
יהושע חייםליקוט קצת תגובות מאת
תמימותדיגעעס איז ממש א געפערליך
די דין תורה האט מען געקענט דן זיין פאר ברכת התורה. עס האט גארנישט געהאט מיט הלכה. די פס"ד האט אויך נישט קיין איין ווארט תורה אויף זיך. עס איז באזירט אויף וואס וויל דער און וואס וויל דער. מען קען עס לייענען אין בית הכסא עס האט נישט קיין קדושה.
יא עס איז א פאטש. איך האף אז די רבי וועט נישט פייטן ווייטער און מען וועט אראפשלינגען די פראסק וואס אונז האבן היינט געכאפט.
עס איז יעצט די צייט וואס מיר מוזען זיך אהנהייבן צו היילן פון די שנאה און מחלוקת וואס דאס האט גורם געווען.
פינסק קארלין איז כאטש געבליבן מיט עטליכע בנינים
ער איז מחוייב. אבער ער טענהט אז א צווייטע בי"ד דארף קודם דן זיין אויב רב באבד מיט זלמן מעג פסקנן די דין תורה
נישט אלע מאל. אבער דא דאכט זיך אז דו ביסט גערעכט. ווייל ביי די צווייטע שטרי בירורין וואס מען האט געחתמט פאר דריי יאר, האט מען קלאר ארויס געשריבן (כפי ששמעתי) אז אויב דריי פסקנן איז עס מחייב.
שטייט קלאר אז אויב די אנדערע מוסדות וועלן נישט שרייבן באבוב 45 טאר דער רבי נישט זיך ריפן באבוב 45 (זעה סעיף טו)
איך בין אויף געשטאנען א באבובער און איך גיי שלאפן א באבובער 45ער!!!!!!
אוי עס איז א שווערע פאטש צו שלינגען
אבער וואס קען מען טוהן
וואס זאג איך פאר מיינע קליינע קינדער????????
וואס בין איך מסביר פאר מיין בחור'ל??????????????
אוי איך באגראב זיך פאר בושות!!!!
זכרי נא וקונני כל בית ישראל, על שברינו
כי השמידה הבית דין את קהלינו
בימי זעם מחלקותינו
בפסקים משונות ואכזריות סבלנו
זרקו אותנו מכל רכושינו
גם הוסיפו 'לאטע' על שמינו
מלא בית כסף מלא להבית דין שילמנו
ומשם נשלחנו בשש וחצי שיתקבל בקטני תשלמוני
במספרים תבכה נפשינו
להוסיף מספרים אחר שמינו
או להיכר שם עיר בשמינו לפנינו
או מה היה לנו
מסקנה שאין אתה אלא כדברי בשבילי
איך שפיר אז דו ביזט אן אכט און פערציגער וואס שפילט א געים... סאיז א גוטן סטראטעגיע אזוי איידלהייט פארכמורענען די עכטע פינף און פערציגער'ס, לייג דיך שלאפן בשמחה ובטוב לב!
איך זעה אז די עולם האט זיך פארלייגט אויף מיר אז איך בין 48. עס איז אמת אז איך האב נישט קיין וועג אויף צו ווייזן די אום ווארהייט פון די טענה, צוליב וואס איך קען נישט מגלה זיין מיין עכטע נאמען.
איך בין א אלט געזעסענע תושב דא אין ק"ש מיט עטליכע הונדערט תגובות, מיט די הויכע הונדערט לייקס. דורך די די יאהרן איז באבוב געווען אין די נייעס כמה פעמים. איך האב מיר איינגעהאלטן פון צו שרייבן צוליב וואס איך האב נישט געוואלט פארפאטשקען מיין ניק, און צוליב וואס איך האב געהאלטן אז עס גייט סייווי נאך שלעפן א לענגערע צייט.
דער וואך האב איך שוין געזעהן אז די זאך איז אווער, האב איך געמאכט א ניק כדי צו קענען ארויסגעבן מיינע פערזענליכע פילינגס אויף די ווייטאגליכע נושא. איך פארשטיי אז סאך פון 45 טראכט נישט אזויווי איך, אבער איך בין אן אינדיפענדענט טראכטער, מיט אן אייגענער מיינונג.
נאך א פשטווי איך הער ארבעט יעצט 45 מיט רבנים אין ארץ ישראל אפצו'פסל'ן די גענצע פסק דין אויף די טענה אז די דיינים זענען געווען משוחד
ביז ארץ ישראל האבן זיי קיינעם נישט געטראפן? חוץ אויב זיי זיכן צו אפעלירן דעם פסק ביי די רבנות וואס האט א בי"ד לערעורים (אפיעלס קאורט)
אין ארץ ישראל איז ווייניגער קארופטירט די מצב ביי דין תורות
עס קען איינער פארשטיין וויאזוי עס שטימט?
קהילת וויזניץ ב''ב האט ביים בית דין בראשות הגאון רבי מנחם מענדל זילבער שלי'ט''א זיך צוטיילט די פארמעגנס אין וומ''ס, גאנץ קהילת ב''ב ביידע צדדים אינאיינעם זענען א שפיי קעגן רבי מ''ד'ס צד אליין למעשה האט די די''ת געשאנקען פאר די וואס זענען ארויס פון די פארמעגנ'ס צווישען ''פיר און פינעף מעלאנעס''
און דא ביים פסק אין באבוב וואס די צאל מענטשען פון רבי מ''ד איז לפחות צוואנציג צו דרייסיג מאל די מספר פון די קהילת הפורשים בוויזניץ ב''ב און אזא נארישער סכום איז זיי צוגעטיילט געווארן
לאמיר האפען די ארץ ישראלדיגע רבנים וועלן עפעס קענען העלפן אז די מצב הדין תורות זאל נישט ווערן אזוי ביטער קארופטירט
זייער פשוט עס גייט אויף פראצענט ביי וויזניץ וויליאמסבורג איז געוועין וואלען און עס איז געוועין 40% אקעגען 60% ביי באבוב איז עס געוועין 28% אקעיגען 72% אויב האסטו מער ווי א דריטעל שטייסטו גיט אויב נישט איז עס א פראבלעים
( איך בין נישט זיכער מיט די נאמבערס אבער דאס איז עס בערך
ווייט פישעס קען איינער פארשטיין וויאזוי עס שטימט?
קהילת וויזניץ ב''ב האט ביים בית דין בראשות הגאון רבי מנחם מענדל זילבער שלי'ט''א זיך צוטיילט די פארמעגנס אין וומ''ס, גאנץ קהילת ב''ב ביידע צדדים אינאיינעם זענען א שפיי קעגן רבי מ''ד'ס צד אליין למעשה האט די די''ת געשאנקען פאר די וואס זענען ארויס פון די פארמעגנ'ס צווישען ''פיר און פינעף מעלאנעס''
און דא ביים פסק אין באבוב וואס די צאל מענטשען פון רבי מ''ד איז לפחות צוואנציג צו דרייסיג מאל די מספר פון די קהילת הפורשים בוויזניץ ב''ב און אזא נארישער סכום איז זיי צוגעטיילט געווארן
לאמיר האפען די ארץ ישראלדיגע רבנים וועלן עפעס קענען העלפן אז די מצב הדין תורות זאל נישט ווערן אזוי ביטער קארופטירט
קהילת הפורשים בוויזניץ ב"ב האט בלויז דרייסיג פערציג משפחות?
@משולם האסט געפרעגט א אייזערנע קשיא עס איז ממש א פירכא שאין עליו תשובה
קהילת וויזניץ ב''ב חלק הר''ר ישראל בעיר וומ''ס איז טאקע בערך ווערד סך הכל מיט א צוויי מיליאן דאלער ווייניגער ווי אזא גרויסע פראצענט פון באבוב.
(פליז כאפ דיר אריבער אין שול אויף לי ווילסאן פון הר''ר ישראל בוומ''ס, און גיי קוק דערנאך די ציבור ביי הרמ''ד, און מאך די קאלקולעישאן)
עס איז טאקע א חידוש א איד ווי הרה''צ רבי שלמה ובנו המהרנ''ץ האבען אזא קליינע ווערדע אויפגעטריבען במשך שנות חיותם, וואסארא שאנדע פאר באבוב.
משולם שטיינפעלדווייט פישעס קען איינער פארשטיין וויאזוי עס שטימט?
קהילת וויזניץ ב''ב האט ביים בית דין בראשות הגאון רבי מנחם מענדל זילבער שלי'ט''א זיך צוטיילט די פארמעגנס אין וומ''ס, גאנץ קהילת ב''ב ביידע צדדים אינאיינעם זענען א שפיי קעגן רבי מ''ד'ס צד אליין למעשה האט די די''ת געשאנקען פאר די וואס זענען ארויס פון די פארמעגנ'ס צווישען ''פיר און פינעף מעלאנעס''
און דא ביים פסק אין באבוב וואס די צאל מענטשען פון רבי מ''ד איז לפחות צוואנציג צו דרייסיג מאל די מספר פון די קהילת הפורשים בוויזניץ ב''ב און אזא נארישער סכום איז זיי צוגעטיילט געווארן
לאמיר האפען די ארץ ישראלדיגע רבנים וועלן עפעס קענען העלפן אז די מצב הדין תורות זאל נישט ווערן אזוי ביטער קארופטירט
קהילת הפורשים בוויזניץ ב"ב האט בלויז דרייסיג פערציג משפחות?
און וויליאמסבורג האט די קהילת הפורשים בוויזניץ ב"ב געהאט די רוב נישט די מיעוט
בכלל זעהט מיר אויס אז אין וויזניץ האבן ביידע צדדים זוכה געווען צו זיין אפעציעלע ממלא מקום. ממילא האט מען זיך צוטיילט אייניג לויט די פראצענט.
אין באבוב האט בי"ד אנגענומען אז נאר צד באבוב איז די רייינע ראסע, און צד באבוב45 איז סך הכל די קהילה שנחלקו, וואס דאן באקומט מען נישט לויט די פראצענט וואס האבן זיך אפגעטיילט.
לעמילמשולם שטיינפעלדווייט פישעס קען איינער פארשטיין וויאזוי עס שטימט?
קהילת וויזניץ ב''ב האט ביים בית דין בראשות הגאון רבי מנחם מענדל זילבער שלי'ט''א זיך צוטיילט די פארמעגנס אין וומ''ס, גאנץ קהילת ב''ב ביידע צדדים אינאיינעם זענען א שפיי קעגן רבי מ''ד'ס צד אליין למעשה האט די די''ת געשאנקען פאר די וואס זענען ארויס פון די פארמעגנ'ס צווישען ''פיר און פינעף מעלאנעס''
און דא ביים פסק אין באבוב וואס די צאל מענטשען פון רבי מ''ד איז לפחות צוואנציג צו דרייסיג מאל די מספר פון די קהילת הפורשים בוויזניץ ב''ב און אזא נארישער סכום איז זיי צוגעטיילט געווארן
לאמיר האפען די ארץ ישראלדיגע רבנים וועלן עפעס קענען העלפן אז די מצב הדין תורות זאל נישט ווערן אזוי ביטער קארופטירט
קהילת הפורשים בוויזניץ ב"ב האט בלויז דרייסיג פערציג משפחות?
און וויליאמסבורג האט די קהילת הפורשים בוויזניץ ב"ב געהאט די רוב נישט די מיעוט
יעצט פרעג איך דיר מאכט סענס אז א נישטיגע רוב פון עטליכע צענדליגע משפחות זאלן אין די תורה'דיגער שטאנדפונקט האבען א שוויות פון עטליכע הינדערט פראצענט מער ווי א קהילה מיט א ריזיגער מוסד וואס איז גרעסער ווי זיי פי כמה?
ווי יין שרף שרייבט, אין וויזניץ ב''ב זענען ביידע געווארן ממלא מקום לעגעטים, דעריבער האט מען דארט צעטיילט לויט די פראצענטן,
אין באבוב ווי עס קוקט אויס קענען נישט ביידע זיין מ''מ, ווי מיר זענען אז די עיקר ד''ת איז געווען איבער די זכות זיך צו רופן מיטן נאמען באבוב,
דעריבער גייט עס נישט מיט די טרוקענע פראצענטן.
ווייל אין וויזניץ עפטער אלל האט די ישועות משה געוואלט ביידע. (עכ"פ יעדע צד איז אמאל געווען בעקד ביים רבי׳ן) משא״כ דא טענצד מהרב"צ אז די רב ז"ל האט אים אויסדרוקלעך געוואלט.
אזוי טענה׳עט אויך זיין שוואגער רבי חיים יענקל טויבער שליט״א, דומ"ץ, און ער האט דאס קלארגעשטעלט ביי מהרב"ץ הכתרה אז ער ווייסט אויסדרוקלעך אז די רצון פון זיין שווער איז אז רבי בן ציון זאל זיין די רעכטע מנהיג אין באבוב.
איך זע אז נישט קאפקע און נישט יי''ש זענען באקאנט אין די השתלשלות הדין תורה אין וויזניץ, איז ממש ווי זיך טענה'ן כעוור באפילה
די חילוק איז איין זאך מען האט דארט געהאנדעלט בצדק וביושר ווי יעדער האט פארשטאנען אז מען קען נישט אויסשפילען קיינעם,
אלע צדדים האבען אהערגעשטעלט אז די אנדערע צד זענען אויך יומען בין'ס, און טראץ די סכסוך איז געווען אויף '''איין איינצעלנעם בנין אויף ראסס סטריט'' האט יעדער פארשטאנען אז די פראצענט וואס פעקלט זיך אפ דארף ווערן באפרידיגט,
וואס דאס איז די מעין זאך וואס איז בא'עוולט געווארן דא ביי דעם פסק געבנדיג סך ווייניגער רעכטן פאר א ציבור לאלפים, ווי א קליינער ציבור וואס האט סך הכל געדארפט ארויסגיין פון ''איין בנין''.
איך בין טאקע נישט קיין באבוב׳ע ,אבער איך בין נוטה לצד מהרמ"ד,פשוט ווייל זיי האבען געבראכען א רעקארד און אונזער סיסטעם.
דהיינו זיי האבען זיך אפגעטיילט פון א סיסטעם,זיי האבען געפיפען אויף די באבוב׳ע שיינע יודען און געמאכט שבת פאר זיך.
דיע פסק איז אוודאי א גאר מיאוסע קלאפ פאר זייער שריט.
איך שטעל מיך פאר אז אשיינע פאר יודען דארטען וואס די חסידות איז זיי נוגע בנפשם (איקלאדונג דיע רבי,וואס האט גראדע א שטארקע כאראקטער). וועלען דארפען זעען א טערעפיסט,און וועלען דארפען זיך לערנען וויאזוי צו דיעלען מיט דעם.
בנוגע די די״ת איז א שאד צו רעדן,איעדער וואס האט שוין אמאל געווען אינוואלווד און א די״ת,ווייסט אז די דאזיגע דיינים און זייערע פסק דין,האט מיט די תורה קיין שום שייכות,סאיז א טעות מעיקרא צו ספענדין געלט אויף זיי.
איך מיין אז אפילו צד מהרב״ץ וועט אוכט מודה זיין אז נישט די תורה וואס די אויבערשטער האט אונז געגעבן מסיני ,האט זיי געגעבן א געוואונס.
און איך האף און איך בעט צום אויבערשטען אז מענטשען זאלען זיך עפענען די אויגען,און אפשטעלן דיע רויבעריי ביזנעס,דורך אויפהערן שטיצען דיע רויבערס.
(סאיז ליידער זייער שווער זיך ארויסצוזעען פון דעם פראבלעם,ליידער איז דין תורה היינט,דאס בעסטע מיטעל צו בארויבען מענטשען,און קארט מוזטו קענען אויפווייזען,און דין תורה היינט איז די בעסטע וועג וויאזוי צו פארדרייען און מונפאלירען פאקטען,די ברויכסט נאר האבן אפאר טאלער צו באצאלען די רויבער.)
עכ״פ ווען זיי פרעגן מיך. זאלען זיך אפווישען די נאז און טרייען זיך אליינס אויפצובויען ווייטער.
ווען די רבי פרעגט מיך זאל ער זיך אויפשטעלן דעם שבת און אויסרופען,ברידער טייערע מגיי מיר מער נישט קריגען,לאמיר זיך נעמען און די האנט אריין.
די רבי האט אסאך קאוואליפיקעשינס,און זיינע ערשטע יארען פלעגט ער זיך אסאך אפגעבען מיט זיינע חסידים,ער קען אויפבויען גאר א שיינע זאך.
ביי די ענד אויף די דעי,אויב ער העט זיין שטארק און פיהרען א שיינע חסידות,און זיך אפגעבען מיט זיינע מענטשען,וועט ער זיין די געווינער,דאס איז וואס מענטשען דארפען.
מהרב״ץ קען נישט און האט נישט זיינע טאלאנטען,און טאלאנטען קעמען נישט געוואונען און די״ת.
מיינע ווערטער צו מהרמ״ד וחסידיו נאך דעם ״סיום״ פון דעם אזויגערופענע די״ת,״חזק חזק ונתחזק״ שטארקטס ענק בויעטס ענק אויף און זיייטס ענקער אייגענע געווינערס.
מהרמ״ד ווייז דיין לידערשאפט און אזא מצב,סאיז אן opportunity of growth נוץ עס.
די חסידי מהרב''צ כאפן ניטאמאל אז מארגען קען מען נעמען א שיינע פראצענט פון זייער ציבור און מיט זיי מאכן דעם זעלבן שחיטה מונחת.
איך האב יעצט באקימען א טעקס אז נאך א מיטינג ביי רמ"ד האט ער געבעטן אז מען זאל יא אנ-נעמען די פסק דין מחמת חילול השם. איז דאס קראנט??
איך קען נישט פארשטיין ווי אזוי א דיין שעמט זיך נישט אונטערצושרייבן אזא פסק. ניין, איך רעד נישט וועגן יושר. נאר פשוט דער תוכן הדברים. איך האב געמיינט אז דא פירט זיך עפעס א דין תורה אויף נכסים, אויף ירושה אין רבנות, אויף נכסי ציבור, דערווייל האבן די דיינים געגעבן אזא רוק אריין די נכסים און רביס'טעווע אין איין זאץ, כאילו דאס איז נאר בדרך אגב. און די איבריגע דריי פולע זייטן געווידמעט אויף די וויכטיגע שאלה צו רמ"ד מעג זיך רופן באביב אדער באבאוו, צו ער מעג זיך רופן באבוב צאנז אדער נאר צאנז באבוב, און ווי גרויס די בוכשטאבן פון 45 זאלן זיין, און ווי אזוי די אוניפארם זאל אויסזען. דאס האט מען דן געווען במשך די לעצטע ניין יאר? איך ווייס נישט צו איך זאל וויינען אדער לאכן. ס'איז מיר באמת א פלא ווי אזוי אן ערוואקסענער מענטש וועלכער האלט זיך גענוג געלונגען צו קענען פסק'ען מולטי מיליאן דאלער דין תורה'ס שעמט זיך נישט צו אונטערשרייבן אויף אזעלכע נארישקייטן.
איך ליין יעצט אין "משפחה" מאגאזין אן ארטיקל וועגן עפעס א "באבוב'ער לויער", שטעלט זיך ארויס אז דער פארשוין איז גאר 45. איז "משפחה" דער ערשטער פארלעצער פונעם פסק בי"ד? שומו שמים!